אין שטורעם: 1.6: געשאָסן דעם פֿױגל און ניט געטראָפֿן

שלום עליכם (אַלע װערק)

באַשעפֿענישל, װעלן מיר זען, װאָס גײט דעם אָפּ?… ― און מאַשאַ האָט גענומען דאָס קינד צו זיך אױף די הענט, אים אַ נאָמען געגעבן „פּעמפּעק“, געדרײט און געטרײסלט און געטאַנצט מיט דעם, אַזױ לאַנג, ביז דאָס װײנענדיקע באַשעפֿענישל אָדער פּעמפּעק האָט אַרױסגעשטעלט אַ רױט צינגל מיט זעקס נאָר־װאָס אױסגעשניטענע צײנדלעך און האָט זיך פֿאַרגאַנגען פֿון געלעכטער.

― װאָס זיצט איר, װי די כּלות, צונױפֿגעלײגט די הענט? ― האָט מאַשאַ צעשריגן אױף די צװײ קװאַרטיראַנטקעס, די מײדלעך, װאָס שטודירן אײנע אױף דענטיסטן, די צװײטע מאַסאַזש.

― װאָס זאָלן מיר טאָן? ― פֿרעגן די מײדלעך מיט אַ געלעכטער.

― װאָס זאָלט איר טאָן? ― ענטפֿערט זײ מאַשאַ. ― כאַפּט אַן אױטאָמאָביל און פֿאָרט זיך דורך אַביסל איבער „ניעװסקי“!… אָט ליגט אַ בעזעם, נעמט מען און מע פֿאַרקערט די שטוב.

עס פֿאַרשטײט זיך, אַז דעם ערשטן אױפֿדערנאַכט, צו דער ערשטער װעטשערע, האָבן זיך אַלע געװאָלט אױספֿײַנען פֿאַר מאַשאַ באַשעװיטש. איטלעכער מיט זײַן פֿרײַ־דענקען און מיט זײַן שײן רײדן, און מע האָט פֿאַרבונדן אַ דיסקוסיע איבער אַ פּרינציפּיעלע עקאָנאָמישע פֿראַגע, און עס האָבן זיך אַ גאָס געטאָן װערטער: „קאַרל מאַרקס… לאַסאַלFerdinand Lassalle … פּראָלעטאַריאַט… קױטסקי.. קלאַסנקאַמף“…

― שאַט, קינדערלעך! ― האָט אױסגעשריִען מאַשאַ באַשעװיטש און האָט זיך פֿאַרשטעלט די אױערן. ― װילט איר פֿירן אַ דעבאַטע נישט װי גענדז, נאָר װי מענטשן, דאַרפֿט איר דאָס מאַכן פּאַרלאַמענטאַריש, אױסװײלן אַ פּרעזידענט, זיך מעלדן צום װאָרט. הײַנטיקס מאָל בין איך אײַער פּרעזידענט… רעד בערעזניאַק, איר האָט דאָס װאָרט!…

און אָט אַזױ איז דאָס במילא געװאָרן בײַ מאַלקינען אַ קלײנע קאָמונע, און איר פֿירערין איז געװען מאַשאַ באַשעװיטש.

קאַפּיטל 6.
געשאָסן דעם פֿױגל און ניט געטראָפֿן

עס איז נאָך נישט געװען רעכט נאַכט, עס זײַנען נאָך נישט אַלע גאַסן געװען באַלײַכט, אַז די קלײנע קאָמונע, װאָס געפֿינט זיך הױך אונטערן דאַך, בײַ מאַלקינען אין װױנונג, האָט זיך אָנגעהױבן אײנציקװײַז צונױפֿגײן און איבערגעבן אײנס דעם אַנדערן די פּאַסירונגען פֿונעם טאָג. איטלעכער פֿון זײ האָט געהאַט פּעק מיט נײַס צו דערצײלן: דער פֿון אַ געהײמער פֿאַרזאַמלונג, דער פֿון אַן איבערפֿאַל איבער אַרבעטער, דער פֿון אַ נײַעם שטרײַק, װאָס װערט געפּלאָגט, און איטלעכער האָט געװאָלט, מע זאָל אים אױסהערן פֿריִער. האָט זיך אַרײַנגעמישט דער בעל־הבית, מאַלקין אַלײן, און האָט זיך אָנגערופֿן צו דער חבֿרה בזה־הלשון:

― װײסט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, קינדער? אָט הערט מיר אױס, װעל איך אײַך דערצײלן אַ שײנס. ערשטנס, בין איך עלטער פֿון אײַך, ― פֿון דעם, װאָס איך בין דאָ בעל־הבית, רײד איך שױן נישט, בײַ אײַך שפּילט דאָס װאָרט „בעל־הבית“ אַ קנאַפּע ראָלע, ― און צװײטנס, זאָג איך אײַך צו, אַז איר װעט לאַכן.

― אױב לאַכן, זײַט איר פֿאָרהאַנט, הער מאַלקין, איר האָט דאָס װאָרט!

זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז די װערטער געהערן צום שטענדיקן פּרעזידענט פֿון דער קאָמונע, צו מאַשאַ באַשעװיטש, װאָס איז די גאַנצע צײַט געזעסן פֿאַרטראַכט, צערודערט, געפּױקט מיט די פֿינגער איבערן טיש ―. אַ סימן, אַז זי איז נישט אױפֿגעלײגט… און דער בעל־הבית מאַלקין הײבט אָן צו דערצײלן זײַן מעשׂה:

― אינדערפֿרי, אַז איר אַלע זײַט זיך צעגאַנגען װי זאַלץ אין װאַסער, און איך בין געבליבן אײנער אַלײן מיט אָט דעם קלײנעם פּעמפּעק (ער װײַזט אױפֿן מיזיניקל, װאָס זיצט בײַ דער מאַסאַזשיסטקע אױף די הענט און רײַסט זי בײַ דער נאָז), עפֿנט זיך אױף די טיר און עס קומט אַרײַן צו מיר אַ פּאַקנטרעגער מיט ביכלעך און זעצט זיך אַװעק מיט מיר פּלאַפּלען, און דער קלײנער פּעמפּעק לאָזט נישט אױסרײדן אַ װאָרט, װי זײַן שטײגער איז. בקיצור, היסטאָריעס, מעשׂיות, געשיכטעס, עס לאָזט זיך אױס, אַז ער איז אַ חבֿרה־מאַן, און נאָך אַ פֿאַרברענטער דערצו, פֿאַרקױפֿט טריפֿה ביכלעך און האַקט מיר אַרײַן בשעת־מעשׂה אַ גאַלקע, אַז די מאַשאַ, װאָס האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין די טיפּאָגראַפֿיעס און האָט אָפּגעדרוקט די פּראָקלאַמאַציעס, איז דאָס זײַן טאָכטער… נו? האָב איך אײַך געזאָגט, אַז איר װעט לאַכן?

― נו? װאָס־זשע האָט איר געזאָגט?.― פֿרעגט אים מאַשאַ באַשעװיטש.

― װאָס זאָל איך אים זאָגן? ― מאַכט מאַלקין. ― איך האָב אים געזאָגט, אַז ער איז מחילה אַ גרױסער שקרן. האָט ער געװאָלט מיך איבערשפּאַרן און אײַנרײדן, אַז ס'איז פֿאָרט זײַן טאָכטערס אַרבעט, האָט דאָס מיך שױן אונטערגעטראָגן, האָב איך אים אױסגעבטלט אַלע בײזע חלומות און האָב אים מגלה געװען דעם סוד, אַז די מאַשאַ איז גאָר אַן אַנדער מאַשאַ, און אַז איך קען זי, און אַז זי װױנט דאָ טאַקע בײַ מיר אין שטוב…

גלײַך װי אַ בײזע פֿליג האָט איר דערלאַנגט אַ ביס, אַזױ האָט זיך מאַשאַ באַשעװיטש אױפֿגעכאַפּט! געגעבן אַ פּליעסק מיט די הענט און אױסגערופֿן צו מאַלקינען:

― װאָס האָט איר געטאָן? איר זײַט דאָך אַ ייִנגל, אַז אַלט ייִנגל און אַ נאַריש ייִנגל! װער האָט אײַך געבעטן, איר זאָלט פּלאַפּלען מיט דער צונג? אַך, מאַלקין! מאַלקין!…

און מאַשאַ באַשעװיטש האָט גענומען לױפֿן איבערן שטוב, פֿײַערן און װאַרפֿן זיך, און אַכקען און אײַקען און ברעכן די הענט. די גאַנצע קאָמונע און מאַלקין אַלײן האָבן זיך פּשוט דערשראָקן פֿאַר איר; זינט זײ קענען זיך מיט מאַשאַ באַשעװיטש האָבן זײ זי נאָך נישט געזען אַזױ אױפֿגערעגט און צעטראָגן, װי אַצינד. עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן באַרויִקן, קײן אױסרײדן דאָס האַרץ. מאַשאַ באַשעװיטש האָט זיך נישט געלאָזט איבעררײדן. און אױף מאַלקינען האָט זי געפֿײַערט, געשװעבלט.

― װאָס פֿאַר אַ רעכט האָט איר געהאַט אַרױסצוגעבן פֿאַר אַ װילד־פֿרעמדן מענטשן, װאָס איר קענט אים נישט און װײסט אים נישט, אַזעלכע זאַכן, װאָס געהערן זיך מיט אײַך נישט אָן? איך בין איבערצײַגט, אַז דאָס איז אַ הברה־מאַן פֿון דעם גוטן אָרט… אונדזער דװאָרניק האָט מיר עפּעס געפּלעטשעט הײַנט אינדערפֿרי, אַז נעכטן בײַנאַכט, נאָך מײַן קומען אַהײם, איז דאָ געװען עפּעס אַ נפֿש און האָט זיך נאָכגעפֿרעגט אױף עמעצן, ער װײס נישט, צי אױף מיר, צי אױף אַן אַנדער באַרישניбаришні: פֿרױ… װײסט איר, קינדער, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? איך פֿאָר אַריבער אױף אַן אַנדער קװאַרטיר, און טאַקע באַלד, קינדער! פּרוּװט נישט מיך איבעררײדן, װאַרפֿט אַװעק אַלע אײַערע גרימאַסן מיט די טרױעריקע רעדלעך. העלפֿט מיר בעסער צונױפֿנעמען מײַן „באַגאַזש“, און זאָל אײנער פֿון אײַך זיך מטריח זײַן צום דװאָרניק מיך אױסשרײַבן פֿון די ביכער, אַז איך בין אַרױסגעפֿאָרן פֿון פּעטערבורג אין װילנאָ… אױב זײ װעלן מיך װעלן זוכן, זאָלן זײ זיך כאָטש דרײען דעם קאָפּ… זײַט געזונט, קינדער, אין אַ פּאָר טעג אַרום װעט איר האָבן פֿון מיר אַ ידיעה … זײַ געזונט, קלײנער פּעמפּעק, געב אַהער די אױסגעשמירטע מאָרדע דײַנע, איך װינטש, דו זאָלסט װאַקסן און זײַן כאָטש אַ ביסעלע קליגער פֿון דײַן טאַטן… אַדיע!

אַן אײגענע שװעסטער דאַרף מען אַזױ װאַרעם נישט אַרױסבאַגלײטן, װי װאַרעם די קלײנע קאָמונע האָט אַרױסבאַגלײט איר פּרעזידענט מאַשאַ באַשעװיטש. אַלע זײַנען געװען גערירט, דערשלאָגן פֿון אַזאַ אומדערװאַרטן סוף. די מאַדאַם מאַלקין האָט זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָט זיך צעװײנט. און די צװײ מײדלעך, די קװאַרטיראַנטקעס, די דענטיסטן מיט דער מאַסאַזשיסטן, האָבן זיך צוגעגרײט גײן באַגלײטן זי, האָט אָבער מאַשאַ פּראָטעסטירט קעגן דעם, און אַז זי האָט שױן געהאַלטן אױף יענער זײַט טיר, האָט זי זיך אומגעקערט צו דער קאָמונע מיטן פּנים און האָט צו זײ אַזױ געזאָגט:

― װאָס נאָך, קינדער, האָב איך אײַך פֿאַרגעסן זאָגן? יאָ, טאָמער דערהערט איר, אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, אַז מע האָט מיר געפּאַקט, זאָלט איר זיך נישט דערװעגן קײנער פֿון אײַך גײן צו מיר צו גאַסט, און פֿאָלגט מיך, אין אױװן הײצט זיך, זײַט מבֿער־חמץ, זוכט אױס, װען איר האָט ערגעץ אַ בריװל, אַ שטיקל פּאַפּיר, אַ פּראָקלאַמאַציע, אַ ביכל, און פֿאַרברענט דאָס געזונטערהײט, און װער עס פֿילט, אַז ער דאַרף נישט זײַן דאָ, זאָל ער באַצײַטנס בעסער זיך אָפּטראָגן… זײַט געזונט אַלע! זײַ געזונט, קלײנער פּעמפּעק! נאָך דיר װעל איך בענקען…

זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז תּיכּף נאָך מאַשאַס אַװעקגײן האָט איבער דעם זיך פֿאַרבונדן אַ הײסע דעבאַטע צװישן די מיטגלידער פֿון דער קאָמונע. אײניקע האָבן שאַרף קריטיקירט מאַשאַס אַנטלױפֿן און מאַשאַס באַהאַלטן זיך; אײניקע האָבן זי פֿאַרענטפֿערט און האָבן זיך גענומען צו דער אַרבעט: ברענען בריװ און ביכלעך, און מאַלקינס בנים האָבן געהאָלפֿן. דער פֿרױ מאַלקין האָט הנאה געטאָן, װאָס מע האָט פֿאַרשפּאָרט האָלץ, און דער קלײנער פּעמפּעק האָט געקװעלט, נישט אַראָפּגעלאָזט

קײן אױג פֿונעם פֿײַער, געמײנט, אַז דאָס ברענט מען פֿון זײַן כּבֿוד װעגן…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דאָס פֿײַער אין אױװן האָט שױן לאַנג אױסגעלאָשן, די אַש פֿון די פֿאַרברענטע פּאַפּירן האָט די פֿרױ מאַלקין שױן לאַנג פֿאַרשאַרט, און די איבערגעבליבענע מיטגלידער פֿון דער קאָמונע זײַנען זיך צעגאַנגען איטלעכער אין זײַן װינקל אָפּצורוען פֿון דער אַרבעט און זאָרג פֿון דעם גאַנצן טאָג. נאָר אײן מאַלקין מיטן װײַב זײַנען געזעסן אין צװײען נעבן דעם קלײנעם פּעמפּעקס װיגעלע און געבראָכן זיך דעם קאָפּ, װוּ װעלן זײ נעמען מאָרגן אין מאַרק אַרײַן? דער מאַן האָט געפֿרעגט בײַם װײַב, דאָס װײַב האָט געפֿרעגט בײַם מאַן: װוּ נעמט מען געלט? „נישט גוט!“ ― האָט געזאָגט מאַלקין. „נישט גוט! ” ― האָט צוגעבאָמקעט פֿרױ מאַלקין… און סאַמע אין דער מינוט הערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר, און נאָך אַ קלאַפּ, און נאָך אַ קלאַפּ, װאָס אַ מאָל שטאַרקער און שטאַרקער.

― װער איז דאָרט? ― פֿרעגט מאַלקין.

― הײמישע! ― ענטפֿערט אַ קול פֿון יענער זײַט טיר.

― װאָס רעכנסטו, זאָל דאָס זײַן, אַן אָבלאַװע? ― פֿרעגט מאַלקין בײַ זײַן װײַב און קאָן זיך נישט דערװאַרטן אױף איר תּשובֿה, װײַל אײדער די פֿרױ מאַלקין עפֿנט אױף דאָס מױל צו ענטפֿערן, טוט אַ טרעשטשע די טיר און עס קומען אַרײַן געסט: אַ פּריסטאַװ מיט נאָך אַ פּריסטאַװ, עטלעכע פּאָליציסטן און זשאַנדאַרמען, צװישן זײ אײנער אַן אָפֿיציר. פֿאַר גרױס אימפּעט האָט זיך מאַלקין צוגעזעצט צום טיש, און די פֿרױ מאַלקין איז צוגעגאַנגען צו פּעמפּעקס װיגעלע.

― זדראַװסטװוּי, גאָלובטשיקздравствуй голубчик: שלום־עליכם, סערצע! ― אַזױ האָט אױסגערופֿן צו מאַלקינען דער פּריסטאַװ, װאָס האָט אים נישט אײנמאָל געזען בײַ זיך אין אוטשאַסטאָק. ― װאָס־זשע מאַכסטו עפּעס, מײַן טײַערער? װי גײט'ס דיר אין די געשעפֿטן?

מאַלקין איז געװען אַזױ איבערראַשט, אַז ער האָט נישט געקאָנט עפֿענען דאָס מױל… און די איבעריקע חבֿרה, די פּאָליציסטן מיט די זשאַנדאַרמען מיטן אָפֿיציר און מיטן צװײטן פּריסטאַװ, האָבן דערװײַל געטאָן זײער אַרבעט: זײ האָבן אױפֿגעװעקט די גאַנצע קאָמונע, אַראָפּגעשלעפּט זײ מחילה פֿון די בעטלעך ― איך בעט איבער אײַער כּבֿוד האַלב נאַקעט, צוגעשטעלט צו יעדן אַ סאָלדאַט, און עס האָט זיך אָנגעהױבן אַן אונטערזוכונג.

― מאַשאַ באַשעװיטש! ― האָט אױסגערופֿן דער זשאַנדאַרמסקי אָפֿיציר, נאָך גאָר אַ יונגערמאַנטשיק, בלוט און מילך, מיט צװײ שײנע געקרײַזלטע קאָטלעטלעך אױף די באַקן אַ־לאַ פּושקין. ― װעלכע פֿון אײַך איז דאָ מאַשאַ באַשעװיטש?

― מאַשאַ באַשעװיטש איז נישטאָ. ― האָט זיך אײַנגעשטעלט מאַלקין אַרױסרײדן די ערשטע דרײַ װערטער.

― װאָס הײסט, זי איז נישטאָ?

― אַרױסגעפֿאָרן.

אַז עמעצער זאָל געװען װאַרפֿן אַ באָמבע, װאָלט זי נישט באַדאַרפֿט האָבן קײן שענערן עפֿעקט און װאָלט נישט געקאָנט זײ מער איבערראַשן, װי עס האָט זײ איבערראַשט די ידיעה, אַז די, צוליב װעלכער זײ זײַנען געקומען אַהער אױף זיכער, איז נישטאָ.

― אַרױסגעפֿלױגן אײַער פֿײגעלע ― האָט זיך מיט אַ ביטער שמײכעלע אָנגערופֿן דער זשאַנדאַרמסקי אָפֿיציר מיט די קאָטלעטן אַ־לאַ פּושקין צו אײנעם אַ פּאַרשױן, װאָס איז געשטאַנען בײַ דער טיר גאַנץ אומבאַמערקט, אָנגעטאָן אין אַן אױבערראָק פֿון אַזאַ קאָליר, װאָס איז שװער צו זאָגן, צי איז דאָס גרױ, צי איז דאָס געל, צי איז דאָס געלבלעך; גיכער קאָן מען זאָגן, אַז עס איז אַלע דרײַ קאָלירן צוזאַמען. די גאַנצע צײַט איז דער אומבאַמערקטער פּאַרשױן אינעם דרײַ־קאָלירנדיקן אױבערראָק געשטאַנען, װי אַ מענטש אַ זײַטיקער, װי אײנער, װאָס מע װאָלט אים אַרײַנגערופֿן פֿאַר אַן עדות. דערהערט אָבער, אַז מאַשאַ באַשעװיטש איז נישטאָ, האָט דער פּאַרשױן מיטאַמאָל אױפֿגעלעבט, צוגעגאַנגען צום טיש, אַ װאָרף געטאָן מיט די אַש־קאָלירנדיקע ברילן אױף אַלע זײַטן, דאָס פּנים איז אים געװאָרן טױט, די הענט האָבן געציטערט. ער איז צוגעגאַנגען צו מאַלקינען גאַנץ נאָענט, אַרײַנגעקוקט אים טיף אין די אױגן אַרײַן און מיט אַ שטילער, נאָר ענערגישער שטימע האָט ער צו אים אַ זאָג געטאָן אױף ייִדיש:

― מאַלקין! װוּ איז מאַשאַ באַשעװיטש?… איך װײס, אַז איר װײסט… עס װעט זײַן געזונטער פֿאַר אײַך אַלעמען, אַז איר װעט זאָגן דעם אמת…

מאַלקין האָט דערקענט דעם אין דער פֿריִיִקן גאַסט, דעם פּאַקנטרעגער.

דאָס איז געװען יאַשקאַ װאָראָנאַ.

קאַפּיטל 7.
מאַשאַ זוכט אַ טעריטאָריע

אַז מאַשאַ באַשעװיטש האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט דער „קלײנער קאָמונע“, װאָס בײַ מאַלקינען אונטער הימל, האָט זי גענומען איר „באַגאַזש“, אַ טשאַכאָטעטשנעם טשעמאָדאַנטשיקל, איבערגעבונדן מיט אַ שטריקל, געכאַפּט אַ דראָזשקע און געהײסן זיך פֿירן אױף אײנע פֿון די װײַטע גאַסן פֿון דעם גרױסן צעװאָרפֿענעם פּעטערבורג. מחמת דער װעג איז געװען אַביסל װײַטלעך, האָט זיך מאַשאַ אַרײַנגעלאָזט אין אַ שמועס, װי איר שטײגער איז, מיטן איזװאָזטשיק, אַ געזונטן אָרלאָװסקן מוזשיק מיט אַ פּנים פֿון אַ בער, און איז געװאָר געװאָרן פֿון אים, אַז ער האָט אין אָרלאָװער גובערניע אַ שטיקל ערד, װאָס עס קלעקט אים נישט אױף טרוקן ברױט, מוז ער קוטשירן, און דאָס װײַב מוז װאַשן גרעט, און די קינדער… עך, די קינדער! דרײַ זין האָט ער מיט אַ טאָכטער, איז אײנער, דער עלטערער, אַ זאַפּאַסנאָיзапасной: סאָלדאַט אין זאַפּאַס, געהרגעט געװאָרן אין מאַנדזשוריע, דער אַנדערער איז אַװעק הײַנטיקס יאָר פֿאַר אַ סאָלדאַט…

― צו װאָס טױג דיר אַזױ פֿיל סאָלדאַטן? ― פֿרעגט אים מאַשאַ. ― שטעלסט צו סאָלדאַטן צו דער רוסישער אַרמײ?

― װאָס־זשע זאָל מען טאָן? ― ענטפֿערט איר דער איזװאָזטשיק. ― מע הײסט, דאַרף מען געבן.

דער איזװאָזטשיק דרײט אױס צו איר זײַן פּנים, קוקט זיך אײַן, װער דאָס רעדט מיט אים, טאָמער איז דאָס אַן אונטערגעשיקטע. מאַשאַס פּנים אָבער זאָגט, אַז זי איז נישט פֿון די אונטערגעשיקטע, און אױף דעם איזװאָזטשיקס פּנים באַװײַזט זיך אַ מין גרימאַסע, װאָס מע מוז דאָס אָננעמען פֿאַר אַ שמײכל, און ער צערעדט זיך מיט איר, גיט איר