יוסף ▮יפֿשיץ־פֿאָנד
פֿון דער ליטעראַטור־געזעלשאַפֿט בײַם ייִװאָ

                                               תּוכן
                                                                                                    
                                                                                         זײט

בילד: שלום עליכם    ...............................................   7

שמואל ראָזשאַנסק י — אַלט און נײַ אין שלום עליכמס „טבֿיה
                                     דער מילכיקער“  ......................... 8

טביה דער םילכיקער ..................................................  15

קטנתּי   ................................................................. 16
דאָס גרױסע געװינס  .................................................... 19
אַ בױדעם  .............................................................  45
הײַנטיקע קינדער ....................................................  67
האָדל   ..................................................................  94
חװה  ...................................................................  120
שפּרינצע   .............................................................  141
טבֿיה פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל  .........................................  163
לך־לך  ................................................................. 195
וחלקלקות  ............................................................. 219

צו דעך כאַ ראַ ▮ טעךיםטיק............................................   229

שמואל נ יגער — עלעמענטן  פֿון  שלום עליכמס הומאָר  פֿאַר
                             שלום עליכמען...................................   230
מאַקס װ▮נ ר▮ך — אַ בלאַט שלום עליכם ..............................   237
יודל מאַ רק — איז דער זאַצבױ בײַ שלום עליכמען  טאַקע װי
                        דאָס פֿאָלק רעדט?...................................   242
משה גראָס־צימערמאַן — פֿרײלעכער פּאַטאָס ........................   251



                                                                                           זײט
אַבֿרהם זאַק — שלום עליכם אין די געטאָס. ............................  254
אַבֿרהם גאָלאָמב — שלום עליכם װי אַ דערציִער פֿון ייִדן.............  255
▮ עפֿים ישורין — שלום עליכם־ביבליאָגראַפֿיע ................;........  257

ש. ר — נאָכבאַמע▮קונגען .................................................  285

בילדער
      
קאַריקאַטור פֿון שלום עליכמען צום 100סטן געבױרן־טאָג .............. 228
     
טביה פֿאָרגעשטעלט פֿון רודאָלlי זאַסלאַװסקי..........................  15
     
סטעמפּעניו און רחלע, געצײכנט פֿון ב. י  אינגער.......................  227



------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

אַלט און נײ אין שלרם עליכמס ,,טביה דער מילכיקער„
       ▮▮ר ▮אָרפֿ▮ייִ▮ אַ ליכלי▮▮ אין ▮ער ▮רױ▮שסאָט
     
שלום עליכמס טבֿיה דער מילכיקער האָט אַן 
אױסערגעװײנטלעך מזל. ער, װאָס איז אַ שלימזל אין לעבן, איז אַ בר־מזל אין דער
ליטעראַטור, אין טעאַטער, אין שול. טבֿיה, דער אָרעמער פֿאָלקסייִד,
װאָס האָט פֿון זײַנע אײגענע קינדער צרות אױפֿן פּוד, װערט 
געקרױנט פֿון דער קריטיק, געקעכלט פֿון רעזשיסאָרן, באַזונגען אױף
די שולבענק. גראָד אין דער גרױסשטאָט איז דער קלײנשטעטלדיקער
ייִד געװאָרן אַ יחסן. ער רײצט דעם קינסטלער און פֿאַרכּישופֿט דעם
ברײטן עולם. „לאַכט איר בײַ שלום עליכמס װערק און, אפֿשר פֿון
אײַך אַלײן אומבאַמערקט, פֿאַרדרײט זיך אײַך אַ טרער אין אױג, אַ
שטילע טרער“ 1.
     זינט 1895—1916, זינט שלום עליכם האָט אָנגעשריבן זײַנע
צען קאַפּיטלען םבֿיה, אין די יאָרצענדלינגער האָט דאָס לעבן פֿון
ייִדישן פֿאָלק דורכגעמאַכט אַזעלכע ענדערונגען, װאָס נעמען בײַ 

אַנדערע פֿעלקער הונדערטער יאָרן. מיליאָנען קלײנשטעטלדיקע ייִדן
זײַנען געװאָרן גרױסשטאָטיש. דאָך האָט טבֿיה זײַן צױבער נישט אָנ▮
געװױרן. „די אומשטענדן האָבן זיך געביטן, די יאָרן האָבן געטאָן
זײערס, אָבער טבֿיה אַלײן איז געבליבן דער זעלבער טבֿיה, מיט דער
זעלבער װעלט־אָנשױונג, מיט די זעלבע געדאַנקען און פּרינציפּן, און
אַפֿילו מיט דער זעלבער שפּראַך“ 2.
     אַדרבא, ער איז גאָ▮ געװאָרן מער יחסן. גאָר געװאָרן אַ סטאַר
אױף בראָדװײ...
     אין די ערשטע פֿופֿצן יאָר נאָך שלום עליכמס טױט איז טבֿיה
     

— 1 י. ל. פּרץ — אַלע װערק, נ„י 1920, ב, 10, ז, 131, פֿון דער רעדע אױפֿן
קבלת־פּנים פֿאַר שלום עליכמען אין װאַרשעװער „הזמיר“, אין 1913.
   — 2 שלום עליכם — פֿון אַ בריװ צו מרדכי ספּעקטאָר, נ„י 1907, דאָם שלום
עליכס־בוך, 2טע אױפֿלאַגע, נ“י 1958, ז, 217.





אַלט און נײ אין טביה                                                   9

געװען אַ שלאָגער אינעם י▮דישן טעאַטער. די ייִדישסטע שױשפּילערס
האָבן זיך אין אים אײַנגעטוליעט װי אַ פֿרומער ייִד אין טלית. מאָריס
שװאַרצס מאַכן הבֿדלה און רודאָלף זאַסלאַװסקיס אױסזינגען טבֿיהם
פּםוקים געהעון צו די ייִדישסטע נוסחאות אינעם טעאַטער. 
הונדערטער מאָל זײַנען די פֿאַרשײדענע װערסיעס געשפּילט געװאָרן און
דער עולם האָט זיך נישט געקענט אָנעסן צו דער זעט. די 
סצעניזאַציעס פֿון םבֿיה זײַנען יאָרן לאַנג געװען שטאָף פֿאַר רירנדיקע 
ימיםטובֿים אין טעאַטער. בײַ דער פֿאָלקס־מעלאָדראַמע, םובלימירט מיט
שמײכל דורך םרערן, האָבן ייִדן אין מיטן דער װאָך זיך געפֿילט
װי יום־כּיפּור בײַם ונתנה תּוקןי ▮▮ די דעמאָלטיקע אַטעיִזירטע סבֿיבֿה,
אונטער דער װירקונג פֿון די סאָװעטישע װינטן, איז דורך םבֿיהן
טײלװײַז באַקערט געװאָרן צו טראַדיציע. טבֿיה, געשפּילט אין
טעאַטער, האָט געהאַט אַ טיפֿע נאַציאָנאַליזירנדיקע װירקונג
     נאָר דװקא װען די ייִדישע סבֿיבֿה האָט גענומען אָפּחיהן נאָך די
קאָסמאָפּאָליטישע װינטן, האָט טבֿיה דער מילכיקער גענומען אַראָפּגײן
פֿון די טעאַטער־אַפֿישן. אױך דער פֿילם איז שױן געקומען אַ 
פֿאַרשפּעטיקטער. עס האָט געהײסן: דאָס איז דער גורל פֿון מענטשן און
װערק... „נישטאָ קײן אײביקײט“... און טבֿיה דער מילכיקער האָט
אױסגעזען װי אָפֿגעשפּילט און אױסגעשפֿילט...
     זעלטן קומט אָבער פֿאָר אַזאַ פֿראָצעס, װי מיר זעען בײַ טבֿיהן.
דװקא דעמאָלט, װען פֿאַרריסענע ייִדישע מאָדערניסטן האָבן גענומען
קוקן אױף דעם װערק װי אױף אַ מוזײ פֿון עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלק—
לאָר, װאָס איז אַ דאָקומענט פֿון דער ייִדישער אומגליקלעכער לאַגע
אין צאַרישן רוסלאַנד, גראָד דעמאָלט װערט ער אױפֿגעכאַפּט פֿון
מאָדערניסטן אין העברעיִשן און ענגלישן טעאַטער. און עס זעט־אױס
ממש אומגלײבלעך, װאָס כּמעט אַן „אַרכאַיִש“ װערק פֿון דער ייִדישער
ליטעראַטור װערט (אױף יאָרן) אַ סענסאַציע אױף דער ענגלישער
בינע. און אין תּל־אָבֿיבֿ אױף העברעיִש און אין ניו־יאָרק אױף ענגליש
גיט מען אַרױס שפּילפּלאַטן, װי אַ באַשטעטיקונג, אַז דער פֿוראָר אַרום
םבֿיה איז נישט אומזיסט...



10                                                 שמואל ראָזשאַנסקי
  
דאָס גיט אונדז אַ גרונד צו טראַכטן, אַז דװקא דעמאָלט, װען אין
טײל ייִדישע קרײַזן איז פֿאַרטונקלט געװאָרן די פֿאַרשטענדעניש פֿאַר
די נאַציאָנאַלע אײגנאַרםיקײטן פֿון דעם מזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום
און זײַנע װערטן, טריומפֿירט װידער אַ מאָל טבֿיה אין טעאַטער.
    דאָס דאַרף זײַן דער בעסטער באַװײַז און דער באַגלײבטסטער
עדותּ, אַז אַפֿילו די קלײנשטעטלדיקע געשטאַלטן פֿון דער י▮דישער
ליטעראַטור קענען פֿאַראינטערעסיר1 דעם םאָדערנעם פֿאַרשטאָטישטן
י▮דן▮ װײַל נאָר די פֿאָרעם איז אים פֿרעמד. דער פֿאַרשטאָטישטער ייִד
פֿאַרמאָגט נישט טבֿיהס אינערלעכע רו, גלײַכגעװיכט, נישט דעם
צוטרױ צו זיך אַלײן און אַװדאי נישט צו אַנדערע. הינטער דער
קלײנשטעטלדיקײט פֿון טבֿיהס נאַטור זײַנען אָבער דאָ אײביקע 
װערטפֿולע מענטשלעכע געפֿילן און אידײען, אַלמענטשלעכע און 
אַלװעלטלעכע.
    אין זכות פֿון אָט דער אַלסענטשל▮נכקײט און אַלװעלטלעכקײט,
װאָס איז דאָ אין ז▮ן נאַטור, איז דער דאָרפֿסייִד טבֿיה דער םילכיקער
געװאָרן אַזאַ ליבלינג אין דער גרױסשטאָט און האַלט פֿאַרכאַפּט, און
געשפּאַנט, און רופֿט־אַרױס שמײכל און געלעכטער אַפֿילו בײַ דער
מאָדערנער נערװעיִשער יוגנט.
     
▮▮יח ד.ער םילכיק▮ר אין ▮ער ד.י▮סאַ▮ץ פֿון צײַ▮
  שלום עליכם, בלי שום ספֿק דער דערפֿאָלגרײַכסטער ייִדישער 
שרײַבער — די מיליאָנען עקזעמפּליאַרן פֿון זײַנע שריפֿטן, געדרוקטע
אין רוסיש און אַנדערע שפּראַכן, באַשטעטיקן דאָס — איז טאַקע 
פּאָפּולער געװאָרן „נאָך אײדער די קריטיק האָט זיך אָנגעהױבן צו 
באַשעפֿטיקן“ מיט אים, װײַל „שלום עליכם איז דער קינסטלער, װאָס
פֿאַרװאַנדלט אונדזער רעאַל לעבן אין אַ חלום“. פֿון דעסט װעגן האָט
דער זעלביקער שאַרפֿזיניקער ליטעראַטור־קריטיקער, װעלכער האָט
געשריבן די דאָזיקע װערטער אין 1908, גלײַכצײַטיק געשריבן, אַז
„טבֿיהס אױג זעט קײן מאָל ניט, װאָס ס'טוט זיך אַרום אים, ער האָט
לחלוטין קײן חוש ניט פֿאַר מענטשן ניט פֿון זײַן דור און פֿון זײַן




אַלט און נײ אין טביה                                                  11


לעבנסגאַנג... די טבֿיהס לעבן מיט אַ טױטער פֿאַרגאַנגענהײט... טבֿיה
דער מילכיקער איז, אײגנטלעך, מער אַ װײַבערשער טיפּ װי אַ 
מאַנסבילשער... דעם שעפֿער פֿון טבֿיהן װילט זיך עפּעס אַ שטיקל הײם,
אַ הײם װו עס איז נישטאָ די םױטקײט פֿון אַ טבֿיה“ 3...
     נאָך גרעסערע חילוקי־דעותּ זײַנען געהערט געװאָרן אַ סך יאָרן
װעגן טבֿיהס פּסוקים: אָט איז ער אַן עם־האָרץ, װאָס מאַכט אַ תּל
פֿון פּסוקים, און אָט צעדרײט ער מיט אַ כּיװן די פּסוקים, גאָר װי
אַ ידען... ביז עס װערט געפֿונען אַ דערקלערונג, אַז „ער רעדט װי זײַן
פֿאָלק רעדט, די װערטלעך און װיצן, די חכמות און פּסוקים מיט 
זײערע אױסטײַטשונגען — דאָס אַלץ איז געװען גאַנגבאַר אין פֿאָלק, אַ
„װאָכעדיקער גאַנג“ אַזאַ, װאָלט געזאָגט טבֿיה אַלײן“ 4. װײַל „דער
פּסוק איז זײַן געלײַטערטע חלום־װעלט“ 5.
  ▮ די פּסוקים, טבֿיהס, זײַנען אין תּוך גענומען — דער קװאַל פֿון
זײַן בטהון. װוּ אַ צרה, כאַפּט זיך טבֿיה אָן בײַ אַ פּסוק. מיטן פּסוק
געװינט ער דאָס גלײַכגעװיכט. יעדן צער סובלימירט ער מיט אַ פּסוק
נאָר אַנשטאָט ער זאָל זיך צופּאַסן צום פּסוק, פּאַסט ער צו דעם פּסוק
צו זיך... און אין דעם „צעדרײען“ די פּסוקים ליגט דאָס 
שפּרודלדיקסטע פֿון טבֿיהס הומאָר. איז אױב מ'קען נישט די פּסוקים און זײער
קלימאַט, גײט פֿאַרלױרן אַ גרױסער טײל פֿון טבֿיתס הומאָר. דאָס
איז קלאָר געװאָרן גאַנץ באַזונדער נאָכן צװײטן װעלטקריג, נאָך דעם
װי עס האָט אַ ביסל אָפּגעלאָזט די טראַגישע שפּאַנונג פֿון 
נקמהלײדנשאַפֿט. דער פּליט האָט דאָס אונדז געלאָזט פֿילן. פֿאַר דעם
פּליט איז קלאָר געװאָרן, אַז „אינעם לעבן פֿון אַ מענטש איז הומאָר
אַ װיכטיקער װיטאַמין; עס איז אונדז נײטיק צו גלײַך מיטן גלױבן
אוז בטחוז;▮דעריבער װעט טבֿיה דער מילכיקער פֿאַרבלײַבן נאָך אױף
לאַנגע יאָרהונדערטער אײנע פֿון די ליכטיקסטע געשטאַלטן אין דער
    

— 3 בעל מחשבֿות — געקליבענע װערק, נ“י 1953, ז, 172, 174, 182, 184, 190.
  — 4 א. גאָלאָמב — ספּר טביה, מעקסיקע 1▮19, ז, 11.
   — 5 מ▮ גראָס־צימערמאַן — „פֿרײלעכער פּאַטאָס“, די גאָלדענע קײט נ, 34,
תּל־אַביב 1959, ז, 2▮.



12                                                     שמואל ראָזשאַנסק

װעלט־ליטעראַטור“ 6. דאָס איז דער כּוח פֿון הומאָר. פֿאַר 
קעמפֿערישע נאַטורן איז הומאָר — אַ ייִדישער ענטפֿער. די „קונצנמאַכערס
פֿון דער אַנטיסעמיטישער „טעאָריע“ האָבן אױף זײער עם־
הארציששװינדלערישן אופֿן „פֿעסטגעשטעלט“, אַז היות ס'איז כּלומרשט ניט
פֿאַראַן אין די אורעלטסטע און בכלל אַלט־ייִדישע ליטעראַרישע
דענקמאָלן קײן הומאָר — איז פֿון דאַנען געדרונגען, אַז עס פֿעלט
דער ייִדישער „ראַסע“ בכלל ניט מער און ניט װײניקער װי אײנער
אַ גאַנצער װיכטיקער אָרגאַן אין דער נשמה: די פֿעיִקײט און דער חוש
פֿאַר הומאָר“ 7... קומט שלום עליכם און גיט דעם ענטפֿער. דערנאָך
קומען אַנדערע. אַפֿילו אין דער סבֿיבֿה פֿון דער גרעסטער 
אומטאָלעראַנץ גיט דער פּאָעט אַזאַ ענטפֿער: „טרױער? /פּאַסט ניט אונדזער
פּנים!/... טרערן? /זאָלן װײנען שׂונאים —/ לאָמיר לאַכז, מײַנע
פֿרײַנד!“ 8...
     טבֿיה, נישט קײן קעמפֿערישע נאַטור און אַװדאי נישט קײן נוקם
ונוטר, שעפּט זײַן הומאָר נישט פֿון גלײַכגילטיקײט צום לעבן, נײַערט
פֿון ליבע צו דער װעלט. „אַ גרױסע ליבע, װאַרעמקײט, ליכט, גלױבן
און אמת, קלאָרער אמת, שײַנט־אַרױס פֿון די בלעטלעך, װאָס לײענען
זיך װי שטיקער ברכי נפֿשי און װאַרעמען אונדז אָן — און פֿון זײ
װאַקסט־אַרױס שלום עליכם דער גרױסער דיכטער“ 9. דער 
קינסטלער און דער פֿילאָסאָף פֿון געלעכטער גיבן זיך דאָ די הענט, פּונקט
װי דער פֿאָלקלאָריסט און עטנאָגראַף, אין דער צײַט און אױסער דער
צײַט, פֿון דער עפּאָכע און פֿאַר דער אײביקײם...
     
— 6 משה גראָסמאַן — „שלום עליכם„, דאָס נײַע לעבן, נ, 18, לאָדזש 7
יו▮י 6▮19.
    — 7 מ. װינער — צו דער געשיכטע פֿון דער יודישער ליטעראַטור אין 19טן
 יאָרהוםערט, ב, 2, נ„י 1946, ז, 324.
   — 8 איציק פֿעפֿער — הײמלאַנד, נ„י 1944 (“לכּבֿוד דער באַגעגעניש פֿון 
איקאָר מיט דער סאָװעטישער דעלעגאַציע שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער„),
 ז, 116.
  — 9 י. י. זינגער — “שלום עליכם און זײן ראָמאַן“, ליטעראַרישע בלעטער
 נ, 23, װאַרשע ▮192.
 
 

אַלט און נײ אין טביה                                                   13

     דער ביבליאָגראַף מיט אַ חוש פֿאַר ליטעראַטור־געשיכטע דאַרף
גאָר לאַנג ניט זוכן, כּדי פֿעסטצושטעלן, אַז „אין די קאַפּיטלען פֿון
בלױז אײן שלום עליכמס טבֿיה דער מילכיקער זײַנען אַרײַנגעפֿלאָכטן
שטיקער ייִדישע לעבנס, װיכטיקע פּראָצעסן פֿון אָט די צװאַנציק
מערקװערדיקע יאָרן“ 10. און באמתּ: „זעלטן אין װאָסער עס איז 
אַנדער בוך זײַנען די דאַטעס פֿון אָנשרײַבן די באַזונדערע קאַפּיטלען
אַזױ װיכטיק און װאָגיק װי אין טבֿיה דער מילכיקער — יעדער יאָר
האָט זײַן אײגענע פֿאַרב, יעדער קאַפּיטל פֿון טבֿיהס משפּחה־
געשיכטע איז אַן אָפּקלאַנג פֿון אַ קאַפֿיטל פֿון דער אַלגעמײנער ייִדישער
געשיכטע“ 11. דערפֿאַר איז מער נישט נײטיק צו פֿרעגן די שאלה.
                                                                           
„איז דען שלום עליכם אין דער אמתן נאָר אַ הומאָריסט?“ און צי
„מערקט מען אין דער פּאָעמע טבֿיה דער מילכיקער אַ דיסטאַנץ
צװישן קינסטלער און דעם געשילדערטן לעבן?“ 12.
     די צײַט האָט אױף אַלע פֿר▮געס געגע▮ן אַן ענטפֿער. שלום
עליכם ברײטערט־אױס און פֿאַרטיפֿט די ז▮רכ▮ם פֿון זײַנע פֿאָרגײערס:
ישׂראל אַקסנפֿעלד, שלמה עטינגער, אײַזיק־מאיר דיק און מענדעלע
מוכר ספֿרים. „דער מאָנאָלאָג איז בײַ אים אַ שטיק ירושה — די
ירושה פֿון דער השׂכּלה־ליטעראַטור“ 13. און עס איז אױסער יעדן
ספֿק, אַז „שלום עליכמס בעסטע װערק זײַנען מערסטנטײל געשריבן
אין דער מאָנאָלאָגישער פֿאָרעם“ 14. און דאָס בעסטע װערק זײַנס
אין דער פֿאָרעם פֿון מאָנאָלאָג איז טבֿיה ער אַלײן האָט געשריבן:
„מײַנע פֿרײַנד, פֿאַרערערס און קריטיקערס, װאָס האַלטן זיך פֿאַר
    

— 10 נהמן מײזיל — פֿאָו▮גײער אוl מיטצײטלער, נ„י ▮194, ז, ▮9.
  — 11 מיכאל אַסטור — “הונדערט יאָר נײַע ייִדישע ליטעראַטור“ רעפֿעראַט
אױף דער 39סטער ייִװאָ־קאָנפּערענץ אין נ“י, די גאָלדענע קײט נ, 51, תל▮אָביב
1965, ז, 13.
 — 12 חײם זשיטלאָװסקי — “מענטשפֿראָבלעם בײַ שלום עליכם„, װיזיע אוl
געדאַנק, נ“י 1951, ן, 117.
  — 13 דבֿ סדן — „דרײ יסודות„, די גאָלדענע קײט נ, 34, ת„אָ 1959▮ ז, 53.
   — 14 הערש רעמעניק ▮ „י. ל. פּערעץ און שאָלעם אַלײכעם„, סאָװעטיש הײמ—
לאָנד נ, 6, מאָסקװע 1965, ן, 144.



14                                                     שמואל ראָזשאַנסקי

מבֿינים, האָבן אױסגעפֿונען, אַז די קרױן פֿון מײַן שאַפֿן איז טבֿיה
דער סילכיקער... זײ זאָגן זאָגאַר, אַז סבֿיה איז אַ באַזונדערע 
װעלטאָנשױונג“ 15.
     די צײַט האָט דאָס באַשטעטיקט. די ליטעראַטור־געשיכטע קען
דאָס דערקלערן סײַ דורכן קוקװינקל פֿון קונסט און סײַ אינעם ליכט
פֿון ייִדישן פֿאָלקסלעבן, װוּ עס מישט זיך אױס אַלט און נ▮ 
שטענדיק מיטן װילן צו לעבן און איבערלעבן
                                             
שםואל ראַזשאַנסקי
                                                    


— 15 שלום ע▮יכם (אין אַ בריװ) צו דוד פּינסקי, פֿון לאָזאַן, ▮ פּעב, 1914,
דאָס שלןס עלי▮ס־בוד, ז, 250.

------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------


                                טביה דער םילכיקער

עו



טביה דער מילכיקער געשפּילט פֿון רודאָל▮ ▮אַסלאַװסקי בערך טױזנט מאָל


                               קטנתּי
                     
                
אַ בריװל פֿון טביה דעם מילכיקן צום מחבר
                                                  

געשריבן אין יאָר 1895
     
לכּבֿוד צו מײַן געליבטן טײַערן פֿרײַנד ר, שלום עליכם, גאָט
זאָל אײַך געבן געזונט און פּרנסה מיט אײַער װײַב און קינדער, איר
זאָלט האָבן גרױס נחתּ װוּ איר װעט זיך קערן און װענדן, אָמן סלה!
     
קטנתי 1! — באַדאַרף איך אײַך זאָגן מיטן לשון, װאָס יעקבֿ
אָבֿינו האָט געזאָגט אין דער סדרה ױשלח בשעת ער האָט זיך געלאָזט
גײן קעגן עשׂון, להבֿדיל... נאָר טאָמער איז דאָס אפֿשר ניט אַזױ גלײַך,
בעט איך אײַך, פּאַני שלום עליכם, איר זאָלט אױף מיר קײן 
פֿאַראיבל נישט האָבן. איך בין אַ פּראָסטער חי־וקים. איר װײסט אַװדאי
מער פֿון מיר — װאָס איז דאָ װאָס צו רײדן? אין אַ דאָרף, מישטײנס
געזאָגט, מע װערט פֿאַרגרעבט. װער האָט צײַט אַרײַנצוקוקן אין אַ
ספֿר, צי אָפּלערנען אַ פּרשה חומש מיט רשי, צי װאָס? אַ שטיקל
גליק, עס קומט דער זומער, פֿאָרן זיך צונױף די יעהופּעצער נגידים
קײן בױבעריק אױף די דאַטשעס, קאָן מען זיך באַגעגענען אַ מאָל
מיט אַן אײדעלן מענטשן, האָרכן אַ גוט װאָרט. איר מעגט מיר
גלײבן, אַז איך דערמאָן מיך אין יענע טעג, װען איר זײַט געזעסן
נעבן מיר אין װאַלד, אױסגעהערט מײַנע נאַרישע מעשׂיות, איז בײַ
מיר גלײַך, װי איך זאָל פֿאַרדינען מי יודע װיפֿל! איך װײס ניט מיט
    

— 1 /בראשית ל„ב, יא/ קטנתי מכּל החסדים  אַשר עשית את עבדד/ כבין
צו קלײן, האָב נישט די װערט, זיך נישט פֿאַרדינט.


17

װאָס איך האָב בײַ אײַך אַזױ נושׂא חן געװען, איר זאָלט זיך אָפּגעבן
מיט אַזאַ קלײן מענטשל װי איך, מיר שרײַבן בריװלעך גאָר. און לא
כּל שכּן אַרױסשטעלן מײַן נאָמען אין אַ בוך, מאַכן פֿון מיר אַ גאַנצן
שלש־סעודותּ 2, גלײַך װי איך װאָלט דאָ געװען מי יודע װער —
מעג איך דאָך אַװדאי זאָגן: קטנתּי!... אמת, איך בין אײַך טאַקע אַ
גוטער פֿרײַנד, לאָז מיר גאָט העלפֿן אַ הונדערט חלק, װאָס איך
װינטש אײַך! איר האָט, דאָכט זיך, גוט געזען, װי אַזױ איך האָב אײַך
געדינט נאָך אין די גוטע יאָרן. בשעת איר זײַט נאָך געזעסן אױף
דער גרױסער דאַטשע — געדענקט איר? — האָב איך אײַך געקױפֿט
אַ בהמה פֿאַר אַ פֿופֿציקער, איז זי געװען אַ מציאה פֿון אַ גנבֿ פֿינף
און פֿופֿציק. אײַ, זי איז אױפֿן דריטן טאָג געפּגרט?... איר װײסט אַלײן
גאַנץ גוט, װי אַזױ דאָס האָט מיך געקרענקט; איך בין דעמאָלט 
אַרומגעגאַנגען אָן אַ קאָפּ! איך װײס? דאַכט זיך, פֿונעם שענסטן און פֿונעם
בעסטן, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן און אײַך אױך, אם־ירצה־השם,
אױפֿן נײַעם יאָר, עס זאָל זײַן, װי זאָגט איר, חדש ימינו כּקדם... און
מיר זאָל גאָט העלפֿן אין מײַן פּרנסה, איך זאָל זײַן געזונט מיט מײַן
פֿערדל, להבֿדיל, און מײַנע בהמות זאָלן זיך מעלקן אַזױ פֿיל, אַז
איך זאָל אײַך קאָנען דינען אױף װײַטער אױך מיט מײַן קעז און 
פּוטער על צד היותר טובֿ, אײַך און אַלע יעהופּעצער נגידים, גאָט זאָל
זײ געבן הצלחה און פּרנסה און אַל דאָס גוטס מיט גרױס נחתּ. און
אײַך, פֿאַר אײַער טירחה, װאָס איר זײַט זיך מטריח פֿון מײַנעט װעגן,
און פֿאַר דעם כּבֿוד, װאָס איר טוט מיר אָן דורך אײַער ביכל, זאָג איך
אײַך נאָך אַ מאָל: קםנתּי! פֿאַר װאָס קומט מיר אַזאַ שטרײַמל, אַז
אַ װעלט מיט מענטשן זאָלן פּלוצעם געװאָר װערן, אַז אױף יענער
זײַט בױבעריק, ניט װײַט פֿון אַנאַטעװקע, געפֿינט זיך אַ ייִד, װאָס
הײסט טבֿיה דער מילכיקער, נאָר מסתּמא װײסט איר דאָך װאָס איר
טוט. קײן שׂכל באַדאַרף איך אײַך ניט לערנען. און װי אַזױ צו שרײַבן
    
— 2 מאַכן אַ װעזן, װי חסידים פּראַװען אין “שטיבל“ די דריטע שבתדיקע
סעודה, זינגענדיק זמירות בציבור, איבערזאָגנדיק דעם רבינס תּורה, ס'רובֿ אױף
דער סדרה פֿון דער װאָך.


18

װײסט איר שױן אַלײן. און װײַטער, מיטן איבעריקן דאָרטן, פֿאַרלאָז
איך מיך שױן אױף אײַער אײדעלן כאַראַקטער, אַז איר װעט דאָרטן
טאָן אין יעהופּעץ פֿון מײַנעט װעגן אַלצדינג, עס זאָל מיר פֿונעם
ביכל עפּעס אַרױס אַ שטיקל טובֿה צו מײַן פּרנסה. איך באַדאַרף
טאַקע, כ'לעבן, איצטערט נײטיק האָבן — איך רעכן, אם־ירצה־השם,
אין גיכן אָנהײבן טראַכטן מכּוח חתּונה מאַכן אַ טאָכטער; און אַז
גאָט װעט שענקען, װי זאָגט איר, דאָס לעבן, איז אפֿשר טאַקע צװײ
מיט אַ מאָל... דערװײַל זײַט מיר געזונט און האָט אַ גליקלעכן תּמיד,
װי עס װינטשט אײַך פֿונעם גאַנצן האַרצן, פֿון מיר, אײַער בעסטער
פֿרײַנד
                                                             טביה
     
יאָ, עיקר שכחתּי! אַז דאָס ביכל װעט פֿאַרטיק װערן און איר
װעט האַלטן בײַ שיקן מיר עפּעס געלט, זאָלט איר מוחל זײַן שיקן
קײן אַנאַטעװקע, אױפֿן שוחטס נאָמען. איך האָב דאָרטן צװײ מאָל
אין װינטער יאָרצײַט: אײן מאָל אָסיענצײַט, פֿאַר „פּאַקראָװע“ 3;
און דאָס אַנדערע מאָל „נאָװעגאָד 4“ — בין איך, הײסט דאָס, דעמאָלט
אַ שטאָטייִד. און װײַטער, גלאַט אַזױ בריװלעך, קאָנט איר שיקן צו
מיר גלײַך קײן בױבעריק, אױף מײַן נאָמען, בזה הלשון: פּערעדאַט
גאָספּאָדינו טעװעליו מאָלאָטשנאַהאָ יעװרײ 5.


— 3 אַ (גױיִשע) חגא. 
— 4 /רוסיש/ נאָװי גאָד, נײ־יאָר. 
— 5 /אין אַ צעהרגעטן רוסיש/ איבערגעגעבן ה, טביה דעם מילכיקן.



------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------


    דאָס גרױסע געװינס
         

אַ װוּנדערלעכע מעשׂה, װי אַזױ טביה דער מילכיקער אַ
         ייִד אַן אָרעמאַן, אַ מטופּל מיט קינדער, איז פּלוצעם מיט
         אַ מאָל באַגליקט געװאָרן דורך אַ משונה־װילדן פֿאַל, װאָס
         איז כּדאַי, מע זאָל דאָס באַשרײַבן אין אַ ביכל. — דערצײלט
            פֿון טביהן אַלײן און איבערגעגעבן װאָרט בײַ װאָרט.
                                                     

געשריבן אין יאָר 1895
                   
                   
                                     
                              
מקימי מעפֿר דל,
                              מאַשפּות ירים אבֿיון.
                                                  
                              
ער שטעלט־אױף פֿון דער ערד דעם אָרעמאַן,
                              פֿונעם מיסט הײבט ער אױף דעם אבֿיון.
                                                            (תּהילים קי“ג, ז)
     

— אַז ס'איז באַשערט דאָס גרױסע געװינס, הערט איר, פּאַני 1
שלום עליכם, קומט דאָס גלײַך אין שטוב אַרײַן, װי זאָגט איר:
למנצח על הגתּיתּ 2 — אַז עס גײט לױפֿט עס. ס'איז גאָר נישטאָ
דערבײַ קײן שׂכל מיט קײן בריהשאַפֿטן. און טאָמער, חלילה, 
פֿאַרקערט, מעגט איר צעזעצט װערן רײדנדיק, װעט אײַך העלפֿן װי דער
פֿאַראַיאָריקער שנײ. װי זאָגט איר: אין חכמה ויִן עצה נגד אַ
שלעכט פֿערד אַ מענטש האָרעװעט, װערט אױסגעריסן, כאָטש נעם
לײג זיך, שׂונאי־ציון, און שטאַרב! פּלוצעם, מע װײסט ניט פֿון װאָס
און פֿון װאַנען — עס פֿערדלט פֿון אַלע זײַטן, װי אין פּסוק שטײט
    
— 1 פּאַניע דאַרף זײן, הער. פּאַני מײנט: פֿרױ. אָבער טביה איז נישט קײן
מענטש פֿון גראַמאַטיק. 
— 2 /תּהילים ח,, א/ פֿאַר דעם געזאַנגמײסטער פֿון
גת. בײַ טביהן קומט עס אַרױס האָמאָפֿאָנעטיש: גיתית — גײט עס...


20                                                   

געשריבן: ריוח והצלה יעמוד ליהודים 3. פֿאַרטײַטשן באַדאַרף איך
אײַך ניט. נאָר דער פּשט דערפֿון איז אַזױ: אַז אַ ייִד, כּל־זמן שהנשמה
בקרבי — עס שלאָגט זיך נאָך אַן אָדער, טאָר ער נישט פֿאַרלירן
דעם בטחון. איך האָב דאָס אַרױסגעזען פֿון זיך אַלײן טאַקע, װי אַזױ
דער אײבערשטער האָט מיט מיר געפֿירט, מיט מײַן איצטיקער
פּרנסה: װאָרעם װי קום איך גאָר פֿאַרקױפֿן קעז און פּוטער אין מיטן
דרינען, אַז מײַן באַבעס באַבע האָט קײן מאָל נישט געהאַנדלט מיט
קײן מילכיקס? ס'איז בנאמנות כּדאַי, איר זאָלט אױסהאָרכן די 
גאַנצע מעשׂה פֿון אָנהײב ביזן סוף. איך װעל מיך צוזעצן אױף אַ װײַלע,
אָט דאָ נעבן אײַך אױפֿן גראָז, לאָז זיך דאָס פֿערדל דערװײַל עפּעס
קײַען, װי זאָגט איר: נשמת כּל חי 4 — אױך אַ באַשעפֿעניש בײַ גאָט.
     בקיצור, דאָס איז געװען אַרום שבֿועות־צײַט, דאָס הײסט, איך
זאָל אײַך ניט זאָגן קײן ליגן, אַ װאָך אָדער צװײ פֿאַר שבֿועות. און
אפֿשר, האַ? אַ פּאָר װאָכן נאָך שבֿועותּ. פֿאַרגעסט נישט, ס'איז שױן,
פּאַװאָלינקע 5, איך זאָל אײַך זאָגן אַקוראַט, אַזױ גרױס װי אַ יאָר
מיט אַ מיטװאָך, דאָס הײסט,  פּונקט נײַן  יאָר אָדער  צען,
און אפֿשר נאָך מיט אַ סמיטשיק 6. איך בין דעמאָלט געװען, װי איר
זעט מיך אָט אָ, גאָר נישט דער װאָס איצטער, דאָס הײסט, טאַקע דער
אײגענער טבֿיה, נאָר פֿאָרט נישט דער. װי זאָגט איר: די אײגענע
יענטע, נאָר אַנדערש געשלײערט. דהײַנו װאָס? איך בין געװען, ניט
פֿאַר אײַך געדאַכט, אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס 7. כאָטש אַפֿילו, אַז מע
װיל שמועסן דאָס אײגענע װידער צוריק, בין איך נאָך איצט אױך
גאַנץ װײַט פֿון אַ נגיד. װאָס מיר פֿעלט צו בראָצקין 8 — מעגן מיר
זיך דאָס בײדע װינטשן צו פֿאַרדינען דעם הײַנטיקן זומער ביז נאָך
    
— 3 /מגילת אסתּר ד,, יד/ אַ דערלײַכטערונג און אַ רעטונג פֿאַר די ייִדן.
בײַ טביהן הײסט עס: האָבן ריװח, כאַפּן אַ פֿאַרדינסטל. 
— 4 /תּפֿילה פֿון שבת
און יום־טובֿ/ אַלץ װאָס לעבט האָט אַ נשמה. 
— 5 פּאַמעלעך, פֿאָרזיכטיק. 
— 6 (בױגן פּון אַ פֿידל) אַריבערגעצױגן די מאָס, די צײַט. 
— 7 (פּאַראָדיע) „זי איז אין זיבן פֿאָלעס„, ד„ה, אַזױ צעװאַקסן, אַז זי דאַרף אױף אַ קלײד סחורה
7 מאָל די ברײט, אַנשטאָט די 3־4 װאָס מ'דאַרף פֿאַר אַ נאָרמאַלער פֿיגור. 
— 8 בראָדסקי, באַװוּסטער צוקער־פֿאַבריקאַנט אין קיִעװ, סינאָניס פֿון מיליאָנער


21

סוכּות. נאָר װעדליק אַמאָל, בין איך הײַנט, הײסט דאָס, אַ ייִד אַ נגיד,
מיט אַ פֿערד־און־װעגעלע אַן אײגנס, מיט קײן עין־הרע בהמהלעך
אַ פּאָר, װאָס מעלקן זיך, װי נאָך אײנע, װאָס האַלט אָט אָט בײַ 
אָפּקעלבן זיך. ס'איז דאָ, ניט צו פֿאַרזינדיקן, קעז און פּוטער און 
סמעטענע פֿרישע אַלע טאָג, אײגענע האָרעװאַניע. װאָרעם מיר אַלע 
אַרבעטן. קײנער זיצט ניט לײדיק. מײַן װײַב, זאָל לעבן, מעלקט די
בהמות. די קינדער טראָגן קריגלעך, שלאָגן פּוטער. און איך אַלײן,
װי איר זעט אָט אָ, פֿאָר מיר אַרױס אַלע פֿרימאָרגן אױפֿן מאַרק, גײ
דורך אַלע דאַטשעס אין בױבעריק. מע זעט זיך מיט דעם, מיט 
יענעם, אַלע גרעסטע באַלעבאַטים פֿון יעהופּעץ. מע רעדט זיך דורך אַ
ביסל מיט אַ מענטשן, פֿילט מען, אַז מען איז אױך עפּעס אַ שטיקל
מענטש אױף דער װעלט, װי זאָגט איר, נישט קײן הינקעדיקער
שנײַדער. און װער שמועסט שבתּ — בין איך דאָך גאָר מלך, 
קוקאַרײַן אין אַ ייִדישן ספֿר, אַ פּרשה חומש, אַ ביסל תּרגום, תּהילים,
פּרק, דאָס, יענץ, לאָקש, בױדעם — איר קוקט מיך אָן, פּאַני שלום
עליכם, און טראַכט זיך אַװדאי בשעתּ מעשׂה אין האַרצן:
     — ע, אָט דער טבֿיה איז דאָך עפּעס טאַקע גאָר אַ ייִד װאָס 
קאַטאָרי 9!...
     בקיצור, װאָס זשע האָב איך אײַך אָנגעהױבן צו דערצײלן? יאָ,
בין איך, הײסט עס, דעמאָלט געװען, מיט גאָטס הילף, אַ ביטערער
אָרעמאַן. געשטאָרבן, ניט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט, מיט װײַב און 
קינדער דרײַ מאָל אַ טאָג פֿון הונגער, אַחוץ װעטשערע. געהאָרעװעט
האָב איך װי אַן אײזל. געשלעפּט קלעצער פֿונעם װאַלד צום 
װאָקזאַל 1 אַ פֿולן װאָגן, עס זאָל אײַך צו קײן חרפּה ניט זײַן, פֿאַר צװײ
גילדן אַ טאָג, און דאָס — ניט אַלע טאָג, און דערמיט גײ, 
האַלטאױס, קײן עין־הרע, אַזאַ שטוב מיט פּיקערס 11, זאָלן געזונט זײַן, מיט
להבֿדיל אַ פֿערד אױף קעסט, װאָס װיל נישט װיסן װאָס רשי מאַכט,
באַדאַרף קײַען אַלע טאָג, גאָר אָן אַ שום תּירוץ. װאָס טוט גאָט? ער
    
— 9 (רומיש) װעלכער, אַ װיכטיקע פּערזאָן, אױף װעלכער מ'פֿרעגט: „װער
איז עס דער?„. 
— 10 באַנהױף. 
— 11 (פֿון פּיקן) עסערס (פֿײגעלעך פּיקן).


22                                                         

איז דאָך, װי זאָגט איר, אַ זן ומפֿרנס לכּל 12 — פֿירט דאָס װעלטל
קלוג, מיט שׂכל. זעט ער װי איך מוטשע מיך דאָ אַזױ פֿאַרן שטיקל
ברױט, מאַכט ער צו מיר: „דו מײנסט דאָך, טבֿיה, אַז ס'איז שױן
אַחרי כּכלותּ הכּל 13 — עק װעלט, דער הימל איז אױף דיר געפֿאַלן?
פֿע, ביסט אַ גרױסער נאַר! אָט װעסטו זען, װי אַזױ, אַז גאָט װיל נאָר,
טוט זיך דאָס מזל אױף אַ מינוט אַ דרײ נאַ ליעװאָ קרוגאָם 14 און עס
װערט ליכטיק אין אַלע װינקעלעך. עס קומט־אױס, װי מיר זאָגן 
אינעם „ונתנה תּוקף“: מי ירום ומי ישפֿל 15 — װער סע פֿאָרט און װער
סע גײט צו פֿוס. דער עיקר איז — בטחון. אַ ייִד באַדאַרף האָפֿן, נאָר
האָפֿן. אײַ, װאָס? טאָמער װערט מען דערװײַל פֿאַרשװאַרצט? דערױף
זײַנען מיר דאָך עפּעס שטיקלעך ייִדן אױף דער װעלט, װי זאָגט
איר, אַתּה בחרתּנו — ניט אומזיסט איז אונדז די װעלט מקנא...
אַקעגן װאָס שמועס איך דאָס? איך שמועס עס אַקעגן דעם װי אַזױ
גאָט האָט מיט מיר געפֿירט טאַקע נאָר ניסים ונפֿלאות. איר מעגט
דאָס האָרכן!
     ױהי היום, אײן מאָל, פֿאַר נאַכט, פֿאָר איך מיר אַזױ זומער־לעבן
אין װאַלד, שױן צוריק אַהײם, אָן די קלעצער. דער קאָפּ אין דער
ערד. אױפֿן האַרצן װיסט און פֿינצטער. דאָס פֿערדל, נעבעך, קױם
װאָס עס פּלאָנטערט מיט די פֿיס, כאָטש האַק, כאָטש בראָק! „קריך,
זאָג איך, שלימזל, אין דער ערד אַרײַן גלײַך מיט מיר! װײס אױך
װאָס באַטײַט אַ תּענית אין אַ לאַנגן זומערטאָג, אַז דו שטײסט־אײַן
בײַ טבֿיהן פֿאַר אַ פֿערד!“... שטיל אַרום־און־אַרום. יעדער קנאַק פֿון
דער בײַטש רופֿט זיך אָפּ אין װאַלד. די זון זעצט זיך. דער טאָג —
ער גוססט. די שאָטנס פֿון די בײמער ציִען זיך אױס לאַנג װי דער
ייִדישער גלות. עס הײבט־אָן װערן פֿינצטערלעך און שטאַרק סומנע
     
— 12 /ברכת המזון, בענטשן נאָכן עסן/ דער װאָס שפּײַזט און דערנערט
אַלעמען. 
— 13 /פֿון אַדון עולם, פֿרימאָרגן־אָדע צום באַשעפֿער/ נאָך דעם װי
אַלץ איז געענדיקט, נאָר אַלעמען. 
— 14 /רוסיש, בײַ מיליטערישע איבונגען/
לינקס! אַרום־און־אַרום! געמײנט: דאָס מזל גיט זיך אַ דרײ־איבער. 
— 15 /פֿון די ימים־נוראימדיקע תּפֿילות/ װער ס'װערט אַראָפּגעזעצט און װער ס'װערט 
דערהױבן.


23

אױפֿן האַרצן. פֿאַרשײדענע געדאַנקען, מחשבֿותּן קריכן אין קאָפּ
אַרײַן. אַלערלײ געשטאַלטן פֿון מענטשן, שױן לאַנג געשטאָרבענע,
קומען מיר אַקעגן. און דאָ דערמאָן איך מיך די הײם — אַז אָך־
און־װײ איז מיר! אין שטוב איז פֿינצטער, חושך. די קינדערלעך, זאָלן
געזונט זײַן, נאַקעט און באָרװעס, קוקן־אַרױס, נעבעך, אױפֿן טאַטן,
דעם שלימזל, טאָמער װעט ער ברענגען אַ ברײטל אַ פֿרישס, און
אפֿשר אַ בולקע אַהײם. און זי, די אַלטע מײַנע, געװײנטלעך אַ 
ייִדענע, װאָרטשעט: „קינדער באַדאַרף איך אים האָבן, און נאָך זיבן דערצו,
כאָטש נעם, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד, װאַרף זײ אַרײַן 
לעבעדיקערהײט אין טײַך אַרײַן!“ גוט צו האָרכן אַזעלכע דיבורים?
מען איז דאָך נישט מער װי אַ מענטש, װי זאָגט איר, אַ בשׂר ודגים
דעם מאָגן קאָן מען מיט קײן װערטער ניט פֿאַרשטופּן. מע כאַפּט
אַ שטיקל הערינג, גלוסט זיך טײ, און צו טײ באַדאַרף מען צוקער,
און צוקער, זאָגט איר, איז בײַ בראָצקין. „פֿאַרן שטיקל ברױט —
זאָגט מײַן װײַב זאָל לעבן, װעט די קישקע, נישקשה, מוחל זײַן, נאָר
אָן דעם גלעזל טײ, זאָגט זי, בין איך אין דער פֿרי אַ טױטע. דאָס
קינד, זאָגט זי, אַ גאַנצע נאַכט ציט פֿון מיר די קלײַ!“ און דערװײַל
איז מען דאָך עפּעס אַ ייִד אױף דער װעלט. מנחה איז טאַקע, װי זאָגט
איר, ניט קײן ציג, זי װעט ניט אַנטלױפֿן, נאָר דאַװנען דאַרף מען.
מאָלט אײַך, דאָס שײנע דאַװנען, װאָס קאָן שױן זײַן, אַז פּונקט בשעת
שטעלן זיך שמונה־עשׂרה, צעלאָזט זיך, מעשׂה־שׂטן, דאָס פֿערדל
משוגענערװײַז. באַדאַרף מען לױפֿן נאָכן װאָגן, אײַנהאַלטן די 
לײצעס און זינגען  „אלהי אַבֿרהם, אלהי יצחק ואלהי יעקבֿ — שײן
געשטאַנען שמונה־עשׂרה! און דאָ, װי אױף צו להכעיס, גלוסט זיך
דװקא דאַװנען געשמאַק, מיט האַרץ, טאָמער װערט גרינגער אױף
דער נשמה...
     בקיצור, איך לױף מיר אַזױ נאָכן װאָגן און זאָג די שמונה־עשׂרה
                                                                           
הױך, מיט אַ ניגון, װי, להבֿדיל, בײַם עמוד: מכלכל חײם בחסד —
דער דאָ טוט טאָן שפּײַזן אַלע זײַנע באַשעפֿענישן, ומקײם אמונתו


24

לישני עפֿר 16 אַפֿילו די װאָס ליגן אין דער ערד און באַקן בײגל. אױ,
טראַכט איך מיר, ליגט מען אין דער ערד! אױ, װערט מען 
אױסגעריסן! ניט אַזױ װי יענע, למשל, די יעהופּעצער נגידים מײן איך,
װאָס זיצן אַ גאַנצן זומער אין בױבעריק, אױף די דאַטשעס, עסן
און טרינקען און באָדן זיך אין אַל דאָס גוטס. אױ, רבונו של עולם,
פֿאַר װאָס קומט דאָס מיר? איך בין, דאַכט זיך, אַ ייִד גלײַך מיט אַלע
ייִדן. גװאַלד, גאָטעניו, ראה נא בענינו — זע, זאָג איך, באַטראַכט װי
מיר האָרעװען, און נעם זיך אָן די קריװדע 17 פֿון די אָרעמע לײַט,
נעבעך, װאָרעם װער דען װעט זיך אױף זײ אַרומקוקן, װען ניט דו?
רפֿאנו ונרפּא 18 — שיק אונדז צו די רפֿואה, די מכּה האָבן מיר שױן
אַלײן... ברך עלינו — בענטש אונדז מיט אַ גוט יאָר, עס זאָל זײַן
אַ גערעט 19 אױף אַלע מינים תּבֿווּתּ, פֿון קאָרן און פֿון װײץ און פֿון
גערשטן; כאָטש אַפֿילו, צוריקשמועסנדיק, װאָס װעט מיר, שלימזל,
אַרױסקומען דערפֿון? אַ שטײגער, למשל, װאָס קומט־אַרױס מײַן
פֿערדל, להבֿדיל, צי האָבער איז טײַער, צי װאָלװל?... נאָר פֿע, גאָט
פֿרעגט מען קײן קשיותּ ניט, ובפֿרט אַ ייִד באַדאַרף דאָך אַװדאי 
אָננעמען אַלצדינג פֿאַר גוטן און זאָגן גם זו לטובֿה, מסתּמא הײסט גאָט
אַזױ. ולמלשינים 20 — זינג איך מיר װײַטער — ולמלשינים, און די
„סטיקראַטן“ 21, װאָס זאָגן, אַז ס'איז ניטאָ קײן גאָט אױף דער װעלט,
װעלן האָבן אַ שײן פּנים, אַז זײ װעלן קומען אַהין, זײ װעלן דאָס
אױסקרענקען מיט פּראָצענט. װאָרעם ער איז אַ שובֿר אױבֿים — אַ
גוטער צאָלער, מיט אים שפּילט מען זיך ניט, מיט אים באַדאַרף
מען גײן מיט גוטן, בעטן אים, שרײַען צו אים: אָבֿ הרחמן — 
דערבאַרעמדיקער, האַרציקער פֿאָטער; שמע קולנו — הער־צו אונדזערע
קולות, חוס ורחם עלינו — האָב רחמנות אױף מײַן װײַב און קינדער,
         


— 16 /פֿון שמונה עשרה/ און ער איז מקײם, װאָס מען דערװאַרט פֿון אים,
צו די װאָס שלאָפֿן אין דר'ערד. פֿון דער דאָזיקער אױסטײַטשונג זעט מען 
באַשײַמפּערלעך, אַז װי טביה איז אַ גלײביקער ייִד, האַלט ער מער פֿון תּורתּ
ההײם. 
— 17 עװלה. 
— 18/ד„ז/ הײל אונדז, װעלן מיר גענעזן װערן. 
— 19 גערעטעניש. 
— 20 מוסרים צו מלכות. 
— 21 (דוזק־לשוl, מיט אַ כּיװן צעדרײט
דאָס װאָרט, געקירצט) אַריסטאָקראַטן.


25

זײ זײַנען, נעבעך, הונגעריק! רצה — זאָלסט באַװיליקן, זאָג איך,
דײַן ליב פֿאַלק ישׂאל װי אַמאָל אן ביתּ־המקדש, נאָך בשעת די
כּהנים מיט די לװײם... פּלוצעם — סטױ 22! דאָס פֿערדל האָט זיך 
אַנידערגעשטעלט. איך כאַפּ־אָפּ אױף גיך דאָס שטיקל שמונה־עשׂרה,
איך הײב־אױף די אױגן און טו אַ קוק — עס קומען מיר אַקעגן גלײַך
פֿון װאַלד אַרױס צװײ משונה־מאָדנע נפֿשות, פֿאַרשטעלט און 
אָנגעטאָן נישט װי געװײנטלעך. „גזלנים!“ — איז מיר דורכגעפֿלױגן
אַ געדאַנק אין קאָפּ און האָב מיך אָבער באַלד פֿאַרכאַפּט צוריק: „פֿע,
טבֿיה, ביסט אַ שוטה! סטײַטש, דו פֿאָרסט אין װאַלד שױן אַזױ פֿיל
יאָרן, בײַ טאָג און בײַ נאַכט, װאָס איז דיר עפּעס פּלוצעם הײַנט 
אײַנגעפֿאַלן גזלנים?“ — װיאָ! מאַך איך צום פֿערדל און נעם זיך אָן מיט
האַרץ און גיב דעם אַ פּאָר שמיצלעך פֿון הינטן, גלײַך װי ניט מיך
מײנט מען.
ר, ייִד! הערט נאָר, ר, קרובֿ! — מאַכט צו מיר אײנע פֿון די
צװײ נפֿשותּ מיט אַ קול פֿון אַ נקבֿה און װינקט צו מיר מיט אַ 
פֿאַטשײלע. — אַנו, שטעלט זיך נאָר אָפּ אױף אַ רגעלע, װאַרט־צו אַ 
װײַלעטשקע, אַנטלױפֿט נישט, מע װעט אײַך, חלילה, גאָר נישט טאָן!
     „אַהאַ, אַ ניט־גוטער!“ — קלער איך מיר און טאַקע באַלד זאָג
איך צו זיך אַלײן: „בהמה בצורתּ פֿערד! װאָס עפּעס פּלוצעם אין מיטן
דרינען רוחות און שדים?“ און שטעל־אָפּ דאָס פֿערדל. איך הײב־אָן
גוט אײַנצוקוקן זיך אין די צװײ נפֿשות: נקבֿות! אײנע אַן עלטערע
מיט אַ זײַדן טיכל אױפֿן קאָפּ, די אַנדערע אַ ייִנגערע מיט אַ פּאַרוק.
                                                                         
בײדע רױט װי פֿײַער און שטאַרק פֿאַרשװיצט.
— אַ גוטן אָװנט, סקאָצל קומט 23! — מאַך איך צו זײ
שטאַרק אױף אַ קול, כּלומרשט אין גוטן מוט. — װאָס איז אײַער
באַגער? אױב איר מײנט עפּעס קױפֿן, װעט איר בײַ מיר נישט 
    


— 22 (פּאָליצײ־אױפֿפֿאָדערונג אָדער מיליטערישער באַפֿעל) שטײ! 
— 23 סקאָצל זאָל שטאַמען פֿון „װאָס ס'איז גאָטס װילן', (אַלעקסאַנדער האַרקאַװיס טעאָריע).
אַ באַגריסרנג פֿאַר אַ פֿרױ װאָס קומט אומגעריכט צו גאַסט (סקאָצל קומט!). אין
די ברכות השחר, צװישן די 15 ברכות אין די פֿרימאָרגן־תפּילות, איז די 4טע,


26

געפֿינען גאָר ניט, סײַדן בױכװײטיק, אױף מײַנע שׂונאימס קעפּ, אָדער
האַרץ־קלעמעניש אַ פֿולע װאָך, אָדער אַ ביסל קאָפּ־דרײעניש, 
טרוקענע שמאַרצן, נאַסע יסורים, סיפּקע 24 צרותּ...
     — שאַ, שאַ! — מאַכן זײ — זע נאָר, װי ער האָט זיך דאָס אַ
ביסל צעלאָזט! אַ ייִדן, אַז מע זאַטשעפּעט מיט אַ װאָרט, איז מען ניט
זיכער מיטן לעבן! מיר דאַרפֿן, זאָגן זײ, נישט קױפֿן גאָר ניט. מיר
האָבן נאָר געװאָלט אַ פֿרעג טאָן בײַ אײַך, אפֿשר װײסט איר, װוּ
איז דאָ ערגעץ דער װעג קײן בױבעריק?
     — קײן בױבעריק? — מאַך איך און צעלאַך מיך כּלומרשט. —
עס האָט בײַ מיר, זאָג איך, אַזאַ פּנים, פּונקט װי איר זאָלט מיך,
אַ שטײגער, פֿרעגן צי װײס איך, אַז מע רופֿט מיך טבֿיה.
     — אַזױ? מען רופֿט אײַך טבֿיה?אַ גוטן אָװנט אײַך, ר, טבֿיה! מיר
פֿאַרשטײען ניט, װאָס איז דאָ — מאַכן זײ — דער געלעכטער? מיר
זײַנען פֿרעמדע. פֿון יעהופּעץ זײַנען מיר און װױנען דאָ, אין בױבעריק
אױף אַ דאַטשע. זײַנען מיר, זאָגן זײ, אַרױסגעגאַנגען אױף אַ 
מינוטקעלע שפּאַצירן און דרײען זיך אַרום אַזױ אין דעם דאָזיקן װאַלד 
פּאַװאָלינקע פֿון גאַנץ פֿרי אָן, בלאָנדזשען און בלאָנדזשען, און קאָנען
ניט בשום אופֿן זיך אַרױפֿשלאָגן אױפֿן רעכטן װעג. דערװײַלע, זאָגן
זײ, האָבן מיר דערהערט עמעצער זינגט אין װאַלד, האָבן מיר 
לכתּחילה געמײנט, אַ קשיא, אפֿשר איז דאָס, חלילה, אַ גזלן? נאָר נאָך
דעם, זאָגן זײן, אַז מיר האָבן דערזען פֿון דער נאָענט, אַז איר זײַט,
דאַנקען גאָט, אַ ייִד, איז אונדז געװאָרן אַ ביסל גרינגער אױף דער
נשמה. הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן?
     — כאַ, כאַ, כאַ, אַ שײנער גזלן! — זאָג איך — איר האָט 

געפֿאַר אַ מאַן, “שלא עשני אשה“ און פֿאַר אַ פֿרױ — „שעשני כרצונו“. ס'איז
רעזיגנאַציע, געהאָרכזאַמקײט. װי אַן אילוסטראַציע, װי לשון קודשדיקע 
װערטער זײַנען געװאָרן איבערגעאַנדערשט אינעם פֿאָלקסמױל, קענען דינען די 
װערטער: ראשערן פֿון ראָש־העיר, אָדער טרױשן פֿון טראו. שײן (חתּונה־שײן),
שײ▮עש פֿון שירות (נוצן), שעמבעלעכײנו פֿון שס בלא כינױ (נאָמען אָן אַ
בײנאָמען, אָן אַ פּסעװדאָנים). 

— 24 צעשאָטענע (פּױליש: סיפּאַטש, שיטן), 
שיטערע, אַ סר קלײנע צרהלעך.    
   

27

האָרכט אַ מאָל, זאָג איך, אַ מעשׂה מיט אַ ייִדישן גזלן, װאָס איז 
אָנגעפֿאַלן אױף אַ דורכגײער און געבעטן בײַ אים אַ שמעק טאַבעקע?
אױב איר װילט, זאָג איך, קאָן איך אײַך דערצײלן די מעשׂה.
    — די מעשׂה — זאָגן זײ — לאָזט־איבער אױף אַן אַנדערש
מאָל. איר װײַזט אונדז בעסער אָן דעם װעג קײן בױבעריק.
    — קײן בױבעריק? — זאָג איך — סטײַטש, אָט דאָס איז דאָך
דער אמתער װעג קײן בױבעריק! איר זאָלט אַפֿילו, זאָג איך, נישט
װעלן, מוזט איר מיט דעם שליאַך אָנקומען גלײַך קײן בױבעריק.
    — װאָס זשע שװײַגט איר? — מאַכן זײ צו מיר.
    — װאָס זשע זאָל איך, זאָג איך, שרײַען?
    — װי באַלד אַזױ, מאַכן זײ צו מיר, קערט איר שױן װיסן 25,
איז עס נאָך עפּעס װײַט קײן בױבעריק?
    — קײן בױבעריק, זאָג איך, איז נישט װײַט, עטלעכע װערסט 26, 
דאָס הײסט, זאָג איך, אַ װערסט פֿינף־זעקס אָדער זיבן, און אפֿשר
טאַקע אַלע אַכט.
    — אַכט װערסט?! — האָבן אױסגעשריגן בײדע װײַבער מיט אַ
מאָל, געבראָכן די הענט און שיִער נישט צעװײנט זיך אַזש —
סטײַטש, װאָס רעדט איר? איר װײסט װאָס איר רעדט? אַ װערטעלע
אױסצורײדן — אַכט װערסט?!
    — נו, װאָס זשע, זאָג איך, זאָל איך טאָן? עס זאָל זײַן אין
מיר געװענדט, װאָלט איך דאָס געמאַכט אַ ביסל קירצער. אַ מענטש
באַדאַרף, זאָג איך, אַלצדינג אױספּרוּװן אױף דער װעלט. 
אונטערװעגנס טרעפֿט זיך, אַז מע באַדאַרף, זאָג איך, שלעפּן זיך אין אַ
בלאָטע אַרױף אַ באַרג, און נאָך ערבֿ שבת דערצו, דער רעגן שמײַסט
אין פּנים, די הענט קליאַנקען 27, דאָס האַרץ חלשט, און דאָ — טראַך!
עס לאָפּנעט 28 אַן אַקס 29...
    — איר רעדט עפּעס נאָר װי אַ דולער — זאָגן זײ צו מיר —
איר זײַט גאָר נישט בײַ די געדאַנקען, כ'לעבן. װאָס דערצײלט איר
    
— 25 געהערט, דאַרף, מעג. 
— 26 (רוסישע לענגמאָס) 7 6 1,0 מעטער. 
— 27 לאָזן זיך אַראָפּ. 
— 28 פּלאַצט. 
— 29 שטאָנג, אױף װעלכער ס'דרײען זיר די רעדער


28 

פּזמונותּ 30, בבֿא־מעשׂיות פֿון טױזנט־אײן־נאַכט? מיר האָבן שױן קײן
כּוח ניט צו פּלאָנטערן מיט די פֿיס; אַ גאַנצן טאָג האָבן מיר, אַחוץ אַ
גלעזל קאַװע מיט אַ פּוטער־בולקע, נאָך אין מױל נישט געהאַט, קומט
איר צו גײן מיט אײַערע מעשׂיותּ!
     — אױב ױ — זאָג איך — איז עפּעס אַנדערש. װי זאָגט מען?
קײן טאַנץ גײט ניט פֿאַרן עסן. דעם טעם פֿון הונגער פֿאַרשטײ איך
גאַנץ גוט. איר באַדאַרפֿט מיר נישט דערצײלן. עס קאָן זײער שײן
זײַן, זאָג איך, אַז איך האָב קײן קאַװע מיט קײן פּוטער־בולקע נישט
אָנגעקוקט שױן פֿון אַ יאָר... און אַזױ װי איך רײד, שטעלט זיך מיר
פֿאָר אַ גלעזל הײסע קאַװע מיט מילך און מיט אַ פּוטער־בולקע אַ
פֿרישע, מיט נאָך גוטע זאַכן... „שלימזל אײנער!“ טראַכט איך מיר,
„ביסט טאַקע אַנדערש נישט געצױגן געװאָרן, נאָר אױף קאַװע מיט
פּוטער־בולקעלעך? און אַ שטיקל ברױט מיט הערינג ביסט דו
קראַנק?“ און ער, דער יצר־הרע, ניט געדאַכט זאָל ער װערן, אױף
צו להכעיס קאַװע, אױף צו להכעיס פּוטער־בולקע... פֿרישע, 
געשמאַקע, מחיה־נפֿשותּ!
     —װײסט איר גאָר װאָס, ר, טבֿיה? — מאַכן צו מיר בײדע 
װײַבער — טאָמער װאָלט געװען אַ סבֿרה, אַזױ װי מיר שטײען אָט אַ דאָ,
זאָלן מיר זיך אַרױפֿכאַפּן צו אײַך אױפֿן װאָגן און איר טאַקע אַלײן
זאָלט זיך מטריח זײַן אונדז אָפּפֿירן מחילה אַהײם, קײן בױבעריק?
װאָס װעט איר זאָגן דערױף?
     — ס'אַ משל, זאָג איך, כּחרס הנשבר 31; איך פֿאָר פֿון בױבעריק
און איר פֿאָרט קײן בױבעריק! װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער?
     — נו, איז װאָס? — מאַכן זײ — װײסט איר ניט װאָס מע טוט?


???פֿון װאָגן. ???

— 30 געגראַמטע תּפֿילה, אין אלולדיקע טליחות למשל, װוּ ס'טרעפֿט,
אַז אײן שורה קלעפּט זיך נישט צו דער צװײטער. בײַם פֿאָלק הײסט עס: פּוסטע
מעשׂה, זינלאָזיקײט. 
— 31 /פֿון ימיס—נוראימדיקע תפֿילותּ/ דער מענטש איז
געגליכן צו אַ צעבראָכענעם שערבל; בײַ טביהן איז פֿון משול כחרס הנשבר
(אַ װערב) געװאָרן משל (אַ הױפּטװאָרט).


29

אַ ייִד אַ למדן גיט זיך אַן עצה: ער פֿאַרקערעװעט דאָס װעגעלע און
פֿאָרט צוריק. האָט קײן מורא נישט, ר, טבֿיה, זאָגן זײ, זײַט זיכער,
אם־ירצה־השם, אַז גאָט װעט אונדז ברענגען אַהײם בשלום, װינטשן
מיר זיך דאָס אױסקרענקען, װאָס איר װעט צו אונדז דערלײגן.
     „עפּעס רײדן זײ מיט מיר תּרגום—לשון 32 — טראַכט איך מיר
— פֿאַרשטעלט, גאָר נישט װי געװײנטלעך!“ — און עס קומט מיר
אַרױף אױפֿן זינען: מתּים, מכשפֿותּ, לצים, פֿאַרשלעפּטע קרענק...
„שוטה בן פּיקהאָלץ! — טראַכט איך מיר — װאָס שטײסט דו װי אַ
פֿלאָקן? כאַפּ זיך אַרױף אױפֿן װאָגן, װײַז דעם פֿערדל אַ בײַטש און
מאַך ױבֿרח!“... נאָר מעשׂה־שׂטן כאַפּט זיך אַרױס בײַ מיר נישט
װילנדיק פֿונעם מױל:
     — קריכט אין װאָגן!
     מײַנע האָבן דערהערט, זיך דװקא נישט געלאָזט לאַנג בעטן
און ▮ מאַרש אין װאָגן אַרײַן! איך נאָך זײ אױף דער קעלניע 33,
פֿאַרקערעװעט דעם דישעל, שמײַס דאָס פֿערדל: אײנס, צװײ, דרײַ,
פּאַשאָל 34! װער, װאָס, װעמען? אַ נעכטיקער טאָג! פֿונעם אָרט װיל
דאָס ניט רירן, כאָטש נעם, צעשנײַד דאָס אױף צװײען. „נו, טראַכט
איך מיר, הײַנט פֿאַרשטײ איך שױן, װאָס דאָס איז פֿאַר װײַבער...
דער גוטער יאָר האָט מיך געטראָגן זיך אָפּשטעלן אין מיטן דרינען,
מאַכן אַ שמועס מיט װײַבער!“... איר פֿאַרשטײט? פֿון אײן זײַט דער
װאַלד, דאָס שטילקײט מיטן סומנעקײט, אַקעגן נאַכט, און דאָ — די
צװײ נפֿשות, כּלומרשט נקבֿות... דער כּוח־הדם אַרבעט גאַנץ 
    

— 32 שװערע שפּראַד צו פֿאַרשטײן, אַראַמיש, אַ שװעסטערשפּראַך פֿון 
העברעיִש, װאָס ייִדן האָבן געבראַכט פֿון בבֿל און װעלכע איז שױן אַלט 2.000
יאָר (גערעדט ביזן אַכטן י“ה). דער תנך איז פֿאַרטײַטשט אױף אַראַמיש דורך 
אונקלוס הגר, יונתן בן עוזיאל. ספֿר דניאל און ספֿר עזרא זײַנען געשריבן טײלװײַז
אױף אַראַמעיִש, װי דאָקומענטן (אָנגענומענע נוסהאות) פֿון כּתובה, גט. אין 
אַראַמיש איז דער זוהר, אַקדמות, זמירות (װי יה רבון עלם), קדיש, יקום פּורקן▮
כּל נדרי, אָנהײב פֿון דער הגדה של פּסח (האָ לחמא עניא) און דער סוף (
חדגדיא), טײלן פֿון תּלמוד בבלי און ירושלמי. 
— 33 דאָס אָרט פֿאַרן בעל־עגלה, פֿאָרנט פֿון װאָגן. 
— 34 /רוסיש, בײַם משלח זײן עמעצן/ — געגאַנגען!


30

געשמאַק אױף אַלע סטרונעס. איך דערמאָן מיך אַ מעשׂה פֿון אַ 
בעלעגלה, װאָס איז אַמאָל געפֿאָרן אין װאַלד אײנער אַלײן און דערזען
אױפֿן שליאַך ליגט אַ זעקל האָבער. מײַן בעל־עגלה האָט דערזען אַ
זעקל האָבער, האָט ער זיך ניט געפֿױלט, אַראָפּ פֿונעם װאָגן, געכאַפּט
דאָס זעקל האָבער אױף די פּלײצעס, זיך אײַנגעריסן דאָס געזונט,
קױם אַרױפֿגעלײגט דאָס זעקל האָבער אױפֿן װאָגן און — הלך
לעולמו 35, פּאַשאָל װײַטער. ער פֿאָרט־אָפּ אַקעגן אַ װערסט, ער טוט
זיך אַ כאַפּ צום זעקל האָבער — נישט קײן זעקל, נישט קײן 
האָבער — ס'איז גאָר אַ ציג ליגט בײַ אים אין װאָגן, אַ ציג מיט אַ
בערדל. ער װיל זי אָנרירן מיט דער האַנט, שטעלט זי אים אַרױס
אַ צונג אױף אַן אַרשין 36, לאָזט־אַרױס אַ משונה־װילדן געלעכטער
און װערט פֿאַרשװוּנדן...
    — פֿאַר װאָס פֿאָרט איר שױן ניט? — מאַכן צו מיר די װײַבער.
    י— פֿאַר װאָס איך פֿאָר שױן ניט? איר זעט דאָך, זאָג איך, פֿאַר
װאָס: דאָס פֿערדל װיל ניט דאַװנען, ס'איז ניט אױפֿגעלײגט.
    — גיט דעם מיט דער בײַטש — מאַכן זײ — איר האָט דאָך
אַ בײַסש.
    — אַ דאַנק אײַך — זאָג איך — פֿאַר די עצה! גוט, װאָס איר
האָט מיר דערמאָנט. דער חסרון — זאָג איך — װאָס מײַן בחור
שרעקט זיך ניט איבער פֿאַר אַזעלכע זאַכן. ער איז שױן אַזױ געװױנט
מיט דער בײַטש, װי איך מיטן דלות... — זאָג איך צו זײ כּלומרשט
מיט אַ װערטל און עס װאַרפֿט מיר דאָס נײַן יאָריקע קדחת.
    בקיצור, װאָס זאָל איך אײַך מאריך זײַן? איך האָב אױסגעלאָזט
מײַן גאַנץ ביטער האַרץ צום פֿערדל, נעבעך, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט,
ביז גאָט האָט געהאָלפֿן, עס האָט גערירט פֿונעם אָרט, ױסעו סרפֿי—
דיס 37 — און מיר זײַנען אַװעק מיטן װאַלד גלײַך אונדזער װעג.
פֿאָרנדיק אַזױ, פֿליט מיר דורך אין קאָפּ גאָר אַ נײַע מחשבֿה: „אױ,
    
— 35 /פֿון הזכרת נשמות/ ר'איז אַװעק אין זײן (יענער) װעלט. 
— 36 רוסישע
לענגמאָס: 71 סענטימעטער. 
— 37 /במדבר ל„ג, טו/ זײ זײַנען אַװעק פֿון
ופֿידים ▮אַן אָרט, דערמאָנט בײַ די װאַנוערונגען פֿון די ייִדן אין מדבר).


31

טבֿיה, ביסט דו אַ פֿערדאָטש! הםילותּ לנפּול 38 — ביסט געװען אַ
קבצן און װעסט בלײַבן אַ קבצן. סטײַטש, גאָט האָט דיר צוגעשיקט
אַזאַ באַגעגעניש, װאָס טרעפֿט אײן מאָל אין הונדערט יאָר, װי אַזױ
באַרינגסטו זיך ניט לכתּחילה, דו זאָלסט װיסן מה יקר 39 — װאָס
װעסטו האָבן דערפֿאַר? װען מיר זאָלן שמועטן הן על־פּי יושר והן
על־פּי סאָװעסט 49, הן על־פּי מענטשלעכקײט והן על־פּי דין און 
עלפּי זאַקאָן 41, און אַפֿילו על־פּי װײס איך װאָס, איז קײן עװלת ניט▮
מע זאָל דערבײַ עפּעס פֿאַרדינען. און פֿאַר װאָס טאַקע ניט אָפּלעקן אַ
בײנדל, אַז עס האָט זיך שױן יאָ אַזױ געמאַכט? שטעל־אָפּ דאָס
פֿערדל, דו, בהמה, זאָג זײ אַזױ און אַזױ, ברחל בתּך הנאַקעטע 42.
                                                                          
,„האָב איך בײַ אײַד אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל, איז גוט; אלא ניט, בעטן
מיר אײַך, מחילה, אַראָפּ פֿונעם װאָגן!“ נאָר צוריק קלער איך מיר:
„ביסט טאַקע אַ בהמה, טבֿיה! דו װײסט ניט, אַז די פֿעל פֿונעם בער
טאָר מען אין װאַלד ניט פֿאַרקױפֿן, װי זאָגט דער גױ: שטשע נע פּאָי—
סאַװ אַ װזשע םקובע 43...
                        
     — למאַי פֿאָרט איר נישט אַ ביסל גיכער? — זאָגן די װײַבער
און טאָרען 44 מיך פֿון הינטן.
     — װאָס האָט איר, זאָג איך, אַזױ קײן צײַט ניט? פֿון אײַלעניש
— זאָג איך — קומט קײן גוטס ניט אַרױס — זאָג איך און כאַפּ אַ
קוק מן הצד אױף מײַנע פּאַרשױנדלעך; דאַכט זיך, װײַבער, װי 
געװײנטלעך, װײַבער: אײנע מיט אַ זײַדן טיכל, די אַנדערע מיט אַ 
פּאַריק; זײ זיצן און קוקן אײנס אױף ס'אַנדערע און שושקען זיך.
     — נאָך עפּעס װײַט? — פֿרעגן זײ מיך.
     
— 38 /מגילת אסתּר ו,, יג/ האָסטו אָנגעהױבן פֿאַלן, װעסטו שױן פֿאַלן. —
— 39 “װי טײַער?“, אָבער טביה מײנט: װאָס װעל איר האָבן דערפֿון? 
— 40 (רוסיש) נאָכן געװיסן. 
— 41 געזעץ (ס'קומט־אױס, װי טביה װאָלט געװאָלט זיר
רעכענען אי מיטן ייִדישן דין, אי מיטן רוסישן...
— 42 /בראשית כ“ט, יט/ ברחל
בתך הקטנה, ד“ה, אױסגערעדט קלאָר פֿון פֿאָרױס אַלע באַדינגונגען, און דאָ
ניצט טביה אױס אַ שפּיל פֿון אותיות און דרײט־איבער (טרײַ דעם פֿאָלקסװערטל)
הקטנה אױף הנאקעטע 
— 43 /אוקראַיניש פֿאָלקסװערטל/ נאָר נישט געכאַפּט
דעם פֿױגל און דו פֿליקסט אים שױן? 
— 44 שטופֿן, שטאָרגען, שטױסן.



32 

— נענטער — זאָג איך — װי פֿון דאַנען אַװדאי ניט. אָט באַלד
— זאָג איך — האָבן מיר אַ באָרג־אַראָפּ מיט אַ באַרג־אַרױף; נאָך
דעם — זאָג איך — גײט װידער אַ באַרג־אַראָפּ מיט אַ באַרג־אַרױף,
און ערשט נאָך דעם — זאָג איך — האָבן מיר דעם גרױסן 
באַרגאַרױף, און פֿון דאָרטן גײט שױן דער װעג גלײַך, גלײַך, ביז 
בױבעריק...
     — עפּעס אַ שלימזל! — רופֿט זיך אָן אײנע צו דער אַנדערער.
    — אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק! — זאָגט די אַנדערע.
    — אַ רעשטל צו די צרותּ! — זאָגט װידער יענע.   
    — מיר שײַנט, אַ משוגענער! — זאָגט די אַנדערע.
    „אַװדאי — טראַכט איך מיר — בין איך אַ משוגענער, אַז איך
לאָז מיך פֿירן בײַ דער נאָז!“...
    — װוּ װעט איר זיך, אַ שטײגער, כּדומה למשל, מײַנע ליבע
װײַבער, הײסן אָפּװאַרפֿן? — רוף איך מיך אָן צו זײ.
    — װאָס הײסט — זאָג▮ ▮ייִ ▮— אָ▮װאַר▮ן? װאָס איז פֿאַר אַן 
אָפּװאַרפֿעכץ?
    — עס רעדט זיך אַזױ — זאָג איך — בעל־עגלה־שפּראַך. אױף
אונדזער לשון הײסט דאָס: װוהין װעט איר זיך הײסן פֿאַרפֿירן, אַז
מיר װעלן קומען — זאָג איך — קײן בױבעריק, אם־ירצה־השם,
מיטן אײבערשטנס הילף, געזונט און שטאַרק, אַז גאָט װעט 
שענקען דאָס לעבן? װי זאָגט מען: בעסער צװײ מאָל פֿרעגן אײדער אײן
מאָל בלאָנדזשען.
    — אַ, דאָס מײנט איר? איר װעט אונדז — זאָגן זײ — מוחל זײַן
צופֿירן צו דער גרינער דאַטשע, װאָס בײַם טײַך, פֿון יענער זײַט
װאַלד. װײסט איר װוּ דאָס איז?
    פֿאַר װאָס זאָל איך ניט װיסן? — זאָג איך — איך בין אין 
בױבעריק װי בײַ זיך אין דער הײם. לאָם איך פֿאַרמאָגן די אַלפֿים —
זאָג איך — װיפֿל קלעצער איך האָב אַהינצו אַרײַנגעפֿירט. אָט ערשט
פֿאַר אַ יאָרן זומער — זאָג איך — האָב איך געשטעלט אױף דער
גרינער דאַטשע צװײ קלאַפֿטער האָלץ מיט אַ מאָל; דאָרט איז 



33

זעסן אײנער אָ גבֿיר אַ גרױסער, פֿון יעהופּעץ, אַ מיליאָנשטשיק פֿון
אַװדאי אַ מאה אלף קאַרבן, און אפֿשר פֿון רי“ש אַלפֿים!
     — ער זיצט הײַנט אױך דאָרטן! — רופֿן זיך אָן צו מיר בײדע
װײַבער און קוקן אײנס אױף ס'אַנדערע, און שושקען זיך און לאַכן.
     — שאַ — זאָג איך — אַז דער צער פֿון טראָגן איז יאָ אַזױ
גרױס 45, קאָן דאָך געמאָלט זײַן, אַז איר האָט מיט אים עפּעס אַ
שטיקל שײכותּ, — װאָלט אפֿשר געװען, זאָג איך, אַ סבֿרא, איר
זאָלט זיך דאָרט מטריח זײַן עפּעס אַ רײד טאָן פֿון מײַנעט װעגן, אַ
שטיקל טובֿה מיר, אַ פּרנסה, אַ שטעלע, צי װײס איך װאָס? איך
קען — זאָג איך — אײנעם אַ יונגן מאַן, ישׂראל הײסט ער, ניט װײַט
פֿון אונדזער שטעטל, געװען אַ גאָרנישט מיט אַ נישט האָט ער זיך
דערשלאָגן אַהינצו, מע װײסט ניט פֿון װאַנען און װי אַזױ. בקיצור,
ער איז הײַנט אַ גאַנצער יאַ־טעבי־דאַם 46, פֿאַרדינט אפֿשר צװאַנציק
קאַרבן אַ װאָך, צי אפֿשר גאָר פֿערציק, איך װײס? לײַט האָבן גליק!
צי, אַ שטײגער, װאָס גײט־אָפּ — זאָג איך — אונדזער שוחטס 
אײדעם? װאָס װאָלט פֿון אים געװען, װען ער לאָזט זיך ניט אַװעק קײן
יעהופּעץ? אמתּ, די ערשטע עטלעכע יאָר איז ער גוט פֿאַרשװאַרצט
געװאָרן, שיִער ניט געשטאָרבן פֿון הונגער. דערפֿאַר אָבער אַצינד,
חוץ זײַן שאָדן, הלװאַי אױף מיר געזאָגט געװאָרן; ער שיקט שױן
געלט אַהײם. ער האָט שױן חשק אַרױסצונעמען אַהין זײַן װײַב און
קינדער. לאָזט מען אים דאָרט ניט זיצן. אײַ, איז דאָך די קשיא: װי
אַזױ זיצט ער מוטשעט ער זיך טאַקע... שאַט — זאָג איך — אַז מע
לעבט דערלעבט מען זיך. אָט האָט איר — זאָג איך — דעם טײַך,
און אָט איז די גרױסע דאַטשע — זאָג איך — און פֿאָר מיר אַרײַן
ברײטלעך, מיט אַ ירגזון, גלײַך מיטן דישעל אין גאַניק אַרײַן. מע
האָט אונדז נאָר דערזען, איז געװאָרן שׂשׂון ושׂמחה, אַ געשרײ, אַ 
    
— 45 /אם כּן... למה זה אָנכי /בראשית כ“ה, כב/ פֿלעגט מען אין חדר 
לערנען: אױב ס'איז יאָ אַזױ, אַז דער צער פֿון טראָגן איז יאָ אַזױ גרױס... (װען
רבֿקה האָט „געטראָגן“ מיטן צװילינג, יעקבֿ און עשו). 
— 46 תּקיף: איד װעל דיר
שױן געבן



 34

געפּילדער: „אױ, די באַבע! די מאַמע! די מומע!... זיך געפֿונען דער
שאָדן; מזל־טובֿ!... גװאַלד, װו זײַט איר געװען?... אַ גאַנצן טאָג אָן
קעפּ... צעשיקט פּאָטשט אױף אַלע װעגן... געמײנט, אַ קשיא אױף אַ
מעשׂה, אפֿשר װעלף, גזלנים, חס ושלום! װאָס איז די מעשׂה?“...
     — די מעשׂה איז אַ שײנע מעשׂה: געבלאָנדזשעט אין װאַלד,
פֿאַרבלאָנדזשעט העט װײַט, אפֿשר צען װערסט. פּלוצעם אַ ייִד...
װאָס פֿאַר אַ ייִד?... אַ ייִד אַ שלימזל מיט אַ פֿערד און װעגעלע... קױם
מיט צרות אײַנגעבעטן זיך...
     — אַלע בײזע, װיסטע חלומותּ... אַלײן גאָר אָן אַ שומר?...
     — אַ מעשׂה, אַ מעשׂה, באַדאַרפֿט בענטשן גומל...
     בקיצור, מע האָט אַרױסגעטראָגן לאָמפּן אױפֿן גאַניק, געגרײט
צום טיש און אָנגעהױבן טראָגן סאַמאָװאַרן הײסע, מיט בעקנס טײ,
מיט צוקער, מיט אײַנגעמאַכטס, מיט פֿײַנקוכנס גוטע, מיט 
פּוטערגעבעקס פֿרישע, שמעקנדיקע, און נאָך דעם עסנס אַלערלײ, די טײ
ערסטע מאכלים, יײַכלעך פֿעטע, מיט געבראָטנס, מיט גענדזנס אַ
סך, מיט די בעסטע װײַנען און נאַסטרױקעס 47. איך בין נאָר 
געשטאַנען פֿון דער װײַטנס און באַטראַכט, װי אַזױ, קײן עין־הרע,
מע עסט דאָס און מע טרינקט בײַ די יעהופּעצער נגידים, קײן בײז
אױג זאָל זײ ניט שאַטן. „אַ משכּון פֿאַרזעצן, טראַכט איך מיר, און אַ
גבֿיר זאָל מען זײַן!“ מיר דאַכט — איך װײס? — װאָס דאָ 
פֿאַלטאַראָפּ אױף דער ערד, װאָלט פֿאַר מײַנע קינדער גענוג געװען אױף אַ
גאַנצער װאָך, ביז שבת. געװאַלד, גאָטעניו, האַרציקער געטרײַער,
דו ביסט דאָך עפּעס אַן אַל ארך אַפּײם, אַ גרױסער גאָט און אַ גוטער
גאָט, מיט חסד און מיט יושר, װי קומט דאָס, דו זאָלסט אַװעקגעבן
אײנעם גאָר, דעם אַנדערן גאָר ניט? אײנס פּוטער־בולקעס, דעם 
אַנדערן מכּות־בכורותּ? און צוריק אָבער באַטראַכט איך מיך: עט, ביסט אַ
גרױסער נאַר, טבֿיה, כ'לעבן! װאָס איז שײַך? דו װילסט אים זאָגן
אַ דעה, װי אַזױ צו פֿירן די װעלט? מסתּמא, אַז ער הײסט אַזױ, 
     

— 47 הײמישע ליקאָרן: מ'גיסט אַרױף שנאַפּס אױף קאַרשן, פֿלױמען וכּדומה.



35

באַדאַרף זײַן אַזױ. אַ סימן האָט איר, אַז װען עס זאָל באַדאַרפֿן זײַן 
אַנדערש, װאָלט דאָך געװען אַנדערש. אײַ, װאָס? פֿאַר װאָס זאָל טאַקע
ניט זײַן אַנדערש? איז דער תּירוץ: עבֿדים הי▮נו — דערױף זײַנען
מיר דאָך עפּעס שטיקלעך ייִדן אױף דער װעלט. אַ ייִד באַדאַרף
לעבן מיט אמונה און מיט בטחון; ער באַדאַרף גלײבן, ערשטנס, אַז
ס'איז דאָ אַ גאָט אױף דער װעלט, און האָפֿן אױף דעם, װאָס לעבט
אײביק, אַז עס װעט זיך, מסתּמא, אם־ירצה־השם, פֿאַרבעסערן...
    — שאַ, װוּ זשע איז ערגעץ דער ייִד? — הער איך עמעצער
זאָגט — שױן אַװעקגעפֿאָרן דער שלימזל?
    — חס ושלום! — רוף איך מיך אָן פֿון דער װײַטן — װאָס
הײסט, איך װעל אַװעקפֿאָרן גלאַט אַזױ, אָן אַ זײַט־געזונט? שלום
עליכם, זאָג איך, אַ גוטן אָװנט אײַך, ברוכים היושבֿים, עסט 
געזונטערהײט, און לאָז אײַך װױל באַקומען!
    — קומט זשע אַהער! — מאַכן זײ צו מיר — װאָס שטײט איר
דאָרטן אין דער פֿינצטער? לאָמיך אײַך אָנקוקן כאָטש, זען װאָס פֿאַר
אַ פּנים איר האָט. אפֿשר װעט איר נעמען אַ ביסל בראָנפֿן?
    — אַ ביסל בראָנפֿן? אָך — זאָג איך — װער זאָ▮ט זיך דאָס
אָפּ פֿון אַ ביסל בראָנפֿן? װי שטײט דאָרטן אין פּסוק? ▮▮יזה „לחײַם“
ויִזה למװת 48, מאַכט רשי: גאָט איז גאָט און בראָנפֿן איז בראָנפֿן.
לחײַם! — זאָג איך און האַק־אַרײַן אַ כּוסה — לאָז גאָט געבן — זאָג
איך — איר זאָלט תּמיד זײַן רײַך און האָבן גרױס נחתּ! ייִדן — זאָג
איך — זאָלן תּמיד זײַן ייִדן! גאָט זאָל זײ געבן — זאָג איך — 
געזונט און כּוח, זײ זאָלן קאָנען אַריבערטראָגן די צרות.
    — מה שמכם? — רופֿט זיך אָן צו מיר דער גבֿיר אַלײן, אַ 
שײנער ייִד מיט אַ יאַרמלקע — פֿון װאַנעט איז אַ ייִד? װוּ זיצט איר?
װאָס איז אײַער פּרנסה? זײַט איר אַ באַװײַבטער? האָט איר עפּעס
קינדער, און װיפֿל קינדער?
    
— 48  טביה דרײט־איבער דעם פּסוק /פֿון ונתנה תּוק▮/, מאַכט פֿון מי גאָר
איזה, בכדי עס זאָל קלאָרער זײן, אַז ער באַניצט דאָס װאָרט לחײַם, װי ייִדן
װינטשן זיך בײַם מאַכן אַ כוסה...



36
     
— קינדער? — זאָג איך — ניט צו פֿאַרזינדיקן. אױב איטלעכס
קינד — זאָג איך — איז װערט, װי מײַן גאָלדע װיל מיר אײַנרײדן,
אַ מיליאָן, בין איך רײַכער פֿונעם גרעסטן גבֿיר אין יעהופּעץ. דער
חסרון — זאָג איך — װאָס אָרעם איז ניט רײַך, קרום איז ניט גלײַך,
אַזױ װי אין פּסוק שטײט: המבֿדיל בין קודש לחןל 49 — װער עס
האָט די קלינגערס דעם איז װױל. געלט האָבן טאַקע די בראַצקיס
און איך האָב טעכטער. און אַז מע האָט, זאָגט איר, טעכטער, 
פֿאַרגײט דער געלעכטער. נאָר גאָר נישט, גאָט איז אַ פֿאָטער. ער 
פֿירטאױס, דאָס הײסט, ער זיצט אױבן און מיר מוטשען זיך אונטן. מע
האָרעװעט, מע שלעפּט קלעצער, אַ ברירה האָט מען? װי די גמרא
זאָגט: במקום שאין איש 50, איז אַ הערינג פֿיש. דאָס גאַנצע אומגליק
איז — דאָס עסן. װי מײַן באַבע, עליו השלום 51, פֿלעגט זאָגן: „װען
דער פּיסק זאָל ליגן אין דער ערד, װאָלט דער קאָפּ געגאַנגען אין
גאָלד“... האָט קײן פֿאַראיבל ניט — זאָג איך — עס איז ניטאָ קײז
גלײַכערס פֿון אַ קרומען לײטער און קײן קרומערס פֿון אַ גלײַכװאָרט,
ובפֿרט — זאָג איך — אַז מע מאַכט שהכּל נהיה בדבֿרו אױפֿן 
ניכטערן האַרצן.
     — לאָז מען געבן דעם ייִדן עפּעס עסן! — רופֿט זיך אָן דער
גבֿיר און עס װערט באַשאַפֿן אױפֿן טיש פֿון כּל מאַמינים שהוא 52:
פֿיש, און פֿלײש, און געבראָטנס, און פֿערטלען עוף, און פּופּקעס
מיט לעבערלעך אָן אַ שיעור.
     — איר װעט עפּעס עסן? — מאַכן זײ צו מיר — גײט, װאַשט זיך.                                                                   
     — אַ קראַנקן פֿרעגט מען, אַ געזונטן גיט מען! נאָר װאָס דען? —
    

— 49 /זמירות, שבת־צו־נאַכטס, המבדיל/ טביה זעט זײן לעב▮ אין סידור. —
— 50 /פּרקי אָבֿות/טביה ניצט בעיקר יענע פֿאָלקסװערטלעך, װעלכע פּאָרן זיך
מיט תּורה. 
— 51 ער “כאַפּט“ זיך נישט, אַז בײַם דערמאָנען אַ פֿרױ דאַרף מען
זאָגן עליה השלום און נישט עליו השלום... דיקדוק איז נישט פֿאַר טביהן. 
— 52 /פֿון די ימים־נוראים־תּפֿילות/ און אַלע גלײבן, אַז ער איז. האָמאָפֿאָנעטיש:
כל המינים„.



37

זאָג איך — אַ דאַנק אײַך. אַ ביסל בראָנפֿן — זאָג איך — מהיכא
תּיתּי. נאָר גײן זעצן זיך אָט דאָ מאַכן אַ גאַנצע סעודה, בשעת דאָרטן,
אין דער הײם, מײַן װײַב און קינדער, זאָלן געזונט זײַן... אױב אײַער
גוטער װילן װעט זײַן...
     בקיצור, מע האָט זיך, אַ פּנים, אָנגעשטױסן װאָס איך מײן און
מע האָט מיר גענומען פּאַקן אין װאָגן אַרײַן איטלעכער באַזונדער:
דער אַ בולקע, דער פֿיש, דער געבראָטנס, דער אַ פֿערטל עוף, דער
טײ און צוקער, דער אַ טעפּל שמאַלץ, דער אַ סלאָי 53 אײַנגעמאַכטס.
     דאָס װעט איר — מאַכן זײ ברענגען אַהײם אַ מתּנה פֿאַר
אײַער װײַב און קינדער. און אַצינד זאָגט, װיפֿל װעט איר זיך הײסן
באַצאָלן פֿאַר אײַער טירחה, װאָס איר האָט זיך מטריח געװען פֿון
אונדזערט װעגן?
     — ס'אַ משל! — זאָג איך — װאָס איז שײַך, איך װעל מיר
הײסן אָנמעסטן? װיפֿל אײַער גוטער װילן װעט זײַן — זאָג איך —
אַזױ װעט איר מיר באַצאָלן. מיר װעלן דורכקומען, װי זאָגט ער,
אַ רענדל אַראָפּ, אַ רענדל אַרױף. „שקראַב װעט שױן שקראַבעדיקער
ניט װערן 54 “...
     — נײן — זאָגן זײ — מיר װילן האָרכן פֿון אײַך אַלײן, ר,
טבֿיה! האָט קײן מורא ניט, מע װעט אײַך, חלילה, נישט קעפּן.
     „װאָס טוט מען דאָ? — טראַכט איך מיר — ס'איז שלעכט:
זאָל איך זאָגן אַ קערבל, איז אַן עבֿירה, טאָמער קאָן איך נעמען צװײ.
זאָל איך זאָגן צװײ, האָב איך מורא, טאָמער קוקן זײ מיך אָן װי
אַ משוגענעם: פֿאַר װאָס קומט דאָ צװײ קאַרבן?“
    — אַ דרײַערל!!!... — האָט זיך אַרױסגעכאַפּט בײַ מיר פֿונעם
מױל, און צװישן עולם איז געװאָרן אַזאַ געלעכטער, אַז איך האָב
מיך שיִער אין דער ערד באַגראָבן.
    — האָט קײן פֿאַראיבל ניט — זאָג איך — טאָמער האָב איך מיך
אַרױסגעכאַפּט מיט אַ װאָרט. אַ פֿערד — זאָג איך — אױף פֿיר פֿיס,
    
— 53 (פּױליש) גלעזערנע כּלי, אָן אױערן, אין פּאָרעם פֿון צילינדער. 
— 54 געמײנט: דער קבצן װעט שױן פֿון דעם מער קבצן נישט װערן.



38

ספּאָטיקעט 55 זיך, ובפֿרט אַ מענטש מיט אײן צונג...
     עס איז געװאָרן נאָך אַ גרעסער געלעכטער. מע האָט זיך פּשוט
געהאַלטן בײַ די זײַטן לאַכנדיק.
     — לאָז שױן זײַן גענוג צו לאַכן! — רופֿט זיך אָן דער גבֿיר און
נעמט־אַרױס פֿון בוזעם־קעשענע אַ גרױסן טײַסטער און נעמט און
שלעפּט־אַרױס פֿונעם טײַסטער ▮ װיפֿל מײנט איר, אַ שטײגער?
אַנו, טרעפֿט! — אַ צענערל, אַ רױטס, אַזױ װי פֿײַער, איך זאָל זײַן
אַזױ געזונט מיט אײַך אין אײנעם! און מאַכט אַזױ: „אָט דאָס האָט
איר פֿון מיר, און איר, קינדער, גיט אײַך פֿון אײַער קעשענע װיפֿל
איר פֿאַרשטײט“.
     בקיצור, װאָס טױג אײַך — עס האָבן אָנגעהױבן צו פֿליִען אױפֿן
טיש פֿינפֿערלעך און דרײַערלעך און אײנערלעך — הענט און פֿיס
האָבן מיר געציטערט. איך האָב געמײנט, אָט פֿאַל איך חלשות.
    — נו, װאָס שטײט איר? — מאַכט צו מיר דער גבֿיר — 
נעמטצונױף די עטלעכע קערבלעך פֿונעם טיש און פֿאָרט געזונטערהײט
צו אײַער װײַב און קינדער.
    — גאָט זאָל אײַך געבן — זאָג איך ▮ כּפֿל־כּפֿלים! איר זאָלט
פֿאַרמאָגן צען מאָל, הונדערט מאָל אַזױ פֿיל, איר זאָלט האָבן אַל דאָס
גוטס, מיט גרױס נחתּ! — און זשעברע 56־צונױף מיט בײדע הענט
דאָס געלט. װער געצײלט? װאָס געצײלט? און שטופּ אין אַלע 
קעשענעס... — אַ גוטע נאַכט — זאָג איך — אַ גוטן תּמיד און זײַט געזונט,
און זאָלט האָבן — זאָג איך — גרױס נחתּ, איר און אײַערע קינדער
און קינדסקינדער און אײַער גאַנצע משפּחה! — זאָג איך און לאָז
מיך גײן צום װאָגן.
      רופֿט זיך אָן צו מיר די גבֿירטע, יענע װאָס מיטן זײַדן טיכל:
    — שטײט נאָר אַ װײַלע, ר, טבֿיה, פֿון מיר באַקומט איר גאָר אַ
באַזונדערע מתּנה; אם־ירצה־השם, מאָרגן קומט צו פֿאָרן. איך האָב —
זאָגט זי — אַ מאורע 57 בהמה, געװען אַמאָל אַ טײַערע בהמה, פֿלעגט
    
— 55 פֿאַרטשעפּעט זיך, װערט געשטרױכלט.
— 56 (פֿון פּױליש) קלײב־צונױף, װי נדבֿות. 
— 57 אַ ברױנע בהמה.



39

געבן פֿיר און צװאַנציק גלעזער מילך; הײַנט האָט זי פֿון אַ גוט אױג
אױפֿגעהערט צו מעלקן ז▮ך, דאָס הײסט, מעלקן מעלקט זי זיך, נאָר
קײן מילך גיט זי ניט...
     — לאַנג לעבן זאָלט איר! — זאָג איך — איר זאָלט גאָר קײן
יסורים ניט האָבן. בײַ מיר װעט זיך אײַער בהמה אי מעלקן, אי מילך
געבן. מײַן אַלטע איז, קײן עין־הרע, אַזאַ באַלעבאָסטע, אַז פֿון גאָרניט
בראָקט זי לאָקשן, פֿון פֿינגער קאָכט זי זאַטירקעס 58, מיט ניסים
מאַכט זי שבת און מיט בוכענצעס 59 לײגט זי קינדער שלאָפֿן... האָט
קײן פֿאַראיבל ניט — זאָג איך — טאָמער האָב איך מיך 
אַרױסגעכאַפּט מיט אַן איבעריק װאָרט. אַ גוטע נאַכט און אַ גוטן תּמיד, און
זײַט געזונט! — זאָג איך און לאָז מיך גײן.
     איך קום־אַרױס אין הױף צום װאָגן, איך טו מיך אַ כאַפּ צום
פֿערדל — אױ, װײ, אַן אומגליק, אַ צרה, אַ שלאַק! איך קוק אױף
אַלע זײַטן, והילד איננו — נישטאָ קײן פֿערדל!
     „נו, טבֿיה ▮ טראַכט איך מיר — דו ביסט אין דער אַרבעט!...
                                                                      

און עס קומט מיר אַרױף אױפֿן זינען אַ שײנע מעשׂה, װאָס איך האָב
אַמאָל געלײענט ערגעץ אין אַ ביכל, װי אַזױ „חבֿרה“ האָבן דערטאַפּט        
אין דער פֿרעמד אַן ערלעכן ייִדן, אַ חסיד, פֿאַרנאַרט צו זיך הינטער
דער שטאָט אין פּאַלאַץ אַרײַן, געגעבן אים עסן און טרינקען, און
נאָך דעם, פּלוצעם, מיט אַ מאָל, פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, אים 
איבערגעלאָזט אײנעם אַלײן מיט אַ נקבֿה; פֿון דער נקבֿה איז באַלד 
געװאָרן אַ חיה־רעה; פֿון דער חיה־רעה האָט זיך אױסגעלאָזט אַ קאַץ;
און פֿון דער קאַץ — אַ פּיפּערנאָטער 60... „זע נאָר, טבֿיה — זאָג
איך צו מיר אַלײן — צי מע פֿירט דיך ניט אין באָד אַרײַן?!“
     — װאָס באָברעט 61 איר זיך דאָרטן און װאָס װאָרטשעט איר? —
פֿרעגט מען מיך.
     — װאָס איך באָברע מיך? — ענטפֿער איך — אַז אָך און װײ
    
— 58 (אוקראַיניש־פּױליש) זאַטשערקעס, געריבענע פֿאַרפֿל. 
— 59 בוך־בור־בור, טױבע קלעפּ מיט די פֿױסטן. 
— 60 (אין דײַטש נאַטער) לעגענדאַרישע שלאַנג. —
— 61 (פֿון פּױליש) גראַבלען, װי אַ ביבער אין װאַסער.



40

איז מיר — זאָג איך — װאָס איך לעב אױף דער װעלט איך האָב אַ
שאָדן: דאָס פֿערדל מײַנס...
    — אײַער פֿערדל — מאַכן זײ צו מיר — איז אין שטאַל. זײַט
זיך מטריח אַהינצו, אין שטאַל אַרײַן.
    איך קום־אַרײַן אין שטאַל און טו אַ קוק: יאָ, װי איך בין אַ ייִד!
מײַן בחור שטײט זיך גאַנץ פֿײַן צװישן די נגידישע פֿערד, שטאַרק
פֿאַרטיפֿט אינעם קײַען, רײַבט דעם האָבער געשמאַק, אױף װאָס די
װעלט שטײט.
    — הער נאָר — זאָג איך צו אים — חכם מײַנער, שױן צײַט
אַהײם! מיט אַ מאָל צוכאַפּן זיך — זאָג איך — טאָר מען נישט; אַן
איבעריקער ביסן, זאָגט מען, קאָן פֿאַרשאַטן...
    בקיצור, איך האָב אים קױם אײַנגעבעטן, מחילה אײַנגעשפּאַנט
אים אין װאָגן און האָב מיך געלאָזט אַהײם לעבעדיק־פֿרײלעך, 
געזונגען אַ „מלך עליון“ גאָר בגילופֿין. אױך מײַן פֿערדל איז געװאָרן
גאָר נישט דאָס, װאָס פֿריִער; אַ נײַע פֿעל אױף דעם אױסגעװאַקסן;
שױן נישט געװאַרט אױף קײן בײַטש, געלאָפֿן װי אַ מזמור. געקומען
אַהײם שױן שפּעטלעך אין דער נאַכט, אױפֿגעװעקט מײַן װײַב מיט
אַ שׂמחה, אַ פֿרײד.
    — אַ גוט יום־טובֿ — מאַך איך צו איר — מזל־טובֿ דיר, גאָלדע!
    — אַ װיסטער מזל־טובֿ דיר אַ פֿינצטערער — מאַכט זי —
װאָס ביסטו אַזױ יום־טובֿדיק, מײַן טײַערער ברױטגעבער? דו פֿאָרסט
דאָס פֿון אַ חתּונה צי פֿון אַ בריתּ, גאָלדשפּינער מײַנער?
    — עס איז אַ חתונה — זאָג איך — מיט אַ בריתּ! װאַרט־אױס,
מײַן װײַב, אָט װעסטו באַלד זען אַן אוצר, זאָג איך; נאָר קודם־כּל
װעק־אױף די קינדער, לאָזן זײ, נעבעך, אױך געניסן — זאָג איך —
פֿון די יעהופּעצער מאַכלים...
    — צי דו ביסט דול, צי דו ביסט חסר־דעה, צי דו ביסט גערירט,
צי דו ביסט פֿונעם זינען? עפּעס רעדסט דו װי אַ משוגענער, 
שׂונאיציון! — זאָגט צו מיר מײַן װײַב און שעלט, לײענט די תּוכחה, װי
געװײנטלעך אָ ייִדענע.                                            




41

    — אַ ייִדענע — זאָג איך — בלײַבט אַ ייִדענע! ניט אומזיסט זאָגט
שלמה המלך, אַז צװישן טױזנט װײַבער האָט ער ניט געפֿונען אײנע
אַ רעכטע. אַ גליק, כ'לעבן, װאָס ס'איז הײַנט געװאָרן אױס מאָדע
צו האָבן אָ סך װײַבער... — זאָג איך און גײ מיר אַרױס צו מײַן װאָגן,
און טראָג־אַרײַן פֿון דאָרטן אַלע גוטע זאַכן, װאָס מע האָט מיר 
אײַנגעפּאַקט, און שטעל דאָס אַלצדינג אױס אױפֿן טיש.
    מײַנע חבֿרה־לײַט האָבן דערזען בולקעס, דערשמעקט פֿלײש, 
זײַנען זײ באַפֿאַלן דעם טיש, װי די הונגעריקע װעלף, נעבעך. עס איז
געװאָרן צװישן זײ אַ כאַפּערײַ. די הענט האָבן געציטערט. די צײן
האָבן געאַרבעט. עס איז געװען, װי אין פּסוק שטײט: ױאכלו — מאַכט
רשי: מע האָט געקנאַקט װי די הײשעריקן. טרערן האָבן זיך מיר
געשטעלט אין די אױגן...
    ▮ נו, זאָג שױן — מאַכט צו מיר מײַן פּלוניתטע — בײַ װעמען
איז דאָס געװען אַזאַ אָרעם מאָלצײַט צי אַזױ אַ סעודה? און װאָס
ביסטו אַזױ האָפֿערדיק?
    — האָב צײַט — זאָג איך — גאָלדע, דו װעסט אַלץ װיסן. דו
צעבלאָז נאָר — זאָג איך — דעם סאַמאָװאַר, און נאָך דעם װעלן מיר
זיך אַרומזעצן אַלע אַרום טיש — זאָג איך — טרינקען צו גלעזלעך
טײ, װי עס געהער צו זײַן. אַ מענטש — זאָג איך — לעבט אײן מאָל
אױף דער װעלט, נישט קײן צװײ מאָל, ובפֿרט — זאָג איך — אַז
מיר האָבן שױן איצט אונדזער אײגנס אַ בהמה פֿון פֿיר און 
צװאַנציק גלעזער אַ טאָג. מאָרגן, אם־ירצה־השם, ברענג איך זי צו פֿירן.
אַנו, גאָלדע — מאַך איך צו איר נאָך דעם און כאַפּ־אַרױס דעם גאַנצן
פּאַק סיגנאַציעס — אַנו, זײַ אַ בריה און טרעף װיפֿל געלט האָבן
מיר?
    איך טו אַ קוק אױף מײַן װײַב — זי איז אױס מענטש, טױט
װי די װאַנט, קאָן קײן װאָרט נישט אױסרײדן.
    — גאָט איז מיט דיר, גאָלדע סערדצע! — זאָג איך — װאָס
האָסטו זיך אַזױ דערשראָקן? אפֿשר האָסטו מורא — זאָג איך — 
טאָמער האָב איך דאָס געגנבֿעט אָדער געגזלט? פֿע — זאָג איך 



42

מעגסט זיך שעמען! ביסט טבֿיהס װײַב שױן אַזאַ צײַט און קאָנסט
אױף מיר איבערטראַכטן אַזאַ מעשׂה? נאַרעלע — זאָג איך — דאָס איז
כּשר געלט, פֿאַרדינט ערלעך מיט מײַן אײגענעם שׂכל און מיט מײַן
האָרעװאַניע; איך האָב — זאָג איך — מציל געװען צװײ נפֿשות פֿון
אַ גרױסער סכּנה — זאָג איך — װען ניט איך, גאָט װײסט, װאָס
עס װאָלט מיט זײ געװען!...
     בקיצור, איך האָב איר דערצײלט די גאַנצע מעשׂה פֿון אַלף
ביז תּיו. װי אַזױ גאָט האָט דאָ מיט מיר געפֿירט אַרום און אַרום.
און מיר האָבן זיך גענומען בײדע איבערצײלן דאָס געלט נאָך אַ
מאָל און נאָך אַ מאָל. דאָרט איז געװען פּונקט צװײ מאָל ח“י און
אײנס אַן איבעריקס, האָט איר אַ קײַמא־לן, הײסט דאָס, פֿון זיבן
און דרײַסיק קאַרבן!... מײַנע האָט זיך אַזש צעװײנט.
     
— װאָס װײנסטו? — זאָג איך — נאַרישע ייִדענע!
    — װי אַזױ זאָל איך ניט װײנען — זאָגט זי — אַז עס װײנט זיך?
אַז דאָס האַרץ איז פֿול — זאָגט זי — גײען די אױגן איבער. גאָט
זאָל מיר טאַקע — זאָגט זי — אַזױ העלפֿן, װי דאָס האַרץ האָט מיר
געזאָגט, אַז דו װעסט קומען מיט אַ גוטע בשׂורה. איך געדענק שױן
ניט — זאָגט זי — די צײַט, װען די באַבע צײטל, זאָל זײַן װײַט 
אָפּגעשײדט, זאָל מיר קומען צו חלום. איך ליג און שלאָף. פּלוצעם
חלומט זיך מיר אַ מעלקשעפֿל, אַ פֿולס װי אַן אױג. די באַבע צײטל,
עליו השלום, טראָגט דאָס מעלקשעפֿל אונטערן פֿאַרטעך, מע זאָל,
חלילה, ניט געבן קײן גוט אױג, און די קינדער שרײַען: מאַמע,
מאָני!...
     — כאַפּ נאָר ניט די לאָקשן פֿאַר שבת ▮־. זאָג איך — נשמה
מײַנע! לאָז די באַבע צײטל האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן — זאָג איך —
װײס איך נאָך ניט צי מיר װעלן פֿון איר עפּעס האָבן. נאָר אַז גאָט —
זאָג איך — האָט געקאָנט טאָן אַזאַ נס, אַז מיר זאָלן האָבן אַ בהמה,
װעט ער מסתּמא זען, אַז די בהמה זאָל זײַן אַ בהמה... גיב מיר 
בעסער אַן עצה, גאָלדע סערדצע, װאָס טוט מען מיטן געלט?



43
       
— אַדרבה — מאַכט זי צו מיר — װאָס רעכנסטו, קאָנען מיר
מאַכן, קײן עין־הרע, מיט אַזאַ קאַפּיטאַל?
                                                        

     און מיר האָבן בײדע גענומען טראַכטן אַהין, אַהער, דאָס, יענץ,
געבראָכן זיך דעם קאָפּ, אױסגערעכנט װוּ ערגעץ אַ געשעפֿט אױף
דער װעלט. יענע נאַכט האָבן מיר איבערגעהאַנדלט מיט װאָס איר
װילט: געקױפֿט פֿערדלעך אַ פּאָר און באַלד טאַקע זײ פֿאַרקױפֿט
מיט רװחים; געעפֿנט אַ באַקאַלײנע קלײט 62 אין בױבעריק, 
אױספֿאַרקױפֿט די סחורה און באַלד געעפֿנט אַ שניטקראָם▮ געהאַנדלט אַ
שטיקל װאַלד, געכאַפּט אָפּטריטגעלט עטלעכע קערבלעך און 
אַנטלאָפֿן; געפּרװוט אױסדינגען די אַנאַטעװקער טאַקסע, נעמען דעם
„פּראָיעקט“, געמאַכט אַ ביסל הלװאה, אָפּגעגעבן דאָס געלט אױף
פּראָצענט...
     — משוגע מײַנע שׂונאים! — רופֿט זיך אָן מײַן װײַב — דו
װילסט צעפֿלעכטן די עטלעכע גראָשנס, בלײַבן מיטן בײַטשל?
     — װאָס דען? — זאָג איך — האַנדלען מיט ברױט און נאָך
דעם בלײַבן אַן אָנזעצער איז שענער? קאַרג — זאָג איך — װערט
הײַנט די װעלט בדיל־הדל פֿון װײץ? גײ — זאָג איך — האָרך, װאָס
אין אַדעס טוט זיך!
     — װאָס טױג מיר — זאָגט זיך — אַדעס? מײַנע אָבֿותּ אַבֿותּינו
זײַנען דאָרט נישט געװען און מײַנע קינדער װעלן דאָרט ניט זײַן,
כּל־זמן איך לעב און די פֿיס טראָגן מיך.
     — װאָס זשע װילסטו? — זאָג איך.
    — װאָס איך װיל? — זאָגט זי — איך װיל, זאָלסט ניט זײַן
קײַן לעקיש און ניט רײדן קײן נאַרישקײטן.
    — אַװדאי — זאָג איך — ביסטו איצטער אַ חכמה. װי זאָגט
מען: אַז עס קומען די מאות, קומען די דעות, און אַז מען איז אפֿשר
רײַך, איז מען געװיס קלוג... ס'איז תּמיד אַזױ!
    בקיצור, מיר האָבן זיך עטלעכע מאָל צעקריגט און טאַקע באַלד
איבערגעבעטן, און עס איז בײַ אונדז געבליבן דער פּלאַן, מיר זאָלן
    
— 62 אַ קראָם פֿון קאָלאָניאַלע אַרטיקלען, ראָזשינקעס, מאַנדלען אד“גל.



44

צו דער מאורע בהמה צוקױפֿן נאָך אַ בהמה אַ מעלקעדיקע, װאָס גיט
מילך...
     װעט איר דאָך מסתּמא פֿרעגן אַ קשיא: װאָס עפּעס אַ בהמה?
פֿאַר װאָס ניט קײן פֿערד? װעל איך אײַך ענטפֿערן: װאָס עפּעס אַ
פֿערד, פֿאַר װאָס ניט קײן בהמה? בױבעריק איז דאָך אַן ערטל, װאָס
עס קומען זיך צונױף אַהינצו אױף זומער אַלע יעהופּעצער נגידים
אױף די דאַטשעס, און אַזױ װי די יעהופֿעצער לײַט זײַנען אַלע זײער
אײדעלע מענטשן, װאָס זײַנען געצױגן, מע זאָל זײ אַלצדינג ברענגען
גרײטס, גלײַך אין מױל אַרײַן: פֿון האָלץ און פֿון פֿלײש און פֿון 
אײער, הינער, ציבעלעס, פֿעפֿער, פּעטרישקע — פֿאַר װאָס זשע זאָל זיך
ניט געפֿינען אײנער אַזעלכער, װאָס זאָל זיך אונטערנעמען ברענגען זײ
אַלע מאָל אין שטוב אַרײַן קעז און פּוטער, און סמעטענע וכּדומה?
װעדליק 63 די יעהופּעצער האַלטן פֿון דער אַכילה און דאָס קערבל
איז בײַ זײ, װי זאָגט איר, אַ ממזר, קאָן מען דאָך לײזן שײן געלט
און פֿאַרדינען דערבײַ טאַקע גראָב. דער עיקר, אַבי די סחורה זאָל
זײַן סחורה. און אַזאַ סהורה, װי בײַ מיר, קריגט איר דאָך ניט אין
יעהופּעץ אַפֿילו. איך זאָל האָבן די ברכות מיט אײַך אין אײנעם,
װיפֿל מאָל גרױסע לײַט, קריסטן, בעטן זיך בײַ מיר, איך זאָל זײ
ברענגען פֿרישע סהורה. „מיר האָבן געהאָרכט ▮ זאָגן זײ — 
טעװעל, אַז דו ביסט אַן אָרנטלעכער מאַן, כאָטש דו ביסט אַ ייִד, אַ
פּאַרך“... מײנט איר, פֿון ייִדן װעט איר האָרכן אַזאַ קאָמפּלימענט?
װי לאַנג קרענקען מײַנע שׂונאים! קײן גוט װאָרט הערט מען נישט
פֿון אונדזערע ייִדעלעך. זײ װײסן נאָר אַרײַנקוקן יענעם אין טעפּל
אַרײַן. מע האָט דערזען בײַ טבֿיהן אַ בהמהלע אַן איבעריקס, אַ
בריטשקע אַ נײַע — האָט מען אַנגעהױבן ברעכן זיך די קעפּ: פֿון
װאַנען און פֿון װאָס? צי האַנדלט ניט דער דאָזיקער טבֿיה מיט 
פֿאַלשע סיגנאַציעס? אָדער צי קאָכט ער נישט קײן ספּירט שטילערהײט,
בשתּיקה?... „כאַ־כאַ־כאַ!! ברעכט אײַך, ברידערלעך — טראַכט איך
    

— 63 (פּױליש) כפֿי, לױט, אױפֿן שטײגער, װי, נאָך דעם נאָך.



45

מיר — די קעפּ געזונטערהײט!“... איך װײס ניט, צי איר װעט מיר
גלײבן — איר זײַט כּמעט דער ערשטער, װאָס איך האָב אײַך 
דערצײלט די גאַנצע געשיכטע, װי אַזױ און װאָס און װען... נאָר, מיר
דאַכט, איך האָב מיך אַ ביסל פֿאַררעדט. האָט קײן פֿאָראיבל ניט, מע
באַדאַרף אין זינען האָבן, װי זאָגט איר, עסק, אָדער װי אין פּסוק
שטײט: כּל עורבֿ לםינהו 64 ▮ ▮▮טלע▮ער צו זײַנעם. איר ▮ו אײַערע
ביכלעך, איך צו מײַנע טעפֿלעך און צו מײַנע קריגלעך... אײן זאַך
װעל איך אײַך בעטן, פּאַני: איר זאָלט מיך כאָטש ניט אַרײַנשרײַבן
אין אַ ביכל; און אַז איר װעט מיך אַרײַנשרײַבן, זאָלט איר כאָטש ניט
אַרױסשטעלן דעם נאָמען מײַנעם... זײַט מיר געזונט און האָט אײַך
אַ גוטן תּמיד!
                                     

— 64 /ױקרא י“א, טו, און דבריס י“ד, יד/ אין הומש װערט געזאָגט למינו,
יעדער ראָב צו זײן מין, די טבֿע װאָס יעדער זוכט זײַנס גלײכ▮▮.


------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

                        
אַ בױדעם
                                                    
געשריבן אין יאָר 1899
     
— רבות םחשבֿות בלבֿ איש 1 — אָןױ, דאַכט זיך, שטײט בײַ אונדז
געשריבן אין דער הײליקער תּורה? פֿאַרטײַטשן דעם פֿסוק באַדאַרף
איך אײַך ניט, ר, שלום עליכם; נ▮ר בלשרן אַשכּנז גערעדט, דאָס
הײסט אױף פּראָסט ייִדיש, איז דאָ אַ װערטל: „דאָס בעסטע פֿערד
באַדאַרף האָבן אַ בײַטש, דער קליגסטער מענטש — אַן עצה“. אַקעגן
װאָס זאָג איך עס, הײסט דאָס? אַקעגן זיך אַלײן טאַקע, װאָרעם אַז
איך האַב שׂכל און קוק־אַר▮יִן צו אַ גוטן פֿרײַנד און דער ייִל אים דאָס
און דאָס, אַזױ און אַזױ, װאָלט איך געװיס ניט געהאַט אַזאַ מיאוסן
פּסק. נאָר װאָס דען? החײס והסװו▮ ביד ו־לשוl 2 — אַז גאָט װיל שטראָפֿן
    

— 1 /משלי י,'ט, כא/ אַ סך טראַכטענישן זײַנען אין מענטשנס האַרצן (נאָר
מ'דאַרף װיסן װעלכע אױסצוניצן). 
— 2 /מװת וח▮ים ביד הלשוl שטײט אין משלי
י“ח, כא/ טױט און לעבן ליגט אין דער צונג.



46

אַ מענטשן, נעמט דאָס אָפּ בײַ אים דעם שׂכל. איך טראַכט מיך צו
       זיך אַלײן װיפֿל מאָל: „באַרעכן נאָר, טבֿיה, דו, פֿערד אײנער, ביסט
       דאָך עפּעס, זאַגט מען, יאָ נישט קײן נאַר, װי קומסט דו זיך לאָזן פֿירן
       אין באָד אַרײַן, און נאָך אַזױ נאַריש? װאָס װאָלט דיר אָפּגעגאַנגען
       אַצינדערטאָ 3, למשל, בײַ דײַן שטיקעלע פּרנסה, קײן עין־הרע, מיט
       דײַן ביסל מילכיקס, װאָס האָט אַזאַ שם אױף דער װעלט, כ'לעבן▮
       אומעטום, אין בױבעריק, אין יעהופּעץ 4, און װו ניט? װי פֿײַן און װי
       זיס װאָלט דאָס געװען איצטערדאָ, װען די קלינגערס, אַ שטײגער, ליגן
       זיך שטילערהײט אין קאַסטן, װײַט באַגראָבן, קײן בן־אָדם װײסט
       דערפֿון נישט, װאָרעם װעמען גײט דאָס אָן, איך בעט אײַך, צי טבֿיה
       האָט געלט, צי נײן? איך מײן טאַקע באמתּ. אַ סך האָט זיך די װעלט
       אינטערעסירט מיט אים, אַז ער איז געלעגן, ניט הײַנט געדאַכט, נישט
       פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט, נײַן אײלן אין דער ערד, געשטאָרבן דרײַ מאָל
       אַ טאָג פֿון הונגער מיט װײַב און קינדער? ערשט נאָך דעם, אַז גאָט
       האָט זיך אַרומגעקוקט אױף טבֿיהן, אים באַגליקט מיט אַ מאָל, און
       ער האָט זיך קױם־קױם דערשלאָגן צו אַ שטיקל תּכלית, אָנגעהױבן
       אָפּלײגן אַ קערבל, איז מיט אים געװאָרן פֿול די װעלט, און טבֿיה איז
       שױן געװאָרן ר, טבֿיה גאָר — אַ קאַטאָװעס אַ ביסל! עס האָבן זיך שױן
       אַרױסבאַװיזן גוטע פֿרײַנד אַ סך, װי אין פּסוק שטײט געשריבן: כּולם
       אַהובֿים, כּולם ברורים 5 — אַ▮ גאָט גיט מיטן לעפֿל, געבן לײַטן מיטן
       שעפֿל. איטלעכער באַזונדער קומט צו גײן מיט זײַנעם: דער זאָגט אַ
       שניטקראָם, דער אַ באַקאַלײ 6, דער זאָגט אַ שטוב, אַ נחלה, אַן אײביק
       געװער, דער קומט צו גײן — װײץ, דער — װאַלד, דער — טאָרגעס 7...
       ברידערלעך! — זאָג איך — טשעפּעט זיך אָפּ! איר האָט, זאָג איך, אַ
       װילדן טעות; איר מײנט, אַ פּנים, איך בין בראָצקי? לאָמיר דאָס אַלע,
       זאָג איך, פֿאַרמאָגן, װאָס איך האָב װינציקער פֿון שי“ן קאַרבן, און
       אַפֿילו פֿון רי“ש, און אַפֿילו פֿון ק“ן! יענעמס גוטס, זאָג איך, איז
            
— 3 אָט איצט. 
— 4 צונאָמען פֿאַר קיעװ 
— 5 /תפֿילת שחרית/ אַלע (מלאָכים) זײַנען ליבע, אַלע קלאָרע. 
— 6 קאָלאָניאַלע פֿירות: ראָזשינקעס, מאַנדלען א“אַ. 
— 7 (רוסיש) ליציטאַציעס, אױספֿאַרקױפֿן.



47

גרינג צו שאַצן; יעדן דאַכט זיך, אַז יענעמס לײַכט זיך, קומסט־צו
נאָענט, איז דאָס אַ מעשן קנעפּל.
     בקיצור, ניט געדאַכט זאָלן זײ װערן, טאַקע אונדזערע ייִדעלעך
מײן איך, מען האָט מיר אַ גוט אױג געגעבן! אַ קרובֿ האָט מיר גאָט
צוגעשיקט, עפּעס אַ שמעלקע, װײס איך: מײַן פֿערדס בײַטש־שטעקעלע,
װי מע זאָגט. מנחם־מענדל הײסט ער, אַ פֿליִער, אַ ברעכער, אַ לױפֿער
אַ דרײער, אַ נעכטיקער טאָג, אױף קײן גוט אָרט זאָל ער ניט שטײן!
ער האָט מיך דערטאַפּט און פֿאַרדרײט מיר מײַן קאָפּ מיט חלומות
ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן. װעט איר דאָך פֿרעגן: מה נשתּנה —
װי קום איך, טבֿיה, צו מנחם־מענדלען? װעל איך אײַך דערױף 
ענטפֿערן אַ תּירוץ: עבֿדים הײנו — ס'איז אַזױ באַשערט. הערט אַ מעשׂה.
                                                                         
     איך קום צו פֿאָרן קײן יעהופּעץ, תּחילת װינטער, מיט מײַן ביסל
מילכיקס — אַ פֿונט עטלעכע און צװאַנציק פּוטער פֿרישע פֿון 
פּוטערלאַנד, מיט אַ פּאָר שײנע װאָרעטשקעס 8 קעז, גאָלד און זילבער, לאָמיר
זיך בײדע װינטשן אַזאַ יאָר! דאָס פֿאַרשטײט איר דאָך שױן אַלײן, אַז
איך האָב מײַן סחורה פֿאַרצוקערט, נישט געלאָזט זיך אַ לעק, איר
זאָלט זאָגן אױף אַ רפֿואה, נישט קײן צײַט געהאַט אַפֿילו צו זײַן בײַ
אַלע מײַנע זומערדיקע קונים, די בױבעריקער דאַטשניקעס, װאָס
קוקן־אַרױס אױף מיר, װי אױף משיחן, װאָרעם אַזױ לאַנג שמײַסט מען
זײ, אײַערע יעהופּעצער סוהרים מײן איך, װי זײ קאָנען גאָר געבן אַזאַ
שטיקל סחורה, װי טבֿיה גיט; אײַך באַדאַרף איך נישט דערצײלן, װי
זאָגט דער נבֿיא: יהללך זר 9 — גוטע סחורה לױבט זיך אַלײן...
     בקיצור, אױסגעפֿאַרקױפֿט אין גאַנצן עד לפּ“ק 10 און 
אונטערגעװאָרפֿן מײַן פֿערדל אַ ביסל הײ, גײ איך מיר אַזױ אין שטאָט. אָדם
▮סודו םעפֿר — מען איז דאָך נישט מער װי אַ מענטש, גלוסט זיך
אָנקוקן אַ װעלט, כאַפּן לופֿט, זען די אַנטיקלעך, װאָס יעהופּעץ 
שטעלטאַרױס אין די פֿענצטער, װי אײנער רעדט: מיט די אױגן נאַ, זע, קוק,
    
— 8 (פּױליש) זעקעלעך. 
— 9 /משלי כ„ז, ב/ זאָל דיך אַן אַנדערער לױבן
(נישט דײן אײגן מױל). 
— 10 לפֿרט קטן (צ“ב: תשכ„ו, אָבער ה'תשכ„ו איז
שױן לפּ“ג, לפֿרט גדול)



48

װיפֿל דו װילסט, נאָר מיט די הענט — אַזאַס 11... שטײענדיק אַזױ בײַ
                                                                     
אַ גרױסן פֿענצטער מיט האַלבע פּריאַלן און קערבלעך זילבערנע,
אַ סך מיט באַנקאָװע ביליעטן און מיט גלאַט סיגנאַציעס גאָר אָן אַ
שיעור, טראַכט איך מיר בשעת מעשׂה: רבונו של עולם! װען איך
פֿאַרמאָג כאָטש אַ צענט־חלק, װאָס אָט דאָס אָ באַטרעפֿט, װאָס װאָלט
איך דעמאָלט געהאַט צו גאָט און װער װאָלט געװען צו מיר גלײַך?
ראשית־חכמה װאָלט איך אַ שידוך געטאָן מיט מײַן עלטערער טאָכטער,
געגעבן איר תּ“ק קאַרביצן 12 נדן, אַחוץ כּלה־מתּנות, אַחוץ הלבשה
מיט חתונה־הוצאותּ; דאָס פֿערד און װעגעלע מיט מײַנע בהמהלעך
װאָלט איך פֿאַרקױפֿט, באַלד אַרױסגעפֿאָרן אין שטאָט אַרײַן, געקױפֿט
אַן אָרט אין מזרח־װאַנט, מײַן װײַב, זאָל לעבן, אַ ביסל פּערל, און
צדקה צעטײלט, װי דער שענסטער באַלעבאָס; געזען, דאָס בית־המדרש
זאָל זײַן געדעקט מיט אײַזן, ניט עס זאָל שטײן, װי איצט, אָן אַ דאַך,
גרײט אַלע שעה אױף אײַנצופֿאָלן; אײַנגעפֿירט אַ שטיקל תּלמוד־תּורה
אין שטאָט מיט אַ ביקור־חולים, װי אין אַלע לײַטישע שטעט, ניט
אָרעמע לײַט זאָלן װאַלגערן זיך אױף דער הױלער ערד אין 
ביתהמדרש; יענקל־שײגעץ װאָלט בײַ מיר באַלד געװאָרן אױס גבאי אין
חבֿרה קדישא — גענוג שױן טרינקען בראָנפֿן און עסן פּופּקעס מיט
לעבערלעך אױף קהלס חשבון!..
    — שלום עליכם, ר, טבֿיה! — הער איך עמעצער זאָגט מיר פֿון
הינטן — װאָס מאַכט אַ ייִד? — איך דרײ מיך אױס און טו אַ קוק, איך
װאָלט געמעגט שװערן, אַ באַקאַנטער! „עליכם שלום, זאָג איך, פֿון
װאַנעט איז אַ ייִד?“ — פֿון װאַנען? פֿון קאַסרילעװקע, מאַכט ער צו
מיר, טאַקע אײַערס אַ פֿרײַנטל, דאָס הײסט, איך קער מיך אָן, זאָגט
ער, מיט אײַך אַ שני בשלישי. אײַער װײַב גאָלדע, זאָגט ער, איז מיר
אַן אײגן גליד־גליד־געשװעסטערקינד. „שאַט זשע נאָר, זאָג איך, זײַט
איר אפֿשר ניט ברוך־הערש לאה־דװאָסיס אַן אײדעם?“ — כּמעט װי
    

— 11 אַװעק! (אַ הון טרײַבט מען מיט אַשאָ ) 
— 12 באַנק אַסיגנאַציעס, 
פּאַפּירגעלט, באַנקנאָטן; מיטן א„ב ניצט מען: ת„ק — 500  קאַרביצl — זילבערנע
רובל (אין אוקראַוניש: קאַרבאַװאַנעץ), פּריאַלl, אימפּעריאַלן, גאָלדענע מטבעות.



49

געטראָפֿן, מאַכט ער צו מיר: איך בין ברוך־הערש לאה־דװאָסיס אַן
אײדעם, און מײַן װײַב הײסט שײנע־שײנדל ברוך־הערש לאה־דװאָסיס,
הײַנט װײסט איר שױן? „שאַט זשע נאָר, זאָג איך, אײַער שװיגערס
באַבע, שׂרה־יענטע, מיט מײַן װײַבס מומע, פֿרומע־זלאַטע, זײַנען,
דאַכט זיך, געװען אױב נישט קײן אײגענע געשװעסטערקינדער, און
אױב איך האָב קײן טעותּ ניט, זײַט איר דער מיטלסטער אײדעם בײַ
ברוך־הערש לאה־דװאָסיס, נאָר װאָס דען, איך האָב פֿאַרגעסן װי מען
רופֿט אײַך, אײַער נאָמען, זאָג איך, איז בײַ מיר אַרױסגעפֿלױגן פֿונעם
קאָפֿ, מה שמכם? װי אַזױ איז אײַער אמתּער נאָמען?“ מיך, זאָגט ער,        
רופֿט מען מנחם־מענדל ברוך־הערש לאה־דװאָסיס. אַזױ רופֿט מען מיך
אין דער הײם, אין קאַסרילעװקע. „אױב אַזױ, מײַן ליבער מנחם־מענדל,
מאַך איך צו אים, קומט דאָך דיר טאַקע שלום עליכם גאָר אױף אַן
אַנדער אופֿן! זאָג זשע מיר, מײַן טײַערער מנחם־מענדל, װאָס טוסטו
דאָ, װאָס מאַכט די שװיגער דײַנע און דער שװער זאָל לעבן? װי גײט
דאָס דיר, זאָג איך, אין געזונט און װאָס מאַכן עפּעס דײַנע געשעפֿטן?“
— עט, מאַכט ער, אין געזונט גאָט צו דאַנקען, מע לעבט; נאָר די
געשעפֿטן — זאָגט ער — זײַנען עפּעס הײַנט ניט אַזױ פֿױגלדיק.
     — „גאָט װעט העלפֿן“, מאַך איך און כאַפּ אַ קוק אױף זײַנע
מלבושים, נעבעך: אױסגעטריפּעט 13 אין אַ סך ערטער און די שטיװל,
מחילה, צעטרענט סכּנתּ־נפֿשות... „נישקשה, גאָט, זאָג איך, װעט
העלפֿן. עס װעט זיך מסתּמא פֿאַרבעסערן, װי אין פּסוק שטײט: הכּל
הבֿל 14. געלט, זאָג איך, איז קײַלעכיק. הײַנט אַזױ, מאָרגן אַזױ, אַבי
מע לעבט. דער עיקר, זאָג איך, איז בטחון. אַ ייִד באַדאַרף האָפֿן. אײַ,
מע װערט, זאָג איך, פֿאַרשװאַרצט? דערױף זענען מיר דאָך עפּעס ייִדן
אױף דער װעלט. װי זאָגט מען? ביסטו אַ זעלנער, שמעק פּולװער, משל
כּחרס הנשבר 15 — די גאַנצע װעלט, זאָג איך, איז אַ חלום... דו זאָג
מיר בעסער, מנחם־מענדל סערדצע 16, װי קומסט דו אַהער, פּלוצעם,
    

— 13 אױסגעריבן, אױסגעטעפּעט, אַז עס שטעקן־אַרױס פֿעדעם. 
— 14 /קהלת
א,, ב/ אַלץ איז נישטיק. 
— 15 טביה איז פֿאַרליבט אין דעם װערטל: ס'איז זײן
טרײסטװערטל. 
— 16 (פּױליש) האַרץ מײנס!



50

אין מיטן דערינען, אין יעהופּעץ גאָר?“ — װאָס הײסט, מאַכט ער, װי
איך קום אַהער? איך בין שױן הי, זאָגט ער, פּאַװאָלינקע, אַזױ גרױס,
װי אַ יאָר אָנדערהאַלבן. „אַזױ גאָר? ביסטו, הײסט דאָס, אַ היגער,
זאָג איך, טאַקע אַ יעהופּעצער תּושבֿ?“ — ש־ש־ש! — מאַכט ער צו
מיר און קוקט זיך אַרום או▮ף אַלע זײַטן — שרײַט נישט אַזױ הױך,
ר, טבֿיה! אַ היגער, זאָגט ער, בין איך טאַקע, נאָר צװישן אונדז, זאָגט
ער, באַדאַרף עס בלײַבן... איך שטײ און קוק אים אָן טאַקע נאָר װי
אַ משוגענעם. „ביסט אַ בורח 17 — זאָג איך — באַהאַלטסט זיך אין 
יעהופּעץ אין מיטן מאַרק?“ — פֿרעגט ניט — זאָגט ער — ר, טבֿיה, ס'איז
רעכט; איר זײַט, אַ פּנים, גאָר נישט באַקאַנט מיט די יעהופּעצער דינים
און מנהגים... קומט, זאָגט ער, װעל איך אײַך דערצײלן, װעט איר
פֿאַרשטײן, װאָס הײסט מען איז יאָ אָ היגער און נישט קײן היגער...
און ער האָט מיר אָנגעהױבן לײענען אַ צעטל, אַ גאַנצע מגילה, װי אַזױ
מע װערט דאָ אַ ביסל אױסגעריסן... „אָט פֿאָלג מיך, מנחם־מענדל, פֿאָר
זיך דורך צו מיר אין דאָרף אױף אַ טאָג, װעסט זיך אַ ביסל אױסרוען
די בײנער כאָטש; װעסט זײַן, זאָג איך, אַ גאַסט, און אַן אָנגעלײגטער
דערצו, מײַן אַלטע װעט זיך מיט דיר מחיה זײַן“.
     בקיצור, איך האָב בײַ אים געפּועלט: מיר פֿאָרן אין אײנעם.
געקומען אַהײם — אַ גדולה! אַ גאַסט! אַן אײגן גליד־גליד־
געשװעסטערקינד! אַ קלײניקײט, װי זאָגט איר: אײגנס איז ניט פֿרעמדס. עס האָט
זיך אָנגעהױבן אַ חתּונה: װאָס הערט זיך אין קאַסרילעװקע? װאָס מאַכט
דער פֿעטער ברוך־הערש? װאָס טוט די מומע לאה־דװאָסי? דער פֿעטער
יאָסל־מנשה? די מומע דאָבריש? און די קינדער זײערע װאָס מאַכן?
װער איז געשטאָרבן? װער האָט חתונה געהאַט? װער האָט זיך געגט?
װער איז געלעגן געװאָרן און װער איז אױף דער צײַט? „װאָס טױג
דיר, מײַן װײַב, פֿרעמדע חתּונות — זאָג איך — מיט פֿרעמדע בריתן?
דו זע בעסער, זאָג איך, סע זאָל זײַן װאָס צו נעמען אין מױל אַרײַן.
כּל דכפֿי1 ייִתי ױצרך 8▮. פֿאַרן עסן — זאָג איך — גײט קײן טאַנץ
    
— 17 דעזערטיר, הפֿקר־יונג, נע־ונדניק. 
— 18 אין הגדה של פּסח שטײט כּל
דצריך ייִתי ױפֿסח, אָבער טביה, װי זײן שטײגער איז, פֿאַרדרײט די װערטער.



51

נישט. אױב — זאַג איך — אַ באָרשט, איז מה טובֿ. אלא ניט, מאַכט
ניט אױס — זאָג איך — קנישעס אָדער קרעפּלעך, מאָנשקעס, 
צרותקנײדלעך, צי אפֿשר גאָר — זאָג איך— בלינצעס, װערטליקעס, 
װערטוטן 19. עס מעג זײַן — זאָג איך — מער מיט אַ געריכט, אַבי גיך“.
     בקיצור, מע האָט זיך געװאַשן און גאַנץ פֿײַן פֿאַרביסן. װי זאָגט
איר: ױאכלו, מאַכט רשי: װי גאָט האָט געבאָטן: „פֿאַרבײַס, 
מנחםמענדל, מאַך איך צו אים, ס'איז במילא, װי זאָגט דוד המלך, הבֿל
הבֿלים, אַ נאַרישע װעלט און אַ פֿאַלשע, און געזונט, אַזױ פֿלעגט זאָגן
מײַן באַבע נחמה זכר לברכה — געװען אַ קלוגע ייִדענע, אַ חכמה
נפֿלאה — געזונט און פֿאַרגעניגן זאָל מען זוכן אין שיסל... מײַן גאַסט,
נעבעך, די הענט האָבן אים אַזש געציטערט, האָט זיך גאָר נישט געקאָנט
אָפּלױבן פֿון מײַן װײַבס מלאָכה. געשװױרן בײַ אַל דאָס גוטס, אַז ער
געדענקט שױן גאָר ניט די צײַט, װען ער זאָל עסן אַזאַ מילכיקס,
אַזעלכע געראָטענע קנישעס מיט אַזױנע באַטעמטע װערטוטן. „
נאַרישקײטן, זאָג איד, דו זאָלסט פֿאַרזוכן, מנחם־מענדל, איר טײגעכץ, זאָג
איך, אָדער אַ מאַהינע 20, װאָס זי מאַכט, װאָלסטו דעמאָלט ערשט
געװוּסט, װאָס הײסט טעם גן־עדן אױף דער װעלט!“
     בקיצור, אָפּגעגעסן און אָפּגעבענטשט, האָט מען זיך אַ ביסל 
צערעדט איטלעכער פֿון זײַנעם, װי געװײנטלעך. איך — פֿון מײַנע
געשעפֿטן, ער — פֿון זײַנע; איך — פֿון דעם, פֿון יענעם, לאָקש,
בױדעם, ציבעלע. ער — פֿון זײַנע געשעפֿטן, דערצײלט מעשׂיות פֿון
אַדעס און פֿון יעהופּעץ, װי אַזױ ער איז שױן געװען אַ מאָל צען, װי
▮אָגט מען, ▮נאַ קאָני און פּיד קאָנעם“ 21, הײַנט אַ נגיד, מאָרגן אַ קבצן,
און װײַטער אַ מאָל אַ נגיד און װידער אַ מאָל אַן אבֿיון; געהאַנדלט
מסחרים עפּעס אַלץ אַזעלכע, װאָס איך האָב אין מײַן לעבן נישט 
געהערט, משונה־אומגעלומפּערטע: „האָס“ און „בעס“ 22 און „
אַקציעסשמאַקציעס“, „פּאָטיװילעװ“, „מאַלצעװ־שמאַלצעװ“ 23, דער גוטער
    
— 19 קנײדלעך, כרעמזלעך. 
— 20 עפֿלשטרודל. 
— 21 /אוקר,/ אױפֿן פּערד און
אונטערן פֿערד (אין פֿרײדן און אין לײדן). 
— 22 /פֿראַנצײזיש/ אַרױף, אַראָפּ
(בירזשע־טערמינען). 
— 23  חוזק לשון) אַקציעס פֿון פֿאַבריקן.



52

יאָר װײסט זײ דאָרטן, און חשבונות משוגענערװײַז, צען טױזנט,
צװאַנציק טױזנט — געלט װי האָלץ! „איך זאָג דיר דעם אמת, 
מנחםמענדל, זאָג איך צו אים, מילא דאָס, װאָס דו דערצײלסט פֿון דײַנע
משׂא־מתּנס, איז דאָס אַװדאי אַ בריהשאַפֿט, מען באַדאַרף עס קאָנען;
נאָר אײן זאַך פֿאַרשטײ איך ניט: װעדליק איך קען, זאָג איך, דײַן
בחורטע, איז מיר, זאָג איך, אַ גרױס חידוש, װאָס זי לאָזט דיך אַזױ
פֿליִען און קומט נישט צו דיר — זאָג איך — רײַטנדיק אױף אַ בעזעם.
                                                                  
— ע! — מאַכט ער צו מיר מיט אַ זיפֿץ — דאָס זאָלט איר מיר, ר,
טבֿיה, גאָר נישט דערמאַנען. איך האָב פֿון איר אַזױ אױך, זאָגט ער,
קאַלט און װאַרעם; איר זאָלט האָרכן, זאָגט ער, װאָס זי שרײַבט מיר,
װאָלט איר אַלײן געזאָגט, אַז איך בין אַ צדיק. נאָר דאָס, זאָגט ער, איז
פֿון די קלײנע זאַכן. דערױף איז זי אַ װײַב, זי זאָל מיך באַגראָבן. ס'איז
פֿאַראַן, מאַכט ער, אַ סך אַן ערגערע זאַך: איך האָב, פֿאַרשטײט איר
מיך, מײַן אײגנס אַ שװיגער! איך באַדאַרף אײַך נישט דערצײלן, זאָגט
ער, איר קענט זי!...“ עס קומט־אױס בײַ דיר, זאָג איך, װי עס שטײט:
עקודים, נקודים ובֿרודים 24 — דאָס הײסט, אַ מכּה אױף אַ מכּה און
אױף דער מכּה אַ בלאָטער?“ — יאָ, מאַכט ער, ר, טבֿיה, איר זאָגט דאָס
גאַנץ גלײַך; די מכּה איז טאַקע אַ מכּה, נאָר דער בלאָטער, זאָגט ער,
אױ, דער בלאָטער איז ערגער פֿון דער מכּה!...
    בקיצור, מיר האָבן אַזױ פּאַװאָלינקע געפּלאַפּלט ביז העט־שפּעט
אין דער נאַכט אַרײַן; דער קאָפּ האָט זיך מיר אַזש געדרײט פֿון זײַנע
מעשׂיותּ מיט די װילדע געשעפֿטן מיט די טױזנטער, װאָס פֿליִען אַרױף
און אַראָפּ, און מיטן פֿאַרמעגן, װאָס בראָצקי פֿאַרמאָגט... עס האָבן זיך
מיר נאָך דעם אַ גאַנצע נאַכט געפּלאָנטערט: יעהופּעץ... האַלבע פּריאַלן...
בראָצקי... מנחם־מענדל מיט דער שװיגער... ערשט אױף מאָרגן אין
דער פֿרי האָט ער אױסגעקװעטשׂט זיך: װאָס איז? באַשר אַזױ װי עס
גײט, זאָגט ער, בײַ אונדז אין יעהופּעץ אַ שטיקל צײַט, װאָס געלט איז
בחשיבֿותּ גדול און סחורה ליגט אין דער ערד, בכן, זאָגט ער צו מיר,
    
— 24 /בראשית ל“א, י/ געשטרײפֿטע, געשפּרענקלטע און געפֿלעקטע, ד“ה,
פֿון כּלערלײ מינים.



53

אַצינדערט האָט איר ביד, ר, טבֿיה, כאַפּן היפּשע עטלעכע גראָשנס,
      און מיך, זאָגט ער, װעט איר ממש דערהאַלטן בײַם לעבן, פּשוט 
      מחיהמתּים זײַן, פֿון טױט לעבעדיק. „רעדסט װי אַ ייִנגל, מאַך איך צו אים,
      מײנסט, אַ פּנים, בײַ מיר איז יעהופֿעצער געלטן, האַלבע פּריאַלן?
      נאַרעלע, זאָג איך, װאָס מיר פֿעלט צו בראָצקין, ▮עגן מיר זיך װינטשן,
       מיר זאָלן דאָס בײדע פֿאַרדינען ביז פּסה“. — יאָ, מאַכט ער, דאָס װײס
      איך אַלײן. נאָר איר מײנט, זאָגט ער, מע באַדאַרף דערצו האָבן גרױסע
      געלטן? אײן הוגדערטער, זאָגט ער, װען איר גיט מיר אַצינד, מאַך
      איך אײַך פֿון אים אין דרײַ־פֿיר טעג צװײ הונדערט, דרײַ הונדערט,
      זעקס הונדערט. זיבן הונדערט, און פֿאַר װאָס ניט טאַקע אַלע טױזנט?
      „עס קאָן זײער שײן געמאָלט זײַן, זאָג איך, עס זאָל זײַן, װי אין פּסוק
      שטײט: קרובֿ לשׂכר ורחוק םקעשעני 25. נאָר װען, זאָג איך, איז דאָס
      גערעדט געװאָרן? אַז ס'איז דאָ װאָס אײַנצושטעלן אָבער אַז ס'איז
      ניטאָ דער הונדערטער, קומט דאָך אױס, זאָג איך, בגפּו יבֿוא בגפּו
       יצא ▮2 — מאַכט רשי: אַז מע לײגט־אַרײַן קרענק, נעמט מען אַרױס
       קדחת. — עט נו, מאַכט ער צו מיר, אַ הונדערטער װעט זיך נאָך בײַ
      אײַך, ר, טבֿיה, געפֿינען; בײַ אײַער פּרנסה, זאָגט ער, מיט אײַער נאָמען,
      קײן עין־הרע... „װאָס קומט — זאָג ▮יך — אַרױס פֿונעם נאָמען?
       אַ נאָמען איז אַװדאי זײער אַ גוטע זאַך; נאָר װאָס דען? איך בלײַב בײַם
       נאָמען און געלט האָט טאַקע אַלץ בראָצקי... אױב דו װילסט, זאָג איך,
      װיסן אַקוראַט, פֿאַרמאָג איך מײַן אײגנס אַרום און אַרום קױם־קױם
       אַ הונדערטער, האָב איך אױף אים אַכצן לעכער: ערשטנס, חתּונה
       מאַכן אַ טאָכטער...“ — הערסטו, מאַכט ער, אָט דאָס מײנט דאָך טאַקע
       דער פּסוק! װאָרעם װען, זאָגט ער, קאָנט איר, ר, טבֿיה, האָבן אַזאַ
       געלעגנהײט אַרײַנלײגן אײן הונדערטער און אַרױסנעמען, אם־
       ירצההשם, אַזױ פֿיל, אַז עס זאָל אײַך, זאָגט ער, כאַפּן אי אױף חתּונה מאַכן
       קינדער, אי אױף עפּעס נאָך? און ס'איז אַװעקגעגאַנגען אַ נײַער מזמור
           
— 25 /בבא מציעא, עמוד 0ב/ אין אָריגינאָ▮: „...ורחרק מהפֿסד“, נאָענט פֿון
       פֿאַרדינסט און װײַט פֿון היזק. 
— 26 /שסות כ▮,א, ג/ געקומען מיט גאָרנישט
       און אַװעק מיט גאָרנישט.
       
       
       
54 
   
אױף דרײַ זײגער־שעה, מיר געבן צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ ער מאַכט
         פֿון אַ קערבל דרײַ און פֿון דרײַ צען. מע נעמט, זאָגט ער, 
         ראשיתחכמה און מע טראָגט־אַרײַן אַ הונדערטער און מע הײסט זיך, זאָגט
         ער, קױפֿן אַ צען שטיקלעך... איך האָב שױן פֿאַרגעסן, װי אַזױ מע
         רופֿט דאָס... און מע װאַרט־צו עטלעכע טעג ביז עס הײבט זיך אױף.
         שלאָגט מען אַ דיפּעש 27 ערגעץ אַהין, מע זאָל דאָס פֿאַרקױפֿן און פֿאַרן
         געלט קױפֿן צװײ מאָל אַזױ פֿיל; נאָך דעם הײבט זיך עס װידער אַ
         מאָל, קלאַפּט מען װידער אַ דיפּעש; אַזױ לאַנג אַזױ ברײט, ביז עס
         װערט, זאָגט ער, פֿונעם הונדערטער — צװײ, פֿון די צװײ — פֿיר,
         פֿון די פֿיר — אַכט, פֿון די אַכט — זעכצן, טאַקע ממש ניסים ונפֿלאותּ!
         פֿאַראַן, זאָגט ער, אין יעהופּעץ אַזעלכע, װאָס זײַנען ערשט אָט דאָ ניט
         לאַנג אַרומגעגאַנגען אָן שטיװל, געװען מעקלערס, באַהעלפֿערס, 
         משרתים; הײַנט האָבן זײ אײגענע הײַזער, מױערן, זײערע װײַבער האָבן צו
         טאָן מיט די מאָגנס — פֿאָרן קײַן אױסלאַנד זיך הײלן... און אַלײן
         פֿליִען זײ אַרום איבער יעהופּעץ אױף גומעלאַסטיקענע רעדלעך, פֿו־פֿו
         —— דערקענען שױן נישט קײן מענטשן!...
              בקיצור, װאָס זאָל איך אײַך דאָ לאַנג מאַריך זײַן? עס האָט מיך
         אָנגענומען אַ חשק ניט אױף קאַטאָװעס. אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, טראַכט
         איך מיר, אפֿשר איז ער דער גוטער שליח מײַנער? אָט האָרך איך דאָך
         פֿאָרט, מענטשן װערן גליקלעך אין יעהופּעץ מיט פֿינף פֿינגער —
         װאָס בין איך ערגער פֿון זײ? קײן ליגנער איז ער, דאַכט זיך, נישט,
         ער זאָל אױסטראַכטן פֿונעם קאָפּ אַזעלכע פּזמונות. טאָמער טאַקע,
         קלער איך מיר, טוט זיך עס טאַקע אַ דרײ, װי זאָגט איר, אױף דער
         רעכטער זײַט, און טבֿיה װערט כאָטש אױף דער עלטער אַ שטיקל
         מענטש? ביז װאַנעט איז טאַקע דער שיעור צו האָרעװען, אױסגעריסן
         װערן, כ'לעבן? טאָג װי נאַכט װידער אַ מאָל דאָס פֿערד־און־װעגעלע
         און אָבער אַ מאָל קעז און פּוטער. צײַט, זאָג איך, טבֿיה, זאָלסט שױן
         אָפּרוען זיך, װערן אַ באַלעבאָס צװישן באַלעבאַטים, קומען אין אַ בית
             
— 27 (פֿון פֿראַנצײזיש) טעלעגראַמע (אַ בריװ שרײַבט מען, אַ טעלעגראָמע
         קלאָפּט מען).



55

המדרש, אַרײַנקוקן אין אַ ייִדישן ספֿר. אײַ, װאָס? טאָמער, חלילה, לא
    יעלה ולא יבֿוא, עס מאַכט מיר לעמל 28, דאָס הײסט, מיט דער פּוטער
    אַראָפּ? למאַי זאָל איך בעסער ניט קלערן דאָס אײגענע צוריק? —
    “האַ? װי אַזױ זאָגסט דו — רוף איך מיך אָן צו מײַן אַלטער — װי
    געפֿעלט דיר, אַ שטײגער, גאָלדע, דער פּלאַן זײַנער?“ — װאָס זאָל איך,
    מאַכט זי, דערױף זאָגן? איך װײס, זאָגט זי, מנחם־מענדל איז, חלילד,
                                                                              
    נישט קײן אַבי־װער, װאָס זאָל בײַ דיר װעלן אױסנאַרן; ער איז, חס
    ושלום, ניט פֿון קײן שנײַדערס און פֿון קײן שוסטערס! ער האָט, זאָגט
    זי, זײער אַ לײַטישן טאַטן, און אַ זײדן, זאָגט זי, האָט ער געהאַט גאָר
    אַ צאַצקע, געזעסן יומם ולילה און בלינדערהײט געלערנט תּורה. און
    די באַבע צײטל, זאָל זײַן װײַט אָפּגעשײדט, איז עפּעס אױך געװען —
    זאָגט זי, ניט קײן פּראָסטע ייִדענע... „ס'איז אַ משל צו חנוכּה־ליכטלעך,
    זאָג איך, מע רעדט עסק, קומט זי צו גײן מיט דער באַבע צײטל,
    װאָס האָט געבאַקן האָניק־לעקעך, און מיט איר זײדן, װאָס יצאה נשמתו
    בגלעזל 29... אַ ייִדענע בלײַבט אַ ייִדענע. נישט אומזיסט, זאָג איך, איז
    שלמה המלך אױסגעפֿאָרן די גאַנצע װעלט און נישט געפֿונען אײן
    ייִדענע מיט אַ קלעפּקע 30 אין קאָפּ...
         בקיצור, עס איז געבליבן, אַז מיר שליסן שותּפֿותּ; איך לײג־אַרײַן
    געלט, און מנחם־מענדל — שׂכל, און װאָס גאָט װעט געבן איז דאָס          
    אױף דער האַלב. — גלײבט מיר, זאָגט ער, איך װעל מיט אײַך, ר,
    טבֿיה, אם־ירצה־השם, אױסהאַנדלען פֿײַן, װאָס פֿײַן הײסט, און װעל
    אײַך מיט גאָטס הילף געבן געלט און געלט און געלט! „אָמן, גם אַתּם,
    זאָג איך, פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן. נאָר װאָס דען, זאָג איך, אײן
    זאַך פֿאַרשטײ איך דאָ ניט: װי אַזױ קומט די קאַץ איבערן װאַסער? איך
    בין דאָ, דו ביסט דאָרט; געלט, זאָג איך, איז אַן אײדעלע מאַטעריע,
    פֿאַרשטײסט דו מיך. האָב קײן פֿאַראיבל ניט, זאָג איך, איך מײן דאָ,
    חלילה, קײן אײבערקעפּלעך, גלאַט, װי שטײט דאָרט בײַ אַבֿרהם אָבֿינו:
        
— 28 מאַכט מיך צום נאַר (נאַרישע שאָף, לאַם — אומבאַהאָלפֿן שעפֿעלע, 
    לעמעלע). 
— 29 פּאַראָדירט די נשמה איז בײַ אים אַרױס בנשיקה, מיט אַ קוש (בײַ
    משה רבינו), בײַ אַ שיכּור — פֿון גלעזל.
— 30 ברעטל פֿון אַ פּאַס.



56

הזורעיס בדמעה ברינה יקצרו 31 — בעסער פֿריִער באַװאָרנט אײדער
נאָך דעם כאַװײנט“...
  — אָך! — מאַכט ער צו מיר — אפֿשר מײנט איר צעשרײַבן זיך
אױף פּאַפּיר? מיטן גרעסטן כּבֿוד! שאַ, — זאָג איך — אַז מע װיל
שמועסן צוריק, איז אױך די אײגענע מעשׂה: ממה נפֿשך, װעסט דו מיך
װעלן קױלן, װאָס װעט מיר העלפֿן דאָס פּאַפּיר? לאו עכברא גנבֿא 32,
נישט דאָס װעקסל צאָלט, דער מענטש צאָלט. און אַז איך הענג שױן
אױף אײן פֿוס — זאָג איך — לאָם איך הענגען אױף בײדע...
    — איר מעגט מיר גלײבן — זאָגט ער — ר, טבֿיה, איך שװער
אײַך בײַ מײַן הײליקע נאמנות, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן, װי איך מײן
דאָ נישט קײן חכמות, חלילה אױסנאַרן בײַ אײַך, נאָר פֿײַן און 
אָרנטלעך, אם־ירצה־השם, זיך טײלן אױף דער האַלב, גלײַך און גלײַך, חלק
כּחלק, חצי שלי וחצי שלך, מיר הונדערט, אײַך הונדערט, מיר צװײ
הונדערט, אײַך צװײ הונדערט, מיר דרײַ הונדערט, אײַך דרײַ הונדערט,
מיר פֿיר הונדערט, אײַך פֿיר הונדערט, מיר טױזנט, אײַך טױזנט...
     בקיצור, איך האָב אַרױסגענומען די עטלעכע קערבלעך, דרײַ מאָל
איבערגעצײלט, די הענט האָבן מיר בשעתּ־מעשׂה גוט געטרײסלט זיך,
צוגערופֿן די אַלטע מײַנע פֿאַר אַן עדותּ, אים נאָך אַ מאָל קלאָר געמאַכט,
װאָס פֿאַר אַ בלוטיק געלט דאָס איז, און אַװעקגעגעבן מנחם־מענדלען,
אײַנגענײט אים אין בוזעם אַרײַן, מע זאָל דאָס בײַ אים, חלילה, 
אונטערװעגנס נישט אַװעקלקחענען. און אָפּגערעדט מיט אים, אַז אם־
ירצההשם, לא יִוחר 33 פֿון נאָך שבתּדיקער װאָך, באַראַדף ער מיר למען
השם אַרײַנשרײַבן אַ בריװל פֿון אַלצדינג באַריכות. זיך אָפּגעזעגנט
מיט אים פֿײַן, שײן, צעקושט זיך גאָר פֿרײַנטלעך, װי געװײנטלעך
מיט אַן אײגענעם.
     געבליבן אַלײן נאָך זײַן אַװעקפֿאָרן, האָבן זיך מיר אָנגעהױבן 
     

— 31 /תּהילים קכ“ו, ה/ די װאָס זײען מיט טרערן שנײַדן מיט געזאַנג. —
— 32 /גיטין מ“ה/. לאו עככרא גנבֿ, אלא חורא גנבֿ (שטײט אין אָריגינאַל), נישט
די מױז איז דער גנבֿ, נאָר די לאָך (װוּ די מױז באַהאַלט זיך). 
— 33 (סוחרישער אױסדרוק) ניט שפּעטער.



57

פֿאָרשטעלן אַלערלײ מחשבֿות און חלומות אױף דער װאָר, און אַזעלכע זיסע
חלומות, אַז עס האָט זיך מיר געװאָלט, אַז זײ זאָלן זיך ציִען אײביק,
קײן מאָל נישט אױסלאָזן זיך. עס האָט זיך מיר פֿאָרגעשטעלט אין מיטן
שטאָט אַ שטוב אַ גרױסע, מיט בלעך געדעקט, מיט שטאַלן, מיט
קאַמערן, קעמערלעך און שפּיזאַרנעס 34 מיט אַל דאָס גוטס, און אַ
באַלעבאָסטע מיט שליסל דרײט זיך אַרום. דאָס איז מײַן װײַב גאָלדע —
גאָר נישט צו דערקענען זי, כ'לעבן: זי האָט באַקומען גאָר אַן אַנדער
פּנים, אַ פּנים פֿון אַ נגידיתּ, מיט אַ גױדער און מיט אַ האַלדז פּערל
                                                                    
זי בלאָזט פֿון זיך און שעלט די דינסטן מיט טױטע קללות. די קינדער
מײַנע דרײען זיך אַרום אַלע מיט שבתדיקע קלײדער, טוען נישט קײן
האַנט אין קאַלט װאַסער. דער הױף איז פֿאַרפֿלײצט מיט עופֿות, גענדז
און קאַטשקעס. אינעװײניק אין שטוב לײַכט זיך. אין אױװן פֿלאַקערט
אַ פֿײַער, עס קאָכט זיך װעטשערע און דער סאַמאָװאַר זידט װי אַ
גזלן! בײַם טיש אױבן אָן זיצט דער באַלעבאָס אַלײן, טבֿיה הײסט
דאָס, אין אַ כאַלאַט מיט אַ יאַרמלקע. אַרום אים זיצן די פֿאָרנעמסטע
באַלעבאַטים פֿון שטאָט און חנפֿענען אים.
                                       
     — זײַט זשע מוחל, ר, טבֿיה...
     — האָט קײן פֿאַראיבל ניט, ר, טבֿיה...
     „אײַ, קלער איך מיר בשעת מעשׂה, אַ רוח אין געלטס טאַטנס
טאַטע אַרײַן “
         
     — װעמען שעלסט דו דאָס אין טאַטן אַרײַן? — פֿרעגט מיך
מײַן גאָלדע.
     — קײנעם ניט! — זאָג איך — איך האָב מיך אַ ביסל פֿאַרטראַכט,
מחשבֿות, חלומות, אַ נעכטיקער טאָג... זאָג מיר, גאָלדע סערדצע, מאַך
איך צו איר, דו װײסט נישט מיט װאָס האַנדלט ער, דער קרובֿ דײַנער,
מנחם־מענדל מײן איך?
     — װאָס עס האָט זיך מיר — זאָגט זי — געחלומט יענע נאַכט
און הײַנטיקע נאַכט, און אַ גאַנץ יאָר זאָל אױסגײן צו מײַנע שׂונאימס
קעפּ! סטײַטש — זאָגט זי — מע זיצט־אָפּ מיט אַ מענטשן אַ גאַנץ
    
— 34 שפּײזקאַמערן.



58

מעת־לעת און מע רעדט און מע רעדט און מע רעדט, לסוף קומסטו
צו גײן און פֿרעגסט בײַ מיר מיט װאָס ער האַנדלט?! עפּעס האָט איר
דאָך — זאָגט זי — געמאַכט אין אײנעם אַ געשעפֿט, צי װעלכע גוטע
יאָר?
    — יאָ — זאָג איך — געמאַכט — זאָג איך — האָבן מיר, נאָר
ןןאָס געמאַכט, דאָס װײס איך ניט, כאָטש נעם מיר אַראָפּ דעם קאָפּ!
ס'איז, פֿאַרשטײסטו מיך, נישטאָ בײַ װאָס אָנצונעמען. נאָר פֿון דעסט
װעגן — זאָג איך — אײנס צום אַנדערן געהער זיך נישט אָן. זאָלסט
זיך גאָר ניט זאָרגן, מײַן װײַב, דאָס האַרץ זאָגט מיר צו גוטן. מיר
װעלן, אם־ירצה־השם, אַזױ דאַכט זיך מיר, פֿאַרדינען געלט, און אַ סך.
זאָג זשע אָמן און קאָך װעטשערע!
     בקיצור, עס גײט־אַװעק אַ װאָך, און צװײ, און דרײַ — ניטאָ קײן
בריװ פֿון מײַן שותּף! איך בין אױס מענטש, גײ־אַרום אָן אַ קאָפּ און
װײס ניט װאָס צו טראַכטן. עס קאָן ניט זײַן, קלער איך מיר, ער זאָל
גלאַט אַזױ פֿאַרגעסן שרײַבן אַ בריװל. ער װײס גאַנץ גוט, װי אַזױ מיר
קוקן דאָ אַרױס. נאָר װײַטער פֿליט מיר דורך אַ געדאַנק אין קאָפּ: װאָס
װעל איך אים טאָן, למשל, אַז ער נעמט זיך דאָרט אַראָפּ פֿון אױבן
די גאַנצע סמעטענע און מיר זאָגט ער, אַז מען האָט נאָך גאָר ניט 
פֿאַרדינט? גײ, רוף אים קנאַקניסל! עס קאָן ניט זײַן, מאַך איך צו זיך
אַלײן. סטײַטש, היתּכן?... איך באַגײ מיך מיט אַ מענטשן טאַקע נאָר
װי מיט אַן אײגענעם. לאָז דאָס מיר אַקעגנקומען, װאָס איך װינטש
אים, זאָל ער מיר אָפּטאָן אַזאַ שפּיצל?! און װידער פֿליט מיר דורך
גאָר אַן אַנדער מחשבֿה: מילא, ריוח יאַק ריוח 35, איך בין אים שױן
מוחל דאָס פֿאַרדינסט, ריוח והצלה יעמוד ליהודים 36 — גאָט זאָל
העלפֿן דאַס קרן זאָל כאָטש זײַן נאַגץ! און עס װערט מיר קאַלט אין
אַלע אבֿרים. „אַלטער נאַר — זאָג איך צו זיך אַלײן — זיך גענײט
אַ בײַטל, דו טיפּש אײנער, בהמה בצורת פֿערד! פֿאַר דעם הונדערטער
בעסער געװען קױפֿן זיך פֿערדלעך אַ פּאָר, אַשר לא פֿערדלו 
    
— 35 (העברע▮ש מיט פּױליש) פֿאַרדינסט װי פֿאַרדינסט. 
— 36 טביה איז פֿאַר▮
ליבט אין דער מגילת אסתּר — די פּסוקים לאָזן אים נישט רוען.



59

אַבֿו תינו 37, און דאָס װעגעלע איבערגעביטן אױף אַ נאַטאַטשאַנקע מיט
רעסאָרן“ 38.
    — טבֿיה, למאַי טראַכטסטו עפּעס גאָר ניט? — מאַכט צו מיר
מײנע.
     — װאָס הײסט — זאָג איך — איך טראַכט נישט? דער קאָפּ װערט
מיר אָקערשט צעפֿאַלן אױף שטיקלעך טראַכטנדיק, זאָגט זי צו מיר▮
למאַי איך טראַכט ניט!
    — נישט אַנדערש — מאַכט זי — עס האָט זיך אין װעג מיט אים
עפּעס געטראָפֿן: אָדער גזלנים — זאָגט זי — זײַנען אים באַפֿאַלן
און באַנומען פֿון קאָפּ ביז פֿיס, אָדער ער איז חלילה פֿאַרשלאַפֿט
געװאָרן, אָדער גאָר, אַל תּפֿתּח פּה 39, געשטאָרבן.
     — װאָס נאָך — זאָג איך — װעסט דו אױסטראַכטן, נשמה מײַנע?
נאַ דיר גאָר גזלנים — זאָג איך — פּלוצעם אין מיטן דערינען!
     און אַלײן טראַכט איך מיר: אַ קשיא, װאָס מיט אַ מענטשן קאָן
זיך טרעפֿן אונטערװעגנס? „דו באַדאַרפֿסט, זאָג איך צו איר, מײַן
װײַכ, תּמיד אױסלײגן צום ערגסטן!“ — ער איז, מאַכט זי, פֿון אַזאַ
משפּחה; די מאַמע זײַנע, זאָגט זי, זאָל זײַן אַ מליץ־יושרטע, איז ניט
לאַנג געשטאָרבן נאָך גאָר אַ יוגנט, און דרײַ שװעסטערס, זאָגט זי,
האָט ער געהאַט, זאָלן זײַן װײַט אָפּגעשײדט פֿון מיר, איז אײנע נאָך
מײדלװײַז געשטאָרבן. די אַנדערע האָט דװקא, זאָגט זי, חתונה 
געהאַט, געכאַפּט אַ פֿאַרקילונג אין באָד און איז געשטאָרבן. און די 
דריטע, זאָגט זי, איז תּיכּף נאָכן ערשטן קימפּעט אַראָפּ פֿונעם זינען, זיך
געמוטשעט, געמוטשעט און געשטאָרבן... „געשטאָרבן זאָל לעבן, זאָג
איך, גאָלדע, מיר װעלן אַלע, זאָג איך, שטאַרבן; אַ מענטש, זאָג איך,
איז געגליכן צו אַ סטאָליער: אַ סטאָליער לעבט און לעבט און
שטאַרבט, און אַ מענטש לעבט און שטאַרבט.
                                        
     בקיצור, עס איז בײַ אונדז געבליבן, אַז איך פֿאָר זיך דורך קײן
    

— 37 (פֿאָלקשטײגער צו בײנן יידישע װערטער נאָכן העברעיִשן דיקדוק) 
פֿערדפֿערדלען פֿערדלו 
— 38 שפּרינגפֿעדערס, שפּרוזשינעס אין אַ װעגעלע. 
— 39 ני▮ט ברענגען קײן שלעכטס פֿאָרן מױל (בײם שטl)



60

יעחופּעץ. סחורה אַ ביסל האָט זיך דערװײַלע אין דער צײַט 
צונױפֿגעקליבן. ס'איז געװאָרן אַ היפּש קרעמל פֿךן קעז און פֿון פּוטער און
פֿון סמעטענע, פּרימאַ 40 סחורה. מײַנער האָט אײַנגעשפּאַנט דאָס
פֿערד־און־װעגעלע און — ױסעו מסוכות 41, מאַכט רשי: מאַרש קײן
יעהופּעץ. פֿאָרנדיק אַזױ, מרה־שחורהדיק געװײנטלעך, מיט אַ ביטער
האַרץ, װי איר קאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אײנער אַלײן אין װאַלד, גײט
מיר דורך דער כּוח־הדם 42 און עס שטעלן זיך מיר פֿאָר אַלערלײ
מחשבֿות און געדאַנקען. „עס װעט זײַן שײן, טראַכט איך מיר, אַז
איך קום צו פֿאָרן און הײב־אָן נאָכפֿרעגן אױף מײַן פּאַרשױן, זאָגט
מען מיר: מנחם־מענדל? טע־טע־טע! שטאַרק אין די פֿעדערן, 
סמאַליעט אַ װעלט, אַן אײגענעם מאָװער 43, פֿאָרט אין קאַרעטעס, גאָר ניט
צו דערקענען! איך נעם מיך אָן, טראַכט איך מיר, מיט האַרץ און לאָז
מיך צו אים גלײַך אין שטוב אַרײַן.
     טפּררו! — מאַכט מען צו מיר בײַ דער טיר נאָך און מע גיט
מיר מיטן עלנבױגן אין האַרצן אַרײַן — שטופּט זיך ניט אַזױ, 
פֿעטער! דאָ שטופּט מען זיך ניט.
     — איך בין — זאָג איך — אַן אײגענער, טאַקע מײַן װײַבס אַ
גליד־גליד־געשװעסטערקינד.
    — מזל־טובֿ אײַך! — זאָגט מען מיר — שטאַרק אָנגעלײגט▮
פֿון דעסט װעגן — זאָגן זײ — מעגט איר, נישקשה, צוּװאַרטן אַ ביסל
אָט אָ דאָ בײַ דער טיר, עס װעט אײַך, חלילה, גאָר ניט שאַטן...
     איך שטױס מיך אָן, אַז מע באַדאַרף עפּעס געבן. װי זאָגט איר?
עולים ױורדים 44 — אַז מע שמירט, פֿאָרט מען. און לאָז מיך גלײַך
אַרױף צו אים אַלײן.
    — גוט מאָרגן אײַך — זאָג איך צו אים — ר, מנחם־מענדל!
     װער? װאָס? אין אומר ויִן דבֿרים 45 — ער דערקענט מיך גאָר ניט!
    

— 40 (לאַטײַן) ערשטקלאַסיק. 
— 41 טביה זעט כּסדר די ייִדן אין מדבר... —־
— 42 כּוח הדמיון, פֿאַנטאַזיע. 
— 43 (פּראָװ,) מױער, הױז. 
— 44 / בראשית כ“ח, יב/ אָט רײַך, אָט אָ יורד. 
— 45 /תּהילים י“ט, ד/ ניט זאָגן, ניט רײדן.



61

— װאָס דאַרפֿט איר? — מאַכט ער צו מיר.
     איך פֿאַל שיִער חלשות.
     — װאָס הײסט — זאָג איך — פּאַני, איר דערקענט שױן ניט,
זאָג איך, קײן קרובֿ? טבֿיה הײס איך.
     — אַ? — מאַכט ער — טבֿיה? עפּעס קענטלעך דער נאָמען...
     — קענטלעך? — מאַך איך צו אים — אפֿשר איז אײַך 
קענטלעך — זאָג איך — מײַן װײַבס בלינצעס, דערמאָנט זיך נאָר
אָקערשט, מיט אירע קנישעס, צרות▮קנײדלעך, װערטוטן?...
     און צוריק פֿליט מיר דורך אַ געדאַנק פּונקט קאַפּױר: איך 
קוםאַרײַן צו מנחם־מענדלען, טראָגט ער מיר אַקעגן דעם ברײטן שלום
עליכם.
     — אַ גאַסט! אַ גאַסט! זיצט, ר, טבֿיה, װאָס מאַכט איר עפּעס,
װאָס מאַכט אײַער װײַב? איך קוק שױן אַרױס אױף אײַך. איך װיל
מיך מיט אײַך צערעכענען.
     — און ער נעמט און שיט מיר אָן אַ פֿול היטל מיט האַלבע
פּריאַלן.
     — דאָס — זאָגט ער — איז דאָס פֿאַרדינסט און דאָס קרן —
זאָגט ער — בלײַבט שטײן; װיפֿל מיר װעלן פֿאַרדינען, װעלן מיר
זיך צעטײלן אױף דער האַלב, גלײַך אױף גלײַך. חלק כּחלק, חצי שלי
וחצי שלך, מיר הונדערט, אײַך הונדערט, מיר צװײ הונדערט, אײַך
צװײ הונדערט, מיר דרײַ הונדערט, אײַך דרײַ הונדערט, מיר פֿיר
הונדערט, אײַך פֿיר הונדערט... אין געדאַנקען כאַפּ איך אַ דרימל און
זע נישט, װי מײַן בחור שלאָגט זיך דערװײַל אַראָפּ פֿונעם שליאַך ▮4
אין אַ זײַט, פֿאַרטשעפּעט דאָס װעגעלע בײַ אַ בױם און עס דערלאַנגט
מיר אַ זעץ פֿון הינטן, עס פֿליִען אַזש פֿונקען פֿון די אױגן. „גם זו
לטובֿה, זאָג איך צו מיר אַלײן, דאַנקען גאָט, װאָס כאָטש ניט 
צעבראָכן קײן אַקס...“
    בקיצור, געקומען קײן יעהופּעץ און קודם־כּל אָפּגעזעצט דאָס
ביסל מילכיקס גיך און געשװינד, װי געװײנטלעך, לאָז איך מיך זוכן
                                                                      

— 46 ברײטער װעג, שאָסי▮



62 

דעם נפֿש מײַנעם. איך דרײ מיך אַרום אַ שעה, און צװײ, און דרײַ,
והילד איננו — איך זע אים נישט! איך הײב־אָן אָפּשטעלן מענטשן,
נאָכפֿרעגן: „צי האָט איר ניט געהערט, צי האָט איר ניט געזען 
אײנעם אַ ייִדן, װאָס הײסט מיט זײַן ליבן נאָמען מנחם־מענדל?“
    — אױב — זאָגן זײ — ער הײסט מנחם־מענדל, מעג מען עסן
פֿון זײַן פֿענדל... נאָר דאָס אַלײן אין קאַרג ▮ זאָגן זײ — 
מנחםמענדלס זײַנען דאָ אַ סך אױף דער װעלט.
    — איר מײנט מסתּמא — זאָג איך — זײַן פֿאַרמעלי 47? לאָז מיך
אַזױ װיסן בײז — זאָג איך — מיט אײַך אין אײנעם, אַז בסך־הכּל —
זאָג איך — אױב איר װילט װיסן, רופֿט מען אים אין דער הײם, אין
קאַסרילעװקע, הײסט דאָס, גאָר אױף זײַן שװיגערס נאָמען, 
מנחםמענדל לאה־דװאָסיס. נאָר װאָס דאַרפֿט איר מער? — זאָג איך — זײַן
שװער איז שױן גאָר אַ באַטאָגטער 48 ייִד, הײסט ער אױך אױף איר
נאָמען, ברוך־הערש לאת־דװאָסיס. און אַפֿילו זי אַלײן, לאה־דװאָסי
מײן איך, הײסט אױך לאה־דװאָסי ברוך־הערש לאה־דװאָסיס. הײַנט
פֿאַרשטײט איר שױן?
    — פֿאַרשטײן פֿאַרשטײען מיר — זאָגן זײ — נאָר דאָס איז נאָך
אַלץ נישט גענוג. װאָס איז זײַן געשעפֿט? — זאָגן זײ — מיט װאָס
פֿאַרנעמט ער זיך אײַער מנחם־מענדל?
    — מיט װאָס ער פֿאַרנעמט זיך? — זאָג איך — ער האַנדלט דאָ
מיט האַלבע פּריאַלן — זאָג איך — עפּעס בעס־מת 49, פּאָטיװילעװ,
קלאַפּט — זאָג איך — דיפּעשן ערגעץ אַהין, קײן פּעטערבורג, קײן
װאַרשע...
    — אַ?! — מאַכן זײ צו מיר און קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער. —
מײנט איר ניט אָט יענעם מנחם־מענדל, װאָס האַנדלט מיט יקנה“ז?
גײט, זײַט מוחל, אַריבער — זאָגן זײ — אַהינצו, אױף יענער זײַט.
דאָרט לױפֿן־אַרום האָזן אַ סך, און אײַערער אױך בתוכם...
    
— 47 /אוקראַ▮ניש/ פּערסאָנאַליע, פֿרטים װעגן אַ מענטשן, פֿאָרמעל. 
— 48 (פֿון
העברעוש▮ בא בימים) אַ באַיאָרטער, עלטערער מענטש. 
— 49 מאַכנדיק אַ גראַם
צום װאָרט בעס (אַראָפּ, געפֿאַלן), באַקומט זיך חוזק, װי בעט־מת.



63

     — מער מע לעבט, מער עסט מען — טראַכט איך מיר — נאַ
דיר גאָר האָזן?! יקנה“ז!
     איך גײ־אַריבער אַהין, אױף יענעם טרעטאַר 50 — ייִדן, קײן 
עיןהרע, װי אױף אַ יאַריד. ס'איז אַן ענגשאַפֿט, קױם װאָס איך שטופּ
מיך דורך; מע לױפֿט װי משוגעים, דער אַהין, דער אַהער, אײנער 
איבערן אַנדערן. ס'איז אַן עולם התּוהו. מע רעדט, מע שרײַט, מע מאַכט
מיט די הענט: פּאָטיװילעװ... פֿעסט, פֿעסט!... געכאַפּט בײַם װאָרט...
אַרײַנגערוקט אַן אַדערױף... װעט זיך קראַצן... מיר קומט 
קאַרטאַזש 51... ביסט אַ גרױסער פּאַרך... אָט צעשפּאַלט מען דיר דעם
קאָפּ... שפּײַ אים אָן אין פּנים... זע נאָר, געקױלעט די קאַפּאָטע... אַ
שײנער שפּעגעלאַנט... אָנזעצער!... משרת!... אין טאַטנס טאַטן!... עס
האַלט כּמעט בײַ פּעטש.▮“ױבֿרח יעקבֿ, מאַך איך צו מיר אַלײן, 
אַנטלױף, טבֿיה, אָט כאַפּסט דו אַ פּאַטש! נו, נו, קלער איך מיר, גאָט איז
אַ פֿאָטער, שמואל־שמעלקי איז זײַן דינער, יעהופּעץ איז אַ שטאָט
און מנחם־מענדל איז אַ פֿאַרדינער! אָט אַ דאָ אָ, טראַכט איך — כאַפּט
מען גליקן, האַלבע פּריאַלן? אָט אַ דאָס אָ הײסט בײַ זײ מע מאַכט
געשעפֿטן7 אַז אָך און װײ איז דיר, טבֿיה, מיט דײַנע מסחרים▮“
                                                                    
     
בקיצור, איך שטעל מיך אָפּ נעבן אַ גרױס פֿענצטער מיט 
אַרױסגעשטעלטע הױזן אַ סך און דערזע דורך דעם אָפּשײַן פֿונעם גלאָז
מײַן שמעיה בעל־פּרנסה. עס האָט זיך מיר אָפּגעריסן אין האַרצן, אַז
איך האָב אים דערזען. ס'איז מיר פּרחה־נשמתו 52 געװאָרן! װוּ איך
האָב ערגעץ אַ שׂונא און װוּ איר האָט אַ שׂונא — זאָלן מיר אים 
דערלעבן זען אין אַזאַ הולך, װי מנחם־מענדל: װאָס מיר קאַפּאָטע? װער
מיר שטיװל? און אַ פּנים — טאַטעניו, אַ שענערן לײגט מען אין דער
ערד אַרײַן. — „נו, טבֿיה, כאַשר אָבֿדתּי אָבֿדתּי 53 — ביסט אין דער
ערד, טראַכט איך מיר, מעגסט זיך שױן געזעגענען מיט די עט▮ע
    

— 50 טראָטואַר, זײַטנװעג אין גאַס, פֿאַר פֿוסגײערס. 
— 51 מעקלערײַ, קאָמיסיאָן. 
— 52 /מדרש בײַ מתl־תּורה/ ס'איז בײַ אים אַרױסגעפֿלױגן די נשמה. —
— 53 /מגילת אסתּר ד,, טז/ אַלץ אײנס בין איך אַ פֿאַרלױרענער.



64

גראָשנס, עס איז שױן, װי זאָגט איר: לא דובים ולא יער 54 — נישט
קײן סחורה, ניט קײן געלט, נאָר גלאַט אַזױ צרותּ“...
      ער פֿון זײַן זײַט איז, אַ פּנים, אױך שטאַרק מבֿולבל געװאָרן,
מחמת מיר זײַנען בײדע געבליבן שטײן װי צוגעקאָװעט, נישט 
אױסצורײדן קיץ װאָרט אַפֿילו, און נאָר געקוקט און געקוקט װי די האָנען
זיך גלײַך אין די אױגן אַרײַן, װי אײנער רעדט: פֿאַרװיסט און 
פֿאַרפֿינצטערט זײַנען מיר בײדע געװאָרן, מיר מעגן בײדע נעמען טאָר▮
בעס און גײן איבער די הײַזער!... ר, טבֿיה — מאַכט ער צו מיר
שטיל, קױם װאָס ער רעדט, און די טרערן װאַרגן אים — ר, טבֿיה!
אָן מזל, הערט איר, זאָל מען גאָר, זאָגט ער, ניט געבױרן װערן אױף
דער װעלט! אײדער, זאָגט ער, אַזאַ לעבן... הענגען, זאָגט ער,
גנאָטעװען 55... און מער קאָן ער קײן װאָרט ניט רײדן. „אַװדאי,
מ▮ איך צו אים, ביסטו װערט, מנהם־מענדל, פֿאַר אַזאַ מעשׂה, מע
▮ל דיך אַנידערלײגן אָט אַ דאָ, זאָג איך, אין מיטן יעהופּעץ, און ברכוש
גדול דיר אַרײַנצימבלען אַזױ פֿיל, אַז דו זאָלסט דיך דערזען מיט דער
באַבע צײטל פֿון יענער װעלט. באַרעכן, זאָג איך, דו אַלײן, װאָס
האָסטו געטאָן? האָסט גענומען, זאָג איך, אַ גאַנצע שטוב מיט 
לעבעדיקע נפֿשות, צער־בעלי־חײם נעבעך, גאָט די נשמה שולדיק, און
האָסט זײ איבערגעקױלעט דעם האַלדז אָן אַ מעסער! גװאַלד, זאָג איך,
מיט װאָס װעל איך קומען אַצינדערט אַהײם צו מײַן װײַב און 
קינדער? אַדרבא, זאָג שױן דו אַלײן, קױלער אײנער, גזלן, רוצח!“
— אמת — מאַכט ער צו מיר, אָנגעשפּאַרט ןיך צו דער װאַנט —
אמתּ, ר, טבֿיה, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן... „דער גיהנום, זאָג איך,
נאַר אײנער, דער גיהנום איז דאָך קאַרג פֿון דײַנעט װעגן!“ — אמתּ,
זאָגט ער, ר, טבֿיה, אמת, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן! אײדער אַזאַ
לעבן, זאָגט ער, אײדער אַזאַ לעבן, ר, טבֿיה... און לאָזט־אַראָפּ דעם
קאָפּ.
     איך שטײ און באַטראַכט אים, דעם שלימזל, װי ער שטײט אַזױ
                                                                               
     
— 54 /מלכים ב, ב,, כד, נאָכן מדרש/ נישט קײן בער און נישט קײן װאַלד
(ס'הײבט זיר נישט אָן). 
— 55 (רוסיש) פֿון קנוט, נאַגײקע, קאַנטשיק.



65
 
דעם קאָפּ אַראָפּ, צוגעשפּאַרט צו דער      , דאָס היטל אױף אַ זײַט,
יעדער זיפֿץ און יעדער קרעכץ — עס רײַסט▮אױס אַ שטיק האַרץ.
„טאַ, זאָג איך, אַז מע װיל שמועסן דאָס אײגענע װידער צוריק, פֿאַו▮־
שטײט מען גאַנץ גוט, דו ביסט אפֿשר אין דעם אױך גאָט די נשמה
שולדיק! װאָרעם לאָמיר באַרעכענען די זאַך אַרום און אַרום מיט אַ
ממה־נפֿשך: איך זאָל קלערן, זאָג איך, אַז דײַן שלעכטיקײט האָט דאָס
געטאָן, איז דאָך עס נאַריש. ביסט דאָך געװען, זאָג איך, אַ שותּף גלײַך
מיט מיר, אַ מחצה־שׂכרניק 6▮. איך האָב אַרײַנגעלײגט געלט, דו האָסט
געגעבן שׂכל, אַז אָך און װײ איז מיר! דײַן מײן איז אַװדאי געװען,
װי זאָגט ער, לחײַם ולא למװת אײַ, עס האָט זיך אױסגעלאָזט אַ בױ▮
דעם? מסתּמא איז ניט באַשערט. װי זאָגט איר: אַל תתהלל ביום
מחר 57 — אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. למאַי, זאָג איך, נאַרעלע,
אָט האָסטו מײַן מסחר, איז, דאַכט זיך, גאָר אַ קאַראַנט געשעפֿט. פֿון
דעסט װעגן, אַז ס'איז באַשערט געװען, ןאַג איך, ניט הײַנט געדאַכט,
פֿאַר אַ יאָרן אָסיען 8▮, עס זאָל זיך בײַ מיר, ניט פֿאַר דיר געדאַכט,
אַנידערלײגן אַ בהמה, אַ מציאה געװען אױף טריפֿהס אַ פֿופֿציקער,
און טאַקע באַלד נאָך איר אַ טעלעצע 9▮ אַ רױטע, קײן צװאַנציק 
קערבלעך װאָלט איך פֿאַר איר ניט גענומען — נו, האָבן דען עפֿעס גע▮
האָלפֿן דערבײַ חכמות? אַז סע גײט ניט, זאָג איך, מאַכט קמץ־בית —
מע! איך װיל דיך גאָר ניט פֿרעגן, זאָג איך, װוּ איז מײַן געלט▮ איר
פֿאַרשטײ שױן אַלײן, װו מײַן געלט שטעקט, מײַן בלוטיק געלט; װײ
און װינד איז מיר! ס'איז אַרײַן אין אַ מקום קדושה, זאָג איך, ערגעץ
אין אַ יקנה“זל, אין אַ נעכטיקן טאָג.. און װער איז שרלדיק, װען ניט
איך אַלײן, װאָס האָב מיך געלאָזט אײַנרײדן גרינגע פֿײגעלעך, 
שמינדריקעס, שמאָכטעליאַקעס 60? געלט, ברודער, באַדאַרף מען, זאָג
איך, פֿאַרהאָרעװען, פֿאַרשװאַרצט און אױסגעריסן װערן! פֿעטש, זאָג
איך, ביסטו, טבֿיה, װערט, פּעטש װי האָלץ!! נאָר װאָס העלפֿט א▮▮▮
    
— 56 דער װאָס קריגט אַ העלפֿט פֿון פֿאַרדינסט. 
— 57 /משלי כ,,ז, א/ באַרים
זיך נישט מיטן מאָרגנדיקן טאָג! ־
— 58 (רוסיש) האַרבסט. 
— 59 קעלבל. —
— 60 פּוצזאַכן װאָס האָבן קײן װערט נישט.



66

טער מײַן געשרײ? װי אין פּסוק שטײט געשריבן: צעקה הנערה 61 —
שרײַ צעזעצטערהײט! שׂכל און חרטה — די בײדע זאַכן קומען תּמיד
צו שפּעט. ניט באַשערט, זאָג איך, טבֿיה זאָל זײַן אַ נגיד. װי זאָגט
איװאַן: נע בולאָ או מעקיטע הראָשע אי נע בודע 62. מסתּמא, זאָג איך,
הײסט גאָט אַזױ. ה, נתּן וה, לקח, מאַכט רשי — קום, ברודער, װעלן
מיר נעמען, זאָג איך, צו ביסלעך בראָנפֿן!“...
                                    ▮
     אָט אַזױ, פּאַ▮י שלום עליכם, האָט זיך אױסגעלאָזט פֿון אַלע 
מײַנע חלומותּ אַ בױדעם! און איר מײנט אפֿשר, אַז איך האָב מיר אַזױ
שטאַרק גענומען צום האַרצן, װאָס איך האָב פֿאַרלױרן מײַן געלט?
לאָם איך אַזױ רײן זײַן פֿון שלעכטס! מיר װײסן דאָך יאָ װאָס אין
פּסוק שטײט: לי הכּסןי ולי הזהבֿ 63 — געלט איז בלאָטע! דער עיקר
איז דער מענטש, דאָס הײסט, אַז דער מענטש איז אַ מענטש. נאָר
װאָס זשע דען האָט מיך געקרענקט? דער חלום װאָס ער איז 
אַװעקגעגאַנגען. עס האָט זיך מיר געװאָלט, אױ האָט זיך געװאָלט, זײַן אַ
נגיד, כאָטש אױף אַ װײַלע! נאָר עס העלפֿט דען דערבײַ חכמות? װי
זאָגט דער פּרק: בעל כרחך אַתּה חי 64 — מיט גװאַלד לעבסטו און מיט
גװאַלד צערײַסטו אַ פּאָר שטיװל. דו, טבֿיה, זאָגט גאָט, באַדאַרפֿסט אין
זינען האָבן קעז און פּוטער, נישט קײן חלומותּ. אײַ, װאָס? בטחון?
האָפֿענונג? אַדרבא, װאָס מער צרות מער בטחון, װאָס מער קבצן מער
האָפֿענונג. והראַיה?... נאָר מיר דאַכט, איך האָב מיך הײַנט אַ ביסל
פֿאַררעדט; צײַט פֿאָרן, קלערן מכּוח געשעפֿט, װי זאָגט איר, כּל האָדם
כוזבֿ 65 — איטלעכער האָט זיך זײַנע מכּותּ. זײַט מיר געזונט און האָט
אַ גוטן תּמיד!
    


— 61 /דבֿרים כ“ב, כז/ דאָס מײדל האָט געשריִען... (אין פֿעלד, אין װאַלד). —
— 62 נישט געװען בײַ מעקיטען קײן געלט און ס'װעט ניט זײן, (אוקר, װערטל) —
— 63 /חגי ב', ח/ מיר געהערט דאָס זילבער און מיר געהערט דאָס גאָלד
(זאָגט גאָט). 
— 64 /פּרקי אָבֿות ד,, ט/ קעגן דײן װילן לעבסטו. 
— 65 /תהיליס קט“ז, יא/ יעדער מענטש זאָגט ליגן.


------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

67
 
 
                   
הײַנטיקע קינדער
                                                      

געשריבן אין יאָר 1899
     

—אַקעגן דעם װאָס איר זאָגט: הײַנטיקע קינדער. בנים גדלתּי
ורוממתּי 1 — גײ, האָב זײ, װער פֿאַרשװאַרצט, זײַ זיך מפֿקיר פֿון
זײערט װעגן, האָרעװע טאָג װי נאַכט! װאָס איז? מע מײנט, טאָמער
אַזױ און אפֿשר אַזױ. איטלעכער נאָך זײַן השׂגה און נאָך זײַן פֿאַרמעגן.
צו בראָצקין, געװײנטלעך, װעל איך ניט אָנשלאָגן. נאָר איך זאָל מיך
שױן אין גאַנצן אַראָפּלאָזן — בין איך אױך ניט מחױבֿ. װאָרעם אַלײן
בין איך אױך ניט אַבי װער, כ'לעבן. און אַרױסקומען קומען מיר
אַרױס, װי מײַן װײַב, זאָל לעבן, זאָגט, אױך נישט פֿון קײן שנײַדערס
און ניט פֿון קײן שוסטערס. האָב איך גערעכנט, אַז איך װעל מיט 
מײנע טעכטער געװיס אױסשפּילן. פֿאַר װאָס? ערשטנס, האָט מיך גאָט
געבענטשט מיט שײנע טעכטער, און אַ שײן פּנים, זאָגט איר דאָך
אַלײן, איז אַ האַלבער נדן. והשניתּ, בין איך דאָך עפּעס הײַנט, מיט
גאָטס הילף, ניט דער טבֿיה װאָס אַמאָל. קאָן איך דאָך שױן גרײכן
צום שענסטן שידוך אַפֿילו אין יעהופּעץ — האַ, װי זאָגט איר? איז
דאָך אָבער פֿאַראַן אַ גאָט אױף דער װעלט, אַן אַל רחום וחנון, װאָס
באַװײַזט זײַנע גרױסע װונדער און מאַכט מיט מיר זומער און װינטער,
אַרױף און אַראָפּ. מאַכט ער צו מיר.
                                      
     
— טבֿיה, רײד זיך נישט אײַן קײן נאַרישקײטן און לאָז זיך די
װעלט פֿירן װי זי פֿירט זיך!..
    

— 1 / ישעיה א,, ב / קינדער האָב איך דערצױגן און דערהױבן.



68
     
הערט, װאָס עס קאָן זיך פֿאַרלױפֿן אױף דער גרױסער װעלט.
און בײַ װעמען טרעפֿן זיך אַלע גליקן? בײַ טבֿיה שלימזל.
     בקיצור, צו װאָס זאָל איך אײַך מאַריך זײַן? איר געדענקט דאָך מן
הסתּם װאָס מיך האָט געטראָפֿן, ניט הײַנט געדאַכט, די מעשׂה מיטן
קרובֿ מײַנעם, מנחם־מענדל, ימח שמו וזכרו, װי שײן מיר האָבן זיך
אױסגעהאַנדלט אין יעהופּעץ, מיט די האַלבע פּריאַלן און מיט די
פּאָטאָװילעװער אַקציעס, אַזאַ יאָר אױף מײַנע שׂונאים! איך האָב
דענסטמאָל אײַנגעלײגט די װעלט, װײ איז מיר! געמײנט, ס'איז אַן עק,
אױס טבֿיה און אױס מילכיקס! „נאַר אײנער! — זאָגט צו מיר אײן
מאָל די אַלטע מײַנע — גענוג צו זײַן פֿאַרזאָרגט, דו װעסט דערמיט
גאָר ניט מאַכן! דו װעסט זיך נאָר אַפֿעסן דאָס האַרץ, און גענוג. 
עלעהײ גזלנים זײַנען אױף אונדז אָנגעפֿאַלן און צוגענומען... דו גײ זיך
בעסער דורך, זאָגט זי, קײן אַנאַטעװקע, צו לײזער־װאָלף דעם קצבֿ.
ער באַדאַרף דיך, זאָגט ער, נײטיק האָבן“.
     — װאָס איז דאָרטן? װאָס באַדאַרף ער מיך אַזױ נײטיק? אױב
ער מײנט, זאָג איך, די מאורע בהמה אונדזערע, מעג ער נעמען אַ
שטעקן און אַרױסשלאָגן זיך פֿונעם קאָפּ. — „װאָס איז אַזױנס? —
מאַכט זי צו מיר — די מילך, װאָס מע האָט זיך אָן פֿון איר, מיטן
קעז און פֿוטער?“ — נישט צוליב דעם, זאָג איך, נאָר גלאַט אַזױ;
ערשטנס, איז פּשוט אַן עבֿירה אַזעלכעס אַװעקצוגעבן אױף דער
שחיטה, אַ צער־בעלי־הײם. בײַ אונדז שטײט געשריבן אין דער 
הײליקער תּורה...
     — אַבער גענוג דיר שױן, טבֿיה! די גאַנצע װעלט, זאָגט זי,
װײסט, אַז דו ביסט אַ ייִד פֿון תּורה. פֿאָלג מיך, אַ װײַב, גײ זיך דורך
צו לײזער־װאָלפֿן. אַלע דאָנערשטיק, זאָגט זי, װען אונדזער צײטל
קומט אין יאַטקע אַרײַן נאָך פֿלײש, לאָזט ער זי נישט לעבן.
     — זאָלסט זאָגן — זאָגט ער — דעם טאַטן, ער זאָל קוב ען צו
גײן, איך באַדאָוף אים נײטיק האָבן...
     בקיצור, מע באַדאַרף פֿאָלגן אַ מאָל, װי זאָגט איר, אַ װײַב אױך.
בין איך זיך מײשבֿ און לאָז מיך אײַנרײדן, און קום צו גײן צו 



69

װאָלפֿן קײן אַנאַטעװקע, אַ װערסט דרײַ פֿון אונדז, און טרעף אים
נישט מסתּמא אין דער הײם.
    — װוּ איז ער ערגעץ? — טו איך אַ פֿרעג אַ קאַרנאָסע 2 ייִדענע,
װאָס דרײט זיך אַרום אין שטוב.
     — אין פּראָיעקט! — מאַכט די קאַרנאָסע — מע קױלעט אַן
אָקס פֿון גאַנץ פֿרי אָן. ער באַדאַרף באַלד אָנקומען...
     איך דרײ מיך אַרום אײנער אַלײן אין שטוב און הײב־אָן ▮ו 
באַטראַכטן לײזער־װאָלפֿס באַלעבאַטישקײט — קײן עין־הרע, אַ גוטס
אױף אַלע מײַנע ליבע: אַ שאַפֿע מיט קופֿער, מע װעט זי נישט אױס
קױפֿן מיט קײן ק“ן קערבלעך; אַ סאַמאָװאַר אַרן נאָך אַ סאַמאָװאַר,
און אַ טאַץ אַ מעשענע, און נאָך אײנע אַ װאַרשעװער; און לײַכטערס אַ
פּאָר זילבערנע; און כּוסות מיט כוסהלעך געגילדטע; און אַ 
חנוכהלעמפּל אַ געגאָסנס; און נאָך זאַכן, שמאָכטעליאַקעס אָן אַן עק. רבונו
של עולם! — טראַכט איך מיר — װי דערלעב איך אַזאַ גוטס בײַ 
מײַנע קינדער, זאָלן געזונט זײַן!... אַזאַ בר־מזל װי דער קצבֿ איז! גענוג,
װאָס ער איז אַזױ רײַך, באַדאַרף ער האָבן זײַן אײגנס אין גאַנצן צװײ
קינדער, שױן אױסגעגעבענע, און נאָך בלײַבן אַן אַלמן אױך דערצו!...
     בקיצור, גאָט האָט געהאָלפֿן, עס עפֿנט זיך די טיר און עס 
קומטאַרײַן לײזער־װאָלף אין כּעס, מלא רציחה אױפֿן שוחט. ער האָט אים
גאָר אומגליקלעך געמאַכט. פֿאַרשניטן אַן אָקס, אַ דעמב די גרױס.
פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן! איבער אַ קלײניקײט אים טריפֿה געמאַכט,
געפֿונען אַ סירכהלע 3 אױף דער לונג, װי אַ שפּילקע־קעפּל די גרױס
אײַנגעזונקען זאָל ער װערן!
     — גאָט העלף, ר, טבֿיה! — מאַכט ער צו מיר — װאָס איז די
מעשׂה, װאָס מע קאָן אײַך גאָר נישט דעררופֿן זיך? װאָס מאַכט אַ
ייִד? — װאָס זאָלן מיר מאַכן? — זאָג איך — מע מאַכט און מע
מאַכט און מע האַלט — זאָג איך — נאָך אַלץ פֿון פֿאָרנט, װי אין
    

— 2 מיט אַ נעזל, פֿאַרדרײט, װי בײַ אַ הון. 
— 3 פֿעלער (בײַ בהמות, עופֿרת)▮
                                 

70 

פּסוק שטײט: לא םעוקצך ולא םדובֿשך 4 — נישט קײן געלט, נישט
קײן געזונט, נישט קײן לײַב און לעבן.
    — איר זינדיקט, ר, טבֿיה, — מאַכט ער צו מיר — װעדליק אײַך
איז געװען אַמאָל, ניט הײַנט געדאַכט, זענט איר דאָך איצט, קײן 
עיןהרע, אַ גבֿיר.
     — װאָס מיר פֿעלט — זאָג איך — צו דעם, װאָס איר מײנט,
מעגן מיר דאָס בײדע פֿאַרמאָגן... נאָר גאָר נישט, דאַנקען גאָט 
דערפֿאַר. ס'איז פֿאַראַן, זאָג איך, אַ גמרא: אַםכקורדא דםםקנתּא דקרנוסא
רםםכ▮נא 5...
     און אין האַרצן טראַכט איך מיר: זאָלסט אַזױ זײַן מיט דער נאָז,
קצבֿניאַק, װי ס'איז גאָר פֿאַראַן אַזאַ גמרא אױף דער װעלט... „איר
זענט — מאַכט ער צו מיר — תּמיד דאָ מיט דער גמרא. גוט איז
אײַך, ר, טבֿיה, אַז איר קענט אין די קלײנע אותיות. נאָר צו װאָס
ניצן עס — זאָגט ער — חכמות, לומדערײַען 6? לאָמיר בעסער שמועסן
מכּוח אונדזער געשעפֿט. זיצט, ר, טבֿיה! — מאַכט ער צו מיר און
טוט אַ געשרײ — לאָז זײַן טײ“
                                  


     און עס װאַקסט־אױס װי פֿון אונטער דער ערד די קאַרנאָסע
ייִדענע, כאַפּט דעם סאַמאָװאַר, װי דער רוח דעם מלמד, און אַװעק
אין קיך אַרײַן. „אַצינד, מאַכט ער צו מיר, אַז מיר זײַנען דאָ אַלײן,
אונטער פֿיר אױגן, קאָנען מיר שמועסן עסק. די מעשׂה, זאָגט ער,
דערפֿון איז אַזױ: איך האָב שױן מיט אײַך, ר, טבֿיה, לאַנג געװאָלט
רײדן. איך האָב צו אײַך באַפֿױלן דורך אײַער טאָכטער, װיפֿל מאָל
געבעטן איר זאָלט זיך מטריח זײַן; פֿאַרשטײט איר מיך, איך האָב
געװאָרפֿן אַן אױג “

     — איך װײס — זאָג איך — אַז איר האָט געװאָרפֿן אַן אױג,
נאָר ס'איז אומזיסט — זאָג איך — אײַער טירחה, עס װעט נישט גײן,
ר, לײזער־װאָלף, עס װעט נישט גײן.
    

— 4 /מדרש בלק, פֿרשה ב,/ נישט פֿון דײן שטאָך, נישט פֿון דײן האָניק. —
— 5 ▮▮ױטגעטראַכט, אױף חוזק מאַכן, אין אַראַמישן סטיל; אַזאַ גמרא איז אָבער
נישטאָ).
— 6 (אָנגעבלאָזן) פֿון לומדות — לומדערײ.



71
     
— פֿאַר װאָס עפּעס? — מאַכט ער צו מיר און קוקט אױף מיר
װי דערשראָקן.
     — פֿאַר שבתּ... — זאָג איך — איך קאָן באַשטײן, עס זאָל נאָך
געדױערן אַ ביסל, דער טײַך ברענט ניט.
     — למאַי — זאָגט ער — זאָלט איר װאַרטן, אַז איר קאָנט 
אױספֿירן באַלד?
     — דאָס — זאָג איך — איז אײן מאָל אַװעק; און והשנית —
זאָג איך — איז גלאַט אַ רחמנותּ, אַ צער־בעלי־חײם.
     — קוק אים אָן װי ער מאַכט אָנשטעלן! — זאָגט לײזער־װאָלף
מיט אַ געלעכטערל — עמעצער זאָל זײַן דערבײַ, װאָלט ער געמעגט
שװערן, אַז זי איז בײַ אײַך אײן־און־אײנציקע! מיר דאַכט, איר האָט
זײ אָן עין־הרע גענוג, ר, טבֿיה!...
     לאָזן זײ זיך שױן האַלטן — זאָג איך — װער ס'איז מיך מקנא,
דער לאָז אַלײן נישט האָבן...
     — מקנא? װער — זאָגט ער — רעדט פֿון מקנא? אַדרבה, —
זאָגט ער — װײַל זײ זײַנען בײַ אײַך אָן עין־הרע געראָטענע, דערפֿאַר
װיל איך טאַקע, איר פֿאַרשטײט צי נײן? פֿאַרגעסט נאָר נישט, ר,
טבֿיה, װאָס אײַך קען דערפֿון אַרױסקומען!
    — אַװדאי, אַװדאי — זאָג איך — פֿון אײַערע טובֿות, ר, 
לײזערװאָלף, קאָן טאַקע האַרט װערן דער קאָפּ; װינטער אַ שטיקל אײַז,
דאָס װײסן מיר שױן לאַנג — זאָג איך — נאָך פֿון אַמאָל...
    — ע! — מאַכט ער צו מיר זיס־צוקערדיק — װאָס גלײַכט איר
ר, טבֿיה, פֿון אַמאָל ביז הײַנט? אַםאָל איז געװען עפּעס אַנדערש, און
ה▮נט איז װידער אַנדערש; עפּעס װערן מיר דאָך שטיקלעך מחותּנים,
האַ?    
    — װאָס פֿאַר אַ מחותּנימשאַפֿט? — זאָג איך.
    — געװײנטלעך — זאָגט ער — מחותּנים!
    — װאָס מײנט איר — זאָג איך צו אים — ר, לײזער־װאָלף, פֿון
װאָס רײדן מיר?



72  

— אַדרבא — זאָגט ער — זאָגט שױן איר, ר, טבֿיה, פֿון װאָס
רײדן מיר?
    — װאָס הײסט — זאָג איך — מיר רײדן דאָך פֿון דער מאורע
בהמה מײַנע, װאָס איר װילט בײַ מיר קױפֿן!
    — כאַ־כאַ־כאַ! — מאַכט ער און װערט צעגאָסן פֿאַר געלעכטער
— ס'איז נישקשה פֿון אַ בהמה, און נאָך אַ מאַורע דערצו, כאַ־כאַ־כאַ!
     — װאָס זשע דען האָט איר געמײנט, ר, לײזער־װאָלף? אַדרבה,
זאָגט, װעל איך אױך לאַכן.
     — פֿון אײַער טאָכטער — מאַכט ער צו מיר — פֿון אײַער 
צײטלען רײדן מיר דאָך די גאַנצע צײַט! איר װײסט דאָך, ר, טבֿיה, אַז
איך בין, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, געבליבן אַן אַלמן, האָב איך מיך
מײשבֿ געװען: װאָס באַדאַרף איך זוכן אין דער פֿרעמד דאָס גליק,
נאָך האָבן צי טאָן מיט שדכנים, רוהות און שדים? אַמער, אָט זײַנען
מיר דאָ בײדע אױפֿן אָרט. איך קען אײַך, איר קענט מיך, דאָס קרן
אַלײן איז מיר אױך געפֿעלן. איך זע זי אַלע דאָנערשטיק בײַ מיר
אין יאַטקע. אַ פּאָר מאָל אַ רײד געטאָן מיט איר. װײַזט־אױס, נישקשה,
אַ שטילע. און איך אַלײן בין, קײן עין־הרע, װי איר זעט, אַ שטיקל
באַלעבאָס. ס'איז דאָ אַ שטוב אַן אײגענע, און קלײטלעך אַ פּאָר, און
באַלעבאַטישקײט, װי איר זעט, נישט צו פֿאַרזינדיקן. און אַ ביסל פֿעל
אױפֿן בױדעם אױך. און אַ ביסל געלט אין קאַסטן אױך. װאָס 
באַדאַרפֿן מיר, ר, טבֿיה, די ציגײַנערשע שטיק, בריהן זיך, חכמהן זיך?
אַמער, ▮עמט מען און מע שלאָגט־צו אַ האַנט, אײנס־צװײ־דרײַ?
איר פֿאַרשטײט צי נײן?...
     בקיצור, אַז ער האָט מיר אױסגערעדט אָט אָ דאָס אָ, בין איך
געבליבן זיצן אָן לשון, װי אײנער בשעת מע קומט און מע זאָגט אים
אָן פּלוצעם אַ בשׂורה. לכתּחילה איז מיר אַפֿילו דורכגעפֿלױגן אַ
מחשבֿה: לײזער־װאָלף... צײטל... ער האָט שױן אַזױ קינדער װי זי...
נאָר באַלד האָב איך זיך אַלײן אָפּגעשלאָגן: סטײַטש, אַזאַ גליק! אַזאַ
גליק! עס װעט דאָך איר זײַן גוט, װי די גאַנצע װעלט! אײַ, טאָמער איז
ער נישט אַזאַ צעװאָרפֿענער פּאַרשױן? איז דאָס הײַנטיקע יאָרן, 



73

פֿאַרקערט, די גרעסטע מעלה, װי זאָגט מען: אָדס קרובֿ לעצמו 7 — אַז מען
איז גוט פֿאַר יענעם, איז מען שלעכט פֿאַר זיך. אײן חסרון נאָר, װאָס
ער איז אַ ביסל צו פֿראָסטלעך... נו, מילא, קען דען איטלעכער זײַן אַ
יודע־ספֿר? קאַרג פֿאַראַן נגידים, פֿײַנע מענטשן אין אַנאַטעװקע, אין
מאַזעפֿעװקע און אַפֿילו אין יעהופּעץ, װאָס װײסן נישט קײן צלם
פֿאַר קײן אַלף 8; פֿון דעסטװעגן, אַז ס'איז באַשערט, לאָם 9 איך האָבן
אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ כּבֿוד זיך האָבן אױף דער װעלט, װי אין פּרק
שטײט: אס אין קמח אין תּורה 10, דאָס הײסט, די תּורה ליגט אין
קאַסטן און חכמה — אין קעשענע...
     — נו, ר, טבֿיה — מאַכט ער צו מיר — װאָס שװײַגט איר?
     — װאָס זאָל איך שרײַען — זאָג איך צו אים כּלומרשט, װי איך
קװענקל מיך — דאָס איז, ר, לײזער־װאָלף, פֿאַרשטײט איר מיך, אַזאַ
ענין, װאָס מע באַדאַרף אים גוט באַקלערן אַרום אַרן אַרום. ס'איז
עפּעס נישט קײן קאַטאָװעסל... — זאָג איך — דאָס ערשטע קינד בײַ
מיר!
     — אַדרבה — מאַכט ער — װײַל ס'איז דאָס ערשטע קינד בײַ
                                                                       
אײַך. איר װעט שױן — זאָגט ער — נאָך דעם, אם▮ירצה־השם, 
קאָנען התונה מאַכן די אַנדערע טאָכטעו אױך. און שפּעטער, מיט דער
צײַט, די דריטע. איר פֿאַרשטײט צי נײן?
     — אָמן, גם אַתּם! — זאָג איך — חתונה מאַכן איז קײן קונץ
נישט, דער אײבערשטער זאָל נאָר צושיקן — זאָג איך — איטלעכן
באַזונדער זײַן זיװג...
     — נײן! — מאַכט ער — נישט דאָס מײן איך, ר, טבֿיה. איך מײן
עפּעס אַנדערש גאָר. װאָרעם קײן נדן, ברוך־הש▮▮ פֿאַר אײַער 
צײטלען באַדאַרפֿט איר שױן ניט▮ און אױסקלײדן זי צ▮ דער חתונה, אַלץ
װאָס אַ מײדל באַדאַרף, דאָס נעם איך אױף זיך. און אײַך — זאָגט ער
— װעט מסתּמא דערפֿון אױך עפּעס אַרײַנפֿאַלן אין בײַטל אַרײַן...
    
— 7 /סנהדרין ט'/ אַ מענטש איז נענטער צו זיר אַלײן. 
— 8 /פֿאָלקלאָר/
קענען נישט קײן צורת־אות, פֿאַרבײַטן אײנס אױף ס'אַנדערע. 
— 9 לאָמיר. ——
— 10 /פּרקי אָבֿות ג,, כא/ נישטאָ קײן מעל — נישטאָ קײן תּורה.



74

— פֿע, — מאַך איך צו אים — איר רעדט דאָך עפּעס גאָר,
איר זאָלט מיר מוחל זײַן, טאַקע װי אין יאַטקע! װאָס הײסט אין בײַטל
אַרײַן? פֿע! מײַן צײטל איז חלילה נישט אַזעלכע, איך זאָל זי פֿאַרקױפֿן
פֿאַר געלט, פֿע־פֿע!
    — אַז פֿע איז פֿע! — מאַכט ער צו מיר — איך האָב געמײנט
אַדרבה ואַדרבה. נאָר אַז איר זאָגט פֿע, לאָז זײַן פֿע! אַז אײַך איז ליב
איז מיר ניחא! דער עיקר — זאָגט ער — עס זאָל זײַן װאָס גיכער.
איך מײן טאַקע באַלד, װי זאָגט מען, אַ באַלעבאָסטע אין שטוב אַרײַן.
איר פֿאַרשטײט צי נײן?
     מהיכא תיתּי! — זאָג איך — אין מיר איז קײן מניעה. מע
באַדאַרף דאָך איבעררײדן מיט מײַן פּלוניתטע — זאָג איך — אין
אַזעלכע זאַכן, האָט זי די דעה. נישט קײן קלײניקײט! װי רשי מאַכט.
                                                                  
רחל מבֿכה על בניה 11 — אַ מאַמע איז אַ פּאָקרישקע 12. הײַנט זי
אַלײן — זאָג איך — צײטל מײן איך, באַדאַרף מען אױך אַ פֿרעג טאָן.
װי זאָגט מען דאָס? אַלע מחותּנים האָט מען מיטגענומען אױף דער
חתונה און דעם חתן האָט מען געלאָזט אין דער הײם...              
     — בלאָטע! — זאָגט ער — פֿרעגן באַדאַרף מען גאָר? דערצײלן
ר, טבֿיה, קומען אַהײם און דערצײלן אַזױ און אַזױ, און שטעלן אַ
חופּה, אַ װאָרט און צװײ און אַ מאָהריטש 13! — זאָגט דאָס נישט, זאָג
איך, זאָגט דאָס נישט, ר, לײזער־װאָלף. אַ מײדל איז נישט קײן אַלמנה,
חלילה.
     — געװײנטלעך — זאָגט ער — אַ מײדל איז אַ מײדל, ניט קײן
אַלמנה. אָט דערפֿאַר טאַקע באַדאַרף מען — זאָגט ער — בײַ צײַטנס
דערפֿון רײדן, מחמת הלבשה, פֿאַרשטײט איר, דאָס, יענץ, לאָקש,
בױדעם, ציבעלע. און דערװײַלע — זאָגט ער — לאָמיר, ר, טבֿיה,
נעמען צו קאַפּלעך לחײַם! האַ צי נײן?...
     — מהיכא תּיתי — זאָג איך — פֿאַר װאָס ניט? װאָס געהער זיך
אָן שלום צו מחלוקת? װי זאָגט ער: אָדם איז אַ מענטש און בראָנפֿן
    
— 11 /ירמיהו ל“א, טו/ רחל באַװײנט אירע קינדער. 
— 12 אַ שטערצל, אַ דעקל
צו אַ טאָפּ. 
— 13 אַ טרונק בראָנפֿן, שנאָפּס, אַ לחײַם.



75

איז בראָנפֿן. ס'איז פֿאַראַן — זאָג איך — בײַ אונדז אַ גמרא... און
האַק אים אַרײַן אַ גמרא, אײנע און די אַנדערע, אַ נעכטיקן טאָג, פֿון
שיר—השירים און פֿון חד—גדיא
     בקיצור, מיר האָבן אײַנגענומען דעם ביטערן טראָפּן, כּכּתובֿ, װי
גאָט האָט געבאָטן! די קאַרנאָסע האָט דערװײַלע געבראַכט צו טראָגן
דעם סאַמאָװאַר און מיר האָבן געמאַכט צו גלעזלעך פּונש. פֿאַרבראַכט
גאָר פֿרײלעך, געװינטשעװעט, געשמועסט, געפּלאַפּלט אַלץ פֿונעם
שידוך, פֿון דעם און פֿון יענעם, און װידער אַ מאָל פֿונעם שידוך.
     — איר װײסט דען, ר, לײזער־װאָלף — זאָג איך — װאָס פֿאַר
אַ באַרליאַנט דאָס איז?
     — איך װײס — זאָגט ער — גלײבט מיר, אַז איך װײס. איך
זאָל ניט װיסן — זאָגט ער — װאָלט איך גאָר ניט גערעדט!
     און מיר רײדן אַזױ בײדע אין אײנעם. איך שרײַ:
     — אַ באַרליאַנט, אַ דימענט! איר זאָלט נאָר װיסן, װי אַזױ זי
צו שאַנעװען, נישט אַרױסבאַװײַזן דעם קצבֿ...
     און ער:
    — האָט קײן מורא ניט, ר, טבֿיהז װאָס זי װעט עסן בײַ מיר אין
דער װאָכן, האָט זי בײַ אײַך נישט געגעסן יום־טובֿ...
     — עט, — זאָג איך — עסן איז אױך אַן עסק? דער נגיד —
זאָג איך — עסט נישט קײן רענדלעך, דער אָרעמאַן עסט נישט קײן
שטײנער; איר זײַט אַ פּראָסטער מענטש — זאָג איך — פֿאַרשטײט
איר ניט װי צו שאַצן איר בריהשאַפֿט, איר חלה־באַקן. אירע פֿיש,
ר, לײזער־װאָלף, אירע פֿיש! מע באַדאַרף — זאָג איך — האָבן אַ
זכיה...
    און ער װידער:
    — ר, טבֿיה, איר זײַט, איר זאָלט מיר מוחל זײַן, שױן 
אױסגעװעפּט, ר, טבֿיה. איר קענט נישט קײן מענטשן, ר, טבֿיה, איר קענט
מיך נישט!...             
    און איך װידער:
    — אױף אײן װאָג גאָלד און אױף דער אַנדערער צײטלען. הערט
    
    
    
76  

איר, ר, לײזער־װאָלף, איר זאָלט אַפֿילו פֿאַרמאָגן אײַערע, זאָג איך,
רי“ש אַלפֿים, זײַט איר אױך נישט װערט איר פּיאַטע!...
    און ער װידער:
    — גלײבט זשע מיר, ר, טבֿיה, איר זײַט אַ גרױסער נאַר, כאָטש
איר זײַט עלטער פֿון מיר!...
    בקיצור, מיר האָבן אַ פּנים אַװעקגעשריגן אָט אַזױ אָ אַ היפּשע
װײַלע און זײַנען געװאָרן רעכט מבֿוסמדיק 14, װאָרעם אַז איך בין
געקומען אַהײם, איז שױן געװען שפּעטלעך אין דער נאַכט און די
פֿיס זײַנען מיר געװען װי געפּענטעט... מײַן װײַב, זאָל געזונט זײַן,
האָט אָבער באַלד דערקענט אין מיר, אַז איך בין פֿאַרקנאַקט, און האָט
מיר געגעבן אַ װיסטן פּעטשאַטעק 15, װי איך בין װערט.
     — שאַ, בײזער זיך ניט, גאָלדע! — זאָג איך צו איר גאַנץ
פֿרײלעך און עס גלוסט זיך מיר אַזש גײן טאַנצן.
    — שרײַ ניט, נשמה מײַנע, עס קומט אונדז מזל־טובֿ!
     — מזל־טובֿ? אַ װיסטער מזל־טובֿ! — זאָגט זי — האָסט שױן
פֿאַרזינדיקט די מאורע בהמה, לײזער־װאָלפֿן זי פֿאַרקױפֿט?
    — נאָך ערגער! — זאָג איך.
    — אױסגעביטן — זאָגט זי — אױף אַן אַנדערע? אָפּגענאַרט
לײזער־װאָלפֿן, אַ רחמנותּ נעבעך?
    — נאָך ערגער! — זאָג איך.
    — נו, רײד שױן — זאָגט זי — װערטער! קוק־אָן, װי מע
באַדאַרף בײַ אים קױפֿן אַ װאָרט!
     — מזל־טובֿ דיר, גאָלדע — זאָג איך נאָך אַ מאָל — מזל־טובֿ
אונדז בײדן! אונדזער צײטל איז אַ כּלה געװאָרן!
    — אױב אַזױ — זאָגט זי — ביסטו דאָך טאַקע גוט פֿאַרקלאָפּט,
גאָר נישט אױף קאַטאָװעס, רעדסט פֿונעם װעג! האָסט, אַ פּנים,
געמאַכט — זאָגט זי — אַ רעכטע כּוסה!
    — אַ כּוסה — זאָג איך — האָבן מיר מיט לײזער־װאָלפֿן
    

— 14 עס “שמעקט„ פֿון זײ, אָנגעטרונקען, שיכורלעך, בגילופֿין. 
— 15 אָנהײב.



77

געמאַכט און צו גלעזלעך פּונש האָבן מיר מיט לײזער־װאָלפֿן 
גענומען, נאָר בײַ די געדאַנקען — זאָג איך — בין איך נאָך. הנה, זײַ װיסן,
גאָלדע ברודער, אַז אונדזער צײטל איז אין אַ גוטער, אַ מזלדיקער
שעה אַ כּלה געװאָרן פֿאַר אים אַלײן, פֿאַר לײזער־װאָלפֿן!       
     און איך האָב איר איבערגעגעבן די גאַנצע מעשׂה פֿון אָנהײב
ביזן סוף, װי אַזױ, און װאָס, און װען, און פֿון אַלץ, װאָס מיר האָבן
גערעדט. נישט דורכגעלאָזט קײן האָר אַפֿילו.
     — הערסטו, טבֿיה — זאָגט צו מיר מײַן װײַב — גאָט זאָל
מיר טאַקע אַזױ העלפֿן װוּ איך װעל מיך קערן און װענדן — זאָגט
זי — װי דאָס האַרץ האָט מיר געזאָגט, אַז דאָס, װאָס לײזער־װאָלף
האָט דיך גערופֿן, איז ניט אומזיסט. נאָר װאָס זשע דען? איך האָב
מורא געהאַט דערפֿון צו טראַכטן, טאָמער חלילה לאָזט זיך אױס אַ
בױדעם. איך דאַנק דיר, גאָטעניו — זאָגט זי — איך דאַנק דיר,
האַרצעדיקער פֿאָטער געטרײַער, סע זאָל טאַקע נאָר זײַן אין אַ גוטער
שעה, אַ מזלדיקער, זי זאָל זיך עלטערן מיט אים אין עושר און אין
כּבֿוד. װאָרעם פֿרומע־שׂרה, זאָל זײַן אָפּגעשײדט פֿון מיר, האָט געהאַט
בײַ אים עפּעס ניט אַזאַ גוטע װעלט; זי איז, זאָל מיר מוחל זײַן,
נישט אַקעגן נאַכט דערמאָנענדיק, געװען אַ ייִדענע אַן אײַנגעגעסענע,
נישט געקאָנט אױסקומען מיט קײנעם, גאָר נישט דאָס, װאָס אונדזער
צײטל, איר צו לענגערע יאָר. אַ דאַנק דיר, אַ דאַנק דיר, גאָטעניו!
נו, טבֿיה — זאָגט זי — װאָס האָב איך דיר געזאָגט, דו לעקיש
אײנער? באַדאַרף זיך אַ מענטש זאָרגן? אַז ס'איז באַשערט — זאָגט
זי — קומט דאָס אַלײן אין שטוב אַרײַן...
     — דאָס אַװדאי — זאָג איך — ס'איז דאָך אַ בפֿירושער פּסוק...
     — װאָס טױג מיר דײַן פּסוק? — זאָגט זי — מע באַדאַרף זען
גרײטן זיך צו דער חתּונה. קודם־כּל אױסרעכענען — זאָגט זי —
לײזער־װאָלפֿן אַ צעטל, װאָס צײטל באַדאַרף האָבן צו דער חתונה.
מילא פֿון פּאָװילע 16 — זאָגט זי — איז ניטאָ װאָס צו רײדן. זי
האָט נאָך ניט קײן פֿאָדעם גרעט, זאָלסט זאָגן, אַ פּאָר זאָקן אַפֿילו.
    
— 16 װײסצײג, אונטערו▮עש, אײנשיט, בעטגעװאָנט, אױסשטײַער.



78  

הײַנט — זאָגט זי — מלבושים, אײנס אַ זײַדנס צו דער חופּה און
אײנס אַ װעלנס אױף זומער, דאָס אַנדערע אױף װינטער, און 
פּלאַטיעס 17 אַ פּאָר, און קלײדלעך אונטערשטע, און מאַנטלען — זאָגט
זי — װיל איך, זי זאָל האָבן צװײ: אײנעם אַ באָרנוס מיט קעץ 18 אױף
אין דער װאָכן און אײנעם אַ גוטן מיט שליאַמעס ▮1 אױף שבת.
הײַנט עפּעס שטיװעלעך, מיט קולקעס, שטאַליקעלע 20, אַ גאָרסעט,
הענטשקעלעך, נאָזטיכלעך, אַ זאָנטיקל און די איבעריקע זאַכן דאָרטן▮
װאָס אַ מײדל באַדאַרף האָבן הײַנטיקע צײַטן...
     — װי קומט דאָס צו דיר — זאָג איך — גאָלדע סערדצע, דו
זאָלסט װיסן פֿון אַזעלכע שמאָכטעליאַקעס?
     — װאָס איז? — זאָגט זי — איך בין נישט געװען צװישן
מענטשן? צי איך האָב אפֿשר ניט געזען בײַ אונדז אין קאַסרילעװקע,
װי אַזױ מע גײט אָנגעטאָן בײַ לײַטן? דו — זאָגט זי — לאָז מיךי
איך װעל שױן אַלײן מיט אים אַלצדינג רײדן. לײזער־װאָלף — זאָגט
זי —איז, נישקשה, אַ ייִד אַ נגיד. ער װעט מסתּמא אַלײן אױך
ניט װעלן, אַז די גאַנצע װעלט זאָל האָבן מיט אים צו טאָן. אַז מען
עסט חזיר, לאָז כאָטש רינען איבער דער באָרד...
     בקיצור, מיר האָבן אַזױ אַװעקגערעדט ביזן װײַסן טאָג אַרײַן.
     — נעם־צונױף — זאָג איך — מײַן װײַב, דאָס ביסל קעז און
פּוטער און לאָם איך פֿאָרן דערװײַל קײן בױבעריק. עס איז טאַקע
אַלצדינג שײן און פֿײַן אַרום און אַרום, נאָר דאָס געשעפֿט —י זאָג
איך — קאָן מען נישט פֿאַרבײגן אױף אַ זײַט. װי שטײט דאָרטן?
הנשמה לך 21 — די װעלט איז אױך אַ װעלט. און גאַנץ פֿרי, כּלחוך
השור 22, עס איז נאָך געװען טונקל, האָב איך אײַנגעשפּאַנט דאָס
פֿערד־און־װעגעלע און בין אַװעק קײן בױבעריק. געקומען קײן
בױבעריק אױפֿן מאַרק ▮— אַהאַ! — (ס'איז דען פֿאַראַן א סוד בײַ
                                                                      

— 17 קלײדער (װאָס נעמען־אַרום דעם גאַנצן קערפּער). 
— 18 פֿוקסן־װײדלער. —
— 19 באַפּוצונגען מיט פֿוטער. 
— 20 מיט הױכע קנאַפֿל, װי אױף שטאָלצן. —
— 21 פֿון סליחות די נשמה געהערט צו דיר. 
— 22/במדבר כ“ב, ד/ װי נאָר דער
אָקס נעמט עסן (דאָס גראָז פֿון פֿעלד.



79

ייִדן?) מע װײסט שױן אַלצדינג און מע שטעקט־אָפּ מזל־טובֿ פֿון
אַלע זײַטן:
     — מזל־טובֿ אײַך, ר, טבֿיה! װען האָבן מיר, אם־ירצה־השם,
אַ חתונה?
     — מיט מזל זאָלט איר — זאָג איך — לעבן! עס קומט־אױס,
װי מע זאָגט: דער טאַטע איז נאָך גאָר נישט געבױרן געװאָרן, איז
שױן דער זון אױסגעװאַקסן אױפֿן דאַך... — בלאָטע! — זאָגן זײ —
עס װעט אײַך גאָר נישט העלפֿן, ר, טבֿיה. משקה מוזט איר שטעלן.
קײן עין־הרע, אַזאַ גליק, אַ שמאַלצגרוב!
     — די שמאַלץ רינט־אױס — זאָג איך — די גרוב בלײַבט־איבער.
נאָר פֿון דעסט װעגן — זאָג איך — קאָן מען קײן חזיר ניט זײַן
און פֿון חבֿרה ניט אָפּשטײן. אָט פֿאַרטיק איך מיך אָפּ מיט אַלע
מײַנע יעהופּעצער באַלעבאַטים — זאָג איך — װעט זײַן אַ גלעזל
משקה און פֿאַרבײַסן, חי־געלעבט און אַן עק, דאָס הײסט: צהלה▮
ושׂמחה 23 — הוליע קבצן!...
     בקיצור, אָפּגעפֿאַרטיקט זיך מיט מײַן מסחר, גיך און געשװינד,
װי געװײנטלעך, האָב איך גענומען מיט גוטע ברידער צו ביסלעך
לחײַם, צוגעװינטשעװעט זיך אײנס דעם אַנדערן, װי עס געהער צו
זײַן, און איך האָב מיך אױפֿגעזעצט און בין אַװעק אַהײם 
לעבעדיקפֿרײלעך, גאָר בגילופֿין. פֿאָרנדיק אַזױ אין װאַלד, זומער־לעבן, די
זון באַקט, נאָר פֿון בײדע זײַטן װאַלד דער שאָטן פֿון בײמער, דער
ריח פֿון די סאָסנעס, מחיה־נפֿשותּ. צי איך מיך אױס װי אַ גראַף
אין װעגעלע, לאָז־נאָך מײַן חבֿרה־מאַן די לײצעס: גײ שױן, זאָג איך
צו אים, זײַ מוחל, אַלײן, דער װעג דאַרף דיר שױן זײַן באַקענט — 
און אַלײן צעלאָז איך מיך אױף אַ קול און זינג מיר אַ ניגונדל.
אױפֿן האַרצן איז עפּעס יום־טובֿדיק; עס זינגט זיך שטיקלעך פֿון
ימים־נוראים: „ױאתיו“, „וכל מאמינים שהוא“ און פֿון „הלל“. איך
קוק מיר אַהין אַרױף, אין הימל אַרײַן, און די געדאַנקען־מחשבֿות
פּלאָנטען זיך דאָ, אױף דער ערד. השמים שמים — די הימלען
    
— 23 / מגילת אסתּר ח,, טו / לוסטיק און פֿרײלעך.



80

זײַנען פֿאַר גאָט, והאָר▮ — און די ערד, אַזױ טראַכט איך מיר,
האָט ער אַװעקגעגעבן לבֿני אָדם 24 — צו די קינדער פֿון מענטשן,
זײ זאָלן זיך שלאָגן קאָפּ אין װאַנט, זיך רײַסן װי די קעץ פֿאַר גרױס
ראָסקאָש ▮2, שלאָגן זיך פֿאַר גבאות, פֿאַר „ששי▮ און פֿאַר „מפֿטיר“...
לא המתים יהללו יה, מכּות פֿאַרשטײען זײ, װי מען באַדאַרף גאָט
לױבן פֿאַר די טובֿות, װאָס ער טוט מיט זײ, ואַנחנו, אָבער מיר,
אָרעמע לײַט, אײן טאָג אַ גוטן, אַז מיר האָבן, דאַנקען מיר און לױבן
גאָט און זאָגן: אָהבֿתּי — איך האָב אים ליב גאָט, װאָרעם ער הערט
צו מײַן קול און מײַן געבעט, ער נײגט צו מיר זײַן אױער, בשעת
אפֿפֿוני 26 ▮ עס רינגלט מיך אַרום פֿון אַלע זײַטן דלותּ, צרותּ▮
שלעק־פּורעניותן: דאָס פֿאַלט אַ בהמה אין מיטן העלן טאָג, דאָס
טראָגט־אָן דער גוטער יאָר אַ קרובֿ אַ שלימזל, אַ מין מנחם־מענדל
פֿון יעהופּעץ, נעמט־צו דאָס לעצטע חיות, און איך מײן שױן בחפֿזי 27.
                                                                           ▮
אַן עק, די װעלט איז שױן געפֿאַלן, כּל האָדם כוזבֿ 28 — ניטאָ קײן
אמת אױף דער װעלט. װאָס טוט גאָט? שיקט ער אַרײַן 
לײזערװאָלפֿן אַ מחשבֿה, ער זאָל נעמען מײַן צײטלען װי זי שטײט און
גײט. דערום זאָג איך צװײ מאָל אודך 29 — איך װעל דיר לױבן,
גאָטעניו, װאָס דו האָסט זיך אַרומגעקוקט אױף טבֿיהן און געקומען
מיר צו הילף. איך זאָל האָבן כאָטש אַ שטיקל נחתּ פֿון מײַן קינד,
אַז איך װעל קומען צו איר צו גאַסט, אם־ירצה־השם, זי טרעפֿן אַ
באַלעבאָסטע אױף אַלעם גרײטן, פֿולע שאַפֿעס מיט גרעט, פֿולע
שפּיזאַרנעס מיט פֿסחדיקן שמאַלץ און מיט אײַנגעמאַכטס, פֿולע
שטײַגן מיט עופֿות, גענדז און קאַטשקעס... פּלוצעם צעלאָזט זיך דאָס
פֿערדל מײַנס אַראָפּ־אַ־באַרג, און אײדער איך הײב־אױף דעם קאָפּ
    
— 24 / תהיליס קט,,ו, טז / טביה זאָגט אין לשון קודש נאָר טײלן פֿון פּסוק,
אין ייִדיש —— אַלץ. 
— 25 (רוםיש) לוקסוס. 
— 26 /תּהילים קט“ז, ג/ פֿון „עס
האָבן מיך אַרומ▮ערינגלט„, מאַכט טביה “עס רינגלען מיך אַרום„. 
— 27 אין
אַנגסט, איבערגעאײלט, אומבאַרעכנט. 
— 28 טביה, װאָס איז די אָרנטלעכקײט
אַלײן, האַלט אין אײן זאָגן, װאָס אין תּהילים שטײט, אַז אַלע מענטשן זײַנען
פֿאַלש
— 29 /תּהילים קי“ט, כא/ איך דאַנק דיר (אין הלל זאָגט מען דעם פּסוק
צװײ מאָל).



81

אַ קוק טאָן, װוּ איך בין אין דער װעלט, ליג איך שױן אױף דער
ערד מיט אַלע לײדיקע טעפּלעך און קריגלעך, און דאָס װעגעלע
אױף מיר! קױם מיט צרות, מיט לײדן אַרױסגעקאַראַטשקעט 30 זיך
און אױפֿגעשטאַנען אַ צעבראָכענער, אַ צעהרגעטער. לאָז איך אױס
מײַן ביטער האַרץ צום פֿערדל. אײַנגעזונקען זאָלסטו װערן! װער
אָט דיך געבעטן, שלימזל, באַװײַזן אַ בריהשאַפֿט, אַז דו קאָנסט לױפֿן
באַרג־אַראָפּ? האָסט דאָך מיר שיִער, זאָג איך, אומגליקלעך געמאַכט,
דו, אַשמדאַי! און איך האָב אים אײַנגעטײלט װיפֿל ס'איז אין אים
אַרײַן. מײַן בחור האָט, אַ פּנים, אַלײן פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט דאָ
פֿאַרשטיפֿט אַ מיאוסע מעשׂה, געשטאַנען אַראָפּגעלאָזט די מאָרדע,
כאָטש מעלק אים אױס. „כאַפּט דיך דער װאַטעמאַכער“, זאָג איך צו
אים און מאַך צו רעכט דאָס װעגעלע, נעם־צונױף די כּלים און
הלך לעולמו — פֿאָר װײַטער. נישט קײן גוטער סימן, זאָג איך צו
זיך אַלײן. איך האָב מורא, צי עס האָט זיך נישט געטראָפֿן אין דער
הײם עפּעס אַ נײַ אומגליק...
    כּך הוה. איך פֿאָר־אָפּ נאָך אַ װערסט צװײ, שױן ניט װײַט פֿון
דער הײם, דערזע איך אין מיטן שליאַך גײט גלײַך אַקעגן מיר אַ
מענטש אין געשטאַלט פֿון אַ נקבֿה. איך פֿאָר־צו נענטער, קוק מיך
אײַן: צײטל!... איך װײס נישט פֿאַר װאָס, נאָר עס האָט זיך מיר
אָפּגעריסן אין האַרצן, אַז איך האָב זי דערזען. איך שפּרינג־אַראָפּ
פֿונעם װאָגן:
    — צײטל, ס'איז דו? װאָס טוסטו דאָ?
     פֿאַלט זי מיר ניט אױפֿן האַלדז מיט אַ געװײן?
    — גאָט איז מיט דיר, זאָג איך — טאָכטער מײַנע, װאָס װײנסטו?
    — אױ, — זאָגט זי — טאַטע, טאַטע!...
    און באַװאַשט זיך מיט טרערן.
     עס איז מיר פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן און פֿאַרקלעמט בײַם
האַרצן.
    

— 30 אַרױסגעקראָכן, אַרױסגעדרײט זיך (מיט גרױסע אָנשטרענגונגען).



82

— װאָס איז דיר, טאָכטער? זאָג מיר, װאָס איז דיר געשען?
— זאָג איך צו איר און נעם זי אַרום, גלעט זי, האַלדז זי, קוש זי,
און זי אין אײן קול:
     — טאַטע, טאַטע, האַרציקער, געטרײַער! — זאָגט זי — דעם
דריטן טאָג אַ שטיקל ברױט... האָב רחמנותּ — זאָגט זי — אױף
מײַנע יונגע יאָר!...
     און פֿאַרגײט זיך פֿאַר געװײן, קאָן מער קײן װאָרט נישט אױס▮
רײדן. אַז אָך און װײ איז מיר, טראַכט איך. איך שטױס מיך שױן,
װאָס דאָ איז. דער רוח האָט מיך אַװעקגעטראָגן קײן בױבעריק!
     — װאָס באַדאַרף מען װײנען? — זאָג איך צו איר און גלעט זי
בײַם קאָפּ — נאַרעלע, װאָס באַדאַרף מען װײנען? ממה־נפֿשך —
זאָג איך — נײן איז נײן! מע װעט דיר מיט גװאַלד, חלילה, קײנער
נישט אָנהענגען אַ לונג־און־לעבער אױף דער נאָז. מיר האָבן — זאָג
איך — געמײנט דײַן טובֿה טאַקע. געװאָלט װי צום בעסטן. אלא▮
ס'איז דיר ניט צום האַרצן, װאָס זאָל מען טאַן? מסתּמא — זאָג איך —
איז ניט כאַשערט...
     — אַ דאַנק דיר — זאָגט זי — טאַטע, לאַנג לעבן זאָלסטו! —
און פֿאַלט מיר װידער אױפֿן האַלדז און הײבט װידער אָן צו קושן
מיך און װײנען, גיסן מיט טרערן.
    — אָבער לאָז שױן זײַן גענוג געװײנט! — זאָג איך — הכּל הבֿל
— קרעפּלעך עסן קאָן אױך נמאס װערן. קריך — זאָג איך — אין
װאָגן אַרײַן און לאָמיר פֿאָרן אַהײם! די מאַמע — זאָג איך — װעט
דאָרטן איבערטראַכטן מי יודע װאָס!
     בקיצור, מיר האָבן זיך בײדע אַרײַנגעזעצט אין װאָגן אַרײַן
און איך האָב אָנגעהױבן אײַנצושטילן זי מיט רײד, אַהין, אַהער. די
מעשׂה דערפֿון, זאָג איך, איז דאָך אַזױ: מיר האָבן, זאָג איך, דערבײַ
חלילה קײן שום שלעכטע מחשבֿה נישט געהאַט. גאָט איז יודע דעם
אמת. מיר האָבן געװאָלט, װי זאָגט ער, לעת־צרה באַװאָרענען אַ
קינד. אײַ, עס לאָזט זיך נישט, מסתּמא, זאָג איך, הײסט גאָט אַזױ▮
נישט באַשערט, זאָג איך, דיר, טאָכטער מײַנע, קומען אױפֿן גרײטן,



83

װערן אַ באַלעבאָסטע אױף אַל דאָס גוטס, און אונדז אַ שטיקל נחת
דערלעבן, זאָג איך, אױף די עלטערע יאָרן, פֿאַר אונדזער האָרעװאַניע,
זאָג איך, טאָג װי נאַכט אין דער טאַטשקע אײַנגעשפּאַנט, קײן גוטע
מינוט, נאָר דלות, נאָר דחקותּ, נאָר שלים־שלים־מזל אַרום און
אַרום!...
     
— אױ, טאַטע — זאָגט זי צו מיר װידער מיט אַ געװײן —
איך װעל מיך שטעלן — זאָגט זי — פֿאַר אַ דינסט, לײם װעל איך
טראָגן, ערד װעל איך גראָבן!...
     — װאָס װײנסטו, נאַריש מײדל — זאָג איך צו איר — איך
זאָג דיר דען עפּעס, נאַרעלע? צי איך האָב טענות צו דיר? גלאַט —
זאָג איך — ס'איז ביטער און פֿינצטער, רײד איך מיר אױס דאָס
האַרץ, שמועס איך מיך אױס מיט אים, מיטן רבונו של עולם, װי
אַזױ ער פֿירט מיט מיר. ער איז — זאָג איך — אַן אָבֿ הרחמן,
האָט רחמנות אױף מיר, פֿײַנט זיך אױס קעגן מיר, זאָל ניט שטראָפֿן
פֿאַר די רײד — זאָג איך — רעכנט זיך װי מיט אַ טאַטן, און גײ,
שרײַ חי־וקײם! נאָר מסתּמא — זאָג איך — באַדאַרף אַזױ זײַן. ער
איז אױבן, אין דער הױך — זאָג איך — און מיר זײַנען דאָ, אין
דער ערד, טיף, טיף אין דער ערד, מוזן מיר זאָגן, אַז ער איז גערעכט
און זײַן משפּט איז גערעכט. װאָרעם אַז מיר זאָלן װעלן שמועסן טאַקע
דאָס אײגענע װידער צוריק, בין איך דען נישט קײן גרױסער נאַר?
װאָס שרײַ איך? װאָס פּילדער איך? װאָס הײסט — זאָג איך — איך,
קלײן װוערעמל, װאָס פּױזשע־אַרום דאָ אױף דער ערד, װאָס אַ
מינדסט װינטעלע, אַז גאָט װיל נאָר, מאַכט פֿון מיר אַ תּל־עולם אין
אײן כּהרף־עין, שטעל איך מיך אַרױס מיט מײַן נאַרישן שׂכל און
װיל אים זאָגן דעותּ, װי אַזױ צו פֿירן דאָס װעלטל זײַנס? מסתּמא,
אַז ער הײסט אַזױ, באַדאַרף זײַן אַזױ. װאָס העלפֿט דאָ טענות? פֿערציק
טעג— זאָג איך — אַזױ שטײט געשריבן בײַ אונדז אין די הײליקע
ספֿרים, פֿערציק טעג פֿאַר דעם אײדער ס'קינד װערט באַשאַפֿן בײַ דער
מוטער אין בױך קומט אַ מלאך און שרײַט־אױס: בת פּלוני לפּלוני,
לאָז טבֿיהס טאָכטער נעמען געצל בן זרחן, און לײזער־װאָלף דער



84

קצבֿ לאָז מוחל זײַן פֿאָרן ערגעץ אַנדערש זוכן זיך זײַן גלײַכן, זײַנס
װעט אים נישט אַנטלױפֿן. און דיר — זאָג איך — לאָז גאָט צושיקן
דײַן זיװג, ▮אָר עפּעס אַ רעכטס, און װאָס צום גיכסטן. אָמן, כּן יהיה
רצון — זאָג איך — די מאַמע זאָל כאָטש אַזױ ניט שרײַען, איך װעל
שױן פֿון איר כאַפּן אַ גוטן פּסק!...
     
בקיצור, מיר זײַנען געקומען אַהײם, אױסגעשפּאַנט דאָס פֿערדל
און אַװעקגעזעצט זיך בײַ דער שטוב אױפֿן גראָז עפּעס צוטראַכטן
אַן עצה, אױסקלערן פֿאַר מײַן װײַב אַ מעשׂה פֿון טױזנט־אײן־נאַכט,
אַבי אַרױס פֿון אַ צרה. פֿאַרנאַכטלעך, די זון זעצט זיך; זומער־לעבן;
די זשאַבעס פֿון דער װײַטן קװאַקען; דאָס פֿערדל, געפּענטעט אױף
צװײ פֿיס, שטשיפּעט גראָז; די בהמהלעך, נאָר װאָס געקומען פֿון
דער טשערעדע, שטײען איבער די צעבערס און װאַרטן, מען זאָל
זײ אױסמעלקן; אַרום און אַרום דאָס גראָז שמעקט — נאָר אַ גן־עדן!
איך זיץ מיר אַזױ און באַטראַכט דאָס אַלצדינג און קלער מיר 
בשעתמעשׂה, װי קלוג דער רבונו של עולם האָט דאָס באַשאַפֿן דאָס װעלטל
זײַנס, אַזױ אַז איטלעך באַשעפֿעניש, פֿונעם מענטשן ביז להבֿדיל
אַ בהמה, זאָל זיך פֿאַרדינען זײַן ברױט — אומזיסט איז נישטאָ! דו,
בהמה, װילסט זיך פֿרעסן — גײ מעלק זיך, גיב מילך, זײַ מפֿרנס אַ
ייִדן מיט װײַב און קינדערלעך! דו, פֿערדל, װילסט קײַען — לױף
אַלע מאַל הין און צוריק מיט די טעפּלעך קײן בױבעריק! און דאָס
גלײַכן דו, מענטש, להבֿדיל, װילסט אַ שטיקל ברױט — גײ, האָרעװע,
מעלק די בהמותּ, טראָג זיך מיט די קריגלעך, שלאָג פּוטער, מאַך
קעז, שפּאַן דאָס פֿערדל און שלעפּ זיך אַלע פֿרימאָרגן קײן בױבעריק
אױף די דאַטשעס, נײג זיך און בוק זיך צו די יעהופּעצער גבֿירים,
שמײכל צו זײ, חנפֿע זײ, קריך זײ איטלעכן באַזונדער אין דער נשמה
אַרײַן, גיב אַכטונג, זײ זאָלן זײַן צופֿרידן, חלילה נישט אָנרירן זײ
אין כּבֿוד!... אײַ, בלײַבט דאָך אַ קשיא: מה נשתּנה▮ — װוּ שטײט
דאָס געשריבן, אַז טבֿיה באַדאַרף האָרעװען פֿון זײערט װעגן, 
אױפֿשטײן גאַנץ פֿרי, װען גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך, װאָס איז? בכדי זײ
זאָלן האָבן פּונקט צו דער קאַװע אַ פֿריש שטיקל קעז און פּוטער?



85

װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז איך בין מחױבֿ אױסגעריסן װערן צוליב
אַ שיטערן קרופּניק, אַ קאָליש מיט גרױפּן 31, און זײ, די יעהופֿעצער
נגידים, באַדאַרפֿן אײסרוען די בײנער אױף די דאַטשעס, נישט טאָן
קײן האַנט אין קאַלט װאַסער און עסן דװקא געבראָטענע קאַטשקעלעך,
און דװקא גוטע קבישעס, מלינצעס מיט װערטוטן? בין איך דען נישט
אַזאַ ייִד װי זײ? װאָלט דען נישט געװען קײן יושר, כ'לעבן, אַז טבֿיה
זאָל זיך אַװעקזעצן כאָטש אײן זומער אױף אַ דאַטשע? אײַ, װוּ װעט
מען נעמען קעז און פּוטער? װער װעט מעלקן די בהמות? טאַקע זײ,
די יעהופּעצער סטיקראַטן 2▮, מײן איך... און איך צעלאַך מי▮ אַלײן
פֿ▮ן אַזאַ משוגענעם געדאַנק. װי זאָגט די װעלט אַ װערטל? אַז גאָט
זאָל האָרכן די נאַראָנים, װאָלט די װעלט געהאַט אַן אַנדער פּנים... —
„אַ גוטן אָװנט, ר, טבֿיה!“ — הער איך עמעצער רופֿט מיך אָן בײַם
נאָמען. איך דרײ מיך אַרום, איך טו אַ קוק — אַ באַקאַנטער: םאָטל
קאַמזױל, אַ שנײַדעריונג פֿון אַנאַטעװקע.
     — ברוך הבא — זאָג איך ▮ סקאָצל קומט, מען זאָל דערמאָנען
משיחן. זיץ, מאָטל, אױף גאָטס ערד — זאָג איך — װי קומסטו פּלוצעם
אַהער?
     — װי איך קום? מיט די פֿיס. — מאַכט ער צו מיר און זעצט
זיך אַװעק נעבן מיר אױפֿן גראָז און קוקט אַהין, װוּ מײַנע מײדלעך
דרײען זיך אַרום מיט די טעפּלעך און מיט די קריגלעך.
     — איך קלײַב מיך שױן לאַנג צו אײַך, ר, טבֿיה — מאַכט ער
צו מיר — נאָר איך האָב אַלץ קײן צײַט ניט▮ אײן שטיקל אַרבעט
אַרױסגעלאָזט, דאָס אַנדערע גענומען. איך בין מיר הײַנט אַלײן פֿאַר
זיך אַ שנײַדער. אַרבעט איז פֿאַראַן, ברוך־השם, גענוג, אַלע שנײַדערס
זײַנען פֿאַרװאָרפֿן מיט אַרבעט. ס'איז בײַ אונדז משך אַ זומער פֿון
חתּונות: בערל פֿאָנפֿאַםש מאַכט חתונה; יאָםל שײגע▮ מאַכט חתונה.
                                                           
מענדל זאַ▮קע מאַכט התּונה; יענקל פּיםקאַםש מאַכט חתונה; משה
גאָרגל מאַכט התונה; םאיר קראָפּעװע מאַכט חתּונה; חײם לאָשעק
מאַכט חתונה; און אַפֿילו סיהובעכע די אַלמנה מאַכט אױך חתונה!
    
— 31 פֿערלגרױפֿן, גריץ מיט קאַשע. 
— 32 “אַריסטאָקראַטן„, מישטײנס געזאָגט.



86

— די גאַנצע װעלט — זאָג איך — מאַכט חתּונה, נאָר איך
אײנער האַלט נאָך נישט דערבײַ. מסתּמא בין איך נישט װערט בײַ
גאָט...
    — נײן — מאַכט ער צו מיר און קוקט אַהין, װוּ די מײדלעך
זײַנען — איר האָט אַ טעות, ר, טבֿיה. איר זאָלט װעלן, װאָלט איר
אױך געהאַלטן איצט בײַ חתּונה מאַכן, עס װענדט זיך נאָר אין אײַך...
    — דהײַנו — זאָג איך — װי אַרום? אפֿשר מײנסטו אַ שידוך
פֿאַר מײַן צײטלען?
    — װי געמאָסטן! — מאַכט ער צו מיר.
    — כאָטש עפּעס אַ רעכטן שידוך? — זאָג איך און טראַכט מיר
בשעת־מעשׂה: עס װעט זײַן שײן, טאָמער מײנט ער לײזער־װאָלף
דעם קצבֿ!...
     טשאַקנדיק און קנאַקנדיק! — ענטפֿערט ער מיר אױף 
שנײַדערלשון און קוקט אַלץ אַהין, װוּ די מײדלעך זײַנען.
    — פֿון װאַנען, למשל, איז דער שידוך דײַנער? — פֿרעג איך אים
— פֿון װאָסערע קאַנטן? אױב ער שמעקט מיט יאַטקע — זאָג איך —
װיל איך גאָר ניט הערן, ניט זען!
     — חס וחלילה! — זאַגט ער — ער הײבט נישט אָן שמעקן
מיט יאַטקע. איר קענט אים, ר, טבֿיה, זײער גוט!...
     — איז דאָס כאָטש — זאָג איך — עפּעס אַ גלײַכע זאַך?
     — נאָך אַ מין גלײַך! — זאָגט ער — גלײַך צו גלײַך איז נישט
גלײַך. ס'איז, װי מע זאָגט, אָגיל ואשׂמח — צוגעשניטן און 
אױפֿגענײט!...
     — װער זשע איז דער שידוך? — זאָג איך — לאָמיר האָרכן?
     — װער דער שידוך איז? — מאַכט ער און קוקט אַלץ אַהין —
דער שידוך איז, פֿאַרשטײט איר מיך, ר, טבֿיה, טאַקע איך אַלײן...
     װי ער האָט דאָס מיר נאָר אױסגערעדט, אַזױ בין איך 
אונטערגעשפּרונגען, װי אַן אָפּגעבריטער, פֿון דער ערד, און ער נאָך מיר,
און אַזױ זײַנען מיר געבליבן שטײן אײנער אַקעגן אַנדערן, 
אָנגעדראָדלט, װי די האָנען.



87
    
— צי דו ביסט משוגע געװאָרן — זאָג איך צו אים — צי דו
ביסט גלאַט אַזױ אַראָפּ פֿונעם זינען? ביסט אַלײן דער שדכן, אַלײן
דער מחותּן און אַלײן דער חתן, דאָס הײסט אַן אײגענע חתונה מיט
אײגענע כּלי־זמר! איך האָב נאָך — זאָג איך — אַזעלכעס נישט
געהערט אין ערגעץ, אַז אַ בחור זאָל זיך אַלײן רײדן אַ שידוך!
    — דאָס װאָס איר זאָגט, ר, טבֿיה — מאַכט ער צו מיר — אַז
איך בין משוגע, לאָזן אונדזערע שׂונאים משוגע װערן! איך בין נאָך,
מעגט איר מיר גלײבן, בײַ אַלע געדאַנקען. מע באַדאַרף גאָר ניט
זײַן — זאָגט ער — משוגע, אַז מע זאָל װעלן אײַער צײטלען. אַ
סימן האָט איר, אַז לײזער־װאָלף, װאָס איז דער גרעסטער נגיד בײַ
אונדז אין שטאָט, האָט זי געװאָלט נעמען װי זי שטײט און גײט...
איר מײנט, ס'איז אַ סוד? דאָס גאַנצע שטעטל װײסט שױן!... און
דאָס, װאָס איר זאָגט, אַלײן אָן אַ שדכן, איז מיר אַ חידוש — זאָגט
ער — אױף אײַך; איר זײַט דאָך, ר, טבֿיה, עפּעס יאָ אַ ייִד װאָס
קאַטאָרי קײן פֿינגער אין מױל באַדאַרף מען אײַך נישט 
אַרײַנלײגן, איר װעט אָפּבײַסן... נאָר װאָס טױג לאַנגע שמועסן? די מעשׂה
פֿון דער געשיכטע — זאָגט ער — איז אַזױ: איך און אײַער טאָכטער
צײטל האָבן זיך געגעבן דאָס װאָרט שױן לאַנג, שױן העכער אַ יאָר,
אַז מיר זאָלן זיך נעמען...
     אַ מעסער אין האַרצן, װען עמעצער זעצט מיר אַרײַן, װאָלט מיר
געװען אַ סך מער ניחא װי די דאָזיקע װערטער: ערשטנס, װי קומט
ער, מאָטל שנײַדער, צו טבֿיהן פֿאַר אַן אײדעם? והשנית, װאָס איז
דאָס פֿאַר אַ דיבורים: זײ האָבן זיך געגעבן דאָם װאָרט, אַז זײ זאָל▮
זיך נעםען▮ — נו, און װוּ בין איך? — רוף איך מיך אָן צו אים —
עפּעס האָב איך אױך אַ שטיקל דעה צו זאָגן אױף מײַן קינד, צי מיך
פֿרעגט מען שױן גאָר נישט?
    — חס וחלילה! — מאַכט ער — דערױף בין איך דאָך טאַקע
געקומען אײַך איבעררײדן. אַזױ װי איך האָב דערהערט, אַז 
לײזערװאָלף שדכנט זיך צו אײַער טאָכטער, װאָס קאַטאָרי שױן העכער אַ
יאָר אַז איד האָב זי ליב...



88  

— ס'אַ משל, — זאָג איך — אַז טבֿיה האָט אַ טאָכטער צײטל
און דו חײסט מאָטל קאַמזױל און ביסט אַ שנײַדער, הײַנט װאָס האָסטו
צו איר, דו זאָלסט זי פֿײַנט האָבן?...
    — נײן, — מאַכט ער — נישט דאָס מײן איך, איך מײן גאָ▮
עפּעס אַנדערש. איך האָב אײַך געװאָלט דערצײלן, אַז איך האָב ליב
אײַער טאָכטער און אײַער טאָכטער האָט מיך ליב, שױן העכער אַ
יאָר, זיך געגעבן דאָס װאָרט, מיר זאָלן זיך נעמען, האָב איך 
זאָגט ער — עטלעכע מאָל געװאָלט זײַן בײַ אײַך איבעררײדן, נאָר
אַלץ אָפּגעלײגט אױף שפּעטער, ביז איך װעל מיר צונױפֿשלאָגן
עטלעכע קערבלעך אױף אַ מאַשין, און נאָך דעם ערשט אױסקלײדן
זיך, װי עס געהער צו זײַן, װאָרעם אַ ליאַדע בחורל הײַנטיקע צײַטן
האָט צװײ קאָסטיומען מיט עטלעכע קאַמזױלן...
    — טפֿו זאָלט איר װערן — מאַך איך צו אים — מיט אײַער
קינדערשן שׂכל! און װאָס װעט איר טאָן נאָך דער חתונה? פֿאַרװאַרפֿן
די צײן אױף די בענטאַנעס 33, צי דו װעסט האָדעװען דײַן װײַב מיט
קאַמזױלן?...
     ▮ ע, ▮ מאַכט ער צו מיר — אױף אײַ▮ איז מיר, ר, טבֿיה,
אַ חידוש, איר זאָלט אַזעלכעס זאָגן! איך מײן, אַז איר האָט חתּונה
געהאַט, האָט איר, דאַכט מיר, קײן אײגענעם מױער נאָך נישט 
געהאַט, פֿון דעסט װעגן זעט איר דאָך... ממה־נפֿשך, װאָס עס װעט
זײַן מיט כּל ישׂראל, װעט זײַן מיט ר, ישׂראל... הײַנט בין איך דאָך
אַ שטיקל בעל־מלאָכה אױך...
     בקיצור, װאָס זאָל איך אײַך דאָ לאַנג מאַריך זײַן? ער האָט מיך
איבערגערעדט. װאָרעם למאַי זאָלן מיר זיך נאַרן? װי אַזױ האָבן אַלע
ייִדישע קינדער חתּונה? אַז מע זאָל װעלן קוקן אױף די זאַכן, װאָלט
אונדזער גראַד קײן מאָל נישט באַדאַרפֿט חתונה האָבן... אײן זאַך
האָט מיר נאָר פֿאַרדראָסן און האָב דאָס נישט געקאָנט פֿאַרשטײן
בשום אופֿן: װאָס הײסט, זײ אַלײן האָבן זיך געגעבן דאָס װאָרט▮ װאָס
איז דאָס פֿאַר אַ װעלט געװאָרן? אַ בחור באַגעגנט זיך מיט אַ מײדל
    
— 33 (אוקר,) פֿאָליצעס.



89

און זאָגט צו איר: לאָמיר זיך געבן דאָס װאָרט, אַז מיר זאָלן זיך
נעםען..▮ עפּעס גלאַט הפֿקר־ציבעלעס!... נאָר אַז איך האָב אַ קוק
געטאָן אױף מײַן מאָטלען, װי ער שטײט זיך אַזױ, דעם קאָפּ 
אַראָפּגעלאָזט, װי אַ זינדיקער מענטש, מײנט דאָס גאַנץ ערנסט, אָן שום
חכמותּ דערבײַ צו האָבן, האָב איך מיך מײשבֿ געװען: לאָמיר זיך
נאָר גוט באַרעכענען טאַקע דאָס אײגענע װידער צוריק. װאָס ברעקל
איך מיך אַזױ און װאָס מאַך איך דאָ אָנשטעלן? דער גרױסער מיוחס
װאָס איך בין? ר, צאָצעלעס אַן אײניקל? צי די גוזמותּ נדן, װאָס איך
גיב מײַן טאָכטער? צי די הלבשה אירע, מישטײנס געזאָגט?... מאָטל
קאַמזױל איז טאַקע אַ שנײַדער, ער איז אָבער אַ גאַנץ פֿײַן בחורל,
אַן אַרבעטסיונג, קאָן געבן אַ װײַב ברױט, און דערצו נאָך אַן ערלעך
ייִנגל אױך. הײַנט װאָס האָב איך צו אים? „טבֿיה, זאָג איך צו מיר
אַלײן, מאַך נישט קײן פֿױלע תּנועותּ און זאָג באָם, װי אין פּסוק שטײט.
                                                                      
םלחתּי כדבֿריך 34 — לאָז זײַן מיט גליק!...“ יאָ, װאָס טוט מען אָבער
מיט מײַן אַלטער? איך װעל דאָך פֿון איר האָבן, װי זאָגט ער, בםוסים
ובֿגמלים 35 — אױף שיסל און אױף טעלער! װי אַזױ פֿירט מען זי
אַרױף, אַז עס זאָל בײַ איר װערן רעכט?...
     — װײסטו גאָר װאָס, מאָטל? — רוף איך מיך אָן צו מײַן חתן —
דו גײ דיר אַהײם, איך װעל מיר דאָ דערװײַל צו רעכט מאַכן אַלץ,
װאָס מע באַדאַרף, איבערשמועסן מיט דעם, מיט יענעם, װי אין דער
מגילה שטײט: והשתּיה כדת 36 — אַלצדינג דאַרף זײַן באַטראַכט. און
אם־ירצה־השם מאָרגן, אױב דו װעסט ביז דעמאָלט קײן חרטה נישט
האָבן, װעלן מיר זיך מסתּמא זען...
     — חרטה? — מאַכט ער צו מיר — איך װעל האָבן חרטה? איך
זאָל ניט דערלעבן אַװעקגײן פֿון דעם אָרט, עס זאָל פֿון מיר װערן
— זאָגט ער — אַ שטײן, אַ בײן!...
    

— 34 / במדבר י“ד, כ / כ'האָב דיר פֿאַרגעבן (מוחל געװען) נאָך דײן װאָרט
נאָך (װאָס דו האָסט געבעטן). 
— 35 /שמות ט,, ג; דבֿרי הימים א, י“ב, מא/
מיט פֿערד און מיט קעמלען. 
— 36 /מגילת אסתּר א,, ח/ און דאָס טרינקען איז
געװען װי ס'דאָרף צו זײן.



90

־— צו װאָס טױג דיר נאָך דאָס שװערן זיך, װאָס דו שװערסט
    זיך — זאָג איך אים — אַז איך גלײב דיר אָן אַ שבֿועה? גײ געזונט —
    זאָג איך — און אַ גוטע נאַכט, און לאַזן זיך דיר חלומען גוטע
   חלומות..
        און אַלײן לײג איך מיך אױך שלאָפֿן. נאָר עס נעמט מיך ניט קײן
   שלאָף. דער קאָפּ װערט מיר שיִער ניט צעפֿאַלן אױף שטיקלעך,
    טראַכטנדיק אַזאַ פּלאַן און אַזאַ פּלאַן, בין איך געפֿאַלן אױף דעם
    רעכטן פּלאַן. װאָס זשע איז דער פּלאַן? אָט װעט איר הערן, װי אַזױ
    טבֿיה פֿאַלט אױף אַ גלײַכס!
        בקיצור, אַרום האַלבע נאַכט, די גאַנצע שטוב שלאָפֿט געשמאַק,
    דער כראָפּעט, דער פֿײַפֿט, בין איך מיך מײשבֿ און הײב אָן צו שרײַען
    נישט מיט מײַן קול:
        — גװאַלד! גװאַלד! גװאַלד!... סע פֿאַרשטײט זיך, אַז אױף מײַן
    גװאַלד האָט זיך די גאַנצע שטוב אױפֿגעכאַפּט, און פֿריִער פֿון 
    אַלעמען גאָלדע.
        — גאָט איז מיט דיר, טבֿיה — מאַכט זי צו מיר און טרײסלט
    מיך — שטײ־אױף! װאָס איז דיר אַזעלכעס? װאָס גװאַלדעװעסטו?...
        איך עפֿן־אױף די אױגן, קוק מיך אַרום כּלומרשט אױף אַלע זײַטן
    און רוף זיך אָן מיט אַ ציטערניש:
        — װו איז זי ערגעץ?
        — װער איז? װעמען זוכסטו?
        — פֿרומע־שׂרהן — זאָג איך — פֿרומע־שׂרה לײזער־װאָלפֿס

    איז דאָ נאָר װאָס געשטאַנען...
        — דו רעדסט פֿון היץ — מאַכט צו מיר מײַן װײַב — גאָט איז
    מיט דיר, טבֿיה! פֿרומע־שׂרה לײזער־װאָלפֿס, זאָל זײַן אָפּגעשײדט,
    איז שױן לאַנג אױף דער אמתער װעלט.
        — איך װײס — זאָג איך — אַז זי איז געשטאָרבן, נאָר זי איז
    אָבער פֿאָרט געװען נאָר װאָס, אָט דאָ בײַ מײַן בעט, גערעדט מיט
    מיר. זי האָט מיך אָנגענומען — זאָג איך — בײַם גאָרגל, מיך געװאָלט
    װאָרגן!...



91

     — גאָט איז מיט דיר, טבֿיה, װאָס פּלאַפּלסטו? — מאַכט צו מיר
מײַן װײַב — עס האָט זיך דיר געקעו▮ט הלומען אַ חלום; שפּײַ־אױס
דרײַ מאָל און דערצײל מיר װאָס האָט זיך דיר געחלומט, װעל איך
דיר אױסלײגן צו גוטן.
     — לאַנג לעבן זאָלסטו, גאָלדע — מאַך איך צו איר — װאָס
דו האָסט מיך אױפֿגעמונטערט, װען ניט, װאָלט איך פֿאַר שרעק
געקלאַפּירט 37 אױפֿן אָרט. גיב מיר — זאָג איך — אַ טרונק װאַסער,
װעל איך דיר דערצײלן דעם חלום, װאָס האָט זיך מיר געחלומט.
נאָר בעטן װעל איך דיר, גאָלדע, זאָלסט זיך ניט שרעקן און נישט
איבערקלערן, חלילה, גאָט װײס װאָס. װאָרעם אין די הײליקע ספֿרים
בײַ אונדז שטײט געשריבן, אַז נאָר דרײַ חלקים פֿון אַ חלום קאָן
אַמאָל מקױים װערן און דאָס איבעריקע איז בלאָטע, שקרים וכזבֿים,
נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן... קודם־כּל — זאָג איך — האָט זיך
מיר געחלומט, אַז ס'איז בײַ אונדז אַ שׂמחה. איך װײס ניט, צי אַ
קנס־מאָל, צי אַ חתונה. מענטשן אַ סך. ייִדן און װײַבער, דער רבֿ
און דער שוחט, הײַנט קלעזמאָרים... דערװײַל עפֿנט זיך די טיר און
עס קומט־אַרײַן דײַן באַבע צײטל עליו השלום... מײַן װײַב האָט
דערהערט די באַבע צײטל, איז זי שױן געװאָרן טױט װי די װאַנט
און רופֿט זיך אָן צו מיר: „װי אַזױ איז זי אױפֿן פּנים און אין װאָס
איז זי געגאַנגען אָנגעטאָן?“... אַ פּנים האָט זי — זאָג איך — אױף
אַלע אונדזערע שׂונאים! געל אַזױ װי װאַקס, און אָנגעטאָן, 
געװײנטלעך, אין װײַסן, אין תּכריכים... „מזל־טובֿ! — מאַכט צו מיר די
באַבע צײטל — איך האָב נחת, װאָס איר האָט אױסגעקליבן פֿאַר אײַער
צײטלען, װאָס זי טראָגט מײַן נאָמען, אַ פֿײַנעם התּן, אַ לײַטישן. ער
הײסט מאָטל קאַמזױל, נאָך מײַן פֿעטער מרדכי און כאָטש ער איז
א שנײַדער, פֿון דעסט װעגן איז ער זײער אַן ערלעך קינד “
                                                          
     — פֿון װאַנען — רופֿט זיך אָן גאָלדע — האָט זיך צו אונדז
גענומען אַ שנײַדער? אין אונדזער משפּחה — זאָגט זי — זײַנען
    

— 37 (פֿאָלקסאױםדרוק: קראַפּירן, פּלאַצן) געשטאָרבן (װען מ'דעדט בײז)



92

פֿאַראַן מלמדים, חזנים, שמשׂים, קבֿרותּ־ייִדן, און גלאַט אַזױ אָרעמע
לײַט, נאָר נישט, חלילה, קײן שנײַדערס און נישט קײן שוסטערס...
    — שלאָג זשע מיך נישט איבער, גאָלדע! — זאָג איך צו איר —
מסתּמא װײסט דײַן באַבע צײטל בעסער פֿון דיר... אַז איך האָב
דערהערט פֿון דער באַבע צײטל אַזאַ מין מזל־טובֿ, רוף איך מיך
אָן צו איר: װאָס זאָגט איר עפּעס, באַבעניו, אַז צײטלס חתן הײסט
מאָטל און ער איז אַ שנײַדער, אַז בסך־הכּל הײסט ער לײזער־װאָלף
און ער איז גאָר אַ קצבֿ?... „נײן, רופֿט זיך אָן די באַבע צײטל נאָך

אַ מאָל, נײן, טבֿיה! דײַן צײטלס חתּן הײסט טאַקע נאָר מאָטל. ער
איז אַ שנײַדער און מיט אים װעט זי זיך עלטערן, אם־ירצה־השם,
אין עושר און אין כּבֿוד“... רעכט, באַבעניו, זאָג איך צו איר נאָך אַ
מאָל, װאָס זשע טוט מען מיט לײזער־װאָלפֿן? סטײַטש, איך האָב
דאָך אים ערשט נעכטן געגעבן דאָס װאָרט! — איך האָב נאָר 
אױסגערעדט די דאָזיקע װערטער, איך טו אַ קוק — נישטאָ די באַבע
צײטל! אױף איר אָרט איז אױסגעװאַקסן פֿרומע־שׂרה לײזער־װאָלפֿס
און מאַכט צו מיר כּהאי לישנא: „ר, טבֿיה! איך האָב אײַך געהאַלטן
תּמיד פֿאַר אַן ערלעכן, פֿאַר אַ ייִדן מיט תּורה. סטײַטש, װי קומט
דאָס, איר זאָלט טאָן אַזאַ זאַך, איר זאָלט װעלן, אַז אײַער טאָכטער
זאָל מיר ירשנען, זיצן אין מײַן שטוב, האַלטן מײַנע שליסלען, אָנטאָן
מײַן מאַנטל, טראָגן מײַנע צירונגען, מײַנע פּערל?“... װאָס בין איך
שולדיק, מאַך איך צו איר, אײַער לײזער־װאָלף האָט אַזױ געװאָלט...
„לײזער־װאָלף? — מאַכט זי צו מיר — לײזער־װאָלף װעט האָבן אַ
װיסטן סוף, און אײַער צײטל... אַ רחמנותּ נעבעך, ר, טבֿיה, אױף
אײַער טאָכטער. מער װי דרײַ װאָכן װעט זי מיט אים נישט לעבן.
און אַז עס װעלן אױסגײן די דרײַ װאָכן, װעל איך קומען צו איר
בײַ נאַכט און װעל זי אָננעמען בײַם האַלדז אָט אַזױ אָ...“ — און מיט
די װערטער, זאָג איך, האָט מיך פֿרומע־שׂרה אָנגענומען בײַם גאָרגל
און האָט מיך אָנגעהױבן צו װאַרגן אַזױ, אַז װען ניט דו זאָלסט מיך
געװען אױפֿװעקן, װאָלט איך שױן איצטער אָנגעשפּאַרט װײַט־װײַט!...
     — טפֿו־טפֿו־טפֿו! — מאַכט צו מיר מײַן װײַב און שפּײַט־אױס
     
     
     
93

דרײַ מאָל דרײַ — אין טײַך זאָל דאָס פֿאַלן, אין דער ערד זאָל דאָס
זינקען, אױף בױדעמס זאָל דאָס קלעטערן, אין װאַלד זאָל דאָס רוען,
נאָר אונדז און אונדזערע קינדער זאָל דאָס ניט שאַדטן! אַ בײזער,
אַ װיסטער, אַ פֿינצטערער חלום אױף דעם קצבֿס קאָפּ און אױף
זײַנע הענט און פֿיס! לאָז ער זײַן די כּפּרה פֿאַר מאָטל קאַמזױלס
מינדסטן נאָגל, כאָטש ער איז אַ שנײַדער! װאַרעם אַז ער הײסט נאָך
מײַן פֿאָטער מרדכי, איז ער געװיס נישט קײן געבױרענער שנײַדער,
און מסתּמא אַז די באַבע עליו השלום איז זיך מטריח פֿון יענער
װעלט קומען אַהער צו אָפּגעבן מזל־טובֿ, באַדאַרפֿן מיר זאָגן, סע זאָל
זײַן אין אַ גוטער שעה אַ מזלדיקער, אָמן סלה! — — — — — —


— — — — — — — — — — — 
     בקיצור, װאָס זאָל איך אײַך לאַנג מאַריך זײַן? איך בין געװען
שטאַרקער פֿון אײַזן, אַז איך האָב יענע נאַכט אױסגעהאַלטן און בין
נישט צעזעצט און צעשפּרונגען געװאָרן, ליגנדיק אונטער דער
קאָלדרע, פֿאַר געלעכטער... ברוך שלא עשׂני אשה 38 — אַ ייִדענע
בלײַבט אַ ייִדענע... סע פֿאַרשטײט זיך, אַז אױף מאָרגן איז געװען
בײַ אונדז דאָס קנס־מאָל, און טאַקע באַלד נאָך דעם די חתונה, אױף
גמרא־לשון: הא גבֿרא והא טרםקא 39, און דאָס פּאָרפֿאָלק, ברוך־השם,
לעבט זיך גאַנץ צופֿרידן: ער איז זיך אַ שנײַדער, גײט־אַרום אין
בױבעריק פֿון אײן דאַטשע אין דער אַנדערער אָננעמען אַרבעט, און
זי טאָג װי נאַכט אין דעם יאָך, קאָכט או▮ באַקט און װאַשט און
שמירט און טראַגט װאַסער, קױם־קױם דאָס שטיקל ברױט אין שטוב;
איך זאָל איר ניט ברענגען אַ מאָל אַ ביסל מילכיקס, אַ מאָל עטלעכע
גראָשנס, װאָלט געװען גאָר נישט גוט — און רײד מיט איר, זאָגט
זי, אַז ס'איז איר, קײן עין־הרע, גוט װי די װעלט. אַבי, זאָגט זי,
     

— 38 (פֿון תפֿילת השחר) טביה האַלט זיר אין אײן באַרימען, אַז ר'איז אַ
מאַנספּאַרשױן, אָבער ער טוט עס נאָר מיטן כּוח פֿון םידור  
— 39 /קידושיl
ע,/ אין דער גמרא װערט געזאָגט דיםקא, אָבער טביה מאַכט פֿון דעם „טרסקא“,
טראַסקע... אָט איז אַ מענטש און אָט איז זײן פֿאַרבעטונגס־קאַרטע (אַראַמיש מיט
גריכיש).



94  

איר מאָטל זאָל איר זײַן געזונט. נו, גײט טענהט מיט הײַנטיקע 
קינדער! עס קומט־אױס, װי איך האָב אײַך געזאָגט פֿונעם אָנהײב:
בנים גדלמי ורוממתּי — האָרעװע פֿון קינדערס װעגן, שלאָג זיך
קאָפּ אין װאַנט, והם פּשעו בי — זאָגן זײ, אַז זײ פֿאַרשטײען בעסער.
נײן, זאָגט אײַך װאָס איר װילט, הײַנטיקע קינדער זײַנען צו קלוג!
נאָר מיר דאַכט, אַז איך האָב אײַך הײַנט אָנגעדולט אַ קאָפּ מער װי
אַלע מאָל. האָט מיר קײן פֿאַראיבל ניט, זײַט מיר געזונט און האָט
אײַך אַ גוטן תּמיד!
                                   





------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
                           

האָדל
                                                  

געשריבן אין יאָר 1904
     
— איר חידושט זיך, פּאַני שלום עליכם, אױף טבֿיהן, װאָס מע
זעט אים נישט? ער האָט זיך, זאָגט איר, שטאַרק אַ רוק געטאָן, מיט
אַ מאָל, זאָגט איר, גרױ געװאָרן? עך־עך־עך! װען איר זאָלט װיסן,
מיט װאָס פֿאַר צרות, מיט װאָס פֿאַר װײטיקן אָט דער טבֿיה טראָגט
זיך אַרום! װי אַזױ שטײט דאָרט בײַ אונדז געשריבן: אָדם יםודו מעפֿר
וםופֿו לעפֿר 1 — אַ מענטש איז שװאַכער פֿון אַ פֿליג און שטאַרקער
פֿון אײַזן... טאַקע נאָר אַ באַשרײַבונג מיט מיר! װוּ ערגעץ אַ שלאַק,
אַ צרה, אַן אָנשיקעניש — מיך אױסמײַדן טאָר עס נישט. פֿון װאַנען
נעמט זיך עס, װײסט איר ניט? אפֿשר דערפֿון, װאָס בטבֿע בין איך
    

— 1 (פֿון די ימים־נוראימדיקע תּפֿילות) אַ מענטש שטאַמט פֿון שטױב און
דער סוף זײַנער איז (צו װערן) שטױב.


95

אַ פּתי יאמין 2, װאָס גלײבט איטלעכן אױף נאמנות? טבֿיה פֿאַרגעסט,
װאָס אונדזערע חכמים האָבן אונדז אָנגעזאָגט טױזנט מאָל: כּבדהו
וחשדהו 3; בלשון אַשכּנז הײסט עס: „נע װיר סאָבאַקי“ 4... נאָר װאָס
זאָל איך טאָן, פֿרעג איך אײַך, אַז ס'איז בײַ מיר פֿאָרט אַזאַ טבֿע?
איך בין, װי איר װײסט, אַ גרױסער בעל־בטחון און האָב צו דעם
װאָס לעבט אײביק קײן מאָל קײן טענות נישט. װי אַזױ ער פֿירט,
אַזױ איז גוט. װאָרעם פּרװוט זיך, אַדרבא, פֿאַרקערט, האָט יאָ טענות,
װעט זיך אײַך עפּעס העלפֿן? אַז װי באַלד מיר זאָגן אין די סליחותּ:
הנשטה לך והגוף שלך 5 — הײַנט װאָס װײס אַ מענטש און װאָס
האָט ער פֿאַר אַ װערדע? שטענדיק טענה איך אָבער מיט איר, מיט
מײַנער הײסט דאָס: „גאָלדע, זאָג איך, דו זינדיקסט! פֿאַראַן, זאָג איך,
בײַ אונדז אַ מדרש...“
     — װאָס מיר מדרש — זאָגט זי — מיר האָבן — זאָגט זי —
אַ טאָכטער אױף חתּונה צו מאַכן. און נאָך דער טאָכטער, קײן עין־הרע,
גײען נאָך צװײ טעכטער. און נאָך די צװײ — נאָך דרײ, קײן בײז
אױג זאָל ניט שאַדטן!
     — עט — זאָג איך — ס'איז בלאָטע, גאָלדע! אונדזערע חכמים —
זאָג איך — האָבן דאָס אױך באַװאָרנט; ס'איז פֿאַראַן — זאָג איך —
דערױף אױך אַ מדרש...
     לאָזט זי זיך ניט רײדן:
     — טעכטער — זאָגט זי — דערװאַקסענע, זענען אַלײן אַ גוטער
מדרש...
     און גײט טענהט מיט אַ ייִדענע!
     הקיצור, פֿון דעם זעט איר אַרױס, אַז ס'איז פֿאַראַן, ס'איז דאָ,
קײן עין־הרע, בײַ מיר סחורה אױף אױסצוקלײַבן, און דװקא פֿײַנע
                                                                        


— 2 /משלי י“ד, טו/ אַ נאַר גלײבט אַלץ װאָס מ'דערצײלט אים. 
— 3 /מםכתא
דרד־אר▮ רבה/ גיב אים אָפּ כּבֿוד און האַלט אױף אים אַן אױג (טרױ נישט
בלינד). 
— 4 (אוקר, פֿאָלקםװערטל) גלײב נישט קײן הונט! 
— 5 טביה מײנט,
אַז יעדער אײנער קען דעם טײַטש פֿון די ▮סוקים אין דאַװנען, איז איבעריק
צו טײַטשן.



96

סחורה, ניט צו פֿאַרזינדיקן, אײנע שענער פֿון דער אַנדערער. ס'איז
ניט שײַך, אַז איך אַלײן זאָל לױבן מײַנע קינדער, נאָר איך הער
װאָס די װעלט זאָגט: „קראַסאַװיצעס!“... און ועל־כּולם — די עלטערע,
האָדל רופֿט מען זי, די אַנדערע פֿון צײטלען, די װאָס האָט זיך
פֿאַרקאָכט, אױב איר געדענקט, אינעם חײט. איז זי שײן, זאָג איך
אײַך. די אַנדערע טאָכטער מײַנע, האָדל מײן איך, װאָס זאָל איך
אײַך זאָגן? טאַקע װי אין דער הײליקער מגילה שטײט געשריבן:
כּי טןבֿת מראה היא 6 — שײַנט װי אַ שטיק גאָלד! און צו די צרותּ
באַדאַרף זי נאָך האָבן אַ קאָפּ אױך, שרײַבט און לײענט ייִדיש און
רוסיש, און ביכלעך — ביכלעך שלינגט זי, װי האַלעשקעס 7. װעט
איר דאָך פֿרעגן אַ קשיא: װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז טבֿיהס טאָכטער
מיט ביכלעך, אַז דער טאַטע אירער האַנדלט גאָר מיט קעז און מיט
פּוטער? הערסטו, אָט דאָס פֿרעג איך דאָך בײַ זײ, בײַ די פֿײַנע בחורים
הײסט עס, װאָס קײן הױזן, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, איז נישטאָ,
און שטודירן גלוסט זיך זײ, װי מיר זאָגן אין דער הגדה: כולנו חכמים
— אַלע װילן לערנען, כּולנו נבֿונים 8 — אַלע װילן שטודירן. פֿרעגט
זײ: װאָס שטודירן? װער שטודירן? זאָלן אַזױ ציגן װיסן אין פֿרעמדע
גערטנער שפּרינגען! אַז בסך־הכּל לאַזט מען זײ דאָך גאָר ניט צו.
װי זאָגט ער? אַל תשלח ידך ▮ — אַ קאָטע 10 פֿון דער פּוטער!... זאָלט
איר זען פֿון דעסט װעגן, װי מע לערנט! און װער? בעל־מלאכהשע
קינדער, פֿון שנײַדערס, פֿון שוסטערס, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן בכל
אַשר אפֿנה 11! מע לאָזט זיך אַװעק קײן יעהופּעץ אָדער קײן אַדעס,
מע װאַלגערט זיך אױס אױף אַלע בױדעמס, עסן עסט מען מכּות
מיט בכורות און פֿאַרבײַסן פֿאַרבײַסט מען מיט קדחת, גאַנצע חדשים
דורך אַנאַנד קוקט מען נישט אָן קײן שטיקל פֿלײש אין די אױגן,
     

— 6 /בראשית כ„ו, ז/ װײל שײן איז איר אױסזען. 
— 7 בלינצעס, „מלינצעס“,
טײגלעך געפּרעגלט מיט אײער, אָנגעפֿולט מערסטנס מיט קעז. 
— 8 טביה גיט
דעם זין פֿון דער השׂכּלה, װען “שטודירן“ האָט מען געהאַלטן פֿאַר װערן „
נבונים“, קלוגע. 
— 9 /בראשיתּ כ“ב, יב/ זאָלסט נישט אױסשטרעקן דײן האַנט.
— 10 (צו אָ קאַ▮) אַװעק! — 11 װוּ איר װעל זיר נאָר װענדן.



97

מע לײגט זיך צונױף זעקס פּאַרשױנדלעך אױף אײן בולקע מיט אַ
הערינג און ושׂמחתּ בחגך 12 — הוליע קבצן!...
     בקיצור, האָט זיך אײנער פֿון דער „חבֿרה“ פֿאַרהאַקט אין אונדזער
װינקל. עפּעס אַ שלימזל, נישט װײַט פֿון דאַנען. איך האָב געקענט
דעם טאַטן זײַנעם. ער איז געװען אַ פּאַפּיראָסניק 3נ און אַ קבצן,
לאָז ער מיר מוחל זײַן, אין זיבן פּאָלעס. מילא, בין איך אײַך דערױף
נישט אױסן. װאָרעם אַז דעם תּנא ר, יוחנן הסנדלר איז אָנגעשטאַנען
צו נײען שטיװל, מעג אים שױן, דאַכט זיך, אָנשטײן צו האָבן אַ
טאַטן, װאָס דרײט פּאַפּיראָסן. פֿאַרדריסן פֿאַרדריסט מיך נאָר אײן זאַך.
                                                                           
למאַי זאָל זיך אַ קבצן גלוסטן לערנען, שטודירן? פּראַװדאַ 14, דער
גוטער יאָר האָט אים נישט גענומען. ער האָט אַ גוט קעפּל, גאָר אַ
גוט קעפּל. פּערטשיק הײסט ער, דער שלימזל. האָבן מיר 
איבערגעלײגט אױף ייִדיש: פֿעפֿערל. ער זעט טאַקע אױס װי אַ פֿעפֿערל.
איר זאָלט אָנקוקן — אַ װעװריקל, אַ קלײנס, אַ שװאַרצס, אַ 
פֿאַרזעעניש. נאָר ס'איז פֿול, מלא וגדוש. און אַ מױל — אַש להבֿה,
שװעבל און פּעך.
     ױהי היום, טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, איך פֿאָר אײן מאָל אַהײם פֿון
                                                              



בױבעריק. אָפּגעזעצט דאָס ביסל סחורה, אַ גאַנצן טראַנספּאָרט קעז
און פּוטער און סמעטענע און שאָר ירקותּ. זיץ איך פֿאַרטראַכט, װי
דער ש▮ייִגער איז, אין הימל־זאַכן, פֿון דעם, פֿון יענעם און פֿון די
יעהופּעצער נגידים, װאָס עס גײט זײ, קײן עין־הרע, אַזױ גוט, און
פֿון טבֿיהן דעם שלימזל מיט זײַן פֿערדל, װאָס װערן כּל ימיו 
פֿאַרשװאַרצט, וכּדומה נאָך אַזעלכע ענינים. זומער. די זון באַקט. די פֿליגן
בײַסן. און די װעלט אַרום—און־אַרום איז מחיה, גרױס, אָפֿן, כאָטש
הײב זיך אױף און פֿלי, כאָטש צי זיך אױס און שװים!...
     דערװײַל, איך טו אַ קוק — אַ בחורל שפּאַנט זיך מיט די רגלים
איבערן זאַמד, האַלט אַ פּעקל אונטערן אָרעם און שװיצט, פֿאָכעט מיט
    

— 12 /דבריס ט“ו, יד/ זאָלסט זיך משׂמח זײן אין דײן יום־טובֿ! 
— 13 אַ פּאַפֿיראָסן־מאַכער (אַן אַרבעטער). 
— 14 (םלאַװיש) דעם אמת זאָגנדיק.



98 

דער נשמה. „יעמוד החתּן ר, יאָקל בן פֿלעקל! — זאָג איך צו אים
— זעץ דיך אױף, הער נאָר, װעל איך דיך אַ ביסל אונטערפֿירן. איך
פֿאָר במילא לײדיק. װי שטײט דאָרטן, זאָג איך, בײַ אונדז געשריבן.
                                                                    
„דײַן חבֿרס אײזל, אַז דו באַגעגנסט, איז עזובֿ תּעזובֿ 15 — דאַרפֿסט
אים נישט פֿאַרלאָזן, הײַנט לא כּל שכּן אַ מענטש“... לאַכט ער, דער
שלימזל, און לאָזט זיך דװקא לאַנג נישט בעטן און קריכט אין װעגעלע
אַרײַן.
    — פֿון װאַנען — זאָג איך — שפּאַנט דאָס, למשל, אַ בחורל?
    — פֿון יעהופּעץ.
    — אַזאַ בחורל, װי איך — זאָגט ער — גיט־אָפּ אַקזאַמענט.
    — אױף װאָס — זאָג איך — שטודירט אַזאַ בחורל װי דו?
     — אַזאַ בחורל װי איך — זאָגט ער — װײס נאָך אַלײן ניט
אױף װאָס ער שטודירט.
    — אם כּן — זאָג איך — װאָס זשע דולט זיך אַזאַ בחורל װי
דו אומזיסט דעם קאָפּ?
    — זאָרגט זיך נישט, ר, טבֿיה, אַזאַ בחורל װי איך — זאָגט
ער — װײסט שױן װאָס ער האָט צו טאָן.
     — זאָג מיר נאָר — זאָג איך — װי באַלד אַז איך בין דיר שױן
יאָ באַקאַנט, טאָ װער ביסטו, למשל?
     — װער איך בין? איך בין — זאָגט ער — אַ מענטש.
     — איך זע — זאָג איך — אַז נישט קײן פֿערד; איך מײן
װעמענס ביסטו?
     — װעמענס — זאָגט ער — זאָל איך זײַן? איך בין גאָטס.
     — איך װײס — זאָג איך — אַז גאָטס; עס שטײט — זאָג איך —
בײַ אונדז געשריבן: כּל החיה וכל הבהמה 16. איך מײן — זאָג איך —
פֿון װאַנען שטאַמסטו, צי ביסטו אַן אונדזעריקער, צי אפֿשר פֿון דער
ליטע?
    
— 15 / שמות כ„ג, ה / העלפֿן זאָלסטו העלפֿן (אָפּבינדן די שטריק פֿונעם
אײזל, װאָס איז געפֿאַלן אונטער זײן משׂא). 
— 16 /בראשית ז,, יד/ אַלע חיותּ
און אַלע בהמות.



99
    
— שטאַמען — זאָגט ער — שטאַם איך פֿון אָדם הראשונען און
אַלײן בין איך — זאָגט ער — אַ היגער. איר קענט מיך.
    — װער זשע — זאָג איך — איז דער טאַטע דײַנער? לאָמיר
שױן הערן!
    — מײַן טאַטע — זאָגט ער — האָט געהײסן פּערטשיק.
    — טפֿו זאָלסטו װערן! האָסטו — זאָג איך — באַדאַרפֿט אַזױ
לאַנג מוטשען? ביסטו, הײסט דאָס, פּערטשיק דעם פּאַפּיראָסניקס אַ
זונדל?
    — בין איך — זאָגט ער — פּערטשיק דעם פּאַפּיראָסניקס אַ
זונדל.
    — און שטודירסט — זאָג איך — אין די קלאַסן?
    — און שטודיר — זאָגט ער — אין די קלאַסן.
    — נו־נו, מהיכא תּיתּי — זאָג איך — אָדס אַ מענטש, ציפּור אַ
פֿױגל, קאַטשקע רוק זיך.
    — זאָג זשע מיר — זאָג איך — תּכשיט מײַנער, פֿון װאָס,
למשל, לעבסטו, אַ שטײגער?
    — פֿון דעם — זאָגט ער — װאָס איך עס.
    — אַהאַ — זאָג איך — גאַנץ גוט; װאָס זשע — זאָג איך —
עסטו?
    — אַלצדינג — זאָגט ער — װאָס מע גיט מיר.
    — איך פֿאַרשטײ — זאָג איך — ביסט נישט קײן 
איבערקלײַבער: אַז ס'איז דאָ װאָס צו עסן, עסטו, און אַז ס'איז נישטאָ װאָס
צו עסן, פֿאַרבײַסטו מיט אַ ליפּ און לײגסט זיך שלאָפֿן אַ ניכטערער.
נאָר װאָס דען — זאָג איך — ס'איז אַלצדינג כּדאַי, אַבי שטודירן
אין די קלאַסן, זאָג איך. גלײַכסט זיך — זאָג איך — צו די 
יעהופּעצער נגידים, װי אין פּסוק שטײט: כּולם אַהובֿים, כּולם ברורים.
אַזױ זאָג איך צו אים מיט אַ פּסוק און מיט אַ מדרש, װי טבֿיה קאָן.
מײנט איר דאָך, אַז ער שװײַגט מיר אָפּ, פּערטשיק הײסט עס?
„ניט דערלעבן, זאָגט ער, װעלן די נגידים, אַז איך זאָל זיך צו זײ
גלײַכן! איך האָב זײ, זאָגט ער, אין דער ערד!“ — ביסט מיר עפּעס



100

שטאַרק, זאָג איך, אױפֿגעטראָגן, זאָג איך, אױף די נגידים? איך האָב
מורא, זאָג איך, אױב זײ האָבן זיך ניט צעטײלט, זאָג איך, מיט
דײַן טאַטנס ירושה.
     — זאָלט איר טאַקע װיסן — זאָגט ער — אַז איך און איר און
מיר אַלע, קאָן זײַן, האָבן אַ גרױסן חלק בײַ זײ אין דער ירושה...
     — װײסטו װאָס — זאָג איך — לאָזן שױן דײַנע שׂונאים רײדן
פֿאַר דיר. איך זע־אַרױס — זאָג איך — נאָר אײן זאַך, אַז דו ביסט
אַ ייִנגל נישט קײן פֿאַרפֿאַלענער און די צונג באַדאַרף מען דיר
נישט פּיקן. אױב דו װעסט — זאָג איך — האָבן צײַט, קאָנסטו
זיך אַרײַנכאַפּן צו מיר הײַנט אױף דער נאַכט, װעלן מיר אַ ביסל
שמועסן, און טאַקע, בדרך הליכה, כאַפּן מיט אונדז אַ װעטשערע...
     אַװדאי האָט מײַנער נישט געלאָזט איבערחזרן די װערטער און
איז געקומען צו גאַסט. געטראָפֿן אַקוראַט צום סמיטשיק 17, בשעתּ
דער באָרשטש איז געשטאַנען אױפֿן טיש און די מילכיקע קנישעס אין
אױװן האָבן זיך נאָך געפּרעגלט. „דו האָסט, זאָג איך צו אים, אַ
לעבעדיקע שװיגער; קאָנסט זיך, זאָג איך, גײן װאַשן, און אַז ניט,
קאָנסטו, זאָג איך, עסן אומגעװאַשן; איך בין ניט גאָטס סטראַפּטשע,
זאָג איך; מיך װעט מען אױף יענער װעלט פֿאַר דיר ניט שמײַסן“
אַזױ שמועס איך מיך אױס מיט אים און פֿיל, אַז עס ציט מיך
עפּעס צו דעם דאָזיקן מענטשל. װאָס — װײס איך אַלײן ניט, נאָר
עס ציט. איך האָב ליב, פֿאַרשטײט איר, אַ מענטשן, װאָס מע קאָן
מיט אים רײדן אַ װאָרט; אַ מאָל אַ פּסוק, אַ מאָל אַ מדרש, אַ מאָל
אַ שטיקל חקירה אין הימל־זאַכן, דאָס, יענץ, לאָקש, בױדעם, 
ציבעלע. אָט אַזאַ מענטש איז טבֿיה. פֿון יענער צײַט אָן האָט מײַן בחור
אָנגעהױבן אַרײַנקומען צו מיר כּמעט אַלע טאָג. אָפּגעפֿאַרטיקט זיך
מיט די „שטונדן“, פֿלעגט ער קומען צו מיר זיך אָפּרוען און אַ
ביסל פֿאַרברענגען. מאָלט אײַך, אַז אָך־און־װײ איז געװען צו אים
מיט זײַנע שטונדן אין אײנעם, אַז בסך הכּל, דאַרפֿט איר װיסן, בײַ
אונדז דער גרעסטער נגיד איז געװױנט צו צאָלן גאַנצע ח“י 
    
— 17 צום שפֿילן, הײסט עס, גרײט צום עסן.



 101
 
גילדױנים, אי דאָס, זאָל דער לערער אים העלפֿן לײענען דעפּעשן,
שרײַבן אַדרײסים 8▮ און טאַקע פֿאָלגן אַ גאַנג אױך. פֿאַר װאָס נישט?
אַ בפֿירושער פּסוק▮ בכל לבֿבֿך ובכל נפֿשך — עסטו ברױט, 
דאַרפֿסטו װיסן פֿאַר װאָס. אַ שטיקל גליק כאָטש, װאָס געגעסן האָט ער,
אײגנטלעך, בײַ מיר, און דערפֿאַר האָט ער אונטערגעקנעלט מיט
מײַנע טעכטער, װי זאָגט ער: עין תּחת עין — אַ פּאַטש פֿאַר אַ
פּאַטש; און אָט אַזױ איז ער געװאָרן בײַ אונדז אין שטוב אַ גאַנצער
בן־בית, די קינדער האָבן אים אונטערגעטראָגן אַ גלעזל מילך און
מײַן אַלטע האָט אַכטונג געגעבן, ער זאָל האָבן אַ העמד אױפֿן לײַב
מיט אַ פּאָר זאָקן גאַנצע. און טאַקע דעמאָלט האָבן מיר דאָס אים
געקרױנט מיטן נאָמען פֿעפֿערל, איבערגעמאַכט, הײסט עס, אױף
ייִדיש פֿון פּערםשיק און מע קאָן זאָגן, אַז מיר האָבן אים אַלע
ליב געקריגן עפּעס גאָר װי אַן אײגענעם, מהמתּ בטבֿע איז ער,
דאַרפֿט איר װיסן, דװקא נישקשה פֿון אַ מענטשן, אַ פּשוטער, אַ
פּראָסטער חי־וקײם הײסט דאָס, שלי שלך, שלך שלי, מײַנס דײַנס —
הפֿקר ציבעלעס...
     פֿאַר אײן זאַך נאָר האָב איך אים פֿײַנט געהאַט: פֿאַר זײַן 
פֿאַרפֿאַלן װערן. פּלוצעם פֿלעגט ער זיך אױפֿהײבן, אַװעקגײן, און והילד
איננו — נישטאָ פֿעפֿערל! „װו ביסטו געװען, מײַן טײַערער 
שפּילפֿױגל?“ — שװײַגט װי אַ פֿיש... איך װײס נישט, װי אַזױ איר —
איך האָב פֿײַנט אַ מענטשן מיט סודות. איך האָב ליב, װי זאָגט ער:
ױדבר — גערעדט און ױאמר — געזאָגט. דערפֿאַר האָט ער אָבער אַ
מעלה: צערעדט ער זיך שױן, איז מי באש ומי במים 19 — פֿאַר
פֿײַער און פֿאַר װאַסער. אַ פּיסק — ניט געדאַכט זאָל ער װערן!
רעדט על ה, ועל משיחו, און אױף ננתּקה 20 און דער עיקר טאַקע —
אױף ננתּקה. מיט פּלענער אַלץ אַזעלכע װילדע, קרומע, משוגענע
גענג, עפּעס אַלצדינג לאַקירדע, פּאָפּעריק 21, מיט די פֿיס אַרױף.
    

— 18 (פּאַרהעברעישט) אַדרעסן. 
— 19 אַנשטאָט אומבאַהאָלפֿנקײט אַנטקעגן
גורל, װי אין ונתנה תוק▮, ניצט גאָר טביה דעם פּסוק צו װײַזן אַ תּקיף.
— 20 /תּהילים ב,, ג/ לאָמיר צערײַסן (דעם בונד), „נענאַטקע„. 
— 21 ???
    
    
    
102 

פֿאַר למשל, אַ נגיד קומט־אױס, נאָך זײַן משוגענעם, פֿאַרקערטן שׂכל,
איז אָפּגעפֿרעגט; און אַ קבצן איז, פֿאַרקערט, אַ גאַנצער צימעס.
און װער שמועסט אַ בעל־מלאָכה — דער איז גאָר דאָס אײבערשטע
פֿונעם שטױסל, טײַערער פֿון חרוסת, מחמת יגיע כּפּיך 22, זאָגט
ער, דאָס איז דער עיקר.
    — פֿון דעסט װעגן — זאָג איך — צו געלט — זאָג איך —
קומט דאָס נישט!
     װערט ער מלא כּעס און װיל מיר אײַנדרינגען, אַז געלט איז אַ
שחיטה פֿאַר דער װעלט; פֿון געלט, זאָגט ער, נעמען זיך אַלע 
פֿאַלשקײטן אױף דער װעלט; און אַלצדינג, זאָגט ער, װאָס סע טוט זיך
אױף דער װעלט, טוט זיך עס נישט על־פּי יושר. און ער ברענגט▮
מיר צען טױזנט ראַיותּ און משלים, װאָס קלעפּן זיך בײַ מיר, װי
אַן אַרבעס צו דער װאַנט... „קומט־אױס, נאָך דײַן משוגענעם שׂכל,
זאָג איך, אַז דאָס, װאָס מײַן בהמה מעלקט זיך, און דאָס, װאָס מײַן
פֿערדל פֿאָרט, איז אױך נישט על־פּי יושר?“... וכּדומה נאָך 
אַזעלכע קלאָץ־קשיות פֿרעג איך אים און שטעל אים אָפּ, װי זאָגט ער
על כּל דבֿרי שירות ותּשבחות 23 — אױף יעדן טריט, װי טבֿיה
קאָן! מײַן פֿעפֿערל אָבער קאָן אױך, נאָך אַ מין קאָנען! הלװאַי װאָלט
ער אַזױ נישט קאָנען װי ער קאָן! און האָט ער עפּעס אױפֿן האַרצן,
אַזױ זאָגט ער דאָס אַרױס.
     אײן מאָל זיצן מיר אַזױ פֿאַר נאַכט בײַ מיר אױף דער פּריזבע
און חקירהן אַלץ מכּוח די דאָזיקע ענינים, פֿילאָסאָפֿיע הײסט עס.
רופֿט ער זיך אָן צו מיר, פֿעפֿערל הײסט עס: „איר װײסט, ר, טבֿיה?
איר האָט טעכטער, ר, טבֿיה, זײער געראָטענע“.
     — טאַקע באמת? — זאָג איך — אַ דאַנק דיר פֿאַר דער בשׂורה.
זײ האָבן — זאָג איך — אין װעמען געראָטן צו זײַן.
     — אײנע — זאָגט ער צו מיר װײַטער — די עלטערע, די איז
גאָר — זאָגט ער — אַ בר־דעת, אַ פּאָלנער מענטש.

???— ▮ערט, קאָפּױער. ???

— 22 /ו▮היל▮ם קכ„ט, ב/ די מי פֿון דײַנע הענט. 
— 23 /פּון שבתדיקן שחרית/ אױף אַלע געזאַנגען און לױבװערטער.



 103
 
    — איך װײס עס אָן דיר! — זאָג איך — דאָס עפּעלע — זאָג
איך — פֿאַלט נישט װײַט פֿונעם בײמעלע.
    אַזױ זאָג איך צו אים און דאָס האַרץ, געװײנטלעך, װאַקסט
פֿאַר תּענוג. װאָרעם װאָסער פֿאָטער, איך בעט אײַך, האָט נישט ליב▮
אַז מע לױבט אים זײַנע קינדער? גײ זײַ אַ נבֿיא, אַז פֿון אַזאַ מין
לױבעניש װעט גאָר אָרױסשפּרינגען אַ פֿאַרקאָכעניש, זאָל גאָט שומר
ומציל זײַן!
    איר מעגט דאָס האָרכן.
    בקיצור, ױהי ערבֿ ױהי בוקר — געװען איז דאָס צװישן טאָג
און נאַכט, אין בױבעריק טאַקע. פֿאָר איך מיר אַזױ מיט מײַן 
װעגעלע איבער די דאַטשעס, שטעלט מיך עמעצער אָפּ. איך טו אַ
קוק — ס'איז אפֿרים דער שדכן. אפֿרים דער שדכן, דאַרפֿט איר
װיסן, איז זיך אַ ייִד אַ שדכן װי אַלע שדכנים. פֿאַרנעמט זיך, הײסט
דאָס, מיט שידוכים. דערזעט ער מיך, אפֿרים הײסט עס, אין 
בױבעריק און שטעלט מיך אָפּ:
    — זײַט זשע מוחל, ר, טבֿיה, איך דאַרף אײַך עפּעס — זאָגט
ער — זאָגן.
    — מהיכא תּיתּי, אַבי אַ גוטס — זאָג איך און שטעל־אָפּ דאָס
פֿערדל.
    — איר האָט — זאָגט ער — ר, טבֿיה, אַ טאָכטער!
    — איך האָב — זאָג איך — זיבן, זאָלן געזונט זײַן.
    — איך װײס — זאָגט ער — אַז איר האָט זיבן. איך האָב אױך
זיבן.                                             
                                                             
    
— האָבן מיר — זאָג איך — אין אײנעם אַזױ גרױס װי פֿערצן.
    — בקיצור, װערטלעך אױף אַ זײַט! — זאָגט ער — די מעשׂה,
ר, טבֿיה, דערפֿון — זאָגט ער — איז אַזױ: איך בין דאָך, װי אײַך
איז ידוע, אַ ייִד אַ שדכן. האָב איך — זאָגט ער — פֿאַר אײַך אַ
חתן פֿון חתן־לאַנד. אַ חתן טאַקע פּערװע שבפּערװע 24!
    —דהײַנו — זאָג איך —— װאָס װערט אָנגערופֿן בײַ אײַך אַ חתן
                                                           

— 24 (רוסיש) ערשטע שבערשטע, דאָס סאַ▮ע ▮עסטע װאָס קען ןײן.
    
    
    
104

פֿון חתן־לאַנד, פּערװע שבפּערװע? אױב — זאָג איך — אַ חײט
אָדער אַ סנדלר, אָדער אַ מלמד, מעג ער — זאָג איך — זיצן דאָרט,
און איך — זאָג איך — ריװח והצלה יעםד 25; מײַן גלײַכן װעל
איך מיר געפֿינען, ממקום אַחר, װי דער מדרש — זאָג איך — זאָגט...
    — ע — זאָגט ער — ר, טבֿיה, איר הײבט שױן אָן מיט אײַערע
מדרשים? מיט אײַך — זאָגט ער — רײדן באַדאַרף מען זיך גוט 
אונטערגאַרטלען! איר פֿאַרשיט — זאָגט ער — די װעלט מיט 
מדרשים. איר הערט בעסער אױס — זאָגט ער — װאָס פֿאַר אַ שידוך
אפֿרים דער שדכן איז אַ בעלן אײַך פֿאָרצולײגן; איר זאָלט — זאָגט
ער — נאָר האָרכן און שװײַגן.
     אַזױ מאַכט ער צו מיר, אפֿרים הײסט דאָס, און נעמט און לײענט
מיר אױס אַ צעטל — װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? טאַקע עפּעס 
קפֿריסין 26. ראשית, איז דאָס זײער אַ שײן אָרט; אַ טאַטנס אַ קינד,
זאָגט ער, ניט קײן „חאָץ־דרגא“ 27. און דאָס, דאַרפֿט איר װיסן, איז
בײַ מיר דער עיקר. װאָרעם איך בין אַלײן אױך ניט אַבי װער;
בײַ מיר אין דער משפּחה זײַנען פֿאַראַן אַלערלײ, װי זאָגט ער: עקו—
דים, נקודיס ובֿרודים — פֿאַראַן פּראָסטע מענטשן, פֿאַראַן 
בעלימלאכות און פֿאַראַן באַלעבאַטים. הײַנט איז ער אַ יודע־נגן, װאָס
פֿאַרשטײט אין די קלײנע אותּיות. און דאָס איז בײַ מיר אַװדאי
נישט פֿון די קלײנע זאַכן. װאָרעם אַ גראָבן יונג האָב איך דאָך
פֿײַנט װי חזיר! בײַ מיר אַן עם־האָרץ איז ערגער טױזנט מאָל פֿון
אַ הולטײַ; איר מעגט אײַך גײן אָן אַ היטל און אַפֿילו מיטן קאָפּ אַראָפּ,
                                                                
מיט די פֿיס אַרױף, אַבי איר װײסט װאָס רשי מאַכט, זײַט איר
שױן פֿון מײַנע לײַט. אָט אַזאַ ייִד איז טבֿיה... הײַנט איז ער — זאָגט
ער — רײַך, אָנגעשטאָפּט מיט געלט. פֿאָרט־אַרױס, זאָגט ער, מיט
אַ קאַרעטע, מיט אַ פּאָר ברענענדיקע סוסים, עס גײט אַזש אַ רױך!...
    

— 25 טביה שפּאַלט דעם פֿסוק פֿון מגילת אסתּר אױף אױסטײַטשן זײן אײגענע
סיטואַציע. 
— 26 אַן אָרטשאַפֿט װאָס הורדוס האָט אױסגעבױט פֿאַר זײן מאַמען
▮ייִן קפּריסין, יחוסדיקער װײן). 
— 27 (אַראַמיש) פֿון נידעריקן אָפֿשטאַם, נחות
דךגא.



105

נו, מהיכא תיתּי, טראַכט איך מיר, דאָס איז אױך נישט פֿון די 
גרױסע חסרונות. אײדער אַ קבצן איז שױן גלײַכער אַ נגיד. װי זאָגט
ער: יאה עניותא לישׂראל 28 — גאָט אַלײן האָט אױך פֿײַנט אַ קבצן.
אַ סימן האָט איר, אַז גאָט זאָל ליב האָבן אַ קבצן, װאָלט אַ קבצן
קײן קבצן נישט געװען. „נו, לאָמיר הערן װײַטער“, זאָג איך. „
װײַטער, זאָגט ער, װיל ▮ ער מיט אײַך אַ שידוך טאָן. ער גײט־אױס,
ער חלשט, זאָגט ער, דאָס הײסט נישט נאָך אײַך — נאָך אײַער 
טאָכטער חלשט ער. ער װיל אַ שײנע, װיל ער“...
     — אַזױ? — זאָג איך — לאָז ער זײַן פֿאַר איר די כּפּרה! װער —
זאָג איך — איז ער, דער אַנטיק אײַערער? אַ בחור? אַן אַלמן? אַ
גרוש? אַ שװאַרץ־יאָר?
     — ער איז אַ בחור — זאָגט ער — אַ בחור, אַפֿילו אין די
יאָרן שױן, נאָר אַ בחור.
     — װי אַזױ זשע — זאָג איך — איז דער הײליקער נאָמען
זײַנער?
     װיל ער מיר ניט זאָגן, כאָטש בראָט אים. „ברענגט זי, זאָגט
ער, צו פֿירן קײן בױבעריק, װעל איך אײַך נאָך דעם, זאָגט ער,
זאָגן“.
     — װאָס הײסט — זאָג איך — איך זאָל זי ברענגען צו פֿירן?
ברענגען — זאָג איך — ברענגט מען צו פֿירן אַ פֿערד — זאָג איך —
אױפֿן יאַריד אָדער אַ בהמה צו פֿאַרקױפֿן...
     בקיצור, די שדכנים, װײסט איר דאָך, קאָנען איבעררײדן אַ
װאַנט. ס'איז געבליבן, אַז אם־ירצה־השם נאָך שבתּ ברענג איך זי
צו פֿירן קײן בױבעריק. און אַלערלײ גוטע, זיסע מחשבֿות קומען
מיר אױף די געדאַנקען. און איך שטעל מיר שױן פֿאָר מײַן האָדלען,
װי זי פֿאָרט אין אַ קאַרעטע מיט אַ פּאָר ברענענדיקע סוסים און
די װעלט איז מיך מקנא, ניט אַזױ אױף די קאַרעטע מיט די סוסים,
װי אױף די טובֿות, װאָס איך טו דער װעלט דורך מײַן טאָכטער די
    
— 28 /חגיגה ט,/ פּאַר ייִדן פּאַסט זיך אָרעמקײט (כי ברזא סומקא לסוסיא,
װי אַ רױטע דעקע פֿאַר אַ װײסן פֿערד).



106 

נגידית, העלף־אױס די געפֿאַלענע מיט אַ גמילת־חסד, װעמען אַ 
כףהײער 29, װעמען אַ פֿופֿציקער און װעמען אַ הונדערטער, װי זאָגט
איר? יענער האָט אױך אַ נשמה... אַזױ טראַכט איך מיר, פֿאָרנדיק
פֿאַרנאַכטלעך צוריקװעגס אַהײם און שמײַס דאָס פֿערדל, און שמועס
מיך דורך מיט דעם אױף פֿערדיש לשון: „לסוסתּי, זאָג איך צו דעם,
װיאָ! אַנו, מאַך נאָר, זאָג איך, מיט די רגלים אַ ביסעלע גיכער,
באַקומסטו דײַן פּאָרציע האָבער, װאָרעם אין קםח אין תּורה —
שטײט בײַ אונדז געשריבן — אַז מע שמירט ניט, פֿאָרט מען ניט“...
     און װי איך רײד מיר דאָ אַזױ מיט מײַן פֿערדל, זע איך, פֿון
װאַלד אַרױס שנײַדט זיך אַ פּאָרל, צװײ מענטשן, ניכּר 30, אַ זכר
מיט אַ נקבֿה. גײן גײען זײ נאָענט, האַרט אײנער צום אַנדערן,
און מע רעדט עפּעס זײער געשמאַק. װער קאָן דאָס זײַן פּלוצעם
אין מיטן דערינען? — קלער איך מיר און קוק מיך אײַן דורך די
פֿײַערדיקע ריטער פֿון דער זון. איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז
ס'איז פֿעפֿערל! מיט װעמען זשע גײט ער דאָס, דער שלימזל, אַזױ
שפּעט? איך פֿאַרשטעל מיך מיט דער האַנט פֿון דער זון און קוק
מיך אײַן נאָך שטאַרקער: װער איז די נקבֿה? אױ! דאַכט זיך, האָדל?
יאָ, ס'איז זי, װי איך בין אַ ייִד, ס'איז זי!... אַזױ? אָט דאָס האָט מען
אַזױ געשמאַק געלערנט גראַמאַטיקעס, געלײענט ביכלעך?! אױ, טבֿיה,
ביסט אַ בהמה! אַזױ טראַכט איך מיר און שטעל־אָפּ דאָס פֿערדל
און רוף זיך אָן צו מײַנע לײַט: „אַ גוטן אָװנט אײַך, זאָג איך, װאָס
הערט זיך עפּעס מכּוח מלחמה? װי קומט איר, זאָג איך, פּלוצעם
גאָר אַהער? אױף װעמען קוקט איר דאָ אַרױס? אױפֿן נעכטיקן
טאָג?“... דערהערט אַזאַ מין ברוך־הבא, איז מײַן פּאָרל געבליבן
שטײן, װי זאָגט ער, לא בשׂמים ולא באָרץ 31, דאָס הײסט: נישט
אַהין, נישט אַהער, מחילה צעדרײט און רױטלעך אױפֿן פּנים... 
געשטאַנען אַזױ אַ פּאָר מינוט אָן װערטער, לאָזט מען אַראָפּ די אױגן,
     

— 29 כ„ה, אַ ▮2ער. 
— 30 קענטיק. 
— 31 (טביה פֿאַרגינט זיך אַלײן צו מאַכן
אַ פּסוק) נישט אױפֿן הימל, נישט אױף דער ערד.



107

נאָך דעם הײבט מען אָן קוקן אױף מיר, איך אױף זײ, ןײ בײדע
אײנס אױף דאָס אַנדערע.
    — נו? — זאָג איך — עפּעס באַטראַכט איר מיך — זאָג איך —
גלײַך אַזױ װי איר אָט מיך שױן לאַנג נישט געזען. איך בין, דאַכט
מיר, דער אײגענער טבֿיה — זאָג איך — װאָס געװען, נישט 
געמינערט אַ האָר.
    אַזױ מאַך איך צו זײ האַלב פֿאַרדראָסיק און האַלב אױף 
קאַטאָװעס. רופֿט זיך אָן צו מיר די טאָכטער מײַנע, האָדל הײסט דאָס, און
װערט נאָך רױטער װי פֿריִער.
                               
    — טאַטע, אונדז קומט מזל־טובֿ...
    — מזל־טובֿ אײַך — זאָג איך — מיט מזל זאָלט איר לעבן!
װאָס איז די מעשׂה? איר האָט געפֿונען — זאָג איך — אַן אוצר אין
װאַלד? צי איר זײַט נאָר װאָס ניצול געװאָרן — זאָג איך — פֿון
אַ גרױסער סכּנה?
    — אונדז קומט — זאָגט ער — מזל־טובֿ, מיר זײַנען חתן־כּלה.
    — װאָס הײסט — זאָג איך — איר זײַט חתן־כּלה?
    — חתן־כּלה — זאָגט ער — װײסט איר נישט װאָס הײסט?
חתן־כּלה הײסט — זאָגט ער — איך בין איר חתן, זי איז מײַן כּלה.
    אַזױ מאַכט ער צו מיר, פֿעפֿערל הײסט דאָס, און קוקט מיר
דװקא גלײַך אין די אױגן אַרײַן. איך קוק אים אָבער אױך גלײַך
אין די אױגן אַרײַן און מאַך צו אים:
    — װען איז בײַ אײַך — זאָג איך — דאָס קנס־מאָל? און פֿאַר
װאָס האָט איר נישט גערופֿן מיך אױך אױף דער שׂמחה? איך קער
מיך, דאַכט זיך, אָן דאָ אַ שטיקל מחותּן, צי נײן?...
    איר פֿאַרשטײט, איך לאַך און װערעם עסן מיך, טאָטשען מײַן
לײַב. נאָר גאָר נישט. טבֿיה איז נישט קײן ייִדענע, טבֿיה האָט ליב
אױסהאָרכן ביזן סוף... רוף איך מיך אָן צו זײ:
    — איך פֿאַרשטײ ניט: אַ שידוך אָן אַ שדכן, אָן תּנאָים? — װאָס
דאַרפֿן מיר, מאַכט ער, פֿעפֿערל הײסט דאָס, שדכנים? מיר זײַנען שױן
לאַנג — זאָגט ער — חתן־כּלה.



108 

— אַזױ? גאָטס ניסים! װאָס זשע האָט איר — זאָג איך —
געשװיגן ביז אַהער?
    — װאָס זאָלן מיר — זאָגט ער — שרײַען? מיר װאָלטן אײַך
הײַנט אױך נישט דערצײלט. נאָר אַזױ װי מיר האַלטן אין גיכן בײַ
צעשײדן זיך, איז בײַ אונדז געבליבן, מיר זאָלן שטעלן פֿריִערט אַ
חופּה...
     דאָס האָט מיך שױן פֿאַרדראָסן. װי זאָגט איר: באו מים עד נפֿש
— דערלאַנגט אין בײן אַרײַן! מילא, װאָס ער זאָגט: חתן־כּלה —
איז נאָך צו דערלײַדן. װי שטײט דאָרטן געשריבן? אָהבֿתּי 32 —
ער װיל זי, זי װיל אים. אָבער חופּה? װאָס איז דאָס פֿאַר װערטער:
שטעלן אַ חופּה? עפּעס תּרגום־לשון!... װײַזן װײַזט־אױס, אַז מײַן
חתן האָט פֿאַרשטאַנען, אַז איך בין פֿון דער מעשׂה אַ ביסל מטושטש;
רופֿט ער זיך אָן צו מיר.
                          
     — פֿאַרשטײט איר, ר, טבֿיה, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: איך
האַלט בײַ אָפּפֿאָרן פֿון דאַנען.
     — װען פֿאַרסטו?
     — אין גיכן.
     — װוּהין, אַ שטײגער?
     — דאָס קאָן איך אײַך — מאַכט ער — ניט זאָגן. ס'איז —
זאָגט ער — אַ סוד...
     איר הערט? ס'איז אַ סוד! װי געפֿעלט דאָס אײַך, אַ שטײגער?
קומט צו גײן אַ פֿעפֿערל, אַ קלײנס, אַ שװאַרצס, אַ פֿאַרזעעניש, 
פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ חתן, װיל שטעלן אַ חופּה, האַלט בײַ אַװעקפֿאָרן
און זאָגט ניט װוּהין! קאָן ניט צעזעצט װערן די גאַל?
     — מילא — זאָג איך צו אים — אַ סוד איז אַ סוד; בײַ דיר
איז גאָלע סודות... גיב מיר אָבער צו פֿאַרשטײן, ברודערל, אָט דאָס:
דו ביסט דאָך אַ מענטש — זאָג איך — פֿון סאַמע יושר און ביסט
אײַנגעטונקען אין מענטשלעכקײט פֿון אױבן ביז אַראָפּ. װי קומט
דאַס — זאָג איך — צו דיר, אַז דו זאָלסט פּלוצעם, אין מיטן דרינען,
     
— 32 / שמות כ“א, ה / איו האָב ליב (זאָגט דער שקלאַף צום האַר).



109

צונעמען בײַ טבֿיהן אַ טאָכטער און מאַכן זי פֿאַר אַן עגונה? אָט דאָס
הײסט בײַ דיר יושר? מענטשלעכקײט? אַ שטיקל גליק — זאָג איך —
װאָס דו האָסט מיך נישט באַגנבֿעט, אָדער אונטערגעצונדן...
     — טאַטע! — זאָגט זי צו מיר, האָדל הײסט דאָס — דו װײסט
גאָר ניט, װי גליקלעך מיר זײַנען, איך און ער, װאָס מיר האָבן דיר
אױסגעזאָגט פֿונעם סוד. ס'איז בײַ אונדז — זאָגט זי — אַראָפּ אַ שטײן
פֿונעם האַרצן. קום אַהער, לאָמיר זיך צעקושן.
     און נישט לאַנג געטראַכט, כאַפּן זײ מיך אַרום בײדע, זי פֿון
אײן זײַט, ער פֿון דער אַנדערער זײַט, און מע הײבט מיך אָן קושן
און האַלדזן. זײ מיך און איך זײ, און פֿון גרױס אימפּעט, אַ פּנים,
זײ בײדע צװישן זיך דאַװײַ 33 קושן זיך! אַ באַשרײַבונג, זאָג איך
אײַך, אַ טעיאַטער מיט זײ!
     — טאָמער װאָלט שױן געװען — זאָג איך — גענוג קושן זיך?
צײַט עפּעס רײדן מכּוח תּכלית.
     — מכּוח װאָסער תּכלית? — ז▮גן זײ.
     — מכּוח נדן — זאָג איך — מלבושים, הוצאות־החתונה, דאָס,
יענץ, לאָקש, בױדעם, ציבעלע...
     — מיר דאַרפֿן נישט — זאָגן זײ — גאָר נישט ניט, נישט קײן
לאָקשן, נישט קײן בױדעם, נישט קײן ציבעלעס.
     — װאָס זשע דען — זאָג איך — דאַרפֿט איר יאָ?
     — מיר דאַרפֿן — זאָגן זײ — נאָר חופּה וקדושין...
     איר הערט װערטער?...
     בקיצור, איך װעל אײַך ניט מאַריך זײַן, עס האָט מיר געהאָלפֿן
װי דער פֿאַראַיאָריקער שנײ. מען האָט געשטעלט אַ חופּה — אַלץ
הײסט אַ חופּה! אַװדאי, װאָס זאָלט איר קלערן, נישט אַזאַ חופּה,
װי טבֿיהן שטײט־אָן. אױך מיר אַ חופּה!... אַ שטילע חתונה... אָך
און װײ!... און דערצו איז נאָך פֿאַראַן אַ װײַב. װי זאָגט איר? אױף אַ
מכּה אַ בלאָטער. מוטשעט זי, איך זאָל איר נאָר זאָגן, װאָס איז דאָס
עפּעס אַזױ כאַפּ־לאַפּ, בחפּזונדיק? נו, גײט גיט צו פֿאַרשטײן אַ


— 33 (רוםיש) אָט האָסטו דיר גאָר! (דערלאַנג)
    
    
    
110

ייִדענע, אַז סע ברענט! װאָס טױג אײַך, איך האָכ איר געמוזט אָפּטאָקן
פֿון דרך־שלום װעגן אַ ליגן הגדול הגבור והנורא. אַ מעשׂה מיט אַ
ירושה, אַ רײַכע מומע פֿון יעהופּעץ, נעכטיקע טעג — אַבי זי זאָל
מיך לאָזן צו רו. און טאַקע באותּו יום, דאָס הײסט אַ פּאָר שעה נאָך
דער שײנער חופּה, שפּאַן איך אײַן דאָס פֿערד־און־װעגעלע און מיר
זעצן זיך אױף זאַלבעדריט, דאָס הײסט: איך און זי און ער, דער
גענײדעם 34 מײנער, און הלך םשה םרדכי 35 — מאַרש צו דער באַן
קײן בױבעריק. זיצנדיק אַזױ מיט מײַן פּאָרפֿאָלק אין װעגעלע, כאַפּ
איך מיר אַ קוק מן הצד אױפֿן דאָזיקן פּאָרל און טראַכט מיר: װאָס
פֿאַר אַ גרױסן גאָט מיר האָבן און װי מאָדנע שײן ער פֿירט זײַן
װעלטל! און װאָס פֿאַר מיני משונה נפֿשות, װילדע ברויִם, עס
געפֿינען זיך בײַ אים! אָט האָט איר אײַך אַ פּאָרפֿאָלק נאָר װאָס פֿון
דער נאָדל אַרױס: פֿאָרט ער אַװעק, דער גוטער יאָר װײסט אים
װוּהין, און זי בלײַבט־איבער דאָ — און מע זאָל דאָס לאָזן אַפֿילו
אַ טרער, כאָטש פֿון יוצא װעגן! נאָר גאָר נישט, טבֿיה איז נישט
קײן ייִדענע. טבֿיה האָט צײַט. קוקט און שװײַגט, װאָס װעט דאָ זײַן...
זע איך עפּעס אַ פּאָר יונגע לײַטלעך, גוטע קאַסריליקעס, מיט 
אױסגעטראָטענע שטיװל, זײַנען אַרױסגעקומען אױפֿן באַן זיך געזעגענען
מיט מײַן שפּילפֿױגל. אײנער פֿון זײ איז געגאַנגען עפּעס װי אַ שײגעץ,
איך בעט־איבער אײַער כּבֿוד, מיטן העמדל איבער די הױזן, און
האָט עפּעס געשושקעט זיך מיט מײַנעם שטילערהײט. „זע נאָר,
טבֿיה, טראַכט איך מיר — צי האָסטו זיך ניט אַרײַנגעכאַפּט דאָ
צװישן חבֿרה פֿערד־גנבֿים, בײַטל־שנײַדערס, שלעסער־ברעכערס
אָדער פֿאַלשע מאָנעטשיקעס 36?...
     פֿאָרנדיק צוריק מיט מײַן האָדלען פֿון בױבעריק אַהײם, קאָן
איך מיך נישט אײַנהאַלטן און זאָג איר אַרױס דעם דאָזיקן געדאַנק
גאַנץ אָפֿנטלעך. צעלאַכט זי זיך און װיל מיר אײַנרײדן, אַז ס'איז
    

— 34 (חוזק־לשוl) אַנשטאָט „אײדעם„ גאָר “גענײדעם„ (גl־עדן). 
— 35 /געבױט
אױפֿן פּסוק „ױלך משה„, דבֿרים ל“א, א/ איז אַװעק משה־מרדכי (אַ פּאָפּולערער
נאָמען). 
— 36 פֿאַלשמינצערס, מטבעות־פֿעלשערס.



111

לױטער פֿײַנע מענטשלעך, ערלעכע, לעצט־ערלעכע לײַט, װאָס זײער
גאַנץ לעבן איז נאָר פֿון יענעמס װעגן, זיך האָבן זײ נישט אין זינען,
אַפֿילו אין דער לינקער פּיאַטע... „אָט אַ יענער, זאָגט זי, װאָס מיטן
העמדל, דער איז גאָר אַ טאַטנס אַ קינד; ער האָט, זאָגט זי, 
אַװעקגעװאָרפֿן רײַכע טאַטע־מאַמע אין יעהופּעץ, װיל נישט נעמען בײַ
                                                                     
זײ קײן צעבראָכענעם גראָשן“.
    — אַזױ? גאָטס װוּנדער! — זאָג איך — טאַקע זײער אַ פֿײַן
בחורל, כ'לעבן! צום העמדל, װאָס ער גײט איבער די הױזן, מיט די
לאַנגע האָר, װען גאָט העלפֿט אים נאָך אַ האַרמאָניע, אָדער אַ הונט
זאָל אים נאָכלױפֿן פֿון הינטן, דעמאָלט האָט דאָס שױן גאָר דעם
זיכעטן חן!...
     אָט אַזױ רעכן איך זיך אָפּ מיט איר שױן פֿאַר אים אױך און
לאָז־אױס מײַן ביטער האַרץ, הײסט דאָס, צו איר, נעבעך... און זי?
גאָר נישט! אין אסתּר מגדת 37 מאַכט זיך תּמעװאַטע. איך איר:
„פֿעפֿערל“! און זי מיר: „טובֿת־הכּלל, אַרבעטער, נעכטיקע טעג...
                                                                    
    — װאָס טױג מיר — זאָג איך — אײַער טובֿת־הכּלל מיט אײַער
אַרבעטן, אַז עס גײט־צו בײַ אײַך בסוד? פֿאַראַן — זאָג איך — אַ
שפּריכװאָרט: װוּ אַ סוד, דאָרט איז אַ גנבֿה... אַמער זאָג מיר גלײַך,
װאָס איז ער געפֿאָרן, פֿעפֿערל, און װוּהין?...
     — אַלצדינג יאָ — זאָגט זי — נאָר דאָס נישט. פֿרעג זיך —
זאָגט זי — בעסער נישט נאָך. גלײב ▮יר — זאָגט זי — װעסט מיט
דער צײַט אַלײן אַלצדינג װיסן. װעסט, אם־ירצה־השם, הערן און
אפֿשר אין גיכן, פֿיל נײַס, פֿיל גוטס!...
     — אָמן, הלװאַי — זאָג איך — פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן.
נאָר אונדזערע שׂונאים — זאָג איך — זאָלן אַזױ װיסן פֿון זײער
געזונט, װי איך הײב־אָן צו פֿאַרשטײן, װאָס דאָ טוט זיך בײַ אײַך
און װאָס באַטײַט די שפּיל!...
     — אָט דאָס איז טאַקע — זאָגט זי — דער אומגליק, װאָס דו
װעסט דאָס ניט פֿאַרשטײן.
    
— 37 / מגילת אםתּר ב,, כ / אסתּר דערצײלט נישט.



112 

— װאָס זשע, ס'איז אַזױ טיף? מיר דאַכט — זאָג איך — אַז
איך פֿאַרשטײ, מיט גאָטס הילף, גרעסערע זאַכן...
     — דאָס לאָזט זיך ניט — זאָגט זי — פֿאַרשטײן מיטן שׂכל
אַלײן. דאָס דאַרף מען — זאָגט זי — פֿילן, פֿילן מיטן האַרצן...
     אַזױ זאָגט זי צו מיר, האָדל הײסט עס, און דאָס פּנים בײַ איר
בשעתּ־מעשׂה פֿלאַמט און די אױגן ברענען. ניט געדאַכט זאָלן זײ
װערן, די טעכטער מײַנע! פֿאַרקאָכן זײ זיך אין עפּעס, איז מיט האַרצן
און מיט לײַב און לעבן, און מיטן גוף און מיט דער נשמה!
     בקיצור, װעל איך אײַך דערצײלן, עס גײט־אַװעק אַ װאָך און
צװײ און דרײַ און פֿיר און פֿינף און זעקס און זיבן — אין קול ויִן
כםף 38 — נישטאָ ניט קײן בריװ, ניט קײן ידיעה. „פֿאַרפֿאַלן, זאָג
איך, פֿעפֿערל!“ — און כאַפּ אַ קוק אױף מײַן האָדלען. נעבעך, קײן
טראָפּן בלוט נישטאָ אין פּנים. זוכט־אױף אַלע מאָל אַן אַנדער שטיקל
אַרבעט אין שטוב. װיל, װײַזט־אױס, פֿאַרגעסן דורך דעם די גרױסע
צרותּ אירע. נאָר, איר זאָלט זאָגן, זי זאָל דאָס אים אַפֿילו דערמאָנען!
שאַ, שטיל, גלײַך װי ס'איז גאָר קײן מאָל נישט געװען קײן פֿעפֿערל
אױף דער װעלט! נאָר אײן מאָל טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, איך קום צו
פֿאָרן אַהײם, איך זע — מײַן האָדל איז פֿאַרװײנט, גײט־אַרום מיט
אָנגעשװאָלענע אױגן. הײב איך מיך אָן צו דערפֿרעגן. װער איך
געװױר, אַז דאָ איז נישט לאַנג געװען עפּעס אײנער אַ שלימזל מיט
לאַנגע האָר און געסודעט זיך עפּעס מיט איר, מיט האָדלען הײסט
עס. „אַהאַ! — טראַכט איך מיך — דאָס איז יענער חבֿרה־מאַן, װאָס
האָט אַװעקגעװאָרפֿן רײַכע טאַטע־מאַמע און האָט אַראָפּגעלאָזט דאָס
העמדל איבער די הױזן“... און נישט לאַנג געטראַכט, רוף איך אַרױס
מײַן האָדלען פֿון שטוב אין הױף אַרױס און טו זי אַ כאַפּ גלײַך אױף
דער װענטקע:
     — זאָג מיר נאָר, טאָכטער, האָסט שױן פֿון אים אַ גרוס?
     — יאָ.                      
    
— 38 /מלכים א,, י„ח, כט/  ויִl קשב, האָמאָפֿאָנעטיש (טביה פֿאַרבײַט
ויִן קשב, מ'הערט נישט, אױף ויִן כם▮)



 113
     
— װוּ איז ער ערגעץ, דײַן באַשערטער?
     — ער איז — זאָגט זי — װײַט.
     — װאָס טוט ער?
     — ער זיצט!
     — ער זיצט?
     — ער זיצט...
     — װוּ זיצט ער? פֿאַר װאָס זיצט ער?
     שװײַגט זי. קוקט מיר גלײַך אין די אױגן אַרײַן און שװײַגט.
     — זאָג מיר נאָר — זאָג איך — טאָכטער מײַנע, װעדליק איך
פֿאַרשטײ, זיצט ער נישט פֿאַר קײן גנבֿה. פֿאַרשטײ איך ניט דעם
שׂכל, אַז װי באַלד קײן גנבֿ ניט און קײן שװינדלער ניט, הײַנט פֿאָר
װאָס זשע זיצט ער, פֿאַר װאָסערע מעשׂים טובֿים?...
     שװײַגט זי — אין אסתּר מגדת... האָב איך מיך מײשבֿ געװען:
זאָגסט ניט, דאַרף מען ניט. ער איז דאָך דײַן שלימזל, ניט מײַנער.
אַ שײנע, רײנע כּפּרה! נאָר אינעװײניק אין האַרצן טראָג איך אַ
וריטיק. איך בין פֿאָרט אַ פֿאָטער, װי מיר זאָגן אינעם דאַװנען:
כּרחם אָבֿ על בנים 39 — אַ פֿאָטער בלײַבט אַ פֿאָטער.
     בקיצור, געװען איז דאָס הושענא־רבה אױף דער נאַכט. יום־טובֿ
איז בײַ מיר אַ מנהג, איך רו מיך אָפּ, און אױך דאָס פֿערדל רוט זיך
בײַ מיר אױס, װי אין דער תּורה שטײט געשריבן: אַתּה — דו,
ושורך — און דײַן װײַב, וחמורך — און דײַן פֿערדל 40... און אַגבֿ
איז שױן אין בױבעריק כּמעט נישטאָ װאָס צו טאָן: טוט מען אַ
בלאָז מיטן שופֿר, אַזױ צעלױפֿן זיך אַלע דאַטשניקעס, װי די מײַז
אין אַ הונגער, און בױבעריק װערט אַ פּוסטקע 41. דעמאָלט האָב איך
ליב צו זיצן אין דער הײם, בײַ זיך אױף דער פּריזבע. פֿאַר מיר
איז עס דאָס בעסטע שטיקל צײַט. די טעג זײַנען געשענקטע. די זון
באַקט שױן ניט, װי אַ קאַלכאױװן, נאָר זי גלעט מיט אַ מין 
    


— 39 / תהיליס ק“ז, יג / װי ס'דערבאַרעמט זיר אַ טאַטע אױף די קינוער.
— 40 /דבֿרים ה,, יד/ דו, דײן אָקס און דײן אײזל (װי ליב טביה האָט זײן
גאָלדע, פֿאַרגלײַכט ער זי צו אַן „אָקס“). 
— 41 רויִנע, מדבר.



114

װײכקײט, מחיה נפֿשותּ. דער װאַלד איז אַלץ נאָך גרין, די סאָסנעס הערן
ניט אױף צו שמעקן מיט סמאָלע, און עס דאַכט זיך מיר, אַז דער
װאַלד קוקט יום־טובֿדיק, װי גאָטס אַ סוכּה, אַ סוכּה פֿון גאָט. אָט דאָ,
טראַכט איך מיר, האַלט גאָט סוכּותּ. דאָ, ניט אין שטאָט, װוּ סע
טאַרעראַמט, און מענטשן לױפֿן הין און הער, פּינען מיט דער נשמה,
יאָגן זיך נאָכן שטיקל ברױט, און מע הערט נאָר געלט און געלט
און געלט!... און װער שמועסט אױף דער נאַכט, הושענא־רבה, למשל,
איז דאָך גאָר אַ גן־עדן: דעמאָלט איז דער הימל בלױ, די שטערן
פֿינקלען, שעמערירן, בײַטן זיך, פּינטלען, װי להבֿדיל אַ מענטש מיט
די אױגן; און אַ מאָל, מאַכט זיך, פֿליט־דורך אַ שטערן פֿײַל אױסן
בױגן, לאָזט־איבער נאָך זיך אױף אַ רגעלע אַ גרינעם פּאַס — דאָס
האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אַ שטערנדל, געפֿאַלן עמעצנס מזל. װאָרעם
װיפֿל שטערן, אַזױ פֿיל מזלות... ייִדישע מזלותּ... „עס זאָל כאָטש ניט
זײַן מײַן פֿינצטער מזל“, טראַכט איך מיר, און עס קומט מיר אױפֿן
געדאַנק האָדל. שױן פֿון עטלעכע טעג, אַז זי איז עפּעס װי 
אױפֿגעמונטערט, לעבעדיקער געװאָרן, גאָר אַן אַנדער פּנים באַקומען.
עמעצער האָט איר געבראַכט אַ בריװל, אַ פּנים, פֿון אים טאַקע, פֿון
איר שלימזל. װילן װילט זיך מיר זײער װיסן, װאָס ער שרײַבט
איר, נאָר פֿרעגן װיל איך נישט. זי שװײַגט, שװײַג איך אױך, פּתח
שין — שאַ! טבֿיה איז נישט קײן ייִדענע. טבֿיה האָט צײַט...
     דערװײַל, אַזױ װי איך טראַכט פֿון האָדלען, קומט זי אָן, האָדל
הײסט עס, זעצט זיך צו נעבן מיר אױף דער פּריזבע, קוקט זיך אַרום
אױף אַלע זײַטן און רופֿט זיך אָן צו מיר שטילערהײט:
     — הערסטו, טאַטע? איך דאַרף דיר עפּעס זאָגן: הײַנט געזעגענען
מיר זיך אָפּ מיט דיר... אױף שטענדיק...
     אַזױ זאָגט זי צו מיר שטיל, קױם װאָס מע הערט, און קוקט אױף
מיר מיט אַ מאָדנעם מין קוק, מיט אַזאַ קוק, װאָס איך װעל▮ אים
אײביק נישט פֿאַרגעסן. און בשעת מעשׂה פֿליט מיר דורך אַ מחשבֿה
אין קאָפּ: „זי װיל זיך טרינקען“... װאָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן טרינקען?
װײַל עס האָט זיך געטראָפֿן, ניט דאָ געדאַכט, אַ מעשׂה: אַ מײדל,



115

נישט װײַט פֿון אונדז, האָט זיך פֿאַרקאָכט אין אַ דאָרף־שײגעץ און
האָט זיך צוליב דעם דאָרף־שײגעץ... איר װײסט דאָך שױן װאָס.
איז די מאַמע פֿאַר צרותּ קראַנק געװאָרן און איז געשטאָרבן, און דער
טאַטע האָט זיך אױסגעבראַכט, געװאָרן אַ קבצן. און דער 
דאָרףשײגעץ האָט זיך מײשבֿ געװען און האָט התּלירע 42 געהאַט פֿאַר אַן
אַנדערע. איז זי אַװעקגעגאַנגען צום טײַך, דאָס מײדל הײסט דאָס,
און האַט זיך אַרײַנגעװאָרפֿן אין װאַסער אַרײַן און האָט זיך 
דערטרונקען...
    — װאָס הײסט — זאָג איך — דו געזעגנסט זיך אָפּ מיט מיר
אױף שטענדיק? — אַזױ מאַך איך צו איר און קוק־אַראָפּ, זי זאָל
ניט זען װי איך בין טױט.
    — דאָס הײסט — זאָגט זי — איך פֿאָר — זאָגט זי — אַװעק,
מאָרגן — זאָגט זי — גאַנץ פֿרי. מיר װעלן זיך שױן מער קײן מאָל
ניט זען... קײן מאָל ניט...
    דערהערט די דאָזיקע װערטער, איז מיר געװאָרן אַ ביסל
גרינגער אױף דער נשמה. דאַנקען גאָט כאָטש דערפֿאַר, טראַכט איך
מיר. װי זאָגט ער? גם זו לטובֿה — עס קאָן זײַן ערגער, בעסער האָט
קײן שיעור ניט...
    — װוּהין, למשל, פֿאָרסטו, אױב איך האָב — זאָג איך — די
זכיה צו װיסן?
    — איך פֿאָר — זאָגט זי — צו אים.
    — צו אים? — זאָג איך — װוּ איז ער דען אַצינדערט?
    — לעת עתּה — זאָגט זי — זיצט ער נאָך; נאָר אין גיכן שיקט
מען אים אַװעק.
    — פֿאָרסטו, הײסט דאָס, זיך געזעגענען מיט אים? —, אָזױ זאָג
איך צו איר און מאַך זיך תּמעװאַטע.
    — נײן — זאָגט זי — איך גײ אים נאָך גלײַך אַהין.
    — אַהין? — זאָג איך — װער איז געװען דער אַהין? װי אַזױ
הײסט דאָס אָרט?
    
— 42 (פֿאַראַכטלעד) חתונה געהאַט.



116

— מע װײסט נאָך נישט אַקוראַט — זאָגט זי — װי אַזױ דאָס
אָרט הײסט, נאָר װײַט איז דאָס זײער — זאָגט זי — װײַט מיט
סכּנת־נפֿשות...
     אַזױ זאָגט זי צו מיר, האָדל הײסט עס, און עס מאָלט זיך מיר
אױסעט, אַז זי רעדט דאָס מיט גדלות, מיט גרױסקײט, גלײַך װי ער
װאָלט דאָ אָפּגעטאָן עפּעס אַזעלכעס, װאָס סע קומט אים דערפֿאַר
אַ מעדאַל פֿון אַ פּוד אײַזן!... װאָס ענטפֿערט מען איר, למשל, אױף
אַזאַ זאַך? פֿאַר אַזאַ זאַך נעמט אַ פֿאָטער און בײזערט זיך אױס אױף
אַ קינד, שענקט אַ פּאָר פּעטש אָדער ער בײַטלט־אױס אַלע בײזע,
װיסטע חלומות. טבֿיה איז אָבער ניט קײן ייִדענע. איך גײ מיט דעם
גאַנג, אַז כּעס איז עבֿודה זרה. רוף איך מיך אָן צו איר מיט אַ פּסוק,
װי געװײנטלעך:
    — איך זע־אַרױס — זאָג איך — טאָכטער מײַנע, אַז דו ביסט
מקײם, װי אין דער הײליקער תּורה שטײט געשריבן: על כּן יעזבֿ 43
—װאַרפֿסט־אַװעק — זאָג איך — צוליב אַ פֿעפֿערל טאַטע־מאַמע —
זאָג איך — און לאָזט זיך אַװעק אין אַן אָרט, װאָס מע װײסט ניט
װו ערגעץ אין די מדבריות, אַ פּנים, אױפֿן פֿאַרגליװערטן ים, דאָרט,
װוּ אַלעקסאַנדער מוקדון — זאָג איך — איז געפֿאָרן אױפֿן אָקרענט
און פֿאַרבלאָנדזשעט אױף אַ װײַטער װיספּע — זאָג איך — צװישן
װילדע מענטשן, װי איך האָב געלײענט — זאָג איך — אַמאָל אין
אַ מעשׂה־ביכל...
     אַזױ זאָג איך צו איר האַלב אױף קאַטאָװעס און האַלב מיט כּעס,
און דאָס האַרץ בשעת מעשׂה װײנט. נאָר טבֿיה איז נישט קײן ייִדענע.
טבֿיה האַלט זיך אײַן. און זי, האָדל הײסט עס, פֿאַלט נישט אַראָפּ בײַ
זיך; ענטפֿערט מיר אָפּ על ראשון ראשון און שטיל, נישט געכאַפּט,
און באַטראַכט. טבֿיהס טעכטער קאָנען רײדן...
     און כאָטש איך האַלט דעם קאָפּ אַראָפּ און די אױגן צו, פֿון
דעסט װעגן דאַכט זיך מיר, אַז איך זע זי, האָדלען הײסט דאָס, איך
זע — איר פּנים איז פּונקט אַזױ װי די לבֿנה, בלאַס און מאַט, און
    
— 43/ בראשית ב,, כד / דעריבער פֿאַרלאָזט (אַ מאַן זײַנע עלטערן).



 117
 
דאָס קול אירס, מאָלט זיך מיר אױס, איז עפֿעס װי פֿאַרדומפּן,
ציטערט... זאָל איך איר, אַ שטײגער, פֿאַלן אױפֿן האַלדז, בעטן, חלשן
פֿאַר איר, זי זאָל נישט פֿאָרן? װײס איך, אַז ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן.
ימח שמם זאָלן זײ װערן, טאַקע די טעכטער מײַנע! פֿאַרקאָכן זײ
זיך אין עמעצן, איז מיטן גוף און מיט דער נשמה, און מיטן האַרצן,
און מיט לײַב און לעבן!
     בקיצור, מיר זײַנען אָפּגעזעסן אַזױ אױף דער פּריזבע אַ היפּשע
שטיק צײַט, לאָז זיך אײַך דאַכטן, כּמעט די גאַנצע נאַכט. מער
געשװיגן װי גערעדט. און דאָס, װאָס מיר האָבן גערעדט, איז אױך
געװען כּמעט װי נישט גערעדט, האַלבע װערטער... זי האָט גערעדט
און איך האָב גערעדט. איך פֿרעג זי נאָר אײן זאַך: װוּ איז דאָס
געהערט געװאָרן, אַ מײדל זאָל נעמען און חתונה האָבן פֿאַר אַ בחור
צולים דעם, זי זאָל אים קאָנען נאָכגײן ערגעץ אין אַל די שװאַרצע
יאָר? ענטפֿערט זי מיר:
     — מיט אים איז אַלץ אײנס, אַפֿילו אין אַל די שװאַרצע יאָר...
     גיב איך איר, געװײנטלעך, ▮ו פֿאַרשטײן מיטן שׂכל, װי נאַריש
דאָס איז. גיט זי מיר צו פֿאַרשטײן מיט איר שׂכל, אַז איך װעל דאָס
קײן מאָל ניט פֿאַרשטײן. ברענג איך איר אַ משל מיט אַ הון, אַ
קװאָקע, װאָס האָט אױסגעזעסן קאַטשקעלעך. די קאַטשקעלעך האָבן
זיך נאָר אױפֿגעכאַפּט אױף די פֿיסלעך, האָבן זײ זיך געלאָזט אױפֿן
װאַסער, און די קװאָקע, נעבעך, קװאָקעט.
     — װאָס, — זאָג איך — װעסטו זאָגן — זאָג איך — דערױף,
טאָכטער לעבן?
     — װאָס — זאָגט זי — זאָל איך דערױף זאָגן? ס'איז אַװדאי
אַ רחמנות — זאָגט זי — אױף דער קװאָקע; נאָר צוליב דעם —
זאָגט זי — װאָס די קװאָקע קװאָקעט זאָלן די קאַטשקעלעך ניט
שװימען?...
     איר פֿאַרשטײט דיבורים? טבֿיהס טאָכטער רעדט נישט גלאַט...
     און דערװײַל די צײַט שטײט נישט. עס הײבט שױן אָן צו
שאָריִען אױף טאָג. די אַלטע און שטוב װאָרטשעט. זי האָט שױן



118

עטלעכע מאָל געשיקט זאָגן, אַז ס'איז שױן צײַט מאַכן נאַכט. און
געזען, אַז עס העלפֿט זיך נישט, האָט זי אַרױסגעשטעקט דעם קאָפּ
דורכן פֿענצטער און מאַכט צו מיר, מיט אַ שײנעם יבֿרכך, 
געװײנטלעך:
    — טבֿיה! װאָס טראַכסטו זיך?
    — לאָז זײַן שטיל — זאָג איך — גאָלדע, װי אין פּסוק שטײט:
למה רגשו 44▮ האָסט פֿאַרגעסן, אַ פּנים, אַז ס'איז הײַנט 
הושענארבה? הושענא־רבה — זאָג איך — װערט אונדז אָנגעחתמעט דאָ▮
גוטע קװיטל. הושענא־רבה דאַרף מען זײַן אױף. פֿאָלג מיך, גאָלדע —
זאָג איך — דו נעם, זײַ מוחל, צעבלאָז נאָר דעם סאַמאָװאַר — זאָג
איך — און לאָז זײַן טײ. און איך װעל גײן דערװײַלע שפּאַנען דאָס
װעגעלע, מיר פֿאָרן מיט האָדלען צו דער באַן.
    ▮־־ און װי דער שטײגער איז, טאָק איך איר אָפּ אַ שפּאָגל־נײַעם
ליגן, אַז האָדל פֿאָרט־אַװעק קײן יעהופּעץ און פֿון דאָרטן נאָך װײַטער,
אַלץ מכּוח יענעם עסק, מכּוח דער ירושה הײסט דאָס. און עס קאָן
געמאָלט זײַן — זאָג איך — אַז זי זאָל שױן דאָרטן בלײַבן איבערן
גאַנצז װינטער, און אפֿשר איבערן װינטער▮יטן זומער מיט נאָד אַ
װינטער; לכן דאַרף מען איר — זאָג איך — מיטגעבן צידה לדרך,
אַ ביסל גרעט, אַ קלײדל, אַ פּאָר קישנס, ציכלעך, דאָס, יענץ און
שאָר־ירקות.
     אַזױ קאָמאַנדעװע איך און זאָג־אָן, ס'זאָל נישט זײַן קײן געװײנען.
ס'איז הושענא־רבה אױף דער װעלט.
     — הושענא־רבה — זאָג איך — טאָר מען ניט װײנען; ס'איז אַ
בפֿירושער דין!
     הערט מען דאָך מיך מיטן דין מסתּמא װי די קאַץ און מע װײנט
דװקא יאָ. און אַז סע קומט צום געזעגענען זיך, װערט אַ יללה. אַלע
װײנען — די מאַמע, די קינדער און טאַקע זי אַלײן, האָדל הײסט
דאָס, און ועל כּולם, אַז ס'איז געקומען צו דער עלטערער טאָכטער
מײַנע, צײטל מײן איך (או▮ף יום־טובֿ קומט זי צו מיר מיט איר
    
— 44 / תהיליס ב,, א / פֿאָר װאָס רױשן זײ, טומלען?



119

באַשערטן, מיט מאָטל קאַמזױל), האָבן זיך בײדע שװעסטער אַ װאָרף
געטאָן אײנע דער אַנדערער אױפֿן האַלדז — מע האָט זײ קױם
אָפּגעריסן...
     נאָר איך אײנער האָב מיך געהאַלטן שטאָל און אײַזן, דאָס הײסט,
עס רעדט זיך נאָר אַזױ — שטאָל און אײַזן; אינעװײניק קאָכט װי
אַ סאַמאָװאַר, נאָר יענעם אַרױסבאַװײַזן — פֿע! טבֿיה איז דאָך נישט
קײן ייִדענע... דעם גאַנצן װעג קײן בױבעריק שװײַגט מען. און אַז
מיר האַלטן שױן נישט װײַט פֿון דער באַן, רוף איך מיך אָן צו איר▮
זי זאָל מיר זאָגן דאָס לעצטע מאָל, װאָס פֿאָרט האָט ער געטאָן
אַזעלכעס, פֿעפֿערל הײסט דאָס?...
     — איטלעכע זאַך — זאָג איך — באַדאַרף דאָך האָבן עפּעס אַ
טעס...
     װערט זי אָנגעצונדן און שװערט מיר מיט כּל השבֿועותּ שבעולם,
אַז ער איז רײן װי גינגאָלד.
     — ער איז — זאָגט זי — אַ מענטש, װאָס קאַטאָרי פֿאַר זיך
אַרט אים נישט, דאָס גאַנצע טועכץ זײַנס איז נאָר — זאָגט ןי —
יענעמס טובֿה, דער װעלטס טובֿה, און דער עיקר פֿאַר יגיע־
כפּימניקעס, די בעלי־מלאכותּ, און גײט זײַט אַ חכם און טרעפֿט, װאָס דאָס
הײסס!
     
— זאָרגט ער זיך — זאָג איך צו איר — הײסט דאָס, פֿאַר
דער װעלט? למאַי זשע — זאָג איך — זאָרגט זיך נישט די װעלט
פֿאַר אים, אַז ער איז יאָ אַזאַ װױלער בחור? זאָלסט אים כאָטש לאָזן
גריסן — זאָג איך — דעם אַלעקסאַנדער מוקדון דײַנעם, זאָלסט
אים זאָגן — זאָג איך — אַז איך פֿאַרלאָז מיך אױף זײַן יושר. ער
איז דאָך אַ מענטש פֿון סאַמע יושר — זאָג איך — אַז ער װעט מײַן
טאָכטער מסתּמא נישט פֿאַרפֿירן און שרײַבן אַ מאָל — זאָג איך —
אַ בריװל דעם אַלטן טאַטן...
    און אַזױ װי איך רײד, פֿאַלט זי מיר נישט פּלוצעם אױפֿן האַלדז
און הײבט נישט אָן צו װײנען?



120  

    — לאָמיר זיך — זאָגט זי — געזעגענען. זײַ געזונט, טאַטע!
גאָט װײסט — זאָגט זי — װען מיר װעלן זיך זען!?...
     אַן עק! אָט דאָ האָב איך מיך שױן נישט געקאָנט אײַנהאַלטן.
עס איז מיר געקומען אױפֿן געדאַנק, פֿאַרשטײט איר, טאַקע די
אײגענע האָדל, בשעתּ זי איז נאָך געװען אַ ברעקל... אַ קינד הײסט
דאָס... זי געהאַלטן אױף די הענט... אױף די הענט געהאַלטן... האָט
קײן פֿאַראיבל נישט, פּאַני, װאָס איך האָב מיך... מעשׂה ייִדענע...
איר זאָלט װיסן, הערט איר, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ האָדל, דאָס איז!...
איר זאָלט זען די בריװלעך, װאָס זי שרײַבט... ס'איז אַ האָדל פֿון
גאָט!... זי איז בײַ מיר אָט אַ דאָ אָ, איז זי בײַ מיר... טיף, טיף...
איך קאָן עס אײַך אַזױ פֿיל נישט אַרױסגעבן...  — — — — —


— — — — — — — — — — — — — — — 
     וריסט איר װאָס, פּאַני שלום עליכם? לאָמיר בעסער רײדן פֿון
עפּעס פֿרײלעכערס: װאָס הערט זיך עפּעס מכּוח דער כלירע 45 אין
אַדעס?...
                                   



— 45 (פּראָװינציאַליזם) כאָלערע, עפּידעמיע.                     



------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------







                           חװה
                                                  
געשריבן אין יאָר 1906
     

— הודו לה, כּי טובֿ 1 — װי אַזױ גאָט פֿירט, אַזױ איז גוט.
דאָס הײסט, עס באַדאַרף זײַן גוט. װאָרעם פּרוּװט זײַט אַ חכם און
מאַכט בעסער! אָט האָב איך געװאָלט זײַן אַ קלוגער, געדרײט דעם
פּסוק אַהער, געדרײט דעם פּסוק אַהין, געזען עס העלפֿט נישט,
האָב איך צוגענומען די האַנט פֿונעם האַרצן און האָב געזאָגט צו זיך
אַלײן: טבֿיה, ביסט אַ נאַר! דו װעסט די װעלט נישט איבערמאַכן.
דער אײבערשטער האָט אונדז געגעבן                    איז דער
    

— 1 /תּהילים קל“ו, א/ גיט אַ
דאַנק צו גאָט, װײל ער איז גוט.



 121

טײַטש: פֿון קינדער האָט מען צרות און מע מוז דאָס אָננעמען פֿאַר
לינ. אָט, למשל, אָט ז▮ך מײַן עלטערע טאָכטער, צײטל הײסט עס,
פֿאַרקאָכט אינעם חײט מאָטל קאַמזױל, האָב איך עפּעס צו איר?
אמת, ער איז טאַקע אַ פּראָסטער נפֿש, פֿאַרשטײט נישט אַזױ שטאַרק
ד▮יבניטשקע, די קלײנע אותיות, הײסט עס, נאָר װאָס קאָן מען טאָן?
די גאַנצע װעלט, װי זאָגט איר, קאָן דאָך ניט זײַן געבילדעט! דערפֿאַר
איז ער אַן ערלעך מענטשל און האָרעװעט, נעבעך, מיטן בלוטיקן
שװײס. זי האַט שױן מיט אים, איר זאָלט אָנקוקן, קײן עין־הרע, אַ
פֿולע שטוב מיט פּופּקעס, און בײדע װערן זײ פֿאַרשװאַרצט אין עושר
און אין כּבֿוד — און רעדט מיט איר, זאָגט זי, אַז ס'איז איר, קײן
עין־הרע, גוט װי די װעלט, עס קאָן גאָר, זאָגט זי, ניט זײַן בעסער.
אײן שטיקל חסרון נאָר, װאָס ס'איז קײן ברױט נישטאָ... עד כּאַן
הקפֿה א, 2 — דאָס האָט איר אײַך נומער אײנס. נו, און פֿון דער
צוריטער טאָכטער, פֿון האָדלען הײסט דאָס, באַדאַרף איך אײַך ניט
דערצײלן. איר װײסט שױן. זי האָב איך פֿאַרשפּילט, פֿאַרלױרן אױף
אײביק! גאָט װײסט, אױב מײַנע אױגן װעלן זי אַ מאָל זען, סײַדן
אױף יענער װעלט שױן, איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר... רײד
איך פֿון איר, פֿון האָדלען הײסט עס, קאָן איך נאָך עד־היום נישט
קומען צו זיך. ס'איז אַן עק פֿון מײַן לעבן! פֿאַרגעסן, זאָגט איר?
װי קאָן מען פֿאַרגעסן אַ לעבעדיקן מענטשן? ובפֿרט אַזאַ קינד װי
האָדל? איר זאָלט זען די בריװלעך, װאָס זי שרײַבט צו מיר, קאָן
מען צעגײן. עס גײט זײ, שרײַבט זי מיר, דאָרטן זײער גוט. ער זיצט
און זי פֿאַרדינט. זי װאַשט גרעט און לײענט ביכלעך און זעט זיך
מיט אים אַלע װאָך, און האָט, זאָגט זי, אַ האָפֿענונג, אַז עס װעט
זיך דאָ, בײַ אונדז, איבערקאָכן. עס װעט אױפֿגײן די זון און עס װעט
װערן ליכטיק, װעט מען אים אומקערן צוריק מיט נאָך אַ סך אַזעלכע
װי ער. און דעמאָלט װעלן זײ זיך ערשט, זאָגט זי, נעמען צו דער
רעכטער אַרבעט און איבערקערן די װעלט מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די
פֿיס אַרױף. נו? װי געפֿעלט דאָס אײַך? גוט? האַ?... װאָס זשע טוט
    
— 2 ביז דאַנען איז די ערשטע הקפֿה (שמחת־תּורה גײט מען 7 הקפֿות).



122

אָבער דער רבונו של עולם? ער איז דאָך, װי זאָגט איר, אַן אַל רחום
וחנון, זאָגט ער צו מיר: „װאַרט־אױס, טבֿיה, אָט מאַך איך אַזױ, אַז
דו װעסט פֿאַרגעסן פֿון אַלע דײַנע צרות!“... און כּך הוה, איר מעגט
דאָס האָרכן. קײן אַנדערן װאָלט איך עס ניט דערצײלט. װאָרעם דער
װײטיק איז גרױס און דער בזיון איז נאָך גרעסער! נאָר, װי שטײט
דאָרט בײַ אונדז געשריבן: המכסה אני מאַבֿרהם 3 — פֿאַר אײַך איז
דען פֿאַראַן בײַ מיר אַ סוד? װאָס איך האָב ־ דערצײל איך אײַך.
נאָר װאָס דען? אײן זאַך װעל איך אײַך בעטן: צװישן אונדז זאָל עס
בלײַבן. איך זאָג אײַך נאָך אַ מאָל: דער װײטיק איז גרױס, נאָר דער
בזיון, דער בזיון איז נאָך גרעסער!
     בקיצור, װי אַזױ שטײט דאָרט אין פּרק: רצה הקדןש ברוך הוא
לזכּות 4 — גאָט האָט געװאָלט אַ טובֿה טאָן טבֿיהן, גײט ער און
בענטשט אים מיט זיבן קינדער נקבֿותּ, טעכטער הײסט עס, אַלע
אױסגעשפּילטע, געראָטענע, קלוגע און שײנע, פֿרישע, געזונטע, איך
זאָג אײַך — סאָסנעס! אױ, הלװאַי װאָלטן זײ בעסער געװען מיאוסע
פּאַסקודניצעס 5, װאָלט אפֿשר געװען בעסער פֿאַר זײ און געזינטער
פֿאַר מיר. װאָרעם װאָס קומט־אַרױס, איך בעט אײַך, פֿון אַ גוט
פֿערדל, אַז סע שטײט אין שטאַל? װאָס קומט־אַרױס פֿון שײנע
טעכטער, אַז מע ליגט פֿאַרשטעקט מיט זײ▮ אין אַ העק און מע קוקט
נישט אָן קײן לעבעדיקן מענטשן, אַחוץ אַנטאָן פּאָפּערילע, דעם
גױיִשן ראָש־הקהל פֿון דאָרף, און דעם שרײַבער כװעדקע גאַלאַגאַן,
אַ הױכער גױעץ מיט אַ פּאַטלע 6 און מיט לאַנגע שטיװל, און דעם
גלח, ימח שמו וזכרו. איך קאָן נישט הערן דעם נאָמען זײַנעם, נישט
מחמת דעם װאָס איך בין אַ ייִד און ער איז אַ גלח. אַדרבה, מיר
זײַנען זײער גוט באַקאַנט צװישן זיך שױן אַ שאָק מיט יאָרן, דאָס
הײסט, אױף קײן שׂמחותּ אײנס צום אַנדערן גײט מען ניט, און
    
— 3/בראשית י“ח, יז/ זאָל איך פֿאַרהױלן (אױסבאַהאַלטן) פֿון אַברהמען▮
— 4 (אַ מאמר געזאָגט נאָך פּרקי אָבֿות) האָט געװאָלט דער רבונו של עולם
מזכּה זײן (די ייִדן). 
— 5 (פּױליש) אומרײנע, שמוציקע. 
— 6 אַ געדיכטער לאָק,
װאָס פֿאַלט כּסדר אַראָפּ איבערן שטערן.



123

גוט־יום־טובֿ בעטן אַװדאי ניט. גאָר נישט, מהיכא תּיתי, מען באַגעגנט
זיך — גוט־מאָרגן, גוט־יאָר, װאָס הערט זיך עפּעס אױף דער װעלט?
אַרײַנלאָזן זיך מיט אים אין װײַטע דרכים האָב איך פֿײַנט. װאָרעם
באַלד עפּעס, הײבט זיך אָן אַ סדרה: אײַער גאָט, אונדזער גאָט. לאָז
איך מיך ניט און שלאָג אים איבער מיט אַ גלײַכװערטל און זאָג אים,
אַז ס'איז פֿאַראַן בײַ אונדז אַ פּסוק. שלאָגט ער מיך איבער מסתּמא
און זאָגט, אַז אַ פּסוק װײסט ער גלײַך מיט מיר, און אפֿשר נאָך
בעסער, און הײבט־אָן צו זעצן אױף אױסנװײניק אונדזער חומש,
װי געװײנטלעך, אַ גױ: בערעשיט באַראַ אַלאָקים 7 — אַלע מאָל,
אַלע מאָל דאָס אײגענע. שלאָג איך אים איבער מסתּמא און זאָג
אים, אַז ס'איז פֿאַראַן בײַ אונדז אַ מדרש. „אַ מדרש, זאָגט ער, װערט
שױן אָנגערופֿן תּל־םוד, און תּל—מוד האָט ער פֿײַנט, װײַל תּל—מוד
איז, זאָגט ער, לױטער שװינדל“... װער איך דאָך מסתּמא רעכט אין
כּעס און הײב אים אָן אױסצולאמרן 8 װאָס עס קומט מיך אױף דער
צונג. מײנט איר, אַז עס אַרט אים עפּעס? גאָר נישט. קוקט אױף
מיר און לאַכט, און קעמט זיך בשעת מעשׂה די באָרד. נישטאָ, הערט
איר, קײן ערגערס אױף דער װעלט, װי אַז איר זידלט אַ מענטשן,
מאַכט אים מיט דער בלאָטע גלײַך, און ער שװײַגט. אין אײַך װערט
די גאַל צעפּיקעט, און יענער זיצט און שמײכלט! דעמאָלט האָב איך
דאָס ניט פֿאַרשטאַנען, נאָר אַצינד װײס איך, װאָס דער שמײכל
האָט באַטײַט...
     בקיצור, איך קום צו פֿאָרן אײן מאָל אַהײם, אַרום פֿאַרנאַכטלעך
שױן, באַגעגן איך דעם שרײַבער כװעדקע שטײט אין דרױסן מיט
מײַן חװה, די דריטע טאָכטער מײַנע, די צװײטע פֿון האָדלען הײסט
עס. מיך דערזען, האָט זיך מײַן בחור געגעבן אַ דרײ־אױס, 
אַראָפּגענומען פֿאַר מיר דאָס היטל און אַװעק. רוף איך מיך אָן צו מײַן
חװהן: „װאָס האָט דאָ געטאָן כװעדקע?“... זאָגט זי: „גאָר ניט“... זאָג
איך: „װאָס הײסט גאָר ניט?“... זאָגט זי: „מיר האָבן געשמועסט“...
    
— 7 /בראשית א', א/ װי באַלד מ'זאָגט אַ פֿסוק נישט אין דער אַשכּנזישער
הברה, קלינגט דאָס פֿאַר טביהן „גױיִש“. 
— 8 אױסצורײדן, אַרײַנצוזאָגן.



124

זאָג איך: „װאָס פֿאַר אַ מחותּן ביסטו מיט כװעדקען?“... זאָגט זי: „מיר
זײַנען באַקאַנט שױן פֿון לאַנג“... זאָג איך: „מזל־טובֿ דיר מיט דײַן
באַקאַנטשאַפֿט! אַ שײנער חבֿר כװעדקע!“... זאָגט זי צו מיר: „דו
קענסט אים דען? דו װײסט דען װער ער איז?“... זאָג איך צו איר:
„װער ער איז, װײס איך ניט, כ'האָב זײַן יחוס־בריװ ניט געזען; נאָר
פֿאַרשטײן פֿאַרשטײ איך, אַז ער דאַרף שטאַמען פֿון סאַמע גדולים
                                                                         

דער טאַטע זײַנער, זאָג איך, האָט געמוזט זײַן אָדער אַ פּאַסטעך,
אָדער אַ סטרוזש, אָדער אַזױ אַ שיכּור“... רופֿט זי זיך אָן צו מיר,
חװה הײסט עס: „װאָס זײַן טאַטע איז געװען, װײס איך ניט און װיל
ניט װיסן, בײַ מיר זײַנען אַלע מענטשן גלײַך; נאָר אַז ער אַלײן
איז אַ מענטש ניט קײן געורינטלעכער — דאָס װײס איך פֿאַר
געװיס“... „דהײַנו, זאָג איך, װאָס פֿאַר אַ מין סאָרט מענטש איז ער?
לאָם איך הערן“... „איך װאָלט דיר, זאָגט זי, געזאָגט, װעסטו ניט
פֿאַרשטײן. כװעדקע, זאָגט זי, דאָס איז דער צװײטער גאָרקי“... „דער
צװײטער גאָרקי? — זאָג איך — װער זשע איז געװען, זאָג איך, דער
ערשטער גאָרקי?“... „גאָרקי, זאַגט זי, דאָס איז הײַנט כּמעט דער
ערשטער מענטש אױף דער װעלט“... „װוּ זיצט ער, זאָג איך, דער
תּנא דײַנער, װאָס איז זײַן געשעפֿט און װאָס פֿאַר אַ דרשה האָט ער
געדרשנט?“... מאַכט זי צו מיר: „דער גאָרקי — דאָס איז אַ 
באַרימטער שרײַבער, אַ שריפֿטשטעלער, אַ מענטש, הײסט דאָס, װאָס מאַכט
ביכער, און אַ טײַערער, אַ זעלטענער, אַן ערלעכער מענטש, שטאַמט
אױך פֿון פּראָסטן שטאַנד, נישט געלערנט אין ערגעץ, נאָר פֿון זיך
אַלײן... אָט דאָס איז זײַן בילד“... אַזױ מאַכט זי צו מיר, חװה הײסט
עס, און נעמט־אַרױס פֿון קעשענע אַ פּאָרטרעטל                       
                                                    און װײַזט דאָס מיר.
„אָט דאָס איז ער, זאָג איך, דער צדיק דײַנער, ר, גאָרקי? איך װאָלט
געמעגט שװערן, אַז איך האָב אים ערגעץ געזען, זאָג איך, אָדער
בײַ דער באַן טראָגן זעק, אָדער אין װאַלד שלעפּן קלעצער“... „איז
דאָס בײַ דיר, זאָגט זי, אַ חסרון, זאָגט זי, אַז אַ מענטש האָרעװעט
מיט זײַנע אײגענע הענט? דו אַלײן האָרעװעסט דען ניט? און מיר
האָרעװען ניט?“... „יאָ, יאָ, זאָג איך. ביסט גערעכט, זאָג איך, ס'איז



125

אַ בפֿירושער פּסוק בײַ אונדז: יגיע כפּיך כּי תּאכל 9 — אַז דו װעסט
ניט האָרעװען, װעסטו ניט עסן... נאָר פֿון דעסט װעגן, זאָג איך,
פֿאַרשטײ איך ניט, װאָס האָט דאָ צו טאָן כװעדקע? איך װאָלט בעסער,
זאָג איך, געװען צופֿרידן װען דו זאָלסט זײַן באַקאַנט מיט אים פֿון
דער װײַטן; דו באַדאַרפֿסט ניט פֿאַרגעסן, זאָג איך, מאַי1 באתּ ולאָן
אַתּה הולך 10 — װער ביסטו און װער איז ער“... מאַכט זי צו מיר.
                                                                            
„גאָט האָט באַשאַפֿן אַלע מענטשן גלײַך“... „יאָ, יאָ, זאָג איך, גאָט
האָט באַשאַפֿן אָדם הראשונען נאָך זײַן געשטאַלט; מע טאָר אָבער
ניט פֿאַרגעסן, אַז איטלעכער דאַרף זוכן זײַן גלײַכן, װי אין פּסוק
שטײט בײַ אונדז געשריבן: איש כםתּנת ידו 11“... „אַן אַנטיק! —
זאָגט זי צו מיר — אױף אַלצדינג האָסטו אַ פּסוק! אפֿשר געפֿינט זיך,
זאָגט זי, בײַ דיר אַ פּסוק װעגן דעם, װאָס מענטשן, זאָגט זי, האָבן
גענומען און האָבן זיך אַלײן, זאָגט זי, אײַנגעטײלט אױף ייִדן און
אױף גױיִם, אױף באַלעבאַטים און קנעכט, אױף פּריצים און 
בעטלערס?“... „טע־טע־טע! — זאָג איך — ביסט מיר שױן, דאַכט מיר
פֿאַרפֿאָרן, טאָכטער, אין אלף הששי אַרײַן!“ און איך גיב איר צו
פֿאַרשטײן, אַז אַזױ פֿירט זיך שױן אױף דער װעלט מששת ימי
בראשית. פֿרעגט זי מיך: „למאַי זאָל זיך אַזױ פֿירן אױף דער װעלט?...
                                                                         
זאָג איך: „דערפֿאַר, װאָס אַזױ האָט גאָט באַשאַפֿן זײַן װעלט“... זאָגט
זי: „למאַי האָט גאָט אַזױ באַשאַפֿן זײַן װעלט?“... זאָג איך: „ע, אַז
מיר װעלן אָנהײבן פֿרעגן קשיות — למאַי אַזױ און למאַי אַזױ, איז
אין לדבֿר סםי 12 — אַ מעשׂה אָן אַן עק!“... זאָגט זי מיר: „דערױף האָט
דאָך אונדז גאָט געגעבן אַ פֿאַרשטאַנד, אַז מיר זאָלן פֿרעגן קשיותּ...
                                                                         
זאָג איך: „בײַ אונדז איז פֿאַראַן אַ מנהג אַזעלכער, אַז אַ הון, — זאָג
איך, הײבט אָן צו קרײען װי אַ האָן, זאָל מען זי באַלד אַװעקטראָגן
צום שוחט, װי מיר זאָגן אין די ברכות: הנותן לשׂכװי בינה 13“.
    
— 9 טביה, אַ האָרעפּאַשניק, האַלט דעם פּסוק װי אַ ברכה אין מױל. —
— 10 /פּרקי אָבֿות, פּרק ג'/ פֿון װאַנען קומסטו און װוּהין גײסטו.
— 11 /דבֿרים ט“ז, יז/ יעדער נאָכן גאָב פֿון זײן האַנט. 
— 12 /מםכת יומא/
צו דער זאַך נעמט נישט קײן ענדע. 
— 13 (אַ דאַנק דעם אײבערשטן) װאָס ער
גיט דעם האָן פֿאַרשטאַנד (אױף אונטערצושײדן צװישן טאָג און נאַכט).



126

— טאָמער װאָלט אפֿשר גאָר געװען גענוג זיך צו גאָרגלען
דאָרטן? — רופֿט זיך אָן מײַן גאָלדע פֿון שטוב אַרױס. — דער
באָרשטש — זאָגט זי — שטײט אױפֿן טיש שױן פֿון אַ שעה און ער
זינגט גאָר זמירותּ!...
    — אָט האָסטו דיר — זאָג איך — די אַנדערע טעג יום־טובֿ!
ניט אומזיסט — זאָג איך — האָבן אונדזערע חכמים געזאָגט: שבֿעה
דבֿרים בגולם 14 — אַ ייִדענע האָט אין זיך נײַן מאָס רײד. מע רעדט
תּוך־זאַכן, איז זי דאָ מיט איר מילכיקן באָרשטש!...
     רופֿט זיך אָן צו מיר גאָלדע.
                                  
    — דער מילכיקער באָרשטש — זאָגט זי — איז אפֿשר אַזאַ 
תּוךזאַך, װי אַלע דײַנע תּוך־זאַכן...
     — מזל־טובֿ! האָט איר אײַך — זאָג איך — אַ נײַעם פֿילאָסאָף,
גלײַך פֿון אונטערן אױװן אַרױס! קאַרג — זאָג איך — װאָס די
טעכטער זענען געװאָרן אױפֿגעקלערטע קעפּ, האָט שױן טבֿיהס װײַב
אױך אָנגעהױבן פֿליִען דורכן קױמען אין הימל אַרײַן!...
     — אַז ס'איז יאָ — זאָגט זי — געקומען צו רײד הימל, טאָ ליג
שױן אין דער ערד!...
     װי געפֿעלט אײַך, אַ שטײגער, אַזאַ מין ברוך־הבא אױפֿן ניכטערן
האַרצן?...
     בקיצור, לאָמיר, װי זאָגט איר, איבערלאָזן דעם בן־מלך און
זיך נעמען צו דער בתּ־מלכּה 15. איך מײן דעם גלח, ימח שמו וזכרו!
אײן מאָל פֿאַר נאַכט פֿאָר איך מיך אַהײם מיט די לײדיקע קריגלעך
און האַלט שױן בײַם אַרײַנפֿאָרן אין דאָרף אַרײַן, באַגעגן איך אים
פֿאָרן מיט זײַן אײַזערנער געקאָװעטער בריטשקע, טרײַבט־אָן אַלײן
מיט זײַן כּבֿוד די פֿערדלעך און די צעקעמטע באָרד זײַנע איז 
צעשמיסן פֿונעם װינט. „צו דײַן קאָפּ, טראַכט איך מיר, אַ שײן
▮אַגעגעניש!“...
     
— 14 / פּרקי אָבֿות / זיבן זאַכן זײַנען דאָ אין גולם (מ'קען אים נאָר זײ
דערקענען). 
— 15 (אַלטער נוסח פֿון אַמאָליקע מעשׂיות) װען מ'לאָזט־אָפּ אײן
העלד און מ'נעמס זיך צו אַ צװײטן.
                                         


127
    
— אַ גוטן אָװנט! — מאַכט ער צו מיר — האָסט מיך ניט
דערקענט — זאָגט ער — צי װאָס?
    — װעסט גיך רײַך װערן — זאָג איך צו אים און נעם־אַראָפּ
דאָס היטל און װיל פֿאָרן װײַטער.
    מאַכט ער צו מיר.
                     
    — שטײ אַ װײַלע, טעװעל, װאָס האָסטו קײן צײַט ניט? איך
דאַרף דיר עפּעס זאָגן אַ צװײ װערטער.
    — אָך — זאָג איך — אַבי נאָר עפּעס גוטס, איז מהיכא תּיתי,
און אױב נישט, מעג דאָס — זאָג איך — בלײַבן אױף אַן אַנדערש
מאָל...
    — װאָס הײסט — זאָגט ער — בײַ דיר אַן אַנדערש מאָל?...
    — אַן אַנדערש מאָל — זאָג איך — הײסט בײַ מיר ביז משיח
װעט קומען...
    — משיח — מאַכט ער צו מיר — איז דאָך שױן געקומען...
    — דאָס האָב איך שױן געהערט — זאָג איך — פֿון דיר ניט
אײן מאָל. דו זאָג מיר נאָר, פֿאַטערל, עפּעס נײַס...
    — אָט דאָס — זאָגט ער — מײן איך טאַקע דיר זאָגן. איך
װיל מיט דיר שמועסן — זאָגט ער — טאַקע פֿון דיר אַלײן, דאָס
הײסט, פֿון דײַן טאָכטער...
    דאָ האָט מיר באַלד אַ טיאָכקע געטאָן דאָס האַרץ: װאָס פֿאַר אַ
מחותּן איז ער מיט מײַן טאָכטער? און איך רוף מיך אָן צו אים:
    — מײַנע טעכטער — זאָג איך — זײַנען, חלילה, נישט אַזעלכע
װאָס מע זאָל דאַרפֿן פֿאַר זײ רײדן. זײ קאָנען שױן — זאָג איר —.
אַלײן באַשטײן זײער שטעטל...
    — דאָס איז אָבער — מאַכט ער — אַזאַ מין ענין, װאָס זי אַלײן
קאָן נישט רײדן. עס מוז רײדן אַן אַנדערער, מחמת דאָ האַנדלט זיך
װעגן אַ תּוך־זאַך — זאָגט ער — טאַקע װעגן איר תּכלית...
    — װעמען גײט עס אָן — זאָג איך — דער תּכליתּ פֿון מײַן
קינד? מיר דאַכט — זאָג איך — אַז װי באַלד מע שמועסט פֿון תּכלית,
בין איך מײַן קינד אַ פֿאָטער ביז הונדערט צװאַנציק יאָר, צי נײן?...



128
     
— אמת — זאָגט ער — דו ביסט דײַן קינד אַ פֿאָטער. דו
ביסט אָבער — זאָגט ער — אױף דײַן קינד אַ בלינדער. דײַן קינד —
זאָגט ער — רײַסט זיך אין אַן אַנדער װעלט אַרײַן און דו פֿאַרשטײסט
זי ניט אָדער דו װילסט זי ניט פֿאַרשטײן...
     — אױב איך פֿאַרשטײ זי ניט — זאָג איך — אָדער איך װיל זי
ניט פֿאַרשטײן, דאָס איז אַן אַנדער זאַך. װעגן דעם — זאָג איך —
קאָנען מיר אַ ביסל שמועסן. נאָר װאָס קער זיך דאָס אָן, פֿאָטערל,
מיט דירן...
     — עס קער זיך — זאָגט ער — מיט מיר אָן זײער שטאַרק —
זאָגט ער — װײַל זי איז איצטער אין מײַן רשותּ...
     — װאָס הײסט — זאָג איך — זי איז אין דײַן רשות?...
     — דאָס הײסט, זי איז איצטער אונטער מײַן השגחה — מאַכט
ער און קוקט מיר גלײַך אין די אױגן אַרײַן, און צעקעמט זיך די
שײנע צעלאָזטע זקנה 16. טו איך מסתּמא אַ שפּרונג־אונטער:
    — װער? מײַן קינד איז אונטער ד▮ השגחה? מיט װאָס פֿאַר אַ
רעכט? — זאָג איך און פֿיל, אַז איך הײב־אָן אַרײַן אין כּעס.
     מאַכט ער צו מיר גאַנץ קאַלטבלוטיק מיט אַ שמײכעלע.
                                                             
    — נאָר ניט געהיצט זיך, טעװעל! פּאַװאָלי װעלן מיר — זאָגט
ער — די זאַך זיך איבערלײגן. דו װײסט, איך בין דיר — זאָגט ער —
חלילה קײן שׂונא נישט, כאָטש דו ביסט אַ ייִד. דו װײסט — זאָגט
ער — אַז איך האַלט פֿון ייִדן און עס טוט מיר װײ דאָס האַרץ אױף
זײ פֿאַר זײער עקשנות, װאָס זײ האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט און װילן
ניט פֿאַרשטײן, אַז מע מײנט דאָס פֿון זײער טובֿה װעגן...
    — פֿון טובֿותּ — זאָג איך — זאָלסטו מיט מיר, פֿאָטערל,
איצטער נישט רײדן, מחמת איטלעכס װאָרט, װאָס איך הער פֿון דיר
אַצינד, איז פֿאַר מיר אַ טראָפּן סם־המװת — זאָג איך — אַ פּיסטױל
אין האַרצן אַרײַן. אױב דו ביסט מיר אַזאַ גוטער פֿרײַנד, װי דו
זאָגסט, װעל איך פֿון דיר בעטן נאָר אײן טובֿה: מײַן טאָכטער זאָלסטו
לאָזן צו רו...

— 16  (מעטאַפֿאָרע) די גרױע באַרד.
                                       


129
     
— ביסט אַ נאַרישער מענטש — מאַכט ער צו מיר — עס װעט
דײַן טאָכטער, חלילה, קײן שלעכטס ניט געשען. ס'שטײט איר פֿאָר אַ
גליק, זאָגט ער. זי נעמט, זאָגט ער, אַ חתן, אױף מיר אַזאַ יאָר...
     — אָמן! — זאָג איך כּלומרשט מיט אַ געלעכטערל און אין
האַרצן ברענט אַ גיהנום — װער איז ער, למשל, דער התן — זאָג
איך — אױב איך בין ןוכה — זאָג איך — צו װיסן?...
     — דו דאַרפֿסט אים קענען! — זאָגט ער — ער איז זײער אַ
בראַװער, אַן אָרנטלעך מענטשל, און גאַנץ פֿײַן געבילדעט, אַפֿילו
פֿון זיך אַלײן, און איז פֿאַרקאָכט אין דײַן טאָכטער, און װיל מיט
איר חתונה האָבן און קאָן נישט, װײַל ער איז נישט קײן ייִד...
     — כװעדקע!... — טראַכט איך מיר.
     און עס טוט מיר אַ זעץ אין קאָפּ אַרײַן אַ מאָדנע היץ. און עס
באַשלאָגט מיך אַ קאַלטער שװ▮יס, קױט װאָס איך זיץ־אײַן אױפֿן
װעגעלע. נאָר אַרױסבאַװײַ▮ן דאָס פֿאַר אים — נישט דערלעבן װע▮
ער דאָס! און איך נעם דאָס פֿערדל פֿאַר די לײצעס, טו דאָס אַ שמיצל
פֿון אונטן אַרױף, און הלד משה מרדכ▮ ▮— פֿאַשאָל 17 אָן א 
                                                                         זײ▮
                                                                     
געזונט אַהײם... איך קום צו פֿאָרן אַהײם. אײַ־אײַ־אײַ, אַן איבֿער▮
קערעניש! די קינדער ליגן מיט די פ▮ימער אין די קישנס און װײנען.
מײַן גאָלדע איז מער אױף יענער װעלמ ▮▮ייִדער אױף דער ױעלט...
איך זוך חװהן▮ װוּ איז חװה? נישטאָ הװה!... פֿרעגן װו איז הװה, װיל
איך נישט. איך פֿאַרשפּאָר שױן פֿרעגן. אַז אָך־און־װײ איז מיר! און
איך פֿיל דעם טעם פֿון היבוט־הקבֿר 18. און עס ברענט אין מיר אַ
פֿײַער, איך װײס ניט אױף װעמען... איך װאָלט עפּעס נאָר גענומען
און זיך אַלײן אױסגעפּאַטשט... און איך צעשרײַ מיך אױף די קינדער,
און לאָז־אױס מײַן ביטער האַרץ צום װײַב. איך קאָן מיר קײן אָרט
נישט געפֿינען. גײ איך אַרױס אין שטאַל צום פֿערד, דעם געבן עסן
און טרעף דאָס שטײן אַריבערגעפֿוצעװעט 19 מיט אײן פֿוס אױף יענער
     
— 17 (רוםיש) אַװעקגעגאַנגען. 
— 18 (פֿאָלקםגלױבl) פּײַן נאָכן טױט: װען דער
▮▮▮▮▮ ך▮▮ה ▮י▮▮▮ ▮▮▮ ▮▮ר ▮▮ן ▮▮▮ ▮▮▮▮▮ גע▮▮▮▮▮▮▮▮מ ▮ון ▮▮▮▮▮ ב▮▮ ▮▮▮▮
„ײַ▮ ▮▮▮▮▮▮▮ ▮▮ ▮▮▮ ▮ר▮ב ▮ ▮▮▮ ▮ ▮   ▮ ▮
                         ▮▮▮▮▮ ▮▮▮▮ ▮▮▮▮ ▮▮
         
                         
130
  
זײַט קלאָץ. כאַפּ איך אַ שטעקן און הײב דעם אָן אײַנטײלן, שײלן
       די פֿעל, ברעכן די בײנער: „פֿאַרברענט זאָלסטו װערן, שלימזל
       מײַנער! זאָלסטו אַזױ לעבן, װי איך האָב פֿון דײַנעט װעגן אַ האָבערל
       אַפֿילו! צרות, אױב דו װילסט, קאָן איך דיר געבן, שלעק, מיט אַנגסטן,
     מיט מכּותּ, מיט בכורות!...
  
             אַזױ רײד איך צום פֿערדל און באַטראַכט מיך אָבער באַלד, אַז
       ס'איז אַ צער־בעלי־חײם, גאָט די נשמה שולדיק. װאָס האָב איך צו
       דעם? און איך שיט דעם אונטער אַ ביסל געהאַקטע שטרױ און זאָג
       דעם צו, אם־ירצה־השם, שבתּ װײַזן אַ ה, אין סידור ▮2, און 
       קוםאַרײַן צוריק אין שטוב אַרײַן, באַגראָב זיך און ליג אין געהאַקטע
       װוּנדן, און דער קאָפּ, דער קאָפּ װערט מיר שיר צעשפּרונגען,
       טראַכטנדיק און קלערנדיק און לערנענדיק דעם פּשט, װאָס זאָל דאָס
       באַטײַטן... “םה פּשעי ומה חטאתי 21 — מיט װאָס האָב איך, טבֿיה,
       פֿאַרזינדיקט מער פֿון דער גאַנצער װעלט, װאָס מע באַשטראָפֿט מיך
       מער פֿון אַלע ייִדן? אױ, רבונו של עולם: מה אָנו ומה חײנו 22 —
       װער בין איך אַזױנס, װאָס דו טראָגסט מיך אױפֿן קאָפּ כּסדר, האָסט
       מיך אין זינען און לאָזט נישט אױס װוּ ערגעץ אַ שלאַק, אַ צרה, אַן
       אָנשיקעניש?!...
            און אַזױ װי איך טראַכט מיר אַזױ, ליגנדיק אױף הײסע קױלן,
       הער איך, װי מײַן װײַב, נעבעך, קרעכצט, רײַסט־אױס אַ שטיק
       האַרץ.
            — גאָלדע — זאָג איך — דו שלאָפֿסט?...
            — נײן — זאָגט זי — װאָס איז דען?...
            — גאָר נישט — זאָג איך — מיר זײַנען גוט אין דער ערד;
       אפֿשר װײסטו — זאָג איך — אַן עצה, װאָס טוט מען?...
            — פֿרעגסט בײַ מיר — זאָגט זי — עצות, אַז אָך־און־װײ איז
            

— 20 ▮לצנות) „הײ פֿאַר פֿערד און דער אות „ה“ (װערטערשפּיל). 
— 21/בראשית ל“א, לו/ אין װאָס באַשטײט מײן פֿאַרברעך און אין װאָס מײן זינד? —
— 22 /תפֿילת השחר/ װאָס זײַנען מיר (מישטײנס געזאָגט) און װאָס איז (װערט)
       אונדזער לעבן?



131

מיר? אָ קינד שטײט־אױף — זאָגט זי — אין דער פֿרי, אַ געזונטע, אַ
שטאַרקע, טוט זיך אָן — זאָגט זי — פֿאַלט מיך אַרום קושן און
האַלדזן און װײנען און זאָגט נישט װאָס. איך האָב געמײנט, זי איז,
חלילה, פֿונעם זינען! פֿרעג איך זי: „װאָס איז דיר, טאָכטער?“...
זאָגט זי גאָר נישט און כאַפּט זיך אַרױס אױף אַ װײַלע צו די בהמות
און װערט פֿאַרשװוּנדן. איך װאַרט אַ שעה, איך װאַרט צװײ, איך
װאַרט דרײַ... װוּ איז חװה? נישטאָ חװה! רוף איך מיך אָן צו די
קינדער: „אַנו, טוט נאָר אַ שפּרונג אױף אַ מינוטקעלע צום גלח“...
     — פֿון װאַנען — זאָג איך — האָסטו געװוסט, גאָלדע, אַז זי
איז בײַם גלח?...
     — פֿון װאַנען האָב איך געװוּסט? — זאָגט זי — אַז אָך־און־װײ
איז מיר! װאַס איז — זאָגט זי — איך האָב קײן אױגן ניט? צי איך
בין איר קײן מאַמע ניט?...
     — אַז דו האָסט אױגן — זאָג איך — און דו ביסט איר אַ מאַמע,
װאָס זשע האָסטו געשװיגן און האָסט ניט געזאָגט מיר?...
     — דיר זאָל איך זאָגן? װען ביסטו אין דער הײם? — זאָגט זי —
און אַז איך זאָג דיר, הערסטו מיך דען? דיר אַז מע זאָגט — זאָגט
זי — ענטפֿערסטו באַלד מיט אַ פּסוק. פֿאַרהאַקסט דעם קאָפּ מיט
פּסוקים און דערמיט קומסטו אָפּ...
     אַזױ מאַכט זי צו מיר, גאָלדע הײסט עס, און איך הער, װי זי
װײנט אין דער פֿינצטער... אַ ביסל איז זי גערעכט, טראַכט איך מיר,
װאָרעם װאָס פֿאַרשטײט אַ ייִדענע? און עס טוט מיר װײ אױף איר
דאָס האַרץ. איך קאָן נישט הערן, װי זי קרעכצט און װי זי װײנט.
רוף איך מיך אָן צו איר:
     — זעסטו, גאָלדע, ביסט ברוגז — זאָג איך — למאַי איך האָב
אױף אַלצדינג אַ פּסוק. איך מוז דיר דערױף אױך ענטפֿערן מיט אַ
פּסוק. עס שטײט בײַ אונדז געשריבן, זאָג איך, כרחם אָבֿ על בנים
— אַ טאַטע האָט ליב אַ קינד. פֿאַר װאָס שטײט ניט — זאָג איך —
כּרחם אם על בנים — אַז אַ מאַמע האָט ליב איר קינד? װײַל אַ מאַמע
איז ניט קײן טאַטע. אַ טאַטע — זאָג איך — קאָן אַנדערש רײדן



132

מיט אַ קינד. אָט װעסטו זען — זאָג איך אם־ירצה־השם, מאָרגן זע
איך מיר מיט איר...
     — הלװאַי — זאָגט זי — זאָלסטו זיך קאָנען זען מיט איר און
מיט אים אױך. ער איז אַ מענטש, — זאָגט זי — ניט קײן שלעכטער,
כאָטש אַ גלח. נאָר אױף אַ מענטשן האָט ער — זאָגט זי — רחמנות.
דו װעסט אים בעטן, פֿאַלן צו די פֿיס, אפֿשר װעט ער רחמנות האָבן...
     — װער — זאָג איך — דער כּומר 23, ימח שמו?... איך זאָל מיך
בוקן — זאָג איך — צום גלח? ביסט משוגע — זאָג איך — צי
חסר דעה? אַל תּפֿתּח פּה לשׂטן — זאָג איך — נ▮ט דערהאַרן 24 װעלן
דאָס מײַנע שׂונאים!...
     — אָ, זעסטו? עס הײבט זיך אָן — זאָגט זי — מיט דיר...
     — װאָס דען — זאָג איך — האָסטו געמײנט? איך װעל מיך
לאָזן פֿירן פֿון אַ ייִדענע? איך װעל — זאָג איך — לעבן מיט דײַן
דוײַבערשן שׂכל?...
     אָט אין אַזעלכע שמועסן גײט־אַװעק בײַ אונדז די נאַכט. קױם
דערלעבט דעם ערשטן קרײ פֿונעם האָן, הײב איך מיך אױף, 
דאַװןאָפּ, נעם מיט זיך די בײַטש און לאָז מיך אַװעק מסתּמא גלײַך צום
גלח אין הױף אַרײַן. װי זאָגט א▮ר, אַ ייִדענע איז טאַקע אַ ייִדענע.
נאָר װוּהין דען האָב איך געזאָלט גײן? אין דער ערד אַרײַן?...
     בקיצור, געקומען צו אים אין הױף אַרײַן, באַגעגענען מיך די
כּלבֿים זײַנע מיט אַ שײנעם גוט־מאָרגן און װילן מיר צו רעכט מאַכן
די קאַפּאָטע און פֿאַרזוכן די ליטקע 25 פֿון מײַנע ייִדישע פֿיס, צי
זײ זײַנען עפּעס גוט פֿאַר זײערע הינטישע צײן... אַ גליק, װאָס
כ'האָב מיטגענומען די בײַטש, האָב איך זײ געגעבן צו פֿאַרשטײן דעם
פּסוק לא יחר▮ כּלבֿ לשונו — נעכײַ סאָבאַקאַ דאַראָם נע ברעשע ▮2, דאָס
הײסט, לאָז אַ הונט ניט בילן אומזיסט... אױף זײער געשרײ מיט מײַן
געפּילדער איז אַרױסגעלאָפֿן דער גלח מיט דער גלהטע, קױם
     
— 23 גלח, פּאָפּ, פּאָסטאָר. 
— 24 זיך דערװאַרטן (דערלעבן). 
— 25 דאָס דיקע
לײב אונטער די קני, פֿוך הינטן. 
— 26 /שמות י,,א, ז/ עס װעט ניט שאַרפֿן קײן
הונט זײן צונג, ▮רו▮יש פֿאָלקסיוערטל) זאָל אַ הונט אומזיסט נישט בילן.



133

צעטריבן די פֿרײלעכע כאַליאַסטרע און אַרײַנגערופֿן מיך אין שטוב
אַרײַן, מיך אױפֿגענומען פֿאַר זײער אַ שײנעם גאַסט, געװאָלט שטעלן
פֿון מײַנעט װעגן דעם סאַמאָװאַר▮ זאָג איך, אַז דער סאַמאָװאַר איז לאַו
דװקא, איך האָב מיט אים עפּעס צו רײדן ▮— זאָג איך — אונטער פֿיר
אױגן. האָט זיך דער כךמו אָנגעשטױסן, װאָס איך מײן, האָט אַ װונק
געטאָן צו זײַן פּלוניתטע, זי זאָל מוחל זײַן צומאַכן די טיר פֿון יענער
זײַט — און איך בין צוגעטראָטן צום ענין גלײַך, אָן שום הקדמותּ▮
ער זאָל מיר זאָגן קודם, צי גלײבט ער אין גאָט... און נאָך דעם זאָל
ער מיר זאָגן, אױב ער פֿילט דעם טעם, װאָס הײסט צעשײדן אַ טאַטן
מיט אַ קינד, װאָס מע האָט דאָס ליב... און װידער זאָל ער מיר זאָגן
װעלכע הײסט נאָך זײַן שׂכל אַ מ▮װה און װעלכע הײסט אַן עבֿירה...
און נאָך אַ זאַך װאָלמ איך װעלן, ער זאָל מיר קלאָר מאַכן: װאָס פֿאַר
אַ פּנים האָט בײַ אים אַ מענטש, װאָס כאַפּט זיך אַרײַן בײַ יענעם אין
שטוב אַרײַן און װיל מאַכן אַן איבערקערעניש, איבערשטעלן די
בענקלעך, מיט די טישלעך, מיט די בעטן...
     אַװדאי בלײַבט ער זיצן געפּלעפֿט און מאַכט צו מיר: „טעװעל,
זאָגט ער, ביסט אַ קלוגער מענטש, זאָגט ער, און נעמסט און
שטעלסט־אַװעק, זאָגט ער, מיט אַ מאָל אַזױ פֿיל שאלות און װילסט,
זאָגט ער, איך זאָל דיר ענטפֿערן אין אײן קלאַפ? האָב צײַט, זאָגט
ער, איך װעל דיר ענטפֿערן על ראשון ראשון ועל אַחרון אַחרון“...
     — נײן, — זאָג איך צו אים — דו װעסט מיר, פֿאָטערל 
געטרײַער, נישט ענטפֿערן דערױף קײן מאָל נישט, װײסטו, פֿאַר װאָס?
װײַל אַלע דײַנע מחשבֿות װײס איך פֿון פֿריִער. דו ענטפֿער מיר —
זאָג איך — בעסער דערױף: איך האָב נאָך אַ האָפֿענונג צו זען מײַן
קינד צוריק אָדער נײן?...
     
כאַפּט ער זיך אױף:
     — װאָס הײסט — צוריק? דײַן טאָכטער װעט, חלילה, גאָר נישט
געשען, אַדרבה!...
     — איך װײס, — זאָג איך — איך װײס, איר װיל▮ זי מ▮כן 
     
     
     
134

ליקלעך! איך רײד נישט פֿון דעם — זאָג איך — איך װיל װיסן, װוּ
איז ערגעץ מײַן קינד און צי קאָן איך זיך מיט איר זען?...
     — אַלצדינג יאָ — מאַכט ער צו מיר — נאָר דאָס נישט...
     — אָט אַזױ זשע רײד — זאָג איך — דבֿרים ברורים, קורצע
דיבורים! זײַ געזונט — זאָג איך — און לאָז דיר גאָט באַצאָלן —
זאָג איך — בכּפֿל־כּפֿלים!...
     און איך קום צו גײן אַהײם און טרעף מײַן גאָלדע ליגט 
צונױפֿגעקוטשעבורעט 27, װי אַ שװאַרצער קנױל, אין בעט און האָט שױן
מער קײן טרערן ניט אין די אױגן. רוף איך מיך אָן צו איר:
     — שטײ־אױף, מײַן װײַב, טו־אױס — זאָג איך — די שיך און
לאָמיר זיך אַװעקזעצן שבֿעה, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן. ד, נתן
ד, לקח 28 מיר זײַנען נישט די ערשטע, מיר זײַנען נישט די לעצטע.
עלעהײ, לאָז זיך אונדז אױסדאַכטן — זאָג איך — אַז מיר האָבן קײן
מאָל נישט געהאַט קײן חװה. אָדער לאָז זיך אונדז דאַכטן — זאָג איך
— עלעהײ האָדל, װאָס איז אַװעק פֿון אונדז הינטער די הרי־חושך,
גאָט װײסט, אױב מיר װעלן זי אַ מאָל זען... גאָט — זאָג איך — איז
אַן אַל רחום וחנון, ער װײסט װאָס ער טוט!...
  אַזױ רײד איך מיר אױס דאָס האַרץ און פֿיל, אַז די טרערן שטיקן
מיך, שטײען מיר װי אַ בײן אין האַלדז. נאָר טבֿיה איז ניט קײן
ייִדענע. טבֿיה האַלט זיך אײַן. מאָלט אײַך, עס רעדט זיך נאָר אַזױ.
װאָרעם, ערשטנס, דער בזיון!... והשנית, װי קאָן איך זיך 
אײַנהאַלטן, אַז מען פֿאַרלירט לעבעדיקערהײט אַזאַ קינד, אַזאַ באַרליאַנט▮
װאָס איז אַזױ אײַנגעבאַקן אין האַרצן אי בײַ מיר, אי בײַ דער מוטער,
כּמעט מער װי אַלע קינדער, איך װײס ניט פֿאַר װאָס? אפֿשר 
דערפֿאַר, װאָס זי האָט קינדװײַז זײער אַ סך געקרענקט, איבערגעטראָגן
אױף זיך כּל הצרות שבעולם? מיר זײַנען אַמאָל אױסגעזעסן
איבער איר גאַנצע נעכט. עטלעכע מאָל אָפּגעשריגן, פּשוט 
     

— 27 אײַנגעדרײט אין דרײען. 
— 28 /איובֿ א,, כא/ גאָט האָט געגעבן, גאָט
האָט צוגענומען (זאָל זײן גאָטס נאָמען געבענטשט).



135

אָפּגעשריגן פֿונעם טױט, אָפּגעחיהטשעט 29, װי מען חיהטשעט־אָפּ אַ
קלײן צעטראָטן הינדעלע. װאָרעם אַז גאָט װיל, מאַכט ער פֿון טױט
לעבעדיק, װי מיר זאָגן אין הלל: לא אָמות כי אחיה 30 — אַז ס'איז
ניט באַשערט שטאַרבן, שטאַרבט מען ניט... און אפֿשר איז דאָס
דערפֿאַר, װאָס זי איז אַ גוט קינד, אַ געטרײַס, האָט אונדז פֿון תּמיד
אָן ליב געהאַט בײדן דאָס חיות מיט דער נשמה. אײַ, די קשיא: װי
קומט דאָס, זי זאָל אונדז אַזעלכעס טאָן? איז, ערשטנס, אונדזער מזל
אַזױ. איך װײס ניט, װי אַזױ איר — איך גלײב אין השגחה. והשניתּ,
איז דאָס אַ קליפּה, אַן אָפּגעטאָנענע זאַך, הערט איר, אַ מין כּישוף!
איר מעגט אײַך לאַכן פֿון מיר, און איך זאָג אײַך, אַז איך בין גאָר
ניט אַזאַ גראָבער נאַר, איך זאָל גלײבן אין שרעטעלעך, לצים, 
דאָמעװיקעס 31 וכּדומה אַזעלכע שטותּערײַען. נאָר אין כּישוף, זעט איר,
גלײב איך. װאָרעם װאָס דען איז דאָס, אַז ניט קײן כּישוף? אָט װעט
איר האָרכן װײַטער, װעט איר אַלײן אױך זאָגן דאָס אײגענע...
     בקיצור, אַז די הײליקע ספֿרים זאָגן בעל כרחך אַתּה חי 32 —
אַ מענטש נעמט זיך ניט אַלײן דאָס לעבן — איז דאָס נישט אומזיסט.
ס'איז גאָר נישטאָ די מכּה אױף דער װעלט, װאָס זאָל זיך ניט 
פֿאַרהײלן, און אַזאַ צרה, װאָס מע זאָל זי נישט פֿאַרגעסן. דאָס הײסט, 
פֿאַרגעסן פֿאַרגעסט זיך נישט, נאָר װאָס זאָל מען טאָן? אָדם כבהםה נד—
מה 33 — אַ מענטש באַדאַרף אַרבעטן, האָרעװען, פֿאַרשװאַרצט און
אױסגעריסן װערן צוליב דעם שטיקל ברױט. מיר האָבן זיך גענומען,
װאָס טױג אײַך, אַלע צו דער אַרבעט: מײַן װײַב און קינדער צו די
קריגלעך, איך צום פֿערד־און־װעגעלע, און עולם כמנהגו — די װעלט
בלײַבט ניט שטײן. אָנגעזאָגט האָב איך אין שטוב, אַז חװה לא יזכר
ולא יפּקד 34 — נישטאָ חװה! אױסגעמעקט — און שױן! און כ'האָב
    

— 29 געקומען צו זיך. 
— 30 /תהיליס קי„ח, יז/ כ'װעל ניט שטאַרבן, נאָר
כ'װעל לעבן. 
— 31 (פֿאָלקסגלױבן) הױזגײסטער. 
— 32 טביה זוכט כּלערלײ
פּסוקים, צו קרעפֿטיקן דעם װילן צו לעבן. 
— 33 /תּהילים מ“ט, כא/ אַ מענטש
איז געגליכן צו אַ בהמה. 
— 34 נישט געדענקט און נישט דערמאָנט (זאָל עס
װערן).
                              


136

מיר צונױפֿגעשלאָגן אַ ביסל מילכיקס, פֿרישע סחורה, און האָב מיך
געלאָזט קײן בױבעריק צו מײַנע קונים.
     געקומען קײן בױבעריק — אַ שׂמהה, אַ גדולה: װאָס מאַכט אַ
ייִד, ר, טובֿיה? פֿאַר װאָס זעט מען אײַך ניט?
     — װאָס זאָל איך מאַכן? — זאָג איך. — ס'איז חדש ימינו כקדם 35
—— דער אײגענער שלימזל װאָס פֿריִער. אַ בהמהלע — זאָג איך —
איז בײַ מיר געפֿאַלן...
     — װאָס איז די מעשׂה ▮ זאָגן זײ — װאָס מיט אײַך טרעפֿן זיך
אַלע ניסים?
     און דער עולם פֿרעגט מיך אױס, איטלעכער באַזונדער: װאָס
פֿאַר אַ בהמהלע איז בײַ מיר געפֿאַלן? װיפֿל האָט דאָס מיך געקאָסט?
און װיפֿל בהמהלעך איז מיר נאָך געבליבן? און מע לאַכט, מע איז
פֿרײלעך, װי, געװײנטלעך, נגידים מאַכן זיך לוסטיק איבער אַן 
אָרעמאַן אַ שלימזל, נאָכן עסן, אַז ס'איז גוט אױפֿן האַרצן און אין דרױסן
איז שײן און הײס און גרין, און עס גלוסט זיך דרימלען... טבֿיה איז
אָבער אַ מענטש, װאָס לאָזט זיך טרײַבן קאַטאָװעס. אַ קרענק װעט
בײַ מיר יענער װיסן, װאָס בײַ מיר אױפֿן האַרצן טוט זיך! און 
אָפּגעפֿאַרטיקט זיך מיט אַלע קונים, לאָז איך מיך צוריק מיט די לײדיקע
קריגלעך אַהײם, איבערן װאַלד, לאָז־אָפּ דאָס פֿערדל, ס'זאָל זיך גײן
פּאַװאָלי און כאַפּן בגנבֿה אַ שטשיפּעל 36 גראָז, און אַלײן פֿאַרטיף
איך מיך אין מײַנע מהשבֿות און געדאַנקען. טראַכט־איבער פֿון װאָס
איר װילט: פֿונעם לעבן און פֿונעם טױט, פֿון דער װעלט און פֿון
יענער װעלט, און װאָס איז אַזעלכעס װעלט, און װאָס לעבט אַ
מענטש, וכּדומה אַזעלכע זאַכן, בכדי איך זאָל מיר צעשלאָגן די 
רעיונות, דאָס הײסט, איך זאָל נישט קלערן פֿון איר, פֿון הװהן הײסט עס▮
און װי אױף צו להכעיס, קריכט מיר אין קאָפּ אַרײַן דװקא זי, חװה
 הײסט עס. זי קומט מיר אַקעגן מיט איר געשטאַלט. הױך און שײן
 און פֿריש, װי אַ סאָסנע. אָדער גאָר װי זי איז נאָך געװען אַ
     
— 35 /איכה ה,, כא/ באַנײ אונדזערע צײַטן (זײ זאָלן זײן) װי אַמאָל! —
— 36 (דימינוטיװ) אַ צופּ, אַ קלײנעם ביס▮
 
 
 
137

קלײניטשקע, אַ קראַנקעטשקע, אַ פּגירהלע, װי אַן עופֿעלע בײַ מיר
אױף די הענט, דאָס קעפּל אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף מײַנע פֿלײצעס: „װאָס
װילסטו חװהלע? געבן דיר אַ שטיקעלע פּאַפּע? אַ ביסעלע מאָני?...“
און איך פֿאַרגעס אױף אַ װײַלע, װאָס זי האָט אָפּגעטאָן, און עס ציט
מיר צו איר דאָס האַרץ, און די נשמה נאָגט, בענקט נאָך איר...
נאָר דערמאָן איך מיך, און עס גײט מיך איבער דער כוה־הדם, און
אַ פֿײַער צינדט זיך אָן בײַ מיר אין האַרצן אױף איר און אױף אים
און אױף דער גאַנצער װעלט און אױף זיך אַלײן, פֿאַר װאָס איך קאָן
זיך נישט פֿאַרגעסן אױף קײן מינוט. פֿאַר װאָס זאָל איך זי נישט
קאָנען אױסמעקן, אַרױסרײַסן פֿונעם האַרצן? זי האָט דאָס דען בײַ
                                                                          
מיר נישט פֿאַרדינט? דערױף טאַקע דאָרף טבֿיה זײַן אַ ייִד שבייִד,
כּל ימיו פֿאַרשװאַרצט װערן, אַקערן מיט דע▮▮ נאָז די ערד, מגדל
זײַן קינדער, בכדי זײ זאָלן נאָך דעם נעמען מיט ▮▮ייִן מאָל און
אָפֿרײַסן זיך מיט גװאַלד, אָפּפֿאַלן װי אַ שישקע פֿונעם בױם, און
פֿאַרטראָגן װערן מיטן װינט און מיטן רױך?... אָט, למשל, קלער איך
מיר, װאַקסט אַ בױם, אַ דעמב אין װאַלד. קומט צו גײן אַ נפֿש מיט
אַ האַק, נעמט־אָפּ אַ צװײַג, און נאָך אַ צװײַג, און נאָך אַ צװײַג. װאָס
איז דער בױם אָן די צװײַגן, מישטײנס געזאָגט? נעם שױן בעסער,
דו בן־אָדם, און האַק־אונטער דעם בױם אין גאַנצן — און אַן עק
לאָז דאָס האָבן! צו װאָס זאָל סטאַרטשען אַ נאַקעטער דעמב אין
װאַלד?!...
     
און אַזױ װי איך טראַכט מיר אַזױ די דאָזיקע מחשבֿותּ, דערפֿיל
איך פּלוצעם, אַז מײַן פֿערדל האָט זיך אָפֿגעשטעלט — סטאָפּ! װאָס
איז דאָס? איך הײב־אױף די אױגן, איך טו אַ קוק — חװה!... די
אײגענע חװה, װאָס פֿריִער, נישט געמינערט אַ האָר, אַפֿילו די
מלבושים נישט איבערגעביטן!... דאָס ערשטע, װאָס קומט מיר אױף
די געדאַנקען — איז אַראָפּשפּרינגען פֿון װאָגן און אַרומכאַפּן זי
קושן... נאָר באַלד טוט מיר צוריק אַ צי אַ געדאַנק: „טבֿיה? װאָס
ביסטו, אַ ייִדענע?“ און איך טו אַ צי דאָס פֿערדל: „װיאָ, שלימזל!“ —
און נעם מיך רעכטס. איך טו אַ קוק — מײַנע אױך רעכטס, מאַכט



138

עפּעס צו מיר מיט דער האַנט, װי אײנער רעדט: „שטײ אַ װײַלע,
איך דאַרף דיר עפּעס זאָגן“... און עס טוט זיך מיר אַ ריס־אָפּ 
אינעװײניק און אַ צופּ בײַם האַרצן, און איך לאָז־אָפּ הענט און פֿיס. אָט־אָט
טו איך אַ שפּרונג־אַראָפּ פֿונעם װאָגן... נאָר איך האַלט מיך אײַן, טו
אַ צי דאָס פֿערדל און נעם מיך לינקס — מײַנע אױך לינקס, קוקט
אױף מיר משונה־װילד, דאָס פּנים טױט... װאָס טוט מען? — טראַכט
איך מיר — זאָל איך בלײַבן שטײן, צי איך זאָל פֿאָרן װײַטער? און
אײדער איך קוק מיך נאָך אַרום — אַהאַ, זי האַלט שױן דאָס פֿערדל
בײַם צױם און מאַכט צו מיר:
     — טאַטע! זאָל איך שטאַרבן, אױב דו װעסט זיך רירן פֿונעם
אָרט! איך בעט דיך, הער מיך אױס פֿריִער, טאַטע־פֿאָטער!...
     — ע! — טראַכט איך מיר — װילסט מיך נעמען מיט געװאַלט?
נײן, נשמה מײַנע! װי באַלד אַזױ, איז אַ סימן, אַז דו קענסט ניט דעם
טאַטן דײַנעם...
     און דאַװײַ 37 שמײַסן דאָס פֿערדל אױף װאָס די װעלט שטײט.
און מײַן פֿערדל פֿאָלגט, שפּרינגט, נאָר עס דרײט צוריק דעם קאָפּ,
מאַכט בשעת מעשׂה מיט די אױערן. „װיאָ, זאָג איך צו אים, אַל 
תּםתּכּל בקנקן 38 — קוק נישט, חכם מײַנער, אַהין, װוּ מע דאַרף
ניט“... און אַלײן, מײנט איר, װילט זיך מיר ניט אױסדרײען דעם
קאָפּ צוריק און אַ קוק טאָן, כאָטש אײן קוק טאָן אַהין, אױף יענעם
אָרט, װוּ זי איז שטײן געבליבן?... נאָר נײן, טבֿיה איז ניט קײן
ייִדענע. טבֿיה װײסט, װי אַזױ מע איז זיך נוהג מיטן שׂטן מקטרג...
     בקיצור, איך װיל אײַך נישט מער, װי זאָגט ער, מאַריך ימים
זײַן. אַן עבֿירה אײַער צײַט. אױב ס'איז מיר באַשערט געװען 
חיבוטהקבֿר, בין איך שױן געװיס דערמיט אָפּגעקומען, און דעם טעם פֿון
גיהנום םים כּןי הקלע 39, מיט די אַלע איבעריקע געברענטע לײדן,
    

— 37 דערלאַנג! 
— 38 /פּרקי אָבותּ ד,, כז/ קוק נישט אין קרוג (נאָר װאָס
אין אים איז פֿאַראַן). 
— 39 (פֿאָלקסגלױבן) שלײַדער־לעפֿל: די נשמה פֿון אַ
זינדיקן װערט געװאָרפֿן פֿון אײן עק װעלט צום אַנדערן.



139

װאָס װערן באַשריבן בײַ אונדז אין די הײליקע ספֿרים. פֿרעגט מיך,
װעל איך אײַך זאָגן! דעם גאַנצן װעג, װאָס איך פֿאָר, װײַזט מיר
אױס, אַז זי לױפֿט מיר נאָכן װאָגן און שרײַט: „הער מיך אױס,
טאַטע־פֿאָטער!“▮.▮ און עס פֿליט מיר דורך אַ געדאַנק: „טבֿיה, דו
שטעלסט אױף זיך צו פֿיל! װאָס װעט דיך אַרן, אַז דו װעסט זיך
אָפּשטעלן אױף אַ װײַלע, אױסהערן װאָס װיל זי? אפֿשר האָט זי
דיר צו זאָגן אַזעלכעס, װאָס דו דאַרפֿסט דאָס װיסן? אפֿשר, אַ קשיא
אױף אַ מעשׂה, האָט זי חרטה און װיל זיך אומקערן צוריק? אפֿשר
ליגט זי בײַ אים אין דער ערד און בעט בײַ דיר, דו זאָלסט איר העלפֿן
אַרױס פֿון גיהנום?...“ אפֿשר און אפֿשר, און נאָך אַ סך אַזעלכע אפֿשרס
פֿליִען מיר דורך אין קאָפּ. און זי שטעלט זיך מיר פֿאָר װי אַ קינד,
און איך דערמאָן מיך אינעם פּסוק „כּרחם אָבֿ על בנים“ — נישטאָ
קײן שלעכט קינד בײַ אַ טאַטן. און איך פּײַניק מיך, און איך זאָג
אױף זיך אַלײן, אַז איך בין אָםור לרחם — נישט װערט, װאָס די ערד
טראָגט מיך! װאָס? װאָס קאָכסטו, דו משוגענער עקשן? װאָס 
טאַראַבאַנעסטו 40? נעם, דו אַכזר אײנער, פֿאַרקערעװע דאָס װעגעלע צוריק
און בעט זיך מיט איר איבער. זי איז דײַן קינד, נישט קײנעמס!...
און עס קריכן מיר אין קאָפּ אַרײַן משונה־מאָדנע מחשבֿות און
געדאַנקען: װאָס איז דאָס אַזעלכעס ייִד און װאָס איז ניט־ייִד?... און
פֿאַר װאָס האָט גאָט באַשאַפֿן ייִדן און ניט־ייִדן?... און אַז גאָט האָט
שױן יאָ באַשאַפֿן ייִדן און ניט־ייִדן, פֿאַר װאָס זשע זאָלן זײ זײַן אַזױ
אָפּגעטײלט אײנס פֿון דאָס אַנדערע, נישט קאָנען אָנקוקן אײנס דאָס
אַנדערע, גלײַך װי דער איז פֿון גאָט און יענער איז ניט פֿון גאָט?...
און עס פֿאַרדריסט מיך, למאַי איך בין נישט אַזױ קלאָר, װי אַנדערע,
אין ספֿרים און אין ביכער, איך זאָל קאָנען געפֿינען דערױף עפּעס
אַ רעכטן תּירוץ... און בכדי זיך צעשלאָגן די רעיונות, הײב איך אָן
אױף אַ ניגון: אַשרי יושבֿי ביתּך עוד יהללוך סלה 41! איך דאַװן,
    

— 40 װאָס פּױקסטו, װאָס טומלסטו? 
— 41 /תּהילים פ“ד, ה; אין אָנהײב פֿון
תפֿילת מנחה/ װױל די װאָס זיצן אין דײן הױז, תּמיד װעלן זײ דיך לױבן,
אױף אײביק!



140

הײסט דאָס, מנחה אױף אַ קול און מיט אַ ניגון, אַזױ װי גאָט האָט
געבאָטן. נאָר װאָס קומט־אַרױס פֿונעם דאַװנען און פֿונעם זאָגן, אַז
אינעװײניק אין האַרצן זינגט זיך אַן אַנדער ניגון: „ח—װה ח—װה
ת־װה „  און װאָס איך זינג העכער דעם „אַשרי“, זינגט זיך מיר
„חװה“ נאָך העכער... און װאָס מער איך װיל זי פֿאַרגעסן, אַזױ מער
און אַזױ שאַרפֿער שטײט זי מיר פֿאַר די אױגן... און עס דאַכט זיך
מיר, אַז איך הער איר קול, װי זי רופֿט צו מיר.
                                                      
     
— הער מיך אױס, טאַטע־פֿאָטער!...
     און איך פֿאַרשטעל מיר די אױערן, איך זאָל זי ניט הערן. און
איך מאַך־צו די אױגן, איך זאָל זי ניט זען. און איך זאָג די 
שמונהעשׂרה, און הער ניט, װאָס איך זאָג. און שלאָג זיך „אָשמנו“ און
װײס ניט פֿאַר װאָס. און מײַן לעבן איז צערודערט. און אַלײן בין
איך צערודערט. און זאָגן זאָג איך ניט קײנעם פֿון מײַן באַגעגעניש.
און רײד נישט מיט קײנעם פֿון איר. און פֿרעג זיך ניט נאָך אױף
איר בײַ קײנעם, כאָטש איך װײס, איך װײס גאַנץ גוט, װוּ זי איז און
װוּ ער איז, און װאָס זײ טוען, נאָר אַ מכּה װעט פֿון מיר עמעצער
װיסן. ניט דערלעבן װעלן דאָס מײַנע שׂונאים, אַז איך זאָל מיך פֿאַר
עמעצן באַקלאָגן. אָט אַזאַ מענטש איז טבֿיה!...
     איך װאָלט אַ בעלן געװען װיסן, צי אַלע מאַנסבילן זײַנען אַזױ,
צי נאָר איך בין אַזאַ משוגענער? אַ שטײגער, כּדומה למשל, אַ מאָל
טרעפֿט זיך... איר װעט ניט לאַכן פֿון מיר? איך האָב מורא, איר
װעט לאַכן פֿון מיר... אַ מאָל טרעפֿט זיך, איך טו מיך אָן אין דער
שבתדיקער קאַפּאָטע און לאָז מיך צו דער באַן, און בין שױן גרײט
זיך אױפֿזעצן פֿאָרן אַהין, צו זײ. איך װײס, װוּ זײ זיצן... איך גײ־צו
צום קאַסיר און הײס מיר געבן אַ בילעט.
     פֿרעגט ער מיך.
     
— װוּהין?
     זאָג איך:
     — קײן יעהופּעץ...
      זאָגט ער:
     
     
      
141
     
— אַזאַ שטאָט איז בײַ מיר נישט פֿאַראַן...
     זאָג איך:
     — בין איך ניט שולדיק...
     און איך קער מיך אום צוריק אַהײם, טו־אױס די שבתדיקע
קאַפּאָטע און נעם מיך צוריק צו דער אַרבעט, צום ביסל מילכיקס
און צום פֿערד־און־װעגעלע▮ װי שטײט דאָרטן? איש לפֿעלו ואָדם
לעבֿודתו 42 — דער שנײַדער צו דער שער און דער שוסטער צום
װאַרשטאַט... אַיאָ, איר לאַכט פֿון מיר? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט?
איך װײס אַפֿילו, װאָס איר טראַכט. איר טראַכט זיך: „אָט דער טבֿיה
איז טאַקע עפּעס נאָר אַ הושים!“... דערפֿאַר רעכן איך, אַז עד כּאַן
אומרים בשבת הגדול 43 — ס'זאָל זײַן הײַנטיקס מאָל גענוג, הײסט עס...
זײַט מיר געזונט און שטאַרק און שרײַבט בריװלעך. נאָר למען־השם,
ניט פֿאַרגעסן, װאָס ב'האָב אײַך געבעטן: אָז ס'זאָל זײַן פּתח שין —
שאַ, איך מײן, איר זאָלט ניט מאַכן דערפֿון קײן ביכל. און אױב עס
װעט אײַך אױסקומען שרײַבן, זאָלט איר שױן שרײַבן פֿון אַן אַנדערן,
▮יט פֿון מיר. אין מיר פֿאַרגעסט, װי אין פּסוק שטײט: ױשכחהו 44 —
אױס טבֿיה דער מילכיקער!...
                                     


— 42 / תּהילים, ברכי נפֿשי / יעדער אײנער צו זײן באַשעפֿטיקונג און יעדער
מענטש צו זײן אַרבעט. 
— 43 (אַ טײל פֿון דער הגדה) ביז דאַנען זאָגט מען
שבת הגדול. 
— 44 /בראשית מ,, כג/ און ער האָט אים פֿאַרגעסן.

------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------



                         שפּרינצע
                                                      

געשריבן אין יאָר 1907
     
— אײַך קומט אַ גרױסער, אַ ברײטער שלום עליכם, פּאַני שלום
עליכם — עליכם ועל בניכם! אַ שאָק מיט יאָרן, אַז מיר האָבן זיך
ניט געזען! װײ, װײ, װיפֿל װאַסערן עס זײַנען אָפּגעלאָפֿן! װיפֿל אַנגסטן
מיר בײדע און כּל ישׂראל זײַנען אױסגעשטאַנען אין די עטלעכע יאָר:
     

               


142

אַ קעשעניװ, אַ קאָסנעטוציע 1, מיט פּאָגראָמען, מיט צרות, מיט
שלעק — אַך טי רבונו־של־עולם, גאָטעניו נאַש 2!... מיר איז נאָר אַ
חידוש אױף אײַך, האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן,
איר זײַט דאָך נישט גערוקט אױף אַ האָר, קײן עין־הרע, קײן עין־הרע!
טוט אָבער אַ קוק אױף מיר: הרי אני כב1 שבֿעים 3 — איך בין נאָך
ניט אַלט קײן זעכציק, און זעט, װי װײַס טבֿיה איז געװאָרן! ס'אַ
װערטעלע צער־גידול־בנים, װאָס מע האָט פֿון קינדער! און װער
האָט נאָך אַזױ פֿיל צער־גידול־בנים פֿון קינדער װיפֿל איך? מיך
האָט געטראָפֿן אַ נײַער שלאַק מיט מײַנער אַ טאָכטער, שפּרינצע,
װאָס גײט־איבער אַלע צרותּ, װאָס איך האָב װען איבערגעהאַט ביז
אַהער. און זעט, פֿון דעסט װעגן, גאָר נישט. מע לעבט. װי שטײט
דאָרטן? בעל כרחך אַתּה חי, כאָטש װער צעזעצט 4, שׂונאי־ציון,
זינגענדיק דאָס לידל:
         װאָס טױג מיר מײַן לעבן, װאַס טױג מיר מײַן װעלט,
         אַז כ'האָב נישט קײן מזל, אַז כ'האָב נישט קײן געלט 5?...
     בקיצור, װי אַזױ שטײט דאָרט אין פּרק? רצה הקדוש ברוך הוא
לזכּות — גאָט האָט געװאָלט אַ טובֿה טאָן זײַנע ייִדן, האָט מען
אָנגעשיקט אױף אונדז אַן אומגליק, אַ צרה, אַ קאָסנעטוציע! אײַ,
אַ קאָסנעטוציע! עס איז געקומען מיט אַ מאָל אַ מהומה אױף אונדזערע
נגידים, אַ לױפֿעניש פֿון יעהופּעץ קײן אױסלאַנד, כּלומרשט אין די
װאַרעמע בעדער, נערװן, זאַלצביטלעך 6, נעכטיקע טעג... און װי
באַלד מע צעפֿאָרט זיך פֿון יעהופּעץ, איז בױבעריק מיט איר לופֿט
און מיט איר װאַלד און מיט אירע דאַטשעס טיף־טיף אין דער ערד,
װי מיר זאָגן אין ברוך שאָמר: ברוך םרחם על האָר▮ 7... נאָר װאָס
דען? ס'איז דאָך אָבער דאָ אַ גרױסער גאָט אױף דער װעלט, װאָס
גיט אַכטונג אױף זײַנע אָרעמע לײַט, נעבעך, זײ זאָלן זיך נאָך אַ
ביסל מוטשען אױף דער װעלט, האָבן מיר געהאַט אַ זומער — אײַ,
    
— 1 (פֿאַרגרײַזט) קאָנסטיטוציע. 
— 2 אונדזער. 
— 3 (פֿון דער הגדה) כ'בין
שױן באַלד אַ זיבעציקער. 
— 4 ▮לאַץ. 
— 5 פֿון הױפֿזינגערס 
— 6 פֿלעשער
(מינעראַל־װאַסער). 
— 7 (מאָרגן▮תפּילה, ברוך שאמר) געלױבט איז ער, װאָס איז
זיך מרחם אױף דער װעלט.



143

אײַ, אײַ! איז מען זיך צונױפֿגעלאָפֿן צו אונדז קײן בױבעריק פֿון
אַדעס, און פֿון ראַסטאָװ, און פֿון קאַטערינעסלאַװ, און פֿון מאָליװ,
און פֿון קעשעניװ אַלפֿי אַלפֿים נגידים, גבֿירים אַדירים! אַ פּנים,
אַז דאָרט איז די קאָסנעטוציע נאָך שטאַרקער, װי בײַ אונדז אין
יעהופּעץ, װאָרעם מע לױפֿט, מע הערט ניט אױף צו לױפֿן. אײַ, די
קשיא: װאָס לױפֿן זײ עפּעס צו אונדז? איז דער תּירוץ: למאַי אונדזערע
לױפֿן צו זײ? ס'איז שױן בײַ אונדז געװאָרן, ברוך השם, אַזאַ מנהג,
אַז עס קומט די צײַט, װאָס מע הײבט־אָן רײדן פֿון פּאָגראָמען, הײבן
ייִדן אָן צו לױפֿן פֿון אײן שטאָט אין דער אַנדערער, װי אין פּסוק
שטײט: ױםעו ױחנו, ױחנו ױםעו 8 — איז דער טײַטש: פֿאָר דו צו
מיר, װעל איך פֿאָרן צו דיר... דערװײַל איז בױבעריק, װאָס אַרט אײַך,
געװאָרן אַ כּרך, אָנגעפּאַקט מיט מענטשן, װײַבער און קינדער, און
קינדער האָבן ליב פּיקן, און מילכיקס דאַרף מען, און װו קריגט מען
מילכיקס, אַז ניט בײַ טבֿיהן? װאַס ▮ױג אײַך, טבֿיה איז אַרײַן אין
דער מאָדע. פֿון אַלע זײַטן: טבֿיה ▮▮ון טבֿיה! ר, טבֿיה, אַהער! ר,
טבֿיה, צו מיר! אַז גאָט װיל, װאָס פֿרעגט איר?
     ױהי היום, טרעפֿט זיך אַ מעשׂה. ערבֿ שבֿועות איז דאָס געװען.
קום איך צו פֿאָרן מיט אַ ביסל מילכיקס צו אײנער פֿון מײַנע 
קונהטעס, אַ יונגע אַלמנה און אַ רײַכע פֿון קאַטערינעסלאַװ, װאָס איז
געקומען צו פֿאָרן מיט איר זונדל, אַראָנטשיק הײסט ער, קײן בױבעריק
אױפֿן זומער. און דאָס פֿאַרשטײט איר דאָך אַלײן, אַז די ערשטע
באַקאַנטשאַפֿט אירע אין בױבעריק איז געװען מסתּמא מיט מיר. „מע
האָט מיר גערעקאָמאַנדירט, זאָגט זי, די אַלמנה הײסט עס, אַז בײַ
אײַך איז דאָס בעסטע מילכיקס“. „װי קאָן דאָס זײַן אַנדערש? —
זאָג איך צו איר, צו דער אַלמנה הײסט דאָס. ניט אומזיסט, זאָג איך,
זאָגט שלמה המלך, אַז אַ גוטער נאָמען לאָזט זיך הערן װי אַ שופֿר
איבער דער גאַנצער װעלט. און אױב איר װילט, זאָג איך, װעל איך
אײַך דערצײלן, װאָס עס זאָגט דערױף דער מדרש“. שלאָגט זי מיך
    

— 8 (אַ שפּיל מיטן באַקאַנטן פּסוק) געפֿאָרן און גערוט▮ גערוט און געפֿאָרן.



144

איבער, די אַלמנה הײסט דאָס, און זאָגט צו מיר, אַז זי איז אַן אַלמנה
און איז אין די זאַכן, זאָגט זי, נישט געניט. זי װײסט ניט, מיט װאָס
מען עסט דאָס... דער עיקר, זאָגט זי, אַז די פּוטער זאָל זײַן פֿריש,
און דער קעז זאָל זײַן געשמאַק... נו, גײט רעדט מיט אַ נקבֿה!...
     בקיצור, איך האָב אָנגעהױבן אַרײַנקומען צו דער 
קאַטערינעסלאַװער אַלמנה, װאָס אַרט אײַך, צװײ מאָל אין דער װאָך. אַלע מאָנטיק
און דאָנערשטיק, פּינקטלעך װי אַ לוח, אַראָפֿגעטראָגן דאָס ביסל
מילכיקס, גאָר נישט אָנגעפֿרעגט זיך, צי מע דאַרף, צי מע דאַרף
ניט, געװאָרן בײַ איר אַ הײמישער מענטש, װי געװײנטלעך, 
אָנגעהױבן זיך צוקוקן, װי אַזױ עס פֿירט זיך בײַ איר, אַרײַנגעשמעקט אין
קיך אַרײַן, געזאָגט אַ פּאָר מאָל, װאָס איך האָב געפֿונען פֿאַר נײטיק
צו זאָגן, דאָס ערשטע מאָל, געװײנטלעך, געכאַפֿט אַ פּסק פֿון דער
דינסט, איך זאָל זיך ניט מישן, ניט אַרײַנקוקן אין פֿרעמדע טעפּ.
דאָס אַנדערע מאָל האָט מען זיך צו מײַנע װערטער צוגעהערט און
דאָס דריטע מאָל טאַקע געהאַלטן זיך מיט מיר אַן עצה. װאָרעם זי
האָט אַרױסגעזען, די אַלמנה הײסט דאָס, װער טבֿיה איז, אַזױ לאַנג,
אַזױ ברײט, ביז זי האָט מיר אַנטפּלעקט איר צרה, איר קרענק, איר
אומגליק — אַראָנטשיק! סטײַטש, ער איז שױן אַ בהור פֿון עטלעכע
און צװאַנציק יאָר, זאָגט זי, און װײסט נאָר פֿערדלעך, נאָר לאָסיפּעדן 9,
נאָר כאַפּן פֿישלעך, און װײַטער, זאָגט זי, קען ער גאָר נישט! ער
װיל נישט הערן, זאָגט זי, פֿון געשעפֿט, פֿון געלט; ס'איז אים געבליבן
פֿון זײַן טאַטן, זאָגט זי, אַ שײנע ירושה, כּמעט אַ מיליאָן, ער זאָל
דאָס אַפֿילו, זאָגט זי, אַרײַנשמעקן! עס קען נאָר אױסברענגען, זאָגט
זי, אַן אָפֿענע האַנט בײַ אים! „װוּ איז ער, זאָג איך, דער בחור? איר
גיט אים נאָר, זאָג איך, אַהער צו מיר, איך װעל מיך מיט אים אַ
ביסל, זאָג איך, דורכשמועסן, אים זאַגן אַ ביסל מוסר, אַ פּאָר פּסוקים,
ברענגען אַ מדרש“... לאַכט זי:
     — װײס איך װאָס — זאָגט זי — איר ברענגט אים בעסער אַ
פֿערדל, ניט קײן מדרש!...
           


— 9 װעלאָסיפּעדl, ביציקלעט, ראָװער.



145
 
בתּוך כּך, אַזױ װי מיר רײדן אַזױ, ױבֿוא הילד — קומט־אָן דער
בחור, אַראָנטשיק הײסט דאָס, אַ בהורעץ אַ סאָסנע, אַ געזונטער
יונגאַטש, בלוט און מילך, און אַ ברײטן פּאַס טראָגט ער, איך 
בעטאיבער אײַער כּבֿוד, אױף די הױזן, מיט אַ זײגערל אַרײַנגעשטעקט
אָט דאָ אין גאַרטל, מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל אַריבער די עלנבױגנס.
     — װוּ ביסטו געװען? — פֿרעגט אים די מוטער.
     — זיך געשיפֿט מיט אַ שיפֿל — זאָגט ער — געכאַפּט פֿיש...
     — אַ שײנע עובֿדה — זאָג איך — פֿאַר אַזאַ בהורל, װי איר. דאָרט,
אין דער הײם, װעט מען אײַך צעטראָגן — זאָג איך — די בײנער,
און איר דאָ װעט כאַפּן פֿישלעך! איך טו אַ קוק אױף מײַן אַלמנה —
רױט װי אַ צװיק, אַלערלײ פֿאַרבן. זי האָט געװיס גערעכנט, אַז איר בן
װעט מן הסתּם אָננעמען מיך פֿאַרן קאָלנער ביד חזקה אַהת און װעט
מיר געבן באותותּ ובמופֿתים שתּים — צװײ פּעטש הײסט עס, און
װעט מיר אַרױסװאַרפֿן כּהרס הנשבר 0נ. בלאָטע! טבֿיה האָט פֿאַר
אַזעלכע זאַכן קײן מורא ניט! איך, אַז איך האָב עפּעס, זאָג איך!
     כּך הוה. מײַן בחור, אַז ער האָט דערהערט פֿון מיר אַזעלכע
דיבורים, איז ער נאָר אָפּגעטראָטן אַ ביסל, פֿאַרלײגט די הענט
אַרונטער, מיך באַטראַכט פֿון סאַמע קאָפּ ביז צו די שפּיץ פֿיס, 
אַרױסגעלאָזט עפּעס אַ מאָדנעם פֿײַף און האָט זיך פּלוצעם אַזױ צעלאַכט,
אַז מיר בײדע האָבן מורא געהאַט, צי איז דער בחור, חלילה, ניט
משוגע געװאָרן אױף אַ מינוט? און װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? מיר
זײַנען פֿון דעמאָלט אָן געװאָרן מיט אים חבֿר, די בעסטע גוטע פֿרײַנד!
איך מוז אײַך זאָגן: מיר איז דער בחור געפֿעלן װאָס װײַטער אַלץ
מער; אַפֿילו אַ שאַרלאָט 11 און אַן אױסברענגער, און אַ האַנט שױן
צו אַן אָפֿענע, און אַ שטיקל חושים דערצו. למשל, באַגעגענען אַן
אָרעמאַן, אַרײַנלײגן די האַנט אין קעשענע, אַרױסנעמען און 
אַװעקגעבן, נישט געצײלט. װער טוט עס?... אָדער אַראָפֿנעמען פֿון זיך אַ
גו▮1▮ פּאַליטאָ 12, אַ גאַנצן, אַ נײַעם, און אַװעקגעבן יענעם — אַז מע
    
— 10 (פֿון ימיס־נוראימדיקע תּפֿילות) װי אַ צעבראָכענער שאַרבן. 
— 11 שאַרלאַטאַן, אױסברענגער, לעבט אָן אַ חשבון. 
— 12 פֿאַלטאָ, פּאַלטן, מאַנטל.



146

שמועסט אַ חושימדיקער!... אַ גאָטס רחמנות געװען אױף דער מוטער!
זי פֿלעגט זיך מיר קלאָגן: װאָס טוט מען? און בעטן מיך, איך זאָל
מיט אים אַ ביסל שמועסן. האָב איך איר צוליב געטאָן: װאָס װעל איך
איר זשאַלעװען? עס קאָסט מיר געלט? און איך האָב מיך אַװעקגעזעצט
און איך האָב אים דערצײלט מעשׂיות, געבראָקט משלים, געריבן
פּסוקים, געהאַקט מדרשים, אַזױ װי טבֿיה קאָן. און ער האָט דװקא
ליב געהאַט מיך אױסהערן, אױספֿרעגן, װי אַזױ איך לעב, װי אַזױ
איך פֿיר מיך אין דער הײם.
    — איך װאָלט אַ בעלן געװען — זאָגט ער — זײַן בײַ אײַך
אַ מאָל, ר, טבֿיה!...
    זאָג איך צו אים:
    — אַז מען איז אַ בעלן זײַן בײַ טבֿיהן, נעמט מען — זאָג איך —
און מע פֿאָרט זיך דורך אַ מאָל צו מיר אין כוטאָר 13 אַרײַן. איר האָט
דאָך — זאָג איך — גענוג פֿערדלעך מיט לאָסיפּעדן. פֿאַר נױט —
זאָג איך — זײַט איר ניט קלײן זיך דורכגײן מיט די רגלים, ס'איז
ניט װײַט — זאָג איך — מע דאַרף נאָר דורכשנײַדן — זאָג איך —
דעם װאַלד...
    — װען — זאָגט ער — זײַט איר אין דער הײם?
    — מיך קאָן מען טרעפֿן — זאָג איך — אין דער הײם נאָר
שבת אָדער יום־טובֿ. שאַט — זאָג איך — װײסט איר װאָס? אָט
האָבן מיר, אם־ירצה־השם, איבער אַכט טאָג פֿרײַטיק שבֿועות. אױב
איר װילט — זאָג איך — מאַכן אַ שפּאַציר צו אונדז אין כוטאָר
אַרײַן, װעט אײַך מײַן װײַב — זאָג איך — מכּבד זײַן מיט מילכיקע
בלינצעס אַזעלכע, אַשר לא בלינצו אבֿותּינו במצרים 14!
    פֿרעגט ער מיך.
                   
    
— װאָס הײסט דאָס? איר וריסט דאָך — זאָגט ער — אַז איך
בין אױף פּסוקים שװאַך...
    — איך װײס — זאָג איך — אַז איר זײַט שװאַך. איר זאָלט
    
— 13 כאַטע, ▮ױערשע הײַזקע. 
— 14 (פּאַראָדיע נאָכן פּסוק און גראַס) װאָס
עס האָבן נישט געגעסן אונדזערע עלטערן אין מצרים.



147

געװען — זאָג איך — לערנען אין חדר, אַזױ װי איך, װאָלט איר
— זאָג איך — אױך געװוסט מה דקאמרי רביצין 15...
     לאַכט ער און מאַכט צו מיר.
                                   
     — גוט, איר האָט מיך — זאָגט ער — פֿאַר אַ גאַסט. איך
קום — זאָגט ער — צו אײַך, ר, טבֿיה, דעם ערשטן טאָג שבֿועות,
מיט אַ פּאָר באַקאַנטע, אױף בלינצעס, נאָר איר זאָלט זען, זײ זאָלן
זײַן — זאָגט ער — הײס!
     — אַש להבֿה — זאָג איך — מן השׂפֿה ולזןוץ ▮1 — פֿון דער
סקאָװערדע 17 גלײַך אין מױל אַרײַן!...
     און אַיך קום צו פֿאָרן אַהײם און רוף מיך אָן צו מײַנער.
                                                                    
     — גאָלדע — זאָג איך — מיר האָבן געסט אױף שבֿועות!
     זאָגט זי:
     — מזל־טובֿ דיר! װעמען איז?
     זאָג איך:
     — דאָס װעסטו װיסן שפּעטער. דו גרײט נאָר צו אײער —
זאָג איך — קעז און פּוטער איז דאָ, ברוך השם, גענוג. װעסט מאַכן
בלינצעס — זאָג איך — פֿאַר דרײַ פּאַרשױן, נאָר אַזעלכע 
פּאַרשױנען — זאָג איך — װאָס האַלטן פֿון דער אַכילה און הײבן נישט
אָן צו װיסן — זאָג איך — װאָס רשי מאַכט...
     —אַװדאי — זאָגט זי — שױן צוגעטשעפּעט זיך אַ שלימזל
פֿון הונגעריקן לאַנד?
     — ביסט אַ בהמה — זאָג איך — גאָלדע! ערשטנס, װאָלט
נישט געװען — זאָג איך — אַזאַ אומגליק, װען מיר זאָלן, חלילה,
אָנהאָדעװען — זאָג איך — אַן אָרעמאַן מיט שבֿועותדיקע 
בלינצעס. והשנית — זאָג איך — זײַ װיסן, זוגתי היקרה, הצנועה 
והחסידה מרת גאָלדע שתּחיה 18, אַז אײנער פֿון אונדזערע 
שבֿועותּדיקע געסט װעט זײַן דער אַלמנהס זונדל. זאָג איך, אָט דער, װאָס מע
    
— 15 (פּאַראָדיע פֿון װערטל „מאַי דקא אָמרי רבנן„ (אַראַמיש), װאָס עס זאָגט
די רביצין. 
— 16 װאָס אױף דער צונג — באַלד אַרױסגערעדט (נישט פֿון טיפֿן
האַרצן). 
— 17 בראָטפּאַן. 
— 18 זי, זאָל לעבן!



148  

רופֿט אים אַראָנטשיק, איך האָב דיר דערצײלט פֿון אים.
     — אױב אַזױ — זאָגט זי — איז עפּעס אַנדערש... דער כּוח
פֿון מיליאָנען! אַפֿילו מײַן גאָלדע, אַז זי דערשמעקט געלט, װערט זי
גאָר אַן אַנדער מענטש. ס'איז אַזאַ װעלט, װאָס זאָלט איר קלערן?
װי שטײט דאָרט אין הלל: כם▮▮ וזהבֿ מעשׂי ידי אָדם 19 — געלט
באַגראָבט אַ מענטשן...
     בקיצור, ס'איז געקומען דער ליכטיקער גרינער יום־טובֿ 
שבֿועות. װי שײן, װי גרין, װי ליכטיק און װאַרעם בײַ מיר אין כוטאָר
איז, אַז עס קומט שבֿועות באַדאַרף איך אײַך נישט דערצײלן. דער
גרעסטער גבֿיר בײַ אײַך װאָלט זיך װינטשן האָבן אַזאַ בלױען הימל,
מיט אַזאַ גרינעם װאַלד, מיט אַזעלכע שמעקנדיקע סאָסנעס, מיט
אַזאַ מחיהדיקן גראָז, פּאַשע פֿאַר די בהמהלעך, װאָס שטײען און קײַען
און קוקן אײַך אין די אױגן אַרײַן, װי אײנער רעדט: „גיט אונדז נאָר
אַלע מאָל אַזאַ גראָז, קײן מילך װעלן מיר אײַך נישט זשאַלעװען!...
                                                                      
נײן, זאָגט אײַך, װאָס איר װילט, גיט מיר די בעסטע פּרנסה, איך
זאָל אַרױספֿאָרן פֿון דאָרף אין שטאָט אַרײַן, װעל איך מיך מיט
אײַך ניט בײַטן. װוּ האָט איר אין שטאָט אַזאַ הימל? װי זאָגן מיר
אין הלל: השמים שמים לה, — ס'איז אַ הימל פֿון גאָט!... אין
שטאָט, אַז איר פֿאַררײַסט דעם קאָפּ, װאָס זעט איר? אַ מױער, אַ
דאַך, אַ קױמען, אָבער װוּ האָט איר דאָרט אַזאַ בױם? און טאָמער
האָט זיך פֿאַרװאַלגערט ערגעץ בײַ אײַך אַ בײמעלע, האָט איר דעם
אָנגעטאָן פֿון אױבן אַ קאַפּאָטע!... הכּלל, זײ האָבן זיך גאָר נישט
געקאָנט אָפּװוּנדערן, מײַנע געסט, אַז זײ זײַנען געקומען צו מיר
שבֿועות אין כוטאָר אַרײַן. אָנגעקומען זײַנען זײ, אַלע פֿיר בחורים,
רײַטנדיק אױף פֿערדלעך, סוסים אײנס און אײנס! און װער שמועסט
אַראָנטשיק — איז געזעסן אױף אַ פֿערדל — זאָג איך אײַך — אַ
סוס, אַן אמתער מערין 20! איר קױפֿט אים ניט פֿאַר קײן דרײַ 
                                                                       הױ▮
      
דערט קאַרבן!
    
— 19 /תּהילים קל“ה, טו/ פֿון גאָלד און זילבער (זײַנען זײערע געצl), די
װערק פֿון מענטשנס הענט. 
— 20 פֿון אַ גוטער ראַסע... שעפּסן.



149

— ברוך הבא, געסט! — זאָג איך צו זײ — לכּבֿוד שבֿועות —
זאָג איך — זײַט איר דאָס געקומען רײַטנדיק? נישקשה — זאָג
איך — טבֿיה איז נישט פֿךן די גרױסע צדיקים, און אַז מע װעט
אײַך — זאָג איך— אס־ירצה־השם שמײַסן אױף יענער װעלט,
װעט מיר ניט װײ טאָן... אײַ, גאָלדע! זע נאָר, עס זאָלן זײַן 
פֿאַרטיק די בלינצעס, און לאָז מען — זאָג איך — אַרױסטראָגן דעם
טיש אַהערצו אין דרױסן אַרױס. איך האָב — זאָג איך — אין
שטוב גאָר נישט װאָס צו װײַזן פֿאַר די געסט... אײַ, שפּרינצע!
טײַבל, בײלקע! װוּ זײַט איר דאָרט? רירט זיך!...
     אָט אַזױ קאָמאַנדעװע איך מיט די קינדער, און עס װעוט
אַרױסגעטראָגן אַ טיש, מיט בענקלעך, מיט אַ טישטעך, מיט 
טעלער, לעפֿל, גאָפּלען, זאַלץ. און טאַקע באַלד נאָך דעם קומט־אָן
גאָלדע מיט די בלינצעס, הײסע, זודיקע, פֿון דער סקאָ▮וערדע,
מחיהדיקע, פֿעטע, כצפּיחית בדבֿ▮ו! און מײַנע אורחים קאַנען זיך
גאָר נישט אָפּלױבן פֿון די בלינצעס... „װאָס שטײסטו, זאָג איך
צו גאָלדען, נעם, זאָג איך, הזר־איבער דעם פּסוק נאָך אַ מאָל.
ס'איז הײַנט, זאָג איך, שבֿועות. דאַרף מען, זאָג איך, זאָגן צװײ
מאָל „אודך“! און מײַן גאָלדע פֿױלט זיך ניט, פֿילט▮אָן דע▮ 
פֿאַלומעסעק 21 נאַך אַ מאָל, און שפּרינצע דערלאַנגט די בלינצעס ▮ום
טיש. פּלוצעם, איך טו אַ קוק אױף מײַן אַראַנטשיקן — איך זע,
ער האָט זיך פֿאַרקוקט אױף מײַן שפּרינצען, ער לאָזט ניט אַראָפ
קײן אױג פֿון איר! װאָס האָט ער אױף איר אַזעלכעס דערזען?...
                                                 
     — עסט! — זאָג איך צו אים — פֿאַר װאָס עסט איר נישט?...
     מאַכט ער צו מיר: — װאָס דען טו איך?
     — איר קוקט — זאָג איך — אױף מײַן שפּרינצען...
     װערט אַ געלעכטער. אַלע לאַכן און מײַן שפּרינצע לאַכט אױך.
און ס'איז אַלעמען פֿרײלעך, אַלעמען גוט — אַ גוטער, אַ פֿרײלעכער
שבֿועות אױף אַלעמען!... גײ טרעף, אַז פֿון דער פֿרײלעכקײט װעט זיך
    

— 21 אָװאַלער טעלער (צו סערװירן פֿיש).



150

אױסלאָזן אַ צרה, אַ שלאַק, אַ יללה, אַ גאָטס שטראָף אױף מײַן קאָפּ,
פֿאַרװיסט און פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן!... נאָר עט! אַ מענטש
איז אַ נאַר! אַ מענטש אַ בר־דעת טאָר זיך ניט צולאָזן צום האַרצן
און דאַרף פֿאַרשטײן, אַז אַזױ װי עס איז, אַזױ באַדאַרף צו זײַן. װאָרעם
װען עס זאָל באַדאַרפֿן זײַן אַנדערש, װאָלט דאָך עס ניט געװען אַזױ
װי עס איז! זאָגן מיר דען ניט אין תּהילים: השלך על ה, 22 — פֿאַרלאָז
דיך נאָר אױף גאָט, ער װעט שױן מאַכן אַזױ, אַז דו זאָלסט ליגן טיף,
נײַן אײלן אין דער ערד און באַקן בײגל, און נאָך זאָגן: גם זו לטובֿה!
הערט, װאָס עס קאָן זיך פֿאַרלױפֿן אױף אַ װעלט. נאָר מיט קאָפּ,
װאָרעם דאָ הײבט זיך ערשט אָן די רעכטע מעשׂה.
     ױהי ערבֿ ױהי בוקר — אײן מאָל פֿאַר נאַכט קום איך צו פֿאָרן
אַהײם אַ צעבראָטענער פֿונעם טאָג און אַן אױסגעמוטשעטער פֿונעם
אַרומלױפֿן איבער די דאַטשעס אין בױבעריק, טרעף איך בײַ מיר
אין דרױסן בײַ דער שטוב צוגעצױמט צו דער טיר אַ באַקאַנט פֿערד.
איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז ס'איז אַראָנטשיקס סוס▮ דער מערין,
װאָס איך האָב אים דעמאָלט אָפּגעשאַצט אין דרײַ הונדעי.ט קאַרבן.
גײ איך צו צום סוס און דערלאַנג אים מיט אײן האַנט אַ פֿליאַסק
פֿון הינטן און מיט דער אַנדערער האַנט אַ קראַץ פֿון פֿאָרנט אין האַלדז
און אַ טריסל איבער דער גריװע 23.
     — ידידי — זאָג איך צו אים — שײנער בחור מײַנער! װאָס
טוסטו דאָ?
     דרײט ער אױס צו מיר די חנעװדיקע מאָרדע און טוט אַ קוק
אױף מיר מיט די קלוגע אױגן, װי אײנער רעדט: װאָס פֿרעגט איר
 מיך? פֿרעגט מײַן באַלעבאָס...
      און איך קום־אַרײַן אין שטוב און טו אַ נעם מײַן װײַב: „זאָג מיר
 נאָר, גאָלדע קרױן, װאָס טוט דאָ אַראָנטשיק?“
      ענטפֿערט זי מיר:
      — פֿוז װאַנען זאָל איך װיסן? ער איז דאָך פֿון דײַנע לײַט!
   
— 22/תהיליס נ„ה, כג/ לײג אױף גאָט אַרױף (דעם עול פֿון פֿרנסה). 
— 23 בונט האָר אױפֿן פֿערדס האַלדז.
 
 
 
151
    
— װוּ איז ער ערגעץ?
    — ער איז — זאָגט זי — געגאַנגען מיט די קינדער אין װעלדל
אױפֿן שפּאַציר...
    — װאָס איז פּלוצעם גאָר פֿאַר אַ שפּאַציר? — זאָג איך צו מײַן
װײַב און הײס מיר געבן עסן.
     אָפּגעגעסן, באַטראַכט איך מיך: „װאָס ביסטו, טבֿיה אַזױ 
אױפֿגעטראָגן? אַז אַ מענטש קומט צו דיר צו גאַסט, באַדאַרף מען זײַן אַזױ
אָנגעדרודלט? אַדרבא... און װי איך טראַכט מיר אַזױ, איך טו אַ
קוק — מײַנע מײדלעך גײען מיטן חבֿרה־מאַן, האַלטן אָנגעריסענע
קװײטן, פֿריִער גײען די צװײ ייִנגערע, טײַבל און בײלקע, און הינטן
— מײַן שפּרינצע מיט אַראָנטשיקן...
     — גוטן אָװנט!
     — גוט יאָר!
     מײַן אַראָנטשיק שטײט מיר אַזױ עפּעס מאָדנע, גלעט דאָס פֿערד,
האַלט אַ גרעזל אין מױל און רופֿט זיך אָן צו מיר.
                                                     
    — ר, טבֿיה! איך װיל מיט אײַך מאַכן אַ געשעפֿט: לאָמיר זיך
בײַטן מיט די פֿערדלעך.
    — איר האָט נישט געפֿונען — זאָג איך — פֿון װעמען צו לאַכן?
     מאַכט ער צו מיר:
    — נײן, איך מײן דאָס ערנסט.
    — אַזױ — זאָג איך — איר מײנט דאָס ערנסט? װיפֿל, למשל,
קאָסט אײַער סוס?
     — אין װיפֿל — זאָגט ער — שאַצט איר אים?
     — איך שאַץ אים — זאָג איך — איך האָב מורא, אױב ניט דרײַ
הונדערט קאַרבױנים 24, און אפֿשר מיט אַ סמיטשיק.
     צעלאַכט ער זיך און זאָגט, אַז ער קאָסט מער פֿון דרײַ מאָל אַזױ
פֿיל, און רופֿט זיך אָן צו מיר.
                              
     
— נו, מאַכן מיר אַ בײַט?
    

— 24 פּון “קאָרבן„ און „קערבל„: אַ רובל.



152
 
מיר איז דער שמועס ניט געפֿעלן: װאָס הײסט, ער װעט אױסבײַטן
זײַן סוס אױף מײַן שלימזל?... זאָג איך צו אים, אַז ער זאָל אָפּלײגן
דאָס געשעפֿט אױף אַן אַנדערש מאָל, און איך פֿרעג אים אין אַ
שפּאַס: צי איז ער טאַקע צוליב דעם געקומען? אױב אַזױ, איז אַן
עבֿירה, זאָג איך, די הוצאות... ענטפֿערט ער מיר גאַנץ ערנסט: „
געקומען בין איך צו אײַך, אײגנטלעך, מכּוח אַן אַנדער זאַך; זײַט זיך
מטריה, אױב איר װילט, װעלן מיר אַ ביסל שפּאַצירן“. װאָס פֿאַר אַ
שפּאַציר איז דאָס אױף אים אָנגעקומען? — טראַכט איך מיר און לאָז
מיך גײן מיט אים צום װעלדל צו. די זון האָט זיך לאַנג געזעצט. דאָס
גרינע װעלדל זעט שױן אױס טונקל. די זשאַבעס פֿון דער גרעבליע 25
קראַקען. און דאָס גראָז שמעקט מהיה נפֿשות! אַראָנטשיק גײט און
איך גײ. ער שװײַגט און איך שװײַג. נאָך דעם שטעלט ער זיך אָפּ, טוט
אַ הוסט און מאַכט צו מיר.
                       
     — ר, טבֿיה! װי װאָלט איר, אַ שטײגער, געזאָגט, װען איך זאָל
אײַך זאָגן, אַז איך האָב ליב אײַער שפּרינצע און אַז איך װיל זי 
נעמען פֿאַר אַ כּלה?
     — װאַס איך װאָלט געזאָגט — זאָג איך — איך װאָלט געזאָגט
אַז מע זאָל אַ משוגענעם אױסמעקן און אײַך אַרײַנשטעלן...
     קוקט ער מיך אָן און מאַכט צו מיר:
     — װאַס הײסט?
     זאָג איך:
     — אָט דאָס הײסט!...
     זאָגט ער:
     — איך פֿאַרשטײ אײַך ניט.
     זאָג איך:
     — איז אַ סימן, אַז איר זײַט ניט איבעריק קלוג, װי אין פּסוק
— זאָג איך — שטײט: חכם עיניו בראשו 26, דאָס מײנט: אַ קלוגן זאָגט
מען אױפֿן װוּנק, אַ נאַר גיט מען מיטן שטעקן...
    
— 25 שליוז בײַ אַ װאַסערמיל. 
— 26 /קוהלת ב,, יד/ דער חכם האָט די אױגן
אין קאָפּ (ער זעט־פֿאָרױס); אין אָריגינאַל: החכם.



153
     
מאַכט ער צו מיר װי ברוגזלעך.
                                     
     — איך רײד צו אײַך פּראָסט, און איר ענטפֿערט מיר מיט חכמות
און מיט פּסוקים!
     זאָג איך:
     — איטלעכער חזן זינגט אַזױ װי ער קאָן און יעדער בעל־דרשן
דרשנט פֿאַר זײַנעט װעגן. אױב איר װילט װיסן, װאָס פֿאַר אַ 
בעלדרשן איר זײַט, רעדט▮איבער פֿריִער מיט אײַער מוטער, זי װעט אײַך
שױן — זאָג איך — קלאָר מאַכן אַקוראַט...
     — האַלט איר מיך — זאָגט ער — אַ פּנים, אַ פֿאַר אַ ייִנגעלע,
װאָס דאַרף זיך אָנפֿרעגן בײַ דער מאַמען?...
     — געװיס — זאָג איך — דאַרפֿט איר זיך אָנפֿרעגן בײַ דער 
מאַמען און די מאַמע װעט אײַך געװיס זאָגן, אַז איר זײַט אַ חושים,
און װעט זײַן גערעכט...
    — און װעט זײַן גערעכט? — מאַכט ער.
    — געװיס — זאָג איך — װעט זי זײַן גערעכט, װאָרעם װאָס פֿאַר
אַ חתן זײַט איר — זאָג איך — פֿאַר מײַן שפּרינצען? װאָס פֿאַר אַ
גלײַכן איז מײַן שפּרינצע צו אײַך? און דער עיקר — זאָג איך —
װאָס פֿאַר אַ מהותן בין איך מיט אײַער מוטער?...
    — אױב אַזױ — מאַכט ער צו מיר — האָט איר שױן, ר, טבֿיה▮
אַ גרױסן טעות! איך בין נישט קײן ייִנגעלע פֿון אַכצן יאָר און זוך
נישט קײן מהותּנים פֿאַר מײַן מוטער, און װײס װער איר זײַט און
װער אײַער טאָכטער איז, און זי געפֿעלט מיר, און אַזױ װיל איך, און
אַזױ װעט דאָס זײַן!...
    — האָט קײן פֿאַראיבל ניט — זאָג איך — װאָס איך שלאָג אײַך
איבער. איך זע — זאָג איך — אַז מיט אײן צד זײַט איר שױן 
פֿאַרטיק. זײַט איר — זאָג איך — באַװאָרנט אױך מיטן אַנדערן צד?...
     זאָגט ער צו מיר:
    — איך װײס ניט, װאָס איר מײנט...
     זאָג איך:
    — איך מײן דאָס די טאָכטער מײַנע, שפּרינצען מײן איך. צי
       



154

האָט איר שױן — זאָג איך — מיט איר עפּעס גערעדט און װאָס 
זאָג איך — זאָגט זי?...
     װערט ער אַזױ װי באַלײדיקט און מאַכט צו מיר מיט אַ שמײכל:
    — װאָס פֿאַר אַ פֿראַגע איז דאָס? געװיס האָב איך —— זאָגט
ער — מיט איר גערעדט, און ניט אײן מאָל, עטלעכע מאָל. איך קום
— זאָגט ער — אַהער אַלע טאָג...
      איר הערט? ער קומט אַהער אַלע טאָג, און איך װײס נישט!...
„בהמה בצורת מענטש! באַדאַרף מען דאָך דיר געבן קײַען שטרױ▮
טבֿיה! אַז דו װעסט זיך לאָזן אַזױ פֿירן אין באָד אַרײַן, װעט מען
דאָך דיך קױפֿן און פֿאַרקױפֿן, דו, פֿערדאַטש 27 אײנער!“... אַזױ טראַכט
איך מיר און גײ מיט אַראָנטשיקן צוריק. און ער געזעגנט זיך אָפּ מיט
מײַן חבֿרה, כאַפּט זיך אַרױף אױפֿן סוס, און הלך משה מרדכי —
מאַרש קײן בױבעריק...
     אַצינד װעלן מיר — װי זאָגט איר דאָס אין אײַערע ביכלעך? —.
איבערלאָזן דעם בן־מלך און זיך נעמען צו דער בתּ־מלכּה, צו 
שפּרינצען, הײסט עס... „זאָג מיר, טאָכטער, װאָס איך װעל דיך פֿרעגן,
זאָג איך: דערצײל מיר נאָר, זאָג איך, װאָס דער אַראָנטשיק האָט מיט
דיר אָפּגעשמועסט מכּוח אַזאַ זאַך, זאָג איך, גאָר אָן מײַן װיסן?“...
ענטפֿערט עפּעס אָט דער בױם? אַזױ ענטפֿערט זי! געװאָרן רױטלעך,
אַראָפּגעלאָזט די אױגן, װי אַ כּלה, אָנגענומען אַ פֿול מױל מיט 
װאַסער, און שאַ!... באַ! — טראַכט איך מיר — װילסט ניט רײדן איצט,
װעסטו רײדן שפּעטער אַ ביסל... טבֿיה איז ניט קײן ייִדענע; ער האָט
צײַט! און איך װאַרט־איבער אַ װײַלע, װי זאָגט מען, יבֿוא יומה, און
טשאַטעװע 28־אױס די מינוט, װאָס איך בלײַב מיט איר אַלײן, און רוף
מיך אָן צו איר:
     — שפּרינצע, זאָג מיר, װאָס איך װעל דיך פֿרעגן: קענסטו אים
כאָטש, אָט דעם אַראָנטשיקן?...
     זאָגט זי:
    
— 27 אומגעלומפּערט פֿערד (געמײנט: האָט שׂכל װי אַ מגושמדיק פֿערד). 
— 28 אָפּװאָרטן פֿון אָ באַהעלטעניש.



155

— געװיס קען איך אים...
     — װײסט — זאָג איך — אַז ער איז אַ סװישטשון?...
     פֿרעגט זי מיך: — װאָס הײסט דאָס אַ םװישטשון▮
     זאָג איך איר: — אַ פּוסט ניסל, װאָס סע פֿײַפֿט...
     זאָגט זי: — האָסט אַ טעות, אַרנאָלד איז אַ גוטער מענטש...
     — ער הײסט שױן — זאָג איך — בײַ דיר אַרנאָלד, ניט 
אַראָנטשיק דער שאַרלאַטאַן?
     זאָגט זי:
     — אַרנאָלד איז ניט קײן שאַרלאַטאַן. אַרנאָלד האָט אַ גוט האַרץ.
אַרנאָלד — זאָגט זי — געפֿינט זיך אין אַ שטוב פֿון פֿאַרדאָרבענע
מענטשן — זאָגט זי — װאָס װײסן נאָר געלט און געלט...
     — אַזױ — זאָג איך — ביסטו שױן, שפּרינצע, אױך געװאָרן אַן
אױפֿגעקלערטע פֿילאָסאָפֿקע און האָסט שױן אױך פֿײַנט געקריגן
געלט?...
     בקיצור, איך זע־אַרױס פֿון דעם שמועס, אַז עס האַלט שױן בײַ
זײ װײַטלעך און כאַפּן צוריק איז שױן אַ ביסל צו שפּעט. װאָרעם
איך קען מײַנע לײַט. טבֿיהס טעכטער, האָב איך אײַך שױן געזאָגט
אַמאָל, ניט געדאַכט זאָלן זײ װערן. אַז זײ קלעפּן זיך אײַן אין אַ
מענטשן איז מיטן גאַנצן לעבן, מיטן חיות, מיט דער נשמה! און איך
טראַכט מיר: „שוטה! למאַי זאָלסטו װעלן זײַן, טבֿיה, מער חכם פֿון
דער גאַנצער װעלט? אפֿשר איז דאָס אַ גאָטס זאַך? אפֿשר איז דאָס
באַשערט, אַז דװקא דורך אָט דער שטילינקער שפּרינצע זאָלסטו 
געהאָלפֿן װערן, באַלױנט װערן פֿאַר אַלע דײַנע קלעפּ און װײטיקן, װאָס
דו האָסט ביז אַהער איבערגעטראָגן, האָבן אַ גוטע עלטער, און אױך
װיסן אַ מאָל פֿון אַ לעבן אױף דער װעלט? אפֿשר איז דיר באַשערט
האָבן אַ טאָכטער אַ מיליאָנשטשיצע? װאָס איז? סע שטײט דיר ניט
אָן?... װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז טבֿיה דאַרף זײַן אײביק אַ קבצן,
אײביק זיך אַרומשלעפּן זיך מיטן פֿערדל און מיט קעז און פּוטער צוליב
די יהופּעצער נגידים, זײ זאָלן האָבן װאָס צו פֿרעסן... װער װײסט,
אפֿשר איז מיר אָנגעצײכנט געװאָרן פֿון אױבן, אַז איך זאָל אױף דער



156 

עלטער עפּעס מתּקן זײַן אױף דער װעלט, ▮▮ערן אַ בעל־צדקה און אַ
בעל־מכניס־אורח, און אפֿשר גאָר אַװעקזעצן זיך מיט ייִדן לומדים
און לערנען תּורה?“... וכּדומה אַזעלכע רײַכע, גאָלדענע מחשבֿות
קריכן אין קאָפּ אַרײַן, װי אין „יהי כּבֿוד“ 29 שטײט געשריבן: רבות
מחשבֿות בלבֿ איש — זאָגט אַ גױ, להבֿדיל: דוריען דומקאָיו 
באָגאַטיעט 30!“... און איך קום־אַרײַן אין שטוב אַרײַן און איך נעם
אַװעק מײַן אַלטע און מאַך מיט איר אַ שמועס: „װאָס װאָלט זײַן,
כּדומה למשל, זאָג איך, װען אונדזער שפּרינצע זאָל זײַן אַ 
מיליאָנשטשיצע?“... פֿרעגט זי מיך: „װאָס הײסט דאָס אַ מיליאָנשטשיצע?...
                                                                         
זאָג איך: „אַ מיליאָנשטשיצע הײסט אַ מיליאָנשטשיקס אַ װײַב“...
פֿרעגט זי מיך: „װאָס הײסט אַ מיליאָנשטשיק?“... זאָג איך איר: „אַ
מיליאָנשטשיק הײסט אַ מענטש, װאָס פֿאַרמאָגט אַ מיליאָן“... פֿרעגט
זי מיך: „װיפֿל איז דאָס אַ מיליאָן“... זאָג איך: „אַז דו ביסט אַזאַ
בהמה און װײסט ניט, װיפֿל איז אַ מיליאָן, הײַנט װאָס האָב איך
מיט דיר װאָס צו רײדן?“... זאָגט זי: „װער בעט דיך, זאָלסט רידן?“
— איז זי אױך גערעכט.
     בקיצור, עס גײט־אַװעק אַ טאָג, איך קום צו פֿאָרן אַהײם: „
געװען אַראָנטשיק?“ — נײן, נישט געװען... עס גײט־אַװעק נאָך אַ טאָג:
„געװען דער בחור?“ — נײן, נישט געװען... איך זאָל אַרײַנגײן צו
דער אַלמנה מיט אַן אױסרײד, פּאַסט מיר ניט; איך װיל ניט, אַז
זי זאָל מײנען, אַז טבֿיה שלאָגט זיך נאָכן שידוך... און אַגבֿ האָב איך
געפֿילט, אַז איר באַדאַרף עס זײַן כשושנה בין החוחים 31 — װי אַ
פֿינפֿטער ראָד צום װאָגן. הגם איך פֿאַרשטײ ניט, פֿאַר װאָס... באַשר
איך האָב ניט קײן מיליאָן? האָב איך דאָך איצטער אַ מחותּנתטע אַ
מיליאָנשטשיצע! און זי װעמען האָט פֿאַר אַ מחותּן? — אַ ייִדן אַן
אָרעמאַן, אַ קבצן, אַ טבֿיה דעם מילכיקן; הײַנט װער איז מער יחוס,
איך צי זי?... איך װעל אײַך זאָגן דעם רײנעם אמת, איך האָב 
     
— 29 (פֿון תפֿילת שחרית) זאָל זײן דער אָנזען (פֿון גאַטס קעניגרײַך). 
— 30 (אוקר, פֿאָלקסװערטל) דער שוטה איז רײַך אין חלום. 
— 31 /שיר השיריס
ב,, ב/ װי אַ רױז צװישן דערנער.



157

אָנגעהױבן װעלן דעם שידוך, נישט אַזױ צוליב דעם שידוך, װי צוליב
נצחון אַלײן. „אַ רוח אין זײער פֿאָטער און מוטער אַרײַן, די 
יעהופּעצער גבֿירים, לאָזן זײ װיסן, װער טבֿיה איז!... ביז אַהער האָט מען
מער ניט געהערט נאָר בראָצקי און בראָצקי, גלײַך װי די איבעריקע
זײַנען גאָר קײן מענטשן ניט!“...
     
אַזױ טראַכט איך מיר, פֿאָרנדיק אַהײם פֿון בױבעריק, און קום
אַהײם. גײט מיר מײנע אַקעגן מיט אַ גדולה: „אַ שליח, אַן ערל איז
נאָר װאָס געװען פֿון בױבעריק, פֿון דער אַלמנה, זאָלסט למען השם
באַלד קומען צו פֿאָרן אַהין. עס מעג זײַן אױף דער נאַכט, זאָלסטו
שפּאַנען דאָס פֿערדל און קומען צו פֿאָרן. מע דאַרף דיך דאָרט זײער
נײטיק האָבן!“... „װאָס האָט זײ, זאָג איך, אַזױ אָנגעשפּאַרט? װאָס
האָבן זײ, זאָג איך, אַזױ קײן צײַט ניט?“... און איך כאַפּ אַ קוק אױף
מײַן שפּרינצען — זי שװײַגט, נאָר די אױגן אירע רײדן, אױ, רײדן
זײ! קײנער פֿאַרשטײט ניט איר האַרץ, אַזױ װי איך... איך האָב די
גאַנצע צײַט מורא געהאַט. אַ קשיא אױף אַ מעשׂה? טאָמער לאָזט זיך
אױס דערפֿון אַ בױדעם, האָב איך אױף אים, אױף דעם אַראָנטשיקן,
אױסגערעדט װאָס איך האָב געקאָנט. אַן ער איז אַזױ, און ער איז
אַזױ... איך האָב אָבער געזען, אַז ס'איז אַן אַרבעס אין װאַנט. מײַן
שפּרינצע גײט־אױס װי אַ ליכט. האָב איך אײַנגעשפּאַנט צוריק מײַן
פֿערד־און־װעגעלע און האָב מיך געלאָזט שױן פֿאַרנאַכטלעך קײן
בױבעריק. פֿאָרנדיק אַזױ, טראַכט איך מיר: „װאָס קאָנען זײ מיך
רופֿן מיט אַזאַ מין אימפּעט? װעגן אַ װאָרט? װעגן אַ קנס־מאָל? װאָלט
ער דאָך געקאָנט קומען צו מיר, דאַכט זיך. דערװײַל בין איך דער
אַבֿי הכּלה!... און איך אַלײן צעלאַך מיך פֿון דעם געדאַנק: װוּ איז
דאָס געהערט געװאָרן אין דער װעלט, אַז דער נגיד זאָל גײן צום
קבצן? סײַדן ס'זאָל שױן װערן עק װעלט, משיחס צײַטן, אַזױ װי די
יונגע לײַטלעך, די װײַסע חבֿרהניקעס, װילן מיך אײַנרײדן, אַז באַלד
װעט קומען אַ צײַט, װאָס דער נגיד מיטן קבצן װעלן זײַן גלײַך, שלי
שלך, שלך שלי, מײַנס דײַנס, דײַנס מײַנס, הפֿקר ציבעלעס! דאַכט
                                
זיך, אַ קלוגע װעלט — און אַזעלכע בהמות! עך־עך־עך!...



158

מיט די דאָזיקע געדאַנקען בין איך אָנגעקומען קײן בױבעריק און
פֿאַרפֿאָרן גלײַך אױף דער דאַטשע צו דער אַלמנה, אַװעקגעשטעלט
דאָס פֿערדל. — װוּ איז די אַלמנה? נישטאָ קײן אַלמנה! װוּ איז דער
בחור? — נישטאָ קײן בחור! װער זשע האָט מיר גערופֿן? „איך האָב
אײַך גערופֿן!“ — אַזױ מאַכט צו מיר אַ קײַלעכיק געפּאַקט ייִדל מיט
אַן אױסגעפֿליקט בערדל און מיט אַ גראָבער גאָלדענער קײט אױפֿן
בײַכל. „װער זשע, זאָג איך, זײַט איר?“... זאָגט ער: „איך בין דער
אַלמנהס אַ ברודער און אַראָנטשיקס אַ פֿעטער... מען האָט מיך, זאָגט
ער, אַרױסגערופֿן מיט אַ דעפּעש פֿון קאַטערינעסלאַװ און איך בין
נאָר װאָס געקומען צו פֿאָרן“... „װי באַלד אַזױ, נאַט זשע אײַך אָפּ
שלום!“ — זאָג איך און זעץ מיך אַװעק. דערזען, אַז איך האָב מיך
אַװעקגעזעצט, מאַכט ער צו מיר: „זיצט“. זאָג איך: „אַ דאַנק, איך
זיץ שױן. װאָס זשע מאַכט איר, זאָג איך, װי אַזױ איז בײַ אײַך, זאָג
איך, די קאָסנעטוציע?“... ענטפֿערט ער מיר דערױף גאָר נישט ניט,
צעלײגט זיך אױף אַ װיגשטול, די הענט אין די קעשענעס, 
שטעלטאַרױס די גאָלדענע קײט מיטן בײַכל און מאַכט צו מיר בזה הלשון:
„אײַך רופֿט מען, דאַכט זיך, טבֿיה?“... „יאָ, זאָג איך, צו דער תּורה,
אַז מען רופֿט מיך אױף, רופֿט מען מיך אױף: „יעמוד ר, טבֿיה ברב
שניִור זלמן“... „הערט־אױס, מאַכט ער צי מיר, ר, טבֿיה, װאָס איך
װעל אײַך זאָגן. װאָס טױג אונדז לאַנגע דיבורים? לאָמיר, זאָגט ער,
גײן גלײַך צום ענין, געשעפֿט הײסט עס“... „מהיכא תּיתּי, זאָג איך,
ש▮מה המ▮ך האָט שױן ▮אַנג געזאָגט: לכּל זמן 32 — װען מען דאַרו.
רײדן געשעפֿט, איז געשעפֿט... איך בין, זאָג איך, אַ געשעפֿטסמאַן“...
„דאָס זעט מען, זאָגט ער, אַז איר זײַט אַ געשעפֿטסמאַן, דערפֿאַר
װיל איך טאַקע מיט אײַך רײדן סוחריש; איך װיל, איר זאָלט מיר
זאָגן, אָבער אָפֿן געשמועסט, װיפֿל װעט דאָס אונדז קאָסטן אַרום־
אוןאַרום?... אָבער אָפֿן געשמועסט!“... „אױב, זאָג איך, אָפֿן געשמועסט▮
װײס איך ניט, װאָס איר רעדט“... „ר, טבֿיה! — מאַכט ער צו מיר
נאָך אַ מאָל און װיל נישט אַרױסנעמען די הענט פֿון די קעשענעס▮


— 32 /קוהלת ג,, א/ אױף אַלץ איז פֿאַראַן אַ צײַט (װאָס פּאַסט זיך).
    
    
159
 
— איך פֿרעג אײַך, זאָגט ער, װיפֿל װעט אונדז קאָסטן אַרום־
אוןאַרום די חתּונה?“... „עס װענדט זיך, זאָג איך, װאָס פֿאַר אַ חתונה
איר מײנט? אױב איר מײנט אַ גרױסאַרטיקע חתּונה, װי אײַך 
שטײטאָן, בין איך, זאָג איך, ניט אין שטאַנד“... שטעלט ער אָן אױף מיר
אַ פּאָר עינים און מאַכט צו מיר אַזױ: „אָדער איר מאַכט זיך 
תּמעװאַטע, אָדער איר זײַט טאַקע אַ תּם... כאָטש אַפֿילו, זאָגט ער, איר זעט
ניט אױס פֿון קײן תּם... װאָרעם איר זאָלט זײַן, זאָגט ער, אַ תּם▮
װאָלט איר ניט אַרײַנגעשלעפּט, זאָגט ער, מײַן פּלימעניק אין אַ
בלאָטע, אים פֿאַרבעטן צו זיך כּלומרשט אױף שבֿועותּדיקע בלינצעס,
אים אונטערגעשטעלט דאָרט אַ שײן מײדל, צי יאָ אַ טאָכטער, צי
ניט קײן טאָכטער, איך גײ ניט אַרײַן, זאָגט ער, אַזױ װײַט, און זי
האָט זיך אים פֿאַרליובעט, זאָגט ער, דאָס הײסט, זי איז אים 
געפֿעלן, נו, און ער איר אַװדאי... פֿון דעם, זאָגט ער, רעדט מען ניט.
איך װעל אײַך ניט זאָגן, זאָגט ער, עס קאָן זײַן, זי איז אַן אָרנטלעך
קינד און מײנט דאָס, נעבעך, ערנסט. איך גײ נישט אַזױ װײַט... איר
טאָרט אָבער ניט פֿאַרגעסן, זאָגט ער, װער איר זײַט און װער מיר
זײַנען? איר זײַט דאָך, זאָגט ער, אַ ייִד אַ בר־דעת, װי קאָנט איר,
זאָגט ער, גאָר דערלאָזן אַזעלכעס, אַז טבֿיה דער מילכיקער, װאָס
פֿירט אונדז קעז און פּוטער, זאָל ער זײַן אונדזער מחותּן?... זײ
האָבן זיך, זאָגט ער, געגעבן אײנס דאָס אַנדערע דאָס װאָרט? װעלן
זײ דאָס נעמען צוריק! קײן גרױס אומגליק, זאָגט ער, שטײט ניט
דערבײַ. טאָמער דאַרף עפּעס קאָסטן, זאָגט ער, זי זאָל אים 
אַרױסלאָזן פֿון װאָרט, מהיכא תּיתּי... מיר האָבן, זאָגט ער, גאָר נישט קעגן
דעם. אַ מײדל איז נישט קײן בחור, זאָגט ער. צי אַ טאָכטער, צי ניט
קײן טאָכטער, זאָגט ער, איך װיל גאָר אַזױ װײַט נישט אַרײַנגײן“,
זאָגט ער... „רבונו של עולם! — טראַכט איך מיר — װאָס װיל דער
ייִד?“... און ער הערט נישט אױף צו רײדן איבער מײַן קאָפּ: איך
זאָל גאָר ניט דענקען, זאָגט ער, טאָמער װעט מיר געראָטן מאַכן אַ
                                                                  
סקאַנדאַל, אױספּױקן אומעטום, אַז זײַן פּלימעניק, זאָגט ער, האָט זיך
געשדכנט צו טבֿיה דעם מילכיקנס טאָכטער... און איך זאָל זיך



160

אַרױסשלאַגן פֿונעם קאָפּ, זאָגט ער, אַז זײַן שװעסטער איז אַ מענטש▮
װאָס קאַטאָרע מע קאָן פֿון איר פּאָמפּען געלט... מיט גוטן, זאָגט ער,
מהיכא תּיתּי, קאָן מען, זאָגט ער, נעמען בײַ איר עטלעכע קערבלעך;
עלעהײ, זאָגט ער, אַ נדבֿה... מען איז דאָך, זאָגט ער, מענטשן, װאָס
קאַטאָרע, מע דאַרף אַ מאָל אױסהעלפֿן אַ מענטשן...
     בקיצור, איר װילט װיסן, װאָס איך האָב אים געענטפֿערט? איך
האָב אים, אַז אָך־און־װײ איז מיר, גאָר נישט געענטפֿערט. ס'איז מיר
געװען, װי זאָגט איר, תּדבק לשוני 33 — עס האָט מיר װי אָפּגענומען
דאָס לשון! איך האָב זיך אױפֿגעהױבן, זיך אױסגעדרײט מיטן פּנים
צו דער טיר — און נישטאָ מיך!... װי פֿון אַ שׂריפֿה האָב איך מיך
אַרױסגעכאַפּט, װי פֿון אַ טורמע!... עס האָט מיר געזשומעט אין קאָפּ,
געשעמערירט אין די אױגן און געטורקעט אין די אױערן די װערטער
פֿון דעם ייִדן: „אָפֿן געשמועסט“... „אַ טאָכטער, ניט קײן טאָכטער...
                                                                      ▮
„אַן אַלמנה אױף צו פּאָמפּען“... „עלעהײ אַ נדבֿה“... און בין 
צוגעגאַנגען צו מײַן פֿערד־און־װעגעלע,  אַרײַנגעלײגט דאָס פּנים אין
בריטשקע אַרײַן און — איר װעט ניט לאַכן פֿון מיר? — אַז איך האָב
מיך צעװײנט, האָב איך געװײנט און געװײנט! און אַז איך האָב מיך
גוט אױסגעװײנט און געזעסן אױף דער בריטשקע און אײַנגעטײלט
מײַן פֿערדל, נעבעך, װיפֿל ס'איז אין אים אַרײַן, האָב איך ערשט
דעמאָלט געפֿרעגט בײַ גאָט אַ קשיא, אַזױ װי איובֿ האָט אַמאָל 
געפֿרעגט: װאָס האָסטו, גאָטעניו, אַזעלכעס דערזען אין דעם אַלטן
איובֿן, װאָס דו לאָזט אים ניט אָפּ אױף קײן מינוט? ס'איז שױן מער
ניטאָ קײן ייִדן אױף דער װעלט? און איך קום צו פֿאָרן אַהײם, טרעף
איך מײַן כאַליאַסטרע, קײן עין־הרע, פֿרײלעך. מען עסט װעטשערע.
נאָר אײן שפּרינצע איז נישטאָ. „װוּ איז שפּרינצע?“ — פֿרעג איך.
„װאָס הערט זיך, זאָגן זײ מיר, װאָס האָט מען דיך גערופֿן?“... זאָג
איך נאָך אַ מאָל: „װוּ איז שפּרינצע?“... ענטפֿערן זײ מיר נאָך אַ מאָל:
„װאָס הערט זיך?“... זאָג איך: „גאָר ניט, װאָס זאָל זיך הערן? ס'איז
דאַנקען גאָט, שטיל; פֿון פּאָגראָמען הערט מען ניט“... בײַ די 
    
— 33 /תהיליס קל“ז, ה/ זאָל צוגעקלעפּט װערן מײן צונג (צום גומען).



161

װערטער קומט־אָן שפּרינצע, טוט מיר אַ קוק אין די אױגן אַרײַן, זעצט
זיך אַװעק צום טיש, גלײַך װי ניט זי מײנט מען, ניט פֿון איר רעדט
מען... אױפֿן פּנים בײַ איר קאָן מען נישט דערקענען גאָר נישט, נאָר
דאָס שטילקײט אירס איז שױן צו פֿיל, חוץ לדרך הטבֿע... הײַנט
געפֿעלט מיר ניט דאָס זיצן אירס פֿאַרטראַכט און דאָס פֿאָלגן אירס,
װאָס מע הײסט איר. זאָגט מען איר: זיץ — זיצט זי; זאָגט מען איר:
עס — עסט זי; הײסט מען איר גײן — גײט זי; און אַז מען טוט זי
אַ רוף — טוט זי זיך אַ װאָרף... איך קוק אױף איר, און עס פֿאַרקלעמט
מיר דאָס האַרץ, און עס ברענט אין מיר אַ פֿײַער — אױף װעמען
װײס איך ניט... אַך טי רבונו של עולם, אלהינו נאַש! פֿאַר װאָס
שטראָפֿסטו מ▮ך אַזױ? פֿאַר װעמענס זינד?!
     
בקיצור, איר װילט װיסן דעם סוף? אַזאַ סוף װיל איך נישט
װינטשן דעם ערגסטן שׂונא, און מען טאָר עס גאָר ניט װינטשן.
װאָרעם די קללה פֿון קינדער איז די ערגסטע קללה פֿון דער תּוכחה!
פֿון װאַנען װײס איך, אַז מיך האָט עמעצער נישט פֿאַרשאָלטן מיט
קינדער? איר גלײבט ניט אין די זאַכן? װאָס זשע דען איז דאָס?
אַדרבה, לאָמיר האָרכן פֿון אײַך... נאָר צו װאָס ניצן אונדז חקירות?
אַמער, הערט דעם סוף, װאָס איך װעל אײַך דערצײלן. אײן מאָל
פֿאַר נאַכ▮ פֿאָר איך אַהײם פֿון בױבעריק מיט אַ גוט האַרץ: 
באַרעכנט נאָר דעם פֿאַרדראָס, דעם בזיון; הײַנט דעם רחמנות פֿון קינד!..▮
און די אַלמנה, װעט איר פֿרעגן? און דער זון? — װער מיר אַלמנה?
װאָס מיר זון? אַװעקגעפֿאָרן און אַפֿילו זיך ניט געזעגנט! ס'איז אַ
בושה אױסצוזאָגן: ס'איז געבליבן שטײן בײַ מיר אױף זײ אַ שטיקל
חובֿ פֿאַר קעז און פּוטער... נאָר איך רײד נישט פֿון דעם, מסתּמא
האָבן זײ פֿאַרגעסן... איך רײד פֿונעם געזעגענען זיך: אַװעקגעפֿאָרן
און אַפֿילו זיך ניט געזעגנט!... װאַס דאָס קינד, נעבעך, האָט 
איבערגעטראָגן — דאָס האָט ניט געװוּסט קײן בן־אָדם, אַחוץ מיר. װאָרעם
איך בין אַ טאַטע. אַ טאַטנס האַרץ פֿילט... טאָמער מײנט איר, אַז זי
האָט מיר געזאָגט אַפֿילו אַ חצי דיבור? באַקלאָגט זיך? אָדער 
געװײנט אַ מאָל? ע, קענט איר דאָך ניט טבֿיהס טעכטער! שטיל, אין



162

זיך, אײַנגעגאַנגען, געצאַנקט װי אַ ליכט! װען ניט װען אַרױסגעכאַפּט
זיך מיט אַ זיפֿץ, נאָר אַזאַ מין זיפֿץ, װאָס רײַסט־אַרױס אָט אַזאַ שטיק
האַרץ! הכּלל, פֿאָר איך מיר אַזױ מיט מײַן פֿערדל אַהײם, פֿאַרטיפֿט
אין טרױעריקע מחשבֿות, פֿרעג קשיות בײַם רבונו של עולם און
ענטפֿער מיר אַלײן. און עס אַרט מיך שױן ניט אַזױ אױף גאָט —
מיט גאָט האָב איך מיך שױן װי עס איז איבערגעבעטן; מיך אַרט
אױף מענטשן: למאַי זאָלן מענטשן זײַן אַזױ שלעכט, אַז זײ קאָנען
זײַן גוט? פֿאַר װאָס זאָלן מענטשן פֿאַרביטערן דאָס לעבן אי יענעם▮
אי זיך, אַז זײ האָבן ביד 34 צו לעבן זיס און גליקלעך? געשיקט זיך
עס, אַז גאָט האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן צוליב דעם, ער זאָל אָפּקומען
אױף דער װעלט?... װאָס האָט דאָס אים גענוצט?... מיט אַזעלכע גע▮
דאַנקען פֿאָר איך אַרײַן צו מיר אין כוטאָר אַרײַן, און דערזע פֿון דער
װײַטן, בײַ דער גרעבליע, איז אַן אָנגעלױף פֿון מענטשן, גױיִם, גױעס,
שיקסעס, שקאָצים אין קלײנע שקאָצימלעך אָן אַ שיעור. װאָס קאָן דאָס
זײַן? קײן שׂריפֿה ניט; מסתּמא אַ דערטרונקענער, עמעצער האָט זיך
געבאָדן בײַ דער גרעבליע און געפֿונען דעם טױט. קײנער וריסט ניט,
װוּ דער מלאך־המװתּ װאַרט אױף אים, װי מיר זאָגן אין „ונתּנה
תּוקף“... פּלוצעם זע איך מײַן גאָלדע לױפֿט, די שאַל צעלאָזט, די
הענט אַרױסגעשטעלט אױף צופֿריִער, און פֿאַר איר מײַנע קינדער,
טײַבל און בײלקע, און אַלע דרײַ מיט אַ געשרײ, מיט אַ יללה, מיט
אַ יאָמער: „טאָכטער! שװעסטער! שפּרינצע!!“... אַראָפּעשפּרונגען פֿון
דעם װאָגן, װײס איך ניט, װי אַזױ איך בין ניט צעשפּרונגען 
געװאָרן, און אַז איך בין צוגעלאָפֿן צום טײַך, איז שױן געװען נאָך אַלע
חיומס 35 — — — — — — — — — — — — — — — —


— — — — — — — — — — — — — — — — —
     װאָס האָב איך איך אײַך געװאָלט פֿרעגן?... יאָ! האָט איר געזען
                                                                                

— 34 אין די הענט (די מעגלעכקײט). 
— 35 (מעטאַפֿאָריש) נאָך אַלעמען (יעדן
טאָג זאָגט מען נאָך שחרית אַ שיר של יוס, אַ געזאָנג פֿון טאָג, אַ קאַפּיטל
תּהילים, װאָס מען הײבט־אָן מיט אַן אײנלײטונג „היום יום ראשון, היום יום
שני“ אאַז„װ).
                                                   


163

װען אַ געטרונקענעם? קײן מאָל נישט?... אַ מענטש, אַז ער שטאַרבט,
שטאַרבט ער מײסטנטײלס מיט צוגעמאַכטע אױגן... בײַ אַ 
געטרונקענעם זײַנען די אױגן אָפֿן — װײסט איר נישט דעם שׂכל, פֿאַר װאָס
דאָס איז?... האָט קײן פֿאַראיבל נישט, איך האָב בײַ אײַך צוגענומען
צײַט, און אַלײן איז מען אױך געבונדן: מען דאַרף גײן צום פֿערדל
און מען מוז צעפֿירן דאָס ביסל סחורה. די װעלט איז אױך אַ װעלט.
מען מוז אין זינען האָבן אַ קערבל אױך — און פֿאַרגעסן װאָס ס'איז
געװען. װאָרעם דאָס, װאָס די ערד דעקט־צו, מוז, זאָגט מען, 
פֿאַרגעסן װערן. און אַז מען איז אַ לעבעדיקער מענטש, קאָן מען די נשמה
ניט אױסשפּײַען. עס העלפֿט ניט קײן חכמות. און מיר מוזן זיך 
אומקערן צוריק צום אַלטן פּסוק, אַז כּל זמן שהנשמה בקרבי 36, איז פֿאָר
װײַטער, טבֿיה!... זײַט מיר געזונט, און אַז איר װעט מיך דערמאָנען,
זאָלט איר מיך ניט דערמאָנען צו בײזן.
                                    





------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
      
טבֿיה פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל
                                    
            
דערצײלט פֿון טביה דעם מילכיקן, פֿאָרנדיק אין באַן.
                                                    

געשריבן אין יאָר 1909
     
— סקאָצל קומט! װאָס מאַכט אַ ייִד, ר, שלום עליכם? אָט אַ        
גאַסט! אַפֿילו נישט געחלומט זיך! נאַט זשע אײַך אָפּ שלום עליכם.
איך האָב מיר אָבער אַלץ געטראַכט און געטראַכט: װאָס איז די
מעשׂה, װאָס מען זעט אים נישט אַזאַ צײַט, ניט אין בױבעריק, ניט
אין יעהופּעץ? אַ קשיא, װאָס סע מאַכט זיך: אפֿשר האָט ער 
אַפּגעזאָגט די עטלעכע גילדן און אַריבערגעפּעקלט זיך אַהין, װוּ מען עסט
    

— 36 (תּפֿילתּ השחר) כּל־זמן די נשמה איז בײַ מיר אינעװײניק (כ'לעב).



164

ניט קײן רעטעך מיט שמאַלץ? און צוריק טראַכט איך מיר: געשיקט
       זיך עס, זײ זאָלן טאָן אַזאַ נאַרישקײט? זײ זײַנען דאָך עפּעס אַ מענטש
       אַ בר־דעת, כ'לעבן! נו, דאַנקען השם יתברך, װאָס מען זעט זיך
       געזונט. װי שטײט דאָרט אין פּסוק: טורא בםורא נ — אַ מענטש מיט
       אַ מענטשן... איר קוקט מיך אָן, פּאַני, גלײַך װי איר װאָלט מיך נישט
       דערקענט? דאָס בין איך, אײַער אַלטער גוטער פֿרײַנד טבֿיה. אַל
       תּסתּכּל בקנקן 2 — קוקט נישט װאָס אַ ייִד גײט אין אַ נײַער 
       קאַפּאָטע. דאָס איז דער אײגענער שלימזל טבֿיה, װאָס אַמאָל, 
     נישט געמינערט אַ האָר; נישמער, מע טוט זיך אָן שבתדיק, זעט מען אױס אַ
       ביסל דאָסיקער 3, מעשׂה נגיד. װאָרעם אַז מע פֿאָרט־אַרױס צװישן
       מענטשן, קאָן מען אַנדערש ניט, ובפֿרט אַז מע פֿאָרט אַזאַ װײַטע
       נסיעה, קײן ארץ־ישׂראל. אַ קלײניקײט? איר קוקט מיך אָן און טראַכט
       זיך: װי קומט דאָס אַזאַ קלײן מענטשעלע װי טבֿיה, װאָס האָט כּל־ימיו
       געהאַנדלט מיט מילכיקס, זאָל גאָר האָבן אַזאַ השׂגה, װאָס קאָן זיך
       פֿאַרגינען אױף דער עלטער סײַדן אַ מין בראָצקי? גלײבט מיר, פּאַני
       שלום עליכם, ס'איז כּולו מוקשה 4 — דער פּסוק איז רעכט 
       אַרוםאון־אַרום. רוקט נאָר אַװעק, זײַט מוחל, אײַער טשעמאָדאַנטשיקל אַ
       ביסל אַהין, װעל איך מיך אַװעקזעצן אַקעגן אײַך און װעל אײַך 
דערצײלן אַ מעשׂה, װעט איר האָרכן, װאָס גאָט קאָן.
            בקיצור, איך מוז אײַך זאָגן קודם כּל הקודמס 5, אַז איך בין 
       געבליבן, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַן אַלמן. געשטאָרבן גאָלדע מײַנע,
       עליו השלום. געװען אַ ייִדענע אַ פּראָסטע, אָן חכמות, אָן 
       אײבערקעפּלעך, נאָר אַ גרױסע צדיקית. לאָז זי זיך מיִען דאָרט פֿאַר אירע
       קינדער. זי איז גענוג אױסגעשטאַנען צוליב זײ און טאַקע אפֿשר
       איבער זײ געגאַנגען פֿון דער װעלט. נישט געקאָנט אַריבערטראָגן,
           

— 1 פֿאָלקסװערטל איl אַראַמיש) אַ באַרג מיט אַ באַרג (באַגעגנט זיך נישט),
       אינש באינש ▮— פּגע, אָ מע▮טש מיט אַ מענטשן טרעפֿט זיך יאָ! 
— 2 טביה, זעט
       מען, שװימט אין פּרקי אָבֿות װי אין דאַװנען... 
— 3 (קיבעצנדיק) מער אין
       אָרדענונג (ס'קען אױך זײן פּאַרקערט: נישט מיט אַלעמען). 
— 4 /שמות כ„ה,
       לו/ אין גאַנצן אױסגעהאַמערט (בײַ דער מנורה). 
— 5 פֿריִער פֿאַר אַלץ.


165

װאָס זײ זײַנען זיך צעקראָכן, אײנער קײן ליסי, דער אַנדערער קײן
סטריסי 6. „מישטײנס געזאָגט, זאָגט זי, װאָס איז מײַן װעלט, זאָגט זי,
אַז װי באַלד, זאָגט זי, נישט קײן קינד און נישט קײן רינד? להבֿדיל, אַ
בהמה, זאָגט זי, בענקט אױך, זאָגט זי, אַז מע אַנטװײנט, זאָגט זי,
פֿון איר דאָס קעלבל“... אַזױ זאָגט זי צו מיר, גאָלדע הײסט עס, און
װײנט בעתּ מעשׂה מיט ביטערע טרערן. און איך זע, אַז די ייִדענע
גײט־אײַן פֿון טאָג צו טאָג װי אַ ליכט. רײד איך איר אױס מסתּמא
דאָס האַרץ פֿאַר רחמנות און איך זאָג צו איר אַזױ, זאָג איך: „עט,
זאָג איך צו איר, גאָלדע סערדצע 7, פֿאַראַן אַ פּסוק, זאָג איך אם כבנים
אם כעבֿדים — װי מיט קינדער, אַזױ איז אָן קינדער, זאָג איך. מיר
האָבן, זאָג איך, אַ גרױסן גאָט, זאָג איך, און אַ גוטן גאָט, און אַ
שטאַרקן גאָט, נאָר פֿון דעסט װעגן, זאָג איך, לאָם איך האָבן די
ברכות, װיפֿל מאָל דער רבונו של עולם, זאָג איך, טוט־אָפּ אַ שטיקל
אַרבעט, מעגן שױן, זאָג איך, די שׂונאים האָבן אַזאַ יאָר“... איז זי
דאָך אָבער, זאָל מיר מוחל זײַן, אַ נקבֿה, מאַכט זי צו מיר: „דו 
זינדיקסט, טבֿיה. מען טאָר נישט, זאָגט זי, זינדיקן“... „אָט האָסטו דיר,
זאָג איך, איך זאָג דען עפּעס, זאָג איך, שלעכטס? איך גײ דען, חלילה,
זאָג איך, קעגן דעם אײבערשטנס גענג, זאָג איך? װאָרעם װי באַלד
זאָג איך, אַז ער האָט, זאָג איך, באַשאַפֿן אַזױ שײן זײַן װעלטל, זאָג
איך, אַז קינדער זײַנען נישט קײן קינדער, זאָג איך, און טאַטע־מאַמע
זײַנען בלאָטע, זאָג איך, װײסט ער דאָך מסתּמא, װאָס ער האָט צו
טאָן“... פֿאַרשטײט זי נישט, װאָס איך רײד און ענטפֿערט מיר 
בױדעם: „איך שטאַרב, זאָגט זי, אַװעק, טבֿיה; װער װעט דיר קאָכן
װעטשערע?“... אַזױ מאַכט זי צו מיר שטיל און קוקט אױף מיר מיט
אַזעלכע אױגן, אַז אַפֿילו אַ שטײן קאָן עס רירן. טבֿיה איז דאָך אָבער
נישט קײן ייִדענע, ענטפֿער איך איר אָפּ מיט אַ װערטל, און מיט אַ
פּסוק, און מיט אַ מדרש, און מיט נאָך אַ מדרש: „גאָלדע, זאָג איך
ביסט מיר געװען, זאָג איך, געטרײַ אַזױ פֿיל יאָרן, װעסטו מיך
    
— 6 (שפּילװאָרט צוס גראַם) אױסגעטראַכטער נאָמען פֿון אַ שטאָט, אַ שטײגער
װי יעהופּעץ. 
— 7 האַרץ מײנס!
                                                                                 


166

אױף דער עלטער, זאָג איך, נישט מאַכן צום נאַר“, זאָג איך, און טו
אַ קוק אױף מײַן גאָלדען — פּיזעם 8!
     — װאָס איז דיר — זאָג איך — גאָלדע?
     — גאָר נישט... — מאַכט זי צו מיר, קױם־קױם װאָס זי רעדט.
     ע, איך זע, די שפּיל איז פֿאַרן טײַװל, נעם איך און שפּאַן־אײַן
דאָס פֿערדל און פֿאָר־אַװעק אין שטאָט אַרײַן און ברענג־אַראָפּ אַ
דאָקטער, דעם בעסטן דאָקטער. איך קום צו פֿאָרן אַהײם — טע־
טעטע! מײַן גאָלדע ליגט שױן אױף דער ערד מיט אַ ליכטל צוקאָפּנס
און זעט־אױס װי אַ בערגל ערד האָט מען צענױפֿגעשאַרט און 
אַיבערגעדעקט מיט שװאַרצן. און איך שטײ און טראַכט מיר: „כי זה כּל
האָדם ▮ — אָט דאָס איז דער סוף פֿונעם מענטשן? אַך טי, רבונו של
עולם, װאָס ▮ו טוסט־אָפּ מיט דײַן טבֿיהן! װאָס װעל איך איצטער טאָן
אױף דער עלטער, פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן?“ און אַזױ האָב
איך געגעבן אַ פֿאַל־צו צו דער ערד... נאָר גײ שרײַ חי וקײם 10! הערט
איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? אַז מען זעט פֿאַר זיך דעם טױט, מוז
מען װערן אַן אַפּיקורס און מען הײבט־אָן נאָכצוקלערן, מה אָנו מה
חײנו — װאָס איז אין גאַנצן אָט די װעלט מיט די גלגלים 11, װאָס
זײ דרײען זיך, מיט די באַנען, װאָס לױפֿן משוגענערװײַז, מיט דעם
גאַנצן טאַרעראַם אַרום־און־אַרום, און אַפֿילו בראָצקי מיט זײַנע
מיליאָנען — הכּל הבֿל 12, גאָר נישט שבגאָרנישט!
     בקיצור, איך האָב איר געדונגען אַ קדיש, גאָלדען עליו השלום,
באַצאָלט פֿאַר אַ גאַנץ יאָר פֿריִער. אַ ברירה האָב איך געהאַט, אַז
גאָט האָט מיך געשטראָפֿט, נישט געגעבן מיר קײן זכרים, נאָר נקבֿות?
נאָר טעכטער און טעכטער, קײן גוטער ייִד זאָל זײ נישט קענען! איך
װײס נישט, צי אַלע ייִדן װערן אַזױ פֿאַרשװאַרצט מיט זײערע 
טעכטער, צי נאָר איך בין אַזאַ פֿינצטערער שלימזל, װאָס איך האָב צו
    
— 8 (אױס ריח) נישטאָ צו װעמען צו רײדן! 
— 9 װאָרעם דאָס איז דער
גאַנצער מענטש, מישטײנס געזאָגט. 
— 10 (פֿון ימים־נוראימדיקע תּפֿילות) ואַתּה
הוא מלך: אַלע מתפֿללים דאַרפֿן דאָס זאָגן בקול רם, דו ביסט דער מלך. —
— 11 רעדער, פּלאַנעטן. 
— 12 טביה דער אָפּטימיסט האַלט זיר אין אײן פֿאַררופֿן
אױפֿן פֿעסימיסטישן קוהלת                                        
                                         

167

זײ קײן גליק נישט? דאָס הײסט, צו די טעכטער אַלײן האָב איך גאָר
נישט, און גליק איז בײַ גאָט. װאָס זײ װינטשן מיר — מעג עס מיר
אָנקומען כאָטש האַלב. אַדרבה, זײ זײַנען שױן צו געטרײַ, און װאָס
„צו“ איז איבעריק. אָט נעמט, למשל, די מיזינקע מײַנע, בײלקע רופֿט
מען זי. װאָס װײסט איר, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ קינד? איר קאָנט דאָך
מיך, ברוך השם, װי זאָגט איר, פֿון אַ יאָר מיט אַ מיטװאָך און װײסט,
אַז איך בין נישט דער טאַטע, װאַס קאַטאָרי זאָל זיך אַװעקזעצן 
אָפּלױבן זײַנע קינדער, גלאַט אַזױ אין טאָג אַרײַן. נאָר אַז ס'איז געקומען
צו רײד פֿון מײַן בײלקען, מוז איך אײַך זאָגן נישט מער װי שלשה
דבֿרים 13 — צװײ װערטער: זינט גאָט האַנדלט מיט בײלקעס, האָט
ער נאָך אַזאַ בײלקע נישט באַשאַפֿן. מילא פֿװ שײנקײט שמועסט מען
נישט. טבֿיהס טעכטער, װײסט איר אַלײן, האָבן אַ שם אױף דער װעלט
פֿאַר די שענסטע קראַסאַװיצעס 14. נאָר זי, בײלקע הײסט עס, װעט
זײ אַלע פֿאַרשטעקן אין גאַרטל. אַז מען שמועסט יפֿיפֿית 15 — איז
דאָך ניט שײַך! אַקעגן מײַן בײלקען מוז מען טאַקע זאָגן מיט די
װערטער פֿון „אשת הײל“: שקר החן 16 — איך רײד נישט פֿון 
שײנקײט, איך רײד פֿון כאַראַקטער רײד איך. גאָלד, גינגאָלד, זאָג איך
אײַך! פֿון תּמיד אָן בין איך בײַ איר געװען דאָס אײבערשטע פֿון דער
מילך, נאָר פֿון זינט מײַן גאָלדע עליו השלום איז, איר צו לענגערע
יאָר, נפֿטר געװאָרן, איז דער טאַטע געװאָרן בײַ איר — דאָס 
שװאַרצאַפּל פֿונעם אױג! קײן שטױב נישט דערלאַזן זאָל אױף מיר פֿאַלן. איך
האָב שױן געזאָגט צו זיך אַלײן: דער רבונו של עולם איז, װי מיר
זאָגן אינעם „וכל מאַמינים שהוא“: ומקדים רחמים לרוגז 17 — ער
שיקט־צו די רפֿואה פֿאַר דער מכּה. נישמער, ס'איז שװער צו װיסן,
װעלכעס איז ערגער: די רפֿואה אָדער די מכּה? גײ זײַ אַ נבֿיא און
טרעף, אַז בײלקע װעט צוליב מיר נעמען און פֿאַרקױפֿן זיך פֿאַר
    

— 13 דרײ זאַכן (אױך: װערטער). 
— 14 (רוס,) אין אַלט־ייִדיש: שאָנהײטן.
— 15 (העברע▮ש) דאָס זעלביקע. 
— 16 /משלי ל„א, ל/ פֿאַלש איז דער חן
(נישט דױערהאַפֿטיק). 
— 17 (פֿון ימיס־נוראימדיקע תקיל▮תּ) און ▮ר שיקט
פֿריִער דאָס רחמנות אײדער ער צאָרנט.
                                                                                

168

געלט און אָפּשיקן דעם טאַטן אױף די עלטערע יאָרן קײן 
ארץישׂראל! מאָלט אײַך, עס רעדט זיך נאָר אַזױ. זי איז אין דעם אַזױ
שולדיק פּונקט אַזױ װי איר. אין גאַנצן איז דאָ שולדיק ער, איר
אױסדערורילטער, איך װיל אים ניט שעלטן — אַ קאַזאַרמע זאָל
אױף אים אײַנפֿאַלן! און אפֿשר, אַז מיר זאָלן װעלן גוט באַטראַכטן,
גריבלען זיך אַ ביסל טיפֿער, קאָן זײַן, אַז איך אַלײן בין דאָ מער
חײבֿ פֿון אַלעמען. װאָרעם ס'איז דאָך אַ בפֿירושע גמרא: חײבֿ
אָדם 18... נאָר ס'איז שײן, כ'לעבן, אַז איך דאַרף אײַך דערצײלן, װאָס
די גמרא זאָגט!
     בקיצור, איך װיל אײַך נישט לאַנג האַלטן. ס'איז 
אַװעקגעגאַנגען אַ יאָר נאָך אַ יאָר, מײַן בײלקע איז אױסגעװאַקסן, געװאָרן, קײן
עין־הרע, אַ מײדל צו לײַטן, און טבֿיה טוט זיך זײַן געשעפֿט, װי
תּמיד, מיטן פֿערד־און־װעגעלע פֿירט ער אָפּ דאָס ביסל מילכיקס
זומער קײן בױבעריק, װינטער קײן יעהופּעץ, אַ מבול זאָל אױף דעם
קומען, װי אױף סדום! אָנקוקן קאָן איך נישט אָט די דאָזיקע שטאָט,
און ניט אַזױ די שטאָט אַלײן װי די מענטשן, און ניט אַלע מענטשן,
נאָר אײן מענטש — אפֿרים דעם שדכן, אַ רוח אין זײַן טאַטנס טאַטן
אַרײַן! אָט װעט איר אומיסטנע הערן װאָס אַ ייִד אַ שדכן טוט־אָפּ.
     ױהי היום, קום איך צו פֿאָרן אײן מאָל אַרום חצי אלול קײן 
יעהופּעץ מיט מײַן ביסל סחורה. איך טו אַ קוק —ױבֿוא המן 19 — אפֿרים
דער שדכן גײט! איך האָב אײַך אַמאָל דערצײלט פֿון אים. אפֿרים איז
אַפֿילו אַ ייִד אַן אײַנגעגעסענער, נאָר אַז מען דערזעט אים, מוז מען
זיך אָפּשטעלן — אָט אַזאַ מין כּוח האָט אין זיך אָט דער ייִד... „הער
נאָר, חכם מײַנער, זאָג איך צו מײַן פֿערדל, שטײ אַ װײַלע, װעל איך
דיר געבן עפּעס קײַען“. און איד שטעל־אָפּ אפֿרים דעם שדכן און
גי▮ אים אָפּ שלום און מאַך מיט אים אַ שמועס מן הצד:
     — װאָס הערט זיך עפּעס מכּוח פּרנסה?
     טוט ער אַ געשמאַקן זיפֿץ און מאַכט צו מיר.
                                                      ▮
     
— 18 /ברכות מ“ז/ אַ מענטש איז מחױב (...לומר בלשון רבו). 
— 19 /מגילת
אסתּר ו,, ו/ און המן איז געקומען! (טביה באָניצט עס איראָניש)



169
     
— ס'איז ביטער!...
     זאָג איך:
     — ךה▮נו?
     זאָגט ער:
     — נישטאָ װאָס צו טאָן...
     זאָג איך:
     — לחלוטין?
     זאָגט ער:
     — לחלוטין!...
     זאָג איך:
     — װאַס איז די מעשׂה?...
     זאָגט ער:
     — די מעשׂה איז, װאָס שידוכים װערן שױן הײַנט ניט געשלאָסן
מער אין דער הײם...
     זאָג איך:
     — װו דען װערן זײ הײַנט געשלאָסן?
     זאָגט ער:
     — דאָרטן ערגעץ, אין אױסלאַנד...
     זאָג איך:
     — װאָס זשע זאָל טאָן אַזאַ ייִד, װי איך, למשל, װאָס מײַן זײדנס
באַבע איז דאָרט קײן מאָל נישט געװען?...
     זאָגט ער צו מיר און דערלאַנגט מיר אַ שמעק טאַבעקע:
     — פֿאַר אײַך האָב איך, ר, טבֿיה, אַ שטיקל סחורה דאָ אױפֿן
אָרט...
     זאָג איך:
     
— ךה▮נו?...
     זאָגט ער:
     — אַ ייִדענע אַן אַלמנה אָן קינדער מיט ק“ן קערבלעך. געװען
אַ קעכין אין אַלע גרעסטע הײַזער...
     קוק איך אים אָן און זאָג אים:
     
     
     
170

— ר, אפֿרים, פֿאַר װעמען מײנט איר דאָס אַ שידוך?
     זאָגט ער:
     — פֿאַר װעמען זאָל איך מײנען? פֿאַר אײַך...
     זאָג איך:
     — אַלע בײזע, װיסטע חלומות זאָלן אױסגײן צו מײַנע שׂונאימס
קעפּ! און נעם און דערלאַנג מײַן פֿערד אַ שמיצל און װיל פֿאָרן
װײַטער. מאַכט צו מיר אפֿרים:
     — האָט קײן פֿאַראיבל ניט, ר, טבֿיה, אפֿשר האָב איך אײַך
פּוגע בכּבֿוד געװען. זאָגט זשע מיר, װעמען דען האָט איר געמײנט?
     זאָג איך:
     — װעמען דען זאָל איך מײנען, אַז ניט מײַן מיזינקע?... טוט ער
אַ שפּרונג־אָפּ, דערלאַנגט זיך אַ פּאַטש אין שטערן.
                                                      
     — שאַ, גוט װאָס איר האָט מיך דערמאָנט, לאַנג לעבן זאָלט
איר, ר, טבֿיה!
     זאָג איך:
     — אָמן, גם אַתּם, דערלעבט איר אױך ביז משיח װעט קומען!
נאָר װאָס איז מיט אײַך, זאָג איך, אַזױ די גדולה?...
     זאָגט ער:
     — ס'איז גוט, ר, טבֿיה, ס'איז אױסגעצײכנט גוט, עס קאָן שױן
גאָר בעסער נישט זײַן אין דער גאַנצער װעלט!...
     זאָג אַיך:
     — דהײַנו, װאָס איז די גוטסקײט?...
     זאָגט ער:
     — איך האָב פֿאַר אײַער מיזינקע אַ גלײַכס, אַ גליק, אַ 
חױפּטטרעפֿער, אַ גבֿיר, אַן אַדיר, אַ מיליאָנשטשיק, אַ בראָצקי, אַ 
פּאָדריאַטשיק 29 איז ער און הײסן הײסט ער פּדהצור!...
     זאָג איך:
     — פּדהצור? אַ קענטלעכער נאָמען פֿון חומש...
     זאָגט ער:
     
— 20 אַ צושטעלער פֿון סחורות, ש▮ייִז, קלײדער (ס'רובֿ: צו דער רעגירונג).



171

— װאָס מיר חומש? װער מיר חומש? ער איז אַ פּאָדריאַטשיק, אָט
דער פּדהצור, ער בױט הײַזער, מױערן, בריקן, געװען אין יאַפּאָניע
בײַ דער מלחמה, געבראַכט אַ מטמון מיט גאָלד, פֿאָרט־אַרױס מיט
ברענענדיקע סוסים, מיט קאַרעטעס, מיט לאָקײַען בײַ דער טיר,
מיט אַ בעדל בײַ זיך אינעװײניק אין שטוב, מיט מעבל פֿון פּאַריזש,
מיט אַ בריליאַנטענעם רינג אױף דער האַנט, נאָך גאָר נישט קײן
אַלטער מאַן, אַ בחור, אַן אמתּער, אַ „כאָלאָסטאָי“ 21 , פּרימאַ! און
זוכן זוכט ער אַ שײן מײדל, מעג זײַן װער זי איז, אַ נאַקעטע, אַ
באָרװעסע, אַבי אַ יפֿתּ־תּואַר!...
    — טפּרררו! — זאָג איך צו אים — אַז איר װעט אַזױ פֿליִען,
זאָג איך, אָן אַ פּאָפּאַס 22 , װעלן מיר פֿאַרפֿאָרן מיט אײַך, ר, אפֿרים,
קײן האָצעקלאָץ. אױב איך האָב קײן טעות נישט, זאָג איך, האָט
איר מיר אַמאָל געהאַט גערעדט דעם אײגענעם שידוך, זאָג איך,
פֿאַר מײַן עלטערער טאָכטער, פֿאַר האָדלען — זאָג איך...
     דערהערט פֿון מיר▮ די דאָזיקע װערטער, אַז ער כאַפּט זיך ניט,
אפֿרים הײסט עס, בײַ די זײַטן און הײבט־אָן צו לאַכן. איך האָב 
געמײנט, דער ייִד װעט באַקומען די פּאָפּלעקציע.
      — אָהאָ, — זאָגט ער — איר האָט זיך דערמאָנט ▮־־ זאָגט ער
— אַ מעשׂה, אַז מײַן באַבע איז געלעגן געװאָרן מיטן ערשטן קינד!
יענער האָט אָנגעזעצט נאַך פֿאַר דער מלחמה און אַנטלאָפֿן קײן
אַמעריקע!...
    — זכר צדיק לבֿרכה! — זאָג איך — אפֿשר װעט דער אױך —
זאָג איך — אַװעק אַהין? — װערט ער אױסער זיך, דער שדכן הײסט
עס:
    — װאָס רעדט איר דאָס, ר, טבֿיה? יענער איז געװען — זאָגט ער
—אַ פֿײַפֿער, אַ שאַרלאַטאַן, אַן אױסברענגער, און דער איז אַ 
פּאָדריאַטשיק — זאָגט ער — פֿון דער מלחמה, מיט געשעפֿטן, מיט אַ
קאַנטאָר, מיט מענטשן, מיט... מיט... מיט...
    
— 21 (רוס') אַ בחור, לײדיקגײער. 
— 22 (פּױליש) געבן פּאַשע (פֿערד) 
אונטערװעגנס (טרײַבן כּסדר אָן געבן עסן).



172

װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? דער שדכן האָט זיך אַזױ צעהיצט, אַז
ער האָט מיך אַראָפּגענומען פֿונעם װאָגן און ער האָט מיך אָנגענומען
בײַ די לאַצן און מיך אַזױ לאַנג געטרײסלט, ביז ס'איז צוגעגאַנגען
אַ גאָראָדאָװאָי 23 און ער האָט אונדז בײדן געװאָלט אָפּפֿירן אין 
קאָטשומענט 24 אַרײַן. אַ שטיקל גליק, װאָס איך האָב מיך דערמאָנט אינעם
פּסוק: לנכרי תּשיך 25 — מיט פּאָליציע דאַרף מען װיסן װי אַזױ
צו האַנדלען...
     בקיצור, למאַי זאָל איך אײַך לאַנג האַלטן? אָט דער פּדהצור איז
געװאָרן אַ חתן פֿאַר מײַן מיזינקע, בײלקע הײסט עס. און לא אָרכו
הימים 26 — ס'האָט אַ ביסל געדױערט ביז מיר האָבן געשטעלט אַ
חופּה. פֿאַר װאָס זאָג איך, ס'האָט אַ ביסל געדױערט? װײַל זי, בײלקע
הײסט עס, האָט נישט געװאָלט דעם שידוך, אַזױ װי מען װיל ניט
שטאַרבן. װאָס מער אָט דער פּדהצור איז צו איר צוגעשטאַנען מיט
מתּנותּ און מיט גילדענע זײגערלעך און מיט בריליאַנטענע 
פֿינגערלעך, איז ער איר אַלץ מער נמאס געװאָרן. מיר דאַרף מען קײן פֿינגער
אין מױל נישט אַרײַנלײגן. איך האָב עס גאַנץ גוט אַרױסגעזען נאָך
איר פּנים און נאָך אירע אױגן און נאָך איר װײנען, װאָס זי האָט
געװײנט שטילערהײט. בין איך מיך מײשבֿ אײן מאָל און רוף מיך
אָן צו איר אַזױ, פֿאַרבײַגײענדיק: „הערסטו, בײלקע, זאָג איך, איך
האָב מורא, זאָג איך, אַז דײַן פּדהצור איז דיר אַזױ ליב, זאָג איך,
און אַזױ זיס, אַזױ װי מיר?“... װערט זי רױט װי פֿײַער און מאַכט
צו מיר: „װער האָט דאָס דיר געזאָגט?“... זאָג איך: „װאָס זשע דען
איז דער געװײן גאַנצע נעכט?“... זאָגט זי: „איך װײן דען?“... זאָג
איך: „נײן, דו װײנסט נישט, נאָר דו כליפּעסט. דו מײנסט, זאָג איך,
אַז דו באַהאַלטסט דעם קאָפּ אין קישן, װעסטו פֿון מיר פֿאַרדעקן, זאָג
איך, דײַנע טרערן? דו מײנסט, זאָג איך, אַז דײַן טאַטע איז אַ ייִנגעלע,
זאָג איך, אָדער דער מוח איז אים אױסגעטריקנט געװאָרן און ער
     

— 23 (רוס') העכערער ראַנג אין פֿאָליצײ. 
— 24 (פֿאָלקםאױםךרוק) טורמע.
— 25 אַ פֿרעמדן מעגסטו אײַנבײַסן (נעמען אַ גרעסערן פֿראָצענט). 
— 26 עס זײַנען נישט אַריבער קײן סך טעג.



173

פֿאַרשטײט ניט, זאָג איך, אַז דאָס טוסטו צוליב דײַן אַלטן טאַטן?
דו װילסט אים, זאָג איך, פֿאַרזאָרגן מיט אַ גוטער עלטער, ער זאָל
האָבן װוּ דעם קאָפּ אָנצושפּאַרן, ער זאָל, חלילה, נישט דאַרפֿן גײן,
זאָג איך, איבער די הײַזער? אױב דו מײנסט אַזױ, ביסטו, זאָג איך,
אַ גרױסער נאַר, זאָג איך. מיר האָבן אַ גרױסן גאָט, זאָג איך, און
טבֿיה איז ניט פֿון די עשׂרה בטלנים, זאָג איך, װאָס װעט זיך 
אַװעקזעצן, זאָג איך, אױף לאַסקאַװע 27 ברױט. און געלט, זאַג איך, איז
בלאָטע, זאָג איך, װי אין פּסוק שטײט. אַ סימן האָסטו, זאָג איך,
אָט איז דײַן שװעסטער האָדל אַ גוטע אבֿיונטע, פֿון דעסט װעגן, זאָג
איך, זע, װאָס זי שרײַבט פֿון אַל די שװאַרצע יאָר, זאָג איך, פֿון עק
װעלט, און זי שעצט זיך גליקלעך, זאָג איך, מיט איר שלימזל
פֿעפֿערל!“... אַנו, זײַט אַ חכם און טרעפֿט, װאָס ענטפֿערט זי מיר
דערױף, בײלקע הײסט עס? „צו האָדלען, זאָגט זי, זאָלסטו מיך, זאָגט
זי, ניט גלײַכן. האָדל ▮▮יז געװען, ▮▮ג▮ זי, אין אַזאַ צײַט, װען די
גאַנצע װעלט, זאָגט זי, האָט ▮יך גע▮ױגמ, ▮▮גט זי, געהאַלטן אָט־אָט
בײַ איבערקערן זיך, האָט מען זיך געזאָרגט, זאָגט זי, פֿאַר דער װעלט,
און זיך האָט מען פֿאַרגעסן. און איצט, זאָגט זי, אַז די װעלט איז אַ
װעלט, זאָגט זי, זאָרגט זיך יעדער פֿאַר זיך און די װעלט האָט מען
פֿאַרגעסן“... אָט אַזױ ענטפֿערט זי מיר דערױף, בײלקע הײסט עס,
און גײט פֿאַרשטײט, װאָס זי מײנט!
     נו? איר זײַט עפּעס אַ מבֿין אױף טבֿיהס טעכטער? איר האָט
זי באַדאַרפֿט זען צו דער חופּה — אַ פּרינצעסין! איך בין נאָר 
געשטאַנען און געשפּיגלט זיך אין איר און געטראַכט צו זיך אַלײן.
                                                                           
„אָט דאָס איז בײלקע, טבֿיהס טאָכטער? װוּ האָט זי זיך אױסגעלערנט
אַזױ שטײן און אַזױ גײן און אַזױ האַלטן דעם קאָפּ און אַזױ אָנטאָן
זיך, ס'זאָל אױף איר זײַן, װי אױסגעגאָסן?“... נאָר לאַנג שפּיגלעז
זיך אין איר האָט מען מיך נישט געלאָזט, װאָרעם דעם זעלביקן טאָג
פֿון דער חופּה, אַרום האַלב זעקס פֿאַר נאַכט, האָט זיך דאָס פּאָרל
    

— 27 (פּױליש) טובֿה, געשאָנקען ברױט (אױף קעסט).



174

אױפֿגעהױבן, און הלך משה מרדכי — מען איז אַװעק מיטן קוריער
צו אַל די גוטע יאָר, קײן „נאַטאַליע“ 28 װי די מאָדע איז בײַ די גרױסע,
און צוריק איז מען געקומען ערשט העט אַרום חנוכּה, און מען האָט
געשיקט נאָך מיר, איך זאָל למען השם תּיכּף ומיד קומען צו פֿאָרן
קײן יעהופּעץ. איז דאָס מיר באַלד אַרײַן אין קאָפּ אַרײַן: ממה־נפֿשך,
זײ זאָלן װעלן, איך זאַל גלאַט אַזױ קומען, װאָלטן זײ אָנגעזאָגט, איך
זאָל קומען — און אַ סוף. צו װאָס טױג נאָך דער „למען השם“ מיטן
„תּיכּף ומיד“? מסתּמא מוז דאָך דאָ זײַן עפּעס אַ זאַך! פֿרעגט זיך אַ
קשיא: װאָס פֿאַר אַ זאַך? און אַלערלײ מחשבֿותּ און געדאַנקען, גוטע
און שלעכטע, קריכן מיר אין קאָפּ אַרײַן: אפֿשר האָט זיך שױן דאָס
פּאָרפֿאָלק דאָרטן צעאַמפּערט, װי די קעץ, און עס האַלט בײַ גטן זיך?
און באַלד טאַקע שלאָג איך מיר אָפּ: ביסט אַ נאַר, טבֿיה, למאַי זאָלסטו
װעלן אױסלײגן אױף שלעכטן? פֿון װאַנען װײסטו, װאָס מען רופֿט
דיך? אפֿשר האָבן זײ זיך פֿאַרבענקט נאָך דיר און װילן דיר זען? אָדער
אפֿשר װיל בײלקע, אַז איר טאַטע זאָל זײַן נאָענט נעבן איר? אָדער
אפֿשר װיל גאָר פּדהצור דיר געבן אַ שטעלע, דיך צונעמען צו זײַנע
געשעפֿטן און מאַכן דיך פֿאַר אַ משגיח אױף זײַנ▮ פּאָדריאַדן? סײַ װי
סײַ, פֿאָרן דאַרף מען. און איך זעץ מיך אױף און ױלך חרנה 29 —
איך פֿאָר קײן יעהופּעץ. פֿאָרנדיק אַזױ, גײט מיר איבער דער כּוח־הדם
און עס שטעלט זיך מיר פֿאָר, אַז איך האָב אַװעקגעװאָרפֿן דאָס דאָרף▮
פֿאַרקױפֿט די בהמהלעך, מיטן פֿערד־און־װעגעלע, הכּל בכּל 30 און
בין אַריבערגעפֿאָרן אין שטאָט און בין געװאָרן בײַ מײַן פּדהצורן
פֿריִער משגיח, דערנאָך קאַסיר, דערנאָך כּל ולך 31 איבער אַלע זײַנע
פּאָדריאַדן, און דערנאָך אַ שותּף צו אַלע זײַנע געשעפֿטן גלײַך מיט
אים, האַלב אױף האַלב, און פֿאָר־אַרױס גלײַך מיט אים אױף אַ פּאָר
ברענענדיקע סוסים, אײנער אַ בולאַנער 32, דער אַנדערער אַ 
    
קאָשטאַ


— 28 (פֿאַרגרײַזט) איטאַליע. 
— 29 /בראשית כ“ח, י/ און ער איז אַװעק קײן חרן. 
— 30 /...▮כל מכּל כּל — ברכת המזון/ אַלץ מיט אַן אַנדער. 
— 31 (פֿאָלקסאױסדרוק) אָנפֿירער, קנאַקער. 
— 32 גרױ פֿערד מיט ברױנע שפּרענקעלער.



175

נעװאַטער, און איך װוּנדער מיך אױף זיך אַלײן: מה זה ועל מה זה 33
— װי קום איך, אַזאַ שטיל מענטשל װי טבֿיה, צו אַזעלכע גרױסע
געשעפֿטן? װאָס טױג מיר דער טאַרעראַם מיטן יאַריד, מיטן הו־האַ
טאָג װי נאַכט, װי זאָגט איר: להושיבֿי עם נדיבֿים 34 — זיך טױטשען 35
מיט די מיליאָנשטשיקעס? לאָזט מיך אָפּ, איך װיל האָבן אַ רויִקע
עלטער, אַרײַנקוקן אַ מאָל אין אַ משניות, זאָגן אַ קאַפּיטל תּהילים.
מע דאַרף דאַך אַ מאָל אין זינען האָבן יענע װעלט אױך, צי נײן? װי
זאָגט שלמה המלך: אַ מענטש איז אַ טשיסטע 36 בהמה, ער פֿאַרגעסט▮
אַז װיפֿל ער זאָל ניט לעבן, מוז ער אַ מאָל שטאַרבן... אָט מיט אַזעלכע
געדאַנקען און מחשבֿותּ בין איך געקומען צו פֿאָרן למזל קײן יעהופּעץ
גלײַך צו מײַן פּדהצורן. מילא, איך זאָל מיך גײן באַרימען, דערצײלן
אײַך רובֿ גדלו ורובֿ עשרו 37 — זײַן דירה מיט זײַן זיצעכץ, איז ניט
שײַך צו זאָגן. איך האָב נאָך קײן מאָל נישט געהאַט די זכיה צו זײַן
בײַ בראָצקין אין שטוב, נאָר איך בין מיר משער על־פּי שׂכל, אַז
שענער װי בײַ דעם פּדהצור קאָן שױן גאָר ניט זײַן! איר קאָנט
פֿאַרשטײן שױן פֿון דעם אַלײן, װאָס פֿאַר אַ דירה־מלוכה דאָס איז, אַז
דער שומר, װאָס בײַ דער טיר, אַ װערגעלעץ 38 מיט זילבערנע קנעפּ,
האָט מיך בשום אופֿן נישט געװאַלט אַרײַנלאָזן אינעװײניק, כאָטש
גיב אים אַ קרענק. װאָס טוט זיך דאָ? די טיר איז אַ גלעזערנע טיר.
זע איך, װי ער שטײט, אָט דער װערגעלעץ, ימח שמו וזכרו זאָל ער
װערן, און רײניקט מלבושים. װינק איך צו אים, רײד מיט אים אױף
שטום־לשון און באַװײַז אים מיט די הענט, אַז ער זאָל מיך 
אַרײַנלאָזן אינעװײניק, מחמתּ דעם באַלעבאָס, װײַב קער מיר אָן אַ 
לײַבלעכע טאָכטער... פֿאַרשטײט ער אָבער נישט אױפֿן װונק, אַ גױיִשער
קאָפּ. װײַזט ער מיר אױך מיט די הענט, אױך אױף שטום־לשון, אַז
איך זאָל גײן לעזאזל, נעמען דעם װעג הײסט עס. נאַט אײַך אַזאַ


— 33 /מגי▮▮▮ א▮תר ד,, ה/ װאָס איז דאָס און פֿאַר װאָס▮ 
— 34 /שמואל א
ב,, ח/ זײ אַװעקצוזעצן (“להושיב“) מיט פֿירשטן. 
— 35 זיר שטופּן, רײַבן
אַרבל אין אַרבל, האָבן אַ מגע ומשא. 
— 36 (סלאַװיש) אַ פּשוטע (טעקסטועל.רײנע).                               
— 37 /מגילת אסתּר ה,, יא/ װי ריזיק עס איז זײן אױפֿשטײג און זײן
עשירות. 
— 38 (שפּאָטיש) אַ װעכטער, שומר.



176

שלימזל! צו אַן אײגענער טאָכטער זאָל מען דאַרפֿן האָבן זכותּ־אָבֿות!
„אַז אָך־און־ורי איז צו דײַן גרױען קאָפּ, טבֿיה, צו װאָס דו האָסט
זיך דערלעבט!“ — אַזױ טראַכט איך מיר און קוק דורך דער 
גלעזערנער טיר און דערזע עפּעס אַ מײדל דרײט זיך אַרום. „אַ פּנים, אַ
פּאָקאָיאָװע 39 זײערע“, טראַכט איך מיר, מחמתּ די אױגן אירע זײַנען
װי בײַ אַ גנבֿטע. אַלע פּאָקאָיאָװעס האָבן גנבֿישע אױגן. איך בין
אַן אײַנגײער אין אַלע נגידישע הײַזער און בין באַקאַנט מיט אַלע
פּאָקאָיאָװעס... טו איך צו איר אַ װוּנק: „עפֿן־אױף, קעצעלע!“ פֿאָלגט
זי מיך און עפֿנט די טיר און מאַכט צו מיר דװקא אױף ייִדיש: „װעמען
דאַרפֿט איר?“ זאָג איך: „דאָ זיצט פּדהצור?“ זאָגט זי צו מיר העכער.
                                                                         
  
„װעמען דאַרפֿט איר?“ זאָג אַיך צו איר נאָך העכער: „אַז מע פֿרעגט
דיך, זאָלסטו ענטפֿערן על ראשון ראשון; דאָ זיצט פּדהצור?“ זאָגט
זי: „דאָ“... „װי באַלד אַזױ, זאָג איך, זאָג דײַן מאַדאַם פּדהצור, זאָג
איך, אַז זי האָט אַ גאַסט, זאָג איך, דער טאַטע אירער, טבֿיה, איז
געקומען, זאָג איך, צו גאַסט און שטײט שױן, זאָג איך, אַ היפּשע
װײַלע אין דרױסן, זאָג איך, כּעני בפּתּח, װאָרעם ער האָט נישט זוכה
געװען, זאָג איך, צו געפֿינען חן און לײַטזעליקײט אין די אױגן פֿון
אָט דעם דאָזיקן עשׂו מיט די זילבערנע קנעפּ, די כּפּרה, זאָג איך,
זאָל ער זײַן פֿאַר דײַן מינדסטן נאָגל!“
     אױסגעהערט מײַנע דיבורים, האָט דאָס מײדל מיט אַ געלעכטער
פֿון אַ משומדת פֿאַרהאַקט די טיר גלײַך מיר אונטער דער נאָז, 
אַװעקגעלאָפֿן אַרױף, אַראָפּגעלאָפֿן אַראָפּ, אַרײַנגעלאָזט און אַרײַנגעפֿירט
מיך אינעװײניק אין אַ מין פּאַלאַץ, װאָס מײַנע אָבֿות אַבֿותּינו האָבן עס
נישט געזען אין הלום אַפֿילו. זײַד און סאַמעט און גאָלד און קרישטאָל,
און אַז איר גײט, פֿילט איר נישט די טריט, מחמתּ איר שפּאַנט מיט
די זינדיקע פֿיס אױף די טײַערסטע דיװאַנעס, װײך װי שנײ. הײַנט
זײגערס, זײגערס! „רבונו יונה! האָסט אַ סך אַזױנע? צו װאָס דאַרף עס
אַ מענטש אַזױ פֿיל זײגערס?“ — אַזױ טראַכט איך מיר און גײ מיר▮
די הענט פֿאַרלײגט אַרונטער, אַ ביסל װײַטער. איך טו אַ קוק —
     
— 39 אַ קאַמער־מײדל (דינערשאַפֿט).



177

עטלעכע טבֿיהס מיט אַ מאָל שנײַדן זיך אַקעגן מיר פֿון אַלע זײַטן, אײן
טבֿיה גײט אַהער, דער אַנדערער טבֿיה אַהין, אײנער צו מיר, דער
אַנדערער פֿון מיר — טפֿו זאָלסטו װערן! פֿון אַלע פֿיר זײַטן שפּיגלען!
נאָר אַזאַ מין פֿױגל, װי אָט דער פּאָדריאַטשיק, קאָן זיך פֿאַרגינען אַזױ
פֿיל זײגערס מיט אַזױ פֿיל שפּיגלען!... און עס קומט מיר אױף די
געדאַנקען פּדהצור, אַ גראָבס און אַ קײַלעכיקס, מיט אַ ליסינע 40
איבערן גאַנצן קאָפּ, און סע רעדט הױך און סע לאַכט דריבניטשקע.
און איך דערמאָן מיך, װי אַזױ ער איז געקומען צו מיר דאָס ערשטע
מאָל אין דאָרף אַרײַן מיט די ברענענדיקע סוסים, זיך צעל▮יגט בײַ
מיר, װי בײַ זײַן טאַטן אין װײַנגאָרטן, זיך באַקאַנט מיט מײַן בײלקען▮
מיך אַװעקגערופֿן אױף אַ זײַט און אײַנגערױמט אַ סוד אױפֿן אױער▮
נאָר אַזױ הױך, אַז מע האָט געקאָנט הערן אױף יענער זײַט יעהופּעץ.
װאָס איז געװען דער סוד? דער סוד איז געװען, אַז מײַן טאָכטער איז
אים געפֿעלן און ער װיל, אַז ס'זאָל זײַן אײנס־צװײ־דרײַ און אַ חופּה.
מילא, אַז מײַן טאָכטער איז אים געפֿעלן — דאָס פֿאַרשטײט מען מיטן
שׂכל. נאָר אָט דער אײנס־צװײ־דרײַ איז מיר אַרײַן כּחרבֿ פּיפֿיותּ 41
— װי אַ טומפּער מעסער אין האַרצן אַרײַן. װאָס הײסט דאָס 
אײנסצורי־דרײַ און אַ חופּה? און װוּ בין איך? און װוּ איז בײלקע? אײַ,
האָט זיך מיר געװאָלט אים אַרײַנהאַקן אַ פּאָר פּסוקים מיט אַ מדרש,
ער זאָל מיך האָבן צו געדענקען! נאָר צוריק האָב איך מיך מײשבֿ
נעװען: „למה זה אָנכי 42 — װאָס דאַרפֿסטו זיך מישן, טבֿיה, צװישן
קינדער? אַ סך האָסטו געפּועלט בײַ דײַנע עלטערע טעכטער, אַז דו
האָסט געװאָלט זאָגן דעות אױף זײערע שידוכים? האָסט זיך אָנגערעדט
װי אַ פּױק, אױסגעשאָטן די גאַנצע תּורה דײַנע, און װער איז געבליבן
אַ נאַר? — טבֿיה!“
     הקיצור, לאָמיר אַװעקװאַרפֿן, װי זאָגט איר דאָרטן אין אײַערע
ביכלעך, דעם בן־מלך און זיך נעמען צו דער בתּ־מלכּה. האָב איך זײ,
    

— 40 פּליך, אָן האָריקער קאָפ. 
— 41 /תּהילים קמ“ט, ו/ צװײשאַרפֿיקע
שװערד. 
— 42 /בראשית כ“ה, כב/ אױב אַזױ (זאָגט רבֿקה), װאָס זשע דאַרף
איר עס? (דאָס איז אײנע פֿון די באַליבטסטע װערטלעך בײַ פֿאָלקסייִדן).



178

הײסט דאָס, צוליב געטאָן און בין צו זײ געקומען קײן יעהופּעץ, און
עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתּונה: שלום עליכם! עליכם שלום! װי גײט
עס? װאָס מאַכט איר גוטס? זיצט! אַ דאַנק, מע קאָן באַשטײן! מיט
די אַלע איבעריקע צערעמאָניעס, װי געורינטלעך. איך זאָל זײַן דער
ערשטער אױפֿן אַרױספֿאָר, זײ אַ פֿרעג טאָן: מה יום מיומיס 43 —
װאָס איז דאָס רופֿן, װאָס איר האָט מיך גערופֿן? פּאַסט נישט. טבֿיה
איז נישט קײן ייִדענע, ער האָט צײַט. דערװײַל קומט־צו אַ פּאַרשױן
מיט גרױסע װײַסע הענטשקעס און זאָגט, אַז דער אָנבײַסן שטײט
שױן אױפֿן טיש. און מיר הײבן זיך אױף אַלע דרײַ, און מיר 
קומעןאַרײַן אין אַ חדר אַרײַן פֿון גאָלע דעמב: דער טיש אַ דעמבענער, די
בענקלעך דעמבענע, די װענט פֿון דעמב, די סטעליע — דעמב, און אַלץ
איז געשניצט און געפֿאַרבט און געמאָלט און געצאַצקעט. און אױפֿן
טיש — בגדי מלכותּ: טײ מיט קאַװע און מיט טשאָקאָלאַדע, און מיט
פּוטער־געבעקס, און מיט גוטן קאָניאַק, און די בעסטע געזאַלצנס, און
אַזעלכע מינים מאַכלים, פּירות און אױבסן, ס'איז מיר אַ חרפּה 
אױסצוזאָגן, נאָר איך האָב מורא, אַז מײַן בײלקע האָט זײ בײַ איר טאַטנס
טיש קײן מאָל נישט געזען אַפֿילו. און מע גיסט מיר אָן אַ כּוסה און
נאָך אַ כּוסה. און איך טרינק לחײַם, און איך קוק אױף איר, אױף
בײלקען הײסט עס, און איך טראַכט מיר: „האָסט זיך עס דערלעבט,
טבֿיהס טאָכטער, װי מיר זאָגן אין הלל: מקימי מעפֿר דל — אַז גאָט
העלפֿט דעם אָרעמאַן, מאַשפּות ירים אבֿיון 44 — איז אים גאָר נישט
צו דערקענען. דאַכט זיך, בײלקע — און פֿאָרט נישט בײלקע“. און
איך דערמאָן מיך אין יענער בײלקע פֿון אַמאָל, און איך פֿאַרגלײַך זי
מיט דער בײלקע װאָס אַצינד, און עס טוט מיר האַרצעדיק באַנג —
גלײַך װי איך װאָלט עפּעס געמאַכט אַ שלעכט געשעפֿט, כּדומה
למשל, װי איך װאָלט אױסבײַטן מײַן האָרעפּאַשנע פֿערדל אױף אַ
    

— 43 װי איז עפּעס הײַנט אַנדערש װי אַלע מאָל? 
— 44 /תּהילים קי“ג, ז/
ער הײבט־אױף פֿון שטױב דעם אָרעמאַן, פֿון מיסט — דעם נױטבאַדערפֿטיקן.



179

לאָשעקל 45, װאָס מע װײסט נאָך נישט, װאָס פֿון דעם װעט אַ מאָל
זײַן, אָדער אַ פֿערד, אָדער אַ דראָנג. „עך, בײלקע, בײלקע, טראַכט
איך מיר, װאָס פֿון דיר איז געװאָרן! אַמאָל, געדענקסטו, װי דו
פֿלעגסט זיצן בײַ נאַכט בײַ אַ רױכערדיק לעמפּל און נײען און זינגען
אַ לידל, אָדער נעמען אין אײן כּהרף־עין אױסמעלקן צװײ בהמהלעך,
אָדער גאָר פֿאַרקאַטשען די אַרבל און אָפּקאָכן מיר אַ פּראָסטן מילכיקן
באָרשט, אָדער טײגלעך מיט פֿאַסאָליעס, אָדער פּאַמפּעשקעס 46 מיט
קעז, אָדער שקצים מיט מאָן 47, און אַ זאָג טאָן צו מיר: „טאַטע, גײ
װאַש זיך!“ — איז דאָך עס געװען, װי דער בעסטער ניגון! איצטער
זיצט זי מיט איר פּדהצורן, װי אַ בתּ־מלכּה, צװײ מענטשן דערלאַנגען
צום טיש, קלאַפּן מיט די טעלער. און בײלקע? זי זאָל עס אױסרײדן
אַפֿילו אַ װאָרט! זעט איר — ער, פּדהצור הײסט עס, רעדט שױן פֿאַר
זײ בײדן. דאָס מױל מאַכט זיך אים נישט צו! זינט איך לעב האָב איך
נישט געזען, אַ מענטש זאָל אַזױ ליב האָבן צו פּלאַפּלען און פּלױדערן▮
דער שװאַרץ־יאָר װײסט װאָס, און בשעתּ מעשׂה לאַכן דריבניטשקע
מיט אַ קלײן געלעכטערל. דאָס װערט אָנגערופֿן בײַ אונדז: אַלײן
געזאָגט אַ חכמה, אַלײן געלאַכט... אַחוץ אונדז דרײַ זיצט נאָך אײן
פּאַרשױן בײַם טיש, אַ נפֿש מיט רױטע באַקן, איך װײס נישט װער
ער איז און װאָס ער איז, נאָר אַן אַכלער, װײַזט־אױס, דאַרף ער זײַן
נישט קײן קלײנער. װאָרעם די גאַנצע צײַט, װאָס דער פּדהצור האָט
גערעדט און געלאַכט, האָט ער געפּאַקט אין די באַקן, װי אין פּרק
שטײט געשריבן: שלשה שאָכלו — ער האָט געגעסן פֿאַר דרײַ... דער
האָט געגעסן און יענער האָט גערעדט, און אַלץ עפּעס אַזעלכע פּוסטע
זאַכן, װאָס קריכן מיר נישט אין דער לינקער פּאה: פּאָדריאַד...
גובערנסקי פּראַװלעניע... אודעלני װעדאָמאָסט... קאַזנאַטשײסטװע...
יאַפּאָניע 48... פֿון אַלצדינג האָט מיך אינטערעסירט נאָר אײן יאַפּאָניע,
װײַל מיט יאַפּאָניע האָב איך מיך אָנגעקערט אַ שטיקל מחותּן. בשעת


— 45 יונג פֿערדל. 
— 46 לאַטקעס, געפּרעגלטע צעריבענע קאַרטאָפֿל.  —
— 47 טריפֿלעך (שיטערע טײג פֿאַרקנאָטן מיט אײער) באַשאָטן מיט מאָן. 
— 48 ▮רוסישע װערטער, ייִדישלעך צעדרײט) גובערניע־לײטונג, אינפֿאָרמאַציע, מלכות,
יאַפּאַן.



180

מלחמה, װײסט איר דאָך, זײַנען פֿערד געװאָרן בחשיבֿות גדול, מע
האָט זײ געזוכט מיט ליכט, האָט מען געטראָפֿן מסתּמא צו מיר אױך
און מע האָט גענומען מײַן פֿערדל צום סמיק, אױסגעמאָסטן מיט
אַן אַרשין, אַ טרײַב געטאָן אַהין־אַהער און מע האָט דעם געגעבן אַ
װײַסן בילעט. האָב איך זײ געזאָגט, זאָג איך: „איך האָב געװוּסט פֿריִער,
זאָג איך, אַז ס'איז אומזיסט אײַער טירחה, װי אין פּסוק שטײט: יודע
צדיק נפֿש בהמתּו▮4 — נישט טבֿיהס פֿערד גײט אױף מלחמה“... נאָר
האָט קײן פֿאַראיבל נישט, פּאַני שלום עליכם, איך מיש אײַך אײנס
מיטן אַנדערן און קאָן אַזױ, חלילה, אַראָפּשלאָגן זיך פֿונעם שליאַך.
װי זאָגט איר, נחזור לעניננו — לאָמיר בעסער גײן צום עיקר המעשׂה.
     בקיצור, האָבן מיר, הײסט עס, גאַנץ פֿײַן אױסגעטרונקען און
פֿאַרביסן, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן. און אַז מע איז אױפֿגעשטאַנען
פֿונעם טיש, נעמט ער מיך, פּדהצור הײסט עס, אונטער דער האַנט
און פֿירט מיך אַרײַן אין אַ באַזונדער קאַבינעט אַרײַן, אױפֿגעפּוצט
כּיד המלך, מיט ביקסן און מיט שפּיזן אױף די װענט און מיט האַרמאַטן
אױפֿן טיש, און זעצט מיך אַװעק אין אַ מין דיװאַן, װײך װי פּוטער▮
און נעמט־אַרױס פֿון אַ גאָלדענער פּושקע צװײ גרױסע, גראָבע▮
שמעקעדיקע ציגײַערן 50 און פֿאַררױכערט, אײנע זיך, די אַנדערע
מיר, און זעצט זיך אַװעק אַקעגן מיר, ציט־אױס די פֿיס און מאַכט צו
מיר אַזױ:
    — װײסט איר, װאָס איך האָב געשיקט נאָך אײַך?
    — אַהאַ! קלער איך מיר — אָט דאָס װיל ער מסתּמא אַ שמועס
טאָן מכּוח אַכצן און דרײַצן, נאָר איך מאַך מיך תּמעװאַטע און רוף
מיך אָן צו אים אַזױ — השומר אָחי אָנכי, פֿון װאַנען זאָל איך װיסן?
     מאַכט ער צו מיר.
                       
    — איך האָב געװאָלט רײדן מיט אײַך טאַקע װעגן אײַך אַלײן
אַ סלוזשבע 51 — טראַכט איך מיר און טו אַ מאַך צו אים — אַבי
נאָר עפּעס גוטס, מהיכא תּיתי, לאָמיר האָרכן!
    
— 49 /משלי י“ב, י/עס זאָרגט דער צדיק פֿאַר דעם לעבן פֿון זײן בהמה. —
— 50 (פּראָװינציעל, פֿאַרצױגן) ציגאַרן. 
— 51 (רום,) דינסט, פֿאָסטן.



181
     
נעמט ער אַרױס דעם ציגײַער פֿון די צײן, פּדהצור הײסט עס▮
און הײבט מיר אָן מיט אַ גאַנצער דרשה:
     — איר זײַט — זאָגט ער — אַ ייִד נישט קײן נאַר און װעט קײן
פֿאַראיבל נישט האָבן, װאָס איך װעל מיט אײַך רײדן אָפֿנטלעך. איר
דאַרפֿט װיסן — זאָגט ער — אַז איך פֿיר גרױסע געשעפֿטן, און אַז
מע פֿירט אַזעלכע גרױסע געשעפֿטן, װי איך...
     — יאָ, — טראַכט איך מיר — דאָכו מײנט ער מיך... — און איך
האַק אים איבער אין מיטן און װף מיך אָן צו אים — װי די גמרא
זאָגט — זאָג איך — שבת אין פּרק: םרבה נכסים םרבה דאגה 52.
װײסט איר — זאָג איך — דעם פּשט פֿון דער גמרא?
     ענטפֿערט ער מיך אָפּ גאַנץ אָפֿנטלעך: „איך װעל אײַך זאָגן, זאָגט
ער, דעם רײנעם אמתּ, זאָגט ער, איך האָב, זאָגט ער, קײן גמרא
קײן מאָל נישט געלערנט, זאָגט ער, און איך װײס אַפֿילו נישט, זאָגט
ער, װאָסער אַ פּנים זי האָט“. אַזױ זאָגט ער צו מיר, פּדהצור הײסט עס,
און צעלאַכט זיך דריבניטשקע מיט זײַן קלײן געלעכטערל. איר 
פֿאַרשטײט אַן עסק? דאַכט מיר, אַז גאָט האָט דיך געשטראָפֿט, ביסט אַן
עם־האָרץ, טאָ לאָז כאָטש זײַן כאַטאַ פּאָקרישקע 53, װאָס דאַרפֿסטו
זיך נאָך באַרימען דערמיט? אַזױ טראַכט איך מיר און מאַך צו אים:
     — איך האָב אײַך טאַקע אַזױ געשאַצט — זאָג איך — אַז צו די
זאַכן זײַט איר נישט שײַך... נאָר לאָמיר — זאָג איך — הערן: װאָס
װײַטער?
     מאַכט ער צו מיר.
                       
     — װײַטער האָב איך אײַך געװאָלט — זאָגט ער — זאָגן, אַז
צו מײַנע געשעפֿטן מיט מײַן נאָמען — זאָגט ער — מיט מײַן 
פּאָלאָזשעניע 54, פּאַסט מיר נישט — זאָגט ער — אָט דאָס, װאָס מע רופֿט
אײַך — זאָגט ער — טבֿיה דער מילכיקער. איר דאַרפֿט װיסן — זאָגט
ער — אַז איך בין באַקאַנט ליטשנע 55 מיטן גובערנאַטאָר — זאָגט
    
    
— 52 /פּרקי אָבֿות ב,, ח/ װאָס מער מיר פֿאַרמאָגן, אַלץ מער דאגות. —
— 53 (אוקראַיניש פֿאָלקםװערטל) די הײַזקע אונטערן דאַך (ס'הײסט: קײנער װײס
נישט, װאָס דאָרטן קומט־פֿאָר. 
— 54 (רום,) לאַגע. 
— 55 ▮ערזענלעך.



182

ער — און צו מיר אין שטוב אַרײַן — זאָגט ער — קאָן אַ מאָל קומען
אַ בראָצקי, אַ פּאָליאַקאָװ און אפֿשר אַ רױטשילד אױך, טשעם טשאָרט
ניע שוטיט 56?...
    אַזױ מאַכט ער צו מיר, פּדהצור הײסט עס, און איך זיץ און קוק
אױף זײַן גלאַנצנדיקער ליסינע און טראַכט מיר: „עס קאָן זײער זײַן,
אַז דו קאָנסט זיך ליטשנע מיטן גובערנאַטאָר און אַז רױטשילד זאָל
אַ מאָל קומען צו דיר אין שטוב אַרײַן, נאָר רײדן רעדסטו, װי אַ
כּלבֿ שבכּלבֿים“... און איך רוף מיך אָן צו אים שױן אַ ביסל מיט
פֿאַרדראָס.
         
 


    — װאָס זשע — זאָג איך — טוט מען דערצו, טאָמער — זאָג
איך — קומט טאַקע צו אײַך אַ מאָל רױטשילד?
    מײנט איר דאָך, אַז ער פֿאַרשטײט דעם שטאָך? לא דובים ולא
יער 57 — עס הײבט זיך גאָר נישט אָן!
    — איך האָב געװאָלט — זאָגט ער — אַז איר זאָלט אַװעקװאַרפֿן
— זאָגט ער — אָט דאָס מילכיקס און זאָלט זיך פֿאַרנעמען — זאָגט
ער — מיט עפּעס אַנדערש.
    —— דהײַנו — זאָג איך — מיט װאָס?
    — מיט װאָס איר װילט! — זאָגט ער — װינציק געשעפֿטן —
זאָגט ער — פֿאַראַן אױף דער װעלט? איך װעל אײַך —־ זאָגט ער —
אונטערהעלפֿן מיט געלט, װיפֿל מע װעט באַדאַרפֿן, אַבי — זאָגט ער
— איר זאָלט װערן אױס טבֿיה דער מילכיקער. אָדער שאַט — זאָגט
ער — װײסט איר װאָס? טאָמער װאָלט איר — זאָגט ער — גאָר
אײנס־צװײ־דרײַ אַװעקגעפֿאָרן קײן אַמעריקע? האַ?
     אַזױ מאַכט ער צו מיר, רוקט־אַרײַן דעם ציגײַער אין די צײן
אַרײַן אוז קוקט מיר גלײַד איז די אױגן אַרײַן, און די ליסינע גלאַנצט...
נו? װאָס ענטפֿערט מען אַזאַ גראָבן יונג? תּחילתּ האָב איך מיר געטראַכט:
„װאָס זיצסטו, טבֿיה, װי אַ לײמענער גולם? הײב דיך אױף, טו אַ
    
    
— 56 (רוס,) װאָס דעם טײַװל קען זיך פֿאַרװעלן (שפּאַסן). 
— 57 (מעטאַפֿאָריש)
ס'הײבט זיך נישט אָן און ס'לאָזט זיך נישט אױס (נישט קײן בערן, נישט קײן
װאַלד).



183

קוש די מזוזה, גיב אַ קלאַפּ מיט דער טיר און הלך לעולמו 58 —
פּאַשאָל אָן אַ זײַ־געזונט!“... אַזױ שטאַרק האָט דאָס מיך אַ נעם געטאָן
בײַ דער לעבער!... „אַן עזות פֿון אַ פּאָדריאַטשיק! װאָס הײסט, דו הײסט
מיר אַװעקװאַרפֿן אַן ערלעכע, בכּבֿודע פּרנסה און פֿאָרן קײן אַמעריקע?
באַשר, טאָמער װעט צו דיר אַ מאָל קומען רױטשילד, בכן דאַרף
טבֿיה דער מילכיקער לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן?!“... און דאָס האַרץ
קאָכט אין מיר װי אַ קעסל. און אַ ביסל אױפֿגעטראָגן בין איך נאָך
פֿון פֿריִער. מיך האָט געברענט אױף איר, טאַקע אױף מײַן בײלקען:
„װאָס זיצסטו דאָרטן, װי אַ בתּ־מלכּה, צװישן די הונדערט זײגערס
מיט די טױזנט שפּיגלען, בשעתּ מע טרײַבט דאָ דײַן טאַטן, טבֿיהן,
קאָליסטראָי 59, אױף הײסע קױלן? לאָם איך האָבן די ברכות, טראַכט
איך מיר, װאָס דײַן שװעסטער האָדל האָט בעסער געמאַכט פֿון דיר!
װאָס אמתּ איז אמתּ: זי האָט נישט אַזאַ שטוב מיט אַזױ פֿיל שמאָכטע▮
ליאַקעס װי דו. דערפֿאַר האָט זי אָבער אַ מאַן, אַ פֿעפֿערל, איז ער
דאָך אַ מענטש, װאָס קאַטאָרי ער אַלײן איז בײַ זיך הפֿקר, און דער
גאַנצער עיקר איז די װעלט... און דערצו האָט ער אַ קאָפּ אױף די
פּלײצעס, נישט קײן לאָקשנטעפּל מיט אַ גלאַנצנדיקער ליסיניע. און
אַ פּיסק האָט פֿעפֿערל — איז דאָך עס גאָלד מיט גאָלד! אים, אַז
איר זאָגט אַ פּסוק, גיט ער אײַך דרײַ פּסוקים סדאַטשע 60! 
װאַרטאױס, פּאָדריאַטשיק מײַנער, אָט װעל איך דיר באַלד אַרײַנהאַקן אַ
פּסוק, װעט דיר װערן פֿינצטער אין די אױגן!“... אַזױ טראַכט איך
מיר און רוף מיך אָן צו אים בזה הלשון: „מילא, זאָג איך, װאָס די
גמרא איז פֿאַר אײַך אַ סוד, בין איך, זאָג איך, אײַך מוחל. אַז אַ ייִד
זיצט אין יעהופּעץ און הײסט פּדהצור און איז אַ פּאָדריאָטשיק, מעג,
זאָג איך, די גמרא ליגן אױפֿן בױדעם. אָבער אַ פּראָסטן פּסוק, זאָג
איך, דאָס װעט דאָך שױן פֿאַרשטײן, זאָג איך, אַ גױ אין פּאָסטעלעס 61
אױך. איר װײסט דאָך, זאָג איך, װאָס דער תּרגום אונקלוס 62 זאָגט


— 58 (פֿון יזכּור) אַװעק אױף יענער װעלט. 
— 59 (רוס,) צװישן צװײ שורותּ
סאָלדאַטן מיט נאַגײקעס אין די הענט. 
— 60 רעשט, אױסגאָב. 
— 61 ביליקע,
געמײנע שיך. 
— 62 אונקלוס הגר, אַ רױמער װאָס האָט זיך מגײר געװען און
איבערגעזעצט ךעם חומש אױף אַראַמעיִש.



184

אױף לבֿן האַרמי: מזנבֿתּא דחזירתּא לא מאַכאַנתּ שטר▮מילתּא 63?...
קוקט ער אױף מיר, װי אַ האָן אין בני־אָדם 64, און מאַכט צו מיר:
     — װאָס־זשע הײסט עס?
     — דאָס הײסט — זאָג איך — אַז פֿון אַ חזירשן עק קאָן מען
קײן שטרײַמל נישט מאַכן.
     — אַקעגן װאָס — זאָגט ער — זאָגט איר דאָס?
     — אַקעגן דעם — זאָג איך — װאָס איר הײסט מיר פֿאָרן קײן
אַמעריקע.
     צעלאַכט ער זיך דריבניטשקע און מאַכט צו מיר:
     — אַמעריקע ניט, איז אפֿשר קײן ארץ־ישׂראל? אַלע אַלטע ייִדז
פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל...
     אַזױ װי ער האָט דאָס מיר אױסגערעדט, אַזױ איז דאָס מיר
אַרײַן װי אַן אײַזערנער צװיאָק 65 אין מוח אַרײַן: „שאַ! אפֿשר איז
דאָס גאָר ניט אַזױ קרום, טבֿיה, װי דו מײנסט? אפֿשר איז דאָס טאַקע
אַ פּלאַן? װאָרעם אײדער האָבן אַזאַ נחת פֿון קינדער, װי דו האָסט, איז
שױן אפֿשר גלײַכער ארץ־ישׂראל? בהמה! װאָס שטעלסטו דאָ אײַן
און װעמען האָסטו דאָ? דײַן גאָלדע עליו השלום ליגט דאָך שױן
במילא אין דער ערד, און דו אַלײן, נישט ▮▮▮יסגערעדט זאָל זײַן, ליגסט
דען ניט נײַן אײלן אין דער ערד? ביז ו▮אַנען איז דער שי▮ור צו
טאָפּטשען זיך אױף דער װעלט?“... און אַגבֿ דאַרפֿט איר װיסן, פּאַני
שלום עליכם, אַז מיר ציט שױן לאַנג אַהין, קײן ארץ־ישׂראל. איך
װאָלט אַ בעלן געװען זײַן בײַ דער כּותּל־מערבֿי, מערת המכפּלה, דער
מוטער רחלס קבֿר, אָנקוקן מיט מײַנע אױגן דעם ירדן, דעם באַרג
סיני, דעם ים־סוף, פּיתום מיט רעמסס, װי זײ זעען־אױס, וכּדומה
אַזעלכע זאַכן. און מײַנע מחשבֿות טראָגן מיך אַװעק אַהין, אינעס
 געבענטשטן לאַנד כּנען, װי זאָגט איר, ארץ זבֿתּ חלבֿ ודבֿש. שלאָגט
     
     
— 63 (נישטאָ אַזאַ תּרגום: די ערשטע דרײ װערטער זײַנען אַראַמיש, די צװײ
לעצטע ־— יודיש נאָכגעמאַכט איl אַראַמישl סטיל) פֿון אַ חזיר־װײדל װעסטו נישט
מאַכן קײן שטרײַמל. 
— 64 בײַם שלאָגן כּפּרות האַלט מען דעם האָן (די כּפּרה)
 אין האַנט בעתּ מ'זאָגט די תּפֿילה „בני אָדם„ — קוקט דער האָן אַרײַן אין מחזור,
 אַבער... 
— 65 טשװאָק, אײַזערנער נאָגל.
 
 
 
185

ער מיר איבער, פּדהצור הײסט עס, מײַנע רעיונות סאַמע אין מיטן
און רופֿט זיך אָן צו מיר:
    — נו, װאָס דאַרף מען דאָ — זאָגט ער — אַזױ לאַנג טראַכטן?
אײנס־צװײ־דרײַ...
    — בײַ אײַך — זאָג איך — איז, ברוך־השם, אַלצדינג 
אײנסצװײ־דרײַ, װי די גמרא זאָגט — זאָג איך — הא גבֿרא והא טרסקא 66...
און בײַ מיר — זאָג איך — איז דאָס אַ האַרב שטיקל משניותּ. װאָרעם
אױפֿהײבן זיך — זאָג איך — און פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל דאַרף מען
— זאָג איך — האָבן מיט װאָס...
     צעלאַכט ער זיך דריבניטשקע מיט זײַן קלײן געלעכטערל,
שטײט־אױף, גײ▮▮־צו צום כיש, עפֿנט־אױף אַ טישקעסטל און 
נעמטאַרױס פֿון דאָרטן אַ טײַסטער און צײלט מיר אָפּ אַחת ואַחת, לאָז זיך
אײַך דאַכטן, אַ שײנע מטבע. און איך בין דװקא נישט פֿױל אױף דער
פּען און נעם־צונױף דאָס ביסל פּאַפּיר — דער כּוח פֿון געלט — און
לאָז עס אַראָפּ העט װײַט אין קעשענע, און װיל אים זאָגן כאָטש אַ
פּאָר פּסוקים מיט אַ מדרש, װאָס זאָל פֿאַרענטפֿערן אַרום־און־אַרום.
הערט ער מיך װי דעם קאָטער און מאַכט צו מיר:
     — אָט דאָס װעט אײַך זײַן — זאָגט ער — גענוג ביז אַהין איבערן
קאָפּ, און אַז איר װעט קומען — זאָגט ער — אױפֿן אָרט און װעט
דאַרפֿן געלט, זאָלט איר שרײַבן — זאָגט ער — אַ בריװ, װעט מען
אײַך אײנס־צװײ־דרײַ באַלד אַרױסשיקן געלט. און דערמאָנען אײַך
נאָך אַ מאָל װעגן פֿאָרן — זאָגט ער — פֿאַרשפּאָרט מען דאָך, װאָרעם
איר זײַט דאָך — זאָגט ער — עפּעס אַ ייִד מיט יושר און מיט 
סאָװעסט 67...
     אָט אַזױ מאַכט ער צו מיר, פּדהצור הײסט עס, און צעלאַכט זיך
דריבניטשקע מיט זײַן קלײן געלעכטערל, װאָס קריכט גלײַך אין די
קישקעס אַרײַן. און עס פֿליט מיר דורך אַ מחשבֿה אין קאָפּ: „טאָמער
    

— 66 די צעדרײטע מימרא, זעט מען, ניצט טביה אין ריכטיקן זין, כאָטש ער
קען מסתּמא נישט דע▮ מקור: דאָס איז דער מענטש און דאָס איז זײן אַדרעס...
— 67 (רוס,) געװיסן.



186

  װאָלסטו אים אַ שמיץ געטאָן דאָס געלט צוריק אין פּנים אַרײַן און
  אים דערצײלט דעם פּסוק, אַז טבֿיהן קױפֿט מען נישט פֿאַר געלט און
  מיט טבֿיהן שמועסט מען נישט פֿון יושר און פֿון סאָװעסט?“... נאָר
  אײדער איך עפֿן אַ מױל אױף צו רײדן, טוט ער אַ קלונג און 
  רופֿטאַרײַן בײלקען און מאַכט צו איר.
                                     
       — דושענקע 68, דו װײסט? דײַן פֿאָטער װאַרפֿט דאָך אונדז
  אַװעק. ער פֿאַרקױפֿט־אױס אַלץ, װאָס ער האָט, און פֿאָרט־אַרױס
  אײנס־צװײ־דרײַ קײן ארץ־ישׂראל...
       “חלום חלםתּי ויִני יודע 69 — װאָס ס'האָט זיך מיר געחלומט
  יענע נאַכט און הײַנטיקע נאַכט!“... אַזױ טראַכט איך מיר און קוק
  אױף מײַן בײלקען — איר זאָלט זאָגן, זי זאָל זיך עס אַפֿילו 
  פֿאַרקרימען. שטײט װי אַ בױם, קײן טראָפּן בלוט אין פּנים, קוקט פֿון אים
  אױף מיר, פֿון מיר אױף אים, און קײן אײנציק װאָרט! איך, אױף
  איר קוקנדיק שװײַג אױך. שװײַגן מיר, הײסט עס, אַלע בײדע, װי
  אין תּהילים שטײט: תּדבק לשוני — עס האָט אונדז אָפּגענומען
  דאָס לשון. דער קאָפּ דרײט זיך מיר, די שלײפֿן קלאַפּן מיר, װי פֿון
  אַ טשאַד. פֿון װאָס זאָל עס זײַן? — טראַכט איך מיר — אַ פּנים, דאָט
  איז פֿונעם שײנעם ציגײַער, װאָס ער האָט מיר געגעבן רױכערן? אָט
  רױכערט דאָך אָבער ער אױך, פּדהצור הײסט עס! ער רױכערט און
  רעדט, דאָס מױל מאַכט זיך אים גאָר נישט צו, כאָטש די אײגעלעך
  קלעפּן זיך אים. עס גלוסט זיך אים, װײַזט־אױס, כאַפּן אַ דרימל.
  „פֿאָרן דאַרפֿט איר, זאָגט ער צו מיר, פֿון דאַנען קײן אַדעס, זאָגט ער,
  מיטן קוריער און פֿון אַדעס מיטן ים אַזש ביז יאַפֿע 70. און פֿאָרן מיטן
  ים, זאָגט ער, איז די בעסטע צײַט נאָר איצט. װאָרעם, זאָגט ער▮
  שפּעטער הײבן זיך אָן די װינטן מיט די שנײען, מיט די בערעס 71
  מיט, מיט, מיט...“ אַזױ זאָגט ער און די צונג פּלאָנטערט זיך אים
  שױן, אַזױ װי אײנער װאָס װיל שלאָפֿן, נאָר ער הערט נישט אױף
  צו קלאַפּן װײַטער: „און אַז איר װעט זײַן, זאָגט ער, פֿאַרטיק צו דער
      
      
— 68 (רוס„) נשמהלע. 
— 69 /בראשית מ“א, טו/אַ חלום האָב איך געחלומט
  און איך װײס ניט (זײן באַשײד). 
— 70 יפֿו. 
— 71 פֿאַרפֿרױרענע שנײבערגלעך.
  
  
  
187

נסיעה, זאָלט איר אונדז, זאָגט ער, געבן צו װיסן, װעלן מיר 
אַרױספֿאָרן, זאָגט ער, בײדע צום װאָקזאַל מיט אײַך זיך אָפּגעזעגענען,
װאָרעם װען קאָנען מיר זיך שױן זען?“... אַזױ לאָזט ער אױס, איך
בעט־איבער אײַער כּבֿוד, מיט אַ גרױסן גענעץ, שטײט־אױף און
רופֿט זיך אָן צו איר, צו בײלקען הײסט עס: „דושענקע, װעסט, זאָגט
ער, זיצן דאָ אַ ביסל און איך װעל, זאָגט ער, גײן זיך צולײגן אַ
װײַלע“... „האָסט נאָך קײן מאָל אַזאַ גלײַכס נישט געזאָגט, װי איך
בין אַ ייִד! אַצינד װעל איך כאָטש האָבן צו װעמען מײַן ביטער האַרץ
אױסצולאָזן“ — אַזױ טראַכט איך מיר און װיל מיך געבן אַ נעם צו
מײַן בײלקען, איר אױסלאמרן 72 אַלצדינג, װאָס האָט זיך 
צענױפֿגעזאַמלט בײַ מיר פֿאַר דעם גאַנצן פֿרימאָרגן — ערשט אַז זי טוט אַ
פֿאַל צו מיר אױפֿן האַלדז, בײלקע הײסט עס, און הײבט־אָן צו ורינען.
אָבער װי אַזױ, מײנט איר, װײנען? מײַנע טעכטער, נישט געדאַכט
זאָלן זײ װערן, האָבן אַלע אַזאַ טבֿע: פֿריִער מענטשלען זײ זיך און
בריהן זיך, און קומט צו עפּעס — װײנט מען װי אַ בערעזענע 73. אָט
נעמט, למשל, מײַן עלטערע טאָכטער, האָדל הײסט עס: קאַרג האָט זי
אײַנגעלײגט די װעלט אין דער לעצטער מינוט, בשעתּ זי האָט 
באַדאַרפֿט אַװעקפֿאָרן אָפּריכטן גלות מיט איר פֿעפֿערל אין די קאַלטע
מדינות? נאָר װײס איך, ס'אַ דמיון! יענע דאַרף בײַ איר הײצן די
הרוכע 74!
     איך װעל אײַך זאָגן דעם רעכטן אמת: איך אַלײן, װי איר קענט
מיך שױן אַ ביסל, בין נישט קײן מענטש פֿון טרערן. גוט װײנען
האָב איך געװײנט נאָר אײן מאָל, בשעת מײַן גאָלדע עליו השלום
איז געלעגן אױף דער ערד. און נאָך אײן מאָל האָב איך מיך גאַנץ
געשמאַק אױסגעװײנט, בשעת האָדל איז אַװעקגעפֿאָרן צו איר
פֿעפֿערל. און איך בין געבליבן אױפֿן װאָקזאַל, װי אַ גרױסער נאַר,
אײנער אַלײן מיט מײַן פֿערדל. און נאָך עפּעס אַ פּאָר מאָל האָט זיך
געטראָפֿן, װאָס איך האָב מיך אַ ביסל, װי זאָגט איר, צעיאַכמערט 75,
    
— 72 אױסדערצײלן. 
— 73 בױם מיט גרױװײסער קאָרע; אַז מ'שנײַדט־אײן די
קאָרע, לאָזט זי אַרױס זאַפֿט אָן אױפֿהער. 
— 74 באַקאױװן. 
— 75 צעקאָכט.



188

און װײַטער געדענק איך עפּעס נישט, איך זאָל האָבן אַ טבֿע פֿון װײנען.
נאָר בײלקע מיט אירע טרערן האָבן מיך אַזױ פֿאַרקלעמט בײַ דער
נשמה, אַז איך האָב מיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און איך האָב שױן
נישט געהאַט דאָס האַרץ אַפֿילו, איך זאָל איר זאָגן אַ קרום װאָרט.
מיט מיר באַדאַרף מען קײן סך נישט רײדן. איך הײס טבֿיה. איך האָב
באַלד פֿאַרשטאַנען אירע טרערן. דאָס איז נישט געװען גלאַט אַזױ
זיך טרערן. דאָס זײַנען געװען, פֿאַרשטײט איר מיך, טרערן פֿון על
חטא שחטאתי לפֿניך בנישט פֿאָלגן אַ טאַטן 76... און אַנשטאָט דעם,
װאָס איך זאָל זי מכּבד זײַן, װי זי איז װערט, און אױסגיסן כּל חמתי
אױף איר פּדהצורן, האָב איך גאָר גענומען אױסרײדן איר דאָס האַרץ
מיט אַזאַ משל און מיט אַזאַ משל, װי טבֿיה קאָן. הערט זי מיך אױס,
בײלקע הײסט עס, און מאַכט צו מיר: „נײן, טאַטע, נישט דאָס, זאָגט
זי, װײן איך. איך האָב צו קײנעם, זאָגט זי, קײן טענותּ נישט. נאָר
אָט דאָס, זאָגט זי, װאָס דו פֿאָרסט־אַװעק, זאָגט זי, איבער מיר און איך
קאָן, זאָגט זי, דערצו גאָר נישט העלפֿן, אָט דאָס, זאָגט זי, בראָט
מיך“... „גײ שױן, גײ, זאָג איך, דו רעדסט, זאָג איך, װי אַ קינד; האָסט
פֿאַרגעסן, זאָג איך, אַז מיר האָבן נאָך אַ גרױסן גאָט און אַז דײַן
טאַטע איז נאָך, זאָג איך, בײַ אַלע חושים. בײַ דײַן טאַטן, זאָג איך▮
שפּילט אַ ראָליע זיך דורכפֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל און קומען צוריק▮
װי אין פּסוק, זאָג איך, שטײט געשריבן: ױםעו ױחנו — טודאַ אי
נאַזאַד 77“... אַזױ רײד איך איר אױס דאָס האַרץ, און אינעוריניק בײַ
                                                                        
זיך טראַכט איך מיר: „טבֿיה, דו לײַגסט! פֿאָרסטו אַװעק קײן 
ארץישׂראל, איז עליו השלום — אױס טבֿיה!“... און פּונקט װי זי װאָלט
טרעפֿן מײַנע געדאַנקען, מאַכט זי צו מיר אַזױ: „נײן, זאָגט זי, טאַטע▮
אָט אַזױ טרײסט מען אַ קלײן קינד: מען גיט דעם, זאָגט זי, אַ 
ליאַלקע, אַ שפּילעכל אין די הענט אַרײַן און מען דערצײלט דעם, זאָגט
זי, אַ שײנע מעשׂה פֿון אַ ציגעלע אַ װײַסע... אױב, זאָגט זי, שױן
    
    
— 76 טביה פּאָרט־צונױף אײנעם פֿון די 44 על חטא אין יום־כיפּורדיקן מחזור
מיט זײן אײגענער תּפֿילה אין יודיש▮ 
— 77 דאָ פֿאַרטײַטשט טביה דעם פּסוק
פֿון חומש אױף... רוסיש: הין־און־צוריק.



189

יאָ דערצײלן אַ מעשׂה, װעל איך, זאָגט זי, דיר דערצײלן, נישט דו
מיר. נאָר די מעשׂה, װאָס איך װעל דיר דערצײלן, טאַטע, איז מער
טרױעריק, װי שײן“.
     אָט אַזױ מאַכט זי צו מיר, בײלקע הײסט עס; טבֿיהס טעכטער
רײדן נישט גלאַט. און זי נעמט און זי לײגט מיר אַװעק אַ מענה▮
לשון, אַ גאַנצע מגילה, אָדער אַ מעשׂה פֿון טױזנט־אײן־נאַכט, װי
אַזױ אָט דער פּדהצור אירער איז פֿון קלײן גרױס געװאָרן, 
אױסגעװאַקסן פֿון סאַמע נידעריקסטן גראַד, זיך אַלײן מיט זײַן אײגענעם
שׂכל אַרױפֿגעשלאָגן אױף דער העכסטער מדרגה און איצט װיל ער
דערגרײכן דערצו, אַז צו אים אין שטוב אַרײַן זאָל קומען בראָצקי.
שיט ער מיט נדבֿותּ, װאַרפֿט מיט טױזנטערס. נאָר אַזױ װי געלט אַלײן
איז נאָך װינציק, מען דאַרף נאָך האָבן יחוס אױך, לײגט ער אײַן די
װעלט, פּדהצור הײסט עס, צו באַװײַזן, אַז ער איז נישט קײן אַבי
װער. באַרימט זיך, אַז ער שטאַמט פֿון די גרױסע פּדהצורס. אַז זײַן
טאַטע איז אױך געװען אַ באַרימטער פּאָדריאַטשיק. — „כאָטש, זאָגט
זי, ער װײסט גאַנץ גוט, אַז איך װײס, ער איז געװען אַ כּלי־זמר.
הײַנט, זאָגט זי, דערצײלט ער אַלעמען, אַז זײַן װײַבס טאַטע איז געװען
אַ מיליאָנשטשיק“... װעמען, זאָג איך, מײנט ער דאָס? מיך? אפֿשר איז
מיר, זאָג איך, באַשערט געװען אַמאָל צו האָבן מיליאָנען, זאָג איך▮
זאָל איך דערמיט אָפּקומען“.
     װאָס וריסטו, טאַטע — זאָגט זי צו מיר — װי עס פֿלאַמט מיר
מײַן פּנים, אַז ער שטעלט מיך פֿאָר — זאָגט זי — פֿאַר זײַנע 
באַקאַנטע און הײבט זײ אָן דערצײלן גרױסקײט פֿון מײַן טאַטן און פֿון
מײַנע פֿעטערס און פֿון מײַן גאַנצער משפּחה, אַזעלכע זאַכן, װאָס
ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן. און מע מוז דאָס — זאָגט זי — אַלצדינג
אױסהערן און מאַכן אַ שװײַג. װאָרעם ער איז — זאָגט זי — אױף
די זאַכן אַ גרױסער קאַפּריזניק.
    — בײַ דיר — זאָג איך — הײסט דאָס אַ קאַפּריזניק און בײַ
אונדז — זאָג איך — װערט דאָס אָנגערופֿן פּשוט אַ נכפּהניק —
זאָג איך — אָדער אַ מה־יעשׂהניק.



190

— נײן, — זאָגט זי — טאַטע, דו קענסט אים ניט, ער איז גאָר
ניט אַזאַ שלעכטער װי דו מײנסט. ער איז נאָר אַ מענטש, װאָס אַ
מינוט איז ער אַזױ און אַ מינוט איז ער אַנדערש. ער האָט — זאָגט
זי — אַ גוט האַרץ און אַ ברײטע האַנט. אים, אַז מען מאַכט, זאָגט זי,
אַ קרום פּנים און אַבי מע טרעפֿט די גוטע מינוט, װעט ער 
אַװעקגעבן די נשמה. און װער שמועסט, זאָגט זי, פֿון מײַנעט װעגן? — איז
דאָס טעלערל פֿונעם הימל! דו מײנסט, זאָגט זי, איך האָב אױף אים
שױן גאָר קײן שום שליטה ניט? אָט האָב איך בײַ אים ניט לאַנג 
געפּועלט אַרױסצוראַטעװען האָדלען מיט איר מאַן פֿון די װײַטע 
גובערניעס. ער האָט מיר — זאָגט זי — געשװױרן, אַז ער װעט זיך לאָזן
קאָסטן אַ סך טױזנטערס, נאָר מיט אײן תּנאַי, אַז זײ זאָלן פֿון דאָרטן
אַװעק גלײַך קײן יאַפּאָניע.
    — װאָס עפּעס קײן יאַפּאָניע, — זאָג איך — פֿאַר װאָס נישט
קײן אינדיע, אָדער למשל קײן פּדן־אַרם 78 צו דער מלכּה שבֿא?
    — װײַל אין יאַפּאָניע — זאָגט זי — האָט ער געשעפֿטן. אױף
דער גאַנצער װעלט — זאָגט זי — האָט ער געשעפֿטן. װאָס אים
קאָסט־אָפּ — זאָגט זי — אַ טאָג נאָר דעפּעשן אַלײן, װאָלטן מיר אַלע
— זאָגט זי — געהאַט אױף אַ האַלב יאָר צו לעבן. נאָר װאָס קומט
מיר אַרױס — זאָגט זי — אַז איך בין נישט איך?...
     — עס קומט־אױס, װי מיר זאָגן — זאָג איך — אין פּרק: אם
אין אני לי מי לי, איך בין נישט איך, דו ביסט נישט דו... אָט אַזױ
זאָג איך צו איר מיט אַ װערטל און מיט אַ פּסוק, כאָטש דאָס האַרץ
װערט מיר צעריסן אױף שטיקער, זעענדיק, װי מײַן קינד װערט,
נעבעך, פֿאַרשװאַרצט, װי זאָגט איר, אין עושר און אין כּבֿוד... דײַן
שװעסטער האָדל — זאָג איך — װאָלט נישט אַזױ געטאָן...
     שלאָגט זי מיך איבער, בײלקע הײסט עס, און מאַכט צו מיר אַזױ:
     — איך האָב דאָך דיר געזאָגט — זאָגט זי — אַז צו האָדלען
זאָלסטו מיך, טאַטע, נישט גלײַכן. האָדל האָט געלעבט — זאָגט זי
— אין האָדלס צײַטן און בײלקע — זאָגט זי — לעבט אין בײלקעס
    
    
— 78 /בראשית כ“ה, כ/ שטאָט אין אַרם־נהרים, הײַנט — איראַק.



191

צײַטן... פֿון האָדלס צײַטן — זאָגט זי — ביז בײלקעס צײַטן איז
אַזױ װײַט — זאָגט זי — װי פֿון דאַנען קײן יאַפּאָניע..▮ איר 
פֿאַרשטײט דעם פּירוש־המילותּ פֿון אַזאַ מין תּרגום־לשון?
     בקיצור, איך זע, איר כאַפּט זיך, פּאַני. נאָך צװײ מינוט, און
אַ סוף צו אַלע מעשׂיות. אָנגעגעסן זיך זאַט מיט צרותּ און יסורים
פֿון מײַן גליקלעכער מיזינקע, בין איך אַרױסגעגאַנגען פֿון דאָרט
אָבֿל וחפֿױ ראָש 79 — אַ צעבראָכענער, אַ צעברעקלטער און האָב
געגעבן אַ שלײַדער אין דער ערד אַרײַן דעם ציגײַער, װאָס האָט מיר
פֿאַרטשאַדעט מײַן קאָפּ, און רוף מיך אָן צו אים, צום ציגײַער הײסט
עס: „גײן זאָלסטו כּף־הקלע, אַ רוח אין דײַן טאַטנס ערד אַרײַן!“
     — װעמען איז, ר, טבֿיה? — הער איך אַ קול הינטער מײַנע
פּלײצעס.
     איך דרײ־אױס דעם קאָפּ, איך טו אַ קוק — ס'איז ער, אפֿרים
דער שדכן, פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן!
     — ברוך־הבא, אַ ייִד! — זאָג איך — װאָס טוט איר דאָ?
     — װאָס — זאָגט ער — טוט איר דאָ?
     — געװען — זאָג איך — צו גאַסט בײַ מײַנע קינדער.
     — װאָס — זאָגט ער — מאַכן זײ?
    — װאָס — זאָג איך — זאָלן זײ מאַכן? חוץ זײער שאָדן אױף
אונדז בײדן געזאָגט געװאָרן!
    — װי איך זע — זאָגט ער — זײַט איר רעכט צופֿרידן מיט
מײַן סהןרה?
    — נאָך אַ מין צופֿרידן — זאָג איך — גאָט זאָל אײַך ממלא
זײַן — זאָג איך — בכּפֿל כּפֿלים.
    — אַ דאַנק אײַך — זאָגט ער — פֿאַר דער ברכה. אפֿשר װאָלט
איר מיר נאָך — זאָגט ער — צו דער דאָזיקער ברכה צוקױפֿן אַ
מתּנה?
    — איר האָט דען נישט גענומען — זאָג איך — קײן שדכנות?
    

— 79 /מגיל ▮ אסתּר ו,, יב/ טרױעריק (װי אַן אָבֿל) און פּאַרדעקט דעם קאָפּ.



192

— נישט מער — זאָגט ער — זאָל ער פֿאַרמאָגן, טאַקע אײַער
פּדהצור אַלײן!
    — װאָס איז דען? — זאָג איך — װינציקלעך רח“ש?
    — נישט אַזױ װינציק, זאָגט ער, װי מיט אַ גוט האַרץ געגעבן.
    — ▮ה▮נו?
    — דהײַנו, ס'איז שױן נישטאָ — זאָגט ער — אַ גראָשן.
    — װוּ איז דאָס — זאָג איך — אַהינגעקומען?
    — חתּונה געמאַכט — זאָגט ער — אַ טאָכטער.
    — מזל־טובֿ אײַך! — זאָג איך — לאָז גאָט געבן, ס'זאָל זײַן
מיט מזל, איר זאָלט אין זײ דערלעבן — זאָג איך — גרױס נחתּ!
     — אַ שײנעם נחתּ — זאָגט ער — האָב איך אין זײ דערלעבט.
איך האָב — זאָגט ער — דערטאַפּט אַן אײדעם אַ שאַרלאַטאַן. גע▮
הרגעט — זאָגט ער — געשלאָגן די טאָכטער, צוגענומען די עטלעכע
גילדן און אַװעק — זאָגט ער — קײן אַמעריקע.
    — למאַי האָט איר אים — זאָג איך — געלאָזט פֿאָרן אַזױ װײַט?
    — װאָס האָב איך אים — זאָגט ער — געזאָלט טאָן?
    — איר האָט געזאָלט — זאָג איך — אים אָנזאַלצן אױפֿן עק...
    — ס'איז אײַך, אַ פּנים — זאָגט ער — גוט אױפֿן האַרצן, ר,
ט▮יה?
    — הלװאַי —־ זאָג איך — אױף אײַך געזאָגט געװאָרן, רבונו
של עולם, כאָטש האַלב!
    — אַזױ גאָר? און איך האָב אײַך — זאָגט ער — געשאַצט, אַז
איר זײַט אַ ייִד אַ נגיד. װי באַלד אַזױ — זאָגט ער — טאָ נאַט זשע
אײַך אַ שמעק טאַבעקע...
    אָפּגעפּטרט דעם שדכן מיט אַ שמעק טאַבעקע, בין איך געקומען
צו פֿאָרן אַהײם און האָב מיך גענומען אױספֿאַרקױפֿן מײַן 
באַלעבאַטישקײט פֿון אַזױ פֿיל יאָרן. מאָלט אײַך, נישט אַזױ גיך טוט זיך עס▮
װי סע רעדט זיך. איטלעכס טעפּל מיט איטלעכס נאַרישקײט האָט
בײַ מיר צוגענומען אַ שטיק געזונט. די זאַך האָט מיר דערמאָנט
גאָלדען עליו השלום, יענע זאַך האָט מיר דערמאָנט די קינדער, זײ



193

צו לענגערע יאָר. נאָר קײן זאַך האָט מיר נישט דערלאַנגט אַזױ טיף,
װי דאָס פֿערדל מײַנס. אַקעגן מײַן פֿערדל האָב איך מיך געפֿילט
עפּעס חײבֿ... סטײַטש, אָפּגעהאָרעװעט מיט דעם אַזױ פֿיל יאָרן, אין
אײנעם געבידעװעט 80, אין אײנעם פֿאַרשװאַרצט געװאָרן, און פּלוצעם
                                
גענומען און פֿאַרקױפֿט! פֿאַרקױפֿן האָב איך דאָס פֿאַרקױפֿט צו אַ
װאַסער־פֿירער, װאָרעם פֿון די בעלי־עגלות קאָן מען נאָר מבֿוזה
װערן. איך קום צו זײ פֿאַרקױפֿן מײַן פֿערדל, מאַכן זײ צו מיר.
                                                                  
     — גאָט איז מיט אײַך, ר, טבֿיה, ס'איז דען בײַ אײַך אַ פֿערד?
     — װאָס דען — זאָג איך — איז דאָס, אַ הענגלײַכטער?
     — ס'איז בײַ אײַך — זאָגן זײ — נישט קײן הענגלײַכטער, נאָר
אַ למד־װאָװניק.
     — װאָס הײסט דאָס — זאָג איך — אַ למד־װאָװניק?
     — דאָס הײסט — זאָגן זײ — אַ זקן פֿון זעקס און דרײַס▮ק יאָר,
אָן אַ סימן פֿון צײן, מיט אַ גרױער ליפּ, און טרײסלט מיט די זײַטן,
װי אַן אַלטע ייִדענע ערבֿ־שבת אױפֿן פֿראָסט...
     געפֿעלט אײַך אַזאַ מין בעל־עגלה־שפּראַך? איך װעל אײַך גײן
שװערן, אַז דאָס פֿערדל, נעבעך, האָט פֿאַרשטאַנען איטלעכס װאָרט, װי
אין פּסוק שטײט: ידע שור קונהו 81 — אַ סקאָטינע פֿילט, אַז מע האַלט
דאָס בײַ פֿאַרקױפֿן. אַ סימן האָב איך, אַז בשעת איך האָב צוגעקלאַפּט
דעם װאַסער־פֿירער און געזאָגט צו אים: „מיט מזל־ברכה“, האָט מײַן
סוס פּלוצעם אױסגעדרײט צו מיר די חנעװדיקע מאָרדע און קוקט
אױף מיר מיט שטומע אױגן, װי אײנער רעדט: זה חלקי םכל עמלי 2▮
— אָט אַזױ דאַנקסטו מיר אָפּ פֿאַר מײַן סלוזשבע 83?... איך כאַפּ אַ
קוק אױף מײַן פֿערדל דאָס לעצטע מאָל, װי דער װאַסער־פֿירער האָט
דאָס גענומען אין די הענט אַרײַן לערנען מיט דעם בלק, און איך
בלײַב נאָך דעם שטײן אײנער אַלײן און טראַכט מיר: רבונו של עולם!
װי שׂכלדיק דו פֿירסט דײַן װעלטל! אָט האָסטו באַשאַפֿן אַ טבֿיהן און
    
    
— 80 (פּױליש▮ ביעדאַ) נױט געליטן. 
— 81 /ישעיהו א', ג/ עס קען דער אָקס
דעם װאָס קױפֿט אים (ז▮ין באַלעבאָס). 
— 82 /קוהלת ב,, א/ דאָס איז דער חלק
מײנער פֿאַר מײן גאַנצע מיזאַמע אַרבעט? 
— 83 דינען (װי אַ סאָלדאַט).



194
 
האָסט באַשאַפֿן, להבֿדיל, אַ פֿערד. און בײדע האָבן זײ אײן מזל אױף
דער װעלט... נישמער, אַ מענטש האָט אַ מױל און קאָן זיך כאָטש 
אױסטענהן, אױסרײדן דאָס האַרץ, און אַ פֿערד, להבֿדיל, װאָס? מישטײנס
געזאָגט, אַ שטומע צונג. װי זאָגט איר: וםותר האָדם םן הבהםה 84...


— — — — — — — — — — — — — — — — — —
    איר קוקט אױף מיר, פּאַני שלום עליכם, װאָס סע האָבן זיך מיר
געשטעלט טרערן אין די אױגן, און איר טראַכט זיך אַװדאי: „אָט דער
טבֿיה האָט זיך פֿאַרבענקט, אַ פּנים, נאָך זײַן פֿערדל?“ װאָס עפּעס
נאָכן פֿערדל, מענטש אײנער? אַלצדינג טוט מיר באַנג און נאָך אַלע▮
מען װעל איך בענקען. איך װעל בענקען נאַכן פֿערדל. איך
װעל בענקען נאָכן דאָרף. איך װעל בענקען נאָכן סטאַראָסטע מיטן
אוראַטניק 85, נאָך די בױבעריקער דאַטשניקעס, נאָך די יעהופּעצער
נגידים. און אַפֿילו נאָך אפֿרים דעם שדכן, ס'זאָל אױף אים קומען אַ
מגפֿה. װאָרעם סוף־כּל־סוף, אַז מע זאָל װעלן אַרײַנטאָן זיך אַ ביסל
אין חקירה, איז ער דאָך נישט מער, װי אַ ייִד אַן אבֿיון, װאָס זוכט,
נעבעך, פּרנסה. אם־ירצה־השם, אַז גאָט װעט מיך ברענגען בשלום
אַהין, װוּ איך פֿאָר, װײס איך נאָך אַלײן נישט, װאָס איך װעל דאָרט
טאָן. נאָר דאָס איז קלאָר װי דער טאָג, אַז ראשיתּ חכמה װעל איד
זײַן בײַ דער מוטער רחל אױפֿן קבֿר. איך װעל דאָרטן בעטן פֿאַר
מײַנע קינדער, װאָס איך װעל זײ מן הסתּם שױן קײן▮מאָל נישט זען.
װעל איך אים אױך אין זינען האָבן, אפֿרים דעם שדכן מײן איך, אים
און אײַך און כּל ישׂראל. נאַט אײַך דערױף מײַן האַנט תּקיעתּ־כּף
און זײַט מיר געזונט, און פֿאָרט געזונט, און לאָזט גריסן איטלעכן
באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך.
    



— 84 /קוהלת ג,, יט/ און קײן איבערגעװיכט (מעלה) פֿון מענטשן איבער
דער בהמה (איז נישטאָ). 
— 85 (אוקר,) העכערער פּאָליצײ־ראַנג.





------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

----------
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

195 


לך־לך

געשריבן אין יאָר 1914
     
— אַ שײנער, אַ גוטער, אַ ברײטער שלום עליכם אױף אײַך,
פּאַני שלום עליכם! עליכם ועל בניכם! איך קוק שױן אױף אײַך לאַנג
אַרױס. ס'האָט זיך אָנגעקליבן בײַ מיר אַ היפּש ביסל סחורה פֿאַר אײַך.
איך פֿרעג מיך אַלץ נאָך: אַיכּה 1 — פֿאַר װאָס זעט מען אײַך ניט?
זאָגט מען מיר, אַז איר פֿאָרט־אַרום דאָרט איבער דער װעלט, אין די
װײַטע לענדער ערגעץ, װי מיר זאָגן אין דער מגילה: שבֿע ועשׂרים
ומאָה מדינה 2... נאָר מיר דאַכט, אַז איר קוקט אױף מיר עפּעס מאָדנע?
אַ פּנים, איר קװענקלט זיך און טראַכט זיך בעת מעשׂה: ס'איז ער
צי ניט ער▮ ס'איז ער, פּאַני שלום עליכם, ס'איז ער! אײַער אַלטער
פֿרײַנד טבֿיה, בכבֿודו ובעצמו, טבֿיה דער מילכיקער, דער אײגענער
טבֿיה, נאָר אױס מילכיקער. גלאַט אַ ייִד. אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַ
ייִד אַ זקן, װי איר זעט, כאָטש אַפֿילו אין יאָרן גאָר ניט אַזױ אַלט.
װי מיר זאָגן אין דער הגדה: הרי אני כבֿן שבֿעים 3, נאָך גאַנץ װײַט
צו זיבעציק! אײַ, װאָס עפּעס אַזױ װײַס די האָר? גלײבט מיר, נישט
פֿאַר תּענוג, ליבער פֿרײַנד. אַ ביסל אײגענע צרות, ניט צו פֿאַר▮
זינדיקן, און אַ ביסל פֿונעם כּלל ישׂראל. אַ שלעכטע צײַט! אַ ביטער
שטיקל צײַט אױף ייִדן!... נאָר איך װײס, װאָס אײַך קװעטשט. אײַך
קװעטשט אַן אַנדער זאַך: איר האָט זיך דערמאָנט מסתּמא, אַז מיר
    

— 1 /בראשית ג', ח/ װוּ ביסטו? 
— 2 /מגילת אסתּר א,, א/127 מדינותּ (פֿון
קעניג אחשװרוש). 
— 3 אַפֿילו די אײנפֿאַכסטע זאַר איז טביהן ליבער צו זאָגן
מיט אַ פּסוק, װי אָט דעם פֿון הגדה של פּסח, אײדער מיט זײַנע אײגענע װערטער.



196

האָבן זיך אַמאָל געהאַט אָפּגעזעגנט, אײדער איך האָב באַדאַרפֿט
אַװעקפֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל. על־כּן רעכנט איר אַװדאי, אַז דאָס זעט
איר שױן טבֿיהן צוריקװעגס, פֿון ארץ־ישׂראל הײסט עס, און איר
גאַרט שױן מסתּמא האָרכן עפּעס נײַס, אָפּנעמען אַ גרוס פֿון דער
מוטער רחלס קבֿר און פֿון דער מערת־המכפּלה, און נאָך אַזעלכע זאַכן?
באַדאַרף מען אײַך באַרויִקן, אױב איר האָט צײַט און װילט האָרכן
חידושים, אָבער טאַקע האָרכן מיט קאָפּ, װי אין פּסוק שטײט; שםעני 4,
װעט איר שױן דעמאָלט אַלײן זאָגן, אַז אַ מענטש איז אַ בהמה, און
אַז מיר האָבן אַ שטאַרקן גאָט און ער פֿירט די װעלט.
     בקיצור, װאָס פֿאַר אַ סדרה גײט בײַ אײַך איצט? ױקרא▮ בײַ מיר
גײט אַן אַנדער סדרה: די סדרה לך־לך. לך—לך — האָט מען מיר
געזאָגט — דו זאָלסט אַרױסגײן, טבֿיה, מאַרצך — פֿון דײַן לאַנד,
וממולדתּך ▮ און פֿון דײַן דאָרף, װוּ דו ביסט געבױרן און אָפּגעלעבט
אַלע דײַנע יאָרן, אַל האָר▮ אַשר אראך 5 — װוּהין די אױגן װעלן דיך
טראָגן!... און װען דערמאָנט מען זיך צו זאָגן טבֿיהן דעם דאָזיקן
פּסוק? אַקוראַט דעמאָלט, װען ער איז שױן אַלט און שװאַך און עלנט,
װי מיר זאָגן ראָש־השנה אין די תּפֿילות: אַל תּשליכני לעת זקנה
נאָר איך כאַפּ אײַך אײנס פֿאַרן אַנדערן. שיִער פֿאַרגעסן, אַז מיר
האַלטן נאָך גאָר פֿון פֿאָרנט און אַז איך האָב אײַך נאָך ניט דערצײלט,
װאָס אין ארץ־ישׂראל הערט זיך. װאָס זאָל זיך דאָרטן הערן, ליבער
פֿרײַנד? אַ לאַנד — אױף אונדז בײדע אַזאַ יאָר! אר▮ זבֿת חלבֿ ודבֿש
— שטײט נאָך אין דער תּורה געשריבן! אײן חסרון נאָר, װאָס 
ארץישׂראל איז אין ארץ־ישׂראל און איך בין, װי איר זעט אָט אָ, נאָך
דערװײַל אין חוץ־לאָרץ... אױף טבֿיהן, הערט איר, איז, אַ פּנים,
געזאָגט געװאָרן דער פּסוק פֿון דער מגילה: כאשר אָבֿדתּ▮ אָבֿדתּי 6 —
געװען אַ שלימזל און אַ שלימזל װעל איך שױן שטאַרבן. דאַכט זיך,
     
— 4 /בראשית כ“ד, יא/ הער מיך אױס! 
— 5 /בראשית י“ב, א/ אַנשטאָט “צו
דעם לאַנד װאָס איך װעל דיר װײַזן„ טײַטשט טביה: „װוּהין די אױגן װעלן דיר
 טראָגן!“ 
 — 6 יהואָש טײַטשט דעם פּסוק פֿון מגילת אסתּר ד,, טז: „אַז איך װעל
 א▮נטערגײן, װעל איך אונטערגײן“.




197

אָט אָט שױן געשטאַנען כּמעט מיט אײן פֿוס אױף יענער זײַט, אינעם
הײליקן לאַנד הײסט עס, געבליבן נאָר נעמען אַ בילעט, זיך 
אױפֿזעצן אױף דער שיף און — פּאַשאָל. װאָס זשע טוט גאָט? איז זיך
מײשבֿ, װעט איר הערן אַ שײנס, מײַן עלטערער אײדעם, מאָטל 
קאַמזױל, דער חײט פֿון אַנאַטעװקע, ניט דאָ געדאַכט, און לײגט זיך
אַװעקעט 7 אַ געזונטער, אַ שטאַרקער, און מאַכט אַ שטאַרב! דאָס
הײסט, קײן גרױסער גבֿר איז ער ניט געװען קײן מאָל. מישטײנס
געזאָגט, אַ בעל־מלאָכה, געזעסן יומם ולילה על התּורה ועל העבֿודה —
אױף דער נאָדל מיטן פֿאָדעם און געשטשאָבעט 8, מחילה, תּחתּונים.
אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז ער האָט באַקומען דאָס טרוקענע, 
אָנגע▮ױבן קאַכיקען, געקאַכיקעט און געקאַכיקעט 9, ביז ער האָט 
אױסגעשפּיגן דאָס לעצטע ביסל לונג — עס האָט נישט געהאָלפֿן שױן ניט
קײן דאָקטער, ניט קײן טאָטער, ניט קײן ציגנמילך, ניט קײן 
טשעקאָלאַדע מיט האָניק. אַ װױלער יונגאַטש געװען. אַפֿילו אַ פּראָסטער,
נישט קײן בן־תּורה, נאָר אַן ערלעכער, אָן חכמותּ, ליב געהאַט מײַן
טאָכטער — דאָס חיות! און מפֿקיר געװען זיך פֿאַר די קינדער, און
פֿאַר מיר — געװען גאָר די כּפּרה!
     בקיצור, אָפּגעזאָגט דעם פּסוק: ױמת משה — געשטאָרבן מאָטל▮ ▮
האָט ער איבערגעלאָזט מיר אַ רעכטע באָמבע: װוּ האָב איך שױן
געקאָנט אַפֿילו אין זינען האָבן דעמאָלט ארץ־ישׂראל? איך האָב שױן
געהאַט אַ גוטן ארץ־ישׂראל בײַ זיך אין דער הײם! װי אַזױ לאָזט מען
איבער, איך פֿרעג אײַך אַלײן, אַ טאָכטער אַן אַלמנה מיט פּיצלעך
קינדער יתומים אָן אַ שטיקל ברױט? כאָטש אַפֿילו אין פֿלוג, אַז מע
װיל צוריק, װאָס קאָן איך איר העלפֿן — אַ לעכערדיקן זאַק? איך װעל
דאָך איר דעם מאַן אירן צוריק ניט לעבעדיק מאַכן, און אירע קינדער
דעם טאַטן פֿון יענער װעלט ניט אומקערן. און אַלײן איז מען דאָך
אױד נישט מער װי אַ זינדיקער מענטש. אױף דער עלטער װילט זיך
    

— 7 אַרײַן (ליטװיש, י▮דיש ▮ אַרײנעט▮ אַרױסעט). 
— 8 געלאַטעט, צונױפֿגעצױגן
אַ פֿאָדעם מיט אַ פֿאָדעם. 
— 9 (האָמאָפֿאָנעטיש) געהוסט: „קסע־קכע ▮
                                                              
                                                              
                                                              
198
                                                                                                                     
אַ ביסל אױסרוען די בײנער, פֿילן אַז מע איז אַ מענטש, ניט קײן
סקאָט 10. גענוג געטאַרעראַמט! גענוג געולם־הזהװעט! מע באַדאַרף
שױן אַ ביסל אַ טראַכט געבן פֿון יענער װעלט אױך, שױן צײַט! ובפֿרט▮
אַז איך האָב שױן געמאַכט אַ תּל פֿון מײַן ביסל כאַדאָבע 11: דעם סוס,
װי איר װײסט, לאַנג געגעבן דעם װעג, די בהמהלעך 
אױסגעפֿאַרקױפֿט עד לפּ“ק, געבליבן נאָר אַ פּאָר ביקלעך, װאָס סע קאָן אַ מאָל
װערן פֿון זײ לײַט, אַז מע זאָל זײ גוט האָדעװען, — און פּלוצעם גײ
װער אױף די עלטערע יאָרן אַן אַבֿי יתומים, אַ טאַטע פֿון קלײנע
קינדער! זײַט איר שױן פֿאַרטיק? האָט צײַט! די רעכטע געדיכטע גײט
ערשט װײַטער, װאָרעם בײַ טבֿיהן, אַז עס טרעפֿט זיך אַ צרה, װײסט
איר דאָך שױן, אַז עס שלעפּט זיך נאָך פֿון הינטן נאָך אַ צרה. אַ
שטײגער, אַז ס'האָט זיך אַ מאָל געמאַכט אַן אומגליק — ס'איז געפֿאַלן
בײַ מיר אַ בהמהלע, האָט זיך באַלד פּאָװטירנע 12, ניט פֿאַר אײַך
געדאַכט, אַװעקגעלײגט נאָך אַ בהמה... אַזױ האָט שױן גאָט באַשאַפֿן
זײַן װעלטל, און אַזױ װעט דאָס שױן בלײַבן — אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך!
     בקיצור המעשׂה, מיט מײַן מיזינקע, מיט מײַן בײלקען הײסט עס,
געדענקט איר דאָך די געשיכטע מיטן גרױסן געװינס, װאָס זי האָט
געמאַכט. געפּאַקט אַ העכט, אַ פּדהצור, אַ קנאַקער, אַ פּאָדריאַטשיק פֿון
דער מלחמה, װאָס האָט געבראַכט צו פֿירן קײן יעהופּעץ פֿולע זעק
און האָט זיך פֿאַרקאָכט אין מײַן טאָכטער. געװאָלט אַ שײנע, געשיקט
צו מיר אפֿרים דעם שדכן ימח שמו, אױסגעשלאָגן אַ קני ערד, שיִער
דעם שלאַק 13 באַקומען, גענומען זי װי זי שטײט און גײט, אָפּגעשיט
פֿון אױבן ביז אַראָפּ מיט מתּנות, דימענטן און באַרליאַנטן — דאַכט
זיך, אַזאַ גליק, אַיאָ? נו, האָט זיך פֿון דעם גאַנצן גליק אױסגעלאָזט
מסתּמא אַ טײַך, און נאָך װאַס פֿאַר אַ טײַך! אַ טײַך מיט אַ בלאָטע▮
דער אײבערשטער זאָל שומר ומציל זײַן! װאָרעם אַז גאָט הײסט, דאָס
רעדל זאָל זיך געבן אַ דרײ־איבער צוריק, איז מיט דער פּוטער אַראָפּ,
װי מיר זאָגן אין הלל: אָט, דאַכט זיך נאָר װאָס איז געװען מקיםי
     
— 10 בהמות (לעבעדיקער אינװענטאַר). 
— 11 (פּױליש: כודאָבאַ) 
באַלעבאַטישקײט (גוט). 
— 12 (אוקר,) זיך איבערגעחזרט. 
— 13 אַפֿאָפּלעקציע, האַרצשלאָג.



199

מעפֿר דל, און אײדער מע קוקט זיך אַרום, איז שױן טראַך: המשפּילי
לראות בשםים ו▮אָר▮ — אין דער ערד מיט די פּאָסטאָראָנקעס 14...
גאָט האָט ליב צו שפּילן זיך מיט אַ מענטשן. אױ, האָט ער ליב שפּילן
זיך! אַזױ האָט ער זיך געשפּילט מיט טבֿיהן װיפֿל מאָל: עולים ױורדים
— אַרױף און אַראָפּ! און אַזױ איז געװען אױך מיט מײַן פּאָדריאַטשיק,
מיט פּדהצורן. איר געדענקט דאָך מסתּמא דאָס גרױסקײט זײַנס מיטן
הײַזל, מיט די דרײַצן דינסטן, מיט די שפּיגלען, און מיט די זײגערס,
און מיט די צאַצקעס אין יעהופּעץ? פּי־פֿו▮פֿאַ! געדענקט איר, איך
האָב אײַך דערצײלט, דאַכט זיך▮ װי אַזױ איך האָב צוגערעדט דעמאָלט
מײַן בײלקען, געבעטן זיך בײַ איר, זי זאָל זען, אַז ער זאָל איר 
אַװעקקױפֿן דאָס הײַזל, און למען השם — אױף איר נאָמען? נו, האָט מען
דאָך מיך מסתּמא געהערט, װי המן דעם גראַגער — װאָס פֿאַרשטײט
אַ טאַטע? אַ טאַטע פֿאַרשטײט גאָר נישט! װאָס זשע, מײנט איר, איז
געװען דער סוף? דער סוף איז געװען — װוּ איר האָט ערגעץ אַ שׂונא:
אַחוץ װאָס ער האָט זיך פֿונעם גאַנצן טראַסק געשטעלט, געבליבן
דערונטער, אױסגעפֿאַרקױפֿט אַלע שפּיגלען מיט אַלע זײגערס, מיטן
װײַבס דימענטן און באַרליאַנטן, האָט ער זיך נאָך פֿאַרשמירט מיט
סכּנת־נפֿשות, געמוזט װערן אַ בורח 15, ניט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט▮
און מאַכן אַן אָפּטריט און אַװעקפֿאָרן אַהין, װוּ דער ליבער 
שבתקודש גײט־אַװעק, קײן אַמעריקע הײסט עס. אַהינצו־צו פֿאָרן דאָך
אַלע שװערע הערצער, זײַנען זײ אױך געפֿאָרן אַהינצו־צו. די ערשטע
צײַט גוט פֿאַרשװאַרצט געװאָרן. דאָס ביסל מזומנס, װיפֿל ס'איז
געװען, האָט מען אױפֿגעגעסן, און אַז ס'איז ניט געװען מער װאָס צו
קײַען, האָט מען, נעבעך, געמוזט נעמען זיך צו דער אַרבעט. געטאָן
כּל עבֿודת־פּרך 16, װי די ייִדן אין מצרים, בײדע, אי ער, אי זי! איצט
שרײַבט זי, אַז ס'איז זײ שױן, ברוך־השם, נישקשהדיק: זײ אַרבעטן
                                                      

— 14 שלײעס, שטריקלעך אין כאָמוט, אין פֿערדגעשפּאַן. 
— 15 אַנטלאָפֿענער. 
— 16 אַרבעט װי ייִדן אין מצרים.



200

זאָקן אױף מאַשינע און מאַכן אַ לעבעכץ 17... אַזױ רעדט זיך עס
דאָרטן, אין אַמעריקע. אױף אונדזער לשון װעט עס הײסן: דאָס שטיקל
ברױט שלעפּט זיך... דאָס גאַנצע שטיקל גליק, װ▮ זײ זײַנען מער
ניט װי צװײ מענטשן, שרײַבט זי, אָן אַ קינד, אָן אַ רינד — גם זו
לטובֿה! נו, פֿרעג איך אײַך, זאָל ניט אַ רוח אין זײַן פֿעטערס מומע
אַרײַן געפֿלױגן געװאָרן?... איך מײן טאַקע אפֿרים דעם שדכן מײן
איך, פֿאַרן שײנעם שידוך, װאָס ער האָט מיר נאַראַיעט 18, און פֿאַר
דער בלאָטע, װאָס ער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט! װאָס װאָלט איר געװען
אַזױ ביטער, למשל, זי זאָל געװען חתונה האָבן פֿאַר אַ בעל־מלאָכה, װי
צײטל, אָדער פֿאַר אַ לערער, װי האָדל? אײַ, די האָבן אױך ניט געמאַכט
אַזאַ גליק? אײנע איז אַ יונגע אַלמנה און די אַנדערע איז אין אַל די
גוטע יאָר ערגעץ פֿאַרשיקט אױף פּאָסעליעניע 19? איז דאָך עס אַ
גאָטזאַך — װאָס קאָן אַ מענטש פֿאַרזאָרגן?... הערט איר, אַ חכמה אַ
ייִדענע איז געװען טאַקע מײַנע, גאָלדע עליו השלום, דערמיט אַלײן
שױן, װאָס זי האָט זיך בײַ צײַטנס אַרומגעקוקט, אָפּגעזעגנט זיך מיט
דער נאַרישער װעלט און הלך לעולמו 20. װאָרעם, זאָגט שױן איר
אַלײן, אײדער האָבן אַזאַ צער־גידול־בנים פֿון טעכטער, װי טבֿיה האָט,
איז ניט גלײַכער טױזנט מאָל ליגן אין דער ערד און באַקן בײגל?...
נאָר װי שטײט דאָרטן אין פּרק? בעל כרחך אַתּה חי — אַ מענטש
נעמט זיך ניט אַלײן, און אַז מע נעמט, גיט מען איבער די הענט, זאָגט
איר... דערװײַלע האָבן מיר זיך אַראָפּגעשלאָגן פֿונעם שליאַך. איז
דעריבער נחזור לעניננו הראשון 21 — לאָמיר איבערלאָזן, װי איר זאָגט
אין אײַערע ביכלעך, דעם בן־מלך און זיך אומקערן צו דער בת־מלכּה.
װו זשע, הײסט עס, האַלטן מיר? בײַ דער סדרה לך־לך נאָר אײדער
מיר װעלן צוקומען צו דער סדרה לך—לך, װעל איך אײַך בעטן זיך
מטריח זײַן מיט מיר אָפּשטעלן זיך אױף אַ װײַלע בײַ דער סדרה
             


— 17 (חוזק־לשון) אַלץ הײסט אַ לעבן! 
— 18 רעקאָמענדירט, פֿאָרגעלײגט. —
— 19 (רוס,) פֿאַרשיקונג (אָפֿגעריסן פֿון אַלע גרױסע צענטערס). 
— 20 אַנשטאָט דעם
װאָרט „שטאַרבן“ ניצט טביה שטענדיק די װערטער פֿון “אַל מלא„... 
— 21 דער לשון־קודשדיקער נוסח איז בלױז: “נחזור לעניננו“, לאַמיר זיך צוריקקערן צו
אונדזער ענין. טביה גיט־צו: „הראשון“...



201

בלק דער מנהג העולם איז אַפֿילו פֿון זינט די װעלט שטײט, אַז
פֿריִער לערנט מען לך—לך, דערנאָך בלק מיט מיר האָט מען אָבער,
פֿאַרקערט, פֿריִער געלערנט בלק, דערנאָך לך—לך און געלערנט האָט
מען מיט מיר בלק אַזױ שײן, אַז איר מעגט עס האָרכן. עס קאָן אײַך
אַ מאָל צו נוץ קומען.
     בקיצור, דאָס איז געװען שױן לאַנג. באַלד נאָך דער מלחמה איז
דאָס געװען. אין דער סאַמע היץ פֿון קאָסנעטוציעס, בעת עס האָבן זיך
אָנגעהױבן די ישועות ונחמותּ אױף ייִדן, פֿריִער אין די גרױסע שטעט,
דערנאָך אין די קלײנע שטעטלעך, נאָר צו מיר איז דאָס ניט 
דערגאַנגען און עס האָט ניט געקאָנט דערגײן בשום אופֿן. פֿאַר װאָס? פּשוט!
מע זיצט־אָפּ אַזאַ צײַט צװישן גױיִם, מיט סאַמע עשׂון — איז מען
אױסגעבונדן מיט אַלע באַלעבאַטים פֿון דאָרף. ידיד נפֿש אָבֿ הרחמן 22
— „באַטיושקאַ טעװעל“ איז בײַ זײ דאָס אײבערשטע פֿונעם שטײסל!
װאָס איז שײַך? אַן עצה — איז „יאַק טעװעל סקאַזשע“ 23. אַ רפֿואה
צו קדחת — איז „דאָ טעװעליאַ“ 24. אַ גמילת־חסד — אױך בײַ טבֿיהן.
נו, האָב איך עפּעס באַדאַרפֿט אין זינען האָבן אַזעלכע זאַכן, פּאָגראָמען,
נאַרישקײטן, אַז די גױיִם אַלײן האָבן מיר געזאָגט װיפֿל מאָל, אַז איך
זאָל כּלל וכלל קײן מורא ניט האָבן — די װעלן ניט דערלאָזן!... און
כּך הוה — װעט איר הערן אַ שײנס.
     בקיצור, איך קום צו פֿאָרן אײן מאָל אַהײם פֿון בױבעריק —
איך בין נאָך דעמאָלט געװען בגדלותי 25 — אין די פֿעדערן, װי זאָגט
איר, נאָך געהאַנדלט מיט מילכיקס, קעז און פּוטער און שאָר ירקות.
אױסגעשפּאַנט דאָס פֿערדל, אונטערגעװאָרפֿן דעם הײ און האָבער,
נישט צײַט געהאַט אַפֿילו זיך װאַשן צום עסן, איך טו אַ קוק — אַ
פֿולער הױף מיט גױיִם, די גאַנצע כראָמאַדע 26, אַלע פֿײַנסטע 
באַלעבאַטים, פֿונעם סטאַראָסטע 27 איװאַן פּאָפּערילע ביז דעם לעצטן גױ,
טראָכים דער טשערעדניק, און אַלע זעען זײ מיר אױס עפּעס מאָדנע▮
    
— 22 (פֿון שלש סעודות) נשמהדיקער פֿרײַנד, דערבאַרעמדיקער פֿאָטער! —
— 23 װי טביה װעט זאָגן. 
— 24 צו טביהן. 
— 25 אין מײן גדולה, אין אַ גוטן מצבֿ. 
— 26 (אוקר▮) געמײנדע. 
— 27 עלטסטער ציװילער פֿאָרשטײער.



202

יום־טובֿדיק!... האָט מיר אַפֿילו תּחילת געגעבן אַ טיאָכקע אין האַרצן:
װאָס פֿאַר אַ יום־טובֿ אין מיטן דרינען? צי איז מען ניט געקומען
מיט מיר לערנען בלק?... נאָר צוריק טראַכט איך מיר: פֿע, טבֿיה!
מעגסט זיך שעמען פֿאַר זיך אַלײן: כּל ימיו זיצסטו אײן ייִד, להבֿדיל,
צװישן אַזױ פֿיל גױיִם בשלום ושלװה און מע האָט דיך ניט אָנגערירט,
איר זאָלט זאָגן, אױף אַ האָר!... און איך נעם און גײ־אַרױס צו זײ
מיט אַ ברײטן שלום עליכם:
    — ברוכים הבאים! ▮־־ זאָג איך צו זײ — װאָס טוט איר דאָ,
מײַנע ליבע באַלעבאַטים? און װאָס װעט איר עפּעס זאָגן גוטס? און
װאָס װעט איר דערצײלן נײַס?...
     טרעט־אַרױס דער סטאַראָסטע, איװאַן פּאָפּערילע הײסט עס, און
רופֿט זיך אָן צו מיר גאַנץ אָפֿנטלעך און גאָר אָן שום הקדמות.
                                                                
     — מיר זײַנען געקומען — זאָגט ער — צו דיר, טעװעל, מיר
װילן דיך שלאָגן.
     װאָס זאָגט איר אױף דער שפּראַך? דאָס װערט אָנגערופֿן בײַ אונדז
„לשון סגי־נהור“ — גערעדט פֿאַרשטעלט הײסט עס... מילא, װי אַזױ
מיר איז געװאָרן אױפֿן האַרצן — קאָנט איר אײַך משער זײַן. נאָר
אַרױסבאַװײַזן — פֿע! אַדרבה ואַדרבה! טבֿיה איז ניט קײן ייִנגעלע...
רוף איך מיך אָן צו זײ גאַנץ לעבעדיק:
     — מזל־טובֿ אײַך! — זאָג איך — נאָר װאָס האָט איר זיך,
קינדער, אַזױ שפּעט דערמאָנט? אין אַנדערע ערטער — זאָג איך —
האָט מען שױן פֿון דעם כּמעט פֿאַרגעסן!
     רופֿט זיד אָן צו מיר איװאַן פּאָפּערילע, דער סטאַראָסטע הײסט
עס, שױן דװקא גאַנץ ערנסט:
     — פֿאַרשטײסטו מיך, טעװעל — זאָגט ער — מיר האָבן זיך —
זאָגט ער — אַלץ געישובֿט, צי מיר זאָלן דיר שלאָגן צי ניט שלאָגן?
אומעטום, אין אַלע ערטער, שלאָגט מען אײַך, פֿאַר װאָס — זאָגט ער
— זאָלן מיר דיך דורכלאָזן?... איז געבליבן בײַ דער כראָמאַדע —
זאָגט ער — אַז מיר זאָלן דיך שלאָגן... נאָר װאָס דען, מיר װײסן נאָך
אַלײן ניט, װאָס מיר זאָלן מיט דיר טאָן, טעװעל: צי מיר זאָלן דיר
                     
                             

203
 
נאָר אױסהאַקן די שױבן — זאָגט ער▮ — און צעטרענען די פּערענעס
מיט די קישעלעך און אַרױסלאָזן די פֿעדערן, צי מיר זאָלן דיר 
פֿאַרברענען — זאָגט ער — די כאַטע מיט דער שטאַל, מיט דער גאַנצער
כאַדאָבע דײַנער?
     דאָ איז מיר שױן געװאָרן גוט קאַלעמוטנע אױפֿן האַרצן און איך
באַטראַכט מײַנע לײַט, װי מע שטײט אָנגעלענט אױף די לאַנגע
שטעקנס און מע שושקעט זיך מיר עפּעס שטילערהײט. משמעות
הײסט עס, אַז ס'איז בײַ זײ גאָר קײן קאַטאָװעס ניט? װי באַלד אַזױ ▮—
טראַכט איך מיר — איז דאָך, װי מיר זאָגן אין תּהילים: באו מים עד
נפֿש 28 — ביסט דאָך טאַקע, טבֿיה, גוט אין דער אַרבעט! װאָרעם
טאָמער אַל תּפֿתּח פּה לשטן 29 — אַ קשיא אױף כרוקעלע 30? „ע, טבֿיה,
קלער איך מיר, מיטן מלאך־המװת טאָר מען זיך ניט שפּילן — מע
באַדאַרף זײ עפּעס זאָגן!“... און װאָס זאָל איך אײַך לאַנג מאַריך בדרוש
זײַן, ליבער פֿרײַנד, ס'איז באַשערט געװען, אַ פּנים, אַ נס, האָט מיר
דער אײבערשטער אַרײַנגעגעבן אַ זין, איך זאָל בײַ זיך ניט אַראָפּפֿאַלן▮
און איך נעם מיך אָן מיט האַרץ און רוף מיך אָן צו זײ, צו די גױיִם
הײסט עס, דװקא אין גוטן מוט:
    — שמעו נא, רבותּים! — זאָג איך — הערט זשע אױס — זאָג
איך — מײַנע ליבע באַלעבאַטים! װי באַלד — זאָג איך — אַז
כראָמאַדע האָט אַזױ געפּסקנט, איז דאָך ניט שײַך — זאָג איך —
מסתּמא װײסט איר — זאָג איך — בעסער, אַז טבֿיה האָט בײַ אײַך
פֿאַרדינט, איר זאָלט מאַכן אַ תּל — זאָג איך — פֿון זײַן כאַדאָבע און
פֿון זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן... נאָר װאָס דען? — זאָג איך — דאָס װײסט
איר — זאָג איך, אַז ס'איז פֿאַראַן נאָך העכערס פֿאַר אײַער כראָמאַדע?
איר װײסט — זאָג איך — אַז ס'איז דאָ אַ גאָט אױף דער װעלט? —
איך זאָג ניט — זאָג איך — מ▮ן גאָט, א▮ער גאָט... איך שמועס פֿון
יענעם גאָט — זאָג איך — פֿון אונדזער אַלעמענס גאָט, װאָס זיצט
    
— 28 דאָס װאַסער גרײכט שױן ביזן נפֿש (ביזן האַלדז): אַזױ פֿאַרצװײפֿלט.
— 29 נישט געדאַכט זאָל עס װערן (זאָל דעם שׂטנס מױל נישט ▮עעפֿנט װערן!)
— 30 חזירוק (“כריוק־כריוק„).


204

— זאָג איך — אָט דאָרטן, אױבן, און זעט־צו אַלע פּאָדלאָסטן 31
— זאָג איך — װאָס טוען זיך אָפּ אָט דאָ אונטן... עס קאָן זײַן —
זאָג איך — אַז ער אַלײן האָט מיר אָנגעצײכנט, איך זאָל געשטראָפֿט
װערן אומזיסט־אומנישט דורך אײַך, דורך מײַנע בעסטע גוטע פֿרײַנד.
און עס קאָן זײַן װידער — זאָג איך — אַקוראַט פֿאַרקערט, אַז ער
װיל, אַדרבה, בשום אופֿן ווּפֿן ניט, אַז מע זאָל טבֿיהן טאָן שלעכטס...
װער זשע — זאָג איך — קאָן דאָס װיסן, װאָס גאָט װיל? אַדרבה —
זאָג איך — אפֿשר געפֿינט זיך דאָ צװישן אײַך אײנער, װאָס װעט
זיך אונטערנעמען — זאָג איך — דערגײן דאָ אַ טאָלק 32?...
     בקיצור, זײ האָבן, אַ פּנים, געזען, אַז מיט טבֿיהן װעלן זײ זיך
ניט אױסטענהן. רופֿט זיך אָן צו מיר דער סטאַראָסטע, איװאַן 
פּאָפּערילע הײסט עס, בזה הלשון:
    — די מעשׂה — זאָגט ער — דערפֿון איז אַזױ. מיר האָבן צו
דיר, טעװעל, אײגנטלעך, גאָר נישט ניט. דו ביסט — זאָגט ער —
טאַקע אַ זשיד, נאָר ניט קײן שלעכטער מענטש. נאָר אײנס צום אַנדערן
— זאָגט ער — געהער זיך ניט אָן — שלאָגן דאַרף מען דיך; כראָמאַדע
האָט אַזױ געפּסקנט — פֿאַרפֿאַלן! מיר װעלן דיר — זאָגט ער — כאָטש
אױסהאַקן די פֿענצטערס. דאָס — זאָגט ער — מוזן מיר, װײַל טאָמער
— זאָגט ער — פֿאָרט עמעצער דורך, טאָ לאָז מען —זאָגט ער —זען▮
אַז מע האָט דיך געשלאָגן. אַניט ▮־־ זאָגט ער — װעט מען אונדז נאָך
שטראַפֿירן...
     אָט מיט די װערטער און מיט דעם לשון, װי איך דערצײל אײַך▮
גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן בכל אַשר אפֿנה! נו, איצט פֿרעג איך אײַך▮
פּאַני שלום עליכם, איר זײַט דאָך עפּעס אַ ייִד װאָס קאַטאָרי איר
פֿאָרט־אױס די װעלט — איז שױן טבֿיה גערעכט, װאָס ער זאָגט, אַז
מיר האָבן אַ שטאַרקן גאָט?...
     האָב איך אײַך, הײסט עס, שױן געפּטרט די סדרה בלק▮ אַצינד
װעלן מיר זיך אומקערן צוריק צו דער סדרה לך—לך. די דאָזיקע סדרה
האָט מען מיט מיר געלערנט אָט דאָ ערשט ניט לאַנג, און טאַקע אױף
    
— 31 געמײנקײטן. 
— 32 סדר, אָרדענונג, סיסטעם.
      

205

דעם רעכטן אמת. דאָ האָט שױן ניט געהאָלפֿן, פֿאַרשטײט איר מיך, קײן
שום דרשות מיט קײן שום מוסר זאָגן. ומעשׂה שהיה כּך היה —
מען דאַרף עס אײַך איבערגענן אַקוראַט, מיט אַלע פּישטשעװקעס,
כּאַשר אָהבֿתּי 33 — אַזױ װי איר האָט ליב.
     ױהי בימי מענדל בײליס — דאָס איז געװען אַקוראַט אין יענער
צײַט, װען מענדל בײליס, אונדזער כּפּרה־הינדל, איז אָפּגעקומען
חיבוט־הקבֿר, געלײַטערט די נשמה פֿאַר פֿרעמדע זינד, און די װעלט
איז געגאַנגען כאָדאָראָם 34 — זיץ איך מיר אַזױ אײן מאָל אױף דער
פּריזבע בײַ מײַן שטוב פֿאַרטיפֿט אין מחשבֿות. זומער־לעבן! די זון
באַקט און דער קאָפּ טראָגט: „סטײַטש, סטײַטש, היתּכן! הײַנטיקע
צײַטן! אַזאַ קלוגע װעלט! אַזעלכע גרױסע מענטשן! און װוּ איז גאָט?
דער אַלטער ייִדישער גאָט? װאָס שװײַגט ער? װי דערלאָזט ער אַזאַ
זאַך? סטײַטש און סטײַטש און װידער אַ מאָל סטײַטש!“ און 
טראַכטנדיק אַזױ פֿון גאָט, פֿאַרטיפֿט מען זיך שױן אַגבֿ אין הימל־זאַכן און
מע פֿאַלט־אַרײַן אין חקירה: װאָס איז די װעלט? און װאָס איז יענע
װעלט? און פֿאַר װאָס זאָל ניט קומען משיח? „אײַ, טראַכט איך מיר,
װאָלט ער געטאָן װי אַ חכם, טאַקע משיח מײן איך, װען ער כאַפּט זיך
אַראָפּ צו אונדז אַצינדערט רײַטנדיק אױף זײַן װײַס פֿערדל! דאָס
װאָלט געװען אַ שײנע זאַך! ער איז נאָך קײן מאָל, דאַכט מיר, אַזױ
נײטיק ניט געװען פֿאַר ▮▮ונדזערע אַהינו בגי ישׂראל, װי הײַנט! איך
װײס ניט, װי אַזױ די נגי▮▮▮ם, די בר▮▮קיס, למשל, אין יעהופּעץ,
אָדער די רױטשילדס אין פּאַריז. סע קאָן זײַן, אַז זײ האָבן אים אין
זינען אַקוראַט אין דער לינקער פּאה. נאָר מיר, ייִדן אָרעמע לײַט,
פֿון קאַסרילעװקע און פֿון מאַזעפּעװקע און פֿון זלאָדײעקװע, און אַפֿילו
פֿון יעהופּעץ, און אַפֿילו פֿון אַדעס, קוקן־אַרױס, אױ, קוקן מיר
אַרױסעט אױף אים! ממש די אױגן קריכן אַזש פֿון קאָפּ! אונדזער
גאַנצע האָפֿענונג אַצינד איז דאָך נאָר, טאָמער װעט גאָט טאָן אַ נס,
עס װעט קומען משיח!“...
    
— 33 /בראשית כ“ז, ד/ אַזױ װי איך האָב ליב. 
— 34 מיטן קאָפּ אַראָ▮, מיט די פֿיס אַרױף.



206

     דערװײַל, אַזױ װי איך זיץ מיך פֿאַרטיפֿט אין די דאָזיקע רעיונות,
איך טו אַ קוק — אַ װײַס פֿערדל, און עמעצער זיצט אױף דעם 
רײַטנדיק, און גלײַך צום טױער פֿון מײַן שטוב! טפּרררו — אָפּגעשטעלט
זיך, אַראָפּגעקראָכן, צוגעבונדן דאָס פֿערדל צום טױער, און אַלײן
גלײַך צו מיר:
     — „זדראַסטאָי, טעװעל 35!“
      — זדראַסטאָיטי, זדראַסטאָיטי, װאַשע בלאַהאָראָדיע! 36 —
ענטפֿער איך אָפּעט גאַנץ ברײטלעך און אין האַרצן טראַכט איך מיר:
ױבֿוא המן — מאַכט רשי: אַז מע קוקט־אַרױס אױף משיחן, קומט
דער אוראַטניק... און איך שטײ־אױף אַקעגן אים, אַקעגן דעם 
אוראַטניק הײסט עס — ברוך הבא אַ גאַסט! — זאָג איך — װאָס הערט
זיך עפּעס אױף דער גרױסער װעלט און װאָס װעסטו — זאָג איך
— עפּעס זאָגן גוטס, אַדוני פּריץ?
     און דאָס האַרץ פֿאַלט מיר שיִער ניט אַרױס. איך װיל שױן װיסן:
װאָס און װען? און ער, דער אוראַטניק הײסט עס, האָט זיך אָבער
צײַט. ער פֿאַררױכערט זיך גאַנץ פֿײַן אַ פּאַפּיראָסל, בלאָזט־אַרױס
דעם רױך, שפּײַט־אױס און רופֿט זיך אָן צו מיר.
                                                  ▮
    — װיפֿל צײַט, אַ שטײגער, דאַרפֿסטו האָבן, טעװעל, זאָלסט
קאָנען פֿאַרקױפֿן — זאָגט ער — דײַן כאַטע מיט אַלע דײַנע 
בעבעכעס 37?
     קוק איך אים אָן:
    — צו װאָס — זאָג איך — זאָל איך פֿאַרקױפֿן — זאָג איך —
מײַן כאַטע? װעמען, למשל, מאַכט זי — זאָג איך — ענג?
    — ענג — זאָגט ער — מאַכט זי קײנעם ניט. נאָר איך בין
געקומען — זאָגט ער — דיך אַרױסשיקן — זאָגט ער — פֿון דאָרף.
    — סך־הכּל — זאָג איך ▮ מער ניט? פֿאַר װאָסערע מעשׂים
טובֿים? מיט װאָס — זאָג איך — האָב איך פֿאַרדינט בײַ דיר אַזאַ
כּבֿוד?...
    

— 35 זײ באַגריסט, טביה! 
— 36 זײט באַגריסט, אײער װױלגעבױרנקײט. —
— 37 מטלטלין (שטוביקע זאַכן: מעבל, געשיר אאַז“װ).



207

     — דאָכ.איז ניט איך שיק דיך אַרױס — זאָגט ער — די גובערניע
שיקט דיך אַרױס.
     — די גובערניע? — זאָג איך — װאָס האָט זי אַזעלכעס דערזען
אױף מיר?
     — נישט נאָר דיך אַלײן — זאָגט ער — און נישט נאָר פֿון
דאַנען, נאָר פֿון אַלע דערפֿער אַרום און אַרום: פֿון זלאָדילעװקע —
זאָגט ער — און פֿון ראַבילעװקע, און פֿון קאָסטאָלאָמעװקע און אַפֿילו
— זאָגט ער — אַנאַטעװקע, װאָס איז ביז אַהער געװען אַ שטעטל,
װערט דאָס שױן איצטער אױך — זאָגט ער — אַ דאָרף און מע װעט
אַרױסטרײַבן פֿון דאָרט — זאָגט ער — אַלע, אַלע אײַערע...
     — אַפֿילו לײזער־װאָלף דעם קצבֿ — זאָג איך — אױך? און
נפֿתּלי־גרשון דעם לומען 38 אױך? און דעם דאָרטיקן שוחט? און דעם
רבֿ?
     — אַלע! אַלע! — זאָגט ער און טוט אַ מאַך מיט דער האַנט װי אַ
שנײַד־אָפּ מיט אַ מעסער...
     איז מיר געװאָרן עפּעס װי אַ ביסל גרינגער. װי זאָגט איר? צרת
רבים חצי נחמה. נאָר פֿאַרדריסן פֿאַרדריסט דאָס מיך און אַ פֿײַער
ברענט אין מיר. און איך בין מיך מײשבֿ און רוף מיך אָן צו אים,
צום אוראַטניק הײסט עס:
     — זאָג מיר — זאָג איך — דו װײסט כאָטש — זאָג איך —
װאַשע בלאַהאָראָדיע, אַז איך זיץ דאָ אין דעם דאָרף אַ סך פֿריִער פֿון
דיר? דו װײסט — זאָג איך — אַז אָט דאָ, אין דעם װינקל, איז נאָך
מײַן טאַטע עליו השלום — זאָג איך — געזעסן, און מײַן זײדע עליו
השלום, און מײַן באַבע עליו השלום?
     און איך פֿױל זיך ניט און רעכן אים אױס די גאַנצע משפּחה
בײַ די נעמען, װוּ װער ס'איז געזעסן און װוּ װער ס'איז געשטאָרבן...
הערט ער מיך דװקא אױסעט, דער אוראַטניק הײסט עס, און אַז איך
האָב געקאָנטשעט 39, מאַכט ער צו מיר:


— 38 דער װאָס הינקט אױף אַ פֿוס. 
— 39 (סלאַװיש) פֿאַרענדיקט.
    

208
    
— דו ביסט אַ ציקאַװע 40 ייִד — זאָגט ער — ט▮װעל, און דו
האָסט אין זיך נײַן מאָס רײד. צו װאָס טױגן מיר דײַנע מעשׂיות —
זאָגט ער — פֿון דײַן באַבען מיט דײַן זײדן? לאָזן זײ — זאָגט ער —
דיר האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן! און דו, טעװעל, נעם — זאָגט ער —
צונױף דײַנע בעבעכעס און פֿאָר־פֿאָר נאַ באַרדיטשעװ!...
     פֿאַרדריסט עס מיך שױן נאָך מער: גענוג דו זאָגסט מיר אָן, עשׂו,
אַזאַ גוטע בשׂורה טובֿה, מאַכסט נאָך חוזק: „פֿאָר־פֿאָר נאַ 
באַרדיטשעװ!“... לאָם 41 איך אים כאָטש אַ ביסל אױסלאמרן... און איך
רוף מיך אָן צו אים:
    — װאַשע — זאָג איך — בלאַהאָראָדיע! װיפֿל צײַט — זאָג איך
— ביסטו שױן דאָ פּריץ? האָסטו עפּעס געהערט — זאָג איך — אַ
סך מאָל, עמעצער פֿון די שכנים זאָל זיך אױף מיר באַקלאָגן, אַז
טבֿיה האָט אים באַגנבֿעט אָדער באַגזלט, אָדער אױסגענאַרט, אָדער
אַזױ צוגענומען? אַנו, צעפֿרעג זיך אָקערשט בײַ די באַלעבאַטים —
זאָג איך — צי האָב איך ניט געלעבט מיט זײ אַ סך בעסער — זאָג
איך — װי דער בעסטער באַלעבאָס? צי בין איך ניט געװען — זאָג
איך — אַדוני פּריץ, בײַ דיר אַלײן — זאָג איך — װיפֿל מאָל בעטן
דיך פֿאַר די גױיִם, זאָלסט זײ אַזױ ניט אָביזשאַיען 42?...              
     האָט דאָס אים שױן, אַ פּנים, ניט געשמעקט! שטײט ער אױף,
דער אוראַטניק, צעקװעטשט דעם פּאַפּיראָס מיט די פֿינגער, טוט אים
אַ װאָרף־אַראָפּ און מאַכט צו מיר.
                                   
     — איך האָב — זאָגט ער — קײן צײַט ניט מיט דיר צו 
באַלאַקען 43 פּוסטע רײד. ס'איז מיר אָנגעקומען — זאָגט ער — אַ פּאַפּיר,
און װײַטער גײט מיך ניט אָן! קום — זאָגט ער — װעסטו מיר —
זאָגט ער — חתּמענען דאָס פּאַפּיר, און צײַט אױף אַרױסצופֿאָרן גיט
מען דיר — זאָגט ער — דרײַ טעג, זאָלסט קאָנען — זאָגט ער —
אױספֿאַרקױפֿן אַלצדינג און צוגרײטן זיך אין װעג אַרײַן.
     דערזען, ס'איז ביטער, רוף איך מיך אָן צו אים:
                                        

— 40 טשיקאַװע, מאָדנע, אינטערעסאַנט. 
— 41 (געקירצט) לאָמיר. 
— 42 באַלײדיקן. 
— 43 רײדן (אַבי רײדן, אָן אַ ציל און לאַנג).



209
     
— דו גיסט מיר — זאָג איך — דרײַ טעג גיסטו מיר? דרײַ יאָר
זאָלסטו לעבן — זאָג איך — דערפֿאַר אין עושר און אין כּבֿוד. גאָט
זאָל דיר — זאָג איך — צאָלן בכּפֿל כּפֿלים — זאָג איך — פֿאַר די
גוטע בשׂורה, װאָס דו האָסט מיר געבראַכט אין שטוב אַרײַן...
     גוט־גוט אַרײַנגעזאָגט אים, װי טבֿיה קאָן▮ איך האָב מיך מײשבֿ
געװען: ממה־נפֿשך, סײַ װי סײַ מאָטי פּאַרך 44 — װאָס האָב איך דאָ
אָנצוּװערן? װאָלט איך געװען ייִנגער כאָטש מיט אַ יאָר צװאַנציק
און װאָלט מיר געלעבט מײַן גאָלדע עליו השלום, און װאָלט איך געװען
דער אײגענער טבֿיה דער מילכיקער װאָס אַמאָל, אין די שנים קדמוניות,
עהע־הע! װאָלט איך זיך אַזױ גיך ניט אונטערגעגעבן! איך װאָלט
זיך געבאָרעט 45, געשלאָגן זיך ביזן בלוט אַרײַן. נאָר אַזױ — װאָס?
םה אָנו מה חײנו 46 — װאָס בין איך הײַנט און װער בין איך? אַ
פּלג־גוף 47, אַ שבֿרי־כּלי, אַ צעבראָכענער שאַרבן! „אַך טי, רבונו של
עולם, גאָטעניו! — טראַכט איך מיר — װאָס האָסטו זיך עפּעס 
צוגעטשעפּעט צו טבֿיהן גראָד? פֿאַר װאָס זאָלסטו בעסער ניט אַ שפּיל
טאָן זיך אַ מאָל אױף אַ טשיקאַװעס, למשל, מיט אַ בראָצקין אָדער מיט
אַ רױטשילדן? פֿאַר װאָס לערנט מען מיט זײ ניט די סדרה לך־לך?
זײ װאָלט, דאַכט מיר, בעסער אָנגעשטאַנען? ערשטנס, װאָלטן זײ דער▮
פֿילט דעם אמתן טעם, װאָס הײסט אַ ייִד. והשנית, לאָזן זײ אױך זען,
אַז מיר האָבן אַ שטאַרקן גאָט“...
     בקיצור, דאָס איז אָבער אַלץ פּוסטע דיבורים. מיט גאָט טענהט
מען זיך ניט אױס און אים קײן עצותּ, װי אַזױ צו פֿירן די װעלט▮
גיט מען ניט. ער, אַז ער זאָגט: לי השמים ולי האָרץ 48 — קומט־אױס,
אַז ער איז באַלעבאָס, און מיר דאַרפֿן אים פֿאָלגן. װאָס ער זאָגט, איז
געזאָגט!... גײ איך אַרײַן אין שטוב אַרײַן און טו מיר אַ זאָג צו מײַן
טאָכטער דער אַלמנה:
     
— 44 (באַלײדיקנדיקער צונאָמען) װי ער װאָלט געהאַט אַ קאָפּ מיט קרעץ. —
— 45 (רוס,) געקעמפֿט מיט די פֿױסטן. 
— 46 װער זײַנען מיר און װאָס פֿאַר אַ
טעם האָט אונדזער לעבן? 
— 47 (תּלמודישער אױסדרוק) אַ האַלבער גוף, אַ
צעבראָכענע כּלי. 
— 48 טביה אַלײן מאַכט עס דעם פּסוק... “מיר געהערט דער
הימל און מיר געהערט די ערד“.



210
    
— צײטל, — זאָג איך — מיר קלײַבן זיך אַרױס — זאָג איך —
פֿון דאַנען ערגעץ אין אַ שטאָט אַרײַן. משנה מקום, משנה מזל... דו
נעם אָקערשט — זאָג איך — און הײב־אָן בײַ צײַטנס זיך צו גרײטן
מיטן בעטגעװאַנט, מיטן סאַמאָװאַר און מיט די שאָר ירקותּ, און איך
װעל — זאָג איך — גײן פֿאַרקױפֿן די כאַטע. ס'איז אָנגעקומען —
זאָג איך — אַ פּאַפּיר, אַז מיר זאָלן אָפּרײניקן — זאָג איך — דאָס
אָרט און אין דרײַ טעג אַרום זאָל דאָ אונדזער דעך 49 ניט בלײַבן!..
    דערהערט פֿון מיר אַזאַ בשׂורה, אַז זי מאַכט ניט קײן געװײן, די
אַלמנה מײַנע, און די קינדערלעך אירע, אױף איר קוקנדיק, האָבן
זיך גלאַט צעװײנט. און ס'איז געװאָרן — װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?
— תּשעה באָבֿ אין שטוב! װער איך שױן אין כּעס און לאָז־אױס מײַן
גאַנץ ביטער האַרץ אױף מײַן טאָכטער, נעבעך:
    — װאָס האָט איר זיך גענומען — זאָג איך — אױף מײַן לעבן?
װאָס האָט איר זיך — זאָג איך — צעיאַכמערט פּלוצעם אין מיטן
דרינען װי אַן אַלטער חזן צו די ערשטע סליחותּ?... װאָס בין איך
עפּעס אַ בן־יחיד — זאָג איך — בײַ גאָט? אַ ציטעריקער? קאַרג
ייִדן — זאָג איך — װערן איצטער אַרױסגעטריבן פֿון די דערפֿער?
גײ האָרך — זאָג איך — װאָס דער אוראַטניק דערצײלט זיך אָן! אַ
סבֿרא — זאָג איך — אַז דײַן אַנאַטעװקע, װאָס איז ביז אַהער 
געװען אַ שטעטל, װערט דאָס שױן אױך — זאָג איך — מיט גאָטס
הילף אַ דאָרף, צוליב די אַנאַטעװקער ייִדן — זאָג איך — מע זאָל
זײ קאָנען אַרױסטרײַבן אַלעמען. װי באַלד אַזױ — זאָג איך — מיט
װאָס זשע — זאָג איד — בין איך ערגער פֿון אַלע ייִדן?...
     אָט אַזױ רײד איך איר אױס דאָס האַרץ, דער טאָכטער מײַנער,
איז דאָך עס אָבער אַ ייִדענע. זאָגט זי צו מיר:
     — װוּהין װעלן מיר זיך — זאָגט זי — קלײַבן פּלוצעם אין מיטן
דרינען? װו װעלן מיר — זאָגט זי — גײן זוכן שטעט?...
     —— שטיאַ 50! — זאָג איך — אַז גאָט איז געקומען — זאָג איך —
צו אונדזער עלטער־עלטער־זײדן, צו אַבֿרהם אָבֿינון, און האָט אים
    
— 49 אָטעם (דעם מענטשנס מינדסטער סימן) 
— 50 (אַראַמיש) נאַר (װײכלעו).



211

געזאָגט — זאָג איך — לך—לך םאַרצך, זאָלסט אַרױסגײן פֿון דײַן
לאַנד, האָט אים דען אַבֿרהם — זאָג איך — איבערגעפֿרעגט דאָס
אַנדערע װאָרט אַפֿילו: װוּהין?... גאָט האָט אים געזאָגט — זאָג איך
—אַל האָרץ אַשר אַראך, איז דער פּשט: נאַ װסיע טשעטירע 
סטאָרעני 51... מיר װעלן גײן — זאָג איך — װוהין די אױגן טראָגן, 
װוּהין אַלע ייִדן גײען! װאָס סע װעט זײַן — זאָג איך — מיט כּל ישׂראל,
דאָס װעט זײַן מיט ר, ישׂראל. און מיט װאָס — זאָג איך — ביסטו
מער מיוחסת פֿון דײַן שװעסטער בײלקע, די נגידיתּטע? איר 
שטײטאָן צו זײַן מיט איר פּדהצורן אַצינד אין אַמעריקע און מאַכן אַ
לעבעכץ, מעג דיר אױך — זאָג איך — אָנשטײן... דאַנקען 
השםיתברך — זאָג איך — װאָס מיר האָבן כאָטש מיט װאָס צו רירן
זיך. אַ ביסל — זאָג איך — איז נאָך דאָ פֿון פֿריִער, און אַ ביסל
פֿון דער כאַדאָבע, װאָס מיר האָבן פֿאַרקױפֿט, און אַ ביסל װעט
אַרײַנפֿאַלן פֿון דער כאַטע. פֿון אַ ביסל און אַ ביסל — זאָג איך —
װערט אַ פֿולע שיסל — און גם זו לטובֿה! און אַפֿילו מיר זאָלן —
זאָג איך — חלילה גאָר נישט האָבן, איז אונדז — זאָג איך — נאָך
אַלץ בעסער פֿון מענדל בײליס!...
     בקיצור, איך האָב בײַ איר יאַקאָש געפּועלט, זי זאָל זיך ניט
שטאַרק פֿאַרעקשנען. איך האָב איר געגעבן צו פֿאַרשטײן מיט אַ
שׂכל, אַז דער אוראַטניק קומט און ברענגט אַ פּאַפּיר, אַז מען הײסט
גײן, קאָן מען קײן חזיר ניט זײַן און מע דאַרף גײן. און אַלײן בין
איך אַװעק אין דאָרף מאַכן אַ טאָלק מיט דער כאַטע, און גלײַך צו
איװאַן פּאָפּערילע, צום סטאַראָסטע הײסט עס. ער איז אַ גױ אַ
בעל־הגוף און פּגרט נאָך מײַן דירה! געקומען צו איװאַנען, דערצײל
איך אים ניט פֿון קײן פּותר און פֿון קײן חלום (אַ ייִד איז קליגער
פֿון אַ גױ) און איך זאָג אים, זאָג איך:
    — הנה זײַ װיסן, איװאַנו סערדצע, אַז איך װאַרף אײַך אַװעקעט...
     זאָגט ער:
    — װאָס עפּעס?
    
— 51 (רוט') אױף אַלע פֿיר זײַטן (העברעוש: „אַרבע כּנפֿות האָרץ“).


212
     
— זאָג איך:
     — איך פֿאָר־אַריבער — זאָג איך — אין שטאַט אַרײַן. איך װיל
זײַן — זאָג איך — צװישן ייִדן. איך בין שױן ניט קײן יונגער מאַן
— זאָג איך — טאָמער חלילה טוט מען אַ שטאַרב...
     מאַכט צו מיר איװאַן.
                           
     — פֿאַר װאָס זשע זאָלסטו ניט שטאַרבן דאָ? װער לאָזט דיך
ניט?
     דאַנק איך אים זײער און זאָג אים.
                                        
     — שטאַרבן דאָ, שטאַרב שױן דו בעסער! — זאָג איך — דו
ביסט בילכער, און איך װעל בעסער גײן שטאַרבן — זאָג איך —
צװישן מײַניקע... קױף־אָפּ, איװאַנו, בײַ מיר — זאָג איך צו אים
— מײַן כאַטע מיטן גאָרטן. אַן אַנדערן װעל איך — זאָג איך — ניט
פֿאַרקױפֿן, דיר יאָ.
     — װיפֿל — זאָגט ער — װילסטו פֿאַר דײַן כאַטע?
     — װיפֿל — זאָג איך — גיסטו?
     אַהין־אַהער, ער מיר.
                          
     — װיפֿל װילסט דו?
     איך אים:
    — װיפֿל גיסט דו?
     
מע האָט זיך גענומען דינגען זיך, פּאַטשן אין די הענט אַרײַן,
אַזױ לאַנג געדונגען זיך און געפּאַטשט זיך, אַ רענדל אַרױף, אַ רענדל
אַראָפּ, ביז מע האָט זיך אױסגעדונגען פֿאַרן מקח, און טאַקע 
פּאָװטירנע גענומען בײַ אים אױף דעם יד אַ פֿײַנעם אַדערױף, ער זאָל
זיך, חלילה, ניט אױפֿטרענען (אַ ייִד איז קליגער פֿון אַ גױ) און אָט
אַזױ האָב איך אױסגעפֿאַרקױפֿט אין אײן טאָג, בחצי חינם 
געװײנטלעך, דאָס גאַנצע דאָברע־מזל 52, געמאַכט פֿון אַלצדינג גאָלד, און
בין אַװעק דינגען אַ פֿור, פֿאַרנעמען דאָס איבערגעבליבענע ביסל
אָרעמקײט — װעט איר הערן נאָך אַ שײנס, װאָס בײַ טבֿיהן קאָן
    

— 52 (סלאַװיש) דאָס גוטע מזל.
                                                         

213

זיך פֿאַרלױפֿן! איר לײגט נאָר צו קאָפּ, איך װעל אײַך שױן לאַנג
נישט האַלטן, איבערגעבן עס אײַך, װי זאָגט איר, בשלשה דבֿריס —
אין צװײ װערטער.
      בקיצור, פֿאַרן אַװעקפֿאָר קום איך אַהײם, טרעף איך שױן ניט
קײן שטוב, נאָר אַ חורבֿה. די װענט נאַקעט, זײ װײנען ממש מיט
טרערן. אױף דער ערד — פּעקלעך מיט פּעקלעך מיט פּעקלעך! אױפֿן
פּריפּעטשיק זיצט די קאַץ, װי אַ יתּומה, נעבעך, טרױװערדיק 3▮ — עס
האָט מיך אַזש אַ נעם געגעבן בײַם האַרצן און טרערן האָבן זיך מיר
געשטעלט אין די אױגן... איך זאָל מיך ניט שעמען פֿאַר מײַן 
טאָכטער, װאָלט איך מיך גוט־גוט אױסגעװײנט, װי זאָגט איר, פֿאָרט
באַטקאָװשטשינע 54!... דאָ אױסגעװאַקסן, דאָ פֿאַרשװאַרצט געװאָרן
כּל ימיו, און פּלוצעם, אין מיטן דרינען — לך־לך! זאָגט אײַך, װאָס
איר װילט, ס'אַ פֿאַרדראָסיקע זאַך!... טבֿיה איז דאָך אָבער ניט קײן
ייִדענע, האַלט איך מיך אײַן און מאַך מיך פֿרײלעך און רוף מיך אָן
צו מײַן טאָכטער דער אַלמנה:
     — קום נאָר אַהער — זאָג איך — צײטל, װוּ ביסטו ערגעץ?
     גײט זי אַרױס פֿון צװײטן אַלקיר, צײטל הײסט עס, מיט רױטע
אױגן און מיט אַ געשװאָלענער נאָז. אַהאַ, טראַכט איך מיר, מײַן
טאָכטער האָט זיך דאָ שױן װידער צעיעלהט 55, װי אַ ייִדענע צו
ונתנה־תוקף! אָט די װײַבער, הערט איר, זײַנען אײַך קײן קאַטאָװעס
ניט — באַלד עפּעס, איז געװײנט! װאָלװעלע טרערן בײַ זײ. „שטיא!
— זאָג איך איר — װאָס װײנסטו שױן װידער? ביסטו ניט קײן נאַר?
זאָג איך — באַרעכן זיך נאָר, זאָג איך, דעם חילוק פֿון דיר ביז
מענדל בײליס 56“... װיל זי ניט הערן און מאַכט צו מיר: „טאַטע,
זאָגט זי, דו װײסט ניט װאָס איך װײן“... זאָג איך: „איך װײס גאַנץ
גוט. פֿאַר װאָס זאָל איך ניט װיסן? דו װײנסט, זאָג איך, ס'טוט דיר
     

— 53 (לאָקאַליזס) טרױעריק. 
— 54 (פֿון אוקראַ▮ניש: „באַטקאַ“, פֿאָטערל) פֿאָטערלאַנד. 
— 55 (נאָך כּל נדרי זאָגט מען אַ פּזמון מיט אַ װײנענדיקן קול און
די תּפֿילה הײבט זיך אָן מיט יעלה 8 מאָל) צעװײנט אױף אַ קול, צעיאָמערט. —
— 56 דער קרבן פֿון בלוט־בילבול אין קיִעװ (1911—1913).



214

באַנג די הײם... ביסט אָט דאָ, זאָג איך, געבױרן געװאָרן און 
אױסגעװאַקסן — פֿאַרדריסט עס דיך!... גלײב מיר, זאָג איך, איך זאָל
ניט זײַן טבֿיה, איך זאָל זײַן אַן אַנדערער, װאָלט איך אַלײן אױך,
זאָג איך, געקושט אָט די נאַקעטע װענט מיט אָט די לײדיקע 
פּאָליצעס... איך װאָלט אַלײן אױך, זאָג איך, צוגעפֿאַלן צו אָט דער 
דאָזיקער ערד!... עס טוט מיר באַנג, זאָג איך, איטלעך ברעקל גלײַך
מיט דיר. נאַרעלע! אַפֿילו אָט די קאַץ, זאָג איך, זעסטו, אָן 57 זיצט
זי דאָרט אַ פֿאַריתומטע ▮אױפֿן פּריפּעטשיק? אַ שטומע צונג, אַ חיה,
זאָג איך, פֿון דעסט װעגן איז אַ רחמנותּ, זי בלײַבט אַלײן אָן אַ 
באַלעבאָס — צער־בעלי־חײם“...
     — ס'איז דאָ, מאָל דיר — זאָגט זי — אַ גרעסערער רחמנות...
     — ן.ה▮נו?
     — דהײַנו, אָט פֿאָרן מיר אַװעק — זאָגט זי — און לאָזן־איבער
דאָ אײן מענטשן אַלײן, עלנט װי אַ שטײן.
     פֿאַרשטײ איך ניט, װאָס זי מײנט, און רוף מיך אָן צו איר.
                                                                  
                                                                  
     — װאָס בעלעבעטשעסטו? — זאָג איך — װאָסערע פֿלאָמען?
▮ואָס מענטש? װאָסער שטײן?
     מאַכט זי צו מיר.
                       
                       
     — טאַטע, איך רײד ניט פֿונעם װעג. איך רײד — זאָגט זי —
פֿון אונדזער חװהן...
     און װי זי האָט מיר אױסגערעדט דעם דאָזיקן נאָמען, איז שװער
איך אײַך, װי מיט אַ הײסן אָקרעפּ 58 אָדער מיט אַ שײַטהאָלץ 59
איבערן קאָפּ! און איך פֿאַל־אָן אױף מײַן טאָכטער און גיב איר אַװעק
אַ װיסטן סוף.
              
     — װאָס עפּעס פּלוצעם אין מיטן דרינען חװה? — זאָג איך —
 איך האָב דאָך אָנגעזאָגט — זאָג איך — װיפֿל מאָל, אַז חװה לא יזכר
 ולא יפּקד!...
     

— 57 ▮לאָקאַליזס) אָט, דאָרט. 
— 58 (רוםיש) קאָכעדיק שמוציק װאַסער. —
— 59 אַ שטיק ברענהאָלץ.


215
     
מײנט איר, אַז זי שרעקט זיך איבער? אָבער גאָר לא! טבֿיהס
טעכטער האָבן אין זיך אַ כּוח!
     — טאַטע, — מאַכט זי צו מיר — דו בײזער זיך נאָר ניט
אַזױ שטאַרק און דערמאָן זיך בעסער, װאָס דו אַלײן — זאָגט זי —
האָסט געזאָגט װיפֿל מאָל, אַז סע שטײט געשריבן, אַ מענטש דאַרף
האָבן רחמנות אױף אַ מענטשן, װי אַ טאַטע אױף אַ קינד...
     איר הערט װערטער? װער איך מסתּמא נאָך מער אױפֿגעקאָכט
און גיב איר אַװעקעט אַ גאָב, װי איר קומט:
     — פֿון רחמנות — זאָג איך — רעדסטו מיט מיר? װו איז גע▮
װען — זאָג איך — איר רחמנות, אַז איך בין געלעגן װי אַ הונט פֿאַרן
גלח, ימח שמו, אים געקושט די פֿיס, און זי איז אפֿשר געװען —
זאָג איך — אין צװײטן חדר און אפֿשר געהערט איטלעך װאָרט?...
אָדער װו איז געװען — זאָג איך — איר רחמנות, אַז די מאַמע עליו
השלום איז געלעגן — זאָג איך — ניט פֿאַר דיר געדאַכט, אָט דאָ
אױף דער ערד מיט שװאַרצן איבערגעדעקט? װוּ איז זי דעמאָלט
געװען?... און די נעכט, װאָס איך בין — זאָג איך — ניט געשלאָפֿן?
און דאָס קרענקען, װאָס האָט מיך — זאָג איך — געקרענקט די
גאַנצע צײַט ביז הײַנטיקן טאָג נאָך, אַז איך דערמאָן מיך — זאָג איך
— װאָס זי האָט מיר אָפּגעטאָן, אױף װעמען זי האָט אונדז ▮ױסגע▮
ביטן? װוּ איז — זאָג איך — דער רחמנותּ אױף מיר?...
     און עס פֿאַרבאַקט מיך בײַם האַרצן, און איך קאָן ניט רײדן
מער...
     
מײנט איר דאָך אַװדאי, אַז טבֿיהס טאָכטער האָט נישט געפֿונען,
װאָס מיר דערױף אָפּצוענטפֿערן?
    — דו אַלײן — זאָגט זי — זאָגסט דאָך, טאַטע, אַז דער מענטש,
װאָס האָט חרטה, איז אים אַפֿילו גאָט אַלײן אױך מוחל...
    — חרטה? — זאָג איך — צו שפּעט! דאָס צװײַגעלע — זאָג איך
— װאָס האָט זיך אײן מאָל אָפּגעריסן פֿון בױם, מוז — זאָג איך —.
פֿאַרטריקנט װערן! דאָס בלעטל — זאָג איך — װאָס איז אָפּגעפֿאַלן▮


216

מוז פֿאַרפֿױלט װערן, און מער — זאָג איך — זאָלסטו מיט מיר ניט
רײדן דערפֿון —עד כּאַן אומרים בשבת הגדול ▮.
     בקיצור, דערזען, אַז מיט װערטער קאָן זי מיט מיר גאָר ניט
מאַכן, טבֿיה איז ניט דער מענטש, װאָס מען רעדט אים איבער, פֿאַלט
זי צו מיר שױן גאָר צו און הײבט מיך גאָר אָן צו קושן אין די הענט
אַרײַן און מאַכט צו מיר.
                        
            



    — טאַטע — זאָגט זי — זאָל איך שלעכטס האָבן, זאָל איך
שטאַרבן אָט אָ דאָ אױפֿן אָרט, אױב דו װעסט זי איצטיקס מאָל —
זאָגט זי — אָפּשטױסן, װי דו האָסט זי אָפּגעשטױסן דעמאָלט אין
װאַלד אַז זי איז — זאָגט זי — צוגעפֿאַלן צו דיר און דו האָסט 
פֿאַרקערעװעט — זאָגט זי — דאָס פֿערדל און ביסט אַנטלאָפֿן!...
     — װאָס פֿאַר אַ פּריטשעפּע 60 — זאָג איך — אױף מײַן קאָפּ?
װאָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש?! װאָס האָסטו זיך גענומען — זאָג איך —
אױף מײַן לעבן?!...
     לאָזט זי מיך ניט אָפּעט, האַלט מיר צו בײַ די הענט און טענהט
זיך אירס:
     — זאָל איך שלעכטס האָבן — זאָגט זי — זאָל איך שטאַרבן,
אױב דו װעסט איר ניט מוחל זײַן! — זאָגט זי — װאָרעם זי איז
דיר אַ טאָכטער — זאָגט זי — גלײַך װי איך!...
     — װאָס װילסטו — זאָג איך — פֿון מײַן לעבן? זי איז ניט מײַן
טאָכטער מער! זי איז שױן — זאָג איך — לאַנג געשטאָרבן!...
     — נײן! — זאָגט זי — זי איז ניט געשטאָרבן און זי איז שױן
צוריק דײַן טאָכטער — זאָגט זי — װי געװען, װאָרעם פֿון דער
ערשטער מינוט — זאָגט זי — אַז זי איז געװױר געװאָרן, מע שיקט
אונדז אַרױס, האָט זי געזאָגט צו זיך אַלײן, אַז דאָ שיקט מען אַרױס
אונדז אַלעמען, זי אױך, הײסט עס. דאָרט װוּ מיר, אַזױ האָט מיר
חװה אַלײן געזאָגט, דאָרט איז זי. אונדזער גלות, דאָס איז איר
גלותּ... אַ סימן, זאָגט זי, האָסטו, טאַטע, אָט איז אַפֿילו דאָס פּעקל
אירס...
    
— 60 צוטשעפּעניש, אָנשיקעניש, פּגע־רע, נגע.


217

     אַזױ מאַכט צו מיר מײַן טאָכטער, צײטל הײסט עס, אין אײן
אָטעם, װי די עשׂרת בני המן אין דער מגילה 61, און לאָזט מיך אַפֿילו
ניט אַ װאָרט אַרױסרײדן און טוט מיר אַ װײַז־אָן אױף עפּעס אַ פּעקל
אין אַ רױטער פֿאַטשײלע אײַנגעװיקלט, און טאַקע פּאָװטירנע טוט
זי אַן עפֿן־אױף די טיר פֿון צװײטן אַלקיר 62 און אַ רוף־אױס.
                                                                  
    

     — חװה!
     װי איר זעט מיך אַ ייִדן... און װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבער
פֿרײַנד? טאַקע פּונקט אַזױ װי בײַ אײַך אין די ביכלעך װערט 
באַשריבן, באַװײַזט זי זיך, חװה הײסט עס, פֿון אַלקיר אַרױס, אַ געזונטע,
אַ גלאַטע, אַ שײנע, װי געװען, ניט געמינערט אַ האָר, נאָר דאָס
פּנים אַ ביסל פֿאַרזאָרגט, די אױגן אַ ביסל פֿאַרצױגן, און דעם קאָפּ
האַלט זי הױך, מיט גדלות, בלײַבט שטײן אַ װײַלע, קוקט אױף מיר▮
איך — אױף איר. דערנאָך ציט זי אױס צו מיר בײדע הענט און נאָר
אײן װאָרט קאָן זי אַרױסרײדן, אײן־און־אײנציק װאָרט, און שטיל:
     — טאַ־טע... — — — — — — — — —      — — — —



— — — — — — — — — — — — — — — — — —י
     האָט קײן פֿאַראיבל ניט. אַז איך דערמאָן מיך, שטעלן זיך מיר
נאָך איצט אױך טרערן אין די אױגן. נאָר מײנט ניט פֿון דעסט װעגן▮
אַז טבֿיה האָט, חלילה, געלאָזט אַ טרער אָדער אַרױסבאַװיזן, װי זאָגט
איר, מיאַכקי לבֿבֿות 63 — בלאָטע!... דאָס הײסט, װאָס איך האָב 
געפֿילט בעת מעשׂה אינעװײניק אין האַרצן — דאָס איז עפּעס אַנדערש.
איר זײַט דאָך אַלײן אױך אַ טאַטע פֿון קינדער און איר װײסט גלײַך
מיט מיר דעם פּשט פֿונעם פּסוק „כּרחם אָבֿ על בנים“ און דעם
טעם פֿון דעם, בעת אַ קינד, עס מעג זיך װי פֿאַרזינדיקן, נאָר אַז
סע קוקט אײַך גלײַך אין דער נשמה אַרײַן און זאָגט אײַך: „טאַטע!“
— אַנו, זײַט דעמאָלט אַ בריה, אַדרבה, און טרײַבט עס אָפּ!... און
    

— 61 שנעל, אָן קײן שום פּױזע (אַזױ לײענט מען פּורים אין מגילת אסתּר
דעם סוף פּון המנס צען זין. 
— 62 (פֿון שפּאַנישן װאָרט aכנalco▮) שלאָפֿצי▮ מער. 
— 63 (אַ װאָרט רוםיש, אַ װאָרט העברעוש) װײכע הערצער.


218

צוריק אָבער, דער כּוח־הדם אַרבעט. און עס קומען מיר אַקעגן באַלד
דאָס שײנע שפּיצל, װאָס זי האָט מיר אָפּגעטאָן... כװעדקע גאַלאַגאַן▮
אײַנגעזונקען זאָל ער װערן... און דער גלח, ימח שמו... און מײַנע
טרערן... און גאָלדע עליו השלומס טױט... נײן! זאָגט שױן איר אַלײן,
װי קאָן מען דאָס פֿאַרגעסן, װי קאָן מען דאָס פֿאַרגעסן?... און װידער
צוריק — סטײַטש! פֿאָרט אַ קינד... כּרחם אָבֿ על בנים... װי טאָר
אַ מענטש זײַן אַן אַכזר, אַז גאָט אַלײן זאָגט אױף זיך, אַז ער איז אַן
אַל ארך אַפּים 64!... ובפֿרט, זי האָט חרטה און װיל זיך אומקערן 
צוריק צו איר טאַטן און צו איר גאָט!... װאָס זאָגט איר, פּאַני שלום
עליכם? איר זײַט דאָך עפּעס אַ ייִד, װאָס קאַטאָרי איר מאַכט ביכלעך
און איר גיט דער װעלט עצות — זאָגט שױן איר אַלײן, װאָס האָט
טבֿיה באַדאַרפֿט טאָן? אַרומנעמען זי, װי אַן אײגענע, קושן זי און
האַלדזן זי און זאָגן איר, װי מיר זאָגן יום־כּיפּור צו „כּל־נדרי“:
סלחתּי כּדבֿריך — קום צו מיר, דו ביסט מײַן קינד? צי אפֿשר 
פֿאַרקערעװען דעם דישעל, אַזױ װי דעמאָלט, און זאָגן איר: לך—לך — גײ
דיר געזונטערהײט פֿון װאַנען דו ביסט געקומען?... נײן, לאָז זיך
אײַך דאַכטן, למשל, עלעהײ 65 איר זײַט אױף טבֿיהס אָרט און זאָגט
מיר בהן שלי 66, נאָר אָפֿנטלעך, װי פֿאַר אַן אמתן גוטן פֿרײַנד: װי
אַזױ װאָלט איר זיך נוהג געװען?... און אױב איר קאָנט עס מיר ניט
זאָגן באַלד, גיב איך אײַך צײַט אױף צו באַטראַכטן זיך... און 
דערװײַל דאַרף מען גײן — די אײניקלעך װאַרטן שױן אױף מיר, 
קוקןאַרױס אױפֿן זײדן. איר דאַרפֿט װיסן, אַז אײניקלעך זײַנען נאָך
טױזנט מאָל טײַערער און אײַנגעבאַקענער פֿון קינדער. בנים ובֿני
בנים — אַ קלײניקײט! זײַט מיר געזונט און האָט קײן פֿאַראיבל ניט.
איך האָב אײַך אָנגעקלאַפּט אַ קאָפּ — איר װעט שױן דערפֿאַר האָבן
װאָס צו שרײַבן... אַז גאָט װעט הײסן, װעלן מיר זיך נאָך זען מסתּמא.
אַ גוטן!
     

— 64 /שמות ל“ד, ו/ האַלט־אײן דעם כּעס (פֿון די שלש־עשרה מידות) —
— 65 (פֿון העברעיִש. כאלו, לו יהא) װי, װען, טאָמער. 
— 66 אױף מײן ערנװאָרט.



------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------


219

                  וחלקלקות
         
אַ פֿאַרשפֿעטיקטע מעשׂה פֿון טביה דעם מילכיקן, דערצײלט
         נאָך פֿאַר דער מלחמה, נאָר איבער דעם גלות און איבער דער
         מהומה האָט זי ביז אַהער ניט געקאָנט זען די ליכטיקע װעלט.
                                           

געשריבן אין די יאָרן  1916-1914
     
— איר געדענקט דאָך מסתּמא, פּאַני שלום עליכם, װי איך האָב
אײַך אַנומלטן אײַנגעטײַטשט די פּרשה לך—לך מיט אַלע ל“ב 
פּירושים 2, דערצײלט, װי אַזױ עשׂו האָט זיך פֿײַן צערעכנט מיט זײַן
ברודער יעקבֿ, גוט באַצאָלט אים פֿאַר די בכורה, אַרױסגעמשלחט 3
מיך פֿונעם דאָרף מיט האַק און פּאַק, מיט קינדער און קינדסקינדער
און מיט די בעבעכעס, װי עס באַדאַרף צו זײַן, געמאַכט אַ תּל־עולם
פֿון דער גאַנצער כאַדאָבע מיטן ביסל אָרעמקײט, מיטן פֿערדל, 
להבֿדיל, פֿון װעלכן איך קאָן נאָך עד־היום ניט רײדן אָן טרערן אין די
אױגן, װי מיר זאָגן תּשעה באָבֿ אין די קינות: על אלה אַני בוכיה 4
— עס האָט פֿאַרדינט, מען זאָל נאָך דעם לאָזן אַ טרער... מילא, בין
איך אײַך דאָס מוחל. װאָרעם, צוריק שמועסנדיק, איז דאָך װידער
אַ מאָל די אײגענע מעשׂה: מיט װאָס בין איך דאָס מער בן־יחיד בײַ
                                                                           
דעם רבונו של עולם פֿון אַלע אַנדערע אַחינו בני ישׂראל, װאָס פֿאָני 5
טרײַבט האַלדז־און־נאַקן פֿון די הײליקע דערפֿער, קערט און רױמט
און רײניקט און קאָרעניעט 6־אױס מיטן װאָרצל װוּ נאָר ס'איז פֿאַראַן
אַ סימן פֿון אַ ייִד, װי מיר זאָגן אין „יעלה ױבֿוא“: ױפּקד ױזכר 7 —
עס זאָל גאָר קײן סליאַד 8 ניט בלײַבן? מיט װאָס האָב איך דאָ,
     
— 1 /תּהילים ל„ה, ו/ “יהי דרכם חושך וחלקלקות„, זאָל זײער װעג זײן
פֿינצטער און גליטשיק▮ 
— 2 פּאָפּולערע אױסגאַבע פֿון חומש מיט 32 פּירושים. —
— 3 (העברעיִש משלח זײן) אַרױסגעשיקט. 
— 4 /איכה א,, טז/ אױף דעם טאַקע װײן איך. 
— 5 (פֿאַראַכטלעד) די רוסישע רעגירונג. 
— 6 (רוס,) װאָרצלט־אױס,
רײַסט־אױס מיטן װאָרצל (“קאָרעניעיעט„). 
— 7 (פֿון יעלה ױבא) און דערמאָנט
און געדענקט װערן. 
— 8 סימן, צײכן.



220

מישטײנס געזאָגט, זיך איבערצונעמען פֿאַר גאָט מער פֿון אַלע 
אַרױסגעטריבענע דאָרפֿישע ייִדן, װאָס בלאָנקען זיך איצט אַרום אױף אַלע
װעגן מיט װײַב און קינדער, װי די בלודנע 9 שאָף, װײסן ניט װוּ
אַ נאַכט איבערצונעכטיקן, האָבן ניט װוּ אַ קאָפּ אָנצושפּאַרן, ציטערן
יעדע מינוט, טאָמער באַװײַזט זיך פֿון דער װײַטן אַ קנעפּל פֿון אַן
אוראַטניק אָדער גלאַט אַזױ אַ שװאַרץ־יאָר, װי מיר זאָגן אין מעבֿיר
סדרה זײַן: ישׂא ה, עליך גױ 10?... אײַ, װאָס? טבֿיה איז נישט קײן
עם־האָרץ, װי אַנדערע דאָרפֿישע ייִדן, פֿאַרשטײט אַ קאַפּיטל תּהילים,
איז נישט פֿרעמד אין אַ מדרש און קאָן אָפּדראַפּען, מיט גאָטס הילף,
אַ פּרשה חומש מיט רשי אױך? מילא, בכן? װילט איר, אַז עשׂו זאָל
דאָס אָפּשאַצן, װי עס געהער צו זײַן און זאָל האָבן דרך־ארץ פֿאַר
אַזאַ ייִדן? אָדער אפֿשר קומט מיר גאָר אַ דאַנק דערפֿאַר? כאָטש אין
תּוך גערעדט, איז דאָ נישטאָ מיט װאָס צו שעמען זיך און קײן חסרון
איז דאָס אַװדאי ניט — איך מײן טאַקע דאָס, װאָס מען איז, גאָט צו
דאַנקען, אַ ייִד מיט לײַטן גלײַך, מען איז ניט בלינד אין די שװאַרצע
פּינטעלעך, מען איז באַהבֿינט 11 אין אַ פּסוק און מע וריסט, װוּ אײַן
און װוּ אױס, װי אין פּרק שטײט: ודע מה שתּשיבֿ 12 — אַז װױל איז
דעם װאָס װײסט... איר מײנט אפֿשר, פּאַני שלום עליכם, איך זאָג
דאָס אײַך גלאַט אַזױ, פֿונעם אַרבל? אָדער איך װיל זיך דאָ 
אױספֿײַנען פֿאַר אײַך, באַרימען זיך אין מיטן דרינען מיט מײַן גרױס
קענטשאַפֿט און מיט מײַן לומדות? האָט קײן פֿאַראיבל ניט, דאָס קאָן
זאָגן נאָר אַזעלכער, װאָס קען ניט טבֿיהן. טבֿיה רעדט ניט גלאַט
אַזױ אין דער װעלט אַרײַן, און קײן פּוסטער באַרימער, װײסט איר
דאָך, איז ער קײן מאָל ניט געװען. טבֿיה האָט ליב צו דערצײלן אַ
זאַך, װאָס טאַקע בעיני ראיתי — ער אַלײן האָט דאָס דורכגעמאַכט,
מיט אים אַלײן האָט זיך דאָס געטראָפֿן. זעצט אײַך צו אָט־אָ־דאָ אױף
     

— 9 פֿאַרלאָזענע, הונגעריקע, פֿאַרבלאָנדזשעט. 
— 10 /דבֿרים כ“ה, מט/ גאָט
זאָל אָנטראָגן אױף דיר אַ פֿאָלק (פֿון דער װײַטן). 
— 11 (פֿון העברעיִש. הבנה,
פֿאַרשטענדעניש) אױסגעבונדן, גוט באַקאַנט. 
— 12 /פּרקי אָבֿות ב', יט/ און
װײס װאָס צו ענטפֿערן (װיסן זאָלסטו).


221

אַ װײַלעטשקע, װעט איר האָרכן אַ שײנס, װי אַזױ עס קומט אַ מאָל
צו נוץ אַ מענטשן, אַז מע איז ניט קײן פּראָסטער בשׂר ודגים, און
מע האָט אַ שטיקל בעגריפֿיע 13 אױך אין די עולמותּ העליונים און
מע װײסט, װען און װוּ און װי אַזױ אַרײַנצושרױפֿן אַ פּסוק, כאָטשבי 14
פֿון אונדזער אַלטן תּהילים.
     בקיצור, דאָס איז געװען, אױב איך האָב קײן טעותּ ניט, שױן
לאַנג, גאָר לאַנג, איך האָב מורא, אױב נישט אין דער סאַמע היץ פֿון
ביםים ההם — פֿון פֿאָניס רעװאָלוציעס מיט קאָסנעטוציעס, בעת
כרוקעלע האָט זיך אַ לאָז געטאָן איבער ייִדישע שטעט און שטעטלעך
מיט אַ פֿרײַ געמיט און מיט אױפֿגעבונדענע הענט און גענומען מאַכן
אַ תּכלית פֿון ייִדישן האָב־און־גוטס, כּכּתּובֿ, װי אין סידור שטײט
געשריבן: שובֿר אױבֿים ומכניע זדים 15 — געבראָכן פֿענצטער און
געריסן בעטגעװאַנט... איך האָב אײַך שױן, דאַכט זיך, אַ מאָל געהאַט
געזאָגט, אַז איך אַלײן װער ניט נתפּעל פֿון אַזעלכע זאַכן, און שרעקן
שרעק איך מיך אױך ניט איבער, װאָרעם ס'איז דאָך אַ ממה־נפֿשך:
איז דאָס אַ באַשערטע זאַך, אַ גזירה מן השמים, דאַרף איך דאָך ניט
זײַן קײן אױסנאַם פֿונעם כּלל ישׂראל, װי מיר זאָגן אין פּרק: כּל
ישׂראל יש להם חלק▮ אלא װאָס דען? ס'איז גלאַט אַן עפּידעמיע, אַ מין
אונטערגאַנג, רחמנא ליצלן, אַ שטורעמװינט, װאָס גײט־פֿאַרבײַ —
איז דאָך אַװדאי ניטאָ װאָס אַראָפּצופֿאַלן בײַ זיך! דער שטורעמװינט
װעט זיך אײַנשטילן, דער הימל װעט זיך אױסלײַטערן און עס װעט
זײַן חדש ימינו כקדם 16. װי זאָגט דער גױ, להבֿדיל? „נע בולאָ או
מיקיטע הראָשע אי נע בודע 17“...
     און כּך הװה — אַזױ איז געװען איצט אױך, אַז ס'איז געקומען
צו מיר די כראָמאַדע פֿון דאָרף, װי איך האָב אײַך, דאַכט זיך, שױן
געהאַט דערצײלט אַמאָל, און מיר אָנגעזאָגט די גוטע בשׂורה טובֿה,
    
— 13 (פֿאַרגרײַזט) באַגריף, השׂגה. 
— 14 (פּױליש) װײניקסטנס, לכּל הפּחות. —
— 15 /פֿון שמונה עשרה/ צעברעכט די שׂונאים און מאַכט אונטערטעניק די
רשעים. 
— 16 /איכה ה,, כא/ באַנײ אונדזערע טעג (יאָרן) װי אַמאָל. 
— 17 טביה שטעלט־אַנטקעגן די גרױסע חלומות פֿון ייִדן דעם טאָפּ לינדזן פֿון דעם
פּראָסטן גױ...



222

אַז מען איז דאָס געקומען צו מיר טאָן, װאָס מע טוט מיט כּל ישׂראל,
דאָס הײסט, מקײם זײַן די מצװה פֿון „בעי זשידאָװ 18“. האָב איך דאָך
מסתּמא, ראשיתּ חכמה, אױסגעבטלט צו זײער קאָפּ אַלע בײזע, װיסטע
חלומותּ, גענומען טענהן און פֿרעגן קשיותּ, װי טבֿיה קאָן: סטײַטש,
װי אַזױ און פֿאַר װאָס, און פֿאַר װען, און װאָס איז דאָס גלאַט פֿאַר אַ
שטײגער אָנפֿאַלן אױף אַ מענטשן, זאָג איך, אין מיטן העלן טאָג און
אַרױסלאָזן אים די פֿעדערן פֿון די קישנס?...
     מילא, טענותּ אַהין, טענות אַהער — איך זע, ס'איז 
אַרױסגעװאָרפֿן אַלע מײַנע רײד. כרוקעלע האָט זיך אײַנגעשפּאַרט. זײ מוזן,
זאָגן זײ, יוצא זײַן פֿאַר נאַטשאַלסטװאָ▮1. זײ האָבן מורא, זאָגן זײ,
טאָמער טראָגט־אָן דער רוח אַ קנעפּל, אַ שװאַרץ־יאָר — לאָז ער זען,
זאָגן זײ, אַז זײ זײַנען לײַטן גלײַך, ניט דורכגעלאָזט אַ ייִדן גלאַט
אַזױ, אָן אַ שום סימן פֿון אַ פּאָגראָם. װאָס פֿאַר אַ פּנים, זאָגן זײ, װעלן
זײ האָבן בײַ נאַטשאַלסטװאָ?... על־כּן, זאָגן זײ, איז געבליבן בײַ
כראָמאַדע, אַז עפּעס טאָן מיט מיר — דאָס מוזן זײ!...
      האָב איך מיך מײשבֿ געװען סאַמע אין דער לעצטער מינוט:
     — װײסט איר װאָס? — זאָג איך זײ — װי באַלד אַז כראָמאַדע
האָט אַזױ געפּסקנט — זאָג איך — איז דאָך ניט שײַך. װאָס קאָן זײַן
העכער פֿון כראָמאַדע? נאָר װאָס דען? — זאָג איך — דאָס װײסט איר
— זאָג איך — אַז ס'איז פֿאַראַן אַ זאַך, װאָס איז נאָך העכער פֿון
כראָמאַדע?...
     זאָגן זײ:
     — דהײַנו, װאָס קאָן נאָך זײַן העכער?
     זאָג איך:
     — גאָט. איך מײן ניט — זאָג איך — אלהינו, נאַש באָג 20, אָדער
אלהיכם — װאַש באָג 21. איך מײן — זאָג איך — אלהינו ואלהי
אַבֿותּינו — אונדזער אַלעמענס גאָט... אָט יענער — זאָג איך — װאָס
האָט באַשאַפֿן מיך און אײַך, להבֿדיל, און אײַער גאַנצע כראָמאַדע —
    
— 18 (לאָזונ▮ען פֿון די פּאָגראָמשטשיקעס אונטערl צאַרישן רעזשים) שלאָג,
הרגע ייִדן! 
— 19 ד▮ מאַכט. 
— 20 אונדזער גאָט. 
— 21 אײער גאָט.



223

אָט — זאָג איך — װעמען איך מײן. איז בײַ אים — זאָג איך —
דאַרף מען אַ טאַפּ טאָן, אױב ער װיל, אױב ער הײסט, איר זאָלט
מיר שלעכטס טאָן. װאָרעם עס קאָן זײַן — זאָג איך — אַז ער הײסט
טאַקע אַזױ, און עס קאָן װידער צוריק זײַן, אַז ער װיל עס בשום אופֿן
ווּפֿן ניט. אײַ, װי אַזױ קאָנען מיר עס װיסן? װעלן מיר װאַרפֿן —
זאָג איך — גורל. אָט — זאָג איך — ליגט אַ תּהילים פֿון גאָט. איר
װײסט דאָך ▮־־ זאָג איך — װאָס תּהילים באַטײַט? בײַ אונדז הײסט עס
תּהילים, בײַ אײַך הײסט עס פּסאַלטיר. אָט דער הײליקער פּסאַלטיר
— זאָג איך — װעט זײַן צװישן אונדז דער שופֿט, דער מיראָװאָי
סודיאַ 22, הײסט עס. ער — זאָג איך — װעט פּסקענען, צי איר דאַרפֿט
מיך שלאָגן, צי ניט...
     קוקן זײ זיך איבער ציקאַװע, און איװאַן פּאָפּערילע דער 
סטאַראָסטע גײט־אַרױס פֿון אין מיטן און רופֿט זיך אָן צו מיר:
     — אַ שטײגער — זאָגט ער — װי אַזױ װעט דאָס דער הײליקער
פּסאַלטיר פּסקענען?...
     זאָג איך:
     — אַז דו װעסט מיר געבן, איװאַנו, דײַן הן שלי און טאַקע
דײַן האַנט תּקיעתּ־כּף, אַז כראָמאַדע װעט פֿאָלגן אַלץ, װאָס דער
תּהילים װעט פּסקענען, װעל איך דיר — זאָג איך — דעמאָלט 
באַװײַזן... נעמט איװאַן און ציט מיר אױס אַ יד און מאַכט צו מיר:
     — גערעדט איז גערעדט.
     — אױב אַזױ — זאָג איך — איז גוט. איצט — זאָג איך — װעל
איך אױפֿמישן אין תּהילים אַ בלעטל און דאָס ערשטע װאָרט — זאָג
איך — װאָס ס'װעט זיך מיר װאַרפֿן אין די אױגן, װעל איך אײַך
זאָגן און איר — זאָג איך — װעט אַזױ גוט און פֿרום זײַן דאָס מיר
נאָכזאָגן. איז אױב — זאָג איך — עמעצער פֿון אײַך אָט־דאָ װעט עס
קאָנען מיר נאָכזאָגן, איז אַ סימן — זאָג איך — אַז גאָט הײסט, איר
זאָלט טאָן מיט טבֿיה▮ װאָס איר װילט. און אױב — זאָג איך — ניט,
איז אַ סימן, אַז גאָט הײסט ניט... זײַט איר מסכּים?
    
— 22 (רוס,) פֿרידנס־ריכטער.


224
     
קוקט זיך איבער איװאַן דער סטאַראָסטע מיט כראָמאַדע און
מאַכט צו מיר:
     — לאַדנאָ 23.
     — אױב אַזױ — זאָג איך און גיב אַ עפֿן־אױף דאָס תּהילימל
פֿאַר זײ — איז רעכט. אָט — זאָג איך — האָט איר עס: וחלקלקותּ. 
קאָנט איר — זאָג איך — זיך אונטערנעמען מיר נאָכזאָגן דאָס װאָרט
וחלקלקות▮...
     קוקן זײ אײנס אױף דאָס אַנדערע און אַלע אױף מיר און הײסן
זיך איבערחזרן דאָס װאָרט נאָך אַ מאָל. זאָג איך:
    — בײַ מיר האָט איר געפּועלט כאָטש דרײַ מאָל, אױב איר װילט:
    — וחלקלקותּ! וחלקלקות! וחלקלקותּ!...
    זאָגן זײ:
    — נײן, טעװעל, דו זאָג ניט: חאַל־חאַל־חאַל! דו, זאָגן זײ, זאָג
אונדז מיט אַ מױל און מיט אַ טאָלק און פּאַװאָלינקע!
     זאָג איך:
     — אױך געפּועלט! איך װעל אײַך — זאָג איך — זאָגן מיט אַ
מױל, און מיט אַ טאָלק, און פּאַװאָלינקע: ו־חלק־ל־קותּ! צופֿרידן?...
     האָט זיך היטשקע 24 פֿאַרטראַכט אַ װײַלע און האָט זיך אַ נעם
געטאָן צו דער אַרבעט, איטלעכער אױף זײַן שטײגער.
     אײנער האָט אַ זאָג געגעבן:
     — הײדאַמאַקי.
     דער אַנדערער:
     — לאָמאַקי.
     בײַם דריטן איז שױן גאָר אױסגעקומען:
     — חײַקאַליאַ.
     װאָס איז אים עפּעס געפֿעלן „חײַקאַליאַ“? נאָך חיה־לאה 
נפֿתּליגרשון דעם לומען, װאָס אין אַנאַטעװקע.
     איך זע, ס'איז אַ מעשׂה אָן אַן עק, רוף איך מיך אָן צו זײ:
            

 — 23 פֿײַן, גוט, אין אָרדענונג, בסדר. 
 — 24 אַ ▮ראָסטער פּױער.



225
     
— איר װײסט — זאָג איך — קינדער? איך זע, אַז די אַרבעט
— זאָג איך — גײט בײַ אײַך צו שװערלעך. אַ פּנים — זאָג איך —
אַז וחלקלקותּ איז ניט פֿאַר אײַער קאָפּ; װעל איך אײַך געבן — זאָג
איך — אַן אַנדער װאָרט, אױך פֿון אונדזער תּהילים: ממעמקים
םםעם▮ים קראתיך▮
     האָט זיך דאָך מסתּמא װידער אַ מאָל אָנגעהױבן די אײגענע
חתּונה. בײַ אײנעם איז דאָס אױסגעקומען „לאָכאַנקאַ קעראָסינאַ“.
בײַם צװײטן — „קריװליאַקאַ בוזינאַ“. דער דריטער האָט גאָר אַ שפּײַ
געטאָן: „טפֿו! נעכאַי טובי ליכאָ האָדינא 25!...
                                            
                                       



     בקיצור, זײ האָבן, אַ פּנים, געזען, אַז מיט טבֿיהן װעלן זײ זיך
ניט אױסטענהן, רופֿט זיך אָן צו מיר דער סטאַראָסטע, איװאַן פּאָפּע—
רילע הײסט עס, בזה הלשון:
     — די מעשׂה — זאָגט ער — דערפֿון איז אַזױ. מיר האָבן צו
דיר, טעװעל, אײגנטלעך, גאָרנישט ניט. דו ביסט טאַקע אַ זשיד, נאָר
ניט קײן שלעכטער מענטש. אײנס צום אַנדערן געהער זיך נישט
אָן — שלאָגן דאַרף מען דיך כראָמאַדע האָט אַזױ געפּסקנט — 
פֿאַרפֿאַלן. מיר װעלן דיר — זאָגט ער — כאָטש אױסהאַקן אַ פּאָר
פֿענצטער. און פֿאַר נױט — ▮אָגט ער — קאָנסטו אַלײן זיך אױסהאַקן
אַ פּאָר שױבן — אַבי פֿאַרשטאָפּן זײ דאָס מױל, כאַפּט זײ דער
שװאַרץ־יאָר! טאָמער — זאָגט ער — פֿאָרט־דורך נאַטשאַלסטװאָ, לאָזן
זײ — זאָגט ער — זען, אַז מע האָט דיך ניט דורכגעלאָזט. אַניט, —
זאָגט ער — װעט מען איבער דיר אונדז נאָך שטראַפֿירן... און 
אַצינדערט — זאָגט ער — טעװעל, שטעל דעם סאַמאָװאַר און זײַ אונדז
מכּבד מיט טײ, און פֿאַרשטײט זיך, אַ האַלב העמער בראָנפֿן פֿאַר
כראָמאַדע, װעלן מיר נעמען צו גלעזלעך און טרינקען פֿאַר דײַן געזונט,
װאָרעם דו ביסט — זאָגט ער — אַ קלוגער ייִד, פֿון גאָטס מענטשן...
     אָט מיט די װערטער און מיט דעם לשון, װי איך דערצײל אײַך,
גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן מיט אײַך אין אײנעם בכל אַשר אפֿנה!
     נו, איצט פֿרעג איך אײַך, פּאַני שלום עליכם, איר זײַט דאָך עפּעס
    
— 25 (אוקר,) הלװאַי זאָל דיך אַן אומגליק טרעפֿן!


226

אָ ייִד, װאָס קאַטאָרי איר שרײַבט — איז שױן טבֿיה גערעכט, װאָס
ער זאָגט, אַז מיר האָבן אַ שטאַרקן גאָט און אַז אַ מענטש, כּל־זמן ער
לעבט, טאָר בײַ זיך קײן מאָל ניט אַראָפּפֿאַלן, ובפֿרט אַ ייִד, ובפֿרט
אַזעלכער, װאָס איז ניט פֿרעמד פֿון אַנשי שלומנו 26 — פֿון די
שװאַרצע פּינטעלעך! װאָרעם נאָך אַלעמען, הערט איר, קומט טאַקע
פֿאָרט אױס, װי מיר זאָגן אַלע טאָג אין דאַװנען: אַשרי יושבֿי 27 —
אַז װױל און אַז גוט איז דעם װאָס קען. און װי מיר זאָלן זיך ניט
קליגן און װי מיר זאָלן ניט װעלן גײן מיט אײבער־הסברות, מוזן מיר
מודה זײַן, אַז מיר, ייִדן, זײַנען פֿאָרט דאָס בעסטע און דאָס קליגסטע
פֿאָלק פֿון אַלע פֿעלקער, װי דער נבֿיא זאָגט:                     
     — מי כּעמך ישׂראל גױ אחד — װי קאָן זיך גלײַכן אַ גױ צו
אַ ייִדן? אַ גױ איז אַ גױ און אַ ייִד איז פֿאָרט אַ ייִד, װי איר אַלײן זאָגט
אין אײַערע מעשׂה־ביכלעך, אַז אַ ייִד באַדאַרף מען זײַן געבױרן...
אַשריך ישׂראל — אַז װױל איז צו מיר, װאָס איך בין געבױרן געװאָרן
אַ ייִד, װײס איך דעם טעם פֿון גלות־יװן און פֿון אַרומשלעפּן זיך צװישן
די פֿעלקער און פֿון ױסעו ױחנו — װוּ געטאָגט, דאָרט ניט גענעכטיקט▮
װאָרעם פֿון זינט מע האָט מיט מיר געלערנט די סדרה לך־לך —
געדענקט איר, איך האָב אײַך אַמאָל געהאַט דערצײלט װעגן דעם
באַריכותּ? — האַלט איך נאָך אַלץ אין אײן גײן. און איך װײס ניט
פֿון קײן מקום־מנוחה, איך זאָל קאָנען זאָגן: „אָט אָ דאָ, טבֿיה, בלײַבסטו
זיצן. טבֿיה פֿרעגט ניט קײן קשיות. מע האָט אים געזאָגט, ער זאָל
גײן — גײט ער... אָט האָבן מיר זיך הײַנט באַגעגנט מיט אײַך, פּאַני
שלום עליכם, אָט דאָ, אױף דער באַן. מאָרגן קאָן עס אונדז פֿאַרטראָגן
קײן יעהופּעץ. איבער אַ יאָר קאָן עס אונדז פֿאַרשלײַדערן קײן אַדעס,
קײן װאַרשע אָדער גאָר קײן אַמעריקע — סײַדן דער אײבערשטער
זאָל זיך אַרומקוקן און זאָגן:
     — װײסט איר װאָס, קינדערלעך? איך װעל אײַך גאָר 
אַראָפּברענגען משיחן!...
    
— 26 (חסידישער אױסדרוק) הײמישע מענטשן. 
— 27 (פֿוl דאַװנען) װױל איז
די װאָס זיצן (אין בית־מדרש און לערנען).


227
     
הלװאַי טוט ער אונדז דעם צו־להכעיס, דער אַלטער רבונו של
עולם! דערװײַל זײַט מיר געזונט, פֿאָרט געזונטערהײט און לאָזט
גריסן אונדזערע ייִדעלעך און זאָגט זײ דאָרטן, זײ זאָלן זיך ניט זאָרגן:
אונדזער אַלטער גאָט לעבם
               






םטעמפּעניו און רחלע אין םטעמפּעניו, אַרײַנגעפֿירט אין דעם
      העברעיִשן און ענגלישן טביה־ספּעקטאַקל דער פֿידלער אױפֿl דאַך
                          געצײכנט פֿון ב. י. אינגער
                          
                          
                          

------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

contents in Ale verk fun Sholem Aleykhem, tome III

קטנתי                                 185            1895
דאָס גרױסע געװינס               191            1895
אַ בױדעם                             215            1899
הײנטיקע קינדער                  235            1899
האָדל                                 259             1904
חוה                                    281            1906
שפּרינצע                            299            1907
טביה פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל   319            1909
לך־לך                                 345            1914
זחלקלקות                           365      1914-1916