דער בלוטיקער שפּאַס: 9: דרײַצן מעדאַליסטן

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס נײַנטע קאַפּיטל.
דרײַצן מעדאַליסטן

די ערשטע מינוט, אַז אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש איז געװױרע געװאָרן, אַז ער איז פֿאַרבליבן הענגען אין דער לופֿטן, האָט ער זיך געפֿילט מאָדנע נײַ… ער האָט קײן צײַט ניט געהאַט נאָך רעכט באַטראַכטן די לאַגע, זיך אָפּגעבן דין־וחשבון, אַרומצוקוקן זיך, װוּ ער איז אין דער װעלט, און האָט זיך באַגעגנט מיט זײַנע נײַע באַקאַנטע. פֿריִער מיטן אױסגעפּוצטן לאַפּידוסן, דערנאָך מיטן טראַגי־קאָמישן טומאַרקינען.

― נו? ― האָט אים לאַפּידוס אָפּגעשטעלט מיט אַ ביטער געלעכטערל און אָנגענומען בײַם אַרבל און אַרײַנגעקוקט אים אין די אױגן אַרײַן, גלײַך װי ער װאָלט שױן געװוּסט, אַן ראַבינאָװיטש איז נישט קײן צוגענומענער, און גלײַך װי ער װאָלט געװען דערפֿון העכסט צופֿרידן. ― װאָס האָב איך אײַך געזאָגט, הי? טאַקע כּדאַי געװען אײַך צו האָרעװען אַכט יאָר, דערשלאָגן זיך צו אַ מעדאַל!… נײן, איך װעל אַנדערש טאָן. איך װעל זיך מיט זײ אָפּרעכענען! זײ זאָלן אַפֿילו אױפֿלױפֿן, װעל איך זײַן אַ סטודענט! און אַחוץ דעם, װאָס איך אַלײן װעל אַרײַן אין אוניװערסיטעט, װעט מען צוליב מיר מוזן צונעמען נאָך אַ ייִדן, און אפֿשר טאַקע אײַך, ראַבינאָװיטש, װי מײנט איר, הי?

לאַפּידוס האָט געזען נאָך ראַבינאָװיטשעס קוקן אױף אים, אַז ער הײבט ניט אָן צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ װעט ער, ראַבינאָװיטש, קאָנען צוליב אים, לאַפּידוסן, אַרײַנטרעטן אין אוניװערסיטעט אַרײַן? האָט ער אים אָנגענומען בײַם קנעפּל און גענומען אים אױסברײַען אַ גאַנצע טעאָריע פֿון פּראָצענט־נאָרמע.

דער פּשט האָט באַדאַרפֿט זײַן אַזױ: אין אוניװערסיטעט װערן, ייִדן אָנגענומען לױט רעכענונג פֿון 10%. אַלזאָ, מאַכט עס אױף נײַן ניט־ייִדן מוז מען צונעמען אײנעם אַ צענטן אַ ייִדן. און אַזױ װי ער, לאַפּידוס, איז געװױרע געװאָרן פֿונעם חשבון, אַז עס פֿעלט אַ נײַנטער קריסט, בכדי מע זאָל קאָנען צונעמען אַ צענטן אַ ייִדן, על־כּן װעט ער, לאַפּידוס, זײַן דער דאָזיקער נײַנטער, בכדי ער, ראַבינאָװיטש, זאָל זײַן דער צענטער…

די דאָזיקע קונציקע קאָמבינאַציע איז לאַפּידוסן אַזױ שטאַרק געפֿעלן, אַז ער האָט זיך אַלײן, מיט אַ פּאַטש אין שטערן, געמאַכט אַ קאָמפּלימענט, אַן ער, לאַפּידוס, האָט אַ קעפּעלע.

― אָבער אַיאָ אַן אײַנפֿאַל, הי? ― האָט ער אַ פֿרעג געגעבן בײַ ראַבינאָװיטשן און נישט באַקומען דערױף קײן שום ענטפֿער, װאָרעם ראַבינאָװיטש איז געװען פֿאַרנומען מיט זײַן צװײטן באַקאַנטן, מיט טומאַרקינען, װאָס איז געשטאַנען אין אַ רעדל יונגעלײַט און געװוּנקען צו אים פֿון דער װײַטן, ער זאָל צוגײן. ראַבינאָװיטש האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר לאַפּידוסן און איז צוגעגאַנגען צו טומאַרקינען, װעלכער האָט אים פֿאָרגעשטעלט פֿאַר זײַנע חבֿרים:

― אָט האָט איר נאָך אַ קרבן… אױך אַ מעדאַליסט. פּראָשו ליוביט אי זשאַלאָװאַטпрошу любить и жаловать: זײַט אַזױ גוט און גיט אים אָפּ ליבע און כּבֿוד. אַ װאַרעמער ייִד, כאָטש ער פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש, נישט קוקנדיק אױף זײַן ייִדישן נאָמען ראַבינאָװיטש.

― אַן אמתער פֿענאָמען! ― האָט זיך אָנגערופֿן אײנער פֿון דער קאָמפּאַניע, אַ בחור פֿון פּינסק, מיט אַ ענערגיש־קלוג פּרישטשעװאַטע פּנים און מיט אַ װײַסן זומערדיקן אָנצוג, װאָס האָט זיך ניט געפּאַסט ניט צום סעזאָן, ניט צום פּנים. ― אַ ייִד, הערט זיך אײַן, װאָס הײסט ראַבינאָװיטש און פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש, מעג מען אַרױסשטעלן אױף חידושים אָדער באַװײַזן פֿאַר געלט אױף בילעטן, װאָרעם לאָמיר זיך װעטן אױף װיפֿל איר װילט, אױב עס װעט זיך געפֿינען צװישן הונדערט און דרײַסיק מיליאָנען גױים אײן גױ, װאָס זאָל הײסן פּאָפּאָװ און זאָל ניט פֿאַרשטײן קײן װאָרט רוסיש, סײַדן אַ שטומער פֿון געבױרן.

דער װיץ פֿונעם פֿינסקער בחור איז געװען אַרױסגעװאָרפֿן. עס איז קײנעם ניט געװען אין זינען איצטער צו לאַכן. אַלעמענס געדאַנקען האָבן זיך אין דער מינוט געדרײט נאָר אַרום אוניװערסיטעט, נאָרמע, מעדאַל, װאַקאַנסיע און װידעראַמאָל אוניװערסיטעט.

אױב עס איז יאָ געװען אײנער, װאָס איז פֿון דעם װיץ געװאָרן װי איבערראַשט, איז דאָס געװען ראַבינאָװיטש, און ניט אַזױ פֿונעם װיץ, װי פֿון דעם, װאָס איז געבראַכט געװאָרן אַלס בײַשפּיל גראָד זײַן נאָמען… װאָס איז אים אײַנגעפֿאַלן גראָד פּאָפּאָװ, פֿאַר װאָס ניט איװאַנאָװ? סידאָראָװ?…

לאַנג טראַכטן אָבער האָט מען אים ניט געלאָזט. טומאַרקין האָט אים געגעבן צו װיסן, אַז ס'איז געבליבן איצט נישט מער װי אײן װעג: אַלע מעדאַליסטן זאָלן זיך צונױפֿלײגן און אַװעקשיקן אַ גוטע, אַ װאַרעמע טעלעגראַמע צום מיניסטער, און טאַקע שױן, און טאַקע באַלד.

― ייִדן! װיפֿל זענען מיר דאָ? ― האָט טומאַרקין אַ פֿרעג געגעבן, און גענומען מיטן קלײנעם װײַסן הענטל צו צײלן: ― ניט אײנס, ניט צװײ, ניט דרײַ, ניט פֿיר… נײַן, צען, עלף, צװעלף, דרײַצן. דרײַצן מעדאַליסטן!

― דרײַצן? ― האָט אונטערגעכאַפּט דער פּינסקער בחור. ― נישט קײן גוטער מספּר!… איך האָב מורא, אַז אײנער פֿון אונדז, הערט זיך אײַן, װעט זיך מוזן שמדן…

אױך דער דאָזיקער װיץ איז געװען אַרױסגעװאָרפֿן. קײנער האָט אים אַפֿילו מיט קײן שמײכל ניט באַשענקט. דעם מיניסטער אַ טעלעגראַמע איז אפֿשר אַ שטיקל פּלאַן, נאָר עס בײַסט זיך. די גרעסטע העלפֿט פֿון דער קאָמפּאַניע זענען אַזעלכע, װאָס ניט נאָר אױף אַ טעלעגראַמע ― אױף אַ גלעזל קאַפֿע צו באַצאָלן איז אַמאָל אַ שװער שטיקל גמרא…

― װאָס דאַרף עס קאָסטן, און װיפֿל װעט זיך עס אָננעמען אױף אַ קאָפּ? ― האָט זיך אָנגערופֿן אײנער אַ בחורל מיט אַ הונגעריק פּנים און מיט איבערגעשראָקענע אױגן.

― איך נעם אױף זיך די טעלעגראַמע! ― האָט זיך אַרױסגעכאַפּט ראַבינאָװיטש און איז רױט געװאָרן, װאָרעם אַלע צװעלף פּאָר אױגן האָבן אַ קוק געגעבן אױף אים נײַגעריק, און דער פּינסקער בחור האָט זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן, האָט אים אַרײַנגעקוקט אין די אױגן אַרײַן און האָט זיך צעװיצלט:

― הערט זיך אַן, פֿון װאָסערע ראַבינאָװיטשעס זענט איר דאָס אײגנטלעך? און װאָס געהער זיך אָן מיט אײַך, למשל, לעװ בראָדסקי? װעלכע אַקציעס געבן מער דיװידענד, און אין װאָס פֿאַר אַ באַנק רעכנט איר איז גלײַכער, איך זאָל מיר עפֿענען אַ טיעקושטשע סטשאָטтекущий счет: לױפֿנדיקע קאָנטע?

אַ גליק, װאָס די אַלע חכמות זענען געזאָגט געװאָרן אין ייִדיש, אין דעם לשון, װאָס ראַבינאָװיטש פֿאַרשטײט ניט. אַניט װאָלט ער גאָר פֿאַרשעמט געװאָרן.

― עס גײט ניט אין דעם ― האָט זיך טומאַרקין אָפּגערופֿן ― װיפֿל די טעלעגראַמע דאַרף קאָסטן און װער ס'זאָל צאָלן. צאָלן װעלן אַלע, װער עס קאָן צאָלן, און װער עס קאָן ניט ― װעלן פֿאַר אים די חבֿרים באַצאָלן. דער עיקר איז, װאָס פֿאַר אַ טעלעגראַמע דאָס דאַרף זײַן, און װוּ מיר זאָלן זיך צונױפֿקלײַבן? איך װאָלט געזאָגט, מיר זאָלן גײן אַלע גלײַך פֿון דאַנען אין דער ביליקסטער קיך פֿון די װעגעטעריאַנצעס. חבֿרים, װאָס װעט איר זאָגן דערױף?

― צו די װעגעטעריאַנצעס, צו די װעגעטעריאַנצעס! ― האָבן אונטערגעכאַפּט עטלעכע קולות, און אונדזערע אַלע דרײַצן מעדאַליסטן האָבן זיך געלאָזט גײן צו די װעגעטעריאַנער.

דאָס צענטע קאַפּיטל
בײַ די װעגעטעריאַנער

אָפּגעגעסן אַ גאַנץ פֿײַנעם אָנבײַסן און געפֿונען, נאָכן חשבון, װאָס מע האָט זײ דערלאַנגט, אַז די אידעע פֿון װעגעטעריאַניזם איז טאַקע אַ זאַך, װאָס איז כּדאַי צו פּראָפּאַגאַנדירן אין דער װעלט, נישט נאָר צוליב דעם געדאַנק פֿון ניט עסן דבֿר־מן־החי ― װאָס דאָס אַלײן איז אַ גרױסע זאַך ― נאָר אױך צוליב דעם, װאָס איז מער אײַנגענעמען און מער צוגענגלעך פֿון אַלע פֿלײשיקע פֿרעסערײַען, האָט מען צונױפֿגעשטעלט אַ גאַנץ פֿײַנע טעלעגראַמע צום מיניסטער פֿון העכער הונדערט װערטער. דערנאָך האָט זיך דער רעדלפֿירער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, טומאַרקין, אױפֿגעהױבן פֿון אָרט, גרױסאַרטיק אָנגעגאָסן זיך פֿון קאַראַפֿין אַ פֿולן באָקאַל מיט װאַסער און אָפּגעהאַלטן, אַפֿילו אױף רוסיש, נאָר שטאַרק כאָרכלענדיק אױף דער רי″ש, אַ ספּיטש, װעלכן מיר זעצן איבער אין אונדזער ייִדיש לשון װאָרט אין װאָרט:

― חבֿרים! אַז דרײַצן ייִדישע מעדאַליסטן, װאָס זענען געבליבן אין דרױסן, ניט געקאָנט, איבער זײערע גרױסע זינד, אַרײַן אין טעמפּל פֿון װיסנשאַפֿט דערפֿאַר, װאָס זײ קומען אַרױס פֿון אַבֿרהם יצחק וּיעקבֿ, אַז אַזעלכע דרײַצן העלדן, זאָג איך, קומען זיך צונױף אין אַ װעגעטעריאַנישן רעסטאָראַן צו לעבן אַ גוטן טאָג, מעג איך מיר ערלױבן צו טרינקען אַ טאָסט פֿון אַזאַ משקה, װאָס װיפֿל מע זאָל ניט טרינקען, קאָן מען זיך ניט אײַנשיכּורן.

איך װיל זאָגן, אַז אָט דער באָקאַל און אָט די ניכטערע משקה איז אַ סימבאָל פֿון דער אָפּגעזונדערטער אומה, פֿון דעם ניכטערן פֿאָלק, װאָס מיר אַלע דרײַצן געהערן צו דעם און װילן זיך מיט דעם