דער בלוטיקער שפּאַס: 42: דער ערשטער „אָביסק“

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס צװײ־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל
דער ערשטער „אָביסקобыск: דורכזוך

פֿון דער גאַנצער כאַליאַסטרע אומגעריכטע געסט, װאָס האָבן זיך אַרײַנגעריסן צו די שאַפּיראָס, האָט דוד דערקענט מער נישט אַז אײנעם; דאָס איז געװען זײַנער אַן אַלטער באַקאַנטער „אָקאָלאָדאָטשניקקאַפּיטאַן פֿון פּאָליצײ־דיסטריקט“, װאָס דוד האָט אים נישט אײן מאָל „גענתנט אין יד אַרײַן“ סײַ אונטער אַ יום־טובֿ, סײַ אין די טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר. נישט נאָר אַ גוטער באַקאַנטער איז דאָס געװען, נאָר טאַקע, מ'קען זאָגן, אַ גוטער פֿרײַנד. עס זענען געװען צײַטן, װאָס דער עסק איז בײַ זײ געגאַנגען אױף „דו“, דאָס הײסט נישט, חס־ושלום, אַז דוד האָט געזאָגט דעם „אָקאָלאָדאָטשניק“ ו, נאָר פֿאַרקערט, דוד אים „איר“, און ער דודן „דו“, און דאָס אַלײן איז דאָך שױן אַ סימן, אַז מ'איז בײַם פּריץ אַ שטיקל חשובֿ… אױסער דעם דאָזיקן „אָקאָלאָדאָטשניק“, זענען אַלע אַנדערע אָקאָלאָדאָטשנע נאַדזיראַטעלעס און די אַלע איבעריקע פּאַרשױנען געװען פֿאַר שאַפּיראָן אינגאַנצן פֿרעמד. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז דאָס זענען מענטשן, װאָס געהערן זיך מיט פּראַװאָזשיטעלסטװע גאָר נישט אָן. אײנער מיט אַ ליסינע און מיט גוטע גרױע אױגן, נישט קײן גרױסע עפּאָלעטלעך, זעט אױס עפּעס אַ מין „סודיאַсудья: ריכטער“, אָדער אַ „סודיעבנע סליעדאָװאַטעלследователь: דעטעקטיװ“, אָדער גאָר אַ פֿרעדסעדאַטעלпредседатель: פֿאָרזיצער פֿון „אָקרוזשנע סודокружной суд: געריכט פֿון דיסטריקט“, און נאָך אײנער אַ פֿײַנער יונג מיט שײנע װאָנצעס, אַ אָפֿיציר, און אפֿשר אַ „פּאָלקאָװניק“, נאָר, דאַכט זיך, אַז נישט גלאַט אַ פּאָלקאָװניק, נאָר אַ זשאַנדאַרמסקי פּאָלקאָװניק…

אַן אַנדערן אױף שאַפּיראָס אָרט װאָלט אַזאַ זאַך אפֿשר נישט אָנגערירט אין דער לינקער פּאה: לאָז זײַן אַ פּראָסטער פּאָלקאָװניק, לאָז זײַן אַ זשאַנדאַרמסקי פּאָלקאָװניק ― װעמען גײט עס אָן? דוד שאַפּיראָ איז אָבער נישט אַזאַ מענטש. אין די זאַכן, װאָס זענען שײך צו פּאָליציע און צו פּראַװאָזשיטעלסטװע, האָט ער זיך, װי מיר װײסן, אַלע צײנער אױפֿגעגעסן, און ער קאָן בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטײן, װאָס האָט דאָ צו טאָן „אָקרוזשנע סוד“? און װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז דאָ אַ זשאַנדאַרם מיט פּראַװאָזשיטעלסטװע?

נאָך אײנער, אַ דריטער, איז דאָ געװען, װאָס האָט אױסגעזען דודן זײער קענטלעך. דאָס איז געװען אַ הױכער, אַ געזונטער פּאַרשױן מיט ברײטע פּלײצעס און מיט גראָבע ליפּן, מיט בלױע ברילן אױף די אױגן, און געגאַנגען אָנגעטאָן איז ער ציװיל, גאָר נישט װי אַ טשינאָװניק, און געהאַלטן האָט ער זיך עפּעס מאָדנע, האַרט בײַ די װענט, נישט אַרױסגעלאָזט קײן װאָרט פֿונעם מױל, נאָר צוגעגאַנגען אַלע מאָל אױף די שפּיץ פֿינגער אָדער צום „סודיאַ“ אָדער צום זשאַנדאַרם, אַ װוּנק געגעבן מיט די בלױע ברילן און צוריק אַװעקגעשטעלט זיך בײַ דער װאַנט. „דעם פֿױגל, האָב איך, שײַנט מיר, אַמאָל ערגעץ געזען… דער נפֿש הײבט מיר נישט אָן צו געפֿעלן“, ― טראַכט זיך דוד און קאָן זיך בשום־אופֿן נישט דערמאָנען, װען און װוּ האָט ער זיך מיט אים באַגעגנט…

נאָר אױב דוד שאַפּיראָ װײסט נישט, װער דאָס איז, האָט אים זײַן טאָכטער בעטי, און באַלד נאָך איר דער קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש, גלײַך דערקענט, אַז דאָס איז דער פּאַרשױן מיט די גראָבע תּאװהדיקע ליפּן, װאָס האָט געהאַט אַמאָל, תּחילת װינטער, אין יענער געװיסער נאַכט, אָפּגעפֿירט ראַבינאָװיטשן אין חדר אַרײַן. און כאָטש ער טראָגט איצטער געדיכטע בלױע ברילן, דאָך זעט בעטי, אַז ער לאָזט פֿון איר קײן אױג נישט אַראָפּ, און זי װײסט נישט, װאָס מיט איר איז, נאָר זי קאָן נישט איבערטראָגן דעם דאָזיקן קוק, זי האָט מורא ― זי װײסט נישט פֿאַר װעמען, זי ציטערט ― און װײסט נישט פֿאַר װאָס… און אַזױ װי דעמאָלט אין טעאַטער, אַזױ אױך איצט קוקט זי זיך איבער מיטן קװאַרטיראַנט, פֿרעגט אים מיט די אױגן: „ס'איז ער?“ ― „ס'איז ער“, ענטפֿערט איר ראַבינאָװיטש אױך מיט די אױגן און שמײכלט צו, אַז איצט איז נישטאָ װאָס מורא צו האָבן… דוד שאַפּיראָ מעג זיך טאַקע באַרימען, אַז זינט ער האָט צו טאָן מיט פּראַװאָזשיטעלסטװע, מיט אָבלאַװעס און מיט פּאָליציע, איז ער נאָך קײנמאָל אַזױ רויִק נישט געװען, װי אַצינד. דאָס האַרץ איז אים געװען, װי מ'זאָגט, אױף אײן אָרט, און ער האָט זיך געהאַלטן מיט די אומגעריכטע געסט טאַקע װי אַ מאָלאָדיעץ. ער האָט נישט געפֿרעגט בײַ קײנעם, װאָס און װען. ער האָט נאָר פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער און כּמו װי מיט אַ שמײכעלע געקוקט און געװאַרט: „װאָס װעט דאָ זײַן?“

לאַנג װאַרטן האָט ער אָבער נישט באַדאַרפֿט. צו אים איז צוגעגאַנגען דער באַקאַנטער „אָקאָלאָדאָטשניק“ און, בעת די איבעריקע פּאַרשױנען זענען געשטאַנען און באַטראַכט פֿריִער די סטעליע, דערנאָך די װענט, דערנאָך די פּאָדלאָגעס, האָט ער געגעבן צו װיסן שאַפּיראָן, װי אַ גוטן באַקאַנטן, אַז מען איז געקומען צו אים מאַכן אַן „אָביסק“.

שאַפּיראָ קוקט אױפֿן אָקאָלאָדאָטשניק גאַנץ רויִק.

― אַן אָביסק? װאָס פֿאַר אַן אָביסק? איך האָב עפּעס געגנבֿעט?

― געגנבֿעט נישט געגנבֿעט ― ענטפֿערט אים דער אָקאָלאָדאָטשניק האַלב אָפֿיציעל האַלב אַלס גוטער באַקאַנטער ― נאָר זוכן דאַרף מען. אפֿשר װעט מען עפּעס געפֿינען…

― אָך, מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן! ― זאָגט אים שאַפּיראָ און צעלאַכט זיך ממש.

שׂרה פֿאַרשטײט נישט, װאָס איז דאָס אױף איר דודן אַזאַ גדולה, װאָס ער לאַכט.

― אַן אָביסק װילן זײ מאַכן, ― זאָגט דוד צו זײַן װײַב און גיט איר צו פֿאַרשטײן, װאָס הײסט אַן אָביסק: זײ װילן זוכן…

― װאָס װילן זײ זוכן? דעם נעכטיקן טאָג? דעם פֿאַראַיאָריקן שנײ?

― װאָס גײט עס דיך אָן? לאָזן זײ זוכן.

אין דער צײַט, װען מאַן און װײַב האָבן זיך אױסגעשמועסט, האָט דער פּאַרשױן מיט די בלױע ברילן אַ װוּנק געגעבן צום אָקאָלאָדאָטשניק, אָנגעװיזן אױך דער פֿאַרשלאָסענער שאַפֿע, און דער אָקאָלאָדאָטשניק איז צוגעגאַנגען צו דודן, װי צו זײַנעם אַן אַלטן באַקאַנטן, און געהײסן זיך געבן די שליסלעך פֿון דער שאַפֿע.

― װי קומט צו מיר שליסעלעך? ― מאַכט צו אים דוד אַלץ מיט אַ געלעכטער, ― שליסעלעך דאָס איז איר עסק…

― שׂרה! ― רופֿט ער זיך אָן צוס װײַב אױף ייִדיש, ― װוּ זענען די שליסלעך? עפֿן זײ אױף די שאַפֿע.

― װאָס הײסט, איך זאָל זײ עפֿענען די שאַפֿע? ― מאַכט צו אים שׂרה מיט שרעק. ― דאָרט ליגט דאָך די מצה!

― און אַז די מצה איז װאָס? בהמה, זײ װעלן דיר אױפֿעסן די מצה?

― װאָס רעדסטו? זײ װעלן נישט אױפֿעסן די מצה, נאָר זײ װעלן מיר חמצדיק מאַכן די מצה מיטן גאַנצן פּסח …

פֿונעם דאָזיקן שמועס, װאָס איז געגאַנגען אױף ייִדיש, האָבן די געסט פֿאַרשטאַנען נאָר אײן װאָרט „מצה“, װאָס איז איבערגעחזרט געװאָרן אַזױ פֿיל מאָל, און פֿון שׂרהס איבערגעשראָקן פּנים איז געװען אַרױסצוזען, אַז עס גלוסט זיך איר נעבעך זײער נישט אױפֿעפֿענען די שאַפֿע, האָבן זײ זיך מאָדנע איבערגעקוקט, גלײַך װי זײ װאָלטן זאָגן:

„עס װײס די קאַץ, װעמענס פֿלײש זי האָט אױפֿגעגעסן…“

דוד שאַפּיראָ האָט אַנדערש פֿאַרשטאַנען דעם דאָזיקן קוק.. אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז די פּריצים לאַכן פֿון זײַן װײַב, װאָס זי ציטערט אַזױ איבער דער מצה, איז ער גרײט געװען גלײַך מיט זײ נעמען אַן אָנטײל אינעם דאָזיקן געלעכטער.

ער איז דאָך אױך אַ מאַנסביל, רופֿט ער זיך אָן צו זײ, קוקנדיק אױף זײַן פֿרױ, מיט אַ געלעכטערל:

― אַלע װײַבער זענען גלײַך, כע, כע! ― זי האָט מורא, איר זאָלט איר נישט חמצדיק מאַכן די מצה, כע, כע.

אױף גױיִש איז דאָס בײַ אים אױסגעקומען, װי מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, נאָך מיט מער חן:

― אָנאַ באָאיטסאַ, טשטאָב װי ניע אָװאָמעצאָװאַלי יעיאַ מאַצו, כע, כע!

― װאָס הײסט עס „כאָמעצאָװאַל“? ― פֿרעגן זײ בײַ שאַפּיראָן, און שאַפּיראָ פֿױלט זיך נישט און דערקלערט זײ, װי אַזױ מען מאַכט חמצדיק פּסחדיקע מצה.

און בכדי זײ זאָלן אים בעסער פֿאַרשטײן, באַװײַזט ער זײ מיט אַלע זײַנע צען פֿינגער, אַז נאָך זײַן װײַבס שׂכל קומט אױס, אַז װיבאַלד זײ רירן זיך נאָר צו צו דער מצה מיט זײערע חמצדיקע הענט, אַזױ, מײנט זי, איז שױן קאַפּוט מיט דער מצה, אױס מצה, כאָטש נעם װאַרף זי אַרױס אין דרױסן, כע, כע…

מע קען נישט זאָגן, אַז אַזאַ געבן צו פֿאַרשטײן זאָל זײ זײַן שטאַרק צום האַרצן, און יענער, װאָס האָט אױסגעזען װי אַ זשאַנדאַרם, האָט זיך, װײַזט אױס, גאָר באַלײדיקט, טאַקע נישט אױף קאַטאָװעס. ער האָט אַ זאָג געגעבן צום אָקאָלאָדאָטשניק: „מ'זאָל עפֿענען די שאַפֿע!“ איז דער אָקאָלאָדאָטשניק צוגעגאַנגען צו שאַפּיראָן, אַרױפֿגעלײגט אים די האַנט אױפֿן אַקסל און אַ זאָג געגעבן אים מיטן האַרבן װאָרט, שױן נישט װי אַ גוטער באַקאַנטער, נאָר װי אַ טשינאָװניק: עס זאָל געעפֿנט װערן די שאַפֿע! און די שאַפֿע איז געעפֿנט געװאָרן.

און אַך! װאָס פֿאַר אַ בילד עס האָט זיך באַװיזן פֿאַר אַלעמענס אױגן: גאַנצע דרײ אונטערשטע פּאָליצעס זענען געװען אָנגעפּאַקט פֿון אױבן ביז אַרױף מיט װײַסע אױסגערעדלטע און צוגעברענטע מצות, װאָס האָבן אַרױסגעקוקט און געשמײכלט און גלײַך װי געבעטן זיך, מע זאָל זײ שױן אַמאָל אַרױסנעמען פֿון דאַנען און טאָן דאָס, װאָס ייִדן טוען מיט זײ, אַז עס קומט פּסח: צעשפּאַלטן און צעברעכן און צעברעכן און צעשטױסן און מאַכן פֿון זײ דאָס, װאָס מע מאַכט בײַ ייִדן, אַז עס קומט פּסח: קנײדלעך, אָדער לאַטקעס, אָדער בלינצעס, אָדער אַ טײגעכץ, אָדער פֿאַרפֿעלעך, אָדער גלאַט פּראָסטע צוגעפֿרישטע מצה מיט אַן אײ און מיט פּסחיקער גענדזנשמאַלץ. דאָס איז געװען אױף די דרײַ אונטערשטע פּאָליצעס. אױך די אױבערשטע צװײ פּאָליצעס זענען געװען אױסגעלײגט מיט װײס פּאַפּיר און רײַך באַזעצט מיט כּל־טובֿ. דאָרט האָט זיך געפֿונען אַ גאַנצער אוצר: ברײטע מאַקרעטעס מיט אײער, טעפּלעך מיט שמאַלץ, ציבעלעס און כרײן און פֿעפֿער און זאַלץ און פּאַסטערנאַק און עפּל און פֿלױמען און ראָזשיקעס און ניסלעך און מאַראַנצן, און העט־העט װײַט, אױבנאָן אין װינקעלע, איז זיך געשטאַנען באַזונדער, אַלײן, װי אַ מיוחס, עפּעס אַ מאָדנע ערדענע כּלי, אַ טאָפּ ניט קײן טאָפּ, אַ סלױ נישט קײן סלױ, מיט אַ װײַס פּאַפּיר צוגעדעקט און מיט אַ רױטן זײַדענעם פֿעדעם אַרומגעבונדן, און אַ בלעטל איז געװען אױף דער כּלי אָנגעקלעפּט מיט גרױסע געכּתבֿעטע אותיות:

כּשר של פּסח

אױף קײן זאַך האָבן זיך אַזױ חבֿרה נישט פֿאַרקוקט, װי אױף דער דאָזיקער כּלי. פּאַװאָלינקע, פֿאָרזיכטיק, װי עפּעס אַן אבֿן־טובֿ, איז זי אַרױסגעצױגן געװאָרן פֿון שאַפֿע, און, צװישן דעם אַדון מיט דער ליסינע און צװישן דעם בעל־הבית דוד שאַפּיראָ איז פֿאָרגעקומען אַ געשפּרעך, װעלכן מיר גיבן איבער פּינקטלעך:

― װאָס איז אָט דאָס אָ?

― דאָס איז אַ מתּנה אױף פּסח.

― פֿון װעמען אַ מתּנה אױף פּסח?

― פֿון מײַן שװעסטער.

― װער אין אײַער שװעסטער?

― זי איז אַ נגידית, דאָס הײסט אַ נגידס אַ װײַב, דאָס הײסט איר מאַן איז אַ ייִד אַ נגיד און אַ פֿרומער, אַ חסיד הײסט עס, פֿון די חסידים…

― „כאַססידים“?…

די כאַליאַסטרע קוקט זיך איבער. דער װאָס מיט דער ליסינע אָטעמט אָפּ, װי אַ מענטש, װאָס איז קױם־קױם, נאָך אַ גרױסער מי, געקומען צו אַ שטיקל טאָלק. דער זשאַנדאַרם האָט געגעבן אַ הוסט און אַ כאַפּ צו זײַנע שײנע װאָנצעס. און דער געשפּרעך גײט זיך װײַטער:

― אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה אױפֿבינדן די דאָזיקע כּלי?

― אָך, פֿאַרװאָס ניט? מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן! ― זאָגט דוד שאַפּיראָ און װיל זיך געבן אַ נעם צו דער כּלי, טוט זיך שׂרה אַ לאָז צו אים מיט בײדע הענט..

― פּאַװאָליע, װי דו נעמסט, װעסט צעגיסן… ― װאָס ציטערסטו? ― פֿאַלט אָן אױף איר דוד אַ צעבײזערטער, אַ צערײצטער פֿון דעם גאַנצן טאַרעראַם. ― װאָס ציטערסטו, װאָלט איך װעלן װיסן? װאָס פֿלאַטערסטו? װאָס װעל איך דיר אױסגיסן? דעם טײַערן נאַפּיטאָקнапиток: געטראַנק װאָס דאָ איז? צי פֿאַר דער װאַזשנער פּאַסודע האָסטו מורא? זי ציטערט אַ ביסל! אַז מע הײסט עפֿענען, דאַרף מען עפֿענען אַלצדינג! אַן אָביסק איז נישט קײן רעװיזיע אױף פּראַװאָזשיטעלסטװע… ― נו, גענוג, גענוג! ― האַקט אים איבער דער זשאַנדאַרם. אױף אײַער ייִדישן זשאַרגאָן װעט איר צײַט האָבן זיך דורכשמועסן שפּעטער, אַז מיר װעלן אַװעקגײן. דערװײַל זײַט אַזױ גוט און עפֿנט, זײַט מוחל, די דאָזיקע כּלי!

פּאַװאָלינקע האָט דוד שאַפּיראָ אױפֿגעבונדן דעם רױטן פֿאָדעם זײַד, אַראָפּגענומען דאָס װײַסע פּאַפּיר און אױפֿגעעפֿנט די כּלי. דאָרטן זענען געלעגן געקליבענע, האַרטע, שמעקנדיקע, געזײַערטע אוגערקעס כּשר־לפּסח, אין געזאַלצענעם ראָסל אײַנגעװײקט. יעדער אוגערקע איז געװען דורכצוזען אױף דער שײן. נײן, נישט קײן אוגערקעס זענען דאָס געװעזן, נאָר אתרוגים; זײער אַראָמאַט האָט זיך געלאָזט הערן איבער דער גאַנצער שטוב און געזאָגט עדות, אַז זײער טעם דאַרף זײַן טעם גן־עדן.

דאָס דרײַ־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל
ענדע גוט ― אַלעס גוט

מיר װעלן נישט באַמיִען אונדזערע לעזער מיט אַן אױספֿירלעכע באַשרײַבונג, װי אַזױ ס'איז פֿאָרגעקומען דער װײַטערער „אָביסק“. אין קורצן קענען מיר נאָר פֿאַרזיכערן, אַז ער איז געמאַכט געװאָרן װי עס געהער צו זײַן, נאָך אַלע דינים און מינהגים. עס זענען אױסגעפֿאָרשט געװאָרן אַלע װינקעלעך, אין שאַפֿע און אױף דער שאַפֿע און אונטער דער שאַפֿע און צװישן דער שאַפֿע. מע האָט זיך נישט געפֿױלט כאַפּן אַ קוק אױך אונטער אַלע בעטן און אין קיך אַרײַן, אַרײַנגעשטעקט די נאָז אַפֿילו אין דײזשקעלע פּסחיקן באָרשט, איבערצײַגט זיך, אַז עס שמעקט מיט בוריקעס. עס זענען איבערגעבלעטערט געװאָרן אַלע ספֿרים און ביכער, אַפֿילו שׂרהס טײַטש־חומש מיט אַלע „תּחינות ובקשות“. אױך בעטיס און סיאָמקעס ביכער און ביכלעך זענען איבערגעקוקט געװאָרן און אַװעקגעלײגט געװאָרן צוריק אױף זײער אָרט. נאָר אײן בוך האָבן זײ געפֿונען פֿאַר נױטיק צוצונעמען מיט זיך. אױף דעם דאָזיקן ספֿר האָט זײ אָנגעװיזן אָן װערטער יענער שטיל־שװײַגנדער פּאַרשױן מיט די בלױע ברילן. פֿריִער האָט ער אַלײן אַרײַנגעקוקט אינעם דאָזיקן ספֿר אַרײַן, זיך פֿאַראינטערעסירט מיט אַ בלעטל, װאָס איז געװען פֿאַרבױגן. נאָכדעם האָט ער צוגעטראָגן דעם ספֿר צום עלטסטן װאָס מיט דער ליסינע, געגעבן אים אַ װײַז מיטן פֿינגער אױפֿן צוגעבױגענעם בלעטל. יענער האָט זיך, װײַזט אױס, אױך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיטן ספֿר, צוגערופֿן מיט די אױגן דעם זשאַנדאַרם, װאָס האָט זיך אָנגעבױגן איבערן ספֿר, אַ קוק געטאָן און אָ הוסט געגעבן, גענומען זיך דרײען די װאָנצעס. נאָך אים האָבן