דער בלוטיקער שפּאַס: 11: אַלע דרײַ האָבן געלאַכט

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס עלפֿטע קאַפּיטל: אַלע דרײַ האָבן געלאַכט

כאָטש די דרײַצן מעדאַליסטן האָבן בײַ די װעגעטעריאַנער געטרונקען בײַם עסן װאַסער, ניט קײן װײַן, פֿונדעסטװעגן איז אונדזער העלד, ראַבינאָװיטש, געקומען אַהײם מאָדנע פֿרײלעך, און ער האָט געפֿילט, װי עס דרײט זיך אים דער קאָפּ און עס זשומעט אים אין די אױערן. דאָס איז אים געקומען פֿון דעם, װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט די לעצטע טעג צװישן זײַנע נײַע חבֿרים, װעלכע ער האָט נאָך ניט רעכט פֿאַרשטאַנען. ער האָט געזען פֿאַרשידענע עקסטרעמען; ער האָט געהערט פֿאַרשידענע מײנונגען, פֿאַרשידענע רײד און פֿאַרשידענע דרשות. נאָר אָפּגעבן זיך דין־וחשבון פֿון דעם אַלעם ― דאָס האָט ער געזען, אַז עס איז נאָך פֿרי.

אײן זאַך איז פֿאַר אים געװען קלאָר ― דער פֿאַקט, אַן ער איז ניט קײן סטודענט… מע האָט אים צוגעזאָגט אָפּשיקן די פּאַפּירן דורך פּאָליצײ… גוט. װאָס־זשע װעט זײַן װײַטער?…

די דאָזיקע מוראדיקע פֿראַגע, װאָס האָט בײַ אַלע איבעריקע ייִדישע קאַנדידאַטן געעקבערט דעם מוח און דערלאַנגט ביזן בײן, נישט געלאָזט ניט עסן, ניט שלאָפֿן, האָט בײַ אים אָנגערירט נישט מער װי זײַן נײַגעריקײט אַלײן. ער איז נאָר געװען ציקאַװע צו װיסן, װאָס װעט זײַן װײַטער? און װאָס װעט בכלל זײַן דער סוף פֿון דער דאָזיקער קאָמעדיע, װאָס אַלע האַלטן אים פֿאַר אַ ייִדן און גלױבן, אַז ער, גרישאַ פּאָפּאָװ, איז ניט גרישאַ פּאָפּאָװ, נאָר הערשקאָ ראַבינאָװיטש, ― כאַ־כאַ? ער אַלײן האָט זיך גאָר אױף אַזױ פֿיל ניט געריכט, עס זאָל אים אַזױ אָפּגעראָטן צו שפּילן זײַן ראָלע אַזױ קונציק אױסגעהאַלטן און אַזױ בריהש!

צופֿרידן מיט זיך אַלײן, האָט ער אָנגעקלונגען בײַ זיך אױף זײַן קװאַרטיר און האָט געבעטן גאָט, אַז עפֿענען זאָל אים בעטי, די שװאַרץ־חנעװדיקע שײנע בעטי, מיט אירע קלוגע קאַרע אױגן און מיט די שעלמישע חן־גריבעלעך אין די בעקלעך. נאָכמער, עת האָט זיך אין דער מינוט געמאַכט אַ סימן, אַז אױב עס װעט אים עפֿענען בעטי, איז אַ באַװײַז, אַז זי האָט אים ליב… און אױב אַן אַנדערער װעט אים עפֿענען?…

ער האָט קײן צײַט ניט געהאַט צו ענדיקן זײַן געדאַנק, איז שױן די טיר געװען אָפֿן, און אַקעגן אים איז געשטאַנען בעטי, די שװאַרץ־חנעװדיקע שײנע בעטי, און געקוקט אױף אים מיט אירע שײנע, גוטע, קלוגע, קאָרע אױגן. „ניט שױן זשע האָט זי מיך ליב?…“ אָט דאָס איז געװען די ערשטע מחשבֿה, װאָס בײַ אים איז דורכגעפֿלױגן אין קאָפּ. „יאָ. זי האָט מיך ליב, אַזױ װי איך זי…“ האָט ער זיך אַלײן געענטפֿערט, גײענדיק מיט איר אַרױף אױף די טרעפּ.

דערזען דעם קװאַרטיראַנט, װי די בעקלעך פֿלאַמען אים און די אױגן גלאַנצן, האָט בעטי גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ װעט זי הערן באַלד די גוטע בשׂורה, אַז ער איז שױן ענדלעך אַ סטודענט. אין דער מחשבֿה האָט זי אים שױן געען אין זײַן נײַער סטודענטישער אוניפֿאָרם, מיט גלאַנצנדיקע גאָלדענע קנעפּ, און זי האָט זיך געװאָלט פֿאָרשטעלן, װי אַזױ װעט ער אױסזען אינעם נײַעם מונדיר…

― נו? װאָס הערט זיך? ― האָט אים בעטי אַ פֿרעג געגעבן, אַרײַנקוקנדיק אים אין זײַנע גליקלעכע אױגן, גײענדיק מיט אים אַרױף.

― זײער גוט! אױסגעצײכנט! ― האָט איר דער קװאַרטיראַנט אָפּגעענטפֿערט, און נישט געקאָנט אָנקוקן זיך זאַט אין איר ליכטיק פּנים און אירע שײנע קלוגע אױגן, און געטראַכט האָט ער בעת־מעשׂה װעגן דעם גליקלעכן סימן, װאָס ער האָט זיך נאָר־װאָס געמאַכט…

― מעג מען אײַך, הײסט עס, גראַטולירן? ― מאַכט צו אים בעטי פֿרײַנדלעך און שטרעקט אױס צו אים איר האַנט.

― מיט װאָס גראַטולירן? ― פֿרעגט ער זי איבער און נעמט איר האַנט, איר װײכע, װאַרעמע, צערטלעכע האַנט.

― מיט דעם, װאָס איר זענט צוגענומען אין אוניװערסיטעט…

דעם קװאַרטיראַנט האָט נעבעך שטאַרק באַנג געטאָן אַרױסצולאָזן די דאָזיקע טײַערע האַנט, האָט ער אַ ביסל אָפּגעצױגן זײַן ענטפֿער. נאָר סוף־כּל־סוף האָט ער געמוזט איר זאָגן דעם אמת, אַז װעגן אוניװערסיטעט איז נאָך צו פֿרי אים צו גראַטולירן, װײַל… װײַל דאָס צונעמען פֿון ייִדן האָט זיך הײַנט געענדיקט, און די דאָקומענטן האָט מען אים צוגעזאָגט אָפּשיקן דורך פּאָליציע…

― װאָס הײסט? ―― האָט בעטי אױסגעשריגן און געגעבן אַ פּליעסק מיט די הענט אַזױ שטאַרק, אַז די מוטער אירע, שׂרה שאַפּיראָ, װאָס איז געװען אין קיך בײַ דער אַרבעט, אין אַרײַנגעלאָפֿן מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל, ניט טױט ניט לעבעדיק.

― װאָס אין? װאָס איז דאָ געשען? ― האָט זי געפֿרעגט און געקוקט פֿון אײנס אױף דאָס אַנדערע מיט אַזעלכע דערשראָקענע אױגן, אַן די טאָכטער האָט זי געמוזט באַרויִקן:

― גאָרנישט, גאָרנישט אין געשען… דו װײסט, מאַמע, מע האָט דאָך זײ ניט צוגענומען אין אוניװערסיטעט, ― האָט זי אָנגעװיזן אױפֿן קװאַרטיראַנט מיט אַזאַ טרױעריקער מינע, גלײַך װי זי װאָלט איר אָנגעזאָגט אַ בשׂורה, אַז אַן אױטאָמאָביל איז אים איבערגעפֿאָרן און אָפּגעשניטן אַ פֿוס.

― אױ, אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! ― האָט שׂרה שאַפּיראָ אױסגעצױגן אױף ייִדיש און געקוקט אױפֿן קװאַרטיראַנט מיט אַזעלכע אױגן, גלײַך װי ניט נאָר אײן פֿוס, נאָר מע האָט אים אָפּגעשניטן בײדע פֿיס מיט בײדע הענט. ― װאָס זשע װעט איצטער זײַן, װײ איז מיר?!

אין אײן מינוט איז איר דורכגעפֿלױגן אין קאָפּ דרײַ מחשבֿות, אײנע טרױעריקער פֿון דער אַנדערער: 1) װאָס װעט ער טאָן אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע? 2) װאָס װעט זײַן מיטן חדרל אָן אַ קװאַרטיראַנט? און דער עיקר 3) װאָס װעלן זײ טאָן אָן אַ רעפּעטיטאָר?…

― װײ איז מיר, װינד איז מיר, דער שלימזל, מישטײנס געזאָגט, שלעפּט זיך! ― האָט שׂרה ניט אױפֿגעהערט צו ברעכן מיט די הענט, קוקנדיק אױפֿן קװאַרטיראַנט און באַװײנענדיק אים װי אַ געטרײַע מוטער. און כאָטש דער קװאַרטיראַנט האָט נישט פֿאַרשטאַנען קײן אײן װאָרט פֿון דעם, װאָס די שאַפּיראָ האָט דאָ געזאָגט, נאָר פֿון איר אומגליקלעך פּנים, פֿון איר װײנענדיק קול און פֿון איר ברעכן די פֿינגער האָט ער אַרױסגעזען, אַז דאָס באַװײנט מען אים. האָט ער זי אָנגענומען בײַ בײדע הענט און געװאָלט איר אױסרעדן דאָס האַרץ:

― באַרויִקט אײַך, מאַטושקאַ, באַרויִקט אײַך…

שׂרה שאַפּיראָ האָט אָבער ניט געװאָלט זיך באַרויִקן. זי האָט זיך געװענדט ניט צו אים, נאָר צו דער טאָכטער:

― װאָס מיר מאַטעשקע? װער מיר מאַטעשקע? פֿרעג אים בעסער, דעם שלימזל, װאָס װעט ער טאָן איצטער אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע, װאָס?

פֿון דער גאַנצער פֿראַגע האָט דער קװאַרטיראַנט פֿאַרשטאַנען נאָר אײן װאָרט: „פּראַװאָזשיטעלסטװע“.

― פּראַװאָזשיטעלסטװאָ, מאַטושקאַ, ניטשעװאָ! ― האָט ער איר אַ זאָג געגעבן מיט אַ גלעט איבער דער פּלײצע, װעלכעס האָט אַרױסגערופֿן אַ שמײכל בײַ אַלע דרײַ.

האָסט עפּעס צו אים? ― האָט די מוטער זיך אָנגערופֿן צו דער טאָכטער װידער אױף ייִדיש, כּמעט מיט טרערן אױף די אױגן. ― נו? און דו ביסט נאָך געװען ברוגז אױף מיר, למאַי איך האָב אים אַ נאָמען געגעבן „שלימזל“…

― שטאָ עטאָ זנאַטשיטчто это значит: װאָס מײנט דאָס „שלימאַזאָט“? ― האָט דער קװאַרטיראַנט זיך אָנגעפֿרעגט בײַ דער טאָכטער, געמײנט אַ פּנים, אַז דאָס האָט אַ שײַכות צו,,פּראַװאָזשיטעלסטװע“.

דאָס װאָרט „שלימאַזאַט“ האָט אַרױסגערופֿן אַ פֿרײלעכן געלעכטער בײַ דער טאָכטער מיט דער מוטער, און דער קװאַרטיראַנט, װאָס האָט זיך געשפּיגלט אין בעטיס װײַסע, קלײנע, פּערלדיקע צײנדלעך, האָט געװאָלט באַװײַזן, אַז כאָטש ער רעדט ניט קײן ייִדיש, נאָר פֿאַרשטײן פֿאַרשטײט ער כּמעט איטלעכס װאָרט.

― אױב עס װענדט זיך נאָר אין „מאַזאָט“ ]мазать: שמירן, װעלן מיר „מאַזשן“ (שמירן)! ― האָט ער אַ זאָג געגעבן און באַװיזן מיט דער האַנט, װי אַזױ ער װעט שמירן…

דאָס האָט שױן אַרױסגערופֿן בײַ דער מוטער מיט דער טאָכטער אַזאַ הילכיקן געלעכטער, אַז אױף זײ קוקנדיק האָט זיך שױן דער קװאַרטיראַנט אױך צעלאַכט.

― װאָס פֿאַר אַ געלעכטער דאָ אױף אײַך? ― האָט זיך אָנגערופֿן דער בעל־הבית, דוד שאַפּיראָ, שטרענג, װי זײַן שטײגער אין, אַרײַנגעפֿלױגן אין שטוב אַרײַן װי אַ װינט, אָן אַ קלונג, װײַל ער האָט בײַ זיך אַ שליסל צו דער טיר, ― װאָס איז דאָ בײַ אײַך אַזױ פֿרײלעך?… קומט אים שױן מזל־טובֿ? ― האָט ער אַ זאָג געגעבן צום װײַב און צו דער טאָכטער, אָנװײַזנדיק אױפֿן קװאַרטיראַנט.

דער דאָזיקער „מזל־טובֿ“ האָט אַרױסגערופֿן אַ פֿרישן געלעכטער בײַ דער מוטער מיט דער טאָכטער, און אױף זײ קוקענדיק האָט געלאַכט אױך דער קװאַרטיראַנט.

אַלע דרײַ האָבן געלאַכט, געשמאַק געלאַכט, הנאה געהאַט פֿון זײער לאַכן. און דוד שאַפּיראָ איז געשטאַנען און אָנגעקוקט זײ װי די משוגעים, ניט געװאָלט זײ שענקען אַפֿילו אײן־און־אײנציק שמײכעלע פֿון זײַנע שטרענג בײזע אױגן.

אין קורצע װערטער האָט אים די טאָכטער איבערגעגעבן דעם אומגליק, װאָס זײער קװאַרטיראַנט האָט געטראָפֿן. האָט ער זיך אָנגעכאַפּט בײַם קאָפּ און גאָר ניט געװאָלט גלױבן. סטײַטש! אַ מעדאַליסט!?…

דערנאָך האָט ער זיך געװענדט צום װײַב:

― זעסט דו? און דו זאָגסט טאָג װי נאַכט: מעדאַל! מעדאַל! אָט האָסט דו דיר אַ מעדאַל! נאַ!

און נישט אױסהערנדיק, װאָס שׂרה װעט אים ענטפֿערן, האָט ער זיך אַ קראַץ געגעבן הינטערן אױער, שטאַרק פֿאַרקנײטשט דעם שטערן און אָנגערופֿן זיך צו זיך אַלײן:

― אַי־אַי! אַי־אַי! אַי! גאַרטל זיך אונטער, דוד, ― דו האָסט אױף זיך אַ פּעקל! אַ גוט פּעקל!!

דאָס צװעלפֿטע קאַפּיטל: דער שׂכל פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“

אױף אונדזער שאַפּיראָן לאָזט זיך זאָגן דעם שבֿח, אַז אין דעם ענין פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איז ער געװען אַ ספּעציאַליסט. מע קען זאָגן: אַ גאָון. דעריבער האָט שאַפּיראָ און ניט קײן אַנדערער גענומען זיך מיט גרױס ענערגיע מאַכן פֿאַר זײַן קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ אַזעלכע, אַז ס'זאָל „זײַן מיטן קנאַק“!

― אַ בחור, װאָס האָט אַן אַטעסטאַט פֿון אַ גימנאַזיע, נאָך מיט אַ מעדאַל דערצו, ― אַזױ האָט געזאָגט צו אים דוד שאַפּיראָ, װיבאַלד מע האָט געבראַכט צו טראָגן דעם קװאַטיראַנטס דאָקומענטן פֿון פּאָליציע, און בעת־מעשׂה האָט שאַפּיראָ געציטערט אַ סך מער פֿונעם קװאַרטיראַנט, ממש אַ צאָן אָן אַ צאָן האָט אים געשלאָגן, ― אַזאַ בחור, זאָג איך, האָט ניט װאָס צו זאָרגן פֿאַר אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. צען פֿאַר אײנע! װוּ שטײט עס געשריבן, אַז הערש ראַבינאָװיטש באַדאַרף זײַן דװקא אַ דאָקטאָר מעדיצין? און אַז ער װעט זײַן נאָר אַ דאָקטאָר מיט די צײן (אַ דאַנטיסט) איז אים װינציק?

און מיט די װערטער איז ער אַװעק מיטן קװאַרטיראַנט גלײַך אין אַ „זובאָװראַטשעבנע שקאָלע [зубоврачебные школе: דענטיסט־שול“ און האָט זיך באַדונגען און אים פֿאַרשריבן פֿאַר אַ דאַנטיסט אײנס־צװײ־דרײ.

עס רעדט זיך אָבער נאָר אַזױ: אײנס־צװײ־דרײ. עס איז געװען דערבײַ נאָך גענוג װאָס צו טאָן. פּאַפּירן, פּאַפּירן און פּאַפּירן! נאָר דוד שאַפּיראָ שרעקט זיך ניט איבער פֿאַר אַזױנע זאַכן. דוד שאַפּיראָ איז, װי איר קוקט אים אָן, אַ מענטש אַ געניטער, װאָס האָט שױן די צײן אױפֿגעגעסן אױף דעם, אַ געשלאָגענער הונט, װי ער אַלײן זאָגט אױף זיך. װאָס ער איז אױסגעשטאַנען, זינט ער האָט זיך באַזעצט אין דער דאָזיקער הײליקער שטאָט, ביז ער האָט