אין שטורעם: 2.7: אַלצדינג רוט

שלום עליכם (אַלע װערק)

סאַפֿראַנאָװיטש, איציקל שאָסטעפּאַל, סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש און זײַן חבֿר שמעון קעסלער, און מע האָט גערעדט נאָר פֿון אײן פּערזאָן ― פֿון טאַמאַראַן, און נאָר פֿון אײן זאַך ― פֿון איר באַפֿרײַונג.

― דו װײסט, װאָס איך װעל דיר זאָגן? ― אַזױ מאַכט איציקל שאָסטעפּאַל צו זײַן פֿרױ שיװקע. ― אָט דער סאַפֿראַנאָװיטש (שױן אױס , אַפּטײקער“) איז אַ גאַנץ װױל מענטשל. מיר איז געפֿעלן, װיִאַזױ ער פֿירט זיך מיט זײַן זון (שױן אױס „זונדל“, נאָר „זון“!), װיִאַזױ ער גיט אים אָפּ כּבֿוד און װיִאַזױ ער האָט אים ליב ― און ס'איז טאַקע דאָ װעמען!…

אױך דער אַפּטײקער האָט געביטן די מײנונג אױף זײַן שכן שאָסטעפּאַל. ער זאָגט צו זײַן זון:

― אַ רחמנות נעבעך אױף אונדזער שאָסטעפּאַל! (שױן אױס „ייִדאַש“!) ער איז גאָרנישט אַזאַ װילדער מענטש, כ'לעבן!

קאַפּיטל 7.
אַלצדינג רוט

מיט ריזנטריט איז זיך די באַװעגונג געגאַנגען איר װעג איבער אַלע שטעט און שטעטלעך אין אײן גרױסן װידער־קול, אין װעלכן עס האָט אָפּגעקלונגען דאָס אײנציקע װאָרט פֿרײַהײט… אַלע רעדער פֿון דער גרױסער לאַנד־מאַשין האָבן זיך װי דורך אַ באַפֿעל פֿון אַ גרױסן מעכאַניק, אָדער דורך אַ כּישוף פֿון אַ צױבער־שטעקן, אָפּגעשטעלט, און אַלץ איז װי פֿאַרשטאָרבן געװאָרן, און אַ מאָדנע רו און אַ מערקװירדיקע שטילקײט איז אַרײַנגעטראָטן אין גאַנצן לאַנד, אַ מין נאַטירלעכער פֿײַערטאָג, אַ גרױסער יום־טובֿ, נישט אַזאַ יום־טובֿ, װאָס ס'איז איבערגעגעבן געװאָרן צו די מענטשן בירושה, נאָר אַזאַ מין יום־טובֿ, װאָס מענטשן אַלײן האָבן אים באַשאַפֿן, װאָס מענטשן אַלײן האָבן, נאָך אַ סך יאָרן שװער אַרבעטן און נאָך אַ סך יאָרן זיך אַרומרײַסן אײנער מיטן אַנדערן, מיטאַמאָל אים, דעם יום־טובֿ, אַרױסגערופֿן אין לעבן, האָבן זיך פֿאַראײניקט אונטער אײן אידעע און זיך צונױפֿגעקליבן אַלע אין אײן אָרט און געזאָגט צו זיך אַלײן: הײַנט זאָל זײַן שבת־וינפֿש ― גערוט און אױסגערוט!…

― אַ גוט יום־טובֿ אײַך! ― האָט געזאָגט יודל קטנתּי, אַרײַנגעפֿאַלן צו נחמיה דעם שוסטער מיט אַזאַ יום־טובֿדיק אױסזען, װי סײַדן שׂימחת־תּורה קאָן אַ ייִד זײַן אַזױ בגילופֿין. אפֿשר איז דאָס געװען דערפֿאַר, װײַל יודל קטנתּי איז שױן געװען אין אַ פּאָר ערטלעך בײַ באַקאַנטע בעלי־מלאָכות און געטרונקען לחײם לכּבֿוד דעם גרױסן יום־טובֿ, װאָס „מיר בעלי־מלאָכות“ האָבן געמאַכט? און אפֿשר איז דאָס געװען דערפֿאַר, װײַל זײַן „זוגתי“ (אַזױ האָט ער זי גערופֿן: „מײַן זוגתי“) האָט אים אַרױסגעטריבן, ער זאָל גײן קריגן ערגעץ אױף שבת? און אפֿשר איז די פֿרײלעכקײט אים געקומען דערפֿון, װאָס זײן „קדיש“ איז איבערגעפֿירט געװאָרן פֿון אײן געפֿענקעניש אינעם אַנדערן, און ס'איז אַ סבֿרה, אַז מע זאָל אים מישפּטן מיט פֿעלד־געריכט, אָדער, װי יודל רופֿט דאָס אָן, „בחסד־ובֿרחמים ― מיט יושר און מיט סאָװעסט, אַ שטריקל אױפֿן האַלדז און פּאָזשאַלױטע אוּװ קאַזנאַוпожалуйте ув казнау : ברוך־הבא אין מלוכה־קאַסע“?…

― אַ מיצװה, זאָל זיך אַ הונט נישט גלוסטן קײן המן־טאַש, אַז ער הערט נישט די מגילה!

אַזױ לאָזט אױס יודל קטנתּי מיט זײַן בלומענשפּראַך און באַקומט אַ פּאָרציע פֿון נחמיה דעם שוסטערס װײַב, זיסל:

― אַ חרפּה און אַ בושה אין אײַער װײַטן האַלדז אַרײַן! װי שעמט זיך דאָס נישט אַ ייִד הײַנטיקע צײַטן רײדן אַזעלכע װערטער און מאַכן חוזק פֿון אַן אײגענעם זון, װאָס האָט אײַנגעשטעלט זײַן לעבן פֿאַר אײַך און פֿאַר מיר און פֿאַר אונדז אַלעמען? אײַער גליק, װאָס מײַנע קינדער זײַנען איצט נישטאָ אין דער הײם; מײַן חײם װאָלט אײַך געגעבן אַ פּעטשאַטעק, אַז ס'װאָלט אײַך פֿינצטער געװאָרן אין בײדע אױגן!

― װאָט טיבעвот тебе: אָט פֿאַר דיר יוצר־המאורות! ― זאָגט יודל קטנתּי, און נחמיה דער שוסטער זעצט דאָס איבער אױף ייִדיש:

― אָט האָסטו דיר אַ חתונה!

― װאָס דען? זעצט זיך אַװעק אַזאַ ייִד אָפּלאַכן פֿון זײַן אײגן קינד, װאָס איז זיך מפֿקיר פֿאַר דער װעלט…

― פֿאַר דער װעלט? ― זאָגט יודל. ― די „װעלט“ האָט, הײסט עס אַרײַנגעשיקט אַ בריװל צו מײַן זון: „ידידי רב װעלװל! חנה כּפֿי כּאַשר אַזױ װי איך, „װעלט“, בין פֿאַרבײַ, איך דאַרף האָבן פֿרײַהײט, לכן בקשתּי, זאָלסט זיך מטריח זײַן צו מיר למען־השם מיט נחמיה דעם שוסטערס צװײ בנים און מיט חוה דער ייִדענעס קדיש, און מיט נאָך אַזעלכע אַנשי־חיל פֿון אונדזער פֿאָלק עמך… שאַ! ברוך־הבא, אַ ייִד רב ליפּאַ!…

דאָס איז געװען ליפּאַ באַשעװיטש.

װען יודל קטנתּי זאָל נישט געבן צו װיסן, אַז דאָס איז ליפּאַ באַשעװיטש, װאָלט מען אים זיכער נישט דערקענט. אַזױ שטאַרק האָט זיך דער אָרעמער „האָלץ־ייִד“ איבערגעביטן. זײַן בעזעמדיקע באָרד איז געװאָרן װײַס װי שנײ און צעשפּרײט אין דער ברײט איבערן גאַנצן פּנים. און דאָס פּנים אַלײן איז געװאָרן מאָדנע געל־גלאַנצנדיק און געקנײטשט, װי אַ צעקנײטשטע מגילה אױף דער לינקער זײַט. דער שטערן האָט זיך אַרױפֿגערוקט אַרױף מיט צװײ גאַנץ טיפֿע װינקלען. דאָס היטל טראָגט ער איבער די אױגן, דאָס האַרץ בײַ אים איז צעכראַסטעט, די קאַפּאָטע איז צעפֿליקט, אײן אַרבל אױסגעריסן, און אַ גרױסן שטעקן אין האַנט טראָגט ער, און די אױגן בײַ אים ברענען װי קױלן, קוקן אין אײן פּינטל אַרײַן, און רײדן רעדט ער מיט אַ ניגון, אָן אַן אָפּשטעל, שטײט נישט אױף אײן אָרט, גײט פֿון אײן שטוב אין דער אַנדערער און װעקט דעם עולם, גרײט אים צו צום גרױסן אומגליק, צום אױסגוס, צום שטורעם, װאָס קומט אױף דער װעלט.

― הערט צו, פֿעלקער! ― אַזױ האָט ליפּאַ אָנגעהױבן מיט אַ ניגון פֿון פּסוק, אַז ער איז אַרײַנגעקומען צו נחמיה דעם שוסטער. ― פֿאַרנעמט, איר מענטשן פֿון דער װעלט, װאָס מײַן מױל טוט צו אײַך רײדן אַצינד. װאַכט אױף פֿון אײַער שלאָף, הײבט אױף אײַערע אױגן אַרױף און אַראָפּ, אַרום און אַרום, און זעט, װי עס כמאַרעט זיך דער הימל. שװאַרצע װאָלקנס טראָגן זיך אין דער לופֿטן, דער װינט טוט זײ טרײַבן מיט גרױס אײַלעניש, און זײ פֿאַרדעקן דעם גאַנצן הימל. אָט באַלד ברעכט אױס אַ שטורעם, אָט באַלד קנאַלט אױס אַ דונער און עס טוט אַ זעץ אַ רעגן, אַ שלאַקסרעגן, אָבער נישט קײן רעגן פֿון װאַסער, נאָר אַ רעגן פֿון בלוט. עס פֿליסן טײַכן, טײַכן פֿון בלוט לױפֿן באַרג־אַראָפּ, פֿילן אָן די הײַזער, טרײַבן אַרױס די מענטשן אױף דער גאַס, לױפֿן אַרום װי משוגעים, שרײַען און פּילדערן, קוקן אַרױף, גײען ביזן האַלדז אין בלוט און רופֿן צו גאָט, ער זאָל זײ העלפֿן. אָבער ער הערט נישט, דער גאָט, ער איז אַ גאָט פֿון נקמה. ער קאָן אײַך נישט פֿאַרגעסן אײַערע זינד און אײַער שולד, װאָס איר טוט פֿאַלשן, נאַרן אײנער דעם אַנדערן, שװינדלען און ליגנערן און פֿאַרגיסן אומזיסטיק בלוט…

― אָט װעט איר באַלד הערן, װי ער װעט אױסלאָזן מיט אַ מאָדנעם געזאַנג! ― אַזױ באַמערקט יודל קטנתּי, און ער האָט געטראָפֿן: ליפּאַ באַשעװיטש פֿאַלט אַרײַן פֿונעם פֿריִעריקן נוסח אינעם נוסח פֿון קינות און לאָזט אױס זײַן דרשה אַזױ:

― זאַמלט אײַך צונױף אַלע, אײדער עס קומט דער בלוטיקער מבול אױף דער װעלט, טוט תּשובֿה, זײַט מתפּלל און זאָגט: אָנאָ ד' הושיעה־נא ― עגעדען, מאַגעדען, מאַגדאַדען! עעעעעגעדען, מאַגעדען, מאַגדאַאַאַאַדען!!!…

― רב ליפּאַ! אפֿשר װעט איר עפּעס עסן? ― פֿרעגט אים נחמיה דעם שוסטערס װײַב.

― עסן? ― פֿרעגט ליפּאַ און פֿאַלט אַרײַן צוריק אין זײַן פֿריִעריקן נבֿיאותדיקן טאָן אַרײַן. ― אײַער אײגן פֿלײש װעט איר עסן, אײנס דאָס אַנדערע לעבעדיקערהײט, אַ מוטער װעט אױפֿפֿרעסן איר אײגן קינד, און קינדער װעלן מאַכן אַ סעודה פֿון זײערע עלטערן, אַ ברודער װעט פֿאַרקױפֿן זײַן אײגענע שװעסטער, אַ חתן ― זײַן כּלה. עס װעט אױסגעמעקט װערן דאָס װאָרט „רחמנות“ פֿון דער װעלט, ביז גאָטס צאָרן װעט נישט אױסגעגאָסן װערן אין אַ גרױס דערטרינקעניש, אַ מבול פֿון בלוט און פֿון טרערן. דאָס זײַנען די טרערן פֿון אַלמנות און יתומים, פֿון אַלטע פֿאָטער און מוטער, פֿון שװעסטער און ברידער, װאָס האָבן זיך געלאָזט פּײַניקן פֿון די אומרײנע רשעים און האָבן נישט געװאָלט רופֿן צו גאָט און לױבן זײַן נאָמען און זינגען צו אים אױף אַ קול: עגעדען, מאַגעדען, מאַגדאַדען! עעגעדען, מאַגעדען, מאַאַגדאַאַדען! עעעעעגעדען, מאַגעדען, מאַגדאאַאַאַדען!!!…

― װוּ איך האָב ערגעץ אַ שׂונא און װוּ איר האָט אַ שׂונא און אױף אַלע גױיִשע שׂונאים געזאָגט געװאָרן אַזאַ סוף, רבונו של עולם!

אַזױ זאָגט זיסל די שוסטערין און װישט די אױגן מיטן פֿאַרטעך. ליפּאַ באַשעװיטש הערט נישט אױף צו זאָגן נבֿיאות אַלץ מיט דעם זעלבן נוסח:

― זעט איר דען נישט, װי עס פֿאַלן שטײנער פֿונעם הימל? פֿײַעריקע שטײנער, פּעך און שװעבל, און פֿעדערן, פֿעדערן, פֿעדערן אָן אַ שיעור? הערט איר דען נישט קײן געשרײ פֿון געשענדטע װײַבער, פֿון צעריסענע קינדער, און פֿון אַלטע לײַט מיט טשװעקעס אין מוח? זעט איר דען נישט קײן אױפֿגעשניטענע בײַכער, אָנגעפֿילט מיט לעבעדיקע קעץ?…

― זאָל שױן זײַן גענוג, רב ליפּאַ, גײט אײַך געזונטערהײט! ― זאָגט צו אים זיסל און באַגלײט אים אַרױס פֿון דער טיר. און עס הערט זיך נאָך פֿון יענער זײַט ליפּאַס געזאַנג אַלץ מיטן אײגענעם טרױעריקן נוסח פֿון קינות: „עגעדען, מאַגעדען, מאַגדאַדען! ''…

קאַפּיטל 8.
מזל־טובֿ! גוט יום־טובֿ!

װאָס האָט זיך אַזעלכעס געטראָפֿן? פֿון װאַנען האָבן זיך גענומען אַזױ פֿיל מענטשן אױף דער גאַס? װאָס לױפֿן דאָס אַרום פֿון גאַנץ פֿרי אָן סטודענטן מיט לאַנגע פּאַפּירן אין די הענט און טײלן יעדן אײנציקן, װעמען זײ באַגעגענען, פֿראַנק און פֿרײַ? װאָס נעמט מען זיך אַרום אינמיטן גאַס? װאָס קושט מען זיך? װאָס גראַטולירט מען זיך? װאָס גיט מען זיך אָפּ מזל־טובֿ? און װוּ איז ערגעץ פּאָליציע? פֿאַרװאָס זעט מען נישט קײן סאָלדאַטן, קאָזאַקן, זשאַנדאַרמען?…

די גאַסן װערן אַלע מינוט פֿולער, מענטשן ― מערער. קײן טראַמװײַ, קײן דראָזשקעס זעט מען נישט פֿאָרן. אַלץ באַװעגט זיך, אַלצדינג גײט. בײדע זײַטן טראָטואַרן און די גאַנצע גאַס אינמיטן זײַנען געפּאַקט מיט מענטשן. און די פּנימער פֿון די מענטשן לײַכטן. און אָנגעטאָן איז מען יום־טובֿדיק. און רױטע בענדלעך האָט מען זיך צוגעשפּיליעט אױפֿן האַרצן. און רױטע פֿאָנען האָט מען אױפֿגעהאָנגען אױף די באַלקאָנען, רױטע קװײטן אױף די פֿענצטער. אָט האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ מײדל מיט אַ רױט זײַדן טיכל אױפֿן קאָפּ. אין אײן מאָמענט רײַסט זי אַראָפּ פֿון קאָפּ