דער קירצסטער ראָמאַן אין דער װעלט, געשריבן אין דוײַ טײלן מיט
אַן עפּילאָג און מיט א רעטענישי אױפֿן אַמעריקאַנישן שניט, ס פֿע ־
ציעל פֿאַרן ,לאַדושער סטאַָגנבלאַ טס
עורשטער טײל
זי איז געװען ניט אַזױ שײן װױ רײצנד, און ניט אַזױ רײצנד װי גלענצנד,
גרױס און מעכטיק. מיט איר אומבאַגרײַפֿלעכן כּוח האָט זי באַצױבערט מענטשן,
אַרױפֿגעפֿירט אױף בײזע מחשבֿות, אַלץ איז פֿאַר איר נאָמען געפֿאַלן, געפֿאַלן
צװישן די פֿילע בעלנים, װאָס האָבן זי געזוכט, איז דזשעק דעװיסאָן געװען דער
גליקלעכסטער פּרעטענדענט... ער איז געװען נענטער צו איר ױ אַלע, װײַל
ער איז געװען אַן אײגענער. פֿילע, פֿילצ נעכט האָט ער געטרױמט פֿון איר..
עס איז אים שװער געװען צו װאַרטן אַן איבעריקן טאָג... ער איז אומגעגאַנגען
ױ אַ פֿאַרשיכּורטער, ױ אַ דולער... ער האָט זיך געזאָגט אײן מאָל פֿאַר אַלע
מאָל: זי מוז זײַן מײַנע!. און דזשעק דעװיסאָן האָט זיך אַװעקגעזעצט
און האָט אָנגעשריבן צו זײַן רײַכן, קאַרגן, אַלטן פֿעטער סעם דעװיסאָן אין
ניודיאָרק, אױף פֿיפֿט עװעניו, אַ בריװועלצ:
,ליבער אָנקל סעם!
איך האָב מיר גענומען װאַקײשאָן )אורלױב( אױף אַ קורצע צײַט און װיל
אײַך מאַכן אַ באַזוך. איך האָף איר זענט אָלרײַט,
דזשעק דעװױסאָן".
דערױף האָט דזשעק דעװיסאָן באַקומען פֿון זײַן אַלטן, קאַרגן, רײַכן פֿעטער
אַ קלאָרע תּשובֿה:
,ליבער נעפֿפֿע דזשעק!
אױב נאָר ניט װעגן געלט, איז אֶלרײַט,
סעם דעװיסאָן",
* דאָס רעטעניש באַשטײט אין דעם, אַז דער לעזער דאַרף אַלײן טרעפֿן דעם
נאָמען פֿון דער העלדין. די ערשטע זעקס פּערזאָנען װעלכע װעלן טרעפֿן באַקומען פֿון
דער רעדאַקציע , לאָדזשער טאָגבלאַט? אַ פֿאָטאָגראַפֿיע שלוסיעליכמס מיט זײַן אײגענער
אונטערשריפֿט; זײערע נעמען װעלן מיר פּאַרעפֿנטלעכן אין דער צײַטנג,
16
צ װ ייִט עו טײל
בײַ אַ רײַך געדעקטן טיש, בײַ אַ גלעזל גראַג זענען געזעסן דזשעק דעװיסאָן,
רױט ױ אַ צװיק, און זײַן רײַכער, קאַרגער, אַלטער פֿעטער סעם דעװיסאָן, בלױ
װי אַ מילץ. געזעסן און געטרונקען און געשמועסט.. דער אַלטער, רײַכער,
קאַרגער אָנקל סעם דעװיסאָן איז געװען בגילופֿין, אונטערן גלעזל.. ער האָט
געזאָגט צום אָרעמען פּלימעניק מיט אַ האַלב־פֿאַרשיכּורט געלעכטערל:
―נאָך אַ גלעזעלע, הע־הע?,.. גלײב מיר, דזשעק, איך װײס װאָס דו ביסט
געקומען... דו װעסט מיך נישט נאַרן: איך קען דיך דוֹרך און דורך.. גיט
די הגדה מײנסטו, דו מײנסט די... הע"הע! ― בלאָטע! דו װעסט זי ניט נעמען,
דזשעק. פֿאַר װאָס? װײל איך װעל זי דיר ניט געבן.. פּשוט, ניט געבן.. דו
ביסט זי ניט װערט!.. איצט זאָגסטו מיר צו גאָלדענע בערג, אַז דו װעסט זי
אָפּהיטן װי דאָס שװאַרצאַפּל פֿונעם אוֹיג.. סאַ ליגן! לאָז דער אָנקל סעם
צומאַכן אַן אױג ― ער איז שױן אַלט ― אַזױ האָסט דו שױן פֿאַרגעסן! לאָז זי
נאָר אַרײַנפֿאַלן צו דיר אין די הענט ― פֿי! פֿי! פֿאַ?. רעד גאָרניט, דזשעק,
איך קען דיך! צו יונג ביסטו און לײַכטזיניק,.. צו פֿרי האָסטו אָנגעהױבן לעבן..
צו פֿרי!. עס קאָן זײַן, דו ביסט אַזױ פֿיל ניט שולדיק װױפֿל די, װאָס האָבן דיך
דערצױגן... מען האָט דיך דערצױגן צו געניסן פֿונעם גרײטן, גלײַך פֿונעם;
עץהחײם"? ― כע־כע, נאָך אײדער דו האָסט גענאָסן פֿונעם;עץ:הדעת".. לעבן
װילט זיך אײַך, לעבן!. איך ױיס צוליב װעמען דו ביסט געקומען. פֿאַרגעס
אָן איר דזשעק און עס דיר ניט אָפּ דאָס האַרץ, װי שלמה המלך זאָגט אין
;קהלת": הבל־הבלים הכּל, חכּל, דער טײַטש איז ― װעסט אפֿשר נעמען נאָך
אַ גלעזעלע, כע־כע 1
זױטעו טײל
העכסט אױפֿגערעגט, ױ אַ װילדע חיה אין אַ שטײיג, שפּאַצירט אַרום אונדזער
העלד הין און צוריק. ער כאַפּט זיך בײַם קאָפּ און רעדט צו זיך אַלײן;
― דזשעק, װאָס האָסט דו געטאָן? װאָס האָסט דו געטאָן? ביסט אַ רוצח,
דזשעק! ― אַ מערדער, אַ מערדער, אַ מערדער!!
עס גײט איבער אַ מינוט. ער פֿאַלט צו מיטן פּנים צום טיש. דאָס קול
ציטערט; ער רעדט שטיל און טרערן, װי רעגן־טראָפּנס, קאַפּען, קאַפּען.. און
ער זאָגט צו זיך אַלײן שטיל, קױם װאָס די ליפּן שעפּטשען:
187
― איצט איז זי מײַנע! מײַנע!! מײַנע!!!
און דזשעק זעצט זיך אַװעק צום טיש און שרײַבט אַ בריװ צו זײַן אַלטער
מוטער:
,טײַערע מאַמע!:
בעט גאָט פֿאַר דײַן דזשעק ― ער איו באַגאַנגען אַ שרעקלעכן פֿאַרברעכן...
מוטער! איך האָב אַנדערש ניט געקאָנט!.. ױ ציניש ער האָט אונדז אױיסגעלאַכט,
מיך און דיך, אונדז אַלע!. איך האָב געמוזט, איך האָב געמוזט!. עס איז מיר
געראָטן ― זי איז מײַנע!. איך דאַרף ברענגען אין אָרדענונג די פּאַפּירן ―
און זי איז מײנע!. װאַרט מיר צו אַ פּאָר טעג ― און איך קום מיט איר צו
פֿאָרן, און װעל פֿאַלן פֿאַר דיר, מוטער, און װעל דיר קושן די פֿיס, און װעל
װײנען פֿאַר דיר, װײנען, װײנען, װײנען! ― און דו װעסט מוחל זײַן דײַן זון,
דײַן אומגליקלעך־גליקלעכן
דזשעק",
און דזשעק לײענט איבער דעם בריװ נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, און טרערן
פֿון זײַנע אױגן, װי רעגן־טראָפּנס, קאַפּען אױפֿן פּאַפּיר, קאַפּען, קאַפּען..
ע 9 יל אָ נ
אַרױסגענומען פֿון די ניו־יאָרקער צײַטונגען:
;שרעקלעכע געהײמענישו!! מאָרד אָדער זעלבסטמאָרד!!
אױף די פֿיפֿט עװעני 000 האָט מען הײַנט געפֿונען אין זײַן װװיגונג דעם געװיסן
מיליאָנער סעם דעװיסאָן אַ טױטן. די ערשטע אױספֿאָרשונג באַװײַוט, אַז ער
איז פֿון אַ שרעקלעכן סם פֿאַרגיפֿטעט. דערװוײַיל האָט מען פֿאַרהאַלטן זײַנעם אַ
נעפֿפֿע, װאָס איז מיט אַ קורצער צײַט צוריק געקומען פֿון דער קאָנטרי מיט אַ
באַזוך. מען האָט בײַ אים געפֿונען פֿאַלשע דאָקומענטן און קאָמפּראָמיטירנדיקע
בריװ... מען מײנט אין מאָרד זאָל זײַן פֿאַרמישט אַ פֿרױענצימערר... דער נאָמען
פֿונעם מערדער איז דזשעק דעװיסאָן, 21 יאָר אַלט. גענױערע אױסקינפֿטן מאָרגן".
ע נ ד ע
אָנמערקונג פֿון דער רעדאַקציע: איצט פֿרעגט זיך: װי אַזױ איז דער נאָמען
פֿון דער, צוליב װעלכער דער יונגער דזשעק האָט געסמט זײַן רײַכן קאַרגן
אַלטן פֿעטער? אום צו פֿאַרלײַכטערן דאָס רעטעניש, קומען מיר די לעזער צו
הילף און מאַכן אױפֿמערקזאַם, אַז דער נאָמען באַשטײט פֿון פֿינף אותיות.
148
אֹ
איך גײ אַרױסגעבן א צײַטוג
פֿון אַ זשורנאַל ― דאָס איז געװען מײַן אידעאַל, איך האָב מורא, אױב ניט פֿונעם
ערשטן יאָר װאָס איך האָב אָנגעהױיבן צו שרײיַבן.
דער אידעאַל איז, מײן איך, דער װונטש פֿון אַלע מײַנע קאָלעגן, די עלטערע
און די ײַנגערע.
עס איז אַזױ נאַטירלעך, ױ דער װונטש פֿון אַ דינסט צו וערן אַ ױרטין,
אָדער פֿון אַ געזעלן צו זײַן בעל־בית פֿאַר זיך. יעדער אַרבעטער װאָלט וװעלן
װאָס גיכער זײַן אַ פֿאַבריקאַנט, און יעדער פֿרײַער בירגער חלומט, אַז ער קאָן
נאָך אַ מאָל זײַן אַ פּרעזידענט.
מעגלעך, אַז משיח װועט קומען, װעלן אַלע דינסטמײדלעך װערן װירטינס, אַלע
געזעלן װעלן זײַן כבעלײבתּים, אַלע אַרבעטערס ― פֿאַבריקאַנטן, אַלע בירגערס ―
פּרעזידענטן,
רעגסט מאָל װעלן אױך אַלע שרײַבערס זײַן רעדאַקטאָרן
דערװײַלע איז דאָס נאָר א שטרעבונג, אַן אידעאַל. און אַן אידעאַל, װאָס
שװערער ס'איז צוֹ גרײכן, װוערט אַלץ זיסער, דער יצר־הרע גרעסער און דער
חשק שטאַרקער און שטאַרקער.
מיט אײן װאָרט, איך האָב מיר געזאָגט, איך מוז זײַן אַ רעדאַקטאָר. איך מוז
האָבן אַ צײַטונג!
ניט אַזױ גיך אָבער טוט זיך עס, ױ עס רעדט זיך, און אומעטום װוּ אַ
מענטש קערט זיך, טרעפֿט ער מניעות, שטערונגען, שטײנער אױפֿן עג אָן
אַ שיעור,
די ערשטע מניעה איז געװען ― די צענזור. אױף אַרױסצוגעבן אַ צײַטונג
אין אונדזער געבענטשטן לאַנד האָט מען אין די פֿריִערדיקע יאָרן באַדאַרפֿט
דורכגײן אַלע שיבֿעה־מדורי־גיהנום: פֿאָרן, שרײַבן, בעטן, שמירן, זיך באַקענען
מיט פֿאַרשידענע מינים ברויִם, ברעכערס, טוערס, בעלי־טובֿות, בעלי־עצות,
אַרוֹיסגעבן אַ צײַטונג, אָן אײגענע ייִדישע צײַטונג, זײַן אַ רעדאַקטאָר
189