דער בלוטיקער שפּאַס: 10: בײַ די װעגעטעריאַנער

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס צענטע קאַפּיטל
בײַ די װעגעטעריאַנער

אָפּגעגעסן אַ גאַנץ פֿײַנעם אָנבײַסן און געפֿונען, נאָכן חשבון, װאָס מע האָט זײ דערלאַנגט, אַז די אידעע פֿון װעגעטעריאַניזם איז טאַקע אַ זאַך, װאָס איז כּדאַי צו פּראָפּאַגאַנדירן אין דער װעלט, נישט נאָר צוליב דעם געדאַנק פֿון ניט עסן דבֿר־מן־החי ― װאָס דאָס אַלײן איז אַ גרױסע זאַך ― נאָר אױך צוליב דעם, װאָס איז מער אײַנגענעמען און מער צוגענגלעך פֿון אַלע פֿלײשיקע פֿרעסערײַען, האָט מען צונױפֿגעשטעלט אַ גאַנץ פֿײַנע טעלעגראַמע צום מיניסטער פֿון העכער הונדערט װערטער. דערנאָך האָט זיך דער רעדלפֿירער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, טומאַרקין, אױפֿגעהױבן פֿון אָרט, גרױסאַרטיק אָנגעגאָסן זיך פֿון קאַראַפֿין אַ פֿולן באָקאַל מיט װאַסער און אָפּגעהאַלטן, אַפֿילו אױף רוסיש, נאָר שטאַרק כאָרכלענדיק אױף דער רי″ש, אַ ספּיטש, װעלכן מיר זעצן איבער אין אונדזער ייִדיש לשון װאָרט אין װאָרט:

― חבֿרים! אַז דרײַצן ייִדישע מעדאַליסטן, װאָס זענען געבליבן אין דרױסן, ניט געקאָנט, איבער זײערע גרױסע זינד, אַרײַן אין טעמפּל פֿון װיסנשאַפֿט דערפֿאַר, װאָס זײ קומען אַרױס פֿון אַבֿרהם יצחק וּיעקבֿ, אַז אַזעלכע דרײַצן העלדן, זאָג איך, קומען זיך צונױף אין אַ װעגעטעריאַנישן רעסטאָראַן צו לעבן אַ גוטן טאָג, מעג איך מיר ערלױבן צו טרינקען אַ טאָסט פֿון אַזאַ משקה, װאָס װיפֿל מע זאָל ניט טרינקען, קאָן מען זיך ניט אײַנשיכּורן.

איך װיל זאָגן, אַז אָט דער באָקאַל און אָט די ניכטערע משקה איז אַ סימבאָל פֿון דער אָפּגעזונדערטער אומה, פֿון דעם ניכטערן פֿאָלק, װאָס מיר אַלע דרײַצן געהערן צו דעם און װילן זיך מיט דעם ניט שײדן, כאָטש מיר לײדן איבער דעם און טראָגן איבער צרות מיט קלעפּ, מיט יסורים און מיט בזיונות, מע קאָן זאָגן, פֿון זינט מיר זענען צו אונדזער שׂכל געקומען בין צו הײַנטיקן טאָג. נײן! מיר װילן זיך מיט אונדזער פֿאָלק ניט שײדן! און איך גײ נאָך װײַטער. איך זאָג: מיר קאָנען זיך ניט שײדן, מיר זאָלן אַפֿילו װעלן.

איך װאָלט אײַך געקאָנט ברענגען, חבֿרים, אַ סך ראַיות און משלים פֿון אונדזער האַלטן זיך אין ייִדישקײט. נאָר למאַי זאָלן מיר גײן װײַט, אַז מיר האָבן דעם בײַשפּיל אַזױ נאָענט ? אָט געפֿינט זיך צװישן אונדז, דרײַצן מעדאַליסטן, אײנער אַ חבֿר פֿון טיף רוסלאַנד, אַ ייִד, װאָס פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש ― כאָטש אַ נאָמען טראָגט ער אַ ייִדישן ― איך װאָלט געזאָגט שױן צו אַ ייִדישן, װאָרעם װאָס קאָן נאָך זײַן אַ מער ייִדישער נאָמען װי דער נאָמען ראַבינאָװיטש? ― און אַנו, פֿרעגט אים אַקאָרשט, װעלכעס האַלט אים אױף אין זײַן ייִדישקײט? װאָס האַלט אים אָפּ פֿון צו מאַכן אײן שריט, נאָר אײן שריט, ער זאָל פּטור װערן אין אײן טאָג פֿון אַלע צרות, יסורים און בזיונות? אָסור, אױב ער אַלײן װעט אײַך קאָנען געבן אַ קלאָרע, אַ ריכטיקע תּשובֿה!…

װילט איר, אַז איך זאָל אײַך זאָגן, װוּ ליגט דער דאָזיקער כּוח? װילט איר, איך זאָל אײַך אָנװײַזן, װוּ געפֿינט זיך די קראַפֿט, װאָס האַלט אונדז אַזױ שטאַרק אין אײנעם שױן אַזױ פֿיל צײַט?

איך האָב מורא, אַז דער כּוח ליגט ניט אין אונדז, נאָר אױסער אונדז.

דאָס, װאָס מיר האָבן זיך אַזױ פֿאַרעקשנט און שטופּן זיך אַלע צום ברונען פֿון תּורה, ליכטיקײט און װיסנשאַפֿט, און װילן אַלע דװקא זײַן געבילדעט ― זענען ניט מיר שולדיק, נאָר די, װאָס לאָזן אונדז ניט צו, די, װאָס רײַסן אונדז אָפּ, טרײַבן אונדז מיט שטעקנס. אַנו, לאָזן זײ נאָר עפֿענען טיר און טױער ― װעט איר זען, אַז בײַ אונדז װעט באַלד אָפּפֿאַלן דער חשק צו השׂכּלה… אַנו, לאָזן זײ אונדז נאָר צװינגען מיט גװאַלד, מיר זאָלן גײן לערנען ― װעט איר זען, װי עס װעט בײַ אונדז באַלד אָפּגעקילט װערן…

איר מעגט אײַך האַלטן מײַנע װערטער פֿאַר אַ פּאַראַדאָקס און קאָנט אײַך לאַכן נאָך שטאַרקער װי איר לאַכט. נאָר איך זאָג אײַך, נאָך אַ מאָל: דאָס ברענען צום לערנען איז בײַ אונדז נאָר דערפֿאַר, װײַל מע לאָזן אונדז ניט.

עט גײט אַרום אַ װיץ, אַפֿילו זײער אַ באַנאַלער, נאָר אַ ריכטיקער. עס זאָל אַרױס, למשל, אַ זאַקאָן, אַז פֿונעם ערשטן יאַנואַר אָן װעט מען זיך ניט טאָרן שמדן, װעט דעם 31 דעקאַבער פֿאַרנאַכט זײַן פֿאַרפֿלײצט די װעלט מיט משומדים!…

חבֿרים! עס איז אַ װיץ, אַ באַנאַלער, אַ נאַרישער װיץ, נאָר אַ ביטערער אמת! איר קוקט זיך נאָר צו, װי אונדזערע ברידער לױפֿן זיך שמדן הײַנטיקס יאָר מער װי אַלע מאָל. װײסט איר איבער װאָס? איבער דעם, װײַל עס לאָזן זיך הערן גזירות אױף משומדים… זײ האָבן מורא, טאָמער װעט מען שױן באַלד ניט טאָרען… טאָמער װעט אַרױס אַ פּראָצענט־נאָרמע אױף שמד…

חבֿרים! רעד איך פֿון די דאָזיקע לײַט, װאָס האָבן פֿאַרלױרן אַלצדינג, װאָס הײליק איז, און װאָס זענען גרײט פֿאַרקױפֿן זײער אײגענע נשמה, צינדט זיך אָן אין מיר אַ פֿײַער, און איך האָב ניט גענוג װערטער זײ צו פֿאַרדאַמען! מע זאָגט מיר װעגן פֿאַנאַטיזם. מע דערמאַנט מיר דאָס װאָרט רחמנות. מע װיל זײ רײנװאַשן, פֿאַרענטפֿערן, געפֿינען אַ זכות אױף זײ, װי בײַ אונדז אין תּלמוד שטײט: „אַל תּדין את חבֿרך ― זאָלסט ניט מישפּטן דײַן חבֿר, עד שתּגיע למקומו ― ביז דו ביסט ניט געװען אין זײַן שטאַנד“…

דערױף װעל איך אײַך ענטפֿערן, אַז אױב די דאָזיקע, װאָס אַנטלױפֿן פֿון אונדז אין אַזאַ ביטערער צײַט צוליב זײערע פֿעל־אינטערעסן, צוליב זײערע קאַריערן, פֿאַרדינען נאָך אפֿשר בײַ אונדז אַמאָל רחמנות, זענען אָבער זײערע אַפּטרופּסים, װאָס װילן אױף זײ מלמד־זכות זײַן, ניט װערט, װאָס די ערד טראָגט זײ! און אױב אונדזער פֿאַריאָמערט פֿאַריאָגט פֿאָלק איז מחױבֿ צו האַלטן זיך דװקא אין אַזאַ ביטערער צײַט װאָס שטאַרקער אין זײַן ייִדישקײט, זענען מיר, די יוגנט, דאָס מחױבֿ אַװדאי און אַװדאי!

דעריבער טרעטן מיר אַרױס אַזױ שאַרף און דאַרפֿן אַלע מאָל אַרױסטרעטן קעגן יענע פֿון אונדזערע חבֿרים, װאָס לאָזן אונדז איבער אַלײן אין פֿעלד, מיר זאָלן מלחמה האַלטן מיט די װיסטע פֿינצטערע אומשטענדן. מיר שרעקן זיך אָבער װינציק װאָס פֿאַר דעם, װאָס אונדזער צאָל װערט קלענער. אױב מיר װערן װינציקער אין צאָל, װערן מיר אָבער שטאַרקער אין גײַסט, און מיר פֿירן אונדזער קאַמף מיט נאָך מער שטאָלץ און מיט נאָך מער פֿרישקײט, װי מיר האָבן אים געפֿירט ביז אַהער, און װעלן ניט אַװעקלײגן אונדזער געװער פֿאַר קײן פֿאַל!

אונדזער געװער איז פֿון תּמיד אָן געװען און װעט זײַן: דאָס בוך.

איך טרינק, חבֿרים, פֿאַר אונדזער אײביק געװער, פֿאַרן בוך, און פֿאַר אונדזערע העלדן, װאָס שרעקן זיך ניט איבער און מידן זיך ניט אײַן און לײגן ניט אָפּ דאָס געװער.

עס לעבע דאָס בוך! הוראַ! הוראַ!…

דאָס עלפֿטע קאַפּיטל
אַלע דרײַ האָבן געלאַכט

כאָטש די דרײַצן מעדאַליסטן האָבן בײַ די װעגעטעריאַנער געטרונקען בײַם עסן װאַסער, ניט קײן װײַן, פֿונדעסטװעגן איז אונדזער העלד, ראַבינאָװיטש, געקומען אַהײם מאָדנע פֿרײלעך, און ער האָט געפֿילט, װי עס דרײט זיך אים דער קאָפּ און עס זשומעט אים אין די אױערן. דאָס איז אים געקומען פֿון דעם, װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט די לעצטע טעג צװישן זײַנע נײַע חבֿרים, װעלכע ער האָט נאָך ניט רעכט פֿאַרשטאַנען. ער האָט געזען פֿאַרשידענע עקסטרעמען; ער האָט געהערט פֿאַרשידענע מײנונגען, פֿאַרשידענע רײד און פֿאַרשידענע דרשות. נאָר אָפּגעבן זיך דין־וחשבון פֿון דעם אַלעם ― דאָס האָט ער געזען, אַז עס איז נאָך פֿרי.

אײן זאַך איז פֿאַר אים געװען קלאָר ― דער פֿאַקט, אַן ער איז ניט קײן סטודענט… מע האָט אים צוגעזאָגט אָפּשיקן די פּאַפּירן דורך פּאָליצײ… גוט. װאָס־זשע װעט זײַן װײַטער?…

די דאָזיקע מוראדיקע פֿראַגע, װאָס האָט בײַ אַלע איבעריקע ייִדישע קאַנדידאַטן געעקבערט דעם מוח און דערלאַנגט ביזן בײן, נישט געלאָזט ניט עסן, ניט שלאָפֿן, האָט בײַ אים אָנגערירט נישט מער װי זײַן נײַגעריקײט אַלײן. ער איז נאָר געװען ציקאַװע צו װיסן, װאָס װעט זײַן װײַטער? און װאָס װעט בכלל זײַן דער סוף פֿון דער דאָזיקער קאָמעדיע, װאָס אַלע האַלטן אים פֿאַר אַ ייִדן און גלױבן, אַז ער, גרישאַ פּאָפּאָװ, איז ניט גרישאַ פּאָפּאָװ, נאָר הערשקאָ ראַבינאָװיטש, ― כאַ־כאַ? ער אַלײן האָט זיך גאָר אױף אַזױ פֿיל ניט געריכט, עס זאָל אים אַזױ אָפּגעראָטן צו שפּילן זײַן ראָלע אַזױ קונציק אױסגעהאַלטן און אַזױ בריהש!

צופֿרידן מיט זיך אַלײן, האָט ער אָנגעקלונגען בײַ זיך אױף