דוד המלך זאָגט אַז אַ מענטשנס יאָרן טרעפֿן 70 יאָר, און אַ מאָל נאָך 10 אױב ער איז אַ געזונטער. הלװאי דאָס זעלביקע געזאָגט אױף קאָמפּיטערס! צוליב אַ קאָמפּיוטער-טראַך, שטעלן מיר דאָס מאָל ניט קײן גרױס אַרטיקל פֿון דער רעדאַקציע. די רעדאַקציע װינשט אײַך אַלע באַזונדער אַ גוט יאָר, און לײגט דערצו אַ בקשה: שיקט אונדז, זײַט אַזױ גוט, נאָך מעשׂיות, נאָך לידער!