אין שטורעם: 2.5: אַ שטילע טראַגעדיע מיט אַ רעשדיקן סוף

שלום עליכם (אַלע װערק)

מוטער!” אַזאַ איבערנאַטירלעכע רויִקײט האָט מען נאָך קײנמאָל נישט געזען אין די װענט פֿון פֿעסטונג.

אַזױ שטאַרבט אַ רוסישער העלד“.

קאַפּיטל 5.
אַ שטילע טראַגעדיע מיט אַ רעשדיקן סוף

(אַרױסגענומען פֿון די צײַטונגען)

נומער אײנס: „איבער אַ מײדל, װאָס האָט זיך געהאָנגען הײַנט אין אײנע פֿון די טורמעס, האָבן אַלע אַרעסטאַנטן דערקלערט אַ הונגער אױף דרײַ טאָג און אױפֿגעהױבן אַ גרױסן סקאַנדאַל. מע האָט געמוזט אָנקומען צו דער הילף פֿון מיליטער. דרײַ בונטאָװשטשיקעס זײַנען געהרגעט אױף טױט. עלף פֿאַרװוּנדעט. אַכט פֿון זײ טױטלעך“.

נומער צװײ: „דאָס מײדל, איבער װעלכער עס האָט אױסגעבראָכן דער גרױסער אױפֿשטאַנד פֿון די אַרעסטאַנטן אין די טורמעס, האָט מען געפֿונען געהאָנגען אױף די אײַזערנע גראַטעס פֿונעם פֿענצטער אױף צונױפֿגעדרײטע פּאַסן פֿון אַ צעריסן העמד. די סיבה, װאָס האָט געצװוּנגען דאָס מײדל צו באַגײן זעלבסטמאָרד אױף אַזאַ מוראדיקן, מאוּימדיקן שטײגער אין טורמע, איז נאָך מער מאוּימדיק, װי איר טױט“.

נומער דרײַ: „אונדז איז געראָטן אַרױסצוקריגן אײניקע פּרטים װעגן דעם געהאַנגענעם מײדל, װאָס מע האָט דאָ נישט לאַנג געפֿונען אין אײנע פֿון די טורמעס. און אָט װיִאַזױ עס װערט אונדז געמעלדט פֿון זײער אַ זיכערע קװאַל: מיט אַ קורצער צײַט צוריק זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון געפֿענקעניש עטלעכע אַרעסטאַנטן דורך אַ װוּנדערלעכן אופֿן. װאָס איז כּמעט אומגלײבלעך: אַרום האַלבע נאַכט האָט מען אָנגעקלונגען צום סמאָטריטעל פֿון דער טורמע אין טעלעפֿאָן מיט אַ געװיסן „פּאַראָל“, אַז באַלד װעט קומען צו פֿאָרן אין טורמע אַרײַן אַ ראָטמײַסטער מיט עטלעכע סאָלדאַטן, צו פֿאַרנעמען און ברענגען צו פֿירן צום פּראָקוראָר אין אַ באַזונדערער קאַרעטע אײניקע פּאָליטישע פֿאַרברעכער, צװישן זײ אײנס אַ מײדל, אַ געװיסע פּאָליטישע, װאָס װערט באַשולדיקט אין פֿיל פֿאַרברעכנס. און, װירקלעך, אין עטלעכע מינוט אַרום איז אָנגעקומען דער ראָטמײַסטער מיט די סאָלדאַטן, זיך געמעלדט מיט אַ פֿאַרחתמעטן פּאַקעט פֿונעם פּראָקוראָר, אין װעלכן עס זײַנען געװען ריכטיק אױסגערעכנט די זעלבע נעמען פֿון די פּאָליטישע פֿאַרברעכער, װאָס דער פּראָקוראָר האָט זײ אױפֿגעפֿאָדערט דורכן טעלעפֿאָן.

אין פֿאַרלױף פֿון אײן האַלבע שעה זײַנען אַלע פֿאָרמאַליטעטן אָפּגעטאָן געװאָרן, און דער ראָטמײַסטער מיט די אַרעסטאַנטן זײַנען אָפּגעפֿאָרן. ערשט אױפֿן אַנדער טאָג אינדערפֿרי, נאָכדעם, אַז מע האָט זיך נישט געקאָנט דערװאַרטן צוריק אױף דער קאַרעטע, און נאָכדעם, װי מע האָט זיך אָנגעפֿרעגט דורכן טעלעפֿאָן בײַם פּראָקוראָר, האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דאָס איז געװען נישט מער װי אַ פֿאָקוס, אַ קונציקער שװינדל פֿון רעװאָלוציאָנערן.

דעם זעלבן טאָג אינדערפֿרי איז אָבער געראָטן אײנעם פֿון די טיכטיקע פּאָליצײ־שפּיאָנען צו דערקענען אײנע פֿון די אַנטלאָפֿענע, און ער האָט זי אַרעסטירט און אָפּגעפֿירט אין אוטשאַסטאָק. פֿון דאָרט האָט מען זי אָפּגעפֿירט אינעם צװײטן אוטשאַסטאָק, פֿונעם צװײטן אינעם דריטן… אױף מאָרגן אַרום פֿאַרנאַכט האָט מען געפֿונען די אומגליקלעכע אַ געהאַנגענע. דער נאָמען פֿון דער אומגליקלעכער, װי מיר האָבן דערפֿאַרן, איז מאַניאַ, אָדער מאַשאַ באַשעװיטש“.

נומער פֿיר: „הײַנט זײגער 10 אינדערפֿרי האָבן זיך צונױפֿגעקליבן עטלעכע הונדערט סטודענטן און אַריבער צען טױזנט אַרבעטער און האָבן געװאָלט אָפּהאַלטן אַ פּאַניכידאַпанихида: הזכּרה פֿאַר דער געהאַנגענער באַשעװיטש. גיך האָט זיך באַװיזן פּאָליצײ און האָט צעטריבן דעם גאַנצן עולם. קײן ערנסטער צוזאַמענשטױס איז נישט פֿאָרגעקומען. עטלעכע און דרײַסיק זײַנען אָפּגעפֿירט געװאָרן אין האָספּיטאַל“.

נומער פֿינף: „דעם זעלבן טאָג, מיט צװײ שעה שפּעטער, איז אָפּגעהאַלטן געװאָרן אַ פּאַניכידאַ פֿאַר מאַשאַ באַשעװיטש, און װײַל דערבײַ זײַנען געהאַלטן געװאָרן אָנצינדנדיקע רעדעס און ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן געװאָרן אַ רױטע פֿאָן, איז דער צוזאַמענשטױס מיט דער פּאָליצײ געװען אַ סך ערנסטער. מע צײלט צװײ און צװאַנציק געהרגעטע און מער אַלס הונדערט שװער פֿאַרװוּנדעטע; אונטער זײ פֿיל פֿרױען און קינדער.

איצט איז רויִק“.

נומער זעקס: „אַלס נאָכװײעניש פֿונעם צוזאַמענשטױס איבער דער פּאַניכידאַ פֿאַר דער געהאָנגענער באַשעװיטש, האָט אין אײניקע פֿאַבריקן אױסגעבראָכן אַ שטרײַק, װעלכער פֿאַרשפּרײט זיך אױך אין אַנדערע שטעט. עס װערט געפּלאַנט אַן אַלגעמײנער באַן־שטרײַק.

אין די הױפֿן איז אָנגעגרײט מיליטער, אױף די גאַסן איז רויִק“.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

די לופֿט איז געװאָרן װאָס אַ טאָג געדיכטער און שטיקנדיקער. שװערע װאָלקנס האָבן באַצױגן דעם הימל. עס האָט זיך געטראָגן אַ ריח פֿון שװעבל. דער שטורעם האָט זיך געדריקט אַלץ נענטער און נענטער. יעדע מינוט האָט מען געקאָנט דערװאַרטן אַ װאָלקנברוך, אַן אױסגוס, אַ מבול.

נאָר אױב די טרױעריקע געשיכטע מיט מאַשאַ באַשעװיטש האָט אומעטום אַרױסגערופֿן אַזאַ שטורעם, קאָן מען זיך שױן פֿאָרשטעלן װאָס פֿאַר אַ רעש זי האָט באַדאַרפֿט אַרױסרופֿן אין דער שטאָט, װוּ מאַשאַ באַשעװיטש איז געבאָרן, װוּ כּמעט אַלע האָבן זי געקענט, װוּ אַ מינדסט קינד האָט געקאָנט אָנװײַזן אױף איר מיטן פֿינגער און זאָגן: „אָן גײט מאַשאַ“. די זעלבע שכנים פֿון ליפּאַ באַשעװיטש, װאָס פֿלעגן פֿריִער אַנטלױפֿן פֿון דעם האָלץ־ייִד מיט זײַנע חידושים־ונפֿלאָות פֿון זײַן טאָכטער מאַשאַ, די זעלבע גוטהאַרציקע לײַט האָבן מיטאַמאָל באַקומען רחמנות אױף דעם אָרעמען פֿאָטער אין זײַן גרױסן טיפֿן אומבאַשרײַבלעכן טרױער און האָבן באַקומען חשק צו טרײסטן מיט װערטער דעם, װאָס קאָן נישט זײַן געטרײסט, פֿאַרהײלן מיט אַ קרעכץ דעם גרױסן װײטיק, װאָס קאָן נישט אױסגעהײלט װערן קײנמאָל. די גוטהאַרציקע מענטשן, װאָס האָבן זיך קײנמאָל נישט אינטערעסירט מיט ליפּאַס טאָכטער, האָבן זיך מיטאַמאָל אָנגעהױבן דערמאָנען אָן דעם דאָזיקן מײדל מיט די אונטערגעשאָרענע האָר און אָן אירע אַלע גוטע מעלות, און יעדער האָט באַקומען חשק צו זאָגן דעם אומגליקלעכן פֿאָטער כאָטש אַ גוט װאָרט, און אַגבֿ זיך אױספֿרעגן בײַ אים, װיִאַזױ און װאָס און װען, און צי האָט ער עפּעס געהאַט פֿון איר בריװ די לעצטע צײַט, און װאָס האָט זי אים געשריבן, און צי ס'איז אמת איר אַנטלױפֿן פֿון דער טורמע, װי מע שרײַבט, און װיִאַזױ איז זי צו דערצו געקומען?

― דאַכט זיך, אַזױ איז זי געװען אַ מײדל, גאָרנישט, גלײַך מיט אַלע… גײ זײַ אַ נבֿיא, אַז פֿון דעם מײדל װעט אַמאָל אױסװאַקסן אַזאַ… אַזאַ… װאָס פֿון איר װעט רײדן די גאַנצע װעלט;

ליפּאַ באַשעװיטש, אין דער ערשטער מינוט, אַז ער האָט דערפֿאַרן פֿונעם גרױסן אומגליק, האָט ער זיך אױסגעריסן אַ שטיק באָרד, זיך געלאָזט לױפֿן מיט אױסגעשטרעקטע הענט, אַלײן נישט צו װיסן, װוּהין ער לױפֿט. נאָכדעם האָט ער זיך אומגעקערט צוריק, אַראָפּגעװאָרפֿן די שטיװל פֿון די פֿיס, זיך אָנגעריסן די לאַץ פֿון דער סײַ־װי־סײַ צעריסענער קאַפּאָטע, געריסן קריעה אױך מיט װײַב און קינדער, און אַלע האָבן אַװעקגעזעצט זיך „שיבֿעה“. נאָר אײן אַליק (אַ בחורל פֿון אַכצן יאָר) האָט נישט געװאָלט זיך אַװעקזעצן אױף דער ערד. ער האָט נישט אַרױסגעלאָזט אַפֿילו קײן טרער. עס האָט זיך אים נאָר אָנגעצונדן דאָס פּנים, די אױגן זײַנען בײַ אים געװאָרן װי איבערגעקערט, זיך אַ טאַפּ געטאָן אין די הױזן־קעשענעס און אַ זאָג געטאָן:

― טאַטע! איך פֿאָר גלײַך אַהין. איך בעט אײַך, איר זאָלט מיך נישט צוהאַלטן.

און עס האָבן נישט געהאָלפֿן נישט דעם טאַטנס בײזערן זיך, נישט דער מאַמעס טרערן, נישט דאָס געװײן פֿון די קלענערע קינדער, ― אַליק איז אַװעק און איז װי אין װאַסער אַרײַן. װוּ איז אַהינגעקומען אַליק ― װײס נישט ליפּאַ באַשעװיטש. לאָזט אים צורו ― ער װײס נאָר אײן זאַך: ער װײס, אַז ער האָט געהאַט אַ מאַשאַ, װאָס קײנער פֿאַרמאָגט נישט אַזאַ מאַשאַ, און איצט איז זי נישטאָ! ליפּאַ װײס, אַז די גאַנצע שטאָט, די גאַנצע װעלט װיגט זיך מיט זײַן מאַשאַ! אַפֿילו איציקל שאָסטעפּאַל, װאָס פֿלעגן פֿון אים אַנטלױפֿן, שטעלט זיך אױך הײַנט אָפּ אַלעמאָל, װען ער דערזעט אים, און פֿרעגט זיך אױס אױף מאַשאַן. פֿון איציקלס טאָכטער שמועסט מען נישט! װען נישט זי, װאָלט ער מיט זײַן װײַב און קינדער שױן לאַנג אױסגעגאַנגען פֿון הונגער… אַפֿילו גױים, קריסטן, סטודענטן האַלטן אָפּ פּאַניכידעסпанихиды: מעמאָריאַלן, אומעטום, אומעטום, דאָ אױך, עס װעט הײַנט זײַן, זאָגט מען, אין דער גרױסער שול אַן אַסיפֿה, אַ מין הזכּרת־נשמות. אַהינצו דאַרף מען גײן, כאָטש אַפֿילו זײַן װײַב שלאָגט אים אָפּ דערפֿון. זי זאָגט: מע דאַרף נישט גײן. נאָר װאָס װײס אַ ייִדענע? למאַי זאָל מען נישט צולאָזן אים דאָס שטיקל פֿאַרגעניגן, האָרכן, װאָס לײַטן װעלן זאָגן װעגן זײַן מאַשאַן?… און ליפּאַ לאָזט זיך גײן אין דער גרױסער שול, און טרעפֿט אינדרױסן שױן אַזאַ עולם, װאָס ער האָט שױן לאַנג אַזעלכן נישט געזען. דער גרעסטער מיליאָנער זאָל שטאַרבן, װעט ער נישט צונױפֿנעמען אַזאַ עולם! און אינעװײניק אין שול װאָס טוט זיך! מע קאָן דען אַהין אַרײַן? מע לאָזט דען? אַ גליק, װאָס מע האָט אים דערקענט.

― דעם פֿאָטער!… לאָזט אַרײַן דעם פֿאָטער!…

און ליפּאַ באַשעװיטש גײט מיט גדלות, קױם װאָס מע שטופּט אים דורך, אַהין אַרױף, אַרױף, װוּ איציקל שאָסטעפּאַל, װוּ די בערנשטײנס מיט די הײַלפּערנס מיט די אַלע איבעריקע גרױסע… ער זעט פֿאַר זיך אַ סך באַקאַנטע פּנימער. דעם אַפּטײקער סאַפֿראַנאָװיטש, נחמיה דעם שוסטער מיט זײַנע בנים, יודל קטנתּי און נאָך און נאָך… אַלצדינג איז דעקאָרירט מיט טרױער, באַהאַנגען מיט שװאַרצן… אַן אומעט איז אױסגעגאָסן אױף אַלע פּנימער… מאַנצבילן און װײַבער צוזאַמען… אױף דער בימה שטײט עפּעס אַן אומבאַקאַנט בחורל מיט געלע האָר, שײַנט אים אַ סטודענטל צו זײַן, אױב נישט דעם אַפּטײקערס זונדל, און האַלט זײער אַ פֿײַעריקע רעדע. ליפּאַ פֿאַרשטײט אים נישט… רײדן רעדט ער אַפֿילו זײער שײן, זיס, געשמאַק, נאָר ער פֿאַרשטײט אים נישט… פּסוקים גאַנצע ברענגט ער… פּילגש בגבעה… סדום און עמורה… דור־המבול… דער עולם װישט די אױגן, און אים, דעם פֿאָטער, גאָרנישט; און ער פֿאַרשטײט אַלײן נישט, פֿאַרװאָס אים איז גאָרנישט… און אַפֿילו נאָכדעם, װען עס קומט אַרױף דער חזן מיטן כאָר, און דער כאָר הײבט אָן זינגען, און דער חזן פּיסקלט זיך, און עס לאָזט זיך הערן דער טרױעריקער װײנענדיקער נוסח אױסגעצױגן: „אל מלא רחמים“… און די שול װערט פֿול מיט געװײן… עס װײנען יונגע קינדער… עס װײנען אַלטע ייִדן…װײַבער חלשן… און ער, דער פֿאָטער, גאָרנישט; און ער פֿאַרשטײט אַלײן נישט, פֿאַרװאָס אים איז גאָרנישט… נאָר אַז עס קומט צו די װערטער: את נשמת הבתולה מרים גיטל בת רב ליפּאַ שהלכה לעולמה“, ― דערפֿילט דער אומגליקלעכער פֿאָטער, װי עפּעס מיטאַמאָל האָט זיך געגעבן אַ ריס אָפּ בײַ אים אין האַרצן, אַ שטיק אַרױף אין גאָרגל און אַ זעץ, װי מיט אַ האַמער, איבערן מוח, און עס רײַסט זיך אַרױס בײַ אים פֿונעם האַלדז, נישט װי בײַ אַ מענטשן, נאָר װי בײַ אַ געקױלעטן אָקס, אַרױף און אַראָפּ, און ער אַלײן דערשרעקט זיך פֿאַר זײַן משונהדיקן קול און צעלאַכט זיך פֿון זײַן אָקסן־שטימע שטיל צו זיך אין באָרד אַרײַן… און דער כאָר הערט נישט אױף צו זינגען, און דער חזן הערט נישט אױף צו מאַכן פּיסקעס, באַװײַזן, װאָס ער קאָן… און דער אָרעמער ליפּאַ פֿילט, אַז ער האָט פֿאַרגעסן אין דער מינוט, צו װאָס ער איז אַהער געקומען, און װאָס טוט דאָ דער עולם? און אַז אױף דער בימה גײט אַרױף אַ נײַער פּאַרשױן, עפּעס אַן אומבאַקאַנטער, אַ געזונטער, אַ באַװאַקסענער, אַ האָריקער, װי אַ בער, מיט אַ שטימע פֿון אַ בער, און דונערט מיט זײַן בערן־שטימע: „װײסט איר, װער איז געװען מאַשאַ באַשעװיטש!“ ― דאָ דערמאָנט זיך ליפּאַ, צו װאָס ער איז אַהער געקומען און װאָס עס טוט דאָ דער עולם… נאָר ער קאָן נישט פֿאַרשטײן אײן זאַך: װאָס זאָגט עפּעס אָט דער באַװאַקסענער נפֿש אױף זײַן מאַשאַ, אַז זי איז געװען? װאָס הײסט, זי איז געװען? נו, און איצט װוּ איז זי?… און בשום־אופֿן קאָן זיך ליפּאַ באַשעװיטש נישט דערמאָנען, װוּ זײַן טאָכטער מאַשאַ איז?… און ליפּאַ באַשעװיטש קאָן נישט פֿאַרשטײן װאָס טוען די סאָלדאַטן אין שול? סאָלדאַטן רײַטנדיק אױף פֿערד? און װאָס לױפֿט אַזױ דער עולם? װאָס שפּרינגט מען דורך די פֿענצטער? פֿאַר װאָס אַ מהומה אױף זײ? װאָס פֿאַר אַ בהלה? און אַ זעץ פֿון אַ „נאַגײַקע“ ניכטערט אים אױס, און מע טרײַבט אים צוזאַמען מיט נאָך מענטשן אין אוטשאַסטאָק אַרײַן, און דאָרטן אין הױף שרײַבט מען זײ איבער, און אַז עס קומט צו אים, גיט מען אים האַלדז אין נאַקן און מע װאַרפֿט אים אַרױס:

― איר זעט נישט, אַז דער אַלטער איז גערירט?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― דער רוח האָט מיך געטראָגן אין שול אַרײַן! ― האָט געזאָגט איציקל שאָסטעפּאַל, נאָכדעם אַז ער איז אַרױס פֿון שול פֿרײַ, אָפּגעקומען סך־הכּל מיט אײן נאַגײַקע אין פּלײצע. ― אַ גליק, װאָס איך בין אַ רײנער מענטש און בין נישט פֿאַרמישט אין די „דאָזיקע“ זאַכן…

― װאָס דו ביסט נישט פֿאַרמישט אין די „דאָזיקע“ זאַכן איז פֿון די קלײניקײטן; זעסטו, דאָס, װאָס אונדזער טעמע איז אַרױס פֿון זײערע הענט רײן ― דאָס איז יאָ אַ גליק!

אַזױ ענטפֿערט אים זײַן פֿרױ שיװקע און דאַנקט גאָט יעדן טאָג, יעדע שעה, יעדע מינוט, װאָס איר טאָכטער איז מיט איר. איר זאָגט דאָס האַרץ, ― אַ מוטערס האַרץ פֿילט ― אַז נישט אױף לאַנג האָט איר גאָט געשענקט די מתּנה; איז נישט הײַנט ― איז מאָרגן װעט חלילה קומען אַן אױסכאַפּעניש אױף איר קינד.

אַזױ האָט זיך אַביסל דורכגערעדט דאָס האַרץ שיװקע שאָסטעפּאַל פֿאַר איר קעכין חוה די ייִדענע, און קײנער האָט זי נישט געקאָנט אַזױ פֿאַרשטײן און אַזױ מיטפֿילן איר, װי חוה די ייִדענע, װאָס האָט אַלײן אױך געהאַט אַן „אומגליק“.

חוה דער ייִדענעס „אומגליק“ איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס זי האָט געהאַט אַ זון אַן „אומגליק“. געהײסן האָט ער שמואליק, נאָר גערופֿן האָט זי אים „דער אומגליק“.

― גלאַט, מע טאָר נישט זינדיקן, נאָר דעם אמת פֿאַרלײקענען טאָר מען אױך נישט. גאָט האָט מיך געבענטשט מיט אַן אומגליק. אַזױ אַ קוק טאָן אױף דער מצבֿה, דאַכט זיך, אַ גאַנץ פֿײַנער בחור, אַ הױכער, אַ גלאַטער, אַ לעבעדיקער, און רעדט מיט אים ― דאַכט זיך, נישט קײן נאַר אױך, און אַ שטילער, אַ סטאַטעטשנער בחור, און אַן אַרבעט־יונג, גאָלדענע הענט! ער איז אַ זײגער־מאַכער; זײַן בעל־הבית, יאָסי דער זײגער־מאַכער, קאָן זיך פֿון אים גאָרנישט אָפּלױבן. אַז מע שמועסט אַ געראָטענער! איז אָבער דער שװאַרץ יאָר זאָל אים װיסן ― זינט ער האָט זיך „זניוכעטзнюхіт: געשמעקט“ מיטן שוסטערס בנימלעך, פֿאַרכאַפּט זאָלן זײ אײַך װערן, איז דאָס קינד געװאָרן אַן אַנדער קינד! ערשטנס, װאָס פֿאַר אַ מחותּן ביסטו גלאַט מיט אַ שוסטערס אַ ייִנגל? דײַן טאַטע איז נישט געװען קײן שוסטער, און דײַן זײדע אױך נישט… װאָלט דאָס נאָר נישט געװען אַזאַ אומגליק, װען ער זאָל נישט לײענען קײן ביכלעך פֿון עקספּראָ… טפֿו! איר האָב פֿאַרגעסן, װי ס'הײסט! ― און ער זאָל נישט מישן זיך אין פֿרעמדע געשעפֿטן, דאַרן דעם קאָפּ פֿאַר יענעמס אַרבעטער. װאָס גײט דיך אָן, צי יענעמס אַרבעטער װעלן אַרבעטן צװעלף שעה, צי פֿערצן, צי אַכצן שעה? פֿון מײַנעט װעגן מעגן זײ זיך שלאָגן קאָפּ אָן װאַנט מיט די בעלי־בתּים אינאײנעם אַפֿילו זעקס־און צװאַנציק שעה אין מעת־לעת. װאָס, אפֿשר נישט אַזױ?…

― געװיס אַזױ! ― זאָגט שיװקע און קוקט זיך אַרום, צי טאַמאַראַ הערט נישט זײער שמועס. ― ס'איז הײַנט מיט זײ אומעטום צרות און צרות און צרות!

פֿריִער, אײדער די טאָכטער איז געקומען פֿון פּעטערבורג, האָט זי געצײלט די מינוטן, זי זאָל שױן קומען בשלום, און אַז זי האָט דערהערט, אַז עס זײַנען געשלאָסן אַלע גימנאַזיעס און אוניװערסיטעטן, האָט זיך שיװקע פּשוט מחיה געװען.

אַן עק, אַ סוף ― מע װעט אױפֿהערן שטודירן, מע װעט שױן קאָנען אַמאָל אַ שידוך טאָן מיט אַ קינד, שױן צײַט…

צום סוף, גײ זײַ אַ נבֿיא, אַז מע װעט נישט לערנען, װעט זײַן נאָך ערגער! װאָרעם װאָס קאָן נאָך זײַן ערגער פֿון דעם, װי זען אַ קינד גײט אַרום װי אַ שאָטן, נודעט זיך, װערט פֿאַרפֿאַלן אױף צװײ־דרײַ שעה, מע װײס נישט װוּ, גיט זיך אָפּ מיט פּוסטע זאַכן, פֿירט קענטשאַפֿט מיט אַזעלכע מענטשלעך, װי דעם שוסטערס קינדער, ― אָסור אױב זי פֿאַרשטײט, װאָס דאָס איז מיט איר! הײַנט די שרעקן, װאָס מע הערט זיך אָן אַצינד! הרגענען, שיסן, אױפֿרײַסן איז הײַנט געװאָרן אַ װאָכעדיקער גאַנג, און דאָ רעדט מען ערשט פֿון אומגליקן, פֿון בלוט־פֿאַרגיסונגען, װאָס װעלן זײַן!… גװאַלד, װיִאַזױ לעבט מען איבער אָט די אַלע פּחדים?!

דעם זעלבן טאָג, אױף דער נאַכט, איז בײַ טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל געװען אַ שטיקל פֿאַרזאַמלונג. פֿון פֿאַרנאַכט אָן האָט זי געהײסן צומאַכן די לאָדן און געבעטן מאַכן טײ. אַרום זײגער עלף האָבן זיך אײנציקװײַז אָנגעהױבן צונױפֿקלײַבן, און מײסטנס אױף דער הינטערשטער טיר, יונגעלײַט, צװישן װעלכע עס זײַנען געװען דעם שוסטער צװײ בנים, יודל קטנתּיס אַ זונדל, הײַנט דער באַװאַקסענער האָריקער נפֿש, נײַדיטש, און צום לעצט (אַחרון אַחרון חבֿיבֿ) האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אױך שמואליק, חוה דער ייִדענעס ייִנגל. די גאַנצע צײַט, װאָס די יונגעלײַט זײַנען געגאַנגען, האָט איציקל שאָסטעפּאַל נישט גערוט, געקנײטשט מיט די פּלײצעס, אױפֿגעכאַפּט זיך פֿונעם אָרט און אַרומגעלאָפֿן איבערן שטוב, פֿאַרלײגט די הענט אַרונטער, און געפֿײַערט מיט די אױגן ― מלא־גזלן! נאָר אַז ער האָט דערזען אַרײַנגײן צו דער טאָכטער דער קעכינס בנאָק, איז ער געװאָרן געפּלעפֿט, אַנידערגעפֿאַלן אױף דער קאַנאַפּע, זיך געכאַפּט מיט בײדע הענט בײַם קאָפּ און גענומען שאָקלען זיך און שרײַען:

― גװאַלד! גװאַלד! גװאַלד!…

― איצי! גאָט איז מיט דיר! ― זאָגט צו אים שיװקע, און איציקל מאַכט צו איר מיט די הענט און לײגט צו אַ פֿינגער צום מױל:

― שאַ! שטילער! שרײַ נישט! דו מאַכסט אונדז אומגליקלעך!… אומגליקלעך מאַכסטו אונדז!… מיר הערן נישט! מיר זעען נישט! מיר װײסן גאָרנישט! מיר זײַנען נישטאָ אין דער הײם ― שששאַ!!! …

קאַפּיטל 6.
אַ ביטער שטיקל צײַט

איציקל שאָסטעפּאַל איז פֿונדעסטװעגן נישט געשלאָפֿן. ער האָט געטאָן װאָס ער האָט געקאָנט. אַז מע האָט אַזאַ טאָכטער, אַזאַ געראָטענע טאָכטער, װי ער האָט, באַדאַרף מען זען זי חתונה מאַכן, איר רײדן אַ שידוך. נאָר װיִאַזױ? געװײנטלעך, אױפֿן נײַעם שטײגער, מאָדערן, נאָך דער צײַט. די רעכטע האַנט טאָר נישט װיסן װאָס די לינקע טוט. חתן־כּלה אַלײן דאַרפֿן נישט װיסן, אַז זײ זײַנען חתן־כּלה. דער שדכן דאַרף שטײן אין אַ זײַט, און דער בחור דאַרף זיך באַקענען מיטן מײדל און אַרומטאַנצן אַרום איר אַזױ לאַנג, ביז די צײַט װעט קומען. ביז די שעה װעט שלאָגן … נישטאָ קײן שענערע זאַך אױף דער װעלט, װי זען אַ בחור, אָדער עטלעכע בחורים טאַנצן אַרום אַ מײדל, װילן זיך אױספֿײַנען פֿאַר איר, איבערשטײַגן אײנער דעם אַנדערן.

אַרום טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל האָבן געטאַנצט פֿײַנע בחורים, די פֿײַנסטע בחורים אין שטאָט. און מחמת זײ האָבן געטאַנצט אַרום אַזאַ רעװאָלוציאָנערקע, װי שאָסטעפּאַלס טאָכטער, זײַנען זײ געװאָרן, זעלבסט־