פֿעליעטאָנען: אײַנגעמאַכטס

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

אַ מעשׂה שהיה
א
אונדוער רבי נפֿתּלי זאָל מאַריך:ימיסיושנים זײַן ― ער לעבט נאָך ― איז געװען דער גרעסטער מלמד. ער האָט אַלײן ניט געװוסט, װיפֿל תּלמידים עס געפֿינען זיך בײַ אים אין חדר. דאָס האָבן געװוּסט זײַנע באַהעלפֿערס, ניט ער. זײַן זאַך איז געװען קנעלן און שמײַסן, שמײַסן און קנעלן, און נעמען שכרלימוד. אַ מאָל האָט זיך געמאַכט, ער האָט באַגעגנט אַ ײַנגל אין גאַס:
― ייִנגעלע, בײַ וװועמען לערנסט דו?
― בײַ אײַך, בײַם רבין נפֿתּלי,
― גײ אחײם און זאָג דעם טאַטן ― שׂכר־לימוד,
ס'פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס ײַנגל װאָס האָט געבראַכט שׂכר־ילימוד, איז געװען אַ גוט ײַנגל, און דאָס ײַנגל װאָס האָט ניט געבראַכט קײן שׂכר־לימוד, איז ניט געװען קײן גוט ייִנגל.
אײנער פֿון די ניט גוטע ייִנגלעך איז געװען ― איך געדענק אים אַזױ װי הײַנט ― אַן אָרעמאַנס אַ ייִנגל, װאָס האָט געהײסן יענקל, ניט געקאָנט אױסרײדן קײן קוף, געטראָגן צעריסענע הײזלעך, געװען אַ יתום און אַ שלימזל, און דער" פֿאַר איז ער געװען דאָס כּפּרה־הינדל בײַ אונדז אַלעמען און בײַם רבין אַװדאי.
אײן מאָל טוט אים דער רבי אַ כאַם:
― הער נאָר, דו! שׂכר־לימוד האָסטו געבראַכט, צי נײן?
― נײן, איך האָב ניט געבראַכט מײַן שׂכרילימוד,
― פֿאַר װאָס האָסטו ניט געבראַכט קײן שׂכר־לימוד?
― װײַל די מאַמע האָט מיר ניט דעדעבן.
― פֿאַר װאָס האָט דיר די מאַמע ניט געגעבן?
― די מאַמע האָט מיר ניט דעדעבן, װײַל זי האָט גיט טײַן דעלט,
― אַזױ? זי האָט ניט קײן געלט? לאָז זשע אַראָפּ די צעריסענע הײזלעך דײַנע און לײג זיך זײַ מוחל אַנידער אױף דער פֿלײישיקער באַנק, װעל איך דיך אָפּשמײַסן,
181

שלוסיעליכם הב
אָפּשמײַסן איז בײַם רבין געװען אַזאַ געװײנטלעכע זאַך, ױ אָפּעסן. אָן כּעס, אָן אַ שום אױפֿרעגונג, יאָ געוען פֿאַר װאָס, ניט געװען פֿאַר װאָס, ― גענומען אַנידערגעלײגט און אָפּגעשמיסן, מען שמײַסט דאָך ניט אין פּנִים, מען שמײַסט דאָך אין אַזאַ אָרט, װאָס װעט ניט האָבן קײן פֿאַראיבל, און טאָמער טוט אַ ביסל װײ, איז אױך נישקשה: ביז דער חתונה װעט זיך פֿאַרהײלן,
אַזױ האָט געזאָגט דער רבי. מיר, ײַנגלעך אָבער, האָבן געהאַט װעגן דעם אַן אַנדער מײנונג. אונדז האָט אָט דאָס שמײַסן צוגעגעסן זיך. ניט אַזױ דער װײטיק, ױ דער בזיון. מיר האָבן אָנגעהױבן אונטערװאַקסן, געװאָרן גרױסע ײַנגלעך, אײניקע פֿון אונדז זענען שױן געװען חתנים, באַקומען זײגערס אַ מתּנה ― װאָס איז פֿאַר אַן עובדא, אין מיטן העלן טאָג זיך אױיסציען אױף דער פֿלײשיקער באַנק און נאַ,. שמײַס מיך 1 מען דאַרף פּרװון אַ מאָל ניט לאָזן זיך, מיר װילן ניט געשמיסן זײַן ― און טוט אונדז עפּעס: אַזױ האָבן געזאָגט די עלטערע ייִנגלעך, די חתנים מיט די זײגערס, צו אונדז, קלײנװאַרג,
― קינדער! איר זאָלט זיך ניט לאָזן שמײַסן! אַז מען װעט אײַך הײסן לײגן זיך אױף דער פֿלײישיקער באַנק, זאָלט איר ניט לײגן זיך! איר הערט, װאָס מען רעדט צו נ'אײַך?
― מיר הערן! מיר הערן!
― מיר הערן איז קאַרג. מען דאַרף פֿאָלגן װאָס עלטערע זאָגן.
― מיר פֿאָלגן! מיר פֿאָלגן!
― מיר פֿאָלגן איז קאַרג. מען דאַרף שװערן.
― מיר שװערן! מיר שװערן!
― געדענקט זשע: ניט פֿאָלגן דעם רבין
― ניט פֿאָלגן דעם רבין,
― ניט שפּיליען קײן הױזן.
― ניט שפּיליען קײן הױזן.
― ניט לײגן זיך אױף דער פֿלײישיקער באַנק.
― ניט לײגן זיך אױף דער פֿלײישיקער באַנקי
― ניט געבן קײן..
נ
דאָ קומט אָן דער רבי און צעשלאָגט די שׂימחה,
182

נאָך בײַם לעױנען מיט אונדז די סדרה );בלק" איז געגאַנגען( האָט דער רבי אַרױסגעזען, אַז מיט אונדז איז ניט פֿרײלעך. האָט ער זיך גענומען צום קאַנטשיק און געהײסן אײנעם פֿון אונדז אַרױס פֿון טיש. יענער רירט זיך ניט. געהײסן דעם אַנדערן ― יענער רירט זיך ניט. דעם דריטן, דעם פֿערטן, דעם פֿינפֿטן דעם זעקסטן און אַזױ װײַטער, קײנער רירט זיך ניט פֿון אָרט.
― װאָס זשע? איר האָט זיך אָנגערעדט אַ פּנים, שקצים, ניט פֿאָלגן דעם רבין?
מיר שװײיגן,
― איר האָט געמאַכט ידיאחת קעגן אײַער רבין?
מיר שװײיגן.
― װער האָט אײַך אַרױפֿגעפֿירט דערױף? פֿון װעמען װאַקסט עס?
מיר שװײַגן, מיר שװוײיגן. מיר שװײַגן
'דער רבי האָט אַ קראַץ געטאָן דעם שטערן, זיך דורכגעשפּאַצירט אַ פּאָר מאָל הין און צוריק איבערן חדר, פֿאַרביסן אַ ליפּ אוּן אַװעקגעזעצט זיך מיט אונדז לערנען ,בלק". נאָכן לערנען האָט ער אונדז אָפּגעלאָזט אַהײם ביז מאָרגן, און מיר זענען אַװעק צופֿרידענע, גליקלעכע, לעבעדיק און פֿרײלעך!
רױ
אױף מאָרגן, אַז מיר זענען געקומען אין חדר אַרײַן, פֿרײַטיק איז דאָס געװען, האָבן מיר געטראָפֿן דעם רבין זיצן בײַם טיש מיט זײַן גוטן פֿרײַנד רב װעלװל און סודען זיך. בײדע האָבן אױסגעזען עפּעס האָפֿערדיק. רב װעלװל איז דעם רבי נפֿתּליס אַ גוטער פֿרײַנד, אַ שכן און אַ בעלײועץ און גלאַט אַ חכם. דערזען אונדז אַרײַנקומען, האָט זיך רב װעלװל אױפֿגעהױבן אַװעקצוגײן און אָנגערופֿן צום רבין: ― געדענק זשע נפֿתּלי, װאָס דו האָסט צו טאָן!. אַ גוטן אָפּגעלערנט מיט אונדז אױף אײן פֿוס, מאַכט צו אונדז דער רבי עפּעס מאָדנע װײך, ױ קײן מאָל ניט: ― קינדער! איך האָב מיך מישבֿ געװען מיט מײַן גוטן פֿרײַנד װעלװל ― ער איז אױך אַ רבי ― און האָב מיך איבערגעלײגט, אַז איר האָט רעכט. שמײַסן איז אַן אַלטער מינהג פֿון פֿאַרצײַטן. אײַך קומט אַ קניפ אין בעקל. אײַך קומט כּבֿוד. דאָס הײסט, ניט אײַך אַלעמען, נאָר די װעלכע האָבן אײַך דערױף אַרױיפֿגעפֿירט, װעלכע האָבן אײַך געעפֿנט די אױגן. אסײרצה־:השם מאָרגן האָבן מיר
183

שבת. קומט צו מיר תּיכּף נאָכן טיש, װעלן מיר אײַך געבן כּיבוד. װאָס האָט איר ליב? ייִ
― אײַנגעמאַכטס! ― האָבן מיר אױסגעשריגן כּמעט אַלע אין אײן קול, און דער רבי האָט זיך איבערגעקוקט מיט דער רביצין, װאָס איז געשטאַנען די גאַנצע צײַט אָן אַ זײַט, אַראָפּגעלאָזט די אױגן אַראָפּ, װױ אַ צנועה, און דער רבי האָט אַ זאָג געטאָן צו אונדו:
― אײַנגעמאַכטס? מהיכא־תּיתי. קומט אם־ירצה־השם מאָרגן, װעט מען אײַך געבן אײיַנגעמאַכטס... נאָר למען־השם, פֿאַרגעסט ניט, שקצים, װאָס מיר האָבן גערעדט: קומען דאַרפֿן נאָר די, װאָס זענען די ערשטע געפֿאַלן אױף דער המצאה פֿון ניט לאָזן זיך שמײַסן. איר פֿאַרשטײט, װאָס מען רעדט צו אײַך?
― מיר פֿאַרשטײען! פֿאַר װאָס זאָלן מיר ניט פֿאַרשטײן?!
אַזױ האָבן מיר אױסגעשריגן אַלע אין אײן קול און האָבן זיך מיט געזאַנג און מיט טענץ געלאָזט אַהײם,. געשפּרונגען איבער קעפּ און געפֿלאַסקעט אײנס דאָס אַנדערע אין די פּלײצעס,
ה
ס'איז איבעריק צו באַשרײַבן, װאָס אין דער הײם האָט זיך געטאָן צװישן אונדז, חדר"ײַנגלעך. אַלע האָבן געװאָלט אײַנגעמאַכטס. אַפֿילו דער שלימזלדיקער יתום יענקל האָט געטענהט, אַז אים ,טומט מער אײַנדעמאַכטס פֿון אַלעמען, װאָרעם ער איז געװען, זאָגט ער, דער ערשטער, װאָס האָט זיך ניט געלאָזט שמײַסן. עס האָט ניט געהאָלפֿן, מען האָט געמוזט דעם שלימזל יענקל איך נעמען אין קאָן אַרײַן, און מיר זענען געקומען שבת נאָכן טיש צום רבין אַהײים עסן אײַנגעמאַכטס, ניט אַלע, נאָר די רעכטע װײַסעיחברהניקעס, סך־הכּל אַרום און אַרום, איך געדענק עס ױ הײַנט, הונדערט נײַן און זעכציק שטיקי
דער רבי נפֿתּלי זאָל מאַריך־ימים־ושנים זײַן ― ער לעבט נאָך ― האָט אונדז אױפֿגענומען מיט אַ שבתדיק פּנים, אין אַ שבתדיקער קאַפּאָטע און מיט אַ ברײטן גוטישבת! בײַ דער זײַט איז געשטאַנען די רביצין מיט אַראָפּגעלאָזטע אױגן, װי אַ צנועה, און בײַ דער טיר זענען געשטאַנען די באַהעלפֿערס, מיט מאָדנע רױטע פּנימער, און האָבן איבערגעקוקט זיך עפּעס זײער ממזריש מיט גנבֿישע אױגן. און צװישן אונדז מיטן רבין האָט זיך אָנגעהױבן אַזאַ מין גע" שפּרעך: | ― װיפֿל זענט איר דאָ אַרום און אַרום חבֿרה־פּלעצל?
14

― הונדערט נײַן און זעכציק שטיק,
― אָלע פֿון די ערשטע, פֿון די אמתע װײַסע־חבֿרהניקעס?
― אַלע אײנס אין אײנס!:
― געפֿינען זיך ניט צױשן אײַך קײן נאָכשלעפּערס, װאָס זענען גלאַט נאָכ" געגאַנגען?
― אַפֿילו אײנער ניט!
― געפֿינען זיך ניט צװישן אײַך אַזעלכע װאָס האָבן חרטה אױף דער מעשׂה?
― זאָל גאָט היטן!
― אָט באַלד װועט מען אײַך געבן אײַנגעמאַכטס,
און דער רבי האָט אַ ונק געגעבן צו די באַהעלפֿערס, און די באַהעלפֿערס ― פֿאַרכאַפּט זאָלן זײ װערן ― האָבן זיך װי די מלאכי־חבלה געגעבן אַ לאָז צו אונדז פֿון אַלע זײַטן, און זײ האָבן אונדז געגעבן אַ לײג אַװעק אױף דער ערד, און ס'איז אױיסגעװואַקסן בײַ זײ קאַנטשיקעס, דער רוח זאָל זײ װיסן פֿון װאַנען, און די קאַנטשקיעס האָבן גענומען זיך לײגן פּאַסנװײַז אױף דעם זעלביקן חלק װאָס אַלע מאָל, און מיר האָבן דערפֿילט דעם טעם פֿון אײַנגעמאַכטס,
108
285

דער קירצסטער ראָמאַן אין דער װעלט, געשריבן אין דוײַ טײלן מיט אַן עפּילאָג און מיט א רעטענישי אױפֿן אַמעריקאַנישן שניט, ס פֿע ־ ציעל פֿאַרן ,לאַדושער סטאַָגנבלאַ טס
עורשטער טײל
זי איז געװען ניט אַזױ שײן װױ רײצנד, און ניט אַזױ רײצנד װי גלענצנד, גרױס און מעכטיק. מיט איר אומבאַגרײַפֿלעכן כּוח האָט זי באַצױבערט מענטשן, אַרױפֿגעפֿירט אױף בײזע מחשבֿות, אַלץ איז פֿאַר איר נאָמען געפֿאַלן, געפֿאַלן צװישן די פֿילע בעלנים, װאָס האָבן זי געזוכט, איז דזשעק דעװיסאָן געװען דער גליקלעכסטער פּרעטענדענט... ער איז געװען נענטער צו איר ױ אַלע, װײַל ער איז געװען אַן אײגענער. פֿילע, פֿילצ נעכט האָט ער געטרױמט פֿון איר.. עס איז אים שװער געװען צו װאַרטן אַן איבעריקן טאָג... ער איז אומגעגאַנגען ױ אַ פֿאַרשיכּורטער, ױ אַ דולער... ער האָט זיך געזאָגט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: זי מוז זײַן מײַנע!. און דזשעק דעװיסאָן האָט זיך אַװעקגעזעצט און האָט אָנגעשריבן צו זײַן רײַכן, קאַרגן, אַלטן פֿעטער סעם דעװיסאָן אין ניודיאָרק, אױף פֿיפֿט עװעניו, אַ בריװועלצ:
,ליבער אָנקל סעם!
איך האָב מיר גענומען װאַקײשאָן )אורלױב( אױף אַ קורצע צײַט און װיל אײַך מאַכן אַ באַזוך. איך האָף איר זענט אָלרײַט,
דזשעק דעװױסאָן".
דערױף האָט דזשעק דעװיסאָן באַקומען פֿון זײַן אַלטן, קאַרגן, רײַכן פֿעטער אַ קלאָרע תּשובֿה: ,ליבער נעפֿפֿע דזשעק! אױב נאָר ניט װעגן געלט, איז אֶלרײַט, סעם דעװיסאָן",
* דאָס רעטעניש באַשטײט אין דעם, אַז דער לעזער דאַרף אַלײן טרעפֿן דעם נאָמען פֿון דער העלדין. די ערשטע זעקס פּערזאָנען װעלכע װעלן טרעפֿן באַקומען פֿון דער רעדאַקציע , לאָדזשער טאָגבלאַט? אַ פֿאָטאָגראַפֿיע שלוסיעליכמס מיט זײַן אײגענער אונטערשריפֿט; זײערע נעמען װעלן מיר פּאַרעפֿנטלעכן אין דער צײַטנג,
16