לױט די קאָרטן (פּיעסע)

מינדל רינקעװיטש

צװײטע סצענע

די צײַט: 1965

דאָס אָרט: אַ װאַרשעװער גאַס. אַ קאַפֿע אין דרױסן מיט אַ טישל און שטולן.

בעת דער פֿאָרהאַנג הײבט זיך: דאָס ייִנגעלע, װי דערװאַקסענער, לעבן געבליבענער, אַ טוריסט מיט אַ קאַמערע, שפּאַצירט זיך איבער דער גאַס, קוקט זיך אַרום מיט גרױס אינטערעס. מיט אַמאָל באַװײַזט זיך די צװײטע יונגע ציגײַנערין, גײט שנעל צו צו אים.

צװײטער יונגער ציגײַנערין: לאָזט זיך פֿאָראױסזאָגן דאָס מזל.

לעבן געבליבענער: (שטאַרק איבערראַשט) זע נאָר, די ציגײַנער זײַנען װידער דאָ! (פּרוּװט זי אַרומנעמען)

צװײטער יונגער ציגײַנערין: (דרײט זיך פֿלינק און קונציק אַרױס פֿון זײַנע הענט) איך בעט אײַך זײער! איך בין אַ פֿאַרהײראַטע פֿרױ מיט אַ קינד. איך האָב אײַך בלױז געװאָלט פֿאָרױסזאָגן דאָס מזל.

לעבן געבליבענער: איך בין אױך פֿאַרהײראַט. איך האָב זײער אַ פֿײַן ייִנגעלע אין די שטאַטן. איך װיל בלױז מיט אײַך אַ װײַלע שמועסן.

צװײטער לעבן געבליבענער: צו װאָס?

לעבן געבליבענער: אַ באַקאַנט פּנים ...

צװײטע יונגע ציגײַנערין: איר האָט מיך נאָך קײנמאָל פֿאַר די אױגן ניט געזען.

לעבן געבליבענער: איר דערמאָנט מיך אין װעמען.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: אַזאַ תּירוץ האָט מען שױן געעהערט.

לעבן געבליבענער: איך מוז מיט אײַך רעדן. (קוקט זיך אַרום.) דערלױבט מיר אײַך צו קױפֿן אַ לאַדע דאָ אין קאַפֿע. איר קענט פֿאָראױסזאָגן מײַן מזל.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: איך קען ניט גלאַט גײן מיט אײַך. װאָס טראַכט איר?

לעבן געבליבענער: איר קענט גאַנץ גוט אױפֿפּאַסן אױף זיך.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: װאָס מײנט איר מיט דעם?

לעבן געבליבענער: הערט אױס, מײדל, איר האָט דאָ צו טאָן מיט זײער אַן אַלטן מאַן. איך בין נאָך פֿון פֿאַר דער צװײטער װעלט-מלחמה. שטעלט אײַך פֿאָר! (װײך) זאָגט ניט אָפּ.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (ניט זיכער. װײַזט אױפֿן קאַפֿע.) נו, בלױז ביז דאַנען. בלױז אױף אַ האַלבער שעה.

(זײ זעצן זיך בײַם טישל. דער קעלנער קומט צו און װײַזט מעניוס.)

לעבן געבליבענער: (צו דער ציגעײַנערין, װײַזנדיק אױפֿן מעניו) װאָס שמעקט אײַך דאָ?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: איך װאָלט געגעסן אַ לאַדע פֿון שאָקאָלאַדע.

לעבן געבליבענער: איר װילט עפּעס טרינקען צו דעם?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (אַרגרעסיװ) קײן שום אַלקאָהאָל.

לעבן געבליבענער: אַ לאַדע פֿון שאָקאָלאַדע מיט צװײ קאַװעס, זײַט אַזױ גוט.

(קעלנער אָפּ.)

צװײטער יונגע ציגײַנערין: זענט איר, הײסט עס, אַ טוריסט פֿון אַמעריקע?

לעבן געבליבענער: איר זעט דאָך.

(קעלנער ברענגט צו טראָגן טאַץ, סערװירט זײ. קעלנער אָפּ.)

צװײטע יונגע ציגײַנערין: איר זענט אָבער אַ הי געבױרענער. איר רעדט צו גוט פּױליש פֿאַר אַן אַמעריקאַנער.

לעבן געבליבענער: כּדי דאָס צו דערקענען דאַרף מען ניט זײַן קײן װאָרזאָגערין.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: איר זענט געקומען צו קרובֿים אױף באַזוך?

לעבן געבליבענער: איך האָב דאָ ניט קײן קרובֿים.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: װאָס עפּעס?

לעבן געבליבענער: דער נאָכמלחמהדיקער דור איז, זע איך, אַ ביסל געדיכט.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: איר האָט דאָך אָבער געזאָגט אַז איר זענט אַ געבױרענער אין פּױלן.

לעבן געבליבענער: איך האָב דאָ קײנעם ניט. (ציט אױס די הענט צו איר) אפֿשר װעט איר מיר זײַן אַ קרובֿה?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: װאָס דאַרפֿט איר אַז איך זאָל זיך מאַכן פֿאַר אײַערע אַ קרובֿה?

לעבן געבליבענער: זי כאַפּט זיך נאָך אַלץ ניט. (פּױזע) לאָמיר פֿירן אַ שמועס װעגן דער צװײטער װעלט-מלחמה.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: איר געדענקט עס; איך ניט.

לעבן געבליבענער: אָ, די יוגנט! (פּױזע) זאָגט מיר, איר זענט געבױרן געװאָרן אין װאַרשע?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: אַװדאי.

לעבן געבליבענער: איז לאָמיר שמועסן װעגן געװיסע געשעענישן אין אונדזער הײמשטאָט בעת דער

צװײטער װעלט-מלחמה.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: זײ האָבן געװאָרפֿן מיט באָמבעס ביז עס איז פֿון דעם גאָרניט געבליבן.

לעבן געבליבענער: לאָמיר נאָכאַמאָל פּראָבירן. בעת דער צװײטער װעלט-מלחמה זײַנען פֿאָרגעקומען צװײ אױפֿשטאַנדן. לאָמיר רעדן װעגן דער ערטשער.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (כאַפּט זיך, שאָקירט) די געטאָ! גאָט מײַנער! װאָס טוט איר דאָ?

לעבן געבליבענער: אָט דאָס האָב איך פּונקט געהאַלטן אין פֿרעגן בײַ אײַך. װאָס זענט איר דאָ צוריקגעקומען? אױף װאָס װאַרט איר? אַז די דריטע װעלט-מלחמה זאָל זיך אָנרוקן און שױן מאַכן צו אײַך אַלעמען אַ סוף?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: ערגעץ װוּ מוזן מיר דאָך זײַן. בײַ אײַך אין אַמעריקע איז דען דאָס לעבן אױף הונדערט פּראָצענט געזיכערט?

לעבן געבליבענער: קײן אָרט איז ניט אין גאַנצן זיכער. אָבער זיך דאָ אַװעקזעצן! דאָס הײסט, פֿאַקטיש, אײַנלאַדן דעם טױט צו זיך אין שטוב אַרײַן. איר האָט דערמאָנט אַ קינד. כאַפּט עס און אַנטלױפֿט. טראָגט זיך אָפּ פֿון אײראָפּע.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: כאַפּט עס און אַנטלױפֿט. פּונקט אַזױ. װוּהין? װאָס װעט זײַן מיט מײַן משפּחה?

לעבן געבליבענער: איר װעט אַלע קומען קײן אַמעריקע. איך װעל דאָס אַראַנזשירן פֿאַר אײַך.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: פֿאַר װאָס זאָלט איר זיך אַזעלכעס אונטערנעמען?

לעבן געבליבענער: איך האָב אױך געהאַט אַ משפּחה. אױף זײער אָרט װיל איך אײַך אָפּראַטעװען. (פּױזע) איך מײן ערנסט.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: איך פֿאַרשטײ.

לעבן געבליבענער: נו?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: מען פֿאָרט ניט מיט אַ מאָל, גלאַט אַזױ, קײן אַמעריקע.

לעבן געבליבענער: די ציגײַנער זײַנען דאָך באַװעגלעך.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: יאָ, מע באַװעגט זיך און מען באַװעגן זיך אין זעלבן פֿאַרקישופֿטן קרײַז. מיר קומען אין ערגעץ ניט אָן.

לעבן געבליבענער: פֿאַר דער מלחמה איז געגאַנגען אַ װערטל צװישן ייִדן: בלײַבן אין אײראָפּע הײסט זיצן אױף אַ װאָלקאַן. איך מײן אַז איר זיצט נאָך אױפֿן זעלבן װאָלקאַן.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: דער װאָלקאַן האָט שױן אױפֿגעריסן. איצט װעט ער לאַנג רויִק שלאָפֿן.

לעבן געבליבענער: פֿון װאַנען װײסט איר?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: לױט די קאָרטן. מיר װײסן.

לעבן געבליבענער: איך בין גרײט צוצוגעבן אַז געװיסע זאַכן װײסט איר דװקא. אַ ציגײַנערין האָט מיר אַמאָל פֿאָראױסגעזאָגט מײַן מזל.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: װאָס האָט זי אַזעלכעס אַרױסגעזאָגט?

לעבן געבליבענער: אַז איך װעל אַלעמען איבערלעבן.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: זעט מען דאָך.

לעבן געבליבענער: װײַטער האָט זי געזאָגט אַז איך װעל װערן גאָר אַן אַנדערער.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: מיט װאָס זענט איר אַזױ אַנדערש געװאָרן?

לעבן געבליבענער: איר זעט פֿאַר זיך אַ פֿולשטענדיקן אַמעריקאַנער בירגער. צום אומגליק האָט אין 43טן יאָר ניט געהאַלטן דערבײַ.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: זעט איר שױן. אױף די קאָרטן קען מען זיך פֿאַרלאָזן.

לעבן געבליבענער: נו גוט. לאָמיר אָננעמען אַז מע קען זיך יאָ אױף זײ פֿאַרלאָזן. נאָר טאָמער --- חס וחלילה --- קלאַפּט עס ניט. טאָמער לײגט איר זײ ניט אױס װי עס דאַרף צו זײַן. װאָס װעט פֿון אײַך אַלעמען װערן?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: מע האָט שױן געטראַכט װעגן דעם. מיר װעלן פֿאַרשװינדן און שױן.

לעבן געבליבענער: װוּהין?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: פֿאַרלאָזט זיך אױף אונדז. דאָס איז שױן אונדזער זאַך. הײַנט דאָ --- מאָרגן פֿאַרפֿאַלן װי אין װאַסער --- קײן אַדרעס ניט געלאָזט --

לעבן געבליבענער: מע װײסט דאָך װעגן די קאַנאַלן מיט די מאָנאַסטירן. פֿאַראַן װעגן דעם אַ צענדליק פֿילמען. הונדערט ביכער.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: װעט מען געפֿינען אַן אַנדער װעג.

לעבן געבליבענער: איר װעט זיך אױסלערנען װי נאָך צו לעבן אונטערן װאַסער.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (פֿאַרחידושט) װאָס?

לעבן געבליבענער: ס'איז אַזאַ ייִדישער װיץ.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (מרה-שחורהדיק) ס'איז ניט קײן געלעכטער.

לעבן געבליבענער: װי אַזױ האָבן אײַערע עלטערן איבערגעלעבט יענע יאָרן?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: װי האָב איך אײַך געזאָגט? זײ האָבן געװוּסט װי אַזױ ניט צו װערן.

לעבן געבליבענער: (קורצע פּױזע) זאָגט מיר, די עלטערע ציגײַנער רעדן נאָך װעגן דער מלחמה?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (קורצע פּױזע) יאָ. (לענגערע פּױזע) מען דערמאָנט אײַך.

(לעבן געבליבענער װאַרט מיט אומגעדולד זי זאָל רעדן װײַטער. אַזױ װי עס װערט קלאָר אַז זי האָט ניט בדעה װײַטער צו רעדן װעגן דעם ענין פּרוּװט ער דאָס בײַ איר אַרױסקריגן)

לעבן געבליבענער: למשל?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (פּאַמעלעך, ניט זיכער) איר פֿאַרשטײט, אײַער צרה איז געװען װאָס איר האָט צו פֿיל געװאָלט. גרױסע אױגן האָט איר געהאַט.

לעבן געבליבענער: װאָס האָבן מיר אײגנטלעך אַזעלכעס געװאָלט?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (עמפֿאַטיש) װאָס האָט איר דען  נ י ט  געװאָלט? אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן האָט איר אױך געדאַרפֿט נאָכטאָן. שרײַבן זײערע ביכער! פֿאַרװאַלטן מיט זײערע פֿאַבריקן! װערן לערער אין זײערע שולן!

לעבן געבליבענער: װאָס איז די עבֿירה?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: קײן עבֿירה איז דאָס פּונקט אָבער מען דאַרף האָבן אַ שטיקל געפֿיל פֿאַר דעם װאָס איז רעכט, װאָס שיקט זיך. איר האָט ניט געװוּסט פֿון קײן מאָס. איבעראַל זענט איר געװעזן: אין טעאַטער, אין די פֿילמען. (איר שטימע דריקט אױס שאָק) איר האָט אַפֿילו געהאַט אַ פּאָר מענטשן אין דער רעגירונג, זאָגט מען.

לעבן געבליבענער: נו, און אַז אַ מינאָריטעט גיט פֿאָרט פֿון זיך אַרױס אַ געװיסן פּראָצענט מענטשן מיט אַ חוש פֿאַר פּאָליטיק צי פֿאַר דער קונסט?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: מיר גײט איר דערצײלן װעגן דער קונסט? די ציגײַנער זײַנען װײניק קינסטלער?

לעבן געבליבענער: אױב אַזױ איז דען ניטאָ פֿאַראַן בײַ אײַך דער פֿאַרלאַנג דאָס צו ברענגען צום אױסדרוק?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (אַגרעסיװ) איז װער לאָזט אונדז ניט? מיר פֿאַרװײַלן זיך גאַנץ פֿײַן צװישן זיך.

לעבן געבליבענער: אױך אין אַנדערע קרײַזן האַלט מען זײער פֿון אײַער מוזיק.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: איז אַװדאי גוט. עס גלוסט זיך זײ הערן ציגײַנער מוזיק --- מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן -- מיר װײסן אָבער ניט אַרױסצוגײן פֿון די ראַמען. פֿון אַ ציגײַנער בײַם פֿילהאַרמאָניק האָט איר שױן געהערט? (פּױזע) לאָמיר זאָגן אַז דער מאַכער פֿון עפּעס אַ קאַפֿע װיל אונדז אָנשטעלן אױף אַ פּאָר װאָכן. פֿײַן. נאַכער נעמט עס זײ שױן װערן נימאס און ס'איז אױס. איז אױך גוט. פֿאַראַן װײניק קאַפֿעס?

לעבן געבליבענער: אָבער אײַך האָט עס דאָך אױך געטראָפֿן. אַפֿילו מיט די חזירישע קאַפֿעס אײַערע...

צװײטע יונגע ציגײַנערין: אײַך האָט עס געטראָפֿן. אײַך האָבן זײ געמײנט. מיר זײַנען צופֿעליק מיטגעריסן געװאָרן.

לעבן געבליבענער: איר באַשולדיקט אונדז אין אײַער אומגליק?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (צעמישט) נײן, נײן, פּונקט אַזױ האָב איך דאָך ניט געזאָגט. איך מײן בלױז אַז מיט אײַך האָבן זײ אָנגעהױבן װײַל פֿון אײַערע זײַנען געװען אַזױ פֿיל...

לעבן געבליבענער: (פֿאַרביטערט) צו פֿיל.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: הערט אױס. איר האָט בײַ מיר געפֿרעגט װאָס מענטשן רעדן, זאָג איך אײַך. מיט מײַן אײגן געפֿיל האָט עס ניט צו טאָן. מײַנעטװעגן מעגט איר אַלע צוריקקומען. װאָלט מען װײניקער אױף אונדז געקוקט.

לעבן געבליבענער: מיר קומען אָבער ניט צוריק און איר װאַרפֿט זיך זײער אין די אױגן.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: זאָג איך אײַך אַז מיר האָבן ניט װאָס מורא צו האָבן. לױט די קאָרטן...

לעבן געבליבענער: (פֿאַלט איר אַרײַן אין די רײד) װי האַלטן מיר לױט די קאָרטן?

(זי ענטפֿערט ניט)

לעבן געבליבענער: איר האָט דאָך מיר געװאָלט פֿאָרױסזאָגן מײַן מזל.

(זי נעמט אױסלײגן די קאָרטן, מורמלט עפּעס. מיט אַ מאָל טוט זי זיך אַ טרײסל װי זי װאָלט געװען שטאַרק שאָקירט.)

לעבן געבליבענער: נו?

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (קװענקלט זיך און שטאַמלט) ס'איז מיר ניט קלאָר. כ'װעל נאָך אַ מאָל פּרובירן. (זי פּרוּװט זיך װידער נעמען צו די קאָרטן)

לעבן געבליבענער: (לײגט אַװעק אַ האַנט אױף די קאָרטן) דאָס ניט.

צװײטע יונגע ציגײַנערין: (שױן אין גאַנצן זיכער מיט זיך) ס'איז ניט קלאָר זאָג איך אײַך. אַ רגע בלױז --

לעבן געבליבענער: (קרימט זי נאָך) אַ רגע בלױז --- אױף אױסצוטראַכטן אַ שײנס -- (כאַפּט זי אָן פֿלינק פֿאַר אַ האַנט) כ'װיל װיסן װאָס אין די קאָרטן שטײט -- שױן --- איצט ---