אַגדות הקאָנסערװאַטיװן

פֿאַרצײכנט פֿון באַב ראָזנטאַל

30 יוני, 9 און 12 יולי, 2002

ייִדיש: רעדאַקציע

אַבֿרהם און איך זײַנען אין שולבאַלקאָן. דער ליובאַװיטשער רבי ליגט אױף זײַן טױטן בעט עטלעכע בלאָקן אױף צפֿון, אין בית-ישׂראל-שפּיטאָל. אונדזער ראַבײַ האַלט אַ דרשה. מיר שושקענען זיך אַז ער איגנאָרירט דעם רבין. שפּעטער אַ ביסל צעבליצלען זיך אױף אַ װילדן אופֿן די שולליכט. טוען מיר זיך אַ קער אײנער צום אַנדערן: "דער רבי!"

* * *

מיט בנימינען האָב איך זיך באַקענט אין פּסיכיאַטריע-אָפּטײל פֿון בית-ישׂראל. ער לײַדט אױף שרעקלעכע דעפּרעסיעס. אים איז איצט שױן בעסער, און ער װױנט שױן װידער אין זײַן געגנט אין באָראָ-פּאַרק. איך בין אים מבֿקר-חולה אין זײַן "אוהל"-דירה. איך װאַש זיך די הענט און גײ אַרײַן צו אים אין קיך. בנימין דערלאַנגט טײ. זײַן מיטװױנער איז אױך דאָ. מיר שטעלן זיך פֿאָר און גיבן זיך די הענט. ער זאָגט עפּעס װעגן מיקראָבן. איך זאָג אים אַז כ'האָב זיך ערשט געװאַשן די הענט. "נײן", מאַכט ער, "איך האָב נאָר װאָס אָנגערירט ניט געװאַשן אױפּס אײדער כ'האָב אײַך געגעבן די הענט!" "ס'איז אָקײ. איך קײן אײַך פֿאַרזיכערן אַז ס'זײַנען ניטאָ בײַ מיר קײן ניט געװוּנטשענע מיקראָבן אױף די הענט. כ'בעט אײַך, זאָרגט זיך ניט." ער װענט זיך צו בנימינען און זאָגט: "אַ, ס'איז גוט אין אַ נאָװענע צו האָבן בײַ אונדז אַ מענשט מיט שׂכל!"

* * *

איך זע פֿון דאַונטאַון-ברוקלין װי עס פֿאַלט אײַן דער דרום-טורעם פֿון װעלט-האַנדל-צענטער. סאַראַ שרעקלעכער טאָג. איך האָב מורא אױף צו מאָרגנס אַרױסצוקוקן פֿון פֿענצטער בײַ מיר אין קיך, טאָמער איז קאַמפּאָס-פּלאַזאַ ניטאָ . אין שול האָב איך זיך ניט געקענט ברענגען אָנצוקוקן דעם ספֿר-תּורה במשך פֿון הגבה. די מגילות זײַנען צװילינג-טורעמס.

* * *

איך בין בײַ אַבֿרהמען פֿרײַטיק צו נאַכטס. נאָך חבֿרים פֿון שול זײַנען דאָ. אַבֿרהם דערלאַנגט קעטפֿיש. איך כאַפּ זיך אַרױס מיט אַ זאָג: "אַ חידוש --- איך האָב ניט געװוּסט, אַז קעטפֿיש איז כּשר!" עבי שושקעט צו מיר פֿון דער צװײטער זײַט טיש: "ס'איז ניט. ס'איז ניט." אַבֿרהם גײט צו צום טיש און דערקלערט, אַז אין מצרים, האָט די מאַמע דערלאַנגט דאָס עסן, איז עס במילא געװען כּשר צוליב דעם, װאָס דאָס האָט זי עס דערלאַנגט. גוט בײַ מיר. איך עס.

איך באַמערק אַז עבי מײַדט אױס דאָס מאכל.

* * *

סוזען איז ייִנגער פֿון מיר מיט אַ יאָר צװײ. איך קען זי שױן מײַן גאַנץ לעבן. אױפֿגעװאַקסן "מחוץ התּחום-המושבֿ", האָב איך געמײנט אַז איר משפּחה איז גאַנץ פֿרום. זײ זײַנען געװען רעפֿאָרם-ייִדן; זי האָט מיך דעם ערשטן אױסגעקליבן פֿאַרן "סנאָבאַל"-טענצל אױף איר בת-מצװה-שׂמחה. דערװאַקסענערהײט זײַנען זי מיט איר מאַן געװאָרן גאָר פֿרום. פֿאַר אַ יאָרן איז איר ברודערס אַ זון געװאָרן בר-מצװה. בשעת סוזען מיט מיר זײַנען געגאַנגען צו פֿוס פֿרײַטיק צו נאַכטס אין גראַנדיעזן דזשאָרדזשטאַון-טעמפּל אױף קבלת-שבת, האָב איך זיך צעלאַכט, "סוזען, מיט צען יאָר צוריק װאָלט איך מורא געהאַט אַרײַנצוגײן אין אַן אָרטאָדאָקסישער שול, נאָר הײַנט ביז איך נערװעז אַרײַנצוגײן אין אַ רעפֿאָרם-טעמפּל". זי האָט זיך אױך צעלאַכט, כאָטש נערװעז איז זי בכלל ניט געװען.

* * *

בילי און איך טראַכטן אױס די "שבת-פּאָליצײ". אַהײמגײענדיק צו פֿוס שבת בײַ טאָג, דערבליקן מיר װי אַ' רופֿט אַ טאַקסי. זי קוקט אױף אונדז פֿאַרשעמט. "איך דאַרף דאָך זען װי מײַן קינד טרעט אַרױס אױף דער בינע!" מיר צעשמײכלען זיך װײַל בסוד פֿאַרשטײען מיר דאָס אַלײן גאַנץ גוט. בילי טראָגט זיך אַרום מיט אַ טעפּל קאַװע װאָס ער האָט זיך נאָר װאָס אײַנגעהאַנדלט. מיר זעען װי ד' נעמט אָפּ איר װעש. מיר דערבליקן אי'ן װי ער שפּאַנט אַרום מיט אַן אָנגעצונדענעם ציגאַרעט. דאָס געשעפֿט איז גוט! ס'איז גרינג צו זײַן אַ שבת-פּאָליציאַנט. ס'איז אָבער שװער צו געדענקען אַלץ אָן צו פֿאַרשרײַבן. פֿאַרגעסן מיר אין דעם.

* * *

בנימין גיט מיר אַ טור פֿון באָראָ-פּאַרק. איך טרעף זיך מיט עטלעכע באַליבסטע מענטשן זײַנע. אַ שוסטער איז דער ערשטער אָפּשטעל. זײַן שטעלכל איז געפּאַקט נאָר ער הערט אַלץ אױף און איגנאָרירט די װאַרטנדיקע קונים כּדי מיר צו געבן שלום. בנימין װײַזט מיר דעם אָרעמען קינדער-ביבליאָטעק אין קעלער אָפּגערוקט פֿון דער גאַס. די ביכער זײַנען אָפּגעריסן און אָפּגעשליסן, אַלע װעגן די פֿרומע אָבֿות און ייִדן ספּאָרט-גיבורים. מיר פֿאַרקערעװען זיך מיט אַ געסל הינטער אַ ראַמהױז און גײען אַראָפּ אונטן אין געשעפֿט פֿון יצחק דעם סופֿר. ער איז אַ קלײנװוּקסיקער נאָר דאָס פּנים איז אים צעשטראַלט. ער װײַזט אונדז אַ קלײן של-יד-ביתל, ניט גרעסער װי דער שפּיץ מיזיניקל, "מע זאָל עס באַהאַלטן בײַ זיך אין דער האַנט טאָמער דאַרף מען אַריבערגײן אַ הױף צו ניצן די לאַטרינע". מיר האָבן געזען אַ גרױסן של-ראָש-בית, אַזױ גרױס װי אַ בײסבאָל. איך האַלט בײַם געזעגענען זיך מיט אים און ער גיט בײַ מיר אַ פֿרעג, "װאָס איז די גרעסטע מעלה פֿון לײגן תּפֿילין?" איך האָב אײגענע מײנונגען נאָר איך בין ניט זיכער בײַ זיך, צוליב העפֿלעכקײט מאַך איך װי איך קראַץ זיך אין פּאַטילניצע װידער איך גיב אַ קװעטש מיט די פּלײצעס. די אױגן בײַ יצחקן ברענען װי קױלן: "עס שאַפֿט אונדז דרך-ארץ בײַ די גױים!"