ז. סטיװענסאָן

אײַערע נעמען

פֿאַרשאָלטן זאָל זײַן יעדערער װאָס פֿאַרטרױט זײַנע נעמען.
היט זײ פֿאָרזיכטיק פֿאַרבאָרגן אין אַ קעלער אין אַ קילן
בשעת דער גלח קלאַפּט מיט זײַנע פּלאַסטישע צלמים
און לײגט פֿיר נעמען שענערע, און באָט אײַך אָן סאַלאַמיס.

הײסט דעם לעבער קאָכן זיך, די אױגן גיכער דרײען זיך,
דעם טלית מיטן ספּאַנדעקס ראָקנראָליש איבערבײַטן זיך ---
אַלץ, אַבי צו היטן דאָס, װאָס ליגט טיף ממעמקימדיק
אין די ימען אין די שאַװרצע פֿון קײן-מאָל-נישט-אַנטדעקן-זיך.

פֿינקלט װי אַ שטײן װאָס אים צעהאַקן װעט נישט קײנער,
מיניעט װי אַן אָזערע איבערפֿול מיט װײַסע בײנער.
זינגט װי אַ שאַרפֿשנאָבליקער װאָס שטעכלט אומברחמנותדיק.
װאָס װאָס --- אָבער נישט אַנטדעקט אײַערע נעמען, אײַער אײגן גליק.

מאַכט זשע שױן עליה, טוט זיך אױסשטריקן אַ יאַרמלקע.
פֿאַרקױפֿט זיך פֿאַר אַ װאָל-סטריטניק און שאַפֿט זיך צװײ מאַיאָנטיקעס.
ציט זיך אַזש אין ברוקלין. רופֿט זיך יהודי-ייִדל ייִדענעס:
בײַ אײַערע נעמען מוזט איר בלײַבן תּמיד אין געפֿענקעניש...