האָבן מיר, הײסט דאָס, איבערגעלאָזט די מאירס מיט די שניאורס בײַ דער שול שבת אין דער פֿרי שטײן אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע אָנגעדרודלט, װי הענער, און גרײט אָדער אָנכאַפּן זיך בײַ די בערד, אָדער אַרײַנפֿאָרן אײנער דעם אַנדערן אין די אױגן אַרײַן. מע דאַרף אָבער נישט פֿאַרגעסן, אַז די מאירס מיט די שניאורס זײַנען געװען טאַטנס קינדער, אָנשטענדיקע יונגעלײַט, חלילה נישט קײן הפֿקר־ייִנגלעך, װאָס זאָלן אָנפֿאַלן אײנס אױף דאָס אַנדערע, אַזױ װי די גױים, להבֿדיל. זײ האָבן אָפּגעװאַרט ביז עס װעט קומען עזריאל דער שמשׂ און װעט אױפֿעפֿענען די טיר פֿונעם בית־המדרש, װעט מען שױן דעמאָלט זען, װער עס װעט פֿריִער פֿאַרכאַפּן דעם טאַטנס שטאָט: צי מאיר, צי שניאור?
צען יאָר האָבן זיך געצױגן בײַ זײ די מינוטן. קױם דערלעבט זען עזריאלן מיט די שליסל, און אַז עזריאל מיט דער קאָלטענעװאַטער באָרד איז אָנגעקומען, האָט ער נישט געקאָנט צוקומען מיטן שליסל צום שלאָס בשום־אופֿן, װײַל בײדע ברידער האָבן זיך צוגעשפּאַרט מיט די פֿיס צו דער טיר, אײנער מיט דעם רעכטן פֿוס, דער אַנדערער מיט דעם לינקן פֿוס, נישט געװאָלט אָפּטרעטן בשום־אופֿן־ואופֿן.
― װאָס זשע װעט זײַן דערפֿון? ― האָט זײ עזריאל אַ זאָג געטאָן און גענומען בשעת־מעשׂה אַ שמעק טאַבאַק. ― מילא, אַז איר װעט אַזױ שטײן בײדע אָנגעשפּאַרט, װי די צאַפּעס, װעל איך נישט קאָנען עפֿענען די טיר, און דאָס בית־המדרש װעט שטײן אַזױ געשלאָסן אַ גאַנצן טאָג. ס'איז עפּעס אַ תּכלית? נו, אַדרבא, זאָגט שױן איר אַלײן!
עס װײַזט אױס, אַז די דאָזיקע װערטער האָבן געהאַט אַ װירקונג, מחמת די מאירס מיט די שניאורס האָבן זיך בײדע געגעבן אַ רוק צוריק, אײנער רעכטס, דער אַנדערער לינקס, געמאַכט אַן אָרט פֿון עזריאלס װעגן, ער זאָל קאָנען צוטרעטן מיטן שליסל צו דער טיר און אױפֿשליסן דעם רוקער. און אַז דער רוקער האָט זיך געגעבן אַ רוק און די טיר האָט זיך געגעבן אַן עפֿן־אױף, האָבן זיך די מאירס מיט די שניאורס געגעבן בײדע אַ לאָז־אַרײַן.
― פּאַװאָליע, אָט װאַלגערט איר אום אַ ייִדן! ― האָט אױסגעשריגן עזריאל דער שמשׂ, און אײדער ער האָט געקאָנט אױסרײדן נאָך אײן װאָרט, איז ער שױן געלעגן נעבעך אַ צעטראָטענער אונטער זײערע פֿיס און געשריגן ניט מיט זײן קול:
― פּאַװאָליע, אָט צעטרעט איר אַ ייִדן, אַ טאַטן פֿון קינדער!…
די מאירס מיט די שניאורס האָבן אָבער אין זינען געהאַט עזריאל דעם שמשׂ מיט זײַנע קינדער אין דער לינקער פּאה. זײ איז געלעגן אין זינען די שטאָט, דעם טאַטנס שטאָט, ― און האָבן זיך בײדע געגעבן אַ לאָז אַהין, אױבן־אָן, צו מזרח צו, געגעבן אַ שפּרונג־איבער איבער אַלע בענק און שטענדערס, און געקומען צו דער שטאָט, האָבן זײ זיך בײדע געגעבן אַ זעץ־אַנידער און אַ שפּאַר־אײַן מיט די פּלײצעס אין װאַנט אַרײַן און מיט די פֿיס אין דער פּאָדלאָגע, און פֿון גרױס שפּאַרעניש זײַנען זײ אַרױף אײנס אױף דאָס אַנדערע און אָנגענומען זיך בײַ די בערד און געפּינעט און געקריצט מיט די צײן און געכאָרכלט:
― מכּות װעסטו זיצן אױף דער שטאָט!
אין דער דאָזיקער צײַט האָט זיך עזריאל דער שמשׂ דערװײַל אױסגעגלײַכט די בײנער און צוגעגאַנגען צו די מאירס מיט די שניאורס און דערזען װי זײ ליגן בײדע און האַלטן אײנס דאָס אַנדערע בײַ די בערד, האָט ער אַ פּרוּװ געטאָן פֿריִער מיט גוטן, אַזױ צו זאָגן:
― אי־פֿע, שעמען מעגט איר זיך! צװײ ברידער, צװײ לײַבלעכע ברידער פֿון אײן טאַטע־מאַמע, זאָלן זיך האַלטן בײַ די בערד! און נאָך אין אַ מקום־קדוש דערצו! אי־פֿע!…
עזריאל דער שמשׂ האָט אָבער אַרױסגעזען אַז אין דעם מאָמענט גראַדע איז זײַן מוסר גאַנץ אומזיסט, אַרױסגעװאָרפֿן אױפֿן װינט; אַדרבא, ער האָט מיט זײַנע רײד, קאָן מען זאָגן, אונטערגעגעבן נאָך מער היץ, און די צװײ ברידער פֿון אײן טאַטע־מאַמע זײַנען אַזױ װײַט אַרײַן אין דער רציחה, אַז בײַ אײנעם אין האַנט איז געװען אַ זשמוט מיט שװאַרצע האָר )פֿון מאירס באָרד( און בײַם צװײטן אין האַנט איז געװען אַ זשמוט מיט רױטע האָר )פֿון שניאורס באָרד(, און אױך פֿלעקן בלױע האָבן זיך באַװיזן בײַ זײ אױף די פּנימער, און בײַ אײנעם פֿון זײ האָט זיך געטאָן אַ לאָז בלוט פֿון דער נאָז.
כּל־זמן עס האָט נאָך געהאַלטן בײַ בערד מיט פּעטש, קלעפּ, בוכענצעס וכדומה אַזעלכע מינים זאַכן, האָט עזריאל דער שמשׂ נאָך גע־