דער בלוטיקער שפּאַס: 39: שׂרה געפֿינט אַן אוצר

שלום עליכם (אַלע װערק)

האַנט, און אונדזער העלד איז אַרױס פֿון דאָרט מיטן פּעקל ביכער אונטערן אָרעם אַ צופֿרידענער, אַ לעבעדיקער, אַ פֿרײלעכער, װי אַלע מאָל, נאָר נישט צו חלומען אַפֿילו אַז דאָס פּעקל ביכער, װאָס ער טראָגט, טראָגט ער עס ניט קײן פּעקל ביכער, נאָך אַ פּעקל צרות אױך זײַן קאָפּ…

דאָס נײַן־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: שׂרה געפֿינט אַן אוצר

― זע נאָר, װאָס האָב איך מיך אַװעקגעזעצט אָט אָ דאָ אין מיטן שטוב אין אַ װינקעלע? שיִער פֿאַרגעסן, אַז ס'איז ערבֿ־פּסח!

אַזױ האָט שׂרה שאַפּיראָ זיך אױסגעשמועסט מיט זיך אַלײן, זיך געגעבן אַ כאַפּ אױף פֿונעם אָרט, װוּ זי איז געזעסן, און זי האָט זיך געגעבן אַ נעם צו דער אַרבעט אַזױ געשמאַק, אַז עס האָט געברענט בײַ איר אונטער די הענט. גאַנצע באַרג מיט מיסט זענען אַרױסגעקערט געװאָרן. גאַנצע שאַפֿעס מיט ביכער זענען איבערגעטרײסלט געװאָרן, און פּאַפּירן, פֿון דער װעלט פּאַפּירן זענען פֿאַר.ברענט געװאָרן.

― מישטײנס געזאָגט, אַ שטוב פֿון סאַמע לערנערס און פֿון סאַמע שרײַבערס! אַלע לערנען און אַלע שרײַבן: סיאָמקע שרײַבט. בעטי שרײַבט. דער קװאַרטיראַנט שרײַבט. אין חמץ אַרײַן! אין חמץ אַרײַן!

אַזױ האָט געזאָגט שׂרה און געװאָרפֿן פּעק מיט פּאַפּירן אין אױװן אַרײַן, נישט געלענט קײן כּבֿוד אױף קײן זאַך: „צו װאָס דאַרף מען איבעריקע שמאַטעס? אַבי אַ הקדש!“ און אָט אַזױ רײניקנדיק, איז זי אױסגעװען אַלע מײַזנלעכער, צװישן אַלע שאַפֿעס, קאָמאָדן און שפּיגלען, אַרײַנגעקוקט אױך צום קװאַרטיראַנט אין טישקעסטל אַרײַן, אין יענעם געװיסן טישקעסטל, װאָס אַז מע װיל עס עפֿענען, קאָן מען נישט, כאָטש ס'איז אָן אַ שלאָס.

― אפֿשר האָט ער דאָרטן עפּעס חמץ בײַ זיך? אַ קשיא אױף אַ מעשׂה! ― האָט שׂרה אַ זאָג געגעבן צו זיך אַלײן, אױסגעשאָלטן דאָס טישל מיט טױטע קללות דערפֿאַר, װאָס סע װיל זיך ניט עפֿענען, און סוף־כּל־סוף אױסגעפֿירט אירס: דאָס טישקעסטל האָט זיך אױפֿגעעפֿנט, און דאָרט האָט זי געפֿונען אַ גאַנצן אוצר.

ערשטנס, האָט זי דערזען אײַנגעװיקלט בײַ אים צװישן די פּאַפּירן איר טאָכטערס בילד. „װי קומט אַהער בעטיס פּאָרטרעט, אַ שטײגער? מסתּמא האָט זי אים געשענקט… און בסוד, אַז מיר זאָלן ניט װיסן… די משמעות, אַז עס גײט בײַ זײ אױף אַ גאַנג?… כאָטש אַפֿילו איר טאָכטער איז גענוג משוגע, מאַכט אָנשטעלן, װיל ניט, אַז מע זאָל דערמאַנען דעם נאָמען „שידוך“… נאָר עט! עס װעט זיך איר העלפֿן! סוף־כּל־סוף װעלן זײ, מסתּמא, קומען בײדע צו איר, צו דער מאַמען הײסט עס, און מע װעט איר אַנטפּלעקן דעם סוד, אַז מע האָט זיך ליב און אַז… אַך, װי דערלעבט מען דאָס שױן!“

אַזױ טראַכט זיך די גליקלעכע מוטער, צונױפֿלײגנדיק אים די פּאַפּירן און אַװעקלײגנדיק דאָס בילד צוריק אױפֿן אײגענעם אָרט, און אירע אױגן שטעלן זיך אָפּ עפּעס אױף אַ קלײן ביכעלע, אָן טאָװעלעך, און אָנגעשריבן איז אױף דעם מיט גרױסע אותיות: „מאָי דניעװניק“ ― „מײַן טאָגביכל“ הײסט עס.

זײַן טאָגביכל? ― זאָגט שׂרה צו זיך אַלײן און מישט אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל, און דאָס האַרץ קלאַפּט איר, און זי װאַקסט, װאַקסט, װערט ברײטער װי לענגער. זי װאָלט דאָס ניט געלײענט בשום־אופֿן: װאָס גײט עס איר אָן, װאָס יענער שרײַבט דאָרט אין זײַן טאָגביכל? נאָר װיבאַלד זי האָט שױן געפֿונען בײַ אים אײַנגעװיקלט בעטיס בילד, מעג זי שױן, דאַכט זיך, אַ קוק געבן, װאָס קאָן ער, אַ שטײגער, שרײַבן אין זײַן „טאָגביכל“? אפֿשר װעגן איר טאָכטער?… און כּך הוה, אַזױ װי דאָס האַרץ האָט איר געזאָגט: דער גרעסטער טײל פֿון זײַן „טאָגביכל“ איז פֿאַרנומען מיט איר בעטין… „הײַנט איז ער געגאַנגען שפּאַצירן מיט בעטין… הײַנט האָט ער גערעדט מיט בעטין… מאָרגן גײט ער אין טעאַטער מיט בעטין… בעטי האָט געזאָגט… בעטי האָט געלאַכט… בעטי האָט געפֿרעגט, בעטי האָט געשװיגן“ ― אַלץ אַזעלכע נױטיקע זאַכן! און זי האָט געמײנס, זי װעט געפֿינען עפּעס רעכטס…

אַזױ טראַכט זיך שׂרה און בלעטערט דאָס ביכל אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל און קאָן נישט געפֿינען, איר זאָלט זאָגן, אײן זאַך אַ רעכטע, אַ ערנסטע. כּדומה־למשל, אָט שטײט בײַ אים פֿאַרשריבן אַ נײַעס, אַז נעכטן איז ער געװען בײַ די „כאַססידים“ און געטאַנצט מיט די „כאַססידים“… אַ! דאָס מײנט ער אַװדאי פּורימדיקע סעודה בײַ אונדזער שלמה פֿאַמיליאַנט ― כאַ־כאַ־כאַ! אָט אַ שמױגער! אַװדאי באַדאַרף מען עס נאָך פֿאַרשרײַבן אין אַ בוך ― אין ספֿר פּראַלניק אַרײַן!… און פּלוצעם איז אױף אים אַ גדולה, און ער פֿאַרשרײַבט מיט אַ „הוראַ“: „הײַנט בין איך געװען בײַ די מצות! איך אַלײן בין געװען דערבײַ און בין צופֿרידן, זײער צופֿרידן, װאָס איך בין אַלײן געװען דערבײַ…“ גליקלעך װי די ראַבע קאַץ!

צי, אַ שטײגער, אַזאַ מעשׂה, װאָס ער שרײַבט װײַטער בײַ זיך אין טאָגביכל: „מאָרגן גײ איך צום רבֿ… כ'װעל רעדן מיט אים װעגן דאָגמאַטן און װעגן ריטואַל…“ װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין שלאַק? זאָל זי אַזױ װיסן פֿון בײז, װי זי הײבט אָן אַפֿילו צו פֿאַרשטײן, מיט װאָס מע עסט עס! װײס איך ― מסתּמא נאַרישקײטן…

שׂרה שאַפּיראָ לײגט אַװעק דאָס טאָגביכל אױך און װיל שױן צומאַכן דאָס טישקעסטל, האָט איר פּלוצעם אַ בלישטשע געגעבן אין די אױגן אַרײַן עפּעס זײער אַ שײן בריװעלע, געשריבן אױף רױט פּאַפּיר. „דאָס דאַרף זײַן איר בעטיס אַ בריװעלע, מסתּמא“, ― לױפֿט איר דורך אַ מחשבֿה אין קאָפּ, און זי צענעמט דאָס בריװעלע ― נײן, ס'איז ניט פֿון איר בעטין. װײַזן װײַזט אױס, אַז דאָס שרײַבט טאַקע אַ פֿרױענצימער, נאָר ניט בעטי. װאָס הײסט? זי קען ניט בעטיס האַנט? דאָס דאַרף זײַן אַװדאי פֿון דער מומע די מיליאָנערשע… כּדאַי צו זען, כ'לעבן. װאָס שרײַבט אים עפּעס די מומע? דאָס הײסט, שׂרה װאָלט בשום־אופֿן נישט גענומען לײענען דאָס דאָזיקע בריװעלע, װאָרעם װאָס גײט עס איר אָן, װאָס אַ מומע אַ מיליאָנערשע שרײַבט צו איר פּלימעניק צום סטודענט? נאָר װײַל זי האָט שױן געפֿונען בײַ אים איר טאָכטערס בילד, און װײַל זי האָט שױן געזען אין זײַן טאָגביכל, אַן ער טראַכט כּסדר פֿון איר בעטין, איז אָן אַן אומגליק, אַז זי װעט זיך פֿאַרגינען אַ קוק טאָן, װאָס שרײַבט אים, למשל, די מומע די מיליאָנערשע װעגן שידוך? טאָמער אַזעלכעס, װאָס זי, שׂרה, דאַרף עס װיסן? נאָר הערט אַ מעשׂה: ס'איז גאָר ניט פֿון דער מומע! די מומע זײַנע, אױף װיפֿל שׂרה געדענקט, הײסט אױף אַ ל. (ליִאַ), און דאָס בריװל איז גע חתמעט מיט אַ פּ. זי שרײַבט זיך אונטער: „דײַנע, דיך אײביק ליבנדע, װאָס קושט דיך און האַלדזט דיך, װיעראַ פּ.“ װער קאָן דאָס זײַן אָט די װיעראַ פּ., װאָס קושט אים און האַלדזט אים און שרײַבט זיך אונטער „דײַנע, דיך אײביק ליבנדע“? ― עפּעס אַ ליבע גאָר! און נאָך אַן אײביקע דערצו!…

אַז שׂרה האָט איבערגעלײענט דאָס דאָזיקע בריװעלע, װײסט זי אַלײן ניט, װאָס מיט איר איז געװאָרן. עס האָט זיך איר אױסגעדאַכט, עפּעס אַזױ װי עמיצער װאָלט געקומען צו גײן און װאָלט אָנגערעדט פֿאַר איר אַ באַרג מיט לשון־הרע אױף דעם, װאָס איר איז ליב…

אָדער אַזױ װי דער ערגסטער שׂונא װאָלט זיך אַרײַנגעריסן און װאָלט זי אױסגעשאָלטן מיט טױטע קללות אױף אַלע פֿיר זײַטן…

אָדער אַזױ װי זי װאָלט געזען עפּעס אַ בײזן אַ װיסטן חלום…

אָט װאָס אין בריװעלע איז געשטאַנען:

„טײַערער מײַנער!

„דײַנע בריװ צו אונדז האָבן אין דער לעצטער צײַט אָנגעהױבן זײַן אַזױ זעלטן און אַזױ קורץ, אַז עס גײען אונדז דורך אָפֿטמאָל אַלערלײ שװאַרצע געדאַנקען… דער פּאַפּאַ זאָגט, אַז דו װעסט שױן באַלד גאָר אױפֿהערן שרײַבן. דער פּאַפּאַ איז די לעצטע צײַט נאָך מער קאַפּריזנע װי געװען. ער בענקט אױך, נאָר ער װעט ניט אַרױסװײַזן פֿאַר קײנעם… דו קאָנסט דיר דען פֿאָרשטעלן, גרישאַ מײַנער טײַערער, װי איך און מיר אַלע קוקן שױן אַרױס אױפֿן הײליקן פּסח?… איך צײל שױן פּשוט די טעג און הער ניט אױף צו בעטן גאָט פֿאַר דיר, ער זאָל דיך ניט פֿאַרלאָזן, און דער עיקר, עס זאָל דיר גרינג אָנקומען, און איך װינטש דיר גלענצנדן ערפֿאָלג! הלװאַי, דו זאָלסט אונדז דערפֿרײען צום הײליקן יום־טובֿ מיט דער גוטער בשׂורה, אױף װעלכע מיר אַלע קוקן אַרױס, און מער פֿון אַלעמען איך, דײַנע, דיך אײביק ליבנדע, װאָס האַלדזט דיך און קושט דיך,

װיעראַ פּ.“

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

שׂרה האָט דאָס דאָזיקע בריװעלע אױך אַװעקגעלײגט צוריק אױפֿן אײגענעם אָרט, צוגעמאַכט דאָס טישקעסטל און גענומען זיך צוריק צו איר אַרבעט. נאָר אָך און װײ איז געװען צו דער אַרבעט. ס'איז שױן געװען גאָר ניט דאָס, װאָס פֿריִער. אַלצדינג איז איר װי געפֿאַלן פֿון די הענט. זי האָט כּמעט גאָר ניט געװוּסט, װאָס זי טוט. איר קאָפּ איז געװען אין יענעם בריװעלע פֿון יענער װיעראַ פּ., װאָס קושט אים און האַלדזט אים, אַ מכּה איר אַ גרױסע, װוּ זי אין ערגעץ דאָרטן! ― װער קאָן זי זײַן, אַ שטײגער, אָט די װיעראַ פּ.? טראַכט זיך שׂרה, שטעלט זיך אָפּ אַלע מאָל און קנאַקט זיך אױס אַלע פֿינגער, װי איר שטײגער איז: זאָל דאָס זײַן גלאַט אַ מײדל, װאָס איז אין אים פֿאַרליבט? (מע קאָן זיך פֿאַרליבן אין אַזאַ שײנעם בחור, װאָס האָט געענדיקט מיט אַ מעדאַל און האָט אַ מומע אַ מיליאָנערשע אָן אַ קינד און אָן אַ רינד!) װאָס־זשע איז זי מיט אים אַזאַ נאָענטע שמעלקע, װאָס זי שרײַבט אים „דו“?… און װאָס קוקט זי אים אַזױ אױס אױפֿן הײליקן יום־טובֿ? און װאָס הענגט זי זיך אַזױ אױף זײַן האַלדז? .

שׂרה פֿאַרגעסט אַ װײַלע, נאָר זי קערט זיך אום צוריק:

― זאָל דאָס זײַן אַ כּלה? ― (ניט דערהערן װעלן דאָס די שׂונאים!) װי װאָלט ער ניט דערמאַנט די גאַנצע צײַט און װי װאָלט ער דאָס געהאַט אַ העזה צו שפּילן אַ ליבע מיט איר טאָכטער?… צװײ ליבעס?… צװײ כּלות?… דאָס װאָלט שױן געװען ערגער װי אין סדום! דאָס װאָלט שױן געװען הימל עפֿן זיך, עק װעלט!… נײן. דאָס קאָן ניט זײַן! ראַבינאָװיטש איז ניט אַזאַ מענטש… דאָס קאָן ניט זײַן! דאָס קאָן ניט זײַן!…

שׂרה נעמט זיך װידער צו דער אַרבעט. זי װאָלט װעלן פֿאַרגעסן ― קאָן זי ניט. די דאָזיקע װיעראַ פּ. קריכט איר גאָר פֿון קאָפּ ניט אַרױס! האָט איר געהערט אַזאַ אָנשיקעניש? אָט אַיענער שלימזל, טומאַרקין, זאָל דאָ זײַן אַצינד, װאָלט זי דורך אים אפֿשר געקאָנט געװױרע װערן, װער דאָס איז… איז ער אָבער פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, װי אין װאַסער אַרײַן. װאָס טוט מען? זי װעט דאָך ניט פֿרעגן בײַם קװאַרטיראַנט: „װער איז אָט די װיעראַ פּ., װאָס איז אין אײַך אַזױ פֿאַרקאָכט?“… װאָרעם זי װעט דאָך דערמיט אַלײן אױסגעבן, אַז זי האָט זיך געפּאָרעט בײַ אים צװישן זײַנע פּאַפּירן… נאָר װאָס טוט מען? װאָס פֿאַר אַן עצה גיט מען זיך, מע זאָל דערגײן, װער איז אָט די װיעראַ פּ.?

אָט אַזױ האָט זיך נעבעך די מוטער געבראָכן דעם קאָפּ אומזיסט, װאָרעם זי זאָל זײַן מיט אַכצן קעפּ, װעט איר דען אײַנגעפֿאַלן אַזאַ זאַך, אַז די װיעראַ פּ. ― דאָס איז ניט מער און ניט װינציקער װי אונדזער העלדס אַ לײַבלעכע שװעסטער, װיעראַ פּאָפּאָװאַ?…

תּחילת האָט שׂרה חשק געהאַט נעמען דאָס בריװעלע צו זיך און װײַזן דער טאָכטער, װאָס װעט זי זאָגן דערױף? אפֿשר װײסט בעטי, װער איז אָט די װיעראַ פּ.? דערנאָך האָט זי זיך באַטראַכט, אַז ס'איז ניט כּדאַי זיך אָנהײבן מיט אַזאַ עזות־פּנים. בעטי קאָן איר אָפּשפּילן אַן ערבֿ־יום־טובֿ, למאַי זי קוקט אַרײַן אין פֿרעמדע בריװלעך, אַז זי זאָל האָבן צו געדענקען. און אַגבֿ האָט איר װײ געטאָן דאָס האַרץ, טאָמער װײסט בעטי גלײַך מיט איר, װער איז אָט די װיעראַ פּ., װעט זי נעבעך האָבן אַ פֿאַרשטערטן פּסח!

― נאַט אײַך אַ נײַעם שלימזל, אַ װיעראַ פּ. אױף מײַן קאָפּ! ― האָט שׂרה געזאָגט צו זיך אַלײן און פֿאַר גרױס האַרצװײטיק האָט זי געװאָלט זיך נוקם זײַן אין איר קװאַרטיראַנט און נעמען דאָס בריװל און פֿאַרברענען דאָס אין חמץ. און הלװאַי װאָלט זי דאָס טאַקע מקײם געװען. הלװאַי װאָלט זי פֿאַרברענט דאָס דאָזיקע בריװל מיטן טאָגביכל אינאײנעם, װאָלט זי אפֿשר אױסגעלײזט איר קװאַרטיראַנט פֿון אַן אומגליק, װאָס האָט געװאַרט אױף אים און געלױערט, װי מיר װעלן דאָס אין גיכן אַרױסזען באַשײַנפּערלעך.

דאָס פֿערציקסטע קאַפּיטל: סיאָמקע ― אַ כּפּרה־הינדל

אין דער צײַט, װען שׂרה האָט זיך געשלאָגן מיט דער דעה, צי זאָל זי אַרױסנעמען צוריק דאָס בריװעלע, װאָס זי האָט געפֿונען בײַם קװאַרטיראַנט אין טישקעסטל, צי נײן, האָט זיך געלאָזט הערן פֿון דרױסן אַ קלונג.

― אָט דאָס דאַרף זײַן אָדער דער קװאַרטיראַנט, אָדער בעטי, ― זאָגט שׂרה צו זיך אַלײן און לױפֿט אַראָפּ עפֿענען די טיר.

געקלונגען האָט דאָס אָבער ניט דער קװאַרטיראַנט און ניט בעטי, נאָר דװקא דער קלײנער סיאָמקע. ער איז הײַנט צוריקגעקומען פֿון גימנאַזיע פֿריִער װי אַלע מאָל.

― װאָס איז די מעשׂה?

מע האָט זײ נאָר־װאָס צעלאָזט אױף פּסח אַלעמען, די ייִדישע װי די קריסטלעכע קינדער, און סיאָמקע װאָלט באַדאַרפֿט, אײגנטלעך, קומען אַהײם מיט אַ גדולה, מיט אַ פֿרײד, װי געװײנלעך. צום סוף איז ער אַרײַנגעקומען אַ פֿאַרװײנטער, אַ צעקנײטשטער, אַ צעבײַלטער. און ער האָט אױסגעבראָכן אין אַ געװײן, אַ יאָמער, אַ קלאָג.

― גאָט איז מיט דיר! סיאָמקעניו, טײַערער מײַנער, װאָס װײנסט דו? אַ שלעכטע אַטעסטאַציע? ― פֿרעגט אים די מוטער און איז שױן גרײט ברעכן די הענט.

נײן. דװקא אַ גוטע אַטעסטאַציע. דװקא סאַמע פֿינפֿן.

― װאָס־זשע װײנסט דו?

מע האָט אים געשלאָגן.

― װער?

די חבֿרים, די גימנאַזיסטן די קריסטלעכע פֿון די עלטערע