דרײַ לידער

אַבֿרהם רעזמאָװיטש (אונגאַרן)

1. אַ שטיל פֿײַערל

אַ שטיל פֿײַערל יאָגט מיך
טרײַבט מיך אין די יאָרן דורך
ער לאָזט מיך נישט רויִק קײן רגע
מיר זענען שױן װי אַלטע באַקאַנטע
װאָס זשע װיל ער פֿון מיר האָבן
צי איז ער מײַן געװיסן?

דער עיקר איז דאָס פֿײַערל
דאָס ברענט פּאַמעלעך אָן פֿלאַקערן
אָט אַזױ --- אפֿשר װעל איך דערזען
װי אַזױ די רעדעלעך װעלן זיך דרײען
און דערזען דאָס גורל פֿון אַלעמען
װאָס משמעותדיק מיר טײַער זענען.

2. זקנה

דער װעג נענטערט זיך צום ציל
און מע טוט אַ קוק אױף צוריק
אױפֿן פֿאַריתומטן װײַטן נעסטל
נאָר ס'איז דאָ אַ שאלה: נאָך װיפֿל?

זוך נישט קײן ענטפֿער אױף דער פֿראַגע
נישטאָ קײן טעם זיך צו אײַלן.
אױב דו קענסט גײן האָ'נישט קײן מורא
דער טײַװל זאָל אױף דעם טראַכטן.

3. אַ בריק אין דער װײַטקײט

אַ שװער װאָרט, װאָס איז אמת און ליגן
מע זאָגט אַזױ --- זי איז װײַט פֿון מיר
און דאָס איז דער ליגן, אַזױ צו זאָגן
װײַל געדאַנקען בױען אַ בריק צו איר.

טעג און יאָרן, אײנזאַמע, מאָנאָטאָנע,
שלעפּן זיך מיטן טרױער און פֿאַרלוסט
צוליב װאָס שלעפּן זיך די לאַנגע
שװערע יאָרן װי אַ שטײן אױפֿן ברוסט?

כ'האָב אױסגעטראַכט אין מחשבֿה
און רוף זי כּדי צו הערן איר עצה ---
איך הער איר קול. זי זאָגט:
"נישט זיך אופֿהאַלטן! לעבן דאַרפֿסטו!"