אין שטורעם: 2.4: איציקל שאָסטעפּאַל גײט אַרום אָן אַ קאָפּ

שלום עליכם (אַלע װערק)

אױסגעשטערנטן הימל האָט אַראָפּגעקוקט מיט אַ זילבערנעם שמײכל די לבֿנה, לאַנגזאַם און מאַיעסטעטיש געשפּאַצירט, װען־נישט־װען זיך אונטערגעטוקט און טובֿל געװען אין אַ פֿאַרבײַלױפֿנדיק רױכיק װאָלקנדל, באַהאַלטן זיך אױף אַ מינוט, און װידער אַרױס אױפֿן ברײטן פֿרײַען הימל, צװישן די פֿינקלדיקע קלײנע שטערנדלעך, װאָס קוקן זיך איבער, שעמערירן און פּינטלען און סודען זיך צװישן זיך, רײדן פֿון גאָט און פֿון זײַנע אוצרות װעלטן, מיליאַרדן װעלטן! אַלצדינג, אַלצדינג שלאָפֿט. אַלע פֿענצטער זײַנען צו, אַלע פֿײַערס זײַנען אױסגעלאָשן. אַלץ, אַלץ שלאָפֿט אין דער דאָזיקער פֿרילינגס־נאַכט, אין דער דאָזיקער ערשטער נאַכט פֿון פּסח. נאָר אײן פֿענצטער אין אײַן הױז אױף װאַסילטשיקאָװער גאַס איז אָפֿן אין דער דאָזיקער נאַכט, און נאָר אײן װאַכנדיקער מענטש, טאַמאַראַ, שטײט און קוקט אַרױס פֿונעם אײנציקן אָפֿענעם פֿענצטער אינדרױסן אַרױס, שיקט איר בליק צו דער העל־זילבערנער לבֿנה און צו די מיליאַרדן פֿינקלדיקע װעלטן, װאָס הײסן שטערן, און טרוקן זײַנען די אױגן, און פֿאַרשטײנערט איז דאָס האַרץ, און דער קאָפּ איז פֿאַרטומלט, און נישט ליב איז איר די שײנע גרױסע װעלט, און פֿרעמד איז דער װײַטער, טיפֿער הימל, און װיסט איז די ערד, און פּוסט און לער איז אַלץ אַרום און אַרום, און אַ שױדערהאַפֿטער עלנט, און אַ מוראדיקער צער, און אַ קאַלטער צאָרן נעמען אַרום די נשמה, װי מיט צװאַנגען, און עס װילט זיך איר שרײַען, שרײַען, שרײַען…

קאַפּיטל 4.
איציקל שאָסטעפּאַל גײט אַרום אָן אַ קאָפּ

פֿון דער ערשטער מינוט, װאָס טאַמאַראַ איז געקומען פֿון פּעטערבורג, האָט איציקל שאָסטעפּאַל נאָך נישט געהאַט קײן גוטע מינוט.

דער אומגליקלעכער פֿאָטער האָט נישט געקאָנט איבערקײַען, װאָס דעם אַפּטײקערס זונדל קומט אַרײַן צו אים אין שטוב אַרײַן פֿראַנק און פֿרײַ, אַלעמאָל אױסגעפּוצט װי אַ כּלה, װאַרפֿט אַראָפּ די הענטשקעלעך, גיט אים, איציקל שאָסטעפּאַלן, די האַנט. און אױך שיװקען גיט ער די האַנט, און האַלט זיך בײַ אים אין שטוב װי „עפּעס אַ גאַנצער רב שמעלקע“! און שענער פֿון אַלץ איז דאָס, װאָס שיװקע אַלײן האָט שױן אָנגעהױבן פֿאַרענטפֿערן די טאָכטער, געפֿינען אַ זכות אױפֿן אַפּטײקערס זונדל. לױבן אים, אַז ער איז אַ גאַנץ װױל בחורל. ― מערקװירדיק! זינט די טאָכטער איז געקומען פֿון פּעטערבורג, איז די שטוב געװאָרן אַן אַנדער שטוב, דאָס לעבן ― אַן אַנדער לעבן, און אַפֿילו דאָס װײַב ― אַן אַנדער װײַב. ס'איז גאָרנישט די שיװקע, װאָס פֿריִער! אַמאָל פֿלעגט זי האָבן דרך־ארץ, ציטערן, װיסן נאָר צובאָמקען צו אַלצדינג, װאָס ער, איציקל, האָט געזאָגט. איצט איז זי געװאָרן אַ גאַנצער מענטש! זי זאָגט שױן אױך מבֿינות אױף אַ מענטשן: דעם אַפּטײקערס זון קומט אױס בײַ איר אַ גאַנץ װױל בחורל!

― אפֿשר װאָלסטו געזאָגט, איך זאָל מיך משדך זײַן מיטן טרײפֿניאַק דעם אַפּטײקער? ― פֿרעגט איציקל אין אַ שפּאַס בײַ זײַן װײַב שיװקע, און באַקומט פֿון איר אַן ענטפֿער דורך אַ פֿראַגע, װי געװײנלעך:

― פֿאַרװאָס נישט?

― אפֿשר איז שױן בײַ זײ אַן אָפּגעמאַכטע זאַך? ־ פֿרעגט װײַטער איציקל.

― פֿון װאַנען װײס איך, אַז נײן? ― ענטפֿערט אים שיװקע אַלץ מיט דעם זעלבן שטײגער, מיט אַ פֿראַגע אױף אַ פֿראַגע.

― קאָן זײַן, אַז אינגיכן זאָל אונדז קומען מזל־טובֿ?

― פֿאַרװאָס זאָל דאָס נישט קאָנען זײַן?

― דאָס װאָלט איך, דאַכט מיר, געמעגט װיסן פֿריִער פֿון דיר?

― װוּ שטײט דאָס געשריבן?

― טפֿו זאָל דאָס װערן!

קײן פֿאָטער זאָל נישט װיסן פֿון אַזעלכע צרות, װי אונדזער אומגליקלעכער פֿאָטער שאָסטעפּאַל, אַז ער מוז זיך אַװעקשטעלן רײדן מיט דעם געלן בחורל, דעם אַפּטײקערס זונדל, פֿון ייִדישקײט, פֿון ציוניזם און פֿון נאָך כּדומה אַזעלכע זאַכן, װאָס ער װאָלט קײנמאָל פֿון דעם מיט אַזאַ שנעק נישט גערעדט!

סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש אָבער איז נאָך פֿון די אומגליקן, װאָס מע לאָז אַריבערטראָגן. אַ סך ערגער איז דאָס, װאָס אַלע טאָג װערט די טאָכטער פֿאַרפֿאַלן אױף אַ שעה אָדער אױף צװײ, דאָס הײסט, זי טוט זיך אָן, גײט אַװעק און זאָגט נישט, װוּהין, שױן פֿון אַ צײַט, אַז דער פֿאָטער האָט דאָס באַמערקט. ער װיל זי פֿרעגן, און װײס נישט, װיִאַזױ ער זאָל דאָס טאָן. ער האָט איר אַ פּאָר מאָל אַפֿילו אַ זאָג געטאָן: „װוּהין איז?” און האָט באַקומען אַן ענטפֿער: „איך קום באַלד צוריק“. ער האָט געפּרוּװט דורכן װײַב, טאָמער װעט ער עפּעס געװאָר װערן, װײס זי אױך נישט מער פֿון אים.

― װיִאַזױ װײס דאָס נישט אַ מאַמע װוּהין די טאָכטער גײט? ― פֿרעגט איציקל בײַ זײַן פֿרױ און באַקומט באַלד אױסגאָב מיט דער זעלבער פּראַגע:

― װיִאַזױ װײס דאָס נישט אַ טאַטע, װוּהין זײַן טאָכטער גײט?

אױסלאָזן דעם כּעס צום װײַב לאָזט ער שױן נישט אױס, אַזױ װי פֿריִער. זינט די טאָכטער איז אַ היגע, האָט די מוטער שטאָלץ און שטאַרקײט קעגן אים, און בײדע, די מוטער מיט דער טאָכטער, האָבן װי געשלאָסן צװישן זיך אַ פֿאַרבאַנד קעגן אים, און האָט ער געװאָלט פּרוּװן אָפּשפּילן דעם װײַב אַ מיזמור, מאַכן איר אַ סקאַנדאַל, װי ער איז געװױנט געװאָרן, אַזױ האָט זיך אַרױסגעשטעלט די טאָכטער, זיך אָנגענומען די קריװדע פֿון איר מוטער, און דװקא מיט גוטע רײד…

איציקל שאָסטעפּאַל מוז אָבער אומבאַדינגט װיסן, װאָס איז דאָס מיט זײַן טאָכטער געװאָרן? װאָס גײט זי אום אין שטוב, אַזױ װי אַ שאָטן? װאָס איז דאָס פֿאַר אַן עובֿדה אַװעקגײן אַלע טאָג אױף צװײ שעה און נישט זאָגן: װוּהין? מיט װעמען זעט זי זיך? װאָס טראַכט זי זיך?

און דער פֿאָטער איז געװאָרן אַ שפּיאָן. ער האָט גענומען נאָכקוקן דער טאָכטער, װוּהין זי גײט, און ער האָט זי געפּאַקט. ער איז אײנמאָל אומבאַמערקט נאָכגעגאַנגען פֿון הינטן און האָט דערזען, װי זי האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט צום לערער ראָמאַנענקאָ אין הױף אַרײַן און איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן.

איציקל שאָסטעפּאַלס קאָפּ איז שיִער נישט צעשפּאָלטן געװאָרן קלערנדיק: װאָס טוט זײַן טאָכטער בײַ ראָמאַנענקאָן? אַלערלײ מיאוסע מחשבֿות, אײנע מיאוסער פֿון דער אַנדערער, איז אים דורכגעפֿלױגן אין קאָפּ. אַז זײַן טאָכטער איז גוט באַקאַנט מיטן יונגן ראָמאַנענקאָ ― דאָס װײס ער. ער װײס אָבער דאָס אױך, אַז דער יונגער ראָמאַנענקאָ איז נישט הי, אַז ער זיצט ערגעץ אײַנגעשפּאַרט און אַז ס'איז נישטאָ פֿון אים קײן שום ידיעה. צו װעמען זשע קאָן זי קײן? צו די עלטערן? װײס ער אָבער, אַז ראָמאַנענקאָס פֿאָטער איז אַ צורר־היהודים ― און אָט דאָ ערשט קומט דער מיאוסטער פֿון אַלע געדאַנקען: װײַל ער איז אַ צורר־היהודים, גײט אַהין זײַן טאָכטער!… װײַל ער איז אַן אַנטיסעמיט, האָט ער אַן אױג אױף זײַן, איציקל שאָסטעפּאַלס, טאָכטער, ― און דער דאָזיקער מיאוסער געדאַנק מאַכט דעם אומגליקלעכן פֿאָטער משוגע, און ער קאָן זיך גאָר קײן אָרט נישט געפֿינען!… ביז די טאָכטער קומט צו גײן. און אַז די טאָכטער קומט צו גײן, רעדט ער מיט איר פֿון פֿאַרשײדענע זאַכן, און מער ― פֿון ייִדן, גױים, אונדזער גלױבן, זײער גלױבן… פֿאַרקוקט איר אין די אױגן אַרײַן, טאָמער װעט ער עפּעס פֿון איר אַרױסגעפֿינען, ― אומזיסט די אַרבעט! טאַמאַראַ איז די אײגענע, װאָס תּמיד, סײַדן נאָר דאָס, װאָס אירע אױגן זײַנען מער פֿאַרטראַכט, װי אַלעמאָל, און אַביסל בלאַס איז דאָס פּנים, און אַז מע פֿרעגט זי עפּעס, ענטפֿערט זי נישט באַלד, און אַז עס קומט צו איר צו גײן דעם אַפּטײקערס זונדל, היצט זי זיך נישט, װי זי פֿלעגט זיך היצן ביז אַהער; זי לאָזט אים רײדן, און אַלײן גײט זי אַרום מיט איבערגעלײגטע הענט אױפֿן האַרצן, אָדער זי קוקט אױף אים מיט אַזעלכע אױגן, װאָס ס'איז גרינג צו דערקענען, אַז זי הערט אים נישט, װאָרעם אירע מחשבֿות זײַנען װײַט פֿון דאַנען…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אײנמאָל איז איציקל שאָסטעפּאַל געקומען אַהײם אַ פֿאַרטראָגענער, אַ צערײצטער פֿון זײַנע פֿאַרפּלאָנטעטע עסקים מיט „קאַזנאַ“, פֿון די אַדװאָקאַטן, װאָס האָבן געצױגן בײַ אים די עצמות, און פֿון די „טשינאָװניקעס“, װאָס האָבן „געבראַקעװעט“.

― װוּ איז דאָס קינד? ― פֿרעגט ער זיך נאָך בײַם װײַב.

― פֿון װאַנען זאָל איך װיסן? ― ענטפֿערט זי אים, װי איר שטײגער איז.

― װאָס הײסט פֿון װאַנען זאָלסטו װיסן?

― נו־יאָ, פֿון װאַנען זאָל איך װיסן?

― ביסט אַ מאַמע, צי נײן?

― און אַז איך בין אַ מאַמע, איז װאָס דערפֿון געדרונגען?

― װוּ איז די „באַרישני“ ― פֿרעגט שאָסטעפּאַל בײַ די מענטשן.

― די „באַרישני“ איז בײַ זיך אין אַלקער.

― בײַ זיך אין אַלקער? ― ער לאָזט זיך גײן צו דער טאָכטער אין אַלקער אַרײַן.

אָנגעקלאַפּט אין טיר, האָט זיך דערהערט אַ קול:

― װער איז?

― ס'איז איך! ― דער פֿאָטער טרעט אַריבער די שװעל און ער דערזעט אױפֿן בעטל ליגן זײַן טאָכטער מיטן פּנים אַרױף. די הענט פֿאַרװאַרפֿן אונטערן קאָפּ, אױפֿן האַרצן אַ בלאַט צײַטונג. די אױגן רױטלעך, װי פֿאַרװײנט. ער גײט צו צו איר נאָענט, לײגט אַרױף די האַנט צו איר אױפֿן קאָפּ.

― װאָס איז דיר, טאָכטער?

― גאָרנישט.

― ביסט עפּעס נישט מיט אַלעמען?

― דער קאָפּ אַביסל טוט מיר װײ.

― אפֿשר, דעם דאָקטער?

― נײן, נײן! נאָר נישט קײן דאָקטער!

איציקל שאָסטעפּאַל קען שױן זײַן טאָכטער. אַז זי זאָגט נײן, איז נײן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דעם זעלבן טאָג, פֿאַרנאַכטלעך, אַז די זון האָט געהאַלטן בײַ זעצן זיך, פֿאַרפֿאַרבט דעם אונטערשטן טײל הימל מיט רױטן, האָט צום אַפּטײקער אין טיר אָנגעקלונגען איציקל שאָסטעפּאַל. זינט זײ זײַנען שכנים איז עס דאָס ערשטע מאָל, װאָס שאָסטעפּאַל האָט אָנגעקלונגען צו זײַן שכן דעם אַפּטײקער. אױף זײַן קלונג האָט זיך באַװיזן אַ שװאַרץ בחורל מיט געקרײַזלטע הערלעך און מיט אַן אױסגעבױגענער נאָז. דאָס איז געװען סאַשאַס חבֿר, שמעון קעסלער.

― דעם אַפּטײקערס זונדל איז אין דער הײם? ― פֿרעגט אים שאָסטעפּאַל און האָט שױן חרטה, װאָס ער האָט אָנגעקלונגען.

― סאַשאַ? ― מאַכט צו אים קעסלער. ― ער איז דאָ. ער לערנט. קומט אַרײַן. סאַשאַ! קום נאָר אַהער.

― אױף דעם אױסרוף קומט אָן דעם „אַפּטײקערס זונדל“, דערזעט טאַמאַראַס פֿאָטער פּלוצעם בײַ זיך אין שטוב, װערט מבֿולבל און צינדט זיך אָן, װי אַ פֿײַער.

― איר דאַרף דיך… איך דאַרף אײַך עפּעס פֿרעגן. ― מאַכט צו אים שאָסטעפּאַל און קוקט אױף סאַשאַס חבֿר קעסלער. סאַשאַ שטױסט זיך אָן, אַז דער חבֿר קעסלער איז דאָ איבעריק.

― שמעון, גײ אַרױס אױף אַ װײַלע, ― זאָגט סאַשאַ צו זײַן חבֿר קעסלער און בעט איציקל שאָסטעפּאַל זיך זעצן.

איציקל שאָסטעפּאַל קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.

― האָט איר נישט אַ באַזונדערן חדר? ― פֿרעגט ער בײַ סאַשאַן.

― קומט אַרײַן צו מיר אין קאַבינעט, ― זאָגט צו אים סאַשאַ זײער פֿרײַנטלעך און פֿירט אים אַרײַן צו זיך אין אַ קלײן, רײן, ליכטיק חדרל. איציקל שאָסטעפּאַל באַטראַכט דאָס חדרל, װאָס איז פֿול מיט ספֿרים און ביבער און צײַטונגען, ייִדישע צײַטונגען.

איציקל שאָסטעפּאַל אָטעמט אָפּ און רופֿט זיך אָן צו סאַשאַן:

― דאָס איז זײער שײן פֿון אײַך, װאָס איר זיצט נישט לײדיק, יונגעלײַט, װאָס איר טוט עפּעס, װאָס איר זאָרגט פֿאַרן כּלל־ישׂראל … מיר קאָנען נישט, מיר האָבן קײן צײַט נישט, טאָג װי נאַכט פֿאַרטאַרעראַמט, איר זעט דאָך, געשעפּטן, פּאָדריאַדן, עסקים…

― אָט דאָס איז טאַקע די צרה, ― זאָגט צו אים סאַשאַ ― װאָס איר זענט פֿאַרטאַרעראַמט מיט אײַערע געשעפֿטן, פּאָדריאַדן, און מיר זײַנען פֿאַרטאַרעראַמט מיט אונדזערע געשעפֿטן, און דערװײַל דאָס ייִדישע פֿאָלק גײט אונטער…

― אָט־אָט־אָט! ― מאַכט צו אים דער גאַסט און װײַזט אים מיטן פֿינגער, אַז ער האָט געטראָפֿן אין רעכטן קאַרב אַרײַן. ― גערעכט! לאָמיך האָבן אַזאַ יאָר, װי איר זײַט גערעכט! די אײגענע טענות האָב איך מיט מײַן טאָכטער: צו װאָס טױג אונדז, זאָג איך, זיך פֿאַרנעמען מיט פּאָליטיק, רעװאָלוציעס־שמוציעס? הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן, זאָג איך, עס װעט זיך דאָך געװיס אױסלאָזן, זאָג איך, צו אונדזערע קעפּ. מיט אַ קעשענעװ, מיט אַ פּאָגראָם און מיט אַרױסטרײַבן, זאָג איך, ייִדן

פֿון די דערפֿער און פֿון די שטעט, זאָג איך. אָט האָב איך, זאָג איך, צו טאָן מיט פּריצים, טײַטן זײ, זאָג איך, מיט די פֿינגער און װײַזן אָן אױף אונדז, אַז אומעטום זײַנען מיר שולדיק! איך זאָג, אַז אַ ייִד טאָר זיך נישט מישן, אַ ייִד דאַרף װיסן, אַז ער איז אַ ייִד…

― און קושן דעם פּריץ די האַנט און זינגען מה־יפֿית? אָדער זיצן און װאַרטן, ביז מע װעט קומען און מע װעט אים צערײַסן די קישעלעך, צעברעכן די בענקלעך, צעראַבעװען דאָס פֿאַרמעגן, פּײַניקן דאָס װײַב, שענדן די טעכטער? ― זאָגט סאַשאַ צום גאַסט, און דער גאַסט ענטפֿערט אים:

― טע־טע־טע! זײַט איר דאָך דער אײגענער פֿױגל, װאָס זײ אַלע! װאָס איז דאָס פֿאַר װערטער געװאָרן: קעמפֿן? שלאָגן זיך? איך האָב געמײנט, איר זײַט אַ שטילינקער, צום סוף… מײַן טאָכטער אױך אַזױ…

― דער חילוק צװישן אונדז איז, װאָס איך זאָג קעמפֿן פֿאַר אונדזערע אײגענע אינטערעסן פֿון אונדזער אײגן פֿאָלק, װאָס מיר איז דאָס נאָענטער, און אײַער טאָכטער איז אַװעק װײַטער…

― יאָ, מײַן טאָכטער איז אַװעק װײַט, שױן צו װײַט!…

אַזױ זאָגט איציקל שאָסטעפּאַל מיט אַ זיפֿץ און מיט אַ ביטער שמײכעלע, און זײַנע גרױסע שװאַרצע אױגן דריקן אױס זײער פֿיל פֿאַרשטעלטן טרױער, פֿאַרבאָרגענעם שמערץ, און ער הײבט אָן מיט אַ טאָן נידעריקער:

― אָט דאָס בין איך טאַקע צו אײַך אַרײַנגעקומען. ערשטנס, זיך אױסרײדן אַביסל דאָס האַרץ. אײַך האָב איך דערקענט פֿאַר אַ װױל מענטשל, כ'לעבן, איר זײַט מיר געפֿעלן, דאָס הײסט, איר הײבט מיר אָן צו געפֿעלן, איר האָט אין זיך כאָטש אַ קאַפּל ייִדישקײט.

― אַ דאַנק, ― מאַכט צו אים סאַשאַ מיט אַ האַלבן שמײכל.

― נישטאָ פֿאַר װאָס. ― זאָגט אים שאָסטעפּאַל גאַנץ ערנסט. ― און, צװײטנס, האָב איך אײַך געװאָלט װײַזן עפּעס אַ זאַך. איך װעל דאָס אײַך באַלד װײַזן. נאָר קודם דאַרף איך אײַך זאָגן אַ הקדמה, אַז איר זאָלט נישט מײנען חס־ושלום, אַז איך קלער עפּעס איבער אױף מײַן טאָכטער. איך קען מײַן טאָכטער זײער גוט, מעגט איר מיר גלײבן אױף נאמנות.

― איך גלײב אײַך.

― אַלזאָ, איז אָפּגערעדט דערפֿון. ― זאָגט שאָסטעפּאַל און פֿאַרגנבֿעט זיך מיט אַ קוק צו סאַשאַן אין די אױגן אַרײַן. ― אַלזאָ װאָס דען? איך פֿאַרשטײ זי נישט! איך הײב זי נישט אָן צו פֿאַרשטײן! געװיס דאַרפֿט איר קענען מײַן טאָכטערס לערער, דעם קריסט, ראָמאַנענקאָס זונדל, פֿון דער גימנאַזיע דער לערער, אַ װױל גױעצל, אַן ערלעכער, נאָר אַ פֿאַרברענטער „חבֿרה־מאַן“! פֿון די דאָזיקע לײַט… מײַן טאָכטער האַלט פֿון אים. איך האַלט אַפֿילו אױך פֿון אים; נאָר זי ― גאָר לעילא־ולעילא! אַ גאַנצער גאָט בײַ איר! איך אָבער זאָג איר: אַ מענטש איז נישט קײן גאָט. זאָגט זי: דו קענסט נישט ראָמאַנענקאָן. זאָג איך: איך קען גרעסערע לײַט פֿון אים; איך קען דעם פּראָקוראָר, איך קען דעם פּרעדסעדאַטעלпредседатель: פֿאָרזיצער, איך קען דעם גובערנאַטאָר אַלײן… לאַכט זי פֿון מיר. איר װײסט דאָך, בײַ די דאָזיקע איז דער גובערנאַטאָר טריפֿה… מילא, דאָס ביז איך אײַך נישט אױסן. אַ גאָט איז אַ גאָט… איז ער אָבער נישטאָ חי, דער גאָט, דער יונגער ראָמאַנענקאָ מײן איך. ער איז ערגעץ װײס איך װוּ, אין סיביר מסתּמא. מע װײס נישט װוּ… פֿרעגט זיך אַ קשיא: װיבאַלד אַז ער איז נישטאָ, דער גאָט, דער יונגער ראָמאַנענקאָ מײן איך, הײַנט װאָס האָט מען אַהין צו גײן?

― װוּהין? ― פֿרעגט סאַשאַ.

― איך װײס װוּהין? צו זײַנע עלטערן, אַ פּנים?… דעם פֿאָטער װײסט איר דאָך, װאָס פֿאַר אַ צורר־היהודים ער איז… װאָס האָט זי דאָרט צו טאָן אַלע טאָג?

― װער? ― פֿרעגט װידער סאַשאַ.

― מײַן טאָכטער, טעמע, טאַמאַראַ הײסט דאָס! ביז איך בין געװאָר געװאָרן, װוּהין זי גײט! אַלע טאָג, אַלע טאָג װערט זי פֿאַרפֿאַלן אױף צװײ־דרײַ שעה, און איך האָב נישט געװוּסט װוּהין… װאָס הײסט, איך האָב נישט געװוּסט? נישט געװוּסט ― און אַן עק!… בקיצור, איך בין געװאָר געװאָרן, אַז זי גײט אַהין… װיִאַזױ איך בין געװאָר געװאָרן? ― אַבי איך ביז געװאָר געװאָרן… װאָס טוט זי דאָרט?… איך װײס װאָס זי טוט?… װאָס זאָל איך קלערן? װאָס קאָן איך אױף איר קלערן? זי איז אַ ייִדישע טאָכטער, זײ זײַנען גױים, און דער פֿאָטער איז אַ רשע־מרושע, אַ צורר־היהודים… און איך קען מײַן טאָכטער און װײס, אַז זי האָט פֿײַנט דעם אַלטן ראָמאַנענקאָ גלײַך מיר . שײך זאָגן פֿײַנט? מיר לעבן דאָך מיט אים צוזאַמען. נאָר װאָס געהערט ער זיך אָן מיט אונדז? איך װײס, אַז בײַ איר איז ער טריפֿה, אַזױ װי בײַ מיר. װאָס דאַרפֿט איר? זי האָט מיר אַלײן דערצײלט אַ מעשׂה, איך גיב אײַך דאָס איבער בסוד, איר זאָלט זיך נאָר נישט אַרױסרײדן פֿאַר מײַן טאָכטער…

― קײן סודות פֿון אײַער טאָכטער דאַרפֿט איר, אײגנטלעך, מיר נישט דערצײלן. ― זאָגט סאַשאַ און קוקט מיט אומרויִקײט אױפֿן גאַסט.

― מענטש! דאָס איז נישט קײן סוד! דאָס װײסן אין פּעטערבורג אַלע, גאַנץ פּעטערבורג װײס! מילא, בין איך אײַך, דאָס אױך נישט אױסן… פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא: װאָס פֿאַר עסקים קאָן זי מיט זײ האָבן?…

― מיט װעמען?

― איך װײס מיט װעמען? מיט זײַנע עלטערן, אַ פּנים? מאָלט אײַך, איך בין נישט געשלאָפֿן, איך האָב נאָכגעקוקט, נאָכגעשמעקט, ― איך װײס נישט, איך װײס גאָרנישט!… דאָס קינד, זע איך, פֿון טאָג צו טאָג גײט־אײַן, איך זע, זי טראָגט יסורים, נאָר װאָס ― װײס איך נישט! איך װײס נישט און קאָן נישט װיסן!… הײַנט למשל, קום איך אַרײַן, טרעף איך זי פֿאַרװײנט מיט אַ בלאַט־צײַטונג אין די הענט… װאָס איז דיר, טאָכטער? גאָרנישט. איצט איז זי אַװעק אַהין און געלאָזט אָט דאָס בלאַט אונטערגעשטראָכן מיט רױטן. דאָס בלאַט איז אַן אױסלענדיש בלאַט, אַ סוד פֿאַר מיר. איך װאָלט זײער װעלן װיסן װאָס דאָ שטײט… פֿאַר קײן אַנדערן װאָלט איך נישט פֿאַרגלײבט. צו אײַך האָב איך עפּעס מער צוטרױען…

― איך דאַנק אײַך זײער. ― מאַכט צו אים סאַשאַ צערודערט פֿונעם גאַנצן שמועס. ― מיר איז אָבער נישט אַנגענעם אַרײַנצומישן זיך אין די פּערזענלעכע ענינים פֿון אײַער טאָכטער… אינטימע, סעמײנעсемейн: משפּחה זאַכן…

― מענטש װאָס איז זײַט! ― שרײַט אױס איציקל שאָסטעפּאַל. ― װעמען דען זאָל איך גײן דערצײלן? װעמען דען זאָל איך געבן איבערלײענען? פֿאַרגעסט נישט, אַז ס'איז מײַן אײן־און־אײנציק קינד! זי איז בײַ מיר אַ בת־יחידה, און איך האָב זי ליב… די לעצטע װערטער זײַנען געזאָגט געװאָרן מיט אַזאַ פֿײַער, אַז סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש האָט רחמנות געהאַט אױף טאַמאַראַס פֿאָטער, און אפֿשר װילט זיך אים אַלײן אױך װיסן, װאָס שטײט אין בלאַט? װעלכער מענטש קאָן גײן פֿאַרבײַ אַן אָרט, װוּ ער װײס, אַז דאָרט איז אַ סוד, און נישט אַ קוק טאָן כאָטש מיט אײן אױג אױף דעם אַראָפּגעלאָזטן פֿאָרהאַנג?…. מע דאַרף נישט פֿאַרגעסן דאָס אױך, אַז טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל האָט פֿאַר סאַשאַן אױך אַ שטיקל אינטערעס. אױב נאָך עמעצער איז פֿאַרליבט אין טאַמאַראַן, איז ער געװיס נישט אַזױ פֿאַרליבט, װי סאַשאַ, און געװיס נישט פֿריִער פֿון סאַשאַן. און ער נעמט דאָס בלאַט בײַם פֿאָטער און לײענט:

„דעם 10־טן, 12 אַזײגער האַלבן טאָג, איז אין דער קאַמער פֿון פֿעסטונג, דאָרט װוּ עס האָט זיך אױפֿגעהאַלטן דער געװיסער ראָמאַנענקאָ, געקומען דער פּראָקוראָר און האָט מודיע געװען דעם אַרעסטירטן, אַז צװײ אַזײגער װעט ער הינגעריכטעט װערן דורך הענגען. אױף דעם פּנים פֿונעם פֿאַרמישפּטן האָט אַפֿילו אײן מוסקל נישט אַ ריר געטאָן זיך. דער פּראָקוראָר האָט אים דערלאַנגט אַ פֿאַרטיקע בקשה װעגן באַגנעדיקן, ער זאָל זיך אונטערשרײַבן. דער פֿאַרמישפּטער אָבער האָט זיך קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט און האָט געבעטן, מע זאָל אים געבן טײ. דער פּראָקוראָר איז אַרױסגעגאַנגען און איז נאָכדעם צוריק אַרײַנגעגאַנגען און געבעטן בײַ אים, ער זאָל זיך חתמענען אױף דער ביטע, דאַן װעט מען אים שענקען דאָס לעבן. דער פֿאַרמישפּטער האָט אים נאָכאַמאָל געזאָגט, אַז ער װעט אַזאַ ביטע קײנמאָל נישט אונטערשרײַבן. אַז מע האָט אים געפֿרעגט, אױב ער פֿאַרלאַנגט אַ גײַסטלעכן פֿאַרן טױט, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער דאַרף נישט קײן גײַסטלעכן, קײן אָפֿיציעלן פֿאָרשטײער פֿון אַ גלױבן. זײַן גלױבן, זײַן רעליגיע איז אַ אינעװײניקסטע, זײַן געװיסן איז רײן, ער איז איבערצײַגט, אַז ער האָט קײן שלעכטס נישט געטאָן. פֿון דער קאַמער איז דער פֿאַרמישפּטער אַרױס מיט שטאָלץ און רויִק, גלײַך װי ער װאָלט גײן אױפֿן שפּאַציר. אַז מע האָט אים צוגעפֿירט צום עשאַפֿאָט, האָט ער זיך ליבלעך געװענדט צו אַן אָפֿיציר מיט פֿאָלגנדע װערטער: „גיט איבער מײַנע חבֿרים, אַז איך שטאַרב רויִק און אַז איך װעל אײביק זײַן מיט זײ“… זײַנע לעצטע װערטער זײַנען געװען: „גריסט מײַן מוטער!” אַזאַ איבערנאַטירלעכע רויִקײט האָט מען נאָך קײנמאָל נישט געזען אין די װענט פֿון פֿעסטונג.

אַזױ שטאַרבט אַ רוסישער העלד“.

קאַפּיטל 5.
אַ שטילע טראַגעדיע מיט אַ רעשדיקן סוף

(אַרױסגענומען פֿון די צײַטונגען)

נומער אײנס: „איבער אַ מײדל, װאָס האָט זיך געהאָנגען הײַנט אין אײנע פֿון די טורמעס, האָבן אַלע אַרעסטאַנטן דערקלערט אַ הונגער אױף דרײַ טאָג און אױפֿגעהױבן אַ גרױסן סקאַנדאַל. מע האָט געמוזט אָנקומען צו דער הילף פֿון מיליטער. דרײַ בונטאָװשטשיקעס זײַנען געהרגעט אױף טױט. עלף פֿאַרװוּנדעט. אַכט פֿון זײ טױטלעך“.

נומער צװײ: „דאָס מײדל, איבער װעלכער עס האָט אױסגעבראָכן דער גרױסער אױפֿשטאַנד פֿון די אַרעסטאַנטן אין די טורמעס, האָט מען געפֿונען געהאָנגען אױף די אײַזערנע גראַטעס פֿונעם פֿענצטער אױף צונױפֿגעדרײטע פּאַסן פֿון אַ צעריסן העמד. די סיבה, װאָס האָט געצװוּנגען דאָס מײדל צו באַגײן זעלבסטמאָרד אױף אַזאַ מוראדיקן, מאוּימדיקן שטײגער אין טורמע, איז נאָך מער מאוּימדיק, װי איר טױט“.

נומער דרײַ: „אונדז איז געראָטן אַרױסצוקריגן אײניקע פּרטים װעגן דעם געהאַנגענעם מײדל, װאָס מע האָט דאָ נישט לאַנג געפֿונען אין אײנע פֿון די טורמעס. און אָט װיִאַזױ עס װערט אונדז געמעלדט פֿון זײער אַ זיכערע קװאַל: מיט אַ קורצער צײַט צוריק זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון געפֿענקעניש עטלעכע אַרעסטאַנטן דורך אַ װוּנדערלעכן אופֿן. װאָס איז כּמעט אומגלײבלעך: אַרום האַלבע נאַכט האָט מען אָנגעקלונגען צום סמאָטריטעל פֿון דער טורמע אין טעלעפֿאָן מיט אַ געװיסן „פּאַראָל“, אַז באַלד װעט קומען צו פֿאָרן אין טורמע אַרײַן אַ ראָטמײַסטער מיט עטלעכע סאָלדאַטן, צו פֿאַרנעמען און ברענגען צו פֿירן צום פּראָקוראָר אין אַ באַזונדערער קאַרעטע אײניקע פּאָליטישע פֿאַרברעכער, צװישן זײ אײנס אַ מײדל, אַ געװיסע פּאָליטישע, װאָס װערט באַשולדיקט אין פֿיל