דער בלוטיקער שפּאַס: 15: אַ נאַכט אָן שלאָף

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס פֿופֿצנטע קאַפּיטל: אַ נאַכט אָן שלאָף

אין דער דאָזיקער צעשטערטער נאַכט איז שױן בײַ שאַפּיראָן אין שטוב קײנער ניט געשלאָפֿן, כאָטש אַלע האָבן זיך שױן װי באַרויִקט, אַװעקגעלײגט זיך צוריק אױף זײערע געלעגערס און אױסגעלאָשן דאָס לעמפּל אױף אַנטשלאָפֿן צו װערן.

עס איז אָבער קײן שלאָף ניט געקומען אױף קײנעם.

דוד שאַפּיראָ מיט דער פֿרױ האָבן געהאַלטן אין פּלאַנעװען אױף מאָרגן. אם־ירצה־השם, מאָרגן, לאָז נאָר װערן טאָג, אַזױ פֿליט אַװעק דוד צום פּאָליצמײַסטער…

― צום פּאָליצמײַסטער? ― שלאָגט אים איבער שׂרה, ― װאָס װעסט דו פֿליִען צום פּאָליצמײַסטער, „קוריערסקי־פּאָיעזד“? פֿריִער דאַרפֿסט דו זײַן אין דער זובאָװראַטשעבנע, דערנאָך שױן…

― גוט, װאָס דו האָסט מיר געזאָגט! ― כאַפּט אונטער דוד, ― אָן דיר װאָלט איך גאָר ניט געװוּסט מסתּמא, װאָס איך האָב צו טאָן. דאָרט, װוּ ס'איז שײך צו פּראַװאָזשיטעלסטװע, מעגסט דו זיך שױן, נישקשה, פֿאַרלאָזן אױף מיר.

― אַזױ? אַז דו ביסט יאָ אַזאַ בריה, פֿאַרװאָס־זשע האָסט דו ניט געזען, אַז די פּראַװאָזשיטעלסטװע זאָל זײַן בײַ אים אין קעשענע, ראָכמײַסטער מײַנער?

― װאָס זאָל איך רעדן מיט אַ בהמה? איך האָב דיר געזאָגט, דאַכט מיר, זיבן און זיבעציק מאָל, אַז ער איז אַ ייִנגל און אַ ייִנגל און אַ ייִנגל: װיפֿל איך טאָלקעװע אים און טאָלקעװע, אַז אַ ייִד אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע אין קעשענע איז װי אַ מענטש אָן „װאָזדעךвозрух : לופֿט“ און װי אַ פֿיש אָן װאַסער ― הערט ער מיך װי דעם פֿאַר־אַ־יאָריקן שנײ. אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אַרױס… אַ מאָדנע נפֿש, אָט דער ראַבינאָװיטש! למאַי אַזױ װי ער האָט נײטיק באַדאַרפֿט אַרױסשפּרינגען קעגן דעם דאָזיקן טשינאָװניק און אױפֿהײבן אױף אים אַ קול, אַז איך בין שיִער טױט געפֿאַלן! ער האָט אין זיך, זאָג איך דיר, אָפּשניצלעך גאָר ניט פֿון קײן ייִדן! איך װײס גאָר ניט, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ מין ייִד אױף דער װעלט! האָט קײן מורא ניט פֿאַר קײן זאַך, ניט פֿאַר קײן פּאָליציע, ניט פֿאַר קײן רוח, ניט פֿאַר קײן שװאַרץ־יאָר!…

דאָ מישט זיך שױן אַרײַן די טאָכטער, װאָס קאָן מער ניט איבערטראָגן די דאָזיקע רײד, און גיט אַװעק דעם פֿאָטער אַ גאָב, למאַי ער רעכנט פֿאַר אַ חסרון דאָס, װאָס איז אײגנטלעך אַ מעלה…

שטעלט זיך אַװעק אַקעגן די מוטער, נעמט זיך אָן דעם מאַנס קריװדע, און כאַפּט אױך אַ פּסק פֿון דער טאָכטער. און אָט אַזױ, גײט אַװעק די נאַכט אין אומענדלעכע שמועסן, און פֿון שלאָפֿן האָט מען שױן גאָר פֿאַרגעסן אַפֿילו קלערן.

אַפֿילו דער קלײנער סיאָמקע! סיאָמקע, װאָס איז פֿון קינדװײַז אױף אױסגעװאַקסן אױף אײביקע פּחדים פֿאַר „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ און אין שטענדיקע שרעק פֿאַר פּאָליציע, האָט אױך נישט געקאָנט אַזױ גיך נאָך אַ מאָל אײַנשלאָפֿן.

דער פֿאַקט, װאָס מע האָט צוגענומען פּלוצעם, אין מיטן דרינען, זײַן לערער, איז בײַ אים געװען ניט אַזױ שטאַרק אָפּגעפֿרעגט: נו, מסתּמא איז בײַ אים ניט די,,פּראַװאָזשיטעלסטװע“ װי עס דאַרף צו זײַן… דאָס, װאָס אים האָט ניט געלאָזט שלאָפֿן, איז געװען אַן אַנדער זאַך: װאָס װעט זײַן מיט די אָטמעטקעסотметки: חשבונות אין גימנאַזיע? אָן דעם רעפּעטיטאָר װעט ער נישט ברענגען מער קײן פֿינפֿן )ער װײסט עס פֿאַר געװיס(, און אַז ער װעט ניט ברענגען קײן פֿינפֿן, װעט אים דער טאַטע ניט געבן קײן פֿערציקערס. און אַז ער װעט ניט האָבן קײן פֿערציקערס, װוּ װעט ער נעמען געלט אױף צו גײן אין קינעמאַטאָגראַף?

אַ ביסל האָט אים אױך באַנג געטאָן טאַקע דער רעפּעטיטאָר אַלײן. ― אַ רחמנות ― טאָמער שיקט מען אים מיטן עטאַפּ… און מיט װעמען װעט ער, סיאָמקע, איצט מאַכן די אוראָקן? מיט בעטין? ער האָט פֿײַנט לערנען מיט בעטין. באַלד װערט זי אין כּעס. אַ שװעבעלע! מיט דעם קװאַרטיראַנט לערנען איז גאָר אַנדערש. מיט אים לערנען איז אַ מחיה. ער האָט ליב דעם קװאַרטיראַנט און דער קװאַרטיראַנט האָט ליב אים. ער װײס, אַז דער קװאַרטיראַנט האָט אים ליב. ער האָט זײ אַלעמען ליב: אים און די מאַמע און בעטין. בעטין נאָך מער װי אַלעמען… דאָס װײס ער פֿאַר געװיס… װאָרעם װאָס דען קוקט ער אַזױ אױף דער שװעסטער, טאַקע אָט דער ראַבינאָװיטש, בעת קײנער זעט ניט?… און פֿאַרװאָס לאָזט ער אַראָפּ די אױגן, אַז די מאַמע קוקט אױף אים, װי ער קוקט אױף דער שװעסטער?…

און די שװעסטער אים ― האָט אױך ליב סכּנות־נפֿשות: װאָרעם אַז ניט, װאָס װערט זי אַזױ רױט אַלעמאָל, װען ער קוקט אױף איר?… און װאָס שרײַבן זײ דאָס בײדע, אײנס דאָס אַנדערע, אױפֿן טאָװל פֿון ביכל אײנציקע אותיות, װאָס מע דאַרף זײַן מיט אַכצן קעפּ, מע זאָל עס קאָנען איבערלײענען!… אַ רחמנות אױף דער שװעסטער, טאָמער בלײַבט זי אָן אַ לערער… נאָר ניט שױן־זשע װעט ער טאַקע צוריק ניט קומען? בײַ װעמען װערט מען עס געװאָר? בײַ בעטין? בעטי איז אין כּעס. זי שװײַגט, נאָר ער װײס, אַז זי איז אין כּעס… טאַטע־מאַמע זענען פֿאַרנומען אין זײער שמועס. מע שמועסט און מע װערטלט זיך. ער איר „בהמה“ און זי אים „קוריערסקי־פּאָיעזד“ ― כאַ־כאַ־כאַ!… נאָר שאַ. אָט האָט בעטי זיך אױך אַרײַנגעמישט אין זײער שמועס. מע באַדאַרף האָרכן, װאָס זאָגט בעטי…

און סיאָמקע הערט זיך אַן, װאָס בעטי זאָגט.

― איך קאָן שױן מער ניט הערן, ― זאָגט זי ― די גאַל קאָן צעזעצט װערן! װאָס האָט איר געװאָלט ― ער זאָל זיך לאָזן טרעטן מיט די פֿיס אַזױ װי איר? קריכן אױף אַלע פֿיר אַזױ װי איר?… אים װעט מען ניט זאָגן דו, אַזױ װי אײַך. זײַט זיכער!…

― אַ גליק האָט אים געטראָפֿן! ― רופֿט זיך אָפּ די מוטער פֿון איר בעט אַרױס, מיט אַ קול פֿון אַ מענטשן, װאָס װאָלט אַ בעלן געװען כאָטש נאָך אַ ביסל שלאָפֿן און קאָן ניט. ― װאָס זאָגסט דו אױף דעם גליק: מע װעט אים שױן ניט זאָגן דו, מע װעט אים זאָגן איר! זײַט־זשע מוחל, װעט מען אים זאָגן, פֿאָרט אײַך געזונטערהײט צוריק קײן שקלאָװ…

― מאָל דיר, דאָס רעדסט דו שױן װי אַ ייִדענע! ― האַקט איר אָפּ דוד פֿון זײַן בעט אַרױס, ― צוריק קײן שקלאָװ װעט מען אים ניט שיקן, מעגסט זיך שױן פֿאַרלאָזן אױף מיר. אַ זאַקאָן איז אַ זאַקאָן. זובאָװראַטשעבנע איז אַזױ גוט װי אוניװערסיטעט. לאָז נאָר װערן טאָג, אַזױ פֿלי איך אַװעק צום פּאָליצמײַסטער.

― װידער אַ מאָל צום פּאָליצמײַסטער? דו קערסט מײנען אין זובאָװראַטשעבנע? ― שלאָגט אירס איבער שׂרה.

― נו, פֿאַרשטײט זיך. פֿריִער אין זובאָװראַטשעבנע, דערנאָך צום פּאָליצמײַסטער. װעט אים דער פּאָליצמײַסטער באַלד הײסן אַרױס לאָזן. מעגסט שױן זײַן זיכער!

― הלװאַי, רבונו־של־עלום! ― זאָגט שׂרה מיט אַ זיפֿץ. ― פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן…

― נו, דאַנקען גאָט! ― טראַכט זיך סיאָמקע. ― װיבאַלד אַזױ, קאָנען מיר נאָך מאָרגן מאַכן מיט אים די אוראָקן. הײַנט איז סײַ װי ניטאָ ניט קײן מאַטעמאַטיקע, ניט קײן געאָגראַפֿיע. װאָס דען איז הײַנט?

און סיאָמקעס געדאַנקען גײען אַװעק אינגאַנצן מיט אים אין אײנעם אין די אוראָקן, גימנאַזיע, מאַטעמאַטיקע, געאָגראַפֿיע, און ער הערט נישט מער דעם װײַטערן שמועס פֿון דער שװעסטער און דאָס װערטלען זיך פֿון טאַטע־מאַמע. ער דרײט זיך אױס מיטן פּנים צו דער װאַנט, דעקט זיך איבער מיט דער קאָלדרע איבערן קאָפּ און װערט גיך אַנטשלאָפֿן, מיט דעם רויִקן געבענטשטן שלאָף, װאָס איז נאָך מעגלעך נאָר אין די יונגע, גליקלעכע, קינדערשע יאָרן.

דאָס זעכצנטע קאַפּיטל: אין געפֿענקעניש

אַז מע כאַפּט אײַך אױף אין מיטן נאַכט, סאַמע אין בעסטן שלאָף, און מע מאַכט מיט אײַך אַ שפּאַציר איבער עטלעכע פֿינצטערע גאַסן באַרג אַרױף און באָרג אַראָפּ און װידעראַמאָל באַרג אַרױף, און מע טיאָפּקעט זיך מיט אײַך איבער דער אָסיענדיקער בלאָטע מיט אַ גאַנצער כאַליאַסטרע סאָלדאַטן, װאָס טרײַבן אײַך מיט אַלע געפֿאַנגענע האַלדז און נאַקן, און איר הערט זיך אָן אַזעלכע רײד מיט אַזעלכע קללות, װאָס איר האָט נאָך אַזעלכס ניט געהערט קײנמאָל, און מע ברענגט אײַך צו פֿירן אין אַ מקום, װוּ ס'איז אָנגערױכערט און אָנגעשטונקען אַזױ, אַז מע זעט ניט די ליכטיקע װעלט, און מע נעמט אײַך און מע זעצט אײַך אַרײַן אינאײנעם מיט שיכּורים און גנבֿים און גאָט װײס מיט װעמען, און איר װילט זיך צוזעצן און ס'איז ניטאָ אױף װאָס, סײַדן אױף דער הױלער שמוציקער און גליטשיקער ערד, און טאָמער װילט איר פּראָטעסטירן, איז ניטאָ צו װעמען, סײַדן צו די פֿיר װענט, ― אָט דאָס אַלעס אַז איר מאַכט דורך, פֿאַרלירט איר דעם גאַנצן קוראַזש און פֿאַרטראַכט זיך װעגן אַזעלכע זאַכן, װאָס איר האָט ביז אַהער װינציקער פֿון אַלץ געטראַכט. װיפֿל אונדזער העלד האָט זיך ניט געשטאַרקט, אָנגענומען זיך מיט האַרץ, געשפּאַנט װי אַ קאָזאַק מיטן גאַנצן „אָבכאָדобход : גאַנג“ צום טאַקט: אײנס־צװײ, אײנס־צװײ, זיך געגעבן דאָס װאָרט זײַן שטאַרק ביזן סוף, און אַדרבה, זיך געפֿילט אין דער דאָזיקער נאַכט נאָך מער שטאַרק און מער שטאָלץ װי אַלע מאָל, ― דאָך, אַז מע האָט אים אַראָפּגעלאָזט אינעם גוטן מקום אַרײַן, האָט ער זיך געמוזט מודה זײַן, אַז באַשרײַבן דאָס לעבן אין אַ בוך איז אַ סך גרינגער, װי