דודל כּותבֿ

קדיש יתום

דער טאַטע איז געשטאָרבן
די ייִנגלעך זאָגן קדיש
זײ הערן אױף צו שפּילן
און לױפֿן זאָגן קדיש
די באַקן װערן רױט
פֿון די בושות פֿונעם קדיש
זײ שאָקלען זיך אין סידור
עס באַגראָבט זײ פֿונעם קדיש
די װערטער זענען פֿרעמד
זײ קענען ניט דעם קדיש
זײ שטאָמפּערן אױפֿן עבֿרי
פֿון דעם רבננס קדיש
די מאַמע הערט גוט צו
װי זײ זאָגן אונטן קדיש
דער פֿעטער האָט געזאָגט
מען דאַרף הױך זאָגן קדיש
אַלע װײַבער לױבן
װי שײן זײ זאָגן קדיש
די מאַמע טראַכט בײַ זיך
זאָלן זײערע זאָגן קדיש
עס ציפּט איר אירע נחת
זי װיל ניט הערן קדיש
אױך די טאַטעס קוקן,
װאַרטן -- אַ לאַנגע קדיש
נאָר דער סידור הערט
דעם גאַנץ גאַנץ קלײנעמס קדיש
די בלעטער װערן געלער
פֿון אײַנזאַפּן דעם קדיש
אַ חבֿר קומט זײ רופֿן
זאָגט שױן אָפּ דעם קדיש
"טאַטע קום צוריק
עס דױערט צו לאַנג דער קדיש"
הערן הערט מען נאָר
'יתגדל ויתקדש ...'