דער בלוטיקער שפּאַס: 37: אפֿשר אַ פּראָװאָקאַטאָר?

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס זיבן־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: אפֿשר אַ פּראָװאָקאַטאָר?…

געקומען איז אונדזער ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ צום רבֿ מיט אַ פֿאַרטיקן אױסגעאַרבעטן פּלאַן. ער װעט אים דערצײלן, אַזױ און אַזױ: ער האָט אַ באַקאַנטן, אָדער אַ חבֿר (אַ קריסט), װאָס איז פֿאַרליבט אין אַ ייִדיש מײדל, און דאָס מײדל אין אים, און װײַל דאָס מײדל איז אַזעלכע, װאָס װיל איר גלױבן נישט בײַטן בשום־אופֿן, װעט ער, דאָס הײסט, דער חבֿר זײַנער (דער קריסט), מוזן אָננעמען איר גלױבן… על־כּן, איז ער דאָס געקומען זיך צעפֿרעגן בײַם רבֿ, װאָס און װען, װײַל דער חבֿר זײַנער איז, פֿאַרשטײט איר מיך, װינציק װאָס באַקאַנט מיט די דאָגמאַטן פֿונעם ייִדישן גלױבן און איז איבערהױפּט ניט פֿון די גאַנץ גלױביקע מענטשן, און אַזױ װײַטער…

אָט דאָס איז געװען זײַן פּלאַן, מיט װעלכן ער איז געקומען צום רבֿ. װיבאַלד אָבער ער איז איבערגעטראָטן די שװעל פֿונעם רבֿס קאַבינעט און געבליבן מיט אים אױג אױף אױג, אַזױ האָט ראַבינאָװיטש דעם דאָזיקן פּלאַן איבערגעביטן אינגאַנצן. דער רבֿ, װאָס איז אים געפֿעלן געװאָרן פֿונעם ערשטן קוק מיט זײַן עכט־שפּאַנישן טיפּ, מיט זײַן זעלטענער רויִקײט און מיט זײַנע אַלע, װי אױסגערעכנטע, באַװעגונגען, האָט פֿונעם אָנהײב אָן געװוּנען בײַ אים זײַן גאַנצן צוטרױען. ער האָט דערפֿילט, אַז מיט דעם דאָזיקן מענטשן באַדאַרף ער נישט קײן שום חכמות מיט קײן שום דיפּלאָמאַטישע אָפּשניצלעך, און אַז ער מעג מיט אים רעדן גאָר ניט פֿאַרשטעלט.

און כּך הוה. דער רבֿ, װאָס איז געזעסן אָנגעשפּאַרט אױף אײן האַנט, מיט דער אַנדערער האַנט געבלעטערט אַ ספֿר, האָט אױסגעהערט דעם גאַנצן װידױ פֿונעם יונגען מאַן, װעלכן ער האָט געלאָזט, ער זאָל זיך אַ ביסל אױסרעדן, און אַז יענער האָט געענדיקט, האָט דער רבֿ אָפּגעאָטעמט, גלײַך װי די גאַנצע צײַט װאָלט ער גערעדט, ניט דער גאַסט. דערנאָך האָט ער פֿאַרמאַכט דאָס בוך און מיט אַ שמײכל זיך אָנגערופֿן צום גאַסט:

― איך פֿרעג אײַך ניט, װער איר זענט און װער דאָס מײדל איז… קױם זאָגט איר ניט אַלײן, איז אַ סימן, אַן ס'איז אַ סוד… איך, לײַדער, קאָן אײַך אָבער גאָרניט העלפֿן און קײן עצה איז בײַ מיר פֿאַר אײַך ניט פֿאַראַן. איך באַדױער אײַך, יונגער מאַן, פֿונעם גאַנצן האַרצן. נעבעך אַ רחמנות אױף אײַך.

דער גאַסט האָט אױפֿגעשטעלט מױל און אױערן: „ער האָט רחמנות אױף אים?…“

― אַ גאָטס רחמנות אױף אײַך, יונגער מאַן. פֿאַראַן זעקס מיליאָן אומגליקלעכע, פֿאַרהאַסטע, געיאָגטע און געפּלאָגטע נפֿשות אינעם דאָזיקן לאַנד, װאָס זענען איטלעכן גרױס אין די אױגן, מע ברעכט זיך די מוחות און מע װײס גאָר ניט, װי אַרום זײערער פּטור צו װערן, ― װילט איר זײַן נאָך אײנער אַזעלכער? איר װילט זײַן דער ערשטער פֿונעם זיבעטן מיליאָן?…

דער גאַסט איז געװען איבערראַשט, סײַ פֿון דעם, װאָס דער רבֿ האָט אים געזאָגט, און סײַ פֿון דעם, װי אַזױ דער רבֿ האָט מיט אים גערעדט: רויִק, געלאַסן, מיט אַ שמײכעלע אױף די ליפּן, און אין אַ פֿײַנער רוסישער שפּראַך, ― אַ מאָדנער רבֿ, מאָדנע דיבורים!…

דערזען, אַז דער גאַסט שװײַגט, האָט דער רבֿ װײַטער גערעדט, גלײַך װי ער װאָלט געטראָפֿן, װאָס דער גאַסט טראַכט אין האַרצן:

― איר װוּנדערט זיך, װאָס איר הערט פֿון מיר, פֿון אַ רבֿ, אַזעלכע רײד? אײַער גלח, אַז עס קומט צו אים אַ פֿרעמדער אָננעמען דעם קריסטלעכן גלױבן, מײן איך, טוט אױך אַזױ. מיר זענען מחױבֿ, קודם־כּל, עפֿענען דעם געקומענעם די אױגן, ער זאָל װיסן, װוּהין ער גײט און װאָס ער טוט… „לפֿני עיװר לא תתּן מיכשול“ ― שטײט בײַ אונדז אין דער תּורה פֿון משה רבינו ― מע טאָר אַ בלינדן נישט פֿאַרפֿירן…

― איך האָב דאָך אײַך אָבער דערצײלט מײַן מאָטיװ, ― זאָגט דער גאַסט און װערט רױט. ― איך… איך האָב ליב און בין געליבט… נישטאָ קײן אַנדער אױסװעג פֿאַר מיר…

― אַ שװאַכער מאָטיװ אױף צו מאַכן אַזאַ ערנסטן שריט. ברעכן אַ גלױבן קאָן מען נאָר בײַ אַ אינװײניקסטן קריזיס, װען איך הער אױף צו גלױבן אין דעם און הײב אָן צו גלױבן אין אַן אַנדערן… מיר, למשל, באַדױערן אונדזערע משומדים אַלץ אײנס, צי ער האָט זיך געטױפֿט צוליב פּראַװאָזשיטעלסטװע, צוליב דיפּלאָם, צוליב פּרנסה, אָדער צוליב אַ מײדל… פֿאַרשטײט זיך, דער לעצטער מאָטיװ איז עטװאָס פֿײַנער, די פּסיכאָלאָגיע איז אַן אײדעלערע, אָבער דער קאָמפּראָמיס בלײַבט אַ קאָמפּראָמיס: עס אין געמאַכט געװאָרן אַ שטיקל געשעפֿט מיט גאָט…

ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ האָט נישט געקאָנט נישט אַרױסזען, אַז דער דאָזיקער רויִקער מענטש, װאָס זיצט אַקעגן אים, זעט אים דורך און דורך און לײענט זײַנע געדאַנקען װי אין אַ בוך. ער האָט נישט געקאָנט ניט מודה זײַן זיך פֿאַר זיך אַלײן, אַז ער איז געקומען אַהער ניט צוליב דעם, װאָס ער האָט אָנערקענט די ייִדישע אמונה… אױך ניט צוליב דעם, װאָס ער האָט זיך פֿאַרליבט אינעם ייִדישן פֿאָלק… און גלײַך װי דער רבֿ װאָלט באמת געלײענט זײַנע געדאַנקען, האָט ער, נאָך אַ קורצער פּױזע, װידער זיך געװענדט צום גאַסט.

― איך רעד שױן ניט פֿון גלױבן. אין גלױבן איז מען בכלל הײַנט שװאַכלעך… בײַ אײַך, װי בײַ אונדז… איך רעד פֿונעם פֿאָלק, פֿון דער אומה רעד איך. איר װעט דאָך נישט װעלן אײַנרעדן זיך אַלײן, אַז איר, אַלס געבױרענער קריסט און אױפֿגעצױגן אַלס קריסט, בײַ הײַנטיקע ביטערע צײַטן פֿון ראַסן־האַס, אַז איר האָט ליב אַ ייִדן, אַז בײַ אײַך איז אַ ייִד און ניט אַ ייִד אַלץ אײנס…

― בײַ מיר איז אַלץ אײנס! ― האָט אים פּאָפּאָװ איבערגעשלאָגן. ― אָט דאָס ייִדישע מײדל, װאָס איך האָב ליב, האָב איך ליב אַזױ, אַז עס קאָן נישט זײַן פֿאַר מיר קײן שום אָפּהאַלט… איך װיל נישט װיסן קײן זאַך…

― נו, יאָ, איך גלױב אײַך זײער גערן, און איך פֿיל אײַך מיט מיט מײַן גאַנצן האַרצן. דאָס איז אַ געפֿיל, װאָס האָט ניט קײן גרענעץ און װײסט נישט קײן אונטערשיד פֿון אַ פֿאָלק צו אַ פֿאָלק… איך דאַרף אײַך אָבער זאָגן, יונגער מאַן, פֿאַראַן בײַ אונדז אַ שפּריכװאָרט, ס'איז אַפֿילו אַ ביסל באַנאַל, נאָר אמתדיק: „מע קאָן נישט ליב האָבן דאָס װײַב, אַז מע האָט ניט ליב דעם װײַבס משפּחה“ . . . און אונדזער „משפּחה“ איז, לײַדער, נאָך קײנמאָל אַזױ ניט געװען פֿאַרהאַסט, צו שאַנד און צו שפּאָט, װי אין דער לעצטער צײַט… נאַט זעט, אױף װאָס מיר זענען אַריבער. זעט, װאָס מע שרײַבט װעגן אונדז אינעם נאָמען פֿון גאָט און אינעם נאָמען פֿון דעם, װאָס האָט געפּרעדיקט ליבשאַפֿט

און דער רבֿ האָט אױסגעצױגן זײַן האַנט צום עק טיש און דערלאַנגט זײַן קריסטלעכן גאַסט אַ רוסיש בלאַט־צײַטונג, פֿון װאַנען עס האָבן אַרױסגעקוקט מיט גרױסע בולטע אותיות: „בלוט פֿאַר בלוט!“…

דער גאַסט האָט געכאַפּט אַ קוק אױפֿן דאָזיקן באַקאַנטן קעפּל און אַ זאָג געגעבן:

― דאָס האָב איך נאָך נעכטן געלײענט… געשריבן האָט דאָס אָ מענטש אָן אַ טראָפּן יושר… איך גלױב ניט, אַז ס'זאָל זיך געפֿינען אײן לײַטישער קריסט, װאָס די װערטער זאָלן ניט אַרױסרופֿן בײַ אים אַן עקל. איך גלױב ניט, אַז עס זאָלן זיך געפֿינען אַ סך קריסטן, װאָס זאָלן ניט פֿאַרשטײן פֿונעם ערשטן קוק, אַז ס'איז אַן אױסגעטראַכטע זאַך, אַ פּיזמון…

― און דאָך זענען דאָ צװישן אײַערע ברידער טױזנטער און טױזנטער, װאָס גלױבן דװקא, אַז ס'איז אַן אמת, ניט קײן פּיזמון. אָט זאָגט מיר, אַלס אָרנטלעכער קריסט, אױף אײַער הײליקע נאמנות, אַז ס'איז אײַך ניט דורכגעגאַנגען קײן מחשבֿה אין דער ערשטער מינוט, בעת איר האָט איבערגעלײענט די װילדע געשיכטע פֿונעם געהרגעטן טשיגירינסקי, אַז… טאָמער איז דאָס אַן אמת? אפֿשר האָבן דאָס טאַקע ייִדן געטאָן צוליב מצה אױף פּסח?…

די אױגן, װאָס האָבן געקוקט אױפֿן גאַסט, האָבן אים געזאָגט, אַז ער האָט ניט װאָס צו באַהאַלטן זיך מיט זײַנע געדאַנקען, װאָרעם זײ זעען אים דורך און דורך… און ער האָט דעריבער גאָר גיט באַװיזן אָפּצולײקענען, אָדער פֿאַרענטפֿערן זיך. ער האָט נאָר געפֿונען פֿאַר נױטיק צו באַמערקן דעם רבֿ, אַז גראָד אין דעם פֿאַל האָט דער ספֿק בײַ אים לאַנג נישט געקאָנט אָפּגעהאַלטן װערן, װאָרעם קײנער װײס ניט די געשיכטע אַזױ גענױ, װי ער, װעלכער האָט געקענט דאָס דאָזיקע ייִנגל. ער האָט געקענט דאָס ייִנגל, ער קען די מוטער, דעם שטיפֿפֿאָטער, דאָס גאַנצע געזינדל… נאָכמער ― ער איז איבערצײַגט, און ער האָט דערצו באַװײַזן, אַז דער מערדער פֿונעם דאָזיקן טשיגירינסקי איז נישט קײן אַנדערער, װי זײַן שטיפֿפֿאָטער, װעלכער איז דער אײנציקער, װאָס האָט געהאַט אַ אינטערעס אָפּצורײניקן דאָס דאָזיקע אומשולדיקע באַשעפֿעניש פֿון דער װעלט…

― איר האָט געקענט, זאָגט איר, דאָס ייִנגל? ― האָט דער רבֿ זיך אָנגערופֿן איבערראַשט, און שױן גאָר מיט אַן אַנדער קול און מיט אַן אַנדער פּנים. ― איר, זאָגט איר, קענט דעם שטיפֿפֿאָטער, די מוטער און זײ אַלעמען? איר האָט, זאָגט איר, באַװײַזן? אָ! יונגער מאַן, יונגער מאַן! ― מיט בײדע הענט האָט ער אָנגענומען דעם גאַסט בײַ דער האַנט: אָ! יונגער מאַן, יונגער מאַן!

דער רבֿ, װאָס איז געזעסן ביז אַהער אַזױ רויִק, אַז ער האָט מיט זײַן רויִקײט איבערראַשט פּאָפּאָװן, האָט זיך אין די אױגן פֿונעם גאַסט מיט אַמאָל איבערגעביטן, אַן אַנדער מענטש געװאָרן. װוּ איז אַהינגעקומען זײַן גרױסקײט? זײַן שטאָלץ?

― סטײַטש, סטײַטש! ― האָט דער רבֿ צו אים געזאָגט. ― איר װײסט גאָר אַלײן ניט, יונגער מאַן, װאָס איר האָט דאָ נאָר־װאָס געזאָגט. איר װײסט גאָר אַלײן ניט, װאָס איר קאָנט. איר קאָנט מציל זײַן אַ גאַנצע שטאָט מיט ייִדן פֿון אַן אומגליק, און אַ גאַנץ פֿאָלק פֿון אַ… פֿון… פֿון…

פֿאַר גרױס אױפֿרעגונג האָבן אים אױסגעפֿעלט װערטער. דער רבֿ האָט אַרױסגעלאָזט דעם יונגען מאַנס האַנט, האָט אָפּגעזיפֿצט און האָט גענומען רויִק, נאָר ריכטיק אױסמאָלן פֿאַרן גאַסט אַ בילד, װאָס פּאָר אַ װעלט־דראַמע דאָ שפּילט זיך אָפּ, װאָס פֿאַר אַן אַגיטאַציע עס װערט געפֿירט, און פֿון װאַנען דאָס װאַקסט, און װי טרױעריק דאָס קאָן זיך אױסלאָזן פֿאַר ייִדן… בײַם גאַסט אין די אױגן האָט דער רבֿ אין דער מינוט אױסגעזען, װי ער װאָלט עפּעס מיט אַמאָל קלענער געװאָרן, מיט אַ גאַנצן קאָפּ קלענער. ער האָט באַקומען אין זײַנע אױגן מיט אַמאָל גאָר אַן אַנדער פּנים, אַ פּנים פֿון אַ געװײנטלעכן ייִדן, אײנער פֿון יענע „מענטשן־פֿליגן“, װאָס ער האָט נאָר־װאָס געטראָפֿן דאָרט אינעם גרױסן װאַרט־צימער רעדן מיט איבערגעשראָקענע פּנימער: „אַ פּאָגראָם, אַ פּאָגראָם!“… „װאָס איז דאָס פּאָר אַ מעשׂה? ― טראַכט זיך פּאָפּאָװ. ― אַלע האָבן זײ מורא פֿאָר אַ פּאָגראָם! װאָס ציטערן זײ אַזױ פֿאַר אַ פּאָגראָם? ניט שױן־זשע זענען זײ טאַקע אַזױ… אַזױ שװאַך? ניט שױן־זשע קאָנען זײ אין ערגעץ ניט באַװײַזן קײן װידערשטאַנד? זײ רעכענען זיך דאָ, אין דער דאָזיקער שטאָט, צענדליקער טױזנטער!… אַ מאָדנע פֿאָלק דאָס איז! אַ מאָדנע פֿאָלק, אַ מאָדנע פֿאָלק!“…

אין דער מינוט האָט זיך געעפֿנט אַן אינװײניקסטע טיר און אױף דער שװעל האָט זיך באַװיזן אַ מיטליאָריקע פֿרױ אין אַ פּאַרוק און עפּעס אַ זאָג געגעבן, פֿון װעלכן דער גאַסט האָט פֿאַרשטאַנען, אַז מע רופֿט דעם רבֿ, אַ פּנים, עסן. דער רבֿ האָט געענטפֿערט: „באַלד־באַלד“. די טיר האָט זיך צוגעמאַכט און ער האָט זיך אָנגערופֿן צום גאַסט:

― זאָגט־זשע מיר, יונגער מאַן, װאָס האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן? יאָ. פֿון װאַנען קומט איר צום דאָזיקן געזינדל, װי איר רופֿט עס אָן? און װעלכע באַװײַזן האָט איר, אַז…

― אָ! איך קען עס זײער, זײער גוט! ― האָט זיך דער גאַסט אַרױסגעדרײט פֿון אַ גלײַכן ענטפֿער און, מורא האָבנדיק, ער זאָל זיך ניט אַרױסכאַפּן מיט אַן איבעריק װאָרט, װאָס קאָן האָבן אַ שײַכות צו זײַנען בעלי־בתּים, און דערמיט אַרױסגעבן זיך פֿאַרן רבֿ, אַז ער װױנט בײַ די שאַפּיראָס אונטער אַ ייִדישן נאָמען, האָט ער זיך צוגעאײַלט אַריבערטראָגן דעם שמועס אױף אַן אַנדער פּונקט.

― זאָגט מיר, געערטער רראַבי (דאָס װאָרט „רראַבי“ האָט ער אַרױסגעזאָגט שאַרף, מיט צװײ רי″ש'ען), זאָגט מיר, געערטער רראַבי, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן. איך בין איבערצײַגט, און נישט איך אַלײן, נאָר, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט, דער גרעסטער טײל קריסטן זענען איבערצײַגט, אַז די גאַנצע געשיכטע פֿונעם ריטואַל מיטן קריסטלעך בלוט צו דער ייִדישער מצה איז נישט מער װי אַ פּיזמון… איך אַלײן האָב געהאַט אַ געלעגנהײט זיך צוקוקן, װי די מצה װערט בײַ אײַך געבאַקן, און בין געקומען צו דער איבערצײַגונג, אַז ס'איז נישט מער װי עפּעס אַ פֿאַנאַטישע לעגענדע פֿון פֿאַרצײַטן. איך װאָלט גאָר װעלן װיסן, פֿון װאַנען נעמט זיך די דאָזיקע לעגענדע? און װאָס עפּעס גראָד גאָר אױף ייִדן? פֿאַרװאָס ניט אױף אַנדערע?…

דער רבֿ האָט באַטראַכט דעם גאַסט איבער אַ נײַס: „װאָס איז דאָס פּאָר אַ יונגער מאַן, װאָס איז פֿאַרליבט אין אַ ייִדיש מײדל, און איז גרײט צוליב דעם זיך מגײר זײַן, און קוקט זיך צו, װי אַזױ מע באַקט בײַ אונדז מצות, און אין איבערצײַגט, זאָגט ער, אַז ס'איז אַ לעגענדע, אַ בילבול, און פֿרעגט פֿונדעסטװעגן אַזעלכע קשיות, און דערצו איז ער פּערזענלעך באַקענט מיטן געזינדל פֿונעם דערמאָרדעטן טשיגירינסקי?… אױף אײן רגע פֿליט אים דורך אַ מחשבֿה. „אפֿשר אין דער חבֿרה־מאַן גאָר אַ פּראָװאָקאַטאָר?“… נאָר נײן. צו אַ נאַיִװ תּמימותדיק פּנים בײַ אים, און צו גוטע, צו אמתדיקע אױגן, צו אַן ערלעכער קוק… נײן. ניט אַזױ זעט אױס אַ פּראָװאָקאַטאָר“…

און ער טרײַבט אָפּ פֿון זיך די דאָזיקע שלעכטע מחשבֿה און רוקט זיך צו צום גאַסט נעענטער, װיל אים מכבד זײַן מיט אַ פּאַפּיראָס, כאָטש ער אַלײן, דער רבֿ הײסט עס, איז ניט קײן רױכנער. דער גאַסט באַדאַנקט זיך: ער איז אױך ניט קײן רױכנער.

דאָס אַכט־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: אַ פּעקל ביכער

― זעט איר, יונגער מאַן,― האָט אים דער רבֿ געזאָגט מיט אַ ביטער שמײכל ― זעט איר, װי מע טאָר זיך ניט כאַפּן?… מיט אײַער צעפֿרעגן זיך: „פֿון װאַנען נעמט זיך עס? און װאָס עפּעס נאָר אױף ייִדן און ניט אױף אַנדערע?“ ― פֿאַרענטפֿערט איר מײַנע פֿריִעריקע רײד, אַז אַזאַ ערנסטן שריט, װי איר װילט מאַכן, באַדאַרף מען זיך גוט איבערלײגן, און אַז מע באַדאַרף זיך, קודם־כּל, נאָענט באַקענען מיט דער „משפּחה“… װאָרעם װי װאָלט איר זיך דען געקאָנט רעכענען גליקלעך מיט דער, װאָס אין איר משפּחה געפֿינען זיך אַזעלכע, װאָס באַנוצן מענטשן־בלוט?… איר פּראָטעסטירט און זאָגט, אַז נײן? זאָג איך אײַך, אַז זיך אַלײן קאָנט איר אױך װינציק… אָט האָט איר נאָר־װאָס געזאָגט, אַז איר און דער בעסטער טײל קריסטן זענט איבערצײַגט, אַז דאָס איז, זאָגט איר, אַ פּיזמון און אַ בילבול און אַ לעגענדע. אין דער אמתן אָבער זענט איר װײַט פֿון איבערצײַגונג, און דאָס איז גאַנץ נאַטירלעך, פּשוט דערפֿאַר, װײַל איר קענט אונדז ניט. איר קענט אונדז אַזױ פּיל, װיפֿל מיר, למשל, קענען די כינעזער. איר האָט גאָר געהערט פֿון אונדז. מע האָט אײַך אָנגעדולט אַ קאָפּ, אַז ייִדן זענען אַזעלכע און אַזעלכע. אַז מיר האָבן פֿאַרבאָרגענע סעקטעס און אַז די סעקטעס האָבן פֿאַרבאָרגענע מינהגים… נעמען אױף זיך די טירחה לײענען אַלצדינג, װאָס איז הונדערטער מאָל אָפּגעלײקנט געװאָרן, אָדער אַלײן זיך צוקוקן, נאָכפֿאָרשן, באַקענען זיך מיט אונדז פֿון דער נאָענט, ― דערױף זענען בײַ אײַך װינציק בעלנים. װען איר זאָלט זיך באַקענען מיט אונדז אַ ביסל נעענטער, װאָלט איר געזען,