דער בלוטיקער שפּאַס: 6: מיר האָבן אַ גרױסן גאָט!

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס זעקסטע קאַפּיטל.
מיר האָבן אַ גרױסן גאָט!

אומזיסט האָט שׂרה שאַפּיראָ געזינדיקט פֿאַר גאָט. האָט דאָס דען ניט איר גאָט געטאָן, אַז גראָד איצט, װען איר סיאָמקע איז אין דריטע קלאַס און באַדאַרף האָבן אַ רעפּעטיטאָר אַזױ װי מע באַדאַרף לעבן אױף דער װעלט, און קײן איבעריקע געלטן אױף צו דינגען אַ רעפּעטיטאָר איז נישטאָ, װאָרעם כאָטש איר דוד איז אַ זעלטענער ערלעכער מענטש און אַן אױסגעצײכנטער בוכהאַלטער און דינט אין אײנע פֿון די גרעסטע קראָמען אין שטאָט, בײַ די פֿײַנסטע לײַט, װאָס האַלטן זיך פֿאַר גרױסע אַריסטאָקראַטן, פֿון דעסטװעגן שעמען זײ זיך ניט פֿאָדערן פֿון אים, ער זאָל זיך געפֿינען אין געשעפֿט פֿון אַכט אין דער פֿרי ביז נײַן אױף דער נאַכט. און אַנומלטן, אַז ס'איז געקומען צו אַ שמועס װעגן אַ הוספֿה, האָט מען אים געגעבן אָנצוהערעניש, אַז עס קוקן אַרױס אױף זײַן שטעלע צען יונגע לײַט, אַ סך מער געבילדעטע פֿון אים, געענדיקטע, יונגע לײַט מיט מעדאַלן!… אַ גליק, װאָס שׂרה שאַפּיראָ קאָכט אַלײן און טוט אַלײן אַלצדינג, כאָטש זי איז עס בײַ איר טאַטע־מאַמע ניט געװױנט געװאָרן… און אונטער אָ נױט העלפֿט די טאָכטער, בעטי, אױך אין שטוב און אין קיך, כאָטש זי איז אַ בת־יחידה און אַ ציטעריקע. נו, װי קאָן מען אין זינען האָבן אַ רעפּעטיטאָר? איז דאָך אָבער פֿאַראַן אַ גאָט אױף דער װעלט. װאָס טוט גאָט? טראָגט אָן דער גוטער יאָר אַ סטודענט אַ שלימזל פֿון שקלאָװ…

― בעטי! ― רופֿט זיך אָן די מוטער צו דער טאָכטער, װאָס זיצט די גאַנצע צײַט איבער אַ בוך און חזרט,― בעטי! נישטאָ אים נאָך, דעם שלימזל?

― זעסט דו, מאַמע, איך האָב דיך געכאַפּט! אַבי דו זאָגסט, אַז דו האָסט ניט געזאָגט אױף אים, אַז ער איז אַ שלימזל.

שׂרה שאַפּיראָ, װאָס איז געװען פֿאַרנומען מיט אײן געדאַנק און האָט די גאַנצע צײַט געטראַכט נאָר פֿון אײן זאַך: װאָס פֿאַר אַ גרױסן גאָט מיר האָבן, האָט אַלײן נישט געהערט, װאָס זי האָט נאָר־װאָס געזאָגט. האָט זי אַװעקגעשטעלט די אױגן אױף איר טאָכטער, גלײַך װי יענע װאָלט גערעדט פֿון װעג.

― גאָט איז מיט דיר, בעטי! װען האָב איך דען געזאָגט דאָס װאָרט „שלימזל“?

― מאַמעניו! ― האָט זיך די טאָכטער צעלאַכט ― װאָס טוט זיך עס מיט דיר? אָט האָסט דו דאָך נאָר־װאָס געפֿרעגט: נישטאָ אים נאָך, דעם „שלימזל“?

שׂרה האָט אַװעקגעשטעלט אױף איר טאָכטער אַ האַלב שמײכלענדיק פּנים:

― בעטי, דו שלאָפֿסט? צי דו רעדסט פֿון היץ?

― נײן, מאַמעניו, דאָס רעדסט דו פֿון היץ, ניט איך.

אַ מינוט קוקן זיך די מוטער מיט דער טאָכטער אין די אױגן אַרײַן אַן װערטער, גרײט אױסצושיסן בײדע אַ געלעכטער. דערנאָך רופֿט זיך אָן די מוטער צו דער טאָכטער, אַלץ טראַכטנדיק איר מחשבֿה, אַז ס'איז דאָ אַ גאָט אױף דער װעלט:

― בעטי, דו װערסט װאָס אַ טאָג אַלץ מער עזות־פּנים, כ'לעבן. עס איז שױן באַלד ניט אױסצושטײן פֿון דיר. מעג מען זשע אַזױ צו רעדן מיט אַ מאַמע? אַי, בעטי, בעטי! מיר האָבן אַ גרױסן גאָט, הערסט דו… װאָס האָב איך דיר געװאָלט זאָגן ? יאָ. איך האָב מיך דערמאָנט. טאָמער װאָלסט דו אים אָ פֿרעג געגעבן אָט דעם שלימ… מײן איך, אָט דעם סטודענט, אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, אַז ער זאָל רעפּעטיטעװען מיט אײַך בײדע, מיט דיר און מיט סיאָמקען?

― ניט רעפּעטיטעװן, נאָר רעפּעטירעװען, ― פֿאַרריכט איר די טאָכטער.

― לאָז זײַן װי דו זאָגסט. דו פֿאַרשטײסט? מע באַדאַרף ניט קײן בעסערן רעפּעטיטאָר װי ער איז. װאָרעם זינט ער האָט זיך אַ נעם געגעבן, האָט סיאָמקע אױפֿגעהערט צו ברענגען פֿירן, נאָר פֿינפֿן. ער זאָל אײַנגײן דערױף, דאָס הײסט, ער זאָל װעלן רעפּעטיטעװען מיט אײַך בײדן…

― רעפּעטירעװען, ― פֿאַרריכט איר נאָך אַ מאָל די טאָכטער, און די מוטער רעדט װײַטער:

― לאָז זײַן װי דו זאָגסט… װאָלט איך בײַ אים ניט גענומען קײן געלט פֿאַר קװאַרטיר.

אַזױ? טאַקע באמת? דו װילסט שױן האַנדלען אַ פּנים גאָר אַ גרױסע מציאה, מאַמע? דו פֿאַרגעסט, אַז ער איז אַן אָרעמער סטודענט, װאָס לעבט פֿון שטונדן, און יעדע מינוט איז בײַ אים געלט. מע טאָר ניט װעלן עקספּלואַטירן די גאַנצע װעלט.

די מוטער פֿילט, אַז די טאָכטער איז גערעכט, נאָר עס פֿאַרדריסט איר, למאַי זי לערנט אַ מאַמע דרך־ארץ און למאַי זי רעדט מיט איר פֿון עקספּלואַטירן. עס װילט זיך איר פֿרעגן בײַ דער טאָכטער, למאַי רעדט זי ניט בעסער, אַז זי רעדט שױן יאָ פֿון עקספּלואַטירן, למאַי רעדט זי ניט בעסער פֿון דעם, װי מע עקספּלואַטירט איר פֿאָטער דעם בוכהאַלטער, װאָס מע האַלט אים דרײַצן שעה אין מעת־לעת װי אַן אַרעסטאַנט און מע מאַכט אים אַזױ נערװעז און משוגע, אַז מע קאָן שױן באַלד מיט אים אַ װאָרט ניט רעדן נאָר זי װיל ניט אַרײַנלאָזן זיך מיט דער טאָכטער אין לאַנגע חקירות, װאָרעם ערשטנס איז זי אַ גרױסער עזות־פּנים, און צװײטנס פֿאַרשטײט זי טאַקע מער פֿון איר מאַמע. „דעם טאַטנס קאָפּ אױף איר, מיר פֿאַר איר שׂכל, ליכטיקער פּנים!“…

אַזױ טראַכט זיך שׂרה שאַפּיראָ, קוקט מיט ליבשאַפֿט אױף דער טאָכטער און מאַכט צו איר װײך:

― דו זאָלסט זײַן אַ מליץ־יושר פֿאַר דער גאַנצער װעלט, נאָר נישט פֿאַר דײַן מאַמע … דיך דאַרף אַרן, טאָמער װעט אַן אָדעסער סטודענט, חלילה, פֿאַרלירן אַ מינוט פֿון זײַנע שטונדן, און פֿאַר דײַן אָרעמער מאַמע, װאָס װיל, אַז אירע קינדער זאָלן לערנען, און האָט ניט מיט װאָס, זאָל דיך ניט אַרן, חס־ושלום, גאָרנישט. קײן ברעקל אַפֿילו. נײן. צו װאָס?

בײדע, די מוטער און די טאָכטער, זיצן אַ מינוט אָן װערטער. שׂרהן װילט זיך אָבער דורכפֿירן איר פּלאַן. רופֿט זי זיך אָן צו דער טאָכטער גאָר איבער אַ נײַעס..

― הערסט דו, בעטי, איך האָב מיך באַקלערט. װיבאַלד ער זאָל זיך אונטערנעמען רעפּעטיטעװען…

― רעפּעטירעװען, ניט רעפּעטיטעװען.

שׂרה שאַפּיראָ כאַפּט זיך אױף מיט אַ גװאַלד..

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ גאָטס־שטראָף אױף מיר הײַנטיקן פֿרימאָרגן! אַז װאָס איך זאָל ניט זאָגן, און װי אַזױ איך זאָל ניט זאָגן, איז שלעכט! ― אַן עק, לאָז שױן זײַן, װי דו זאָגסט! אַז ער װעט זיך אונטערנעמען רעפּעטיטעװען מיט אײַך בײדע, װאָלט איך אים געגעבן עסן אױך, טאַקע מיט אונדז בײַ אײן טיש.

― טאָמער איז קאַרג, הײסט עס, װאָס ער הערט פֿון זײַן חדרל, װי דו קריגסט זיך טאָג װי נאַכט מיטן טאַטן…

― איך קריג זיך טאָג װי נאַכט מיטן טאַטן?

― װער דען? איך קריג זיך? װעמען רופֿט דער טאַטע בײַם טיש „בהמה“ און „פֿערד“, און „סאָטע ציג“?

― בעטי! דו זאָלסט שױן בעסער אַנטשװיגן װערן, װאָלט געװען געזינטער, אָבער טאַקע אַנטשװיגן װערן!

― אױף שטענדיק? װילסט דו, הײסט עס, מאַמע, איך זאָל שטום װערן, צי איך זאָל שטאַרבן?

שׂרה שאַפּיראָ האָט אַזש פֿאַרבראָכן מיט די הענט:

― שטום און קרום זאָלן װערן אַלע ייִדישע שׂונאים! נאַ דיר גאָר איך װיל זי זאָל שטאַרבן! די צונג בײַס דיר אָפּ, טעכטערל מײנס! מע קאָן שױן גאָר מיט איר קײן גלײַך װאָרט ניט אױסרעדן, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד!

אין דער מוטערס קול הערן זיך טרערן. דער טאָכטערס האַרץ װערט װײכער:

― װאָס זשע װילסט דו, מאַמעניו?

― איך װיל שױן גאָרניט. אַן עק.

די מאַמע װערט ברוגז, װיל ניט רעדן מער, און די טאָכטער לאַשטשעט זיך צו איר, גלעט זי און קושט זי אַזױ לאַנג, ביז זײ הײבן בײדע אָן צו לאַכן.

― װעסט דו אים זאָגן, טאָכטער?

― װאָס זאָגן?

― שױן פֿאַרגעסן! איך האָב דאָך דיך געבעטן, אַז טאָמער װיל ער רעפּעטיטעװען מיט אײַך בײדן, װעט אים ניט קאָסטן ניט קײן קװאַרטיר, ניט קײן קעסט. װעסט אים זאָגן, אַז…

― איך װעל אים זאָגן, זאָגן. לאָז ער פֿריִער פֿאַרטיק װערן מיט זיך אַלײן. לאָז מען אים שױן פֿריִער צונעמען אין אוניװערסיטעט. הײַנט איז דער לעצטער טאָג בײַ אים.

― דער לעצטער טאָג?

― דער לעצטער טאָג.

עס לאָזט זיך הערן אַ קלונג פֿון דער דרױסן־טיר.

― אָ! ס'איז ער! ― זאָגט בעטי, עטװאָס װי רױט געװאָרן, און לאָזט זיך לױפֿן און קאַטשען זיך אַראָפּ פֿון אַלע טרעפּ מיט אַזאַ אימפּעט, אַז די מוטער כאַפּט זיך אָן בײַם קאָפּ, און זי קערט זיך באַלד אום צוריק צו אירע פֿריִעריקע געדאַנקען, און מיט אַ זיפֿץ זאָגט זי צו זיך אַלײן:

― מיר האָבן אַ גרױסן גאָט …

דאָס זיבעטע קאַפּיטל
דער יום־הדין אין אוניװערסיטעט

אין דער צײַט, װאָס בײַ די שאַפּיראָס אין שטוב איז פֿאָרגעקומען דער אױבן־באַשריבענער געשפּרעך װעגן זײער נײַעם קװאַרטיראַנט, איז דער קװאַרטיראַנט גופֿא געװען אין אוניװערסיטעט ― געװױרע װערן, װוּ ער האַלט.

דאָס איז געװען דער לעצטער טאָג ― אַ יום־הדין פֿאַר ייִדישע סטודענטן. עס זענען געבליבן זײער װינציק פֿרײַע װאַקאַנסיעס אױף העכער הונדערט קאַנדידאַטן, צװישן זײ אַ פּאָר צענדלינג מעדאַליסטן, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט אין אַ באַזונדער גרופּע אין גרױסן קאָרידאָר פֿון אוניװערסיטעט און האָבן אױסגעזען װי נאָװאָבראַנצעס, װאָס זענען געקומען זיך שטעלן צום פּריזיװ. מע װײסט נאָך ניט, װער פֿון זײ װעט גײן דינען און װער ניט. עס איז אַ גורל, אַ לאָטעריע.

אונדזער גײַציקער העלד, װאָס אין דורך אַ ייִנגלשן קאַפּריז פֿון אָ קונדס פֿאַרװאַנדלט געװאָרן פֿון אַ גליקלעכן, פֿרײַען, גלײַכבאַרעכטיקטן דװאָריאַנין גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ אין אַ אָנבאַרעכטיקטן שקלאָװער מיעשטשאַנין הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, האָט ניט מיט אַמאָל, נאָר ביסלעכװײַז אָנגעהױבן צו פֿאַרזוכן דעם אמתן טעם פֿון „אַתּה בחרתּנו מכּל העמים“, דעם טעם פֿון גײן טאָג־טעגלעך אין דער קאַנצעלאַריע פֿון אוניװערסיטעט, אָנקוקן דאָס בלאַסע אױסגעטריקנטע פּנים פֿונעם סעקרעטאַר, װאָס האָט פֿײַנט אַ ייִדן, כאָטש ער באַהאַלט עס, און אױסהערן פֿון אים אַלע מאָל די אײגענע חכמה: „הערש מאָװשאָװיטש גאָספּאָדין ראַבינאָװיטש, איך קאָן אײַך, לײַדער, בײַ מײַן בעסטן װילן, קײן גוטס נאָך אַלץ ניט אָנזאָגן…“ דאָך האָט ער עס ניט געקאָנט פֿילן אַזױ, װי דאָס