דער בלוטיקער שפּאַס: 8: טומאַרקין און לאַפּידוס

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס אַכטע קאַפּיטל.: טומאַרקין און לאַפּידוס

טומאַרקין װערט פֿאַרשװוּנדן, און אױף זײַן אָרט װאַקסט אױס לאַפּידוס, דער פֿראַנט מיטן טשאַקנדיקן שטעקעלע.

― װאָס הערט זיך עפּעס בײַ אײַך, ראַבינאָװיטש? נישטאָ נאָך קײן נײַעס? איך האָב געהערט, אַז מיט פֿינף צװעלפֿטלעך װעט ניט אַרײַן אײנער אַפֿילו… װאָס האָט גערעדט מיט אײַך אָט דער פֿאַנאַטיק?

― װעלכער פֿאַנאַטיק?

― אָט דער שװאַרצער קאָטער מיט די גרײַזלעך… אָנקוקן קאָן איך זײ ניט, אָט די ציוניסטן!

― װאָס האָט איר צו די ציוניסטן? ― פֿרעגט אים ראַבינאָװיטש, אַלײן ניט צו װיסן אַקוראַט, װאָס איז אַזעלכס „ציוניסטן“.

― איר קענט זײ דען נישט? איר װײסט ניט, אַז זײ זענען שאָװיניסטן, װאָס װאָלטן װעלן, אַז אַלע זאָלן דענקען אָט דאָס װאָס זײ?…

כאָטש די דאָזיקע באַקאַנטשאַפֿט איז געשלאָסן געװאָרן נאָר ניט לאַנג, אי דאָס פֿאַרבײַגײענדיק, פֿונדעסטװעגן האָט לאַפּידוס אָנגענומען ראַבינאָװיטשן פֿאַרן קנעפּל, גאַנץ ייִדישלעך, און האָט גענומען שיטן פּעך און שװעבל אױף טומאַרקינען און אױף אַלע ציוניסטן, רעדן װאָס אין דער קאָרט, המנס מסירות:

― אָנקוקן קאָן איך זײ, ניט אָט די צבֿועקעס, גאָטס סטראַפּטשעס, װאָס נעמען זיך אָן די קריװדע פֿונעם רבונו־של־עולם! ס'איז זײער עסק, װאָס טאָמער האָבן זיך געטױפֿט עטלעכע אומגליקלעכע קינדער, צוליב דעם, זײ זאָל זיך אױפֿהערן אַרומדרײען אָט דאָ אין דרױסן, װי איך מיט אײַך… איך פֿרעג אײַך, װאָס און צוליב װאָס לײדן מיר טאַקע, איך און איר? הי? און ביז װי לאַנג נאָך װעלן מיר זיך אָט אַזױ אַרומבלאָנקען, איך מיט אײַך, הי?

אױסגעצװאָגן און אױסגעקעמט, אױסגעפּוצט פֿון דער נאָדל אַרױס, אױגן בלױע, ברעמען הױכע, אַ בערדעלע אַ געלס, אונטערגעשפּיצט, װײַסע צײן, אַ פּיסקעלע װי אױף שרײַפֿעלעך, און אַז ער רעדט, לאָזט ער אױס מיט אַ „הי“ װאָס דאַרף באַדײַטן „האַ“? ― דאָס איז לאַפּידוס.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן אין לאַפּידוס געװען זײער־זײער ניט אױפֿגעלײגט. ער האָט געזוכט אױף װעמען אױסצוגיסן זײַן צאָרן, און איז געװען צופֿרידן, װאָס האָט זיך אונטערגעכאַפּט טומאַרקין דער ציוניסט… באמת איז ער געװען אױפֿגעטראָגן ניט אױף טומאַרקינען און ניט אױף די ציוניסטן, װאָס האָבן אים גאָרניט געטאָן. זײַן כּעס האָט זיך גענומען פֿון אַן אַנדער שורש. לאַפּידוס האָט געהאַט פֿאַרװאָס צו זײַן אױפֿגערעגט. ערשטנס, פֿאַרװאָס ער האָט ניט קײן מעדאַל. צװײטנס, פֿאַרװאָס מע נעמט אים ניט אַרײַן אין אוניװערסיטעט. דריטנס , פֿאַרװאָס ער דאַרף זיך שמדן, און קאָן ניט צוליב דער מאַמע. זײַן מאַמע װעט דאָס נישט איבערטראָגן ― ער װײס עס פֿאַר געװיס ― און סוף־כּל־סוף װעט ער עס מוזן טאָן… לאַפּידוס האָט, נעבעך, געזוכט עמעצן, פֿאַר װעמען ער זאָל כאָטש קאָנען זײַן האַרץ אױסגיסן, און געפֿונען זײַן נײַעם באַקאַנטן ראַבינאָװיטשן, װעלכער איז אים געפֿעלן דערמיט, װאָס כאָטש ער האָט אַ ייִדיש אױסזען, האָט ער אָבער ניט קײן ייִדישע טבֿע אַרײַנקריכן אײַך מיט די שטיװל אין דער נשמה אַרײַן.

― גוט איז אײַך, ראַבינאָװיטש, איר האָט אַ מעדאַל און זענט באַװאָרנט, אַז איר װעט אַרײַן. פּרוּװט אָבער זײַן אױף מײַן אָרט. איך האָב אַ מאַמע אַן אַלטע און אַ שװעסטערל, און בײדע זענען זײ אױף מײַנע פּלײצעס, און זײער גאַנצע האָפֿענונג איז אױף מיר, טאָמער װעל איך אַמאָל ענדיקן, זײַן אַ דאָקטאָר. דערװײַל דאַרפֿן מיר אַלע דרײ לעבן דערפֿון, װאָס איך גיב אַ שטונדע בײַ אַ רײַכן קריסט, איז דאָס בסוד־סודות, װאָרעם טאָמער װערט מען געװאָר אין גימנאַזיע ― איז הימל עפֿן זיך! איך װײס ניט, אױב אַן אַנדערער אױף מײַן אָרט, לאָמיר נעמען אַפֿילו אָט דעם טומאַרקינען, אױב ער װאָלט זיך שױן לאַנג ניט געשמדט, און װער װאָלט עס גאָר געקאָנט װאָגן זאָגן אױף אים אַ שלעכט װאָרט? װאָס װאָלט איר געזאָגט דערױף ― הי?

װאָס װאָלט ער זאָגן דערױף? ער װײס אַלײן ניט. ער שטײט נאָר און באַטראַכט די דאָזיקע אַלע טומאַרקינס און לאַפּידוסעס, װאָס זײער גאַנץ לעבן איז, װי עס װײַזט אױס, גאָר אַ מעדאַל… אַלע װאָלטן זײ װעלן האָבן מעדאַלן. אַפֿילו זײַן בעל־הביתטע, די פֿרױ שאַפּיראָ, זעט שטענדיק אין חלום נאָר אַ מעדאַל פֿאַר איר סיאָמקען, און דװקא אַ גאָלדענע מעדאַל ― אַ מאָדנע פֿאָלק דאָס איז! גלײַך װי אױסער גימנאַזיע, אױסער מעדאַל, אױסער אוניװערסיטעט איז פֿאַר זײ מער קײן אינטערעס נישט פֿאַראַן… גלײַך װי אױף יענער זײַט אוניװערסיטעט ענדיקט זיך שױן פֿאַר זײ די גאַנצע װעלט ― אַ מאָדנע, אַ מאָדנע פֿאָלק!…

און ראַבינאָװיטש דערמאָנט זיך, אַז בעת ער איז נאָך געװעזן פּאָפּאָװ, ניט ראַבינאָװיטש, האָט ער געהאַט אַן אַנדער באַגריף װעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק. ער האָט געהערט, אַז פֿאַר דאָס ייִדישע פֿאָלק אין פֿאַראַן נאָר אײן הײליקע זאַך אױף דער װעלט, און די דאָזיקע זאַך איז געלט!

פּלוצעם האָבן זיך אַלע, דאָס גאַנצע בינטל קאַנדידאַטן, מעדאַליסטן און ניט־מעדאַליסטן, געגעבן אַ ריס אָפּ פֿון אָרט און אַ לאָז צו דער טיר פֿון דער קאַנצעלאַריע. װאָס איז געשען? ― דער סעקרעטאַר איז געקומען. הײַנט איז אַ יום־הדין. הײַנט איז דער לעצטער טאָג. הײַנט װעט מען שױן װיסן אַקוראַט, װער עס איז צוגענומען און װער ניט. און עס װערט מיט אַ מאָל אָ בהלה, אַ טומל. אַ גאַנצע מאה, און אפֿשר מער, ייִדישע יונגעלײַט פֿון אַלערלײ קלאַסן און אױסזען האָבן זיך אַרײַנגעפּאַקט אין אַ ענגן חדר און אַלע האָבן זיך אַרױפֿגעװאָרפֿן, נעבעך, אױף אײן מענטשן, אױפֿן סעקרעטאַר פֿון אוניװערסיטעט, אַ פּאַרשױן אַ בלאַסער, אַן אױסגעװײקטער, װי אַ לימענע. אָט באַלד װעט מען אים צוטראָגן די בײנער. איטלעכער האָט עפּעס צו זאָגן און יעדער װיל װיסן װאָס פֿריִער.

אונדזער ראַבינאָװיטש איז געװען אײנער פֿון די לעצטע, װאָס האָבן זיך געקאָנט דערשלאָגן צום סעקרעטאַר. דער סעקרעטאַר מיטן בלאַס אױסגעװײקטן פּנים, אַראָפּגעלאָזט די אױגן אַראָפּ, האָט אים װי אַלעמען אַ פֿרעג געגעבן קורץ און טרוקן:

― אײער נאָמען?

― ראַבינאָװיטש.

דער סעקרעטאַר האָט גענומען גריבלען זיך צװישן אַ פּאַק פּאַפּירן און אַ זאָג געגעבן מיט אַ קװעטש:

― ראַבינאָװיטש הערשקאָ מאָװשאָװיטש? װילט איר פֿאַרנעמען אײַערע פּאַפּירן באַלד, צי מע זאָל אײַך זײ אָפּשיקן דורך פּאָליציע?

―― טאָ יעסט קאַקто есть как: דאָס הײסט, װי? ― האָט אים ראַבינאָװיטש איבערגעפֿרעגט אַזױ איבערראַשט, גלײַך װי ער װאָלט ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס מע רעדט צו אים.

דעם סעקרעטאַרס בלאַס אױסגעװײקט פּנים אין נאָך געװאָרן מער אױסגעמוטשעט, און װי אַ זאָג געגעבן „װאָס װילן האָבן פֿון מיר אָט די אײַנגעגעסענע ייִדן?“ װי װײַט מעגלעך װײך האָט אים דער סעקרעטאַר געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז ער קאָן צונעמען צוריק זײַנע פּאַפּירן, װאָרעם צו זײַן נומער איז ניט אָנגעקומען; דאָס צונעמען פֿון ייִדן, לױט פּראָצענט־נאָרמע, האָט זיך געענדיקט…

― האָט איר עס פֿאַרשטאַנען, גאָספּאָדין הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, צי נאָך ניט?

נישט באַקומען קײן ענטפֿער, האָט זיך דער סעקרעטאַר געװענדט שױן צו אַן אַנדערן, אױך אַ ייִדן:

― אײַער נאָמען?

און צו ראַבינאָװיטשן האָט ער אַ װאָרף געגעבן פֿאַרבײַגײענדיק:

― איר קאָנט גײן. אײַערע פּאַפּירן װעט איר באַקומען דורך פּאָליציע…

דאָס נײַנטע קאַפּיטל.: דרײַצן מעדאַליסטן

די ערשטע מינוט, אַז אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש איז געװױרע געװאָרן, אַז ער איז פֿאַרבליבן הענגען אין דער לופֿטן, האָט ער זיך געפֿילט מאָדנע נײַ… ער האָט קײן צײַט ניט געהאַט נאָך רעכט באַטראַכטן די לאַגע, זיך אָפּגעבן דין־וחשבון, אַרומצוקוקן זיך, װוּ ער איז אין דער װעלט, און האָט זיך באַגעגנט מיט זײַנע נײַע באַקאַנטע. פֿריִער מיטן אױסגעפּוצטן לאַפּידוסן, דערנאָך מיטן טראַגי־קאָמישן טומאַרקינען.

― נו? ― האָט אים לאַפּידוס אָפּגעשטעלט מיט אַ ביטער געלעכטערל און אָנגענומען בײַם אַרבל און אַרײַנגעקוקט אים אין די אױגן אַרײַן, גלײַך װי ער װאָלט שױן געװוּסט, אַן ראַבינאָװיטש איז נישט קײן צוגענומענער, און גלײַך װי ער װאָלט געװען דערפֿון העכסט צופֿרידן. ― װאָס האָב איך אײַך געזאָגט, הי? טאַקע כּדאַי געװען אײַך צו האָרעװען אַכט יאָר, דערשלאָגן זיך צו אַ מעדאַל!… נײן, איך װעל אַנדערש טאָן. איך װעל זיך מיט זײ אָפּרעכענען! זײ זאָלן אַפֿילו אױפֿלױפֿן, װעל איך זײַן אַ סטודענט! און אַחוץ דעם, װאָס איך אַלײן װעל אַרײַן אין אוניװערסיטעט, װעט מען צוליב מיר מוזן צונעמען נאָך אַ ייִדן, און אפֿשר טאַקע אײַך, ראַבינאָװיטש, װי מײנט איר, הי?

לאַפּידוס האָט געזען נאָך ראַבינאָװיטשעס קוקן אױף אים, אַז ער הײבט ניט אָן צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ װעט ער, ראַבינאָװיטש, קאָנען צוליב אים, לאַפּידוסן, אַרײַנטרעטן אין אוניװערסיטעט אַרײַן? האָט ער אים אָנגענומען בײַם קנעפּל און גענומען אים אױסברײַען אַ גאַנצע טעאָריע פֿון פּראָצענט־נאָרמע.

דער פּשט האָט באַדאַרפֿט זײַן אַזױ: אין אוניװערסיטעט װערן,