דער בלוטיקער שפּאַס: 34: שאָלכאַ־נאַראָך

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס פֿיר־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: „שאָלכאַ־נאַראָךшолха нарохь: שולחן־ערוך

אונדזער ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ, װאָס איז געקומען זען, „װי ייִדן באַקן מצות“, האָט זיך אונטערגעגאַרטלט גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן און גענומען קוקן מיט אױגן… ער האָט זיך דאָס װאָרט געגעבן, פֿאַרשטײט איר מיך, אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל, ער מוז דערגײן דעם גאַנצן אמת! דו מצה, האָט אים, הײסט עס, באַדאַרפֿט עפֿענען די אױגן, צעטרײַבן אַלע װאָלקנס און אײנמאָל פֿאָר אַלעמאָל מאַכן אַ סוף צו יענעם קאָשמאַר, צו יענעם הינערפּלעט, אין װעלכער ער האָט זיך געפֿונען, זינט עס האָט זיך געטראָפֿן אָט דאָ די מיאוסע מעשׂה מיט דעם געהרגעטן קירילעכעס זונדל װאָלאָדקע.

אָט דער װאָלאָדקע איז געפֿונען געװאָרן אין אַזאַ שרעקלעכן אופֿן, אַז מע האָט געמוזט צוגעבן, אַז דאָ איז פֿאָרגעקומען עפּעס אַזעלכעס, װאָס טרעפֿט אײן מאָל אין הונדערט יאָר… דערצו האָט ער זיך אָנגעלײענט אױף די געװיסע בלעטער װעגן די אומגעלומפּערטע אַכזריות, װאָס ייִדן טוען מיט קריסטלעכע קינדער, אַז עס קומט אַקוראַט אין דער צײַט, פֿאַר פּסח, צוליב זײער מצה…

„דאָס איז דאָך קלאָר װי דער טאָג, אַז ייִדן האָבן געטײט נעבעך דעם אומגליקלעכן װאָלאָדקע!“ ― אַזױ האָבן די געװיסע בלעטער ניט אױפֿגעהערט צו איבערחזרן נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע לידל. ― און ניט נאָר גלײַך גענומען און געטײט, נאָר פֿריִער גוט אָנגעמוטשעט, אױסגעצאַפּט לעבעדיקערהײט פֿון אים, און שטײענדיק, דאָס גאַנצע בלוט פֿון די אָדערן דורך נײַן און פֿערציק װוּנדן, און ערשט נאָכדעם מיט אַ נאָל דורכגעלעכערט דאָס האָץ….

אַנדערע, מער געניטע מזיקים, האָבן אַרױסבאַװיזן, אַז זײ זענען בקי אין תּלמוד און אין פּוסקים, װי אַ גױ אין אַשרי. „על־פּי־דין ― האָבן זײ זיך גאַנץ ברײטלעך צעשריבן ― על־פּי־דין און על־פּי„שאָלחאַ־נאַראָך“ (דאָס האָט באַדאַרפֿט הײסן אַזױ גוט װי שולחן־ערוך“) מוזן ייִדן האָבן קריסטלעך בלוט אין זײער מצה אױף פּסח כאָטש עטלעכע טראָפּן. עס איז גענוג דעריבער פֿאַר אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט אײן געזונט קריסטלעך קינד, װאָס פֿאַרמאָגט אַ סך בלוט אין זײַנע אָדערן. עס גײט ניט אַװעק דעריבער אײן פּסח װאָס מע זאָל ניט הערן, טאָ דאָ טאָ דאָרט איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אַ קריסטלעך קינד. דער „שאָלחאַ־נאַראָך“, שרײַבט בפֿירוש, אַז צו דעם צװעק איז גוט, מע זאָל באַנוצן דװקא קינדער, נישט ייִנגער פֿון פֿינף און נישט עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר“.

אַזױ זאָגן די געניטע אױטאָריטעטן און לאָזן אױס מיט אַ באַשרײַבונג פֿון דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע, װאָס קומט פֿאָר בײַ ייִדן, בעת מען דערטאַפּט דעם קרבן; װי אַזױ די רבנים, דײנים, שוחטים און חזנים זאָגן בעת־מעשׂה געװיסע פּסוקים און מיזמורים, און אַלע ייִדן פֿרײען זיך, זינגען און טאַנצן ― חידושים ונפֿלאות, עפּעס טאַקע נאָר אַזױ װי אין אַפֿריקע בײַ די װילדע קאַפֿרען, אָדער אין זיד־אַמעריקע בײַ די װילדע פּאַפּואַסן.

אָט די אַלע זאַכן האָט זיך אונדזער ראַבינאָװיטש די לעצטע פּאָר װאָכן, פֿון פּורים ביז פּסח, אָנגעלײענט װי אַ פּױק, און, פֿאַרשטײט זיך, אַז ער האָט ניט געגלױבט. צו גראָב, צו לעפּיש, צו אומגעלומפּערט־װילד האָבן אים אױסגעװיזן די דאָזיקע באַשרײַבענישן פֿונעם „שאָלחאַ־נאַראָך“, שטאַרק פּאַכאָזשע אױף בבא־מעשׂיות, פּיזמונות פֿון טױזנט אײן נאַכט, אַ פּנים, מיט דעם אײנציקן צװעק נאָר צו זײען שׂינאה צװישן אַ פֿאָלק און אַ פֿאָלק… עס האָט אים באמת געקרענקט די דאָזיקע זאַך און ער האָט זיך פּשוט געשעמט פֿאַר זײַנע ברידער־קריסטן, די בעסטיעס, װאָס טראַכטן אױס אַזעלכע בעסטיאַלע פֿאַנטאַזיעס, און פֿאַר דער פֿינצטערער מאַסע, די גרױסע בהמה, װאָס גלױבט אין אַזעלכע אידיאָטישע נאַרישקײטן. און דאָך האָט אַ װאָרעם גענאָגט אים, געפּיקט און געפּיקט, ער זאָל גײן, ער זאָל זען, ― אַלײן מיט זײַנע אײגענע אױגן, ער זאָל זיך איבערצײַגן!… און װיבאַלד עס האָט זיך שױן אַזױ געמאַכט, אַז ער איז שױן דאָ, אין פּאָדראַד, בײַ דער ייִדישער מצה, פֿאַרװאָס זאָל ער דורכלאָזן אַזאַ טײַערן צופֿאַל? װאָס װעט דאָס אים אַרן, אַז ער װעט זיך צוקוקן? צוהערן?… און קױם איז ער שױן דאָ, אױפֿן רעכטן אָרט, װוּ די מצה װערט פֿאַבריצירט, װעט ער שױן, זײַט זיכער, זען אַלצדינג!… זײַן אױג װעט שױן ניט דורכלאָזן קײן ברעקל, קײן קלײניקײט!…

אַזױ האָט זיך געזאָגט גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ ― און אָט װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט בײַ דער ייִדישער מצה:

לעבעדיק און פֿרײלעך האָט זיך דער עולם געגעבן אַ נעם צו דער אַרבעט. אין אײן אױגנבליק איז אױפֿגעבונדן געװאָרן דאָס זעקל מעל. פֿון אַ גרױסער, נײַער, הילצערנער קװאָרט װערט אָנגעגאָסן װאַסער אין אַ גרױסן קופּערנעם בעקן אַרײַן, און צװײ פֿאַרקאַטשעטע, רײנע, װײַסע, װײַבערשע הענט ביז די עלנבױגנס פֿאַרקנעטן אַ װײך װײַס טײג. דאָס װײכע װײַסע טײג װערט אױפֿן רײנעם װײַסן אױסגעהובלעװעטן טיש צעטײלט אױף אַ סך קלײנע טײגלעך צװישן די יונגע װײַבלעך און מײדלעך מיט די כיטרע לאַכנדיקע אױגלעך. מיט רײנע װײַסע נײַע קאַטשאַלקעלעך װערן די טײגלעך אױסגעװאַלגערט קײַלעכיק און דין, דין װי אַ פּאַפּיראָס־פּאַפּיר, און אָקאָרשט װי מע זעט ניט פֿליט אונטער אַ כװאַט אַ בחור, דער קאָפּ אַ ביסל אױף אַ זײַט, אַ מעשן רעדעלע האָט ער אין דער האַנט, אַ פֿיר מיטן רעדעלע פֿון אױבן אַראָפּ, אין דער לענג און אין דער ברײט, ― פֿאַרטיק אַן אָפּגערעדלטע מצה!

דאָס איז ברוך־זײדל ― זײַט באַקאַנט ― ברוך־זײדל פּליאַם רופֿט מען אים. ער איז אַ סאָלדאַט, אין דער פּיעכאָטע דינט ער. צװײ מיט אַ האַלב יאָר דאַרף ער נאָך דינען, דערנאָך װעט ער, אם־ירצה־שם, חתונה האָבן מיט זײַן כּלה, בליומע קאַרשוק ― איר מעגט זיך מיט איר אױך באַקענען ― זי איז דאָ, אינעם דאָזיקן פּאָדראַד טאַקע, אַ געזונטע מױד, אַ שװאַרץ־חנעװדיקע, מיט גרױסע פֿולע ברוסטן, װי בײַ אַן אַם… פֿון ברוך־זײדלס הענט פֿליט אַרױף די אױסגערעדלטע מצה צו זלמן־בער דעם שיבער אױף אַ לאַנגן װײסן שטעקן, און פֿון דאָרטן צו פּסח־הערשן אַלײן בכבֿודו־ובֿעצמו גלײַך אין אױװן אַרײַן, װאָס ברענט װי אַ גיהנום. אַ מינוט ― און עס הערט זיך שױן אַ ריח, אַ געשמאַקער, מחיהדיקער ריח פֿון גוט אױסגעבאַקענער, צוגעברענטער, טרוקענער מצה, װאָס, װעדליק ראַבינאָװיטש שטעלט זיך פֿאָר, דאַרף זי טרישטשען אין מױל, קנאַקן אױף די צײן און צעגײן זיך אָט אַ שטײגער אַזױ װי דער מן, װאָס די ייִדן האָבן אַמאָל געגעסן אין דער מידבר…

אָט דאָס איז גאָר? װוּ־זשע איז די צערעמאָניע? װוּ זענען די רבנים, מיט די דײנים, מיט די שוחטים, מיט די חזנים? װוּ זענען די ניגונים, מיט די טענץ, מיט דעם גאַנצן איבעריקן שאָלחאַ־נאַראָך … און ער שעמט זיך פֿאַר זיך אַלײן, װאָס, כאָטש ער האָט געװוּסט פֿריִער, אַז ס'איז אַן אױסגעטראַכטע זאַך, דאָך איז ער געקומען אַהערצו עפּעס זען, אױסקוקן, אױספֿאָרשן, געװױרע װערן, זיך איבערצײַגן.

― װאָס שטײט איר, איך בעט אײַך, און קוקט, װי אַ מחותּן אױף אַ פֿרעמדער חתונה? ― מאַכט צו אים שׂרה שאַפּיראָ, װאָס העלפֿט װאַלגערן די מצות. ― איר פֿאַרקאַטשעט בעסער, זײַט מוחל, די אַרבל און טוט עפּעס, שטײט ניט לײדיק. מיר האָבן דאָך עפּעס געשמועסט, צי נײן?

― װאָס־זשע זאָל איך טאָן? אַדרבה, זאָגט…

― װאָס איר זאָלט טאָן? העלפֿט שיטן מעל, און בעטי װעט גיסן װאַסער, כאַ־כאַ־כאַ ― װערט שׂרה שיִער ניט צעגאָסן פֿאַר געלעכטער, ניט אַזױ פֿון דעם, װאָס איר טאָכטער, אַ באַרישניע פֿון זיבעטער קלאַס גימנאַזיע, װעט זיך אַװעקשטעלן מיט אַלע װײַבער גלײַך צו די מצות, װי פֿון דעם געדאַנק, װאָס איר קװאַרטיראַנט, אַ סטודענט אַ מעדאַליסט און אַ מיליאָנער, װעט ―― כאַ־כאַ־האַ!

שׂרה שאַפּיראָ איז איבערהױפּט הײַנטיקן טאָג מער פֿרײלעך, װי אַלע מאָל. און ניט נאָר זי אַלײן ― אַלע זענען דאָ עפּעס מאָדנע פֿרײלעך, פֿײַערלעך, יום־טובֿדיק פֿרײלעך.

די דאָזיקע פֿרײלעכע שטימונג װערט ניט װילנדיק סוף־כּל־סוף איבערגעגעבן אױך צו שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט, און ער נעמט זיך פֿאַרקאַטשען די אַרבל אַרױף.

― ניט אַזױ, אָט אַזױ! ― זאָגט צו אים בעטי, װאָס איז אױך מער אױפֿגעלײגט הײַנט װי אַלע מאָל, און זי קאַטשעט אים אַרױף בײדע אַרבל, און ער פֿילט זיך אױפֿן זיבעטן הימל. יעדער ריר פֿון אירע צאַרטע פֿינגער איבער זײַנע נאַקעטע הענט לױפֿט דורך װי אַן עלעקטרישער שטראָם און טוט אים אַ בריה און אַ װאַרעם אָן דאָס האַרץ. און ער דערהערט דעם ריח פֿון אירע האָר, און ער דערפֿילט די װאַרעמקײט פֿון איר לײַב, װאָס איז איצט אַזױ נאָענט נעבן אים… און עס דרײט זיך אים דער קאָפּ, און עס טראַכט זיך אים: „ביז װאַנען? ביז װאַנען איז דער שפּאַס? ביז װאַנען שפּילן קאָמעדיעס? אָט טו איך מיך אַ װאָרף איר צו די פֿיס…“ נאָר ער באַגעגנט זיך מיט אירע אױגן, מיט אירע שײנע, קלוגע, קאַרע אױגן, װאָס קוקן אױף אים אי פֿרײַנדלעך, אי שטרענג, און זאָגן צו אים: „ניט איצט, ניט אָט דאָ…“

און ער דערזעט נאָך אַ סך אױגן קוקן אױף אים. אױף אים און אױף איר… די שײנע מײדלעך מיט די ציקאַװע װײַבלעך װאַרפֿן כיטרע אױגן אױפֿן פּאָרל, שטױסן זיך, אַז דאָס מוז זײַן חתן־כּלה…

עלטערע װײַבער ― די שעפּטשן שטילערהײט שׂרהן אין אױער אַרײַן: „אַ זיװג? לאָז גאָט געבן מיט גליק“…

שׂרה זאָגט ניט יאָ, ניט נײן. זי ענטפֿערט זײ נאָר מיט אַ שמײכעלע און מיט אַ גרינגן זיפֿץ טראַכט זי בײַ זיך אין האַרצן: „הלװאַי, רבונו־של־עולם! פֿון אײַער מױל אין גאָטס אױערן“… און אײדער זי קוקט זיך אַרום, איז זי שױן פֿאַרטיק מיט אירע מצות.

אין דרױסן װאַרט אױף איר דער װאָגן. דאָרט האָבן זיך דערװײַל פֿאַרקליבן די אָרעמע נאָר גליקלעכע ייִדישע קינדער פֿון דער ייִדישער גאַס, אַ גאַנצע כאַליאַסטרע, און זײ פֿאָרן. דאָס הײסט, עס מאָלט זיך זײ אױס, אַז זײ פֿאָרן. דער זיצט אױבנאָן, האַלט די הענט אַראָפּ, דאָס קעפּל אַרױף, װי אַ פּריץ. דער זיצט אַקעגן, די הענטלעך פּאָדבאָקעם, און העצקעט זיך. דער האַלט די װישקעס און דער טרײַבט אָן, שמײַסט כּלומרשט דאָס פֿאָרד: װיאָ! װיאָ! און פֿײַפֿט מיט די ליפּן. אַ גליק, װאָס דאָס פֿאָרד שטײט צוגעבונדן צום פּלױט, מיט אַ טאָרבע האָבער אױף דער מאָרדע, עסט אָנבײַסן. אַניט װאָלט געקאָנט זײַן אַ קאַטאַסטראָפֿע, װאָרעם דער איזװאָזטשיק, װאָס איז אױך אַ ייִד (שׂרה שאַפּיראָ װעט נישט נעמען ערבֿ־פּסח אַ גױיִשן איזװאָזטשיק, ובפֿרט נאָך צו די מצות!), האָט זיך דערװײַל אַרײַנגעכאַפּט אין פּאָדראַד אַרײַן און, שטײענדיק מיטן בײַטשל אױף דער טיר, דאָס היטל אַרױף, צוגעקוקט, װי מע באַקט מצות, און מקנא געװען מיט סכּנות־נפֿשות, אַלעמען מקנא געװען: די בעלי־בתּים, דעם פּאָדראַטשיק און די העלפֿערס. „אָט אַ ליבע פּרנסה, ― האָט ער זיך געטראַכט ― אַ װאַרעמע און פֿרײלעכע פּרנסה“…

― רב עזריאל, שױן צײַט! ― האָט אים שׂרה שאַפּיראָ אַ װוּנק געגעבן, און רב עזריאל (כאָטש ער גײט אָנגעטאָן אָט דאָ, אין דער גױיִשער שטאָט, אין דער גאַנצער פֿאָרמע, װי אַן אמתער איזװאָזטשיק, הײסט ער דאָך „רב עזריאל“) טוט זיך אַ װאָרף צו דער דראָשקע און דערזעט די כאַליאַסטרע, צעשרײַט ער זיך פֿריִער בלשון פֿאָניע, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן, נאָר ער האַלט ניט אױס די ראָל פֿון איזװאָזטשיק ביזן סוף און לאָזט אױס אױף ייִדיש:

― ממזרים! אַ רוח אין אײַער טאַטנס טאַטן אַרײַן געפֿלױגן געװאָרן! אָט גיב איך אײַך מיט דער בײַטש! אָט לערן איך מיט אײַך קמץ אַלף!…

יאָ־נו. אָט באַלד װעלן זײ װאַרטן, ביז עזריאל װעט זיך אױסקראַצן לערנען מיט זײ „קמץ אַלף“. נאָך אײדער ער טוט זיך אַ ריר, זענען זײ שױן אַלע װוּ? אַזױ װי די איבערגעשראָקענע װאָראָבײטשיקלעך, פּרררר ― ניטאָ קײן סימן פֿון קײן ייִדישע קינדער…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

װי אַ מזיק, טאַקע נאָר װי אַ פֿאָקוסניק, כאַפּט פּסח־הערש דער בעקער די אָפּגעבאַקענע מצות און טראָגט זײ איבער צענדליקערװײַז אױפֿן װאָגן אַזױ קונציק, אַז עס װערט בײַ אים ניט צעבראָכן קײן אײנציקע אַפֿילו.

אין דער צײַט, װאָס מע פּעקלט איבער די מצה אױפֿן װאָגן, צעצאָלט זיך שׂרה מיטן בעקער און מיט די העלפֿערס און מיט די העלפֿערינס, װאָס װינטשן איר אַ כּשרן פּסח און פֿיל נחת און טאַקע גאָר אין גיכן אַ קנס־מאָל… װאַרפֿן בעת־מעשׂה מיט אױגן אױף איר טאָכטער און אױפֿן שײנעם בחור, װאָס שטײט נעבן איר, בײדע אָנגעטאָן אױף אַװעקצוגײן.

― איר פֿאָרט אײַך, קינדער, אַהײם. איך װעל שױן אַלײן קומען מיט דער מצה.

אַזױ זאָגט זײ שׂרה און רעדט אַרױס דאָס װאָרט „קינדער“ אַזױ װײך, אַזױ צאַרט, מיט אַזױ פֿיל מוטערלעכע ליבשאַפֿט און געטרײַשאַפֿט, אַז בײדע, סײַ די טאָכטער, סײַ דער קװאַרטיראַנט, דערפֿילן אַ באַזונדערע װאַרעמקײט אין האַרצן, און זײערע בײדנס אױגן באַגעגענען זיך, און בײדע װערן זײ רױט אױף אַ װײַלע…

― מיד װעלן בעסער פֿאָרן אַלע אינאײנעם מיט דער מאַמען און מיט דער מצה, ― מאַכט ראַבינאָװיטש צו בעטין, און בעטי צעלאַכט זיך:

― מאַמע, דו הערסט, װאָס ער זאָגט?

― איך הער. ער װײסט ניט, אַז מיט דער מצה דאַרף מען גײן צופֿוס…

― צופֿוס איז צופֿוס ― זאָגט ער און לאָזט ניט אַראָפּ קײן אױג פֿון דער מצה, װי מע טראָגט זי און װי מע פּאַקט זי און װי מע דעקט זי איבער מיט אַ לאַנטוך, און ער הערט נישט אױף נאָכצוקוקן, ביז מע ברענגט זי אַהײם און מע נעמט זי אַראָפּ און מע לענט זי אױס באַזונדער אין אַן אױסגערײניקטער פּסחיקער שאַפֿע, מיט װײַסע פּאַפּיר אױסגעבעט.

אױסגעלײגט די מצה שורותװײַז אַ פֿולע שאַפֿע, פֿון אונטן ביז אַרױף, נעמט זיך שׂרה צו די שליסעלעך און דערזעט, װי דער קװאַרטיראַנט קוקט איר נאָך, לאָזט ניט אַראָפּ קײן אױג. צעלאַכט זי זיך:

― װאָס קוקט איר אױף דער מצה, װי אַ קאַץ אױף פּוטער? איר װילט אפֿשר פֿאַרזוכן? זאָגט דעם אמת!…

אָ! ער װאָלט איר געזאָגט דעם גאַנצן, גאַנצן אמת, װען ער זאָל זיך ניט שעמען פֿאַר זיך אַלײן… אַ בזיון, אַ שאַנדע, אַ שאַנדע! װי האָט ער, אַ קולטור־מענטש פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, געקאָנט זיך לאָזן. אַזױ װײַט פֿאַרפֿירן, גלױבן כאָטש אײן מינוט, אײן רגע אין אַזעלכע װילדע נאַרישקײטן?… װיבאַלד אַז ער האָט זיך געקאָנט לאָזן אײַנרעדן כאָטש אױף אײן רגע װעגן אַן אױסגעטראַכטן „שאָלכאַ־נאַראָך“, הײַנט װאָס איז דער חילוק פֿון אים ביז יענע פֿינצטערע פֿאַנאַטיקער, װאָס האָבן מיט אַ סך הונדערט יאָר צוריק געגלױבט, אַז קריסטן באַנוצן מענטשלעך בלוט, פֿאַרסמען די ברונעמס און נאָך אַזעלכע מיאוסקײטן?!… און בכדי ס'זאָל ניט זײַן קשה, װאָס ער קוקט זיך אַזױ שטאַרק צו צו דער מצה, איז ער זיך מודה פֿאַר זײַן בעל־הביתטע, אַז זי האָט געטראָפֿן: ער װאָלט זיך ניט אָפּגעזאָגט פֿאַרזוכן אַ שטיקל פֿון דער מצה…

― טאַקע באמת? ― זאָגט צו אים שׂרה מיט אַ פֿרײלעך געלעכטערל. ― איר זענט ניט קלײן װאַרטן אױף פּסח. פּסח צום סדר װעט מען אײַך געבן פֿאַרזוכן. װאָס זענט איר ― אַ גױ? איר װײסט ניט, אַז איצט טאָר מען נישט? אַז איצט גיט מען איבער די הענט?…

און לאַכנדיק און קלינגענדיק מיט די שליסעלעך, פֿאַרשליסט שׂרה שאַפּיראָ די מצה אױפֿן שלאָס.

דאָס פֿינף־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: אײן מענטש אַלײן

שׂרה שאַפּיראָ איז טאַקע ניט קײן רביצין און איז ניט גלײַך צו איר שװיגערין טױבע פֿאַמיליאַנט, װאָס אַז עס קומט ערבֿ־פּסח, טוט זי אָן, זאָגט מען, דער קאַץ זעקלעך אױף די לאַפּקעס, זי זאָל ניט פֿאָרטראָגן קײן חמץ אין פּסח אַרײַן. פֿונדעסטװעגן װערט שׂרה אױך אײן אַנדער מענטש, אַז עס קומט דער ערבֿ־פּסח. אַז קײן דינסט, ברוך־השם, האַלט זי ניט, איז זי נעבעך אומעטום אַלײן, פֿון די מצות ביזן פּסחיקן באָרשט, אײן מענטש אַלײן: אַלײן רײניקן, אַלײן כּשרן, שײַערן, װאַשן, שמירן, טרײסלען, קלאַפּן, מיט אײנעם װאָרט ― דעם חמץ אַרױספֿירן, דעם פּסח אַרײַנפֿירן ― נו, איז שױן אַ חידוש, אַן מע װערט אױפֿגערעגט און בײז מיט סכּנות־נפֿשות, נישט צוצוטרעטן, קײן װאָרט ניט זאָגן?

דעם טאָג פֿון ערבֿ־פּסח איז שׂרה געקומען פֿון מאַרק מיט די פֿיש און מיטן פֿלײש, מיטן פּסחיקן געפֿעס און מיט די „שאַר־ירקות“, אַ צעקאָכטע, אַ צעטראָגענע, אַ פֿאַרשװיצטע, אַ פֿאַרברענטע. די אױגן האָבן איר אַזש אַרױסגעזעצט פֿון קאָפּ. אָפּגערוט זיך אַ װײַלע, מער ניט נאָר איבערגעכאַפּט דעם אָטעם, איז זי געבליבן שטײן אין מיטן שטוב, באַטראַכט דאָס נאָך ניט צונױפֿגעלײגטע חמציקע געפֿעס און דאָס נאָך ניט צעפּאַקעװעטע פּסחיקע געפֿעס, מיטן איבערגעדעקטן דײזשקעלע באָרשט, װאָס אין װינקעלע, מיט די קרענצלעך ציבעלעס, װאָס אױף די װענט, מיט די בוריקלעך, מיט די קאַרטאָפֿליעס, מיטן כרײן, מיט דעם נײַעם ריבאײַזן און מיט די „שאַר־ירקות“, און זי פֿאַרברעכט מיט די הענט און זאָגט צו זיך אַלײן: