דער בלוטיקער שפּאַס: 30: געפֿונען זיך דער שאָדן

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס דרײַסיקסטע קאַפּיטל: געפֿונען זיך דער שאָדן

שׂרה שאַפּיראָ איז ניט פֿון די מאַמעס, װאָס שטעלן זיך אָפּ אין מיטן װעג דאָרט, װוּ עס האַנדלט זיך אינעם גליק פֿון זײערע קינדער. פֿאַרלױרן די האָפֿענונג אױף איר שװאָגער פֿאַמיליאַנט, האָט זי געזוכט אַנדערע װעגן, אַנדערע מענטשן, און געפֿונען אײנעם אַזעלכן, װאָס אױף אים װאָלט זי זיך געקאָנט פֿאַרלאָזן מער װי אױף אַלעמען, אים װאָלט זי געמעגט פֿאַרטרױען איר סוד, װאָרעם ער איז זײער אַן ערלעכער. אײן חסרון נאָר, װאָס ער איז שױן צו אַן ערלעכער, און װאָס „צו“ ― איז איבעריק…

שׂרהס בעל־סוד איז געװען איר קװאַרטיראַנטס חבֿר, טומאַרקין, דער לעצטער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, װאָס האָבן אַזױ לאַנג געװאַרט אױף אַן ענטפֿער פֿונעם מיניסטער אױף זײער דרינגענדע טעלעגראַמע, ביז מע האָט זײ „אױסגעלאָװעט“ אײנציקװײַז, װי די פֿישעלעך, און אַרױסגעשיקט, מחילה, פֿון שטאָט.

טומאַרקינען אין דאָס אָפּגעראָטן מער װי אַלעמען. ער האָט „אָפּגענאַרט פֿאָניען“, געטאָגט דאָרט, װוּ ער האָט ניט גענעכטיקט, און גענעכטיקט דאָרט, װוּ ער האָט ניט געטאָגט, אַרומגעטראָגן זיך מיטן פּעקל פֿון אײן באַקאַנטן צום אַנדערן, געשלאָגן בלאַט מיטן „סטאַרשי דװאָרניקстарший дворник: אַלטן סטרוזש“, געהאַנדלט מיטן „אָקאָלאָדאָטשניоколодочні: זײַטיקע“, געלעגן אין גרעסטן פֿראָסט און געציטערט אױף אַ בױדעם ― מיט אײנעם װאָרט, געגאַנגען אױף אַ שטריק און, דאַנקען השם־יתברך, איבערגעלעבט דעם װינטער, װי עס לעבן אַ סך אַנדערע ייִדן אין דער הײליקער שטאָט, הלװאַי װײַטער…

אַ קאָמעדיע געװען אָנצוקוקן דעם דאָזיקן נפֿש מיט די שװאַרצע גרײַזלעך, װי ער האַלט אין אײן עמיגרירן, לױפֿט אַרום דעם גאַנצן טאָג זוכן אַ מקום־מנוחה, אַ נאַכטלעגער דאָרט, װוּ עס איז מיט אַ נאַכט פֿריִער געװען אַן „אָבלאַװע“. נישט אײן מאָל האָט ער פֿאַרבלאָנדזשעט אױך צו שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט שױן שפּעטלעך אין דער נאַכט, נאָך אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון ציוניסטן, און זײַן חבֿר ראַבינאָװיטש איז געװען פֿאַר אים דער מליץ־יושר.

װאָס טוט מען מיטן שלימזל? ― האָט שׂרה געזאָגט צו איר מאַן, זיך אָנגענומען אַלע מאָל זײַן קריװדע, כאָטש ער איז אַ שלימזל. מע קאָן דאָך אים ניט אַרױסװאַרפֿן אין דרױסן אין אַזאַ ברענענדיקן פֿראָסט. זײַ דיך שױן מטריח צום דװאָרניק, דוד, רוק אים אַרײַן דאָרט אַ קדחת אין יד אַרײַן, לאָז ער זיך װאַרגן… נאָר דו אײנער קאָנסט האַנדלען מיט פּאָליציע.

דאָס לעצטע איז אַ מין קאָמפּלימענט, אַ כאַבאַרל אױף אונטערצוקױפֿן דוד שאַפּיראָן, װאָס װאַרפֿט זיך און שמיצט זיך, זאָגט, אַז זי װיל אָנאַרבעטן אָ חתונה אין זײער „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. סוף־כּל־סוף גײט ער אינאײנעם מיטן קװאַרטיראַנט צום „סטאַרשי דװאָרניק“ און מע האַנדלט אָפּ מיט אים שטילערהײט פֿאָר דער דאָזיקער נאַכט, און דער שלימזל בלײַבט נעכטיקן בײַם קװאַרטיראַנט, װוּ שׂרה בעט אים אױס אױף דרײ בענקלעך, װינטשט זײ אַ גוטע נאַכט און אַלײן ליגט זי אין אײנע צרות, טאָמער חלילה קומט מען, דעמאָלט װעט אױסקומען, אַז דוד איז געװען גערעכט…

― װי איז אײַך געשלאָפֿן? ― פֿרעגט אים שׂרה אױף מאָרגן, אָנגיסנדיק אים אַ גלעזל טײ.

― אױסגעצײכנט! ― זאָגט איר טומאַרקין אַ גרױסן ליגן, װאָרעם אַחוץ, װאָס די בענקלעך האָבן זיך צערוקט און ער איז געלעגן אױף משקולת אַלע מינוט דורכצופֿאַלן, איז ער גלאַט ניט געשלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט, געהאַלטן אין אײן רעדן מיט זײַן חבֿר ראַבינאָװיטש, װאָס האָט אים פֿאַרמוטשעט מיט זײַן שטענדיק גריבלען זיך און גרונטעװען זיך אין ייִדישקײט.

אַלע מאָל, װען די צװײ קומען זיך צונױף, איז הימל עפֿן זיך! בײדע רעדן, בײדע היצן זיך. אײנער טענהט: „אײנס פֿון די צװײ ― אָדער אַהער, אָדער אַהין. אָדער טוט אַלע דאָס, װאָס לאַפּידוס האָט געטאָן, אָדער נעמט זיך צונױף אַלע, גרױס און קלײן, יונג און אַלט, און באַזעצט זיך אין אײַער היסטאָרישער מדינה, אינעם לאַנד פֿון אײַערע אָבֿות… באַװײַזט, אַז איר זענט אַ פֿאָלק, אַ פֿאָלק, װאָס װיל לעבן און קאָן לעבן, אַ פֿאָלק, װאָס קאָן טאָן אױך פֿאַר זיך, ניט נאָר פֿון יענעמס װעגן“…

― שאַ! גענוג, גענוג! ― שרײַט אים איבער דער אַנדערער.

ער קאָן שױן מער ניט הערן, װאָס ער זאָגט, װאָרעם ער רעדט ניט, װי אַ ייִד דאַרף רעדן. ערשטנס, װאָס פֿאַר אַ „איר“? װאָס פֿאַר אַ לשון „אײַער לאַנד“, „אײַערע אָבֿות? און צװײטנס…

― איר װעט אַמאָל אַנטשװיגן װערן, צי נײן? ― קלאַפּט זײ אָן די בעל־הביתטע אין דער טיר. ― אַ שלימזל קאָן! גענוג, ער האָט אַלײן ניט װוּ צו שלאָפֿן, לאָזט ער יענעם אױך ניט שלאָפֿן!…

קײן אַנדער נאָמען האָט ניט טומאַרקין בײַ שׂרהן, אױסער „שלימזל“. נאָר װײַל ער איז באַפֿרײַנדעט מיט איר קװאַרטיראַנט פֿון װעלכן טומאַרקין האַלט אַן עולם ומלואה, איז ער בײַ איר געהױכט און געקרױנט, און עס װילט זיך איר זײער, אַז ער, טומאַרקין, זאָל מאַכן אַ שמועס מיט איר קװאַרטיראַנט, אַ טאַפּ טאָן דעם דופֿק, װאָס דענקט ער, װאָס טראַכט ער, װאָס מײנט ער?… געװײנטלעך, נישט גלײַך, טיץ טובי דוריןמיט אַ מאָל, נאָר אײדל, פֿײַן, הינטן אַרום, װאָרעם ס'איז „אַן אײדעלע מאַטעריע“…

― איר פֿאַרשטײט? זײער אַן אײדעלע מאַטעריע!…

מיט אַ מאַך מיט די אױגן און מיט אַ סמאָרע מיט דער נאָז גיט אים שׂרה צו פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַן „אײדעלע מאַטעריע“ דאָס איז. און כאָטש טומאַרקין פֿאַרשטײט נאָך ניט, אײגנטלעך, פֿון װאָס פֿאַר אַ מאַטעריע די פֿרױ שאַפּיראָ רעדט, דאָך שאָקלט ער איר צו מיטן קאָפּ, קרײַזלענדיק זיך די געקרײַזלטע שװאַרצע הערלעך, און שׂרה רוקט זיך צו נעענטער, װיל אים אײַנרױמען אַ סוד אױפֿן אױער, קומט אָן פֿון דרױסן בעטי, שטײט אַ װײַלע און װיל כאַפּן מיטן קוק, פֿון װאָס האָט דאָ די מאַמע געשמועסט מיט טומאַרקינען. דערנאָך רופֿט זי זיך אָן צו דער מוטער:

― מאַמע, דו װײסט? דער שאָדן האָט זיך אָפּגעזוכט.

― װאָסער שאָדן?

― װאָלאָדקע אָט זיך געפֿונען.

שׂרה טוט זיך אַ האָפּ אױף:

― װאָלאָדקע האָט זיך געפֿונען? דאַנקען און לױבן!… װוּ אין ער געװען?

― װוּ איז ער געװען ― װײסט מען ניט, נאָר איצט אין ער דאָ, נעבן אונדזער הױף, אַ טױטער.

שׂרה איז אַזש אָפּגעשפּרונגען צוריק:

― אַ טױטער? װאָלאָדקע אַ טױטער?

― ניט נאָר אַ טױטער, נאָר אַ געהרגעטער.

שׂרה איז פֿאַרציטערט געװאָרן.

― אַ געהרגעטער? װאָלאָדקען האָט מען געהרגעט? או־װאַ! געװען אַ װױלער שרץ!… װער האָט אים געהרגעט?

― פֿון װאַנען זאָל מען װיסן? מע האָט אים געפֿונען אַ געהרגעטן… אַ צעשניטענעם… אַ צעשטאָכענעם… װײַזט אױס, מע האָט אים שױן לאַנג געהרגעט, װאָרעם ערטערװײַז האָט ער שױן אָנגעהױבן פֿױלן.

שׂרה האָט זיך אָפּגעקערט אָן אַ זײַט און אױסגעשפּיגן:

― מע זאָל גאָר באַהיט און באַװאָרנט װערן! װוּ האָט מען דאָס אים געפֿונען?

― איך זאָג דאָך דיר, אָט דאָ ניט װײַט, נעבן אונדזער הױף. פֿול די גאַנצע גאַס מיט מענטשן. ייִדן און קריסטן, דאָקטױרים, פּאָליציע…

דערהערט דאָס װאָרט „פּאָליציע“, האָט שׂרה, װאָס האָט שױן געהאַט גאָר פֿאַרגעסן אָן דעם „שלימזל“, געכאַפּט אַ קוק אױף טומאַרקינען:

― װײ איז מיר! פּאָליציע?…

טומאַרקין, אױף װעלכן דאָס װאָרט „פּאָליציע“, האָט געהאַט כּמעט דעם אײגענעם כּוח, װאָס אױף שׂרהן, האָט זיך געשטױסן, אַז שׂרהס שרעק איז איבער אים, טאָמער פּאַקט מען אים, צװישן יאָ און נײן, אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע בײַ איר אין שטוב…

― האָט קײן יסורים ניט! ― האָט ער זי לאַכנדיק באַרויִקט. ― ערשטנס, איז דאָך עס ניט בײַנאַכט. בײַטאָג איז ניט אַזױ מסוכּן װי בײַנאַכט. און צװײטנס, גײ איך טאַקע אַװעק, כאַ־כאַ ― אַ קשיא אױף אַ מעשׂה?…

― גײט, גײט, נאָר גיך און געשװינד און לאָז מען אײַך ניט זען. אָדער, פֿאַרקערט, דװקא פּאַװאָלינקע און לאָז מען אײַך יאָ זען, נאָר האַלט דעם קאָפּ אַרױף, מיט שטאָלץ, װי אַ כּשרער, װי אַ מענטש מיט אַ „פּאָלנע פּראַװאָזשיטעלסטװע“. איר פֿאַרשטײט?…

― איך פֿאַרשטײ. װאָס דען? איך פֿאַרשטײ ניט? אַזױ האָט שׂרה שאַפּיראָ אַרױסבאַגלײט טומאַרקינען ביז פֿון אַלע טרעפּ אַראָפּ, אַ זאָג געגעבן אים שטילערהײט בײַ דער טיר, אַז ער זאָל קומען מאָרגן, אם־ירצה־השם, נאָך אַ מאָל נעכטיקן, װעט זי מיט אים רעדן אױג אױף אױג, װאָרעם ס'איז אַן אײדעלע מאַטעריע…

― אַן אײדעלע מאַטעריע ― זאָגט איר נאָך טומאַרקין, אַלײן ניט הערנדיק, װאָס ער רעדט.

― זײער אַן אײדעלע מאַטעריע!

― זײער אַן אײדעלע מאַטעריע…

דאָס אײן־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל: משוגע געװאָרן

שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך ניט טועה געװען דערמיט, װאָס זי האָט איר שליחות אַרױפֿגעלײגט אױף טומאַרקינען, אַז ער זאָל רעדן מיטן קװאַרטיראַנט, װאָרעם װער װאָלט זיך דאָס אונטערנעמען, ניט זײַענדיק קײן שדכן, רעדן װעגן אַזאַ „אײדעלע מאַטעריע“?

טומאַרקין, װי נאָר ער האָט דערהערט פֿון שׂרה שאַפּיראָ, װעגן װאָס דאָ האַנדלט זיך, אַזױ האָבן די אױגן גענומען אַרױסלױפֿן בײַ אים, װי די מײַזלעך, און יעדעס הערעלע באַזונדער האָט ער גענומען גרײַזלען גיך־גיך, און האָט זי באַרויִקט, זי זאָל זײַן זיכער, אַז ער װעט שױן מיט אים רעדן אַקוראַט, אַקוראַט.

― אָבער אײדל, פֿאַרשטעלט! ― האָט אים שׂרה אָנגעזאָגט אַ מאָל צװאַנציק. ― און שטיל, קײנער זאָל ניט הערן.

― פֿאַרשטעלט, פֿאַרשטעלט! ― האָט ער איר צוגעגעבן, אַלײן ניט הערנדיק, װאָס ער רעדט. ער האָט זיך שױן געריסן גײן רעדן מיט אים טאַקע באַלד, די רגע. האָט אים שׂרה אָפּגעהאַלטן, געגעבן אים נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל אַלץ די אײגענע אינסטרוקציעס, װאָס ער זאָל רעדן, און װי אַזױ ער זאָל רעדן, װאָרעם ס'איז ניט קײן שפּילכל, ס'איז אַן „אײדעלע מאַטעריע“…

― אַן „אײדעלע מאַטעריע“, ― האָט איר טומאַרקין נאָכגעזאָגט איטלעכס װאָרט און דװקא הױך, אױף אַ קול.

― ששש… שרײַט ניט אַזױ הױך. װאָס שרײַט איר? מע װערט פֿון אײַך ניט גליקלעך! ― שטילט אים אַן שׂרה. ― געדענקט־זשע, בסוד, קײן בן־אָדם זאָל ניט װיסן!

טומאַרקין זאָגט איר נאָך איטלעכס װאָרט און קלײַבט זיך גײן