פֿון דער רעדאַקציע: צו װאָס אַ ייִדישער װעבזשורנאַל?

פֿון שלום בערגער

אַ װאַנדערנדיק פֿאָלק דאַרף אַ פּאָרטאַטיװע ליטעראַטור. יעדער ליטעראַטור איז אװדאי פּאָרטאַטיװ --- פֿונדעסטװעגן איז אַ פֿאָלק, װאָס זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן איז אױסגעזעצט און אײַנגעבונדן, באַזונדערש מחויבֿ צו פֿאַרזיכערן אַז זײַן אָנגעשריבן עשירות זאָל אַלץ אַרומנעמען, דורות און לענדער. דערצו: אַ פֿאָלק װאָס האָט דורות לאַנג געהאַלטן זײַן ליטעראַטור פֿאַר דער אײן און אײנציקער קען זיך אָן דעם בשום אױפֿן נישט באַגײן, אפֿילו בײַם אַנטלױפֿן. דעריבער דער משכּן, דער ש"ס װאָס װערט כּסדר איבערגעדרוקט, די סידורימלעך און תּהילימלעך באַפֿלעקט מיט װעגסשטױב, די שטענדיקע ביכער-צירקולאַציע װאָס איר האַרץ איז דער מוכר-ספֿרים.

דעמאָלט האָבן מיר אײַנגעזען, אַז אױך די נישט-ייִדישע װעלט האָט אַן אײגענע בעלעטריסטיק, אַן אײגענע פּאָעזיע, װאָס אפֿילו אין ייִדישע בײנער צעגײען זײ זיך. אין אַלע תּפֿוצות --- האָט זיך אַרױסגעװיזן --- איז שױן דאָ אַ שריפֿטלעכער צוגאַנג צו דער ברײטער װעלט; אונטער װעגנס דורכן פֿינסטערן װאַלד האָבן אױך גױיִשע הענט אױסגעהאַקט אַ היפּש שטיקל שטעג. זיך צו מאַכן נישט װיסנדיק פֿון גױיִשער חכמה איז --- כעלעמער חכמה. ייִדן ליטעראַטן איבער דער גאָרער װעלט האָבן זיך אַרײַנגעטאָן אין די אָרטיקע ליטעראַטורן: אױף ענגליש, פֿראַנצײזיש, רוסיש, שפּאַניש האָבן זיך אױסגעצײכנט ייִדישע מחברים. זײ האָבן זיך פּאָסמאַקעװעט מיט אַ געװיסער איראָניע: דור-אײַן דור-אױס האָבן זײערע משפּחות פֿאַרלאַנגט פֿון די גױיִם נאָר חסד און גנאָד, און פֿאַרשטאַנד געזוכט אין די קדמונישע ספֿרים קדושים. ס'האָט זיך אָבער אױסגעלאָזט, אַז אַ סך װעגן דערגײען סוף-כּל-סוף צום ליטעראַרישן אמת, און נישט אַלע זײַנען ייִדיש. אַנשטאָט צו לערנען בחיפּזון צװישן רדיפֿות, קען מען שאַפֿן אָרטיקע ליטעראַטור אױפֿן סמך פֿון לאַנג-משכדיקן פֿאַרװאָרצלען זיך אין אַ געװיסן לאַנד. נישט אַנדערש: אױך אױף מדינת-ישׂראל זײַנען דיִע באַמערקונגען חל. די ערשטע ליטעראַרישע עולים האָבן אױך אַזױנס געטאָן, זיך אָפּגעזאָגט פֿון װײַטערציִען די גאָלדענע קײט און געזײט זױמען, זײ זאָלן באַגאָסן װערן מיט מילך און האָניק פֿון אַ נײַער עבֿריתּישער, כּאילו סעמיטישער קונסט.

בײַם העלפֿן האָדעװען סטאַבילע אָרטיקע ליטעראַטורן האָבן ייִדן אָבער פֿאַרגעסן אין אַ היסטאָרישן עיקר פֿון י יִ ד י ש ע ר ליטעראַטור: איר סאַמע נישט-אײַנגעפֿונדעװעטקײט. סײַ מיטן שטײגער לעבן סײַ מיטן שאַפֿן האַלטן אונדזערע קלאַסיקער תּמיד בײַם װאַנדער-שטעקן. אין פֿאַל פֿון פֿירשטאָטישער באַקװעמקײט װערט אָפּגעלײגט דאָס גלותדיקע זוכן און בענקען ביז משיחס צײַטן גלוסטן זיך אונדז איבער, װי אַן אַריסטאָקראַטישע משפּחה װאָס צוליב איר שטענדיקער פֿרײַער צײַט װײסט שױן נישט װאָס איז טײַטש "װאַקאַציע".

בכן דאַרף אונדזער ליטעראַטור זײַן אַלע מאָל פּאָרטאַטיװ: אָנצענטריש, צוטריטלעך צו ייִדן איבער דער גאַנצער װעלט, אָנגעצילט אױף יעדער ייִדישער גאַס.

מיטן אינטערנעט שאַפֿט מען זיך גאָר לײַכט אײַן אַזאַ פּאָרטאַטיװקײט. אַ װעבזשורנאַל האָט נישט קײן פֿיזישן אַדרעס, נאָר איז גיכער גלײַך צו אַ רומל מעשׂה-ביכלעך בײַם מוכר-ספֿרימניק, װאָס זײַן װאָגן פֿירט אַרײַן אין יעדן שטעטל.

און פֿאָרט --- אַ גוטע מעשׂה איז תּמיד אַ גוטע מעשׂה, אַ פּרעכטיקע ליד תּמיד אַ פּרעכטיקע ליד, אױף װעלכן-נישט-איז מעדיום. איז האָט הנאה, און קומט צוריק!