פֿון רעדאַקציע

שלום בערגער און יהודה-לײב פּראַגער

דער דאָזיקער בשותּפֿותדיקער נומער פֿון The Mendele Review און דער באַװעבטער ייִד װײַזט אַרױס סײַ די שעפֿערישע אוצרות פֿון דער לעבעדיקער ייִדישער שפּראַך, סײַ דעם דוחק אין ייִנגערע טאַלאַנטן.

בײַם איבערקוקן דעם נומער זעט מען אין "דער גזר-דין" װי דאָס בעסטיאַליש אַכזריות װערט אַנטקעגנגעװירקט פֿון אױסלײזערישער ליבע. אין "מײַן לעצטע נסיעה" איז צער-בעלי-חיים אפֿשר בכּוח אונדז אומצוקערן צו אמתדיקער מענטשלעכקײט. "װאַלפֿיש" און "קדיש-יתום" באַהאַנדלען דאָס רעטעניש פֿון אײביקער אבֿידה אין די אױגן פֿון קלײן און גרױס. "גוטער דאָקטער װײ-צו-מיר" װעט זײַן שװער צו פֿאַרשטײן פֿאַר די, בײַ װעלכע סאָװעטישע דרײדלעך זײַנען נאָר פֿאַרצײַטישע געשיכטע: דאָס ליד בעט פֿאַרטײַטשט צו װערן.

כּדאַי דאָ צו דערמאָנען, װאָס די רעדאַקציע האָט נאָר מיט גרױסע שװעריקײטן דערשלאָגן זיך צו נײַע דרוקפֿעיִקע װערק אױף ייִדיש. דאָס איז דאָך נישט קײן חידוש, ובפֿרט פֿאַר די, װאָס דאָס צונױפֿשטעלן ייִדיש-שפּראַכיקע זשורנאַלן איז זײער געװײנטלעכע אַרבעט. אָבער דער באַװעבטער ייִד אין זײַן לױפֿיקער רעדאַקציאָנעלער אַרבעט האָט אױסגעפֿונען, אַז נאָך אַלע בעטענישן און מאָנונגען בײַ שרײַבער קלעקט דאָס אַרײַנגעשיקטע אױף אַ צײן: דאָס הײסט, דער מאַנגל בײַ אונדז אין דער עלעקטראָנישער ליטעראַטור איז ערגער װי בײַ אַנדערע. אפֿשר איז אײן סיבה, װאָס ס'איז נישטאָ קײן שטאַרקע פֿאַרבינדונג צװישן דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור-װעלט און דעם נײַעם, דעם אינטערנעטישן. סײַ װי װעט דער באַװעבטער ייִד װײַטער פֿאַרבעטן, זוכן, און אױסזוכן נײַע ייִדישע ליטעראַטור. The Mendele Review װעט זיך װײַטער פֿאַרנעמען מיט ייִדיש-לימודים אױפֿן העכסטן ניװאָ.