פֿעליעטאָנען: „גוט־מאָרגן!“

שלום עליכם (אַלע װערק)

„גוט־מאָרגן!“ (אַ מעשׂה שהיה)

מאַטװײ װערעטאַ האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט. אַ גאַנצע נאַכט געשפּילט אין סטאָס. שפּעט אױפֿגעשטאַנען, אײַנגעשלונגען דעם אָנבײַסן און פֿליט דאָס צו „פֿאַנקאָניןKafe Fankony, אַ קאַפֿע אין אָדעס“.

ס'איז הײַנט אַ טאָג פֿון קורסן. אַ בערזעטאָג.

דאָס האַרץ זאָגט אים, אַז ער װעט הײַנט האָבן אַ גוטן טאָג. ער האָט שױן דערױף סימנים אַזעלכע.

ערשטנס האָבן זיך אים געחלומט שטיװל, און דאָס אין ידוע, אַז עס חלומט זיך שטיװל ― איז גוט. שוכװאַרג װאָאָבשטשעвообще: בדרך־כּלל באַװײַזט אױף געלט… הײַנט איז מען אים איבערגעגאַנגען אױף דער קאַנאַטנעКанатна: אַ גאַס אין אָדעס מיט פֿולן… און אָן אַלעמען האָט ער װאָאָבשטשע אַ פֿאָרגעפֿיל (יעדער בערזע־מענטש האָט אַ פֿאָרגעפֿיל). רענטע מוז הײַנט אַראָפּפֿאַלן, דאָס איז זיכער װי דער טאָג.

מאַטװײ װערעטאַ איז אױף רענטע „אַ לאַ בעסÀ la бесы: אַן אַקציע װאָס װערט ביליקער“. ער האָט זי פֿײַנט. ער האַלט אין אײן פֿאַרקױפֿן רענטע, און רענטע האַלט אין אײן שטײַגן. קאָסט דאָס אים רבי־געלט, נו געװײנטלעך. פֿון דעסטװעגן פֿאַלט ער בײַ זיך ניט אַראָפּ. לאָז זיך די רענטע הײבן װיפֿל זי װיל ― עס מוז אַ מאָל קומען אױף איר אַ מפּלה. ביז װאַנען װעט זי שטײַגן?…

מײנט ניט פֿון דעסטװעגן, אַז מאַטװײ װערעטאַ איז בטבֿע אַזאַ שלעכטער מענטש, װאָס איז געשטימט „אַ לאַ בעס“. פֿאַרקערט, אױף אַנדערע פּאַפּירן אין ער דװקא „אַ לאַ האָסгосы: אַן אַקציע װאָס װערט טײַערער“. למשל „װיגרישנע“ ― לאָז ער דאָס פֿאַרמאָגן װיפֿל „װיגרישנע“ ער האָט אָנגעקױפֿט אױף אולטימאַ פֿעברסוף־פֿעברואַר. און אולטימאַ יוןסוף־יוני. װאָס מײנט איר, מאַטװײ װערעטאַ איז עפּעס אַ ייִנגעלע? ער פֿאַרשטײט ניט, װעלכעס עס דאַרף גײן אַראָפּ און װעלכעס אַרױף? אײַ, װי איז דאָס מעגלעך, אַז אַ מענטש זאָל אין אײן צײַט גײן אַראָפּ און אַרױף? אמת, עס קומט טאַקע אױס אַ ביסל פּריקרע, װי למשל פֿלײשיק און מילכיק צו גלײַכער צײַט. דער תּירוץ איז אָבער: אין אָדעס איז אַלץ מעגלעך. איך װעל עס אײַך אַ מאָל אױסװײַזן מיט סימנים און מיט ראַיות. אַ מאָל, ניט הײַנט. איצט זענען מיר פֿאַרנומען מיט מאַטװײ װערעטאַ.

געקומען אױף פּושקינסקיПушкинская: גאַס אין אָדעס צום „אוגאָל באָלשאַיאַ אַרנאַוטסקאַראָג פֿון Велика Арнаутська גאַס“, לױפֿט אים אַקעגן אַ גאַזעטן־טרעגער מיט אַ פֿאַרשװיצט פּנים:

― „גוט־מאָרגן“!

― גוט־מאָרגן, גוט־יאָר,

די אָדעסער זענען װאָאָבשטשע העפֿלעך… אַזױ טראַכט זיך װערעטאַ און שפּאַנט װײַטער.

אָפּגעגאַנגען ביז אוגאָל באַזאַרנעראָג פֿון базарна גאַס, קומט אים אַקעגן נאָך אַ גאַזעטן־טרעגער און װידער:

― „גוט־מאָרגן!“

― גוט־מאָרגן, גוט־יאָר!

אױף אוסאָענסקי אױך די אײגענע מעשׂה:

― „גוט־מאָרגן!“

― גוט־מאָרגן, גוט־מאָרגן!

און אַזױ אױף טראָיִצקי און אױף יעװרײסקי און אױף פּאַָטשטאָװע ― אומעטום „גוט־מאָרגן!“ זײ האָבן זיך דאָס אַ ביסל „צעגוט־מאָרגנט“ ― טראַכט מאַטװײ װערעטאַ ― צי מאַכן זײ ניט חוזק פֿון אים װאָס ער גײט אַזױ שפּעט אױף דער בערזע?… אַ ביסל אַן עזות! און װאָאָבשטשע, װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז ער מיט גאַזעטשיקעס?… און מאַטװײ הײבט אָן צו גײן נאָך גיכער ביז דער פּאָליצײסקע.

געקומען אױף דער פּאָליצײסקע, האָט מען אים גענומען אַטאַקירן פֿון בײדע זײַטן און פֿאָכען אים גלײַך אין פּנים אַרײַן מיט עפּעס מאָדנע בלעטלעך מיט ייִדישע אותיות:

― גוט־מאָרגן! גוט־מאָרגן! גוט־מאָרגן!…

ערשט דאָ האָט זיך אונדזער העלד אַרומגעקוקט, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ „גוט־מאָרגן“. און ער האָט זיך אָפּגעשטעלט אױף אַ װײַלע ― אָבער טאַקע ניט מער װי אױף אַ װײַלע ― און האָט פֿאַרבונדן אַ גאַנץ קורצן דיאַלאָג מיט אײנעם פֿון די גאַזעטן־טרעגערס:

― אַ גאַזעט?

― אַ גאַזעט.

― אַ ייִדישע?

― אַ ייִדישע.

― װוּ גײט זי אַרױס?

― אין אָדעס.

― אין אָדעס? װאָס קאָסט זי?

― אַ קאָפּיקע.

גיך, נאָך גיכער װי איך שרײַב די דאָזיקע װערטער, האָט מאַטװײ װערעטאַ אַרױסגעכאַפּט דאָס בײַטעלע, אַרױסגענומען פֿון דאָרט 2 קאָפּיקעס, ניט געװאַרט אױף אױסגאָב, אַ כאַפּ געטאָן אַ „גוט־מאָרגן“ און ― אַרומגעקוקט זיך צי קײנער זעט ניט ― האָט ער אַרײַנגעשטעקט דאָס בלעטל טיף אין קעשענע, און מיט אַ שטיל געלעכטער אין זיך האָט ער זיך געלאָזט גײן װײַטער צו דער דעריבאַסאָװסקע צו.

„כאַ־כאַ, ער װעט שױן האָבן צו דערצײלן בײַ פֿאַנקאָנין… אַ ייִדישע גאַזעט… אין אָדעס װאָאָבשטשע כאַ־כאַ… אַלצדינג מאַכן נאָך אונדזערע ייִדעלעך… מילא מעטרעסעסметрес: קורטיזאַנקע, ליובאָװניקעס, קאָמעדיע בראַקאַбрака: חתונה יושקעװיטש כאַ־כאַ, דאָס איז נאָך צו פֿאַרשטײן… אָבער אַ גאַזעט אַ ייִדישע, אין אָדעס, כאַ־כאַ… עס װעט שױן זײַן װאָאָבשטשע פֿון װאָס צו רעדן בײַ פֿאַנקאָנין…“

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

בײַ פֿאַנקאָנין האָט מאַטװײ װערעטאַ פֿאַרגעסן אין דער גאַנצער מעשׂה: די רענטע האָט זיך װי צו להכעיס געגעבן אַ הײב אױף, און די „װיגרישנע“ האָבן געגעבן אַ פֿאַל אַראָפּ ― גלײַך װי זײ האָבן זיך צונױפֿגערעדט…

1911

קאָמעדי בראַקбрак: חתונה (אַ נײַע פּורים־שפּיל אין צװײ אַקטן)
די פּאַרשױנען:

אַחשװרוש ― שאַך פֿון פּערסיע

המן ― אַן אַנטיסעמיט

מרדכי ― אַ ייִד

אסתּר ― זײַן קוזינע

יושקעװיטש ― אַ שפּילמאַכער

ממוכן ― אַ שאַלאַטן־שמשׂ

הױפֿמענטשן, געסט, פּובליקום.

קומט פֿאָר אין דער הױפּטשטאָט פֿון פּערסיע, אין שושן־הבירה.

ערשטער אַקט

בײַם קעניג אַחשװרוש אין פּאַלאַץ זיצט מען און מען טרינקט. אױף אַ שטול פֿון העלפֿאַנדבײן, מיט גאָלד באַלײגט, זיצט דער שאַך מיט אַ גאָלדענער רוט. אַנטקעגן שטײט המן, די הענט צונױפֿגעלײגט אױף דער ברוסט, אָנגעטאָן אין אַ דרײַעקיקן ספּאָדיק, װי אַ המן־טאַש. בײַ דער טיר שטײט ממוכן.

אַחשװרוש: (פֿאַרזאָרגט, צו המנען) װאָס זאָל איך דיר זאָגן, המן? אומעטיק… ושתּי אומגעבראַכט… אָן אַ קעניגין… סקוטשנע אין שושן־הבירה.

המן: גרױסער קעניג! זאָרג ניט. ס'איז דאָ אַן עצה.

אַחשװרוש: דהײַנו?

המן: לאָז מען צונױפֿרופֿן אַלע קראַסאַװיצעס פֿון שושן־הבירה, אױסקלײַבן פֿון זײ די שענסטע און די בעסטע, און אױב זי װעט געפֿעלן דעם קעניג…

אַחשװרוש: אַן אידעע.