צבֿי כּנר

דער גזר-דין

"אַכטונג! אַכטונג! אַלע העפֿטלונגען זאָפֿאָרט צום אַפּעלפּלאַץ!" --- האָט דער הילכער גערופֿן.

אין געצײלטע מינוטן איז דער גאַנצער לאַגער געשטאַנען אױסגעשטעלט װי אַ װירע לױט די בלאָקן, און די קאַפּאָס בראָש מיט שטעקנס אין די הענט.

אין מיטן דעם אַפּעלפּלאַץ שטײט שױן גרײט די תּליה מיט אַ גרױסן מגן-דוד אױפֿן שפּיץ. קײנער װײסט נאָך נישט װער ס'האָט דאָ די ערע צו שטאַרבן מיט אַזאַ כּבֿוד לױט דעם פּסק פֿון אַ "בית-דין", און נישט דערשאָסן װערן אָדער אַװעקגעהרגעט װערן װי אַ הונט, סתּם אַזױ.

"אַכטונג! מיצען אָפּ! אַוגען לינקס!" --- הערט זיך אַ באַפֿעל, און פֿונעם "טרענהײַזל" --- װי די העפֿטלונגען רופֿן דעם פּלאַץ פֿון דער קאָמענדאַנטור, װוּ מען פּײַניקט די מענטשן --- קומען די ערשטע אַרױס דער לאַגער קאָמענדאַנט מיטן װאַכפֿירער. הינטער זײ גײט אַ האָרדע װאַכמענער, און אין מיטן דער פֿאַרמשפּטער, אַ יונג ייִנגל פֿון אַ יאָר 15 -- 16. פֿונעם קאָפּ, פֿונעם מױל און פֿון דער נאָז רינט אים בלוט. דעם קאָפּ האַלט ער אַראָפּגעלאָזט. אפֿילו אַז ער פּרוּװט אים אױפֿהײבן געלונגט אים נישט.

די װאַכמענער שטעלן זיך אַרום דער תּליה מיטן געװער אױסגעשטרעקט צו די העפֿטלינגען. צװײ קאַפּאָס פֿירן צו דעם פֿאַרמשפּטן צו דער תּליה און שטעלן אים אַװעק אױף אַ טישל. דער לאַגער-קאָמענדאַנט, אַ דיקער מיט אַ לאַכנדיק ליאַלקע פּנים טראָגט לכּבֿוד דעם מעמד זײַן אױסגעפּוצטן גאַלאַ-מונדיר און װײַסע זײַדענע הענטשקעס. פּאַמעלעך נעמט ער אַרױס פֿון זײַן טאַש אַ פּאַפּיר, קוקט זיך אַרום מיט אַ זיס שמײכעלע און הױבט אָן צו לײנען אױפֿן קול:

"הײַנט האָב איך אַנדעקט אַ פֿאַרברעכערישן סאַבאָטאַזש-אַקט. --- דער העפֿטלונג נומער 37852 פֿונעם בלאָק 19 האָט בײַ זיך געהאַט אױסבאַהאַלטן אַ גומענע שלאַנגרער, װאָס ער האָט אַראָפּגעשניטן פֿון אַ טראַנספּאָרט-װאַגאָן, מיט צװײ ברױט, און אַ פּעקל מאַרגאַרין װאָס ער האָט געקױפֿט בײַ אַ פּױלישן אַרבעטער מיטן נאָמען מײַעװסקי, װעלכער געפֿינט זיך שױן אינעם אַרעסט. --- דער העפֿטלונג נומער 37852 איז באַשולדיקט אין די פֿאָלגענדיקע פֿאַרברעכנס:

קומען אין פּריװאַטן קאָנטאַקט מיט אַ פּאָליאַק אױף זײַן אַרבעטפּלאַץ.

באַזיצן בײַ זיך געלט.

טרײַבן שװאַרצהאַנדל.

סאַבאָטירן דעם אײגנטום און די קריגס אָנשטרענגונג פֿונעם דײַטשן דריטן רײַך. --- דערפֿאַר האָט דאָס געריכט פֿונעם דײַטשן דריטן רײַך פֿאַראורטײלט דעם פֿאַרברעכערישן העפֿטלינג נומער 37852 פֿונעם בלאָק 19 צום טױט דורך אױפֿהענגען. מיט דעם אורטײל װאָרן איך, אַז פֿון הײַנט אָן װעט יעדער בלאָק זײַן פֿאַראַנטפֿערטלעך אײנער פֿאַרן צװײטן, און דער גאַנצער בלאָק העפֿטלינגען װעט װערן שװער געשטראָפֿט פֿאַר יעדן קלענסטן סאַבאָטאַזש! איר האָט פֿאַרשטאַנען?!" פּאַמעלעך לײגט דער לאַגער-קאָמענדאַנט צוריק אַרײַן דאָס פּאַפּיר אין זײַן טאַש, און גיט אַ צײכן צום קאַפּאָ אַז ער זאָל אַרױפֿלײגן די פּעטליע אױפֿן האַלדז פֿונעם פֿאַראורטײלטן.

דער פֿאַראורטײלטער שטײט די גאַנצע צײַט מיט אַ פֿאַרגליװערטן קוק, װי נישט אים װאָלט מען דאָ געמײנט. אַרום איז טױט שטיל, בלױז אין דער הײך פֿליִען אַרום שװאַרצע װאָראָנעס, װאָס װאַרטן שױן אױף זײער קרבן. מיט אַמאָל דערנענטערט זיך אַ העפֿטלינג צום לאַגער-קאָמענדאַנט, ציט זיך אױס מיט דרך-ארץ און זאָגט:

"הער לאַגער-קאָמענדאַנט, איך העפֿטלונג נומער 37851 מעלדע געהאָרכזאַם, איך בין דער פֿאָטער פֿונעם פֿאַראורטײלטן. --- איך בעט אײַך זײער לאָזט אים לעבן. --- איך בין גרײט אומצוקומען אױף דער תּליה אַנשטאָט מײַן זון. אָן דער מינסטער רעאַקציע גיט דער לאַגער-קאָמענדאַנט אַ װוּנק צום קאַפּאָ אַז ער זאָל אַראָפּנעמען די פּעטליע פֿונעם ייִנגל און זי אַרױפֿלײגן אױפֿן פֿאָטערס האַלדז. דאָס ייִנגל װאָס איז אינגאַנצן צעממיתט און צעטעמפּט בלײַבט שטײן בײַ דער תּליה און רירט זיך נישט פֿון אָרט. דער לאַגער-קאָמענדאַנט פֿרעגט אים:

"ביסטו זײַן זון?!"

"יאַװאָל הער לאַגער-קאָמענדאַנט," --- ענטפֿערט דאָס ייִנגל, אַזױ װי ער װאָלט זיך ערשט איצט אױפֿגעװעקט פֿון אַ טיפֿן שלאָף.

"אױך דײַן פֿאָטער, גענױ װי דו, איז אַ סאַבאָטאַזש-פֿאַרברעכער קעגן דעם דײַטשן דריטן רײַך, װײַל ער האָט דיך אַזױ אױפֿגעצױגן. --- ביסטו אײַנשטימיק מיטן אורטײל?" דאָס ייִנגל ענטפֿערט נישט.

"אַן ענטפֿער װיל איך הערן! יאָ אָדער נײן?" --- און דערבײַ נעמט ער אַרױס דעם רעװאָלװער און לײגט אים צו צום ייִנגלס קאָפּ.

"אײ-נ-ש-טי-מ-יק," ענטפֿערט דאָס ייִנגל.

"נישט אַזױ ענטפֿערט מען אַ לאַגער-קאָמענדאַנט, הױפּטשאַרפֿירער פֿון דער עס-עס! --- מען זאָגט הױך אױפֿן קול אַז אַלע זאָלן הערן: יאַװאָל הער לאַגער-קאָמענדאַנט, איך בין אײַנשטימיק מיט דעם גערעכטן אורטײל פֿונעם דײַטשן דריטן רײַך קעגן פֿאַרברעכערישן פֿאָטער מײַנעם װאָס האָט מיך אַזױ נידערטרעכטיק אױפֿגעצױגן!" דאָס ייִנגל זאָגט נאָך מיט אַ שטימע װאָס װאַרפֿט זיך אין גאַנצן פֿון פּחד.

דער לאַגער-קאָמענדאַנט לאָזט אַרױס אַ געלעכטער און זאָגט: "אױב אַזױ, אױב דו ביסט אײַנשטימיק אױף דער גערעכטן אורטײל פֿונעם דײַטשן דריטן רײַך, דאַן װעלסטו מיט דײַנע אײגענע הענט אױפֿהענגען דײַן פֿאַרברעכערישן פֿאָטער!"

דאָס ייִנגל קוקט מיט אױפֿגעפּראַלטע אױגן גלײַך אין די אױגן פֿונעם לאַגער-קאָמענדאַנט. דער לאַגער-קאָמענדאַנט װערט מיטאַמאָל ערנסט פֿונעם דראַסטישן ייִנגלס קוק און לײגט װידער צו דעם רעװאָלװער צום ייִנגלס קאָפּ, און גיט אַ געשרײ: "פֿאַרױס! פֿאַרפֿלוכט נאָך אײנמאָל!!"

אַ פֿאַרשטײנטער קוקט איצט דאָס ייִנגל אױפֿן פֿאָטער.

"גבֿריאל, מײַן זונעשי, האָב נישט קײַן מורא! --- זאָגט דער פֿאָטער. --- סײַ װי סײַ בין איך פֿאַראורטײלט צו שטאַרבן, דו אָבער ביסט נאָך אַזױ יונג, אפֿשר װעסטו איבערלעבן? טו מײַן קינד, איך בעט דיך, בעסער צו שטאַרבן פֿון דײַנע רײנע הענט אײדער פֿון די רשעימס הענט, גאָט װעט דיר מוחל זײַן!" דאָס ייִנגל אָבער גיט זיך נישט קײַן ריר. נאָר אַ טרער רינט אים אַרױס פֿון אַן אױג און גליטשט זיך אַראָפּ אױף זײַן בלאַסע אױסגעדאַרטע באַק.

"װײַטער מאַכן! אָדער איך קנאַל דיך אַװעק װי אַ הונט!" דערנענטערט זיך דער רעװאָלװער צום ייִנגלס קאָפּ.

"גבֿריאל! אין נאָמען פֿון כּיבוד-אָבֿ בין איך אױף דיר גוזר! --- הױבט דער פֿאָטער זײַן קול, --- גאָט װעט דיר מוחל זײַן! ער מוז דיר מוחל זײַן!!"

גבֿריאלס ציטערדיקע האַנט שטרעקט זיך פּאַמעלעך אױס און גיט אַ צי בײַם שטריקל. דאָס גאַנצע לאַגער גיט זיך אַ װאָקל און האַלט אײַן דעם אָטעם. דאָס טישל רוקט זיך אַװעק און דעם פֿאָטערס קערפּער הױבט אָן קאָנװוּלסירן אין דער לופֿט און בלײַבט הענגען.

מיט אַ װילד ריטשערײַ װאַרפֿט זיך דאָס ייִנגל אױף דר'ערד און רײַסט איבער די שטילקײט רופֿנדיק, "טאַ--טע!!! װאָס האָב איך געטאָן!!!"

דער לאַגער-קאָמענדאַנט בלײַבט אַ רגע װי געפּלעפֿט פֿון דער סצענע װאָס ער האָט דאָ אַהערגעשטעלט. באַלד אָבער קומט ער צו זיך און שטעלט צו דעם רעװאָלװער צו גבֿריאלס קאָפּ און מיט אײן קנאָל װערט אַלץ צוריק שטיל.

מיט אַ רגע שפּעטער צעזינגט זיך דער לאַגער-קאָמענדאַנט:

Es geht alles vorueber,
Es geht alles vorbei,
Nach dem Dezember
Kommt wieder der Mai.