דזשעני דזשאָסעף

אָנזאָג

װען איך װעל זײַן אַן אַלטע פֿרױ װעל איך גײן אָנגעטאָן אין פּורפּור
מיט אַ רױטן קאַפּעליוש װאָס פּאַסט נישט צו דעם פּורפּור און נישט מיר.
מײַן פּענסיע װעל איך אױסגעבן אױף בראָנפֿן און זומער-הענטשקעס
און סאַנדאַלן פֿון רױטן סאַמעט און זאָגן אַז מיר האָבן נישט אױף פּוטער.
איך װעל זיך אַװעקזעצן אַ מידע אױפֿן טראָטואַר
און פֿרעסן מוסטערן אין געשעפֿטן און אַלאַרמע-גלעקען דריקן
און פֿירן מײַן שטעקן איבער פּאַרענטשעס אין דרױסן
און גוטמאַכן די ניכטערקײט פֿון מײַיוגנט
איך װעל אַרױסגײן אין מײַנע שטעקשיך אין רעגן
און רײַסן בלומען פֿון פֿרעמדע גערטנער
און זיך לערנען שפּײַען.

מען קען גײן אין שרעקלעכע העמדער און װערן פֿעט
און אױפֿעסן דרײַ פֿונט װוּרשט מיט אײן מאָל,
אַ װאָך צײַט עסן בלױז אוגערקעס מיט ברױט,
און אָנקלײבן קאַסטנס מיט פֿעדערס, בלײַערס, בירטעצלעך, װער װײסט װאָס.

אָבער איצט מוזן מיר האָבן קלײדער װאָס נעצן זיך נישט דורך
און צאָלן דירה-געלט, און איך דאַרף נישט שעלטן
און זײַן אַ מוסטער פֿאַר די קינדער.
פֿרײַנט אױף װעטשערע פֿאַרבעטן, אַ צײַטונג לעזן.

נאָר אפֿשר דאַרף איך שױן באַקומען אַ ביסל פּראַקטיק?
צו פֿאַרשפּאָרן מענטשן װאָס קענען מיך דעם שאָק צי איבעראַשונג
װען כ'װעל מיטאַמאָל אַלט װערן
און נעמען זיך אין פּורפּור אָנטאָן.

ייִדיש: מינדל רינקעװיטש