דער בלוטיקער שפּאַס: 5: די משפּחה שפּיראָ

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס פֿינפֿטע קאַפּיטל: די משפּחה שאַפּיראָ

אױף װיפֿל דער נײַער קװאַרטיראַנט איז געװען צופֿרידן מיט זײַן קװאַרטיר, אױף אַזױ פֿיל, אױב ניט מער נאָך, איז די מאַדאַם שאַפּיראָ געװען צופֿרידן מיט איר נײַעם קװאַרטיראַנט. אַ לעבעדיקער בחור, זײער אַ פּראָסטער בײַ זיך, און אַ צוגעלאָזטער מענטש, ― אַ דימענטיקער.

פֿונעם ערשטן טאָג אָן האָט ער זיך שױן אינטערעסירט מיט איר זונדל, אַ תּלמיד פֿון דריטע קלאַס גימנאַזיע, אים אַ נעם געגעבן צום עקזאַמען און אַלײן געשלאָגן זיך מאַכן מיט אים אַלע טאָג די אוראָקן. די מאַדאַם שאַפּיראָ האָט שױן אַלײן געקלערט אױסזוכן אים אַ רעפּעטיטאָר, ס'זאָל זיך מאַכן עפּעס אַ רעכטער סטודענט אין גלײַכן געלט. קײן סך ס'זאָל קאָסטן קאָן זי ניט, נאָר זי װאָלט װעלן װיסן, װיפֿל װעט ער זיך הײסן צאָלן?

דערבײַ האָט זי געװאָרפֿן אױף איר קװאַרטיראַנט אַ קוק פֿון אונטן אַרױף און ס'איז איר איבערגעלאָפֿן אַ מחשבֿה אין קאָפּ: „שײן װאָלט געװען, װען דער בחור זאָגט זיך אָפּ פֿון נעמען געלט בײַ איר!“ און כּך־הװה ― גלײַך װי זי װאָלט זײַן אַ נבֿיאטע. דער בחור האָט ניט נאָר זיך אָפּגעזאָגט פֿון געצאָלטס, ער האָט זי נאָך אױסגעלאַכט: װאָס הײסט ער װעט בײַ איר נעמען געלט? פֿאַרװאָס?

― נו? װאָס האָב איך דיר געזאָגט? ― האָט די גליקלעכע מוטער זיך גערײצט מיט דער טאָכטער.

― װאָס האָסט דו מיר דען געזאָגט?

― האָסט שױן פֿאַרגעסן? האָב איך דיר ניט געזאָגט באַלד אַז ער איז אַ טאַטנס אַ קינד?

― דו האָסט געזאָגט, אַז ער איז אַ טאַטנס אַ קינד?

― װאָס דען האָב איך געזאָגט?

― דו האָסט געזאָגט אױף אים, אַז ער איז אַ שלימזל, ― האָט איר די טאָכטער דערמאָנט.

― איך האָב געזאָגט אױף אים, אַז ער איז אַ שלימזל?

― װער דען האָט געזאָגט? איך?

― בעטי! דו הײבסט שױן אָן דײַנע אַלטע מעשׂיות, אָפּענטפֿערן דער מאַמע װי אַ שײגעץ? מאָכן די מאַמע פֿאַר אַ ליגנערין?

― װער מאַכט דיך דען פֿאָר אַ ליגנערין? איך זאָג נאָר, אַז דו געדענקסט ניט, װאָס דו האָסט געזאָגט. דו זאָגסט, אַז דו האָסט געזאָגט אױף אים, אַז ער איז אַ טאַטנס אַ קינד, און איך זאָג, אַז דו האָסט געזאָגט אױף אים, אָן ער איז אַ שלימזל.

― איך האָב געזאָגט ― דו האָסט געזאָגט! דו האָסט געזאָגט ― איך האָב געזאָגט! איך בעט אײַך, עס װעט אַ מאָל האָבן אַן עק, צי נײן?

מיט די װערטער קומט אָן דער בעל־הבית, דוד שאַפּיראָ, אַ ייִד אַ צעװאָרפֿענער, אַ גיכער, אָ כאַפּנדיקער, װאָס טוט אַלצדינג גיך, בחיפּזונדיק: רעדט גיך, עסט גיך, גײט גיך ― אַלצדינג גיך, אין אײן אָטעם.

אין געשעפֿט, װוּ ער דינט (ער איז אַ בוכהאַלטער אין אַ גרױסער קראָם) קען מען אים װי אַ שטילן מענטשן, אַ ניכנע, אָן פּרעטענזיעס און אָן אָ שום טאַרעראַם. נאָר בײַ זיך אין דער הײם שפּילט ער אָ ראָלע פֿון אַ בײזן בעל־הבית, אַ שטיקל דעספּאָט, כאָטש קײנער הערט אים ניט. דאָס װײַב לאַכט אים אױס אין די אױגן, רופֿט אים „מײַן ראָכמײַסטער“, און „שװידקײַ“, און „שאַלאָװילע“, אָדער גאָר „קוריערסקי פּאָיעזד“.

און די קינדער הערן אים גלאַט װי דעם פֿאַראַיאָריקן שנײ. זײ װײסן, אַז זײ זענען בײַ דעם פֿאָטער דאָס חיות מיט דער נשמה, און אַז דער פֿאָטער איז נאָך זײ די כּפּרה ― װאָס איז דער חידוש? ― סך־הכּל צװײ קינדער: אַ בת־יחידקע בעטי, אַ מײדל אַ ברען, און אַ בן־יחידל סיאָמקע, פֿאַרצױגן פֿון שלמה־שליאָמקע, אַ בחורל אין דריטע קלאַס, װאָס מאַכט ניט אײַן אוראָק, ביז די מאַמע באַצאָלט אים ניט פֿריִער אַ פּיטאַקל פֿאַר יעדן אוראָק. פֿונעם פֿאָטער באַקומט ער אַחוץ פֿאַר יעדער 4, װאָס ער ברענגט פֿון גימנאַזיע, אַ פּיטאַקל און פֿאַר יעדער 5 ― אַ פֿערציקער. „װאָס איז דער שׂכל, װאָס פֿאַר אַ 4 קומט אַ פּיטאַקל און פֿאַך אַ 5 פֿיר מאָל אַזױ פֿיל? װוּ איז דער חשבון?“

אַזױ פֿרעגט בײַ אים דאָס װײַב, שׂרה שאַפּיראָ, און כאַפּט פֿון אים אַ מיאוסן פּסק. דוד שאַפּיראָ האָט אַ טבֿע גאָר אין גוטן מוט אָפּבאָדן זײַן װײַב, כאָטש עס טרעפֿט אָפֿטמאָל, אַז זי זאָל אים געבן אַ גרעסערע פּאָרציע װי ער איר. זײ נאַרן זיך ניט אײנס פֿון דאָס אַנדערע.

― װער איז דיר שולדיק, אַז דו ביסט אַ גלאַטע בהמה, ― זאָגט איר דוד מיט אַ שמײכעלע ― און דו הײבסט ניט אָן צו פֿאַרשטײן דעם חילוק פֿון אַ 4 ביז אַ 5 אין גימנאַזיע?

― נו יאָ, װי קום איך װיסן, װאָס איז 4 און װאָס איז 5! ― ענטפֿערט אים אָפּ מיט אַ ביטער שמײכעלע שׂרה, און די קינדער הערן, װי טאַטע־מאַמע שפּיגעװען זיך און װאַרפֿן זיך דורך מיט שאַרפֿע װערטער. ― דאָס קאָן װיסן נאָר אַזאַ קאָפּ־מענטש װי דו. פֿאָרט אַ ראָכמײַסטער. אײן חסרון נאָר, װאָס דו ביסט אַ ביסעלע צו אַ שװידקײַ און פֿליסט צו גיך.

― זאָלסט דו טאַקע װיסן. אַ סימן, אָט װעל איך דיר באַלד באַװײַזן, אַז דו הײבסט ניט אָן צו װיסן. למשל, בײַ דיר קומט אױס, אַז דער חילוק פֿון אַ 4 ביז אַ 5 איז נאָר אין װיפֿל? אין אײנס? אַיאָ? זעסט דו? זאָלסט אָבער האָבן אַ קלעפּקע אין קאָפּ, װאָלסט דו געװוּסט, אַז דאָ איז פֿאַראַן אַ גאַנצע רעכענונג. צום בײַשפּיל, אָט נעם דײַן סיאָמקען…

― אָט האָסט דו דיר נאָך, טאָמער איז קאַרג! ― האַקט אים איבער שׂרה. ― אַ שאַלאָװילע רעדט, פֿליט ער מיטן קוריערסקי־פּאָיעזד און הערט גאָר אַלײן ניט, װאָס ער רעדט! װאָס עפּעס מײַן סיאָמקע? ער איז אַזױ מײַן סיאָמקע װי דײַן סיאָמקע. .

― בקיצור, דײַן סיאָמקע, מײַן סיאָמקע; לאָז נאָר אַ שטײגער זײַן סיאָמקע שױן האַלטן בײַם לעצטן עקזאַמען און באַקומען אַלע 12 פֿינפֿן. 12 מאָל 5 װיפֿל מאַכט עס? זעכציק. געטײלט אױף 12, קומט אױס װיפֿל? 5. האָט ער, הײסט עס, אַ גאָלדענע מעדאַל.

― אָמן, הלװאַי, רבונו־של־עולם! ― מאַכט שׂרה, און הײבט אױף פֿרום די אױגן אַרױף, און כאַפּט אַ נײַעם פּסק פֿון איר דודן, װאָס װענדט זיך צו דער טאָכטער, צו בעטין:

― נו? קאָן מען מיט איר רעדן? איך װיל איר מאַכן אַ רעכענונג, הײבט זי אױף די אױגן, די מאַמע דײַנע, און מאַכט אַ שמועס מיטן רבונו־של־עולם!

― נו, רעכן, רעכן, װער לאָזט דיך ניט, ראָכמײַסטער מײַנער טײַערער? ― זאָגט צו אים שׂרה מיט אַזאַ טאָן, אַן דוד װערט נאָך מער אױפֿגעבראַכט, און רעדט נאָך גיכער, און מיט נאָך מער פֿײַער:

― אַלזאָ בײַ 12 פֿינפֿן האָט ער אַ גאָלדענע מעדאַל. װי זשע איז אָבער דער דין, אַז ער איז געגאַנגען צום עקזאַמען און האָט באַקומען עלף פֿינפֿן און אײן 4? כּפֿלען מיר 11 אױף 5, מאַכט דאָס 55, און 4? איז 59, געטײלט אױף 12, קומט שױן אױס װיפֿל? נאָר דאָס איז שױן ניט פֿאַר דײַן קאָפּ, װאָרעם דאָס װערט שױן אָנגערופֿן, פֿאַרשטײסט דו מיך, תּשבורת ― דראָב הײסט עס. הכּלל, עס מאַכט אױס אַזױ גרױס אַזױ קלײן װי 4 מיט עלף צװעלפֿטלעך. און װיבאַלד עס פֿעלט אים אױס אײן צװעלפֿטל נאָר, קאָן ער שױן קײן גאָלדענע מעדאַל ניט האָבן, נאָר אַ זילבערנע.

― לאָז זײַן אַ זילבערנע, ― זאָגט שׂרה מיט אַ זיפֿץ, און דוד קוקט אױף דער טאָכטער:

― האָסט דו געזען אַן אַקציע, אַ ייִדענע לאָזט ניט רעדן? הכּלל, לאָמיר גײן װײַטער. װי זשע איז אָבער דער דין, למשל, אַז ער זאָל האָבן, װעלן מיר זאָגן, 7 מאָל 5 איז 35, 5 מאָל 4 איז 20: 35 און 20 האָבן מיר װיפֿל? 55. געטײלט אױף 12? האָבן מיר אַ פּנים 4 מיט װיפֿל? מיט 7 צװעלפֿטלעך. איז אױך אָן אַן אומגליק. ער קאָן נאָך אַלץ האָבן אַ זילבערנע מעדאַל. זעסט דו, װען ס'איז שלעכט? טאָמער, חלילה, פֿאַרקערט. טאָמער האָט ער, הײסט עס, 5 פֿינפֿן מיט 7 פֿירן ― אָ! דעמאָלט איז פּאַסקודנע! פֿאַרװאָס? אַ פּראָסטער חשבון: 5 מאָל 5 איז 25. 4 מאָל 7 איז אַלע מאָל 28. אינאײנעם גענומען, מאַכט עס אױס, פּונקט װי אין דער אַפּטײק, 53, געטײלט אױף 12, מאַכט עס אױס אַרום און אַרום 4 מיט 5 צװעלפֿטלעך, דאָס הײסט מיט אײן צװעלפֿטל װינציקער װי 4 מיט אַ האַלבן, און אַז דײַן סיאָמקע ענדיקט גימנאַזיע מיט 5 צװעלפֿטלעך, גיט מען אים אַ פֿײַג ניט קײן מעדאַל, און אַז ער האָט ניט קײן מעדאַל ― מעג ער שױן זיצן אין דער הײם…

― בײַס דיר אָפּ די צונג! ― זאָגט שׂרה צו דודן, און דוד טוט אַ שפּײַ, כאַפּט זיך אױף און אַנטלױפֿט אױף זײַן שטעלע, צו זײַנע בוכהאַלטערישע ביכער.

און שׂרה בלײַבט װי אַן אױסגעפּאַטשטע. ניט פֿון איר מאַנס שפּײַ, װאָס ער האָט געגעבן ― מע װײסט, אַז ער איז אַ שאַפּיראָ ― און אַלע שאַפּיראָס זענען אַזױ: אַ משפּחה פֿון משוגעים. נײן, שׂרה איז צעקאָכט פֿון אַן אַנדער זאַך. שׂרה האָט מורא טאָמער טאַקע, חס־וחלילה, גײט אָפּ איר סיאָמקען אַ צװעלפֿטל? נאָר נײן! זי װיל ניט װיסן פֿון קײן רעכענונגען. 7 צװעלפֿטלעך, 13 צװעלפֿטלעך ― איר סיאָמקע מוז האָבן אַ מעדאַל, און װעט, אם־ירצה־השם, מיט גאָטס הילף, געװיס האָבן אַ מעדאַל ― סײַדן ס'איז נישטאָ קײן גאָט אױף דער װעלט?!

דאָס זעקסטע קאַפּיטל.: מיר האָבן אַ גרױסן גאָט!

אומזיסט האָט שׂרה שאַפּיראָ געזינדיקט פֿאַר גאָט. האָט דאָס דען ניט איר גאָט געטאָן, אַז גראָד איצט, װען איר סיאָמקע איז אין דריטע קלאַס און באַדאַרף האָבן אַ רעפּעטיטאָר אַזױ װי מע באַדאַרף לעבן אױף דער װעלט, און קײן איבעריקע געלטן אױף צו דינגען אַ רעפּעטיטאָר איז נישטאָ, װאָרעם כאָטש איר דוד איז אַ זעלטענער ערלעכער מענטש און אַן אױסגעצײכנטער בוכהאַלטער און דינט אין אײנע פֿון די גרעסטע קראָמען אין שטאָט, בײַ די פֿײַנסטע לײַט, װאָס האַלטן זיך פֿאַר גרױסע אַריסטאָקראַטן, פֿון דעסטװעגן שעמען זײ זיך ניט פֿאָדערן פֿון אים, ער זאָל זיך געפֿינען אין געשעפֿט פֿון אַכט אין דער פֿרי ביז נײַן אױף דער נאַכט. און אַנומלטן, אַז ס'איז געקומען צו אַ שמועס װעגן אַ הוספֿה, האָט מען אים געגעבן אָנצוהערעניש, אַז עס קוקן אַרױס אױף זײַן שטעלע צען יונגע לײַט, אַ סך מער געבילדעטע פֿון אים, געענדיקטע, יונגע לײַט מיט מעדאַלן!… אַ גליק, װאָס שׂרה שאַפּיראָ קאָכט אַלײן און טוט אַלײן אַלצדינג, כאָטש זי איז עס בײַ איר טאַטע־מאַמע ניט געװױנט געװאָרן… און אונטער אָ נױט העלפֿט די טאָכטער, בעטי, אױך אין שטוב און אין קיך, כאָטש זי איז אַ בת־יחידה און אַ ציטעריקע. נו, װי קאָן מען אין זינען האָבן אַ רעפּעטיטאָר? איז דאָך אָבער פֿאַראַן אַ גאָט אױף דער װעלט. װאָס טוט גאָט? טראָגט אָן דער גוטער יאָר אַ סטודענט אַ שלימזל פֿון שקלאָװ…

― בעטי! ― רופֿט זיך אָן די מוטער צו דער טאָכטער, װאָס זיצט די גאַנצע צײַט איבער אַ בוך און חזרט,― בעטי! נישטאָ אים נאָך, דעם שלימזל?