מאָטקעלע גנבֿ: מאָטקעלע גנבֿ

שלום עליכם (אַלע װערק)

קאַפּיטל א

רעדט פֿון גנבֿים

ניט־ייִדן האָבן אים גערופֿן מאָשקע, ייִדן האָבן אים פֿאַרצױגן מאָשקעלע און צוגעזעצט אַ צונעמעניש גנבֿ, מחמת ער איז געװען אַ גנבֿ, דאָס הײסט זײן פּרנסה איז געװען גנבֿה.

און גנבֿענען האָט ער געגנבֿעט נאָר פֿערד. אַף גנבֿה־לשון איז ניטאָ מע זאָל גנבֿענען פֿערד; פֿערד־גנבֿים, אַז זײ רעדן פֿון זײער מלאָכה, זאָגן זי „געשאָסן אַ פֿױגל“, „אָפּגעקײטלט און אַרױסגערופֿן“ פֿון שטאַל, „אַװעקגעפּלינטלט" מיטן פֿױגל אַפֿן יאַריד, „אונטערגעפֿידלט“ באַ אַ ציגײַנער, „אױסגעבײַטשלט“ מיט אַ בעל־עגלה, צונױפֿגענומען די „באַבקעלעך“ און געקומען רײן װי אַ טעלער ― אָט דאָס איז די שפּראַך פֿון פֿערד־גנבֿים, אָט דאָס איז זײער זשאַרגאָן.

צװישן גנבֿים בכלל איז ניטאָ דער נאָמען „גנבֿ" און דאָס װאָרט „גנבֿה". פֿאַראַן אַ ,מאַרװיכער" (אַ קעשענע־גנבֿ), אַן „אָדלער“ (אַן אַנטלאָפֿענער גנבֿ), אַ „װעשער“ (אַ נאַכט־גנבֿ), אַ ,כלאַמידניק“ (אַ קלײדער־גנבֿ), אַ „שפּאַן“ אָדער אַ „רױטער“ (גלאַט אַ גנבֿ) וכדומה. נאָר אַ פֿערד־גנבֿ―דאָס איז גאָרניט פֿאַראַן, ניטאָ דאָס מין; פֿאַראַן אַ „אַמאַטער“, דאָס הײסט אַ ליבהאָבער פֿון פֿערד,

און מאָשקעלע גנבֿ איז געװען אַ גרױסער ליבהאָבער פֿון פֿערד. אַ פֿערדל אין באַ אים געװען דאָס חיות. אַנידערזעצן זיך אַף אַ פֿערדל רײַטנדיק, פֿליִען פֿײַל אױסן בױגן, שפּרינגען משוגענערװײַז איבער בערג און איבער טאָלן, איבער װעלדער און איבער טײַכן ― דאָס איז געװען זײן אַרבעט נאָך פֿון ייִנגלװײַז אָן, װאָרעם פֿערד האָט ער געזען נאָך באַ זײן פֿאָטער, דעם נבֿיא יונה, װאָס ער איז אַלײן אױך געװען כּל־ימיו אַ פֿערד־גנבֿ… פּאַרדאָן! ניט קײן גנבֿ, נאָר אַ „נבֿיא“.

איר װײסט, װאָס הײסט אַ נבֿיא? אַ נבֿיא צװישן פֿערד־גנבֿים, פֿערד־הענדלער און בעל־עגלהס, הײסט אַ „טרעפֿער“, אַ מענטש, װאָס טרעפֿט, און דער נבֿיא יונה פֿלעג טרעפֿן, האָט זיך געמאַכט, מע האָט באַ אַ בעל־עגלה אַרױסגעפֿירט אַ פּאָר פֿערד פֿון שטאַל, איז מען געגאַנגען צום נבֿיא.

― רב יונה, װאָס טוט מען? ס'איז שלעכט, מע האָט דאָך באַ מיר הײַנטיקע נאַכט אַרױסגעפֿירט אַ פּאָר פֿערדלעך. גיט עפּעס אַן עצה, רב יונה!

דער נבֿיא יונה, אַן אַלטער, אַ גרױער, מיט קאַסאָקע אױגן, װאָס אײנס קוקט קײן דרום, דאָס אַנדערע קײן צפֿון, רעדט נישט קײן סך, טוט אַ פֿרעג:

― װאָסערע?

― אײנער אַ בולאַנער, אײנער אַ װײַסער מיט פֿלעקן. ערשט ניט לאַנג געבראַכט צו פֿירן פֿון „ספּאַס“, אױסגעביטן אַף מײנע צװײ שקאַפּעס, איר דאַרפֿט זי געדענקען, רב יונה, געװען װױלע שקאַפּעס, צו װאָס האָב איך זי באַדאַרפֿט אױסבײַטן, װעלכער רוח װײס איך אַלײן ניט! ער האָט זיך צוגעזעצט צו מיר, אַזריאל, מיטן קאָפּ זאָל ער אָנלײגן! בײַט, זאָגט ער צו מיר, װאָס װעט אײַך אַרן, אַז איר װעט בײַטן? בין איך געגאַנגען און האָב געביטן, און איצט האָט מיך געטראָפֿן אַזאַ אומגליק, גװאַלד, רב יונה, גיט עפּעס אַן עצה!

דער נבֿיא יונה קוקט אָן אַ זײט און די קאַסאָקע אױגן באַ אים ברענען.

― אַ „רױטינקס“ װעט זײַן פֿאַר דער אַרבעט?

― אַ רױטינקס? װוּ זאָל איך נעמען? ס'הײסט, ביטערע יאָרן, רב יונה, שװערע יאָרן, אפֿשר װעט זײַן גענוג אַ „גרינס“, רב יונה?

דער נבֿיא קוקט אָן אַ זײַט און די קאַסאָקע אױגן ברענען. ער שנײט אָפּ װי מיט אַ מעסער.

― אַ ,רױטינקס“!

― אפֿשר אַ ,בלאָװס“, רב יונה?

― אַ „רױטינקס“!

דער בעל־עגלה קראַצט זיך, זאָגט צו אַ „רױטינקס“ און גײט אַװעק און לײגט זיך שלאָפֿן, און אַף מאָרגן, אױפֿגעשטאַנען גאַנץ פֿרי, טרעפֿט ער די פֿערדלעך באַ זיך אין שטאַל,

בקיצור, ― מאָשקעלע גנבֿ איז געװען אַ גנבֿ בן גנבֿ.

קאַפּיטל ב

ער באַװײַזט זיך אַרױס קלײנערהײט

קינדװײַז האָט ער דװקא געלערנט אין חדר. דער נבֿיא, כאָטש ער איז אַלײן געװען, ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, אַ ייִד אַ גנבֿ, האָט ער פֿונדעסטװעגן געװאָלט, אַז זײַן זון זאָל אים זײַן אַ ,װױל געלערנטער; ער האָט זיך פֿאַר אַלעמען באַרימט מיט זײַן „קדיש“, אַז ער צאָלט פֿאַר אים שׂכר־לימוד.

דער ,קדיש“ האָט אָבער מער ליב געהאַט די שטאַל װי דעם חדר, און אַ פֿערדל איז באַ אים געװען צען מאָל טײַערער פֿונעם רבין להבֿדיל. דער רבי אַלײן האָט געפֿונען פֿאַר נײטיק צו זאָגן דאָס דעם פֿאָטער, אַפֿילו אַביסל פֿאַרשטעלט.

― רב יונה, איר מעגט שױן דעמאָלט שטאַרבן, װען אײַער זון װעט קאָנען זאָגן קדיש…

דעם פֿאָטער האָבן די דאָזיקע װערטער אַזױ טיף דערלאַנגט צו דער לעבער, אַז ער האָט גענומען אַן אַראַפּניק און געהײסן דעם זון זיך לײגן, ער זאָל אים מקײם־פּסק זײַן. דער זון האָט אָבער קײן חשק ניט געהאַט פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון אַ רימענעם אַראַפּניק אַפֿן הײלן לײב, און האָט זיך אָפּגעזאָגט, ניט געװאָלט בשום אױפֿן זיך לײגן.

― לײג זיך! ― האָט אים דער פֿאָטער געזאָגט.

― איך װעל זיך ניט לײגן ― האָט אים דער זון געענטפֿערט.

דעמאָלט האָט אים דער פֿאָטער געהײסן מיטן האַרבן װאָרט.

― לײג זיך זאָג איך דיר!

― איך װעל זיך ניט לײגן האָב איך דיר געזאָגט,

איז דער פֿאָטער אַרױס פֿון די כּלים, אים געװאָלט מיט גװאַלד אַנידערלײגן. האָט זיך דער זון ניט געלאָזט רירן פֿונעם אָרט. אַ שעה כּסדר האָט זיך דער פֿאָטער געראַנגלט מיטן זון, ניט געקאָנט מאַכן מיט אים גאָרניט, ער האָט אַרױסגעזען, אַז גיכער װעט ער אױפֿהײבן די שטוב אַף די פּלײצעס, אײדער אײַנבאָרען דעם זון.

― װעסט זיך ניט לײגן? ― האָט אים דער פֿאָטער אַ פֿרעג געטאָן דאָס לעצטע מאָל.

― נײן, בשום אױפֿן! ― האָט אים דער זון געענטפֿערט, און בכדי דער פֿאָטער זאָל ניט מײנען, אַז ער זאָגט דאָס אין אַ גלײַכװערטל, האָט ער אַרױסגעשלעפּט אַן אײַזערנע פּידקאָװע פֿון דער קעשענע און האָט זי צעבראָכן אַף צװײען, װי מע ברעכט אױף אַ בײגל. דעמאָלט האָט דער נבֿיא אַרױסגעזען, אַז זײַן זון האָט אין זיך שמשון הגיבורס גבֿורה און ער האָט באַקומען פֿאַר אים גרױס דרך־ארץ.

אַז מאָשקע איז אַרױס פֿונעם חדר, האָט ער ניט געקאָנט דאַװנען אַפֿילו, ער אין געװען, װי מע זאָגט אין מאַזעפּעװקע, „געכאַפּט אַף דער עבֿרי“; דערפֿאַר אָבער האָט ער געקאָנט אַנדערע זאַכן: אײַנשפּאַנען דעם גרעסטן װאָגן און פֿאָרן רײַטנדיק האָט ער געקאָנט װי אַ קאָזאַק; דאָס פֿערד האָט געמעגט זײַן װי װילד און היציק, איז דאָס באַ אים אונטערן רײַטן געװאָרן װײך, װי טײג און שטיל, װי אַ קעצעלע. הײַנט האָט ער געקאָנט שװימען אַפֿן װאַסער טאַקע נאַר װי אַ קאַטשקעלע; אַריבערשװימען דעם טײַך אין דער ברײט הין און צוריק אין אײן אָטעם איז באַ אים געװען אַ שמעק־טאַבעקע, און זײַן גבֿורה האָט געהאַט אַ שם ניט נאָר אין מאַזעפּעװקע, אין אַלע דערפֿער אַרום און אַרום האָט מען געװוּסט, אַז מאָשקע קאָן אײַנבאָרען דרײַ סאָלדאַטן און שלאָגן זעקס מענטשן מיט אײן װאַנט, און אַזױ שלאָגן, אַז בלוט זאָל גײן, אַז מע זאָל אים האָבן צו געדענקען.

נאָך אַז ער אין געװען גאָר יונג, אַ בר־מיצװה־ייִנגל, האָט ער אױך ניט אײן מאָל אױסגעצײכנט מיט זײַן שלאָגן, באַװיזן װער מאָשקע איז. די מאַזעפּעװקער פּױערשע יונגען, װאָס פֿלעגן כּמעט אַלע שבת מלחמה האַלטן מיט די ייִדישע קינדער בשעת זי גײען אַרױס שבת באַטאָג אונטערן שטאָט אַפֿן שפּאַציר, אָנרײצן אַף די ייִדן די הינט, יאָגן, פֿײַפֿן און זינגען דאָס שײנע ליד:

זשיד, זשיד,

כאַלעמײ!

אַז זײ האָבן אײנמאָל פֿאַרזוכט מאָשקעס הענט, האָבן זי שױן פֿאַרזאָגט דעם צענטן, מע זאָל זיך מיט דעם דאָזיקן ייִדן ניט זאַטשעפּען, און שפּעטער, אַז ער איז אונטערגעװאַקסן, געװאָרן אַ בחור צו לײַטן, האָבן אױך גרױסע פּױערים פֿאַרזוכט מאָשקעס קולאַקעס און האָבן פֿאַר אים געציטערט אימת־מװת.

שלאָגן זיך ― דאָס איז געװען באַ אים, קאָן מען זאָגן, אַ מין תּאװה, אַ יצר־הרע, און ליב געהאַט האָט ער זיך פֿאַרטשעפּען מיט אַ גרעסערן, אַ געזינטערן פֿון זיך.

צו מײנסטן פֿלעג ער אַרױסבאַװײַזן זיך מיט זײַן גבֿורה דעמאָלט, װען מע האָט עמעצן באַלײדיקט. ער האָט געדאַנקט גאָט, אַן עס האָט זיך אים געטראָפֿן אַ גליק, עטלעכע בעל־עגלות, אָדער עטלעכע קצבֿים האָבן אַלע מיט אַ מאָל באַפֿאַלן אײנעם (און דאָס איז דאָך אַ כּלל, אַז ייִדישע בעל־עגלות און קצבֿים זײַנען גרױסע רוצחים־היצלעס) ― דעמאָלט פֿלעגט אונדזער מאָשקע פֿאַרקאַטשען די אַרבל, אַרײַנשפּרינגען אין רעכטן פֿײַער און אַרבעטן מיט בײדע הענט און מיט יעדע פֿיס, און אַז מע האָט באַדאַרפֿט מיטן קאָפּ ― איז געװען מיטן קאָפּ אױך. ניט אײנער פֿלעג אַװעקגײן פֿון דערדאָזיקער מלחמה מיט אַ בײַל אַפֿן שטערן, מיט אַ לאַמטערן אונטער די אױגן, מיט אַ קרעל אַף דער נאָז. פֿון אָפּגעריסענע אַרבל, צעפֿליקטע פּאָלעס און צעקאַרדאַשעטע פּלײצעס ― פֿון דעם שמועסט מען ניט. דאָס האָט ער אַלײן אַף זיך ניט אײנמאָל פֿאַרזוכט, און טאָמער האָט עמעצער אים אײַנגעטײלט פּעטש, איז אױך געװען פֿאַרפֿאַלן, אַדרבא, ער האָט ליב געהאַט אַזעלכן, װאָס קאָן געבן פּעטש; אַזעלכן, האָט ער געזאָגט, אין ערשט גוט צו פּאַטשן און געשמאַק כאַפּן פֿון יענעם פּעטש.

הקיצור, אין דעם ענין פֿון פּעטש, פֿון קלעפּ מיט קולאַקעס איז מאָשקע געװען אַ מפֿורסם. אױב איר װעט קײן פֿאַראיבל ניט האָבן, װעל איך זאָגן, אַז ער איז געװען אַ גאָון.

קאַפּיטל ג

ער איז געװען דער גלית הפּלישתּי פֿון זלאָדיעװקע

אין דער סבֿיבֿה פֿון מאַזעפּעװקע איז פֿאַראַן אַ דאָרף זלאָדיעװקע; איז אין דעם זלאָדיעװקע געװען אַ פּױער מיטן נאָמען איװאַן קורקאַ, אַ הױכער, אַ געזונטער, אַ מין גלית הפּלישתּי, אַ שטילער אַפֿילו, אַן ערלעכער, נאָר ביז װאַנען ער איז געװען ניכטער. קױם האָט ער אָבער געמאַכט אַן איבעריקע כּוסע, אַזױ פֿלעג זיך אין אים צעברענען די רציחה און פֿלעג אָנהײבן ,בושעװען“, ברעכן טירן, פֿענצטער, שלאָגן מענטשן און צום מײנסטן ייִדן. אַף ייִדן פֿלעג ער דעמאָלט זײַן סכּנה־נפֿשות. די ייִדן ― פֿלעג ער טענהן און מאַכן בשעת־מעשׂה מיט בײדע קולאַקעס אין דער לופֿטן ― די ייִדן פֿאַראומערן אים דאָס לעבן, זײ עסן זײַן פֿלײש, זײ טרינקען זײַן בלוט, ער װעט זיך ניט באַרויִקן ביז ער װעט זײ ניט אױסהרגענען, אױסקױלען אײנציקװײַז!

אַזױ פֿלעג טענהן איװאַן קורקאַ מיט זיך אַלײן און היצן זיך אַזױ לאַנג, ביז מע האָט אים באַדאַרפֿט בינדן הענט און פֿיס און אַ שיכּורן װי אַ באַראַן אָפּפֿירן אַהײם קײן זלאָדיעװקע.

ױהי היום, איז געװען אין מאַזעפּעװקע „ספּאַס יאַריד“, און איװאַן קורקאַ האָט אַרױסגעפֿירט אַ פּאָר ביקלעך צו פֿאַרקױפֿן. פֿאַרקױפֿט די ביקלעך, האָט ער בֹּאַ שׂרה װאָלציכען אין טראַקטיר געשטעלט מאָהאַריטש און נאָכאַמאָל מאָהאַריטש און װידעראַמאָל מאָהאַריטש און האָט זיך צעהוליעט און האָט אָנגעהױבן בושעװען װי זײַן שטײגער איז, ברעכן פֿלעשלעך, שלאָגן פֿענצטער, און האָט זיך אָנגעהױבן טשעפּען צו שׂרה װאָלציכען, פֿריִער מיט װערטער און מיט קללות, און דערנאָך מיט פּעטש און מיט קולאַקעס. איז געװאָרן אַ געװאַלד: מע שלאָגט שׂרה װאָלציכען!

דער געװאַלד איז געװען אַזױ גרױס, אַז ער האָט געגרײכט אַפֿן יאַריד צװישן די ליװעראַנטן. דאָרט איז געשטאַנען מאָשקע אין אַ קורץ פּעלצל, מיט אַ בײַטשל אין די הענט. די הױזן אַרײַנגעלאָזט אין די שטיװל און באַטראַכט אַ פֿערדל, װאָס ער האָט שטאַרק חשק געהאַט דאָס צו קױפֿן, פּלוצעם דערהערט ער אַ געשרײ: מע שלאָגט שׂרה װאָלציכען.

― װער שלאָגט?

― איװאַן קורקאַ!

גרינגער װי אַן אָדלער, גיכער װי אַ הירש און שטאַרקער פֿון אַ לעמפּערט איז מאָשקע אַרײַנגעפֿלױגן צו שׂרה װאָלציכען אין טראַקטיר אַרײַן און האָט דערלאַנגט איװאַן קורקאַן נאָר אין פּאַטש, האָט זיך באַ אים געלאָזט די דמים פֿונעם לינקן אױער.

אין עטלעכע טעג אַרום איז איװאַן קורקאַ געקומען צו פֿאָרן קײן מאַזעפּעװקע מיט אַ געשװאָלענער באַק, האָט זיך אַרומגעטראָגן איבער דער שטאָט מיט אַ גרױסן טאָפּ אײער און האָט זיך נאָכגעפֿרעגט, װוּ זיצט דאָ ערגעץ דער ייִד, װאָס האָט אים געשלאָגן.

― אַ דע טאָי זשיד שאָ מענע װדאַריװ?

האָבן דאָך מסתּמא די מאַזעפּעװקער ייִדן ניט געװאָלט אַרױסגעבן מאָשקען. נאָר מאָשקע, אַז ער איז געװױרע געװאָרן, אַז איװאַן קורקאַ זוכט אים, איז ער אים אַלײן אַרױסגעקומען אַקעגן און האָט אים געפֿרעגט, צי װיל ער ניט פֿאַרזוכן פֿון אים נאָך אַ פּאָר פּעטש? האָט אים איװאַן קורקאַ דערױף געענטפֿערט, אַז ס'איז גענוג, ער איז שױן צופֿרידן מיטן ערשטן פּאַטש, אַ סימן, אָט האָט ער אים געבראַכט אַ מתּנה ― אײער, און איװאַן קורקאַ אי געװאָרן מיט מאָשקען חבֿר, די גרעסטע גוטע ברידער.

קאַפּיטל ד
ער טראָגט שׂינאה אַף די מאַזעפּעװקער ייִדן און איז גערעכט

פֿון דעמאָלט אָן האָבן די מאַזעפּעװקער ייִדן געקאָנט שלאָפֿן רויִק.

מאָשקע, אָדער װי זײ האָבן אים גערופֿן, מאָשקעלע גנבֿ, איז געװען זײער באַשיצער. ער איז טאַקע געװען ניט מער װי אַ גנבֿ, א „לא יבֿא בקהל“, װאָס קײנער װעט זיך מיט אים ניט משדך זײַן; נאָר אַז מע האָט באַדאַרפֿט צו אים אָנקומען פֿלעג מען אים חנפֿענען, קריכן אונטער די נעגל, מאַכן הונדערט קאָמפּלימענטן, דערױף איז דאָך פֿאַראַן אַ ייִדיש װערטל: „אַז מע דאַרף האָבן דעם גנבֿ, נעמט מען אים אַראָפּ פֿון דער תּליה“.

מאָשקע האָט אַלצדינג געװוּסט און האָט זיך אױסגעלאַכט אַף זײער באָבע. אַלע מאַזעפּעװקער ייִדן מיטן נגיד אינאײנעם האָט באַ אים געהאַט אַ װערט, װי ער אַלײן האָט געזאָגט, פֿון אַן אױסגעצױגענעם צװיאָק און אַן אַלטער פּידקאָװע.

פֿונדעסטװעגן האָט ער געטראָגן אַף זײ אַ סך פֿאַרדראָס.

ערשטנס, פֿאַרן נאָמען אַלײן; ער האָט געװוּסט, אַז מע רופֿט אים אונטער די אױגן „מאָשקעלע גנבֿ“. װאָס איז ער זײ פֿאַר אַ גנבֿ באַ װאָסער? מאַזעפּעװקער ייִדן האָט ער, חלילה, עפּעס אַװעקגעגנבֿעט? און װאָס איז עפּעס פֿאַרצױגן? פֿאַרװאָס קומט אים אַ נאָמען מאָשקעלע גנבֿ, און משה נפֿתּלי דעם מלװהס, װאָס ער איז געװיס אַ גנבֿ און אַ צינדער און װאָס אין דער קאָרט, הײסט בײַ זײ משהלע און טאַקע נאָר רב משהלע? באשר משה נפֿתּליס האָט געלט, און ער ניט!…

הײַנט האָט אים פֿאַרדראָסן, למאַי, אַז ער קומט אַמאָל אין אַ יום־טובֿ אין בית־מדרש אַרײַן, האָט ער ניט קײן אָרט און באַדאַרף שטײן ערגעץ הינטערן באַלעמער.

הײַנט האָט אים פֿאַרדראָסן, למאַי, אַז סע קומט שׂימחת־תּורה צו הקפֿות, איז אָדער מע איז אים מכבד צו דער לעצטער הקפֿה און מע רוקט אים אַרײַן אַ תּורהלע מיט אַ צעריסן העמדל, אָדער מע גיט אים גאָר קײן הקפֿה ניט.

הײַנט האָט אים פֿאַרדראָסן, למאַי האָט ער נאָך קײנמאָל ניס זוכה געװען, עמעצער זאָל אים שיקן רופֿן אַף אַ שׂימחה, אַף אַ ברית, אָדער אַף אַ חתונה, כאָטש קריגן האָט ער זיך מיט קײנעם ניט געקריגט, חלילה באַ קײנעם ניט צוגענומען, קײנעם ניט באַלײדיקט, ניט באַרעדט, געלעבט גוט מיט איטלעכן באַזונדער. טאָמער אַ טובֿה טאָן אַ ייִדן, גײן פֿון עמעצנס װעגן אין מיטן בײַנאַכט, איז מיטן גרעסטן כּבֿוד, און פֿון העלפֿן אַן אָרעמאַן מיט אַ קערבל ― דאָס שמועסט מען ניט, װאָרעם אַ קערבל האָט באַ מאָשקען בכלל קײן װערט ניט…

― קערבלעך, ― פֿלעג ער זאָגן ― איז פֿאַראַן באַ גאָט אַ סך און געלט איז קײַלעכיק: הײַנט איז דאָס באַ יענעם ― מאָרגן באַ מיר…

נאָר מער פֿון אַלץ האָט אים פֿאַרדראָסן, װאָס קײנער װיל זיך מיט אים ניט משדך זײַן, קײנער װיל אים ניט נעמען, קײן מײדל װיל פֿאַר אים ניט חתונה האָבן, דאָס לעצטע דינסטמײדל װיל ניט גײן פֿאַר אים; זי װעט, זאָגט זי, בעסער נעמען אַ שנײַדער אָדער אַ שוסטער, אַבי ניט האָבן מאָשקעלע גנבֿ פֿאַר אַ מאַן.

אָט אַזעלכע רײנע דיבורים האָט ער אַלײן מיט זײַנע אױערן געהערט פֿון אַ מײדל, לאה האָט זי געהײסן, און דװקא אַן אָרעם מײדל, אַ נאַקעטע, אַ באָרװעסע, און מע קאָן ניט זאָגן, אַז ס'איז אים געװען שטאַרק אײַנגענעם אױסצוהערן אַזעלכע װערטער, און פֿונדעסטװעגן האָט מאָשקעלע גנבֿ פֿאָרט חתונה געהאַט, און דװקא גענומען אַ שײן מײדל, דאָס שענסטע פֿון אַלע מאַזעפּעװקער מײדלעך. און אַ באַלעבאַטיש קינד דערצו און נאָך װאָס פֿאַר אַ באַלעבאַטיש קינד!

דעם ערגסטן הונט קומט אָן דאָס בעסטע שטיקל ― אַזױ האָט מען געזאָגט דערױף אין מאַזעפּעװקע, און מע איז געװען גערעכט.

קאַפּיטל ה
חײם חסידס טעכטערל טוט אָפּ אַ שײנע זאַך און מאַזעפּעװקע גײט אום כאָדאָראָם

צו חײם חסיד אין װײַנקעלער קומען טרינקען װײַן די גרעסטע אַדונים פֿון שטאָט, טשינאָװניקעס, גלחים און גלאַט אַזױ באַלעבאַטים. מחמת ערשטנס, איז באַ חײם חסיד אין קעלער דאָס בעסטע גלעזל װײַן, והשנית, איז דאָרטן זײער אַנגענעם צו זיצן; חײם חסיד, פֿאַרשטײט איר מיך, איז אַלײן נישט אַזאַ צאַצקע אַ פֿאַרשױן, דערפֿאַר האָט ער אָבער אַ װײַב, איז זי שײן װײ די װעלט, און טעכטער ― אײנע שענער פֿון דער אַנדערער. די „חײמאָװאַ“ (אַזױ רופֿן זי די אַדונים) מיט אירע טעכטער האָבן אַ שם אין שטאָט, און איר װײסט װאָס איך װעל אײַך זאָגן? ― ס'איז טאַקע געשמאַק אַ פֿריש גלעזל װײַן נאָר־װאָס פֿונעם צאַפּן, אַז אַ שײן װײַבל טראָגט אײַך אונטער און שײנע מײדלעך דרײען זיך דערבײַ אַרום. דאַכט זיך גאָרנישט, דער װײַן װעט דערפֿון זיסער ניט װערן, נאָר פֿאָרט אָנגענעמענער.

חײם חסיד האָט דאָס געװוּסט גאַנץ גוט. די אַדונים אַלײן האָבן אים װיפֿל מאָל געזאָגט, געגעבן אָנצוהערעניש, אַז ס'איז באַ אים אַ „לאָדנאַ קוביטאַ“ (אַ שײן װײַב) און „קאַכאַני צורקי“ (ליבע טעכטער); ער האָט זיך אָבער ניט געמאַכט דערפֿון, ער האָט געקאָנט גאַנץ גוט זײַן װײַב מיט זײַנע טעכטער און האָט געקאָנט שלאָפֿן רויִק, זײַן זיכער.

מע דאַרף ניט מער װי מאַזעפּעװקע איז אַ שטאָט, װאָס האָט ליב רעדן; אין מאַזעפּעװקע אַרײַנפֿאַלן אין ייִדישע מײַלער, זאָל אײַך גאָט שומר־ומציל זײַן! פֿונדעסטװעגן האָט אַף חײם חסידס װײַב מיט זײַנע טעכטער קײנער קײן העזה ניט געהאַט איבערקערן די צונג אַפֿילו. דער, װאָס האָט שױן יאָ געװאָלט עפּעס רײדן, האָט ער נאָר געזאָגט, אַז „אַ שײן װײַב און שײנע טעכטער איז אַ סגולה צו פּרנסה“, ― און מער ניט אַ װאָרט.

נאָך אַזאַ מין הקדמה קאָן מען זיך שױן פֿאָרשטעלן, װאָס ס'האָט זיך אָפּגעטאָן אין שטאָט, אַז חײם חסידס טאָכטער, צירעלע די שײנע, סאַמע די קלענערע און זי געראָטענערע און די שטילערע פֿון אַלע, איז אײנמאָל, פּסח נאָכן ערשטן סדר איז דאָס געװעזן, אַנטלאָפֿן, און מיט װעמען אַנטלאָפֿן? מיט אײנעם פֿון די אַדונים, מיט אַ טשינאָװניק פֿון אַקציז, מיט מאַקסים טשובינסקי! און װוּהין אַנטלאָפֿן? אין מאָנאַסטיר אַרײַן! איר הערט? אין מאָנאַסטיר אַרײַן!

װוּ נעמט מען די פּען, װאָס זאָל באַשרײַבן אַלצדינג, װאָס האָט זיך אָפּגעטאָן יענעם פּסח אין מאַזעפּעװקע? װוּ נעמט מען די פֿאַרבן, מע זאָל אױסמאָלן דאָס בילד, װי חײם חסיד ליגט מיטן פּנים צו דער ערד און די גאַנצע שטאָט מיט אַלע קינדער מיט די דינסטן אַפֿילו ליגן מיט די פּנימער אין די קישנס און װײנען אַ סך מער װי די פֿרימסטע ייִדן װײַנען הײַנטיקע צײַטן תּשעה־באָבֿ אַף חורבן בית־המקדש. געקומען נאָכן עסן, האָט

זיך די גאַנצע שטאַט געװײנט; קינד און קײט זײַנען געװען אינדרױסן, די מאָנאַסטירסקע גאַס איז געװען פֿאַרפֿלײצט מיט ייִדן, װײַבער, בחורים און מײדלעך. די מעשׂיות, װאָס זײַנען דערצײלט געװאָרן דאָרטן מיט די פּאָטשטן, װאָס זײַנען געפֿלױגן יענעם טאָג און אַפֿן אַנדערן טאָג, און אַפֿן דריטן טאָג און אַלע טעג פּסח, איז גאָרניט איבערדערצײלן.

קאַפּיטל ו

חײם חסידס אײדעם אליהו־נח פֿאַלט אַף אַן עצה

אַף דער הײסער שעה האָט חײם חסיד גאָרניט געקאָנט טאָן, ניט געװוּסט, װאָס זאָל ער טאָן, האָט ער זיך פֿאַרשלאָסן באַ זיך אין חדר, זיך געװאַלגערט אַף דער ערד און נאָר געװײנט, און נאָר געװײנט, ערגער, טױזנט מאָל ערגער װי מע װײנט אַף אַ טױטן, װאָרעם דאָרטן איז נאָר אַ װײטיק, און דאָ איז אַ װײטיק מיט אַ בזיון אינאײנעם…

ניס אַזױ אָבער האָט געטאָן די „חײמאָװאַ“. זי איז אַװעקגעלאָפֿן צו אַלע גרעסטע אַדונים, און צום איספּראַװניק אַלײן געפֿאַלן צו די פֿיס, געװײנט און געבעטן רחמים, מע זאָל זי כאָטש צולאָזן אַף אײן האַלבע שעה צו צו דער טאָכטער, מער ניט. עס האָט ניט געהאָלפֿן קײן װײנען. דאָס אײנציקע, װאָס מע האָט איר געקאָנט העלפֿן, איז נאָר מיט אַ גוט װאָרט: זײ האָבן זי געטרײסט, אַז מע װעט איר טאָכטער חלילה גאָרניט טאָן, אַז זי װעט מיט גאָטס הילף זײַן גליקלעך, װאָרעם מאַקסים טשובינסקי איז זײער אַ פֿײַנער, זײער אַן אָרנטלעכער מענטש; זי װעט מיט אים געװיס האָבן אַ סך אַ בעסער לעבן װי מיט דעם „פּאוסיד“ (חסיד) מיט דעם „איצקאָ“ אָדער מיט דעם „בערקאָ“, װאָס אירע עלטערן װאָלטן איר געגעבן פֿאַר אַ מאַן.

אַזױ האָבן דידאָזיקע גוטע מענטשן אױסגערעדט דער אָרעמער מאַמען דאָס פֿאַרביטערטע האַרץ, און די אָרעמע מאַמע האָט זיך ניט געװאָלט טרײסטן, געלאָפֿן פֿון דאָרטן צו די גלחים, צו די מאָנאַכעס פֿונעם מאָנאַסטיר, זיך געװאַלגערט אַף דער ערד, געקושט די פֿיס ― עס האָט ניט געהאָלפֿן קײן רבונו־של־עולם!

איז אײנער פֿון חײם חסידס אײדעמס געפֿאַלן אַף אַן עצה: מאָשקעלע גנבֿ! דאָס הײסט, מע זאָל אַ בעט טאָן מאָשקעלע גנבֿ, װאָלט ער געפֿונען אַ מיטל; ער װײסט שױן װי אַזױ; אים באַדאַרף מען ניט לערנען…

אַז מע טרינקט זיך, כאַפּט מען זיך אָן אין אַ שאַרף פֿון אַ שװערד. חײם חסיד האָט געשיקט רופֿן מאָשקעלע גנבֿ, ער זאָל זיך מטריח זײַן קומען אַף אַ פּאָר װערטער „מכּוח זײער אַ נײטיקן ענין“.

מאָשקע אין נאָר־װאָס געקומען צו פֿאָרן „פֿון דער אַרבעט“… רײַטנדיק אַף אַ ברענענדיק פֿערד, ער האָט נאָך

אַפֿילו ניט אָפּגעטרײסלט זיך פֿונעם שטױב און איז אַ פֿאַרפּאָראָשעטער, אַ הונגעריקער און אַ דאָרשטיקער אַװעקגעגאַנגען צו רב חײם חסיד הערן, װאָס פֿאַר אַ „נײטיקער ענין“ קען דאָס זײַן, כאָטש באַ זיך האָט ער גאַנץ גוט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס באַדאַרף זײַן געװיס מכּוח דער אַנטלאָפֿענער צירעלע, און דאָס האַרץ האָט אים באַצײַטנס אָנגעהױבן קלאַפּן, אַלײן ניט צו װיסן פֿאַרװאָס.

. . . . .

ניט גרינג איז געװען חײם חסיד מיט זײַן הױזגעזינד אָנצוהײבן מיט מאָשקעלע גנבֿ דעמדאָזיקן שמועס. ניט גרינג איז אױך געװען פֿאַר מאָשקעלע גנבֿ אַ פֿרעג צו טאָן, נאָך װאָס האָט מען אים געשיקט רופֿן. בײדע צדדים זײַנען געזעסן אַ היפּשע װײַלע און געשװיגן.

האָט זיך געפֿונען אײנער אליהו־נח, דער עלטערער אײדעם, אַ יונגערמאַן אַ שײנער באַל־לשון און אַ בעל־תּנ″ך, טראָגט אַ זײַדענעם קאַשקעט אינדערװאָכן, שנײַצט די נאָן בריהש מיט אײן פֿינגער, און איז אַרױס פֿאַרן מליץ־יושר פֿאַר דער גאַנצער שטוב מיט אַ מענה־לשון, געקײַט די װערטער, װי מע קײַט מצה.

― זי מעשׂה דערפֿון, הײסט עס, װאָס אונדזער צירעלע, מײן ייִנגערע שװיגערין, הײסט עס, האָט זי דאָס… אַװעק, הײסט ראָט, ניט אַלײן, דאָס הײסט אַלײן, נאָר דאָס… סטיגאָטערס, הײסט עס, אַ סך… איז באַדאַרף מען זי פֿון דאָרטן, הײסט עס… דאָס… איז באַ אונדז געבליבן, אױב דו װילסט, הײסט עס, מהיכא־תּיתי פֿאַרדינען אַ קערבל…

דאָ האָט זיך אליהו־נח אָפּגעשטעלט, אַ מאַך געטאָן מיטן קאָפּ, װי בשעת מע שלינגט אַראָפּ אַ בײנדל, און האָט אַ שנײַץ געטאָן די נאָז מיט אײן פֿינגער און געװאָלט רעדן װײַטער, האָט אים מאָשקעלע גנבֿ איבערגעשלאָגן און האָט אים אָפּגעענטפֿערט מיטן אײגענעם לשון, װאָס אליהו־נח.

― די מעשׂה דערפֿון, הײסט עס, װאָס דו ביסט אַ יאָלד און מײנסט ביסט אַ גרױסער חכם, אַ שופֿר, זאָגט מען, האָט אַ לאַנגן אָקס און קאָן קײן צונג ניט בלאָזן. דאָס קערבל, װאָס דאָס זאָגט צו דערפֿאַר, בין איך מנדר אַף דײן פֿעטערס יאָרצײַט, און לאָז מײַן נאָמען ניט הײסן מאָשקע, אױב איך װעל צירעלען פֿון מאָנאַסטיר ניט אַרױסנעמען, סײַדן דער טױט װעט מיר זײַן…

דידאָזיקע װערטער זײַנען געזאָגט געװאָרן אַזױ פֿעסט, מיט אַזױ פֿיל האַרץ, אַז דאָס גאַנצע געזינדל איז געבליבן זיצן װי מע זאָגט „געגאַפֿט אַף די נעגל“, און אַפֿילו אליהו־נח, װאָס איז געװאָרן רױט און דערשװיצט פֿאַר בזיון, איז געװען צופֿרידן, געװאָרפֿן מיט אױגן אַף אַלע זײַטן, און געשמאָרעט מיט דער נאָז און באַלעקט זיך װי אַ קאַץ בשעת זי האָט געװאָלט פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון פּסחדיקער שמאַלץ… די „חײמאָװאַ“, װאָס איז געזעסן ביז אַהער און געװײנט, האָט אױפֿגעהערט װײנען, געבראָכן די הענט און אַ זאָג געטאָן: ― אָמן, הלװאַי, רבונו־של־עולם, פֿון זײַן מױל אין גאָטס אױערן!.

נאָר אײן חײם חסיד אין געזעסן דער קאָפּ אַראָפּגעלאָזט צו דער ערד, ניט געקאָנט קוקן קײנעם אין די אױגן אַרײַן, גלײַך װי ער האָט עפּעס פֿאַרזינדיקט, עפּעס אָפּגעטאָן אַזעלכס, װאָס איז גאָר אַ חרפּה אױסצוזאָגן. און אַז ס'איז געקומען צו געזעגענען זיך, בשעת מאָשקעלע גנבֿ איז אױפֿגעשטאַנען אַװעקצוגײן, האָבן זײַנע אױגן זיך אָפּגעשטעלט אַף מאָשקען מיט אַזױ פֿיל צער און מיט אַזױ פֿיל האָפֿענונג, אַז אַן אַנדערער אַף מאָשקעס אָרט װאָלט צעגאַנגען געװאָרן פֿאַר רחמנות, נאָר מאָשקעלע גנבֿ איז צוגעגאַנגען גאַנץ פֿרײלעך צו רב חײם חסיד, אַרױפֿגעלײגט אים בײדע הענט אַף די פּלײצעס און אַ זאָג געטאָן צו אים, װי מע רעדט צו אַ חבֿר, װאָס מע איז מיט אים גאָר „זאַפּאַני בראַטאַ“.

― ניע ראָבײ, ס'װעט זײַן רעכט!

אָט דאָס צוגײן פֿון מאָשקעלע גנבֿ, אָט דאָס אַרױפֿלײגן די הענט, אָט דער „ניע ראָבײ“, דאָס אַלײן איז שױן אױך געװען אַ גענוגע מפּלה פֿאַר חײם חסיד, װאָס האָט אַף זײַן לעבן נאָך ניט באַגעגנט זיך אַפֿילו מיט מאָשקעלע גנבֿ און ניט געהערט אים רעדן. נאָר אַז גאָט װיל שטראָפֿן אַ מענטשן, שטראָפֿט ער אים פֿון אַלע זײַטן…

און חײם חסיד דערמאַנט זיך אין איובֿן מיט זײַנע גרױסע צרות, טוט ער אַ טיפֿן קרעכץ און זאָגט „גם זו לטובֿה“…

קאַפּיטל ז
קערט זיך אום צוריק און שמועסט פֿון הױכע ענינים

אױב אַ הױכע װוּקס, ברײטע פּלײצעס, געזונטע פֿיס און אַ גרױסע פּאַטלע שװאַרצע געקרײַזלטע האָר װערט אָנגערופֿן שײן, קאָן מען זאָגן אַף אונדזער העלד, אַז ער איז געװען אַ שײנער יונג. ער זאָל ניט זײַן מאָשקעלע גנבֿ, װאָלטן זיך אין מאַזעפּעװקע, קאָן זײַן, געפֿונען אַ סך מײדלעך, װאָס װאָלטן מיט פֿאַרגעניגן פֿאַר אים געגאַנגען און מע װאָלט אים נאָך געגעבן גאַרן אױך. אַ סבֿרה איז, אַז באַ אײניקע מײדלעך אין מאַזעפּעװקע האָט ער שטאַרק נושׂא־חן געװען אין די אױגן, און אײניקע זײַנען טאַקע ממש אױסגעגאַנגען נאָך אים, באַגראָבן טיף באַ זיך אין האַרצן דעמדאָזיקן סוד און אַװעקגעטראָגן מיט זיך דעם סוד אפֿשר אין קבֿר אַרײַן.

אױך מיט חײם חסידס טעכטער פֿלעג זיך מאָשקעלע גנבֿ אָפֿטמאָל באַגעגענען שבת באַטאָג אַפֿן שפּאַציר, זײ דורכנעמען דורך און דורך מיט די אױגן, דורס זײַן, װי מע זאָגט, מיט דער ראיה. נאָר חײם חסידס טעכטער זײַנען געװען אַזױ װײַט פֿון אים און ער פֿון זײ, אַז ער האָט אַפֿילו מורא געהאַט צו טראַכטן װעגן זײ אַן איבעריקע מינוט, כאָטש זײ זײַנען אים שטאַרק־שטאַרק געפֿעלן, און מער פֿון אַלע די ייִנגסטע פֿון זײ ― צירעלע. מיט צירעלען האָט ער אײנמאָל געהאַט אַ באַגעגעניש אין אַ שמאָל געסל, שיִער־שיִער ניט אָפּגעשטעלט זי און געשענקט אַ קוש. אַ גליק, װאָס הענעך דער שוחט מיט די פֿלעשלדיקע פּאות איז אַקוראַט אָנגעקומען און האָט אַנידערגעשטעלט זײַנע קעלבערנע אױגן אַפֿן דאָזיקן פּאָר, געקוקט גלאַט אַזױ, ניט אין זינען צו האָבן זײ, אַפֿילו אין דער לינקער פּאה ניט.

דאָס אַנדערע מאָל האָט זיך מאָשקע באַגעגנט מיט איר בשעת ער איז געפֿאָרן רײַטנדיק און זי איז געגאַנגען מיט אירע שװעסטער צום טײַך זיך באָדן. דערזען אים אַפֿן פֿערד, האָבן זיך חײמס טעכטער אָפּגעשטעלט קוקן, װי מאָשקעלע גנבֿ פֿאָרט רײַטנדיק. מאָשקע האָט דערזען, אַז מע קוקט אַף אים, האָט ער אונטערגעפֿידלט דאָס פֿערד און האָט זיך געלאָזט װי אַ װיכער גלײַך צום טײַך און באַלד צוריק, שטאַרק חשק געהאַט פֿאַרבינדן מיט זײ אַ שמועס, נאָר ער האָט ניט געהאַט דאָס עזות אָנצוהײבן רעדן פֿריִער אײדער זײ װעלן אים עפּעס פֿרעגן.

אױך זײ װאָלטן װעלן מיט אים עפּעס אַ רעד טאָן, נאָר װאָס פֿאַר אַ פּנים האָט דאָס, אַן חײם חסידס טעכטער זאָלן רעדן בפֿרהסיה מיט אַ מאַנסביל, און נאָך מיט װאָסער אַ מאַנסביל ― מיט מאָשקעלע גנבֿ! און אַזױ האָט ער זיך אַרומגעדרײט פֿאַרבײַ זײ מיטן פֿערדל, אָפּגעפֿירט זיך גלײַך ביז צום טײַך, זיך אַרומגעדרײט דאָרט אַ ביסל און געזען, אַז זײ קאָנען זיך איבער אים ניט אױסטאָן, איז ער אַװעק מיטן פֿערד װײַט־װײַט אונטערן שטאָט און איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן.

אַזעלכע באַגעגענישן איז באַ זײ געװען אָפֿטלעך, אַלע מאָל אָן װערטער, און קײנמאָל איז צירלען אַף דער מחשבֿה ניט געקומען ― װאָס איז די מעשׂה, װאָס ער פּלאָנטערט זיך אַזױ אָפֿט פֿאַר די אױגן? צירעלע, װי אַלע איבעריקע חײמס טעכטער, איז שױן געװױנט געװאָרן, אַז מאַנסבילן זאָלן אַף איר קוקן. באַ איר פֿאָטער אין װײַנקעלער איז זי געװױנט געװאָרן אױך צו קאָמפּלימענטן און צו ערגער נאָך, למשל: אַ גלעט איבער דער האַנט, אַ קניפּ אין בעקל, וכדומה אַזעלכע זאַכן, װאָס די „נאַכאַלן“ קאָנען זיך דערלױבן…

ניט אַזױ איז דאָס אָבער פֿאָרגעקומען באַ אונדזער העלד, באַ מאָשקען. מאָשקע האָט זי ניט אַרױסגעלאָזט פֿונעם זינען אַף קײן מינוט, צירעלע מיט איר געשטאַלט, מיט איר שײן ליכטיק פּנים, מיטן קורצן נעזל און מיטן װײַסן גױדערל און מיטן װײַסן האַלדז, און אירע גרױע, אַ ביסל בײזלעכע אױגן זײַנען געשטאַנען שטענדיק פֿאַר זײַנע אױגן, סײַ באַטאָג אַף דער װאָר, סײַ באַנאַכט אין חלום… געפֿלױגן פֿײַל אױסן בױגן העט װײַט אונטערן שטאָט אַף אַ ברענענדיק פֿערד, פֿלעג ער ניט אײנמאָל אױסשרײַען הױך אַף אַ קול איר נאָמען; ער האָט אױסגעזאָגט זײַן הײליקן סוד פֿאַרן שטילן ברײטן פֿעלד, דערצײלט פֿאַר די בײמער פֿונעם גרינעם װאַלד זײַן פֿאַרבאָרגענע ליבע צו חײם חסידס טאָכטער און זיך אַן עצה געהאַלטן מיטן קרישטאָלענעם טײַכל,

װאָס פֿליסט אַף יענער זײַט װעלדל: „װאָס טוט מען?“, „װאָס טוט מען?“…

נאָר ניט דאָס שטילע ברײטע פֿעלד, ניט דער גרינער װאַלד, ניט דאָס קרישטאָלענע טײַכל האָבן אים געקאָנט ענטפֿערן, אַן עצה געבן װאָס מע טוט, און ער האָט אַ קיצל געטאָן דאָס פֿערד און איז געפֿלױגן װײַטער, בכדי צו פֿאַרפֿירן װײַט־װײַט זײַנע פֿאַרבאָרגענע געדאַנקען, זײַנע באַהאַלטענע געפֿילן…

אױב ס'איז געװען אַמאָל אין מאַזעפּעװקע צװישן ייִדן אײנער אַזעלכער, װאָס האָט ליב געהאַט באמת מיט דער הײליקער דײַנער אמתער ליבע, און אָן אַ שום חשבון און אַ שום האָפֿענונג ― איז דאָס געװען מאָשקעלע גנבֿ.

קאַפּיטל ט
גײט אַװעק אַביסל אָן אַ זײט, נאָר האָט אַ שײַכות מיטן ראָמאַן

האָבן מיר זיך צערעדט פֿון הױכע ענינים, פֿון ליבע, באַדאַרף מען שױן דערצײלן דאָס אױך, אַן אונדזער העלד, מאָשקעלע גנבֿ, האָט שױן אַף זײַן לעבן „געשפּילט אַ ראָמאַן“ און אַ טרױעריקן דערצו.

דאָס איז געװען אין יענער צײַט, װען ער איז געװען נאָך אַ יונגער בחור און פֿלעג ערשט אָנהײבן אַרױספֿאָרן מיטן פֿאָטער, דער נבֿיא יונה, אַף די ירידים. געקומען דאָס ערשטע מאָל קײן יאַרמעלינעץ אַפֿן יריד, איז ער פֿאַרפֿאָרן מיטן פֿאָטער אין יענעם אײַנפֿאָרהױז, װוּ ס'שטעלן זיך אָפּ אַלע ליװעראַנטן, די פֿערדהענדלער, פֿערד־גנבֿים און גלאַט גנבֿים, צום מײנסטן ייִדן מיט מאָדנע רױטע פּנימער, מיט ברענענדיקע אוגן, רירעװדיקע פּאַרשױנען, קלוגע, דורכגעטריבענע, װאָס פֿאַרשטײען זיך אײנס דאָס אַנדערע אַפֿן װוּנק.

אױסגעװאַקסן צװישן גנבֿים, איז באַ אונדזער מאָשקען ניט געװען קײן נאָװינע דידאָזיקע מינע פּאַרשױנען װאָס רעדן אַף זײער אײגענעם שפּראַך און װאָס קוקן זיך אַרום אַלע מינוט אַף אַלע פֿיר זײַטן, לעבן אין שטענדיקע פּחדים, זײַנען תּמיד גרײט, אַז אָט־אָט קומען אָן די ,שפּאָרן“ (פּאָליצײ), װעט מען זײ „טעכערן“ (כאַפּן) און פֿאַרשטעקן אין קאָטשומענט אַרײַן…

נאָר אַזעלכע גנבֿים װי ער האָט דאָס ערשטע מאָל באַגעגנט אין יאַרמעלינעץ אַפֿן יריד, האָט ער נאָך ניט געזען קײן מאָל. דאָס איז עפּעס גאָר פֿלאַם־פֿײַער, מלכי־קבלה און גענוג. די מאַזעפּעװקער גנבֿים ― די זײַנען ייִנגלעך, יאָלדן (איטלעכער, װאָס איז ניט קײן גנבֿ, הײסט באַ גנבֿים מיטן נאָמען „יאָלד“), אַקעגן זײ! ער האָט אַף זײַן לעבן ניט געזען דאָס, װאָס ער האָט זיך אָנגעזען דאָ אין יאַרמעלינעץ; ער האָט אַף זײַן לעבן ניט געהערט דאָס, װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט דאָ אַפֿן יריד, און מאָשקע האָט זיך רעכט צוגעקוקט צו דידאָזיקע פּאַרשױנען, גוט צוגעהערט זיך צו זײערע לשונות און ער האָט משונה הנאה געהאַט פֿון זײַן נײַע באַקאַנטשאַפֿט, געקליבן פֿאַרגעניגן.

מער פֿון אַלעמען איז אים געפֿעלן דער ,מײדאַנטשיק“ (דער עלטערער) פֿון די „מאַרװיכערס“ (קעשענע־גנבֿים), דאָס איז געװען אַן אַלט ייִדל אַ געפּאַקטס, מיט ברײטע פּלײצעס, מיט אַ ברײטע צעלאָזטע גרױע באָרד, מיט קלײנע שטאַרק רױטע אײגעלעך, װאָס האָבן אים תּמיד געשפּילט און געפֿינקלט. דער קאָפּ איז באַ אים געװען װי צוגעװאַקסן גלײַך צו די ברײטע אַקסלען אָן אַ שום האַלדז, און אַז ער האָט זיך באַדאַרפֿט אַרומקוקן, האָט ער זיך געמוזט אױסדרײען מיטן גאַנצן גוף. אױך די הענט זײַנען באַ אים געװען מאָדנע הענט, ניט װי באַ אַלע מענטשן. לאַנגע, ברײטע, מיט מאָדנע אױסגעבױגענע פֿינגער אַרױף. דידאָזיקע הענט מיט די מאָדנע פֿינגער, װאָס מאָשקע האָט אַף זײ אַזױ שטאַרק געקוקט, זײַנען געװען געבענטשטע הענט, זעלטענע אױסגעצײכנטע פֿינגער, װאָס אַ דאַנק זײ האָט ער באַקומען אַזאַ שײנעם נאָמען צװישן די גנבֿים. די דאָזיקע הענט מיט די פֿינגער אַז פֿלעגן זיך אַראָפּלאָזן צו יענעם נאָך אַ ,משׂא־ומתּן“ (אַ בײַטעלע מיט געלט) אָדער נאָך אַ „בימבער“ (אַ זײגערל), פֿלעג ער דאָס „שיסן“ (אַװעקגנבֿענען) אַזױ גרינג, אַז דער ,שטימפּ“ (דער באַגנבֿעטער) האָט ניט געקאָנט הערן, מע זאָל האָבן אַכצן פּאָר אױערן. דערדאָזיקער אַלטער איז אין די יונגע יאָרן ניט אײן מאָל „געצינטעװעט“ (געזעסן) אין דער „קאַלאַמאַזשניע“ (טורמע) מיט אַלע ,שפּרינגערס“ (װאָס שלאָגן אָפּ שלעסער) און מיט אַלע „דערקאַטשעס“ (גזלנים) ביז ס'איז אים נימאס געװאָרן און ער האָט זיך געשטעלט באַ די „מאַרװיכערס“ פֿאַר אַ „מײדאַנטשיק“ און האָט זײ אײַנגעגעבן אין נדן אַרײַן זײַנס אַ טעכטערל „סאָנקע“, װאָס האָט געהאַט בירושה פֿון איר פֿאָטער זײַנע געבענטשטע הענט מיט זײַנע אױסגעצײכנטע פֿינגער.

קאַפּיטל י
ער כאַפּט פּעטש גאָר אומגעריכט

„סאָנקע“ איז אין יענער צײַט נאָך ניט אַלט געװען קײן רעכטע פֿופֿצן יאָר, נאָר אױסגעזען האָט זי װי אַ מײדל פֿון אַכצן, געבליט װי אַ יונגע רױז, װאָס האָט נאָר־װאָס צעלאָזט די שײנע שמעקנדיקע סאַמעטענע בלעטעלעך; אַרױסגעקוקט אַף גאָטס װעלט לעבעדיק, פֿרײלעך, מיט אמונה און מיט בטחון, מיט אמונה, אַז די װעלט איז אַ גוטע, אַ זיסע װעלט, און מיט בטחון אַז די מענטשן זײַנען גוטע, ערלעכע מענטשן…

סאָנקע איז געװען אַ טונקעלע, אַ שװאַרצע, נאָר אַ חנעװדיקע, מיט שװאַרצע געקרײַזלטע האָר, מיט שװאַרצע ברענענדיקע אײגעלעך, מיט חן־גריבעלעך אין די פּעכקע בעקעלעך און מיט קלײנע װײַסע צײנדעלעך, װאָס מע האָט זײ שטענדיק געקאָנט אַרױסזען, װאָרעם זי פֿלעג זײער אָפֿט לאַכן און מיט איר געלעכטער מאַכן אױך אַלעמען לאַכנדיק, דאָרט, װוּ סאָנקע איז געװען, האָט ניט געקאָנט זײַן אומעטיק: זי האָט מיט זיך געטראָגן אַ מין לעבעדיקײט, אַ מין פֿרײלעכקײט, װאָס האָט געקאָנט צעטרײַבן די גרעסטע מרה־שחורה, װי די זון מיט איר ליכטיקער שײן גאַנץ פֿרי תּחילת זומער, בשעת די פֿײגעלעך קלײַבן זיך צונױף זאָגן שירה.

נאָר אײן מאָשקע האָט זיך געפֿילט מיט איר עפּעס ניט װי עס געהער צו זײַן. עפּעס איז זי אים געװען װי אַ בײן אין האַלדז. ניט מחמת ער האָט זי ניט געקאָנט לײדן, חלילה! אַדרבא, דעם גאַנצן טאָג, װאָס זי איז געװען „אַף דער אַרבעט“, האָט ער נאָך איר געבענקט װי נאָך אַן אײגענער, װי נאָך אַ שװעסטער, נאָר אַז זי איז געקומען, זיך איבערגעטאָן און זיך געזעצט צום טיש מיט אַלע „מאַרװיכערס“, געגעסן, געטרונקען מיט זײ אינאײנעם און געלאַכט װי איר שטײגער איז, האָט דאָס אים געשטאָכן אין דער זיבעטער ריפּ. און מער פֿון אַלע האָט אים געברענט אַף איר, װאָס זי איז געװען צוגעלאָזט צו אײנעם אַ יונגנמאַן מיט אַ געשטופּלט פּנים און מיט אײן אױג, װאָס פֿונדעסטװעגן איז ער געװען אַ גוטער „שניפּער“ (אַ נאַכט־גנבֿ; און אַ בריה אַ „װעשער“ (װאָס באַגנבֿעט שלאָפֿנדיקע), מיט אים פֿלעגט סאָנקע זיך אָפֿט סודען און אַרױסגײן אָפֿטמאָל באַנאַכט „אַף דער אַרבעט“ ― און דאָס האָט מאָשקע ניט געקאָנט פֿאַרדײען. ער האָט זיך עטלעכע מאָל געקליבן איר זאָגן, איר פֿירהאַלטן דאָס, נאָר עס האָט זיך אַלץ ניט אױסגעמאַכט, ביז ער האָט זי אײנמאָל געפּאַקט, בשעת זי איז אַרױסגעגאַנגען אײנע אַלײן אַפֿן יריד אָנגעטאָן אין מאַנסבילשע קלײדער.

מאָשקע װאָס זי אָפּגעשטעלט און ס'איז צװישן זײ פֿאָרגעקומען אַזאַ מין געשפּרעך:

ער: „שטײ, איך דאַרף דיר עפּעס זאָגן“.

זי: „װער ביסטו?“

ער: „האָסט מיך ניט דערקענט? מאָשקע פֿון מאַזעפּעװקע, דעם נבֿיא יונהס זון“..

זי „װאָס װעסטו זאָגן, דעם נבֿיא יונהס זון פֿון מאַזעפּעװקע?“

ער: „װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז מיט דיר אָט אַ יענער שניפּער דער געשטופּלטער?“

זי: „װאָס גײט עס דיך אָן, דו יאָלד אײנער?“

ער: „אָט טו איך אײן פֿײַף, װעסטו װיסן װאָס פֿאַר אַ יאָלד איך בין“.

. . . . .

און אײדער אונדזער מאָשקע האָט זיך אַרומגעקוקט, איז אים געפֿלױגן אַזאַ שאַרפֿער, הילכיקער קלינגענדיקער פּאַטש פֿון סאָנקעס הענטל מיט אירע אױסגעצײכנטע פֿינגער, אַז ער איז גאָר פּריטשמעליעט געװאָרן, ניט אַזױ פֿונעם פּאַטש, װי פֿאַר בזיון, אַז ער, מאָשקע, זאָל כאַפּן אַ פּאַטש פֿון אַ מײדל! נאָר דאָס אַלײן װאָלט נאָך געװען נישקשה, װען קײנער זאָל כאָטש ניט װיסן. ערגער פֿון אַלץ איז געװען דאָס, װאָס סאָנקע אַלײן, אַז זי אין געקומען פֿון דער אַרבעט אַהײם, אַף דער אַכסניא, האָט זי דאָס אױסגעפּױקט, דערצײלט דעם גאַנצן עולם, בשעת־מעשׂה שטאַרק געלאַכט, באַװיזן איטלעכן אירע װײַסע צײן.

מאָשקע איז גערן געװען, אַז עס האָט זיך געענדיקט דער יריד און איז אַװעקגעפֿאָרן מיטן פֿאָטער אַהײם, אַװעקגעפֿירט מיט זיך אין האַרצן דעם פּאָרטרעט פֿון סאָנקעס הענטל מיט אירע אױסגעצײכנטע פֿינגער, דעם פּאָרטרעט, װאָס ער האָט אים לאַנג־לאַנג נאָכדעם ניט געקאָנט פֿאַרגעסן, דער פּאָרטרעט, װאָס פֿלעג אים קומען אָפֿט צו חלום, דערמאַנען אים יענעם שאַרפֿן, הילכיקן, קלינגענדיקן פּאַטש און יענעם שאַרפֿן, הילכיקן, קלינגענדיקן געלעכטער.

נאָר דאָס איז געװען אַזױ לאַנג, אַז דער פּאַטש האָט זיך פֿאַרהײלט און דער ראָמאַן האָט זיך פֿאַרגעסן. די צײַט איז אַ װױלער דאָקטער, װאָס פֿאַרהײלט אַלע װוּנדן.

װאָס װאָלטן מיר געטאָן אָן דעם דאָקטער?!

קאַפּיטל י″א
ער פֿאַלט אַף אַן עצה

נאָך אַז ער איז געגאַנגען אַהין צו חײם חסיד אין שטוב אַרײַן איז שױן באַ אים אין קאָפּ געװען פֿאַרטיק אַ גאַנצער פּלאַן, און ניט נאָר אײן פּלאַן, עטלעכע מיט אַמאָל. אײן פּלאַן אין באַ אים געװען אַזעלכער: ער װעט זיך איבערטאָן אין מלבושים פֿון אַ מאָנאַך. דער אַנדער פּלאַן אין באַ אים געװען, אַז ער װעט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ בעטלער. נאָך אַ פּלאַן איז באַ אים געװען, ער זאָל זיך אָנטאָן װי אַ טשינאָװניק פֿון אַקציז, צופֿאָרן צום מאָנאַסטיר און הײסן זיך אַרױספֿירן פֿון דאָרטן דאָס ייִדישע מײדל, כאַפּן צו זיך אַפֿן פֿערד און אַנטלױפֿן מיט איר װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט.

די אַלע פּראָיעקטן, אַז ער האָט זײ רעכט צעקײט, האָט ער אַרױסגעזען, װי נאַריש זײ זײַנען און ער האָט זײ נאָכדעם אַלײן מבֿטל געװען און האָט צוגעטראַכט גאָר אַ נײַעם פּלאַן, אַ גרױסן און אַ געפֿערלעכן פּלאַן.

ער איז געקומען אין מאָנאַסטיר אַרײַן, גלײַך צום עלטסטן, און האָט אים אױסדערצײלט זײַן גאַנץ ביטער האַרץ, אַזױ װי באַ די ייִדן איז ער אַ „לא יבֿא בקהל“, קײנער װיל מיט אים ניט האָבן קײן מגע־ומשׂה, קײנער װיל זיך מיט אים ניט משדך זײַן, און מע רופֿט אים מיט זײער אַ שענדלעכן נאָמען „גנבֿ“, װיל ער װערן אַ בעל־תּשובֿה, איבערבײַטן די מלאָכה, דעם נאָמען און דעם גלױבן; נאָר מחמת ער האָט מורא די ייִדן זאָלן אים ניט דעקוטשען, בעט ער, מע זאָל אים באַשיצן פֿון ייִדישע הענט.

דער עלטסטער האָט אים אױסגעהערט, איבערגעפֿרעגט נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל און האָט אים צוגענומען, אים געגעבן אַן אָרט אין מאָנאַסטיר און מבֿטיח געװען אַז עס װעט אים, חלילה, גאָר ניט שאַטן ― און מער האָט מאָשקעלע ניט געװאָלט. ער האָט נאָר באַדאַרפֿט האָבן, אַז צירעלע זאָל זיך פֿאַראינטערעסירן מיט דעם נײַעם פּאַרשױן, װאָס איז אַרײַנגעטראָטן אין מאָנאַסטיר אַרײַן, און זאָל זיך װעלן מיט אים באַקענען, און זײַן חשבון איז געװען אַן אמתער חשבון.

צירעלע, װאָס איז געזעסן אײנע אַלײן װי אין געפֿענקעניש, מע האָט ניט צוגעלאָזט צו איר קײנעם, אַז זי האָט דערהערט, אַז אַ מאַזעפּעװקער יונגערמאַן איז געקומען אין מאָנאַסטיר אַרײַן אָננעמען דעם נײַעם גלױבן, האָט זי ראשית זײער געװאָלט װיסן װער איז דער ייִד? און אַגבֿ האָט זיך איר געװאָלט אָפּנעמען אַ גרוס פֿון דער הײם, פֿון אירע אײגענע, װאָס דאָס האַרץ האָט איר ניט אױפֿגעהערט צו זי ציִען; און װי װײַט איבערראַשט איז זי געװען, אַז זי האָט דערזען פֿאַר זיך מאָשקעלע גנבֿ!

צירעלע האָט אים גוט געקענט, װאָרעם װער קען ניט מאָשקעלע גנבֿ אין מאַזעפּעװקע? און זי האָט ניט פֿאַרשטאַנען, װעלכעס האָט אים געקאָנט ברענגען אַהער צו טראָגן, אַזאַ פֿרײַ פֿײגעלע װי ער איז, װאָס ער קאָן טאָן װאָס ער װיל און װאָס זײַן האַרץ גלוסט? זי האָט זיך ניט געשעמט, אַלײן צוגעגאַנגען צו אים און געפֿרעגט, װאָס זאָל דאָס באַטײַטן?

האָט זיך מאָשקע פֿאַר איר מודה־ומתװדה געװען. איר אױסדערצײלט זײַן גאַנץ ביטער האַרץ, אַזױ װי באַ ייִדן איז ער אַ לא יבֿא בקהל, קײנער װיל מיט אים ניט האָבן קײן מגע־ומשׂא און אַזױ װײַטער, פּונקט דאָס אײגענע, װאָס ער האָט געזאָגט פֿאַרן עלטסטן, און האָט אױסגעלאָזט מיט אַ זיפֿץ, כאָטש ס'איז אים געװען זײער שװער צו גײן אַהער, נאָר דאָס לעבן איז אים געװען אַזױ ביטער, אַזױ ביטער…

האָט אַף אים צירעלע שטאַרק רחמנות געהאַט, אים געטרײסט, און אױסדערצײלט פֿאַר אים אױך אירע צרות, װי אַזױ זי האָט זיך אױך לאַנג געראַנגלט מיט זיך אַלײן, ביז זי האָט געפּועלט באַ זיך אַװעקװאַרפֿן טאַטע און מאַמע, שװעסטער און ברידער, װאָס סע טוט איר װי דאָס האַרץ אַף זײ און קאָן זײ גאָר ניט העלפֿן! „ס'איז אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך, האָט זי אױסגעלאָזט, אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך, װאָרעם תּיכּף נאָך זײער יום־טובֿ…

באַ די װערטער „זײער“ יום־טובֿ האָט זיך צירעלע פֿאַרכאַפּט און געװאָרן רױט װי פֿײַער, זיך אָפּגעזעגנט מיט מאָשקען ביז מאָרגן, מאָרגן װעלן זײ זיך מסתּמא זען נאָכאַמאָל אין מאָנאַסטירסקע הױף.

― אָדער אפֿשר אין גאָרטן? ― האָט ער איר געענטפֿערט.

― אָדער אפֿשר אין גאָרטן ― האָט אים צירעלע נאָכגעזאָגט.

קאַפּיטל י″ב
אַ שפּאַציר אין מאָנאַסטירסקע גאָרטן

זינט מאָשקע געדענקט זיך פֿאַר אַ מענטשן האָט זיך אים נאָך ניט געטראָפֿן, ער זאָל אַ גאַנצע נאַכט ניט שלאָפֿן און זײַן אין אַזעלכע פּחדים. מאָשקע װאָס שױן געפּרוּװט שפּרינגען רײַטנדיק צען מײַל אין אײן נאַכט אָן אַן אָפּשטעל; ער האָט שױן געפּרוּװט „פּלײטעװען“ מיט „אָפּגעשפּיליעטע“ פֿערד, הערן אונטער די פּלײצעס װי מע שיסט אַף אים; ער האָט געפּרוּװט שפּרינגען איבער פּלױטן, שװימען איבער װאַסערן, שטײן באַ דער גרעסטער סכּנה; נאָר אַזאַ נאַכט װי אין מאָנאַסטיר האָט ער נאָך ניט געהאַט קײנמאָל אַף זײַן לעבן. װי אַ לײב אין שטײַג האָט ער אַרומגעשפּאַנט הין און צוריק איבערן חדרל, געקוקט אַלע מאָל אין פֿענצטער, געװאָלט ס'זאָל שױן װערן טאָג. און אַז גאָט האָט געהאָלפֿן ס'איז געװאָרן טאָג, האָט מאָשקע געגעבן צו װיסן, אַז ער גײט אין שטאָט אַרײַן אַף אַ שעה צײַט אַכטונג געבן, װאָס טוען די פֿערדלעך זײַנע, און עס האָט טאַקע מער ניט געדױערט װי אײן שעה, איז ער צוריק געקומען אַ פֿאַרסאַפּעטער, װי אַ מענטש, װאָס האָט נאָר־װאָס אָפּגעטאָן זײער אַ שװערע אַרבעט.

די מאָנאַכעס פֿון מאָנאַסטיר האָבן זיך געװוּנדערט, װאָס די הענט זײַנען באַ אים אַזױ צעדראַפּעט, גלײַך װי ער װאָלט געשפּרונגען איבער אַ פּלױט… האָט ער זײ באַרויִקט, געזאָגט, אַז ער האָט זיך געפּאָרעט מיט די פֿערד, און איז אַװעקגעגאַנגען צום עלטסטן תּשובֿה טאָן…

באַטאָג, װען די מאָנאַכעס עסן אָפּ און לײגן זיך שלאָפֿן, אָדער זײ נעמען זיך צו אַן אַרבעט, און דער גאַנצער מאָנאַסטיר רוט, מע זעט ניט קײן פֿרעמדן מענטשן, קײן דאַװנערס, קײן בעטלערס, פֿלעג צירעלע אַרױסגײן אַפֿן הױף אַביסל, שפּאַנען פֿון אײן עק צום אַנדערן, אָן אַ שום ציל, נאָר גלאַט אַזױ „אַפֿן שפּאַציר“, איצטיקס מאָל האָט זיך צירעלע אַרומגעקוקט אַף אַלע זײַטן, געזוכט עמעצן מיט די אױגן, און זי האָט דערזען פֿון דער װײַטן מאָשקע שפּאַנט מיט זײַנע גרױסע פֿיס, האָט זי זיך אָפּגעשטעלט מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכעלע, װאָס באַ מאָשקען האָט זיך דערפֿון אָנגעצונדן אַ פֿײַער אין האַרצן, אַ העליש פֿײַער, נאָר ער האָט זיך אײַנגעהאַלטן װי װײַט מעגלעך, צוגעגאַנגען און אַנידערגעזעצט זיך אַף אַן אױסגעהאַקטן בױם, װאָס איז געלעגן אין הױף…

― קום, װאָס װעלן מיר זיצן? האָט זיך אָנגערופֿן צו אים צירעלע.

― װוּהין?

― איבערן הױף.

― אפֿשר אין גאָרטן?

צירעלע האָט זיך אָפּגעשטעלט אַף אַ װײַלע, אַ טראַכט געטאָן און געזאָגט צו אים: ― אין גאָרטן? ― אין גאָרטן.

דער מאָנאַסטירסקע גאָרטן אין מאַזעפּעװקע ― דאָס איז אַ מין פֿעסטונג, װאָס פֿון דרױסן איז שװער אַהינצו אַרײַנקומען. פֿון אײן זײַט, װאָס גײט צו דער שטאָט, איז ער געצאַמט מיט אַ הױכן שטײנערנעם פּאַרקאַן, באַװאַקסן מיט בלעטער, און פֿון דער אַנדערער זײַט, װאָס אונטער דער שטאָט, איז ער אַחוץ אַרומגעגראָבן מיט אַ קאַנאַװע און באַװאַקסן מיט שטעכלקעס. דער גאָרטן אַלײן איז אײנע פֿון די גרױסע חידושים, אַ מין „גן־עדן התּחתּון“, װי מע זאָגט אין מאַזעפּעװקע, כאָטש קײנער פֿון די מאַזעפּעװקער ייִדן האָט דאָרטן אינװײניק נאָך ניט געהאַט די זכיה צו זײַן, דאָס אײנציקע, װאָס די מאַזעפּעװקער ייִדן האָבן פֿון אים, איז נאָר דאָס, װאָס זומער שמעקן זײ זיך אָן דעם ריח פֿון די בײמער, װאָס דאָס װינטעלע פֿאַרטראָגט צו זײ, און הערן זיך אָן דאָס זינגען פֿונעם סאָלאָװײ, װאָס לאָזט זיך הערן פֿון דאָרטן אין די װאַרעמע זומערנעכט.

פּסח־צײַט. עס האָט זיך נאָר־װאָס אױפֿגעכאַפּט די װעסנע; עס האָט נאָר־װאָס אױפֿגעלעבט די נאַטור; עס איז נאָך ניט געװען רעכט גרין די ערד, און די בײמער פֿונעם מאָנאַסטערסקן גאָרטן האָבן נאָר־װאָס אָנגעהױבן אַרױסלאָזן געלע פּיטומלעך, װאָס אָט־אָט, לאָז נאָר גוט אַ װאַרעם טאָן די זון, צענעמען זײ זיך און באַװײַזן זיך אַרױס מיט קלײנע גרינע בלעטעלעך. פֿריש, מחיהדיק פֿריש האָט געשמעקט די ערד. נאָך ניט רעכט אױסגעטריקנט, ערטערװײַז צוגעדעקט שױן מיט גרינעם סאַמעט, און עטלעכע פֿײגעלעך האָבן זיך אַרומגעדרײט צװישן די צװײַגן, געשפּרונגען פֿון אײן בױם אַפֿן אַנדערן, זיך אָפּגעשטעלט, אָנגעשפּאַרט די פֿיסקעלעך, געבלינצלט מיט די אײגעלעך, געפּישטשעט שטילערהײט, זיך אָנגעזאָגט אײנס דאָס אַנדערע אַ בשׂורה, אַז סע גײט צו זומער.

אין אַזאַ צײַט גלוסט זיך נאָך מער אינדרױסן װי אין רעכטן זומער. אין אַזאַ צײַט איז די שײַן פֿון דער זון שטאַרק אָנגעלײגט, איטלעכער שטראַל אירער איז אַ מתּנה פֿון גאָט, און דער מענטש פֿילט, אַז ער האָט עפּעס אַ שײַכות מיט דער ערד און מיט אַלץ, װאָס סע טוט זיך אַף דער ערד, און מיט דער גאַנצער גרױסער װעלט, מיט דעם, װאָס האָט באַשאַפֿן דידאָזיקע גרױסע װעלט.

בײדע, אי צירעלע אי מאָשקע, זײַנען געגאַנגען שטיל, פֿאַרטיפֿט איטלעכער אין זײַנע מחשבֿות, איבערגעגעבן איטלעכער צו זײַנע געפֿילן, בײדע, אי צירעלע אי מאָשקע, זײַנען געװען אין די עולמות העליונים, אינעם גן־עדן, װאָס זײַן נאָמען איז „ליבע“. דאָס איז געװען יענע ליבע, װאָס פֿרעגט ניט קײן קשיות, װאָס װײס ניט קײן איבערשלאָג, װאָס דאַרף ניט קײן פּירוש. דאָס איז געװען יענע ליבע, װאָס רײַסט אײַזערנע קײטן, װאָס ברעכט שטאַרקע מױערן, װאָס צעשײַדט די נאָענטסטע און בינדט צונױף די װײַטסטע. דאָס איז געװען יענע ליבע, װאָס טוט מעשׂים אַשר לא יעשׂו…

קאַפּיטל י″ג
הינער לײגן אײער, ייִדישע טעכטער קינדלען

אױסגעװאַקסן אין אַזאַ שטוב װי באַ חײם חסיד, אונטער דער השגחה פֿון אַ פֿרומען טאַטן און פֿון אַן ערלעכע מאַמע, און געזען פֿאַר זיך װאָס פֿאַר אַ לעבן אירע עלטערע שװעסטער האָבן געמאַכט, װאָס פֿאַר אַ מאַנען מע װאָס זײ געגעבן, אײנער נאַרישער פֿונעם אַנדערן, האָט צירעלע תּמיד געחלומט פֿון אַן אַנדער מין לעבן. איר השׂגה איז געװען ניט די, װאָס באַ אירע עלטערע שװעסטער, װאָס זײער גאַנץ לעבן איז געװען נאָר טראָגן און האָבן און זױגן, און נאָכאַמאָל טראָגן, און װידעראַמאָל האָבן, און אָבער אַ מאָל זױגן. קײן פֿרײַע מינוט, קײן לעבעדיקע שעה, נאָר געדענקען די װערטער „לעשׂות רצון בעלה“― טאָן דעם מאַנס װילן…

ניט אײן מאָל פֿלעג זיך צירעלע פֿאַרטראַכטן אַף דער דאָליע פֿון אַ ייִדישער טאָכטער, װאָס האָט אױסגעזען באַ איר אין די אױגן װי די ראָליע פֿון אַ הון אַ קװאָקע, װאָס זיצט אַף די אײער, װאַרעמט זי אױס ביז סע פּיקען זיך אױס הינדעלעך; נאָכדעם הײבט זי אָן װידער קװאַקען, טראָגן פֿרישע אײער און אַזױ װײַטער, און אַזױ װײַטער…

אױב עס װעט אײַך ניט זשענירן דאָס פֿאַרגלײַכן, באַדאַרף איך אײַך זאָגן, אַ באַ חײם חסיד איז געװען אַ שטוב פֿון גאָלע קװאָקעס, אַ פֿאַבריקע פֿון קינדער. אַלע טעכטער האָבן חתונה געהאַט יונגערהײט, אײנע נאָך דער אַנדערער, פֿאַר זײַדענע יונגעלײַט, שײנע אײדעמלעך, געזעסן אַף קעסט און געקינדלט. און חײמס װײַב אַלײן, װאָס איז געװען ניט קײן אַלטע ייִדענע, האָט אױך געהאַלט אין רעכטן קינדלען, אַזױ אַז צום טיש זײַנען געגאַנגען תּמיד עטלעכע מאַמעס זײגערינס. פֿון די װיגעלעך האָט זיך תּמיד געלאָזט הערן אַ פּישטשען פֿון עטלעכע פּיסקליאַטעס, מע קאָן זאָגן, אַז ס'איז כּמעט ניט געװען דער חודש, אַז באַ חײם חסיד זאָל ניט זײַן עפּעס אַ שׂימחה: אַ מזל־טובֿ, אַ בן־זכר, אַ ברית, אַ פּדיון־הבן. אָדער אַן אומגליק: דאָס קינד מאָזלט, יענץ גליט אַף פּאָקן, דאָס האָט דיפֿטעריט, יענץ שקאַרלאַטינע, און די מוטערס האָבן געהאַט צו טאָן טאָג װי נאַכט, די מיט שװער טראָגן, די מיט אַ ברוסט, די מיט אַן אַם, װאָס האָט אַװעקגעװאָרפֿן אין מיטן זױגן, די מיט אַ ניאַנקע, װאָס האָט שיִער ניט געמאַכט דאָס קינד פֿאַר אַ קאַליקע ― אַ שטענדיקער טאַראַראַם, אַ טומל, אַ הו־האַ.

אין דעמדאָזיקן טומל איז געקומען רב שלום שדכן רעדן אַ שידוך דער ייִנגסטער פֿון די טעכטער, צירעלע, און צירעלע האָט אױסגעהערט דעם גאַנצן שמועס פֿון רב שלום שדכן, אַז ער רעדט איר אַ שידוך אַף דעם שניט פֿון יענע פֿריִערדיקע שידוכים. אַ „טאַטנס אַ קינד“, פֿון אַ שײן אָרט, אַ לײַטישן שידוך, און עס האָט זיך איר פֿאָרגעשטעלט, אַז מע האָט איר שױן געגעבן אַזאַ מאַן װי אירע עטלעכע שװעסטער, כּמו װי אַ מין אליהו־נח, אַ שײנער בעל־לשון און אַ בעל־תּנ″ך מיט אַ זײַדענעם קאַשקעט אינדערװאָכן, און שנײַצט די נאָז בריהש מיט אײן פֿינגער, און זי האָט שױן חתונה געהאַט פֿאַר אים, און זי האָט שױן אָנגעהױבן קינדלען, און זי האָט שױן צו טאָן מיט דער ברוסט, מיט דער אַם און מיט דער ניאַנקע ― און ס'איז איר נימאס געװאָרן די װעלט, דאָס לעבן און די מענטשן, און זי האָט זיך געגעבן דאָס װאָרט, אַז זי װעט אַזױ ניט חתונה האָבן װי אירע שװעסטער האָבן חתונה געהאַט; זי װעט אַנדערש אױפֿבױען איר לעבן. װי אַזױ? ― דאָס האָט זי נאָך אַלץ נישט געװוּסט אַקוראַט.

סאַמע אין יענער צײַט האָט זי זיך באַקאַנט מיטן נײַעם אַקציזנע טשינאָװניק, מאַקסים טשובינסקי.

קאַפּיטל י″ד

רעדט פֿון פֿילאָסאָפֿיע, פֿון ליבע און פֿון נאָך זאַכן

דער נײַער אַקציזניק, מאַקסים טשובינסקי, אַז ער איז אָנגעקומען קײן מאַזעפּעװקע, האָט ער געװײנטלעך געמאַכט אַ װיזיט דער „חײמאָװאַ“ אין קעלער, פֿאַרזוכט חײמס „װימאָראָזיק“, װאָס איז געמאַכט פֿון ראָזשינקעס, װאָס אַלע אַדונים װײסן דאָס גאַנץ גוט און פֿונדעסטװעגן טרינקען זי אים גערן און זאָגן, אַז ער איז גאָר ניט שלעכט, בפֿרט, אַז דעם „װימאָראָזיק“ דערלאַנגט אײנע פֿון חײמאָװאַס טעכטער, ובפֿרט נאָך די ייִנגסטע פֿון זײ, צירעלע, אָדער װי די אַדונים האָבן איר אַ נאָמען געגעבן „פּאַנאַ צעציליאַ“.

„פּאַנאַ צעציליאַ“ איז געװען דאָ איטלעכן פֿון זײ אַ גדלות, אַז זי האָט דערלאַנגט צום טיש, און ס'איז געװען לאַװ כּל אָדם זוכה, אַז „פּאַנאַ צעציליאַ“ זאָל דערלאַנגען דאָס ביסל װײַן. און מחמת טשובינסקי איז געװען אַ נײַער גאַסט און אַן אַקציזניק, האָט די חײמאָװאַ געזען, צירעלע זאָל ניט אָפּטרעטן, באַדינען די געסט װי געהער צו זײַן. און צירעלע האָט ניט אָפּגעטראָטן און באַדינט די געסט װי סע געהער צו זײַן, און די געסט האָבן זיך באַרימט פֿאַרן נײַעם אַקציזניק מיט זײער „זשידאָװעטשקע“, זיך איבערגעװאָרפֿן מיט װערטער, אַ פּנים, זײער קלוגע און זײער שאַרפֿע, מחמת זײ האָבן בשעת־מעשׂה עפּעס משונה געלאַכט און איבערגעװוּנקען זיך אײַנס מיט דאָס אַנדערע עפּעס זײער מאָדנע…

אײן טשובינסקי האָט ניט געלאַכט. פֿון דער ערשטער מינוט אָן, װאָס ער האָט דערזען אָט דאָס שײנע ייִדישע מײדל, איז ער געװען פֿאַרטראַכט, זיך געבראָכן דעם מוח, װוּ האָט ער זי געזען?

עס האָט זיך אײַך געטראָפֿן מן־הסתּם זיך באַגעגענען אונטערװעגנס מיט אַ פּאַרשױן, װאָס עס דאַכט זיך אײַך אױס, אַן איר האָט אים שױן ערגעץ געזען, אָדער הערן אַ געדאַנק, װאָס עס דאַכט זיך אײַך אױס, אַז איר האָט אים שױן ערגעץ געהערט, נאָר װען און װוּ ― דאָס קאָנט איר בשום אױפֿן ניט דערמאָנען זיך. געלערנטע מענטשן זאָגן דערױף פֿאַרשײדענע סבֿרות און מײנונגען, גיבן דאָס צו פֿאַרשטײן על־פּי חקירה, אַז צװישן מענטשן איז פֿאַראַן אַ מין מאַגנעט, װאָס ציט אײנס צום אַנדערן, אַ מין כּוח, װאָס טרײַבט אײנס צום אַנדערן פֿון מרחקים, נאָך אײדער מע האָט זיך געזען, נאָך אײדער מע האָט געהערט אײנס פֿונעם אַנדערן. די פֿילאָסאָפֿן האָבן ניט װאָס צו טאָן; זײ רעדן אַזױ פֿיל ביז זײ דעררעדן זיך צו אַזעלכע זאַכן װי, אַ שטײגער, דאָס, װאָס װערט אָנגערופֿן באַ אונדז אַ „זיװג“. אַ שײנע מעשׂה ― מאַקסים טשובינסקי און חײם חסידס טאָכטער ― אַ זיװג!.. נאָר לאָמיר אַװעקװאַרפֿן די פֿילאָסאָפֿיע און אומקערן זיך צו אונדזער ראָמאַן.

פֿאַראַן אַ שפּראַך אַף דער װעלט, װאָס האָט ניט קײן אלף־בית, קײן גראַמאַטיק, קײן לעקסיקאָן, קײן װערטערבוך. סימפּאַטיע הײסט די שפּראַך; ניט מיטן מױל ― מיט די אױגן רעדט מען אַף איר: אײן קוק אַ רעכטער ― און פֿאַרשטאַנען! אַ קװעטש באַ דער װאַנט ― און פֿאַרטיק.

אַף דערדאָזיקער שפּראַך האָבן זיך דורכגעשמועסט אונדזערע העלדן, און, אַ פּנים, מע האָט זיך גיך פֿאַרשטאַנען אײנס דאָס אַנדערע, װאָרעם ס'איז ניט אַװעקגעגאַנגען קײן חודש צײַט פֿון זינט טשובינסקי איז אָנגעקומען קײן מאַזעפּעװקע, האָט שײן די פּאָסט אַװעקגעפֿירט אַ בריװ צו זײַן אײנציקן גוטן פֿרײַנט, צו זײַן מוטער ערגעץ װײַט אין סאַראַטאָװער גובערניע, װוּ ער איז זיך פֿאַר איר מודה־ומתװדה, דערצײלט איר די גאַנצע מעשׂה, װי אַזױ ער האָט זיך באַגעגנט מיט אַ ייִדיש מײדל, װאָס ער האָט שױן לאַנג געטראָגן איר געשטאַלט באַ זיך אין האַרצן, װי אַזױ ער האָט זיך אײַנגעליבט אין איר ביז צום שטאַרבן… װי אַזױ ער האָט זיך לאַנג געשלאָגן מיטן יצר־הרע און מיטן שׂטן און האָט סוף־כּל־סוף געפּועלט באַ זיך ער זאַל זיך איר אַנטדעקן, אױסזאָגן דעם סוד, אַז ער קאָן אָן איר ניט לעבן… װי אַזױ דאָס מײדל, אַז זי האָט דערהערט פֿון אים דידאָזיקע װערטער, האָט זי אָנגעהױבן װײנען און זאָגן, אַז צום אומגליק קען פֿון דעם גאָרניט זײַן, געגעבן אים אָנצוהערעניש, אַז זי איז אַ ייִדישע טאָכטער… װי אַזױ ער האָט זי גענומען טרײסטן און אױסװײַזן, אַז ס'איז דאָ זאַכן אַזעלכע, װאָס שטײען העכער פֿון אַלצדינג אַף דער װעלט, װאָס צוליב זײ פֿאַרלאָזט מען די הײם, מע געזעגנט זיך אָפּ מיט עלטערן, מע בײַט אױס אַלצדינג, אי די הײם, אי דעם נאָמען, אי דעם גלױבן… װי אַזױ זי האָט ערשט אָנגעהױבן צו װײנען, אַז זי האָט דערהערט פֿון אים אַזעלכע װערטער און איז פֿונדעסטװעגן געפֿאַלן אים אַפֿן האַרצן, אָנגעהױבן בעטן באַ אים, ער זאָל איר געבן כאָטש עטלעכע טעג צײַט אַף צו באַקלערן זיך… און נאָך זאַכן האָט מאַקסים טשובינסקי געשריבן דער מוטער, נישט פֿאַרלײקנט פֿון איר קײן װאָרט, אַזױ װי ער איז געװױנט געװאָרן פֿון תּמיד אָן גײן מיט איר נאָר מיטן אמת…

דערױף האָט מאַקסים באַקומען פֿון זײַן מוטער אַ תּשובֿה אין קורצן, אַז אױב דאָס מײדל, װאָס ער האָט אױסגעקליבן, איז װערט צו טראָגן דעם נאָמען טשובינסקי (און זי איז אין דעם ניט מסופּק, װאַרעם זי איז באַגלױבט אין איר זון), און אױב זײַנע געפֿילן צום מײדל זײַנען אַף אַזױ פֿיל ערנסט, אַז אַנדערש קען דאָס ניט זײַן, שיקט זי איר ליבן זון אַ ברכה, און װינטשט אים ס'זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה, און האָפֿט, אַז גאָט װעט אים געװיס מוחל זײַן, װאָרעם ער איז מקײם אַ נפֿש, און אַזױ װײַטער, װי געװײנטלעך אַ מוטער שרײַבט צו אַ קינד.

קאַפּיטל ט″ו
ייִדן קױפֿן װײַן אַף אַרבע כּוסות

אַ גאַנץ יאָר איז חײם חסידס קעלער אָפֿן פֿון די אַדונימס װעגן, דערפֿאַר אָבער, אַז סע קומט ערבֿ־פּסח, איז חײם חסיד מיט זײַן הױזגעזינד און מיטן קעלער און מיטן גאַנצן װײַן משועבד צו די בני־ישׂראל פֿון מאַזעפּעװקע.

אױב איר װילט האָבן אַ באַגריף װי אַזױ איז פֿאָרגעקומען יציאת־מצרים אין משה־רבינוס צײַטן, זאָלט איר זיך מטריח זײַן אַראָפּלאָזן זיך ערבֿ־פּסח צו חײם חסיד אין קעלער אַרײַן, בשעת ייִדן קלײַבן װײַן אַף אַרבע כּוסות. אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר באַגײען זיך ייִדן ברוך־השם אָן װײַן, מאַכן קידוש איבער חלה און טרינקען װאַסער פֿון דעם טײַך שטינקײלאָ, און קומט ערבֿ־פּסח װערט מען גרױסע מפֿונקים, געפּעסטעטע, געבאַלעװעטע בני־מלכים און גרױסע איבערקלײַבער, שאַרפֿע מבֿינים אַף װײַן. ― װײַן אַלײן איז בלאָטע! אַ װימאָראָזיק װיל מען! און אַ גוטן װימאָראָזיק, אַ קאָװעשאַנער! נאָר כאַפּט ניט, װימאָראָזיק אַלײן אין בלאָטע! מע באַדאַרף צו אים צוזעצן אַ מין „זמירער“. און זמירער אַלײן אין אױך בלאָטע! מע באַדאַרף צוזעצן צום ,װימאָראָזיק“ מיטן „זמירער“ נאָך אַ מין װײַן, אַזאַ מין, װאָס זאָל געבן אַ צופּ באַם שפּיץ צונג און זאָל פֿונדעסטװעגן ניט בראָטן באַם האַרצן, און זאָל זײַן שטאַרק און זאָל זיך פֿונדעסטװעגן לאָזן טרינקען…

― איר װײסט שױן, רב חײם, איר װײסט שױן װאָס איך װיל, איר דאַרפֿט דאָס געדענקען נאָך פֿון פֿאַראַיאָרן!

אַזעלכע טענות הערט חײם חסיד דעם טאָג װאָס פֿאַר פּסח און ניט פֿון אײנעם: פֿון צען, פֿון צװאַנציק, פֿון פֿופֿציק ייִדן מיט אַמאָל, מחמת אַלע ייִדן לײגן אָפּ די אַרבע כּוסות אַפֿן לעצטן טאָג, אַף דער לעצטער שעה, אַף דער לעצטער מינוט; און װיפֿל חײם חסיד האָט מיט זײ דערפֿאַר צו טאָן אַלע יאָר, העלפֿט דאָס זײ װי אַן אַרבעס צו דער װאַנט.

― איר זײַנט טאַקע גערעכט, זאָגן זײ און טוען זיך זײערס.

דעמדאָזיקן טאָג אַרבעטן אין קעלער שױן ניט די חײמאָװאַ און ניט די טעכטער, נאָר חײם חסיד אַלײן מיט די אײדעמס. אײנער גיסט װײַן, אײנער װאַשט פֿלעשלעך, אײנער בײַט פּראָבקעס, אײנער צײלט געלט, און ס'איז אַ מהומה, אַ טומל, אַ געשרײ, אַ געפּילדער: דעם האָט מען פֿאַרביטן די כּלים, דער האָט ניט באַצאָלט קײן געלט, באַ דעם האָט זיך צעבראָכן אַ גאַנצע סלױ, געבליבן שטײן מיטן פֿאַרפּראָבקעװעטן העלדזל אין האַנט און פֿרעגט, װאָס זאָל ער טאָן אַצינד? און דער שרײַט: „גיט מיר צװײ אָקעס װײַן פֿונעם פֿאַראַיאָריקן װײַן און אײן אָקע פֿונעם פֿאַרצװײיאָריקן װײַן, נאָר אַ ביסעלע שטאַרקער!

חײם חסיד און זײַנע אײדעמס זײַנען שטאַרקער פֿון אײַזן, אַז זײ טראָגן עס איבער. ס'איז גענוג, אַז אליהו־נח, מאָלט אײַך, מיטן זײַדענעם קאַשקעט אינדערװאָכן באַדאַרף זײַן אײן טאָג אין יאָר אַ משרת באַ די מאַזעפּעװקער ייִדן, ניט האָבן קײן צײַט אַפֿילו אױסשנײַצן די נאָז מיט אין פֿינגער, װי זײַן שטײגער איז, נאָר װאָס זאָל מען טאָן? דערױף איז דאָס אַזאַ טאָג, װאָס מע דאַרף לאָזן פֿרײַ די װײַבער, זײ לאָזן אַרײַנשלעפּן דעם הײליקן פּסח אין שטוב אַרײַן, זיך איבערטאָן און אױספּוצן װי געהעריק איז. און זײַן „מלכות“ צום סדר, װי גאָט האָט געבאָטן… און די „חײמאָװאַ? מיט די טעכטער, אַרײַנגעפֿירט דעם הײליקן פּסח, האָבן זיך איבערגעטאָן, אױסגעפּוצט אַפֿן שענסטן אוגן, געװען מלכּות, װי גאָט האָט געבאָטן, געשײַנט און געבלישטשעט מיט זײַד און מיט סאַמעט, מיט פּערל און מיט דימענטן, כאָטש נעם און מאָל זי אָפּ!

נאָר אײן צירעלע איז עפּעס געװען ניט װי אַלע ערבֿ־פּסח, ניט געװאָלט זיך אָנטאָן, אױספּוצן װי אַמאָל; געװען װי פֿאַרזאָרגט, פֿאַרטראַכט, דאָס פּנים בלאַס און אונטער די אױגן בלױע אױסגעברענטע רענדלעך, װי באַ אַ מענטשן, װאָס האָט אַ גאַנצע נאַכט ניט געשלאָפֿן און געװײנט.

עפּעס האָט זיך מיט אונדזער צירעלען געטראָפֿן…

קאַפּיטל ט″ז
אין דערדאָזיקער נאַכט פֿון פּסח

זיס און טײַער איז אונדז דער ליבער פֿעטער פּסח איבער אַ סך זאַכן, זיס און טײַער איז ער אונדז דערפֿאַר, װאָס ער דערמאַנט אונדז, אַז מיר זײַנען אַמאָל שױן לאַנג־לאַנג באַפֿרײַט געװאָרן פֿון גלות־מצרים, זיס און טײַער איז ער אונדז דערפֿאַר, װאָס ער פֿאַלט אַקוראַט אין אַזאַ צײַט, װען די גאַנצע װעלט װערט באַפֿרײַט און באַנײַט און כאַפּט זיך אױף און לעבט אָפּ, און די ערד הײבט אָן כאַפּן דעם אָטעם, און לופֿט הײבט זיך אָן רירן, און דער הימל הײבט אַן רעדן װערטער, דונערן און בליצן ― אַלץ לעבט אױף, ס'איז חי געלעבט!,. זיס און טײַער איז ער אונדז אױך דערפֿאַר, װאָס ייִדן, אָרעמע נעבעך און דערשלאָגענע, האָרעװען זיך אָן, טױטשען זיך אָן, קאַם־קאַם מיט גרױסע צרות, אַנגסטן און יסורים אַרײַנגעשלעפּט דעם הײליקן יום־טובֿ, און שאַ! מע װעט רוען, מע װעט רוען אַכט טעג כּסדר. און דערמאַן איך דעם נאָמען פֿונעם ליבן, זיסן פֿעטער פּסח, שטײט אױף פֿון קבֿר מײן גליקלעך קינדהײט, מײן זיסע ייִנגלשע װעלט, און גיט מיר אָפּ אַ גרוס פֿון יענע טײַערע יאָרן, װאָס װעלן שױן קײנמאָל, קײנמאָל ניט אומקערן זיך צוריק! זײַ געגריסט, ליבער זיסער פֿעטער פּסח! זײַ געגריסט פֿון ייִדישע קינדער, פֿון ייִדן אָרעמע, נעבעך, און דערשלאָגענע, װאָס װײסן ניט קײן רו, װאָס זעען ניט קײן װעלט, רוען זיך אױס זײערע אױסגעמוטשעטע בײנער אַכט טאָג כּסדר אינעם דאָזיקן הײליקן יום־טובֿ!

נאָר אױב פּסח איז אַ יום־טובֿ, איז די ערשטע נאַכט פֿון פּסח אַ יום־טובֿ שביום־טובֿ, צװישן יום־טובֿים אַ יום־טובֿ! שטיל איז דעמאָלט אין מאַזעפּעװקע, אין דערדאָזיקער נאַכט פֿון פּסח, שטיל און יום־טובֿדיק. אָפּגערעדט דעם סדר, אָפּגעגעסן די שײנע פֿאַלירטשיקעס, פֿאַרטרונקען מיטן גוטן װײַן, אָנגעזאָגט זיך װי אַ פּױק מיט די חד־גדיאס, האָט חײם חסיד געפֿילט באַם טיש נאָך, אַז ער הײבט שױן אָן צו דרעמלען און קאַם אָפּגעכאַפּט דעם שיר־השירים, גאָט װײסט צי אינגאַנצן, מחמת גאַנצע שטיקער זײַנען אים עפּעס װי אַװעקגעשװוּמען פֿאַר די אױגן, װי סע שװימט אַװעק אַ שטיק װעג בשעת מע האַלט אין פֿאָרן און מע פֿאַרטראַכט זיך, האָט ער זיך שטילערהײט אַװעקגערוקט, אױסגעטאָן, און ― װוּ קריאת־שמע? װער קריאת־שמע? ― אַרײַנגעפֿאַלן אין בעט אַרײַן און שױן געשלאָפֿן.

אױך די אײדעמס אַלע, װאָס האָבן תּחילת שטאַרק געבריהט זיך, געװאָלט װײַזן אײנס פֿאַרן אַנדערן, אַז מע קאָן טרינקען װײַן, האָט מען זיך פּאַװאָלינקע אַזױ אָנגעשיכּורט, אַז מע איז אױפֿגעשטאַנען פֿונעם טיש האָט מען זיך קאַם געהאַלטן אַף די פֿיס. אליהו־נח: דער אין גאָר געװען שיכּור װי לוט, כאָטש נעם בינד אים און װאַרף אים אַרױס, אמת, אַז ער איז אױפֿגעשטאַנען, האָט ער זיך געמאַכט קלױמערשט װי ער זינגט עפּעס פֿון דער הגדה, אױסגעצױגן עפּעס אַ מין „ויהי בחצי הלילה“, נאָר ס'איז אױסגעקומען אַזױ לעפּיש און דאָס פּנים באַ אים אַזױ נאַריש, אַז דאָס װײַבל זײַנס האָט אים געמוזט אָננעמען פֿאַר אַ פֿינגער פֿון דער האַנט און פֿירן אים װי מע פֿירט אַ קעלבל מחילה צו אַ בהמה.

― קום שױן, קום שלאַפֿן… אָנגעזשליאָקעט זיך און זינגט נאָך…

און אָט אַזױ האָט מען זיך באַ חײם חסיד אין שטוב אין דערדאָזיקער נאַכט פֿון פּסח נאָכן סדר אײנציקװײַז צעקראָכן אין די אַלקערס און עס האָט זיך געלאָזט הערן פֿון דאָרט אַ כראָפּען מיט אַ פֿײַפֿן פֿון אַ סך העלדזער און פֿון אַ סך נעזער אַף פֿאַרשײדענע קולות, און נאָר אײן צירעלע איז ניט געשלאָפֿן.

אין דערדאָזיקער נאַכט פֿון פּסח האָט צירעלע זיך אָפּגעזעגנט מיט איר פֿאָטערס הױז, זיך אױפֿגעהױבן פֿון איר געלעגער, אין אײן קלײדל מיט אַ שאַלעכל אַפֿן קאָפּ און מיט אַ פּאָר שיכלעך אַף די פֿיס, און האָט זיך אַרױסגעכאַפּט אינדרױסן אַרױס; דאָרט האָט שױן געװאַרט אַף איר אײנער, אַ הױכער, אַ שײנער יונג.

דאָס איז געװען מאַקסים טשובינסקי.

די נאַכט אין געװען אַ װאַרעמע, נאָר אַ פֿינצטערע נאַכט, די שטערן האָבן זיך באַהאַלטן אין טונקעלע װאָלקנס, ניט געװאָלט קוקן װי אַ ייִדישע טאָכטער פֿאַרלאָזט דעם טאַטנס הױז אין אַזאַ הײליקער נאַכט. עס האָט געמראַקעט אַ קלײן רעגנדל. װאַרעמע טרערן האָבן געקאַפּעט פֿונעם הימל, געװײנט אַפֿן בראָך פֿון חײם חסיד מיט זײַן הױז־געזינד, װאָס האָבן ניט געװוּסט פֿון גאָר ניט, װאָס זײַנען געשלאָפֿן מיטן זיסן שלאָף פֿון גליקלעכע ערלעכע פֿרומע ייִדן אינעם דאָזיקן הײליקן יום־טובֿ, דעם יום־טובֿ פֿון אַלע יום־טובֿים.

אין דערדאָזיקער נאַכט, װען עמעצער כאַפּט זיך אױף אַף אײן מינוט און טוט אַ קוק אַף צירלען, קערט זי זיך אום צוריק, נאָר קײנער האָט זיך ניט אױפֿגעכאַפּט, אַלע זײַנען געשלאָפֿן מיטן זיסן יום־טובֿדיקן שלאָף ― און צירעלע האָט געציטערט װי אַ לעמעלע, און מאַקסים טשובינסקי האָט זי אַרײַנגענומען, איר געזאָגט זיסע גילדענע װערטער, איר דערצײלט װי אַזױ ער האָט זי ליב, װי גליקלעך ער איז, װאָס זי האָט אים געפֿאָלגט, װי גליקלעך זײ װעלן זײַן בײדע אינגיכן… צירעלע האָט זיך צעװײנט פֿאַר גרױס גליק און פֿאַר שרעק און פֿאַר דעם װאָס זי טוט, האָט זיך פֿאַרטרױט אינגאַנצן אַף אים, און האָט זיך אָפּגעגעבן אינגאַנצן צו אים אין די הענט אַרײַן ― און ער האָט זי געבראַכט צו פֿירן אין מאָנאַסטיר אַרײַן.

קאַפּיטל י″ז
מאָנאַסטירסקע גלעקער קלינגען

און אַז זי איז געקומען אין מאָנאַסטיר אַרײַן, האָט זי געװאָלט, אַז דאָס, װאָס סע דאַרף געשען, זאָל דאָס געשען װאָס גיכער, זי האָט מורא געהאַט פֿאַר זיך אַלײן, זי זאָל חלילה קײן חרטה ניט האָבן. זי האָט זיך אָנגענומען מיט האַרץ און געגעבן זיך דאָס װאָרט, אַן זי זאָל זײַן שטאַרק אַזױ װי שטאָל, זיך ניט לאָזן איבעררעדן פֿון קײנעם, ניט צולאָזן צו זיך קײנעם פֿון אירע אײגענע, פֿאַרשטעלן די אױגן און ניט זען, פֿאַרשטעלן די אױערן און ניט הערן. און ס'איז טאַקע אַזױ געװען. אַף מאָרגן הערט זי אינדרױסן קאָכט, עס טוט זיך עפּעס, עמעצער רײַסט זיך, װיל גרײכן צו איר, האָט זי זיך פֿאַרשלאָסן אין חדרל, ניט גערירט פֿונעם אָרט, און זי הערט אַ קענטלעך קול, זי װאָלט געמעגט שװערן, אַז דאָס װײנט און יאָמערט די מאַמע אירע, האָט זי פֿאַרשטעלט די אױערן, זי זאָל ניט האָרכן, כאָטש עס האָט זי געצױגן װי מיט צװאַנגען, געטריבן װי מיט שטעקנס, און זי האָט געהאַלטן װאָרט, אױסגעפֿירט אירס, ― אָפּגעטאָן איז פֿאַרפֿאַלן.

צירעלע זיצט אײנע אַלײן באַם פֿענצטער פֿון איר חדרל און קוקט זיך צו און הערט זיך צו, װאָס אינדרױסן טוט זיך. די זון האַלט באַ זעצן זיך, לאָזט זיך אַראָפּ אַף יענער זײַט מאָנאַסטיר, באַגעלט די שפּיץ קלױסטערס מיט גינגאָלד, און דער אָװנט קומט צו גײן מיט גרינגע שטילע טריט; פֿאַרגנבֿעט זיך, צעשפּרײט די טונקעלע פֿליגל זײַנע אַרום און אַרום, לײגט זיך מיט אַ מאָדנע סומנעקײט אַף דער נשמה און רופֿט אַרױס אַ מין קלעמעניש, אַ מין בענקעניש אין האַרצן.

מאָנאַסטירסקע גלעקער קלינגען ― מאָנאַכן לױפֿן דאַװנען, „באָם! ― באָם! ― באָם!“ אַזױ קלינגט די גרױסע גלאָק און הודזשעט, און יעדער קלונג טוט איר אַ זעץ אין האַרצן. „גלין ― גלין ― גלאָן! גלין ― גלין ― גלאָן! גלין ― גלין ― גלאָן, גלין ― גלין ― גלאָן“ אַזױ ענטפֿערן די אַלע איבעריקע גלעקער אַף פֿאַרשײדענע קולות, און עס דאַכט זיך איר אױס, אַז די גלעקער ניט זײ קלינגען, נאָר זײ רעדן, דערצײלן איר װאָס אין דער הײם טוט זיך: גלין ― גלין ― גלאָן! ― דער טאַטע װײנט! גלין ― גלין ― גלאָן! ― די מאַמע װײנט! גלין גלין ― גלין ― גלין ― גלין ― גלין ― גלאָן! ― אַלע קלײנע קינדער װײַנען…

און צירעלע דערמאַנט זיך אין דער הײם, שטעלט זיך פֿאָר פֿאַר די אוגן די גאַנצע שטוב, איטלעכן מיט זײַן פּנים און מיט זײַן מינע, און עס פֿאַרקלעמט באַם האַרצן, און זי בעט גאָט ― אַלץ אײנס װאָסער גאָט ― אַז דאָס, װאָס באַדאַרף געשען, זאָל געשען װערן װאָס גיכער.

און עס קומען צו איר אַלע מאָל אַנדערע מענטשן און גרײטן זי צו, זי זאָל זײַן פֿאַרטיק. און זי בעט גאָט, אַז דאָס, װאָס באַדאַרף געשען, זאַל געשען װאָס גיכער. און מאַקסים טשובינסקי קומט צו גײן מיט זײַנע זיסע גילדענע װערטער, דערצײלט איר איבער נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל װי גליקלעך ער איז, װאָס זי האָט אים געפֿאָלגט, װי גליקלעך זײ װעלן בײדע זײַן אינגיכן, און זי פֿאַלט אים אַפֿן האַרצן, װײנט, װײנט פֿאַר גרױס גליק און פֿאַר שרעק פֿאַר דעם, װאָס זי טוט, און בעט גאָט, אַז דאָס, װאָס דאַרף געשען ― זאָל געשען װאָס גיכער…

קאַפּיטל י″ט
אַ געפֿערלעכער שפּרונג

צירעלע האָט זיך מחיה געװען, װאָס גאָט האָט איר צוגעשיקט אַ פֿרישן מענטשן, כאָטש אַזעלכן װי מאָשקעלע גנבֿ, װאָס זי קאָן זיך מיט אים אַביסל דורכרײדן, און זי דערצײלט אים אױס אַלצדינג פֿון א' ביז ת', און ער הערט אױס מיט קאָפּ, לאָזט זי רעדן, זי זאָל דערצײלן נאָך און נאָך, און זײ בײדע באַמערקן גאָרניט װי װײַט זײ זײַנען פֿאַרגאַנגען אין גאָרטן, האָט זי זיך אַ כאַפּ געטאָן און געװאָלט גײן צוריק, האָט ער זי פּלוצלינג אָנגענומען באַ דער האַנט װי מיט אַן אײַזערנע אָפּצװענגע און האָט איר אַ זאָג געטאָן:

― שטײ, װעסט צוריק ניט גײן! איך האָב אױסגעהערט אַלצדינג, װאָס דו האַסט מיר דערצײלט; אַצינד באַדאַרפֿסטו אױסהערן, װאָס איך װעל דיר דערצײלן.

טױט װי די װאַנט איז זי געבליבן שטײן, געקוקט מיט
שרעק מאָשקען אין די אױגן אַרײַן, ניט געקאָנט אַרױסנעמען איר האַנט פֿון זײַנע אײַזערנע קלעשטשעס, און מאָשקע האָט איר דערצײלט אַ מעשׂה, נאָר אַ קורצע מיט פּראָסטע װערטער, איר דערצײלט װי אַזױ ער האָט זי ליב אַ סך פֿריִער פֿון מאַקסים טשובינסקי, װי אַזױ ער האָט קײנמאָל ניט געהאַט דעם עזות ברענגען איר הײליקן נאָמען אַף זײַן מױל, צו טראַכטן װעגן איר אַפֿילו אין חלום, װאָרעם װער איז ער און װער אין זי? ער איז „מאָשקעלע גנבֿ“, און זי איז חײם חסידס טאָכטער ― אַ װערטעלע! און װי אַזױ באַ אים איז איצטער פּלוצלינג און מיטאַמאָל פֿאַרטיק געװאָרן אַ פּלאַן, אַזאַ פּלאַן, װאָס ער מוז אים דורכפֿירן, ער זאָל װיסן דער טױט זאָל אים זײַן אַפֿן אָרט! דער פּלאַן איז אַ פּשוטער פּלאַן; ער נעמט זי אַף די הענט און שפּרינגט מיט איר אַריבער אָט דעמדאָזיקן פּליט און זעצט זיך מיט איר אַנידער רײַטנדיק אַפֿן פֿערד, װאָס שטײט באַ אים צוגעגרײט פֿון גאַנץ פֿרי אָן, און שפּרינגט מיט איר אַװעק אינעם ערשטן שטעטל און שטעלט מיט איר אַ חופּה, און ער שװערט איר באַ גאָט, באַ דעם גאָט, װאָס אין הימל, אַז ער װעט אײביק זײַן איר קנעכט, ער װעט פֿאַר איר גײן אין פֿײַער און אין װאַסער, און זי װעט פֿאַר אים זײַן אַ סך גליקלעכער װי פֿאַר מאַקסים טשובינסקי, װאָרעם ער, מאָשקעלע גנבֿ, האָט זי ליב, װי פֿערציק טױזנט מאַקסים טשובינסקיס קאָנען אַזױ ניט ליב האָבן… און ניט לאָזן זי לאַנג טראַכטן, האָט ער זי גענומען צו זיך אַף די הענט, װי מע נעמט אַ קלײן קינד, און האָט זיך אַרױפֿגעדראַפּעט מיט איר אַפֿן פּלױט פֿונעם מאָנאַסטיר און האָט צו איר בשעת־מעשׂה אַזױ געזאָגט:

― הער! טאָמער לאָזסטו אַרױס אײן פּיפּס, דערװאַרג איך זיך מיט מײנע הענט און אַלײן װאַרף איך מיך אַראָפּ פֿונעם דאָזיקן פּלױט און צעברעך מיר דעם קאָפּ אַף שטיקלעך!

דאָס אַלצדינג איז געװען אַזױ פּלוצלינג אומגעריכט, אַז ניט נאָר שרײַען, צירעלע האָט ניט געקאָנט אַפֿילו דעם אָטעם כאַפּן; זי איז געװען טױט װי אַלע טױטע; סע האָט מיט איר געװאָרפֿן װי מיט אַ קדחת, און בשעת ער האָט זי אַרומגענומען מיט בײדע הענט און האָט זיך געגרײט אַראָפּשפּרינגען פֿונעם הײכן פּלױט אין די שטעכלקעס אַרײַן, האָט זי אים אַרומגעכאַפּט מיט אירע קלײנע הענטעלעך באַ זײַן געזונטן האַלדז, װי אַ קלײן קינד כאַפּט אַרום אַ גרױסן בשעת יענער באָדט זיך אין טײַך און װיל זיך מיט דעם אונטערטוקן אין װאַסער, עס האָבן זיך באַ איר צוגעמאַכט די אױגן און זי איז כּמעט געבליבן אין חלשות…

. . . . . . .

קאַפּיטל כ
אַ בריװ פֿון דער פּאָסט און אַביסל התנצלות פֿונעם מחבר

אין עטלעכע טעג אַרום איז צו חײם חסיד אָנגעקומען אַ בריװל פֿון דער פּאָסט און דאָרט אין געשטאַנען „ליבער פֿאָטער און טײַערע מוטער! איך שרײַב אײַך, אַז איך בין דאַנקען גאָט געזונט און שטאַרק און בין געבליבן אַ ייִדישע טאָכטער, איך האָב חתונה געהאַט פֿאַר מאָשקען, װאָס מע רופֿט אים באַ אונדז מאָשקעלע גנבֿ, און איך בין גליקלעך, אפֿשר נאָך גליקלעכער פֿאַר אַלע מײנע שװעסטער, און איר זאָלט ניט פֿרעגן װי אַזױ דאָס איז געװען, מסתּמא איז דאָס אַ באַשערטע זאַך פֿון גאָט, װי רב שלום שדכן זאָגט, אַ „זיװג מין השמים“, און איר זאָלט װיסן, ליבע פֿאָטער און מוטער, אַז מיר װעלן אַהײם, קײן מאַזעפּעװקע, קײנמאָל ניט קומען, מיר װילן ניט אײַער בזיון מיט אײַערע יסורים, לעבט הונדערט און צװאַנציק יאָר. איך פֿאַרבלײַב פֿון דער װײַטן אײער געטרײַע, װאָס קושט אײַך טױזנט מאָל אין װינטשט אײַך פֿיל גוטס און געזונט און הצלחה, און איך בעט לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך, און בעלי מאָשקע לאָזט אײַך גריסן איטלעכן גאָר פֿרײַנטלעך. אײער טאָכטער צירל“. ס'איז אַ מינהג כּמעט באַ אַלע מחברים אַף דער גאַנצער װעלט, אַז זײ באַשרײַבן אַ געשיכטע, איז קודם־כּל, נאָך אין הקדמה פֿונעם ספֿר, גיבן זײ צו װיסן דעם עולם און שװערן מיט כּל־השבֿועות, אַז מע מעג גלױבן אַ הולטײַ, אַז אַלצדינג, װאָס זײ דערצײלן, איז לױטער אמת, חלילה ניט אױסגעטראַכט פֿונעם קאָפּ קײן אײנציק װאָרט אַפֿילו. נאַראָנים! זײ װײסן ניט, אַז װאָס מער זײ װעלן זיך שװערן, װעט מען זײ אַלץ מער ניט גלױבן… איך האָב געהאַט אַ חבֿר, „טאַנכל“ האָט ער געהײסן, איז ער געװען אַ מוראדיקער שקרן; אַלע ייִנגלעך אין חדר האָבן דאָס געװוּסט און ער אַלײן האָט אױך געװוּסט, אַז מע װײסט, אַז ער איז אַ ליגנער, װאָס־זשע פֿלעג ער טאָן? אַז ער האָט עפּעס באַדאַרפֿט דערצײלן אַ נײַעס, פֿלעג ער קודם־כּל אָנהײבן לײגן שבֿועות:

― הערט איר, קינדער? װי איך בין אַ ייִד! איך זאָל ניט דערלעבן אַװעקגײן פֿון דעם אָרט! איך זאָל מיך דערװאַרגן מיטן ערשטן ביסן! איך זאָל אײַננעמען אַ מיתה־משונה! לאָז פֿון מיר װערן אַ שטײן, אַ בײן אױב איך זאָג אײַך אַ ליגן אַף אָט אַזױ פֿיל אָ!…

און ערשט נאָכדעם פֿלעג ער שױן דערצײלן די מעשׂה, און ערשט נאָכדעם פֿלעג זיך אױסלאָזן, אַז ס'איז שװא־ושקר…

געגרינדעט דערױף, װיל איך מיך ניט פֿאַרענטפֿערן פֿאַר דיר, מײַן ליבהאַרציקער לעזער, און אױסװײַזן דיר אױג אַף אױג, אַז דידאָזיקע געשיכטע, װאָס איך דערצײל דיר, איז טאַקע אַזױ געװען פּונקט װי סע שטײט געשריבן באַ מיר אין ראָמאַן. איך זאָג דיר, אַז ס'איז אַזױ, און די ברירה איז באַ דיר, װילסטו גלױבסטו, װילסטו גלױבסטו ניט… איך קאָן דיר געבן נאָך אַן עצה: פֿאָר זיך דורך קײן מאַזעפּעװקע און כאַפּ אָן אַ ייִדן אין מיטן גאַס און טו אים אַ פֿרעג.

― פֿעטער! איז ניט געװען דאָ באַ איך אײנער אַ מאָשקע גנבֿ?

װעט ער זיך אָפּשטעלן און װעט דיר ענטפֿערן

― אַ? מאָשקעלע גנבֿ? אָט דער, װאָס איז אַנטלאָפֿן מיט חײם חסידס טאָכטער? װאָס איז דען? אַקעגן װאָס פֿרעגט איר דאָס?

װעסטו דאָך אים ענטפֿערן:

― גאָרנישט, גלאַט אַזױ…

און װעסט דאָך מסתּמא װעלן אַװעקגײן, װעט ער דיך ניט אָפּלאָזן און װעט זיך נעמען צו דיר:

― װאָס הײסט גאָרנישט, גלאַט אַזױ, גלאַט אַזױ? גלאַט איז אַ טעלער! װאָס הײסט דאָס אַ ייִד נעמט און פֿרעגט זיך נאָך גלאַט אַזױ? אַז איר פֿרעגט, מסתּמא װײסט איר דאָך עפּעס!

און מײנט ניט, אַז איר װערט גיך פּטור. דער ייִד, װאָס איר האָט אים אָפּגעשטעלט, שטעלט אָפּ נאָך צװײ ייִדן און טײַט אַף אײַך מיט די פֿינגער:

― װאָס זאָגט איר דערױף? איך גײ מיר אַזױ, שטעלט מיך אָפּ אָט דער ייִד און פֿרעגט זיך נאָך אַף מאָשקעלע גנבֿ! פֿרעג איך אים, װאָס דאַרפֿט איר מאָשקעלע גנבֿ? זאָגט ער גלאַט אַזױ!…

צו די דרײ ייִדן גײען צו נאָך אַ דרײ ― פֿיר ייִדן און אַרום דיר װערט אַ גאַנץ רעדל און מע נעמט דיך צו דער אַרבעט גאָר אַף אַן אַנדער אופֿן. אײנער גיט איבער דעם אַנדערן, װער דו ביסט; דער זאָגט, אַז דו האָסט זיך געזען ערגעץ מיט מאָשקעלע גנבֿ, דער זאָגט, אַז דו ביסט געקומען צו פֿאָרן מיט מאָשקעלע גנבֿ, און אײנער זאָגט שטילערהײט דעם אַנדערן אַפֿן אױער, אַז דאָס ביסטו אַלײן מאָשקעלע גנבֿ, און דו דאַנקסט גאָט, אַז דו רײַסט זיך אַרױס פֿון זײערע הענט, און איך האָב מורא, אַז דו װעסט פֿאַרזאָגן קינדס־קינדער ניט פֿאָרן קײן מאַזעפּעװקע, ניט אָפּשטעלן קײן ייִדן אין גאַס און ניט נאָכפֿרעגן זיך אַף מאָשקעלע גנבֿ… גלײַכער זאָלסטו מיר גלױבן אַף נאמנות, אַז ס'איז געװען אין מאַזעפּעװקע אַ מאָשקעלע גנבֿ, אַ צירעלע, אַ חײם חסיד, װאָס האָט געהאַט אַ שײן װײַב, מיט שײנע טעכטער, מיט עטלעכע אײדעמס, מיט די אַלע איבעריקע פּאַרשױנען, װאָס װערן געבראַכט אין מײַן ראָמאַן. אײַ, װוּ זײַנען זײ אַהינגעקומען? למאַי װוּ זײַנען אַהינגעקומען אַלע אײַערע באַקאַנטע פֿון אַמאָל? אײניקע זײַנען געשטאָרבן, אײניקע זײַנען זיך צעקראָכן, צעלאָפֿן װי די מײַז אין אַ הונגעריאָר, חײם חסידס קעלער איז שױן לאַנג צוגעמאַכט און די מאַזעפּעװקער אַדונים קלײַבן זיך צונױף אין קלוב אַרײַן, ניט אין קײן װײַנשענק, און מע שפּילט אין װיסט, אין פּרעפֿעראַנס, און טרינקען טרינקט מען אָדער גערײניקטן בראָנפֿן 40 גראַד, אָדער קװאַס, ניט קײן װימאָראָזיק, אַן עק, אױס װימאָראָזיק! חײם חסיד אַלײן איז שױן לאַנג אַף דער אמתער װעלט. זי „חײמאָװאַ“ איז אַן אַלטע ייִדענע מיט אַ פּאַרוק, און כאָטש דאָס פּנים איז שטאַרק געקנײטשט און גײט אײַנגעבױגן, פֿונדעסטװעגן זעט מען נאָך הײַנט אױך, אַז אַמאָל האָט זי באַדאַרפֿט זײַן אַ שײנע ייִדענע. די טעכטער מיט די אײדעמס זײַנען אײנציקװײַז אַריבערגעפֿאָרן קײן אַמעריקע און מאַכן דאָרט אַ „לעבן“, און ס'איז אַ סבֿרה, אַז אליהו־נח האָט שױן לאַנג אַראָפּגעװאָרפֿן דאָס זײַדענע קאַשקעטל און טראָגט שױן גאָר אַ „העט“ (קאַפּעליוש) און הײסט שױן גאָר „מיסטער“ (הער) און לײענט אַ „פּײפּער“ (אַ גאַזעט) און עסט אַ ,סטײק“ (אַ מין געבראָטנס) און טרינק אַ „ביִער“ און פֿאַרבײַסט מיט אַ „קעק“ (אַ מין לעקעך) און גיט זיך אָפּ מיט „פּאָליטישן“ (פּאָליטיק), ער שנײַצט שױן ניט די נאָז מיט אײן פֿינגער, אַן עק, ― מיט אײנעם װאָרט, אליהו־נח אין שױן אַ גאַנצער ענגלישמאַן און איז שױן „אָל־רײַט“… איך האָב אַלײן געזען אַ „פּיקטשע“ (אַ פּאָרטרעט), װאָס אליהו־נח װאָס צוגעשיקט צו זײַנעם אַ חבֿר, בין איך ניבֿהל־ונישתּומם געװאָרן! מע זאָל מיר ניט זאָגן, אַז ס'איז אליהו־נח, חײם חסידס אײדעם, װאָלט איך זיכער מײנען, אַז ס'איז אָדער אַ רײַטער פֿון צירק, אָדער אַ שװײצאַר פֿון אַ גאַסטהױז, אָדער לכל־הפּחות אַ ייִדישער לאַקײ אַף אַ געהױבענער חתונה. אַ גאַנץ יאָר שלאָגט ער אָן מאַטראַצן, און אַז סע קומט אַ רײַכע חתונה, גאָלט ער אָפּ די מאָרדע, קראָכמאַליעט אָן די װאָנצעס, ציט אָן אַף זיך צװײ זשילעטן, אַ פּאַפּירענע מאַנישקע מיט אַ װײַסן שניפּט און פֿון די ברײטע מאַנזשעטן שטעקן אַרױס צװײ גרױסע רױטע הענט מיט שװאַרצע נעגל… אָט װאָס הײסט אַ פֿרײַ לאַנד!

אַצינד בלײַבט נאָך איבער אײַנס: װאָס הערט זיך מיט מאָשקעלע גנבֿ און מיט זײַן װײַב צירעלע? ― דערױף באַדאַרף מען בעטן דעם עולם, ער זאָל זיך מטריח זין לײענען װײַטער.

קאַפּיטל כ″א
הענעך דער חזן זוכט אַ שטאָט

פֿון יענער צײַט, װאָס װערט באַשריבן דידאָזיקע היסטאָריע, איז אַװעקגעגאַנגען עטלעכע יאָר. עס האָבן זיך געשטעלט די אומעטיקע װײנענדיקע טעג, סאַמע אלול־צײַט, װען ייִדישע קינדער לאָזט מען פֿרײַ, גרױסע ייִדן לערנען זיך בלאָזן שופֿר, חזנים פֿאָרן זוכן שטעט, מלמדים ― קנעלונגען, און דער הימל, באַדעקט מיט שװערע בלײַענע װאָלקנס, קלאָגט און װײנט אַף דעם אַװעקגעגאַנגענעם זומער מיט קאַלטע טרערן.

אין אײנעם פֿון דידאָזיקע טעג איז הענעך דער שוחט, אָדער הענעך דער חזן (ער איז בײדע זאַכן), געפֿאָרן פֿון סעקוראַן קײן בריטשאַן זוכן זיך אַ שטאָט אַף צו דאַװנען ימים־נוראָים.

הענעך איז געװען, הײסט עס, אַ „װעלט־חזן“, נאָר ניט פֿון די װעלט־חזנים, װאָס זײַנען באַרימט אין דער װעלט, נאָר פֿון יענעם מין „װעלט־חזנים“, װאָס פֿאָרן אַף דער װעלט זיך זוכן אַן עמוד; אַמאָל געפֿינען זײ און אַמאָל ניט, און אַז זײ געפֿינען, דאַװנען זײ אָדער שחריתים, אָדער מוספֿים, אָדער שחריתים מיט מוספֿים אינאײנעם. װי אַזױ עס לאָזט זיך. קײן יקרן איז אונדזער הענעך נישט געװען קײנמאָל; מער פֿון זיבעציק קאַרבן שױן מיט דער „שיסל“ האָט ער קײנמאָל ניט פֿאַרלאַנגט אַפֿילו, אַדרבא, מע דערצײלט אין מאַזעפּעװקע אַ מעשׂה (אַף איטלעכן באַזונדער האָט מאַזעפּעװקע אַ מעשׂה) אַז הענעך איז אַמאָל געקומען אין אַ שטעטל, אָפּגעדאַװנט אַ שבת און איז שטאַרק געפֿעלן דעם עולם, מחמת ער האָט טאַקע געהאַט אַ רײנע „קײלע“ און אַ שײנעם „חיתּוך־הדיבור“. אַז ס'איז געקומען צו באַדינגען זיך, און אַז ער האָט דערהערט, אַז מע װיל אים באַצאָלן אַ גאַנצן הונדערטער אַחוץ דער שיסל, האָט ער געכאַפּט דעם שטעקן און איז אַנטלאָפֿן, געזאָגט: „אױב אַזױ זוכט אײַך אַן אַנדער חזן“… נאָר דאָס געהער זיך שױן אָן מיט הנכן, ניט מיט אונדזער ראָמאַן, בכן קערן מיר זיך אום צוריק צום ראָמאַן.

ביז דער סטאַנציע אָקניצע איז הענעך געפֿאָרן מיט דעם באַן, און פֿון אָקניצע מיט אַ בעל־עגלה גלײַך קײן סעקוראַן אַף ימים־נוראָים, איז דאָך די קאַשע: װאָס עפּעס קײן סעקוראַן? למאַי ניט פֿילעשט, אָדער קײן יעדינעץ? פֿילעשט און יעדינעץ איז דאָך אַ סך נעענטער װי סעקוראַן? איז דער תּירוץ: פֿון װאַנען װײסט איר, אַז הענעך איז ניט געװען אין פֿילעשט און אין יעדינעץ? אפֿשר זײַנען די פֿעלישטער און יעדינעצער ייִדן אַזעלכע שאַרפֿע מבֿינים אַף „נגינה“, אַז הענעך איז פֿאַר זײ קלײן? אָדער אפֿשר פֿאַרקערט, פֿילעשט און יעדינעץ איז פֿאַר הענעכן צו קלײן? װאָס קען מען װיסן? אַ פֿיש זוכט װוּ טיפֿער, אַ מענטש װוּ בעסער…

בקיצור, הענעך איז געפֿאָרן קײן סעקוראַן, האָט ער אָבער אין סעקוראַן פֿאַרשפּעטיקט; דאָרט האָט נאָר־װאָס פֿאַרכאַפּט דעם עמוד אַן אַנדער חזן, עפּעס אײנער אַ מאָניש בערשעדער, אַ גוטער „דראָנג“ און קען קײן שײַטל עבֿרי ניט; הענעך קען אים, נאָר ס'איז ניט זײַן עסק; ער װעט ניט גײן קאַליע מאַכן אַ ייִדן פּרנסה, הענעך איז ניט אַזאַ מענטש… און ער האָט געמוזט פֿאָרן פֿון סעקוראַן קײן בריטשאַן.

געפֿאָרן פֿון סעקוראַן קײן בריטשאַן איז הענעך מיט אַ בעל־עגלה, געװײנטלעך ניט אַלײן, מיט נאָך ייִדן און מיט נאָך װײַבער, און מחמת אינדרױסן איז געװען שױן רעכט קילבלעך און הענעכס בגדים זײַנען געװען ערטערװײַז אױסגעטריפּעט און ערטערװײַז מחילה צעטרענט, האָט ער זיך אײַנגעהילט אין אַ גרױסן װאַרעמען שאַל, געהיט די קײלע, ער זאָל זי חלילה ניט צוקילן.

תּחילת האָבן די פּאַרשױנען צװישן זיך פֿאַרפֿירט אַ ברײטן שמועס מכּוח מה־שמכם, פֿון װאַנעט איז אַ ייִד און װוּהין פֿאָרט מען? װי געװײנטלעך, און אַז מע האָט זיך שױן גוט אָנגערעדט און אָנגעזיפֿצט אַף די הײַנטיקע פּרנסות מיט די הײַנטיקע בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות אַף ייִדן, איז מען מיטאַמאָל געװאָרן שטיל, זיך פֿאַרטראַכט איטלעכער אין זײַנע עסקים מיט זײַנע דאגות. אױך הענעך איז געװען פֿאַרטיפֿט אין זײַנע מחשבֿות, הענעך האָט, נישקשה, געהאַט װאָס צו טראַכטן, װאָרעם טאָמער חלילה לא־יעלה־ולא־יבֿא, פֿאַרשפּעטיקט ער בריטשאַן אױך, בלײַבט ער דאָך אַף הײַנטיקן ימים־נוראָים לחלוטין אָן אַן עמוד…

פּלוצלינג װי ער טראַכט אַזױ, דערזעט הענעך, פּונקט אַפֿן מיטן װעג צװישן סעקוראַן און צװישן בריטשאַן, אַ פּאַרטיע אַרעסטאַנטן גײען מיטן עטאַפּ פּאָרװײַז, געשלאָסן אַ האַנט צו אַ האַנט און זװיאַקען מיט די קײטן. פֿון הינטן איז נאָכגעפֿאָרן אַ גרױסער װאָגן מיט װײַבער און קינדער. הענעך, װאָס איז געװען פֿאַרטיפֿט אין זײַנע מחשבֿות, װאָלט געװיס דורכגעלאָזט דעם עטאַפּ פֿאַרבײַ דער נאָז, אים אין זינען געהאַט װי פֿאַראַיאָריקן שנײ: װײס איך, גנבֿים, באָסיאַקעס, כאַפּט זײ דער װאַטן־מאַכער! נאָר ער װײסט אַלײן ניט װאָס מיט אים אי ז געשען: צװישן די אַרעסטאַנטן האָט ער דערזען עפּעס אײנעם אַ פּאַרשױן אַ שװאַרצן מיט אַ שװאַרצער פּאַטלע און מיט אַ שװאַרצער באָרד, און ער װאָלט געמעגט שװערן אַז ס'איז אַ ייִד, און נאָך אַ קענטלעכער דערצו, זײער אַ קענטלעכער! װער דאָס איז ― האָט ער בשום אױפֿן ניט געקאָנט זיך דערמאַנען, װיפֿל ער האָט זיך ניט געבראָכן דעם מוח און געריבן דעם שטערן.

און מחמת ער האָט זיך שױן אַזױ פֿאַראינטערעסירט מיטן קענטלעכן פּאַרשױן, האָט ער שױן במילא גענומען באַטראַכטן דעם װאָגן מיט די װײַבער און קינדער אױך, און ער האָט דערזען צװישן זײ אײנע אַ יפֿיפֿיה, מיט אַ רױט שאַלעכל אַפֿן קאָפּ און מיט אַ קינד אַף די הענט. ער װאָלט שװערן, אַז ס'איז אַ ייִדישע טאָכטער און אַ קענטלעכע, אָבער טאַקע גאָר אַ קענטלעכע!

― װײס איך װאָס עס קען זיך אַמאָל אױסװײַזן ― אַזױ האָט הענעך אַ זאָג געטאָן צו זיך אַלײן און האָט זיך אַ גלעט געטאָן באַ די פֿלעשלדיקע פּאות און אײַנגעהילט זיך אין דער װאַרעמער שאַל. פּלוצלינג דערהערט ער, עמעצער רופֿט אים אָן באַם נאָמען:

― רב הענעך! רב הענעך!

קאַפּיטל כ″ב
אַ מעשׂה! אַ מעשׂה!

הענעך דרײט אױס דעם קאָפּ ― דאָס רעדט צו אים די יפֿיפֿיה, װאָס מיטן רױטן שאַלעכל און מיטן קינד אַף די הענט… פֿון הענעכן איז געװאָרן אַ שטיק זאַלץ: „ער קען דאָס זײַן?“…`

― רב הענעך, איר האָט מיך ניט דערקענט? איך בין דאָך צירעלע, חײמס טאָכטער, חײם חסיד ייִנגערע טאָכטער! אַז איר װעט קומען אַהײם קײן מאַזעפּעװקע, זאָלט איר למען־השם לאָזן גריסן דעם טאַטן און דער מאַמען און אַלע אונדזעריקע גאָר פֿרײַנטלעך, און זאָלט מוחל זײַן זאָגן, אַז מיר גײען קײן אירקוטסק… למען־השם, רב הענעך, לאָזן גריסן דעם טאַטן..

צירעלע האָט נאָך עפּעס געזאָגט, געמאַכט צו אים בשעת־מעשׂה מיט די הענט, נאָר מחמת די פֿורן זײַנען שױן געװען אײנס פֿון דאָס אַנדערע װײַטלעך, האָט מען שױן מער ניט געקאָנט הערן פֿון איר גאָרניט, ער האָט נאָר געהערט אַ געלעכטער צװישן די אַרעסטאַנטן, פֿון עטלעכע מיטאַמאָל, און אַ משונה מאָדנע לידל, און דװקא צום גראַם, מיט אַזעלכע װערטער, װאָס ס'איז שװער צו פֿאַרשטײן פֿון זײ דעם פּשט:

„אַי יאַנקעל, סאָרע, מײש! גי' מיר בראַנכן, גײ מיר כלײש!“

עס װײַזט אױס, אַז דאָס לידל איז דעם עולם געװען שטאַרק געפֿעלן, װאָרעם דער גאַנצער עטאַפּ, אַחוץ דעם קאָנװױ, האָט שטאַרק אָנגעקװאָלן, און ניט אַזױ פֿונעם לידל, װי פֿון דעם, װאָס אײנער פֿון די חבֿרה אַרעסטאַנטן, אַ הױכער פּאַרשױן מיט אַ רױט געשטופּלט פּנים, האָט אַרײַנגענומען אײן עק פּאָלע פֿון דעם גרױען שינעל אין מױל אַרײַן, געקוקט אַף הענעכן, און האָט לאַנג געטרײסלט מיטן קאָפּ הין און צוריק, בכדי, צו דעררגזנען דערמיט די ייִדן!…

הענעך האָט אים אָבער געהערט װי המן דעם גראַגער, ער איז געװען פֿאַרנומען מיט זײַנעם, ער איז געװאָרן אױסער זיך פֿון דעמדאָזיקן באַגעגעניש, ער האָט זיך אָנגעשטױסן על־פּי סבֿרה, אַז יענער שװאַרצער יונגאַטש מיט דער באָרד באַדאַרף זײַן טאַקע איר מאַן, מאָשקעלע גנבֿ, און ער האָט ניט אױפֿגעהערט װוּנדערן זיך און רעדן צו זיך אַלײן:

― אַ מעשׂה! אַ מעשׂה! װאָס סע קען זיך טרעפֿן אַף דער װעלט!

די איבעריקע פּאַרשױנען, װאָס זײַנען געפֿאָרן מיט הענעכן אַף אײן פֿור, האָבן זיך געװײנטלעך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט דערדאָזיקער „מעשׂה“; נאָר װיפֿל זײ האָבן אים ניט דערקוטשעט, ער זאָל זײ דערצײלן װער איז אָט די בחורטע, װאָס האָט דורך אים איבערגעגעבן אַזאַ פֿרײַנטלעכן גרוס אַהײם, און װאָס איז דאָס פֿאַר אַ „מעשׂה“? ― האָבן זײ אָבער פֿון אים ניט געקאָנט אַרױסציִען גאָרניט. הענעך דער חזן האָט ניט אױפֿגעהערט צו מאַכן מיט די הענט, היצן זיך און איבערחזרן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל:

― אַ מעשׂה! אַ מעשׂה! װאָס סע קען זיך פֿאַרלױפֿן אַף דער װעלט!

― פֿאָרט װאָס? דערצײלט אונדז אױך די מעשׂה, לאָמיר הערן!

― ס'איז אַ מעשׂה, װאָס טרעפֿט זיך, הערט איר, אײנמאָל אין טױזנט יאָר! אַ מעשׂה! אַ מעשׂה! װאָס סע קען זיך פֿאַרלױפֿן אַף דער װעלט! אַ מעשׂה! אַ מעשׂה!

און מער האָט הענעך ניט געקענט זאָגן גאָרניט; ער האָט ניט געװוּסט פֿון װאַנען ער זאָל אָנהײבן! צי פֿון איר, צי פֿון אים, צי פֿון דעם, װאָס איז געװען נאָכדעם, צי פֿון דעם, װאָס איז געװען פֿריִער, ― און אַף הענעכס פּנים איז געבליבן פֿאַרגליװערט אַ ביטער שמײכעלע, און זײַנע זכרונות האָבן אים אױפֿגעכאַפּט װי אַ רוח דעם מלמד און האָבן אים אַװעקגעטראָגן העט־װײַט, ער װײסט אַלײן ניט װוּהין, ערגעץ אונטער די הרי־חושך… און דער װינט האָט געבלאָזן, און אַ רעגנדל האָט געמראַקעט, און דער בעל־עגלה האָט געפֿײַפֿט און געװיאָקעט, און די פֿערדלעך זײַנען מיט קלײנע דריבנע טריטעלעך קלױמערשט געלאָפֿן, און די רעדער האָבן זיך געקאַטשעט איבער דער נאַסער ערד, און דער װאָגן האָט געטרײסלט, און אַלע פּאַרשױנען האָבן זיך געװיגט, געשאָקלט, באַגעגנט זיך גאַנץ אָפֿט אַמאָל מיט די פּלײצעס, אַמאָל מיט די שטערנס, און הענעך, אײַנגעהילט אין אַ װאַרעמער שאַל, האָט זיך געװיגט און געשאָקלט אַהער און אַהין, און זײַנע פֿלעשלדיקע פּאות, גערירט פֿונעם װינט, האָבן זיך געבאָמבלט װי אַף פּרוזשינקעס און צוגעגעבן אים פֿיל חן.