דער בלוטיקער שפּאַס: 19: אַ רעטעניש

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס נײַנצנטע קאַפּיטל: אַ רעטעניש

אַ רעטעניש איז אָט דער ראַבינאָװיטש געװען פֿאַר אַלעמען, װער עס האָט זיך מיט אים באַקענט. ער אַלײן, און זײַן פֿירן זיך, און זײַן אױסזען, און זײַנע געדאַנקען, און אַלע זײַנע גענג זענען געװען בײַ ידן אָפּגעפֿרעגט, אַ װידעראַנאַנד אײנס אױפֿס אַנדערע. סטײַטש, נאָך אַ מאָל: אַ ייִד ― און פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש!… דאָס פּנים, דאַכט זיך, פֿון אַ אונדזעריקן ― און איר זאָלט זאָגן אַ ברעקל ייִדישקײט אין זיך. קײן אײנציקע ייִדישע תּנועה. קײן קאַפּ ייִדישע נײַגעריקײט, ייִדישע גײַציקײט… אָפֿטמאָל נאַיִװ װי אַ קלײן קינד. פֿרעגט אַזעלכע קשיות, אַז מע קאָן שטאַרבן פֿאַר געלעכטער. און אַמאָל זאָל ער אײַך װערן נתפּעל פֿון אַזעלכע זאַכן, װאָס בײַ אונדז װײסט עס אַ מינדסט קינד.

למשל, די ערשטע צײַט האָט מען אים קױם מיט צרות געקענט אַרײַנקלאַפּן אין קאָפּ אַרײַן אַזאַ אײנפֿאַכע פּשוטע זאַך װי „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. בשום־אופֿן האָט ער ניט געװאָלט גלױבן, אַז אין דער דאָזיקער שטאָט, װוּ זײ געפֿינען זיך, זענען פֿאַראַן גאַסן אַזעלכע, װוּ ייִדן מעגן װױנען, און גאַסן אַזעלכע, װוּ ייִדן טאָרן ניט װױנען.

― װי איז דאָס מעגלעך? ― האָט ער געטענהט. ― מיר זענען דען אינעם אַלטן רױם? אָדער אין שפּאַניען? אָדער מיר לעבן אינעם פֿופֿצנטן יאָרהונדערט? אָדער…

― אָט אַ לץ! ― שלאָגט אים איבער דוד שאַפּיראָ. ― גײט רעדט מיט אַ ייִנגל.! מע זאָגט אים דאָס, ענטפֿערט ער דיר בױבעריק! מענטש אײנער, למאַי אָט איז דאָ בײַ אונדז אין שטאָט אַ גאַס אַזעלכע, װאָס אױף אײן זײַט מעגן ייִדן װױנען, און אױף דער אַנדערער זײַט בשום אופֿן־ואופֿן ניט!

ער האָט זיך נישט געקאָנט באַרויִקן, ביז אײנמאָל, אין אַ שבת, איז דער בעל־הבית ספּעציעל געגאַנגען מיט אים שפּאַצירן אױף דער דאָזיקער גאַס, װוּ אײן זײַט, די לינקע, איז פֿאַר ייִדן כּשר, און די אַנדערע, די רעכטע זײַט, אין טריפֿה!

דוד שאַפּיראָ האָט נאָכדעם אין דער הײם געהאַט צו דערצײלן און צו דערצײלן. ער האָט געלאַכט פֿונעם קװאַרטיראַנט טאַקע דעם קװאַרטיראַנט אין די אױגן:

― אָט דער ראַבינאָװיטש, הערט איר, איז דאָך טאַקע אַ מאָדנער לץ! שטעלט אײַך פֿאָר ― ער האָט געמײנט, אַז אַ ייִד טאָר גאָר ניט דורכגײן אַפֿילו די רעכטע זײַט פֿון דער דאָזיקער גאַס, טאָר קײן פֿוס ניט שטעלן, כאַ־כאַ! מיר געפֿינען זיך ניט, װי זאָגט איר, אין רױם, פּאַני ראַבינאָװיטש, אָדער אין שפּאַניען, און מיר לעבן נישט, װי זאָגט איר, אין פֿופֿצנטן יאָרהונדערט!

― װאָס פֿאַר אַ נפֿקא־מינה? ― זאָגט דער קװאַרטיראַנט און װוּנדערט זיך אױפֿן בעל־הבית, װאָס רעדט אַזױ גרינג פֿון אַזעלכע זאַכן… ― װאָס פֿאַר אַ נפֿקא־מינה פֿון פֿופֿצנטן יאָרהונדערט ביז איצטער, אַז אױף אײן זײַט גאַס מעג איר און אױף דער אַנדערער טאָר איך ניט?

― ס'איז אַ גרױסע נפֿקא־מינה! ― שרײַט דוד שאַפּיראָ, װאָס האָט פֿײַנט, אַז מען איז מיט אים ניט אײַנפֿאַרשטאַנען. ― אַ גרױסע נפֿקא־מינה! למשל, אָט לאָמיר נעמען טאַקע אײַך אַלײן. אַ שטײגער, האָט זיך אײַער זײדן װען געחלומט, אַז זײַן אײניקל װעט אַמאָל ענדיקן גימנאַזיע מיט אַ מעדאַל, שטודירן אױף דאָקטאָר, באַקומען „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איבערן גאַנצן לאַנד, אַפֿילו אין פּעטערבורג און אין מאָסקװע, און נאָכדעם אפֿשר נאָך אױסגעקליבן װערן פֿאַר אַ דעפּוטאַט אין גאָסודאַרסטװענעгосударствене: רעגירונגס־ דומע און העלפֿן אַרױסגעבן זאַקאָנעס?…

― אַז אָך און װײ צו די זאַקאָנעס! ― פּרוּװט זיך אַרײַנװאַרפֿן אַ װאָרט די בעל־הביתטע, און כאַפּט אַ מיאוסן פּסק פֿונעם מאַן, אױף ייִדיש:

― װער בעט דיך, זאָלסט זיך אַרײַנמישן, בעת עס רעדן מענטשן?

― מענטשן? נו, און די מאַמע איז קײן מענטש ניט?― שטעלט זיך אָן בעטי פֿאַר דער מוטער. עס העלפֿט אָבער װינציק. דוד שאַפּיראָ, אַז ער צערעדט זיך, הערט ער קײנעם ניט; ער גײט װײַטער:

― צי, אַ שטײגער, נעמט מײַן סיאָמקען. פֿון װאַנען װײס איך, װאָס פֿון אָט דעם קלײנעם װעװריק קאָן אַמאָל אױסװאַקסן? אפֿשר אַ פּראָפֿעסאָר מאַטעמאַטיק? אפֿשר אַ אינספּעקטאָר גימנאַזיע? און אפֿשר גאָר אַ מיניסטער פֿינאַנץ? סיאָמקען קום נאָר אַהער, זאָג, װאָס װילסט דו בעסער?…

― אַ װעלאָסיפּעד! ― רופֿט זיך אָפּ סיאָמקע, װאָס האָט ביז אַהער אַרומגעשפּאַנט און געחזרט פּושקינען אױף אױסװײניק מיט אַ ניגון און כאָרכלענדיק אױף דער רי″ש און דיריזשירנדיק מיט דער האַנט צום טאַקט:

קאַק ניניע סביכאַיעטסיאַ װיעשטשײ אָליעג
אָטאָמסטיט ניעכאַזומנים כאַזאַכאַם…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נאָך אײנמאָל האָט זיך פֿאַרבונדן צװישן קװאַרטיראַנט און בעל־הבית אַ הײסער שמועס װעגן ייִדישע געהײמע פֿאַרבאָרגענע זאַכן, װעגן סודות. למשל, װעלן מיר נעמען „קהל“.

ראַבינאָװיטש װײסט פֿריִער, אַז ער װעט פֿונעם בעל־הבית ניט גוט אָפּשנײַדן. און גלײַך װי ער האָט געטראָפֿן. שאַפּיראָ היצט זיך, מאַכט מיט הענט, טײַטשט אים אױס דאָס װאָרט קהל, אַז קהל איז די טײַטש אָבשטשעסטװע, געמײנדע, און אַז קהל איז געװען אַמאָל. הײַנט איז שױן נישטאָ בײַ אונדז קײן קהל.

― װער מיר קהל? װאָס מיר קהל? װוּ האָט איר הײַנט קהל?

ראַבינאָװיטש הערט אים אױס און פֿרעגט אים אַ נײַע קשיא, מער אױף צו רײצן זיך מיט אים. דער קװאַרטיראַנט האָט ליב צו זען, װי דער בעל־הבית קאָכט זיך:

― נו, און דאָס װאָס מיר לײענען פֿון טאָג צו טאָג װעגן דעם כּוח פֿונעם אַלװעלטלעכן „קאַגאַל“?

― װאָסער קאַגאַל־שמאַגאַל? װוּ האָט איר עס געלײענט?

― אומעטום… נו, װעלן מיר זאָגן, אין דער „נאָװאָיע װרעמיאַ“…

דערהערט דעם דאָזיקן נאָמען, האָט זיך שאַפּיראָ אַזש אָנגעכאַפּט בײַם קאָפּ און גענומען לױפֿן איבערן צימער:

― אַזױ? פֿון דער „נאָװע װרעמיאַ“ ברענגט איר מיר אַ ראיה? נו, דאָס איז גוט! דאָס איז שײן!… הערט איר? פֿון דער „נאָװע װרעמיאַ“ זאָלט איר מיט מיר גאָר ניט רעדן! גאָר ניט רעדן אַפֿילו!

― פֿאַרװאָס?

שאַפּיראָ שטעלט זיך אָפּ.

― פֿאַרװאָס ― זאָגט ער? מענטש אײנער! װער װײסט ניט, אַז די „נאָװע װרעמיאַ“ איז אַ קלײטל, אַ גרױסע קלײט, אַ קראָם, װאָס האַנדלט מיט ייִדן? הײַנט גײט אַ סדרה ייִדן, פֿאַרנעמט זי זיך מיט ייִדן. הימל און ערד און ייִדן! מאָרגן װעט זײַן אַ מאָדע פּאָליאַקן, װעט זי זיך נעמען צו פּאָליאַקן. ייִדן, פּאָליאַקן, ציגײַנער ― דאָס זענען נאָר אַרטיקלען. איצט זענען מיר אַ סעזאָן־אַרטיקל.

― דאָך! ― פּרוּװט זיך ראַבינאָװיטש אים איבערשפּאַרן. ― איר קאָנט דאָך ניט אָפּלײקענען גאָר אינגאַנצן, אַז ס'איז ניטאָ בײַ אײַך קײן שום אינװײניקסטע… נו… װעלן מיר זאָגן, אינטערעסן…

דאָ װערט שױן שאַפּיראָ רעכט אין כּעס אױפֿן קװאַרטיראַנט און שיט אים אָפּ מיט פֿײַער:

― ערשטנס, זאָגט מיר, איך בעט אײַך, פּאַני, װער איז געװען דער „בײַ אײַך“? װאָס איז דאָס פֿאַר אַ „בײַ אײַך“? און א י ר װער זענט? איר זענט קײן ייִד ניט, גלײַך מיט מיר, מיט אונדז אַלע?

ראַבינאָװיטש זעט, אַז ער האָט זיך אַרױסגעכאַפּט, װיל ער פֿאַרריכטן, זיך פֿאַרענטפֿערן, לאָזט אים ניט שאַפּיראָ. שאַפּיראָ האָט פֿײַנט לאָזן יענעם רעדן. ער האָט אַלײן ליב רעדן. דעריבער גײט ער װײַטער:

― אַ ייִד טוט זיך אַ זאָג: אינװײניקסטע אינטערעסן! װאָס פֿאַר אינװײניקסטע אינטערעסן האָבן מיר, אַחוץ פּרנסה, פּראַװאָזשיטעלסטװע און די קינדער אין גימנאַזיע? נאַ דיר גאָר אינװײניקסטע אינטערעסן!

און לאַנג נאָך רעדט דער בעל־הבית איבערן קװאַרטיראַנט, װײַזט אים אױס מיט ראַיות, װאָס פֿאַר אַן אומגליקלעך פֿאָלק מיר זענען, אַן יעדער פֿאַר זיך, יעדער פֿאַר זיך, נישטאָ קײן שום אַלגעמײנע אינטערעסן, נישטאָ קײן ברעקל אַחדות בײַ ייִדן!…

דער קװאַרטיראַנט קוקט אים אָן און װוּנדערט זיך: נישט שױן־זשע איז דאָס אַן אמת? און װוּ איז דער „כּל ישׂראל חבֿרים“, װאָס ער האָט זיך אָנגעלײענט װעגן דעם אין יענע געװיסע צײַטונגען? און װוּ איז דער „קאַנאַל“ און אַלע איבעריקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס?… ניט שױן־זשע איז דאָס אַ חלום? ניט שױן־זשע איז דאָס אינגאַנצן, פֿון אָנהײב ביזן סוף, אױסגעקלערט פֿון קאָפּ מיט אַ כּיװן, בכדי צו זײען שׂינאה פֿון אײן פֿאָלק קענען אַנדערן?…

― עס װעט אַמאָל האָבן אַ סוף, צי װער־װאָס? ― מישט זיך אַרײַן די בעל־הביתטע און רופֿט צום טיש דעם מאַן מיטן קװאַרטיראַנט מיט די קינדער ― מע זאָל גײן עסן.

אַ רעטעניש איז געװען פֿאַר די שאַפּיראָס אױך דאָס, װאָס דער קװאַרטיראַנט זײערער האָט נישט ליב, אַז מע פֿרעגט בײַ אים װעגן זײַן הײם, װעגן זײַנע עלטערן אָדער זײַן משפּחה. אױך פֿון זײַן קינדהײט און פֿון זײַנע יונגע יאָרן רעדט ער קײנמאָל נישט, מיט קײנעם נישט… הײַנט װײסט מען ניט, װוּהין ער גײט אַלע טאָג, מיט װעמען ער קען זיך, און פֿון װאַנען ער נעמט מיטלען צום לעבן. די ערשטע צײַט האָט מען געמײנט, אַז ער לעבט פֿון דעם, װאָס ער גיט שטונדן. האָט זיך אָבער אַרױסגעװיזן נאָך דעם, אַז נײן. אױסער דעם, װאָס ער לערנט מיט שאַפּיראָס קינדער, האָט ער קײן שום שטונדן נישט אין שטאָט.

נאָכמער. דוד שאַפּיראָ האָט דערצײלט, אַז ער װאָלט געמעגט שװערן, אַן ער האָט געזען אַרױסגײן דעם קװאַרטיראַנט פֿון דער אָפּטײלונג פֿון מאָסקװער קאָמערץ־באַנק… װאָס האָט צו טאָן אַ סטודענט אַ מעדאַליסט, װאָס לערנט אױף דאַנטיסט, מיט אַ באַנק?

― פֿאַרװאָס־זשע האָסט דו אים ניט געפֿרעגט? ― קומט שׂרה מיט אַ טענה צו איר מאַן.

― פֿון װאַנען װײסט דו, אַז איך האָב אים ניט געפֿרעגט?

― װאָס־זשע האָט ער דיר געזאָגט?

― אַז ער האָט באַדאַרפֿט האָבן.

― דאָס איז גאָר?

― װאָס נאָך האָסט דו געװאָלט?

― האָסט אים נישט געקאָנט פֿרעגן, װאָס ער האָט באַדאַרפֿט האָבן?

― דאָס װעסט דו שױן בײַ אים פֿרעגן.

― געװיס פֿרעגן. פֿאַרװאָס ניט?

― װאָס פֿאַר אַ פֿרעגן? װאָס איז פֿאַר אַ השׂגה קריכן יענעם אין דער נשמה אַרײַן? ― מישט זיך אַרײַן די טאָכטער, װאָס קאָן שױן מער ניט איבערטראָגן, ― װאָס גײען מיך אָן, אַ שטײגער, יענעמס געשעפֿטן? זינט איך לעב!…

פֿונדעסטװעגן האָט קײנער אַזױ ניט געגאַרט צו טרעפֿן דאָס דאָזיקע רעטעניש, װי בעטי, װאָרעם איר אין דאָס געװען נאָענטער װי אַלע אַנדערע… און װער שמועסט פֿון יענעם אױפֿדערנאַכט, װאָס נאָך דער „אָבלאַװע“, װען ער האָט זיך מיט האַלבע װערטער דערקלערט פֿאָר איר, אַז זי איז פֿאַר אים אַלעס, און אַז ער איז גרײט פֿאַר איר צו אַנטפּלעקן אַ זאַך, װאָס איז פֿאָר אים דער הײליקסטער סוד!…

װען ניט דער דאָקטאָר, װאָס האָט זײ איבערגעשלאָגן אין מיטן, װאָלט ער איר דעמאָלט געװען געזאָגט דעם סוד… נאָכן דאָקטאָרס אַװעקגײן האָט ער באַקומען נאָך מער היץ, גיך אַנטשלאָפֿן געװאָרן, זיך געװאָרפֿן אַ גאַנצע נאַכט און גערעדט פֿון היץ. דוד שאַפּיראָ, װאָס איז עטלעכע מאָל אין דער דאָזיקער נאַכט אַראָפּגעגאַנגען צו אים געװױרע װערן, האָט דערצײלט נאָכדעם, אַז דער קװאַרטיראַנט האָט אַ גאַנצע נאַכט גערעדט עפּעס מאָדנע דיבורים, אַ װאָרט צו אַ װאָרט האָט זיך ניט געקלעפּט… נאָר װאָס דער קװאַרטיראַנט האָט גערעדט, האָט שאַפּיראָ ניט געװאָלט איבערחזרן בשום־אופֿן־ואופֿן, װיפֿל מע האָט אים ניט געבעטן.

― אָט װעל איך אײַך באַלד גײן דערצײלן, װאָס אַ קראַנקער רעדט פֿון היץ! אַבי ס'איז אָפּגעלאָפֿן גלאַט, און ער איז געזונט, און אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע ליגט אין קעשענע, ― װעמען הערט ער?

ראַבינאָװיטש איז געװען צופֿרידן, װאָס ער האָט זיך ניט אַרױסגעכאַפּט דעמאָלט מיט אַן איבעריק װאָרט פֿאַר בעטין, פֿאַר װעלכער ער האָט זיך שיִער־שיִער ניט אַרױסגעגעבן, װער ער איז…

דאָס צװאַנציקסטע קאַפּיטל: שׂרה שאַפּיראָס אַנטדעקונג

דאָס רעטעניש: װער איז דער קװאַרטיראַנט און װאָס ער איז? ― איז פֿאַרבליבן אַ רעטעניש נאָך אױף לאַנג. נאָר דער סוד, פֿון װאַנען ער נעמט געלט, איז גיך פֿאַרענטפֿערט געװאָרן פֿאַר די שאַפּיראָס. און נאָר אַ דאַנק דער בעל־הביתטע, שׂרה שאַפּיראָ, װאָס האָט געהאַט רעכט נאָכדעם צו באַרימען זיך פֿאַרן מאַן מיט דער טאָכטער:

― נו? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט? װער ס'איז שײן, איך בין בײדע זאַכן!…

דאָס איז געװען אין אַ צײַט אַרום, העט שפּעטער נאָך דער „אָבלאַװע“, איז מען געזעסן אין דרײַען: דער קװאַרטיראַנט, די בעל־הביתטע און די טאָכטער ― אין רעכטן װינטער איז דאָס געװעזן, פֿאַר װאַרעמעס־צײַט.

דער בעל־הבית איז געװען אױף זײַן שטעלע. סיאָמקע אין גימנאַזיע. בעטי איז געזעסן, װי אַלע מאָל, איבער אַ ביכל בײַם טיש. די מוטער האָט געאַרבעט אַ פּאָר װאַרעמע זעקלעך פֿאַר סיאָמקעס װעגן, און דער קװאַרטיראַנט, װאָס איז נאָר־װאָס געקומען פֿון דער „זובאָװראַטשעבנע“, האָט זיך אַװעקגעזעצט בײַ דער הרובע זיך װאַרעמען כּלומרשט, אָבער אין דער אמתן האָט ער געװאָלט גלאַט אַ ביסל זיצן און קוקן אױף בעטין.

דער קװאַרטיראַנט האָט דערצײלט, אַן הײַנט זינגט שאַליאַפּין אין טעאַטער, און אױב זי, בעטי, װיל הערן שאַליאַפּינען, קאָן זי אים הערן. מע האָט אים צוגעזאָגט צװײ בילעטן…

די טאָכטער האָט מיט די אױגן אַ פֿרעג געגעבן בײַ דער