דער בלוטיקער שפּאַס: 23: צװײ באַגעגענישן

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס דרײַ־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל
צװײ באַגעגענישן

װי נאָר אונדזערע יונגע לײַט זענען אַרױס פֿון פּאַרטער און אַרײַנגעטראָטן אין װעסטיבול, דאָרט װוּ עס שפּאַצירט אַרום דער עולם, אַזױ האָבן זײ גלײַך באַמערקט אַ באַקאַנטע הױכע פֿיגור, מיט ברײטע פּלײצעס, רױטלעכע אױגן און גראָבע תּאװהדיקע ליפּן. דער פּאַרשױן איז געשטאַנען די הענט פֿאַרלײגט אַהינטער און דורכגענומען זײ מיט די אױגן.

זײ האָבן בײדע גלײַך דערקענט אין אים יענעם פּאַרשױן פֿון דער נאַכט־אָבלאַװע, װאָס האָט געהאַט אָפּגעפֿירט ראַבינאָװיטשן אין געפֿענקעניש. נישמער דעמאָלט איז ער געגאַנגען אָנגעטאָן װי אַ טשינאָװניק; איצט איז ער געװען אײַנגעצױגן אין אַ לאַנגן שװאַרצן ראָק, געשטאַנען אױף אײן אָט, װי אױף דער װאַכט, און נאָר געװאָרפֿן מיט די אױגן רעכטס און לינקס אױפֿן פּובליקום, װאָס האָט שפּאַצירט אַהין און אַהער.

ראַבינאָװיטשן מיט בעטין האָט ער באַגלײט מיט אַ באַזונדערן שאַרפֿן קוק פֿון זײַנע רױטלעכע אױגן. בעטי האָט געפֿילט אױף זיך דעם דאָזיקן קוק, װאָס האָט זי דורכגעברענט װי אַן עלעקטרישער שטראָם…

― ס'איז ער?… ― האָט זי אַ פֿרעג געגעבן בײַ איר קאַװאַליר, אַלײן ניט װיסנדיק, פֿאַרװאָס עס קלאַפּט איר אַזױ דאָס האַרץ, און זי האָט זיך אינסטינקטיװ צוגעטוליעט צו זײַן האַנט, װאָס ער האָט איר אונטערגעשטעלט.

― נו איז װאָס, אַז ס'איז ער? ― האָט איר ראַבינאָװיטש געענטפֿערט, געװאָלט זי באַרויִקן, און אַלײן האָט ער אין האַרצן אָפּגעשיקט דעם דאָזיקן נפֿש צו אַלדי שװאַרצע יאָר! ער איז געװען איבערצײַגט, אַז דאָס באַגעגעניש איז ניט צום גוטן…

און כּך הוה: זײ זענען נאָר אַרײַן אין גרױסאַרטיקן פֿאָיע, דאָרט װוּ מע קאָן זיך זיצן רויִק אױג אױף אױג און שמועסן שטילערהײט גאַנץ אינטים, האָט זײ גאָט צוגעשיקט נאָך אַ באַגעגעניש.

דאָס איז געװען אַן עלעגאַנט געקלײדטער, אַן אױסגעפּוצטער סטודענט, נאָר־װאָס פֿון דער נאָדל אַרױס: גאָלדענע קנעפּ, אַן ענגער בלױער קאָלנער, אַ גאָלדן שװערדל בײַ דער זײַט, קלאָר־װײַסע הענטשקעלעך אױף די הענט, און די ברוסט אױסגעבױגן און אַרױסגעשטעלט ― מעשׂה־אָפֿיציר. בקיצור, דאָס איז געװען אײנער פֿון די טשאַקנדיקע סטודענטן־פֿראַנטן, װאָס מע האָט זײ געקרױנט מיטן נאָמען „װײַסער אונטערשלאַק“.

― האַלאָ, קאָלעגע! ― האָט ער זיך אָנגערופֿן צו ראַבינאָװיטשן, און אַ זיס צוקערדיק שמײכעלע האָט זיך באַװיזן אױף דעם סטודענטס רױט פּנים מיטן געלן שפּיצעכיקן בערדל, װאָס האָט אַרױסגעקוקט פֿון זײַן ענגן בלױען קאָלנער אַרױס.

געשמײכלט האָט דער סטודענט, אײגנטלעך, ניט אַזױ צו ראַבינאָװיטשן, װי צום שײנעם מײדל מיטן פֿאַרריסן נעזעלע, װאָס גײט מיט דעם קאַנאַליע, מיט ראַבינאָװיטשן, אונטער די הענט…

― ניט שױן־זשע האָט איר מיך ניט דערקענט, כי?

נאָך דעם דאָזיקן „כי“ האָט שױן ראַבינאָװיטש דערקענט, װער דאָס איז.

― אַ? לאַפּידוס? ― האָט ער אױסגעצױגן, געגעבן אים די האַנט און געטראַכט בעת־מעשׂה: „װעלכער ניט־גוטער האָט דיך געבראַכט אַהער צו טראָגן? האַלדז און בײן װאָלט ער בעסער ברעכן, אָט דער…!“

ראַבינאָװיטש האָט נישט ליב געהאַט לאַפּידוסן אָן אַ שום „װאָרעם“, ,כאָטש ער האָט אױף אים צו גלײַכער צײַט אױך רחמנות געהאַט. צו אָפֿט האָט זיך אָט דער געלער בחור געדרײט אים פֿאַר די אױגן, צו אָפֿט אײַנגעטענהט מיט אים װעגן דעם, אַז ס'איז נישט גוט צו זײַן אַ ייִד. נישט גוט און נישט באַקװעם און נישט קלוג און נישט לאָגיש… צו װאָס? צו װעלכן צװעק? פֿאַר װעמען װילן מיר זיך אױספֿײַנען? װער װעט אונדז געבן דערפֿאַר אַ קניפּ אין בעקל?…

― איך װײס, גלױבט מיר, איך װײס, פֿאַרװאָס איר בײַט ניט איבער אײַער ייִדישקײט, כי… איר טוט עט ניט נאָר מחמת פּחדנות, איר ציטערט פֿאַר אײַער פֿאָטער אָדער אײַער מוטער ― אַזױ האָט לאַפּידוס אײַנגעדרונגען זײַן חבֿר ראַבינאָװיטשן און געהאַלטן אים בעת־מעשׂה פֿאַרן קנעפּל פֿון פּאַלטאָ…

― איר האָט אַ טעות, ― װיל אים ראַבינאָװיטש כאָטש עפּעס ענטפֿערן, לאָזט ער אים נישט אָפּ דאָס קנעפּל און צעלאַכט זיך אַזױ, אַז ער װערט ראַבינאָװיטשן נימאס.

― איר זאָגט ― איך האָב אַ טעות, כי? איך האָב קײנמאָל קײן טעות ניט. אײַער פֿאָטער זאָל ניט זײַן קײן פֿאַבריקאַנט…

― מײַן פֿאָטער איז ניט קײן פֿאַבריקאַנט ― פּרוּװט זיך ראַבינאָװיטש אַרױסדרײען.

― נישט קײן פֿאַבריקאַנט, איז אַ באַנקיר… אײַער פֿאָטער זאָל ניט זײַן קײן באַנקיר, און איר זאָלט ניט זײַן זײַן יורש, װי מע זאָגט דאָס אױף ייִדיש, איבער הונדערט צװאַנציק יאָר, כי־כי, און איר זאָלט האָבן אַן אָרעמע מאַמע און אַ שװעסטער װי איך, װאָלט איר געטאָן דאָס אײגענע, װאָס איך קלײַב זיך טאָן, װאָס אַ סך אַנדערע קלוגע חבֿרים אונדזערע טוען… פּלוצעם שטעלט זיך לאַפּידוס אָפּ אַ װײַלע און נעמט אַ נײַעם טאָן: איר װילט האַלטן מיט מיר אַ װעטע?

― אױף װאָס?

― אױף דעם, אַז איבער אַ יאָר אין דער צײַט װעט איר זײַן אַ קריסט… אױף װיפֿל װילט איר זיך װעטן, כי? איר שװײַגט? אַהאַ! כי־כי־כי!…

דעמאָלט האָט אים ראַבינאָװיטש צוליב געטאָן און האָט זיך אױך צעלאַכט, װעלכעס לאַפּידוס האָט אָנגענומען פֿאַך אַ הסכּמה און בײַ איטלעכס מאָל, װאָס זײ האָבן זיך נאָכדעם באַגעגנט, האָט אים לאַפּידוס אָפּגעשטעלט און נאָר אַ פֿרעג געגעבן: „נו?“ איצטיקס מאָל אָבער װאָלט ער נישט געװאָלט, אַז לאַפּידוס זאָל אים דערמאַנען װעגן זײער געװעט און ער האָט אים געװוּנטשן פֿון גאַנצן האַרצן, ער זאָל אָנלײגן מיטן קאָפּ. פֿונדעסטװעגן קאָן מען אַזױ גראָב ניט זײַן און מע דאַרף אים פֿאָרשטעלן פֿאַר דעם פֿרײַלין שאַפּיראָ. ער קוקט אױף איר צו האַסטיק: און ראַבינאָװיטש האָט אים גאַנץ העפֿלעך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר בעטין, אױף װעלכער לאַפּידוס האָט ניט אױפֿגעהערט צו קוקן און צו שמײכלען, און װי נאָר מע האָט אים פֿאָרגעשטעלט אָט דאָס שעלמאָװסקי שײנע מײדל, אַזױ האָט ער שױן גאַר ניט געװאָלט אָפּטרעטן. עס האָט גאָרנישט געהאָלפֿן: זײ האָבן געמוזט אַלע דרײַ שפּאַצירן איבערן פֿאָיע הין און צוריק, ― בעטי אין מיטן און ראַבינאָװיטש מיט לאַפּידוסן בײַ די זײַטן.

עס איז ניט געװען די קללה, װאָס ראַבינאָװיטש האָט נישט אָנגעװוּנטשן אָט דעם װײַסן אונטערשלאַק לאַפּידוסן. פֿאַרפֿאַלן ― האָט ער זיך געטראַכט ― אַ גאַנצער אַנטראַקט. ער װעט נישט קאָנען בלײַבן מיט בעטין אױג אױף אױג און רעדן מיט איר דאָס, װאָס ער האָט צו רעדן… נאָר װאָס העלפֿט דאָס דען? מע מוז זיך אָננעמען מיט האַרץ, מאַכן אַ פֿרײַנדלעך פּנים און נאָך אונטערהאַלטן דעם שמועס אױך. אַ ברירה האָט מען?… און פֿון װאָס שמועסט ער, אָט דער פֿראַנט איװאַנאָװיטש, דער שד זאָל אים דערשטיקן? עפּעס אַלץ אַזעלכע פּוסטע, װאָכעדיקע, באַנאַלע רײד, שלאָגט צו דער גאַל!… האָט זיך אױסגעצװאָגן, װי אַ מױד, אױסגעפּוצט, װי פֿאַרן טױט, און מײנט, אַז דער רוח איז זײַן פֿעטער!…

ראַבינאָװיטש האָט חשק געהאַט אים אַ פֿרעג צו געבן, װי אַזױ איז דאָס געשען, װאָס ער איז אַרײַנגעקראָכן אין אַ סטודענטישן מונדיר? האָט אים אָבער דאָס האַרץ ניט דערלאָזט. ער האָט זיך דערמאַנט אָן זײער געשפּרעך און עס האָט זיך ניט װילנדיק אױפֿגעװעקט בײַ אים אַ געפֿיל פֿון רחמנות צום דאָזיקן אָרעמען, געלן יונגנמאַנטשיק, װאָס דאַרף אױסהאַלטן אױף זײַנע פּלײצעס אַן אָרעמע מאַמע מיט אַ שװעסטער, דאַכט זיך… באַטראַכטנדיק זײַן גליקלעך שײַנענדיק פּנים מיטן געלן שפּיצעכיקן בערדעלע און זײַן גאַנצע אױסגעמענטשלטע פֿיגור, האָט ראַבינאָװיטש אים מוחל געװען, װאָס ער האָט צוגענומען בײַ אים אַ גאַנצן אַנטראַקט. „כאַפּט אים בעני, נעבעך אַן אָרעמער בחור, אַ שלימזל, לאָז ער איבערגײן אױף אַנדערע הענט“…

― אַזױ האָט געזאָגט צו זיך אַלײן ראַבינאָװיטש, װעלכער האָט פֿאַרשטאַנען, װאָס פֿאַר אַ פּרײַז אָט דער שלימזל לאַפּידוס האָט באַצאָלט פֿאַר זײַן שײנעם בלױען סטודענטן־מונדיר מיטן װײַסן אונטערשלאַק, און װי טײַער אים האָט געקאָסט זײַן אַרײַנטרעטן אינעם דאָזיקן מונדיר… ער האָט נישט געװאָלט באַרירן שױן די דאָזיקע אײדעלע מאַטעריע, מורא געהאַט אָנטרעטן אים דאָרט, װוּ עס טוט אים אפֿשר װײ… האָט אָבער לאַפּידוס אַלײן אױפֿגעדעקט זײַן װײטיק. ער האָט זיך פּלוצעם אָפּגעשטעלט, באַטראַכט ראַבינאָװיטשן, װי ער גײט אָנגעטאָן ניט װי אַ סטודענט, און אָנגערופֿן זיך צו אים:

― נו, מײַן טײַערער קאָלעגע? װאָס־זשע װעט זײַן װײַטער, כי? איך װײס, ― דאָס האָט איר צו פֿאַרדאַנקען אײַער טומאַרקינען, װאָס מײנט, אַז ער טוט אײַך די גרעסטע טובֿה; צום סוף מאַכט ער אײַך, און נאָך אַזעלכע, װי איר, אומגליקלעך… כ'לעבן, איך האָב אױף אײַך רחמנות.

ראַבינאָװיטש האָט זיך צעלאַכט:

― איך דאַנק אײַך זײער, װאָס איר האָט אױף מיר רחמנות.

לאַפּידוסן האָט פֿאַרדראָסן, װאָס ראַבינאָװיטש לאַכט. האָט ער זיך אָנגערופֿן צו ראַבינאָװיטשן און נישט אַראָפּגעלאָזט קײן אױג פֿון דעם שײנעם מײדל:

― אײַך איז גרינג צו לאַכן! װאָס הערט איר עס, יאָ אַ סטודענט, ניט קײן סטודענט? אײַער פֿאָטער איז אַ באַנקיר, אָדער אַ מאַנופֿאַקטוריסט, און יעדנפֿאַלס אַ בורזשוּי, קאָן אײַך אױסהאַלטן נאָך אַ יאָר און נאָך אַ יאָר… איר זאָלט אָבער זײַן אױף מײַן אָרט, האָבן אױף זיך אַן אַלטע מאַמע און אַן אָרעמע שװעסטער, װאָס זײער גאַנץ לעבן הענגט אָפּ אין אײַך, װאָס אײַער גליק איז זײער גליק, װאָס אײַער שמערץ איז זײער שמערץ! מיט אײנעם װאָרט ― װי קאָנט איר פֿילן דאָס װאָס איך?

האָט זיך אַרײַנגעמישט בעטי:

― פֿון װאַנען װײסט איר דאָס, אַז ראַבינאָװיטש קאָן ניט פֿילן דאָס, װאָס איר? און װער האָט אײַך געזאָגט, אַז זײַן פֿאָטער איז אַ באַנקיר און אַז ער האָט ניט קײן אַלטע מאַמע און קײן אָרעמע שװעסטער גלײַך מיט אײַך?

לאַפּידוס האָט אױסגעגלײַכט די ברוסט, אױפֿגעהױבן די אַקסלען און געזאָגט צו בעטין:

― װער האָט מיר געזאָגט? קײנער ניט. נאָר מע װײסט. אָ! מע װײסט! װער קען ניט די ראַבינאָװיטשעס? אַ באַװוּסטע פֿירמע!… נאָר דאָס איז ניט װיכטיק. איך פֿרעג בעסער בײַ אײַך, זאָגט מיר אָט װאָס: װאָס װאָלט ער געטאָן, אָט דער הער ראַבינאָװיטש טאַקע, װען ער זאָל זײַן אױף מײַן אָרט, אַז קײן מעדאַל האָב איך ניט, און קײן פֿאָטער קײן באַנקיר אױך ניט, און זיצן דאָ לאָזט מען נישט,

אין פֿיר און צװאַנציק שעה… און אַ מאַמע אַ קראַנקע, און אַ שװעסטער אַן אָרעמע. איר פֿאַרשטײט, צי נײן?

― קומט אױס ― מאַכט צו אים בעטי ― קומט אױס נאָך ― אײַערע רײד, אַז אַלע ייִדן, װאָס האָבן קראַנקע מאַמעס און אָרעמע שװעסטער ― און װעלכער ייִד האָט דאָס ניט אַ קראַנקע מאַמע אָדער אַן אָרעמע שװעסטער? ― באַדאַרפֿן צוליב די דאָזיקע מאַמעס און שװעסטער נעמען און טאָן דאָס, װאָס איר האָט געטאָן, לױט איך פֿאַרשטײ?…

― געװיס! ― האָט איר לאַפּידוס אָפּגעענטפֿערט מיט אַ געלעכטערל, אַרױסשטעלנדיק מיט גדלות די ברוסט פֿון מונדיר אַרױס, אױף װעלכן דער שנײַדער האָט, װי עס װײַזט אױס, אָנגעלײגט ניט װינציק מי…

בעטי האָט אים באַגאָסן מיט אַ שטראַלנדיקן בליק פֿון אירע שײנע קאַרע אױגן און מיט אַ שמײכעלע צו אים געזאָגט:

― אײַך דאַרף מען מקנא זײַן… מיט װאָס פֿאַר אַ לײַכטקײט איר פֿאַרענטפֿערט אַזאַ פּײַנלעכע פֿראַגע, איבער װעלכע הונדערטער דורות האָבן זיך געלאָזט טרעטן מיט די פֿיס, טרײַבן און יאָגן, ברענען און בראָטן. ― כ'לעבן, ס'איז אײַך מקנא צו זײַן…

לאַפּידוס האָט כּלומרשט געלאַכט, אַרױסבאַװיזן אַלע זײַנע װײַסע צײן.

װען דאָס דאָזיקע מײדל זאָל ניט זײַן אַזאַ רײצנד שײן מײדל מיט אַזעלכע שײנע קלוגע קאַרע אױגן, און איר קלינגענדיק זיס קול און איר קלאַסישע פֿיגור און איר סימפּאַטיש אױסזען מיט איר אינגאַנצן זאָל ניט שרײַען: „האָב מיך ליב!“ ― װאָלט דער באַרעדעװדיקער לאַפּידוס געפֿונען שױן װאָס איר צו ענטפֿערן אױף איר איראָניע. נאָר װײַל בעטי האָט אים אינגאַנצן געפּלעפֿט, האָט ער מיט אַ שמײכל זיך געװענדט צו איר:

― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, פֿרײַלין… פֿרײַלין…

― פֿרײַלין שאַפּיראָ, ― האָט אים ראַבינאָװיטש אונטערגעזאָגט.

― פּאַרדאָן! האָט קײן פֿאַראיבל ניט, פֿרײַלין שאַפּיראָ, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן, כאָטש דאָס איז אַ זײַטיקע פֿראַגע, װאָס האָט אָבער אַ שײַכות צו דעם, װאָס איר האָט נאָר־װאָס באַרירט. אָט זאָגט איר ― הונדערטער דורות, געיאָגט און געטריבן, געברענט און געבראָטן. דאָס איז אַלץ זײער שײנע מעשׂיות פֿון פֿאַרצײַטן. דאָס װערט אָנגערופֿן מיטן נאָמען „היסטאָריע“, פֿאַר װעלכע מיר נעמען אַראָפּ דאָס היטל. זײער שײן. װאָס װעט איר אָבער זאָגן אױף אַזאַ מין פֿאַקט? ניט פֿון דער היסטאָריע, נײן. נאָר טאַקע פֿונעם לעבן אַלײן. אַ פֿאַקט, װאָס אָט דאָ ניט לאַנג האָט זיך געטראָפֿן. אָט דאָ טאַקע בײַ אונדז, אין אונדזער שטאָט, כאַ־כאַ?… אָט װעל איך אײַך עפּעס דערצײלן. ― ס'איז אַ פּיקאַנטנע געשיכטע, כ'לעבן, און אַ טרױעריקע… איך זאָל זײַן אַ שרײַבער, װאָלט איך זי זיכער באַשריבן אין אַ צײַטונג, מע זאָל װיסן… נישקשה, איר מעגט דאָס האָרכן.

און לאַפּידוס, צופֿרידן מיט זיך אַלײן און מיט דעם, װאָס ער קאָן אַזױ שײן דערצײלן, און מיט דעם, װאָס אַזאַ שײן מײדל הערט אים אױס, האָט גענומען איבערגעבן זײַן פּיקאַנטנע געשיכטע מיט אַזאַ טאָן, פֿון װעלכן עס איז געװען צו זען, אַז דער מענטש האָט הנאה פֿון זיך אַלײן.

― אַלזאָ, סודאַריניאַсударыня: מאַדאַם, ― אַזױ האָט לאַפּידוס אָנגעהױבן צו דערצײלן, מער פֿאַר בעטין אײדער פֿאַר ראַבינאָװיטשן, זײַן פּיקאַנטנע געשיכטע, ― אַלזאָ, סודאַריניאַ, די געשיכטע איז, אײגנטלעך גערעדט, אַן אײנפֿאַכע, געװײנטלעכע געשיכטע, װעלכע איך װאָלט אַ נאָמען געגעבן: „אײנע פֿון אַ סך“, װאָרעם דאָס זענען מעשׂים בכל יום. אַזעלכע געשיכטעס טרעפֿן זיך בײַ אונדז די לעצטע צײַט אָפֿט, זײַד אָפֿט.

הקיצור, איך האָב אַ גוטן באַקאַנטן, אַ פֿרײַנד, אַ גוטן פֿרײַנד,― דער נאָמען איז דאָך ניט װיכטיק, ― און מײַן גוטער פֿרײַנד, אָדער מײַן חבֿר, האָט אַ שװעסטער. אַ מײדל. און דװקא אַ פֿײַן מײדל. באַמערקט, איך זאָג ניט קײן פּאַרשױן, קײן קראַסאַװיצע. קראַסאַװיצעס זענען איבערהױפּט זײער װינציק…

לאַפּידוס האָט מיט די דאָזיקע װערטער, און נאָך מער ― מיט זײַן . קוקן אױף בעטין, געגעבן איר צו װיסן, אַז זי מעג זיך איבערנעמען. בעטי האָט זיך געמאַכט, װי זי פֿאַרשטײט ניט, און ראַבינאָװיטש האָט שטאַרק חשק געהאַט אָננעמען אָט דעם אױסגעפּוצטן לאַפּידוסן אָדער פֿאַרן שפּיץ פֿון זײַן געל בערדעלע, אָדער פֿאַר די לאַצן פֿון זײַן אױסגעצײכנטן בלױען מונדיר מיטן װײַסן אונטערשלאַק און זאָגן: „פֿעטערל! צו דער זאַך!“… נאָר ער האָט זיך אײַנגעהאַלטן און מיט אַ שמײכעלע אַ זאָג געגעבן צו אים:

― אַלזאָ, האָט איר אַ גוטן פֿרײַנד אַ חבֿר, און אײַער חבֿר האָט אַ שװעסטער. נו, און װײַטער װאָס?

לאַפּידוס האָט אָנגענומען ראַבינאָװיטשעס װערטער פֿאַר אַ סימן, אַז ער פֿאַרגינט אים ניט, װאָס ער, לאַפּידוס, דערצײלט אַזױ שײן. האָט ער, נישט קוקנדיק אױף ראַבינאָװיטשן און נאָר אױף בעטין, גענומען איר דערצײלט װײַטער:

― אַלזאָ, סודאַריניאַ, װי געזאָגט, האָט מײַן קאָלעגע אַ שװעסטערל, אַ פֿײַן מײדל און אָ געבילדעטע, און װיל לערנען, קומען צו אַ שטיקל תּכלית, עפּעס ענדיקן, איר פֿאַרשטײט, צי נײן? נו, איז זי געקומען צו פֿאָרן אַהער פֿון אַ קלײן שטעטל אָפּגעבן עקזאַמען און אַרײַנטרעטן װוּ עס װעט זיך לאָזן. אַקושערקע איז אַקושערקע. דאַנטיסטין איז דאַנטיסטין ― אַבי לערנען. אַבי אַ דיפּלאָם.

קורץ און גוט, איז זי געקומען צו פֿאָרן אַהער, צו איר ברודער. איר ברודער איז, װי איר פֿאַרשטײט שױן אַלײן, אַ סטודענט. מילא געקומען ― זײער פֿײַן, אַ גאַסט, װאָס איז דאָ צו רעדן? לאָזט זיך אָבער אױס, אַז מע לאָזט זי ניט זײַן. מע לאָזט זי ניט װױנען אַ טאָג אַפֿילו. פֿאַרװאָס? דאַרף איך אײַך ניט דערצײלן. איר שטױסט זיך שױן אַלײן: „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. טענהט זי נעבעך: „אָט גיב איך אָפּ עקזאַמען און טרעט אַרײַן, האָב איך אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע“. לאָזט זיך אָבער אױס, אַז צום עקזאַמען גופֿא באַדאַרף זי ברענגען מיט זיך אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע. כאַ־כאַ, איר פֿאַרשטײט, צי נײן?

הקיצור, שלעכט! װאָס טוט מען? אָט־אָט איז דער עקזאַמען, און אָט שטײט דער אָקאָלאָדאָטשנעоколоточный: נאַדזיראַטעל און זאָגט: אָדער פּראַװאָזשיטעלסטװע, אָדער זײַ מוחל, מײדעלע, אַהײם, ― אַ פֿאָר־פֿאָר נאַ באַרדיטשעװ, כאַ־כאַ!

אַהין־אַהער, עס האָט זיך געפֿונען, שטעלט אײַך פֿאָר, אַ גוטער פֿרײַנד, אַ ייִד אַ חכם, און גיט איר אַן עצה… (לאַפּידוס בײגט זיך צו צו בעטין און רעדט שטיל) זי זאָל זיך פֿאַרשרײַבן… זי זאָל אַרױסנעמען… זײַט מיר טױזנט מאָל מוחל… נו, זי זאָל זיצן אױף אַ געלן בילעט!… איר פֿאַרשטײט, צי נײן?…

אױסער זיך בין איך געװאָרן, ־אַז איך האָב עס דערהערט. און פֿון װעמען, מײנט איר, האָב איך עס דערהערט? טאַקע פֿון איר ברודער אַלײן! מאָלט אײַך, ער האָט זיך פֿון מיר ניט גענאַרט! ער האָט באַקומען פֿון מיר אַ רעכטע פּאָרציע. „אום גאָטעס װילן, זאָג איך אים, װי קאָנסט דו דאָס גאָר ברענגען פֿאַרן מױל? װי קאָן דיר גאָר קומען אַזאַ זאַך אױף דער מחשבֿה?“ נו, איז דען ניט גלײַכער, פֿרעג איך אײַך, טױזנט מאָל גלײַכער און לײַטישער און פּראַקטישער און ערלעכער אָפּזאָגן זיך אינגאַנצן אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל, אײדער אַזױ, אַזױ נידעריק פֿאַלן, אַזױ זינקען מאָראַליש, װעלן מיר זאָגן, אַראָפּלאָזן זיך אין אָפּגרונט? כי?

ראַבינאָװיטש, װעלכער האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט דער געשיכטע און איז, אײגנטלעך, געװען גאַנץ אײַנפֿאַרשטאַנען מיט לאַפּידוסן, האָט נאָר־װאָס אױפֿגעעפֿנט דאָס מױל, געװאָלט עפּעס זאָגן, האָט אים לאַפּידוס מיט דער האַנט אָפּגעשטעלט, ער זאָל שװײַגן, װײַל אין דער זעלבער מינוט האָט אױך בעטי אָנגעהױבן צו רעדן. זי האָט זיך געװענדט צו לאַפּידוסן, נישט קוקנדיק אױף אים, נאָר אױף דעם שפּיץ פֿון אירע אײגענע שיכלעך, און דאָך איז געװען צו באַמערקן, װי איר שײן פּנים האָט זיך באַגאָסן מיט אַ העליש פֿײַער:

― אַלזאָ, װאָס־זשע איז געװאָרן מיט אײַער חבֿרס שװעסטער? דאָס הײסט, איך מײן, װאָס האָט זי… װאָס האָט זי געטאָן?

דאָ האָט זיך לאַפּידוס אָפּגעשטעלט, צונױפֿגעלײגט די הענט אױפֿן האַרצן מעשׂה־אַרטיסט און אָנגערופֿן זיך צו איר מיט אַ טראַגיש געלעכטערל:

― הערסט דו? אָט דאָס פֿרעג איך דאָך בײַ אײַך! װי אַזױ קומט אױס נאָך אײַער פֿאַרשטאַנד? כי? װעמענס עצה האָט זי באַדאַרפֿט פֿאָלגן?

בעטי האָט זיך אױך אָפּגעשטעלט און, קוקנדיק לאַפּידוסן גלײַך אין די אױגן אַרײַן, האָט זי אים אָפּגעענטפֿערט שאַרף, און איר ענטפֿער האָט זיך אױסגעװיזן, אַז עס לאָזט זיך הערן, װי אַ בײזער טאָן: ― איך באַדױער זײער אײַער באַקאַנטע… אײַער באַקאַנטנס שװעסטער. און אױב איר װילט דורכױס װיסן מײַן מײנונג, דאַרף איך אײַך זאָגן, אַז איך אױף איר אָרט, װאָלט אײַער קלוגע, פּראַקטישע און ערלעכע עצה געװיס נישט אָנגענומען!…

דאָס װאָרט „ערלעכע“ האָט זי רעכט באַטאָנט און אונטערגעשטראָכן אַזױ, אַז לאַפּידוס האָט זי פֿאַרשטאַנען און פֿאַרביסן אַ ליפּ, כאָטש ער האָט זיך געמאַכט װי ער לאַכט.

― אַזױ זאָגט איר ? כי?

― אַזױ װעט אײַך זאָגן יעדע אײנציקע אױף מײַן אָרט, װאָס האָט אין זיך אַ ברעקל ערנגעפֿיל, װאָס האָט אין זיך אַ פֿרײַע נשמה, ניט קײן פֿאַרשקלאַפֿטע, מיט אײנעם װאָרט, יעדע אײנציקע, װאָס מע קאָן ניט קױפֿן ניט פֿאַר קײן געלט, ניט פֿאַר קײן אַקושערסקי דיפּלאָם און ניט פֿאַר קײן שום דיפּלאָם אין דער װעלט!

דאָס דאָזיקע האָט בעטי אַרױסגערעדט מיט אַזױ פֿיל ערנסט און מיט אַזאַ פֿײַער, אַז ראַבינאָװיטש האָט זיך גאָר איבעראַנײַס גענומען שפּיגלען אין איר, זיך נאָר ניט געקאָנט זאַט אָנקוקן און אָנהערן. זי האָט אים אױסגעװיזן נײַ. גאָר נישט דאָס טשיקאַװע מײדל מיט די חן־גריבעלעך און די בעקלעך און מיטן שעלמיש שמײכעלע, װאָס ער האָט דערזען דעמאָלט דאָס ערשטע מאָל, אַז ער איז געקומען דינגען דאָס צימערל. ער האָט זי נאָך קײנמאָל ניט געזען אַזױ שײן, אַזױ גרױסאַרטיק שײן, װי אין דער דאָזיקער מינוט. אירע שטענדיק שמײכלענדיקע אױגן האָבן איצט געשפּריצט מיט פֿײַער. אירע בעקלעך, װעלכע האָבן זיך נאָר־װאָס גערױטלט, װי צײַטיקע פֿערשקעס, האָבן זיך מיט אַמאָל איבערגעצױגן מיט אַ מאָדנע בלײכקײט. דאָס אױבערשטע ליפּל האָט עטװאָס געציטערט.

לאַפּידוס, װאָס האָט די גאַנצע צײַט אױך זיך געשפּיגלט אין איר פּנים און זי געגעסן מיט די אױגן, מקנא געװען ראַבינאָװיטשן אױף זײַן באַקאַנטע, האָט נישט געענטפֿערט איר דערױף גאָרנישט. ער האָט זיך נאָר געמאַכט װי ער לאַכט, אױסגעבױגן די ברוסט נאָך מער, אױפֿגעהױבן די אַקסלען נאָך העכער און אָנגערופֿן זיך צו ראַבינאָװיטשן:

― זעט איר? איך האָב געמײנט, אַז ס'איז דאָ נאָר אײן טומאַרקין אַזאַ שאָװיניסט. צום סוף… שאַ! מע קלינגט שױן! ― האָט ער אַ זאָג געגעבן, אָפּגעזעגנט זיך מיט זײ בײדע אָן הענט, נאָר מיט אַ עלעגאַנטן בײג־אײַן דעם קאָפּ און מיט אַ קלאַפּ מיט די פֿיס, גאָר מעשׂה־אָפֿיציר, און איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אין דער גרױסער הושטשע פֿון די שפּאַצירנדע הין און צוריק איבערן פֿאָיע, װאָס האָבן זיך געלאָזט אַלע װידער צוריק אין טעאַטער אַרײַן.

פֿון דעם, װאָס בעטי האָט דאָ נאָר־װאָס אַרױסגעזאָגט, האָט אונדזער העלד אַרױסגעזען, אַז ער פֿאַרשפּאָרט שױן מיט איר רעדן דאָס, װאָס ער האָט געװאָלט, און אַז ער דאַרף איר שױן זײַן סוד נישט אױפֿדעקן. נײן. איר מײנונג װעגן זײַן פּלאַן איז שױן געװען אָפֿן פֿאַר אים װי אַ בוך. אַלע זײַנע שײנע לופֿט־שלעסער, װאָס ער האָט ביז אַהער געבױט, האָבן זיך מיט אַמאָל אָנגעהױבן שאָקלען אױף צופֿאַלן װערן. אַלע זײַנע גאָלדענע חלומות, װאָס ער האָט זיך מיט זײ אַרומגעטראָגן, האָבן זיך מיט אַמאָל אָנגעהױבן צעגײן װי אַ רױך…

„ניט שױן־זשע, ― האָט ער זיך אַלײן געפֿרעגט, גײענדיק מיט בעטין אונטער די הענט צוריק אױף זײערע ערטער אין פּאַרטער אַרײַן און פֿילנדיק די װאַרעמקײט פֿון איר לײַב ― ניט שױן־זשע װעט ער צוליב דעם, צוליב אַזאַ קלײניקײט, אײגנטלעך, פֿאַרלירן אַזאַ אַן אוצר? ― ניט שױן־זשע איז אַלצדינג פֿאַרפֿאַלן?… נײן, ― האָט ער זיך אַלײן אָפּגעענטפֿערט גאַנץ פֿעסט, ― נײן! דאָס קאָן ניט זײַן! דאָס דאַרף ניט זײַן! און דאָס װעט ניט זײַן!!“…

דאָס פֿינף־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל
אַ שװאַרצע קאַץ

אַרױסגעגאַנגען פֿון טעאַטער, האָבן אונדזערע יונגעלײַט דערזען פֿאַר זיך אַ נאַכט אַ שײנע, אַן אױסגעצײכנטע. אײנע פֿון יענע שײנע, קאַלטע, נאָר װײכע, װײַסע, װינטערדיקע נעכט, װען דער שנײ ליגט אױסגעשפּרײט, װי אַ פֿריש אױסגעפּרעסט לײַלעך, דער פֿראָסט שטשיפּלט בײַ דער נאָז, די שטערן זענען רױטלעך־בלױ, שעמערירן װי בריליאַנטן, און אומעטום, װוּ דאָס אױג קאָן גרײכן, איז װײס, װײס און װײס.

― טאָמער װאָלטן מיר בעסער געגאַנגען צופֿוס? ― האָט ראַבינאָװיטש אַ זאָג געגעבן צו בעטין.

― בײַ מיר האָט איר געפּועלט, ― האָט אים בעטי געענטפֿערט, באַגאָסן מיט אַ קוק פֿון אירע אױגן, װאָס האָבן אים געשײַנט אין דער נאַכט װי גלאַנצנדיקע שטערן. זי האָט אים געגעבן איר האַנט, און בײדע האָבן זײ זיך געלאָזט באַרג אַראָפּ, מער געגליטשט זיך װי געגאַנגען. און כאָטש דער הימל איז געװען לױטער, האָבן אײנציקע שנײעלעך זיך אָפּגעריסן ערגעץ פֿון דער הײך, געטראָגן זיך װי פֿעדערלעך אױפֿן שײַן פֿון די גאַס־לאָמפּן, זיך געדרײט און געקאַטשעט זיך און פּאַװאָלינקע געפֿאַלן אַראָפּ אױפֿן פֿריִער אָנגעשאָטענעם, גוט־אײַנגעריבענעם און אײַנגעטראָטענעם שנײ.

עס איז געװען כּמעט װאַרעם. װײניקסטנס, אַזױ האָבן עס געפֿילט אונדזערע יונגעלײַט, װאָס זענען געגאַנגען באַרג־אַראָפּ, זיך געהאַלטן בײַ די הענט און געגליטשט זיך, און געגליטשט זיך, און געלאַכט, אַ סך געלאַכט, װאָרעם זײ זענען עטלעכע מאָל שיִער־שיִער ניט געפֿאַלן. און בײַ יעדן מאָל, װאָס זײ האָבן זיך אױסגעגליטשט