בריװ פֿון ברוקלין-הײַטס (רעפּאָרטאַזש)
רעדאַקציע

לאָמיר באַקענען זיך מיט אַ פּאָר אַפּיקורוסישע חסידישע יונגעלײַט.

איך בין פֿאַרבעטן געװאָרן אױף אַ שבת-סעודה אין ברוקלין-הײַטס פֿון מײַן פֿרײַנד יעקבֿען -- אַ גאַסט אין שטאָט --- אַ געװעזענער חסיד, ניגונים-לערער, און צומאָליקער פּיצע-ייִנגל װאָס װױנט אין סאַוט-בענד, אינדיִאַנאַ.

איך קום צו פֿאָרן פֿאַר שקיעה מיטברענגנדיק אַ פֿלעשל װײַן. רחל, אַ דײַטשקע אינעם ייִװאָ-זומער-פּראָגראַם, זאָגט בתּורות ברוך-הבא, "זײַ מוחל, נאָר כ'בין סטאָנד." זי האָט זיך אױסגעלערנט ייִדיש דורכן צוהערן זיך צו קול-ישׂראל אױף איר קורצכװאַליעדיקן ראַדיִאָ אין בערלין, און אַרבעט איצט װי אַ קעלנערין.

איך װאַרט אױף די אַנדערע געסט. זײ האָבן אַלע אַ סך בשותּפֿות: עקס-אָ (פֿאַר אָרטאָדאָקסיש), ייִדיש-רעדערס, בקי אין די שװאַרצע אותיות (און טײל למדנים אין חכמות-יװן אױך), אַרבעטלאָזע, און אומצופֿרידן. אױף ייִדיש רופֿט מען זײ אַפּיקורוסים. אױף ענגליש װאָלט מען זײ גערופֿן סלעקערס.

בשעת די געסט קומען צו גײן צו ביסלעך, זיצן אַ פּאָר פֿון אונדז אין װױנצימער. דעם קטורת [מאַריכואַנאַ] פֿאַרטײלט מען. יודל, װאָס איז שטענדיק "הײַ" [פֿאַרטױבט], רעדט מיט התלהבֿות װעגן דעם נעכטיקן באָב דילען -- פּאָל סײַמאָן קאָנצערט. ""דער באָקסער' איז אַן אמת חסידיש ליד", טענהט ער. דורכן שײַכות-הפּרשת מוזיק-פֿאַרװײַלונג-פֿרומע פֿאַרװײַלונג קערט זיך די טעמע אױף "האַנדל ערלעך", אַ חסידישער װערסיע פֿון ברעטלשפּיל "מאָנאָפּאָלי": "דו טראָגסט אַ פֿאַרשטײַט רױט קלײדל. צאָל פֿופֿצן דאָלאַר." "איר קוקט טעלעװיזיע. גײט אין גיהינום. גײ נישט אַריבער 'גאָ'."

דער עסצימער פֿילט זיך אָן. אײנער הײבט אָן צו זינגען "שלום-עליכם"; טײל מענטשן זינגען מיט, נאָר ס'זײַנען דאָ אַ פּאָר דערשטיקטע קרעכצן, און אַ סך אױגן קײַקלען זיך אַרױף אױף אַ סאַרקאַסטישן אױפֿן. מענדל, פֿון אַ װיזשניצער משפּחה און אַ סטודענט בײַם ניו-יאָרקער אוניװערסיטעט, הײבט אָן צו מאַכן קידוש, בשעת ישׂראל-מאיר, װאָס אַרבעט בײַם ברוקלינער עפֿנטלעכן ביבליִאָטעק, זאָגט, "אױ, גאָט, כ'קען דאָס נישט דערלײַדן" --- דאָס הײסט קידוש, װאָס ער קען נישט פֿאַרטראָגן, צוזאַמען מיט יעדן זכר פֿון פֿרומקײט.

קײלעב מאַכט המוציא. טאָמער דו דרײסט זיך מיט ייִדישיסטן איז קײלעב זיכער דיר באַקאַנט. זײַן הילוך איז אַ סטײַלישער, װי אַרױס פֿון אַ פֿילם פֿון די 40ער (װײַסע שיך, װײַסער אָנצוג, דיק, שװאַרץ-גערעמטע ברילן), רעדט און שרײַבט אַ פּרעכטיקן ייִדיש, און איז אַ גוי גמור אױף בײדע זײַטן. נײַן מיט אַ האַלב פֿון צען אַמעריקאַנער ייִדן װאָלטן נישט געקענט מאַכן המוציא מיט זײַן זיכערקײט.

עס קומט אָן בערל, אַ הױכער, מיט דינע בײנער און דעם זכר פֿון אַ באָרד, און הײבט אָן אַ מעשׂה װעגן זײַן כּלאמרשטיקער פּראָפֿעסיע: טעראָריזם פֿון דער װײַטנס, אונטערשטיצן דיקטאַטאָרן, קאָנטער-רעװאָלוציאָנערן, און יעדן אײנעם װאָס האַלט אוף דעם סטאַטוס-קװאָ. ער איז קלוג און ציניש אױפֿן ניהיליסטישן שטײגער: "דער דאַלײ לאַמאַ איז ערגער פֿון די כינעזער, אַנדערש װי װאָלט ער געקענט זיצן מיט פֿאַרלײגטע הענט און דערלױבן אַז מיליִאָנען זאָלן אים האַלטן פֿאַר אַ גאָט?"

בנימין -- אַ לאַנגהאָריקער, אַ שלעפּער, אַ זשעסטיקולירנדיקער עקצענטריק -- איז פֿאַצסינירט פֿון די װערק פֿון עליִאַס קאַנעטי (דעם נאָבעל-פּרעמירטן אין ליטעראַטור װאָס איז געבױרן געװאָרן בײַ אַ לאַדינאָ-רעדנדיקער משפּחה אין בולגאַריע) און באַזונדערש זײַן בוך "מאַסן און מאַכט". אױף אַ הױך-געשטימטן, אופֿגערעגטן קול, װי יודל אין עקסטאַז איבער דילאַן, הײבט ער אָן חוזק צו מאַכן פֿון די ישיבֿה-בחורים װאָס קערן זיך ערשט אום פֿון פּראָטעסט-מאַניפֿעסטאַציעס אין ברוקלין צי ירושלים: "עס זײַנען געװען טױזנטער ייִדן! טױזנטער ייִדן!" חיים, װי בנימין נאָר מער צוריקגעהאַלטן, מיט אַ נטיעה צו פּרעפּיקײט, באַמערקט, "יאָ --- פּונקט װי אױף אַ יענקיס-גײם."

זאָגט בערל װעגן קאַנעטין, "ס'זײַנען דאָך אַזױ אַלע רעליגיִעס --- אַ מורא פֿאַר טױטע: די רביים, די גדולים. מע נעמט אַזאַ מורא און רופֿט אים אָן טראַדיציע."

אײנע לײגט פֿיר אַ דעבאַטע אױף דער טעמע צװישן בערטראַנד רוסעל ע"ה און דעם ליובאַװיטשער רבין ז"ל; דאָס דערפֿירט צו אַ שמועס װעגן אַן אַדװערטײַזינג-קאַמפּאַניע פֿאַר סמירנאָף-װאָדקאַ, װאָס דער רבי האָט נישט דערלעבט צו אינדאָרסירן.

דער שמועס צעשפּאַלט זיך. בנימין הײבט אױף דעם קאָצקער, דעם חסידישן רבין װאָס מע האַלט זײַן פֿילאָסאָפֿיע פֿאַר אַ פֿירקומער פֿון עקזיסטענציִאַליזם. װאָס איז געשען יענער נאַכט, די נאַכט פֿאַרן קאָצקערס צװאַנציק-יאָריקן התבודדות? נישט שױן זשע האָט דער קאָצקער אַ װאַרף געטאָן זײַן שטרײַמל אױף די שבת-ליכט מיט דער כּװנה זײ זאָלן פֿאַרלאָשן װערן ("ס'איז לית דין ולית דײן", האָט ער געדאַרפֿט זאָגן) --- אָדער איז ער סתּם משוגע געװאָרן, און די גאַנצע מעשׂה איז אַן אױסגעטראַכטע פֿון שפּעטערע שרײַבער?

בערל האַלט אַז אױב דאָס שלאָפֿן איז אַ זעכציקל פֿון טױט, און שלאָפֿן איז אַזױ גװאַלדיק, מוז דער טױט זײַן אַ גרױס פֿאַרברענגען. "אַלץ װאָס פֿעלט מיר אין לעבן", מאַכט ער, "איז אַ פּלאַץ צום שלאָפֿן און אַ ביסל ניקאָטין. אַלץ װאָס אין גמרא איז נאַרישקײט."

װען די ייִדן זאָלן האָבן אַן אַרבעט, צי זאָלן נאָך האָבן אַ פֿאַרבינדונג צו אַ קהילה, װאָלט זײער ציניזם געװען עפּעס מילדער. אָבער פֿון דער אַנדערע זײַט: דער אַמעריקאַנער ייִדישער עסטאַבלישמענט װיל דאָך פּונקט אַזעלכע ייִדן, אַזלעכע נישט אַזױ פֿרומע, ייִדישלעך געלערנטע "עפּעס-צװאַנציקער און -דרײַסיקער"? אַ גרופּע װאָס קען הנאה האָבן פֿון אַ שבת-סעודה פֿרײַטיק צו נאַכטס מיט קידוש און המוציא און רעדן אינטעליגענט אין אײן צײַט װעגן חסידיזם, קאַנעטי, און געאָפּאָליטיק? דער ייִדישער המשך װאָלט געהאַט אַ קיום (די אַלע חבֿרים זײַנע זײַנען ייִדן, זײער רעפֿערענץ-גרם איז אַ ייִדישע) נאָר זײ באַװעגן זיך פֿרײַ אין דער נישט-ייִדישער געזעלשאַפֿט, מענטשן אױף דער גאַס און ייִדן אין שטוב.

איך לאָז זיך נאָכן ברוקלינער בריק אױפֿן װעג אַהײם קײן מאַנהעטן, װוּ דאָס זײַן אַן אומצופֿרידענער ייִד מײנט עפּעס גאָר אַנדערש.