טרױם קאַץ האַנדלער

װאַלפֿיש

[פֿאַר דיר, שׂמחהשי, מײַן פֿלינקן שװימער --- ]

דער לעצטער װאַלפֿיש אױף דער װעלט
הױקערט טױזנטער יאָרטױזנט
אין װאַסערדיקער קעלט,
שװימט יאָמערדיקערהײט
אַלײן, אָן קינד-און-קײט,
אָן סימן פֿון אַ סטאַדע,
קראַכנדיק אַ טרױעריקע סערענאַדע,
אַן עלנט-און-װײ ים-באַלאַדע,
אַ קלאָג-ליד װאָס שרײַט אַרױס
פֿון דער לופֿט ביזן דנאָ
אַז קײן אַנדער װאַלפֿיש
איז מער ניטאָ.

דער װאַרעם-בלוטיקער בעל-חי
װאַרפֿט זיך משוגענערװײַז
מיט בענקשאַפֿט-מוט אין מים-חיים,
אַרױף און אַראָפּ
מיט קאָלאָסאַלן שטױסטראָט--
טראַסקעט פֿון די נעזלעכער
פֿאָנטאַנען שפּײַעכץ אַרױס,
פֿון זוניקן שױם
ביזן טיפֿסטן רױם
און זוכט זײַן האָפֿענונגסלאָזן טרױם.

װי איז דאָס אַלץ
צושטאַנד געקומען?
פֿאַרפֿאָלגט און נאָכגעיאָגט,
האָט מען זײַנע טײַערע צוגענומען.
געבליבן איז ער אַ לװיתן אָן אַ קו,
אַ װאַלפֿיש-ייִד אָן רו.