אַלוועלטלעכע דעקלאַראַציע פֿון מענטשנרעכט

גוטגעהייסן און פּראָקלאַמירט ווי רעזאָלוציע 217 A (3) פֿון דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער, 10 דעצעמבער, 1948.

הקדמה

היות ווי דער סאַמער גרונט פֿון פֿרײַהייט, יושר, און שלום אויף דער גאָרער וועלט באַשטייט פֿון אָנערקענען דעם תּוכיקן כּבֿוד און די גלײַכע און ניט־איבערטראָגלעכע רעכט פֿון אַלע מיטגלידער פֿון דער מענטשישער משפּחה,

היות ווי איגנאָרירן און ביטול צו די מענטשנרעכט האָבן גורם געווען באַרבאַרישע אַקטן וואָס האָבן אָנגעוואָרפֿן אַ גרויל אויף אַלע מענטשן, און היות ווי די העכסטע האָפֿענונג פֿון די אומות העולם איז אַז די צײַט זאָל אָנקומען ווען מענטשן זאָלן געניסן פֿון פֿרײַהייט, אי פֿון רעדן אי פֿון גלויבן, און קיינער זאָל ניט לײַדן פֿון קיין מורא אָדער נויט,

היות ווי געזעץ און יושר מוזן פֿאַרטיידיקן מענטשנרעכט, טאָמער מען וועט זיך אין נויט נעמען רעבעלירן קעגן טיראַניע און באַדריקונג,

היות ווי דערמוטיקן די אַנטוויקלונג פֿון פֿרײַנטלעכע באַציִונגען צווישן לענדער איז אַן עיקר,

היות ווי די פֿעלקער פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער האָבן אין זייער טשאַרטער אונטערגעשטריכט זייער גלויבן אין גרינטלעכע מענטשנרעכט, אין דעם כּבֿוד און ווערט פֿון יעדן מענטש, און אין די גלײַכע רעכט פֿון מענער און פֿרויען, און היות ווי זיי האָבן באַשלאָסן דערמוטיקן געזעלשאַפֿטלעכע פּראָגרעס און בעסערע לעבנס־שטייגערס,

היות ווי די פֿעלקער מיטגלידער האָבן געטאָן אַ נדר מיטצואַרבעטן מיט די פֿאַראייניקטע פֿעלקער און ווײַטער צו דערמוטיקן אַלוועלטלעכע דרך־ארץ און אָפּהיטן מענטשנרעכט און גרינטלעכע פֿרײַהייט,

היות ווי אַלע דאַרפֿן פֿאַרשטיין די־אָ רעכט און פֿרײַהייטן כּדי דער נדר זאָל מקוים ווערן,

אָט דערפֿאַר

פּראָקלאַמירט די אַלגעמיינע פֿאַרזאַמלונג

די־אָ אַלוועלטלעכע דעקלאַראַציע פֿון מענטשנרעכט ווי אַ מאָס און אַ ציל פֿאַר אַלע אומות און אַלע פֿעלקער, כּדי יעדער מענטש און יעדער אינסטאַנץ זאָל האָבן אַלעמאָל אין זינען די־אָ דעקלאַראַציע, און וועט זיך מיִען, דורך לערנען און דערציִען, צו דערמוטיקן דאָס אָנערקענען פֿון די רעכט און די פֿרײַהייטן, און אַז זיי זאָלן אָננעמען מיטלען, סײַ נאַציאָנאַלע סײַ אינטערנאַציאָנאַלע, צו פֿאַרזיכערן דאָס אַלוועלטלעכע אָנערקענען און אָפּהיטן, סײַ צווישן די פֿעלקער פֿון מיטגליד־לענדער, סײַ צווישן די מענטשן וואָס אונטער זייער השפּעה.

אַרטיקל 1

יעדער מענטש ווערט געבוירן פֿרײַ און גלײַך אין כּבֿוד און רעכט. יעדער ווערט באַשאָנקען מיט פֿאַרשטאַנד און געוויסן; יעדער זאָל זיך פֿירן מיט אַ צווייטן אין אַ געמיט פֿון ברודערשאַפֿט.

אַרטיקל 2

יעדער איז באַרעכטיקט אויף די אַלע רעכט און פֿרײַהייטן וואָס שטייען געשריבן אין אָט דער דעקלאַראַציע, ניט געקוקט אויף וואָסער־ניט־איז אונטערשייד, זאָל זײַן פֿאָלק, הויטפֿאַרב, לשון, רעליגיע, פּאָליטישע אָדער אַנדערע געדאַנקען, נאַציאָנאַליטעט, קולטור, פֿאַרמאָג, געבורט, אָדער וואָסער־ניט־איז אַנדערן סטאַטוס.

נאָכמער, טאָר ניט זײַן קיין אונטערשייד צוליב דער פּאָליטישער, געזעציקער, אָדער אינטערנאַציאָנאַלער לאַגע פֿון דעם לאַנד וווּ ער וווינט, זאָל דאָס לאַנד זײַן אומאָפּהענגיק, אָפּהענגיק, אָדער אונטער וואָסער־ניט־איז באַגרענעצטער סוּווערעניטעט.

אַרטיקל 3

יעדער האָט רעכט אויף לעבן, פֿרײַהייט, און פּערזענלעכער פֿאַרזיכערונג.

אַרטיקל 4

קיינעם טאָר מען ניט האַלטן אין קנעכטשאַפֿט צי שקלאַפֿערײַ; דאָס שקלאַפֿערײַ און דער שקלאַפֿן־האַנדל זאָלן זײַן שטרענג פֿאַרבאָטן אין אַלע פֿאָרמען.

אַרטיקל 5

קיינעם טאָר מען ניט פּײַניקן אָדער אויסשטעלן אויף אַ שטראָף וואָס זאָל זײַן אוממענטשלעך, אַכזריותדיק, אָדער דעגראַדירנדיק.

אַרטיקל 6

יעדער האָט אומעטום דאָס רעכט אויף דעם, מען זאָל אים אָנערקענען ווי אַ מענטש לויטן געזעץ.

אַרטיקל 7

אַלע מענטשן זײַנען גלײַך לויטן געזעץ, און עס קומט אַלע, אָן אונטערשייד, גלײַכע שוץ לויטן געזעץ. אַלע זײַנען באַרעכטיקט אויף אַ גלײַכער שוץ קעגן וואָסער־ניט־איז דיסקרימינאַציע וואָס זאָל ברעכן די־אָ דעקלאַראַציע און קעגן אויפֿרייצונג אויף אַזאַ דיסקרימינאַציע.

אַרטיקל 8

יעדער האָט דאָס רעכט אויף צו ווענדן זיך צו די געהעריקע נאַציאָנאַלע געריכטן צוליב וואָסער־ניט־איז אַקטן וואָס האָבן אים אָפּגעזאָגט די גרינטלעכע רעכט וואָס זײַנען אים באַוויליקט לויט דער קאָנסטיטוציע צי געזעץ.

אַרטיקל 9

קיינעם טאָר מען ניט אַרביטראַריש אַרעסטירן, האַלטן אין געפֿענקעניש, אָדער פֿאַרשיקן פֿון זײַן לאַנד.

אַרטיקל 10

יעדער האָט אַ רעכט, אין פֿולער גלײַכקייט, אויף אַ יושרדיקן, עפֿנטלעכן פֿאַרהער פֿון אַן אומאָפּהענגיקן, אומפּאַרטיייִשן געריכט בײַם גערעכנט ווערן זײַנע רעכט און פֿאַראַנטוואָרטלעכקייטן, און ווען מען באַטראַכט וואָסער־ניט־איז קרימינעלע באַשולדיקונג וואָס ווערט אים פֿאַרוואָרפֿן.

אַרטיקל 11

יעדער וואָס מען באַשולדיקט אין אַ פֿאַרברעכן האָט אַ רעכט אויף דעם וואָס מען זאָל אים דן זײַן לכּף זכות ביז מען וועט אים געפֿינען שולדיק לויטן געזעץ אין אַן עפֿנטלעכן פּראָצעס אויף וועלכן ער האָט אַלע נייטיקע גאַראַנטיעס אויף זײַן פֿאַרטיידיקונג.

קיינעם טאָר מען ניט געפֿינען שולדיק צוליב וואָסער־ניט־איז אַקט צי דורכלאָז, וואָס מען האָט ניט גערעכנט פֿאַר קיין נאַציאָנאַלן צי אינטערנאַציאָנאַלן איבערשפּרײַז ווען מ'איז עס באַגאַנגען. מען טאָר אויך ניט אַרויפֿלייגן קיין גרעסערע שטראָף איידער די, וואָס איז געווען גילטיק צו דער צײַט ווען מע איז באַגאַנגען דעם איבערשפּרײַז.

אַרטיקל 12

קיינעם טאָר מען ניט שטערן די פּריוואַטקייט, די משפּחה, די היים, אָדער די קאָרעספּאָנדענץ. קיינעמס כּבֿוד צי שם טאָר מען ניט אַטאַקירן. יעדער האָט אַ רעכט אויף דער שוץ פֿון געזעץ קעגן אַזעלכע שטערענישן אָדער אַטאַקעס.

אַרטיקל 13

יעדער האָט אַ רעכט אויף פֿרײַהייט פֿון באַוועגונג און וווינאָרט צווישן די גרענעצן פֿון יעדער מלוכה.

יעדער האָט אַ רעכט אויף פֿאַרלאָזן וואָסער־ניט־איז לאַנד, אַרײַנגערעכנט זײַן אייגן לאַנד, און זיך צוריקקערן אין זײַן אייגן לאַנד.

אַרטיקל 14

יעדער האָט אַ רעכט אויף בעטן און זיך אויסניצן מיט אַזיל פֿון פֿאַרפֿאָלגונג אין אויסלאַנד.

דאָס דאָזיקע רעכט איז ניט גילטיק אין פֿאַל פֿון פּראָקורירונגען וואָס קומען לעגיטים אַרויס פֿון ניט־פּאָליטישע פֿאַרברעכנס, אָדער פֿון אַקטן וואָס זײַנען אַקעגן די צילן און פּרינציפּן פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער.

אַרטיקל 15

יעדער האָט אַ רעכט אויף אַ נאַציאָנאַליטעט.

מען טאָר ניט צונעמען בײַ קיינעם זײַן נאַציאָנאַליטעט אָדער אָפּזאָגן דאָס רעכט איבערצובײַטן זײַן נאַציאָנאַליטעט.

אַרטיקל 16

דערוואַקסענע מענער און פֿרויען, ניט געקוקט אויף פֿאָלק, נאַציאָנאַליטעט, אָדער רעליגיע, האָבן אַ רעכט אויף מאַן־און־ווײַב לעבן און אויפֿהאָדעווען אַ משפּחה. זיי זײַנען באַרעכטיקט אויף גלײַכע רעכט בנוגע מאַן־און־ווײַב־לעבן, בשעת זיי זײַנען מאַן און ווײַב, און בײַם צעשיידן זיך פֿון דער זיווגשאַפֿט.

בלויז מיט דער פֿרײַער און פֿולער הסכּמה פֿון חתן און כּלה קען מען אַרײַן אין זיווגשאַפֿט.

די משפּחה איז דאָס נאַטירלעכע און גרינטלעכע איינס פֿון דער געזעלשאַפֿט און איז באַרעכטיקט אויף שוץ דורך דער געזעלשאַפֿט און דורך דער מלוכה.

אַרטיקל 17

יעדער האָט אַ רעכט אויף פֿאַרמאָגן האָב־און־גוטס, אי אַליינס אי אין שותּפֿות מיט אַנדערע.

פֿון קיינעם טאָר מען ניט אַרביטראַריש אַוועקנעמען זײַן האָב־און־גוטס.

אַרטיקל 18

יעדער האָט אַ רעכט אויף פֿרײַהייט פֿון טראַכטן, געוויסן, און רעליגיע. דאָס רעכט נעמט אויך אַרײַן די פֿרײַהייט אויף איבערבײַטן רעליגיע און גלויבן און די פֿרײַהייט, אָדער אַליין אָדער בשותּפֿות מיט אַנדערע, אָדער עפֿנטלעך אָדער ביחידות, אַרויסווײַזן די רעליגיע אָדער גלויבן דורך לערנען, פּראַקטיק, תּפֿילה, און אָפּריכטונגען.

אַרטיקל 19

יעדער האָט אַ רעכט אויף פֿרײַהייט פֿון מיינונג און זיך אויסדריקן. דאָס רעכט נעמט אַרײַן פֿרײַהייט צו האָבן מיינונגען אָן שטערונגען און צו זוכן, באַקומען, און איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע און געדאַנקען דורך וואָסער־ניט־איז מעדיום, ניט געקוקט אויף לאַנדגרענעצן.

אַרטיקל 20

יעדער האָט אַ רעכט אויף פֿרײַהייט פֿון פֿרידלעכער פֿאַרזאַמלונג און פֿאַראייניקונג.

קיינעם טאָר מען ניט צווינגען צו ווערן אַ מיטגליד פֿון וואָסער־ניט־איז פֿאַרבאַנד.

אַרטיקל 21

יעדער האָט אַ רעכט אויף אָנטייל נעמען אין דער רעגירונג פֿון זײַן לאַנד, אָדער דירעקט אָדער דורך פֿרײַ אויסגעקליבענע רעפּרעזענטאַנטן.

יעדער האָט אַ רעכט אויף גלײַכן צוטריט צו די אײַנאָרדענונגען און אינסטאַנצן פֿון זײַן לאַנד.

דער ווילן פֿון די באַפֿעלקערונג זאָל זײַן דער גרונט פֿון דער אויטאָריטעט פֿון דער רעגירונג. אָט דער ווילן זאָל זײַן אויסגעדריקט דורך פּעריאָדישע און אמתדיקע וואַלן אין וועלכע עס זאָל זײַן אַן אוניווערסאַלע שטימרעכט, און וועלכע דאַרפֿן געהאַלטן ווערן דורך געהיימישן שטימען אָדער גלײַכווערטיקע פּראָצעדורן פֿון פֿרײַער אָפּשטימונג.

אַרטיקל 22

יעדער, ווי אַ מיטגליד פֿון דער געזעלשאַפֿט, האָט אַ רעכט אויף סאָציאַלן פֿאַרזאָרג און איז באַרעכטיקט אויף מקיים זײַן, דורך נאַציאָנאַלער באַמיִונג און אינטערנאַציאָנאַלער מיטאַרבעט, און לויט דער אָרגאַניזירונג און די רעסורסן פֿון יעדער מלוכה, די רעכט, אי עקאָנאָמישע, אי געזעלשאַפֿטלעכע, אי קולטורעלע, וואָס זײַנען נייטיק פֿאַר זײַן כּבֿוד וועגן און פֿאַר דער פֿרײַער אַנטוויקלונג פֿון זײַן פּערזענלעכקייט.

אַרטיקל 23

יעדער האָט אַ רעכט אויף אַרבעט, אויפֿן פֿרײַען אויסקלײַב פֿון באַשעפֿטיקונג, אויף יושרדיקע און גינציקע אַרבעט־באַדינגונגען, און אויף שוץ קעגן אַרבעטסלאָזיקייט.

יעדער, אָן קיין שום דיסקרימינאַציע, האָט אַ רעכט אויף גלײַכן געצאָלט פֿאַר גלײַכער אַרבעט.

יעדער וואָס אַרבעט האָט אַ רעכט אויף יושרדיקן און גינציקן געצאָלט וואָס זאָל פֿאַרזיכערן אים און זײַן משפּחה אַן עקזיסטענץ וואָס פּאַסט צום מענטשלעכן כּבֿוד, מיט אַ צוגאָב, אויב נייטיק, פֿון אַנדערע מיטלען פֿון געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַרזיכערונג.

יעדער האָט אַ רעכט אויף פֿאָרמירן און ווערן אַ מיטגליד פֿון פֿאַראיינען כּדי צו פֿאַרטיידיקן זײַנע אינטערעסן.

אַרטיקל 24

יעדער האָט אַ רעכט אויף רו און אויף פֿרײַצײַט, אַרײַנגערעכנט דאָס רעכט אויף אַ געהעריקער באַגרענעצונג פֿון אַרבעטס־שאָען און פּעריאָדישע באַצאָלטע וואַקאַציעס.

אַרטיקל 25

יעדער האָט אַ רעכט אויף אַ לעבנס־שטייגער גענוגנדיק אויפֿן געזונט און וווילזײַן פֿון זיך און פֿון דער משפּחה, אײַנשליסנדיק עסנוואַרג, קליידער, באַהויזונג, מעדיצינישע פֿאַרזאָרגן, און נייטיקע סאָציאַלע פֿאַרזאָרגן, און אַ רעכט אויף זיכערקייט אין פֿאַל פֿון אַרבעצלאָזיקייט, קראַנקייט, פֿאַרקריפּלונג, אַלמנהשאַפֿט, טיפֿן עלטער, אָדער פֿעלן פֿון פּרנסה אין אומשטאַנדן וואָס זײַנען אויסער זײַן קאָנטראָל.

מאַמעס און קינדער זײַנען באַרעכטיקט אויף באַזונדערן אָפּהיט און הילף. אַלע קינדער, צי די מאַמע האָט חתונה געהאַט צי ניט, זאָלן געניסן פֿון דער זעלביקער געזעלשאַפֿטלעכער באַשיצונג.

אַרטיקל 26

יעדער האָט אַ רעכט אויף דערציִונג. דערציִונג זאָל זײַן אומזיסט, לפּחות אין די עלעמענטאַרישע און פֿונדאַמענטאַלע סטאַדיעס. עלעמענטאַרע דערציִונג זאָל זײַן אָבליגאַטאָריש. טעכנישע און פֿאַכמענערישע דערציִונג זאָלן ברייט צוגעשטעלט ווערן, און העכערע בילדונג דאַרף זײַן צוטריטלעך צו אַלעמען לויטן אַקאַדעמישן ווערט.

דער ציל פֿון דערציִונג זאָל זײַן די פֿולפֿאַכיקע אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשישער פּערזענלעכקייט און די פֿאַרשטאַרקונג פֿון רעספּעקט צו מענטשנרעכט און גרינטלעכע פֿרײַהייטן. די דערציִונג זאָל דערמוטיקן פֿאַרשטאַנד, טאָלעראַנץ, און פֿרײַנדשאַפֿט צווישן אַלע פֿעלקער, ראַסן־ און רעליגיעזע־ גרופּעס, און זאָל אונטערשטיצן די אַקטיוויטעטן פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אויף אויסצוהאַלטן שלום.

די עלטערן האָבן אַ רעכט אויף אויסקלײַבן אין פֿאָרויס וואָס פֿאַר אַ דערציִונג זייערע קינדער זאָלן באַקומען.

אַרטיקל 27

יעדער האָט אַ רעכט באַטייליקן זיך אויף אַ פֿרײַען אויפֿן אין דעם קולטורעלן לעבן פֿון דער קהילה, הנאה האָבן פֿון קונץ, און האָבן אַ חלק אין וויסנשאַפֿטלעכע אַוואַנסירונגען און אירע בענעפֿיטן.

יעדער האָט אַ רעכט אויף דער באַשיצונג פֿון זײַנע מאָראַלישע און פֿינאַנציעלע אינטערעסן וואָס קומען אַרויס פֿון זײַן וויסנשאַפֿטלעכער, ליטעראַרישער, אָדער קינצלעכער פּראָדוקציע.

אַרטיקל 28

יעדער האָט אַ רעכט אויף אַ געזעלשאַפֿטלעכער און אינטערנאַציאָנאַלער אָרדענונג מיט וועלכער די רעכט און פֿרײַהייטן פֿאַרצייכנט אין אָט דער דעקלאַראַציע זאָלן האָבן אַ פֿולשטענדיקן קיום.

אַרטיקל 29

יעדער האָט חובֿות צו דער געזעלשאַפֿט וואָס נאָר אין איר קען זיך פֿרײַ און פֿולשטענדיק אַנטוויקלען זײַן פּערזענלעכקייט.

בײַם אויסניצן זיך מיט זײַנע רעכט און פֿרײַהייטן, זאָל יעדער זײַן באַגרענעצט בלויז אויף וויפֿל די געזעץ זאָל באַשטימען כּדי די רעכט און פֿרײַהייטן פֿון אַנדערע מענטשן זאָלן אויך באַקומען פּאַסיקע רעספּעקט און כּבֿוד, און צוליב די יושרדיקע פֿאָדערונגען פֿון מאָראַלישקייט, פֿון עפֿנטלעכער אָרדענונג, און פֿון אַלגעמיינעם וווילזײַן וואָס זײַנען גילטיק אין אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט.

אין קיין שום פֿאַל טאָר מען זיך ניט אויסניצן מיט די־אָ רעכט און פֿרײַהייטן אין קעגנשטעל צו די צילן און פּרינציפּן פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער.

אַרטיקל 30

גאָרניט אין דער דאָזיקער דעקלאַראַציע טאָר מען ניט טײַטשן מיט דער אימפּליקאַציע, אַז וואָסער־ניט־איז מלוכה, גרופּע, צי מענטש האָט אַ רעכט אויף פֿאַרנעמען זיך מיט וואָסער־ניט־איז אַקטיוויטעט, אָדער אויספֿירן וואָסער־ניט־איז אַקט, וואָס איז געצילט אויף דער צעשטערונג פֿון וועלכן־ניט־איז פֿון די רעכט און פֿרײַהייטן וואָס זײַנען פֿאַרצייכנט דאָ אויבן.

* * *

איבערגעזעצט: רפֿאל פֿינקל, שלום בערגער, 1998 ‏