דער בלוטיקער שפּאַס: 38: אַ פּעקל ביכער

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס אַכט־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: אַ פּעקל ביכער

― זעט איר, יונגער מאַן,― האָט אים דער רבֿ געזאָגט מיט אַ ביטער שמײכל ― זעט איר, װי מע טאָר זיך ניט כאַפּן?… מיט אײַער צעפֿרעגן זיך: „פֿון װאַנען נעמט זיך עס? און װאָס עפּעס נאָר אױף ייִדן און ניט אױף אַנדערע?“ ― פֿאַרענטפֿערט איר מײַנע פֿריִעריקע רײד, אַז אַזאַ ערנסטן שריט, װי איר װילט מאַכן, באַדאַרף מען זיך גוט איבערלײגן, און אַז מע באַדאַרף זיך, קודם־כּל, נאָענט באַקענען מיט דער „משפּחה“… װאָרעם װי װאָלט איר זיך דען געקאָנט רעכענען גליקלעך מיט דער, װאָס אין איר משפּחה געפֿינען זיך אַזעלכע, װאָס באַנוצן מענטשן־בלוט?… איר פּראָטעסטירט און זאָגט, אַז נײן? זאָג איך אײַך, אַז זיך אַלײן קאָנט איר אױך װינציק… אָט האָט איר נאָר־װאָס געזאָגט, אַז איר און דער בעסטער טײל קריסטן זענט איבערצײַגט, אַז דאָס איז, זאָגט איר, אַ פּיזמון און אַ בילבול און אַ לעגענדע. אין דער אמתן אָבער זענט איר װײַט פֿון איבערצײַגונג, און דאָס איז גאַנץ נאַטירלעך, פּשוט דערפֿאַר, װײַל איר קענט אונדז ניט. איר קענט אונדז אַזױ פּיל, װיפֿל מיר, למשל, קענען די כינעזער. איר האָט גאָר געהערט פֿון אונדז. מע האָט אײַך אָנגעדולט אַ קאָפּ, אַז ייִדן זענען אַזעלכע און אַזעלכע. אַז מיר האָבן פֿאַרבאָרגענע סעקטעס און אַז די סעקטעס האָבן פֿאַרבאָרגענע מינהגים… נעמען אױף זיך די טירחה לײענען אַלצדינג, װאָס איז הונדערטער מאָל אָפּגעלײקנט געװאָרן, אָדער אַלײן זיך צוקוקן, נאָכפֿאָרשן, באַקענען זיך מיט אונדז פֿון דער נאָענט, ― דערױף זענען בײַ אײַך װינציק בעלנים. װען איר זאָלט זיך באַקענען מיט אונדז אַ ביסל נעענטער, װאָלט איר געזען, װאָס פֿאַר אַ געלעכטער דאָס איז. איר װאָלט אַרױסגעזען, אַז ס'איז ניטאָ בײַ אונדז קײן שום פֿאַרבאָרגענע סעקטעס מיט קײן שום פֿאַרבאָרגענע מינהגים, אַז אַלע אונדזערע מעלות און חסרונות זענען פּונקט דיזעלבע, װאָס בײַ אײַך, מיט אַן אױסנאַם. װאָס אַלע עבֿירות קאָנט איר אונדז אױסװאַרפֿן, אױסער אײן עבֿירה פֿון בלוט פֿאַרגיסן… בײַ אונדז, נישט נאָר מענטשלעך בלוט, נאָר אַפֿילו בלוט פֿון אַ בהמה און פֿון אַן עוף, אַז מע דאַרף עס קױלן צוס עסן װאָלט איר געזען, װיפֿל דינים דערױף איז אָנגעשריבן און װיפֿל מאָל עס װערט דערמאַנט בײַ אונדז, מיר זאָלן ניט עסן מיטן בלוט, ניט פֿאַרגיסן קײן בלוט, ניט זען קײן בלוט… אַ שאָד, װאָס איך האָב ניט פֿיל צײַט אַצינד און דאָרט װאַרטן אױף מיר אַ בינטל ייִדן… (דער רבֿ ראָט געגעבן אַ קוק אױפֿן זײגער, דער גאַסט האָט זיך אױפֿגעכאַפּט). זיצט, זיצט. ס'זאָל ניט זײַן ערבֿ־יום־טובֿ ― הײַנט אױפֿדערנאַכט האָבן מיר פּסח ― װאָלטן מיר װעגן דעם געשמועסט אַ ביסל ברײטער. אױב איר װילט זיך באַקענען מיט דעם ענין אַ ביסל נעענטער, װעל איך אײַך דינען מיט װאָס איך קאָן. איר װעט געפֿינען בײַ מיר אַ גאַנצע ליטעראַטור. איך קאָן אײַך געבן אַ בוך פֿון פּראָפֿעסאָר כװאָלסאָן, האָט איר געהערט? נײן? (דער רבֿ איז אױפֿגעשטאַנען, צוגעגאַנגען צו דער שאַפֿע מיט ספֿרים). איך קאָן אײַך אױסלײַען דאָס בוך ביז איבער יום־טובֿ. איך קאָן אײַך אױסלײַען נאָך אַ פּאָר ביכלעך, אַלץ װעגן ריטואַל. און אױב איר װילט שטאַרק, קאָן איך אײַך מכבד זײַן מיט נאָך אַ בוך פֿון אונדזער גרױסן למדן און ייִדן־קענער רב ליוטאָסטאַנסקי. ער, פֿאַרשטײט איר מיך, ציטירט גמרות, װאָס ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן, און ברענגט דינים פֿון אַן אײגענעם שולחן־ערוך, װאָס לא היה ולא נבֿרא, און דאָך באַציִען זיך אונדזערע קעגנער אױף אים װי אױף אַ גרױסן בר־סמכא, און כאָטש ער אין אָפּגעלײקנט געװאָרן װיפֿל מאָל מיט אַלע זײַנע שקרים וכזבֿים, דאָך איז ער נאָך עד־היום פֿאַרבליבן אין געװיסע קרײַזן דער גרעסטער אױטאָריטעט…

עס האָט זיך געעפֿנט װידער די אײגענע טיר און דיזעלבע פֿרױ מיטן פּאַרוק האָט זיך באַװיזן, שײן אָן װערטער, נאָר איבערגעקוקט זיך מיטן רבֿ, װעלכער האָט זיך אָפּגעבעטן בײַ איר מיט די אױגן, אַז אָט גײט ער… דער גאַסט האָט זיך אױפֿגעהױבן, זײער שײן אָפּגעדאַנקט פֿאַר די ביכער. ער האָט אַרױסגעזען, אַז װעגן דעם, װאָס ער איז געקומען אַהער רעדן, האָט ער איצט מער גאָרנישט װאָס צו רעדן. דער רבֿ איז גערעכט געװען: ער האָט זיך צו שטאַרק געאײַלט: צו אַ האַרט ניסל אָט דאָס ייִדישקײט אױף אײַנצובײַסן אַזױ גיך… ער האָט אַ טעות געהאַט אין חשבון: ס'איז, אַ פּנים, אַ סך גרינגער אָנגעקומען לאַפּידוסן אַרױסצוטרעטן פֿון ייִדישקײט, װי אים, פּאָפּאָװן, אַרײַנצוטרעטן… צו שטאָלץ, איז בײַ זיך דאָס דאָזיקע פֿאָלק. צופֿיל האַלט דאָס פֿון זיך, גאָר נישט קוקנדיק דערױף, װאָס איז אַזױ װאָלװל בײַ דער װעלט!… װאָס װעט זײַן װײַטער ― װײסט ער ניט. דערװײַל דאַרף מען גײן.

און ער האָט גענומען דאָס פּעקל מיט ביכער און אָנגעהױבן זיך געזעגענען, האָט אים דער רבֿ אָפּגעהאַלטן, געזאָגט, אַז, נישקשה, ער האָט נאָך עטלעכע מינוט פֿון זײַנעט װעגן.

― אַלזאָ, יונגער מאַן, קערן מיר זיך אום צום פֿריִעריקן שמועס. װי איך פֿאַרשטײ פֿון אײַערע רײד, זענט איר נאָענט צום געזינדל פֿונעם דערמאָרדעטן טשיגירינסקי און איר װײסט, זאָגט איר, אַז דאָס איז דעם שטיפֿפֿאָטערס אַרבעט? מיר דענקען אױך אַזױ. מיר זענען איבערצײַגט, אַז ס'איז אַזױ. נאָר װאָס קומט אַרױס פֿון אונדזער איבערצײַגונג, אַז ס'איז דאָ מענטשן, װאָס גײען אױס נאָך אַ פּאָגראָם? איר זעט דאָך, עס גײט אַזאַ אַגיטאַציע און אַלע בלעטער פּױקן: ריטואַל און ריטואַל!… און גראָד, אױף אונדזער אומגליק, האָט זיך עס באַדאַרפֿט טרעפֿן ערבֿ־פּסח… אָ! װען איר זאָלט װעלן אַרױסטרעטן!… שױן לאַנג, אַז איר קענט זיך מיט די דאָזיקע לײַט?

ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ האָט װידער מורא געהאַט זיך אַרױסכאַפּן מיט אַן איבעריק װאָרט, האָט ער זיך געמאַכט, װי ער הערט ניט, װאָס מע פֿרעגט בײַ אים, און אָנשטאָט צו געבן ענטפֿער, האָט ער בעסער אַ פֿרעג געגעבן בײַם רבֿ נאָך אײן זאַך, װאָס אים איז געװען קשה.

― נאָך אַ קלײניקײט, געערטער רראַבי, האָב איך געװאָלט בײַ אײַך פֿרעגן: װאָס איז דער שׂכל, פֿון װאַנען נעמט זיך עס, װאָס נאָר אַז עס קומט אין דער צײַט, אַרום פֿאַר פּסח, שװימט אַרױף די דאָזיקע לעגענדע, און מע געפֿינט טאָ דאָ טאָ דאָרטן אַ…

― אַ „קרבן פּסח“? ―― כאַפּט אים אונטער דער רבֿ מיט זײַן אײדעלער איראָניע, און דער געדאַנק פֿון פּראָװאָקאַציע לױפֿט אים װידער דורך אין קאָפּ, אָבער מער נישט װי אױף אײן רגע און אױף זײַן פּנים באַװײַזט זיך זײַן פֿריִעריק גוטמוטיק שמײכעלע. איר װילט װיסן דעם שׂכל? דער שׂכל איז אָ פּראָסטער שׂכל. איך װעל עס אײַך דערקלערן מיט אַ משל.

און דער רבֿ, שױן שטײענדיק מיטן גאַסט בײַ דער טיר, האָט רויִק און פּאַמעלעך, װי זײַן שטײגער איז, און אַלץ מיטן זעלבן שמײכעלע, דערצײלט דעם משל:

― אַמאָל איז געװען אַ שיסער. אַ בריה אַ שיסער, װאָס האָט באַװיזן קונצן, ממש מרעיש־עולם געװען. דהײַנו? אַלע מאָל, װען ער זאָל ניט שיסן, האָט ער געטראָפֿן גלײַך אין רעדל אַרײַן. קײנמאָל נישט פֿאַרפֿעלט! איז דעם עולם געװאָרן קשה: װי איז דאָס מעגלעך, אַז אַ מענטש זאָל אַלע מאָל טרעפֿן אין רעדל אַרײַן, קײן אײנציק מאָל ניט פֿאַרפֿעלן? האָט מען גענומען זיך נאָכצוקוקן און מען איז דערגאַנגען דעם סוד, אַז פֿריִער שיסט ער און דאָס רעדל מאַכט ער שױן דערנאָך… דאָס איז דער משל. און דעם נמשל װעט איר געפֿינען אין די דאָזיקע ביכער, װאָס איך האָב אײַך געגעבן… איך האָף, אַז איר װעט נאָך אַרײַנקומען צו מיר, מסתּמא, באַלד נאָך יום־טובֿ. ס'איז זײער אינטערעסאַנט דאָס, װאָס איר זאָגט װעגן דעם געפֿונענעם טשיגירינסקי, אַז איר האָט אים געקאָנט און אַז איר װײסט פֿאַר זיכער דעם אמתן מערדער… איר װאָלט געקאָנט נוצלעך זײַן דעם אמת בײַ דער אױספֿאָרשונג. עס װאָלט געװען אַ גרױסער יושר. איך מײן, אַן ס'איז אײַער חובֿ, אַלס מענטש און אַלס קריסט…

― אָ! זײַט זיכער… לאָז זיך נאָר אָנהײבן די רעכטע אױספֿאָרשונג… איך גיב אײַך מײַן ערן־װאָרט… אָט האָט איר מײַן האַנט.

און דער רבֿ האָט מיט דאַנק אָנגענומען די דאָזיקע האַנט:

― איך גלױב אײַך. אײַערע אױגן זאָגן מיר, אַז איך האָב, דאַכט מיר, קײן טעות ניט… הלװאַי ס'זאָלן זײַן אַ סך אַזעלכע װי איר, װאָס זאָלן װעלן אונדז קענען נעענטער…

מיט אַ באַזונדער װאַרעמקײט האָט דער רבֿ אים געדריקט די האַנט, און אונדזער העלד איז אַרױס פֿון דאָרט מיטן פּעקל ביכער אונטערן אָרעם אַ צופֿרידענער, אַ לעבעדיקער, אַ פֿרײלעכער, װי אַלע מאָל, נאָר נישט צו חלומען אַפֿילו אַז דאָס פּעקל ביכער, װאָס ער טראָגט, טראָגט ער עס ניט קײן פּעקל ביכער, נאָך אַ פּעקל צרות אױך זײַן קאָפּ…