דער בלוטיקער שפּאַס: 20: שׂרה שפּיראָס אַנטדעקונג

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס צװאַנציקסטע קאַפּיטל: שׂרה שאַפּיראָס אַנטדעקונג

דאָס רעטעניש: װער איז דער קװאַרטיראַנט און װאָס ער איז? ― איז פֿאַרבליבן אַ רעטעניש נאָך אױף לאַנג. נאָר דער סוד, פֿון װאַנען ער נעמט געלט, איז גיך פֿאַרענטפֿערט געװאָרן פֿאַר די שאַפּיראָס. און נאָר אַ דאַנק דער בעל־הביתטע, שׂרה שאַפּיראָ, װאָס האָט געהאַט רעכט נאָכדעם צו באַרימען זיך פֿאַרן מאַן מיט דער טאָכטער:

― נו? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט? װער ס'איז שײן, איך בין בײדע זאַכן!…

דאָס איז געװען אין אַ צײַט אַרום, העט שפּעטער נאָך דער „אָבלאַװע“, איז מען געזעסן אין דרײַען: דער קװאַרטיראַנט, די בעל־הביתטע און די טאָכטער ― אין רעכטן װינטער איז דאָס געװעזן, פֿאַר װאַרעמעס־צײַט.

דער בעל־הבית איז געװען אױף זײַן שטעלע. סיאָמקע אין גימנאַזיע. בעטי איז געזעסן, װי אַלע מאָל, איבער אַ ביכל בײַם טיש. די מוטער האָט געאַרבעט אַ פּאָר װאַרעמע זעקלעך פֿאַר סיאָמקעס װעגן, און דער קװאַרטיראַנט, װאָס איז נאָר־װאָס געקומען פֿון דער „זובאָװראַטשעבנע“, האָט זיך אַװעקגעזעצט בײַ דער הרובע זיך װאַרעמען כּלומרשט, אָבער אין דער אמתן האָט ער געװאָלט גלאַט אַ ביסל זיצן און קוקן אױף בעטין.

דער קװאַרטיראַנט האָט דערצײלט, אַן הײַנט זינגט שאַליאַפּין אין טעאַטער, און אױב זי, בעטי, װיל הערן שאַליאַפּינען, קאָן זי אים הערן. מע האָט אים צוגעזאָגט צװײ בילעטן…

די טאָכטער האָט מיט די אױגן אַ פֿרעג געגעבן בײַ דער מוטער, צי זאָל זי גײן מיט אים הערן שאַליאַפּינען? די מוטער האָט זיך געקװענקלט. עס איז איר ניט אײַנגעפֿאַלן קײן בײז, נאָר גלאַט, װאָס איז פֿאַר אַ גײן מיט אַ סטודענט אין צװײען אין טעאַטער? און װאָס װעט די װעלט זאָגן? און נאָך אַ זאַך האָט איר געפּיקט אין קאָפּ: „װוּ נעמט ער געלט, אָט דער שלימזל?“…

זי האָט שױן לאַנג געקליבן זיך מיט אים צו רעדן װעגן געלט־זאַכן. און נישט נאָר געקליבן זיך, נאָר טאַקע שױן אַ רעד געטאָן אױך ניט אײן מאָל. דרײט ער זיך אָבער אַלע מאָל אױס מיט אַ װערטל און מיט אַ געלעכטער, און זי װײס אַלץ ניט, װוּ ער נעמט געלט.

איצט האָט זי אַ שעת־הכּושר. װי זאָגט מען: „אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל“…

― איר װילט גײן מיט מײַן טאָכטער אין טעאַטער? ― האָט זי אַ זאָג געגעבן צום קװאַרטיראַנט, ניט קוקנדיק אים אין די אױגן אַרײַן. ― איך האָב געהערט, אַז עס דאַרף קאָסטן אַ סך געלט? אָט דער שאַליאַפּין, זאָגט מען, בײַסט זיך…

― פּוס־טיאַ־קי!пустяки: נאַרישקײטן ― ציט אױס דער קװאַרטיראַנט. ― װער רעדט פֿון אַזעלכע נאַרישקײטן?

― פֿאַרשטײט זיך נאַרישקײטן! ― מאַכט שׂרה שאַפּיראָ. ― בײַ אײַך איז, אַ פּנים, געלט־שמעלט? מע שיקט אײַך חודש־געלט, װײַזט אױס, עמיצער, צי װאָס?

― נו יאָ, חודש־געלט, ― ענטפֿערט איר דער קװאַרטיראַנט.

― פֿון װאַנען? פֿון דער הײם מסתּמא?

― נו יאָ, פֿון דער הײם.

― װיפֿל, הײסט עס, שיקט מען אײַך חודש־געלט?

דאָס קאָן שױן בעטי נישט לײדן און מישט זיך אַרײַן.

― װאָס ביסט דו, מאַמע, אַ סודיעבנע סלידאָװאַטעלсудебный следователь: חוקר פֿון בית־דין?

― װאָס זאָג איך דען? ― פֿאַרענטפֿערט זיך די מוטער. ― איך װיל נאָר װיסן, פֿון װאַנען נעמט ער געלט?

― װאָס גײט עס דיך אָן? ער גנבֿעט, ― זאָגט איר די טאָכטער און צעלאַכט זיך אינאײנעם מיט דער מוטער, און אױף זײ קוקנדיק לאַכט דער קװאַרטיראַנט אױך, װאָרעם ער פֿאַרשטײט שױן אַ ביסל ייִדיש. נישט קײן סך, נאָר אַ ביסל. ער האָט זיך בײַ די שאַפּיראָס אין שטוב אױסגעלערנט. און בכדי צו באַרויִקן די בעל־הביתטע, װאָס װיל פֿאָרט װיסן, פֿון װאַנען ער נעמט געלט, דערצײלט ער איר, נאָר מיט אַ תּנאַי, אַז קײנער זאָל ניט װיסן, פֿאַרשטײט זיך, אױף קאַטאָװעס, אַז ער האָט אַ רײַכע מומע…

שׂרה שאַפּיראָ נעמט עס אָן פֿאַר גוט געלט און מאַכט צו אים:

― אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה?

דער קװאַרטיראַנט פֿאַרטראַכט זיך אַפֿילו ניט און ענטפֿערט איר

― אַן אַלמנה.

― האָט נישט קײן קינדער?

― האָט נישט קײן קינדער.

― נישט געהאַט אױך, צי געשטאָרבן?

― געשטאָרבן.

― אַלע ביז אײנעם?

― אַלע ביז אײנעם.

שׂרה שאַפּיראָ טוט אַ זיפֿץ…

― ברוך דײַן אמת!.., פֿאַרװאָס האָט זי ניט חתונה דאָס אַנדערע מאָל?

― אום גאָטעס װילן! ― מישט זיך אַרײַן װידער די טאָכטער, װאָס זיצט קױם אײַן אױף איר אָרט. ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ „דאָפּראָס“?

― שטיא, װאָס אַרט עס דיך? עס קאָסט אים געלט, אַז ער װעט מיר דערצײלן? צי ס'װעט אים עפּעס אָפּפֿאַלן?

אַזױ פֿאַלט אָן שׂרה שאַפּיראָ אױף דער טאָכטער און נעמט זיך צום קװאַרטיראַנט, אַרבעטנדיק בעת־מעשׂה דאָס זעקל פֿון סיאָמקעס װעגן גאַנץ געשמאַק.

― איז װאָס־זשע האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן, הײסט עס, נאָך? יאָ. װי אַזױ געהער זי זיך אָן מיט אײַך אַ מומע? זי איז אײַער מאַמעס אַ שװעסטער, צי איר מאַן איז געװען אײַער טאַטנס אַ ברודער?

― זי איז מײַן מאַמעס אַ שװעסטער.

― אַזױ? אַן אײגענע שװעסטער? אַן עלטערע, אָדער אַ ייִנגערע?

― אַן עלטערע, מײן איך, אַ ייִנגערע, נײן, טאַקע אַן עלטערע…

שׂרה שאַפּיראָ הײבט אױף די אױגן פֿריִער אױפֿן קװאַרטיראַנט, דערנאָך אױף דער טאָכטער, װעלכע, קאָן שױן מער ניט איבערטראָגן און הײבט זיך אױף און גײט אַװעק מיטן ביכל צו זיך אין איר חדרל אַרײַן. שׂרה פֿאַלט אָבער בײַ זיך ניט אַראָפּ און זי טוט זיך איר אַרבעט, טאַקע װי אַן אמתער סלידאָװאַטעל:

― איז ער געװען, הײסט עס, אַ ייִד מיט געלט?

― װער?

שׂרה שאַפּיראָ שטעלט אַװעק די אױגן אױפֿן קװאַרטיראַנט:

― פֿון װעמען רעדן מיר? פֿון אײַער פֿעטער, דאַכט זיך? איך פֿרעג, צי איז ער געװען אַ ייִד אַ נגיד?

― אַ נגיד.

― טאַקע אַ גרױסער נגיד?

― טאַקע אַ גרױסער נגיד.

― דהײַנו, װאָס הײסט בײַ אײַך אַ גרױסער נגיד?

דער קװאַרטיראַנט װײסט ניט, װאָס ער זאָל איר ענטפֿערן. די בעל־הביתטע קומט אים צו הילף. זי גיט אים צו פֿאַרשטײן:

― ייִדישע רײַכקײט… עס קומט צו עפּעס ― אַ נעכטיקער טאָג! פֿאַראַן בײַ אונדז אַ װערטל… „פֿרעמדע טױזנטער מיט פֿרעמדע קינדער קאָסטן ניט טײַער“… איך מײן, אין װיפֿל האָט מען אים געשאַצט?

― װעמען?

― װידעראַמאָל װעמען!

שׂרה שאַפּיראָ קוקט אים אָן, און ער פֿאַרכאַפּט זיך:

― אַך, מײַן פֿעטער אין װיפֿל מע האָט געשאַצט? דאָס װײס איך ניט.

― דאָס װײסט איר ניט? װער דען דאַרף עס װיסן? איך פֿרעג דאָך בײַ אײַך ניט װיפֿל ביז דער קאָפּיקע. איך פֿרעג נאָר לערך, װיפֿל, למשל, האָט ער געקאָנט פֿאַרמאָגן, אײַער פֿעטער, אײדער ער אין געשטאָרבן?

דער קװאַרטיראַנט טראַכט אַ װײַלע:

― איך מײן, אַז אומגעפֿער אַ מיליאָן.

בײַ שׂרהן איז אַרױסגעפֿאַלן דאָס זעקל מיט די דרעטלעך פֿון די הענט פֿאַר שרעק.

― װיפֿל זאָגט איר? אַ מיליאָן? אַ גאַנצן מיליאָן?

― כּמעט אַ מיליאָן. דאָס הײסט, עטװאָס מער אָדער עטװאָס װינציקער…

שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך צוגערוקט אַ ביסל נעענטער צו איר קװאַרטיראַנט, זיך גענומען קראַצן מיטן אײַזערנעם דרעטל הינטערן אױער:

― זאָגט־זשע מיר, איך בעט אײַך, װאָס איך האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן? װיבאַלד, אַן די קינדער זענען, זאָגט איר, אַלע אױסגעשטאָרבן, און קײן אַנדערע יורשים, אַחוץ אײַך, איז ניטאָ, איז שױן אפֿשר גלײַכער, װאָס זי האָט ניט חתונה?

― מיט װאָס, אײגנטלעך?

די בעל־הביתטע האָט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ אַראָפּ און אַ קוק געגעבן אױף איר קװאַרטיראַנט פֿון אונטן אַרױף און אַ זאָג געגעבן:

― זאָגט נאָר, איך בעט אײַך, איר מאַכט זיך תּמעװאַטע, צי איר זענט טאַקע אַ נעװיקל?

דער קװאַרטיראַנט קוקט זי אָן מיט לאַכנדיקע אױגן:

― װאָס איז דען?

― װאָס אין דען, פֿרעגט ער! װאָס הײסט, װאָס איז דען? װיבאַלד אַזױ, איז עס דאָך איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר אינגאַנצן אײַערס!

― איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר? אָאָ! ― האָט דער קװאַרטיראַנט אױסגערופֿן אַ פֿאַרחידושטער, און די בעל־הביתטע האָט זיך אַזױ צעלאַכט, אַז בעטי איז געקומען צו לױפֿן פֿון איר חדר.

― װאָס זאָגסט דו, בעטי, אױף אונדזער קװאַרטיראַנט? ער איר דאָך אַן אמתער גױ! איך זאָג אים, אַז איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר װעט ער ירשענען זײַן מומע, פֿאַרשטײט ער ניט, װאָס הײסט איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר ― כאַ־כאַ־כאַ!… אַ טעאַטער און גענוג! פּונקט װי מײַן מומע ריװע פֿון פּראָסקוראָװ האָט אָפּגעשריבן אירע צװײ טעכטער אַ בהמה, אַז איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר נאָך איר טױט זאָל מען די בהמה פֿאַרקױפֿן און דאָס געלט צוטײלן די צװײ טעכטער… האָט מען זיך גענומען לאָדן, און אַז ס'איז געקומען צום מישפּט, האָט דער חכם דער סודיאַсудья: שופֿט געפּסקנט, אַז מע טאָר די בהמה ניט פֿאַרקױפֿן, װאָרעם אין דער צװאה שטײט בפֿירוש: איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר נאָכן טױט ― כאַ־כאַ! אַז מע שמועסט אַ גױיִשער קאָפּ!

בעטי האָט געמוזט נעמען אױף זיך די מי איבערצוגעבן דעם קװאַרטיראַנט סײַ די מעשׂה מיט דער מומע ריװעס צװאה, סײַ דעם פּשט, װאָס הײסט איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר, און אַלע דרײַ האָבן געלאַכט אַזױ לאַנג, ביז דער בעל־הבית, דוד שאַפּיראָ, איז געקומען אַהײם עסן ― בײז און גיך, אױף אײן פֿוס, װי זײַן שטײגער איז.

― װאָס איז שײן דאָ בײַ אײַך װידער פֿאַר אַ געלעכטער? ― האָט ער אַ זאָג געגעבן אין דער לופֿט אַרײַן, ניט קוקנדיק אױף קײנעם.

― נאָר אַ טעאַטער! אַ באַשרײַבונג צו מאַכן! ― האָט זיך שׂרה אָנגערופֿן צו איר מאַן און גענומען אים איבערדערצײלן נאָך אַ מאָל די געשיכטע מיט די הונדערט צװאַנציק יאָר, װאָס דער קװאַרטיראַנט פֿאַרשטײט ניט, און טאַקע אין אײנװעגס ראָט זי געװאָלט, אַז איר מאַן זאָל געװױרע װערן, פֿון װאַנען דער קװאַרטיראַנט נעמט געלט, און פֿון דער ירושה, װאָס װאַרט אױף אים.

― אַ מיליאָן! דו פֿאַרשטײסט? אַ גאַנצער מיליאָן! און אפֿשר נאָך מער פֿון אַ מיליאָן! ― אַזױ האָט אױסגעלאָזט שׂרה שאַפּיראָ, און אין אירע אױגן האָט זיך צעברענט אַ פֿײַערל, און די בעקלעך האָבן זיך איר צעפֿלאַמט, און זי איז געװאָרן מיט עטלעכע יאָר ייִנגער, און אַפֿילו דאָס קול האָט זיך איר איבערגעביטן.

― װײס איך! ייִדישע מיליאָנען, נאַ דיר אַ גראָשן! ― האָט איר אָפּגעהאַקט דוד שאַפּיראָ, װי אַ מענטש, װאָס איז אין די זאַכן מער קאָמפּעטענט פֿון יעדן אײנציקן, און, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, איז ער געגאַנגען זיך װאַשן צום עסן.

שׂרה שאַפּיראָ, װאָס איז געבליבן װי אָפּגעגאָסן מיט אַ שעפֿל קאַלט װאַסער, איז אַפֿילו גרײט געװען מקײם פּסק זײַן איר מאַן און אָפּשפּילן אים אַ ספּעקטאַקל, װי ער האָט עס כּשר פֿאַרדינט: נאָר באַגעגנט זיך מיט דער טאָכטערס שאַרפֿן קוק, ס'זאָל זײַן שטיל, האָט זי פֿאַרביסן אַ ליפּ, אָפּגעלײגט דעם ספּעקטאַקל אױף אַן אַנדערס מאָל און גענומען דערלאַנגען צום טיש.

דאָס אײן־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל: די גליקלעכע מאַמע

דעמזעלבן טאָג אױפֿדערנאַכט, אַז דוד איז נאָך ניט געװען אין דער הײם און בעטי איז געװען בײַ זיך, אָנגעטאָן זיך גײן אין טעאַטער אַרײַן, האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ אַרײַנגעכאַפּט צום קװאַרטיראַנט כּלומרשט אַכטונג געבן, אױב עס הײצט זיך אין הרובע, און דערװײַל געמאַכט אַ שמועס מיט אים נאָך אַ מאָל װעגן דער מומע די מיליאָנערשע. זי װײסט שױן אַפֿילו, װי אַזױ זי הײסט. לאה רופֿט מען זי. (בײַם שלימזל קומט אױס ניט לאה, װי מע זאָגט בײַ אונדז, נאָר ליאַ) און אַז דעם פֿעטער האָט מען גערופֿן אַבראַם אַבראַמיטש…

שׂרה שטעלט אַװעק אירע אױגן אױפֿן קװאַרטיראַנט:

― װי איז דאָס מעגלעך? װי קאָן בײַ אונדז געמאָלט זײַן, אַז דער טאַטע זאָל הײסן אַבֿרהם און דער זון אױך אַבֿרהם? ס'איז נאָר בײַ גױים קאָן זײַן אַזאַ זאַך: דער טאַטע איװאַן און דער זון איװאַן… איװאַן איװאַנאָװיטש…

ראַבינאָװיטש קוקט אױף דער מאַדאַם שאַפּיראָ װי אַ פֿאַרשולדיקטער, כאָטש ער װײס ניט, אין װאָס איז אײגנטלעך זײַן זינד. אַ גליק װאָס שׂרה אַלײן קומט אים צו הילף. זי מאַכט צו אים:

― סײַדן אײַער פֿעטער איז געבױרן געװאָרן שױן נאָך זײַן טאַטנס טױט?

ראַבינאָװיטש כאַפּט זיך אָן אין דעם װי אַ מענטש, װאָס טרינקט זיך:

― אמת, ריכטיק. מײַן פֿעטער איז געשטאָרבן אײדער זײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן, דאָס הײסט איך װיל זאָגן, אַז זײַן