דער בלוטיקער שפּאַס: 3: אַ חדר גיט זיך אָפּ

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס דריטע קאַפּיטל: אַ חדר גיט זיך אָפּ

אין דער גרױסער אוניװערסיטעט־שטאָט האָט זיך צום סוף זומער, שױן פֿאַר די אָסיענדיקע ימים־טובֿים, באַװיזן אַ באַזונדער לעבעדיקײט. עס האָבן זיך געענדיקט די זומערדיקע װאַקאַציעס, עס האָבן זיך געעפֿנט די גימנאַזיעס, דאָס פּאָליטעכניקום, די אוניװערסיטעט און ― אַלע איבעריקע העכערע און נידעריקערע שולן און חדרים.

פֿון די נאָענטע שטעט און שטעטלעך און פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה אַרום און אַרום זענען זיך צונױפֿגעפֿאָרן אין דער גרױסער אוניװערסיטעט־שטאָט עלטערן מיט זײערע קינדער, קלענערע און גרעסערע; װער עס האָט געהאַלטן בײַם איבערגײן פֿון אײן קלאַס אין דער אַנדערער ,און װער עס האָט געהאַלטן בײַ אָפּגעבן עקזאַמען און אַרײַנטרעטן ערשט אין טעמפּל פֿון השׂכּלה און װיסנשאַפֿט.

אַ באַזונדער אױפֿרעגונג הערשט צװישן די עלטערן, נאָך מער װי צװישן די אױפֿגערעגטע קינדער. די יונגע מאַמעס, אָנגעטאָן און אױסגעפּוצט נאָך דער לעצטער מאָדע, שלאָגן אָפּ די טירן פֿון די קאַנצעלאַריעס בײַ די דירעקטאָרן, אינספּעקטאָרן און לערערס, זענען גרײט פֿאַלן חלשות אָדער באַקומען דרײַ היסטעריקעס פֿאַר אײן „צװײ“, װאָס זײער „װאַלאָדיקע“ אָדער זײער „סאַשקע“ האָט געכאַפּט בשעת דעם אַרײַנטריטס־עקזאַמען.

די ביכער־הענדלער און פּאַפּיר־פֿאַבריקאַנטן האָבן אַרױסגעשטעלט אין זײערע פֿענצטער דאָס נײַסטע און דאָס בעסטע, װאָס זײ האָבן צוגעגרײט פֿאַר דער יוגנט אױף צו לערנען און אױף צו שרײַבן, און זענען גרײט צו מאַכן געשעפֿטן, לײזן געלט, בײַטן ביכער אױף ביכער ― מיט אײנעם װאָרט, דינען דער קולטור פֿון פֿאָטערלאַנד מיט אמת און מיט אמונה, װי גוטע ערלעכע פּאַטריאָטן.

די שנײַדערס און קלײדער־מאַגאַזינעס זענען אױך נישט קײן קלײנע פּאַטריאָטן. זײ האָבן אַרױסגעשטעלט אין די װיטרינעס דאָס שענסטע און דאָס מאָדערנסטע, װאָס זײ פֿאַרמאָגן, פֿונעם עלעגאַנטן מונדיר מיט גלאַנצנדיקע קנעכלעך ביזן גרױען פּאָר הײזלעך, װאָס בעטן זיך: „נעם , טו זיך אָן, און לױף מיט אונדז אין חדר אַרײַן!“

אױך די חבֿרה קירזשנערס און היטל־מאַכערס האָבן זיך אַרױסבאַװיזן מיט גאַנצע קאָלעקציעס פֿון קעפּעס און פֿוראַזשקעס, קאַשקעטלעך און היטעלעך מיט אַלערלײ װײַסע און געלע צאַצקעס, אָדלערס, פּאַסיקעס און אָקאָלעשקעס. אַפֿילו רענצלעך האָט מען ניט פֿאַרגעסן אױסצוהענגען בײַ די קראָמען, קאַמאַשן, קאַלאָשן, צוקערקעס , פּאַפּיראָסן. און אַפֿילו די חבֿרה קאָלבאַסניקעס, װאָס שטײען גאַנץ װײַט פֿון מיניסטעריום פֿאַר פֿאָלקסבילדונג און געהערן זיך שױן גאָר ניט אָן מיט השׂכּלה, װילן אױך האָבן אַ חלק, כאָטש מן־הצד, אין דער קולטור פֿונעם פֿאָטערלאַנד ― האָבן זײ אַרױסגעשטעלט אין די פֿענצטער אױפֿשניטן פֿון קאָלבאַסעס, פֿון שינקען, פֿלײשן און פּאַשטעטן, אַזעלכע פֿרישע און מיט קנאָבל שמעקנדיקע, אַז אַ כּפּרה די גאַנצע קולטור מיטן גאַנצן פֿאָטערלאַנד, בעת מע איז רעכט הונגעריק און דער חזיר צעשמעקט זיך מיט זײַן גאַנצן אַראָמאַט…

די האָטעלס מיט די אַכסניות, די רעסטאָראַנען מיט די רעסטאָראַציעס זענען פֿול געפּאַקט מיט די אָנגעפֿאָרענע געסט, פֿאָטערס און מוטערס און קינדער פֿון אַלערלײ עלטער, און אױף די פֿענצטער פֿון כּמעט אַלע הײַזער אױף אַלע גאַסן זענען אױפֿגעקלעפּט צעטעלעך: „קאָמנאַטאַ װנאַיאָם ― אַ חדר גיט זיך אָפּ“…

די, װאָס הענגען אױס די דאָזיקע צעטעלעך, װײסן שױן פֿון פֿריִער, װער עס װעט באַװױנען דאָס חדר, װאָס גיט זיך אָפּ. דאָס װעט זײַן אָדער אַן עלנטער בחור אַ סטודענט, װאָס פֿאַרמאָגט אײן פּאָר הױזן, צװײ העמדער און אַ באַרג מיט ביכער; אָדער אַ מײדל אַ קורסיסטקע, װאָס פֿלעג אַמאָל טראָגן קורצע האָר און הײַנט האָט זי אַ השׂגה אױף אַ שמאָל געפּענטעט קלײדעלע, װאָס מע רופֿט עס אין פּאַריז מיטן נאָמען „זשיפּקילאָט“… יעדנפֿאַלס פֿאַרמאָגט דאָס חדרל נישט מער אַז אײן אײַזערן בעטל, װאָס האָט שױן געדינט אַמאָל אין סדום, אַן אײַזערן װאַשטישל, װאָס האָט פֿײַנט, מע זאָל זיך צו דעם צורירן בעת װאַשן זיך, מחמת עס לײַדט, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, פֿון רעװמאַטיזם אין די פֿיס פֿון זינט מע האָט דאָס געבראַכט פֿון דער פֿאַבריק.

דאָס חדרל פֿאַרמאָגט אױך אַ טישל מיט אַ בענקל. האָבן זײ בײדע זײערע מעלות מיט זײערע חסרונות. די מעלות פֿונעם טישל איז, װאָס עס קאָן דינען פֿאַר אַ שרײַב־טיש און פֿאַר אַן עס־טיש און פֿאַר װאָס איר װילט. דאָס זענען די מעלות. און דער חסרון פֿונעם טישל איז ניט אינעם טישל גופֿא, נאָר אינעם טישקעסטל, אינעם שופֿלאָד. דאָס טישקעסטל האָט אַ טבֿע, אַז מע עפֿנט עס, װיל זיך עס שױן צוריק ניט פֿאַרמאַכן; און אַז מע פֿאַרמאַכט עס ― װעט זיך עס אײַך בשום־אופֿן ניט עפֿענען. ניט פֿון פֿאָרנט, ניט פֿון הינטן, ניט פֿון די זײַטן. איר קאָנט עס שלעפּן װיפֿל איר װילט, װעט אײַך דאָס גאַנצע טישל נאָכשלעפּן זיך. אפֿשר װילט איר זײַן אַ חכם און פּרוּװן שלעפּן דעם שופֿלאָד מיט בײדע הענט פֿון אונטן? פּרוּװט זיך, אַדרבא, איך װעל אײַך זאָגן פֿריִער, װאָס װעט זײַן: די הינטערשטע פֿיס פֿונעם טישל װעלן זיך אױפֿהײבן אַרױף און דאָס גאַנצענע טישל מיט אַלע ביכער, מיטן טינטער און מיטן קאַראַפֿין װאַסער װעלן ליגן אינאײנעם מיט אײַך אױף דער ערד. נו? װאָס האָט איר געפֿעלט? איר װעט זיך שױן בעסער באַגײן אָן אַ טישקעסטל, אָן אַ שופֿלאָד. װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז אַ טיש מוז האָבן אַ שופֿלאָד, למאַי דאָס בענקל, װאָס איך זאָג אײַך? אַ בענקל װי אַלע בענקלעך. פֿון דעם מין בענקלעך, װאָס מע רופֿט זײ „װינער שטולן“. זײ זענען אי לײַכט, אי שטאַרק און באַקװעם צו זיצן אױף זײ, װאָרעם זײערע געזעסלעך זענען פֿון שטרױ געפֿלאָכטן. פֿלאַך און גלאַט און װײך. דאָס זענען די מעלות פֿון די „װינער בענקלעך“ בכלל. נאָר דאָס בענקל, װאָס געפֿינט זיך אין דעם חדר, װאָס מיר גײען באַשרײַבן, האָט ניט אין זיך אײן מעלה פֿון די אַלע אױסגערעכנטע מעלות. עס װעט זײַן גענוג, אַז מיר װעלן אײַך אױסזאָגן אַ סוד, אָן דאָס בענקל אין אָן אַ געזעסל, דאָס הײסט, אַ געזעסל איז פֿאַראַן, נאָר אָן שטרױ, דאָס הײסט, ס'איז געװען שטרױ אױך, נאָר אַמאָל, בעת דאָס בענקל איז נאָך געװען אַ בענקל. איצט איז גאָר ניט כּדאַי פֿון דעם צו רעדן. לאָמיר בעסער שמועסן פֿון דער בעל־הביתטע, װאָס פֿאַרדינגט, װאָס גיט אָפּ דאָס דאָזיקע חדרל, פֿון איר מאַן, פֿון זײער טעכטערל בעטי און פֿון דעם פּאַרשױן, װאָס איז געקומען דינגען דאָס דאָזיקע חדרל. דאָס אין אַ סך װיכטיקער.

שׂרה שאַפּיראָ ― אַזױ האָט געהײסן די בעל־הביתטע, נאָך גאָר אַ יונג װײַבל און אַ שײנע, אַ שװאַרץ־חנעװדיקע ― איז געשטאַנען בײַ דער פּליטע מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל און געקאָכט אָנבײַסן, און איר טעכטערל בעטי, אַ יפֿת־תּואר, װאָס האַלט אין רעכטן ברען, צװישן אַכצן און צװאַנציק, איז געזעסן איבער אַ רוסיש בלאַטצײַטונג, בעת עס האָט זיך דערהערט אַ שאַרפֿער קלונג פֿון דרױסן.

― עס קער שױן זײַן אַ נײַער שלימזל אױפֿן חדר! ― האָט די מוטער אַ זאָג געגעבן צו דער טאָכטער און אַ װוּנק געגעבן, זי זאָל גײן עפֿענען.

ניט מיט גרױס חשק האָט די טאָכטער אַװעקגעלײגט דאָס בלאַט און איז אַראָפּגעלאָפֿן פֿון אַלע טרעפּ אַראָפּ, פֿון דריטן שטאָק, עפֿענען די טיר און איז אין צװײ מינוט אַרום געקומען צוריק מיט אַ יונגנמאַן, אַ גלוח, מיט זײער אַ מאָגערן טשעמאָדאַן אין די הענט ― אָנקוקן דאָס חדרל, װאָס גיט זיך אָפּ.

באַטראַכט דעם אַרײַנגעקומענעם פּאַרשױן מיטן מאָגערן טשעמאָדאַן, האָט די מוטער אים גיך אָפּגעשאַצט, אַז ער באַדאַרף צו זײַן אַ „כּתריליק“ און אַז ער װעט דעם חדר נישט דינגען, און דעריבער האָט זי אַ זאָג געגעבן צו דער טאָכטער אױף ייִדיש, זי זאָל אים זאָגן „מה־יקר“. די טאָכטער האָט געפֿאָלגט און אַ זאָג געגעבן דעם יונגנמאַן דעם פּרײַז פֿונעם צימער. האָט זיך דער יונגערמאַן דװקא ניט דערשראָקן און האָט געהײסן זיך באַװײַזן דאָס צימער. דעמאָלט האָט שױן די מאַדאַם שׂרה שאַפּיראָ אַװעקגעלײגט דאָס קאָכן אױף שפּעטער, אַראָפּגעקאַטשעט די אַרבל און אַלײן אױך מיטגעגאַנגען באַװײַזן דעם פּאַרשױן דאָס צימערל.

אַרײַנגעקומען אין דעם אױבן־באַשריבענעם חדר, האָט אונדזער פּאַרשױן באַטראַכט די בעל־הביתטע מיט איר טעכטערל אַ סך מער, װי ער האָט באַטראַכט דאָס צימער מיטן מעבל, און גאָר נישט לאַנג געקלערט, האָט ער אַ זאָג געגעבן, אַן גוט, עס געפֿעלט אים… האָט די מאַדאַם שׂרה שאַפּיראָ געפֿונען פֿאַר נױטיק נאָך אַ מאָל דערמאָנען, װאָס עס קאָסט. האָט דער פּאַרשױן אַ זאָג געגעבן, אַז עס מאַכט אים ניט אױס. װיבאַלד אַזױ, האָט שױן די מאַדאַם שאַפּיראָ געפֿונען פֿאַר גאַנץ נױטיק אַ זאָג געבן, אַן פֿאַר אַ האַלבן חודש מוז באַצאָלט װערן באַלד. האָט דער פּאַרשױן אַ זאָג געגעבן, אַז עס מאַכט אים ניט אױס אַפֿילו פֿאַר אַ גאַנצן חודש.

דאָ האָט זיך שױן די מאַדאַם שׂרה שאַפּיראָ אַ ביסל װי דערשראָקן: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלאַק? אַ מענטש קומט צו גײן, גיט אַ קוק, דינגט זיך ניט; מע זאָגט אים פֿאַר אַ האַלבן חודש פֿריִער, גיט ער פֿאַר אַ גאַנצן ― װער װײס, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ פּאַסאַזשיר? און זי האָט אַ קוק געגעבן אױף איר טאָכטער, די טאָכטער אױף איר. דערנאָך האָט זי אַ קוק געגעבן אױפֿן פּאַסאַזשיר, האָט זי דערזען, װי דער בחור קוקט אױף איר בעטין, לאָזט נישט אַראָפּ קײן אױג פֿון איר, איז איר דער פּאַרשױן געװאָרן נאָך מער ניט צום האַרצן, און זי האָט באַשטימט אים אַ זאָג געבן מיט אַ האַלבן מױל:

― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, ס'איז בײַ אונדז זײער שטרענג… פֿאַרשטײט איר, די פּאָליציע… איר װעט זײַן אַזױ גוט מיר װײַזן אײַערע דאָקומענטן… אײַער פּאַס…

― אַך, מײַן פּאַס?… אונדזער יונגערמאַן האָט אַרױסגעכאַפּט פֿון זײַט־קעשענע אַ פּאַפּיר און מיט אַ לעבלעך שמײכעלע אונטערגעטראָגן דער מאַדאַם שאַפּיראָ זײַן פּאַספּאָרט, און צו גלײַכער צײַט זיך אַ נעם געגעבן צוס בײַטעלע מיט געלט.

נאָר דאָ איז פֿאָרגעקומען אַזעלכס, װאָס האָט אָפּגעהאַלטן אַ װײַלע דעם יונגנמאַן פֿון צו אַרױס מיט די קלינגערס. די מאַדאַם שׂרה שאַפּיראָ האָט געכאַפּט אַ קוק מיט אײן אױג אין פּאַס און האָט הױך אױף אַ קול איבערגעלײענט: שקלאָװסקי מעשטשאַנין הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש… האָט זי זיך פֿריִער מאָדנע איבערגעקוקט מיט דער טאָכטער; דערנאָך האָט זי אַ זאָג געגעבן צום יונגנמאַן.

― האָט מיר קײן פֿאַראיבל ניט… איך װײס ניט, אױב איר װעט דאָ קאָנען זײַן? איך האָב נישט געװוּסט, אַז איר זענט אַ…

דער יונגערמאַן האָט מיט אַ שמײכל זיך אױסגעקערט צו דער מאַדאַם שאַפּיראָ.

― אַז איך בין אַ װאָס?

― אַז איר זענט אַ אונדזעריקער… אַ ייִד.

― און אַז איך בין אַ ייִד, איז װאָס?…

דער יונגער פּאַרשױן האָט אַראָפּגעלאָזט דאָס בײַטעלע צוריק אין קעשענע און אַלע דרײַ האָבן זיך איבערגעקוקט אָן װערטער.

דאָס פֿערטע קאַפּיטל: דער כּוח פֿון אַ מעדאַל

ביז אַהער אין דער שמועס געגאַנגען אױף רוסיש. און איצט, אַז עס האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז דאָס איז אַ שקלאָװער מיעשטשאַנין און הײסט הערש ראַבינאָװיטש, איז נישקשה, אָן אַן אומגליק, אַז מע װעט מיט אים רײדן אױף„אונדזער“ לשון. און שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך געװענדט צו אים שױן אױף פּראָסט ייִדיש:

― ס'איז מיר אַ חידוש אױף אײַך. איר װײַזט אױס אַ װעלטלעכער יונגערמאַן צו זײַן און װײסט ניט, אַז בײַ אונדז באַדאַרף אַ ייִד האָבן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע?…

דערױף האָט איר דער װעלטלעכער יונגערמאַן נישט געענטפֿערט גאָרניט, װײַל ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם גאַנצן קאָמפּלימענט אײן װאָרט אַפֿילו. ער האָט זיך אָנגערופֿן צו דער שאַפּיראָ אױף רוסיש און אַ ביסל רױט געװאָרן דערבײַ:

― איזװיניטיע ― איך פֿאַרשטײ ניט אױף ייִדיש.

דאָ האָט זיך די מאַדאַם שאַפּיראָ שױן גאָר ניט געקאָנט אײַנהאַלטן זיך פֿאַר געלעכטער:

― אַ שקלאָװער מיעשטשאַנין, און הײסט ראַבינאָװיטש, און פֿאַרשטײט ניט קײן ייִדיש?!…

בעטי, װעלכע איז געשטאַנען ביז אַהער װי אַ זײַטיקע, האָט זיך אַרײַנגעמישט אינעם שמועס און געקומען צו הילף דעם יונגנמאַן, װאָס איז געקומען דינגען דאָס צימער. זי האָט זיך אָנגערופֿן צו דער מוטער אױף רוסיש:

― קאַרג פֿאַראַן הײַנט יונגעלײַט, ייִדישע קינדער, װאָס פֿאַרשטײען ניט קײן ייִדיש?

און צום יונגנמאַן האָט זי זיך געװענדט, געגעבן אים צו