פֿעליעטאָנען: דער בעזעם און די באַרשט

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

א מעשׂה פֿונעם חדר אין צװײ טײלן, ספּעציעל געשריבן לכּבֿוד דעם /, בעזעם"
עורשטעו טײל אַ באַשט אַנשטאָט בעזעם
דער רבי נפֿתּלי זאָל מאַריך־ימים־ושנים זײַן ― ער לעבט נאָך ― איז געװען אַ מענטשל פֿון דער אַלטער װעלט. ער האָט געװוּסט, אַז אַ שטוב דאַרף האָבן אַ בעזעם, פּונקט אַזױ װי דער געװיסער חלק פֿון אַ חדר־ייִנגל דאַרף האָבן אַ קאַנטשיק, אָדער פֿונקט אַזױ ױ אַ הונט להבֿדיל דאַרף האָבן אַ שטעקן, װי אַ קאָפּ ― אַ יאַרמלקע, אַ טעפּל ― אַ פּאָקרישקע, ױ אַ ייִד ― געלט, ױ פֿיש ―
כרײן, װי אַ קאָזאַק ― אַ טרונק בראָנפֿן, װי דער;ערשטער בעזעם, ― אַ פֿעליעטאָן פֿון שלום־עליכם.. עס קאָן אַנדערש ניט זײַן און עס ד אַרף אַנדערש ניט זײַן און עס װו ע ט אַנדערש ניט זײַן! אַזױ האָט געפּסקנט דער רבי נפֿתּלי. נאָר גײ מאַך מיט אַ ייִדענע! די רביצין ראַצל האָט זיך אײַנגעשפּאַרט ― זי װױל אַ באַרשט! היַנט איז אַ מאָדע ― אַ באַרשט. אַלע שכנהטעס האָבן בערשט, װיל זי אױך אַ באַרשט! אַרױפֿגעפֿירט דערױף האָבן זי )איך מוז אײַך אױסזאָגן דעם גאַנצן אמת( מיר, װײַסע־חבֿרהניקעס, די חדר־ייִנגלעך. דער בעזעם האָט זיך אונדז שױן צו שטאַרק צוגעגעסן. צו אָפֿט האָט דער רבי געצױגן פֿון דאָרטן ריטלעך פֿון אונדזער כּבֿוד װעגן. קורץ ― דאָס האָבן מיר זי אונטערי געדרודלט, אַלע מאָל שטילערהײט, דער רבי זאָל ניט הערן: {רביצין! װאָס טוג אײַך דער בעזעם? דער בעזעם ― פֿע! אַ באַרשט! װאַרפֿט אַרױס דעם בעזעם און קױפֿט אַ באַרשט 1.* אַזױ לאַנג אַזױ ברײט ביז די רביצין האָט זיך גענומען צום רבין, עסן און טאָטשען, פֿידלען און זידלען, ױ אַ װײַב קען. דער רבי האָט זיך געפֿרוּװט מיט גוטן, געפּרוּװט מיט בײזן ― עס העלפֿט ניט.
― ייִדענע! ― האָט ער איר געזאָגט, ― באַרעכן זיך װאָס דו טוסט. נעמסט אזא גאָלד, אַזאַ בריליאַנט און בײַטסט אים אױס אױף דער רוח ױיסט װאָס! פֿון אַ בעזעם האָסטו נוצן, פֿון אַ באַרשט װעסטו האָבן צרות. ראשית, װױלסטו אױסקערן די שטוב, ― טונקסטו אײַן דעם בעזעם אין אַ פּאָמױניצע און פֿאַרטיק, אַ באַרשט װעט זיך ניט לאָזן טונקען אין קײן פּאָמױניצע. װילסט אַרױסטרײַבן
138

אַ הונט, אַ חזיר, הײבסטו אױף דעם בעועם ― װאָן! אַ טשו! ― פֿאַרטיק. װאָס װעסטו מאַכן מיט אַ באַרשט? מיט װעלכער זײַט װעסטו מאַכן קונצן? אַ באַרשט איז װױ אַ קאָטשערע: טרעטסטו אָן אױף איר ― דערלאַנגט זי דיר צוריק. הײַנט װוּ בין איך אַלײין? )דאָ צעהיצט זיך שױין דער רבי און די אױגן װערן מלאַװע איך דאַרף אַ מאָל אַ ריטל, אָפּשמײַסן אַ װײַסןיחברהניק, גײ איך מיר צום בע" זעם ― ריטלעך אַ גן־עדן! אַנו, פּרוּו די ריטלעך פֿון אַ באַרשט? די רביצין האָט זיך אָבער אַרײַנגענומען אין קאָפּ: אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל
― אױס בעזעם! )געװײנטלעך האָבן מיר, װײַסע־חבֿרהניקעס, געאַרבעט פֿון אונטן.( זי װעט אים, זאָגט זי, אַרױסװאַרפֿן צו אַל די שװאַרצע יאָר אױפֿן מיסט און װועט בלײַבן אָן אַ בעזעם און אָן אַ באַרשט ― און רוף מיך קנאַקניסל! ― אַ גאַנצע רעװאָלוציע.
האָט זיך מישבֿ געװען דער רבי און רופֿט זיך אָן צו איר:
― װײסט דו װאָס, מלַן װײַב? דו װױלסט אַ באַרשט? איך זאָג שױן לאַנג אַ באַרשט. קױף אַ באַרשט. נאָר מיט אַ תּנאַי: דעם בעזעם טראָג אַרױף זײַ מוחל אױפֿן בױדעם. לאָז ער ליגן דאָרט בשלום. אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, ער קאָן אַ מאָל צו ניץ קומען..
צ װ ייִט עו טײל אױס באַרשט ― צוריק בעזעם
געבראַכט צו טראָגן אַהיײים די באַרשט, האָט אונדזער רביצינס פּנים געשײַנט ױ אַ זילבערנע מנורח. זי האָט זיך באַרימט פֿאַר אַלע שכנים, באַקומען קרעדיט אין קלײטל, אין יאַטקע: אַ קלײניקײט ― אַ בעל־הביתטע מיט אַ באַרשט! זי האָט גאָרניט געװוסט, װוּ זאָל זי אַװעקשטעלן אַזאַ טײַערן גאַסט? אױסקערן די שטוב שמועסט מען ניט: ס'אַן עבֿירה! און אַגבֿ האָבן זיך איר טאַקע ניט געלײגט די הענט. אירע הענט זענען געװױנט צו אַ כעזעם. דאָך האָט זי געבעטן בײַ דער באַרשט מחילה, זי זאָל זיך מטריח זײַן מיט איר אַ ביסל צװױשן בעט און אונטערן בעט, צװישן אױװן און אונטערן אױװן, און אַז זי האָט אַװעקגעשטעלט צוריק די באַרשט, איז די רביצין געװען עפּעס מאָדנע רױט אױף דער מראה און דאָס פּנים האָט געשװיצט. זי איז געװען אומצופֿרידן. שטאַרק אומצופֿרידן. דער רבי האָט געזען, אַז די רביצין איז לא־עליכמדיק; נאָר ער האָט זיך געמאַכט כּלא־ידע, געקוקט אױף דער עדה געשאַרט מיט די פּאַנטאָפּל און געװאָרטשעט אונטער דער נאָז:
139

― פֿאַר װאָס פֿאַרקערט מען ניט דאָס מיסט? װאָס אין דאָס פֿאַר אַ הקדש אָט אָ דאָ?
די רביצין האָט געמוזט נעמען נאָך אַ מאָל די באַרשט און מאַכן אַ נײַע רעפּעראַציע. און װי אױף צו להכעיס טראָגט אָן דער רוז אַ הונט און כאַפּט אױס דעם לעבער און אײדער די רביצין קוקט זיך אַרום, שטײט אַ חזיר און כלעפּטשעט פֿון דער פּאָמױניצע ― אַן אָנשיקעניש פֿון גאָט!.. און די רביצין האָט זיך צעלאָזט צום הונט מיט דער באַרשט, געװאָלט אױסלאָזן כּל המיתה אױפֿן חזיר, טראַך מיט דער באַרשט און גלײַך אין פֿענצטער, אױסגעועצט אַ שױב און פֿאַרבײַגײענדיק צעבראָכן אױך אַ טעלער. די שױב מיטן טעלער האָבן זי אַזױ צעקאָכט, אַז זי האָט שױן פֿאַרגעסן להבֿדיל אינעם חזיר, און דער חזיר האָט פֿאַרגעסן להבֿדיל אין דער רביצין און ער האָט זיך געכלעפּטשעט פֿון דער פּאָמױניצע ױ אַ יוסטער בעל־הבית.
דער רבי נפֿתּלי זאָל מאַריך־ימים־ושנים זײַן ― ער לענט נאָך ― האָט דאָס אַלצדינג געזען און געמאַכט זיך כּלאזידע. ער האָט זיך געטראַכט: אלאַנג לעבן זאָל דער חזיר". פֿאַר האַרצװײטיק, װאָס דער רבי שװײַגט, האָט די רביצין געגעבן אַ שטעל אַװעק די באַרשט אין װינקל צו דער װאַנט און געכאַפּט אַ געשמאַקן קלאַפּ אין שטערן, טאַקע פֿון דער באַרשט אַלײן,:
דאָ האָט זי זיך שױן מער ניט געקאָנט אײינהאַלטן און האָט אַ װײַז געטאָן דעם רבין מיטן פֿינגער גלײַך אױף אונדז:
― דאָס װאַקסט פֿון זײ, פֿון אָט די װעװריקעס, ממוזרים! מען דאַרף זי געבן צו פֿאַרזוכן פֿונעם אַלטן בעזעם..
איבערגעביטן האָבן זיך דעם רבינס אױגן. אונדז האָט ער ניט געזאָגט דאָס צװײטע װאָרט. ער האָט נאָר אַ קוק געטאָן אױף אונדז און אַ װונק געגעבן צו דער רביצין מיט זײַנע ברעמען. און די רביצין האָט אים רעכט פֿאַרשטאַנען. זי איז באַלד מחילה אַרױף אױפֿן בױדעם, אַראָפּגעברענגט צוריק דעם אַלטן בעזעם, און דער רבי האָט זיך מטריח געװען, אױסגעקליבן אַ פּאָר אַלטע, נאָר גוטע ריטלעך, אױסגעלײגט אונדז אײינציקװײַז און דװקא מיט גוטן מוט אונדז אַרײַנגעצימבלט, װי עס קערט צו זײַן. צימבלענדיק האָט ער אונדז זײער פֿרײַנדלעך אױסגעפֿרעגט, מיר זאָלן אים זאָגן אױפֿריכטיק, דעם רײנעם אמת, אַזױ ױ מיר, קינדער, האָבן ליב:
― װאָס איז בעסער ― אַ נײַע באַרשט, צי אַן אַלטער בעזעם?.
1008
140

אַ מעשׂה שהיה
א
אונדוער רבי נפֿתּלי זאָל מאַריך:ימיסיושנים זײַן ― ער לעבט נאָך ― איז געװען דער גרעסטער מלמד. ער האָט אַלײן ניט געװוסט, װיפֿל תּלמידים עס געפֿינען זיך בײַ אים אין חדר. דאָס האָבן געװוּסט זײַנע באַהעלפֿערס, ניט ער. זײַן זאַך איז געװען קנעלן און שמײַסן, שמײַסן און קנעלן, און נעמען שכרלימוד. אַ מאָל האָט זיך געמאַכט, ער האָט באַגעגנט אַ ײַנגל אין גאַס:
― ייִנגעלע, בײַ וװועמען לערנסט דו?
― בײַ אײַך, בײַם רבין נפֿתּלי,
― גײ אחײם און זאָג דעם טאַטן ― שׂכר־לימוד,
ס'פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס ײַנגל װאָס האָט געבראַכט שׂכר־ילימוד, איז געװען אַ גוט ײַנגל, און דאָס ײַנגל װאָס האָט ניט געבראַכט קײן שׂכר־לימוד, איז ניט געװען קײן גוט ייִנגל.
אײנער פֿון די ניט גוטע ייִנגלעך איז געװען ― איך געדענק אים אַזױ װי הײַנט ― אַן אָרעמאַנס אַ ייִנגל, װאָס האָט געהײסן יענקל, ניט געקאָנט אױסרײדן קײן קוף, געטראָגן צעריסענע הײזלעך, געװען אַ יתום און אַ שלימזל, און דער" פֿאַר איז ער געװען דאָס כּפּרה־הינדל בײַ אונדז אַלעמען און בײַם רבין אַװדאי.
אײן מאָל טוט אים דער רבי אַ כאַם:
― הער נאָר, דו! שׂכר־לימוד האָסטו געבראַכט, צי נײן?
― נײן, איך האָב ניט געבראַכט מײַן שׂכרילימוד,
― פֿאַר װאָס האָסטו ניט געבראַכט קײן שׂכר־לימוד?
― װײַל די מאַמע האָט מיר ניט דעדעבן.
― פֿאַר װאָס האָט דיר די מאַמע ניט געגעבן?
― די מאַמע האָט מיר ניט דעדעבן, װײַל זי האָט גיט טײַן דעלט,
― אַזױ? זי האָט ניט קײן געלט? לאָז זשע אַראָפּ די צעריסענע הײזלעך דײַנע און לײג זיך זײַ מוחל אַנידער אױף דער פֿלײישיקער באַנק, װעל איך דיך אָפּשמײַסן,
181