דער בלוטיקער שפּאַס: 36: מענטשן־פֿליגן

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס זעקס־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: מענטשן־פֿליגן

אַרױסגעכאַפּט זיך פֿון דער הײם, אָדער פֿונעם „הקדש“, װי שׂרה שאַפּיראָ האָט דאָס אָנגערופֿן, האָט ראַבינאָװיטש גענומען אַ איזװאָזטשיק און געהײסן זיך פֿירן אַרױף, אָנגערופֿן די גאַס און נומער פֿונעם הױז און, פֿאָרנדיק, האָט ער נישט אױפֿגעהערט צו פֿײַפֿן אַלץ דאָס אײגענעם ניגון:

װדאָל פּאָ אוליציע שיראָקאָ
מאַלאַדאָי קוזניץ אידיאָט.
אָך אידיאָט ― אידיאָט ―
פּיעסניו ס'פּריסװיסטאָם פּאַיאָט…
Вдоль по улице широкой
Молодой кузнец идет;
Ох! идет кузнец, идет,
Песни с посвистом поет.
― Петр Ершов (1815-1869)
אױף דער ברײטער גאַס
גײט אַ יונגער שמיד
ער גײט און גײט
און זינגט דאָס ליד מיט אַ פֿײַף.

קענטיק, אַז ער איז געװען גאַנץ אױפֿגעלײגט און צופֿרידן מיט זיך, מיט דעם שײנעם װאַרעמען ערבֿ־פּסחדיקן פֿרימאָרגן און מיט דער גאַנצער װעלט אַרום און אַרום.

און ער האָט געהאַט מיט װאָס צו זײַן צופֿרידן. און ניט נאָר צופֿרידן, נאָר טאַקע גליקלעך, װאָס גליקלעך הײסט: אַ קלײניקײט, בעטי, די שײנע, די רײצנדע בעטי, איז זײַנע ― ער װײס עס פֿאַר געװיס, אַזױ װי צװײ מאָל צװײ איז פֿיר!

די שװאַרצע קאַץ, װאָס איז געהאַט דורכגעלאָפֿן צװישן זײ נאָך זײער באַגעגעניש אין טעאַטער, איז שױן לאַנג פֿאַרבײַ. די װאָלקנס, װאָס האָבן געהאַט זיך אָנגערוקט נאָכדעם אױף זײער הימל, זענען שױן לאַנג צעזײט געװאָרן, און צו די יונגע־לײַט האָט װידער אַראָפּגעקוקט און געשמײכלט די זון, יענע ליכטיקע גאָלדענע זון, װאָס באַלײַכט, װאָס דערװאַרעמט און דערפֿרישט נישט נאָר דעם גוף, נאָר די נשמה, און זאָגט צו פֿרײד און גליק און ליבע, ליבע אָן אַ שיעור!…

אַרױסבאַװיזן האָט זיך עס ניט אין װערטער ― צו װאָס װערטער? ― עס איז פֿאַר אים דען ניט גענוג אײן קוק פֿון אירע שײנע, קאַרע, קלוגע אױגן? עס איז פֿאַר אים דען ניט גענוג אײן שפּאַס פֿון איר זײַט, אַ זעץ איבער דער האַנט, אַ שמיר איבער דער נאָז, אַ ריר, אַ בײזער, אַ שטיף, אַ לאַך און נאָך טױזנטער אַזעלכע קלײניקײטן, פֿון װעלכע עס װעבט זיך אױס אַמאָל אַ ראָמאַן אַ סך בעסער, װי פֿון ערנסטע, שװערע און זײער נאַרישע ליבעס־דערקלערונגען?…

זײער נאָענטקײט האָט זיך אױסגעװעבט פֿון זיך אַלײן און בײדע האָבן זײ געטראָגן זיך אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע מיט ריזנטריט. אַלעס איז געװען גרײט. עס איז אָפּגעגאַנגען נאָר אײן זאַך, אײן קלײנער שריט: ער זאָל אַ שמועס געבן מיט איר פֿאָטער, מיט דוד שאַפּיראָ, אָדער נאָך בעסער, מיט איר מוטער, מיט שׂרה שאַפּיראָ, װעלכע האָט שױן אַרױסגעקוקט דערױף פֿון טאָג אױף טאָג און פֿון שעה אױף שעה. און ער איז שױן טאַקע עטלעכע מאָל גרײט געװען דעם דאָזיקן קלײנעם שריט צו מאַכן, האָט ער זיך אָבער דערמאַנט אָן יענער גרױסער מעכטיקער װאַנט, װאָס שטײט צװישן זײ פֿון געבױרן, און ער איז מיט שרעק אַלע מאָל אָפּגעשפּרונגען צוריק, און געבראָכן זיך דעם מוח אױפֿן דאָזיקן פּראָבלעם, װאָס ער האָט באין־אופֿן נישט געקאָנט אײַנבײַסן… צו שטאָלץ איז זי געװען מיט איר ייִדישקײט און צו שאַרף האָט זי זיך אױסגעדריקט װעגן די יעניקע, װאָס „האַנדלען מיט גאָט צוליב אײגענע אינטערעסן“… זײער באַגעגעניש דעמאָלט אין טעאַטער מיט דעם „װײסן אונטערשלאַק“ (לאַפּידוס) און די עטלעכע געשפּרעכן, װאָס ער האָט געהאַט מיט איר נאָכדעם, איז געװען גאַנץ גענוג פֿאַר אים, ער זאָל דעם דאָזיקן ענין מער נישט אָנרירן…

װאָס־זשע טוט מען פֿאָרט? איז געבליבן בײַ אים, ער זאָל זיך זען מיט אַ רבֿ, מיט אַ ייִדישן רבֿ, זיך מיט אים דורכשמועסן, אױפֿקלערן און פֿרעגן אַן עצה, װאָס איז צו טאָן בײַ אַזאַ פֿאַרלעגנהײט?… און ער האָט גענומען זיך נאָכפֿרעגן בײַ זײַנע בעלי־בתּים, נאַטירלעך פֿאַרשטעלט, װאָס איז בײַ זײ פֿאַר אַ רבֿ, װער איז ער און װוּ זיצט ער?

דערהערט, אַז דער קװאַרטיראַנט פּרענט זיך נאָך אױף אַ רבֿ, האָט שׂרה שאַפּיראָ (װאָס חלומט זיך אַ הוהן? ― פּראָסע!) דערפֿילט, װי עס קלאַפּט איר דאָס האַרץ: ער קער אַװדאי מײנען אַ קאַזיאָנע רבֿ, װאָס גיט אַרױס מעטריקעס פֿאַר אַ חתונה?… און זי האָט אים גענומען אױפֿקלערן, אַז בײַ זײ אין שטאָט אין דאָ צװײ קאַזיאָנע רבנים, דאָס הײסט, אײנער אַ קאַזיאָנע ראַבינער, און דער אַנדערער אַ פּאָמאָטשניק ראַבינער…

― שיבֿעה דבֿרים בגולם! ― האָט איר אָפּגעהאַקט דוד. װי אַלע מאָל. ― זײ פֿרעגן זיך נאָך אױף אַ רבֿ, און דו דערצײלסט זײ מעשׂיות ― „קאַזיאָנע“ ראַבינער און „פּאָמאָטשניק“ ראַבינער!

און דוד האָט גענומען קלאָר מאַכן דעם קװאַרטיראַנט אױף זײַן שטײגער, גאַנץ ברײטלעך און מיט הענט, אַז, אײגנטלעך, איז דאָ בײַ זײ אין שטאָט עטלעכע רבנים; פֿון זײ זענען צװײ קאַזיאָנע, דאָס הײסט, אײנער אַ קאַזיאָנע ראַבינער און דער אַנדערער אַ פּאָמאָטשניק ראַבינער…

― הערסט! ― שלאָגט אים איבער שׂרה. ― און,װאָס האָב איך געזאָגטן ניט דאָס אײגענע?

― פֿאַרשטײט זיך! ― זאָגט איר דוד. ― זאָלסט אָבער האָבן אַ קלעפּקע אין קאָפּ און אַ ברעקל דרך־ארץ, ניט אַרײַנמישן זיך, אַז מענטשן רעדן, און לאָזן יענעם קאָנטשען, װאָלסט דו פֿאַרשטאַנען אַז איך זאָג ניט דאָס, װאָס דו, װאָרעם איך בין ניט קײן בהמה, איך װײס, װאָס איך רעד!

און דוד דרײט זיך אױס מיטן פּנים צום קװאַרטיראַנט און מיט דער אַנדערער זײַט צום װײַב און הײבט אָן נאָך אַ מאָל, גיט אים צו פֿאַרשטײן מיט די פֿינגער:

― אַלזאָ, האָבן מיר דאָ אַ סך רבנים, דאָס הײסט, צװײ פֿון זײ רעכענען זיך קאַזיאָנע רבנים, דאָס הײסט, אײנער פֿון זײ אין קאַזיאָנע ראַבינער, און דער אַנדערער פּאָמאָטשניק ראַבינער, און די איבעריקע (דוד דרײט זיך אױס אױף אַ װײַלע מיטן פּנים צום װײַב און נעמט זי דורך מיט די אױגן) און די איבעריקע הײסן „דוכאָװנע“ רבנים.

און ער גיט אים צו פֿאַרשטײן (אַלץ מיט די פֿינגער) דעם חילוק צװישן „קאַזיאָנע“ רבנים און „דוכאָװנע“ רבנים.

― איר זענט דאָך, צװישן אונדז רעדנדיק, אַ גױ, ― זאָגט דוד שאַפּיראָ צום קװאַרטיראַנט גאַנץ אָפֿנטלעך, ― איר זענט דאָך אַן אמתער גױ. איר הײבט דען אָן אַפֿילו צו װיסן, װאָס בײַ ייִדן טוט זיך? אַלצדינג איז דאָך בײַ אײַך אַ נײַעס. איר װײסט אַפֿילו ניט, װאָס הײסט פֿאַרקױפֿן חמץ, אױסקױפֿן אַ בכור, טובֿלען דאָס געפֿעס… אױך מיר אַ ייִד… מע באַדאַרף דאָך אײַך יעדע זאַך צעקײַען און אַרײַנלײגן אין מױל אַרײַן!

און אָט אַזױ איז ראַבינאָװיטש געװױרע געװאָרן פֿון זײַן בעל־הבית, אַז צװישן אַלע רבנים געפֿינט זיך דאָ בײַ זײ אײנער אַ רבֿ אַ „צאַצקע“, װי דוד רופֿט אים אָן; די גאַנצע שטאָט, זאָגט ער, האַלט פֿון אים אַן עולם ומלואה, װײַל ער איז מיט אַלע מעלות. אַחוץ, װאָס ער איז, זאָגט ער, אַ למדן און אַן ערלעכער ייִד, איז ער אַ גרױסער חכם אין װעלט־זאַכן און אַ גרױסער קענער אין שפּראַך, אַ געבילדעטער מאַן און אַ קאָפּמענטש. מע פֿאָרט, זאָגט ער, צו אים פֿון דער װעלט, װער מיט אַ בוררות, װער מיט אַ לאָדעניש און װער גלאַט מיט אַן עצה ― און דאָס האָט דאָך טאַקע אונדזער העלד באַדאַרפֿט האָבן, און צו אים האָט ער דאָס טאַקע געהײסן זיך פֿירן יענעם פֿרימאָרגן, דעם טאָג פֿון ערבֿ־פּסח.

אַרײַנגעקומען אין אַ גרױסן ברײטן חדר אַרײַן, אַ מין זאַל, האָט ער געטראָפֿן אַ פֿולע שטוב מיט מענטשן, ייִדן און װײַבער און קינדער. עס האָט אױסגעזען, װי מע קומט אַרײַן צו אַ דאָקטאָר אין „װאַרט־צימער“. דער חילוק איז, װאָס בײַם דאָקטאָר אין „װאַרט־צימער“ איז שטיל, כאָטש אַ פֿליג דורכצופֿליִען, װאָרעם אײנער מיטן אַנדערן געהערן זיך ניט אָן, און דאָ איז געשטאַנען אַ האַרמידער מיט אַ געשרײ, װי אױף אַ יאַריד. אַלע האָבן גערעדט, אַלע האָבן געמאַכט מיט הענט, אַלע זענען געװען עפּעס מאָדנע אױפֿגערעגט און זענען ניט אײַנגעזעסן אױף אײן אָרט, נאָר אױפֿגעשפּרונגען און צוגעלאָפֿן אײנס צום אַנדערן, גערעדט, געטענהט און געהיצט זיך, און װידער אָפּגעשפּרונגען צוריק און מיט אַ זיפֿצן אַװעקגעזעצט זיך.

„מענטשן־פֿליגן“ ― איז ראַבינאָװיטשן געקומען אױף דער מחשבֿה. ער װײס אַלײן ניט, פֿאַרװאָס עפּעס פֿליגן? ― נאָר אָט אַזאַ אַן אײַנדרוק האָבן אױף אים געמאַכט די דאָזיקע מענטשן… און ער האָט גענומען זיך צוהערן, װעגן װאָס רעדן זײ אַזױ האַסטיק? װאָס היצן זײ זיך? און װאָס זיפֿצן זײ עפּעס אַלע מאָל?… און אַזױ װי ער האָט שױן בײַ די שאַפּיראָס דורך דעם װינטער גענאַשט עטלעכע ייִדישע װערטער, האָט ער דעריבער פֿאַרשטאַנען, אַז דער עולם רעדט אַלץ פֿון געפֿונענעם װאָלאָדקען, װאָס די גאַזעטן שרײַבן, אַז דאָס האָבן אים ייִדן אומגעבראַכט לכּבֿוד פּסח…

„אַן אומגליק, אַ בילבול!… אַ פּאָגראָם, אַ פּאָגראָם!“ ― אָט דאָס זענען געװען די װערטער, װאָס האָבן אים אָפֿטער פֿון אַלץ זיך געלאָזט הערן אינעם דאָזיקן טומל. און אַלע מאָל, װען דאָס װאָרט „פּאָגראָם“ איז אַרױסגערעדט געװאָרן, האָט ער באַמערקט, אַז אױף אַלע פּנימער װערט אָפּגעדרוקט אײן שטעמפּל פֿון צער, פֿון טיפֿן צער… און די װײַבער ― די האָבן בעת־מעשׂה טיף געזיפֿצט און אַרומגעכאַפּט זײערע קינדער, צוגעטוליעט זײ צום האַרצן…

און ראַבינאָװיטש, אױב ער האָט דאָס ניט געפֿילט מיטן האַרצן, האָט ער עס פֿאַרשטאַנען מיטן קאָפּ, אַרום װאָס דאָ האַנדלט זיך. ער האָט ערשט נעכטן געלײענט אין אַ בלאַט פֿון יענעם געװיסן מין בלעטער, װאָס האָבן ליב רעדן אײדל און פֿאַרשטעלט, מיט אָנצוהערענישן: „מיר װילן ניט זאָגן קײן נבֿיאות ― זאָגט זיך דאָרט דאָס בלאַט ― און מיר מײנען נישט,חלילה, אױפֿרײצן אײן טײל באַפֿעלקערונג אױפֿן אַנדערן טײל, נאָר עס דאַכט זיך אונדז אױס, דאָס הײסט, מיר זענען כּמעט װי איבערצײַגט,אַז דער גערעכטיקער צאָרן פֿון דער באַלײדיקטער באַפֿעלקערונג װעט זיך מוזן אױסגיסן אין די נאָענטע טעג פֿונעם הײליקן יום־טובֿ אין אַ פֿאַרהײליקטן ייִדישן פּאָגראָם, אױב ניט אין אַ גאַנצע רײע פֿון פּאָגראָמען, בכדי צו שטילן דעם כּעס און נוקם זײַן זיך פֿאַר דעם אומגליקלעכן װאָלאָדקע, װאָס בלינדע פֿאַנאַטיקער האָבן פֿאַרגאָסן צוליב זײער פּסחיקער מצה דאָס אומשולדיקע בלוט..

אין אַ צװײטן בלאַט האָט ער געלײענט אַן אַרטיקל, נאָך מער פֿאַרשטעלט, מיטן נאָמען: „היט אײַערע קינדער!“, דער מחבר פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל רעדט ניט חלילה, קײן שלעכטס אױף ייִדן און רופֿט ניט צו קײן פּאָגראָמען. נישמער, „אַזױ װי עס גײט צום ייִדישן פּסח, װאָס ייִדן קאָנען זיך ניט באַגײן אָן קריסטלעך בלוט, אַזױ װי ס'איז שױן אױסגעװיזן געװאָרן פֿיל מאָל און אַזױ װי עס באַװײַזט מיט אַלע סימנים דער ניט לאַנג געפֿונענער אומגליקלעכער געקױלעטער װאָלאָדי טשיגירינסקי, על־כּן זאָלט איר אַכטונג געבן אױף אײַערע קלײנע קינדער, און אַזױ װײַטער“…

אַ דריטע צײַטונג דריקט זיך אױס שױן אַ ביסל אָפֿנטלעכער אונטער אַ קעפּל מיט גאַנץ גרױסע אותיות: „בלוט פּאָר בלוט!“ און רופֿט יעדן אָרנטלעכן קריסט, װער עס האָט נאָר גאָט אין האַרצן אַז מע זאָל זיך נוקם זײַן, אָפּרעכענען זיך מיט די ייִדן פֿאַר דעם אומשולדיקן װלאַדימיר טשיגירינסקי, װעלכער איז געפֿאַלן אַ קרבן אױפֿן מזבח פֿון זײער פֿינצטערן פֿאַנאַטיזם, װאָס זײ האָבן אַרױסגעפֿירט נאָך פֿון מצרים… און אַז מע רעדט שױן פֿון אָפּרעכענען זיך, געפֿינט דאָס דאָזיקע ערלעכע בלאַט פֿאַר נױטיק אױפֿצוקלערן זײַנע ערלעכע לעזער, אַז זײ זאָלן ניט אױסלאָזן זײער צאָרן אױף די אָרעמע לײַט אַלײן. אָנהײבן זאָלן זײ פֿון אױבן, דװקא פֿון די מאַגנאַטן, װאָס האָבן זיך פֿאַרקליבן אױבנאָן, אַרײַנגעכאַפּט אין זײערע הענט די שענסטע פּלעצער מיט די גרעסטע פּאַלאַצן פֿון אונדזער הײליקער שטאָט און האַלטן אױס אױף זײער געלט אַ גאַנצע מענגע מיט „כאַססידים“, „צאַדיקים“ און „שאָכאַטים“, װאָס שטעלן זײ צו קריסטלעך בלוט צו זײער פּסחיקער „מאַצאַ“, און אַזױ װײַטער, און לאָזט אױס מיט די װערטער: „עין תּחת עין“ ― שטײט בײַ זײ געשריבן ― אַן אױג פֿאַר אַן אױג. מיר װעלן זאָגן: „בלוט פֿאַר בלוט“!…

אָט פֿון דעם האָט דאָס דער עולם דאָ געשמועסט אַזױ געשמאַק, אַזױ האַסטיק און, װי עס האָט זיך אױסגעװיזן אונדזער ראַבינאָװיטשן, האָבן זײ ניט נאָר געשמועסט, זײ האָבן געשפּאַרט זיך און געקריגט זיך, און ער האָט שטאַרק באַװוּנדערט, װי רעדן דאָס מענטשן אַזױ גיך, אפֿשר טױזנטער װערטער אין אַ מינוט? און װי פֿאַרשטײען זײ זיך אײנס דאָס אַנדערע, אַז אַלע רעדן זײ אױף אַמאָל?… „מענטשן־פֿליגן“ ― טראַכט ער זיך. ― זשומען װי די פֿליגן, זענען שװאַך װי די פֿליגן, און װי די פֿליגן קאָן מען זײ, דאַכט זיך, אַלע דאָ מיט אײן הױכן געשרײ, מיט אײן אױפֿהײבן די האַנט צעטרײַבן… ― נאָר פּלוצעם װערט שטיל, און דאָס גאַנצע פּובליקום, ייִדן, װײַבער און קינדער, שטײען אױף אַלע װי אײן מענטש, מיט זעלטענעם דרך־ארץ, פֿאַר אײן פּאַרשױן, װאָס האָט זיך באַװיזן אױף דער טיר.

דאָס איז געװען נישט קײן הױכער, איך װאָלט געזאָגט, אַ זײַדענער פּאַרשױן, נאָך גאָר פֿון מיטעלע יאָרן, מיט אַ יונג דורכלױכטנדיק פּנים און מיט זײער גרױסע און זײער שװאַרצע יונגע אױגן. די האָר אױך שטאַרק שװאַרץ, נאָר ערטערװײַז פֿאַרגרױט. אַ קײַלעכיק סאַמעטן יאַרמעלקע אױפֿן קאָפּ. גלײַך אונטערגעהאַקטע פּאות. אַ ברײטער, װײַסער, געפּרעסטער קאָלנער, אַ סאַמעטענע זשילעט און אַ רײנע לאַנגע שװאַרצע קאַפּאָטע. אין דעם דאָזיקן יונגען פּנים איז געװען אַזױ פֿיל אינטעליגענץ, אַדל, און אין זײַן גאַנצער זײַדענער פֿיגור, פֿון אױבן ביז אַראָפּ, איז געװען אַזױ פֿיל רויִקײט, אָפּגעװױגנקײט און אָפּגעמאָסטנקײט, אַז ניט װילנדיק האָט זיך געגלוסט פֿאַר אים אױפֿצושטײן און אַראָפּנעמען דאָס היטל.

דאָס איז געװען יענער „דוכאָװנע“ רבֿ (אַ רבֿ אַ „צאַצקע“!), װאָס שאַפּיראָ האָט אים אַזױ אָפּגעלױבט פֿאַר זײַן קװאַרטיראַנט, אױפֿגעהױבן כּמעט ביזן הימל אַרײַן.

דאָס זיבן־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: אפֿשר אַ פּראָװאָקאַטאָר?…

געקומען איז אונדזער ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ צום רבֿ מיט אַ פֿאַרטיקן אױסגעאַרבעטן פּלאַן. ער װעט אים דערצײלן, אַזױ און אַזױ: ער האָט אַ באַקאַנטן, אָדער אַ חבֿר (אַ קריסט), װאָס איז פֿאַרליבט אין אַ ייִדיש מײדל, און דאָס מײדל אין אים, און װײַל דאָס מײדל איז אַזעלכע, װאָס װיל איר גלױבן נישט בײַטן בשום־אופֿן, װעט ער, דאָס הײסט, דער חבֿר זײַנער (דער קריסט), מוזן אָננעמען איר גלױבן… על־כּן, איז ער דאָס געקומען זיך צעפֿרעגן בײַם רבֿ, װאָס און װען, װײַל דער חבֿר זײַנער איז, פֿאַרשטײט איר מיך, װינציק װאָס באַקאַנט מיט די דאָגמאַטן פֿונעם ייִדישן גלױבן און איז איבערהױפּט ניט פֿון די גאַנץ גלױביקע מענטשן, און אַזױ װײַטער…

אָט דאָס איז געװען זײַן פּלאַן, מיט װעלכן ער איז געקומען צום רבֿ. װיבאַלד אָבער ער איז איבערגעטראָטן די שװעל פֿונעם רבֿס קאַבינעט און געבליבן מיט אים אױג אױף אױג, אַזױ האָט ראַבינאָװיטש דעם דאָזיקן פּלאַן איבערגעביטן אינגאַנצן. דער רבֿ, װאָס איז אים געפֿעלן געװאָרן פֿונעם ערשטן קוק מיט זײַן עכט־שפּאַנישן טיפּ, מיט זײַן זעלטענער רויִקײט און מיט זײַנע אַלע, װי אױסגערעכנטע, באַװעגונגען, האָט פֿונעם אָנהײב אָן געװוּנען בײַ אים זײַן גאַנצן צוטרױען. ער האָט דערפֿילט, אַז מיט דעם דאָזיקן מענטשן באַדאַרף ער נישט קײן שום חכמות מיט קײן שום דיפּלאָמאַטישע אָפּשניצלעך, און אַז ער מעג מיט אים רעדן גאָר ניט פֿאַרשטעלט.

און כּך הוה. דער רבֿ, װאָס איז געזעסן אָנגעשפּאַרט אױף