לעאָן עלבע: ייִנגעלע־רינגעלע

(Draft version 3) This text is corrected OCR output based on the National Yiddish Book Center's nybc200960. I have not tried to correct the text in the biography or glossary very much, but the text in the story itself should be almost perfect.
                    אינהאַלט:
לעאָן עלבע (ביאָגראַפיע)
באַ ציגײנער 71
אױף יענער זײט טײך 32
באַם װאַלדמאַן אין .שטיבעלע 82
כאַ די װאַלד גזלנים 43
באַ די שניטער אין פּעלד 40
באַ די פּאַסטוכער 64
כאַם מילנער אין מיל 25
צום זײדן אױף לאַטקעס 06
אױפּן גליטש 66
באַ די פישער 27
פּורים צו דער סעודה 97
באַם ים סוף 78
דער ערשטער מאַי 49
גרינס אױף שבועות 101
באַ די בינען 901
דודס פידעלע 711
מיט דער מלכה שבאָ באַ שלמה המלך 721
שלמה המלך געװאָרן אַ בעטלער 531
אינגעלע רינגעלע פאַרטרײבט דעם אַשמדאַי 141
דער אַשמדאַי טראַכט און אינגעלע לאַכט 051
עוג מלך הבשן 551
שמשון הגבור 261
דער לינדװאָרעם 961
אינגעלע רינגעלע הרגעט דעם לינדװאָרעם 671
אינעװײניק אין שטאָט 281
 דער פּאַלאַץ אין שפּינװעבס 981
גלאָסאַר (אַלע שװערע װערטער פאַרטײטשט און דערקלערט)
דערקלערונגען װעגן די ביבלישע נעמען װאָס געפינען זיך אינם בוך.

                              לעאן עלבע
                                (ביאָגראַפּיע).
      לעאָן עלבע, אָדער װי זײן אמתער נאָמען איז געװען, לײבע באַסײן, איז
געבױרן געװאָרן דעם ·2טן סעפּטעמבער ··81 אין מינסק, רוסלאנד.
     זײן פאָטער ר' בצלאל באַסײן, אין אין זײן שטאָט געװען באַקאַנט אונטערן
נאָמען „צאַלע דער באַס“. ער האָט געהאַט זײער אַ שײנע באַס שטים. ער האָט
געזונגען אין כאָר פין דעם באַװאוסטן מינסקער חזן ר, ישראלקע, שפּעטער אין ער
געװען אַ געהילף חןן אין גרױסן בית מדרש. אָבער די פאַרדינסטן זענען געװען
זײער קלײן, און ר, בצלאל מיט זײן פאַמיליע האָבן געפירט אַן אָרים לעבען. זײ
האָבן אָבער געטון אַלץ װאָס זײ האָבן געקענט צו געבן זײער בכור, לײבען, אַ גוטע
דערציאוגג.
      לײבע האָט פרי אָנגעהױבז צו גײז אין חדר, און האָט זיך שטאַרק אױס
געצײכנט אין לערנען. װעז זײנע עלטערן האָבן ניט געהאַט צו צאָלן פאַר אים קײ ז
שכר לימוד, פלעגן זיך שטענױק געפינען גוטע מענטשן, װאָס האָבן פאַר אים
געצאָלט. זײ האָבן שטאַרק ליב געהאט דעם ליבן פלײסיקן אינגל.
      װען לײבע איז אַלט געװאָרן 01 יאָר, אין שױן דער חדר מלמו געװען צו קלײן
פּאַר אים, אוז ער אין אַריבער לערנען אין בית מדרש צוןאַמען מיט דערװאַקסענע
בחורים.
      אין יענער צײט האָט זיך אין דעם יונגן לײבען דערװעקט אַ שטאַרקער פאַר־
לאַנג צו לערנען װעלטלאַכע זאַכן, אַ חוץ גמראָ, קײן געלט צו צאָלן לערער האָט
ער ניט געהאַט, צוגײן צו אימעצן און בעטן ער זאָל אים לערנען אומזיסט האָט ער
זיך נעשעמט, פלעגט ער אָנשרײבן זײן פאַרלאַנג אױף צעטעלאַך, אַװעקגײן אין
שטאָטישן פאַרק װאו עס פלעגט שפאַצירן די שטודירנדיקע יוגנט, און דערלאַנגען
דעם אָדער יענעם אַ צעטעלע. אַןױ אַרום האָט דער יונגער לײבע געקראגן לערער ,
װאָס האָבן אים געלערנט אומזיסט.
      זײנע עלטערן זענעז ניט רײכער געװאָרן, עס זענען נאָר צוגעקומען נײע
קינדער, האָט דעם יונגן לײבען זײער פּאַרדראָסן װאָס די עלטערן דאַרפן אים
אױסהאַלטן. פּאַרקערט, ער האָט ליבערשט געװאָלט זײ העלפּן. האָט ער אָן
                                    [ 9 ]

געהױבן זוכן עפּעס צו פּאַרױנען. ער האָט אָנגענוטען צו לערנען מיט ױ קינוער
פּון אַ ישובניק (אַ דאָרפסמאַן ניט װײט פּון זײן שטאָט.
     באַ דעם דאָרפּסמאַן אין דעם יונגן לײבען געװען גאַגץ גוט. ער האָט געהאַט
װאָס צו עסן, אַ דירה און אַ ביסל געלט אױך.
     זײנע עלטערן האָט זײער װײ געטון דאָס האַרץ, װאָס זײער עלטסטער גע־
ראָטענער זון איז אין דער פרעמד, דאָך זענען זײ געװען צופרידן װאָס ער אין אױף
זײן שטעלע באַןאָרגט מיט אַלעמען, און ער װעט נאָך האָבן וערפון עפעס געלט
אױך. אין אַ יאָר אַרום, װען דער יונגער לײבע האָט געשריבן אַז ער קומט אַ הײם
אױף פּסח, אין אין שטוב געװאָרן אַן אמתע פרײד. אַלע האָבן זײער שטאַרק גע־
װאָלט זען דעם גוטן לײבען צוריק אין דער הײם. זײ האָבן אױך געהאָפט, אַז ער
װעט מיטברענגען מיט זיך אַ ביסל געלט, װאָס ןײ האָבן אַזױ שטאַרק געדאַרפט
האָבן אױף יום טוב. אָבער דער יונגער לײבע האָט ליב געהאַט ביכער, האָט ער ,
אַנשטאָט געלט, אַהײמגעבראַכט אַ גאַנצן פּאַק ביכער, װאָס ער האָט אַײנגעקױפט.
      אַרום יענער צײט האָט ער זיך באַקאַנט מיט דער רעװאָלוציאָנערער באַ־
װעגונג װאָס האָט זיך אָנגעהױבן פאַרשפרײטן באַ ןײ אין שטאָט צװישן די אידישע
אַרבעטער.
      דער צאַר און זײן רעגירונג האָבן שרעקלאַך אונטערדריקט די פעלקער
װאָס האָבן געװאױנט אין רוסלאַנד. ױ אַײנװאױנער האָבן ניט געהאַט קײן שום רעכט.
מער װי אַלע האָבן געליטן די איון, וערהױפט די אָרימע. דאָס האָט אַרױס־
גערופן גרױס אומצופרידנקײט, עס האָבן זיך אָנגעהױבן צו אָרגאַניןירן רעװאָלוציאָ־
נערע פאַרטײען. זײער צװעק אין געװען אַראָפצואװאַרפן די פינצטערע רעגירונג
און אַײנפירן פּרײהײט , גערעכטיקײט.
      לעאָן עלבע איז געװען נאָך גאָר יונג, אַרום 71 יאָר אַלט, אָבער ער האָט זיך אָנ־
געשלאָסן אָן דער פרײהײט באַװעגונג. ער פלעגט האַלטן רעדעס אױף געהײמע
פּאַרזאַמלונגען, שרײבן אױפרופן, און אין מיט דער צײט געװאָרן אײנער פון די
װיכטיקע פירער פון דער סאָציאַליסטישער אַרבעטער פאַרטײ „פועלי ציון“.
שפעטער איז ער געװאָרן אַ מיטגליו פון דער פאַרטײ „ציוניסטן סאָציאַליסטן“
באַקאַנט אונטערן נאָמען „עס עס“.
      אין יאָר 4091 װען ער אין אַלט געװאָרן 12 יאָר האָט אים די צאַרישע רעגירונג
צוגענומען פאַר אַ סאָלדאַט. ער װאָלט געדאַרפט דינען אין דער פאַרהאַסטער
צאַרישער אַרמײ גאַנצע דרײ יאָר מיט אַכט חדשים. זײנע עלטערן און פרײנט
האָבן געהאַט דערפון גרױס עגמת נפש. זײ האָבן זײער שטאַרק מוראָ געהאַט אַן
דער אײועלער לײבע װעט ניט קענען אַריבערטראָגן ױ שװערע לאַסט פון דעם
אַמאָליקן רוסישן מיליטער לעבן. דערצו האָט מען אים אַװעקגעשיקט זײער װײט
פּון דער הײם. אָבער זײ האָבן גאָרניט געקענט טון. צװײ יאָר מיט אַכט חדשים

                                    [ 10 ]
האָט לײבע געדינט אין מיליטער און זיך גענוג אָנגעליטן. זײן מוטער האָט ניט גערוט
ביז איר איז געלוגגען צו קריגן פאַר איר זון אורלױב אױף אַ יאָר צײט, און װען דאָט
יאָר האָט זיך געענױקט, איז שױן עלבע ניט צוריקגעפאָרן אין דער קאַזאַרמע, ער
אין אַװעקגעפאָרן קײן אַמעריקע.
                            * * *
    איז יולי 4091 אין לעאָן עלבע אָנגעקומען קײן ניו יאָרק. ער האָט זיך דאָ
זײער שלעכט געפילט, די שפראַך פון לאַנד האָט ער גיט געקענט, קײן פאַך האָט
ער ניט געהאַט, קײן פרײנט אױך ניט. זײן אײנציקע טרײסט זענען געװען די בריװ
װאָס ער האָט דערהאַלטן פון ןײנע עלטערן און פון זײן נאָענטער חברטע לאָה
גאָלדבערג.
    ער האָט פרובירט אַרבעטן באַ פאַרשידענע מלאָכות, און װען ער האָט שױן
אָנגעהױבן צו פּאַרדינען עפעס געלט, האָט ער ניט געקעגט צוזען װי דער באַלעבאָס
באַהאַנדלט שלעכט די אַרבעטער. ער האָט אָנגעהױבן אַגיטירן אַז מע זאָל גרינדן 
אַ יוניאָן.  אַז דער באַלעבאָס איז געװאָר געװאָרן, האָט ער עלבען אָפּגעזאָגט פון
שאַפ. ער האָט דאָך אָבער געמוןט פאַרדינען, האָט ער זיך אָפגעןוכט אַ נײע אַר־
בעט, שלעפן שװערע קאַסטנס, אין די אַרבעט געװען אַןױ שװער אַז ער האָט שיר
ניט פאַרלױרן דערבײ זײן לעבן, ער האָט די אַרבעט געמוזט אױפגעבן און גײן זוכן
עפעס אַנדערש.
    אײנמאָל אין אַ װינטער פרימאָרגן גײענדיק איבער די ניו יאָרקער גאַסן,
זוכן אַרבעט, האָט ער געזען װי מענטשן שאַרן שנײ. ער איז געװען שטאַרק הונ־
געריק, קען געלט האָט ער ניט געהאַט, האָט ער זיך פאַרדונגען צו שאַרן שנײ און
אַזױ אַרום פאַרדינט אַ ביסל געלט צו שטילן זײן הונגער.
    אין יענער צײט, אַרום אַ יאָר נאָך זײן אָנקומען קען אַמעריקע, האָט ער אָן־
געהױבן דרוקן זײנע דערצײלונגען אין פאַרשידענע צײטונגען.  עס איז געקומען
צופאָרן צו אים פון רוסלאַנד זײן חברטע לאה גאָלדבערג און זײ האָבן חתונה גע־
האַט.  זײן פרױ אַ גוטע שנײדערקע, האָט אָנגעהובן אַרבעטן און צוזאַמען האָבן
זײ פאַרדינט אױף צו לעבן.  אַ ביסל שפּעטער האָט לואי מילער אָנגעהױבן אַרױס־
געבן זײן צײטונג „די װאַרהײט“ און האָט אַײנגעלאַדן לעאָן עלבען פאַר אַ שטענדיקן
מיטאַרבעטער.  אין דער װאַרהײט האָט עלבע געדרוקט אַ סך פון זײנע פרײלאַכע
מעשות.  כאָטש ער איז געבױרן געװאָרן און האָט אָפּגעלעבט די מערסטע יאָרן
אין אָרימקײט און נױט, פלעגט ער דאָך שטענדיק זײן אין אַ גוטער שטימונג, פרײלאַך
און אונטער.
    װען מע האָט אָנגעהױב גרינדן אין אַמעריקע די אידישע פאָלק שולן, איז
לעאָן עלבע באַלד געװאָרן אײנער פון די אַקטיװיסטע שול טוער און שפּעטער
אױך אַ לערער.
                           [ 11 ]

      זײן אַרבעט אין רעדאַקציע איז געװען · ·װערע, ד·ך ה·ט ער געפּינען צ·ט
פּאַר דער ·ול באַװע·נג. װען ער אין געװאָרן אַ לערער אין ער ·טענדיק געקוטע·
פינקטלאַך צו די לעקציעס. און װען עס האָט אױסגעפעלט אַ לערן בור פּאַר ד·
·לן, האָט ער צוזאַטענגע·טעלט די ערשטע אידישע כרעסטאָמאַטיע אין אַמ·
ריקע „די אידישע שפּראַך·. ·פּעטער האָט ער אין אײנעם מיט יואל ענטין אַרױ·
געגעבן אַ לערן בוך פּאַר די העכערע קלאַסן, אונטערן נאָמען “פון איױשן קװאַל··
      דעמאָלט אין שױן לעאָן עלבע געװען גוט באַקאַנט אין דער אַמעריקאַנער
אידישער ליטעראַטור. ער האָט געשריבן אונטער פאַרשידענענעמען: לעאָן עלבע,
לײבע דער רי·טער, בן הבת, ב. לעאָן און אַנוערע.
      די נױט אוז די אָרימקײט פון די פּריערדיקע יאָרן, האָבן זיך אָבער שטאַרק
אָפגערופן אױף זײן געזונט. ער אין געװאָרן אַלץ שװאַכער און שװאַכער. די שװינד־
ןיכט איז אַרײן אין ןײן האַלדז און האָט אים זײער געפײניקט. עטלאַכע מאָל איז
ער געװען געצװאונגען אױפצוגעבן ןײן אַרבעט אין דער רעדאַקציע און זיך אָפרוען,
און צום סוף איז אים געװאָרן אַןײ שלעכט, אַן ער האָט געמוזט פּאַרלאָזן ניו יאָרק
און זיך באַןעצען אין ױ קעטסקיל בערג, װאו ער האָט פאַרבראַכט אַ לענגערע
צײט. ס'איז אים טאַקע אַ ביסל בעסער געװאָרן.
     אָבער ואָ אין פּלוצים געשען אַן אומגליק.
     עלבע האָט געװאױנט אין די בערג צוזאַמען מיט ןײן פרױ און ןײנע
צװײ קינוער, ליליע און עמוס. אײן מאָל אין אַן אָװנט איז פרױ עלבע געפאָרן
מיטן פאַרמער אין שטאָט אַרײן עפעס אַײנקױפן. זײ זענען געפאָרן אױף אַ װאָגן
און פרױ עלבע האָט געהאַלטן אַן אָנגעצונדענע לאַמטערן צו לײכטן דעם װעג
פלוצלונג איז אָנגעקומען אַן אױטאָמאָביל און האָט איבערגעקערט דעם װאָגן, ױ
לאַמטערן האָט זיך צעבראָכן און פרױ עלבעס קלײדער האָבן זיך אָנגעצונדן.
עס אין געװען אַ שטאַרקער װינט, דאָס פײער האָט אַרומגעכאַפט די אומגליק־
לאַכע פּרױ און ז· איז אַזױ צעברענט געװאָרן, אַ· װען מע האָט זי געבראַכט איז
שפיטאָל אַרײן האָט מען זי שױן ניט געקענט אָפּראַטעװען, ןי אין באַלד געשטאָרבן.
     דאָס שרעקלאַכע אומגליק האָט דעם שװאַכן עלבען שיר ניט אומגעבראַכט,
װאָרום ןײן געזונט איז אַןױ אױך געװען זײער שװאַך. אָבער די טיפּע ליבשאַפט
צו זײנע קינדער האָט אים געגעבן כוחות דאָס אַלץ אַריבערצוטראָגן. אין דער שטיל,
אַז קײנער זאָל ניט זען, האָט ער באַװײנט זײן אומגליק, און נאָר די װענט פון זײז
צימער זענען געװען שטומע עװת פון ןײנע טיפע לײדן.
     דורך דער צײט װען עלבע האָט געװאױנט אין די בערג, האָט לואי מילער
פּאַרל·ןן די װאַרהײט און געגרינדעט די צײטונג „דער פירער· לעאָן עלבע אין
ואָרט געװאָרן אַ מיטאַרבעטער. די צײטונג האָט לאַנג ניט עקזיסטירט און עלב·
איז אַריבער אין ·טאָג“ װאו ער איז פּאַרבליבן בין זײן טױט.

                                   [ 12 ]
      זײז געןונט אין פּאַרבעסערט געװאָרן, אוז אין ·91 אין ער צור·· געקו··
קײן ניו יאָרק. ער האָט חתונה געהאַט מיט זײן גוטער פרײנדין הינדע ראָדמאַן,
װאָס אין פּאַר פיל יאָר געװען ·ן אײגע·ער מענטש באַ די עלבעס אין הױן, פּרױ
עלבעס נאָענסטע חברטע, און אַ גרױסע פאַרערערין פון עלבען.
      די נײע חברישע ס גיבה , און דאָס זײן צוזאַמען מיט דער פאַמיליע האָט אױף
עלבען זײער גוט געװירקט. די אױסערגעװײנטלאַכע איבערגעגעבנקײט פון ןײן
פּרױ צו אים, און אױך איר מוטערלאַכע באַציאונג צו ױ קיגדער האָט אים אױפ־
געמונטערט , און געװע·· ·ין אים אַ שטאַרקן פאַרלאַנג צו נײערע ליטעראַרישע
שאַפונגען. ער האָט אָנגעהױבן דרוקן אין „טאָג“ אַ זײער שײנע סעריע מעשות פּאַר
קינוער אוגטערן נאָמען „פון די קלײנע קינדערס װעגן“. שפעטער ןענען די מעשות
דערשינען אין אַ בוך אונטער דעם אײגענעם נאָמען.
      װען ױ שלום עליכם שולן, מיט װעלכע לעאָן עלבע איז געװען פאַרבונון,
אי אַלס לערער אי אַלס טוער , און װ עלכע רופן זיך אױפן נאָמען פון שלום עליכם
טאַקע לױט דעם פאָרשלאַג פון לעאָן עלבע, האָבן אָנגעהױבן אַרױסגעבן דעם
קינדער זשורנאַל, איז עלבע באַלו געװאָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פון דעם
זשורנאַל, און ער האט ספעציעל פאַרן „קינוער זשורנאַל“ אָנגעשריבן די װאונדער־
לאַכע מעשה „דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע,· װאָס האָט זיך געדרוקט אין פאָר־
זעצונגען דרײ מיט אַ האַלב יאָר נאָכאַגאַנד.
      לעאָן עלבע האָט שטאַרק געליטן, אָבער ער האָט זיך פאַר קײנעם ניט גע־
קלאָגט, און זײער װײניק פון זײנע פרײנט האָבן געװאוסט, אַן ןײן קראָבקהײט אין
נאָר געװאָרן אַ ביסעלע לײכטער , זי אין אָבער ניט אַװעק, פאַרקערט, איגעװײניק
אין זי געװאָרן שטאַרקער און שטאַרקער. אָבער אױף זײן שרײבן האָט דאָס ניט
געװירקט, די מעשות װאָס ער האָט געשריבן זענען אַלע געװען לעבעדיק ע און
פרײלאַכע. און ניט נאָר אין זײן שרײבן, אױך אין הױן, מיט זײן פרױ און קינדער ,
אין ער שטענדיק געװען פרײלאַך און שטיפעריש. װי גאָר ער האָט אָנגעשריבן
אַ מעשה, האָט ער זי פאָרגעלײענט פאַר זײנע קיגדער, און אין זי ןײ געפעלן האָט
ער געטאַנצט פאַר פרײד .
      די לעצטע צװײ יאָר פון ןײן לעבן האָט ער געשריבן מעשהלאַך פון חומש
אין פון דער אידישער געשיכטע. ער האָט זײ אַלע געדרוקט אין קינוער זשורנאַל,
און אַרױסגערופן באַ אַלע קינוער פרײד און געלעכטער.
      זײן קראַנקהײט איז אַלץ ערגער געװאָרן, און נאָר אַ דאַנק דער גרױסער
איבערגעגעבנקײט פּון ןײן פרױ האָט ער געקענט אַריבערטראָגן ױ שװערע לײדן.
אָבער פרױ עלבע אַלײן איז זײער אָפּגעשװאַכט געװאָרן. עלבען האָט דאָס ײיער
װײ געטון, און ער האָט קױם געפועלט באַ זײן פרױ זי זאָל מיט אים אַװעקפאָרן
קײן אַטלאַנטיק סיטי זיך אָפּרוען. דעם ·1טן אַפריל 8291 אין ער אױפגעשטאַנען
                                      [ 13 ]
איז דער פּרי אוז זיך גענומעז גרײטן צו דער רײזע. פּלוצלונג א·· אים זײער שלעכט
געװאָרן מע האָט אים געמוזט אַרײנלײגן איז בעט, און אין עטלאַכע טעג אַרום האָט
מען אים צוגענומען אין שפּיטאָל, אָבער אַלע מיטלען אים צו ראַטעװען זענען געװ·
אומזיסט. מאָנטיק פּאַרטאָג, דעם 72טןאױ·סט, 8·1 אי· ער גע·טאָרבןאין עלטער
פון 94 יאָר.
     לעאָן עלבע האָט שטענדיק געחלומט צו זען זײן „אינגעלע רינגעלע· אין
בוך פאָרם. ליגנדיק אין שפיטאָל, אַ טױט קראַנקער, האָט ער מיט אַ בלײ פּעדער
אָנגעשריבן דעם טעקסט פּאַר דעם ·ער בלאַט פון בור. ער האָט אױך געבעטן אַן
דאָס בוך זאָל זײן אַ מתנה זײנע ליבע קינדער ליליע, עמוס און ראָומאַן·
                                                            לי·ע לעהרער
                                 [ 14 ]
לעאָן עלבע
אינגעלע ריבגעלע

                        באַ ציגײנער

          אַ מאָל איז געװען אַ אינגעלע, האָט ער געהאַט אַ
                 רינגעלע. שפּילט ער זיך אַזױ אײנמאָל אין גאַס,
                 גליטשט זיך באַ אים ארונטער דאָס רינגעלע פון
                 פינגערל און נעמט זיך קײקלען און קײקלען, ביז
                 עס איז ניט געװאָרן.
                   זוכט דאָס אינגעלע דאָס רינגעלע און קאָן עס
ניט געפינען. לױפּט ער אַהין, לױפט ער אַהער ניטאָ דאָס
רינגעלע!
    דערזעט דאָס אינגעלע אַן אַנדער אינגעלע, פרעגט ער באַ אים:
    --- אינגעלע, אינגעלע! האָסטו געזען מײן רינגעלע?
    ענטפּערט דאָס אַנדערע אינגעלע:
    --- נײן, אינגעלע, איך האָב ניט געזען דײן רינגעלע. פרעג באַ
יענעם אינגעלע, אפּשר האָט ער געזען דײן רינגעלע.
    גײט צו דאָס אינגעלע פונם רינגעלע צו יענעם אינגעלע און
פּרעגט באַ אים, צי ער האָט ניט געזען זײן רינגעלע.
    אָבער שלעכט איז געװען יענעס אינגעלע, האָט ער אַרױסגע־
שטעקט אַ צינגעלע דעם אינגעלע פונם רינגעלע און ניט געװאָלט
אים זאָגן, צי ער האָט ניט געזען זײן רינגעלע.
    װײסט ניט דאָס אינגעלע, װאו עס איז אַהינגעקומען זײן רינגעלע.
זוכט ער װידער אַהין און װידער אַהער ניטאָ דאָס רינגעלע!
    גײט פאַרבײ אַ ציגײנערקע, זעט זי, דאָס אינגעלע זוכט עפּעס,
פרעגט זי באַ אים:
    --- װאָס זוכסטו, אינגעלע?
                               [ 17 ]

                        באַ ציגײנער
    ענטפערט דאָס איננעלע:
    --- איך זוך מײן רינגעלע.
    זאָגט צו אים די ציגײנערקע:
    --- קום, אינגעלע, איך װעל דיר װײזען, װאו איז דײן רינגעלע.
    מײנט דאָס אינגעלע, אַז די ציגײנערקע װײסט פון זײן רינגעלע,
נעמט ער מיט איר גײן. גײען זײ אַזױ און גײען, ביז דעם אינגעלע
האָבן גענומען װײ טאָן די פיסעלאך. פרעגט דאָס אינגעלע:
    --- איז נאָך װײט צו מײן רינגעלע?
     ענטפערט די ציגײנערקע:
    --- נאָך אַ ביסעלע, אינגעלע, און מיר װעלן קומען צו דײן רינ־
געלע. נאָר אױב דיר טוען װײ די פיסעלאַך, טאָ נאַדיר אַ פּאָר
ניסעלאַך.
     האָט דאָס אינגעלע אױפגעגעסן די פּאָר ניסעלאך און איז װײ־
טער געגאַנגען מיט דער ציגײנערקע. און זײ זענען אַזױ געגאַנגען
און געגאַנגען, ביז זײ זענען געקומען אונטערן שטאָט אױף אַ פעלד,
װאו עס זענען געשטאַנען ציגײנערשע בױדן מיט אַ סך ציגײנער און
ציגײנערקעס און ציגײנערלאַך.
     האָט די ציגײנערקע צוגעפירט דאָס אינגעלע פונם רינגעלע
צו די ציגײנער מיט די ציגײנערקעס, און זײ האָבן אַלע גענומען רעדן
צװישן זיך אױף זײער לשון, אױף ציגײנער־לשון, און דאָס אינגעלע
פונם רינגעלע האָט גאָרנישט ניט פאַרשטאַנען.
     רופּט זיך אָן דאָס אינגעלע צו דער ציגײנערקע:
     --- נו, װאו איז מײן רינגעלע?
     ענטפערט די ציגײנערקע:
     --- אױף װאָס דאַרפסטו דײן רינגעלע? דו בלײב בעסער דאָ,
אינגעלע.
     זאָגט דאָס אינגעלע:
                                [ 18 ]

           ]בילד[
  [ 19 ]

                        באַ ציגײנער
     --- גיב מיר מײן רינגעלע, און איך װעל גײן אַהײם.
     זאָגט די ציגײנערקע:
     --- נײן, אַהײם װעסטו ניט גײן. דו װעסט דאָ בלײבן מיט אונדז
און װערן אַזאַ ציגײנער, װי מיר.
     האָט דאָס אינגעלע גענומען װײנען און זיך בעטן:
     --- נײן, איך װיל ניט זײן קײן ציגײנער. איך װיל גײן אהײם צו
מײן טאַטן, צו מײן מאַמען.
     האָבן זיך די ציגײנער פון אים אױסגעלאַכט און זײ האָבן אים
אַרײנגעװאָרפן אין אַ בױד און אים געהײסן זײן שטיל, אױב ניט
װעלן זײ אים שלאָגן.
     ליגט דאָס אינגעלע פונם רינגעלע אין דער ציגײנערשער בױד
און טראַכט, װאָס װעט דאָ װערן מיט אים, און װי אַזױ װעט ער קומען
אַהײם צו זײן טאַטן, צו זײן מאַמען.
     און אינם רינגעלע האָט זיך דאָס אינגעלע אינגאַנצן פאַרגעסן.
און ער איז געלעגן אַזױ שטיל, װי אַ קאָטינקע, אין דער ציגײנערשער
בױד, ביז עס איז געװאָרן נאַכט. און אַז עס איז געװאָרן נאַכט, האָבן
די ציגײנער פאַנאַנדערגעלײגט גרױסע פײערן און גענומען שפּילן
און טאַנצן און זינגען אױף ציגײנער־לשון:
                    --- הױאַ, האָיאַ, ציגאַ, ציג!
                    דױאַ, דאָיאַ, ריגאַ, ריג!
                    טאָנגאַ, טינגאַ, ליגאַ, ליג!
                    ראָנגאַ, רינגאַ, זיגאַ זיג!
                    שאַקי, שעקי, װיגאַ, װיג!
                    טאַקי, טעקי, כיגאַ, כיג!
     װי דאָס אינגעלע פונם רינגעלע האָט דערהערט די ציגײנער
זינגענדיק און טאַנצנדיק אַרום די פײערן, האָט זיך אים אױך פאַר־
װאָלט זינגען און שפּרינגען מיט זײ צוזאַמען.
     איז דאָס אינגעלע אַרױסעקראָכן פּון בױד און האָט זיך אונ־
                                 [ 20 ]

                       אינגעלע רינגעלע
טערגעגנבעט צו די ציגײנער און גענומען מיט זײ טאַנצן אין קאַ־
ראַהאָד און זינגען זײערע ציגײנערשע לידער. די ציגײנער זענען
געװען אַזױ פרײלאַר, אַז זײ האָבן אים גאָרניט באַמערקט און זײ
האָבן אַזױ לאַנג געטאַנצט, ביז זײ האָבן זיך אײנגעמאַטערט און
זענען אַנידערגעפאַלן אױף דער ערד און אײנגעשלאָפּן. דאָס אינ־
געלע פונם ריגגעלע איז אױך אײנגעשלאָפן.
     שלאָפט אַזױ דאָס אינגעלע פונם רינגעלע, און עס חלומט זיך
אים פון זײן טאַטן און פון זײן מאַמען און פּון זײן רינגעלע. מיט
אַמאָל דערפילט ער עפּעס אין האַנט, טאַפּט ער דאָס און טאַפּט און
טאַפּט: אַהאַ, זײן רינגעלע! װילט זיך אים ניט גלױבן, כאפּט ער
זיך אױף און גיט אַ קוק, ערשט טאַקע זײן רינגעלע!
     װאונדערט ער זיך: װי אַזױ קומט צו אים זײן רינגעלע? נעמט
דאָס רינגעלע רעדן צו אים, װי אַ מענטש רעדט:
                   --- אינגעלע, אינגעלע!
                   איך בין דײן רינגעלע.
     און דאָס רינגעלע דערצײלט דעם אינגעלע, אַז בעת די ציגײ־
נערקע האָט צוגעגנבעט דאָס אינגעלע, איז פאַרבײגעגאַנגען אַ
ציגײנער און האָט צוגעגנבעט דאָס רינגעלע, און אַזױ איז דאָס
רינגעלע געקומען צו דעם זעלבן אָרט װאו דאָס אינגעלע.
     --- איך האָב געזען, אינגעלע, --- האָט געזאָגט דאָס רינגעלע, --- 
װי דו ביסט געלעגן אין בױד. איך בין דעמאָלט געלעגן באַם ציגײ־
נער אין קעשענע, און װען דו ביסט אַרױסגעקראָכן פון בױד טאַנצן,
בין איך אױך אַרױסגעקראָכן פון קעשענע און האָב אױך געטאַנצט
און גערײט זיך גלײך מיט דיר, נאָר דו האָסט מיך ניט געזען, און
קײנער האָט מיר ניט געזען. ערשט װען אַלע זענען אײנגעשלאָפן
און דו אױך, בין איך צו דיר געקומען און האָב דיר אױפגעװעקט.
קום מיט מיר, אינגעלע, אַהײם, טאַטע־מאַמע זענען דאָרט אַלײן.
                               [ 21 ]

                        באַ ציגיינער
    זאָגט דאָס אינגעלע:
    --- אָבער איך װײס ניט, װי צו גײן אַהײם!
    זאָגט דאָס רינגעלע:
    --- האָב ניט קײן מורא, איך װעל דיר װײזן. איך בין געװאָרן
אַ צױבער־רינגעלע, אַ רינגעלע אַ װאונדער פאַר דיר גאָר באַזונדער,
און װאָס דו װעסט װעלן, װעסטו באַ מיר קריגן. שנעל טו מיך אָן
אױפּן פינגער, און מיר װעלן גײן.
    האָט דאָס אינגעלע אָנגעטאָן דאָס רינגעלע, און ער האָט גענו־
מען גײן. און װי ער האָט גענומען גײן, אַזױ האָט דאָס רינגעלע גע־
נומען װאַרפן פּון זיך שטראַלן, פּונקט װי די זון, און דאָס אינגעלע
האָט געזען דעם װעג און געװאוסט, װי צו גײן אַהײם.
    האָבן דעם אינגעלע גענומען װײ טאָן די פיסלאַך, זאָגט ער צום
דינגעלע:
    --- איך קען מער ניט גײן צו־פוס. גיב מיר אַ פערד און װאָגן,
װאָס זאָלן מיך פירן.
    איז געװאָרן אַ פערד און װאָגן, און דאָס אינגעלע האָט זיך ארײנ־
געזעצט און איז אין אַ רגע געקומען אַהײם.
    טאַטע־מאַמע האָבן זיך דערפרײט, װען זײ האָבן דערזען דאָס
אינגעלע מיטן רינגעלע... און דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע האָט
זײ דערצײלט, װאָס מיט אים האָט זיך געטראָפּן. אַ פלעקעלע אַרײן,
אַ פּלעקעלע אַרױס, די מעשה לאָזט זיך דערװײלע אױס. װאָס װײ־
טער איז געװען, װעט איד שפּעטער זען.
           ]בילד[
                              [ 22 ]

               אױף יענער זײט טײך
            דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע האָט געװאױנט אױף
                 ד ע ר זײט טײך. אָבער ער האָט זײער געװאָלט
                 װיסן, װאָס עס טוט זיך אױף יענער זײט.
                   אױף י ע נ ע ר זײט, האָט ער געהערט, שטײט
                 אַ פּאַלאַץ, װאָס ציט זיך פון אײן עק װעלט ביז
                 דעם אַנדערן. און געבױט איז דער פּאַלאַץ פּון גאָלד
און פּון זילבער, און די שױבן אין די פענצטער פון פּאַלאַץ
זײנען ניט פון גלאָז, נאָר פון דימענטן און בריליאַנטן. און
װאױנען װאױנט אין דעם פּאַלאַץ דער מלך מיט דער מלכה. און
דער מלך מיט דער מלכה האָבן אַ אינגעלע, איז דאָס אינגעלע ניט
קײן פּראָסט אינגעלע, נאָר אַ בן־מלך. און אױך אַ מײדעלע האָבן
זײ, איז דאָס ניט אַבי אַ מײדעלע, נאָר אַ בת־מלכה. און עסן עסט
מען דאָרטן מאַרציפּאַנעס און אַלע גוטע זאַכן. אַזױ האָט זײן
באָבע אים אײנמאָל דערצײלט. נו, האָט ער געװאָלט דאָרטן זײן,
אַ קוק טאָן.
    װי אַזױ אָבער גײט מען אַריבער דעם טײך? דער טײך איז ברײט
און שװימען קען ער ניט. און קײן שיפן גײען ניט. שטײט אַזױ דאָס
אינגעלע מיטן רינגעלע אױף דער זײט טײך און קוקט מיט זײנע
אױגן אױף יענער זײט און זעט גאָרנישט, װײל אַזױ װײט קען ער
ניט זען. נאָר אַ װאַלד מיט בײמער און װײטער גאָרנישט.
     קוקט אַזױ דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע אױף דעם װאַלד מיט
די בײמער. קוקט ער אַזױ און קוקט, און גאָרנישט. מיט אַמאָל גיט
דאָס רינגעלע אַ בליץ און אַ שפריץ און אַ פרעג:
                               [ 23 ]

                         אױף יענער זײט טײך
    --- װאָס קוקסטו, אינגעלע?
     ענטפערט דאָס אינגעלע:
     --- איך קוק, רינגעלע, אױף יענער זײט טײך און װײס ניט, װי
צו קומען אַהין.
     זאָגט דאָס רינגעלע:
    --- אַי, דו נאַריש אינגעלע! דו האָסט אַ צױבער־רינגעלע, און
דו װײסט ניט, װאָס צו טאָן! װילסט אַריבער אױף יענער זײט
טײך? זאָג רײ מאָל די װערטער:
                    „פון דער טיף, פון דער טיף
                    „זאָל אַרױס באַלד אַ שיף!“
     האָט דאָס אינגעלע געזאָגט אַזױ װי דאָס רינגעלע האָט אים
נעהײסן:
                    „פּון דער טיף, פון דער טיף
                    „זאָל אַרױס באַלד אַ שיף!“
     איז פון דער טיפעניש פּון טײך אַרױסגעשװאומען אַ שיף, גע־
בױט פון עלפּנבײן מיט זעגלען פון זײד און מאַסט־בײמער פון גאָלד
קײן קאַפּיטאַן אױפן שיף איז ניט געװען צו זען און קײן מאַטראָזן
אױך ניט. אַלײן איז די שיף געגאַנגען, קײנער האָט זי ניט געפּירט.
     איז זי צוגעשװאומען צום ברעג, װאו דאָס אינגעלע מיטן רינ־
געלע איז געשטאַנען. איז דאָס אינגעלע אַ־ױף אױפן שיף, און
קוקנדיק אױף זײן רינגעלע, האָט אױסגערופן דאָס אינגעלע:
                    „איבער טײך, איבער טײך,
                    „צו יענער זײט פיר מיך גלײך!“
     האָט די שיף זיך גלײך גערירט פון אָרט און איז געשװאומען
איבערן װאַסער אַזױ שטיל, אַזױ פײן, אַז דאָס אינגעלע מיטן רינ־
געלע האָט גאָרניט געפילט, אַז ער פאָרט אױף אַ שיף.
                               [ 24 ]

                       אינגעלע רינגעלע
     און די שיף איז געגאַנגען, ביז זי איז צוגעשװאומען צום אַנדערן
ברעג, איז דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע אַרױסגעגאַנגען און האָט
געהײסן דער שיף, זי זאָל שטײן און װאַרטן, ביז ער װעט צוריק קו־
מען. זאָגט דאָס רינגעלע צום אינגעלע:
    --- נײן, אינגעלע, די שיף קען ניט שטײן און װאַרטן אױף דיר,
װײל קײנער טאָר פּון איר ניט װיסן און קײנער טאָר זי ניט זען. שיק
זי אַװעק צוריק אין די טיפענישן פּון טײך, און װען דו װעסט זי דאַרפן,
װעסטו זי רופן דרײ מאָל, װעט זי קומען.
     האָט דאָס אינגעלע אַװעקגעשיקט די שיף צוריק אין די טיפע־
נישן פון טײך, און אַלײן איז ער אַװעק זוכן דעם פּאַלאַץ, װאו עס
װאױנט דער מלך מיט דער מלכה מיט זײער אינגעלע דעם בן־מלך
מיט זײער מײדעלע דער בת־מלכה.
     גײט ער אַזױ דורכן װאַלד, גײט ער און גײט, און עס נעמט גאָר
קײן סוף ניט, און דאָ װערט דער הימל אַלץ טונקעלער און טונקע־
לער. איז דעם אינגעלע געװאָרן אומהײמלאַך: אפּשר זײנען דאָ
אין װאַלד היות, און זײ װעלן אים אױפעסן?
     דערװײל איז שױן געװאָרן גוט פינצטער, און דאָס אינגעלע
האָט ניט געזען, װי צו גײן. האָט ער אַ קרק געטאָן אױף זײן רינגעלע,
האָט דאָס רינגעלע גענומען װאַרפן פונקען אין אַלע זײטן, איז אין
װאַלד געװאָרן ליכטיק אַזױ װי אינמיטן העלן טאָג. האָבן זיך אַלע
נאַכט־פּױגלען און פלעדערמײז דערשראָקן און זײנען אַװעק אין
זײערע נעסטן שלאָפן, װאָרים נאַכט־פױגלען און פלעדערמײז קענען
ניט פאַרטראָגן די ליכטיקע שײן. און אַלע זינגפּײגעלאך האָבן זיך
אױפגעכאפּט פון זײער שלאָף און האָבן גענומען זינגען, װאָרים זײ
האָבן געמײנט, אַז עס איז שױן טאָג.
     האָט אינגעלע־רינגעלע זיך צוגעזעצט אױף דעם װאָרצל פון
אַן אָפּגעהאַקטן בױם און זיך צוגעהערט צום געזאַנג פון די פױגלען.
                               [ 25 ]

                        אױף יענער זײט טײך
זיצנדיק אַזױ און הערנדיק, האָט ער גענומען דרעמלען, ביז ער איז
אײנגעשלאָפּן.
    שלאָפט דאָס אינגעלע און שלאָגט, און זײן קעפּעלע הענגט
אראָפּ. הערט ער אין שלאָף, װי אימיצער װעקט אים. ער װײסט
ניט װער, נאָר עפּעס אַזאַ זיס קול! און דאָס קול זאָגט צו אים אַזױ:
    --- דיר איז שלעכט, אינגעלע, צו שלאָפן אַזױ? קום װעל איך
דיך אַװעקטראָגן אױף מײנע פליגלען צו דײן טאַטע מאַמען אַהײם.
דו װעסט זיך דאָרטן לײגן אין דײן בעטעלע און אױסרוען, און אױף
מאָרגן װעסטו אױפשטײן, און קומען װײטער אַהער און גײן צום
פּאַלאַץ, װאו עס װאױנט דער מלך מיט דער מלכה מיט זײער אינ־
נעלע דעם בן־מלך מיט זײער מײדעלע דער בת־מלכה.
    פרעגט דאָס אינגעלע באַם קול:
    --- װער ביסטו?
    ענטפערט אים דאָס קול:
    --- איך בין דער מלאָך פון שלאָף, און איך גיב אַכטונג, אַז אַלע
אינגלאַך זאָלן גוט שלאָפן.
     האָט דער מלאָך פון שלאָף אַװעקגעטראָגן אױף זײנע פליגלען
דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע אַהײם צו זײן טאַטע־מאַמען און אַרײנ־
נעלײגט אים אין זײן בעטעלע, און אינגעלע־רינגעלע איז אײנגע־
שלאָפן, און אַזױ אָפּגעשלאָפן די גאַנצע נאַכט.
    אינדערפרי האָט זיך אינגעלע־רינגעלע אױפגעכאַפּט און
דערצײלט אַלצדינג זײן טאַטן מיט זײן מאַמען. און טאַטע־מאַמע
האָבן צו אים געזאָגט:
    --- ביסט אַ טײער קינד, אָבער פאַרװאָס גײסטו אלײן אין
װאַלד?
     ענטפערט דאָס אינגעלע:
     --- איך גײ ניט אַלײן, איך גײ מיטן רינגעלע.
							  [ 26 ]

                       אינגעלע רינגעלע
   האָבן טאַטע־מאַמע געשמײכלט און געזאָגט, אַז אױב מיטן
רינגעלע, מעג ער גײן. און דאָס אינגעלע איז װײטער אַװעק מיטן
רינגעלע גלײך צו יענער זײט טײך, --- און װאָס עס איז װײטער גע־
רוען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                      [ 27 ]

         באַם װאַלדמאַן אין שטיבעלע
            טיף אין װאַלד אױף יענער זײט טײך האָט געװאױנט
                אַ װאַלדמאַן אין אַ שטיבעלע. איז דער װאַלדמאַן
                געװען זײער אַ גוטער מענטש, אָבער אַ װײב האָט
                ער געהאַט --- אַ מרשעה. און כדי קײנער זאָל ניט
                קאָנען אַרײן צו איר אין שטיבעלע, האָט זי באַ דער
                טיר אױסגעגראָבן אַ גריבעלע. איז װען דער װאַלד־
מאַן פלעגט דאַרפן ארײן אין שטיבעלע, פלעגט ער זיך אװעקשטעלן
באַם גריבעלע, שטעלן זיך און אױסשרײען:
    --- העי, מײן װײב! מאַך מל אַ קלאַדקע איבערן גריבעלע,
איך זאָל קענען אַרײן אין מײן שטיבעלע.
    פלעגט דאָס װײב אַרױס מיט אַ ברעט פּון בעט און לײגן אַ
קלאַדקע איבערן גריבעלע, און איר מאַן פלעגט אַזױ אַרײן אין
שטיבעלע. אָבער פאַר אַ פרעמדן מענטשן האָט זי קײן קלאַדקע
ניט געװאָלט לײגן איבערן גריבעלע, פלעגט קײנער ניט קענען
אַרײן צו איר אין שטיבעלע.
    גײט דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע דורכן װאַלד, גײט ער אַזױ
און נײט און װאָס װײטער ער גײט, אַלץ טיפער און געדיכטער װערט
דער װאַלד, און ער זעט גאָר קײן סוף און קײן עק ניט.
    טראַכט באַ זיך דאָס אינגעלע;
    „װיפיל איז דער שיר צו גײן? מע דאַרף פרעגן באַם רינגעלע.
    גיט דאָס אינגעלע אַ קוק אױף זײן רינגעלע און בעט אים:
    --- רינגעלע, רינגעלע, זאָג נאָר דײן אינגעלע, װי אַזױ זאָל איך
פּון װאַלד אַרױס?
    ענטפער דאָס רינגעלע:
                              [ 28 ]

                       אינגעלע רינגעלע
     --- פרעג באַם װאַלדמאַן, ער װעט דיר זאָגן.
פרעגט דאָס אינגעלע:
     --- און װאו איז דער װאַלדמאַן?
      ענטפערט דאָס רינגעלע:
                    --- אָט איז זײן שטיבעלע,
                    נאָר היט זיך --- אַ גריבעלע!
      קוקט דאָס אינגעלע אַהין, קוקט דאָס אינגעלע אַהער און זעט
 ניט דעם װאַלדמאַנס שטיבעלע. נאָר װי ער קוקט אַזױ, דערזעט
 ער אַ מענטשן אָנקומענדיק־ פרעגט דאָס אינגעלע באַ אים:
     --- ביסטו דער װאַלדמאַן?
      ענטפּערט דער װאַלדמאַן:
     --- יאָ, אינגעלע, איך בין דער װאַלדמאַן, און װער ביסטו?
      זאָגט דאָס אינגעלע:
     --- איך בין פּון יענער זײט טײך.
      פרעגט ער באַם אינגעלע:
     --- און װי אַזױ ביסטו אַריבער דעם טײך? אַז קײן שיפן גײען
 ניט, און אױף שװימען ביסטו צו קלײן?
      ענטפערט דאָס אינגעלע:
     --- איך האָב אַ רינגעלע, און װאָס איך װיל, טוט דאָס פאַר מיר.
     און דאָס אינגעלע האָט געװיזן דעם װאַלדמאַן זײן רינגעלע,
 האָט דער װאַלדמאַן געקוקט און געקוקט און געקוקט אױפן רינ־
 געלע און זיך גאָרניט געקענט אָפּװאונדערן: דאַכט זיך, אַ רינגעלע
 װי אַלע רינגעלאַך, און זאָל קענען אױפטאָן אַזעלכע װאונדער!
     רופט זיך אָן דאָס אינגעלע:
     --- װאונדער זיך ניט, ליבער װאַלדמאַן! אָט אַזאַ רינגעלע איז
 דאָס שױן. און אָט דאָס רינגעלע האָט מיר געזאָגט, אַז דו קענסט
                               [ 29 ]

         באַם װאַלדמאַן אין שטיבעלע
מיך פון װאַלד אַרױספירן, װאָרים איך װיל גײן צום מלך אין פּאַלאַץ
און זען זײן אינגעלע דעם בן־מלך און זײן מײדעלע די בת־מלכה.
     זאָגט דער װאַלדמאַן:
     --- רעכט, אינגעלע־רינגעלע! איך װעל דיך אױספירן פון
װאַלד, אָבער איך מוז אַפריער אָפּטאָן אַן אַרבעט. עס װעט נעמען
אַ שעה אָדער מער.
     זאָגט דאָס אינגעלע:
     --- נו, װעל איך צוגײן צו דײן שטיבעלע און דאָרטן װאַרטן
אױף דיר, ביז דו װעסט פאַרטיק װערן מיט דער ארבעט. איז װײט
דײן שטיבעלע?
     ענטפערט דער װאַלדמאַן:
     --- נײן, ניט װײט איז מײן שטיבעלע, נאָר דאָרטן איז אַ גרי־
בעלע, און מײן אַלטע װעט פאַר דיר קײן קלאַדקע ניט לײגן, װײל
זי איז אַ שלעכטע.
     זאָגט דאָס אינגעלע:
     --- אָ, איך האָב קײן מורא ניט פאַר קײן גריבעלע, אַז איך האָב
 געקענט אַריבערגײן אַ ברײטן טײך אָן אַ בריק, װעל איך אַריבערגײן
 אױך אַ שמאָל גריבעלע אָן א קלאַדקע.
     זאָגט דער װאַלדמאַן:
     --- נו, טאָ גײ, אינגעלע.
      איז דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע אַװעק צום שטיבעלע מיטן
 גריבעלע. קומט ער אַהין, זעט ער דאָס גריבעלע לעבן שטיבעלע
 פרעגט ער באַם רינגעלע װאָס צו טאָן. הײסט אים דאָס רינגעלע
 דרײ מאָל זאָגן:
                    „גריבעלע, גריבעלע,
                    רוק זיך אָפּ פון שטיבעלע!“
      האָט דאָס אינגעלע דרײ מאָל געזאָגט:
                               [ 30 ]

           ]בילד[
  [ 31 ]

         באַם װאַלדמאַן אין שטיבעלע
                   „גריבעלע, גריבעלע,
                   רוק זיך אָפּ פון שטיבעלע!“
     האָט דאָס גריבעלע זיך אָפּגערוקט פון שטיבעלע.
     גײט ארײן דאָס אינגעלע אין שטיבעלע. דערזעט די אַלטע
דאָס אינגעלע, װאונדערט זי זיך: װער האָט דאָס אים אַרײנגעלאָזן
אין איר שטיבעלע? און װי אַזױ איז ער דאָס אַריבער דאָס גריבע־
לע? גײט זי אַרױס אַ קוק טאָן, זעט זי דאָס גריבעלע אױפן אָרט
באַ דער טיר און קײן קלאַדקע ליגט ניט. פּרעגט זי באַם אינגעלע:
     --- װער האָט דיך אַהער אײנגעלאָזן, אינגעלע?
     ענטפערט דאָס אינגעלע:
     --- מײן רינגעלע!
     און דאָס אינגעלע האָט אל געװיזן זײן רינגעלע און ער האָט
איר דערצײלט, אַז אַלצדינג אין דער װעלט טוט פאַר אים זײן רינ־
געלע: װיל ער אַ שיף, גיט אים דאָס רינגעלע אַ שיף; װיל ער
עסן, גיט אים דאָס רינגעלע עסן. װאָס ער זאָל נאָר אַרױסרעדן פון
מױל, װעט אים דאָס רינגעלע שאַפּן גלײך אױפן אָרט.
     רופט זיך אָן די אַלטע:
     --- אױב דײן רינגעלע, אינגעלע, איז אַזאַ מאַכער, טאָ זאָג אים,
ער זאָל פאַר אונדז גרײטן אַ טיש מיט פלײש און מיט פיש.
     זאָגט דאָס אינגעלע צום רינגעלע:
     --- רינגעלע, רינגעלע! גרײט פאַר אונדז אַ טיש מיט פלײש
און מיט פיש!
     איז גלײך, װי פון אונטער דער ערד, אַרױס אַ געגרײטער טיש
מיט פלײש און מיט פיש. איז די אַלטע געװאָרן זײער פאַרװאונ־
דערט, און עס האָט זיך איר געחלשט אָפּנעמען באַם אינגעלע
דאָס רינגעלע. איז באַ איר געבליבן צו בעטן דאָס אינגעלע ער זאָל
בלײבן נעכטיקן באַ זײ, און װען עס װעט אײנשלאָפן דאָס אינגעלע,
װעט זי באַ אים צונעמען דאָס רינגעלע.
                               [ 32 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    דאָ איז דער װאַלדמאַן אָנגעקומען, און אַז ער האָט דערזען דעם
געגרײטן טיש מיט פלײש און מיט פיש, האָט ער זיך פאַרװאונדערט.
האָט אים די אַלטע אָנגעװיזן אױפן אינגעלע מיטן רינגעלע, האָט ער
שױן אַלץ פאַרשטאַנען. האָבן זײ זיך געזעצט אַלע דרײ עסן באַם
טיש דאָס פלײש מיט די פיש, און װען זײ האָבן אָפּגעגעסן, האָט זיך
די אַלטע אָנגערופן צום אינגעלע:
    --- אינגעלע! דו װעסט בלײבן מיט אונדז שלאָפן.
    זאָגט דאָס אינגעלע:
    --- איך דאַרף אָבער גײן צום מלך אין פּאַלאַץ און זען דאָרטן
דאָס אינגעלע דעם בן־מלך און דאָס מײדעלע די בת־מלכה.
     זאָגט די אַלטע:
    --- נו, װעסטו מאָרגן גײן, װעסט ניט פאַרשפּעטיקן.
     האָט זיך דאָס אינגעלע געלאָזט איבעררעדן און איז געבליבן
נעכטיקן װען ער איז אײנגעשלאָפן, איז די אַלטע צוגעגאַנגען פּאַ־
מעלאַך צום אינגעלע און גענומען שלעפּן פון זײן פּינגערל דאָס
רינגעלע. האָט זיך אױפגעכאפּט דאָס אינגעלע און גענומען
שרײען:
    --- אױ, מײן רינגעלע!
         קוקט ער אַהין, קוקט ער אַהער, זעט ער: װאו װאַלד?
װאו שטיבעלע? ער ליגט גאָר אין זײן בעטעלע און טאַטע־מאַמע
שטײען לעבן אים און פרעגן אים:
    --- װאָס איז דיר, טײערער? װאָס האָט זיך דיר געחלומט?
     האָט דאָס אינגעלע זײ דערצײלט אַלצדינג, װאָס עס האָט זיך
מיט אים געטראָפן בעת ער איז געשלאָפן, און טאַטע־מאַמע האָבן
געלאַכט און זײ האָבן געזאָגט צום אינגעלע:
     --- אָט איז דאָך דײן רינגעלע. קײנער האָט דאָס באַ דיר ניט
אָפּגענומען. קענסט צוריק אײנשלאָפּן, װײל עס איז נאָך פרי.
     איז דאָס אינגעלע צוריק אײנגעשלאָפן, און װאָס עס איז װײטער
געװען, װעט איר שפּעטער זען.
                                [ 33 ]

                 באַ די װאַלד גזלנים
             טיף אין װאַלד אױף יענער זײט טײך האָבן געלעבט
                 גזלנים. און די גזלנים זײנען געװען הױכע און גדאָ־
                 בע גידלען, און עס איז געװען אַ שרעק אױף זײ צו
                 קוקן. די פּנימער זײנען געװען באַ זײ פאַרװאַקסן
                 מיט האָר, מער װי די אױגן האָט מען ניט אַרױס־
                 געזען, און די אױגן זײנען געװען באַ זײ ניט װי באַ
אַלע מענטשן, נאָר ביסטרע, װי צװײ שטיקער פײער. און אַז זײ
פלעגן געבן אַ קוק מיט זײערע ביסטרע אױגן, פלעגט אָנפאַלן אן
אימה און אַ פּחד.
     זיצן אַזױ די גזלנים אין װאַלד און װאַרטן, ביז עמיצער װעט
דורכגײן אָדער דורכפאָרן, װעלן זײ אים באַפאַלן און אָפּנעמען באַ
אים אַלצדינג װאָס ער האָט, און אים אַלײן הרגענען.
     גײט קײנער ניט דורך, פאָרט קײנער ניט פאַרבײ. װערן די
גזלנים אין כעס, און זײערע ביסטרע אױגן װערן נאָך ביסטרער און
זײ טראַכטן: „אַך, װען אימעצער װײזט זיך איצט פאַר אונדזערע
אױגן, קײן לעבעדיקער װאָלט ער שױן ניט אַרױס!“,
     און װי זײ טראַכטן אַזױ, ערשט עס באַװײזט זיך דאָס אינגעלע
מיטן רינגעלע, װאָס איז געגאַנגען זוכן דעם קײסערס פּאַלאַץ. שטעלן
זײ אים אָפּ, און דאָס אינגעלע הײבט זיך שױן אָן צו שרעקן פאַר זײ,
װײל ער האָט נאָך אין זײן לעבן אַזעלכע װילדע מענטשן מיט אַזעל־
כע אױגן ניט געזען. זאָגט צו אים דאָס רינגעלע אין דער שטיל, אַז
די גזלנים זאָלן ניט הערן:
    --- האָב ניט מורא, אינגעלע! איך בין מיט דיר, דײן רינגעלע!
                               [ 34 ]

                       אינגעלע רינגעלע
     האָט דאָס אינגעלע פאַרקװעטשט אין האַנט זײן רינגעלע, אַז
די גזלנים זאָלן ניט דערזען, און ער האָט שױן פאר זײ קײן מורא ניט
געהאַט. זעען די גזלנים, אַז דאָס אינגעלע האָט פאַר זײ קײן מורא
ניט, װאונדערן זײ זיך, װײל אפילו גרױסע מענטשן ציטערן פאַר זײ,
און דאָ שטײט אַ קלײן אינגעלע און האָט גאָר פאַר זײ קײן מורא
ניט! טראַכטן זײ, די גזלנים: „עט, אַ נאַריש אינגעלע! ער װײס
אװדאי ניט, אַז מיר זענען גזלנים און אַז מען דאַרף פאַר אונדז מורא
האָבן!“ גיבן זײ אים אַ פרעג:
    --- װײסט גאָרניט, אינגעלע, אַז מיר זענען גזלנים?
     ענטפעדט דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע:
    --- געװיס װײס איך, אַז איר זענט גזלנים!
    פרעגן זײ אים:
    --- און פּון װאַנען װײסטו דאָס?
     ענטפּערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- איר אלײן זאָגט דאָך, אַז איר זענט גזלנים!
     זעען זײ, אַז ער איז שױן גאָר קײן נאַר ניט, רופן זײ זיך אָפּ צו
אים:
     --- אַז דו ביסט שױן יאָ אַזאַ קלוגער און דו װײסט, אַז מיר זענען
גזלנים, טאָ פאַרװאָס דערשרעקסטו זיך פאַר אונדז ניט? װײסטו
דען ניט, אַז פאַר גזלנים האָבן אפילו גרױסע מענטשן מורא?
     ענטפּערט אינגעלע־רינגעלע:
     --- יאָ, גרױסע מענטשן דאַרפן טאַקע מורא האָבן, װײל זײ האָבן
אַ סך געלט. איך אָבער האָב נאָר אײן קלײנע מטבע, װאָס מײן
מאַמע האָט מיר געגעבן אױף צוקערקעס.
     פרעגן באַ אים די גזלנים:
     --- װאָס־זשע טוסטו דאָ אין װאַלד?
     ענטפעדט אינגעלע־רינגעלע:
                               [ 35 ]

                         באַ די װאַלד גזלנים
    --- איך גײ צום קײסער אין פּאַלאַץ אַרײן.
    גיבן זיך אַ כאַפּ די גזלנים און זײערע װילדע אױגן צינדן זיך אָן
נאָך מיט מער װילדקײט:
    --- אַהאַ! דו גײסט צום קײסער אין פּאַלאַץ? צום קײסער אין
פּאַלאַץ גײט מען ניט מיט לײדיקן, מוזטו אים מסתמא טראָגן
מתנות, גאָלד און זילבער, דימענטן און בריליאנטן.
    שװערט זיך אינגעלע־רינגעלע, אַז ער טראָגט גאָרנישט צום
מלך אין פּאַלאַץ, אַז ער גײט נאָר אַהין, װײל ער װיל זען דעם פּאַלאַץ
און דעם מלכס אינגעלע דעם בן־מלך און דעם מלכס מײדעלע,
די בת מלכה. גלױבן אים ניט די גזלנים, און זײ נעמען באַ אים
זוכן אומעטום. זוכן זײ און זוכן, און געפינען גאָרנישט, אַ חוץ די
קלײנע מטבע, װאָס די מאַמע האָט אים געגעבן אױף צוקערקעס,
און אַ פּאָר קנעפּלאַך, װאָס ער האָט אָפּגעװאונען באַ אַן אַנדער
אינגל אין אַ שפּיל.
    װילן אים די גזלנים שױן אָפּלאָזן, ער זאָל גײן װאוהין ער גײט.
מיט אַמאָל דערזעען זײ, אַז באַ אים איז אײן הענטל פאַרקװעטשט.
גיבן זײ אַ געשרײ אױף אים:
    --- עפן די האַנט גלײך אױפן אָרט און לאָמיר נאָר זען, װאָס
דו האָסט דאָרט!
     האָט אינגעלע אַפריער מורא געהאַט צו עפענען דאָס הענטל,
די גזלנים זאָלן ניט דערזען דאָס רינגעלע באַ אים. װאָס װעט טאָן
אינגעלע אָן דעם רינגעלע? װי װעט ער קומען צום קײסערס פּאַ־
לאַץ? און װי װעט ער טרעפן צוריק אַהײם?
     רופט זיך צו אים אָן אין דער שטיל דאָס רינגעלע:
    --- האָב ניט מורא, מײן אינגעלע! איך װעל דיך ניט פאַרלאָזן!
     האָט אינגעלע שױן ניט מורא געהאַט צו עפענען די האַנט, און
                              [ 36 ]

           ]בילד[
  [ 37 ]

                         באַ די װאַלד גזלנים
װי ער האָט געעפנט די האַנט, האָבן די גזלנים דערזעען דאָס
רינגעלע.
    --- אַהאַ! האָבן זײ אױסגעשריען, --- אָט האָסטו דאָך, אינ־
געלע, אַ רינגעלע!
     האָבן זײ באַ אים צוגענומען דאָס רינגעלע און געהײסן אים גײן,
װאוהין ער װיל.
     גײט דאָס אינגעלע און גײט און װײסט ניט, װאוהין צו גײן.
זעצט ער זיך אַװעק אױף אַן אָפּגעהאַקטן בױם װאַרטן, ביז דאָס
רינגעלע װעט צו אים קומען און פירן אים װײטער צום מלך אין
פּאַלאַץ.
     זיצט דאָס אינגעלע און װאַרט אױף זײן רינגעלע, און דאָס רינ־
געלע איז נאָך אַלץ ניטאָ. טראַכט דאָס אינגעלע: װאָס קען דאָס
זײן מיט מײן רינגעלע? און זיצנדיק אַזױ און טראַכטנדיק אַזױ,
איז דאָס אינגעלע אַנדרעמלט געװאָרן.
     און דאָרטן די גזלנים האָבן זיך דערװײל געשפּילט מיטן רינ־
געלע. דאָס רינגעלע איז זײ זײער געפעלן געװאָרן, און יעדערער
האָט דאָס איבערגעטאַפּט און געצאַצקעט זיך דערמיט, און דאָס
רינגעלע טראַכט באַ זיך: „שפּילט זיך, שפּילט זיך, חברה גזלנים!
איר שפּילט זיך מיט פײער! עס װעט אײך קאָסטן טײער!
     און דאָס רינגעלע האָט גלײך גענומען שפּריצן מיט פײער.
דער גזלן װאָס האָט געהאַלטען דאָס רינגעלע, איז געבליבן אַ
טױטער און האָט אַװעקגעװאָרפן דאָס רינגעלע, אַזױ װי מע װאַרפט
אַװעק עפּעס אַ זאַך װאָס מע האָט פריער ניט געװאוסט, אַז עס איז
הײס. און די איבעריקע גזלנים האָבן זיך אױך דערשראָקן און גע־
נומען שרײען אײנע צו די אַנדערע:
     --- לאָמיר אַנטלױפן פון דעם משוגענעם רינגעלע, עס װעט
אונדז אַלעמען פאַרברענען.
                               [ 38 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    און זײ האָבן זיך געלאָזט לױפן און זײ זענען געלאָפן און
געלאָפן און האָבן די גאַנצע צײט מורא געהאַט זיך אומקוקן
אַהינטער. און דאָס רינגעלע האָט זיך אַװעקגעקײקלט צו זײן אינ־
געלע, איז געקומען צו אים, האָט זיך אַװעקגעלײגט באַ זײנע פיס
און גענומען אים װעקן:
    --- שטײ אױף, שטײ אױף, אינגעלע!
    איך בין דאָ, דײן רינגעלע!
    גענוג דיר אינגעלע, צו שלאָפן,
    די רױבער זענען שױן אַנטלאָפן.
    האָט זיך אױפגעכאַפּט דאָס אינגעלע, געפונען באַ די פיס
זײן רינגעלע, און לעבן אים זײנען געשטאַנען זײן טאַטע מיט זײן
מאַמען און האָבן געשמײכלט־
     טאַטע־מאַמע האָבן אים געזאָגט „גוט־מאָרגן!“, און געפרעגט
אים, װאו ער איז די נאַכט געװען און װאָס עס איז מיט אים געשען.
האָט אינגעלע זײ אַלצדינג דערצײלט ביז אַ האָר
    --- גענוג דיר שױן אין װאַלד צו גײן! --- האָט דער טאַטע צו
אים געזאָגט מיט אַ שמײכל
     --- איך מוז דאָך צום קיניג אין פּאַלאַץ גײן, מוז איך דאָך דורכן
װאַלד גײן, און דער װאַלד איז אַזױ גרױס! --- האָט דאָס אינגעלע
געטענהט.
     אָבער הײנט באנאכט װעל איך שױן אַרױס פון װאַלד, --- האָט
דאָס אינגעלע געזאָגט.
     און באַנאַכט איז דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע שױן װידער
געװען אין װאלד, און װאָס עס איז װײטעד געװען, װעט איר שפּע־
טער זען.
                               [ 39 ]

             באַ די שניטער אין פעלד
            דאָ, װאו דער װאַלד האָט זיך געענדיגט אױף יענער
                 זײט טײך, האָבן זיך אָנגעהױבן ברײטע פעלדער,
                 און אַז דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע איז אַרױס פון
                 װאַלד, האָט ער דערזען די פעלדער און זיך זײער
                 שטאַרק דערפרײט.
                 ---  אָ,--- האָט ער געזאָגט,--- איך בין פאָרט
אַרױסגעקראָכן פון דעם טיפּן װאַלד. איצט איז אַזױ ליכטיק און פרײ,
װעל איך גרינג טרעפן דעם װעג צום מלכס פּאַלאַץ און זען דאָרט
זײן אינגעלע דעם בן־מלך און זײן מײדעלע די בת־מלכה.
    גײט ער אַזױ און גײט איבער די פעלדער, און עס נעמט קײן
סוף ניט. די פעלדער האָבן זיך געצױגן ברײט און װײט, רעכטס
און לינקס, אָן אַן עק און אָן אַ ברעג. און דאָס אינגעלע מיטן רינ־
געלע גײט און גײט און בלאָנדזעט טיף אין די זאַנגען פון די פעל־
דער, און די פיסלאַך נעמען אים שױן ברעכן, און ער קען װײטער
ניט גײן. און דאָ האָט זיך נאָך באַװיזן אַ טונקעלער װאָלקן, און עס
האָט גענומען דונערן און בליצן און עס האָט אױסגעזען, אַז באַלד,
באַלד װעט נעמען רעגענען.
    האָט זיך גענומען שרעקן אינגעלע און געקוקט אױף זײן
רינגעלע. רופּט זיך אָן דאָס רינגעלע:
    --- װאָס װילסטו, אינגעלע?
    ענטפערט דאָס אינגעלע:
         --- רינגעלע, רינגעלע!
         מיד איז דײן אינגעלע.
                              [ 40 ]

                       אינגעלע רינגעלע
          מאַך אים אַ בענקעלע,
          ער זאָל זיך קענען זעצן,
          עפן אַ שירעמל,
          ער זאָל זיך ניט פאַרנעצן.
     גלײך איז געװאָרן אַ בענקעלע, און דאָס אינגעלע האָט זיך
געזעצט. און װי דאָס אינגעלע האָט זיך געזעצט, אַזױ האָט זיך אַ
שירעמל איבער אים אױסגעצױגן. און װען עס האָט גענומען רע־
געגען, איז דאָס אינגעלע זיך געזעסן אונטערן שירעמל, און דער
רעגן איז צו אים ניט צוגעקומען.
     װען דער רעגן האָט אױפגעהערט, האָט זיך דאָס אינגעלע
מיטן רינגעלע װידער געלאָזן אין װעג. גײט אינגעלע־רינגעלע
װײטער און װײטער און ער פילט זיך לײכטער, לײכטער, לײכטער
װי פריער, װאָרים ער האָט זיך דאָך אָפּגערוט. אָבער ער איז נאָר
אַלץ געגאַנגען אָן אַ װעג דורך די טיפע זאַנגען. רופּט ער זיך אָן
צום רינגעלע:
          --- רינגעלע, רינגעלע,
          פאָלג נאָך דײן אינגעלע!
          אײנס װעל איך נאָר בעטן,
          אַ װעגעלע צום טרעטן,
          אַ װעגעלע צום גײן
          פאַר מיר אײנעם אַלײן.
     און עס איז באַלד געװאָרן אַ װעג צװישן די פעלדער פאַרן
אינגעלע צום גײן, פאַר אים אײנעם אַלײן און ער איז געגאַנגען און
געגאַנגען, ביז ער איז געקומען צו אַ פעלד, װאו שניטער זײנען גע־
שטאַנען אײנגעבױגן איבער די זאַנגען און האָבן געשניטן און
געזונגען:
                               [ 41 ]

                       באַ די שניטער אין פעלד
         מיד שנײדן, מיר שנײדן
         פאַר אַנדערע ברױט;
         מיר לײדן, מיר לײדן
         ביטערע נױט
    די שניטער זײנען געװען אַזױ פאַדטאָן אין זײער אַרבעט, אַז
זײ האָבן אין אָנהױב גאָרניט באַמערקט דאָס אינגעלע מיטן רינ־
געלע. נאָר װען ער איז צו זײ גאָר נאָענט צוגעגאַנגען, האָבן זײ
אים דערזען. זײ האָבן אָבער ניט אױפגעהערט צו אַרבעטן און צו
זינגען:
         מיר שנײדן, מיר שנײדן
         פאַר אַנדערע ברױט;
         מיר לײדן, מיר לײדן
         הונגער און נױט.
     פרעגט דאָס אינגעלע באַ די שניטער:
    --- װאָס פאַר אַ ליד זינגט איר דאָס? איך האָב נאָך אַזאַ ליד
קײנמאָל ניט געהערט!
    האָט אײנער פון די שניטער זיך אָפּגעקערט פון דער אַרבעט
און געזאָגט צו דעם אינגעלע:
    --- ביסט נאָך קלײן און דו װײסט ניט אַלץ, װאָס עס טוט זיך
אױף דער װעלט. דו װײסט ניט, אַז שוסטער גײען באָרװעס און
שנײדער גײען נאַקעט און מיר, די שניטער, האָבן ניט קײן ברױט.
מיר אַרבעטן פאַר פרעמדע און ניט פאַר זיך. די פרעמדע זײנען
רײך װי קורח און מיר --- אָרים װי אַן אורח.
    און דער שניטער האָט דערצײלט דעם אינגעלע מיטן דינ־
געלע, אַז די פעלדער געהערן ניט צו זײ, נאָר צום קײסער און צו
פּריצים. דער קײסער מיט די פּריצים װילן ניט אַרבעטן, האָבן זײ
געדונגען אַנדערע מענטשן, יענע זאָלן אַרבעטן פאַר זײ און בײגן
                              [ 42 ]

                       אינגעלע רינגעלע
די רוקנס איבער די פעלדער אַ גאַנצן טאָג, פון אינדערפרי ביז
פאַרנאַכט און פאַר זײ שנײדען די תבואה. און אַז זײ ענדיקן שנײדן,
קומען אַנדערע מענטשן, װאָס אַרבעטן אױך פאַרן קײסער און די
פּריצים, און פירן די תבואה אַװעק אין די שײערס און דרעשן דאָרטן.
און אַז זײ ענדיקן דרעשן, קומען װידער אַנדערע מענטשן און
פירן אַװעק די קערנער פון די אױסגעדראָשענע זאַנגען אין די מילן
און דאָרטן מאָלט מען די קערנער, ביז עס װערט פון זײ מעל. און
די שפּײכלערס פון דעם קײסער און זײנע פּריצים װערן פול מיט
מעל, און סוחרים פון אַלע עקן װעלט קומען און קױפן דאָס אָפּ.
און דער קײסער מיט די פּריצים װערן אַלץ רײכער און רײכער, און
פאר די מענטשן, װאָס האָבן געאַקערט און געזײט און געשניטן
און געדראָשן און געמאָלן, בלײבט גאָרנישט ניט איבער פון זײער
גאַנצער מי, אַחוץ אַ שטיקל טרוקן ברױט, און אַמאָל דאָס אױך ניט.
     אָט אַזױ האָט דער שניטער דערצײלט דעם אינגעלע מיטן
רינגעלע, און אַז דער שניטער האָט געענדיקט צו דערצײלן, האָט
ער גענומען װײטער שנײדן און װײטער זינגען אינאײנעם מיט אַלע
שניטער:
         מיר שנײדן, מיד שנײדן
         פאַר אַנדערע ברױט;
         מל לײדן, מיר לײדן
         הונגער און נױט.
     און אינגעלע־רינגעלע האָט שױן איצט פאַרשטאַנען דאָס ליד,
און ער האָט געזאָגט צו די שניטער:
     זאָרגט ניט, ליבע שניטער! ניט אײביק איז שלעכט:
עס װעט שױן װערן רעכט. איך גײ איצט צום מלך. איך װיל זען
זײן אינגעלע דעם בן־מלך און זײן מײדעלע די בת־מלכה. װעל איך
                               [ 43 ]

             באַ די שניטער אין פעלד
רעדן מיטן מלך און דערצײלן אים, אַז איר האָט ניט גענוג ברױט,
װעט ער אײך געבן מער.
     אָבער דער שניטער, װאָס האָט אים דערצײלט די מעשה,
האָט אַ שמײכל געטאָן און געזאָגט צו אים:
     איך זע, אַז דו ביזט אַ גוט אינגעלע און האָסט אַ גוט האַרץ,
אָבער דו ביסט נאָר קלײן און װײסט ניט אַלץ עס װעט ניט העלפן,
װאָס דו װעסט דערצײלן דעם מלך, אַז מיר האָבן ניט גענוג ברױט
ער װײסט אַלײן, אַז מיר האָבן ניט גענוג ברױט, ער װעט אונדז מער
ניט געבן, װײל ער האָט מורא, עס װעט אים ניט זײן גענוג. אַזױ
איז ער און אַזױ זענען אַלע זײנע פּריצים. זײ קענען זיך קײנער ניט
אָנזעטיקן. די גאַנצע װעלט װילן זײ אײנשלינגען.
     אָבער אינגעלע האָט געזאָגט, אַז ער מוז גײן צום קײסער און
אים דערצײלן װעגן די שניטער, װאָס האָבן ניט קײן ברױט.
    --- מען װעט דיך ניט אַרײנלאָזן אַהין, אינגעלע! --- האָט
געזאָגט דער פריערדיקער שניטער.
    --- איך האָב אַ רינגעלע, --- האָט געענטפערט דאָס אינגעלע,
--- אַ רינגעלע, װאָס טוט פאַר מיר אַלץ אין דער װעלט און
עפנט פאַר מיר אַלע טירן.
    אַז די שניטער האָבן דערהערט, אַז דאָס אינגעלע האָט אַזאַ
רינגעלע, זענען זײ פאַרװאונדערט געװאָרן און זײ האָבן אַװעק־
געלײגט די שנײד־מעסער און געזאָגט צום אינגעלע:
    --- אַנו װײז דײן רינגעלע!
    האָט זײ אינגעלע געװיזן זײן רינגעלע, און װי ליכטיק עס איז
געװען איבערן פעלד, אַזױ איז נאָר ליכטיקער געװאָרן. די שניטער
האָבן געגאַפט פאַר גרױס פאַרװאונדערונג: זײ האָבן נאָך אין
זײער לעבן ניט געזען אַזאַ רינגעלע!
    רופט זיך אָן דאָס אינגעלע צו די שניטער:
                               [ 44 ]

           ]בילד[
  [ 45 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    --- װילט איר אפשר עפּעס, װעט אײך מײן רינגעלע געבן.
    זאָגן די שניטער:
    --- מיר װילן אַ טרונק. מיר זענען אַזױ דאָרשטיק!
    האָט דאָס אינגעלע עפּעס געזאָגט צו זײן רינגעלע, און באַלד
האָט גענומען רינען מילך פון די זאַנגען, קאַלטע מילך, אַז עס איז
געװען אַ מחיה צו טרינקען. האָבן די שניטער אונטערגעשטעלט
די מײלער און זיך אָנגעטרונקען.
    אינמיטן דערינען קומט אָן אַן אױפזעער פון קײסער און פון
די פּריצים. זעט ער, אַז די שניטער אַרבעטן ניט, האָט ער אױף זײ
גענומען שרײען. און אַ בײטש האָט דער אױפזעער געהאַלטן אין
זײן האַנט, האָט ער זיך אַ װאָרף געטאָן אױף די שניטער און גענו־
מען זײ שמײסן. האָט דאָס דערזען אינגעלע, האָט ער עפּעס גע־
זאָגט צו זײן רינגעלע, איז געקומען אַ שטורעם־װינט און האָט
אַרױסגעריסען באַם אױפזעער די בײטש פון האַנט און פאַרשלײ־
דערט דאָס װײט־װײט, און דעם אױפזעער אַלײן אױך פאַרװאָרפן
ערגעץ װאו. איז ער דאָרטן געבליבן ליגן און האָט ניט געקענט
צוריק טרעפן דעם װעג אהײם.
    האָבן די שניטער געדאַנקט דעם אינגעלע מיטן רינגעלע,
װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פון אַזאַ שלעכטן אױפזעער, און
דאָס אינגעלע איז אַװעק װײטער זײן װעג און איז געגאַנגען, צװישן
די פעלדער מיט זאַנגען, ביז ער איז װידער מיד געװאָרן און ער
איז אַנידערגעפאַלן און אײנגעשלאָפן אַ געשמאַקן שלאָף. װען ער
איז אױפגעשטאַנען, האָט ער, װי אַלע מאָל, דערזען טאַטע־מאַמע
שטײענדיק לעבן זײן בעטעלע, האָט ער זײ אַלצדינג דערצײלט װאָס
מיט אים האָט געטראָפן.
    אָבער דאָס איז נאָך ניט נאָר. און װאָס עס איז װײטער געװען,
װעט איר שפּעטער זען.
							 [ 46 ]

                  באַ די פּאַסטוכער
            אינגעלע איז אָן דעם רינגעלע קײנמאָל ניט געגאַנגען
                שלאָפן.
                    ליגט אַזױ אינגעלע מיטן רינגעלע אין זײן בע־
                טעלע און טראַכט: „װאוהין װעלן מיר הײנטיקע
                נאַכט גײן, איך מיט מײן רינגעלע? און װעלן מיר
                אַמאָל קומען צום מלך אין פּאַלאַץ און זען דאָרטן
דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכה און אַלע שײנע גוטע זאַכן?
    און דאָ האָט זיך אינגעלע־רינגעלע דערמאָנט אָן די שניטער
אין פעלד, װעלכע שנײדן ברױט און לײדן נױט, װײל אַלץ װאָס זײ
שנײדן איז פאַרן מלך מיט די פּריצים, און פאַר זײ אַלײן בלײבט
גאָרנישט ניט איבער. אינגעלע האָט זיך דאָס דערמאָנט, האָט ער
אַ זיפץ געטאָן און געזאָגט צו זיך:
    „איך װעל דאָס דערצײלן דעם מלך און בעטן אים, ער זאָל
זײן גוט צו זײנע שניטער“.
    און ער טראַכט װײטער, װאָס עד װעט טאָן. און ער טראַכט
און טראַכט, און קען ניט אײנשלאָפן. און װי ער טראַכט אַזױ, דער־
הערט ער פון צװײטן צימער װי די מאַמע פאַרװיגט זײן קלײן
שװעסטערל:
         --- שלאָף, טײערע, שלאָף!
         דער פּאַסטוך היט די שאָף,
         היט שאָף און רינדער,
  היט אױך אַלע קינדער.
         אַלע קינדער שלאָפן,
                              [ 47 ]

						   באַ די פּאַסטוכער
טיר און טױער אָפן,
אָפן טיר און טױער,
          פאָרט אַרײן אַ פּױער,
          אַ פּױער פאָרט אַרײן,
          מיט זױמען און מיט לײן --- 
          שלאָף, מײן קינד, אײן!
     און דעם אינגעלעס קלײן שװעסטערל איז אײנגעשלאָפּן, און
אױך אינגעלע איז אײנגעשלאָפן. איז דער מלאך פון שלאָף געקו־
 מען און האָט אים גענומען אױף זײנע פליגלען און געפירט אױף
יענער זײט טײך, װאוהין דער װעג צום קײסערס פּאַלאַץ פירט
דורך װעלדער און פעלדער און לאָנקעס.
     אױף די לאָנקעס האָבן זיך געפיטערט שאָף און רינדער און
געהיט האָבן זײ די פּאַסטוכער מיט זײערע קינדער. און גרױסע
הינט זײנען געשטאַנען אױף דער װאַר און האָבן געזען, אַז אַ װאָלף
זאָל ניט אָנקומען פון װאַלד און אַװעקשלעפּן אַ שעפעלע פון
סטאַדע, אָדער אַזױ אַ פרעמדער זאָל ניט קומען און טאָן שלעכטס
די שאָף און רינדער.
     אַז די הינט האָבן דערזען דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע, האָבן
זײ גענומען בילן אױף אים. האָט זײ געװיזן אינגעלע דאָס רינגעלע,
 האָט זײ אַ בליץ געטאָן אין די אױגן און זײ זײנען גלײך אַנשטומט
 געװאָרן, און אין אַ װײלע אַרום האָבן זײ זיך גענומען לאַשטשען
 צום אינגעלע מיטן רינגעלע און לעקן אים און שמעקן אים.
     האָבן דאָס די פּאַסטוכער און זײערע קינדער דערזען, האָבן
 זײ זיך פאַרװאונדערט: שטײט אַ פרעמד אינגעלע, און די הינט
 --- אַזעלכע בײזע הינט! --- טשעפּען אים ניט. פאַרקערט, זײ
 לאַשטשען זיך צו אים און שמעקן אים און לעקן אים! רופט זיך
 אָפּ דער עלטסטער פּאַסטוך צום אינגעלע:
                                [ 48 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    --- װער ביסטו, אינגעלע?
    ענטפערט אינגעלע;
    --- איך בין דער מיטן רינגעלע.
     זאָגט דער עלטסטער פּאַסטוך:
    --- מיר האָבן נאָך פון אַזאַ אינגעלע ניט געהערט.
    האָט זײ אינגעלע־רינגעלע דערצײלט, אַז ער קומט פון יענער
זײט טײך און אַז ער האָט דאָרטן געהערט, אַז אױף דער זײט טײך
געפינט זיך דעם מלכס פּאַלאַץ און דער מלך האָט אַ אינגעלע אַ
בן־מלך און אַ מײדעלע אַ בת־מלכה, װיל ער אַהין גײן. און דאָס
רינגעלע פירט אים איבער װעלדער און פעלדער, װאַסער און לאַנד,
מדבר און זאַמד, ביז עס װעט אים אַהין ברענגען. און ער דער־
צײלט זײ אינגעלע די װאונדער פּון זײן רינגעלע, אַז דאָס איז ניט
גלאַט אַזױ אַ רינגעלע, נאָר אַ צױבער־רינגעלע, און װאָס ער װיל,
טוט פאַר אים זײן רינגעלע. האָבן די פּאַסטוכער זיך נאָך מער
פאַרװאונדערט. זײ האָבן פון אַזאַ רינגעלע נאָר קײנמאָל ניט גע־
הערט. און נאָך מער װי די פּאַסטוכער, האָבן זיך זײערע קינדער
געװאונדערט. רופן זיך אָן די פּאַסטוכער־קינדער צום אינגעלע
מיטן רינגעלע:
    --- אַנו, אינגעלע, װײז אונדז עפּעס אַ קונץ מיט דײן רינגעלע!
     טראַכט דאָס אינגעלע, װאָס פאַר אַ קונץ ער זאָל זײ װײזן
מיט זײן רינגעלע. און װי ער טראַכט אַזױ, ערשט עס לױפן אָן פון
װאַלד װעלף, און ניט אײנער און ניט צװײ און ניט דרײ און ניט
פיר, נאָר גאַנצע מחנות אָן אַ שיר. האָבן די הינט דערזען די
װעלף, האָבן זײ זיך אַ לאָז געטאָן צו זײ מיט אַ בילערײ, מיט אַ
קװיטשערײ. אָבער די װעלף זײנען געװען פּיל מער אין צאָל, רױ די
הינט, האָבן די הינט גאָרנישט ניט געקענט מאַכן אַנטקעגן זײ
און די װעלף האָבן זיך געלאָזט גלײך צו די סטאַדעס שאָף און
                                [ 49 ]

                          באַ די פּאַסטוכער
רינדער, און די שאָף און רינדער האָבן פאַר שרעק זיך גענומען
טוליען אײנע צו די אַנדערע. און ניט װײניקער פון די שאָף מיט
די רינדער האָבן זיך געשראָקן די פּאַסטוכער מיט די קינדער. און
זײ האָבן אַלע גענומען װײנען:
         --- אױ װײ, ס'איז געקומען אַ סוף
         אי אױפן פּאַסטוך, אי אױף די שאָף!
    נאָר אײנער האָט זיך ניט דערשראָקן: דאָס איז געװען דאָס
אינגעלע מיטן רינגעלע. האָט ער זיך אָנגערופן:
         --- שרעקט זיך ניט, פּאַסטוכער,
         שרעקט זיך ניט, קינדער!
         איך װעל אײך ראַטעװען
         מיט שאָף און רינדער!
    און עס האָט אַ מאַך געטאָן דאָס אינגעלע מיט זײן רינגעלע,
און פלאַמען פײער האָבן גענומען בליצן און פונקען האָבן גענומען
שפּריצן, און גלײך די װעלף אין די אױגן. די װעלף האָבן מורא פאַר
פײער, האָבן זײ אין שרעק גענומען לױפן איבער אַלע פעלדער,
צוריק אין די װעלדער,און אין אײן מינוט איז פון זײ קײן זכר ניט
געבליבן. און די פּאַסטוכער האָבן זיך געװאונדערט איבער דעם
גרױסן װאונדער, װאָס עס האָט באַװיזן אינגעלע מיט זײן רינגעלע.
     רופט זיך אָן דער עלטסטער פּאַסטוך צום אינגעלע מיטן
רינגעלע:
     --- איך װעל גײן מיט דיר צום מלך און דערצײלן אים די
גרױסע װאונדער, װאָס דו האָסט געטאָן מיט דײן רינגעלע, און דער
מלך װעט דיך באַלױנען דערפאַר װאָס דו האָסט געראַטעװעט
זײנע שאָף און רינדער.
     גיט אַ פרעג דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע:
     --- זענען דען די שאָף און רינדער דעם מלכס, ניט אַײערע?
                              [ 50 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    ענטפּערט דער עלטסטער פּאַסטוך:
    --- געװיס זענען די שאָף און רינדער דעם מלכס, ניט
אונדזערע. מיר היטן זײ נאָר פאַר אים.
    בלאָזט אָן דאָס אינגעלע פון דעם רינגעלע זײנע ליפּעלאַך און
ער מאַכט אַזױ:
    אַלץ דעם מלכס, דעם מלכס! און איר האָט גאָרנישט?!
    ענטפערט דער עלטסטער פּאַסטוך:
    --- מיר האָבן גאָרנישט. מיר זענען נאָר די היטער. מיר זענען
נאָר די היטער פון דעם קײסערס גיטער.
    פרעגט דאָס אינגעלע פונם רינגעלע:
    --- און פלײש גיט אײך, דער מלך צום עסן?
    ענטפּערט דער עלטסטער פּאַסטוך:
    נײן, דאָס פלײש עסט ער אַלײן, ער און די זײניקע, און אונדז
גיט ער די בײנער, און אַמאָל דאָס אױך ניט.
    רופט זיך אָן דאָס אינגעלע פון דעם רינגעלע:
    --- איך מוז צום מלך גײן די מינוט, און זאָגן אים, אַז ער טוט
ניט גוט.
    און אינגעלע האָט אַ זאָג געטאָן צו זײן רינגעלע:
         --- פון דער ערד, פּון דער ערד
         זאָל אַרױס מיר אַ פערד!
    און אַ פערד איז אַרױס פון דער ערד, און דאָס אינגעלע מיטן
רינגעלע האָט זיך אױף אים אַרױפגעזעצט און איז געפלױגן פײל
פּון בױגן, צום מלך אין פּאַלאַץ.
    אָבער װאָס עס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
                             [ 51 ]

                   באַם מילנער אין מיל
               אינגעלע רינגעלע האָט זיך אױפגעכאַפּט אין מיטן
                   שלאָף. האָט ער דערזען, אַז עס איז באנאכט און
                   אַרום איז פינצטער און אַלע אין הױז שלאָפן, איז
                   ער צוריק אײנגעשלאָפּן.
                     האָט דער מלאך פון חלום דערזען, אַז דאָס אינ־
                   געלע מיטן רינגעלע שלאָפט װײטער, האָט ער זיך
  צו אים אָנגערופן:
       --- נו, אינגעלע מיטן רינגעלע, גײען מיר װײטער זוכן דעם
  מלכס פּאַלאַץ אױף יענער זײט טײך?
       --- געװיס, --- ענטפּערט אינגעלע־רינגעלע, --- געװיס גײען
  מיר װײטער, װאָרים איך חלש שױן אַזױ זײן דאָרטן און זען דעם
  מלך מיט דער מלכה און זײער אינגעלע דעם בן־מלך מיט זײער
  מײדעלע די בת־מלכה, און אַז איך װעל זײן דאָרטן, װעל איך דעם
  מלך אַלצדינג דערצײלן, אַלצדינג װאָס איך האָב געזען און געהערט
  אױף מײן װײטן װעג, און אַז ער װעט דאָס אַלצדינג הערן, װעט זײן
  האַרץ װײך און גוט װערן. נו, קום! אָבער װאו איז מײן פערד?
       --- װאָסער פערד? --- פרעגט דער מלאך.
       --- אָט דאָס פערד, װאָס איז אַרױס פּון דער ערד און איז מיט
מיר געפלױגן פײל פון בױגן, ענטפערט דאָס אינגעלע־
       --- פרעג, אינגעלע, באַ דײן רינגעלע, --- זאָגט דער מלאך. ---
  דײן רינגעלע קומט דאָך פון צױבערלאַנד און אַלצדינג װײסט דאָס
  און אַלצדינג קאָן דאָס
       האָט אינגעלע אַ פרעג געטאָן באַ זײן רינגעלע:
                                 [ 52 ]

           ]בילד[
  [53]

                   באַם מילנער אין מיל
         --- רינגעלע, רינגעלע,
         װאו איז דאָס פערד?
         װאו איז דאָס פערד,
         װאָס איז אַרױס פּון דער ערד?
    און װי דאָס אינגעלע האָט דאָס אָפּגעזאָגט, האָט זיך דאָס
פערד באַװיזן. האָט זיך אינגעלע אױף אים ארױפגעכאַפּט און אַ
זאָג געטאָן:
         --- פערדעלע־קאָפּ, פערדעלע־עק,
         צום קײסער אין פּאַלאַץ פיר מיך אַװעק!
    און דאָס פערד האָט זיך גענומען יאָגן. אָבער דאָס אינגעלע
מיטן רינגעלע האָט זיך דערמאָנט, אַז ער האָט איבערגעלאָזן דעם
מלאך פון הינטן, האָט ער אָפּגעשטעלט דאָס פערד און גענומען
רופן דעם מלאך, ער זאָל זיך מיט אים אױך זעצן אױפן פערד.
אָבער דער מלאך האָט צו אים געזאָגט:
         --- אינגעלע, אינגעלע,
         פאָר זיך דײן װעג.
         איך דאַרף ניט קײן װאָגן,
         איך דאַרף ניט קײן פערד.
         איך דאַרף ניט קײן פערד,
         איך דאַרף ניט קײן װאָגן,
         איך האָב מיר צװײ פליגלען,
         װאָס װעלן מיך טראָגן.
         זײ װעלן מיך טראָגן
         גיך און געשװינד,
         און איך װעל דיך היטן,
         היטן, מײן קינד.
    איז דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע געפאָרן אױפּן פערד און
                             [ 54 ]

                       אינגעלע רינגעלע
דער מלאָך פון חלום איז געפלױגן איבער אים און האָט אים געהיט
אױף שריט און טריט.
    און װי אינגעלע פאָרט אַזױ רײטנדיק אױפן פערד, דערהערט
ער מיט אַמאָל אימיצער װײנט. שטעלט ער אָפּ דאָס פערד און
קוקט זיך אום אין אַלע זײטן. קוקט ער אַהער, קוקט ער אַהין, און
זעט קײנעם ניט. גײט ער אַראָפּ פון פערד און נעמט זוכן אַרום און
אַרום און אומעטום. קומט ער צו צו אַן אײנזאַמען קוסט און זעט
דאָרטן אַ אינגעלע זיצט און װײנט. פרעגט ער באַ אים:
    --- אינגעלע, װאָס װײנסטו?
    ענטפערט דאָס אינגעלע:
    --- איך װײן, װײל איך װיל אַהײם.
    זאָגט צו אים דאָס אינגעלע פונם רינגעלע:
    --- נו, טאָ גײ!
    זאָגט דאָס װײנענדיקע אינגעלע:
    --- איך קען ניט גײן, װײל איך קען אױף מײנע פיסעלאַך ניט
שטײן.
    פרעגט דאָס אינגעלע פונם רינגעלע:
    --- ביסט אַ קאַליקע?
    ענטפערט דאָס װײנענדיקע אינגעלע:
    --- יאָ, איך בין אַ קאַליקע.
    פרעגט דאָס אינגעלע פונם רינגעלע:
    --- אױב דו ביסט אַ קאַליקע, טאָ רױ אַזױ ביסטו אַהער געקומען?
    ענטפערט דאָס קאַליקע אינגעלע:
    --- איך בין אַהער ניט געקומען אַלײן, מײן טאַטע האָט מיך
אױף זײנע אַקסלען געבראַכט, איך זאָל דאָ זיצן און װאַרימען
אױף דער זון מײנע קראַנקע פיסעלאַך.
     פרעגט דאָס אינגעלע פונם רינגעלע:
                              [ 55 ]

                        באַם מילנער איז מיל
    --- און װאו איז איצטער דײן טאַטע?
    ענטפּערט דאָס קאַליקע אינגעלע:
    מײן טאַטע איז אַװעק אין מיל. ער איז דעם מלכס מילנער,
איז ער אַװעק מאָלן װײץ און קאָרן, װײל דער מלך קען נאָך קומען
צו פאָרן, און אױב ער װעט אים ניט טרעפן באַ דער אַרבעט, װעט
ער אים אױף טױט שלאָגן.
    פרעגט אינגעלע־רינגעלע:
    --- איז דען דער מלך אַזאַ שלעכטער?
    ענטפערט דעם מילנערס אינגעלע:
    --- אױ, סאַראַ שלעכטער!
    מאַכט אינגעלע־רינגעלע:
    אַזױ? און איך פאָר דאָך צו אים!
    זאָגט דעם מילנערס אינגעלע:
    --- אױ, פאָר ניט צו אים, װאָרים ער װעט נאָך אױף דיר אָנשיקן
זײנע בײזע הינט און זײ װעלן דיך צעבײסן און צערײסן
    מאַכט אינגעלע־רינגעלע:
    --- איך האָב ניט מורא פאַר דעם מלכס בײזע הינט. זעסט,
װאָס איך האָב?
    --- אױ, אַ רינגעלע! --- שרײט אױס דעם מילנערס אינגעלע.
    --- אַװדאַי אַ רינגעלע, --- זאָגט דאָס אינגעלע, --- אָבער ניט
קײן פּראָסט רינגעלע, נאָר אַזאַ װאָס קען מאַכן אַלע זאַכן. װאָס
דו רעדסט נאָר אַרױס, דאָס גיט דאָס דיר. זעסט, דאָרטן שטײט אַ
פערד? דאָס האָט מײן רינגעלע מיר געגעבן. קום, איך װעל דיך
נעמען אױפן פערד און ברענגען אַהײם צו דײן טאַטן אין מיל.
    האָט אינגעלע־רינגעלע געװאָלט אױפהײבן דאָס קאַליקע
אינגעלע און אַװעקזעצן אים אױפּן פערד אָבער דאָס איז געװען
צו שװער פאַר אים, האָט דאָס דער מלאָך דערזען, דער מלאָך פון
                              [ 56 ]

                       אינגעלע רינגעלע
חלום, װאָס איז געפלױגן פון אױבן איבער אינגעלע־רינגעלעס קע־
פּעלע. איז דער מלאָך אַראָפּ און האָט אױפגעהױבן דעם מילנערס
אינגעלע מיט די קראַנקע פיסעלאַך און אים אַװעקגעזעצט אױפן
פערד, און אינגעלע־רינגעלע האָט זיך אַלײן אַװעקגעזעצט און
געגעבן צום פערד אַ זאָג:
     --- נו, גיכער, גיכער, װי אַ װיכער!
     און דאָס פערד איז געפלױגן, אַזש מע האָט קױם געקענט אים
כאַפּן מיט די אױגן, און ער האָט געבראַכט צופירן בײדע אינגעלאַך
 צו דער מיל.
     אינגעלע־רינגעלע האָט נאָך קײנמאָל אין זײן לעבן ניט געזען
קײן מיל. דאָ האָט ער דערזען, װי די רעדער פון מיל דרײען זיך אין
װאַסער און מאַכן אָן אַזאַ שױם, אַ װײסן שױם. און דער טײך אַרום
 קאָכט און זידט, און אין מיל אױכעט אן אמתער גיהנום! און פיל
פורן פאָרן באַרג אַרױף באַרג־אַראָפּ, פירן װײץ און קאָרן פאַר דער
מיל צו מאָלן.
     איז אינגעלע־רינגעלע צעטומלט געװאָרן, און ער איז געבליבן
אַזױ שטײן מיטן פערד. איז דעם פערד מיאוס געװאָרן צו שטײן
אַזױ, האָט ער גענומען הירזשען, אָבער אַזױ הירזשען, אַז דער מיל־
 נער האָט דערהערט און איז אַרױס אַ קוק טאָן, װאָס דאָס איז, האָט
דער מילנער דערזען אינגעלע־רינגעלע אױפן פערד און זײן אײגן
אינגעלע מיט די קראַנקע פיסעלאך אױך. האָט זיך דער מילנער
זײער דערפרײט מיט זײן אינגעלע און ער האָט זיך אָנגערופן:
   --- װער האָט דיך געבראַכט, מײן קינד? אַ מלאָך פון הימל?
     זאָגט דאָס קאַליקע אינגעלע:
     --- נײן, אָט דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע.
     מאַכט אינגעלע־רינגעלע צום מילנער:
                               [ 57 ]

                   באַם מילנער אין מיל
    --- דער מלאך פּון הימל איז אױך דאָ. זעסט, איבער מײן
קאָפּ?
    אָבער דער מלאָך איז שױן ניט געװען, און דער מילנער האָט
אים ניט געקענט זען. און אינגעלע־רינגעלע האָט גענומען דער־
צײלן דעם מילנער די גאַנצע געשיכטע פון אָנהײב ביזן סוף.
אָבער דער מילנער האָט קײן צײט ניט געהאַט אױסצוהערן, װײל
ער האָט געדאַרפט ענדיקן מאָלן דאָס מעל, ביז דער מלך װעט
קומען. האָט דער מילנער אױף גיך אַראָפּגעגומען זײן אינגעלע
מיט די קאַליקע פיסעלאַך און איז אַרײן אין מיל װײטער אַרבעטן
אַרבעט ער און זינגט:
         --- מאָל, מיל, מאָל,
         זעק אָן אַ צאָל,
         מעל אָן אַ שיר,
         ניט פאַר מיר,
         ניט פאַר מיר.
    פּרעגט אינגעלע־רינגעלע:
    --- פאַר װעמען?
    ענטפערט דער מילנער:
    --- פאַר דעם װאָס װעט קומען נעמען.
    פּרעגט דאָס אינגעלע:
    --- און װער װעט קומען נעמען?
    ענטפערט דער מילנער:
    --- דער מלך מיט די ברעמען.
    מאַכט אינגעלע־רינגעלע:
    --- אַלץ פאַרן מלך! איצט װעל איך אים זען, װעל איך צו
אים רײדן און װעל אים זאָגן, ער זאַל ניט זײן אַזױ שלעכט.
    און אינגעלע־רינגעלע האָט זיך אַװעקגעזעצט אין מיל װאַרטן
                             [ 58 ]

                       אינגעלע רינגעלע
אױפן מלך. װאַרט ער און װאַרט, און די מיל מאָלט אַלץ און מאָלט.
און דער מלך איז נאָך אַלץ ניטאָ. מיט אַמאָל, קומט אָן אַ שטאַפעט
פון מלך און לאָזט װיסן, אַז דער מלך װעט הײנט ניט קומען, נאָר
דאָס מעל זאָל אַלץ אײנס הײנט פאַרטיק װערן. און דער שטאַפעט
לױפט אַרױס פון מיל. אינגעלע־רינגעלע לױפט אים אָבער נאָך און
שרײט:
    --- װאַרט, איך װעל מיט דיר אױך פאָרן צום מלך אין פּאַלאַץ.
    לאַכט זיך פאַנאַנדער דער שטאַפעט און זאָגט צום אינגעלע
מיטן רינגעלע:
    --- װאו האָסטו אַזאַ פערד, זאָל שנעל דיך קענען טראָגן?
    זאָגט דאָס אינגעלע:
    --- דו זעסט, אָט שטײט מײן פערד! דער װינט װעט אים ניט
דעריאָגן!
    און אינגעלע־רינגעלע האָט זיך שױן געװאָלט אַרױפכאַפּן אױף
זײן פערד, צו פליען גלײך מיטן קײסערס שטאַפעט אין פּאַלאַץ
ארײן, אָבער די מאַמע האָט אים אינמיטן דערינען אױפגעװעקט.
    --- שטײ אױף, מײן קינד! האָט זי צו אים געזאָגט, שױן
שפּעט. דאַרפסט גײן באַלד אין שול.
    אינגעלע־רינגעלע האָט געמוזט אױפשטײן, אָבער די מעשה
איז נאָך ניט געענדיקט, נאָר װאָס עס איז װײטער געװען, װעט איר
שפּעטער זען.
           ]בילד[
                            [ 59 ]

             צום זײדן אױף לאַטקעס
            הײנט זונעלע, װעסטו גײן פרי שלאָפן, װארים מאָרגן
                איז דאָס דריטע ליכטל, װעלן מיר גײן צום זײדן
                אױף לאַטקעס און מיר װעלן דאָרטן פאַרברענגען
                ביז שפּעט אין דער נאַכט.
                    אַזױ האָט געזאָגט די מאַמע צום אינגעלע מיטן
                רינגעלע. און דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע האָט
שױן געװאוסט, װאָס איז דאָס פאַר אַ דריט ליכטל. ער האָט גע־
װאוסט, אַז עס איז חנוכה, בענטשט מען חנוכה־ליכטלאך, יעדן טאָג
צינדט מען אָן מיט אַ ליכטל מער, און אַזױ גאַנצע אַכט טעג, ביז עס
ענדיקט זיך חנוכה און עס װערט שױן אױס יום־טוב. און די טעג פון
דעם יום־טוב צײלט מען נאָך די ליכטלאך: דער ערשטער טאָג איז
דאָס ערשטע ליכטל, דער צװײטער טאָג איז דאָס צװײטע ליכטל,
דער דריטער טאָג איז דאָס דריטע ליכטל און אַזױ װײטער, און צום
דריטן ליכטל, װײסט דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע, גײט מען צום
זײדן אױף לאַטקעס. אַלע יאָר אַזױ, זינט ער געדענקט. דער זײדע
גיט אים אַ דרײדל, אױסגעגאָסן פון בלײ, און ער דרײט דאָס רײדל,
און ס'איז אַזױ פרײלאַך נאָך בעסער װי באַם מלך! און די באָבע
דערלאַנגט די הײסע לאָטקעס צום טיש און דער זײדע דערצײלט
מעשיות פון חנוכה, אַזעלכע שײנע מעשיות!
    איז װי אינגעלע־רינגעלע האָט דערהערט, אַז מאָרגן איז דאָס
דריטע ליכטל און מע װעט װידער גײן צום זײדן אױף לאַטקעס'
האָט ער זיך צעטאַנצט און צעשפּרונגען און צעזונגען:
                              [ 60 ]

                       אינגעלע רינגעלע
                  מאַמע, מאַמע מאַמינקע!
                  חנה, חנה חנוכה!
                  לאַדע, לאַדע, לאַטקעס
                  עסן מיר מיט שמאַלץ,
                  דרײען מיר דאָס רײדל,
                  דרײט זיך מיט דעם אַלץ.
                  דאָס רײדל איז פון בלײ,
                  חנוכה איז פרײ!
    און אינגעלע־רינגעלע האָט געזאָגט אַ „גוטע נאַכט“ דער
מאַמען און אַ „גוטע נאַכט“ דעם טאַטן און איז אַװעק שלאָפן.
    שלאָפט ער אַזױ און שלאָפט, דערמאָנט ער זיך, אַז ער דאַרף
דאָך גײן אױף יענער זײט טײך צום מלך אין פּאַלאַץ, און זען דאָרטן
דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכה. גײט ער אַזױ און גײט, ערשט
עס קומט אים אָן אַנטקעגן דער זײדע. פרעגט אים דער זײדע:
    --- װאוהין גײסטו?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- איך גײ צום מלך אין פּאַלאַץ.
    פרעגט דער זײדע:
    --- און צו מיר אױף לאַטקעס גײסטו גאָרניט? עס איז דאָך
חנוכה, שױן דאָס דריטע ליכטל!
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- נײן, זײדינקע, איך מוז אַפריער גײן צום מלך, װײל איך גײ
שױן און גײ אַזױ לאַנג צו אים און קאָן אַלץ ניט קומען. דאָרטן, זאָגט
מען, איז אַזױ שײן און אַזױ פרײלאַך בײם מלך
    און דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע װיל אַװעקגײן. האַלט אים
אָפּ דער זײדע און מאַכט צו אים:
                              [ 61 ]

             צום זײדן אױף לאַטקעס
    --- װאַרט נאָר, איך װעל דיר אַפריער דערצײלן אַ מעשה מיט
אַ מלך, װעסטו זען, אַז מיט אַ מלך איז גאָרניט פרײלאַך.
    און דער זײדע האָט גענומען דערצײלן די מעשה:
    --- אַמאָל איז געװען אַ מלך. איז ער געװען אַ בײזער און אַ
שלעכטער. האָט ער אַלע אידן געהרגעט און געשלאָגן אַז מער
האָט מען שױן ניט געקענט פאַרטראָגן. ער האָט געכאַפּט, למשל,
אַ קלײן אינגעלע און האָט אים אױסגעשניטן דאָס צינגעלע, װײל
ער האָט זיך ניט געװאָלט בוקן צו זײן רינגעלע. עס איז ניט געװען
אַזאַ רינגעלע װי דײנס, אַ שײנס און אַ פײנס. עס איז געװען אַ רינ־
געלע, װאָס טוט שלעכטס. און אַזױ האָט ער מיט אַלעמען געטאָן,
געהרגעט און געשלאָגן און מער האָט מען אים שױן ניט געקענט
פאַרטראָגן.
    איז אױפגעשטאַנען אײנער, אַ הױכער און אַ שײנער און האָט
געזאָגט צו אַלעמען: „לאָמיר גײן שלאָגן דעם מלך, און ער װעט
שױן אונדז מער ניט שלאָגן!“ האָבן אַלע געזאָגט: „לאָמיר גײן,
לאָמיר גײן!“ און זײ זענען אַװעק שלאָגן דעם מלך. אָבער דער
מלך האָט געהאַט אַ סך סאָלדאַטן מיט האַרמאַטן. איז געװאָרן
אַ גרױסע מלחמה צװישן דעם מלכס סאָלדאַטן און די אידן, און
מע האָט זיך אַזױ געשלאָגן, ביז די אידן האָבן געװאונען און דער
מלך איז אַנטרונען און מע האָט אים דערנאָך אַ טױטן געפונען.
האָבן די אידן זיך געפרײט, װאָס זײ זענען פּטור געװאָרן פון אַזאַ
שלעכטן הערשער און זײ האָבן געמאַכט אַ יום־טוב חנוכה און
אָנגעצונדן ליכטלאַך און עס איז געװען פרײלאַך אָן דעם מלך.
    אָט אַזױ האָט דער זײדע דערצײלט, און אינגעלע־רינגעלע איז
געשטאַנען און האָט געהערט. און אַז דער זײדע האָט געענדיגט
דערצײלן, האָט ער געזאָגט צו אינגעלע־רינגעלע:
    --- זעסט, װאָס עס איז אַמאָל געװען פאַר אַ מעשה מיט אַ
מלך? און איך האָב מורא, אַז דײן מלך איז אױך ניט בעסער. גײ
                              [ 62 ]

           ]בילד[
      [63]

                        צום זײדן אױף לאַטקעס
ניט צו אים. קום בעסער צו מל אױף לאַטקעס, און איך װעל דיר
געבן אַ דרײדל אױך.
     האָט געזאָגט אינגעלע־רינגעלע:
     --- רעכט, זײדע. איך װעל גײן מיט דיר.
     האָבן זײ גענומען גײן. האָט אָבער אינמיטן דערינען גענומען
שנײען, און עס האָט געשנײט אַזױ שטאַרק, אַז מע האָט ניט גע־
קענט זען װי צו גײן רופט זיך אָן אינגעלע־רינגעלע:
     --- זײדע, אַ שנײ גײט.
     מאַכט דער זײדע:
     --- אַ דאגה, זאָל ער אױך גײן. דער װעג איז גענוג ברײט און
גרױס, אי פאַר מיר, אי פאַר דיר, אי פאַרן שנײ. לאָמיר גײן זאַלבע־
דריט: איך און דו און דער שנײ אין דער מיט. און חנוכה איז גוט,
אַז סע גײט אַ שנײ: ס'איז פרײלאַכער.
     זענען זײ געגאַנגען װײטער. גײען זײ און גײען, און דעם װעג
זעען זײ ניט. און דער שנײ װערט אַלץ טיפער און טיפער, און עס
װערט שװער צו גײן. מאַכט דער זײדע צום אינגעלע:
     --- שאַ, דו האָסט דאָך אַ רינגעלע, װאָס טוט פאַר דיר אַלץ
אין דער װעלט. בעט באַ אים אַ שליטן.
     זאָגט דאָס אינגעלע:
     --- יאָ, יאָ, זײדע! איך װעל דאָס טאַקע טאָן.
     און דאָס אינגעלע האָט גלײך אַ זאָג געטאָן צום רינגעלע:
               --- פון דער מיטן, פון דער מיטן
               זאָל אַרױס פאַר מיר אַ שליטן!
     און װי דאָס אינגעלע האָט דאָס אַרױסגערעדט, אַזױ איז גע־
װאָרן גלײך אַ שליטן, געשפּאַנט אין אַ דרײ טײערע פערד, פלינקע
װי די הירשן און שטאַרקע װי די לײבן.
     אינגעלע־רינגעלע האָט זיך אַרײנגעזעצט אין שליטן און דער
            [ 64 ]

                       אינגעלע רינגעלע
זײדע אױך, און דער שליטן איז געפלױגן פײל פון בױגן ררך שטו־
רעם און שנײ, ביז ער האָט זײ געבראַכט צום אָרט, װאו דעם
זײדנס הױז האָט געדאַרפט שטײן.
    זוכט דער זײדע זײן הױז, זוכט און זוכט און קען עס ניט גע־
פינען. דער שנײ איז אָנגעפאַלן אַזױ פיל, אַז ער האָט פאַרשאָטן
דאָס הױז, און אַפילו דער שפּיץ קױמען האָט זיך ניט אַרױסגעזען.
זאָגט דער זײדע צום אינגעלע:
    --- שאַ, דו האָסט דאָך אַ רינגעלע, גיב עס אַ בעט און זאָל עס
אונדז װײזן דאָס הױז.
    מאַכט דאָס אינגעלע צום רינגעלע:
         --- רינגעלע, רינגעלע, דײן װאונדער איז גרױס
         דעם זײדנס הױז פּון שנײ שאַר־אַרױס!
    און דאָס רינגעלע האָט אַזױ געטאָן, און באַלד האָט זיך פון
שנײ אַרױס באַװיזן דאָס הױז, און דער זײדע מיט'ן אײניקל זענען
אַהין אַרײן און זײ האָבן דאָרטן געהוליעט ביז'ן גרױסן טאָג אַרײן.
    דאָ האָט זיך אינגעלע אױפגעכאַפּט פּון שלאָף. אָבער דאָס
איז נאָך ניט דער סוף. װאָס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער
זען.
           ]בילד[
                              [ 65 ]

                     אױפּן גליטש
            דער טאַטע האָט געקױפט דעם אינגעלע מיטן רינגע־
                לע אַ פּאָר גליטשערס האָט זיך אינגעלע־רינגעלע
               זײער דערפרײט.
                  --- אַי, גוט! --- האָט ער געזאָגט, --- דער טײך
               איז דאָך שױן פאַרפראָרן, װעל איך זיך מאָרגן
               גליטשן.
    דערװײל איז ער געגאַנגען שלאָפן, און די גליטשערס האָט ער
אונטערגעלײגט אונטער זײן בעטל, ער זאָל זײ גלײך געפינען
מאָרגן אָן שום זאָרגן, װען ער װעט אױפשטײן. און װי ער איז אײנ־
געשלאָפן, אַזױ איז געקומען צו פליען דער מלאך פון חלומות און אַ
זאָג געטאָן צום אינגעלע מיטן רינגעלע:
    --- העי, אינגעלע־רינגעלע! קום, לאָמיר גײן צום מלכס
פּאַלאַץ, װעסטו דאָרטן זען דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכה און
אַלע שײנע, גוטע זאַכן.
    --- אױ, יאָ! --- האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן אינגעלע־רינגעלע, ---
לאָמיר טאַקע גײן. אָבער װאָס טו איך מיט די גליטשערס, װאָס דער
טאַטע האָט מיר געבראַכט?
    --- נעם זײ מיט זיך, --- האָט דער מלאך געענטפערט, --- װעסט
זיך דאָרטן גליטשן.
    האָט אינגעלע־רינגעלע גענומען די גליטשערס און דער מלאך־
חלומות האָט אים אַרױפגענומען אױף זײנע פליגלען און איז מיט
אים אַװעקגעפלױגן העט־העט, װײט פון בעט, אױפן װעג, װאָס
פירט צום מלכס פּאַלאַץ.
                            [ 66 ]

                       אינגעלע רינגעלע
     זענען זײ געפלױגן אַ שעה און צװײ און דרײ, ביז זײ זענען גע־
קומען צו אַ פעלד, און דאָס פעלד איז געװען פאַרשאָטן מיט שנײ,
אַז מע האָט גאָרנישט ניט געקענט זען, און קײן מענטשלאַכע
טריט, אַפילו טריט פון חיות, האָט מען אױך ניט געקענט זען.
לאָזט דער מלאָך אַראָפּ אינגעלע־רינגעלע אױפן פעלד און זאָגט
צו אים:
    --- נו, אָט דאָ װעסטו שױן גײן אַלײן, ביז דו װעסט קומען צום
מלכס פּאַלאַץ.
 פרעגט אינגעלע־רינגעלע:
    --- װי אַזױ זאָל איך דאָ גײן אַלײן, אַז מען קען דעם װעג
ניט זען?
     ענטפערט דער מלאך:
    --- נישקשה, װעסט טרעפן װי צו גײן, און אױב ניט, האָסטו
דאָך, אינגעלע, דײן רינגעלע, װאָס קען פאַר דיר טאָן אַלץ אין
דער װעלט.
איז דער מלאָך אַװעקגעפלױגן, און אינגעלע־רינגעלע האָט
גענומען גײן.
   אָבער דער שנײ איז געװען אַזױ טיף, אַז עס האָט געכאַפּט
אַריבערן קאָפּ. האָט אינגעלע־רינגעלע אַ קוק געטאָן אױף זײנע
גליטשערס און אַ מורמל געטאָן פאַר זיך:
  --- אָ, װען מען קען זיך דאָ גליטשן, װאָלט איך זיך דאָך
אַװעקגעגליטשט אַזש צום קיניג אין פּאַלאַץ!
    דערמאָנט זיך דאָס אינגעלע אָן זײן רינגעלע, נעמט ער עס
אַראָפּ פון פינגער און װיל שױן צו דעם זאָגן:
         --- רינגעלע, רינגעלע, דײן װאונדער באַװײז
         נעם צו דעם שנײ און מאַך פון דעם אײז,
         גליטשן זיך זאָל איך קענען אױף דעם ---
                              [ 67 ]

                     אױפּן גליטש
         דו טוסט דאָך אױף װאונדער, דו האָסט דאָך אַ שם!
         צום קיניג אין פּאַלאַץ װיל איך דאָך גײן,
         איך קען ניט, איך קען ניט, איך קען ניט אַלײן.
    אָבער װי ער װיל דאָס זאָגן און װי ער האַלט אַזױ דאָס רינגעלע
צװישן זײנע קלײנע, פאַרפראָרענע פינגערלאַך, אַזױ קומט אָן אַ
בײזער שטורעמװינט און רײסט אַרױס דאָס רינגעלע באַם אינ־
געלע און פאַרטראָגט דאָס ערגעץ, שדים װײסן װאו.
    װי דאָס אינגעלע איז געבליבן אָן דעם רינגעלע, אַזױ האָט ער
גענומען װײנען און יאָמערן הױך אױפן קול, אָבער דער שטורעמ־
װינט האָט געקערט אַ װעלט און ניט געלאָזן קײנעם דערהערן דעם
אינגעלעס געװײן. אײנער אָבער האָט דערהערט: דאָס איז געװען
אַן אַלטער מאַן מיט לאַנגע האָר און מיט אַ לאַנגער באָרד, אײנ־
געװיקלט אין אַזאַ מאָדנעם פּעלץ, װאָס קײנער טראָגט דאָס גאָר־
ניט, און מיט אַ לעדערנעם גאַרטל אױף זײנע לענדן.
    דער אַלטער מאַן איז געקומען פּלוצלונג, מיט אַמאָל. אינ־
געלע־רינגעלע האָט גאָרנישט געזען, װי אַזױ און פון װאַנען דער
אַלטער מאַן האָט זיך באַװיזן פאַר אים. אינגעלע־רינגעלע האָט
זיך פאַרװאונדערט, דערזעענדיק דעם אַלטן מאַן פאַר זיך, אָבער
דער אַלטער האָט אים אַ גלעט געטאָן מיט גרױס ליבשאַפט און
אים געפרעגט:
    --- דערקענסט מיך גאָרנישט, אינגעלע? איך בין דאָך
אליהו הנביא!
    דאָס אינגעלע האָט זיך זײער דערפרײט, װען ער האָט דער־
הערט, אַז דער אַלטער מאַן איז דאָס אליהו הנביא.
    --- אַזױ? --- האָט ער געזאָגט, ביסטו דאָס אליהו הנביא?
דער זײדע מײנער האָט מיר דערצײלט אַ סך שײנע מעשיות פון
דיר, װי דו קומסט צו די מענטשן פאַרשטעלטערהײט און דו
                             [ 68 ]

                       אינגעלע רינגעלע
העלפסט װעמען מע דאַרף און דערנאָך פאַרשװינדסטו. אַזױ ביסטו
דאָס?
     --- יאָ, האָט אליהו הנביא געענטפערט, איך בין דאָס. איך
האָב דערהערט דײן געװײן, בין איך געקומען צו גײן. זאָג, װאָס
פעלט דיר?
    --- אַ בײזער װינט איז געקומען און האָט מײן רינגעלע צוגע־
נומען, מײן צױבער־רינגעלע װאָס זאָל איך איצטער טאָן?
    מאַכט אליהו הנביא ס
    --- װײן ניט, אינגעלע! עס װעט זיך געפינען דאָס רינגעלע!
און דערװײל זאָג מיר, װאָס דו װילסט, איך װעל פאַר דיר קענען
טאָן װאָס דײן רינגעלע װאָלט געטאָן, און נאָך מער. זאָג מיר, װאָס
װילסטו?
    זאָגט דאָס אינגעלע:
    --- זעסט די גליטשערס, װאָס איך האָב? דאָס האָט מיר מײן
טאַטע געקױפט. נו, װיל איך, זאָלסט מיר מאַכן אַ גליטש, איך זאָל
זיך קענען אװעקגליטשן אַזש צום מלך אין פּאַלאַץ.
     װי אליהו הנביא האָט דערהערט די װערטער „צום מלך אין
פּאַלאַץ“, אַזױ האָבן זיך זײנע ברעמען אָנגעצױגן און ער האָט גע־
שאָקלט מיטן קאָפּ און האָט אַזױ געזאָגט:
     --- מײן קינד, מײן קינד! דו ביסט נאָך יונג און קלײן און דו
קענסט ניט פאַרשטײן, װאָס די מלכים זענען. איך קען זײ בעסער.
איך האָב מיט זײ געהאַט צו טאָן־ שלעכט זענען זײ ביז גאָר. אָט
װעל איך דיר דערצײלן אַ מעשה מיט אַ מלך.
     און אליהו הנביא האָט דערצײלט:
    --- אַמאָל איז געװען אַ מלך באַ אידן, האָט מען אים גערופן
אַהאָב. איז ער געװען אַ שלעכטער און זײן װײב איז נאָך געװען אַן
ערגערע פון אים. זי האָט געהײסן איזבל. און אין זײער צײט איז
                              [ 69 ]

                     אױפּן גליטש
געװען אײנער אַ פּראָסטער מענטש מיטן נאָמען נבוה. האָט נבוה
געהאַט אַ װײנגאָרטן, גראָד לעבן דעם מלכס פּאַלאַץ. איז דער
װײנגאָרטן זײער געפעלן געװאָרן דעם מלך, האָט עד אים געװאָלט
האָבן. האָט עד געבעטן באַ נבוהן, ער זאָל אים אָפּגעבן דעם װײנ־
גאָרטן און ער װעט אים דערפאַר געבן אַנאַנדער װײנגאָרטן. אָבער
נבוה האָט ניט געװאָלט זיך שײדן מיטן װײנגאָרטן, װײל דאָס איז
געװען אַ ירושה פון זײנע עלטערן, איז דאָס אים געװען זײער טײער.
איז דער מלך אַװעק אַהײם אַן אומעטיקער און אַ בײזער און האָט
דאָס דערצײלט דעם װײב. האָט דאָס װײב גענומען פון אים
לאַכן און חוזק מאַכן: „דו ביסט דאָך אַ קיניג!“ האָט זי געזאָגט,
„הײס הרגענען נבוהן, און דו װעסט צונעמען דעם װײנגאָרטן“.
האָט דער מלך אַזױ געטאָן. נו, זעסטו שױן, מײן קינד װאָס אַ
מלך איז? און דײן מלך מוז אױך זײן אַזאַ
    --- יאָ, --- האָט דאָס אינגעלע געזאָגט, --- מע זאָגט טאַקע,
אַז ער איז אַ שלעכטער, נאָר איך װיל גײן צו אים און זאָגן אים,
װעט עד װערן בעסער.
    רופט זיך אָן אליהו הנביא:
    --- נו, מילא, דער מלך װי דער מלך, אָבער גליטשן זיך קומט
דיר. און באַלד װעסטו דאָס טאַקע קענען טאָן.
    און אײדער דאָס אינגעלע האָט זיך אַרומגעקוקט, איז שױן
קײן זכר ניט געװען פון דעם פעלד מיט שנײ, נאָר אַ גליטש, אַ
טײערע גליטש, גלאַט װי אַ שפּיגל. און אינגלאַך און מײדלאַך
האָבן זיך אַרומגעגליטשט אױפן גליטש, האָט אינגעלע־רינגעלע
אױך אָנגעטאָן זײנע גליטשערס און געגליטשט זיך מיט אַלעמען.
און אליהו הנביא איז געשטאַנען און האָט געקװאָלן, װאָס אינגעלע־
רינגעלע גליטשט זיך אַזױ פײן. לאַנג אָבער האָט ער ניט געקענט
שטײן, מאַכט ער צום אינגעלע־רינגעלע:
                              [ 70 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    --- איצט לאָז איך דיך איבער, װעסט שױן קײן מורא ניט האָבן.
    און גלײך האָט זיך באַװיזן אַ פײערדיקער רײטװאָגן מיט אַ
פּאָר פײערדיקע פערד, און אליהו הנביא האָט זיך אַרײנגעזעצט,
און עס האָט אים אַרױפגעטראָגן הױך־הױך, אַזש אין הימל אַרײן.
אינגעלע־רינגעלע האָט אים שױן מער ניט געקענט זען און ער
האָט װײטעד גענומען זיך גליטשן, און ער האָט זיך אַזױ געגליטשט
און געגליטשט, ביז ער האָט זיך אײנגעמאַטערט. האָט ער זיך
צוגעזעצט אָפּרוען, אָבער פון גרױס מידקײט איז ער אײנגעשלאָפן,
און ער איז אַזױ אָפּגעשלאָפן, ביז דאָס רינגעלע איז געקומען צו
קײקלען צו אים און האָט אים אױפגעװעקט פון שלאָף. אָבער
װאָס איז װײטעד געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                           [ 71 ]

                     באַ די פישער
            דער טײך איז נאָך געװען פאַרפראָרן, און אינגעלע־
                רינגעלע האָט זיך גענוג אָנגעגליטשט אױף זײנע
                שטאָלענע גליטשערס, װאָס האָבן אַזױ געבלאַנקט
                אנטקעגן דער זון, און ער איז געקומען אַהײם
                שפּעט פּאַרנאַכט אַ מידער, אַן אָנגעפראָרענער,
                אַזש ער האָט קױם דערלעבט נאָך װעטשערע, און
איז געפאַלן שלאָפן.
    שלאָפט ער אַזױ, און ער חלומט װײטער זײנע שײנע, זיסע
חלומות, און ער גײט װײטער זײן װעג צום מלך אין פּאַלאַץ אַרײן,
װאו ער װעט זען דעם מלכס אינגעלע, דעם בן־מלך, און דעם
מלכס מײדעלע, די בת־מלכה.
    גײט ער און גײט און טראָגט מיט זיך זײנע גליטשערס, װײל
ער רעכנט, אַז אױף די גליטשערס װעט ער קענען בעסער אַרי־
בערגײן דעם טײך און קומען אַזױ אױף יענער זײט טײך, װאו עס
שטײט דעם מלכס פּאַלאַץ.
     קומט ער צו צום טײך, זעט ער, אַז דער טײך איז גאָרניט
פאַרפראָרן. װאונדערט ער זיך, דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע:
סטײטש, אָט ערשט, מיט עטלאַכע שעה צוריק, האָט ער זיך ךאָר
געגליטשט אױפן טײך, און דאָס אײז איז געװען אַזױ שטאַרק,
דאָס כאָטש גײ אױף אים אַריבער מיט צען פּאָר פערד! הײנט װי
װעט ער אַריבערגײן דעם טײך? נאָר דאָס אַרט אים ניט, װײל ער
איז דאָך שױן ניט אײן מאָל אַריבער דעם טײך. אױף דעם האָט ער
דאָך אַ רינגעלע, װאָס טוט פאַר אים אַלצדינג אין דער װעלט. דאָס
                              [ 72 ]
					   
                       אינגעלע רינגעלע
רינגעלע װעט אים שױן איצטער אױך אַריבערפירן איבער דעם
טײך, קרום צי גלײך עס װעט זיך שױן באַװײזן אַ שיף אין דער
לופטן. אָדער אַ שיף פון דער טיף.
     זאָרגט ניט אינגעלע־רינגעלע, נאָר ער װאונדערט זיך, װאָס
געלײגט שלאָפן האָט ער זיך װינטער און איצטער איז זומער,
אמתער זומער, און פּישער זיצן באַם טײך און כאַפּן פיש־
     דערזעען די פישער דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע, אָנגעטאָן
אין װינטערדיקן, אין אַ פוטערל מיט אַ פוטערן היטל אױפן קאָפּ
מיט טיפע קאַלאָשן אױף די שיך און די גליטשערס פאַרװאָרפן
אױפן אַקסל. איז װי די פישער האָבן אים אַזױ דערזען, האָבן זײ גע־
נומען פון אים לאַכן, װאָס ער איז אַזױ װאַרעם אָנגעטאָן, און זײ
זאָגן צו אים:
    --- עפּעס אַ שטאַרקער פראָסט הײנט?
     אַרט ניט דעם אינגעלע מיטן רינגעלע, װאָס מע לאַכט פון
אים, נאָר ער ענטפּערט זיך גאַנץ קאַלט:
    --- אַז איך בין אַרױס פּון הױז, איז דער פּראָסט געװען זײער
שטאַרק, אַזױ שטאַרק, אַזש דער אָטעם איז פאַרפראָרן געװאָרן, נאָר
אַז איך בין געקומען אַהער, איז דער פראָסט ניט געװאָרן.
    פרעגן אים די פישער:
    --- און װאו איז דײן הױז? אױפן נאָרד־פּאָל?
    זעט דאָס אינגעלע, אַז זײ הערן ניט אױף פון אים צו לאַכן, האָט
ער זײ מער ניט געענטפערט, און ער איז אַװעק װײטער מיטן ברעג.
    אָבער װאו ער גײט, זעט ער אַלץ פישער און פּישער, אָן אַ
שיר און אָן אַ ברעג, און ער װאונדערט זיך, פון װאַנען נעמען זיך
דאָס אַזױ פיל פישער, און ער פרעגט זײ:
    --- פאַר װעמען, פאַר װעמען
    כאַפּט איר די פיש?
                              [ 73 ]

                            באַ די פישער
     ענטפערן אים די פישער:
    --- פאַר דעם קיניגס טיש,
    פאַר דעם קיניגס טיש.
    פרעגט זײ װײטער דאָס אינגעלע:
    --- און װאָס װעט איר, פּישער, עסן אלײן?
     ענטפערן אים די פישער:
         --- אַ שטײן מיט אַ בײן.
    אַ שטײן מיט אַ בײן.
    פרעגט זײ װײטער דאָס אינגעלע:
    --- פאַרװאָס איז אַזױ?
    ענטפערן אים די פישער:
    --- אַזױ איז דאָס, אינגל,
    אַזױ איז אַזױ.
    רופט זיך אָן דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע:
    --- נײן, פישער! עס טאָר ניט זײן אַזױ. איך גײ איצטער צום
מלך אין פּאַלאַץ און איך װעל אים זען און זאָגן, אַז עס איז ניט
רעכט אַזױ.
    זאָגן צו אים די פּישער:
    --- אינגל, אינגל, ביסט נאָך צו קלײן צו פאַרשטײן, אָבער מיר
זאָגן דיר, אַז דו װעסט דעם קיניג ניט איבערמאַכן.
    און דאָ קוקן זיך צו די פישער און דערזען, װי דאָס אינגעלע
גײט אָנגעטאָן, דורכאױס אין װינטערדיקן מיט אַ פּאָר גליטשערס
פאַרװאָרפן אױפן אַקסל, מאַכן זײ צו אים:
    --- העי, אינגעלע, װי מיר זעען, ביסטו ניט פון אונדזערע
מקומות, נאָר דו קומסט פון ערגעץ אַן אַנדער לאַנד.
    --- יאָ, --- מאַכט אינגעלע־רינגעלע, --- איך קום טאַקע פּון
אַן אַנדער לאַנד.
                              [ 74 ]

           ]בילד[
  [75]

                     באַ די פישער
     פרעגן זײ אים:
     --- איז באַ אײך אַזױ קאַלט?
     ענטפערט דאָס אינגעלע:
     --- יאָ, בא אונדז איז נאָך װינטער, שפּעטער װעט זײן זומער.
און באַ אײך איז גאָר קײן װינטער ניט געװען?
     זאָגן די פישער:
     --- יאָ, ער איז דאָ געװען. ער איז געקומען אַהער דער װינטער
מיט װינטן, מיט שנײען, מיט זאַװערוכעס, האָט אים דער קיניג
פאַרטריבן צו אַלדי רוחות. ער האָט אַזעלכע מכשפים און מכשפות,
װאָס טוען פאַר אים אַלץ װאָס ער װיל. און אַזױ װי דעם קיניג
איז געװען צו קאַלט, האָט ער געהײסן זײנע כישופמאַכער, זײ זאָלן
אַװעקטרײבן דעם װינטער מיט די זאַװערוכעס צו אַלדי רוחות.
האָבן די כישופמאַכער גענומען שױפלען און בעזעמער און האָבן
אַװעקגעשאַרט און פאַרקערט דעם שנײ װײט־װײט, און פון דעם
װינטער איז קײן סימן ניט געבליבן, אָט װי דו זעסט.
     איז דאָס דעם אינגעלע געפעלן געװאָרן, װאָס מע קען מאַכן
אַזאַ קונץ, רופּט ער זיך אָן צו די פישער:
    --- איך װאָלט זײ װעלן זען, דעם קיניגס כישופמאַכער.
    מאַכן די פישער:
    --- נײן, אינגעלע, דו װעסט זײ ניט קענען זען, װײל מע לאָזט
קײנעם צו זײ ניט צו. דער קײסער האָט פאַר זײ אױסגעבױט אַ
באַזונדער פּאַלאַץ פון הױלן גאָלד און זילבער, און דער פּאַלאַץ
איז װײט־װײט אױף אַן אינדזל אינמיטן ים, און די כװאַליעס װאַרפן
דאָרט זײער שרעקלאַך, און לאָזן קײנעם ניט צוקומען צום אינדזל,
װאו עס שטײט דער פּאַלאַץ, װאו עס װאױנען דעם קיניגס כישופ־
מאַכער.
    פּרעגט דאָס אינגעלע:
                              [ 76 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    --- און װי איז, אַז דער קײסער דאַרף זײ האָבן?
    ענטפערן די פישער:
    --- אַז דער קײסער דאַרף זײ האָבן, האָט ער אַזאַ פײפעלע,
גיט ער אַ פײף, קומען זײ גלײך צופליען װי די רוחות און טרען פאַר
אים אַלדי שליחות.
    פאַרטראַכט זיך דאָס אינגעלע, און דאַן רופט ער זיך אָן:
    --- נו, איך װעל זײ שױן זען.
     זאָגן די פישער:
    --- װי אַזױ, און װען?
     מאַכט דאָס אינגעלע:
     --- איר זעט אָט מײן רינגעלע? קען עס פאַר מיר טאָן אַלצ־
דינג אין דער װעלט. אַז איך װעל זאָגן מײן רינגעלע, װעט עס מיר
ברענגען דעם קיניגס פײפל און איך װעל שױן אַ פײף טאָן, װעלן
די כישופמאַכער צו מיר קומען צו פליען װי די רוחות און אױך פאַר
מיר טאָן אַלדי שליחות. זײ װעלן שױן מיר װײזן זײער פּאַלאַץ און
אַלץ מיט אַנאַנדער. איר װעט שױן זען.
     האָבן זיך די פישער פאַרװאונדערט, װאָס דאָס אינגעלע האָט
אַזאַ רינגעלע, און אַנדערע פון זײ האָבן ניט געװאָלט גלױבן, װײל
זײ האָבן נאָך קײנמאָל ניט געהערט פון אַזאַ רינגעלע, װאָס זאָל
קענען באַװײזן װאונדער. מאַכן זײ צו אים:
     --- אַנו, אינגעלע, װײז עפּעס אַ קונץ מיט דײן רינגעלע!
     זאָגט דאָס אינגעלע:
     --- אָט באַלד װעט איר זען.
     און דאָס אינגעלע האָט אַ זאָג געטאָן צו זײן רינגעלע:
                   רינגעלע, רינגעלע,
                    דײַן װאונדער באַװײז,
                               [ 77 ]

                          באַ די פישער
                 פאַרפריר מיר דעם טײך
                 און מאַך פון אים אײז.
    און אין אײן אױגן־בליק האָט זיך דער טײך באַדעקט מיט
דיקן אײז, און די פישער האָבן ניט געקענט אַרױסשלעפּן די נעצן,
און אינגעלע־רינגעלע האָט גלײך אַרױפגעכאַפּט די גליטשערס
אױף די פיס און זיך אַװעקגעגליטשט װײט־װײט. אָבער די פישער
האָבן אים גערופן און געשריען, אַז ער זאָל זיך אומקערן און באַ־
פרײען זײ דעם טײך פון דעם אײז. איז ער צוריקגעקומען און ער האָט
דאָס זײ געטאָן, און די פישער האָבן שױן געמוזט מודה־זײן, אַז
דעם אינגעלעס רינגעלע קען װײזן אַזעלכע קונצן װי דעם קיניגס
כישופמאַכער, אַזעלכע און נאָך מער.
    אָבער איר װײסט דאָך, אַז די מעשה האָט זיך נאָך ניט געענ־
דיגט, נאַ־ װאָס עס איז װײטער געװען, װעט איר שױן שפּעטער
זען.
           ]בילד[
                            [ 78 ]

               פּורים צו דער סעודה
            אױף פורים האָט דער זײדע געבראַכט אַ גראַגער דעם
                אינגעלע מיטן רינגעלע און ער האָט צו אים אַזױ
                געזאָגט:
                  זע, אַז המן הרשע, אָט דער אַזױנעד און
                אַזױנער, זאָל פון דיר ניט אַרױס מיט גאַנצע בײנער.
                גיב אים װי ער איז װערט!
    --- זאָרג זיך ניט, זײדע! --- האָט אינגעלע־רינגעלע געענט־
פערט --- ער װעט שױן באַ מיר קריגן!
    און דערװײל איז אינגעלע־רינגעלע געגאַנגען שלאָפן.
    אינגעלע־רינגעלע װײס אָבער ניט קײן רו אױך אין שלאָף.
עפּעס מוז זיך אים חלומען. חלומט זיך אים, װי ער גײט אַלץ צום
מלך אין פּאַלאַץ, זען דאָרטן אַלע חידושים און דעם מלך מיט דער
מלכה און זײערע קינדער דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכה.
    גײט ער אַזױ און גײט, און זײן גראַגער האַלט ער שטײף אין
האַנט, ער זאָל אים ניט אָנװערן. גײט ער אַזױ און גײט, ערשט אַנט־
קעגן קומט אים אָן אַן אַלטער מאַן מיט אַ לאַנגער װײסער באָרד. זעט
ער, עס איז יאָ דער זײדע און ניט דער זײדע, װײל אַלט זענען זײ
בײדע, נאָר דער זײדע גײט ניט אַזױ אָנגעטאָן, װי דער אַלטער מאַן.
עפּעס מאָדנע גײט דער אַלטער מאַן אָנגעטאָן, װי די מענטשן פון
פאַרצײטן: דער קאָפּ אַרומגעװיקלט מיט אַזאַ פאַטשײלע, אַ מאָד־
נער לאַנגער מאַנטל אױף די אַקסלען, מיט אַ גאַרטל אַרום די לענדן,
און אױף די פיס ניט קײן שיר, װי מען טראָגט הײנט, נאָר סאַנדאַלן,
פאַרבונדן מיט אַזעלכע רימענדלאַך.
                              [ 79 ]

               פּורים צו דער סעודה
     װערט שױן אינגעלע־רינגעלע טשיקאַװע און פּרעגט באַם אַלטן
מאַן:
     --- װער ביסטו?
     ענטפערט דער אַלטער מאַן:
     --- מרדכי היהודי.
     װײסט שױן אינגעלע־רינגעלע, װער דאָס איז, װײל ער װײט
די גאַנצע מעשה פון פּורים, װי אַזױ דער נאַרישער קיניג אחשורוש,
װעלכער האָט געקיניגט פון הודו ביז כוש, האָט איבערגעגעבן אַלע
אידן צו המן הרשע, ער זאָל זײ אױסהרגענען, נאָר מרדכי היהודי
האָט געהאַט אַ שװעסטערקינד אסתר, װעלכע איז געװען דעם
קיניג אחשורושעס װײב, האָט זי שױן געזען, אַז מען זאָל די אידן
ניט אױסהרגענען, און המנען זאָל מען אױפהענגען אױף דער תליה,
װאָס ער האָט אָנגעגרײט פאַר מרדכין, און די אידן האָבן געמאַכט
אַ יום־טוב פּורים און ס'איז געװען ששון ושמחה!
     אַז אינגעלע רינגעלע האָט דערהערט אַז דאָס איז מרדכי
היהודי, האָט ער זיך אָנגערופן:
     --- אַזױ, מרדכי היהודי!
     ער האָט זיך גאָר געװאונדערט, װאָס ער זעט מרדכי היהודי
פאַר זײנע אױגן. און דער אַלטער זאָגט צו אים נאָך אַמאָל:
     --- יאָ, מרדכי היהודי.
     --- און װאוהין גײסטו?
     --- פּורים צו דער סעודה .
     האָט זיך אינגעלע רינגעלע זײער דערפרײט און גענומען טאַנצן
און שפּרינגען און זינגען:
         --- מרדכי היהודי
         גײט פּורים צו דער סעודה!
     רופט זיך אָן מרדכי היהודי צו אינגעלע־רינגעלע:
[ 80 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    איך האָב דיר געזאָגט, װער איך בין און װאוהין איך גײ. טאָ
זאָג מיד איצטער, װער דו ביסט און װאוהין דו גײסט?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- װײסט גאָרניט, װער איך בין? איך בין דאָך אינגעלע־
רינגעלע!
    רופט זיך אָן מרדכי היהודי:
    --- אַזױ? דו ביסט דאָס אינגעלע־רינגעלע, װאָס מען שרײבט
פון אים אַזױ פיל מעשיות?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- יאָ, איך בין דאָס אינגעלע־רינגעלע און איך גײ דאָס צום
מלך אין פּאַלאַץ.
    שאָקלט מרדכי היהודי מיטן קאַפּ, אַרױף און אַראָפּ, צו אינגע־
לע־רינגעלע:
    --- אַזאַ קלוג אינגעלע װי דו זאָל גאָר װעלן גײן צום מלך אין
פּאַלאַץ! איך בין אַמאָל שױן געװען דאָרטן, און איך זאָג דיר, אַז
עס איז גאָרנישט מיט גאָרנישט. עס איז ניט װערט דער גאַנג און
עס װעט דיר טאָן באַנג־ װעמען װעסטו דאָרטן זען? אַ מלך אַ
טיפּש װי אחשורוש, און אַ מיניסטער אַ שלעכטן װי המן הרשע.
פאָלג מיך און קום מיט מיר צו דער סעודה, װעסטו מער הנאה האָבן.
  טראַכט אינגעלע־רינגעלע, צי זאָל ער גײן צום מלך אין פּאַלאַץ
אָדער מיט מרדכי היהודי פּורים צו דער סעודה? האָט ער אַזױ
לאַנג געטראַכט, ביז עס איז באַ אים געבליבן, ער זאָל בעסער גײן
פּורים צו דער סעודה מיט מרדכי היהודי .
     גײען זײ בײדע. אױפן װעג פרעגט מרדכי היהודי באַ אינגעלע־
רינגעלע:
     --- האָסט אַ גראַגער?
     זאָגט אינגעלע־רינגעלע:
                              [ 81 ]

               פּורים צו דער סעודה
    --- אַ פראַגע!
    און ער װײזט אים דעם גראַגער, װאָס דער זײדע האָט אים
געגעבן. מאַכט מרדכי היהודי:
    --- נו, איז גוט.
    גײען זײ װײטער. אױפן װעג דערמאָנט זיך עפּעס אינגעלע־
רינגעלע. װאָס האָט ער זיך דערמאָנט? ער האָט זיך דערמאָנט די
מעשה, װאָס די פישער האָבן אים דערצײלט, אַז דער קיניג האָט אַ
פײפעלע, איז אַז ער גיט דערמיט אַ פײף, קומען צו אי· גלײך צו
פליען כישופמאַכער פון דעם כישוף־אינדזל און טוען פאַר אים
אַלצדינג אין דער װעלט.
    װיל אינגעלע־רינגעלע דערצײלן מרדכי היהודי. נאָר ער גיט
אַ קוק, זעט ער, אַז מרדכי היהודי איז שױן ניטאָ! װיל ער נעמען
װײנען, װײל װאָס װעט עד איצט טאָן אײנער אלײן און װי װעט ער
פּורים צו דער סעודה גײן, אָן מרדכי היהודי? רופט זיך צו אים אָן
דאָס רינגעלע:
    --- װײן ניט אינגעלע!
    זאָגט אינגעלע צום רינגעלע:
    --- טאָ זאָג מיר, װאו איז מרדכי היהודי?
    ענטפערט דאָס רינגעלע:
    --- קוק אױף די שטערן, באַלד װעט ער װערן.
     ניט אינגעלע־רינגעלע אַ קוק אױף די שטערן, ערשט עס באַ־
װײזט זיך גלײך צוריק מרדכי היהודי, אָבער ניט װי פריער, צופוס,
נאָר רײטנדיק אױף אַ פערד, און אימיצער פירט אים, עפּעס אַזאַ
שלעכטער, בײזער מענטש. װיל זיך אינגעלע־רינגעלע עפּעס דער־
מאנען, און ער קאָן ניט. זאָגט ער צום בײזן מענטשן:
     איך האָב דיך אַמאָל װאו געזען, נאָר איך געדענק ניט דײן
נאָמען.
                              [ 82 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    ענטפערט דער בײזער מענטש:
         פרעג ניט מײן נאָמען,
         מײן נאָמען איז המן!
    מאַכט אינגעלע־רינגעלע:
         --- אַזױ? המן הרשע?
         איז דאָך נישקשה!
    און אינגעלע־רינגעלע האָט גענומען טאַנצן און שפּרינגען און
זינגען:
         המן הרשע ליגט אין דרערד,
         מרדכי הצדיק רײט אױפן פערד!
    און גלײך האָבן זיך באַװיזן אַ סך קינדער מיט גראַגערס, קאָלע־
קאָטקעס און המן־קלאַפּערס און האָבן אױך געהאָלפן זינגען:
         המן הרשע ליגט אין רערד,
         מרדכי הצדיק רײט אױפן פערד!
    און זײ האָבן אַלע געגראַגערט מיט די גראַגערס און געקלאַפּט
מיט די קאָלעקאָטקעס און המן־קלאַפּערס און זײ האָבן אַזױ לאַנג
געקלאַפּט, ביז המן הרשע איז פון דעם טומל מיט די קלעפּ געפאַלן
אַ טױטער .
    און אַז המן איז געפאַלן אַ טױטער, האָבן אַלע קינדער, און
אינגעלע־רינגעלע אױך, זיך אַרױפגעכאַפּט צו מרדכי הצדיק אױפן
פערד, און דאָס פערד האָט גענומען לױפן גאַלאָפּ,האָפּ־האָפּ, און איז
געלאָפן און געלאָפן, ביז עס האָט זײ אַלעמען געבראַכט צו אַ שײ־
נעם, גרױסן, פײנעם פּאַלאַץ, אָבער דאָס איז ניט געװען דעם מלכס
פּאַלאַץ, נאָר אסתר המלכהס.
    --- נו, קינדער! האָט זיך מרדכי היהודי אָנגערופן צו זײ, ־־־
קריכט איצט אַרונטער פון פערד און לאָמיר אַרײן צו אסתר המלכה
אין פּאַלאַץ און עסן דאָרטן די סעודה.!
                             [ 83 ]

               פּורים צו דער סעודה
    זענען אַלע קינדער, און אױך אינגעלע־רינגעלע, אַרײן מיט
מרדכי היהודי אין פּאַלאַץ, און זײ זענען געגאַנגען און געגאַנגען, פּון
אײן חדר צום צװײטן ,ביז זײ זענען געקומען צום זאַל, װאו עס זענען
געװען געגרײט די טישן פאַר דער סעודה.
    און אױבנאָן אױף אַ טראָן איז געזעסן אסתר המלכה, אָנגעטאָן
אין אירע קיניגלאכע קלײדער, װאָס דער מלך אחשורוש האָט איר
געמאַכט פון זײד און פּורפּורװאָל, אױסגענײט מיט גאָלד און זילבער,
און פרענדז זײנען אַרונטערגעהאַנגען, פרענדז גאָלדענע און זיל־
בערנע און אױך פּערל. און אױפן קאָפּ האָט זי געטראָגן ד קרױן,
װאָס דער מלך אחשורוש האָט איר נאָך אָנגעטאָן, בעת ער האָט זי
גענומען פאַר אַ װײב.
    װי אסתר המלכה האָט דערזען די קינדער און אױך איננעלע־
רינגעלע, אַרײנקומענדיק מיט איר שװעסטערקינד מרדכי היהודי,
האָט זי זיך זײער דערפרײט און זי האָט צו זײ געזאָגט:
    --- ברוכים הבאים! ליב אײער קומען, אַ גוט יום־טוב אײך,
ליבע קינדערלאַך!
    און די קינדער האָבן אין אײן קול געענטפערט
    --- געבענטשט זאָל זײן די מלכה אסתר!
    און דערנאָך האָט אינגעלע־רינגעלע געפרעגט באַ דער מלכה
אסתר:
     --- און װאו איז דער קיניג אחשורוש?
    האָט אסתר המלכה געענטפערט:
    --- דער קיניג אחשורוש? װער דאַרף אים, דעם מלך טיפּש?
פון הודו ביז כוש איז דאָך נאָך אַזאַ נאַר ניט געװען. אַ מין גולם
אַ פערד, װאָס די װעלט האָט נאָך ניט געזען. נו, האָב איך אים
אַװעקגעשיקט אין שטאַל צו די פערד.
     און דערנאָך האָט די קיניגין געזאָגט צו די קינדער:
                             [ 84 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    --- נו, זעצט זיך, ליבע קינדער, באַ די טישן, עסט און טרינקט,
זײט פרײלאך און זינגט! איר װעט באַלד אױך קריגן שלח־מנות און
אָרימע לײט װעלן קריגן מתנות, און די פּורים־שפּילער װעלן קומען.
    האָבן זיך די קינדער צעזעצט אַרום די טישן און זײ האָבן געגעסן
און געטרונקען. און באַלד האָט זיך דערהערט אַ קלאַפּ אין טיר און
אַ קול פּון יענער זײט האָט געזונגען:
              --- מאַכט אױף, מאַכט אױף!
              לאָזט מיך ארײן, לאָזט מיך אַרײן!
              װײסט איר, װער עס קאָן דאָס זײן?
              װײסט איר, װער עס קען דאָס זײן?
              המלך הכבוד --- די גאַנצע װעלט!
              הײנט איז פּורים, מע גײט פאַרשטעלט.
     און די באַדינער װאָס שטײען באַ דער טיר האָבן גלײך געעפנט
און די פּורים־שפּילער זײנען ארײן אָנגעטאָן אין פאַרשטעלטע קלײ־
דער און מיט מאַסקעס אױף די פּנימער־ און דער עלטסטער פּורים
שפּילער האָט גענומען אױף אײן פוס שפּרינגען און זינגען:
              --- קום איך ארײן צו שפּרינגען
              אױף אַ פיסעלע לױז,
              הײב איך אָן צו זינגען,
              דער דלות איז מיר גרױס!
און די איבעריקע פּורים־שפילער האָבן אונטערגעכאַפּט אין כאַ־:
              --- זינגען מיר, לױבן מיר:
              שושנת יעקב!
              --- זינגען מיר, לױבן מיר:
              שושנת יעקב!
    און דער עלטסטער פּורים־שפּילער האָט דאַן װײטער גענומען
זינגען:
                              [ 85 ]

               פּורים צו דער סעודה
             --- פאַרפלוכט זאָל װערן המן,
             װאָס איז געװען דער ערגסטער!
             געבענטשט זאָל װערן מרדכי,
             װאָס איז געװען דער בעסטער!
             געבענטשט זאָל זײן די מלכה,
             װאָס האָט געהײסן אסתר!
    און די איבעריקע פּורים־שפּילער האָבן װידער אונטערגעכאַפּט
אַלע אין כאָר:
            --- זינגען מיר, לױבן מיר:
            שושנת יעקב!
    און דער עלטסטער פּורים־שפּילער האָט דאַן צום סוף אױס־
געזונגען:
            --- הײנט איז פּורים, מאָרגן איז אױס!
            גיט אונדז אַ גראָשן און טרײבט אונדז אַרױס!
    מען האָט זײ אָבער געגעבן מער װי אַ גראָשן און זײ אױך ניט
אַרױסגעטריבן. אַדרבא, מען האָט זײ צעזעצט באַ די טישן און גע־
געבן עסן און טרינקען, און דערנאָך האָבן זײ ערשט פרײלאך גע־
מאַכט דעם עולם מיט זײער פּורים־שפּיל. און אַלע קינדער און אױך
אינגעלע־רינגעלע האָבן גוט פאַרבראַכט די גאָנצע נאַכט־ און װען
עס איז טאָג געװאָרן האָט זיך אינגעלע־רינגעלע אױפגעכאַפּט.
אָבער װאָס איז װײטער געװען, װעט איר שפעטער זען.
           ]בילד[
                           [ 86 ]

                        באַם ים־סוף
            דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע איז פּסח צום סדר געװען
                באַ זײן זײדן און האָט געהערט אַלע מעשיות פון
                דער הגדה, װי די אידן זענען אױסגעלײזט געװאָרן
                פון מצרים, װאו זײ זענען געװען קנעכט באַ דעם
                קיניג פּרעה און האָבן פאַר אים געבױט גאַנצע
                שטעט, פּיתום מיט רעמסס, און אלײן האָבן זײ גע־
מוזט װאױנען אין שטיבער װי גריבער.
    אינגעלע־רינגעלע האָט מיט אלעמען גלײך געטרונקען די
אַרבע־כוסות. דרײ כוסות האָט ער שױן געטרונקען און ער האָט
געװאַרט אױפן פערטן. ער האָט געחלשט, עס זאָל װאָס גיכער
קומען שױן צום פערטן כוס, ניט װײל ער האָט געװאָלט טרינקען
נאָך װײן, נאָר װײל ער האָט געװאָלט זען אליהו הנביא, װעגן װעמען
ער האָט זיך אָנגעהערט אַזױ פּיל גוטע מעשיות. דער זײדע האָט
אים געזאָגט, אַז צום פערטן כוס קומט אליהו הנביא טרינקען זײן
כוס, װאָס עס שטײט אָנגעגרײט פאַר אים. האָט דערפאַר אינגעלע־
רינגעלע געװאַרט מיט אומגעדולד אױפן פערטן כוס.
    עס איז אָבער געװען לאַנג צו װאַרטן, און דאָ איז שױן געװען
שפעט אין רער נאַכט, האָט זיך דעם אינגעלע מיטן רינגעלע גע־
נומען שלעפערען און ער איז אַזױ אײנגעשלאָפן זיצנדיק באַם טיש.
און װי ער איז אײנגעשלאָפן, אַזױ האָט זיך אים גענומען חלומען.
    חלומט זיך אים אַלץ װעגן דעם, װי ער װיל גײן צום מלך אין
פּאַלאַץ אױף יענער זײט טײך און זען דאָרטן אַלע גוטע זאַכן און
                              [ 87 ]

                        באַם ים־סוף
אױך קריגן דאָס כישוף־פײפעלע, מיט װעלכן דער מלך רופט
אַרױס די מכשפים און מכשפות פון צױבער־אינדזל.
     גײט אַזױ דאָס אינגעלע און גײט, און אינדרױסן איז שױן פרי־
לינג. אַלצדינג שמעקט אַזױ --- אַ מחיה! און די זון שײנט גאָר
העלער און פרײלאַכער װי תמיד און עס בלענדט אַזש די אױגן!
און װי עס גײט אַזױ אינגעלע־רינגעלע, ערשט עס לױפט אים אָן
אַנטקעגן אַ קעלבעלע, אָקערשט אָפּגעריסן זיך פון מאַמע־קוס
בריסטן, און װיל זיך מיט אים שפּילן. גיט אינגעלע־רינגעלע אַ גלעט
דאָס קעלבעלע און מאַכט צו דעם:
    --- נײן, קעלבעלע־שװעלבעלע! איצטער קאָן איך זיך מיט
דיר ניט שפּילן, איך האָב קײן צײט ניט. איך דאַרף גײן צום מלך
איז פּאַלאַץ. צוריקגײענדיק װעל איך זיך שפּילן מיט דיר.
    איז דאָס קעלבעלע אַװעקגעשפּרונגען צוריק צו דער מאַמע־קו,
און אינגעלע־רינגעלע איז אַװעק װײטער זײן װעג, און ער איז גע־
גאַנגען און געגאַנגען, ביז ער איז געקומען צום טײך, װאו ער האָט
געדאַרפט אַריבערגײן, און צו גײן צום מלך אין פּאַלאַץ. קוקט ער
אַזױ און קוקט, ערשט ס'איז גאָר ניט קײן טײך, נאָר אַ ים, אַ גרױסער
ים, און די כװאַליעס װאַרפן הין און הער, אַזש עס כאַפּט גאָר אָן אן
אימה!
    טראַכט אינגעלע־רינגעלע, װי קומט גאָר אַהער אַ ים? אַז דאָ
איז גאָר קײנמאָל קײן ים ניט געװען, נאָר אַ טײך! װיל אינגעלע
עפּעס זאָגן צום ים, פרעגן אים, פּון װאַנען ער קומט און װער ער איז?
נאָר דער ים איז פּלוצלינג שטיל געװאָרן, אַזױ װי ער װאָלט אײנ־
געשלאָפן. ניטאָ צו װעמען צו רעדן! בױגט זיך אײן אינגעלע־
רינגעלע און זוכט אױף דרערד עפּעס אַ זאַך, מיט װאָס ער זאָל
קאָנען אױפװעקן דעם ים. געפינט ער אַ שטעקעלע, גיט ער אַ
טאָרקע דערמיט דעם ים און מאַכט צו אים:
                              [ 88 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    --- ים, ים, טו זיך אַ קער!
    זאָג מיר, פון װאַנען קומסטו אַהער?
    כאַפּט זיך אױף דער ים פון שלאָף און גיט זיך אַ װאָרף צום
ברעג מיט זײנע כװאַליעס און ענטפּערט־אָפּ:
    --- איך בין דאָך דער ים־סוף, אינגעלע־קלײן!
    משה רבינו קומט באַלד צו גײן.
    און טאַקע באַלד איז געקומען צו גײן משה רבינו מיט די צװײ
שטראַלן־הערנער אױף זײן שטערן און מיט זײן װאונדער־שטעקן
אין האַנט. אינגעלע־רינגעלע האָט אים גלײך דערקענט, װײל דער
זײדע האָט אים נאָך פריער דערצײלט פּון משה רבינו און פון די
װאונדער די גרױסע, װאָס ער האָט באַװיזן.
    און גלײך נאָך משהן האָבן זיך באװיזן זײער אַ סך מענטשן.
דאָס זענען געװען די אידן, װעלכע משה האָט אַרױסגעפירט פון
מצרים, אַלע מיט שטעקנס אין די הענט און מיט קלומקעס אױף די
פּלײצעס, אַזױ װי מענטשן, װאָס גײען אַװעק אין אַ װײטן װעג.
    װי משה האָט דערזען דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע שטײענ־
ריק בײם ברעג ים, האָט ער צו אים געזאָגט:
    --- װאָס טוסטו דאָ, אינגעלע?
    ענטפערט דאָס אינגעלע:
    --- איך דאַרף גײן צום מלך אין פּאַלאַץ.
    מאַכט משה:
   --- צום מלך אין פּאַלאַץ? זעסט דאָך, אַלע אַנטלױפן פּון מלך,
און דו װילסט גאָר גײן צום מלך!
    זאָגט דאָס אינגעלע:
    --- איך װיל ניט גײן צו פרעה מלך מצרים, נאָר צו אַן אַנדער
מלך.
    מאַכט משה:
                              [ 89 ]

                        באַם ים־סוף
    --- מען דאַרף ניט גײן צו קײן מלך. איך בין אױך אַמאָל געװען
אינגעלע װי דו און איך בין געװען באַם מלך אין פּאַלאַץ און
האָב דאָרטן געזען אַלע גוטע זאַכן. אָבער איך בין דערנאָך אַרױס
אין גאַס און האָב דערזען די אידן, אַ פאָלק פון שקלאַפן, שטײען
און שאַפן, אַ־בעטן שװער, שװער און ביטער אונטער בײטש און
ריטער, קנעטן לײם און מאַכן ציגל און בױען שטעט און פּאַלאַצן,
און פון זײערע נאַקעטע לײבער גיסט זיך שװײס פון דער אַרבעט
און בלוט פון די שמיץ, װאָס זײ קריגן פון דעם קיניגס אױפזעער.
און אַז איך האָב דאָס דערזען, האָב איך אױסגעשריען צו די
שקלאַפן: „פאַר װעמען טוט איר דאָס אַלץ?“ --- „פאַרן קיניג!“
האָבן זײ געענטפערט. --- „און װאָס װעט איר האָבן דערפון?“
האָב איך זײ געפרעגט. --- „הונגער און נױט, שמיץ און טױט!“
האָבן זײ געענטפערט. מער האָב איך שױן ניט געקאָנט גײן צום
מלך אין פּאַלאַץ. איך בין געבליבן מיט די שקלאַפן און ניט אַװעק
פּון זײ, ביז זײ זענען באַפרײט געװאָרן, און איצטער פיר איך זײ
דאָס אין אַן אַנדער לאַנד, אין אַ לאַנד פון פרײהײט. קײן ארץ־
ישראל פיר איך זײ. װילסט מיט אונדז גײן?
   האָט דאָס אינגעלע־רינגעלע לאַנג ניט געטראַכט און ער האָט
געענטפערט:
    --- איך גײ. אָבער װי װעט מען דעם ים אַריבערגײן? אָ! איך
האָב זיך גאָר פאַרגעסן, אַז איך האָב אַ רינגעלע, ניט גלאַט אַ רינ־
געלע, נאָר אַ צױבער־רינגעלע, װאָס טוט פאַר מיר אַלצדינג אין
דער װעלט. װעל איך צו אים זאָגן:
    רינגעלע, רינגעלע, טראַם־טאַראַראַם!
    פיר אונדז אַריבער דעם ים!
     און דאָס רינגעלע װעט אונדז שױן אַריבערפירן. איר װעט זען.
     צעלאַכט זיך משה און ער זאָגט:
                              [ 90 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    --- נײן, אינגעלע, מיר דאַרפן ניט דײן רינגעלע! דו זעסט מײן
שטעקן? נו, קאָן ער אַלע װאונדער טאָן. ער איז שױן אײנמאָל אַ
שלאַנג געװען און ער האָט אײנגעשלונגען אַלע שלאַנגען, װאָס
פּרעהס כישופמאַכער האָבן אױך געמאַכט פון זײערע שטעקנס.
און נאָך אַמאָל האָב איך מיטן שטעקן פּרעהס טײך געשלאָגן, איז
פון דעם װאַסער געװאָרן בלוט. דאָס האָב איך זיך אָפּגערעכנט
מיט פּרעהן פאַר דעם בלוט פון די אידישע קינדער, װאָס ער האָט
פאַרגאָסן. און מײן שטעקן האָט פּרעהן נאָך מכות אײנגעטײלט.
און איצטער װעל איך מיט מײן שטעקן שפּאַלטן דעם ים און אַלע
אידן װעלן קאָנען אַריבערגײן און דו אױך מיט אונדז.
     אין דער רגע האָט זיך דערהערט אַ לױפערײ פון פערד און אַ
קלאַפּערײ פון די רײטװעגן: דאָס איז פּרעה מיט די מצרײם זײנע
געלאָפן כאַפּן די אידן און ברענגען זײ צוריק קײן מצרים, זײ זאָלן
װידער אַרבעטן פאַר פּרעהן. װי די אידן האָבן דערזען פּרעהן מיט
די מצרײם יאָגנדיק זיך נאָר זײ, האָבן זײ זיך זײער דערשראָקן און
גענומען לױפן הענדום־פּענדום. האָט משה אױפגעהױבן זײן
שטעקן און אַ געשרײ געטאָן צו די אידן:
    --- לױפט ניט! האָט קײן מורא ניט! זײ װעלן אײך גאָרנישט
ניט טאָן. קומט נאָך מיר אין ים אַרײן!
     און משה האָט מיטן שטעקן געשפּאָלטן דעם ים, און די װאַ־
סערן האָבן זיך אױפגעשטעלט װי צװײ װענט פּון בײדע זײטן, און
אינמיטן איז געװאָרן טרוקן, אַזױ װי אױף דער ערד. און די אידן
זענען אַריבער דעם ים און אינגעלע־רינגעלע איז מיט זײ אױך
אַריבער.
     פּרעה מיט די מצרײם האָבן דערזען, אַז די אידן זענען אַרי־
בער דעם ים, האָבן זײ זיך אױך געלאָזט נאָך זײ, זײ האָבן געמײנט,
אַזױ װי די אידן זענען אַריבער דעם ים, אַזױ װעלן זײ אױך אַריבער,
                               [ 91 ]

                        באַם ים־סוף
אָבער גלײך װי די אידן זענען אַריבער דעם ים, אַזױ האָבן זיך די
װאַסערן צוריקגעקערט, און דער ים איז געװאָרן, װי ער איז געװען,
און פּרעה מיט די מצרײם מיט די פערד און רײטװעגן זענען דער־
טרונקען געװאָרן אין ים. קײן אײנער איז ניט איבערגעבליבן. און
די אידן האָבן געזונגען און אינגעלע־רינגעלע אױך מיט זײ:
     --- טראַם, טאַראַראַם, טראַם־טאַראַראם!
     מיר זענען אַריבער, אַריבער דעם ים!
     --- טראַם, טאַראַראַם, טראַם־טאַראַראם!
     די שונאים, זײ זענען דערטרונקען אין ים!
     דערנאָך זענען די אידן מיט משהן אַװעק װײטער. אינגעלע־
רינגעלע איז אױך מיט זײ געגאַנגען. זענען זײ געגאַנגען און גע־
גאַנגען, ביז זײ זענען פאַרגאַנגען װײט אין מדבר. איז אינגעלע־
רינגעלע מיד געװאָרן גײענדיק, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אָפּרוען.
גאָרניט געזען, װי אינגעלע־רינגעלע איז געבליבן שטײן פון הינטן.
    אינגעלע־רינגעלע האָט געמײנט, עד װעט זיך אָפּרוען אַביסל
און גײן װײטער און אָניאָגן די אידן. אָבער ער איז געװען זײער אױס
געמאַטערט, און דאָ האָט זיך אים נאָך פאַרװאָלט אַ טרונק, און
דאָ איז דאָך אַ מדבר, און קײן װאַסער איז אַפילו אױף אַ רפואה
ניטאָ. האָט ער שױן געװאָלט בעטן זײן רינגעלע זאָל אים העלפן.
אָבער דאָ האָט זיך באַװיזן אַן אַלטער מאַן מיט אַ כוס װײן אין
האַנט, און אינגעלע־רינגעלע האָט גלײך דערקענט, אַז דאָס איז
אליהו הנביא.
    --- נאַ, טרינק, מײן קינד! --- האָט אליהו הנביא געזאָגט צו
אינגעלע־רינגעלע און אים צוגערוקט דעם כוס װײן צו די ליפּן.
    אינגעלע־רינגעלע האָט זיך גלײך אױפגעכאַפּט און דערזען'
                              [ 92 ]

                       אינגעלע רינגעלע
דער זײדע שטײט איבער אים און רוקט אים צו די ליפּן אַ כוס מיט
װײן און זאָגט צו אים:
    --- נאַ, טרינק דעם פערטן כוס!
    אינגעלע־רינגעלע האָט די ערשטע זאַך געפרעגט, צי אליהו
הנביא איז שױן געװען טרינקען זײן כוס, און דער זײדע האָט מיט
אַ שמײכל געענטפערט:
    --- אַװדאַי געװען, און ער האָט פאַר דיר איבערגעלאָזן אַ זעקעלע
ניס אױף צו שפילן.
    און דער זײדע האָט געגעבן דעם אינגעלע מיטן רינגעלע אַ
זעקעלע ניס, און אינגעלע־רינגעלע איז אַװעק מיט טאַטע־מאַמע
שלאָפן. נאָר װאָס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                          [ 93 ]

                  דער ערשטער מאַי
           דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע האָט זיך זײער שטאַרק
                געגרײט צום ערשטן מאַי. אײן קלײניקײט: דער
                ערשטער מאַי! ער װעט דאָך זיכער גײן מיט אַלע
                קינדער צום מאַי פעסט און ער װעט זײן דער קיניג
                און דער שכנהס מײדעלע װעט זײן די קיניגן. ער
                האָט שױן אַלצדינג פאַרטיק גרױסאַרטיק: די קרױן
פּון קארטאָן מיט גאָלדן פּאַפּיר ארומגעקלעפּט און דעם פּורפּור־
מאַנטל געמאַכט פון פּאַפּיר.
    מאָרגן, מאָרגן װעט דאָס זײן! נו, און דערװײל דאַרף מען גײן
שלאָפן און זיך גוט אױסשלאָפן און אױפשטײן מאָרגן פריש און
געזונט.
    האָט זיך אינגעלע־רינגעלע געלײגט שלאָפן,און װי נאָר ער
איז אײנגעשלאָפן אַהאַ, ער איז דאָ דער מלאָך פון חלומות און
ער שלעפּט אים שױן פאַרן הענטל:
    --- קום!
    --- װאוהין? --- פרעגט אים אינגעלע־רינגעלע.
    צעלאַכט זיך דער מלאך און זאָגט:
    --- װאָס הײסט װאוהין? װאוהין מיר גײען אַלע מאָל! האָסט
זיך גאָר פאַרגעסן, אַז דו װילסט גײן צום מלך אין פּאַלאַץ און זען
דאָרטן אַלע חידושים און קריגן אױך דעם מלכס פײפעלע, מיט
װאָס ער רופט אַרױס די מכשפים און מכשפות פון כישוף־אינדזל?
    --- איך האָב זיך טאַקע פאַרגעסן, --- האָט אינגעלע־רינגעלע
געענטפערט, --- מירן טאַקע גײן אַהין.
                             [ 94 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    זענען זײ אַװעק. אױפּן װעג גיט דער מלאָך אַ פרעג:
    --- האָסטו, אינגעלע, דײן רינגעלע?
    װײזט אים אינגעלע דאָס רינגעלע און זאָגט:
    --- אָט אָ!
    מאַכט דער מלאָך:
    --- נו, אױב אַזױ, דאַרפסטו מיך ניט. דײן רינגעלע װעט דיך
שױן פירן, און איך װעל אַװעק צו אַנדערע אינגעלאַך, װעלכע
האָבן ניט קײן רינגעלאַך. האָב דיר אַ גליקלאַכן װעג!
    איז אינגעלע אַװעק מיט זײן רינגעלע, און װי ער גײט אַזױ,
קומט אים אָן אַנטקעגן אַ פּאָפּוגאַי. זאָגט אינגעלע צום פּאָפּוגאַי:
              --- פּאָפּוגאַי, קאָנסטו רײדן?
              ענטפּערט דער פּאָפּוגאַי:
              --- איך קאָן רײדן פאַר אונדז בײדן.
              זאָגט דאָס אינגעלע װײטער: ·
              --- פּאָפּוגאַי, פּאָפּוגאַי!
              איז נאָך װײט צום חודש מאַי?
              ענטפערט דער פּאָפּוגאַי
              --- חודש מאַי איז שױן דאָ
              אין אַ מזלדיקער שעה!
              זאָגט װײטער אינגעלע־רינגעלע:
              --- און צום מלכס פּאַלאַץ איז נאָך װײט?
              ענטפערט דער פּאָפּוגאַי:
              --- דעם מלכס פּאַלאַץ איז נאָך װײט,
              װײט פון גאָט און װײט פון לײט.
              זאָגט אינגעלע־רינגעלע:
              --- דאָס איז גאָרנישט װאָס איז װײט,
              איך האָב צײט, איך האָב צײט.
                              [ 95 ]

                         דער ערשטער מאַי
    און װאָס האָט ער גלאַט מורא פאַר װײט? אינגעלע האָט דאָך
אַ רינגעלע, ניט קײן פּראָסט רינגעלע, נאַ־ אַ צױבער־רינגעלע, און
דאָס רינגעלע פירט אים איבער אַלע װעגן און אַלע שטעגן. האָט
אינגעלע־רינגעלע אָפּגעזעגענט זיך מיטן פּאָפּוגאַי און איז געגאַנ־
גען װײטעד זײן װעג.
    גײט ער אַזױ און גײט, און אומעטום איז שױן מאַי. עס פליען
אום שװאַלבן, שפּערלינגן, לערכעס, בלױ־פײגעלאַך און רױט
בריסטלאַך, און זײ זענען אַלע אַזױ לוסטיק און פרײלאַך, װער עס
פּישטשעט און װער עס זינגט, איטלאַכער װי ער דאָן. אינגעלע־
רינגעלע האָט זיך פאַרקוקט אױף זײ און גאָר פאַרגעסן, װאוהין ער
דאַרף גײן. און דאָ האָט ער דערזען דעם גרױסן שװאַרצן זשוק, װאָס
מען רופט אים מאַי־זשוק. און אָט איז דער מאַי־דאָרן מיט שטעכל־
קעס אױף די צװײגן, אַזש עס איז ניט מיט די הענט אָנצורירן. און
אָט איז מאַי אַלײן, אָדער בעז, װי מען רופט דאָס, די בלומען מיטן
לילאַ־קאָליר, אַ קאָליר, װאָס איז פּורפּור־העל און פאַרטראָגט עט־
װאָס אױף ראָזעװע. און אָט זענען די לאַװענדעל־בלומען, װעלכע
האָבן אױך אַ לילאַ־קאָליר, נאָר עטװאָס בלאַסער. און די לופט איז
פול מיט גן־עדן־ריחות, און אינגעלע־רינגעלע זעט אַלץ און
שמעקט אַלץ און ער װערט גאָר אַנטציקט און ער שרײט אױס:
     --- אָ, װי פײן! אָ, װי שײן!
     און דערנאָך פאַלט אים אײן: ער װעט אָנרײסן בעז און לאַ־
װענדעלן און אַװעקטראָגן דאָס צום מלך אין פּאַלאַץ און געבן
אַביסל דעם בן־מלך און אַביסל דער בת־מלכה. און לאַנג טראַכט
ער ניט און טוט דאָס טאַקע. אָנגעריסן בעז און לאַװענדעלן און
ער גײט װײטעד.
     גײט ער און גײט, ערשט ער באַגעגנט אַ פּראָצעסיע מיט מו־
זיק און געזאַנג עס מאַרשירן מענטשן אָן אַ שיר, אָננעטאָן אין
                              [ 96 ]

                       אינגעלע רינגעלע
אַרבעטס־קלײדער מיט געצײג אין די הענט, װער עס טראָגט אַ
האַק און װער אַ האַמער, װער אַ זעג און װער אַ דלאָטע, װער אַ
רידל און װער אַ שער און אַלע זינגען זײ:
              ערשטער מאַי, ערשטער מאַי, ---
              אַלע מענטשן זענען פרײ,
              פרײ פון זאָרגן, פרײ פון נױט,
              דער װאָס אַרבעט, דער האָט ברױט.
    און פאָרױס פאַר דער פּראָצעסיע איז געפאָרן, רײטנדיק אױף
אַ פערד, דער פירער. פרעגט באַ אים אינגעלע־רינגעלע:
    --- װאָס פאַר אַ פּאַראַד איז דאָס באַ אײך?
    ענטפערט אים דער פירער פון דער פּראָצעסיע:
    --- הײנט איז דאָך דער ערשטער מאַי, און מיר זענען אַרבע־
טער, און דער ערשטער מאַי איז אונדזער יום־טוב.
    גיט זיך אַ כאַפּ אינגעלע־רינגעלע:
    --- איך װײס! איך װײס!
    רופּט זיך אָן דערנאָך דער פירער פון דער פּראָצעסיע:
    --- און באַ אײך קינדער איז דאָך הײנט אױך יום־טוב. גײסט
גאָרניט, אינגעלע, צו דער קינדערשער מאַיואװקע?
    ענטפּערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- איך גײ גאָר צום מלך אין פּאַלאַץ.
    און ער דערצײלט דעם פירער פּון פּאַראַד די גאַנצע מעשה.
    צעלאַכט זיך דער פירער און אַלע אַרבעטער נאָך אים און זײ
זינגען אַלע אױס:
             --- איננל, אינגל, זײ קײן נאַר!
             מ'דאַרף קײן מלך, מ'דאַרף קײן האַר!
             אַלע מענטשן זענען גלײך,
             ניטאָ קײן אָרים, ניט קײן רײך!
                             [ 97 ]

                  דער ערשטער מאַי
     האָט זיך אינגעלע־רינגעלע פאַרשעמט און די אױגן אַ־אָפּ־
געלאָזן צו דער ערד. װען ער האָט צוריק אױפגעהױבן די אױגן,
האָט ער דערזען, אַז דער אַרבעטער־פּאַראַד איז שױן ניטאָ, און עס
שטײען גאָר אַרום אים אַ סך קינדער, אָנגעטאָן יום־טובדיק און
זײ טאַנצן און זײ זינגען:
              --- קינדער, קינדער, הײנט איז מאַי!
              אַלץ איז פריש, אַלץ איז נײ.
     און זײ האָבן אױך אינגעלע־רינגעלע אַרײנגענומען אין קאַ־
ראַהאָד און ער האָט מיט זײ געטאַנצט און געזונגען.
    אַז זײ האָבן געענדיקט טאַנצן און זינגען, רופט זיך אָן אײן
מײדעלע אין אַ רױט קלײדעלע צו אינגעלע־ריגגעלע:
    --- זאָג אָקאָרשט, אינגעלע, ביסטו דאָס ניט דאָס אינגעלע
מיטן רינגעלע?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- יאָ, האָסט געטראָפן, מײדעלע אין רױט קלײדעלע.
    זאָגט װײטער דאָס מײדעלע אין רױט קלײדעלע צום איננעלע
מיטן רינגעלע:
    --- און דו גײסט דאָס צום מלך אין פּאַלאַץ?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    האָסט װידער געטראָפן, מײדעלע אין רױט קלײדעלע.
    מאַכט זי צו אים:
    --- צו װאָס דאַרפסטו גײן צום מלך אין פּאַלאַץ? זײ בעסער
אַלײן אַ מלך. הײנט מאַכן מיר דאָך אַ יום־טוב, װעסטו זײן דער
קיניג פון אונדזער מאַיפעסט!
    זאָגט אינגעלע־רינגעלע:
    --- גוט. אָבער װער װעט זײן מײן מלכה?
                              [ 98 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    ענטפערט מײדעלע רױט־קלײדעלע:
    איך װעל זײן די קיניגן פון מאַי.
    זאָגט אינגעלע־רינגעלע:
    --- גוט.
    האָט מײדעלע רױט־קלײדעלע זיך זײער דערפרײט און זי האָט
אױסגעשריגן צו אַלע קינדער:
    --- אינגעלע־רינגעלע װעט זײן אונדזער קיניג!
    און אַלע קינדער האָבן גענומען שרײען:
    --- לעבן זאָל אינגעלע־רינגעלע, דער קיניג פון מאַילאַנד
און זײן קיניגן מײדעלע רױט־קלײדעלע.
    און אינגעלע־רינגעלע האָט גלײך אָנגעטאָן זײנע קיניגלאַכע
מאַי־קלײדער און מײדעלע רױט־קלײדעלע האָט אױך אָנגעטאָן
אירע קיניגלאַכע מאַי־קלײדער, און די איבעריקע קינדער האָבן
זיך אױך אָנגעטאָן אַזױ װי עס פּאַסט פאַר אַ קינדערישער מאַיואװקע,
און דער יום־טוב האָט זיך אָנגעהױבן מיט גרױס פרײד.
     די קינדער האָבן גענומען מאַרשירן. אַפריער איז געגאַנגען
אַ קאַפּעליע מוזיק, דורכאױס פּון קינדער, פּײקלער און פײפלער
און טרומײטערער. דערנאָך זענען געגאַנגען, אינגעלע־רינגעלע
דער קיניג און מײדעלע רױט־קלײדעלע די קיניגן. זײ זענען גע־
גאַנגען אונטער אַ חופּה מיט פיר שטאַנגען, געהאַלטן פון פיר
אינגלאַך אָנגעטאָן אין רױטע הױזן מיט גאָלדענע לאַמפּאַסן, און
נאָך אַזאַ אינגל איז געװען דער פּאַזש, װעלכער האָט נאָכגעטראָגן
די שלעפּע פון דער מאַי־קיניגינס קלײד. און דער קיניג האָט אױף
זײן קאָפּ געטראָגן די קאַרטאָנענע קרױן און די קיניגן האָט אױפן
קאָפּ געטראָגן אַ קראַנץ פון בלומען, און בלומען זענען געװען
אױך אײנגעפלאָכטן אין אירע האָר. און הינטער דעם קיניג מיט
                              [ 99 ]

                  דער ערשטער מאַי
דער קיניגן זענען געגאַנגען די איבעריקע קינדער, יעדעס קינד אױף
אַן אַנדער אופן אָנגעטאָן.
    אַזױ זענען די קינדער געגאַנגען, ביז זײ זענען געקומען צו אַ
פּאַרק, און אין פּאַרק האָט זיך ערשט אָנגעהױבן די רעכטע שמחה.
אױף אַ גרױסער גרינער לאָנקע איז אינמיטן געשטאַנען דער מאַי־
שטאַנג, אַ הױכער שטאַנג באַפּוצט מיט בלומען און בענדער. און
די קינדער האָבן זיך גענומען דרײען אַרום דעמדאָזיקן שטאַנג,
דרײען זיך און טאַנצן.
             קינדער, קינדער, הײנט איז מאַי,
             אַלץ איז פריש, אַלץ איז נײ!
    דערנאָך האָט זיך אָנגעהױבן די מאַי־סעודה, אָבער דאָ איז
צוגעקומען אינגעלע־רינגעלעס מאַמע און האָט אים גענומען װעקן:
    --- שטײ אױף, מײן קינד! דאַרפסט שױן גײן צום מאי־פעסט.
    רײבט אינגעלע־רינגעלע די אױגן און ער זאָגט:
    --- איך בין דאָך שױן געװען, מאַמע!
    גיט די מאַמע אַ שמײכל און זי זאָגט:
    --- דאָס איז דאָך געװען אין חלום, און איצטער װעט דאָס זײן
אױפּן װאָר.
    אָבער די מעשה איז נאָך ניט גאָר, און װאָס איז װײטער געװען,
װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                            [ 100 ]

                 גרינס אױף שבועות
            מיט אַ קראַנץ פון יוני־רױזן אױף זײן בלאָנדן קאָפּ איז
                 דער זומער געשטאַנען באַ די טױערן פון דרױסן
                 און האָט געװאַרט, דער לוח זאָל אים שױן אָנזאָגן,
                 אַז דער פרילינג איז אַװעק און ער, דער זומער, מעג
                 שױן ארײן, אַרטיק און פײן.
                   ער האָט זיך אָבער ניט געקענט דערװאַרטן, דער
זומער דער שטיפער, און װי נאָר דער לוח האָט זיך פאַרקוקט אױפן
הימל, זען, צי עס װעט זײן זון אָדער רעגן, אַזױ האָט ער זיך אַרײנגע
כאַפּט, דער זומער דער שטיפער, און אַ בלאָז געטאָן מיט זײן הײסן
אָטעם, און אַלע קינדער, און אױך דעם אינגעלע מיטן רינגעלע, איז
געװאָרן הײס. און װי עס איז געװאָרן הײס, אַזױ האָבן אַלע אַראָפּגע־
װאָרפן פון זיך די קאַפּאָטקעלאך און צעהיצטע און פאַרשװיצטע
האָבן זײ זיך צעזונגען:
              קומט דער ליבער זומער,
                                 זומער,
              שפּילן מל אין זאַמד.
              דאָ איז אונדזער װאױנונג,
                               װאױנונג,
              דאָ איז אונדזער לאַנד.
              שװאַרצע קאַרשן רײסן מיר,
              רױטע לאָזן מיר שטײן,
              מאַמע רופט אין שטוב אַרײן,
              װילט זיך גאָרניט גײן.
                              [ 101 ]

                 גרינס אױף שבועות
    אַז עס װערט אָבער אָװנט, מוז מען שױן גײן אין שטוב, װאָרים
מען דאַרף זיך דאָך לײגן שלאָפן. גײען אַלע קינדער, יעדעס אין זײן
הױז אַרײן, און אינגעלע־רינגעלע גײט אױך אין זײן הױז אַרײן, לײגן
זיך אַלע קינדער שלאָפן, און אינגעלע־רינגעלע אױך. חלומען אַלע
קינדער, יעדעס קינד זײן חלום, און אינגעלע־רינגעלע חלומט זיך
זײן חלום, אַלץ װעגן דעם, װי ער גײט צום מלך אין פּאַלאַץ.
    גײט ער אַזױ און גײט מיטן ברײטן װעג, און גײענדיק װערט
אים הײס. טוט ער אױס דאָס קאַפּאָטקעלע און גײט װײטער, און
גײענדיק טראַכט ער װעגן די אַלע חידושים, װאָס ער װעט זען באַם
מלך אין פּאַלאַץ, און װאָס ער װעט דאָרטן טאָן. ער זאָל כאָטש ניט
פאַרגעסן צו קריגן דאָס כישוף־פײפעלע, מיט װעלכן דער מלך רופט
אַרױס אַלע כישופמאַכער פון צױבער־אינדזל!
     און װי ער גײט אַזױ מיטן ברײטן װעג, גײט און טראַכט, ערשט
ער דערהערט מיט אַמאָל קולות זינגענדיק, אַזױ פרײלאַך, אַזױ
לוסטיק:
              אין דעם חודש סיון,
               די טעג זעקס און זיבן,
              האָבן מיר שבועות,
              אַ יום־טוב אַזאַ ליבן!
              און מיר שנײדן אַאיר
              און מיר שנײדן גראָזן,
              און די אַאיר פײפן,
              װען די ליפּן בלאָזן.
     און אינגעלע־רינגעלע האָט זיך דערמאָנט, אַז באַלד איז טאַקע
שבועות און מען דאַרף אױספּוצן די הײזער מיט גרינס. אָבער װאו
זינגט מען דאָס? און װער זינגט דאָס? און ער קוקט אין אַלע זײטן,
זען, פון װאַנען דאָס געזאַנג טראָגט זיך? און באַלד דערזעט ער פון
                              [ 102 ]

           ]בילד[
  [103]

                 גרינס אױף שבועות
אַ זײטיקן װעג אָנקומען אַ גאַנצע מהנה אינגלאַך, די קאַפּאָטקעלאַך
פּון זיך אַראָפּגעװאָרפן, קומען אָן און זינגען דאָס לידל. שטעלט ער
זײ אָפּ און פרעגט זײ:
    --- װאוהין גײט איר, קינדער?
    ענטפערן זײ אַלע מיט אַמאָל אין אײן קול:
    --- אָנשנײדן גרינס אױף שבועות!
    פאַרגעסט זיך אינגעלע־רינגעלע, אַז ער דאַרף נײן צום מלך
אין פּאַלאַץ, און ער זאָגט צו די קינדער:
    --- איך װיל אױך גײן.
    ענטפערן די קינדער:
    געזונטערהײט! דער װעג איז ברײט. קוס אױך!
    גײט ער מיט זײ. אין װעג פרעגן באַ אים די קינדער:
    --- און אַ מעסערל האָסטו אױף צו שנײדן דאָס גרינס?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- קײן מעסערל האָב איך ניט, נאָר איך האָב אַ רינגעלע.
    צעלאַכן זיך די קינדער און זײ זאָגן:
אַ רינגעלע?
    --- אַ רינגעלע האָסטו? און װי אַזױ װעסטו דאָס שנײדן מיט
אַ רינגעלע?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- דאָס רינגעלע װעט ניט שנײדן, אָבער דאָס װעט מיר נעבן
אַ מעסערל.
    לאַכן װידער די קינדער. זאָגט צו זײ אינגעלע־רינגעלע:
    --- לאַכט ניט! מײן רינגעלע איז ניט קײן פּראָסט רינגעלע,
נאָר אַ צױבער־רינגעלע, און װאָס איך װיל, גיט דאָס מיר. אָט באַלד
װעט איר טאַקע זען װאָס עס װעט געבן.
    און אינגעלע האָט גענומען דאָס רינגעלע און אַ זאָג געטאָן
צו אים:
                             [ 104 ]

                       אינגעלע רינגעלע
               --- רינגעלע, רינגעלע,
               טו מיר צוליב!
               רינגעלע, רינגעלע,
               אַ מעסערל גיב!
               צי פון דעם הימל,
               צי פון דער ערד,
               אַ מעסערל גיב מיר,
               שאַרף װי אַ שװערד!
     די קינדער האָבן שױן אָנגעגרײט די הױפנס אױף צו לאַכן,
אָבער זײ האָבן נישט געלאַכט, װײל גלײך, װי אינגעלע־רינגעלע
האָט אָפּגעזאָגט זײנע װערטער, איז פון דער ערד אַרױסגעשפּרונגען
אַ מעסערל, אַ שפּאָגל־נײ מעסערל, און זיך אַװעקגעלײגט באַ
אינגעלעס פיס. די קינדער זענען געבליבן שטײן פאַרגאַפטע, מיט
אָפענע מײלער, און אַז זײ זענען געקומען צו זיך פון זײער גרױס
פאַרװאונדערונג, האָבן זײ אַלע אין אײן קול גענומען שרײען:
    --- אינגעלע־רינגעלע, זײ אונדזער פירער!
     און אינגעלע־רינגעלע איז געװאָרן זײער פירער און זײ זענען
געגאַנגען און געגאַנגען, ביז זײ זענען געקומען צו אַ געמױזאַכץ, װאו
ס,איז געװאַקסן אַאיר און װאַסער־שטעקלאַך און אַנדערע װאַסער־
גראָזן, טאַקע דאָס װאָס זײ האָבן געדאַרפט האָבן.
     לעבן געמױזאַכץ אָבער איז געשטאַנען אַ בושל אױף אײן פוס,
װי זײן שטײגער איז. האָבן זיך די קינדער דערשראָקן. האָט דער
בושל זײ באַרואיקט און געזאָגט צו זײ:
    --- האָט קײן מורא ניט, קינדערלאַך! איך װעל אײך ניט
טשעפּען. איך טשעפּע נאָר די פרעש אין געמױזאַכץ. זאָגט מיד
נאָר װאוהין גײט איר?
                              [ 105 ]

                 גרינס אױף שבועות
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע פאַר אַלע קינדער, װאָרים ער איז
דאָך דער פירער:
    --- מיר גײען דאָ צום געמױזאכץ אָנשנײדן גרינס אױף שבועות.
    בײט איבער דער בושל דעם פוס און קוקט אָן די קינדער און
גיט זײ אַ פרעג:
    --- װאָס איז דאָס פאַר אַ שבועות? איר האָט דען געשװאָרן?
    צעלאַכן זיך די קינדער, און אינגעלע־רינגעלע האָט געענט־
פערט דעם בושל:
    --- נײן, ס'איז ניט שבועות, װאָס מען שװערט, נאָר ס'איז
שבועות אַ יום־טוב. שנײדן מיר אָן גרינס און מיר מאַכן פון די גרינס
רײזעלאַך, מגן־דודס און אַנדערע צאַצקעס און פּוצן אױס די הײזער
דערמיט לכבוד יום־טוב. הײנט מאַכן מיר נאָך פײפעלאַך פּון די
אַאיר מיט די װאַסער־שטעקלאַך.
    בײט דער בושל װידער איבער דעם פוס און ער זאָגט:
    --- אַהאַ, איצט פאַרשטײ איך שױן. נו, טאָ גײט און שנײדט
אײך אָן גרינס װיפיל איר װילט אַלײן און האָט אײך אַ פרײלאַכן
יום־טוב. אָבער די פרעש אין געמױזאַכץ זאָלט איר ניט טשעפּען!
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- מיר עסן ניט קײן פרעש מאַמע װעט אונדז געבן יום־טוב
בלינצעס און פּוטער־קיכלאַך מיט קאַװע.
    זאָגט דער בושל:
    --- נו, איז גוט. גײט שנײדט!
    זענען די קינדער צוגעגאַנגען צום געמױזאַכץ און גענומען
שנײדן דאָס גרינס. שנײדן זײ און זײ זינגען. האָבן די פרעש דאָס
דערהערט, האָבן זײ זיך דערשראָקן און זיך באַהאַלטן טיף אין גע־
מױזאַכץ. נאָר אײן פראָש, אַ יונגער, האָט זיך דערװעגט ארױסצו־
                            [ 106 ]

                       אינגעלע רינגעלע
שטעקן דעם קאָפּ און אַ געשרײ טאָן אױף די קינדער מיט זײן קװאַ־
קװאַ־לשון:
    --- װאָס שנײדט איר אױס דאָס גראָז פון מײן געמױזאַכץ?
     מאַכט צו אים אינגעלע־רינגעלע:
    --- עס װעט נאָך בלײבן גענוג פאַר דיר, נאַרישער פראָש! דו
שװײג בעסער און באַהאַלט דײן נאַרישן קאָפּ טיף אין געמױזאַכץ,
װאָרים אָט שטײט דאָ דער בושל.
     װי דער פראָש האָט דערהערט דעם נאָמען „בושל“ אַזױ האָט
ער פאַר שרעק געגעבן אַ שפּרונג צוריק אין געמױזאַכץ און באַ־
האַלטן זיך מיט אַלע פרעש צוגלײך.
     און די קינדער האָבן אָנגעשניטן גענוג גרינס פון אַלע מינים
און זײ זענען אַװעק זינגענדיק און שפּרינגענדיק אַהײם.
     גײען זײ אַזױ מיטן ברײטן װעג, און אונטער די פיס ברענט
זײ, פּונקט װי זײ װאָלטן געטראָטן אױף זאַמד פּון מדבר. גיבן זײ
אַ קוק, ערשט טאַקע אַ מדבר! װאונדערן זײ זיך, און אינגעלע־
רינגעלע נאָר מער פון זײ: װי קומען זײ אין מדבר? און װי זײ
װאונדערן זיך אַזױ, ערשט אנטקעגן קומט זײ אָן משה רבינו מיט די
צװײ שטראַלן־הערנער.
     --- שלום־עליכם, קינדער! פון װאַנען קומט איר און װאוהין
גײט איר?
     האָבן אים די קינדער דערצײלט, אַז זײ האָבן אָנגעשניטן גרינס
אױף שבועות און זײ גײען דאָס איצטער אַהײם באַפּוצן די הײזער.
מאַכט צו זײ משה:
     --- דאָס איז גוט, קינדערלאַך! װאַרט, איך װעל מיט אײך אױך
גײן. איך װעל נאָר אַרױף אױפן באַרג סיני. שטײט דאָ אונטן
און װאַרט.
     זענען די קינדער, און מיט זײ אױך אינגעלע־רינגעלע, געבליבן
                               [ 107 ]

                      גרינס אױף שבועות
שטײן אונטן, און משה איז אַרױף אױפן באַרג סיני. באַלד האָט גע־
נומען דונערן און בליצן און אַלצדינג האָט געציטערט און גע־
טרײסלט זיך, און איננעלע־רינגעלע האָט זיך פון די קולות אױפגע־
כאַפּט און דערזען, אַז דרױסן דונערט טאַקע און עס בליצט.
    אָבער אינגעלע־רינגעלע האָט ניט מורא געהאַט פאַר קײן
דונערן און בליצן, האָט ער זיך צוריקגעלײגט און איז װידער אײגגע־
שלאַפן. נאָר װאָס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                          [ 108 ]

                       באַ די בינען
            אַז עס איז געקומען דער חודש תמוז, האָט זיך דער
                 זומער נאָך מער צעהיצט און די מענטשן האָבן
                 נאָר מער געשװיצט. אין שטאָט איז ניט געװען
                 אױסצוהאַלטן, און װער עס האָט געקענט, האָט
                 געכאַפּט די באַן און געלאָפן אין די זומער־פּלעצער,
                 װאו ס'איז קילער און שטילער.
    אינגעלע־רינגעלע איז אױך געפאָרן אין אַ זומער־פּלאַץ, ניט
אַלײן, נאָר צוזאַמען מיט דער מאַמען.
    אָנגעקומען זענען זײ אין דעם זומער־פּלאַץ אין רעכטן מיטנ־
טאָג, און דאָס גאַנצע אָרט איז אים אַזױ געפעלן געװאָרן, אַז ער האָט
זיך אין אײן רגע פאַרגעסן אָן דער שטאָט, פון װאַנען ער איז נאָר־
װאָס געקומען צו פּאָרן. ער האָט געמײנט, אַז ער איז שױן לאַנג,
לאַנג אָט דאָ אין דעם זומער־פּלאַץ, װאו אַלצדינג איז אַזױ פריש און
זיס, שײן און רײן, און ער װעט דאָ זײן און זײן און גאָר קײנמאָל ניט
אַװעק פּון דאַנען.
   די מאַמע איז געװען פאַרמאַטערט פון װעג, אָבער ניט אינגעלע־
רינגעלע. ער האָט דערזען די װעלדער און די פעלדער, די סעדער
און די גערטנער, װאָס אַרום דעם זומער־פּלאַץ, און ער האָט גע־
נומען אומעטום לױפן, אַלײן, אָדער מיט נאָר קינדער, װאָס אַזױ
װי ער זענען זײ אױך געקומען אַהער מיט זײערע מאַמעס פון דער
גרױסער שטאָט, צו פאַרברענגען דאָ אױף דער פרײער לופט איבער
די הײסע טעג.
    אינגעלע־רינגעלע איז געלאָפן פון אײן אָרט צום צװײטן, ער
                              [ 109 ]

                           באַ די בינען
איז באַלד געװאָרן הײמיש מיט די קי, מיט די הינער, מיט די הענער,
מיט די גענדז, מיט די קאַטשקעס, אַלץ אַזעלכע זאַכן, װאָס אין
שטאָט זעט ער דאָס ניט, סײדן אָפּגעמאָלט אין אַ ביכל מיט
צאַצקעס, אָדער גאָר אין חלום, װאָרים אין חלום זעט אינגעלע־
רינגעלע אַ סך זאַכן, װאָס ער זעט דאָס ניט אױפן װאַר.
    אַרומלױפנדיק אַזױ פון אײן אָרט צום צװײטן, האָט אינגעלע־
רינגעלע דערזען אַ בינשטאָק. דאָס איז פאַר אים גאָר געװען אַ נײס,
און ער האָט זיך געװאָלט נענטער צוקוקן צו דעם, טאַקע אַ קוק טאָן
װאָס עס טוט זיך דערינען און זען אױך די בינען. פאַרװאָס ניט?
אין שטאַל צו די קי האָט ער געמעגט ארײנגײן און אַלצדינג באַ־
טראַכט און באַקוקן, און דאָ ניט?
     עד האָט שױן אַ רוק געטאָן זײן הענטל צום בינשטאק און ער
װאָלט באַלד צערײצט די בינען, און די בינען װאָלטן אים צעביסן
אױף טױט. אָבער אין דער רגע האָט זיך באַװיזן דער אַלטער פאַר־
מער און ער האָט גענומען שרײען אױפן אינגעלע מיטן רינגעלע:
    --- ניטע! קריך ניט צום בינשטאָק!
    האָט זיך אינגעלע־רינגעלע דערשראָקן, ניט אַזױ פאַר די בינען,
װי פאַרן פאַרמערס קולות, און ער האָט געװאָלט אַנטלױפן. אָבער
דער פאַרמער איז געװען אַ גוטער מענטש, האָט ער אים אָפּגע־
האַלטן און געזאָגט צו אים:
    --- מײן ניט, אינגעלע, אַז איך טרײב דיך פון בינשטאָק, דער־
פאַר װאָס איך בין שלעכט. איך טרײב דיך דערפאַר װאָס די בינען
זענען שלעכט, כאָטש זײ גיבן אונדז האָניק, נאָר עפּעס בײסן זײ.
און אַז זײ גיבן אונדז אַ ביס, קאָן מען נאָך שטאַרבן אױך. אָבער איך
פאַרשטײ, אַז דו האָסט געװאָלט װיסן װאָס עס טוט זיך אינעװײניק
אין בינשטאָק, אַיאָ?
                             [ 110 ]
					   
                       אינגעלע רינגעלע
    אינגעלע־רינגעלע האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ אױף יאָ, און
דער פאַרמער האָט צו אים װײטער געזאָגט:
    --- אַזױ, װילסטו טאַקע רײסן? נו, װעל איך דיר דערצײלן,
װאָרים איך האָב איצטער גראָד אַביסל צײט, און איך גײ דאָך אַרום
די בינען שױן אַזױ פּיל יאָרן, װײס איך אַלצדינג, װאָס עס טוט זיך בא
זײ. זעץ זיך דאָ אױפּן קלאָץ לעבן מיר, װעל איך דיר דערצײלן־
     דער פאַרמער האָט זיך אַװעקגעזעצט און לעבן אים אינגעלע־
רינגעלע, און דער פאַרמער האָט אים דערצײלט אַז די בינען האָבן
אַ קיניגן, װעלכע רופּט זיך אױך מוטער־בין, װײל זי לײגט די אײע־
לאַך פון װעלכע עס קומען דערנאָך אַרױס די בינען.
     --- און אַ קיניג האָבן זײ די בינען? --- האָט אינגעלע־רינגעלע
אַ פרעג געטאָן אינמיטן דערינען.
     --- נײן, קײן קיניג האָבן זײ ניט, --- האָט דער פאַרמער געענט־
פערט, --- נאָר עס זענען דאָ אַזעלכע בינען, װאָס רופן זיך דראָנען,
אָדער זכרים, און זײ לעבן זיך אַזױ רױ מלכים, טאָן טוען זײ גאָרנישט,
אמתע לײדיקגײער, און זײ לעבן נאָר פון דעם, װאָס אַנדערע אַר־
בעטן פאַר זײ. אָבער אַזױ װי זײ זענען אַזעלכע חברה־לײט, איז מער
װי הונדערט פּון זײ לאָז איך ניט זײן אין בינשטאָק.
     --- װיבאַלד אַז זײ טוען גאָרנישט, האָט אינגעלע־רינגעלע
געפרעגט, --- טאָ אױף װאָס דאַרף מען זײ גאָר, אָט די דראָנען די
פױליאַקעס?
     --- מען דאַרף זײ האָבן, --- האָט דער פאַרמער געענטפערט,
װײל זײ זײנען דער קיניגנס מענער.
     --- אַזױ פּיל מענער! --- האָט זיך אינגעלע־רינגעלע געװאונ־
דערט, --- אַ קיניגן האָט דאָך נאָר אײן מאַן, אַ קיניג.
     --- יאָ, --- האָט געענטפערט דער פאַרמער, --- אַ קיניגן האָט
טאַקע אײן מאַן, אַ קיניג, אָבער די קיניגן פּון די בינען האָט גראָד
                              [ 111 ]

                             באַ די בינען
אַ סך מענער, נאָר מער װי הונדערט מענער לאָז איך ניט אַרײן אין
בינשטאָק. גענוג הונדערט פּוסט־און־פּאַסניקעס! עס זאָל זײן מער,
װעט שױן ניט זײן גוט, װאָרים פּרעסן פּרעסן זײ װי די טײװאָלים און
טאָן טוען זײ דאָך גאָרנישט. נו, װעלן זײ דאָך פאַלן צו לאַסט, װי אַ
ניט־געבעטענער גאַסט, אױפן גאַנצן בינשטאָק. זײ װעלן אַלצדינג
אױפפּרעסן, און פאַר קײנעם װעט ניט בלײבן, און פון דעם גאַנצן
בינשטאָק װעט װערן אַ תל.
     און דאָס האָט דער פאַרמער דערצײלט דעם אינגעלע מיטן
רינגעלע װעגן דעם דריטן סאָרט בינען, די אַרבעטער־בינען, אױף
װעלכע דער גאַנצער בינשטאָק האַלט זיך. זײ אַרבעטן שװער און
ביטער, ניט נאָר פאַר זיך אלײן, נאָר פאַר אַלעמען. נײן, טאַקע מער
פאַר אַלעמען, װי פאַר זיך אלײן. זײ בױען די קעמערלך אין בינ־
שטאָק, זײ טוען דאָרטן אַלע אַרבעטן, זײ שפּײזן אַלעמען, זײ פּאַסן־
אױף אױף די אײעלאַך, װאָס די קיניגן לײגט, זײ זעען, אַז פון די
אײעלאַך זאָלן אַרױסקומען געזונטע בינען, װאָס זאָלן קענען אַר־
בעטן פּונקט װי זײ, און אַ קיניגן אַ שײנע, װאָס זאָל פאַרנעמען דער
קיניגנס אָרט, אױב די קיניגן װעט שטאַרבן. און אױך די דראָנען די
לײדיקגײער האָדעװען זײ אױס. אַלצדינג טוען זײ, און פון זײ קריגן
מיר דאָס דעם האָגיק. קײן זאַך איז פאַר זײ ניט צו שװער, און זײ
האָרעװען אַזױ, האָרעװען איבער די כוחות, ביז זײ האָרעװען זיך
אױס און שטאַרבן אַװעק.
     דער פאַרמער האָט דערצײלט און דערצײלט, און אינגעלע־
רינגעלע האָט אַלץ געהערט און געהערט, און הערנדיק אַזױ איז ער
אײנגעדרעמלט געװאָרן, װײל מיד איז ער שױן געװען פון דעם אַרומ־
לױפן פריער, און דאָ האָט נאָך די פרישע לופט אים פאַרשיכורט
און פאַרשלעפערט.
    און װי ער איז אײנגעררעמלט געװאָרן, אַזױ האָט זיך אים גע־
                               [ 112 ]

                       אינגעלע רינגעלע
נומען חלומען, װי ער גײט אַלץ צום קיניג אין פּאַלאַץ. און דער
פאַרמער זעט ניט, װי אינגעלע־רינגעלע שלאָפט שױן. ער דער־
צײלט אים אַלץ פון די בינען, און אינגעלע־רינגעלע שלאָפט און
חלומט פון דעם קיניגס פּאַלאַץ, װאוהין ער גײט אין חלום.
     גײט ער און גײט, אינגעלע־רינגעלע, גײט ער און גײט צום
קיניג אין פּאַלאַץ, ערשט עס פליט אָן אַ בין מיט אַ זשומערײ און אַ
הודזשערײ. האָט זיך אינגעלע־רינגעלע דערשראָקן, װײל ער האָט
געמײנט, אַז די בין װעט אים אַ ביס טאָן, אָבער די בין האָט אים
גאָרניט געזען. זי האָט גאָר געטראַכט פון איר אַרבעט און זי האָט
געזשומעט און געזונגען:
               --- בין אַ בין,
               בין אַ בין,
               פלי אַהער,
               פלי אַהין.
               זשום־זשום־זשום!
               פלי אַרום
               פון אַ בלום
               צו אַ בלום,
               און איך קום,
               זשום־זשום־זשום!
               קום צו גײן
               גלײך אַהײם.
               בלומען־שטױב
               אױף די פיס,
               און עס פליסט
               האָניק זיס.
     און װי זי האָט דאָס אָפּגעזונגען, אַזױ איז זי ניט געװאָרן --- 
                               [ 113 ]

                       באַ די בינען
              אַװעקגעפלױגן, ניט געװאָרן,
              איבער פעלדער פול מיט קאָרן.
    אָבער באַלד איז אָנגעפלױגן אַ גאַנצע מהנה בינען. די בינען
זענען געװען ניט צופרידן, װאָס זײ דאַרפן אַרבעטן אַזױ שװער און
ביטער, און װאָס די דראָנען טוען גאָרנישט, נאָר זײ פּרעסן, האָבן די
בינען געזשומעט אַ לידל:
              נעמט דעם דראָי
              נעמט אים אָן,
              װאַרפט אַרױס
              אױף אַ שפּאָן,
              װײל ער װיל
              גאָרנישט טאָן.
    דאָ האָבן די בינען דערזען דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע, אַזױ
האָבן זײ געװאָלט אױסלאָזן דעם כעס צו אים און אים צעבײסן. האָט
זיך אינגעלע דערשראָקן, אָבער באַלד האָט ער דערהערט זײן
רינגעלע זאָגט צו אים:
              --- האָב ניט מורא פאַר די בינען,
              איך װעל באַלד אַ מיטל געפינען.
    און גלײך איז געװאָרן אַ פײער און פון פײער האָט גענומען
שפאַרן הױך אַ רױך. די בינען האָבן זיך דערשראָקן פאַרן רױך און
געמאַכט אין אײן רגע פּליטה, און אינגעלע־רינגעלע איז זיך גע־
נאַנגען װײטער זײן װעג.
     ער איז אָפּגעגאַנגען אַ צען טריט, צי אפּשר דאָס אױך ניט,
ערשט װידער די בינען, און דאָס מאָל שױן ניט אלײן, נאָר מיט
זײער קיניגן און די דראָנען די לײדיקגײער אױך. האָט אינגעלע זײ
דערזען, האָט ער געמײנט, אַז זײ װילן אים װידער באַפאַלן, און ער
                              [ 114 ]

                       אינגעלע רינגעלע
האָט שױן געװאָלט בעטן דעם רינגעלע, עס זאָל װידער מאַכן אַ
פײער, אָבער די קיניגן האָט צו אים געזאָגט:
    --- מיר זענען ניט געקומען דיך טשעפּען, אינגעלע! די בינען
זענען געקומען צופליען אין בינשטאָק מיט שרעק און מיט פאַר־
װאונדערונג און האָבן מיר דערצײלט, װאָס פאַר אַ װאונדער־
רינגעלע דו האָסט. האָב איך געזאָגט צו די בינען: לאָמיר אים
נײן איבערבעטן מיט אַ טעפּעלע האָניק. זענען מיר דאָס איצטער
צוליב דעם געקומען, ניט צו געבן דיר אַ ביס, נאָר האָניק זיס.
    און די אַלע בינען האָבן אונטערגעכאַפּט אין כאָר און אױס־
געזונגען:
              --- ניט קײן ביס, ניט קײן ביס,
              נאַ־ צו געבן האָניק זיס־
    און די קיניגן אלײן האָט גלײך אונטערגעטראָגן דעם אינגעלע
דאָס טעפּעלע האָניק האָט אינגעלע זיך פאַרנײגט און געזאָגט:
    --- איך דאַנק דיר, קיניגן!
    האָט זיך די קיניגן אַ דרײ געטאָן און אַ זשום געגעבן אוּן
געזאָגט:
              --- אינגעלע־רינגעלע,
              אינגעלע גוטער!
              רוף מיך ניט קיניגן,
              רוף מיר נאָר מוטער.
    האָט אינגעלע־ריגגעלע זיך איבעראַנײס פאַרנײגט און געזאָגט:
    --- איך דאַנק דיר, מוטער! איך װעל דאָס טעפּעלע האָניק
ברענגען צום קיניג, װעט ער דאָס עסן און װערן גוט און זיס אַזױ װי
דער האָניק איז גוט און זיס.
    און אינגעלע־רינגעלע האָט דערצײלט דער מוטער־בין די גאַנ־
צע געשיכטע, װי ער גײט צום מלך אין פּאַלאַץ, אָבער װעמען ער
באַגעגנט אױפן װעג, זאָגן זײ אַלע, אַז דער מלך איז שלעכט.
                             [ 115 ]

                          באַ די בינען
    האָט די מוטער־בין און די אַלע בינען (נאָר די דראָנען ניט)
אַ זשום געטאָן:
             --- זײ זענען גערעכט:
             דער קיניג איז שלעכט.
    פרעגט אינגעלע:
    פאַרװאָס זאָגן דאָס די דראָנען ניט?
    ענטפערט די מוטער־בין:
    --- די דראָנען זענען אַזעלכע לײדיקגײער װי דער קיניג. אַנ־
דערע טוען פאַר זײ, און זײ אַלײן טוען גאָרנישט.
    פרעגט אינגעלע:
    --- נו, טאָ זאָל איך אלײן עסן דעם האָניק?
    ענטפּערט די מוטער־בין:
    --- אַלײן, אַלײן, װעט זײן מער מצוה.
    און אינגעלע־רינגעלע האָט זיך אַװעקגעזעצט אױף דרערד עסן
דעם האָניק. אָבער דאָ האָט דער פאַרמער, װאָס האָט אים דער־
צײלט אַלץ װעגן די בינען, געכאַפּט זיך, אַז אינגעלע שלאָפט גאָר,
האָט ער אים גענומען װעקן. אינגעלע האָט זיך אױפגעכאַפּט און אַ
האַלב־פאַרשלאָפענער האָט ער גענומען זוכן.
    --- װאָס זוכסטו? --- האָט אים דער פאַרמער געפרעגט.
    --- דעם האָניק, װאָס די בינען האָבן מיד געגעבן, --- האָט
אינגעלע געענטפערט.
    דער אַלטער, גוטער פאַרמער האָט אַ שמײכל געטאָן און
געזאָגט:
    --- אָ, דאָס האָט זיך דיר מסתמא געחלומט, אָבער איך װעל
דיר טאַקע געבן האָניק אױפן װאָר.
    אינגעלע־רינגעלע האָט געקראָגן האָניק, נאָר װאָס עס איז
װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
                            [ 116 ]

                      דודס פידעלע
            אינגעלע־רינגעלע האָט זײער געװאָלט האָבן אַ פידע־
                לע און קענען שפּילן אױף דעם, האָט ער געבעטן
                און געבעטן דעם טאַטן, ער זאָל אים קױפּן אַ
                פידעלע, און ער האָט אַזױ לאַנג געבעטן, ביז דער
                טאַטע האָט אים געקױפט. און ער האָט אים אױך
                געדונגען אַ לערער, ער זאָל אים לערנען שפּילן.
    אינגעלע האָט זיך זײער גוט געלערנט און ער האָט געשפּילט
מיט גרױס חשק און גרױס געפיל. ער האָט זײן פידעלע ליב געהאַט
רױ זײן לעבן. װי ער האָט נאָר געהאַט אַ ביסל צײט, אַזױ האָט ער
גענומען און געשפּילט, און װען ער האָט ניט געשפּילט, איז דאָס
פידעלע געהאַנגען אױף דער װאַנט איבער זײן בעטל, און װען
אינגעלע האָט זיך געלײגט שלאָפן, האָט ער זיך אומגעקערט מיטן
פּנים צו דער װאַנט און געקוקט אױף דעם פידעלע, געקוקט און
געקוקט, ביז די אױגן האָבן זיך אים גענומען קלעפּן און ער איז
אײנגעשלאָפן.
    אײנגעשלאָפּן, גײט ער שױן צום מלך אין פּאַלאַץ. און דאָס
פידעלע טראָגט ער מיט זיך. ער טראַכט: ער װעט קומען צום
מלך אין פּאַלאַץ, װעט ער פאַר אים נעמען שפּילן, װעט דעם מלך
װערן גוט אױפן האַרצן, און ער װעט גוט זײן צו זײן פּאָלק און מער
קײן שלעכטס קײנעם ניט טאָן.
    גײט ער און גײט, אינגעלע־רינגעלע, גײט און טראַכט, מיט
אַמאָל דערהערט ער עפּעס אַ שטים!
    הױבט ער אױף די אױגן און גיט אַ קוק, זעט ער, אַן אַלטער מאַן,
                             [ 117 ]

                      דודס פידעלע
אַזױ װי אַ זײדע, זיצט אױף אַ שטײן, זיצט און זאָגט עפּעס, זאָגט
געשמאַק, מיט אַ ניגון, אַז עס איז אַ פאַרגעניגן:
    „װאױל איז דעם מענטשן, װאָס גײט ניט אַרום מיט רשעים און
שטײט ניט מיט זינדיקע און זיצט ניט מיט פּוסטע מענטשן“.
    מאַכט צו אים אינגעלע־רינגעלע:
    --- װאָס זאָגסטו דאָס, אַלטער מאַן?
    ענטפערט דער אַלטער מאַן:
    --- תהילים זאָג איך דאָס, יונג קינד! װײסטו װאָס דאָס איז?
    זאָגט אינגעלע־רינגעלע:
    --- אַװדאַי װײס איך, װאָס דאָס איז! מײן זײדע זאָגט אױך
תהילים.
    פרעגט דער אַלטער:
    --- און װער איז דײן זײדע?
    ענטפערט אינגעלע:
    --- אַן אַלטער מאַן אַזױ װי דו.
    פרעגט דער אַלטער?
    --- און װער ביסטו אַלײן?
    ענטפערט אינגעלע:
    --- איך אַלײן בין אינגעלע־רינגעלע.
    מאַכט דער אַלטער:
    --- אַזױ? דו ביסט דאָס אינגעלע־רינגעלע? איך האָב געהערט
פּון דיר. מען דערצײלט גאָר פײנע מעשיות פון דיר.
    פרעגט אינגעלע:
    --- און װער ביסטו?
    ענטפערט דער אַלטער:
    --- איך בין דוד המלך, אױב דו האָסט געהערט.
    שרײט אױס אינגעלע:
                             [ 118 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    --- דוד המלך? אַװדאַי האָב איך געהערט פון דיר. מײן זײדע
האָט מיר אַלץ דערצײלט. אָבער דו ביסט דאָך אַ מלך, טאָ װאו
זשע איז דײן קרױן אױפן קאָפּ?
    גיט דוד המלך אַ זיפץ און ער ענטפערט:
    --- שװער צו טראָגן, אינגעלע, אַ קרױן אױפן קאָפּ, האָב איך
זי געלאָזן אינדערהײם אין מײן פּאַלאַץ, און בין מיר געקומען אַהער
זאָגן תהילים. עס װערט מיר גרינגער אױפן האַרצן. מײן איך, אַז איך
בין אַ פּראָסטער מענטש, מיט אַלע מענטשן גלײך.
    פרעגט אינגעלע:
    --- און װאו איז דײן פידעלע? מײן זײדע האָט מיר געזאָגט, אַז
דו האָסט אַ פידעלע, װאָס שפּילט אַלײן.
     מאַכט דוד המלך:
    --- יאָ, יאָ! איבער מײן בעט הענגט דאָס פידעלע, און אַלע
האַלבע נאַכט קומט אַ װינט פון צפון־זײט און נעמט בלאָזן איבער
די סטרונעס, הױבט־אָן דאָס פידעלע אַלײן צו שפּילן און װעקט מיך
אױף און בעט מיר, אַז איך זאָל עס נעמען אין האַנט און שפּילן אױף
דעם. טו איך דאָס, און דאָס פידעלע זינגט און װײנט פאַר פרײד.
     רופט זיך אָן אינגעלע:
    --- אַ, איך װאָלט װעלן הערן װי דו שפילסט!
     זאָגט דוד המלך:
    --- גיב מיר, אינגעלע, דײן פידעלע, װעל איך דיר װײזן.
     האָט אינגעלע־רינגעלע געגעבן זײן פידעלע, און דוד המלך
האָט אױפגעשפּילט אַ זאַך, װאָס די װעלט האָט דאָס ניט געהערט,
און גלײך זענען אָנגעפלױגן אַלע זינג־פױגלען פון גאָר דער װעלט.
זײ זענען געקומען הערן דעם ניגון, װאָס דוד המלך האָט געשפּילט,
כדי דערנאָך אַלײן דאָס צו זינגען. די פױגלען האָבן גאָר אָנגע־
קװאָלן פון דודס שפּילן און װען ער האָט געענדיקט, האָבן זײ גע־
                              [ 119 ]

                      דודס פידעלע
פּאַטשט בראַװאָ מיט זײערע פליגלען. און דעם פראָש, װאָס איז
געזעסן אין געמױזאַכץ, האָט פאַרדראָסן, װאָס מען פּאַטשט דודן
בראַװאָ, האָט ער אױסגעשריען אױף זײן קװאַ־קװאַ־קול:
     --- איך קען בעסערע ניגונים.
     האָבן די פױגלען צו אים געזאָגט אין אַ געלעכטער:
     --- אַנו, אַנו, װײז װאָס דו קענסט.
     האָט דער פראָש געמײנט אױף אַן אמת און ער האָט גענומען
קװאַקען מיט אַלע כוחות. נו־נו! האָט דוד געשמײכלט און די
פױגלען האָבן זיך צעלאַכט און אינגעלע־רינגעלע אױך מיט זײ,
און די פױגלען זענען אַװעקגעפלױגן זינגענדיק:
              --- פראָש, פראָש, גײ אַװעק.
              האָסט אַ קול װי אַ זעג!
              האָסט אַ קול האַרט װי בלעך,
              האָסט אַ קול זיס װי פּעך.
              װאָלסטו קלוג זײן, װאָלסטו געשװיגן,
              ניט געזונגען אונדז אַ ניגון.
    האָט דער פראָש פאַר חרפּה זיך באַהאַלטן אין געמױזאַכץ, און
מען האָט אים שױן מער ניט געזען און מער ניט געהערט. און דוד
המלך האָט צוריקגעגעבן דעם אינגעלע דאָס פידעלע און געזאָגט
צו אים:
    --- נאַ, שפּיל דו איצטער עפּעס, לאָמיר הערן.
    האָט זיך אינגעלע פאַרשעמט און געענטפערט:
    --- איך קען ניט שפּילן אַזױ װי דו, אַדוני מלך! איך לערן זיך
ערשט.
    גיט דוד המלך אַ פּאַטש דעם אינגעלע איבערן פּלײצע און
זאָגט צו אים:
    --- נישקשה, שפּיל, שעם זיך ניט.
                             [ 120 ]

           ]בילד[
  [121]

                      דודס פידעלע
     האָט אינגעלע אָנגעשטעלט דאָס פידעלע און גענומען שפּילן.
און אַלע זינג־פױגלען זענען װידער אָנגעפלױגן װײל זײ האָבן גע־
מײנט, אַז דוד המלך שפּילט װײטער: אַזױ גוט האָט אינגעלע־
רינגעלע געשפּילט! אָבער װען זײ האָבן אַרונטערגעקוקט און
דערזען, װער עס שפּילט דאָס, האָבן זײ זיך געװאונדערט, אַז אַזאַ
קלײן אינגעלע זאָל אַזױ גוט שפּילן, און זײ האָבן געפּאַטשט בראַ־
װאָ מיט זײערע פליגלען, אַזױ װי זײ האָבן פריער געפּאַטשט פאַר
דודן, און זײ זענען אַװעקגעפלױגן אָנזאָגן דער װעלט:
              --- עס װאַקסט אַ נײער דוד,
              פאַר דער װעלט אַ כבוד!
    און דוד המלך האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ: יאָ! יאָ! און ער
איז אױפגעשטאַנען און געזאָגט צום אינגעלע:
    --- קום צו מיר אין פּאַלאַץ װעלן זײ אַלע הערן, װי דו שפּילסט.
    מאַכט אינגעלע:
    --- נײן, איך קען ניט גײן איצטער צו דיר אין פּאַלאַץ. אַן אַנ־
דערש מאָל. איך גײ איצטער צו אַן אַנדער מלך, װאָס אַלע זאָגן
אױף אים, אַז ער איז אַ שלעכטער מלך, װעל איך שפּילן פאַר אים,
װעט ער װערן גוט.
    רופט זיך אָן דוד המלך:
    --- אָ, די שלעכטע מלכים! איך בין אַמאָל אױך געװען אַזאַ
אינגל װי דו, איך האָב אױך געשפּילט אױף אַ פידל פאַר אַ שלעכטן
מלך. אַ שלעכטער און אַ משוגענער איז ער געװען, האָט ער אױף
מיר געװאָרפן זײן שפּיז און מיך שיר ניט דערהרגעט. היט זיך,
מײן קינד, עס זאָל דיר קײן בײז ניט טרעפן! אַז די מלכים װערן
אין כעס, קענען זײ מענטשן דערהרגענען. היט זיך פאַר זײ!
    זאָגט אינגעלע:
                              [ 122 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    --- איך האָב קײן מורא ניט. איך האָב אַ רינגעלע, װאָס װעט
מיך פון אַל־דאָס־בײז היטן.
    זאָגט דוד:
    גײ בשלום און זאָל דיר גאָט באַגליקן דײן װעג.
     איז אינגעלע־רינגעלע געגאַנגען װײטער, איז ער געגאַנגען
און געגאַנגען ביז ער איז מיד געװאָרן און ער האָט שױן מער ניט
געקענט גײן. האָט ער זיך צוגעזעצט אױף אַ שטײן, און װי ער
האָט זיך צוגעזעצט, אַזױ האָט ער אַײנגעדרעמלט, און װי ער
האָט אײנגעדרעמלט, אַזױ איז אָנגעקומען אַ װינט פון צפון זײט
און האָט גענומען בלאָזן איבער די סטרונעס פון אינגעלעס פידעלע,
און ספידעלע האָט אַלײן גענומען שפּילן, האָט זיך אינגעלע
אױפגעכאַפּט און ער האָט דערזען, אַז ער ליגט גאָר באַ זיך אין
בעטל און זײן פידעלע הענגט אױפן װאַנט איבער זײן בעטל, װי
תמיד.
     שלאָפט ער װידער אײן, און עס חלומט זיך אים װײטער, װי
ער גײט צום מלך אין פּאַלאַץ. גײט ער און גײט, מיט אַמאָל דער־
הערט ער עפּעס אַ טרובען און אַ שאַלן: טרו־טרו־אַ! טראַכט
אינגעלע־רינגעלע: װאָס איז דאָס פאַר אַ טרובען אינמיטן דערי־
נען? פאַלט אים אײן, אַז עס מוז שױן זײן נאָענט פון דעם מלכס
פּאַלאַץ, און דאָס טרובעט אַ סאָלדאַט, בלאָזט אין אַ האָרן, אָנצו־
זאָגן, אַז דער מלך קומט צו פאָרן. ער גיט אָבער אַ קוק, ערשט דער
זײדע שטײט לעבן אים און זאָגט אים, אַז עס איז ראש־השנה, אַ נײ
יאָר, בלאָזט מען שופר, מען זאָגט אָן: טרו־טרו־אָ! דאָס נײע
יאָר איז דאָ!
     האָט אינגעלע געװאָלט עפּעס זאָגן, אָבער דער זײדע איז שױן
ניט געװען, און אַרום און אַרום איז װיסט און פּוסט, אַזױ װי אין אַ
מדבר.
                              [ 123 ]

                      דודס פידעלע
     מיט אַמאָל װאַקסט פאַר אים אױס משה רבינו מיט די
שטראַלן־הערנער װי תמיד, און פרעגט אים:
     --- װאָס שטײסטו דאָ, אינגעלע, און װאָס קוקסטו און װאָס
זוכסטו?
     דערצײלט אים אינגעלע־רינגעלע די גאַנצע מעשה, װי אַזױ
ער איז געגאַנגען צום מלכס פּאַלאַץ, און ער האָט דערהערט
טרובענדיק, האָט ער געמײנט, אַז דאָס איז שױן דעם מלכס
פּאַלאַץ און אַ סאָלדאַט בלאָזט דאָס אין האָרן אָנצוזאָגן אַז דער
מלך קומט צו פאָרן. ערשט עס הױבט זיך גאָר ניט אָן! דאָס איז
גאָר ראש־השנה און מען בלאָזט שופר.
    גיט משה רבינו אַ שמײכל און אַ גלעט דעם אינגעלע איבערן
בעקל און זאָגט צו אים:
    --- ראש־השנה איז שױן געװען, נאָך מיט צװײ װאָכן צוריק,
איצטער איז שױן סוכות.
    רופט זיך אָן אינגעלע־רינגעלע:
    --- אַזױ? שױן סוכות?
    ענטפערט משה־רבינו:
    --- געװיס, די אידן זיצן דאָך שױן אין סוכות. קום, װעסטו זען.
    איז אינגעלע־רינגעלע אַװעק מיט משה־רבינון, זענען זײ גע־
גאַנגען און געגאַנגען, ביז זײ זענען געקומען צו דעם אָרט, װאו די
אידן זענען געזעסן אין די סוכות. זאָגט משה־רבינו צום אינגעלע:
    --- זעסט? אָט זיצן זײ אין סוכות, די אידן װעלכע איך האָב
אַרױסגענומען פון מצרים, װאו זײ זענען געװען קנעכט באַ פּרעהן
און זײנע האַרן. איך פיר זײ איצטער קײן ארץ־ישראל. דער װעג
איז אָבער װײט, מוזן זײ זיך אָפּרוען, שטעלן זײ אױף בײדלאַך, ---
אָט די סוכות, װאָס דו זעסט, --- און זײ רוען זיך אָפּ און דערנאָך
נײען זײ װײטער, און אַזױ װעלן זײ גײן, ביז זײ װעלן קומען קײן
                              [ 124 ]

                       אינגעלע רינגעלע
ארץ־ישראל, און אַז זײ װעלן קומען קײן ארץ־ישראל, װעלן זײ פאַר־
זײען פעלדער און פאַרפלאַנצן װײנגערטנער, און אַז עס װעט קו־
מען דער האַרבסט, װעלן זײ אײנזאַמלען די תבואות פון די פעל־
דער און די װײנטרױבן פון די װײנגערטנער און עס װעט זײן אַן
אמתער יום־טוב מיט טענץ און מיט געזאַנג, מיט לולבים און מיט
אתרוגים אין די הענט, און אין סוכות װעלן זײ זיצן זיבן טעג. אָט
דאָס װעט זײן אַ שמחה, אָט דאָס װעט זײן אַ פרײד! איך װעל דאָס
אָבער ניט דערלעבן, איך װעל שטאַרבן!
     און משה־רבינו האָט גענומען װײנען און אינגעלע־רינגעלע
האָט מיט אים מיט־געװײנט, האָבן די אידן אין די בײדלאך דער־
הערט דאָס געװײן, זענען זײ אַרױסגעלאָפן פון די בײדלאך אַ קוק
טאָן װאָס דאָס איז. האָבן זײ דערזען, אַז משה װײנט, האָבן זײ גע־
פרעגט װאָס ער װײנט,. האָט משה צו זײ געזאָגט:
     --- איך מוז שטאַרבן, װאָרים דער טאָג פון מײן טױט איז גע־
קומען. איר זעט אָט יענעם באַרג? אױף אים װעל איך אַרױף און
ניט װערן.
     האָבן זיך די אידן צעװײנט און געזאָגט צו משהן:
     --- און אױף װעמען װעסטו אונדז איבערלאָזן? און װער װעט
אונדז ארײנפירן אין ארץ־ישראל?
     האָט משה געענטפּערט:
     --- יהושע מײן תלמיד װעט אײך ארײנפירן. ער װײסט דעם װעג.
     רופט זיך אָן אינגעלע־רינגעלע:
     --- איך װײס אױך דעם װעג. מײן רינגעלע װעט מיר װײזן דעם
װעג. איך װעל פירן!
     און אינגעלע האָט אַ מאַך געטאָן מיטן רינגעלע און אַ זאָג
געטאָן:
                               [ 125 ]

                      דודס פידעלע
              --- אײנס, צװײ, דרײ, פיר,
               גיט זיך, קינדער, גיך אַ ריר!
      גיט משה רבינו אַ שמײכל און אַ גלעט דעם אינגעלע איבערן
 בעקל און זאָגט צו אים:
     --- נײן, אינגעלע, דו ביסט צו קלײן צו פירן די אידן. יהושע
 װעט זײ פירן.
      און משה רבינו האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט די אידן, האָט זײ
 אַלעמען געבענטשט און איז אַרױף אױפן באַרג, אױפן סאַמע שפּיץ,
 און איז ניט געװאָרן, און אַלע אידן האָבן געװאוסט, אַז ער איז גע־
 שטאָרבן. און אינגעלע־רינגעלע האָט עס אױך געװאוסט. און אַלע
 אידן האָבן זיך צעװײנט און אינגעלע־רינגעלע אױך מיט זײ, און
 װײנענדיק האָט ער זיך אױפגעכאַפּט. טאַטע־מאַמע האָבן זיך דער־
 שראָקן און זענען צוגעלאָפן צו אים.
     --- װאָס איז דיר, מײן קינד? --- האָט די מאַמע געפרעגט, און
 דער טאַטע אױך, --- װאָס האָט זיך דיר געחלומט?
     אינגעלע־רינגעלע האָט זײ דערצײלט װאָס עס האָט זיך אים
 געחלומט. אָבער װאָס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                              [ 126 ]

   מיט דער מלכה־שבאָ באַ שלמה המלך
            דער זײדע האָט דערצײלט דעם אינגעלע מיטן רינגעלע
                װאָס פאַר אַ חכם און װאָס פאַר אַ קענער שלמה
                המלך איז געװען. דער קליגסטער פון אַלע מענטשן
                איז ער געװען. עס איז ניט געװען קײן אײן רעטע־
                ניש, װאָס ער זאָל ניט טרעפן. הײנט האָט ער גע־
                קענט אַלע שפּראַכן, װאָס מענטשן רעדן נאָר, און
אפילו די שפּראַך פון היות און עופות מיט אַלע זײערע האַװאַיעס
און אױך דעם גערױש פון בױמער און גראָזן און פּון װינטן דאָס
בלאָזן --- אפילו דאָס האָט ער פאַרשטאַנען.
    אינגעלע־רינגעלע האָט דאָס געהערט, האָט ער זיך געװאונ־
דערט און מקנא געװען. אים האָט זיך אױך געװאָלט זײן אַזאַ װי
שלמה, ניט קײן מלך, נאָר אַ חכם און אַ קענער, טרעפן אַלץ, װיסן
אַלץ, און פאַרשטײן אַלץ: פאַרשטײן װאָס עס רעדן היות און
עופות, בױמער און גראָזן. יאָ, ער, אינגעלע־רינגעלע, פאַרשטײט
אױך װאָס זײ רעדן, אָבער דאָס איז נאָר אין חלום, און שלמה המלך
האָט פאַרשטאַנען אױפּן װאָר! אַזױ דערצײלט דער זײדע.
    און אינגעלע־רינגעלע לײגט זיך שלאָפן און טראַכט פּון שלמה
המלך, און טראַכטנדיק װערט ער אײנגעשלאָפן, און װערט ער
אײנגעשלאָפּן, אַזױ נעמט זיך אים שױן חלומען, װי ער גײט צום
מלך, װאָס אױף יענער זײט טײך. גײט ער, און קוקט אױפן הימל,
אפּשר װעט זיך גאָט צו אים באַװײזן, אַזױ װי צו שלמהן און פרעגן
אים: אינגעלע־רינגעלע, זאָג מיר, װאָס װילסטו, װעל איך דיר
געבן? און ער װעט ענטפערן, אַזױ װי שלמה האָט געענטפּערט:
                             [ 127 ]

                  מיט דער מלכה שבאָ באַ שלמה המלך
 גיב מיר חכמה, גיב מיר שכל! איך װיל קלוג זײן, איך װיל פאַר־
שטײן אַלץ אין דער װעלט!
     און װי ער קוקט אַזױ אױפן הימל, ערשט ער דערזעט אַ פױגל
 פליט. אָבער אַ מאָדנער פױגל, אַזאַ װאָס ער האָט גאָר קײנמאָל ניט
געזען, מיט אַ פראָנדז פון פעדערן אױפן קאָפּ, און פליט אַזױ מאָדנע,
 גאָר ניט װי אַלע פױגלען. דערמאָנט ער זיך, אַז געזען האָט ער טאַקע
ניט אַזאַ פױגל, אָבער געהערט פון אים האָט ער יאָ: דער זײדע
האָט אים דערצײלט, אַז עס איז פאַראַנען אַזאַ פױגל, װאָס הײסט
אױערהאָן.
     װי אינגעלע־רינגעלע האָט זיך דאָס דערמאָנט, אַזױ האָט ער
גענומען רופן דעם פױגל און פרעגן אים:
     --- אױערהאָן, אױערהאָן!
     זאָג, פון װאַנען קומסטו אָן?
     שרײט דער אױערהאָן אַרונטער מיט אַזאַ מאָדנעס קול:
              --- פון שלמה המלך קום איך אָן,
              אין גאָלד און זילבער אָנגעטאָן.
     װי אינגעלע־רינגעלע האָט דאָס דערהערט, האָט ער זיך אַ כאַפּ
געטאָן מיט גרױס פרײד און זיך אָנגערופן:
     --- טאַקע? פון שלמה המלך? פון אים אַלײן קומסטו צו
 גײן? טאָ דערצײל מיר, װאָס דאָרטן טוט זיך!
     שרײט װידער דער אױערהאָן אַרונטער מיט זײן מאָדנעם קול:
               --- שלמה־המלך זיצט אױפּן טראָן
               אין גאָלד און זילבער אָנגעטאָן.
     זאָגט אינגעלע־רינגעלע:
     --- ניט דאָס װיל איך װיסן. דערצײל מיר פון זײן חכמה. זאָג
 מיר די רעטענישן װאָס ער טרעפט, זינג מיר די לידער װאָס ער
                               [ 128 ]

                       אינגעלע רינגעלע
זינגט, דערצײל מיר װאָס ער רעדט צו די היות און צו די עופות און
װאָס זײ רעדן צו אים.
    ענטפערט דער אױערהאָן:
    --- איך האָב קײן צײט ניט, אינגעלע, מעשיות דיר צו דערצײלן.
איך אײל זיך. שלמה המלך האָט מיך געשיקט מיט אַ װיכטיקער
שליחות און איך מוז זיך אױף גיך אומקערן.
    פרעגט אינגעלע־רינגעלע:
    --- װאוהין האָט ער דאָס דיך געשיקט?
    ענטפערט דער אױערהאָן מיט אַ געלעכטער:
    --- אַלץ װילסטו װיסן, אינגעלע? װעסט דאָך גיך אַלט װערן!
    מאַכט אינגעלע־רינגעלע:
    --- לאַך ניט פון מיר! זײ ניט קײן שלעכטער, און זאָג מיר,
װאוהין האָט דיך שלמה־המלך געשיקט.
    זאָגט דער אױערהאָן:
    --- מיט אַ בריװ צו דער מלכה־שבאָ, זי זאָל קומען צו אים־
     ניט זיך אינגעלע־רינגעלע אַ כאַפּ און איבערן שטערן אַ קלאַפּ:
     --- אַ, צו דער מלכה־שבאָ? װײס איך דאָך
         רופט זיך אָן דער אױערהאָן:
    --- אַלץ װײסטו! פון װאַנען װײסטו דאָס?
     ענטפערט אינגעלע:
     --- דער זײדע האָט מיר פון דער מלכה־שבאָ אױך דערצײלט.
ער האָט מיר דערצײלט, אַז די מלכה־שבאָ קיניגט אין אַ װײטער
מדינה, װאו זאַמד איז טײערער פון גאָלד און זילבער װאַלגערט זיך
אין די גאַסן װי מיסט, אַ, איך װאָלט דאָרטן װעלן אַזױ זײן! איך
װעל מיט דיר אױך פליען.
 צעלאַכט זיך דער אױערהאָן און ער זאָגט:
                             [ 129 ]

                  מיט דער מלכה שבאָ באַ שלמה המלך
     --- װי אַזױ װעסטו פליען? דו האָסט דאָך קײן פליגלען ניט!
     מאַכט אינגעלע:
     --- לאַך ניט אַזױ! איך האָב טאַקע ניט קײן פליגלען, אָבער
איך האָב אַ רינגעלע, ניט קײן פּראָסט רינגעלע, נאָר אַ צױבער־
רינגעלע, און ס'רינגעלע װעט מיר שױן געבן, מיט װאָס צו פליען.
     װיל דער אױערהאָן ניט גלױבן. אָבער אינגעלע־רינגעלע זאָגט
צו אים:
     --- װאַרט, װעסטו זען.
              --- רינגעלע, גיב מיר אַ װאָגן אָן פערד,
               זאָל פליען אין הימעל, ניט אױף דער ערד!
     און אין אײן אױגנבליק איז געװאָרן אַן עראָפּלאַן. אינגעלע
האָט זיך ארײנגעזעצט אין עראָפּלאַן, און דער עראָפּלאַן האָט גע־
נומען קלאַפּן מיט די פליגלען און זיך אױפגעהױבן פּון דער ערד
הױך, הױך, אַזױ הױך, װי דער אױערהאָן און אפשר נאָך העכער־
און דער אױערהאָן האָט זיך געװאונדערט און געװאונדערט און גאָר
ניט געקענט זיך אָפּװאונדערן.
     איז דער אױערהאָן געפלױגן װײטער זײן װעג, מיטן בריװ פון
שלמה־המלך צו דער מלכה־שבאָ, אָנגעבונדן אָן זײן פליגל, און
אינגעלע־רינגעלע איז געפלױגן גלײך מיט אים אין דעם עראָפּלאַן.
זענען זײ געפלױגן און געפלױגן, ביז זײ זענען געקומען צו פליען צו
דער מלכה־שבאָ. דער אױערהאָן האָט זיך אַראָפּגעלאָזן צו דער
מלכה־שבאָ גלײך אױפן שױס, און די מלכה־שבאָ האָט אָפּגעבונדן
דעם בריװ פון דעם אױערהאָנס פליגל און געלײענט, אַז שלמה
המלך װיל זי גלײך זען.
     זאָגט די מלכה־שבאָ:
     --- װי אַזױ קען איך צו אים גלײך קומען, אַז פון מײן מדינה צו
                               [ 130 ]

                       אינגעלע רינגעלע
שלמהס מדינה איז אַ מהלך פון זיבן יאָר, טאַקע ניט אין חלום, נאָר
אױפן װאָר?
    מישט זיך ארײן אינגעלע־רינגעלע און ער זאָגט צו דער מלכה־
שבאָ:
    --- אױב דו װילסט, קיניגין, װעל איך דיך נעמען אין מײן עראָ־
פּלאַן, װעסטו קענען קומען גלײך צום קיניג שלמה.
    פּאַטשט דער אױערהאָן צו מיט די פליגלען און ער זאָגט:
    --- יאָ, ריכטיק, קיניגן פון שבאָ!
    גיט זיך די מלכה־שבאָ אַ קער צום אינגעלע און זאָגט:
    --- װער ביסט, אינגעלע? ביסטו ניט שלמה המלכס אַ זון?
    ענטפערט אינגעלע:
    --- נײן, קיניגן! איך בין ניט שלמה המלכס אַ זון און ניט דער
זון פון אַן אַנדער מלך. איך בין אַ פּראָסט אינגעלע, נאָר אַזױ װי איך
האָב אַ רינגעלע, װאָס טוט פאַר מיר אַלץ אין דער װעלט, רופּט מען
מיך דערפאַר אינגעלע־רינגעלע.
     מאַכט די מלכה־שבאָ:
    --- אַזױ? ביסטו דאָס אינגעלע־רינגעלע? אױב אַזױ, איז שױן
באַ מיר אַלץ רעכט און איך װעל קײן קשיות ניט פרעגן.
     האָט די מלכה־שבאָ מיט זיך גענומען טײערע מתנות צו
ברענגען צום קיניג שלמה און זי האָט זיך ארײנגעזעצט מיט אינ־
געלע־רינגעלע אין עראָפּלאַן, און זײ זענען געפלױגן פײל פון בױגן
דער אױערהאָן איז געפלױגן אַפריער און האָט זײ געװיזן דעם װעג.
    אין דעם זעלביקן טאָג זענען זײ געקומען צו פליען צו שלמה
המלך, און מען האָט זײ ארײנגעפירט אין זײן גלעזערנעם פּאַלאַץ,
װאו אַלצדינג, פון דיל ביז אַרױף צום סופיט, איז געװען פון גלאָז,
פון דעם טײערסטן געשליפענעם גלאָז.
     אַז די מלכה־שבאָ האָט דאָס דערזען, האָט זי זיך דערשראָקן,
                              [ 131 ]

                  מיט דער מלכה שכאָ באַ שלמה המלך
װײל זי האָט געמײנט, אַז דער פּאַלאַץ שטײט אין אַ טײך מיט װאַ־
סער, און אינגעלע־רינגעלע האָט זיך אױך דערשראָקן, װײל ער האָט
אױך געמײנט אַז עס איז פון װאַסער און ער װעט באַלד װערן אַ
נאַסער. און װען די מלכה־שבאָ האָט פאַר שרעק אױסגעטאָן די
שיך, האָט אינגעלע־רינגעלע אױך אױסגעטאָן די שיך. שלמה
המלך האָט דאָס דערזען, האָט ער אַ שמײכל געטאָן, װײל ער האָט
פאַרשטאַנען זײער טעות. מאַכט ער צו זײ:
    --- האָט קײן מורא ניט! עס איז ניט קײן װאַסער, נאָר גלאָז
    זאָגט די מלכה־שבאָ:
    --- װאָס טױג דיר, קיניג, אַ פּאַלאַץ פון גלאָז, אַז דו קענסט
מאַכן אַ פּאַלאַץ פון גאָלד? אױב דו האָסט ניט, װעל איך דיר נעבן,
װײל באַ מיר אין לאַנד איז דאָ גאָלד װי מיסט.
    ענטפערט שלמה המלך:
    --- מײן ניט, קיניגן, אַז איך בין אַזאַ אָרימאַן. איך האָב אױך
גענוג גאָלד אױף צו מאַכן אַ פּאַלאַץ, אָבער אין אַ גאָלדענעם פּאַלאַץ
װעל איך ניט זען דאָס פאָלק און דאָס פאָלק װעט מיך ניט זען, און
אין אַ גלעזערנעם פּאַלאַץ זע איך דאָס פאָלק און דאָס פאָלק זעט
מיך.
    איז דאָס דער מלכה־שבאָ געפעלן געװאָרן און זי האָט געזאָגט
צו שלמהן:
    --- נו, איך זע שױן, אַז דו ביסט אַ קלוגער. איצטער טרעף מיר
אַ רעטעניש:
              פון דער ערד קריכט אַרױס,
              װי אַ װאַסער גיסט זיך אױס,
              און ספילט־אָן דאָס גאַנצע הױז.
    ענטפערט שלמה:
    --- נאַפט, װײל אַז מען צינדט עס אָן, װערט ליכטיק אין הױז.
                             [ 132 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    מאַכט די מלכה־שבאָ:
    --- געטראָפן. איצטער זאָג מיר, װאָס איז דאָס:
             װי עס גיט אַ בלאָז אַ װינט,
             בױגט ער אײן דעם קאָפּ געשװינט.
             פאַר רײכע איז עס אַ פּוץ,
             פאַר אָרימע --- אַ נוץ,
             פאַר לעבעדיקע --- אַ סוף,
             פאַר זינדיקע --- אַ שטראָף,
             פאַר פױגל --- אַ פרײד,
             פאַר פיש --- אַ לײד.
    ענטפערט שלמה:
    --- לײן. װײל אַז דער לײן װאַקסט אױפן פעלד און דער װינט
בלאָזט, רױשן די שטענגלאך און די קעפּלאך בױגן זיך. פון פלאַקס
װעבט מען פײנע לײנען פאַר רײכע, און גראָבן, שטאַרקן לײװנט
פאַר אָרימע. אַ מענטש, אַז ער שטאַרבט, באַגראָבט מען אים אין
תכריכים, געמאַכט פון לײװנט. באַשטראָפט מען אַ פאַרברעכער,
הענגט מען אים אױף אױף אַ שטריק װאָס איז געמאַכט פון פלאַקס.
די פױגל פּיקן די קערנער פון לײן, בעת דאָס װאַקסט אױפן פעלד,
און פיש כאַפּט מען אין נעצן, געפלאָכטן פון פלאַקס.
    זאָגט די מלכה־שבאָ:
    --- אױך געטראָפן!
    גיט דערנאָך דער קיניג שלמה אַ קוק אױפן אינגעלע און ער
פרעגט די קיניגן פון שבאָ:
    --- איז דאָס דײן זון, קיניגן?
    ענטפערט די מלכה־שבאָ:
    --- נײן, קיניג! דאָס איז אינגעלע־רינגעלע. ער האָט דאָס
מיך געבראַכט אַהער אױף אַ לופט־שיף אין אײן טאָג.
                            [ 133 ]

                  מיט דער מלכה שבאָ באַ שלמה המלך
    מאַכט שלמה המלך:
    --- אָ, אינגעלע־רינגעלע? איך האָב געהערט פּון אים. נו,
זאָל ער בלײבן באַ מיר און מיט זײן רינגעלע בױען פאַר מיר שיפן,
װאַסער־שיפן און לופט־שיפן.
    --- נײן, אַדוני מלך! איך קען איצטער באַ דיר ניט בלײבן.
איך מוז גײן צו אַן אַנדער מלך, װעלכער געפינט זיך אױף יענער
זײט טײך. איך גײ שױן צו אים אַ לאַנגע צײט, נאָר שטענדיק מאַכט
זיך עפּעס אין װעג און איך קען צו אים ניט קומען.
    רופּט זיך אָן די מלכה־שבאָ:
    --- און װער װעט מיך צוריק אהײם ברענגען?
    זאָגט שלמה המלך:
    --- דאָס װעל איך שױן באַזאָרגן, קיניגן! איך האָב אַ גרױסן
אָדלער, װעסטו זיך אױף אים זעצן רײטנדיק, װעט ער דיך ברענגען
אין אײן טאָג אהײם.
    און צום אינגעלע האָט שלמה המלך געזאָגט:
    --- גײ בשלום און קום צו מיר נאָך אַ מאָל.
    און די מלכה־שבאָ האָט דאָס צו אים אױך געזאָגט, און זײ האָבן
אים בײדע געגעבן מתנות, און אינגעלע־רינגעלע איז אַװעק. אָבער
װאָס ס'איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                             [ 134 ]

      שלמה המלך געװאָרן אַ בעטלער!
             גײט אינגעלע־רינגעלע צום מלך אין פּאַלאַץ, װאָס אױף
                 יענער זײט טײך, גײט ער און טראַכט: װאָס פאַר
                 אַ קלוגער קיניג שלמה איז! דער קיניג װאָס אױף
                 יענער זײט טײך מוז ניט זײן אַזױ קלוג װי שלמה.
                 נאָר ער װעט קומען, װעט ער זען. אדרבא, ער
                 װעט בא יענעס קיניג אױף טשיקאַװעס פרעגן די
רעטענישן, װאָס די מלכה־שבא האָט געפרעגט באַ שלמהן װעט
ער זען צי ער װעט זײ קענען טרעפן, צי ניט? און אַז ער װעט ניט
טרעפן, װעט ער זאָגן צו אים:
    --- נו, און דו אינגעלע־רינגעלע, װײסט די רעטענישן?
     װעט ער ענטפערן:
    --- אַװדאַי װײס איך, אַדוני קיניג! אַז איך װאָלט ניט װיסן,
װאָלט איך ניט געפרעגט.
     װעט דער קיניג זאָגן:
     --- נו, טאָ זאָג!
     װעט אינגעלע זאָגן:
    --- װאָס װעסטו מיר דערפאַר געבן, אַדוני קיניג?
     װעט דער קיניג פרעגן:
    --- זאָג, װאָס װילסטו?
     װעט אינגעלע זאָגן:
    --- גיב מיר דאָס פײפעלע, מיט װאָס דו רופסט אַרױס די
מכשפים און מכשפות פון צױבער־אינדזל.
    װעט דער קיניג זאָגן:
                              [ 135 ]

                   שלמה המלך געװאָרן אַ בעטלער
    --- דאָס גאָר, אינגעלע? אפשר װילסטו נאָך עפּעס?
    װעט אינגעלע זאָגן:
    --- איך װיל, אַז דו זאָלסט זײן גוט צו דײן פאָלק.
    אָבער דער קיניג איז אַ שלעכטער, װעט ער זאָגן:
    --- נײן, דאָס קאָן איך דיר ניט טאָן.
    און מיט כעס זיך אַ הױב טאָן פּון טראָן.
    און אינגעלע־רינגעלע װעט אים ניט זאָגן, װאָס די רעטענישן
זענען, און ער װעט אַװעקגײן צוריק צום קיניג שלמה און הערן
װידער זײן חכמה און זען װידער זײן גרױסקײט. יאָ! און ער װעט
ניט פאַרגעסן צו בעטן באַ שלמהן, ער זאָל אים װײזן זײן װאונדער־
רינג. װאָרים דער זײדע האָט אים אױך דערצײלט, אַז שלמה המלך
האָט געהאַט אַ װאונדער־רינג, מיט װעלכן ער האָט אַלצדינג אין
דער װעלט געקענט טאָן. פריער, אַז ער איז געװען מיט דער מלכה
שבאָ באַ שלמהן, האָט ער גאָר פאַרגעסן צו בעטן באַ אים דעם
רינג אַ קוק טאָן. אַז ער װעט אָבער באַ אים זײן נאָכאַמאָל, װעט ער
שױן ניט פאַרגעסן, און ער װעט אױספּרואװן, װעלכער רינג קען
אױפטאָן מער װאונדער, זײנער, צי שלמהס?
    אָט אַזױ איז אינגעלע־רינגעלע געגאַנגען און האָט געטראַכט־
מיט אַמאָל דערהערט ער אײנער שרײט פון הינטן:
    --- אַני שלמה, איך בין שלמה המלך!
     אינגעלע־רינגעלע האָט גלײך דערקענט דאָס קול, אַז עס איז
שלמה המלכס, נאָר ער דרײט זיך אום אַ קוק צו טאָן, זעט ער, אַז
עס איז גאָרניט שלמה, גאָרניט דער, װעלכן ער האָט געזען זיצנדיק
אױפן טראָן אין דעם גלעזערנעם פּאַלאַץ מיט דער קרױן אױפן קאָפּ!
װער דען שרײט דאָס? עפּעס אײנער אַ בעטלער, װאָס איז אַ שרעק
צו קוקן אױף אים.
     אָבער דער בעטלער הערט ניט אױף צו שרײען: אני שלמה,
                             [ 136 ]

                       אינגעלע רינגעלע
איך בין שלמה המלך! טראַכט אינגעלע־רינגעלע: אַזױ אַ
משוגענער, װעלכער האָט זיך אײנגערעדט, אַז ער איז שלמה המלך!
אָבער נײן, עס איז פאָרט שלמהס קול! װאונדערט זיך אינגעלע־
רינגעלע און ער קאָן ניט פאַרשטײן.
    און דער בעטלער גײט אַלץ און גײט און שרײט: אַני שלמה,
איך בין שלמה המלך! און ער האָט זיך אַלץ דערנענטערט צו
אינגעלע־רינגעלע. און אַז ער איז צוגעקומען נאָענט צו אים, האָט
ער אױסגעשריען נאָך העכער:
    --- אינגעלע־רינגעלע, דו דערקענסט מיך גאָר ניט? איך בין
דאָך שלמה המלך! דו ביסט דאָך באַ מיר אלײן געװען מיט דער
מלכה־שבאָ?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- נאָכן קול דערקען איך דיך, אָבער נאָכן אױסזען ניט.
    זאָגט דער בעטלער צו אים:
    --- לאָמיר זיך זעצן, אינגעלע־רינגעלע, אָט דאָ אױפן שטײן,
װעל איך דיר דערצײלן אין קורצן אַלץ װאָס מיט מיר האָט געטראָפן,
װעסטו װיסן פאַרװאָס איך זע אַזױ אױס.
    האָבן זײ זיך בײדע אַװעקגעזעצט אױפן שטײן, און דער בעט־
לער, װאָס האָט געזאָגט, אַז ער איז שלמה, האָט גענומען דערצײלן:
    --- װײסט דאָך, אינגעלע־רינגעלע, אַז איך האָב אַלצדינג אין
דער װעלט געקענט קריגן, קריגן און מאַכן אַלע זאַכן, װאָס מײן
האַרץ געלוסט נאָר. האָסט מסתמא געהערט פון מײן װאונדער־
רינג?
    --- יאָ, יאָ, אַװדאי האָב איך געהערט! --- האָט אינגעלע־ריגגעלע
געזאָגט, --- דער זײדע האָט מיר אַלצדינג דערצײלט. װעגן דײן
װאונדער־רינג אױך. איך האָב אױך אַ װאונדער־רינגעלע. גע־
                             [ 137 ]

                   שלמה המלך געװאָרן אַ בעטלער
דענקסט, האָסט מיך געבעטן, איך זאָל באַ דיר בלײבן און בױען פאַר
דיר שיפן מיט מײן רינגעלע?
    --- איך װײס און געדענק, --- האָט געענטפערט דער בעטלער,
װאָס ער האָט געזאָגט, אַז ער איז שלמה, --- אָבער הער זיך אײן,
װאָס איך װיל דיר דערצײלן. איך האָב אַלצדינג אין דער װעלט גע־
קענט קריגן. עס איז אָבער געװען אײן זאַך אױף דער װעלט װאָס
עס איז מיר שװער געװען צו קריגן: דאָס איז געװען דער שאָמיר,
אַזאַ טײערער בריליאַנט, װאָס איז האַרטער פון שטאָל און שאַרפער
פון דימענט. װײסט דאָך אינגעלע, אַז פון שטאָל מאַכט מען די
שאַרפסטע מעסערס, װאָס מען קען מיט זײ שנײדען האָלץ און אַנ־
דערע זאַכן. און דאָס װײסטו מסתמא אױך, אַז מיט אַ דימענט קען
מען שנײדן גלאָז. אָבער מיטן שאָמיר, װאָס איך זאָג דיר, קען מען
שנײדן שטײנער און שפאַלטן בערג.
    --- אַזאַ שאַרפע זאַך איז דאָס? --- האָט זיך אינגעלע־רינגעלע
געװאונדערט.
    --- יאָ, יאָ! --- האָט געענטפערט דער בעטלער, װאָס ער זאָגט,
אַז ער איז שלמה המלך, אַזאַ שאַרפע זאַך איז דאָס, און איך האָב
דאָס געדאַרפט האָבן נױטיק װי לעבן, װײל איך האָב געדאַרפט
בױען דעם בית־המקדש פון שטײנער, װעלכע האָבן געדאַרפט זײן
ניט מיט אַ זעג געזעגט און ניט מיט אַ האַק געהאַקט און ניט מיט
אַ האַמער געקלאַפּט. הײנט װאו זשע קריג איך דעם שאָמיר? האָט
מען מיר געזאָגט, אַז נאָר דער אַשמדאַי, דער קיניג פון די שדים,
װײסט װאו דאָס איז. נו, האָב איך מיט מײן װאונדער־רינג געפּאַקט
דעם אַשמדאַי און אים פאַרנאַרט אין מײן פּאַלאַץ ארײן און ער האָט
שױן מיר געמוזט אױסזאָגן װאו אָט דער שאָמיר געפינט זיך.
    --- עס איז אַ לאַנגע מעשה צו דערצײלן, אינגעלע־רינגעלע,
און איך װײס דאָך, אַז דו אײלסט זיך, דו גײסט צום מלך, װאָס אױף
                            [ 138 ]

                       אינגעלע רינגעלע
יענער זײט טײך, נו, מאַך איך דאָס בקיצור. דעם אשמדאי האָט
פאַרדראָסן, װאָס איך האָב אים פאַרנאַרט אין מײן פּאַלאַץ אַרײן און
װאָס איך האָב באַ אים אַרױסגעקראָגן דעם סוד װעגן דעם שאָמיר.
אַחוץ דעם האָט ער מיר אױך ניט פאַרגונען מײן גרױסקײט. זאָגט
ער צו מיר אײנמאָל: „גיב מיר, שלמה, דײן רינג, װעל איך דיר װײזן
װאָס איך קען“. האָב איך אים געגעבן, און װי איך האָב אים געגעבן,
אַזױ האָט ער צעשפּרײט זײנע פליגלען, אַזױ צעשפּרײט, אַז ער האָט
דערלאַנגט רעם הימל, און עס איז פינצטער געװאָרן, אַזױ פינצטער,
אַזש מען האָט גאָרנישט ניט געקענט זען. האָט ער אױפגעעפנט
זײן מױל און מיך אַ שלונג געטאָן און גלײך צוריק אױסגעשפּיגן און
פאַרשלײדערט מיך װײט־װײַט, איבער פּוסטע װעלדער, און װיסטע
פעלדער און ער אַלײן, דער אשמדאי, איז אַװדאַי געבליבן זיצן אין
מײן פּאַלאַץ אױף מײן טראָן מיט מײן קרױן אױף זײן קאָפּ, און איך
גײ אַרום פון לאַנד צו לאַנד, פון שטאָט צו שטאָט, גײ אַרום איבער
די הײזער און בעטל ברױט, איך גײ אַרום און איך שרײ: אַני שלמה,
איך בין שלמה המלך! אָבער קײנער גלױבט מיר ניט. אַלע האַלטן
מיך פאַר אַ משוגענעם, און צעלאָזענע יונגען לױפן מיר נאָך און
װאַרפן אױף מיר שטײנער און שרײען: אָט איז דער משוגענער,
װאָס ער זאָגט, אַז ער איז שלמה! װאַרעם זײ זאָגן אַלע, אַז שלמה
זיצט דאָך אין פּאַלאַץ, זיצט אױפן טראָן מיט דער קרױן אױפן קאָפּ.
זײ װײסן ניט אַז דאָס זיצט דער אשמדאי אױף מײן אָרט. זײ װילן
מיך ניט דערקענען. דו האָסט מיך כאָטש נאָך מײן שטים דער־
קענט, און זײ װילן גאָרניט דערקענען. װאָס זאָל איך טאָן?
     און ער האָט זיך צעװײנט, און דעם אינגעלע האָט דאָס האַרץ
פאַרקװעטשט און ער האָט אױף אים גרױס רחמנות געקראָגן און ער
האָט געזאָגט צו אים:
     --- װײן ניט, קיניג! איך גלױב דיר, אַז דו ביסט שלמה. עס איז
                              [ 139 ]

      שלמה המלך געװאָרן אַ בעטלער
נאַ־נישט, װאָס דו זעסט אױס װי אַ בעטלער. דאָס איז דערפאַר װאָס
דער אשמדאי האָט פון דיר אַראָפּגעשלעפּט דײנע קיניגלאכע קלײ־
דער און זײ אַלײן אָנגעטאָן. קום, איך האָב דאָך מײן װאונדער־
רינגעלע, װעל איך דיר שױן העלפן. איך װעל אַרױסטרײבן דעם
אשמדאי פון דײן פּאַלאַץ און דו װעסט זיך צוריק זעצן אױף דײן
טראָן.
    מאַכט צו אים שלמה:
    --- דו ביסט זײער אַ גוט קינד. אָבער דו דאַרפסט דאָך גאָר גײן
צום מלך, װאָס אױף יענער זײט טײך?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- אַ דאגה, װעל איך אַן אַנדערש מאָל גײן. איך װעל אַפריער
דיך ראַטעװען פון דײן אומגליק. קום, קיניג!
    און זײ האָבן זיך בײדע אױפגעהױבן פּון שטײן און גענומען
גײן, און װאָס עס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                           [ 140 ]

     אינגעלע־רינגעלע פאַרטרײבט דעם אַשמדאַי
             גײט אינגעלע־רינגעלע מיט שלמה המלך, און שלמה
                המלך רעדט קײן װאָרט ניט, נאָר ער זיפצט. זאָגט
                צו אים איננעלע־רינגעלע:
                   --- װאָס זיפצסטו, אַדוני קיניג?
                   ענטפערט שלמה:
                   --- דו װײסט גאָרניט, װאָס איך זיפץ? איך זיפץ
אױף מײנע צרות, אַז דער אַשמדאַי, דער קיניג פון די שדים, זיצט
אױף מײן טראָן, און איך דאַרף זיך אַרומשלעפּן װי אַ בעטלער!
     מאַכט אינגעלע־רינגעלע:
     --- גײ איך דאָך אים אַראָפּטרײבן, און דו װעסט זיך צוריק זעצן
אױף דײן טראָן, אין גאָלד און זילבער אָנגעטאָן
     זאָגט שלמה:
     --- יאָ! אָבער װער װײס, צי דיר װעט זיך דאָס אײנגעבן? דו
ביסט דאָך נאָר אַלעמען אַ קלײן אינגעלע, און דער אַשמדאַי איז
גרױס און שטאַרק!
     מאַכט אינגעלע:
     --- דאָס איז גאָרנישט, װאָס איך בין קלײן און ער איז גרױס. אָט
איז דײן אײגענער פאָטער, דוד המלך, געװען אַמאָל אַ קלײן אינגל,
און גלית דער פּלישתי איז געװען אַ ריז, אַ ריז מיט אַ שפּיז, און פונ־
דעסטװעגן איז דײן פאָטער אים בײגעקומען מיט אַ קלײן שטײנדל.
און איך זאָג דיר, אַז איך װעל אױך בײקומען דעם אַשמדאַי. מיט
מײן װאונדער־רינגעלע װעל איך אים בײקומען. װעסט זען, װאָס
עס װעט געשען!
                               [ 141 ]

               אינגעלע רינגעלע פאַרטרײבט דעם אשמדאי
    זאָגט שלמה:
    --- יאָ! אָבער ער האָט דאָך אױך אַ װאונדער־רינג.
    מאַכט אינגעלע:
    --- דאָס איז גאָרנישט. װעסט זען, װאָס עס װעט געשען!
    און זײ זענען געגאַנגען אַלץ װײטער און װײטער. אָבער דער
װעג צו דער שטאָט ירושלים, װאו שלמה המלכס פּאַלאַץ איז גע־
שטאַנען, איז געװען זײער װײט. און װען מען זאָל גײ· דעם גאַנצן
װעג צופוס, װאָלט דאָס געדױערט זײער זײער לאַנג.
     זאָגט אינגעלע:
     --- איך װעל בעטן מײן רינגעלע, װעט עס אונדז שױן געבן אין
װאָס צו פאָרן, אָדער גאָר צו פליען.
    און אינגעלע האָט שױן געװאָלט בעטן זײן רינגעלע. אָבער דאָ
האָט זיך איבער זײערע קעפּ באַװיזן אַ גרױסער אָדלער. גיט שלמה
אַ קוק, זעט ער, עס איז זײן אָדלער, אױף װעלכן ער פלעגט שטענדיק
פאָרן רײטנדיק. נעמט ער אים רופן:
              --- אָדלער, אָדלער, קום אַראָפּ,
              נעם דײן קיניג, פיר אים אָפּ!
     ענטפערט דער אָדלער:
              --- ביסט ניט קײן קיניג, נאַר ניט אָפּ!
              טראָגסט קײן קרױן ניט אױף דײן קאָפּ.
    און דער אָדלער איז אַװעקגעפלױגן, און שלמה האָט זיך
צעװײנט.
    --- אפילו מײן אײגענער אָדלער דערקענט מיך ניט! --- האָט
ער געזאָגט. --- קײנער, קײנער װיל מיר ניט גלױבן, אַז איך בין
שלמה המלך. װײ צו מײנע יאָרן, װאָס פון מל איז געװאָרן!
    זאָגט צו אים אינגעלע־רינגעלע:
                              [ 142 ]

           ]בילד[
  [ 143 ]
               אינגעלע רינגעלע פאַרטרײבט דעם אַשמדאַי
     --- װײן ניט, װײן ניט, אַדוני קיניג! איך װעל דיך ברענגען
צוריק אין דײן פּאַלאַץ און דו װעסט װײטער זײן קיניג פון ארץ־
ישראל, אַזױ װי אַמאָל.
     און אינגעלע האָט דערנאָך אַ זאָג געטאָן צו זײן רינגעלע:
              --- רינגעלע, רינגעלע,
              װײט איז דער װעג.
              קײן ארץ־ישראל
              פיר אונדז אַװעק!
     און װי ער האָט דאָס אָפּגעזאָגט, אַזױ איז גלײך געקומען צו
פליען אַ פלי־װאָגן, געפירט פּון אַ מאָדנער באַשעפעניש, װאָס איז
געװען האַלב־פערד האַלב־אָדלער. און אינגעלע־רינגעלע האָט זיך
אַרײנגעזעצט מיט שלמהן אין דעם פלי־װאָגן, און אין אײן האַלבע
שעה זענען זײ שױן געװען אין ירושלים.
     אינגעלע־רינגעלע איז אַװעק מיט שלמהן צום פּאַלאַץ. אָבער
װי זײ זענען געקומען צום פּאַלאַץ, האָבן די װעכטער זײ גיט אַרײנ־
געלאָזן, װײל שלמה האָט דאָך אױסגעזען װי אַ בעטלער און
אינגעלע־רינגעלע האָבן זײ גלאַט ניט געװאָלט ארײנלאָזן, װאָרים
ניט זײ האָבן אים געקענט, ניט זײ האָבן אים געװאוסט, און דער
אַשמדאַי װאָס איז געזעסן אױפן טראָן האָט די װעכטער טאַקע
שטרענג אָנגעזאָגט ניט ארײנצולאָזן קײן בעטלער און אױך אַזעלכע
װאָס זײ װײסן ניט און קענען ניט.
    זאָגט שלמה צום אינגעלע:
    --- װאָס זשע װעט איצטער זײן?
    ענטפערט אינגעלע:
    --- איך װײס שױן װאָס צו טאָן. דו בלײב שטײן אינדרױסן, און
איך װעל בעטן מײן רינגעלע, עד זאָל מאַכן אַזױ, אַז איך זאָל װערן
אַ „רואה ואינו נראה“, --- איך זאָל אַלעמען יאָ זען און קײנער זאָל
                              [ 144 ]

                       אינגעלע רינגעלע
מיד ניט זען, און אַזױ װעל איך ארײן אין פּאַלאַץ און װעל אַרױס־
טרײבן דעם אַשמדאַי און דו װעסט דערנאָך גײן און פאַרנעמען
צוריק דעם טראָן־
    און אַזױ איז געװען. שלמה איז געבליבן שטײן אינדרױסן און
אינגעלע האָט עפּעס אַ זאָג געטאָן צום רינגעלע, און עס איז גלײך
געװאָרן אַזױ, אַז ער האָט אַלעמען יאָ געזען און אים האָט קײנער
ניט געזען, און אַזױ איז ער ארײן אין פּאַלאַץ, און ער איז דורכגע־
גאַנגען אַלע צימערן און אַלע זאַלן, און קײנער האָט אים ניט געזען,
און אַזױ איז ער אַרײן אין דעם זאַל, װאו עס איז געשטאַנען דער
טראָן, אױף װעלכן דער אַשמדאַי איז געזעסן אָנגעטאָן אין שלמהס
קיניגלאכע קלײדער און אַרומגערינגלט פון אַלע זײנע מיניסטאָרן
און גענעראַלן.
    קײנער האָט ס'אינגעלע ניט באַמערקט, מען האָט נאָר דער־
הערט עפּעס אַ שאָרך, און אַלע האָבן זיך אַרומגעקוקט, און דער
אַשמדאַי האָט זיך אױך אומגעקוקט און ער האָט זיך אָנגערופן:
    --- איך הער עפּעס װי אימיצער איז אַרײן, אָבער זען זע איך
קײנעם ניט.
    און אַלע מיניסטאָרן און גענעראַלן האָבן געענטפערט:
    --- יאָ, מיר הערן עפעס אױך, אָבער זען זען מיר גאָרנישט,
גרױסער קיניג!
    און אינגעלע־רינגעלע האָט זײ אַלעמען געזען און זיך צעלאַכט
הױך אױפן קול. האָבן זײ זיך גאָר דערשראָקן, און דער אַשמדאַי
נאָך מער פון אַלעמען און ער האָט אַ געשרײ געטאָן:
    --- װער לאַכט דאָס? איז דאָס אַ שד, אָדער אַ רוח?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע, און קײנער זעט אים אַלץ ניט:
              --- ניט קײן שד, ניט קײן רוח.
              נאָר פון שלמהן אַ שליח.
                             [ 145 ]

               אינגעלע רינגעלע פאַרטרײבט דעם אשמדאי
         גיט דער אַשמדאַי אַ קלאַפּ מיטן גילדערנעם רוט, װאָס
איז אין זײן האַנט, און אַ געשרײ:
    --- איך זע דיך ניט, און איך װײס ניט, װער דו ביסט, נאָר דו
ביסט אַ ליגנער. ביסט ניט קײן שד און ניט קײן רוח, אָבער אױך
פון שלמהן קײן שליח, װײל איך בין שלמה.
     שרײט אױס אינגעלע־רינגעלע:
     --- דו ביסט אַ ליגנער! דו ביסט ניט שלמה דער קיניג פון
ישראל, נאָר דער אַשמדאַי, דער קיניג פון שדים. דו האָסט שלמהן
פאַרטריבן און פאַר אַ בעטלער אים געמאַכט און אַלײן אױף זײן
טראָן זיך געזעצט.
     האָבן זיך אַלע געװאונדערט, װער קען דאָס רעדן, און דער
אַשמדאַי האָט גענומען ציטערן װי אין אַ קדחה און ער האָט נאָר
העכער גענומען שרײען צום אינגעלע מיטן רינגעלע, װעלכן ער
האָט ניט געקענט זען:
     --- איך זע דיך ניט און איך װײס דיך ניט, --- אָבער דו ביסט אַ
ליגנער. איך בין ניט דער אַשמדאַי, נאָר שלמה דער קיניג פון
ישראל.
     זאָגט אינגעלע־רינגעלע צו די אַלע מיניסטאָרן און גענעראַלן:
     --- ער זאָגט ליגן, אָט דער נפש, װאָס זיצט איצטער אױפּן טראָן.
איך זאָג אײך, אַז ער איז ניט שלמה, נאָר אַ טײװל, דער טײװל פון
אַלע טײװאָלים. און אױב איר גלױבט מיר ניט, טאָ נעמט און ציט
אַרונטער פון זײנע פיס די זאָקן, װעט איר זען, אַז ער האָט הינערשע
פיס, אַזױ װי אַלע טײװאָלים.
     האָט דער אַשמדאַי גענומען שרײען צו די מיניסטאָרן און די
גענעראַלן:
     --- הערט אים ניט, אָט דעם, װעלכן איר זעט ניט! ער
זאָגט ליגן!
                               [ 146 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    און ער האָט גענומען רײען מיט די פיס, אַזױ װי ער װאָלט זײ
װעלן באַהאַלטן. ער האָט זיך טאַקע געשראָקן, מען זאָל פּון אים
ניט אַראָפּנעמען די זאָקן. זאָגט אינגעלע צו די מיניסטאָרן און
די גענעראַלן:
    --- איר זעט, װי ער דרײט מיט די פיס און ער װיל זײ באַהאַלטן?
איך זאָג אײך: שלעפּט אַראָפּ די זאָקן פון זײנע פיס!
    האָבן די מיניסטאָרן און די גענעראַלן זיך איבערגעקוקט, און
דער ערשטער מיניסטער איז צוגעגאַנגען צום אַשמדאַי און האָט
אַרונטערגעשלעפּט פּון אים די זאָקן, און אַלע האָבן דערזען, אַז ער
האָט הינערשע פיס, אַזױ װי אַ טײװל. האָבן זײ שױן געװאוסט, אַז
ער איז גיט שלמה־ און אינגעלע־רינגעלע האָט זיך דעמאָלט באַ־
װיזן פאַר אַלעמען און ער האָט געזאָגט:
    --- װאונדערט זיך ניט! איך בין אינגעלע־רינגעלע. מײן װאונ־
דער־רינגעלע האָט דאָס אַלץ אױפגעטאָן. איך האָב אױך שלמהן
אַהער געבראַכט. ער שטײט אינדרױסן. גײט, רופט אים אַרײן!
און דו אַשמדאַי, זאָלסט איצטער פאַרשלײדערט װערן איבער אַלדי
פּוסטע װעלדער און אַלדי־װיסטע פעלדער, אַזױ װי דו האָסט פריער
שלמהן פאַרשלײדערט. שױן אין דער מינוט, נאָך אײדער שלמה
װעט אַרײן, ער זאָל דײן טײװלשן פּרצוף ניט דאַרפן אָנקוקן!
    און אַזױ איז געװען, און דער אַשמדאַי איז פאַרטריבן געװאָרן
צו אַלדי רוחות, און קײנער האָט אים שױן מער ניט געזען, און שלמה
המלך איז ארײנגעפירט געװאָרן אין פּאַלאַץ מיט גרױס פּאַראַד און
מען האָט אים צוריק אָנגעטאָן זײנע קיניגלאַכע קלײדער, און ער
האָט זיך געזעצט אױף זײן טראָן און ער האָט צוגערופן צו זיך אינ־
געלע־רינגעלע און געקושט אים אין קאָפּ און געזאָגט צו אים:
  --- מיט װאָס זאָל איך דיך באַלױנען, טײער קינד? איך װעל
דיך גאָר מאַכן פאַר מײן שני־למלך.
                              [ 147 ]

               אינגעלע רינגעלע פאַרטרײבט דעם אשמדאי
    האָט אינגעלע־רינגעלע געענטפערט:
    --- איך װיל גאָרנישט פון דיר, קלוגער קיניג! איך װאָלט נ·
װעלן זײן באַ דיר אין פּאַלאַץ און לערנען זיך פון דיר חכמה אַז אַלע
זאָלן אױף מיר זאָגן, אַז איך בין קלוג אַזױ װי שלמה. דו װײסט ראָך
אָבער, אַדוני קיניג, אַז איך האָב איצטער קײן צײט ניט. איך ·ף
דאָך גײן צום קיניג, װאָס אױף יענער זײט טײך.
    האָט שלמה צו אים געזאָגט:
    --- יאָ, יאָ, איך װײס! אָבער דער טאָג איז דאָך שױן אַװעק און
אינרױסן װערט פינצטער, און דו מוזט נאָך אַװדאַי אױך זײן הונגע־
ריק, טאָ בלײב באַ מיר אױף װעטשערע און װעסט דאָ איבערנעכ־
טיקן, און מאָרגן װעסטו גײן בשלום.
    האָט אינגעלע־רינגעלע געענטפערט:
    --- יאָ! זאָל זײן װי דו רעדסט, אדוני מלך!
    און שלמה המלך האָט געהײסן גרײטן דעם טיש מיט די שענ־
סטע מאכלים און מיט די בעסטע געטראַנקען אַלץ פאַר אינגעלע־
רינגעלע! און שלמה אלײן האָט אױפגעהױבן אַ גרױסן בעכער מיט
װײן און האָט געזאָגט:
    --- דאָס טרינק איך פאַרן כבוד און פאַרן געזונט פון אינגעלע־
רינגעלע, װעלכער האָט מיך געראַטעװעט פון מײן אומגליק, און
מיך צוריקגעבראַכט צו מײן טראָן!
    און אַלע האָבן אױסגעשריען מיט אַמאָל אין אײן קול:
    --- לאַנג לעבן און געזונט זײן זאָל אינגעלע־רינגעלע, הוראַ!
    און די קיניגלאַכע קאַפּעליע האָט לכבוד אינגעלע־רינגעלע
אױפגעשפּילט אַ פײנעם מאַרש, אַזאַ מאַרש, װאָס מען שפּילט נאָר
פאַרן קיניג אַלײן, און נאָכן עסן האָט מען אינגעלע־רינגעלע ארײנ־
                             [ 148 ]

                       אינגעלע רינגעלע
געפירט אין אַ קרישטאָלענעם צימער און מען האָט אים געלײגט
שלאָפן אין אַ בעט פון העלפאנטבײן, און אינגעלע־רינגעלע איז
גלײך אײנגעשלאָפּן, און װי ער איז אײנגעשלאָפן, האָט זיך אים
גענומען חלומען, װי ער גײט צום מלך, װאָס אױף יענער זײט טײך.
אָבער װאָס עס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
    [ 149 ]

   דער אַשמדאַי טראַכט און אינגעלע לאַכט
            אינגעלע־רינגעלע איז געגאַנגען צום מלך װאָס אױף
                יענער זײט טײך. פאַלט אים מיט אַמאָל אײן און
                ער גיט אַ טראַכט: װאָס װעט זײן, אַז דער אַשמדאַי
                װעט מיך באַגעגענען דאָ אײנעם אלײן אין װעג
                און ער װעט זיך װעלן אָפּרעכענען מיט מיר, פאַר־
                װאָס איך האָב אים פאַרטריבן פון שלמה המלכס
טראָן, װאָס ער האָט געהאַט פאַרכאַפּט? דאָס איז אמת, איך האָב
אים פאַרשלײדערט װײט־װײט, אָבער דער װעג צום מלכס פּאַלאַץ
װאָס אױף יענער זײט טײך, איז אױך זײער װײט, קענען מיר זיך נאָך
טרעפן, װאָס זשע װעל איך טאָן? נאָר גאָרנישט, איך האָב דאָך
מײן צױבער־רינגעלע, האָב איך קײן מורא ניט פאַר אים!
    און אינגעלע איז אָן מורא געגאַנגען װײטער.
    גײט ער און גײט, מיט אַמאָל דערהערט ער אַ קלאַפּן פון פליג־
לען. גיט ער אַ קוק אין דער הױך, זעט ער קײן שום פײגל ניט פלי־
ענדיק. גײט ער װײטער, גײט אָפּ עטלאַכע טריט, דערהערט ער
װידער אַ קלאַפּן פון פליגלען. גיט ער װידער אַ קוק אין דער הױך,
זעט ער אַלץ ניט קײן שום פײגל פליענדיק. טראַכט ער: „דאָס מוז
זיך מיר נאָר אױסדאַכטן, מער גאָרנישט!“, און ער איז װײטער גע־
גאַנגען. ער איז אָבער װידער אָפּגעגאַנגען עטלאַכע טריט, און װי־
דער האָט זיך דערהערט דאָס קלאַפּן און קװיטשעדיקע קולות האָבן
אױסגעשריען:
              --- מאַכט אַ װאַרע: דער אַשמדאַי!
              טראלאלא־לאי, טראלאלא־לאי!
                             [ 150 ]

                       אינגעלע רינגעלע
              לעבעדיק־פרײלאך, לעבעדיק־פרײלאַך,
              ער איז דער מלך, ער איז דער מלך!
    קערט זיך אינגעלע־רינגעלע אום, זעט ער, שדים מאַכן דאָס
אַ װאַרע פאַר זײער קיניג דעם אַשמדאַי, און דאָס האָבן זײ געקלאַפּט
מיט די פליגלען.
    טראַכט אינגעלע, װאָס ער זאָל טאָן, אַז דער אַשמדאַי זאָל אים
ניט דערזען? קלערט ער, ער װעט װידער מאַכן אַזױ, אַז ער זאָל
אַלעמען יאָ זען און אים זאָל קײנער ניט זען. האָט ער אַ זאָג געטאָן
עפּעס אין דער שטיל צו זײן רינגעלע, און עס איז גלײך געװאָרן
אַזױ; ער האָט אַלעמען יאָ געזען און אים האָט קײנער ניט געזען.
     האָט זיך אינגעלע אַװעקגעזעצט אױף אַ שטײן אָן אַ זײט װעג,
קוקן װאָס דאָ װעט זײן. זעט ער, װי פון דער ערד שפּרינגט אַרױס
אַ טראָן, און דער אַשמדאַי זעצט זיך אױף אים אַנידער מיט גרױס
פּאַראַד און אַלע שדים פאַלן פאַר אים אױף די קני און שרײען אױס
מיט זײערע קװיטשעדיקע קולות:
     --- לעבן זאָל אונדזער קיניג! זאָל ער מער פון אונדז ניט
אַװעקגײן!
     און דער אַשמדאַי גיט דערנאָך אַ צײכן מיט זײן פינגער, און זײ
הױבן זיך אַלע אױף, און ער זאָגט צו זײ מיט זײן גראָב קול:
     --- נײן, ליבע שדים, איך װעל פון אײך שױן מער ניט אַװעקגײן.
עס איז מיר בעסער צו זײן אַ קיניג איבער שדים אײדער צו זײן אַ
קיניג איבער מענטשן. װאָרום פאַר מענטשן דאַרף מען זיך פאַר־
שטעלן, אַז זײ זאָלן ניט דערקענען, אָבער פאַר אײך דאַרף איך זיך
ניט פאַרשטעלן. מיך אַרט ניט װאָס שלמה זיצט צוריק אױף זײן
טראָן און װאָס איך בין דאָ צוריק אױף מײן טראָן. נאָר װאָס זשע
דען? מיך פאַרדריסט װאָס אַזאַ שנעק װי אינגעלע־רינגעלע האָט
                              [ 151 ]

   דער אַשמדאַי טראַכט און אינגעלע לאַכט

מיך פּון שלמהס טראָן פּאַרטריבן. מײן בלוט קאָכט אין מיר אױף
אים! איך װאָלט אים מיט מײנע נעגל צעריסן, װען איך קריג אים
נאָר אַרײן אין מײנע הענט! װער זשע פון אײך, ליבע שדים, װעט
אַרױס און כאַפּן מיר דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע?
     שפּרינגט אַרױס אַ קלײן שדל און קװיטשעט אױס:
    --- איך, אַדוני קיניג, װעל אים כאַפּן און ברענגען צו דײנע
קיניגלאכע פיס! דו זאָג מיר נאָר װאו ער איז...
    ניט דער אַשמדאַי אַ הירזשע אַזױ װי אַ פערד, מיט זײן גראָבן
קול און ער זאָגט צום קלײנעם שדל:
    --- הערסטו, חכם אײנער! אַ שד ביסטו טאַקע אַ קלײנער,
אָבער אַ נאַר ביסטו אַ גרױסער! איך זאָל דיר זאָגן װאו אינגעלע־
רינגעלע איז? װי קען איך דיר זאָגן, אַז איך װײס אַלײן ניט, װאו
ער איז? איך װײס? איך האָב אים איבערגעלאָזן באַ שלמהן אין
פּאַלאַץ, אָבער צי ער איז דאָרטן צי ניט, װײס איך ניט, װײל מיר
דוכט, אַז ער גײט גאָר ערגעץ צו אַן אַנדער מלך אין פּאַל·. אױב
דו װילסט זײן אַ בריה, גײ און געפין אים, און אױב דו װעסט אים גע־
פינען און ברענגען אים צו מיר, װעל איך דיר געבן מײן קלײנע
טאָכטער פאַר אַ װײב.
    האָט זיך קלײן שדל דערפרײט און ער איז אַװעק אַ טאַנץ.
             --- הערט נאָר, אַלע שדים!
              איך װער דעם קיניגס אײדים!
    און די אַלע שדים האָבן זיך גערײצט מיט אים און געזאָגט:
              --- שטעק ניט אױס דאָס צינגל,
              אײדער קריגסט דאָס אינגל!
    און דער אַשמדאַי אַלײן זאָגט צו אים:
    --- נו, קנאַק ניט אַזױפיל מיטן צינגעלע, גײ כאַפּ מיר דאָס
אינגעלע מיטן רינגעלע!
                             [ 152 ]
					 
                       אינגעלע רינגעלע
    איז אַװעקגעשפּרונגען קלײן שדל, אַװעקגעשפּרונגען כאַפּן
דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע. און אינגעלע איז זיך געזעסן אױפּן
שטײן אָן אַ זײט פון װעג, געזעסן און האָט געזען און געהערט אַלץ,
און קײנער האָט אים ניט געזען און ניט געהערט. אים האָט זיך
זײער געװאָלט לאַכן, ער האָט זיך אָבער אײנגעהאַלטן און האָט
געװאַרט, ביז קלײן שדל װעט אַװעק אים זוכן. און װען קלײן שדל,
איז אַװעק אים זוכן, האָט ער זיך שױן מער ניט געקענט אײנהאַלטן
און האָט זיך צעלאַכט אױפן קול אַלע שדים האָבן זיך דערשראָ־
קענע אומגעקוקט, װײל זײ האָבן דאָך ניט געזען און ניט געװאוסט
װער דאָס לאַכט. אָבער דער אַשמדאַי אלײן האָט שױן געװאוסט
װער דאָס לאַכט. ער האָט דאָך שױן אײנמאָל געהערט אינגעלע־
רינגעלע אַזױ לאַכנדיק. דאָס איז געװען װען אינגעלע־רינגעלע איז
געקומען אים אַראָפּטרײבן פון שלמהס טראָן.
    װי דער אַשמדאַי האָט דערהערט אױך איצט אינגעלע־רינגעלע
לאַכנדיק, האָט ער אױסגעשריען מיט כעס:
    --- אינגעלע־רינגעלע, איך זע דיך ניט, אָבער איך הער דײן
געלעכטער, און איך װײס פון װעלכן אָרט דײן געלעכטער לאָזט
זיך הערן. זאָג איך צו דיר: גײ אַרױס פון דײן באַהעלטעניש און װײז
זיך פאַר מײנע אױגן און װער מײן קנעכט, װעל איך דיר גאָרנישט
טאָן, און אױב ניט, װעל איך הײסן מײנע שדים זײ זאָלן אַרומלײגן
אַ פײער אַרום דעם אָרט פון װאַנען דײן געלעכטער קומט, און דו
װעסט פאַרברענט װערן!
    צעלאַכט זיך אינגעלע װידער און ער זאָגט צום אַשמדאַי:
    --- ביז דײנע טײװאָלים װעלן טאָן דאָס װאָס דו זאָגסט, װעל איך
שױן זײן אױף אַן אַנדער אָרט.
    און איננעלע האָט טאַקע לאַנג ניט געװאַרט און ער איז אַריבער
                             [ 153 ]

               דער אַשמדאַי טראַכט און אינגעלע לאַכט
אױף דעם אַנדערן זײט װעג, און דער אַשמדאַי האָט שױן ניט גע־
װאוסט װאו ער איז.
    --- װאו ביסטו? האָט דער אַשמדאַי געפרעגט.
    --- זוך מיך! --- האָט אינגעלע געענטפערט, און איז אַריבער
גלײך װידער אױף אַן אַנדער אָרט און אַלע שדים האָבן זיך גע־
װאונדערט װאָס דאָ קומט פאָר. און אינגעלע־רינגעלע איז אַזױ
אַרומגעשפּרונגען פון אײן אָרט צום צװײטן, האָט זיך גערײצט מיטן
אַשמדאַי ביז דאָס איז אים מיאוס געװאָרן און ער איז אַװעק װײטער
אין װעג. דער אַשמדאַי האָט אים פּון הינטן גערופן, אָבער ער האָט
זיך ניט אומגעקערט און איז געגאַנגען װײטער זײן װעג און האָט
געלאַכט און געלאַכט, ביז ער האָט זיך אױפגעכאַפּט פון זײן חלום
און ער האָט דערזען אַז ער ליגט גאָר באַ זיך אין בעטל, און טאַטע.
מאַמע שטײען איבער אים און פרעגן:
    --- װאָס האָסטו געלאַכט, זונעניו?
    אינגעלע האָט זײ דערצײלט די גאַנצע מעשה. אָבער װאָס עס
איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                           [ 154 ]

                      עוג מלך הבשן
             אינגעלע־רינגעלע איז געװען אין צירק, האָט ער זיך
                 דאָרטן אָנגעזען אַ סך װאונדערלאַכע זאַכן, אָבער
                 מער װי אַלץ האָט ער זיך ניט געקענט אָפּװאונדערן
                 פון דעם ריז, װאָס ער האָט דאָרטן געזען. אַלע
                 מענטשן האָבן אױסגעזען אַזױ װי מילבן אַנטקעגן
                 דעם ריז. און אַז אינגעלע־רינגעלע איז געקומען
אַהײם, האָט ער דערצײלט דעם זײדן פּון דעם ריז אין צירק. זאָגט
צו אים דער זײדע:
    --- דאָס איז גאָרנישט. עס איז געװען אַמאָל אַ קיניג, עוג מלך
הבשן, איז ער געװען נאָך העכער, און אָט דער ריז פון דעם צירק
װאָלט אױסגעזען װי אַ מילב אנטקעגן עוג מלך הבשן. אפשר ביז
די קנעכלאך װאָלט ער אים געגרײכט.
    און דער זײדע האָט דעם אינגעלע דערצײלט מעשיות פון עוג
מלך הבשן, און אינגעלע האָט געהערט און געהערט, ביז די אױגן
האָבן זיך אים גענומען קלעפּן און ער איז אײנגעשלאָפּן, און װי ער
איז אײנגעשלאָפּן, אַזױ האָט ער גענומען גײן צום מלך אין פּאַלאַץ,
װאָס אױף יענער זײט טײך, און װי ער האָט גענומען גײן, אַזױ איז
אים די זון אַרױס אַנטקעגן און געזאָגט: „גוט־מאָרגן“, האָט אינגע־
לע אַ קוק געטאָן אױף איר און אַ שמײכל געטאָן און איז געגאַנגען
װײטער.
     גײט ער און גײט, גײט און טראַכט, און מיט אַמאָל װערט פינצ־
טער װי באַנאַכט! גיט ער אַ קוק אין דער הױך: ניטאָ די זון!

                              [ 155 ]
                      עוג מלך הבשן
װאונדערט ער זיך: װאו האָט זי דאָס געקענט אַרײנקומען? אָט
ערשט אױפגעגאַנגען, זאָל זי שױן פאַרגײן? זאָל אַ שװאַרצע
כמאַרע זי פאַרדעקן, זעען זיך ניט אױפן הימל קײן כמאַרעס און קײן
װאָלקנס אױך ניט! אָדער האָט זי אימיצער אױסגעלאָשן?
     און װי ער טראַכט אַזױ, דערהערט ער פלוצלונג אַ קול:
                  --- עוג מלך הבשן
                  האָט די זון פאַרלאָשן!
     װיל אינגעלע זען, װאָס דאָ טוט זיך, גיט ער אַ זאָג צו זײן רינ־
געלע:
                  --- רינגעלע, רינגעלע,
                  מאַך מיר ליכטיק!
                  אינגעלע, אינגעלע
                  װיל זען ריכטיק!
                  װיל זען ריכטיק,
                  װיל זען קלאָר,
                  װאָס דאָ טוט זיך
                  ביז אַ האָר.
    האָט רינגעלע אַ שפּריץ געטאָן און אַ בליץ געטאָן, און אינגעלע
האָט געזען אַ הױכן מױער, און אױפן הױכן מױער איז געזעסן אַ
אַ הױכער מענטש, אַזױ, אַז מיט די פיס האָט ער דערלאַנגט די ערד
און מיטן קאָפּ האָט ער אונטערגעשפּאַרט דעם הימל. האָט שױן
אינגעלע פאַרשטאַנען, אַז דאָס איז עוג מלך הבשן און אַז ער האָט
דאָס מיט זײן גרױסן גוף פאַרשטעלט די זון.
    גײט־צו אינגעלע צו אים און ער זאָגט:
    --- ביסטו דאָס עוג מלך הבשן? האָסטו דאָס די זון פאַרלאָשן?
    ענטפערט ער:
                            [ 156 ]

           ]בילד[
  [157]

                      עוג מלך הבשן
    --- יאָ, דאָס בין איך עוג מלך הבשן, און דאָס האָב איך טאַקע
פאַרלאָשן די זון.
    פּרעגט אינגעלע:
    --- צו װאָס האָסטו דאָס געטאָן?
    ענטפערט עוג:
    --- אַזױ װיל איך.
    זאָגט אינגעלע:
    האָסט דאָך דערװײל פינצטער געמאַכט אױף דער װעלט!
    ענטפערט עוג:
    --- האָב איך פינצטער געמאַכט!
    מאַכט אינגעלע:
    --- ביסטו דאָך אַ שלעכטער!
    ענטפּערט עוג:
    --- איך בין אַ קיניג, און איך טו װאָס איך װיל.
    זאָגט צו אים אינגעלע נאָך אַמאָל:
    --- ביסטו דאָך אַ שלעכטער!
    גיט אױף אים עוג מלך הבשן אַ קוק, אַזױ אַ ביסטרען קוק, און
אַ זאָג:
    --- װער ביסטו, פּיזשיק אײנער, װאָס דו רעדסט צו מיר אַזױ?
    ענטפערט אינגעלע גאָר אָן שרעק:
    --- איך בין אינגעלע־רינגעלע!
    זאָגט עוג מלך הבשן:
     --- אַזױ! דו ביסט דאָס אינגעלע־רינגעלע? לאָמיך אַ קוק
טאָן אױף דיר!
    און ער האָט זיך אױפגעשטעלט פון מױער און אַ קער געטאָן
זײן קאָפּ, און די זון האָט זיך װידער באַװיזן און עס איז ליכטיק גע־
                             [ 158 ]

                       אינגעלע רינגעלע
װאָרן, און עוג מלך הבשן האָט זיך גוט אײנגעקוקט אין דעם אינגע־
לע און געזאָגט צו אים:
    --- ביסט אַ גאַנץ שײן אינגעלע, אָבער גרױס ביסטו װי דער
נאָגל פון מײן קלײן פּינגערל.
     מאַכט צו אים אינגעלע:
    --- דאָס איז גאָר נישט. אַ נאָגל איז קלײן, אָבער ער איז שאַרף.
     זאָגט צו אים עוג:
    --- ביסטו דאָך אַ קלוגער אױך! טאָ בלײב באַ מיר, און איך
װעל דיך מאַכן פאַר מײן ערשטן מיניסטער.
     ענטפּערט אינגעלע:
     --- נײן, איך קאָן דאָ באַ דיר ניט בלײבן. איך גײ נאָר צום מלך
װאָס אױף יענער זײט טײך.
     זאָגט עוג:
     --- אַזױ? דו גײסט צום מלך װאָס אױף יענער זײט טײך?
דאַרפסטו דאָך דורכגײן דורך מײן לאַנד, װעל איך דיך טאַקע ניט
דורכלאָזן.
     זאָגט אינגעלע:
    --- פאַרװאָס װעסטו מיך ניט דורכלאָזן? איך װעל דען דיר
אָפבײסן אַ שטיקל ערד? איך װעל דײן װאַסער ניט טרינקען און
דײן ברױט ניט עסן, און איך װעל ניט טשעפּען דײנע פעלדער און
איך װעל ניט אָנרירן דײנע װײנגערטנער. איך װעל מיר גײן מיטן
שליאַך, ניט אָפּקערן זיך ניט רעכטס ניט לינקס, און װעל מיר אַזױ
גײן, ביז איך װעל אַרױס פון דײן לאַנד.
     ענטפּערט עוג מלך הבשן:
     --- נײן, איך װעל ניט לאָזן!
     זאָגט אינגעלע־רינגעלע:
                               [ 159 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    --- ביסטו דאָך טאַקע אַ שלעכטער, אַ רשע אַן עכטער, אַזױ װי
מײן זײדע זאָגט.
    גיט עוג מלך הבשן אַ טופּע מיטן פוס און אַ געשרײ:
    --- װי אַזױ האָסטו דאָס די חוצפּה צו רײדן אַזױ צו מיר? דו
ביסט טאַקע אַ אינגעלע־רינגעלע, אָבער איך בין אַ קיניג, עוג מלך
הבשן!
    זאָגט אינגעלע־רינגעלע:
    --- איך האָב פאַר קײן קיניג קײן מורא ניט און פאַר דיר אױך
ניט.
    גיט עוג מלך הבשן נאָך אַמאָל אַ טופּע מיטן פוס, אַזאַ טופּע,
אַזש די ערד האָט זיך אַ טרײסל געטאָן, און אַלע האָבן געמײנט,
אַז עס איז אַן ערדציטערניש, און נאָכן טופּע האָט ער געגעבן אַ
געשרײ, אָבער אַזאַ געשרײ, אַז אַלע האָבן געמײנט, עס איז אַ דונער:
    --- װילסטו מיט מיר מלחמה האַלטן?
    אָבער אינגעלע האָט זיך ניט דערשראָקן ניט פאַרן טופּע און
ניט פאַרן געשרײ, און ער האָט געענטפערט גאַנץ רואיק און שטיל:
    --- אױב דו װעסט אָנהױבן, װעל איך דיר געבן צוריק און איבערן
קאָפּ טאַקע!
    צעלאַכט זיך עוג מלך הבשן, און ער זאָגט:
    --- דו װעסט מיר געבן צוריק? און נאָך איבערן קאָפּ? דו
װעסט דאָך ניט קאָנען מײן שוכבענדל אפילו אָפּבינדן, הײנט װי
אַזױ װעסטו דען קאָנען ביזן הימל שפּרינגען?
    ענטפערט אינגעלע:
    --- אינגעלע־רינגעלע קאָן אַלץ! אָנהױבן הױבט ער זיך ניט אָן
מיט קײנעם ניט, מיטן גרעסטן רשע אַפילו ניט, אָבער טשעפּעט
מען אים, גיט ער צוריק, זאָל דאָס זײן אַ קײסער, צי גלאַט אַ מענטש
                            [ 160 ]

                       אינגעלע רינגעלע
אַ בײזער. אָבער איך זאָג דיר, אַז דו זאָלסט זיך בעסער מיט מיר
ניט אָנהײבן; װאָרים דו װעסט האָבן אַ פינצטערן סוף!
    האָט זיך עוג מלך הבשן צעלאַכט נאָך מער װי פריער און ער
האָט געזאָגט:
    --- דו ביסט טאקע אינגעלע־רינגעלע, אָבער איך בין עוג מלך
הבשן, און איך קאָן אױסרײסן אַ באַרג, דעם גרעסטן באַרג, און אים
אַ װאָרף טאָן אױף דיר, און עס װעט זײן אױס אינגעלע־רינגעלע.
האַ־האַ־האַ!
    זאָגט אינגעלע:
    --- טו װאָס דו קאָנסט, און איך װעל טאָן װאָס איך קאָן.
    האָט עוג מלך הבשן אַ װאָרף געטאָן זײנע לאַפּעס־הענט און
געװאָלט שױן אױסרײסן אַ באַרג און אים אַ װאָרף טאָן אױפן אינ־
געלע, אָבער אינגעלע האָט אױף גיך אַ זאָג געטאָן עפּעס צו זײן
רינגעלע, און ס'רינגעלע האָט גענומען שיסן מיט פײלן, הױך־הױך,
אַזש צום הימל, און אײן פײל האָט געטראָפן עוגן אין קאָפּ, און ער
איז געפאַלן אױף דרערד און מער זיך שױן ניט אױפגעהױבן
    און אינגעלע־רינגעלע איז געװען זײער הײטער און געגאַנגען
װײטער, אָבער װאָס עס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                             [ 161 ]

                       שמשון הגבור
             אינגעלע־רינגעלע איז געגאַנגען און געגאַנגען ביז ער
                 איז געקומען צו אַ הױכער װאַנט.
                   קלערט באַ זיך אינגעלע: דאָס איז אַװדאַי אַ
                 עוג מלך הבשן װאַנט! װארים װער דען אַנדערש
                 װאָלט געקענט אױפשטעלן אַזאַ הױכע װאַנט, אױב
                 ניט ער, דער העכסטער פון אַלע מענטשן? און
די װאַנט איז ניט נאָר הױך, נאָר אױך לאַנג, ציט זיך אױף הונדערטער
מײלן אװדאי, װאָרים מען קען גאָר מיטן אױג ניט כאַפּן. הײנט װאָס־
זשע װעט איצטער זײן? װי אַזױ גײט מען װײטער, צום מלך אין
פּאַלאַץ װאָס אױף יענער זײט טײך?
    קוקט זיך אינגעלע־רינגעלע נאָך מער צו צו דער װאַנט און
באַטראַכט זי, זעט ער, אַז די װאַנט איז ניט גלאַט אַ װאַנט, נאָר אַ
פעסטוננ, מיט טורעמס און מיט שפּיצן און מיט לעכער, און פון די
לעכער קוקן אַרױס עפּעס אַזעלכע מאָדנע האַרמאַטן! און גאָר
אױבן, אױף דער װאַנט, גײען אַרום סאָלדאַטן מיט שפּיזן און מיט
אַנדערע געװער, װאָס דאָס אױג קען גאָרניט כאַפּן. און אינגעלע
טראַכט, אַז אָט די סאָלדאַטן זײנען דאָס מסתמא די װעכטער, װאָס
היטן און װאַכן און זאָגן אָן װען דער שונא קומט.
    אַז אינגעלע האָט דאָס אַלץ באַטראַכט, האָט ער געזאָגט צו
זיך:
    --- װאָס־זשע װעט זײן? גײן װײטער קען מען ניט און גײן
צוריק װיל איך ניט, װײל איך דאַרף דאָך גײן צום מלך אין פּאַלאַץ
װאָס אױף יענער זײט טײך. און דאָ קענען מיך נאָך די סאָלדאַטן
                              [ 162 ]

                       אינגעלע רינגעלע
דערזען, און אַז זײ װעלן דערגײן, אַז איך האָב דערהרגעט זײער
קיניג, עוג מלך הבשן, װעלן זײ מיך גאָר דערשיסן!
    און אינגעלע גיט נאָך אַמאָל אַ קוק אױף דער װאַנט און ער גיט
אַ טראַכט: אַ שמשון הגבור שפּרינגט דאָס אַריבער! אָדער ער
װאַרפט דאָס גאָר אײן אַזױ װי אַ קאָרטן־הײזל! און אינגעלע דער־
מאָנט זיך די מעשיות, װאָס דער זײדע האָט אים דערצײלט פון
שמשון הגבור, פון די גבורות װאָס ער האָט באַװיזן. אָ, ס'אַראַ
שטאַרקער ער איז געװען! גראָבע שטריק פלעגט ער איבעררײסן
װי דינע פאָדים און אײזערנע טױערן פלעגט ער אױסרײסן װי גראָז
און שטאַרקע מױערן פלעגט ער אַװעקבלאָזן מיט אײן בלאָז. ער
װאָלט דאָס מיר איצטער געקענט העלפן! אָבער װאו נעמט מען
אים? שאַ! איך װעל גאָר בעטן מײן רינגעלע!
און אינגעלע האָט אַ זאָג געטאָן צום רינגעלע:
              --- רינגעלע, רינגעלע,
              ברענג מיר אַריבער
שמשון הגבור!
    און רינגעלע האָט געענטפערט:
              --- אינגעלע, אינגעלע,
              איך ברענג דיר אַריבער
              שמשון הגבור.
און באַלד איז אױסגעװאַקסן פאַרן אינגעלע שמשון הגבור מיט
די לאַנגע האָר, װעלכע זענען באַ אים אַרונטערגעהאנגען אין זיבן
שײנע געקרױזטע לאָקן. זאָגט צו אים אינגעלע:
    --- שמשון הגבור, נעם מיך אַריבער!
און ער װײזט אים אָן מיטן פינגער אױף דער הױכער װאַנט.
פרעגט שמשון:
                              [ 163 ]

                       שמשון הגבור
     --- װי װילסטו, אינגעלע? איך זאָל מיט דיר אַריבערשפּרינ־
גען, אָדער איך זאָל די װאַנט אײנװאַרפן און דו זאָלסט קענען אַרי־
בערגײן?
     ענטפערט אינגעלע:
    --- טו װי דו פאַרשטײסט אלײן, אַבי איך זאָל קענען מײן װעג
נײן.
    זאָגט שמשון:
    --- איך װעל בעסער אײנװאַרפן די װאַנט מיט אײן האַנט. צו
װאָס דאַרף מען זי? זי שטײט נאָר אומזיסט אָרנטלאַכע מענטשן
אין װעג. אָט װילסטו גײן און אָט װיל אַן אַנדערער גײן און אָט
װעסטו נאָר דאַרפן צוריק גײן. דו װעסט דאָך ניט בלײבן אײביק
באַם מלך אין פּאַלאַץ, נאָר דו װעסט דאָך װעלן צוריק אהײם גײן?
    גיט דאָס אינגעלע אַ שאָקל מיטן קאָפּ, אַז יאָ, און שמשון רעדט
װײטער:
    --- יאָ, איך װעל די עוג מלך הבשן װאַנט אײנװאַרפן! װער
דאַרף זי און צו װאָס טױג זי? מאַלע װאָס אַ קיניג איז אײנגעפאַלן
אױפצושטעלן אַזאַ משוגענע הױכע װאַנט! יאָ, אײנװאַרפן! אײנ־
װאַרפן די װאַנט מיט אײן האַנט! נאָר צו װאָס מיט דער גאַנצער
האַנט, אַז מיט אײן פינגער װעט מיר זײן גרינגער?
    און שמשון הגבור האָט אַ ריר געטאָן טאַקע די װאַנט מיט
אײן פינגער און די װאַנט איז אײנגעפאַלן, אַזױ װי זי װאָלט געװען
צונױפגעקלאַפּט פון שפּענדלאַך, ניט געמױערט פון שטײן און
ציגל. און װי ער האָט דאָס אָפּגעטאָן, אַזױ האָט ער געזאָגט צום
אינגעלע:
    --- גײ איצטער, אינגעלע, גײן װאוהין דו דאַרפסט!
    אָבער אינגעלע האָט ניט געהערט װאָס שמשון האָט אים גע־
זאָגט און ער האָט זיך פון אָרט ניט גערירט, װײל ער איז געװען
                              [ 164 ]

                       אינגעלע רינגעלע
פאַרװאונדערט פון דעם װאָס שמשון האָט דאָ ערשט אָפּגעטאָן
פאַר זײנע אױגן. און װען אינגעלע איז געקומען צו זיך פון זײן
גרױסער פאַרװאונדערונג האָט ער געזאָגט צו שמשונען:
    --- זאָג מיר נאָר, שמשון הגבור, מיט װאָס ביסטו דאָס אַזױ
שטאַרק? װאו נעמסטו דאָס אַזױ פיל כח?
    ענטפּערט אים שמשון:
    --- נײן, אינגעלע, דאָס קען איך דיר ניט זאָגן. עס איז אַ סוד,
אױ איך װיל ניט, אַז מענטשן זאָלן דאָס װיסן.
    מאַכט אינגעלע:
    --- איך װעל קײנעם ניט אױסזאָגן.
     און אינגעלע איז צו אים זײער צוגעשטאנען און האָט אים גע־
בעטן, ער זאָל אים אױסזאָגן דעם סוד, פארװאָס איז ער דאָס אַזױ
שטאַרק. און אינגעלע האָט אים געשװאָרן, אַז ער װעט קײנעם ניט
אױסזאָגן. האָט אים שמשון שױן געגלױבט און געזאָגט צו אים:
     נו, איך װעל דיר אױסזאָגן. איך בין שטאַרק, װײל איך האָב
מײנע לאַנגע האָר, זאָל איך אָבער אָפּשערן די האָר, אַזױ װעל איך
װערן שװאַך װי אַלע מענטשן. איצטער גײ זיך דײן װעג און זאָג
קײנעם ניט אױס.
     איז אינגעלע אַװעק און ער האָט דעם גאַנצן װעג געטראַכט
װעגן שמשון הגברס כח און װעגן זײנע לאַנגע האָר. פאַלט דעם
אינגעלע אײן, אַז ער װעט זיך אױך לאָזן װאַקסן אַזעלכע לאַנגע האָר
װי באַ שמשונען, װעט ער אױך װערן אַ שמשון הגבור. עס װעט דאָך
אָבער געדױערן לאַנג, ביז עס װעט אױסװאַקסן באַ אים אַזעלכע
לאַנגע האָר װי באַ שמשונען. פאַלט דעם אינגעלע אײן גאָר צו
בעטן זײן רינגעלע. רינגעלע קען דאָך דאָס מאַכן אײנס און צװײ!
און איננעלע זאָגט צום רינגעלע:
                             [ 165 ]

                       שמשון הגבור
                   ניט אין חלום,
                   נאָר אין װאָר,
                   לאָז מיר װאַקסן
                   לאַנגע האָר!
    און װי ער איז נאָר אָפּגעגאַנגען עטלאכע טריט, אַזױ האָט ער
דערפילט, אַז באַ אים זענען אױסגעװאַקסן לאַנגע האָר, אונטער־
פאַלנדיק אױף זײנע אַקסלען אין זיבן שײנע געקרױזטע לאָקן, אַקו־
ראַט װי באַ שמשון הגבור. און מיט די לאַנגע האָר האָט ער אױך
דערפילט אַ כח. האָט אינגעלע געװאָלט אױספּרואװן זײן כח, זען
צי ער איז אַזױ שטאַרק רױ שמשון הגבור, איז ער צוגעגאַנגען צו אַ
בױם, װאָס איז געשטאַנען אױפן װעג, און האָט אים אױסגעריסן מיטן
װאָרצל.
     איז אינגעלע געגאַנגען װײטער און ער האָט געטראַכט, װי ער
װעט דאָס איבערקערן די װעלט, װען ער װעט קומען צום מלך אין
פּאַלאַץ, װאָס פאַר אַ גבורות ער װעט דאָס דאָרטן באַװײזן! און
אַלע װעלן זיך װאונדערן און זאָגן: אַ נײער שמשון איז פאַראַנען!
אַ נײער גבור איז אױפגעשטאַנען!
    און װי אינגעלע גײט אַזױ און טראַכט, ערשט עס קומט אים
אַנטקעגן אַ פרױ, און די פרױ זאָגט צו אים:
    --- גוט־מאָרגן, מײן קלײנער שמשון!
    ענטפערט איר אינגעלע־רינגעלע:
    --- גוט־מאָרגן, גוט־יאָר!
    און דערנאָך פרעגט ער זי:
    --- און װער ביסטו, זאָג מיר, װאָס דו רופסט מיך מיטן נאָמען
קלײנער שמשון?
     ענטפערט זי:
    --- איך בין דאָך דלילה, דעם גרױסן שמשונס װײב!
                              [ 166 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    װי אינגעלע האָט דאָס דערהערט, אַזױ האָט ער זיך דערשראָקן,
און געװאָלט נעמען לױפן, האַלט זי אים אָפּ און זי זאָגט צו אים:
    װאָס האָסטו מורא פאַר מיר?
    ענטפערט אינגעלע:
    --- איך האָב מורא, זאָלסט מיך ניט פאַרשלעפערן אַזױ װי דו
האָסט פאַרשלעפערט שמשונען און אים אָפּגעשאָרן די לאָקן און
דערנאָך, װען ער איז שװאַך געװאָרן, האָסטו אים איבערגעגעבן אין
די הענט פון זײנע שונאים די פּלישתים, און זײ האָבן אים געפּײניקט
און די אױגן אױסגעשטאָכן. איך האָב מורא, דו זאָלסט דאָס מיר
אױך ניט טאָן.
    און אינגעלע האָט גענומען װײנען. האָט אים דלילה אַ גלעט
געטאָן איבער די האָר און געזאָגט צו אים:
    --- װײן ניט אינגעלע! איך װעל דיר גאָרנישט ניט טאָן איך
װעל צו דיר זײן אַזױ װי אַ מאַמע. דו ביסט דאָך מיד פון גײן אַזױ
לאַנג, טאָ קום, װעל איך דיך נעמען אױף מײן שױס און איך װעל
דיר דערצײלן שײנע מעשיות, און דר װעסט דיך דערװײלע אָפּרוען.
     האָט אינגעלע זיך צוגעהערט צו דלילהס רײד און ער האָט זיך
געלאָזט פון איר אײנרעדן, און זי האָט זיך אַװעקגעזעצט און גענומען
דאָס אינגעלע אױף איר שױס און מעשיות דערצײלט, און ער האָט גע־
הערט, און הערנדיק איז ער אײנגעשלאָפּן, און װי ער איז אײנגע־
שלאָפן, אַזױ האָט זי גענומען אַ שערעלע און פּאַמעלאַך, אַז ער זאָל
זיך ניט אױפכאַפּן, האָט זי אים אָפּגעשאָרן די זיבן לאָקן.
     אָבער אינגעלע האָט זיך יאָ אױפגעכאפּט. ער האָט זיך אױפ־
געכאַפּט מיט קולות:
     --- מײנע האָר, מײנע לאָקן!
     ער האָט אַ קוק געטאָן, ערשט ער ליגט גאָר אין זײן בעטל און
די מאַמע שטײט אַריבערגעבױגן איבער אים און רעדט צו אים:
                             [ 167 ]

                       שמשון הגבור
   --- װאָס האָט זיך דיר געחלומט, מײן זון? אָט זענען דאָך דײנע
האָר!
   אינגעלע האָט זיך צוגעטוליעט צו זײן מאַמען און ער האָט איר
אַלצדינג דערצײלט. אָבער די מעשה איז נאָך ניט גאָר, און װאָס
עס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                       [ 168 ]

                  דער לינדנװאָרעם
            אינגעלע־רינגעלע האָט דערזען פון װײטן אַ הױכן
                באַרג, און אױפן קאַרק פון הױכן באַרג איז אַזױ װי
                אַ שטאָט געשטאַנען, אַ גרױסע שטאָט, זײער אַ
                גרױסע, אַזױ האָט דאָס אױסגעזען.
                  טראַכט באַ זיך אינגעלע: װאָס קען דאָס זײן
                פאַר אַ שטאָט? אפּשר איז דאָס שױן גאָר די שטאָט,
װאו עס טוט װאױנען דער מלך פון יענער זײט טײך, און איך װעל
שױן מער ניט דאַרפן גײן?
    און װי ער גײט אַזױ און טראַכט, ערשט אַ רײטער אױף אַ װײס
פערד לױפט אים אַנטקעגן. טראַכט אינגעלע: איך װעל באַ אים
פרעגן! און װי דער רײטער איז צוגעקומען נאָענט, אַזױ האָט אינ־
געלע באַ אים געפרעגט:
    --- רײטער, רײטער! װאָס איז װײטער?
    ענטפּערט דער רײטער:
    --- אַ שטאָט איז װײטער.
    פרעגט אינגעלע:
    --- דעם מלכס שטאָט?
    ענטפערט דער רײטער:
    --- דעם מלכס שטאָט.
    פרעגט אינגעלע װײטער באַם רײטער:
    --- דעם מלכס װאָס אױף יענער זײט טײך?
    ענטפערט דער רײטער:
                            [ 169 ]

                  דער לינדנװאָרעם
     דאָס קען איך שױן ניט זאָגן, װײל איך קום ניט פון יענער
שטאַט.
     פרעגט אינגעלע:
     פון װאַנען זשע קומסטו?
    ענטפּערט דער רײטער:
     --- פון אַן אַנדער שטאָט, פון אַ קלענערער שטאָט, ניט אױף
דעם װעג, נאָר אָן אַ זײט אַװעק.
     האָט אינגעלע געװאָלט באַ אים נאָר עפּעס פרעגען, אָבער דער
רײטער האָט געזאָגט, אַז ער דאַרף גײן װײטער. איז דער רײטער
אַװעק װײטער, און אינגעלע־רינגעלע איז געגאַנגען זײן װעג.
     גײט אינגעלע־רינגעלע, גײט ער און גײט, אַלץ נענטער צו
דער שטאָט, װאָס ער האָט געזען פונװײטן, ערשט עס פּליט אים אָן
אַנטקעגן אַן אַנדער רײטער, אָבער שױן אױף אַ רױט פערד, און ער
פאַרשטעלט אים דעם װעג:
    --- גײ ניט װײטער! --- שרײט דער רײטער.
     מאַכט אינגעלע:
    --- איך דאַרף אָבער גײן!
     און ער װיל נעמען גײן.
    זאָגט דער רײטער:
    --- גײ ניט װײטער, אױב דו װילסט בלײבן לעבן!
    זאָגט אינגעלע:
    --- װאָס איז? װער װעט מיך הרגענען? דו?
    ענטפערט דער רײטער:
    --- איך? פארװאָס זאָל איך דיך הרגענען? איך הרגע קײנעם
ניט. איך בין ניט קײן גזלן, איך בין ניט קײן מערדער.
    פרעגט אינגעלע:
    --- טאָ װער זשע װעט מיך הרגענען?
                              [ 170 ]

           ]בילד[
   [171]

                דער לינדנװאָרעם
     ענטפערט דער רײטער:
     --- דער לינדנװאָרעם װעט דיך הרגענען.
     פרעגט אינגעלע:
     װער איז דאָס דער לינדנװאָרעם? איז דאָס אַ װאָרעם אַזאַ?
אױב אַ װאָרעם, װעל איך אים מיט די פיס צעטרעטן.
     גיט דער רײטער אַ שמײכל און ער ענטפערט:
     --- נײן, אינגעלע! דער לינדנװאָרעם איז ניט קײן װאָרעם אַזאַ,
װאָס מען קען אים מיט די פיס צעטרעטן. דער לינדנװאָרעם איז
אַזאַ חיה, װאָס דו האָסט נאָך אױף דײן לעבן ניט געזען, ניט אױפּן
װאָר און ניט אין חלום. אַז איך בין געװען אַזאַ אינגעלע װי דו, האָב
איך װעגן דעם לינדנװאָרעם נאָר אין אַ מעשה־ביכל געלײענט, און
איך האָב פאַר אים אַזױ מורא געהאַט! ער איז װי זאָל איך דיר
אָפּמאָלן? גרױס װי אַ העלפאַנט, אָבער ער איז ניט קײן העל־
פאַנט. ער איז בײז און גיפטיק װי אַ שלאַנג און קריכט אַזױ װי אַ
שלאַנג.  ער האָט צװײ פליגלען, אָבער ער איז ניט קײן פױגל און ער
קען אױך ניט פליען אַזױ װי אַ פױגל. ער האָט אן עק פון אַ פיש,
אָבער קײן פיש איז ער אױך ניט. אָט אַזױ זאָג איך דיר, זעט ער אױס.
און אַז ער נעמט אָטעמען, לאָזט ער אַרױס פון מױל אַזאַ מין פײער,
אַז עס איז אוממעגלאך אײנצושטײן אַרום אים. עס בראָט און עס
ברענט אַרום אים, װי אַ קאַלכאױװן. און אַ האַלדז האָט ער אַזאַ
גרױסן און אַזאַ ברײטן, אַז ער קען אײנשלינגען דעם גרעסטן אָקס,
און זיך ניט אַ קרים טאָן. אָט גלײך װי דו זאָלסט אַראָפּשלינגען
אַ ביסן ברױט.
    אינגעלע איז אַזש פאַרציטערט געװאָרן הערנדיק דאָס, נאָר
ער האָט זיך גלײך דערמאָנט, אַז ער האָט אַ רינגעלע, אַ צױבער־
                              [ 172 ]

                       אינגעלע רינגעלע
רינגעלע, הײנט פאַר װעמען האָט ער מורא? און דער רײטער האָט
דערצײלט װײטער:
    --- הכלל, אָט דער לינדנװאָרעם האָט זיך פאַרקליבן הינטער
דער שטאָט, װאו דער מלך װאױנט, און װעמען ער דערזעט נאָר,
כאַפּט ער און עסט אױף. עס איז נאָר אַ נס, װאָס די שטאָט איז
אַרומגערינגלט מיט אַ הױכער װאַנט, און ער קען זי ניט אַריבער־
קריכן, אָבער אַזױ װאָלט ער אַרײן אין שטאָט און אַלעמען אײנגע־
שלונגען. װאָרים װאָס פאַר אַ באַטרעף האָט באַ אים אַ מענטש?
    זיצט מען אַזױ אין שטאָט און מען האַלט די טױערן פאַרשלאָסן,
און קײנער גײט ניט אַרײן און קײנער גײט ניט אַרױס. איז אָבער
שױן באַלד קײן עסן ניטאָ אין שטאָט, װעט מען נאָך אױסגײן פון
הונגער.
     פרעגט אינגעלע דעם רײטער:
     --- װי אַזױ ביסטו אָבער אַרױס פון שטאָט און דער לינדנװאָרעם
האָט דיך ניט געטשעפּעט?
     ענטפּערט דער רײטער:
     --- איך האָב אים אונטערגענאַרט. איך האָב אים געזאָגט, אַז
איך גײ אים ברענגען לעבעדיקע מענטשן און פי אױף צו עסן,
װאָרים אין שטאָט, האָב איך אים געזאָגט, זענען שױן אַלע אױסגע־
גאַנגען פּון הונגער און זײ קענען דערפאַר ניט אַרױס צו אים, ער זאָל
זײ אױפעסן. קײן קלוגער, װי ס,װײזט אױס, איז ער ניט, האָט ער
מיר געגלױבט אױפן װאָרט און מיך געלאָזט גײן. אָבער דו װײסט
צו װאָס איך בין אַרױס פון שטאָט? ניט זיך אלײן צו ראַטעװען,
נאָר צו ראַטעװען אַנדערע, װארענען זײ, אַז זײ זאָלן זיך היטן, נאָענט
צו דער שטאָט ניט צוגײן, װאָרים דער לינדװאָרעם קען זײ נאָך
דערזען און אױפעסן, אָט אַזױ װי איך האָב דיך געװאָרנט.
     מאַכט אינגעלע:
     --- איך דאַנק דיר זײער, ליבער רײטער, װאָס דו האָסט מיך
                              [ 173 ]

                  דער לינדנװאָרעם
געװאָרנט. אָבער איך מוז דיר זאָגן, אַז איך הױב גאָרניט אָן מורא
צו האָבן אָט פאַר דעם לינדװאָרעם. זעסט װאָס איך האָב?
    און אינגעלע האָט אים געװיזן זײן רינגעלע.
    גיט דער רײטער אַ קוק, זעט ער, עס איז אַ רינגעלע אַזױ װי אַלע
רינגעלאַך. מאַכט ער:
    --- װאָס איז דאָס אַזױנס? אַ רינגעלע! נו, װאָס קענסטו טאָן
מיטן רינגעלע?
    גיט אינגעלע אַ שמײכל און ער זאָגט:
    --- אָ, איך קען שױן מיט אים טאָן, גאָר אַ סך! קוק ניט, װאָס
עס איז אַ רינגעלע, אַזױ װי אַלע רינגעלאַך. עס איז אָבער אַ װאונדער־
רינגעלע און עס קען פאַר מיר טאָן װאָס איך װיל.
    פרעגט דער רײטער:
    --- אַפילו דעם לינדנװאָרעם הרגענען?
    ענטפערט אינגעלע:
    ---  יאָ, אפילו דעם לינדנװאָרעם הרגענען!
    װאונדערט זיך דער רײטער און ער װיל ניט גלױבן. פרעגט ער:
    טאַקע?
    ענטפערט אינגעלע:
    --- מײן רינגעלע האָט נאָך גרעסערע װאונדער באַװיזן.
    מאַכט דער רײטער:
    --- אױב אַזױ, װעסטו דאָך אױפטאָן אַ גרױסע זאַך, און אַ חוץ
דער מצוה, װאָס דו װעסט פאַרדינען, װאָס דו װעסט ראַטעװען אַ
גאַנצע שטאָט, װעט דיר נאָך דער מלך געבן זײן טאָכטער פאַר
אַ װײב, װײל אַזױ האָט דער מלך געזאָגט: װער עס װעט דער־
הרגענען דעם לינדנװאָרעם, װעט קריגען מײן טאָכטער פאַר אַ װײב.
    זאָגט אינגעלע:
  --- דעם מלכס טאָכטער װי דעם מלכס טאָכטער. איך בין נאָך
                             [ 174 ]

                       אינגעלע רינגעלע
אַ קלײנער און איך דאַרף נאָר ניט חתונה־האָבן, אָבער דעם לינדנ־
װאָרעם װעל איך סײ־װי הרגענען. קום מיט מיר, װעסטו זען.
    מאַכט דער רײטער:
    --- װעסט דאָך ניט גײן צופוס, בעת איך װעל פאָרן רײטנדיק
אױפּן פערד. קום זעץ זיך מיט מיר, װעסטו אױך פאָרן.
    זאָגט אינגעלע:
    רעכט. ס'איז ניט שלעכט!
    און ער איז אַרױף צום רײטער אױפּן פערד, און דאָס פערד האָט
אַ מאַך געטאָן מיטן קאָפּ, און מיט די פיס האָפּ־האָפּ!
    אָבער װאָס עס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                           [ 175 ]

                       אינגעלע רינגעלע
            מען זעט שױן מער ניט די שטאָט, נאָר עפּעס אַזױ
                װי אַ פײער מיט אַ רױך פון דער הױך! האָט
                אינגעלע־רינגעלע זיך אָנגערופן צום רײטער אױפּן
                רױטן פערד.
                  --- יאָ, --- האָט געענטפערט דער רײטער אױפן
                רױטן פערד, --- טאַקע מען זעט ניט די שטאָט.
מסתמא האָט דאָס דער לינדנװאָרעם גענומען אָטעמען און װאַרפן
מיט שטיקער פײער און זײלן רױך. איך האָב מורא, אַז מיר װעלן
גאָר נאָענט ניט קענען צוגײן. מען קען שױן דאָ פילן, װי עס רױ־
כערט און עס ברענט!
    --- פאַרלאָז זיך אױף מײן רינגעלע! --- האָט געזאָגט אינגעלע.
    און אינגעלע האָט גענומען ס,רינגעלע און דאָס צוגעלײגט צו
די ליפּן, אַזױ װי מען לײגט־צו אַ טרומײטער, צי אַ שופר, און האָט
אױסגעטרומײטערט, צי אױסגעשופרט:
                  מזרח, מערב,
                  צפון, דרום,
                  תקיעה, תרועה,
                  תרועה, שברים!
    --- צו װאָס טוסטו דאָס? --- האָט דער רײטער אים געפרעגט.
    --- װעסט באַלד זען, --- האָט דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע גע־
ענטפערט, און װײטער געמאַכט מיטן רינגעלע:
                  מזרח, מערב,
                  צפון, דרום,
                            [ 176 ]

                       אינגעלע רינגעלע
                   הימל, ערד און ---
                   לינדנװאָרעם!
    --- און װאונדער איבער װאונדער! װאו פײער? װאו רױך? קײן
סימן, קײן זכר! אָט גאָרנישט, װי מיט דער האַנט אַװעקגענומען.
    --- איצטער זעסטו? האָט געזאָגט דאָס אינגעלע, אַלץ
דאָס רינגעלע!
    און דער רײטער איז געװען אַזױ פאַרװאונדערט, אַז ער האָט גאָר
רעדן ניט געקענט!
    --- דאָס איז נאָך גאָרנישט! --- האָט געזאָגט אינגעלע --- װעסט
נאָך זען!
     זײ זענען געפאָרן װײטער רײטנדיק אױפן פערד, און זײ זענען
שױן צוגעקומען גאָר נאָענט צו דער שטאָט. דער לינדנװאָרעם האָט
זײ דערזען, האָט ער גענומען װידער אָטעמען און סאָפּען און כראָפּען
און בלאָזן מיט פײער און רױך. אינגעלע האָט אָבער גלײך גענומען
ס'רינגעלע און צוגעלײגט צום מױל, אַזױ װי מען לײגט צו אַ טרו־
מײטער, צי אַ שופר, און ער האָט װידער אױסגעטרומײטערט צי
אױסגעשופרט:
                   מזרח, מערב,
                    צפון, דרום,
                    תקיעה, תרועה,
                    תרועה, שברים!
                    מזרח, מערב,
                    צפון, דרום,
                    הימל, ערד און ---
                    לינדנװאָרעם!
     און ס'פײער איז װידער אײנגעלאָשן געװאָרן, און דער רױך איז
װידער פאַרשװאונדן, און דער לינדנװאָרעם קוקט און װאונדערט
                              [ 177 ]

                   אינגעלע הרגעט דעם לינדנװאָרעם
זיך אױך: װאָס איז דאָ? װער האָט דאָס אַזאַ כח אױסצולעשן דעם
אָטעם פון זײן מױל? האָט ער װידער אַן אָטעם געטאָן, נאָך מיט
מער כח, און עס איז אַרױס נאָך אַ גרעסערער פלאַם און עס איז גע־
װאָרן נאָך אַ געדיכטערער רױך, אָבער דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע
האָט װידער אַמאָל פאַרלאָשן דאָס פײער און אַװעקגעבלאָזן
דעם רױך.
     האָט דער לינדנװאָרעם װידער געפּרואװט, און װידער די
אײגענע מעשה. האָט ער שױן גאָרניט געװאוסט װאָס צו טאָן. איז
ער געװאָרן אין כעס און האָט אױסגעשריגן:
    --- װער טוט דאָס?
    --- איך, אינגעלע מיטן רינגעלע!
     איז דעם לינדנװאָרעם דאָס ניט אָנגעשטאַנען, און ער האָט
אױסגעשריגן נאָך מיט מער כעס:
    --- דו, אַזאַ שנעק?!
    האָט אים אינגעלע געענטפערט גאַנץ רואיק:
    --- יאָ, איך, אַזאַ שנעק, װעל פון דיר מאַכן אן עק!
    דאָס איז שױן דעם לינדנװאָרעם גאָרניט אָנגעשטאַנען, און ער
האָט געגעבן אַ געשרײ:
    --- איך עס דיך שױן די רגע אױף, דיך מיטן רײטער מיטן פערד
אינאײנעם, און עס װעט מיר אַפילו אױף אַ צאָן ניט קלעקן!
    האָט אים אינגעלע געענטפּערט, װידער גאַנץ רואיק:
    --- װאָס טױג דיר אױפעסן אונדז אַלעמען דרײען, מיך מיטן
רײטער מיטן פערד, באַװײז אַ פריער אַ קונץ און עס מיך אַלײן אױף!
    דאָ איז שױן דער לינדנװאָרעם אַרױס פון די כלים, און ער האָט
גענומען סאָפּען און כראָפּען און זיך װאַרפן און די צײנער שאַרפן,
און דער רײטער מיטן פערד האָבן זיך טאַקע גענומען שרעקן, װײל
זײ האָבן ניט געװאוסט, װאָס דאָ װעט זײן. אָבער אינגעלע־רינגעלע
                             [ 178 ]

                       אינגעלע רינגעלע
איז זיך רואיק אַראָפּ פון פערד, האָט אָנגעטאָן ס,רינגעלע אױפן קאָפּ,
און ס,רינגעלע האָט אים דעם גאַנצן קאָפּ צוגעדעקט, און עס האָט
אױסגעזען ניט װי אַ רינגעלע, נאָר װי אַ היטעלע. אָבער עס איז ניט
געװען אַ היטעלע אַזױ װי אַלע היטעלאַך, װאָס אַלע אינגעלאַך טראָגן
אױף די קעפּ, נאָר עס איז געװען אַ היטעלע, אַזױ װי פון לאַנגע
טשװעקעס געמאַכט, מיט די שאַרפע שפּיצן אַרױס, און אינגעלע
איז אָט אַזױ צוגעגאַנגען צום לינדװאָרעם און האָט געזאָגט:
    --- נאַ, עס מיך אױף!
    און דער לינדװאָרעם האָט אַן עפן געטאָן דאָס מױל, און אינ־
געלע האָט אַרײנגערוקט אַהין דעם קאָפּ מיטן שאַרפן, שטעכיקן
היטעלע. און װי ער האָט דאָס געטאָן, אַזױ האָט דער לינדװאָרעם
געגעבן אַ געשרײ און אַ קװיטש, װײל עס האָט אים גענומען שטעכן,
און ער האָט געװאָלט אױף גיך אױסשפּײען. אָבער אינגעלע האָט
זיך ניט געלאָזן, און ער האָט אַזױ לאַנג געהאַלטן דעם קאָפּ מיטן
שטעך־שטאָר־היטעלע אין דעם לינדװאָרעמס מױל, ביז דער
לינדװאָרעם האָט זיך צעשטאָכן אױף טױט. ערשט דעמאָלט האָט
אינגעלע אַרױסגענומען דעם קאָפּ און אַראָפּגענומען ס,היטעלע און
ס,היטעלע איז געװאָרן צוריק אַ רינגעלע, אַזױ װי ס,איז פריער
געװען.
  דער רײטער האָט גאָר זײנע אױגן ניט געלױבט. און ער איז
אַראָפּ פון פערד אַ קוק־געטאָן, דער לינדװאָרעם איז שױן טאַקע גע־
װען ניט מער װי אַ פּגר.
    --- בראַװאָ, אינגעלע־רינגעלע! --- האָט דער רײטער אױסגע־
שריגן מיט פרײד, --- דו האָסט אַ גאַנצע שטאָט פּון שרעק און טױט
געראַטעװעט. דער מלך װעט דיר איצטער געבן זײן טאָכטער
פאַר אַ װײב, אַזױ װי ער האָט צוגעזאָגט, אַז דער װאָס װעט דעם
לינדװאָרעם דערהרגענען, דער װעט דעם מלכס אײדים װערן.
                             [ 179 ]

                   אינגעלע הרגעט דעם לינדנװאָרעם
     מאַכט אינגעלע:
    --- איך האָב דאָך דיר שױן געזאָגט, אַז איך דאַרף ניט דעם
מלכס טאָכטער, װײל איך בין נאָך צו יונג אױף חתונה צו האָבן,
און װידער װײס איך ניט, צי דאָס איז דער מלך, צו װעלכן איך
דאַרף האָבן?
     פרעגט דער רײטער:
    --- װאָס איז? צו װעלכן מלך דאַרפסטו דאָס האָבן?
     ענטפערט אינגעלע:
    --- איך דאַרף צום מלך װאָס אױף יענער זײט טײך.
     זאָגט דער רײטער:
    --- נו, איז דאָס אפשר דער מלך, צו װעלכן דו דאַרפסט האָבן?
נאָר קום אַלץ אײנס אַרײן אין שטאָט, און זאָלן אַלע זען דעם, װאָס
האָט דאָס גרױסע װאונדער באַװיזן און דעם לינדנװאָרעם דער־
הרגעט. זײ װעלן דאָך דיך אַלע טראָגן אױף די הענט פאַר גרױס
פרײד און דאַנקבאַרקײט! קום, אינגעלע, איך װעל דיך אַרױפזעצן
אױפן פערד און דיך אַזױ אין שטאָט אַרײנפירן: דו אױפן פערד, און
איך אױף דער ערד.
     פרעגט אינגעלע:
    --- פאַרװאָס זאָלסטו ניט זיצן גלײך מיט מיר?
     ענטפערט דער רײטער:
    --- ס'איז שענער אַזױ, און מער כבוד פאַר דיר.
    זאָגט אינגעלע:
    --- נו, זאָל זײן װי דו זאָגסט.
    און אינגעלע האָט זיך געלאָזט אַרױפזעצן אױפן פערד, און ער
איז שױן געװען גרײט צו פאָרן.
    --- װאַרט נאָר אױס אַ װײלע! --- האָט דער רײטער צו אים
געזאָגט, --- איך װעל אַ פריער צובינדן דעם פּגר פון דעם לינדנ־
                             [ 180 ]

                       אינגעלע רינגעלע
װאָרעם צו דעם עק פון דעם פערד, כדי אַלע אין שטאָט זאָלן מיט
זײערע אײגענע אױגן זען דעם סוף פון דעם מאָנסטער און אַז זײ
זענען שױן פון אים דערלײזט געװאָרן.
    און דער רײטער האָט אַזױ געטאָן. דערנאָך האָט ער אָנגענומען
דאָס פערד פאַרן צױם און געפירט דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע אין
שטאָט אַרײן.
    װאָס עס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
ו [ 181 ]

         אינעװײניק אין שטאָט
       דער טױער פון שטאָט איז געװען פאַרשלאָסן פון
           אינעװײניק, און דער רײטער האָט אָנגעקלאַפּט:
                    --- אײנס און צװײ און דרײ ---
                    געפאַר איז שױן פאַרבײ!
             דער טױער האָט זיך אָבער ניט געעפנט. האָט
         דער רײטער װידער אָנגעקלאַפּט:
         --- מערב, מזרח,
           דרום, צפון --- 
         זאָל דער טױער
         זײן שױן אָפן!
איצט האָט זיך שױן דערהערט אַ שטים פון יענער זײט טױער:
          מזרח, מערב,
         צפון, דרום ---
         שרעק און מורא ---
         לינדנװאָרעם!
האָט דער רײטער געענטפערט:
         מזרח, מערב,
         צפון, דרום --- 
         ניטאָ שױן מער
         דער לינדנװאָרעם!
האָט זיך דער טױער געעפנט. דער רײטער האָט אײנגעפירט
                        [ 182 ]

                       אינגעלע רינגעלע
אױף זײן רױטן פערד דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע, און ער האָט
געזאָגט צום סאָלדאַט, װאָס איז געשטאַנען אױף דער װאַך
באַם טױער:
    --- לױף אַפריער מיט אַלע דײנע כוחות און רוף צונױף די גאַנצע
שטאָט, פון דעם מלך ביזן קנעכט, אַזױ צו זאָגן:
              קומט פּון מזרח, קומט פון מערב,
              קומט פון צפון, קומט פון דרום,
              גיט־אָפּ כבוד דעם װאָס האָט
              אַװעקגעלײגט דעם לינדװאָרעם!
    האָט דער סאָלדאַט אַזױ געטאָן, װי דער רײטער האָט אים
געזאָגט. און באַלד איז אַרױס די גאַנצע שטאָט, פון דעם מלך ביזן
לעצטן קנעכט. אַלע האָבן דערזען דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע
אױפן רױטן פערד און דעם פּגר פון דעם לינדװאָרעם צוגעבונדן
צום עק פּון פערד, און זײ האָבן זײערע אױגן ניט געגלױבט: האָט
מען טאַקע דעם מאָנסטער דעם לינדװאָרעם געהרגעט? און װער
און װאָס און װי אַזױ?
    און דער מלך האָט געזאָגט צום רײטער:
    --- װער האָט דאָס דעם לינדװאָרעם דערהרגעט?
    און דער רײטער האָט געענטפּערט:
    --- אָט דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע, װאָס דו זעסט אױפן פערד
זיצנדיק־רײטנדיק!
    װאונדערט זיך דער מלך, און ער זאָגט צום רײטער:
    --- אַזאַ קלײן אינגעלע!
ענטפּערט דער רײטער:
    --- יאָ, אַזאַ קלײן אינגעלע!
    פרעגט דער מלך דעם רײטער:
    --- דו האָסט דאָס אַלײן מיט דײנע אױגן געזען?
                              [ 183 ]

                       אינגעלע רינגעלע
     ענטפערט דער רײטער:
     --- יאָ, איך האָב דאָס אלײן מיט מײנע אױגן געזען.
     זאָגט דער מלך צום רײטער:
     --- טאָ דערצײל אונדז, מיר און דעם גאַנצן פאָלק, װאָס האָט
זיך דאָ פאַרזאַמלט, װי אַזױ דאָס איז געװען?
     האָט דער רײטער דערצײלט אַלץ װאָס איז געװען, פון אָנהױב
ביזן סוף, װי אַזױ ער האָט באגעגנט דאָס אינגעלע מיטן רינגעלע
און װי אַזױ אינגעלע האָט בײגעקומען מיטן רינגעלע דעם לינדנ־
װאָרעם, און דער מלך און דאָס גאַנצע פאָלק האָבן געהערט, און זײ
האָבן זײערע אױערן ניט געגלױבט, מער ניט, זײערע אױגן האָבן
דאָך געזען דעם פּגר פון דעם לינדנװאָרעם, האָבן זײ שױן געמוזט
גלױבן.
    און װי דער רײטער האָט געענדיקט די געשיכטע צו דערצײלן,
האָט דער מלך אלײן אָנגענומען פאַרן צױם דאָס פערד, אױף װעלכן
אינגעלע־רינגעלע איז געזעסן רײטנדיק, און ער האָט אױסגערופן:
    --- שרײט אַלע פאַר אונדזער רעטער: לעבן זאָל אינגעלע־
רינגעלע!
    און דער מלך אלײן האָט געפירט אינגעלע־רינגעלע איבער
אַלע גאַסן, און אַלע זענען נאָכגעגאַנגען און האָבן געשריגן: לעבן
זאָל אינגעלע־רינגעלע! און דער מלך האָט אַזױ אַרומגעפירט
אינגעלע־רינגעלע, ביז זײ זענען געקומען צום פּאַלאַץ, און דאָ האָט
דער מלך געזאָגט צום אינגעלע:
    --- קום, אינגעלע, צו מיר אין פּאַלאַץ אַרײן, און איך װעל דיך
באַלױנען און באַקרױנען, אַזױ װי דו ביסט װערט פאַר דער גרױסער
און גוטער זאַך, װאָס דו האָסט געטאָן פאַר מיר און פאַר מײן פאָלק!
    און דער מלך איז אַרײן אין פּאַלאַץ, און אינגעלע־רינגעלע נאָך
                             [ 184 ]

                       אינגעלע רינגעלע
אים. און דער מלך האָט זיך געזעצט אױף זײן טראָן, און אינגעלע־
רינגעלע לעבן אים באַ דער רעכטער האַנט, און די מלכה האָט זיך
געזעצט לעבן דעם מלך בא דער לינקער האַנט, און אַלע פּרינצן און
פּרינצעסנס האָבן זיך צעזעצט אױף די טרעפּלאַך, װאָס האָבן גע־
פירט צום מלכס טראָן, און אַלע מיניסטאָרן און גענעראַלן און גלאַט
גרױסע לײט האָבן זיך צעשטעלט אומעטום אַרום און אַרום.
    אַלע זענען שטיל געבליבן און האָבן געװאַרט, װאָס דער מלך
װעט זאָגן. און דער מלך האָט זיך אַ קער געטאָן מיט זײן פּנים צו
אינגעלע־רינגעלע און געזאָגט צו אים:
    --- אינגעלע־רינגעלע! איך האָב צוגעזאָגט, אַז דער װאָס װעט
הרגענען דעם לינדנװאָרעם, דער װעט קריגן מײן טאָכטער פאַר
אַ װײב. הײנט, אַז דו האָסט דעם לינדנװאָרעם געהרגעט, קומט
דאָך דיר מײן טאָכטער פאַר אַ װײב!
    שטעלט זיך אױף אינגעלע־רינגעלע און גיט זיך אַ נײג פאַרן
מלך און זאָגט צו אים:
    --- אדוני מלך! איך בין דאָך נאָך אַ קלײן אינגל, הײנט װי
אַזױ קען איך חתונה האָבן מיט דײן טאָכטער?
    הײסט אים דער מלך צוריק אַװעקזעצן, און ער זאָגט צו אים:
    --- איך האָב דען אײן טאָכטער? איך האָב דאָך עטלאַכע,
און אײנע אין דײנע יאָרן, אַזױ קלײן װי דו. װילסט זי זען?
    און דער מלך האָט אַ קוק געטאָן אַרונטער, װאו די אַלע פּרינצן
און פּרינצעסנס זײנען געװען אױסגעזעצט, און ער האָט מיטן פינגער
אָנגעװיזן אױף דער קלענסטער פּרינצעסן און געזאָגט:
    --- שטעל זיך אױף, מײן אינגסטע טאָכטער, און זאָל אינגעלע־
רינגעלע דיך זען!
    האָט זיך אױפגעשטעלט די אינגסטע טאָכטער פון דעם קיניג
                             [ 185 ]

                       אינגעלע רינגעלע

און זיך פאַרנײגט פאַר אינגעלע־רינגעלע, און דער מלך האָט צו
אים געזאָגט:
    --- אָט דאָס איז די בת־מלכה װאָס איך האָב אױסגעקליבן פאַר
דיר. אָבער אַזױ װי איר זײט נאָך בײדע קלײן, װעט איר חתונה־
האָבן, װען איר װעט גרעסער װערן. דערװײל זאָלסטו זײן אין מײן
פּאַלאַץ, און עס װעט דיר קײן זאַך ניט פעלן, גלײך װי דו װאָלסט
געװען מײן אײגענער זון, אײנער פון די פּרינצן.
    האָט זיך אינגעלע־רינגעלע װידער אױפגעשטעלט, זיך אַ נײג
געטאָן פאַרן מלך און האָט צו אים געזאָגט:
    --- אַדוני מלך! איך דאַנק דיר זײער, אָבער קײן כלה דאַרף
איך נאָר ניט האָבן, און אין דײן פּאַלאַץ קען איך ניט בלײבן איך
האָב אַ הײם מיט אַ טאַטן מיט אַ מאַמען און עס פעלט מיר ניט באַ
זײ קײן שום זאַך. זײ האַלטן מיך טײער אַזױ װי דאָס אױג אין קאָפּ,
און איך האַלט זײ ערלאַך, אַזױ װי מען דאַרף האַלטן־ערלאַך אַ
טאַטן מיט אַ מאַמען. און װידער װיל איך דיר זאָגן, אַדוני מלך, אַז
איך האַלט אין גײן צו אַן אַנדער מלך.
     פרעגט אים דער מלך:
    --- װער איז דער אַנדערער מלך, צו װעלכן דו גײסט?
     ענטפּערט אינגעלע:
    --- איך װײס ניט, װער ער איז. איך װײס ניט זײן נאָמען, און איך
קען ניט זײן לאַנד, נאָר באַ אונדז רופט מען אים „דער מלך װאָס
אױף יענער זײט טײך“.
     פרעגט דער מלך:
    --- אפּשר בין איך דאָס?
     ענטפערט אינגעלע:
    --- איך האָב אַפריער דאָס אױך געטראַכט, אָבער איך זע שױן,
אַז ניט, װײל יענער מלך דאַרף טראָגן אױפן האַלדז אַ פײפל.
                              [ 186 ]

                       אינגעלע רינגעלע

    פרעגט דער מלך:
   --- װאָס פאַר אַ פײפל?
    ענטפערט אינגעלע־רינגעלע:
    --- אַ פײפל מיט װאָס ער רופט אַרױס מכשפים און מכשפות
פון דעם צױבער־אינדזל.
    פרעגט דער מלך:
    --- און װאָס װעסטו באַ אים טאָן, באַ יענעם מלך?
    דערצײלט אים אינגעלע די גאַנצע מעשה. זאָגט צו אים דער־
נאָך דער מלך:
    --- נו, אַז דו דאַרפסט גײן, װעל איך דיך ניט פאַרהאַלטן. גײ
בשלום און זאָל דיר דײן װעג באַגליקט זײן! נאָר איך װאָלט װעלן
דו זאָלסט נעמען פּון מיר כאָטש אַ קלײנע מהנה.
    פרעגט אינגעלע:
    --- װאָס פאַר אַ מהנה װילסטו מיר געבן, אַדוני מלך?
    ענטפּערט דער מלך:
    אַ פּאָר שטיװעלאַך, װאָס אַז דו װעסט אין זײ גײן, װעלן דיר
קײנמאָל די פיסעלאַך ניט װײ־טאָן.
    זאָגט אינגעלע:
    --- דאָס איז גוט, װײל איך דאַרף דאָך גײן אין אַזאַ װײטן װעג,
און איך דאַנק דיר טאַקע זײער פאַר אַזאַ מהנה.
     און דער מלך האָט אים געגעבן די פּאָר שטיװעלאַך.
     --- נאַ, --- האָט ער צו אים געזאָגט, --- טו זײ טאַקע גלײך אָן
און טראָג זײ געזונטערהײט!
                             [ 187 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    האָט אינגעלע רינגעלע אָנגעטאָן די שטיװעלאַך, זיך אָפּגעזע־
נענט מיט אַלעמען און גענומען גײן. אָבער דאָ האָט ער זיך אױפ־
געכאַפּט, און װאָס עס איז װײטער געװען, װעט איר שפּעטער זען.
           ]בילד[
                     [ 188 ]

           דער פּאַלאַץ אין שפּינװעבס
            אינגעלע־רינגעלע איז געגאַנגען, און דער װעג איז שױן
                געװען אַ גלאַטער און אַ גלײכער, אַז עס איז געװען
                אַ מחיה צו גײן! אָבער װאוהין דער װעג ציט זיך,
                װאוהין ער פירט --- דאָס האָט אינגעלע ניט
                געװאוסט.
                   גײט אינגעלע און ער טראַכט: װיפיל איז דאָס
דער שיר צו גײן? װעט דאָס גאָר קײנמאָל קײן עק ניט נעמען? ---
און אינגעלע מאַכט באַ זיך אָפּ, אַז דאָס איז דאָס לעצטע מאָל װאָס
ער גײט. מער װעט ער זיך ניט אַרומשלעפּן צו זוכן דעם מלכס
פּאַלאַץ װאָס אױף יענער זײט טײך! װעט ער טרעפן הײנטיקס מאָל
גלײך צום פּאַלאַץ, איז רעכט; אַניט, קערט ער זיך אום צוריק אַהײם,
און א ---ן עק, אַ סוף!
                   אַן עק, אַ סוף,
                   אַ סוף, אַן עק,
                   עס נעמט אַן ענד
                   צום לאַנגן װעג!
    און אינגעלע גיט אַ קוק: אױ, טאַקע! דער װעג ענדיקט זיך
שױן, און אָט זעט זיך אַ שטאָט. אפּשר איז דאָס די שטאָט, װאו דעם
מלכס פּאַלאַץ געפינט זיך?
    גײט אינגעלע װײטער, און אָט איז שױן די שטאָט. און די
שטאָט איז אַן אָפענע, אָן אַ מױער און אָן אַ טױער, אָן סאָלדאַטן און
אָן האַרמאַטן, פראַנק און פרײ, גײ אַרײן!
    קלערט אינגעלע: אפשר האָט ער אַ טעות? אפשר איז דאָס
                             [ 189 ]

           דער פּאַלאַץ אין שפּינװעבס
ניט די שטאָט, װאו דער מלך איז? װאָרים װי װעט דאָס דעם מלכס
שטאָט זײן אַזאַ פרײע, אַזאַ אָפענע? און דער מלך איז דאָך נאָך אַזאַ
שלעכטער, אַ רשע מרושע! נאָר גאָרנישט: ער װעט אַרײנגײן,
װעט ער זען.
    גײט אינגעלע אַרײן אין שטאָט, ערשט עס איז אַ שטאָט װי אַלע
שטעט, נאָר אַ סאָלדאַט זעט מען אױף אַ רפואה ניט. שטעלט ער
אָפּ אײנעם אין גאַס און פרעגט אים:
    --- װאו זענען די סאָלדאַטן?
    ---  דו מײנסט, אינגעלע, די זעלנער מיט די רױטע קעלנער?
    ענטפערט אינגעלע:
    --- נו, זאָל זײן װי דו זאָגסט, די זעלנער מיט די רױטע קעלנער,
אָבער װאו זענען זײ?
    זאָגט יענער:
    --- װער דאַרף זײ?
    זאָגט אינגעלע:
    --- דער מלך.
    פרעגט יענער:
    --- װעלכער מלך?
    פרעגט צוריק אינגעלע:
    --- װאױנט דאָ גאָרניט דער מלך?
    ענטפערט יענער:
    יאָ, אַמאָל איז דאָ געװען אַ מלך, האָט דער מלך געהאַט אַ
מלכה, און די מלכה האָט געהאַט אַ בן־מלך מיט אַ בת־מלכה, און
געװארינט האָבן זײ אַלע אין אַ פּאַלאַץ און געבאָדן זיך איז אַלדאָס
גוטס, און דאָס פאָלק האָט זיך געבאָדן אין זײן אײגן בלוט און שװײס.
דער מלך איז געריטן און דאָס פאָלק האָט געליטן: פאַרשטײסטו,
אינגעלע, אָדער דיר איז שװער צו פאַרשטײן?
                            [ 190 ]

                       אינגעלע רינגעלע
    זאָגט אינגעלע:
    --- פאַרװאָס זאָל איך ניט פאַרשטײן? אװדאי פאַרשטײ איך.
דו מײנסט, אַז דעם מלך איז געװען גוט, און אַלעמען איז געװען
שלעכט.
    מאַכט יענער:
    --- עהע! ביסטו דאָך אַ קלוגער אינגל! קומט דאָך דיר אַ קניפּ
אין בעקל!
    און ער גיט אים טאַקע אַ קניפּ אין בעקל, און ער רעדט װײטער
צו אים:
    --- אָבער זאָג מיר, קלוג אינגעלע, װאָס טוסטו דאָ באַ אונדז אין
שטאָט? װאָרים איך זע דאָך, אַז דו ביסט ניט קײן היגער.
     דערצײלט אים אינגעלע די גאַנצע מעשה פּון זײן גײן צום מלך
אין פּאַלאַץ, װאָס אױף יענער זײט טײך, און אַלצדינג װאָס מיט אים
האָט זיך אױפן װעג געטראָפן.
     מאַכט יענער:
    --- יאָ, די מעשה איז אַ גאַנץ שײנע, און דאָ אין שטאָט האָט
אַמאָל געמוזט װאױנען דער מלך, װעלכן דו זוכסט. אָבער װאָס איז
ער דיר, אינגעלע, איצטער? אױף װאָס דאַרפסטו דעם מלך און אױף
װאָס דאַרפסטו זײן פּאַלאַץ מיט אַלץ מיטאַנאַנדער?
     ענטפערט אינגעלע:
     --- איך האָב דאָך דיר דערצײלט! איך װיל דאָרטן אַלצדינג
זען און רעדן צום מלך און אױך זאָגן אים, אַז ער טוט שלעכטס צו
זײן פאָלק.
     --- גיט יענער אַ שמײכל און ער זאָגט:
     --- אָבער איצטער, אינגעלע, טוט ער אונדז גאָר קײן שלעכטס
ניט. ניט מיר הערן אים, ניט מיר זעען אים. קײנער װײסט גאָר ניט,
                             [ 191 ]

           דער פּאַלאַץ אין שפּינװעבס
אַז דאָ געפינט זיך גאָר אַ מלך. איך האָב אױך ניט געװאוסט, נאָר
דו האָסט מיך געפרעגט, האָב איך זיך דערמאָנט.
     פרעגט אינגעלע:
     --- אָבער װאו איז ער אַהינגעקומען, דער מלך מיט זײן פּאַלאַץ
מיט אַלץ מיטאַנאַנדער? אין דרערד אײנגעזונקען?
     --- גײן, ענטפּערט יענער, --- ניט אין דרערד אײנגעזונקען. דאָ
איז נאָך קײנמאָל קײן ערדציטערניש ניט געװען. דער מלך מיט זײן
פּאַלאַץ מיט אַלץ מיטאַנאַנדער געפינט זיך נאָך הינטערן שטאָט
אױפן באַרג. דער פּאַלאַץ שטײט נאָך אױפן זעלבן באַרג, װאו ער
איז אַלעמאָל געשטאַנען. נאָר קײנער קען ניט צוקומען צו אים, און
מען װיל גאָרניט צוקומען אַהין, װײל קײנעם אַרט ניט, װאָס דאָרטן
טוט זיך, קײנעם װילט זיך גאָרניט װיסן.
     --- און פאַרװאָס קען מען אַהין ניט צוקומען? --- פרעגט
אינגעלע.
     --- װײלע, --- ענטפערט יענער, דער גאַנצער באַרג מיטן
פּאַלאַץ װאָס שטײט אױף אים איז מיט שפּינװעבס פאַרצױגן געװאָרן,
אָבער ניט אַזאַ שפּינװעבס, װאָס דו זעסט אומעטום, ניט אַ שפּינ־
װעבס, װאָס מיט אַ בלאָז פּון מױל קען מען אים צערײסן. עס איז
אַ שפּינװעבס, װאָס איז שטאַרקער פון דראָט און פון אײזן. אָט אַזאַ
שפּינװעבס איז דאָס פאַרצױגן אַרום דעם באַרג מיטן פּאַלאַץ מיט
אַלץ מיטאַנאַנדער.
     --- און דער מלך מיט דער מלכה מיט דעם בן־מלך מיט דער
בת־מלכה? --- גיט אינגעלע אַ פרעג.
     --- אַלע דאָרטן, אין דעם פּאַלאַץ, מיט אַלע זײערע גענעראַלן
און מיניסטאָרן, אַלע זענען דאָרטן געבליבן. קײנער הערט פון זײ
ניט, קײנער װײס פּון זײ ניט.
     --- אַ! זאָגט אינגעלע, --- איך װאָלט װעלן גײן אַהין אַ קוק טאָן!
                              [ 192 ]

           ]בילד[
  [193]

           דער פּאַלאַץ אין שפּינװעבס
    מאַכט יענער:
    --- אָבער איך האָב דאָך דיר געזאָגט, אינגעלע, אַז מען קען
אַהין ניט צוקומען! עס איז פאַרצױגן מיט אַ שפּינװעבס, װאָס איז
שטאַרקער פון דראָט און פון אײזן.
    זאָגט אינגעלע:
    --- דאָס איז גאָרנישט. איך האָב אַ רינגעלע. מײן רינגעלע,
האָב איך דאָך דיר דערצײלט, טוט װאונדער. עס עפנט פאַר מיר
טיר און טױערן, צעברעכט אַלע מױערן.
    מאַכט יענער:
    --- אָבער װאָס טױג דיר אַלץ דער פּאַלאַץ?
    זאָגט אינגעלע:
    --- אַז איך בין שױן אַזױ װײט געגאַנגען, פאַרװאָס זאָל איך אױף
אים כאָטש ניט אַ קוק טאָן? און פאַר אײן גאַנג טאקע פארװאָס
אױך אינעװײניק ניט אַרײנגײן?
    זאָגט יענער:
    --- װער װײס, צי זײ לעבן דאָרטן, װײל ס,איז שױן אַזױ לאַנג
די געשיכטע.
    אינגעלע האָט זיך פאַרטראַכט אױף אַ װײלע, און דערנאָך האָט
ער אַ פרעג געטאָן באַ יענעם:
    --- אָבער דער באַרג מיטן פּאַלאַץ שטײט דאָך?
    --- אַװדאי שטײט, --- האָט יענער געענטפּערט, איך האָב
דאָך ריר געזאָגט.
    --- נו, אױב אַזױ, װעל איך צוגײן אַ קוק טאָן, --- האָט אינגעלע
געזאָגט, און איז אַװעק.
    ער איז געקומען הינטערן שטאָט, האָט ער דערזען טאַקע דעם
באַרג, און אױפן באַרג איז געשטאַנען דער פּאַלאַץ, און אַלץ איז
                             [ 194 ]

                       אינגעלע רינגעלע
געװען פאַרצױגן מיט שפינװעבס, װי מיט אַ פּאַנצער. ניט קײן גע־
װײנלאַכער שפּינװעבס, נאָר װי פון אײזערנע פעדיס געשפּונען, אַזױ
װי יענער האָט אים טאַקע געזאָגט.
     אינגעלע האָט שױן געװאָלט נעמען זײן רינגעלע און אַדורכ־
 ברעכן דעם שפּינװעבס און אַרױפגײן אױפן באַרג און גײן װײטער,
 אין פּאַלאַץ· ארײן. אָבער אַ האַנט האָט אים אָנגערירט, און אינגעלע
 --- האָט זיך אױפגעכאַפּט.
      ער גיט אַ קוק, װער איז דאָס. ערשט זײן מאַמע שטײט װי
 אַלעמאָל איבער זײן בעטל און רעדט צו אים:
     --- שטײ אױף, מײן קינד! װאָס האָט זיך דיר געחלומט?
      איננעלע האָט איר אַלצדינג דערצײלט.
                    אַ חלום אַרױס, אַ חלום אַרײן,
                    מער װעט ניט זײן;
                     אַ חלום אַרײן, אַ חלום אַרױס
                     די מעשה איז שױן אױס.
           ]בילד[
                               [ 195 ]

                               גלאָסאַר
         (אַ·ע שװערע װערטער און אױסדרוקן, פאָרסײסשט או· דער··ערס)
                                        א
אַדוני (אַדױני) מײן האַר
אַרבא (אַועראַב· פאַר·ערס, ג·ױס.
אַװדאַי (אַװאַוע) געװיס, זיכער.
אופן (או·פן) שטײגער, אַרס.
אורח (אױראַך) אַ גאַסט, אן ארימאן װאָס מע ·רבעס צו זיך אין הױז צום עסן.
אָ חוץ (כוץ)) אױסע·
אימה (א·ימ· שרעק, ·ר·י·.
אַני איך
א·ר (עפשע·.
אַרבע כוסות (אַרבאַ ·ױסעס) די פיר גלעזלאַך װײן, ױ··ב· מע סרינ·ט ·סח ·ום ·רר.
אַשמדאַי (אַשמעראַי) דער קיניג פון די טײװלנים.
אהרוגים (עסרױגים) אַזאַ ס·רט שמעקערי·ע ·ימענע, װאָס ·ידן באַנוצן סוכות
     פאַר רע·יגיעזע צװע·ן.
                                         ב
בהורים (נאַכורים) יוגגע·ײט.
בית המקדש (בי·ס האַמיקךאָש) דער חײ·יקער איךישער טעמ·· אין ירוש·ים
בית המדרש (בײס האַמעדרעש) אַ שו· צו ואַװנען, און ו·או דערװאַ·ס·נ· ··רנ·ז.
 בכור (בכאָר) ערשטער נעבױרעגער זוז פון דער פאַמי·יע
בן (בען) אַ זון
 בעת (כעאײס) אי· דער ·ײט, װען.
 בקיצור (בעקיצער) אין קורצן.
 בריה (בעריע) ענערגישער געשי·טער מעגטש.
ברוכים הבאיט (בערוכים האַב·אים) װי·קאָמען.
 בשלום (בעשאָ·עם) געזוגטערהײד.
 נת (באַס· אַ ט·כטער.
                                         נ
 גבורות ·געװאורעס) חע·דיש·ײטן. גיהנרם ·געהעגעם)
 גולם (גױ·אָם) גן עדן (גאַן עיון)
 ··· ·ים·י···יבע· ו ···· ·····
 · ··ו···ו·ראוט··. ה ·· ··· · ··ײט.
 ···נ···ןררגעני··. ········ר·ל·· ··ז·.
 חמלך הכבוד (חאַמע·ך חאָ·אָװע· דער װירדי·ער ·ינינ.
                                       [ 196 ]

                                           ז
·כר (זײכע· אָן ·נר·נ·. אַ שפּור. זכרים (זכ·רים) ·ענ·ר.
                                           ח
חברה לײט (כעװרע ·ײט) פרײ·אַכע יונגען.
חברישע סביבה (כאַװעריש· סװיװע· זײער פרײנט·אכע געזע·שאַפּט.
חדר (כ·יךער) צימע· ·ינרער שו·.
חוזק (כױז··) שפּאַס שפּאָט. אָפּ·אַכן.
חו· (כומעש) די ערשמע פינ· ביכער פֿון דער ביג·.
חודש (כױדעש). חלומ·ט (כאָ·עגט).
הופּה (כופּע). חלומות (באַ·ױמעס).
הוצפּה (כ·צפּע) אומפאַרשעמט·ײט. חנוכה ·כאַנוקע).
הידושים (כיװשים) װאונדער. הרפּה (כאַרפּע) שאַגו.
היות (ביעס) ·װי·וגג, פאַרגעגי··. השך (כױשעך) פינצסערני·.
הכמה (·אָבמ·. התונה ·באַסענע).
                                           ט
טיפּש ·טיפּעש) נאַר.
טעות (טאָעס) פע·ער, פאַרזעז, גיט ריכטי·ײס.
טענה·ט (טאַיגעט) פאָוערט, באַשטי יט
                                           י
יוט טוב ·יאָמטעװ). ים (·אַט·. ישובניק (אישואװניק) ואָרפסמאָז.
                                            כ
כבוד (קאָװע· ערע, אַכסונג. כה (קױאַך· שטאַרקײט, מאַכט.
כוהות (קױכעס) קרעפּטן. כלי זײן ·ק·י י זײען· װאַפן
כוס (·אָס· בעכער. ל כעס (קאַאַס) צאָרן, בײזקײט
לאַשטשען ג·עטן.
לרה (·ואַך· קאַ·עגךאַר.
 לולבים (·ו·אָװים, ·ו·ב ·ו·אָװ) אַ פּאַ·ם צװײג, װערס געגוצט סוכות פאַו
      רע·יגיעזע צװעקז
 לנבוד (·נאָװעך· צו דער ערע
למשל (·מאָש·) צום בײשפּי· .
לשון (·אָשן) שפראַך.
                                            מ
 מגן דוד (מאָגז דאָװיד· אידישער עמב·עם.
 מדבר (מירבאָו) װיסטעניש
 מדינה (מרינע) קיגיגרײך.
 מהלך (מעהאַ·עך) אַ װײטע שטרעקע, ו··יט.
 מודה (מו וךע) צוגעבן.
 מורא (מו רע) שרע·.
 מזרה (מיזראַך) „איסט“
 םזל,דיק (מאַז·דיק) ג·יק·אַך.
 מהיה (מכאַיע) פאַרגעגיגז, דער·װי·נדי·.
 מנות (מאַכנעס) אַרמײען.
                                         [ 197 ]
··נ· ··אַסני י· א נ··ס שםי·
מיאוס (מיעס)·
מכות (מאַקעס) געשװירן.
מכשפות (מאַכשײפעס) צױבערינס, כישופמאַכערינם·
מ·פים (מכאַשפים) צױגעוער, כישופמאַכער.
מלאכו· (מע·אָכעס) פֿאַכ·, באַשעפטי·ונגען.
מלהמה (מי·כאָמע) ·ינ.
מלאך (מאַ·אָ·.
מלך (מע·אַך) קיניג.
מלכה ·מאַ·קע) ·יניגן.
מלמד (מע·אַמעד) װאָס ·ערנט מיט ·ינוע·
מסתמא (מו·טאָמ· װאַרשײנ·אַך, ·ענטי·.
מערב (מאַירעװ) „װעסט“
מעריב (מאַיריװ) אָװנט ךאַװנען.
מעשה (מאיסע).
מעשי·ת (מאַיסעס).
מצוה (מיצװע) פרומער טאַט, געבאָט, נוט אַזױ.
מקומות (מקױמעס) ערטע·
םקנא (מקאַנע) ניט פאַרגונען, װע·ן חאָבן ךאָס גוטע װאָס יענער ח·ט·
מרושע זײער ש·עכטער
מרש· (מאַרשאַאַס) ש·עכטע פרױ.
·נות (מאַטאָנעס) פּרעזענטן, געשאַג·עז.
מאַרציפּאַנעס אַזאַ חאָניק ·וכ·.
                                            נ
ניגון (ניגן) מע·אָדיע, אַ געזאַבג נס (נעס) אַ װאונדפר.
ניגונים מע·אָריעס, געזאַבגען. נישקשח (ניש·אָשע) ניט ש·עכט, גאַנץ גוס
                                            ס
סדר (סײרער), אָרדנונג, ױ פײער·אַכע מאָ·צײטן אין ױ ערשטע צװײ פּסח נעכט.
סוד (סאָך) ·עחײמניש
סוכות (סו·עס)
סוף (סאָף) ש·וס, ענ·
סיון (סיװן· דער נײנטער חודש פון איױשן ·אַ·ענךאָר.
סימן (סימעז) אַ צײכן.
סעודה (סוךע) יוט טובדיקע מאָ·צײט.
                                            ע
עגמת נפּש (אַגמעס נעפעש) חאַרצװי יטי·
עולם ·אױ·עם) װע·ט, אַ נרו יסע פאַרזאַמ·ונג פון מענטשן.
עוטה (אױפּעס) הינער, ·אַטש·עס, גענוז.
                                            פּ
פּ·ר (פּײגער) אַ טױטע בהמח אָוער חיח.
פּהד (פּאַכעד) שרעק.
פּטור (פּאָטער) פרײ, געענדי·ט.
                                      [ 198 ]
									  
פּסה (פּײסעך). פּיזשיק ·אר·י·.
פּרצוף (פּאַרצו·) פיז יאָנאָמיע, מאָרךע. פּליטה (פּ·ײמ· אַגט·ױפן.
פּריצים פּריװע·יגירטע, ·אַנך אײגנטימער.
פראָנדז אױסגעבױגעגער קוטאַס אױף מיליטערישע היט·עז.
                                             צ
צר·ת (צאָרעס) אומגליקן. צפרן (צאָפּן) גאָרר.
                                             ק
קאָלעקאָטקעס המן ק·אַפּערס, ·אַגערס
קדה· (קאַדאָכעס) פיבער.
קול ·קאָל) שטים
קורה (קױראך) ביב·ישע פּערזאָן, סימבאָ· פּון רײכקײט.
קלאדקע אַ הי·צערן בריק·.
קשיות (קאַשעס· פּראַגעס.
                                             ר
ראש השנה (ראָש האַשאָנע). רפּראה ·רעפוע) הײ· מיט·.
רגע (רעגע· סעקונדע, מאָמענט ריהךת (רי יכעס) גערוכז
רוה (רואַך· גי יסט רשע (ראָשע) ש·עכטער מענטש.
רהמנות (ראַכמאָגעס) מיס·ײך. רשעים (רשאָאים) ש·עכסע מ·גסשז.
רואה ואינו נראה ·ױע װעאי יגױ גירע· ער זעט אָ·עמען, און אים זעט קײגער גיט
                                             ש
שברים (שװאָרים· געכראָכענע טענער פון אַ שופר
שדים (שי יךים) בי יזע גי יסטער
שונא (סױנע) פײנט
שופר (שױפער· ךער האָרן מיט װע·כן מען ב·אָזט ראש השגה.
שוש· יעקב (שו ישאַנאַס יאַקױװ· אַ פּורימךיק געזאַנג
שיכור,ט (שיקערט·
שכל (סײכל).
שליח (שאָ·יאַך) פאָרשטײער, געשיקטער
שליהדה (ש·יכעס· מיסיע, אױפּטראָג, געש יקט אַ גאַנג.
שם (שעם· נאָמעז
שני למלך (שי י ני ·עמע·אַך) װיצע קעביג
שעה (שאָאָ· שטונדע
ששון ושמהה (סאָסן װעסימכע) ·וסטיק און פרי י·אך
                                             ה
ההלים (טי·עם) אַ בוך פון דער ביב·
תכריכים (טאַכריכים· טױט· ק·י יועו
הל (טע·) רואינע
הלמיד (טאַ·מיד) אַ שי·ער.
המוז (טאַמוז· דער צענטער חודש ·ױטן אידישן ·אַ·ענדאַ·
תמיד (טאָמי· שטענדיק
תק·עה ·טקיאָ· ג·· יכער טאָז פון שופר.
תרועה (טרואָ) אָ געציק·מער טאָן פוז שופר.
                                        [ 199 ]

                 דערקלערונגען װעגן די ביבלישע נעמען
                                     אין דעם בוך.
אחאב (אַכאָװ) אַ אירישער ·יניג.
איזבל (איזעװע·) דאָס װײב פון ·יגיג אהאב.
אחשורוש (אַכאַשװײרעש) אַ פּערסישער ·יניג.
א·תר (עסטער) ךאָס װײב פוז ·יניג אהשורוש.
אליהו הנביא (ע·יאָחו האַנאָװי).
ארץ ישראל (ערעץ איסראָע·) ·אַ·עסטינע.
דוד המלך (ךאָװיו ·אַמע·אַך) דער צװײטער אידישער ·יגיג.
דלילה (ד·י·ע) דאָס װײב פו· שמשוז הגבור
הודו (הױדו) אַ גרעניץ שטאָט אין פּערסיע
הטן הרשע (האָמאָן האָראָשע) אַ גרױסער אידן פי יגט ערשטער מיגיססער באָ דעט
      קיניג אחשורוש
יהושע (יעהאָשוא) פירער פֿוז די אידן, נאָך טשה רבינוס טױס.
ירושלים (יערושאָ·אַים·
כוש (קוש) אַ גרעניץ שטאָט אין פּערסיע
מלכה שבאָ (מאַ·קע שװאָ) ױ ·יגיגן פו· ·אַגד „שװאָ“.
מצרים (מיצראַ ים) עגיפּטן.
מרדכי היהודי (מאָרךבע האַיעהורי) אסתר המ·כה· פעטער
מרדני הצדיק (מאָרךכע האַצאַךיק) (זע מאָרדכי ה יהורי·
משה רבנו (מױשע ראַבײנו) באַפרײער פוז רי איךן פון מצרים.
נבות (נאָװאָיס) אז אי·גגטימער פון אַ גרױסז װײנגאָרטן ·עבן דעם פּאַ·אַץ פּוז
      מלך אַחאָב.
 סיני (סיבאַ י) דער באַרג אױ· װע·כ·, װי ךי ביב· וערצײ·ט, רי אידן ·אָבז גע·ראָגן
      ךי תװח.
עוג מלך הבשן (אױג מע·עך חאַבאָשן) אױג, דער קיגיג פוז באָשן, אז אױסערגע
      װי ינלאכער ריז.
 פּיתום און רעמסס (פּי·ױם אוז ראַמסעס) צװײ שטעט אין עגיפּטז, װע·כע איוז חאָבן
      געבװט װען זײ זײנע· געװען שק·אַפז איז מצרים.
 פּלשתים (פּ·ישטים) נאָמעז פון אַ פאָ·ק װאָס האָט מיט אידן געפירט אַ סך מ·חמות
 פּרעה (פּאַרע) דער עגיפּטישער קיניג װאָס האָט פאַרש··אַפט די אידז
 שטון הגבור (שימשן האַגיבע· ביב·ישער אידישער ר·ז.
                                           [ 200 ]