דער בלוטיקער שפּאַס: 17: אַ באַגעגעניש

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס זיבעצנטע קאַפּיטל
אַ באַגעגעניש

די אױגן ― דאָס איז געװען דער פּינסקער בחור מיטן פּרישטשעװאַטן פּנים און מיטן װײסן זומערדיקן קאָסטיום, אײנער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, װאָס האָבן זיך אונטערגעשריבן אױף דער געװיסער טעלעגראַמע צום מיניסטער.

― שלום־עליכם! אַזױ האָט אים באַגריסט דער פּינסקער בחור אױף ייִדיש און מיט אַ ניגון, אױסגעצױגן צו ראַבינאָװיטשן אַ האַנט. ער האָט זיך אָבער באַלד פֿאַרכאַפּט און אָנגעהױבן רעדן אױף רוסיש. ― באַ! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז איר זענט יענער פֿענאָמען, װאָס פֿאַרשטײט אַלע שפּראַכן חוץ אײַער אײגענעם לשון, אײַער מוטער־שפּראַך. ניט שױן־זשע גיט עס ניט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװע, פּאַניע ראַבינאָװיטש?…

― אײַך ליגט נאָך אין זינען צו װיצלען זיך?― זאָגט צו אים ראַבינאָװיטש ― װי קומט איר אַהער?

― װי קום איך אַהער? כאַ־כאַ, דורך די אײגענע זכות־אָבֿות, װאָס איר… אַ נאַכט פֿון אָבלאַװעס… איך לאַך אָבער פֿון זײער באָבע, הערט זיך אײַן, װאָס װעט מען מיר טאָן? מע װעט מיר אָנשרײַבן מיט רױטן און הײסן פֿאָרן אַהײם קײן פּינסק? װעל איך פֿאָרן קײן פּינסק. פּכע! כאָטש זײ זאָלן אַזױ האָבן די נאָז, װי איך האָב מיט װאָס צו פֿאָרן!… זעט איר, פֿאַר װעמען עס אַרט, מיך? פֿאַר מײַן שװעסטער. װײַל מע האָט מיך געפּאַקט בײַ מײַן שװעסטער, קאָן מען צונעמען בײַ איר די פּראַװאָזשיטעלסטװע. איר מאַן איז אָ בעל־מלאָכה, אַן אײַנבינדער. נו, און אײַך װוּ האָט מען געפּאַקט?…

― מיך?… װאָס שטײט איר? זיצט. ― מאַכט צו אים ראַבינאָװיטש און קוקט זיך אַרום, זוכט אַן אָרט פֿאַר זײַן באַקאַנטן און דערזעט, אַז ער אַלײן איז אױך געבליבן אָן אַן אָרט. דער עולם איז געװױר געװאָרן, אַז ער הײסט ראַבינאָװיטש און שמועסט פֿון אָבלאַװעס און פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע, האָט מען אָנגעװאָרן דעם גאַנצן דרך־ארץ צו אים. דער אײגענער נפֿש מיטן אונטערגעשלאָגענעם אױג, װאָס האָט אים פֿריִער אַזױ עלעגאַנט אָפּגעטראָטן דעם אָרט, האָט זיך איצט צעלײגט װי בײַ זײַן טאַטן אין װײַנגאָרטן, אַרױפֿגענומען בײדע באָרװעסע פֿיס אױף דער באַנק און נעבן אים האָט זיך אַװעקגעזעצט אַ גאַסנשיקסע, װאָס שמעקט מיט בראָנפֿן און מיט יאָדאָפֿאָרם, און ס'איז אַװעק בײַ זײ אַ שמועס װידער װעגן ייִדן, פֿון װעלכע ס'איז שױן גאָר ניט אױסצושטײן; אַז װוּ מע גײט און װוּ מע שטײט!…

― ניטאָ קײן טױט אױף זײ! ― רופֿט זיך אָפּ די שמעקנדיקע גאַסנשיקסע און שפּיגלט זיך אין אירע עלעגאַנטע שיך, װאָס קוקען אַרױס פֿון איר שמאָל קלײדל.

― אמתע מיקראָבן! ― כאַפּט אונטער דער אינטעליגענט. ― די טבֿע פֿון מיקראָבן איז אַזעלכע, אַז װאָס מער מע פּאָרעט זיך מיט זײ, מער פֿרוכפּערן זײ זיך און מערן זיך. לײענט די „זנאַמיאַЗнамя: אַן אַנטיסעמיטישע צײַטונג“, װעט איר װיסן, װאָס פֿאַר אַן אומה דאָס איז…

דער אינטעליגענט דרשנט און דרשנט און דרשנט, און דער גאַנצער עולם הערט אים אױס מיט קאָפּ. זעלטן װער עס שלאָגט אים איבער, אַרײַנשטעלנדיק אַ פּיקאַנטנע װאָרט, אָדער אַ שאַרפֿע קללה, װאָס רופֿט אַרױס אַ פֿרײלעך געלעכטער. נישט װילנדיק הערן זיך אײַן אין דער דרשה אױך אונדזערע צװײ קאַנדידאַטן־מעדאַליסטן.

― װאָס װעט איר הערן, װי אַ הונט בילט? ― מאַכט דער פּינסקער בחור צו ראַבינאָװיטשן שטילערהײט, און ער ציט אים אָפּ אין אַ זײַט און פֿרעגט זיך אױס בײַ אים, װי אַזױ ער לעבט און װי אַזױ גײט עס אים צװישן די דאַנטיסטן און װאָס הערט זיך מיט זײער דעפּעש צום מיניסטער.

― דאָס דאַרף מען פֿרעגן בײַ טומאַרקינען, ― ענטפֿערט אים ראַבינאָװיטש, און פֿרעגט זיך אױס בײַם פּינסקער בחור, װאָס טוט ער און װאָס קלערט ער טאָן װײַטער?

― עך, פֿרעגט ניט! ― ענטפֿערט אים דער פּינסקער בחור מיט אַ מאַך מיט דער האַנט און מיט אַ ביטער שמײכל. ― מיר מאַכן! ס'איז שױן אײן מאָל געמאַכט! מיר האָט מען צושלאָגן אַלע מײַנע גלענצנדע פּלאַנען! חרובֿ געמאַכט אַלע מײַנע גאָלדענע שלעסער.! בײַ מיר, הערט זיך אײַן, באָמבלט זיך אין מוח אַ גאַנצע רײ פֿון נײַע ערפֿינדונגען אין דער מעדיצין. איך האָב געװאָלט גײן אױף כעמיע. מיך ציט עס אין כעמישן לאַבאָראַטאָריום. נאָך מײַן מײנונג, באַדאַרף די כעמאָטעראַפּיע מאַכן אַן איבערקערעניש אין דער גאַנצער מעדיצין. זינט ערלעך האָט אַנטדעקט זײַן נײ מיטל צו סיפֿיליס, לאָזט עס מיך ניט לעבן. איך בין איבערצײַגט, עס איז בײַ מיר װי צװײ מאָל צװײ, אַז מיט דעם װעג, װאָס ערלעך איז אַװעקגעגאַנגען, אױב מיר גײען װײַטער, געפֿינען מיר אַ מיטל אױך צו אָ ראַק און צו טובערקולאָז און צו אַלע אַנדערע שלעק, פּורעניותן, װאָס מאַכן אַ תּל פֿון דער מענטשהײט. לעבן זאָל אונדזער ערלעך! װײסט איר, אַז ער איז אַ אונדזעריקער?

― װער? ― פֿרעגט אים ראַבינאָװיטש און באַטראַכט דעם גרױסן װײַסן שטערן פֿונעם דאָזיקן בחור.

― װער? פּראָפֿעסאָר ערלעך. ער איז אַ אונדזעריקער. ― ענטפֿערט אים דער פּינסקער בחור שױן מיט פֿאַרדראָס.

― װאָס הײסט אַ אונדזעריקער?

― דאָס הײסט, ער האָט ניט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװע, אַזױ װי איר, אַזױ װי איך, אַזױ װי מיר אַלע, כאַ־כאַ! און טאָמער, חלילה, קומט ער צו פֿאָרן אַהער און מע פּאַקט אים, הערט זיך אײַן, זיצט ער גלײַך מיט אונדז אַלע אָט־אַ־דאָ און הערט, װי יענער דרשנט װעגן מיקראָבן… זײַן גליק, װאָס ער זיצט דאָרטן, בײַ די פֿינצטערע דײַטשן…. מאָלט אײַך, ער פֿילט דאָרט אױך דעם טעם פֿון גלות, װאָס הײסט אַ ייִד.

― טאַקע באמת?

― טאַקע באמת ― װאָס? איר האָט ניט געלײענט אױף די צײַטונגען? איר אינטערעסירט זיך ניט? איר זענט קײן ייִד ניט?

― נײן! ― זאָגט ראַבינאָװיטש און פֿאַרכאַפּט זיך, ― דאָס הײסט, יאָ. אַ ייִד בין איך. נאָר די לעצטע צײַט האָב איך װינציק געלײענט… װאָס־זשע שרײַבט מען װעגן אים?

― װאָס מע שרײַבט? עס קערט זיך די װעלט! אַ סבֿרא, אַז

די ערשטע צײַט האָט מען גאָר ניט געװוּסט, װער דער ערלעך איז. עפּעס אַ פֿראַנקפֿורטער פּראָפֿעסאָרל. איצט װײס מען שױן, הערט זיך אײַן, ערשטנס, אַז ער איז אַ אונדזעריקער, משלנו, הײסט עס, ― אַ נאַש־בראַט; און, צװײטנס, אַז ער האָט זיך נעבעך געריסן אין בערלינער אוניװערסיטעט, געבעטן אַ סטענדער, אַ קאַטעדרע, אַן אײגענע לאַבאָראַטאָריום און אַ ביסל תּלמידים… נו, האָט מען אים געזאָגט: לא מיט אַן אַלף! אַ טפּרררוס!

― פֿאַרװאָס?

דער פּינסקער בחור האָט זיך אַזש געכאַפּט בײַ די זײַטן פֿאַר געלעכטער:

― פֿאַרװאָס? פֿאַר שבת. אָט הערט איר דאָך, װאָס יענער חבֿרה־מאַן דרשנט: מיקראָבן, פּאַראַזיטן, עקספּלאָאַטאַטאָרן, כאַ־כאַ־כאַ!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דאָס, װאָס דער פּינסקער בחור האָט אים דאָ דערצײלט װעגן פּראָפֿעסאָר ערלעך, האָט אים געבראַכט דערצו, ער זאָל זיך נאָך טיפֿער פֿאַרטראַכטן אױף דעם, װאָס לאָזט אים ניט צו רו: „נו, בלײַבט דאָך פֿאָרט אַ קשיא: פֿון װאַנען נעמט זיך אַזאַ פֿאַרברענטע שׂינאה פֿון אַ גרױסער גאַנצער װעלט צו אַ קלײן הײפֿעלע מענטשן, װאָס רופֿן זיך ייִדן?“…

און ער דערמאַנט זיך, אַז כּמעט די אײגענע רײד מיט די אײגענע װערטער, װאָס ער הערט אַצינד אָט דאָ װעגן מיקראָבן, פּאַראַזיטן און עקספּלאָאַטאַטאָרן, האָט ער געהערט װיפֿל מאָל נאָך בײַ זיך אין דער הײם, געלײענט אין דער „נאָװאָיע װרעמיאַ“ און אין אַנדערע צײַטונגען, װאָס רופֿן זיך „רעכטע“. נאָר װאָס דען? ער האָט זיך קײנמאָל ניט אָפּגעשטעלט דערױף און ניט פֿאַרטראַכט זיך דערױף, װי ער האָט זיך פֿאַרטראַכט אַצינד. איצט, אַז ער איז צװישן ייִדן, מוז ער עס דערגײן אַקוראַט. איצט האָט ער אַ געלעגנהײט צו שטודירן די פֿראַגע אינעם מקור, אינעם שורש, צוקוקן זיך, אױספֿאָרשן, אױסלערנען… און ער איז צופֿרידן, װאָס ער האָט אַזאַ געלעגנהײט, אַזױ צופֿרידן, אַז ער האָט שױן כּמעט גאָר פֿאַרגעסן, װוּ ער געפֿינט זיך, און האָט זיך כּמעט גאָר ניט אַרומגעקוקט, װי די נאַכט אין אַװעק.

אױף אינדערפֿרי איז גאָר ניט געװען צו באַמערקן אױף זײַן תּמיד פֿריש פֿרײלעך פּנים, װאָס פֿאַר אַ שװערע נאַכט ער האָט איבערגעלעבט און װאָס פֿאַר בזיונות און באַלײדיקונגען ער איז אױסגעשטאַנען. נאָכדעם האָט מען אים אַרױפֿגערופֿן אַרױף.

אַרײַנגעטראָטן איז ער אין קאַבינעט אַפֿילו אַן אָנגעשטאָלענער, גרײט געװען צו אױפֿהײבן אַ סקאַנדאַל. נאָר ער איז באַלד געבליבן אָן װערטער, װאָרעם מע האָט אים אױפֿגענומען דאָרט אױבן זײער העפֿלעך, געגעבן צו װיסן, אַז מע האָט נאָר־װאָס אָפּגעקלונגען פֿון דעם פּאָליצמײַסטער, אַז זײַן פּראַװאָזשיטעלסטװע איז אין אָרדענונג און אַז ער קאָן גײן.

„שאַפּיראָ!“… פֿליט אים דורך אין קאָפּ, און באַלד נאָך שאַפּיראָן קומט אים אױפֿן זינען „בעטי“― און אַ מאָדנע װאַרעמקײט, פֿילט ער, האָט זיך צוטראָגן פֿון האַרצן איבער אַלע זײַנע גלידער.

― ניט שױן־זשע איז דאָס אַזױ ערנסט? ― טראַכט ער זיך, כאַפּט אַ דראָזשקע און הײסט זיך פֿירן אױף דער ייִדישער גאַס.

― װאָס װעט אָבער זײַן פֿון דעם?… װאָס װעט זײַן? װאָס װעט זײַן?…

די פֿראַגע: „װאָס װעט זײַן פֿון דעם?“ האָט ער די לעצטע צײַט ניט אײן מאָל געפֿרעגט בײַ זיך אַלײן. סוף־כּל־סוף װעט ער דאָך איר מוזן אַנטדעקן דעם סוד, װער ער איז און װאָס ער איז… װי אַזױ װעט ער איר דאָס זאָגן?… װי אַזױ װעט זי דאָס אָננעמען?…. און װאָס װעט נאָכדעם זײַן?… נאָכדעם?…

אָט די אַלע געדאַנקען האָבן זיך װי אַ װיכער געטראָגן בײַ אים אין קאָפּ, פֿליִענדיק מיט דער דראָזשקע אינעם פֿרישן אָסיענדיקן פֿרימאָרגן איבער די שלעכט־געפֿלאַסטערטע גאַסן, װאָס פֿונעם קלאַפּן פֿון די אײַזערנע שינעס איבער די שפּיצעכיקע שטײנער קאָן מען טױב װערן.

אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער דראָזשקע, אָנגעקלונגען אין דער טיר און דערזען בעטין ― איז געװאָרן אױס מיט אַלע פֿראַגן… און כאָטש בעטי איז אים ניט געפֿאַלן אױפֿן האַלדז, און כאָטש זי האָט אים באַגעגנט מער ניט אַז פֿרײַנדלעך, עטװאָס מער װי מיט אַ װאַרעמער פֿרײַנדשאַפֿט, דאָך האָבן אים אירע אױגן געזאָגט אַ סך מער װי די װאַרעמסטע װערטער… און ער איז אַרײַנגעקומען צו די שאַפּיראָס אין שטוב אַרײַן, װי מע קומט אַרײַן צו זיך אַהײם. און ער האָט באַגעגנט די שאַפּיראָס, װי מע באַגעגנט פֿאָטער און מוטער. און מע האָט דערלאַנגט צום טיש. און ס'איז געװאָרן פֿרײלעך. און מע האָט גענומען דערצײלן איטלעכער זײַנס: דער קװאַרטיראַנט, װי אַזױ ער האָט פֿאַרבראַכט די נאַכט אין געפֿענקעניש, און דער בעל־הבית ― דוד שאַפּיראָ ― װי אַזױ ער האָט קױם דערלעבט דעם פֿרימאָרגן, אַזױ איז ער באַלד אַװעק אין זובאָװראַטשעבנע און פֿון דאָרט צום פּאָליצמײַסטער…

― באַלד איז ער אַװעק? ― שלאָגט אים איבער די בעל־הביתטע, שׂרה שאַפּיראָ, און קוקט אױף דער טאָכטער. ― איך זאָג אים אפֿשר צען מאָל: דוד, מע באַדאַרף זײַן פֿריִער אין דער זובאָװראַטשעבנע, דערנאָך בײַם פּאָליצמײַסטער.

― װאָס זאָגסט דו אױף איר? ― מאַכט דוד צו דער טאָכטער ― זי זאָגט, אַז זי האָט מיר געזאָגט…

― דו האָסט געזאָגט, זי האָט געזאָגט! ― רײַסט זײ איבער די טאָכטער און װענדט זיך צום קװאַרטיראַנט: ― דערצײלט בעסער איר, װי אַזױ איז געװען אינדערפֿרי, אַז מע האָט אײַך אַרױפֿגערופֿן אַרױף?…

― דזין־דזין!

― װער איז?

סיאָמקע פֿון גימנאַזיע. אַ פֿאַררױטלטער פֿון דער קעלט, אַ פֿאַרסאָפּעטער פֿון די טרעפּ, מיטן רענצל אױף די פּלײצעס ― און גלײַך צום לערער אױפֿן האַלדז.

דער תּלמיד מיטן לערער האָבן זיך צעקושט.

דאָס אַכצנטע קאַפּיטל
נאָך דער „אָבלאַװע“

די נאַכט, װאָס אונדזער העלד האָט פֿאַרבראַכט אין געפֿענקעניש אַן שלאָף, און דאָס ביסל צרות, יסורים, אױפֿרעגונג און עגמת־נפֿש, װאָס ער איז אױסגעשטאַנען פֿון דעם אַלעם, װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט, איז ניט אָפּגעלאָפֿן אינגאַנצן גלאַט פֿאַר זײַן געזונט, ― און ער האָט אַביסל צוגעקרענקט. ער האָט זיך געקלאָגט, אַז דער קאָפּ טוט װײ, אַביסל געפֿיבערט און אַקעגן נאַכט איז ער שױן געלעגן בײַ זיך אין זײַן סדום־בעטל, איבערגעדעקט פֿון אױבן איבער דער קאָלדרע מיט אַ גרױסן װאַרעמען איבערבעט און געשװיצט.

דאָס איבערבעט איז געװען דער בעל־הביתטעס איבערבעט, און דאָס שװיצן איז אױך געװען איר אַרבעט. זי האָט אים אָנגעטרונקען מיט טײ פֿון טרוקענע מאַלענעס, אײַנגעדעקט װי עס געהער צו זײַן און צוגעגרײט עסיק מיט ספּירט, אַז דוד װעט קומען אױף דער נאַכט פֿון דער סלוזשבע, װעט ער אים אָרנטלעך אױסשמירן דאָס לײַב, װעט ער ערשט דעמאָלט קאָנען רעכט שװיצן.

שׂרה שאַפּיראָ האָט אַפֿילו באַלד געװאָלט שיקן די טאָכטער נאָכן דאָקטאָר, האָט זיך דער קװאַרטיראַנט אײַנגעשפּאַרט: מע דאַרף ניט.

― װאָס װעט אײַך אַרן, אַז דער דאָקטאָר װעט אײַך זען?

― מע דאַרף ניט.

― אַ באַקאַנטער דאָקטאָר, אַ הײמישער מענטש.

― מע דאַרף ניט.

― ער נעמט נישט טײַער… װיפֿל מע גיט אים…

― מע דאַרף ניט.