מנחם־מענדל: לאָנדאָן

שלום עליכם (אַלע װערק)

(אַדעסער בערזע)

געשריבן אין יאָר 1892.

לאָנדאָן (אַדעסער בערזע)

קאַפּיטל 1. מנחם מענדל פֿון אַדעס צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה הצנועה החכמה מרת שײנע־שײנדל שתּחי´.

ראשית באָתי להודיעך, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז איך בין גאָר ניט אימשטאַנד דיר צו באַשרײַבן די שטאָט אַדעס, װי גרױס און שײן זי איז, און די מענטשן די היגע מיט זײערע גוטע כאַראַקטערן, און די גאָלדענע געשעפֿטן, װאָס מען קאָן דאָ מאַכן. שטעל דיר פֿאָר, איך גײ מיר אַרױס מיטן שטעקל אין גרעצק אַרײַן, אַזױ הײסט דאָ אין אַדעס די גאַס, װוּ ייִדן האַנדלען, האָב איך צװאַנציק טױזנט געשעפֿטלעך: װיל איך װײץ ― איז װײץ, קלײַען ― איז קלײַען, װאָל ― איז װאָל, מעל, זאַלץ, פֿעדערן, ראָזשינקעס, זעק, הערינג ― הכּלל, װאָס אַ מױל קאָן אױסרעדן געפֿינסטו דאָ אין דעם אַדעס. איך האָב לכתּחילה אַפֿילו אָנגעשמעקט אַ צװײ־דרײַ גוטע געשעפֿטלעך, נאָר עס איז מיר אַלץ ניט געװען צום האַרצן. האָב איך מיך אַזױ לאַנג אַרומגעדרײט אין גרעצק, ביז איך האָב מיך פֿאָרט צוגעשלאָגן צו עפּעס רעכטס, הײַנו: איך האַנדל מיט „לאָנדאָן“ און פֿאַרדין דערבײַ גאָר נישקשהדיק! מע כאַפּט אַמאָל אַ כּף־הא″ער25, אַמאָל אַ פֿופֿציקער, און אַמאָל, אַז עס געראָט, אַ הונדערטער אױך. הכּלל, דאָס „לאָנדאָן“ איז אַזאַ מיסחר, װאָס מע קאָן דערבײַ גליקלעך װערן אין אײן טאָג. אָט איז ניט לאַנג אַרױסגעקומען אַהער אײנער, עפּעס אַ שמשׂ, און האָט געכאַפּט אין אײן שמע־ישׂראל דרײַסיק טױזנט, און האָרכט זײ הײַנט אַלעמען מיטן קאָטער. איך זאָג דיר, זוגתי היקרה, ממש עס װאַלגערט זיך דאָ גאָלד אין די גאַסן! איך האָב, ברוך־השם, קײן חרטה ניט, װאָס איך בין אַראָפּגעפֿאָרן אַהער קײן אַדעס. װעסטו דאָך פֿרעגן: װי קום איך קײן אַדעס, אַז געפֿאָרן בין איך גאָר קײן קעשענעװ? אַ פּנים, אַז ס'איז מיר באַשערט פֿון גאָט, איך זאָל פֿאַרדינען גראָבע עטלעכע קערבלעך! אָט װעסטו הערן, װי אַזױ דער אײבערשטער פֿירט מיט אַ מענטשן.

אַז איך בין געקומען קײן קעשענעװ צום פֿעטער מנשה אָפּנעמען דאָס נדן, פֿרעגט ער מיך: װאָס באַדאַרף איך דאָס נדן? זאָג איך: מסתּמא דאַרף איך; איך זאָל ניט דאַרפֿן, װאָלט איך ניט קומען. זאָגט ער, אַז קײן מזומן געלט האָט ער איצט ניט, ער קאָן מיר, זאָגט ער, געבן אַן אָנװײַזונג צו בראָצקין קײן יעהופּעץ. זאָג איך: לאָז זײַן קײן יעהופּעץ, אַבי געלט. זאָגט ער: ער װײס ניט, צי אין יעהופּעץ איז איצטער דאָ געלט. ער קאָן מיר געבן, זאָגט ער, אַן אָנװײַזונג צו באַכראַכן קײן װאַרשע. זאָג איך: לאָז זײַן קײן װאַרשע, אַבי געלט. זאָגט ער: װאָס טױג דיר װאַרשע? װאַרשע איז װײַט. אױב איך װיל, קאָן ער מיר געבן, זאָגט ער, אַן אָנװײַזונג צו באַרבאַשן קײן אַדעס. זאָג איך: לאָז זײַן אַדעס, אַבי געלט. זאָגט ער מיר נאָך אַמאָל: אױף װאָס דאַרפֿסטו געלט? זאָג איך אים: מסתּמא דאַרף איך; איך זאָל ניט דאַרפֿן, װאָלט איך ניט קומען. בקיצור, ער דרײט זיך אַהין־אַהער, עס האָט אים אָבער געהאָלפֿן, װי אַ טױטן באַנקעס; איך, אַז איך זאָג געלט, איז געלט! גײט ער און נעמט אַרױס צװײ װעקסעלעך צו ת″ק500 קערבלעך אױף סך־הכּל פֿינף חדשים, און אױף שי″ן300 קערבלעך גיט ער מיר אַן אָנװײַזונג צו באַרבאַשן קײן אַדעס, און דאָס איבעריקע גיט ער מיר מזומן, ― װעט מיר זײַן, זאָגט ער, צו־שטײַער אױף דער הוצאה. און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. זײַ געזונט און לאָז גריסן שװער און שװיגער און די קינדערלעך זאָלן לעבן, איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר־שכחתּי. אַז איך בין געקומען מיט דער אָנװײַזונג צו באַרבאַשן, זאָגט מען מיר, אַז די אָנװײַזונג איז גאָרניט קײן אָנװײַזונג. װאָס דען איז דאָס? ס'איז גאָר אַ סוכּה־שער! לאָז פֿריִער אָנקומען, זאָגן זײ, פֿון אײַער פֿעטער מנשה דער װאַגאָן װײץ, און לאָז מען אַקאָרשט די װײץ פֿאַרקױפֿן, װעט מען אײַך דעמאָלט געבן געלט. אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע! האָב איך באַלד אַװעקגעשריבן קײן קעשענעװ אַן אָטקריטקע, און האָב אים געשריבן, אַז טאָמער שיקט ער ניט אַרױס תּיכּף־ומיד די װײץ, װעל איך אים קלאַפּן אַ דעפּעש. בקיצור, אַ שרײַב אַהער, אַ שרײַב אַהין ― איך בין אַרומגעגאַנגען אין אײנע יסורים. און ערשט נעכטן איז מיר אָנגעקומען פֿון קעשענעװ אַ מזומנער הונדערטער און אױף רי″ש200 קערבלעך אַ װעקסעלע. אַצינד פֿאַרשטײסטו שױן, פֿאַרװאָס איך האָב דיר די גאַנצע צײַט ניט געשריבן? איך האָב גערעכנט, אַז די שי″ן קערבלעך זײַנען לעזאָזל. דערפֿון זעט מען אַרױס, אַז אַ מענטש טאָר ניט איבערטראַכטן אױפֿן ערגסטן. ס'איז דאָ אַ גאָט אױף דער װעלט, װאָס פֿירט אױס. איך האָב דאָס גאַנצע ביסל מזומנס אַרײַנגעבראָקט אין „לאָנדאָן“ אַרײַן, אײַנגעהאַנדלט אַ רעמל סחורה, „האָסלעך“госы: אַן אַקציע װאָס װערט טײַערער און „בעסלעך“бесы: אַן אַקציע װאָס װערט ביליקער, און דאַנקען השם־יתברך ― מע זאָגט, אַז ס'איז שױן דאָ ריװח!

הנ″ל

קאַפּיטל 2. שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין אַדעס

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז עס האָט זיך מיר װידער אָנגערופֿן די אַמאָלעדיקע ספּאַזמע, אױף דײַן פֿעטער מנשה געזאָגט געװאָרן, װאָס האָט דיר געמאַכט אַזאַ שײנעם מחק פֿון די פֿופֿצן־הונדערט קרעפּלעך נדן, אַזאַ יאָר, אַזאַ מזל! װי זאָגט די מאַמע מײַנע זאָל לעבן: „געשיקט דורך דער קאַץ שלח־מנות“… װעקסעלעך װאָלט איך בײַ אים נעמען! קרענק װאָלט איך בײַ אים נעמען! קדחת אױף פֿינף חדשים! הערסטו, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן, נאָר כ'האָב מורא, דו װעסט די איבעריקע קערבלעך נישט אָנקוקן, װי דו קוקסט ניט אָן די אױערן דײַנע, װאָס דו האָסט זײ פֿאַרטראָגן אַזש אַהין קײן אַדעס. דײַן גליק, װאָס די מאַמע װײס ניט פֿון קײן װעקסעלעך; עס װאָלט זיך געטאָן חושך! און דאָס, מענדל, װאָס דו שרײַבסט, אַז דו פֿאַרדינסט, דאַנקען גאָט, געלט, איז בײַ אונדז אַלעמען אַװדאי זײער אָנגעלײגט. נאָר װאָס דען? האָב דיר אַכציק שװאַרצע יאָר, מײַנע שׂונאים, אַז דו שרײַבסט שױן יאָ, שרײַב זשע װי אַ מענטש! פֿאַרװאָס זאָלסטו ניט אַרױסשרײַבן אַקוראַט, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין סחורה אָט דאָס, װאָס דו האַנדלסט מיט דעם? װי טײַער לײזט מען דאָס אַן אַרשין? צי אפֿשר פֿאַרקױפֿט זיך עס אױף דער װאָג? פֿרעג מיך בחרם װאָס דאָס איז, און מיט װאָס מע עסט דאָס! הײַנט פֿאַרשטײ איך ניט, דו זאָגסט, אַז אָט האָסטו אײַנגעקױפֿט סחורה, און אָט איז שױן דאָ ריװח. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין סחורה, װאָס װאַקסט בײַ דיר אַזױ געשמײַדיק? „פּעטשעריצעס, זאָגט די מאַמע, באַדאַרפֿן אױך אַ רעגן!“… און אַז ס'איז דאָ ריװח, פֿאַרװאָס פֿאַרקױפֿסטו ניט? אױף װאָס װאַרטסטו? אױף אַ יקרות? און פֿאַרװאָס שרײַבסטו ניט, װוּ דו שטײסט אײַן און װאָס עסטו? עפּעס גלײַך, װי איך װאָלט דיר זײַן אַ פֿרעמדע, ניט קײן װײַב ביז הונדערט צװאַנציק יאָר, נאָר עפּעס אַ פּאָליובאָװניצעполюбовнице: קורטיזאַנקע, להבֿדיל, װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „אַז אַ קו גײט אַװעק אין טשערעדע, פֿאַרגעסט זי דעם זײַ־געזונט“. מיר דאַכט, דו זאָלסט מיך װעלן פֿאָלגן, װאָלסטו געזען אױסהאַנדלען זיך װאָס גיכער און קומען בעסער אַהײם מיטן ביסל מזומנס, װעסטו דיר געפֿינען שענערע געשעפֿטן, װי אָט דאָס דאָזיקע… איך זאָל אַזױ װיסן פֿון קדחת, װי איך װײס װי מע רופֿט עס! און זײַ געזונט, װי עס װינטשט דיר פֿון טיפֿן האַרצן

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל

קאַפּיטל 3. מנחם־מענדל פֿון אַדעס צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

לזוגתי היקרה הצנועה החכמה מרת שײנע־שײנדל שתּחי´.

ראשית באָתי להודיעך, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז עס איז מיר קײן חידוש ניט, װאָס דו פֿאַרשטײסט ניט דעם שׂכל פֿון „לאָנדאָן“, װאָרעם אַז װי באַלד ייִדן סוחרים, ייִדן מיט בערד, װײסן ניט װער עס האָט זײ געשלײערט, הײַנט לא־כּל־שכּן אַ ייִדענע! על־כּן װעל איך דיר קלאָר מאַכן, זאָלסט פֿאַרשטײן דאָס געשעפֿט אַקוראַט. הנה זײַ װיסן, אַז דאָס „לאָנדאָן“ גופֿא איז אַן אײדעלע מאַטעריע. פֿאַרקױפֿן פֿאַרקױפֿט זיך עס אױפֿן װאָרט, און זען זעט מען דאָס ניט. אַלע מינוט בײַט זיך עס: אָט איז דאָס טײַער, אָט איז דאָס װאָלװל. אָט איז „האָס“, אָט איז „בעס“, דאָס הײסט, דאָס קערבל דאָרט אין בערלין אָדער עס הײבט זיך, אָדער עס פֿאַלט, עס װענדט זיך אין בערלין; װי אַזױ בערלין זאָגט, אַזױ איז דאָס. עס לױפֿן די קורסן אױף און אָפּ משוגענערװײַז, עס פֿליִען דעפּעשן אַהין און צוריק, און ייִדן לױפֿן אַרום װי אױף אַ יריד, מאַכן געשעפֿטן און װערן גליקלעך, און איך אױך בתוכם. עס איז אַ טומל, אַ בהלה, מע קאָן דאָ פֿאַרדולט װערן. אָט, למשל, האָב איך נעכטן געמאַכט אַ „סטאַלאַזשстеллаж: אַ צעגאָפּלטער אײַנקױף, אָפּציעס אי צו קױפֿן אי צו פֿאַרקױפֿן די זעלבע אַקציע אין דער צוקונפֿט“, מיך געקאָסט אַ פֿופֿציקער, איז ער הײַנט אינדערפֿרי, פּונקט זײגער צװעלף, אױסגערונען געװאָרן. נאָר דו װײסט דאָך ניט מסתּמא, װאָס הײסט „מאַכן אַ סטאַלאַזש“, ― באַדאַרף מען דיר געבן צו פֿאַרשטײן. למשל, מען גיט אַװעק אַ פֿופֿציקער פֿאַר אַ טאָג, און יענער „שטעלט אַ קורס“, קאָנסטו דיר מאַכן פֿונעם „סטאַלאַזש“ „צװײ זײַטן“, הײַנו: צװײ „בעסן“, אָדער צװײ „האָסן“, אָדער גאָר בלײַבן שטײן און פֿאַרקױפֿן יענעם אַ „בלינדע רעכט“ ביז נאָך „שלוס“ („שלוס“ הײסט בײַ אונדז אין אַדעס פֿאַרנאַכט, װי בײַ אײַך בין מנחה למעריבֿ). איז װי באַלד דער קורס „שטײט אָפּ“, איז כּפּרה דער גאַנצער פֿופֿציקער ― הײסט דאָס געמאַכט אַ „סטאַלאַזש“. זאָלסט אָבער גאָר קײן יסורים ניט האָבן, זוגתי היקרה! דערלײגן אַ פֿופֿציקער איז דאָ פֿון די קלײניקײטן. השם־יתברך װעט העלפֿן, עס װעט „אַװעקגײן די רעכטע צײַט“, װעל איך, אם־ירצה־השם, פֿאַרדינען געלט, און אַ סך! און װאָס דו זאָגסט מכּוח דעם פֿעטער מנשהס װעקסעלעך, האָסטו אַ גרױסן טעות. דער גוטער יאָר האָט אים ניט גענומען, ער איז נאָך אַ שײנער בטוח! לאָמיך נאָר װעלן אַראָפּגעבן אַ „סקידקעלע“, קאָן איך זײ פֿאַרצוקערן. נאָר איך װיל נישט. איך זאָל דאַרפֿן געלט, האָב איך גענוג: איך קאָן פֿאַרהאַנדלען אַ פּאָר „האָסלעך“, אָדער אַ פּאָר „בעסלעך“. נאָר איך בין קײן בעלן ניט דערױף. איך קאָן באַשטײן בעסער צו קױפֿן נאָך אַ „סטאַלאַזש“. װאָס מער „סטאַלאַזשן“ איז אַלץ בעסער. אַז מע לײגט זיך שלאָפֿן מיט אַ „סטאַלאַזש“, שלאָפֿט זיך גאָר אַנדערש! און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר־שכחתּי. װאָס דו פֿרעגסט מיך, װוּ איך שטײ אײַן און װאָס איך עס, שרײַב איך דיר, זוגתי היקרה, איך װײס אַלײן ניט אױף װאָס פֿאַר אַ װעלט איך בין. די שטאָט אַדעס איז אומגעהײַער גרױס, און אַלצדינג קאָסט דאָ טײַער, און די הײַזער זײַנען דאָ הױך ביזן הימל, מע דאַרף קלעטערן אױף אײַזערנע טרעפּ אַ האַלבע שעה, ביז מע קומט אַהײם, אַזש אונטערן הימל, און אַ פֿענצטערל איז אַ קלײנס, װי אין אַ טורמע. איך בין זיך מחיה, אַז ס'װערט טאָג און איך קאָן מיך אַרױסכאַפּן פֿון דער טורמע אַהין אין גרעצק אַרײַן, און דאָרטן טאַקע עס איך שטײענדיק, דאָס הײסט, מע כאַפּט איבער װאָס גאָט גיט, װאָרעם װער האָט צײַט זיך אַװעקזעצן עסן, אַז מע דאַרף אַלע מינוט געװאָר װערן די קורסן פֿון בערלין? דערפֿאַר איז דאָ פֿרוכטן בזיל־הזול. װײַנטרױבן עסט מען דאָ נישט װי בײַ אײַך אין כּתרילעװקע ראָש־השנה אױף שהחיינו, ― דאָ עסט מען װײַנטרױבן אַלע טאָג, און אין מיטן גאַס, מע שעמט זיך גאָרניט.

הנ″ל

קאַפּיטל 4. שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין אַדעס

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז איך האָב דיך אָנגעקוקט טאַקע נאָר װי אַ משוגענעם! לאָמיך אַזױ װיסן, אױף אַ פֿולער װאָך ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, פֿון דער שטאָט אַדעס, װי איך הײב אַפֿילו אָן צו װיסן, װאָס דו פּלאַפּלסט מיר אין דעם בריװ „העס“ און „באָס“ און „דעלעזשאַנס“, דער שװאַרצער יאָר װײס אײַך דאָרטן! עס פֿליִען בײַ דיר פֿופֿציקערס, װי האַלעשקעס, עפּעס איז בײַ דיר דאָרטן געלט־שמעלט, הפֿקר ציבעלעס! אַװדאי קאָן מען גײן אין גאָלד בײַ אַזעלכע פּרנסות! איך פֿאַרשטײ ניט, כאָטש נעם מיר אַראָפּ דעם קאָפּ, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין סחורה, װאָס מע זעט זי ניט? אַ קאַץ אין אַ זאַק!?… הערסטו, מענדל? מיר געפֿעלט דאָס ניט. איך בין בײַ מײַן טאַטן נישט געפּרוּװט געװאָרן צו אַזעלכע לופֿטיקע פּרנסות, לאָז מיך גאָט היטן אױף װײַטער אױך. װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „פֿון לופֿט כאַפּט מען אַ פֿאַרקילונג“… דו שרײַבסט: „אַז מע לײגט זיך שלאָפֿן מיט אַ דעלעזשאַנס, שלאָפֿט זיך גאָר בעסער“… װער לײגט זיך עס שלאָפֿן מיט אַ דעלעזשאַנס? עפּעס מאָדנע דיבורים, טערקיש לשון! און װאָס דו שרײַבסט מיר, אַז דו קאָנסט פֿאַרצוקערן דעם פֿעטער מנשהס װעקסעלעך, איז טאָמער װעל איך אין דעם ניט גלײבן, װעל איך אױך ניט זײַן קײן אַפּיקורסטע, װי די מאַמע זאָגט: „גלײב נישט ביז דו צײלסט ניט איבער“… װײסטו װאָס, מענדל? פֿאָלג מיך, אַ װײַב, טו אַ שפּײַ אױף דעם אַדעס, און קום בעסער צו פֿאָרן אַהײם, קײן כּתרילעװקע. פֿופֿצן הונדערט קערבלעך האָסטו, אַ דירה גיט אונדז דער טאַטע זאָל לעבן, קלײטן פֿאַרדינגען זיך, הײַנט װאָס פֿעלט דיר נאָך? צו װאָס באַדאַרף איך ליגן בײַ יענעם אין מױל, און שׂונאים זאָלן מורמלען, אַז דו האָסט זיך אַװעקגעלאָזט קײן אַדעס און מיך האָסטו אַװעקגעװאָרפֿן, ניט דערלעבן זאָלסטו דאָס! דערװײַל מעג נאָך דײַן אַדעס זײַן די כּפּרה פֿאַר אונדזער כּתרילעװקע מיט אַלע דײַנע הױכע מױערן מיט די אײַזערנע טרעפּ, װאָס מע דאַרף זיך דראַפּען אױף זײ משוגענערװײַז! טאַקע כּדאַי צוליב דעם זיך קאַליע מאַכן דעם מאָגן, ― װאָס איז? ס'איז אַ זול אױף װײַנטרױבן! װײַנטרױבן דאַרף מען פֿרעסן, פֿלױמען איז ביטער? ס'איז בײַ אונדז הײַנט אַ גערעט אױף פֿלױמען, אַ גילדן אַן עמער! נאָר עס גײט דיר שטאַרק אָן װאָס בײַ אונדז אין דער הײם טוט זיך. דו פֿרעגסט אַפֿילו ניט אױף די קינדער, װאָס זײ מאַכן. האָסט שױן גאָר פֿאַרגעסן, אַז דו ביסט אַ טאַטע פֿון דרײַ קינדערלעך זאָלן געזונט זײַן, װי זאָגט די מאַמע: „דאַלי אָטשע, דאַלי סערצעдалє очей, далє серце: װײַט פֿון די אױגן, װײַט פֿון האַרץ“… אַזאַ מכּה זאָל זיך דיר זעצן, װי זי איז גערעכט! דערװײַל בלײַב געזונט און פֿיל גליקלעך, װי עס װינטשט דיר

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

קאַפּיטל 5. מנחם־מענדל פֿון אַדעס צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה הצנועה החכמה מרת שײנע־שײנדל שתּחי´.

ראשית באָתי להודיעך, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז עס גײט אַצינד אַ מוראדיקער „בעס“, האָב איך מיך אָנגעקױפֿט מיט „לאָנדאָן“ װי אַ פּױק, און איך האָב מיך באַװאָרנט מיט זיבעצן „בעסן“ און מיט אַכט „סטאַלאַזשן“. הײַנט באַדאַרף איך אָפּנעמען „דיפֿערענצן“ עטלעכע הונדערט קערבלעך, װעל איך, אם־ירצה־השם, װײַטער מאַכן „בעסן“. זאָלסט אָנקוקן, זוגתי היקרה, װי אַזױ עס װערן דאָ געמאַכט געשעפֿטן אױפֿן װאָרט, װאָלסטו פֿאַרשטאַנען, װאָס הײסט אַדעס; אַ שאָקל מיטן קאָפּ איז דאָ פּונקט װי געמאַכט אַ קאָנטראַקט. איך גײ מיר אַרױס אין גרעצק, קום אַרײַן אין אַ „קאַפֿײקאַפֿע“, זעץ מיך אַנידער בײַ אַ טישל און שאַף מיר אַ גלעזל טײ, צי קאַװע, צי עפּעס אַנדערש; קומט צו גײן אײן מעקלער, דער אַנדערער, דער דריטער; מען דאַרף נישט האָבן נישט קײן קאָנטראַקט, נישט קײן קװיטל, קײן אײַנגעטונקענע פּען אַפֿילו! יעדער מעקלער האָט בײַ זיך אַ ביכעלע מיט אַ שטיפֿטל, נעמט ער אַרױס דאָס ביכעלע און פֿאַרשרײַבט, אַז איך האָב בײַ אים צװײ „בעסן“, און איך נעם אַרױס און צאָל אים אָפּ די עטלעכע קערבלעך ― מחיה! און שפּעטער מיט אַ פּאָר שעה, אַז גאָט הײסט, מע װערט געװאָר דאָס „טאַקסירעכץ“ פֿון בערלין, קומט צו לױפֿן טאַקע דער אײגענער מעקלער און גיט שױן אַ פֿינף־און־צװאַנציקער פֿון אױבן, און נאָך שפּעטער, אַז מע װײסט שױן „אָנפֿאַנג“ אױך, שטופּט ער אַ פֿופֿציקער, און אַז גאָט װיל צו „שלוס“, װאַקסט אָן אַ גאַנצער הונדערטער, און אַמאָל קאָן געמאָלט זײַן, אַז טאַקע צװײ הונדערט, און אַמאָל דרײַ הונדערט אױך, פֿאַרװאָס ניט? דערױף איז דאָך עס אַ בערזע! אַ בערזע איז אַ שפּיל, אַ גליק־זאַך. און װאָס דו שרײַבסט מיר, אַז דו גלײבסט נישט אינעם פֿעטער מנשהס װעקסעלעך, קאָן איך דיר אָנזאָגן אַ בשׂורה, אַז איך האָב זײ שױן פֿאַרצוקערט. אַ סימן האָסטו: װוּ האָב איך גענומען געלט אױף אַזױ פֿיל „בעסן“ מיט אַזױ פֿיל „סטאַלאַזשן“? „סטאַלאַזשן“ איז ניט, װי דו רופֿסט עס אָן, „דעלעזשאַנסן“. דעלעזשאַנסן איז דאָס, װאָס מע פֿאָרט אױף דעם קײן ראַדאָמישל און קײן זשיטאָמיר, און „סטאַלאַזש“ איז אַ שטיקל פּאַפּיר, װאָס יענער שרײַבט אָן און חתמעט זיך אונטער, אַז ס'װעט קומען „אולטימאָ“, דאָס הײסט סוף חודש, איז ער מחויבֿ אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל פֿונטן צו דעם און דעם קורס דיר געבן און בײַ דיר נעמען. די ברירה, הײסט עס, איז בײַ דיר, װאָס דו װילסט ― דאָס טוסטו: װילסטו, גיסטו, װילסטו, נעמסטו. הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן דעם שׂכל פֿון „סטאַלאַזש“? װען גאָט העלפֿט רעכטע „װאַריאַציעס“ אױף „לאָנדאָן“, און מע טוט, למשל, אַ שמועס אױף די בלעטער מכּוח מלחמה, פֿאַלט דאָס רוסישע קערבל אַראָפּ אין דער ערד אַרײַן, און דאָס „לאָנדאָן“ טוט זיך מיט אַמאָל אַ רוק, אַז מע דערקענט נישט דעם פּלאַץ. אָט האָט מען געשמועסט יענע װאָך פֿון דער ענגלישער מלכּה, אַז זי איז עפּעס נישט אין בעסטן געזונט, איז באַלד געפֿאַלן דאָס רוסישע קערבל, און „סטאַלאַזשן“ האָבן זיך געגעבן אַ הײב־אױף העכער הײַזער! איצט שרײַבן די גאַזעטן, אַז ס'איז איר בעסער, האָט זיך דאָס רוסישע קערבל אױפֿגעהױבן, און מע קאָן שױן קױפֿן „סטאַלאַזשן“ װיפֿל מע װיל. הכּלל, זאָלסט גאָרניט זאָרגן, זוגתי היקרה, עס װעט, אם־ירצה־השם, זײַן אַלצדינג, װי מע זאָגט בײַ אונדז אין אַדעס „אין בעסטן אָרדענונג“! און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אין די שפּעטערדיקע בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. און לאָז גריסן די קינדערלעך זאָלן לעבן און אַלעמען גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. בײַ אונדז אין אַדעס זײַנען די היצן אַזױ גרױס, אַז מע װערט פֿאַרברענט, און בײַנאַכט װערט מען צעגאַנגען, אַזױ װי װאַקס. דעריבער אַז סע קומט פֿאַרנאַכט, װערט די שטאָט פּוסט. דער עולם צעפֿאָרט זיך אױף די פֿאָנטאַנען, אױפֿן גרױסן פֿאָנטאַןБольшой Фонтан: אַ פּלאַזשע אין אָדעס, אָדער אױפֿן קלײנעם פֿאָנטאַןМалий Фонтан: פּלאַזשע אין אָדעס, אָדער גאָר אױפֿן „לאַנדזשעראָןЛанжерон: פּלאַזשע אין אָדעס“. דאָרטן קריגסטו װאָס דו װילסט, װאָס דײַן האַרץ גלוסט, און קאָנסט זיך באָדן אין ים, און קאָנסט הערן מוזיק, און דװקא אומזיסט, אָן אַ גראָשן געלט!

הנ″ל

קאַפּיטל 6. שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין אַדעס.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז איך האָב שױן װידער צו טאָן מיט די צײן, אױף דײַנע אַדעסער „דראָנזשיקעס“ געזאָגט געװאָרן. איך דאַרף זיך רײַסן דאָ אױף די צײן און מוטשען מיט די קינדער זײַנע, און ער ― גאָרניט, לעבט זיך אָפּ, װי גאָט אין אַדעס, פֿאָרט אַרום רײַטנדיק אױף „דראָנזשיקעס“, באָדט זיך אין „קאָראָטקי װיקкороткий вік: קורצע הױזן“ און כּלי־זמר שפּילן אים צו. װאָס פֿעלט אים אַ שטײגער? װי זאָגט די מאַמע: „רײַטנדיק װאָלט ער געפֿאָרן בײַ מיר אױף אַ בעזעם, ניט אױף קײן דראָנזשיקעס!“… ממה־נפֿשך, ביסטו אַ סוחר און האַנדלסט מיט דער שײנער סחורה דאָרטן, װאָס מע רופֿט זי „לאָנדאָן“, טאָ האָב אין זינען מיסחר, ניט די ענגלישע מלכּה. האָב בעסער אין זינען דײַן װײַב, האָסט אַ װײַב ביז הונדערט צװאַנציק יאָר מיט קינדערלעך דרײַ, זאָלן געזונט זײַן, װי זאָגט די מאַמע: „האָב אין זינען זיך, װעסטו פֿאַרגעסן אין יענעם“… און װאָס דו שרײַבסט מיר פֿון דײַנע גליקן, זאָג איך דיר דעם אמת, עס דרײט זיך מיר אַזש דער קאָפּ! עס גלײבט זיך מיר עפּעס ניט, כאָטש קױלע מיך, אַז אָט אַזױ פֿליִען דאָס הונדערטערס גלײַך אין די הענט אַרײַן! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין כּישוף דאָרטן, אַ פֿאַרבלענדעניש, צי װאָס? זע נאָר, אַז פֿון די אַלע גדולות זאָלסטו חלילה דאָס נדן־געלט נישט אָנרירן, װאָרעם טאָמער װערט געמינערט אַ גראָשן פֿונעם נדן, װעט דיר דעמאָלט מער נישט אָפּגײן פֿון דער מאַמען זאָל לעבן!… ער זאָל זיך עס אַפֿילו דערמאָנען, מיר דאַכט, דו װײסט גאַנץ גוט, אַז איך באַדאַרף האָבן אַ זײַדן מענטעלע װי אין לעבן אַרײַן, און װאָלנס אױף אַ קלײד און אַ צװײ שטיקלעך מאָראָזעװסСа́вва Тимофе́евич Моро́зов: פֿאַבריקאַנט פֿון צײַג זאָנע. אַ מינדסטע נאַרישקײט באַדאַרף איך אים אָנזאָגן, אַלײן װײס ער נעבעך ניט, דער מוח איז אים אױסגעדאַרט געװאָרן, װי די מאַמע זאָגט: „װער סע שטױסט זיך ניט אַלײן, דעם גיט מען אין זײַט אַרײַן“… װי עס װינטשט דיר פֿון טיפֿן האַרצן

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

קאַפּיטל 7. מנחם־מענדל פֿון אַדעס צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

לזוגתי היקרה הצנועה החכמה מרת שײנע־שײנדל שתּחי´.

ראשית באָתי להודיעך, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז איך האַלט שױן װײַט, הײַנו, איך האָב מיך גוט אַרײַנגעכאַפּט אין „בעס“ אַרײַן און גײ שױן אַצינד מיט „פֿעסט־לאָנדאָן“, דאָס הײסט, איך טו שױן אַ גיב אָדער אַ נעם מיטאַמאָל צען טױזנט פֿונט, צװאַנציק טױזנט פֿונט, נאַטירלעך, מיט אַ „דעפּאָ“. איך האָב שױן גרױס קענטשאַפֿט אין די קאַנטאָרן, און עס קאָמפֿענירט מיר שױן זיצן בײַ פֿאַנקאָנין אין דער קאַפֿײKafe Fankony גלײַך מיט אַלע גרױסע שפּעגעלאַנטן בײַ װײַסע טישלעך פֿון מירמלשטײן, און הײס זיך געבן אַ פּאָרציע מאַראָזשענע, מחמת בײַ אונדז אין אַדעס איז אַ מינהג, װי באַלד מע זעצט זיך נאָר אַנידער, אַזױ קומט צו אַ מענטש מיט אַ פֿראַק און הײסט, מע זאָל הײסן געבן מאַראָזשענע. קאָן מען ניט זײַן קײן דבֿר־אַחר און מע מוז הײסן געבן; און אַז מע עסט אױף די פּאָרציע מאַראָזשענע, הײסט ער, מע זאָל הײסן געבן נאָך אַ פּאָרציע, און אַז ניט, טאָר מען ניט זיצן און מע באַדאַרף זיך אַרומדרײען אױף דער גאַס, איז עפּעס ניט שײן פֿאַר אַ שפּעגעלאַנט, און אַגבֿ שטײט דאָרט אַ גאָראָדאָװאָי און לאָקערט, מע זאָל זיך ניט אַרומדרײען אױף דער גאַס… ייִדן באַדאַרפֿן דאָך אָבער זיך יאָ אַרומדרײען, קליגן זײ זיך מיט אים, נאַרן אים אָפּ, אַנטלױפֿן, באַהאַלטן זיך אױס װי װײַט מעגלעך, און אַז ער כאַפּט אײנעם, טראָגט ער אים אָפּ, װי אַן אבֿן־טובֿ, גלײַך אין אוטשאַסטאָק אַרײַן, װי אײנער רעדט: „אָט האָב איך אײַך געבראַכט אַ ייִדן“… און װאָס דו שרײַבסט מיר, אַז דו גלײבסט ניט אין גרױסע „װאַריאַציעס“ מיט „דיפֿערענצן“, איז אַ סימן, אַז דו ביסט שװאַך אין פּאָליטיקע. אָט, למשל, זיצט אײנער בײַ אונדז אין קאַפֿײ, בײַ פֿאַנקאָנין, רופֿט מען אים „גאַמבעטע“, טאָג װי נאַכט רעדט ער פֿון פּאָליטיקע און נאָר פֿון פּאָליטיקע! ער באַװײַזט אױס מיט טױזנט ראַיות, אַז סע שמעקט מיט מלחמה. ער הערט, זאָגט ער, אַלע נאַכט האַרמאַטן שיסן ― ניט דאָ, דאָרטן, בײַ די פֿראַנצױזן. די פֿראַנצױזן, זאָגט ער, װעלן נישט פֿאַרגעסן אָט דעם ביסמאַרקןOtto von Bismarck װײַל זײ װעלן לעבן! עס מוז, עס מוז, זאָגט ער, אַרױסשפּרינגען אין גיכן אַ מלחמה, עס קאָן גאָר אַנדערש ניט זײַן! האָרכן גאַמבעטן דרשענען, באַדאַרף מען פֿאַרקױפֿן װאָס מע האָט, די קאַפּאָטע אױסטאָן און קױפֿן „סטאַלאַזשן“ און „בעסן“, „בעסן“ ― אָן אַ שיעור „בעסן“! און װאָס דו שרײַבסט מיר מכּוח אַ מענטעלע, אַז איך זאָל דיר קױפֿן, האָב איך פֿון דײַנעט װעגן, זוגתי היקרה, בעסער אױסגעקוקט אַ שענערע זאַך, דהײַנו: אַ זײגערל אַ גילדנס מיט מעדאַליאָן און מיט אַ גילדן קײטל מיט אַ בראָש, און בראָנדזעלעטן האָב איך געזען אין פֿענצטער, טאַקע ניט װײַט פֿון פֿאַנקאָנין ― זאָג איך דיר: פּרימאַ־שבפּרימאַ! און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. די שפֿע איז דאָ, קײן עין־הרע, גרױס און ייִדן זײַנען דאָ אַזױ פֿאַרטאָן אין פּרנסה, אַז מע פֿאַרגעסט פֿון שבת און פֿון יום־טובֿ. פֿאַרשטײט זיך, אַז בײַ מיר איז שבת ― שבת. עס מעגן פֿאַלן שטײנער פֿונעם הימל, מוז איך מיך שבת דורכגײן אין שול אַרײַן. די אַדעסער שול מעג מען גײן אָנקוקן. ערשטנס, רופֿט מען דאָס „כאָרשול“, מחמת אױבן גײט זי מיט אַ קאָלפּאַק, און קײן מזרח איז ניטאָ. אַלע זיצן מיטן פּנים אַהין. און דער חזן (פּיניע הײסט ער, שױן אײנמאָל אַ חזן!) גײט דװקא געגאָלט די באָרד, נאָר עבֿרי קען ער אַביסל בעסער פֿון אײַער אַלטן דראָנג משה־דוד! זאָלסט זען, אַז סע קומט צו „בריך שמיה דמרא עלמא“, נעמט ער אײַן אַ מיתה־משונה! זײַן „מיזמור שיר ליום השבת“ מעג מען האָרכן אױף בילעטן. אַלע זינגערלעך שטײען אױסגעשטעלט אַרום אים, אָנגעטאָן אין קלײנע טליתימלעך ― מחיה! עס זאָל זײַן צװײ מאָל אין װאָך שבת, װאָלט איך צװײ מאָל אין װאָך געגאַנגען הערן פּיניען דאַװענען. איך פֿאַרשטײ ניט די היגע ייִדן, פֿאַרװאָס זײ גײען ניט דאַװענען. און אַפֿילו די, װאָס גײען דאַװענען, דאַװענען אױך ניט; זײ זיצן װי די טאָקן אין די צילינדערס, מיט די פֿעטע אױסגעפּאַשעטע פּנימער, מיט די קלײנע טליתימלעך, און ― שאַ! טאָמער װיל אַ ייִד אַ דאַװן טאָן אַביסל העכער, קומט־צו צו אים דער שמשׂ מיט די קנעפּ, און זאָגט, ס'זאָל זײַן שטיל. ― מאָדנע ייִדן אין דעם אַדעס.

הנ″ל

קאַפּיטל 8. שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין אַדעס.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז איך פֿאַרשטײ ניט, װאָס איז די גדולה, װאָס מע דאַרף זיצן בײַ פֿראַנקאָנין, ברענען זאָל זי, בײַ מירמלשטײנערנע טישלעך און פֿרעסן פֿון אינדערפֿרי ביז אױף דער נאַכט דער רוח װײסט װאָס? אַבי אױסברענגען געלט? און װאָס איז דאָס פֿאַר אַ משוגענער דאָרטן בײַ אײַך אין אַדעס, װאָס סע חלומט זיך אים, אַז מע שיסט, געשאָסן זאָל ער װערן פֿון גאָט? מלחמות גלוסט זיך אים! װי זאָגט די מאַמע: „יענעמס בלוט איז בײַ אים װאַסער“… גילדענע זײגערלעך מיט בראָנדזעלעטן האָסטו דערזען אין די פֿענצטער אין אַדעס? אַ גדולה אױף דער באָבע! װאָס טױגן מיר דײַנע מתּנות, מענדל, װאָס דו זעסט זײ דורכן פֿענצטער? װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „קרעפּלעך אין חלום איז ניט קײן קרעפּלעך, נאָר אַ חלום“… דו כאַפּ זיך אַרײַן בעסער אין אַ קלײט אַרײַן און קױף מיר אַ שטיקל װעבל אױף װעש, און מאַדעפּאַלאַם אױף ציכלעך, און אַ פּאָר בײַענע קאָלדרעס, און ביסל זילבער אין שטוב אַרײַן, און עפּעס נאָך. מאָל דיר, אַז בלומע זלאַטע באַדאַרף זיך שױן אַקעגן מיר בלאָזן (אױפֿבלאָזן זאָל עס זי, װי אַ פּאָכיר!). װאָס איז? זי טראָגט אַ האַלדז פּערל, זאָל עס איר טאַקע נאָר פֿאַרשטערט װערן! זי האָט דאָס אַ דאָליע בײַ איר מאַן! לײַט האָבן גליק צו אַלצדינג; נאָר איך אײנע בין עפּעס אין אַזאַ פֿינצטערער, װיסטער שעה געבאָרן געװאָרן, אַז אַ מינדסטע זאַך באַדאַרף איך אים דערמאָנען! לאָז זיך דיר דאַכטן, עלעהײ דו האָסט געקױפֿט נאָך אַ „העס“ מיט נאָך אַ „באָס“ מיט נאָך אַ דער שװאַרץ־יאָר װײסט אײַך דאָרט, װי דו רופֿסט עם אָן. איך זאָג אים: פֿאַרקױף דאָס, װאָס דו האָסט, און צײל געלט, גײט ער און קױפֿט נאָך! װאָס האָסטו מורא? װעסט ניט קריגן די סחורה נאָכדעם? איך זע שױן אַרױס, װאָס דאָס איז פֿאַראַ מיסחרים און װאָס דאָס איז פֿאַר אַ שטאָט אַדעס, אַז שבת איז קײן שבת ניט און יום־טובֿ איז קײן יום־טובֿ ניט, און דער חזן איז מיט אַ געגאָלטער מאָרדע, מײַנע װײטיקן אױף זײַן קאָפּ! מיר דאַכט, אַז פֿון אַזאַ שטאָט און פֿון אַזעלכע מענטשן דאַרף מען לױפֿן, װי פֿון אַן עיפּוש, צום סוף ליגט ער דאָרט און װיל ניט אַרױסקריכן, װי זאָגט די מאַמע: „דער װאָרעם ליגט אין כרײן און מײנט, אַז ס'איז גאָר קײן זיסערס נישטאָ“… לכן שרײַב איך דיר, בעלי היקר, זאָלסט זיך גוט באַרעכענען װאָס דו טוסט און אױפֿהערן הוליען אין דעם זיסן אַדעס, ס'זאָל אױף דעם קומען אַ שׂרפֿה, װי עס װינטשט דיר

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

יאָ! זאָג נאָר, מענדל, װער איז אָט די „פֿראַנקאָני“, װאָס דו שרײַבסט מיר אַלץ, אַז איר זיצט דאָרטן טאָג װי נאַכט? עס איז אַן „ער“, צי אַ „זי“?…

קאַפּיטל 9. מנחם־מענדל פֿון אַדעס צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

לזוגתי היקרה הצנועה החכמה מרת שײנע־שײנדל שתּחי´.

ראשית באָתי להודיעך, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן אַז עס שמעקט שױן מיט גראָבע טױזנטער! אַז גאָט װעט העלפֿן און דאָס „אולטימאָ“ װעט אָפּלױפֿן גלאַט, װעל איך מאַכן אַ הױפּט־טרעפֿער. איך װעל אײַנקאַסירן מײַנע אַלע „דיפֿערענצן“ און װעל זיך דורכפֿאָרן אַהײם און װעל דיך, אם־ירצה־השם, אַרױסנעמען אַהער, קײן אַדעס. אַ דירה װעלן מיר דינגען אױף דער „רישעלײРишельевская улица: הױפּט־גאַס פֿון אָדעס“, אײַנקױפֿן שײן מעבל און װעלן לעבן, װי מע לעבט דאָ בײַ אונדז אין אַדעס. דערװײַל האָב איך צו טאָן, ניט פֿאַר דיר געדאַכט, מיטן מאָגן; אַ פּנים, דאָס מאַראָזשענע האָט מיר פֿאַרשאַט… אַז איך קום צו פֿאַנקאָנין, עס איך שױן ניט קײן מאַראָזשענע. װאָס דען? איך הײס מיר געבן אַזאַ געטראַנק, װאָס מע ציט דאָס דורך אַ שטרױ; ס'איז אי זיס, אי ביטערלעך, אַזױ װי אַ מין זאַלץ מיט לאַקריץ, און מע קאָן דאָס מער ניט פֿאַרדײַען װי צװײ, העכסטנס ― דרײַ גלעזער. מוז מען זיך די איבעריקע צײַט אַרומדרײען אױף דער גאַס און האָבן צו טאָן מיטן גאָראָדאָװאָי, און דאָס איז זײער נישט אַנגענעם! ער קוקט שױן אױף מיר פֿון אַ צײַט, נאָר מיט חסד, גאָט האָט מיך ביז אַהער אױסגעפֿירט, איך אַנטלױף פֿון אים אַלע מאָל און באַהאַלט זיך אױס. װאָס טוט דען ניט אַ ייִד צוליב פּרנסה? דער אײבערשטער זאָל העלפֿן, אַז די „ראַליזאַציע“ זאָל אָפּלױפֿן בשלום, װעל איך דיר, אם־ירצה־השם, אַלצדינג קױפֿן בכּפֿל־כּפֿלים, אַ סך מער װי דו קאָנסט זיך גאָר פֿאָרשטעלן. און װאָס דו זאָגסט, אַז דער גאַמבעטע איז אַ משוגענער, האָסטו אַ טעות; ער איז נאָר אַביסל אַ „ספּילשעלעװער“. גאָט זאָל היטן, עמעצער זאָל אים אַ זאָג טאָן אין פּאָליטיקע ניט אַזױ, װי ער װיל! ער איז דעמאָלט קאַפּאַבל יענעם צערײַסן אױף שטיקלעך! ער דרינגט, אַז הײַנט־מאָרגן מוז עפּעס אַרױסשפּרינגען, און דאָס, זאָגט ער, װאָס ס'איז איצטער מיטאַמאָל שטיל געװאָרן, איז ערשט אַ באַװײַז, זאָגט ער, אױף מלחמה. „פֿאַר אַ בורע איז תּמיד, זאָגט ער, שטיל“… איך האָב נעכטן געקאָנט פֿאַרקױפֿן עטלעכע „בעסלעך“ מיט אַ צװײ־דרײַ „סטאַלאַזשן“ און פֿאַרדינען שײן געלט, האָט מיך גאַמבעטע נישט דערלאָזט. „איך װעל אײַך, זאָגט ער, דעם קאָפּ צעשלאָגן, טאָמער לאָזט איר אַרױס אין אַזאַ צײַט אַ שטיקל סחורה פֿון דער האַנט!“ עס גײט, זאָגט ער, אַ צײַט, װאָס אַ „סטאַלאַזש“ פֿון אַ פֿופֿציקער װעט װערט זײַן רי″ש קאַרבן, און שי″ן, און ת″ק, און טױזנט, און פֿאַרװאָס ניט קײן צװײ טױזנט?… עס זאָל זײַן װי גאַמבעטע זאָגט, כאָטש האַלב װי ער זאָגט, ― װער איך נתעשר! איך האָף, אַז איך װעל, אם־ירצה־השם, תּיכּף נאָך דער „ראַליזאַציע“ זיך געבן אַ קער־איבער צוריק אױפֿן „האָס“ און װעל אָנהײבן קױפֿן קערבלעך און געבן „לאָנדאָן“ אױף װאָס די װעלט שטײט! איך װעל זײ באַװײַזן, װאָס הײסט „לאָנדאָן“ און װאָס הײסט קערבלעך! און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. װאָס דו פֿרעגסט זיך נאָך אױף פֿאַנקאָנין (ניט װי דו רופֿסט דאָס אָן „פֿראַנקאָני“), איז דאָס ניט קײן „ער“ און ניט קײן „זי“. ס'איז אַזאַ קאַפֿײ, װאָס מע טרינקט דאָרט קאַװע און מע עסט מאַראָזשענע און מע מאַכט געשעפֿטן אױף „לאָנדאָן“. לאָמיך דאָס פֿאַרמאָגן כאָטש האַלב, װאָס דאָרט װערט געמאַכט אין אײן טאָג!

הנ″ל

קאַפּיטל 10. שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין אַדעס.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז די קינדער מאָזלען אַלע דרײַ, און איך שלאָף נישט קײן נעכט, און ער טרינקט דאָרטן קובעבע מיט לאַקריץ! װאָס גײט אים אָפּ, איך בעט אײַך, קאָפּ־װײטיק? ער האָט זיך עס אַביסל צעהעצקעט! קײן אַדעס װיל ער מיך אַרױסנעמען! ער מײנט, אַז ער װעט מיר זאָגן אַדעס, פֿלי איך באַלד! הערסטו, מענדל, זאָלסט דיר אַרױסשלאָגן פֿון קאָפּ, מענדל, װעסט מיך אַהינצו ניט פֿאַרנאַרן. זײַ רויִק! מײַן באָבעס באָבע איז דאָרטן קײנמאָל ניט געװען און האָט זיך באַגאַנגען אָן דעם, װעל איך זיך מסתּמא אױך אָן דעם באַגײן. דו װעסט מיך ניט אײַנרעדן, מענדל, אַז איך זאָל דיר אַװעקװאַרפֿן מײַן טאַטע־מאַמע מיט אַלע ליבע פֿרײַנט און זיך אַװעקלאָזן אין דעם װיסטן אַדעס, ברענען זאָל עס דיר אױפֿן פֿײַער! מעגסט זיך זאָגן, מענדל, װאָס דו װילסט, דײַן אַדעס הײבט מיר נישט אָן צו געפֿעלן. איך האָב עס פֿײַנט, איך װײס ניט פֿאַרװאָס. נאָך מײַן שׂכל נאָך קומט אױס, אַז דו באַדאַרפֿסט די סחורה דײַנע ביסלעכװײַז אױספֿאַרקױפֿן און מאַכן דערפֿון געלט, װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „פֿון אַלע מילכיקע מאכלים איז דאָס בעסטע ― אַ שטיקל פֿלײש“… אײַ, װאָס? טאָמער האָסטו זיך גענאַרט? פֿאַר יענעם דאָס גליק! און װאָס דײַן משוגענער גאַמבעט (איך זאָג דיר פֿאָרט, אַז ער איז אַ משוגענער!) לאָזט דיר ניט פֿאַרקױפֿן, פֿאַרשטײ איך ניט, װאָס גײט עס אים אָן? װאָס איז זײַן באָבעס דאגה? שפּײַ אים אָן אַ פֿולן פּנים, װאָס ער װעט דיר דערצײלן מלחמות! פֿאָלג מיך, מענדל, שנײַד־אָפּ, פֿאַרקױף אױס, װי גאָט איז דיר ליב! האָסט פֿאַרדינט עטלעכע קערבלעך? גענוג! ביז װאַנעט איז דער שיעור צו כאָליען דאָרטן? נאָר גאָרניט, מישטײנס געזאָגט, איך האָב דען עפּעס אױך אַ װערט? איך בין דאָך שײנע־שײנדל ניט בלומע־זלאַטע; בלומע־זלאַטע, אַז זי טוט נאָר אַ פּיפּס דעם מאַן אירן, װאַרפֿט דאָס מיט אים דאָס נײַניעריקע קדחת! למען־השם, מענדל סערצע, פֿאַרקױף און פּאַק זיך אין װעג אַרײַן. פֿאַרגעס נאָר נישט אַ טוץ געשטיקטע העמדער פֿון מײַנעטװעגן, סאַמעט אױף אַ מלבוש פֿון דער מאַמעס װעגן ― לאָז זי אױך געדענקען, װען דער אײדעם אירער איז געװען אין אַדעס און געהאַנדלט מיט משוגעים, ― ציץ אַ שטיקל פֿון הײַנטיקע מוסטערן, און, אַז עס װעט קריכן אין טשעמאָדאַן אַרײַן, אַ ביסל גלאָזװאַרג, און דאָס איבעריקע דאָרטן, װי דו פֿאַרשטײסט, און קום צו פֿאָרן אַהײם, לאָז אױפֿהערן די װעלט מיר שטעכן די אױגן און שװאַרצן דאָס פּנים, און לאָמיך זען, אַז דו זאָלסט מיך ניט פֿאָלגן, אַזאַ מכּה מײַנע שׂונאים, װי דו װעסט מיך פֿאָלגן, װי עס װינטשט דיר פֿון טיפֿן האַרצן

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל

קאַפּיטל 11. מנחם־מענדל פֿון אַדעס צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

לזוגתי היקרה הצנועה החכמה מרת שײנע־שײנדל שתּחי´.

ראשית באָתי להודיעך, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז דאָס „אולטימאָ“ איז אָנגעקומען, און ס'איז געװאָרן אַן איבערקערעניש, זאָל גאָט שומר־ומציל זײַן! פֿון דער גרױסער „װאַריאַציע“, װאָס איך האָב אױף איר אַרױסגעקוקט װי אױף משיחן, האָט זיך אױסגעלאָזט אַ בױדעם. ביסמאַרק, שמועסט מען, האָט זיך צוגעקילט, באַקומען דעם קאַטער, ― איז אין דער פּאָליטיקע געװאָרן אַ מהומה, מע װײס ניט װאָס סע טוט זיך. „לאָנדאָן“ איז טאַקע געװאָרן מיט גאָלד גלײַך, און דאָס קערבל איז טאַקע געפֿאַלן אין שאול־תּחתּיה אַרײַן, און ס'איז אַװעק אַ מוראדיקער „בעס“! װעסטו דאָך פֿרעגן: װוּ זײַנען מײַנע „בעסן“ מיט מײַנע „סטאַלאַזשן“? איז דער תּירוץ: די „בעסן“ זײַנען ניט קײן „בעסן“, די „סטאַלאַזשן“ זײַנען ניט קײן „סטאַלאַזשן“, קײנער װיל ניט נעמען, קײנער װיל ניט געבן ― און רוף מיך קנאַקניסל! און װי אױף צו להכעיס, האָב איך געשטעקט מיט מײַן סחורה אַלץ בײַ אַזעלכע מענטשלעך, װאָס מיט אײן קװעטש זײַנען זײ דערשטיקט געװאָרן. הכּלל, עס איז אַ שׂרפֿה, אַ מגפֿה, גאָר נישט צו דערקענען דעם פּלאַץ! אױ, װען איך קער זיך איבער מיט אײן טאָג פֿריִער! נו גײ, זײַ אַ נבֿיא! אַלע לױפֿן אַרום, װי די פֿאַרסמטע מײַז; עפּעס אַ מהומה אױף איטלעכן באַזונדער! אַלע שרײַען „לאָנדאָן“! װוּ איז מײַן „לאָנדאָן“? גיב מיר דאָס „לאָנדאָן“! „לאָנדאָן“, „לאָנדאָן“! נאָר װער מיר „לאָנדאָן? װאָס מיר „לאָנדאָן“? עס פֿליִען פּעטש, פֿײַגן, אין טאַטנס טאַטן, און איך אױך בתוכם… דער שפּיץ ― ס'איז, אַ פּנים, גאָר נישטאָ קײן „לאָנדאָן“ אין ערגעץ ניט! ― הכּלל, זוגתי היקרה, ס'איז ביטער און פֿינצטער, איך האָב אַװעקגעגעבן דאָס גאַנצע פֿאַרדינסט, מיטן קרן, מיטן צירונג, װאָס איך האָב דיר אײַנגעקױפֿט, אַפֿילו די קאַפּאָטע די שבתדיקע אױסגעטאָן און פֿאַרזעצט ― און דאָס איז אַלצדינג אַרײַן אַהין… און איך געפֿין זיך איצט אין אַזאַ טרױעריקער לאַגע, װאָס איז אין־לשער, און אַהײם בענק איך אַזױ, אַז ממש עס גײט מיר אױס דאָס חיות! איך פֿאַרשילט מיר דאָס געבײן הונדערט מאָל אַ טאָג. בעסער װאָלט איך זיך אױסגעבראָכן אַ פֿוס, אײדער איך בין געקומען אַהער אין אַדעס, װוּ אַ מענטש האָט קײן שום װערט נישט; אַ מענטש קאָן דאָ גײענדיק שטאַרבן אין מיטן גאַס, און קײנער װעט זיך אַפֿילו ניט אָפּשטעלן אַ קוק טאָן. װיפֿל מעקלערס האָבן געלעבט אַרום מיר, אָפּגעלעקט אַ בײנדל, און הײַנט דערקענען זײ מיך שױן גאָר ניט! פֿריִער האָב איך דאָ געהאַט אַ נאָמען „דער כּתרילעװקער בלײך־רעדער“, און הײַנט מאַכן זײ פֿון מיר חוזק, טאַקע די מעקלערס אַלײן. זײ זאָגן, באשר איך פֿאַרשטײ ניט דאָס געשעפֿט. „לאָנדאָן, זאָגן זײ, באַדאַרף מען פֿאַרשטײן“. װוּ זײַנען זײ געװען פֿריִער, די חכמים? ― מע רעדט שױן גאָר קײנער ניט פֿון מיר, גלײַך װי איך װאָלט גאָר געװען אַ געשטאָרבענער! הלװאַי װאָלט איך טאַקע געשטאָרבן, אײדער אַזעלכעס דערלעבן! און װי אױף־צו־להכעיס, זיצט אָט דער גאַמבעטע, ימח־שמו זאָל ער װערן, און הערט ניט אױף צו גראַגערן אין די אױערן מיט זײַן פּאָליטיקע: „האַ, זאָגט ער, האָב איך אײַך געזאָגט אַ בעס?“ ― „װאָס קומט מיר אַרױס, זאָג איך, פֿון אײַער בעס, אַז מע גיט מיר ניט, זאָג איך, קײן לאָנדאָן?“ לאַכט ער און זאָגט מיר: „װער איז אײַך שולדיק? די בערזע, זאָגט ער, דאַרף מען פֿאַרשטײן, און אַז מע קאָן ניט האַנדלען מיט „לאָנדאָן“, דאַרף מען, זאָגט ער, האַנדלען מיט אתרוגים“… איך זאָג דיר, זוגתי היקרה, ס'איז מיר אַזױ נימאס אָט דאָס אַדעס, מיט דער היגער בערזע, מיט דעם פֿאַנקאָני, מיט די אַלע מענטשלעך! איך װאָלט געלאָפֿן אין דער װעלט אַרײַן! און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אין די װײַטערע בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. און גריס די קינדערלעך אַלע און שװער און שװיגער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. דאָ אין דעם אַדעס איז אַ מינהג, אַז עמעצער דאַרף אַ גמילות־חסד, גײט ער נישט צו אַ שכן, צו אַ קרובֿ אָדער צו אַ באַקאַנטן, װי, למשל, בײַ אונדז אין כּתרילעװקע; נישט מחמת מע פֿױלט זיך גײן, נאָר פּשוט, מע װײס פֿריִער, אַז יענער װעט ניט שטעקן; מע נתנט ניט ― און שױן! װאָס זשע טוט מען פֿאָרט, אַז מע דאַרף? איז געמאַכט געװאָרן אַ „לאָמבאַרד“, װאָס גיט אַרױס געלט װיפֿל דו װילסט, אַבי נאָר דו ברענגסט אַ רעכטן משכּון: גאָלד איז גאָלד, זילבער איז זילבער, מעש איז מעש, און אַ מלבוש, און אַ סאַמאָװאַר, און אַ בענקל, און אַפֿילו אַ בהמה, אַז דו ברענגסט צו פֿירן, גיט מען דיר אױך אַרױס אױף איר געלט. דער חסרון איז נאָר, װאָס זײ שאַצן אַלצדינג זײער װאָלװל, בחצי־חינם! דערפֿאַר האָבן זײ אַ מעלה: פּראָצענט נעמען זײ געשמאַקע, בײַסנדיקע, אַזױ, אַז דאָס פּראָצענט עסט אױף דאָס קרן; מוז מען אַלע צװײ װאָכן מאַכן דאָרט אַ „ליציטאַציע“, דאָס הײסט, מע פֿאַרקױפֿט אױס די איבערגעבליבענע משכּנות, און מענטשן האַנדלען מציאות, מאַכן דערפֿון אַ שײן קערבל. װען איך בין איצטער בײַ געלט, װאָלט איך געקאָנט אַ האַנדל טאָן אױפֿן לאָמבאַרד און אומקערן מײַן היזק אפֿשר נאָך מיט אַ סמיטשיק… נאָר גײ מאַך! אָן געלט זאָל מען גאָרניט געבאָרן װערן אױף דער װעלט, און טאָמער איז מען געבאָרן געװאָרן, זאָל מען בעסער שטאַרבן… איך קאָן מער ניט שרײַבן. שרײַב מיר פֿון דײַן געזונט, און װאָס מאַכן די קינדערלעך זאָלן לעבן, און גריס שװער און שװיגער און אַלעמען באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

הנ″ל

קאַפּיטל 12. שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין אַדעס.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, נאַרישער לעקיש, זע װאָס דו האָסט געטאָן! װעלכער רוח האָט דיך גאָר געטראָגן קײן אַדעס? װאָס האָסטו דאָרטן אָנגעשמעקט אַזעלכעס? געבראָטענע פֿײגעלעך האָט זיך אים פֿאַרגלוסט! „לאָנדאָן“! מאַראָזשנעװע! קובעבע מיט לאַקריץ! האָסט דערהערט, אַז מע זעצט דיר אָן אינעם „לאָנדאָן“ אַרײַן, פֿאַרװאָס זשע האָסטו ניט געזען באַצײַטנס אָפּצועקן אױף פּראָצענטן, דו בהמה, װי עס פֿירט זיך צװישן סוחרים? װוּ איז מענטשן? װוּ איז אַ רבֿ? אין גאָטעס װילן, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ תּירוץ אולטימאָ־שמולטימאָ? האָסט געקױפֿט סחורה, װוּ איז די סחורה?! אױ, אַזאַ־נ־אומגליק! דאָס האַרץ האָט מיר אָבער געזאָגט, אַז פֿונעם אַדעס, ברענען זאָל דאָס, װעט קײן גוטס ניט אַרױס! איך שרײַב אים: פֿאָר אַװעק, מענדל, טו אַ שפּײַ אױף זײ מיט זײער „לאָנדאָן“, עס זאָל אױף דעם קומען חלירע, רבונו־של־עולם! אַנטלױף, זאָג איך אים, אַנטלױף, מענדל, װי זאָגט די מאַמע: „אָרעמער דאַך, װאָס קנאַקסטו?“… נײן, הערט ער מיך ניט, װאָרעם איך בין דאָך שײנע־שײנדל, אַז אָך און װײ איז מיר, ניט בלומע זלאַטע. אױ, די מאַמע מײַנע איז טאַקע אַ חכמה! זי טענהט מיט מיר כּסדר, אַז אַ מאַן טאָר מען נישט נאָכגעבן די שמד, אַז מע באַדאַרף אַ מאַן האַלטן אין די הענט אַזױ, אַז ער זאָל פֿילן, אַז ער האָט אַ װײַב! נאָר גײ, אַז ס'איז בײַ מיר אַזאַ טבֿע, איך קאָן ניט זײַן אַזױ גראָב, װי בלומע־זלאַטע; איך קאָן זיך ניט שעלטן, אַרײַנלײגן אַ מאַן אין דער ערד אַרײַן, אַזױ װי זי, איך קאָן ניט! זאָלסט האָבן בלומע־זלאַטען, ניט דערהאַרן זאָל זי, פֿאַר אַ װײַב, װאָלסטו שױן געװוּסט װאָס פֿאַר אַ גאָט מיר האָבן! און װאָס דו זאָגסט מכּוח שטאַרבן, חכם אײנער, ביסטו אַ גרױסער נאַר: אַ מענטש נעמט זיך ניט אַלײן דאָס לעבן, אַ מענטש נעמט זיך ניט אַלײן דעם טױט. און אַז מע װערט אָן דאָס נדן, באַדאַרף מען זיך שױן טאַקע אַ מעשׂה אָנטאָן? דו נאַר אײנער, װוּ שטײט דאָס דען אָנגעצײכנט, אַז מנחם־מענדל באַדאַרף האָבן געלט? און מיט געלט איז מנחם־מענדל דען ניט דער אײגענער מנחם־מענדל, װאָס אָן געלט? שוטה! דו װילסט גײן קעגן גאָט? זעסט דאָך, אַז ער הײסט ניט, הײַנט װאָס פּילדערסטו? אַ שײנע רײנע כּפּרה! לאָז זיך דיר דאַכטן, עלעהײ גזלנים האָבן דיך באַפֿאַלן אין מיטן װאַלד, אָדער ביסט קראַנק געלעגן און חלילה פֿאַרקרענקט דאָס נדן צו אַלדי שװאַרצע יאָר! דער עיקר, זאָלסט ניט זײַן קײן ייִדענע, מענדל! פֿאַרלאָז דיך אױף דעם װאָס לעבט אײביק, ער איז אַ זן ומפֿרנס. קום צו פֿאָרן אַ הײם, װעסטו זײַן, אם־ירצה־השם, אַ גאַסט בײַ די קינדער… איך שיק דיר אױף דער הוצאה עטלעכע קערבלעך, און זע, מענדל, זאָלסט נישט גײן אױף קײן „לעסטאַציעס“ און נישט האַנדלען מיט קײן אַלטע שמאַטעס, ― נאָך דאָס גײט דיר אָפּ! למען־השם, באַלד װי דו װעסט באַקומען מײַן בריװ מיטן געלט, זאָלסטו זיך אױפֿזעצן און אָפּגעזעגענען זיך מיט אַדעס, און װיבאַלד דו װעסט נאָר אַרױספֿאָרן פֿון שטאָט, אַזױ זאָל עס זיך אָנצינדן פֿון אַלע פֿיר זײַטן, און עס זאָל ברענען און פֿלאַקערן, שׂרפֿענען און פֿאַרשׂרפֿעט װערן, ס'זאָל פֿון דעם ניט בלײַבן קײן שׂריד־ופּליט, װי עס װינטשט דיר פֿון טיפֿן האַרצן

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

סוף פֿונעם ערשטן בוך.
פּאַפּירלעך
(יעהופּעצער בערזע)
געשריבן אין יאָר 1896.