דער בלוטיקער שפּאַס: 7: דער יום־הדין אין אוניװערסיטעט

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס זיבעטע קאַפּיטל: דער יום־הדין אין אוניװערסיטעט

אין דער צײַט, װאָס בײַ די שאַפּיראָס אין שטוב איז פֿאָרגעקומען דער אױבן־באַשריבענער געשפּרעך װעגן זײער נײַעם קװאַרטיראַנט, איז דער קװאַרטיראַנט גופֿא געװען אין אוניװערסיטעט ― געװױרע װערן, װוּ ער האַלט.

דאָס איז געװען דער לעצטער טאָג ― אַ יום־הדין פֿאַר ייִדישע סטודענטן. עס זענען געבליבן זײער װינציק פֿרײַע װאַקאַנסיעס אױף העכער הונדערט קאַנדידאַטן, צװישן זײ אַ פּאָר צענדלינג מעדאַליסטן, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט אין אַ באַזונדער גרופּע אין גרױסן קאָרידאָר פֿון אוניװערסיטעט און האָבן אױסגעזען װי נאָװאָבראַנצעס, װאָס זענען געקומען זיך שטעלן צום פּריזיװ. מע װײסט נאָך ניט, װער פֿון זײ װעט גײן דינען און װער ניט. עס איז אַ גורל, אַ לאָטעריע.

אונדזער גײַציקער העלד, װאָס אין דורך אַ ייִנגלשן קאַפּריז פֿון אָ קונדס פֿאַרװאַנדלט געװאָרן פֿון אַ גליקלעכן, פֿרײַען, גלײַכבאַרעכטיקטן דװאָריאַנין גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ אין אַ אָנבאַרעכטיקטן שקלאָװער מיעשטשאַנין הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, האָט ניט מיט אַמאָל, נאָר ביסלעכװײַז אָנגעהױבן צו פֿאַרזוכן דעם אמתן טעם פֿון „אַתּה בחרתּנו מכּל העמים“, דעם טעם פֿון גײן טאָג־טעגלעך אין דער קאַנצעלאַריע פֿון אוניװערסיטעט, אָנקוקן דאָס בלאַסע אױסגעטריקנטע פּנים פֿונעם סעקרעטאַר, װאָס האָט פֿײַנט אַ ייִדן, כאָטש ער באַהאַלט עס, און אױסהערן פֿון אים אַלע מאָל די אײגענע חכמה: „הערש מאָװשאָװיטש גאָספּאָדין ראַבינאָװיטש, איך קאָן אײַך, לײַדער, בײַ מײַן בעסטן װילן, קײן גוטס נאָך אַלץ ניט אָנזאָגן…“ דאָך האָט ער עס ניט געקאָנט פֿילן אַזױ, װי דאָס האָבן געפֿילט זײַנע באמת ייִדישע חבֿרים, װאָס בלאָנדזשען אַרום װי די שאָטנס אין די דאָזיקע גרױסע װענט מיט די הױכע פֿענצטער. עפּעס רעדן זײערע איבערגעשראָקענע פּנימער ― ער װײסט ניט װאָס. עפּעס זאָגט אים דער בלאָנדזשענדיקער קוק פֿון זײערע טרױעריקע ייִדישע אױגן ― ער פֿאַרשטײט נאָך ניט זײער לשון… װען ער זאָל פֿאַרשטײן די דאָזיקע שפּראַך, װאָלט ער געקאָנט איבערלײענען כּמעט אױף יעדנס פּנים די געשיכטע פֿון זײַן לעבן, אַ טרױעריקע געשיכטע, אַ גאַנצע טראַגעדיע. אַ טראַגעדיע פֿון אַ נשמה, װאָס האָט זיך פֿון קינדװײַז אָן געפּרײגלט אױף אַ לאַנגזאַמען פֿײַער פֿון דלות, עלנט, נױט, אונטערגעשלאָגן מיט אומזיסטן ראַסן־האַס, אַלערלײ דערנידערונגען און כּל־המינים באַלײדיקונגען מיט שלאַנגען־גיפֿט און סם־המװת…

צװישן די דאָזיקע עלנטע און באַלײדיקטע, צװישן די דאָזיקע „נאָװאָבראַנצעס־קאַנדידאַטן“ האָט ראַבינאָװיטש סך־הכּל צװײ באַקאַנטע: טומאַרקין און לאַפּידוס.

די באַקאַנטשאַפֿט מיט טומאַרקינען איז בײַ אים פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע טעג פֿריִער, טאַקע דאָ אױפֿן אײגענעם פּלאַץ, דאָס הײסט, אין הױף פֿון אוניװערסיטעט. טומאַרקין איז אים פֿון דער ערשטער מינוט געפֿעלן געװאָרן פֿאַר זײַן לעבעדיקײט, רירעװדיקײט און באַרעדעװדיקײט. אױף זײַן בלאַס דורכזיכטיק פּנים שװעבט שטענדיק אַ שמײכעלע. די אױגן, כאָטש זײ זענען איבערגעצױגן מיט אַ טרױעריק רױכל, לאַכן שטענדיק. די שװאַרצע גלאַנצנדיקע הערלעך גרײַזלען זיך װי בײַ אַ יונג שעפֿעלע. אַפֿילו דאָס קלײנע נאָר־װאָס אַרױסגעשפּראָצטע בערדעלע גרײַזלט זיך בײַ אים, און דערצו האָט ער אַ טבֿע, אַז ער רעדט אָדער ער טראַכט, גרײַזלט ער יעדעס הערעלע גיך־גיך מיט זײַנע דינע װײַסע פֿינגער. לײגט צו צו דעם אַ ביסל אַן אױסגעבױגענע נאָז, אַ שטאַרק אײַנגעבױגענע פּלײצע, אַ פּאַפּירענע מאַנישקע, אַן אָפּגעבליאַקעװעט האַלדזטיכל, אַן אָפּגעניצט רעקל, אױסגעטראָטענע שיך און אַן אָפּגעבאַרעט היטעלע ― און אָט האָט איר אײַך אינגאַנצן דעם פּאָרטרעט פֿון דער דאָזיקער טראַגי־קאָמישער פֿיגור.

די ערשטע מינוט, אַז פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש האָט אים דערזען, האָט זיך אים אָפּגעריסן אין האַרצן. עס האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז דאָס איז יאָסקי דער פּאַפּיראָסניק מיט די דינע פֿינגער ― דער אײנציקער ייִד, װעלכן ער האָט געקענט אין זײַן ניט־ייִדישער שטאָט.

באַמערקט, אַז מע קוקט אױף אים , איז טומאַרקין צוגעגאַנגען, אױסגעצױגן אַ דין װײַס הענטל און מיט אַ שמײכעלע זיך פֿאָרגעשטעלט:

― טומאַרקין.

ערשט דאָ האָט פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש באַמערקט, אַז ער האָט אַ טעות געהאַט , און האָט זיך אױך פֿאָרגעשטעלט:

― ראַבינאָװיטש…

דערהערט דעם נאָמען ראַבינאָװיטש, האָט זיך טומאַרקין װי דערפֿרײט און גענומען רעדן מיט זײַן נײַעם באַקאַנטן גלײַך אױף ייִדיש:

― אָחינו אַתּה? שלום־עליכם. פֿון װאַנעט איז אַ ייִד? װיפֿל האָט איר? װיפֿל פֿעלט אײַך? און דער װיפֿלטער זענט איר אין דער רײ?

― איזװיניטיע , איר רעדט אױף אַ שפּראַך , װאָס… װאָס איך פֿאַרשטײ זי ניט.

טומאַרקין איז אַזש אָפּגעשפּרונגען צוריק.

― אָבער איר זענט דאָך אַ…

― אַ ייִד? נו , פֿאַרשטײט זיך. איך זאָל ניט זײַן קײן ייִד, װאָלט איך דאָך ניט געשטאַנען אָט דאָ… איך װאָלט שױן לאַנג געװען אָט דאָרטן…

ער האָט אַ װײַז געגעבן מיט דער האַנט אַרױף , װוּ אױף אײַזערנע טרעפּ האָבן געקלעטערט אײנס נאָך דאָס אַנדערע אַ גאַנצע רײ פֿון גליקלעכע שױן פֿאַרשריבענע סטודענטן , אײניקע שױן מיט ביכער אונטער די אָרעמס. עס איז אים אױסגעקומען נאָך אַ מאָל אױסטראַכטן אַ ליגן , אַז װײַל ער האָט געלערנט אין אַ רוסישער שטאָט , װײַט פֿון די עלטערן , האָט ער אינגאַנצן פֿאַרגעסן ייִדיש רעדן… און בעת־מעשׂה האָט אים געפֿלאַמט דאָס פּנים , װאָס טומאַרקין האָט אָנגענומען פֿאַר אַ סימן , אַן ער שעמט זיך דערמיט, װאָס ער האָט פֿאַרגעסן ייִדיש רעדן. האָט ער אים גענומען אױסרעדן דאָס האַרץ: װוּ װערן אונדזערע ייִדן נישט פֿאַרװאָרפֿן? און װעמען גײט עס אָן ― קאָנסט יאָ רעדן ייִדיש, קאָנסט ניט רעדן ייִדיש , קױם ביסט דו אַ ייִד, ביסט דו מחױבֿ טראָגן דעם גלות און אױסשטײן אַלצדינג, װאָס אונדז איז אָנגעצײכנט געװאָרן.

ראַבינאָװיטש האָט געפֿילט, װי עס ברענט אים דאָס פּנים, און טומאַרקין האָט ניט אױפֿגעהערט אים צו טרײסטן:

― נאַרישקײטן! איר דאַרפֿט זיך ניט שעמען דערמיט, װאָס איר פֿאַרשטײט ניט מאַמע־לשון. איך שטעל עס מיר פֿאָר גאַנץ פּשוט. איר זענט געבױרן געװאָרן אין אַ גױיִשער שטאָט, אױסגעװאַקסן צװישן קריסטן, און, מסתּמא, אָן עלטערן, און װי איך פֿאַרשטײ, איז נישטאָ קײן שום זאַך, װאָס זאָל אײַך צובינדן צו אײַער ייִדישקײט ― אױסער אײַער נאָמען ראַבינאָװיטש ― און דאָך שטעל איך אײַך אַװעק אַ סך העכער פֿון די, װאָס קאָנען ניט אױסשטײן דעם נסיון און װאַרפֿן זיך מיט צוגעמאַכטע אױגן אין װאַסער אַרײַן, אַנטלױפֿן פֿון די געפּײַניקטע צו די פּײַניקער. אָ! אױף זײ בין איך גזלן! די דאָזיקע לײַט װאָלט איך צעריסן אױף שטיקלעך! זעט איר אָט אָ יענעם פֿראַנט מיטן טשאַקנדיקן שטעקעלע? לאַפּידוס איז זײַן נאָמען. דאָס איז אײנער פֿון די דאָזיקע פֿאַרדאַמטע טרוסן, װאָס אַנטלױפֿן בײַ דער ערשטער געפֿאַר, װאָס זענען גרײט צו פֿאַרקױפֿן זײער געװיסן, זײער פֿאָלק, זײער גאָט צוליב דער קאַריערע… שאַט! ער גײט אַהער, צו אײַך, װײַזט אױס. איר זענט מיט אים באַקאַנט? איך װאָלט אײַך געעצהט, איר זאָלט מיט אים זײַן פֿון דער װײַטן… װאָרעם אַחוץ װאָס ער איז אַ קאַנדידאַט אױך שמדן זיך, איז ער נאָך, האָב איך מורא, אַ שטיקל פּראָװאָקאַטאָר אױך…

דאָס אַכטע קאַפּיטל.: טומאַרקין און לאַפּידוס

טומאַרקין װערט פֿאַרשװוּנדן, און אױף זײַן אָרט װאַקסט אױס לאַפּידוס, דער פֿראַנט מיטן טשאַקנדיקן שטעקעלע.

― װאָס הערט זיך עפּעס בײַ אײַך, ראַבינאָװיטש? נישטאָ נאָך קײן נײַעס? איך האָב געהערט, אַז מיט פֿינף צװעלפֿטלעך װעט ניט אַרײַן אײנער אַפֿילו… װאָס האָט גערעדט מיט אײַך אָט דער פֿאַנאַטיק?

― װעלכער פֿאַנאַטיק?

― אָט דער שװאַרצער קאָטער מיט די גרײַזלעך… אָנקוקן קאָן איך זײ ניט, אָט די ציוניסטן!

― װאָס האָט איר צו די ציוניסטן? ― פֿרעגט אים ראַבינאָװיטש, אַלײן ניט צו װיסן אַקוראַט, װאָס איז אַזעלכס „ציוניסטן“.

― איר קענט זײ דען נישט? איר װײסט ניט, אַז זײ זענען שאָװיניסטן, װאָס װאָלטן װעלן, אַז אַלע זאָלן דענקען אָט דאָס װאָס זײ?…

כאָטש די דאָזיקע באַקאַנטשאַפֿט איז געשלאָסן געװאָרן נאָר ניט לאַנג, אי דאָס פֿאַרבײַגײענדיק, פֿונדעסטװעגן האָט לאַפּידוס אָנגענומען ראַבינאָװיטשן פֿאַרן קנעפּל, גאַנץ ייִדישלעך, און האָט גענומען שיטן פּעך און שװעבל אױף טומאַרקינען און אױף אַלע ציוניסטן, רעדן װאָס אין דער קאָרט, המנס מסירות:

― אָנקוקן קאָן איך זײ, ניט אָט די צבֿועקעס, גאָטס סטראַפּטשעס, װאָס נעמען זיך אָן די קריװדע פֿונעם רבונו־של־עולם! ס'איז זײער עסק, װאָס טאָמער האָבן זיך געטױפֿט עטלעכע אומגליקלעכע קינדער, צוליב דעם, זײ זאָל זיך אױפֿהערן אַרומדרײען אָט דאָ אין דרױסן, װי איך מיט אײַך… איך פֿרעג אײַך, װאָס און צוליב װאָס לײדן מיר טאַקע, איך און איר? הי? און ביז װי לאַנג נאָך