דער בלוטיקער שפּאַס: 27: צװײ מאַמעס

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס זיבן־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: צװײ מאַמעס

די אײנציקע, פֿאַר װעלכע שׂרה קאָן זיך אַמאָל יאָ אױסרעדן איר האַרץ, איז איר שװעגערין, טױבע פֿאַמיליאַנט, איר דודס עלטערע שװעסטער, אַ ייִדענע מיט אַ פּאַרוק און מיט אַ האַלדז פּערל. אַלײן נישט אַזאַ גרױסע צדקת, נאָר אַ חסידס אַ װײַב, פֿירט טױבע אַ חסידישע שטוב, און װײַל זי איז אַ נגידית און דודס אַן עלטערע שװעסטער, דעריבער נעמט זי זיך דאָס רעכט זאָגן דעות איר ברודער און זײַן װײַב שׂרהן, װי אַזױ זײ זאָלן זיך פֿירן מיט די קינדער, און צי עס העלפֿט, צי עס העלפֿט ניט, פֿאָרהאַלטן, אױסזעצן חסרונות און זאָגן מוסר, אָן אַ שיעור מוסר. דערצו האָט גאָט געשענקט אָט דער טױבן אַ פּנימל פֿון אַ רביצין מיט צונױפֿגעשנורעװעטע ליפּעלעך, און אַ קול פֿון אַ זאָגערין, אָ װײכע, שטילע, גלאַטע שטימע, װי אױף בױמל.

דוד האָט נישט ליב די שװעסטער זײַנע ― און זי װײס עס ― ער רופֿט זי ניט מיט קײן אַנדער נאָמען, אױסער „וצדקתך“, אָדער „די רביצין“, און בעטי האָט פֿײַנט איר מומע טױבע, װי דעם טױט, נאָר דערפֿאַר, װאָס זי האָט אַ צו גלאַנצנדיקן שטערן. און אױב מע הערט אױס אירע בױמלדיקע דרשות מיט איר מוסר זאָגן, און אױב מע קומט צו איר אַלע שבת און יום־טובֿ צו גאַסט, ― איז נאָר פֿון יוצא װעגן, װײַל זי איז די נגידית אין דער משפּחה…

נאָר אײן שׂרה קאָן מיט איר אױסקומען, װײַל די צװײ מאַמעס, װאָס האָבן בײדע צרות פֿון קינדער, װײסן אײנס בײַ דאָס אַז טױבעס ייִנגערע טאָכטער אין געװען פֿאַרליבט אין אַ פּראָװיזאָר, און אַז זי אַלײן, טױבע הײסט עס, האָט מײדלװײַז אױך געפֿירט אַ ראָמאַן מיט אַ בחור, װאָס האָט נאָכדעם אױסגעלאָזט זיך, אַז ער איז אַ שאַרלאַטאַן, אַן אױסװוּרף, און אַז מע האָט זי מיט גװאַלד אױסגעגעבן אין אַ חסידיש הױז, װוּ זי איז פֿאַרחסידאַרעט געװאָרן… און שׂרה װײס, אַז טױבע װײס, אַז זי, שׂרה, האָט אַמאָל מיט איר ברודער דוד געהאַלטן בײַ אַנטלױפֿן אין אַן אַנדער שטאָט שטעלן אַ חופּה…

איצט זענען זײ בײדע מאַמעס, און בײדע האָבן זײ קינדער, און בײדע געבן אַכטונג אױף זײערע קינדער, אַז זײ זאָלן, חלילה, ניט אַװעק אין שלעכטן װעג און זאָלן טאָן, װאָס דער טאַטע הײסט און װאָס די מאַמע הײסט, און באַגעגענען זאָלן זײ זיך מיט דעם, װאָס זײ שטײט אָן, און ליב האָבן זאָלן זײ נאָר דעם ―― װאָס זײערע מאַמעס װילן…

נישטאָ קײן מער רירנדע סצענע, װי אַז אַזעלכע גאָטספֿאָרכטיקע װײַבער, ערלעכע געטרײַע מאַמעס, קומען זיך צונױף און עס פֿאַרבינדט זיך בײַ זײ אַ שמועס פֿון „אױ“ און פֿון “אַי“ און פֿון „אַך“, און פֿון„נשמהניו, האַרצעניו, ליובעניו!“…

― װאָס זשע הערט זיך עפּעס, שׂרהל קרױן?

― אױ, װאָס זאָל זיך הערן, טױבעניו, האַרצעניו! נאָך אַלץ פֿון פֿאָרנט… נישט אַ רוק געגעבן זיך, איר זאָלט זאָגן, אױף אַ האָר אַפֿילו.

― נישט גוט, שׂרה, נישט גוט. איר זענט אַ מאַמע, דאַרפֿט איר זען ממה־נפֿשך, אָדער אַהין אָדער אַהער…

― אַי, טױבעניו, נשמהניו, איר זאָלט זאָגן אַזאַ זאַך? איר האָט אַלײן קינדער… איר האָט אַלײן טעכטער…

― װאָס װעט מען זאָגן אױף מײַנע טעכטער? אױף מײַנע טעכטער װעט מען ניט זאָגן גאָרניט. מײַנע טעכטער, ברוך־השם, קענען זיך ניט מיט קײן סטודענטן, גײען ניט מיט קײן פֿרעמדע יונגעלײַט אין טעאַטער… שאַ! איר דאַרפֿט אײַך ניט געפֿינען באַלײדיקט, שׂרה־לעבן… איך מײן דאָ ניט, חלילה, קײן שלעכטס… איך װײס, אַז אײַער בערטע איז אַן ערלעך קינד. אַ כּשר קינד. זי קומט אַרױס פֿון די שאַפּיראָס, פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס… און דער יונגערמאַן, אָט דער ראַבינאָװיטש מײן איך, איז מיר דװקא געפֿעלן. איך האָב אײַך שױן געזאָגט װיפֿל מאָל. ער װײַזט אױס אַ טאַטנס אַ קינד צו זײַן… נישמער אײן זאַך, װאָס ער איז אַ ביסל שװאַכלעך אין ייִדיש… מײַן שלמה זאָגט, אַז ער איז גאַנץ שװאַך! פֿונדעסטװעגן האַלט פֿון אים מײַן שלמה אַן עולם ומלואה. ער האָט מיט אים אַ פּאָר מאָל אַ רעד געגעבן, זאָגט ער, אַז ער איז אַ װױלער בחור און אַ װאַרעמער ייִד. דאָס הײסט, פֿון ייִדן איז ער װײַטלעך, גאָר אַ פּאַטריאָט איז ער אַ הײסער, זײער אַ הײסער! איר װאָלט באַדאַרפֿט זען, שׂרה־לעבן, אַז צו פּסח צו זאָל עס האָבן אַן עק, און אַרום שבת נאָך שבֿועות, אם ירצה השם, אַ קלער טאָן װעגן אַ חופּה…

― שבת נאָך שבֿועות? אױ, טױבעניו, האַרצעניו, הלװאַי כאָטש חצי אלול, אָדער איבעראַיאָר שבת־חנוכּה, װאָלט איך אױך געװען צופֿרידן!… דער עיקר, איך זאָל שױן דערלעבן האָרכן פֿון אים אָדער פֿון איר דאָס גוטע װאָרט… איז אָבער אין קול מיט אין עונה. מע רעדט אַלײן ניט און מע לאָזט יענעם ניט רעדן.

― אַלײן שולדיק! אַלײן שולדיק אַרום און אַרום! װי דער מענטש נעמט זיך פֿאָר, אַזױ העלפֿט אים גאָט. און דאָס, װאָס מיר האָבן געזײט, דאָס שנײַדן מיר… איצט דאַרף מען זען עפּעס טאָן. אַ מענטש דאַרף טאָן, און גאָט דאַרף העלפֿן… איר זאָלט מיך װעלן פֿאָלגן, װאָלט איך אײַך, שׂרהל־קרױן, יאָ געגעבן אַן עצה.

― אױ, אַדרבא, טױבעניו, נשמהניו, גיט עפּעס אַ רעכטע עצה!

― די עצה איז, שׂרה־לעבן, אַ פּראָסטע עצה, און דאַכט מיר אַ גלײַכע, װאָס גלײַכער קאָן שױן גאָר ניט זײַן. איך װעל איבעררעדן מיט מײַן שלמהן. מײַן שלמה איז, ברוך־השם, אַ מענטש, װאָס קאָן רעדן מיט אַ מענטשן, כאָטש ער טראָגט די לאַנגע קאַפּאָטע מיטן ברײטן טלית־קטן. נו, אַלזאָ, אַזױ װי עס גײט צו יום־טובֿ, מיר האָבן נאָר עטלעכע טעג צו פּורים, און פּורים צו דער סעודה װעט איר דאָך מסתּמא קומען אַלע מיטן קװאַרטיראַנט אינאײנעם, גאָר אָן אַ שום תּירוץ, איר װעט קומען, אם ירצה השם, אַלע! װעט מײַן שלמה אַװעקרופֿן דעם יונגנמאַן אױף אַ סוד אין אַ באַזונדערן אַלקער… „אַזױ און אַזױ איז די מעשׂה, בחורל“ ― איר פֿאַרשטײט?

― אױ, זאָלט איר מיר געזונט זײַן, טױבעניו, ליובעניו! איך האָב נאָר מורא פֿאַר אײן זאַך: דאָס הײסט, פֿאַר אים בין איך רויִק. ער איז אַ מענטש אָן אַ גאַל, איך זאָל האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ יונגערמאַן דאָס איז! װאָס איר װילט, קאַנט איר מיט אים מאַכן. אַ מזג־טובֿ! נאָר זי ― װאָס װעט איר מאַכן מיט איר?

― װער הערט זי? װער פֿרעגט בײַ איר? איז אײנמאָל אַװעק. און צװײטנס, זענט איר דאָך עפּעס אַ מאַמע, צי נײן?

― אַי, טױבעניו, טױבעניו! איר זאָלט דאָס זאָגן! מיר דאַכט, איר זענט אַלײן אַ מאַמע… איר האָט אַלײן קינדער…

― קינדער? װאָס װעט מען זאָגן אױף מײַנע קינדער?…

דאָ װערט איבערגעחזרט די אײגענע רעפּליקע, װאָס פֿריִער, און בײדע מאַמעס זענען גרײט צו ציִען זײער דיאַלאָג װײַטער, פֿליט אַרײַן דער קלײנער סיאָמקע פֿון דרױסן מיט אַ געװײן: װאָלאָדקע האָט אים געשלאָגן. געשפּילט־געשפּילט אין שנײעלעך מיט װאָלאָדקען און צעהרגעט זיך.

― אַ, ניט געדאַכט זאָל װערן אָט דער װאָלאָדקע! ― זאָגט שׂרה און כאַפּט אַרום איר סיאָמקען קושן.

― װער איז דער װאָלאָדקע? װאָס פֿאַר אַ װאָלאָדקע? ― פֿרעגט זיך נאָך טױבע פֿאַמיליאַנט בײַ איר שװיגערין.

― אַ רעשטל צו די צרות! ― ענטפֿערט איר שׂרה און װישט אױס סיאָמקען די אױסגעשמירטע הענטלעך. ― מיר האָבן דאָ אַ שכנהטע אין צװײטן הױף, אַ גױע, קירילעכע רופֿט מען זי. האָט זי אַ שרץ פֿונעם ערשטן מאַן, רופֿט מען אים װאָלאָדקע…

טױבע פֿאַמיליאַנט זאָגט גאָרניט. נאָר הלװאַי װאָלט זי שױן בעסער עפּעס געזאָגט, אײדער אַזױ צונױפֿנעמען די ליפּעלעך און שװײַנען און קוקן אַזױ, װי מע קוקט אױף מענטשן פֿאַרפֿאַלענע. שׂרה שאַפּיראָ פֿאַרשטײט דאָס שטילשװײַגן און װיל פֿאַרענטפֿערן די זאַך:

― ער מעג זײַן די כּפּרה פֿאַר מײַן סיאָמקען, נאָר ער איז זײער אַ װױלער שרץ, אָט דער װאָלאָדקע מײן איך. אונדזער קװאַרטיראַנט קאָן זיך פֿון אים ניט אָפּלױבן. ער לערנט מיט אים, אומזיסט, געװײנטלעך. זאָגט ער, אַן דער שרץ, כאָטש ער איז אַ שרץ, האָט ער אַ ייִדיש קעפּעלע אױף זיך. דער חסרון, װאָס דער שטיף־טאַטע זײַנער איז אַ גױ אַ שיכּור, הרגעט ער אים און ממיתט אים, אַ צער־בעלי־חײם צו קוקן!…

טױבע פֿאַמיליאַנט האָלט נאָך אַלץ צונױפֿגעשרױפֿט די ליפּעלעך און שװײַגט און קוקט מיט רחמנות אױף איר שװיגערין. און מחמת שׂרה האָט אָנגעהױבן צו דערצײלן װעגן דעם שרץ, מוז זי שױן דערצײלן װײַטער:

― אַנומלטן האָט אים דער שיכּור אַזױ געשלאָגן, אַן עס איז זיך צונױפֿגעלאָפֿן דער גאַנצער הױף מיט שכנים און איך און מײַן טאָכטער און אונדזער קװאַרטיראַנט בתוכם ―― מיר האָבן דעם שרץ קױם אַרױסגעריסן פֿון זײַנע הענט אַ לעבעדיקן. פֿון דעמאָלט אָן לערנט דאָס מיט אים ראַבינאָװיטש…

שׂרה איז אַנטשװיגן געװאָרן, און די צדקת טױבע פֿאַמיליאַנט האָט נאָר־װאָס אױפֿגעעפֿנט דאָס פֿאַרשנורעװעטע פּיסקל און אָנגעהױבן מיט איר בױמלדיקע שטימע צו זאָגן מוסר איר ייִנגערע שװיגערין:

― נו, פֿרעג איך אײַך, שׂרה־קרױן, װי זאָל אױף אײַך לײגן כּבֿוד אײַער טאָכטער, אַז איר אַלײן…

אין דעם קומט אָן בעטי און די צדקת טױבע מאַכט אַן אומשולדיק פּנים, און שׂרה רופֿט זיך אָן:

― אָ! מע זאָל דערמאַנען משיחן! די מומע טױבע פֿרעגט זיך נאָך, אױב דו האָסט נאָך דעם קאַטאַר?…

בעטי זעט גאַנץ גוט נאָך דער מומע טױבעס אומשולדיק פּנים, אַז די מאַמע האָט דאָ נאָר־װאָס אָפּגעטאָקט אַ ליגן ― און זי װערט אַלערלײ פֿאַרבן…

דאָס אַכט־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: ער כאַפּט אַ טענצל

די חידושים, װאָס אונדזער העלד האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט, אַז ס'איז געקומען פּורים און די שאַפּיראָס האָבן אים מיטגענומען צו זײער רײַכן קרובֿ צו דער סעודה, װעט ער האָבן צו דערצײלן און צו דערצײלן. אַלצדינג איז בײַ אים געװען נײ. פֿון יעדער זאַך איז ער אַרײַן אין התפּעלות. און דערצו האָבן אים די דאָזיקע מענטשן אינטערעסירט דערפֿאַר, װאָס זײ זענען חסידים (אָדער „כאַססידים“, װי ער האָט זײ אָנגערופֿן).

― װאָס װעט דאָרטן זײַן? ― האָט ער זיך אַלץ נאָכגעפֿרעגט בײַ זײַנע בעלי־בתּים. און האָט געכאַפּט אַ פּסק פֿון דוד שאַפּיראָ:

― װאָס האָט איר געװאָלט זאָל דאָרטן זײַן? איר זענט קײנמאָל ניט געװען פּורים צו דער סעודה? צי בײַ אײַך איז פּורים ניט קײן יום־טובֿ און המן ניט קײן רשע?

― נײן, ניט דאָס! ― װיל זיך דער קװאַרטיראַנט פֿאַרענטפֿערן און מאַכט נאָך ערגער. ― איך פֿרעג מיך נאָך דערפֿאַר, װײַל זײ זענען “כאַססידים“…

― „כאַססידים!“ ― קרימט אים איבער דוד שאַפּיראָ. און אַז זײ זענען “כאַססידים“, איז װאָס דערפֿון געדרונגען?

― „כאַססידים“ זענען דאָך אַזאַ מין סעקטע… ― װיל ראַבינאָװיטש אים אױפֿקלערן, נאָר שאַפּיראָ איז שױן מלא־גזלן. ער װאַרפֿט זיך שױן מיט אַלע אבֿרים:

― װאָס מיר סעקטע? װער מיר סעקטע? נאַ דיר גאָר סעקטע! פֿון װאַנען האָבן זיך בײַ אונדז גענומען סעקטעס? װוּ זענט איר אױסגעװאַקסן? צװישן ייִדן צי אין אַ װאַלד?…