פֿעליעטאָנען: אוגאַנדיאַדאַ

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

אַ קאָנגרעס־בילד אין אײן אָקט די פּאַרשױנען:
מאַדאַם פּאַלעסטינע ― אַן אַלמנה, ניט אַזױ רײַך װי אַ מיוחסת
ציוניזם: ― איר זון, אַ זײַדענער יונגער־מאַנטשיק פֿרײַלין אוגאַנדאַ ― אַ שואַרץיחנעװדיק מײדל, אַ רײַכע יתומה טעריטאָריאַליום ― אַ לאַנדישדכן
מאַקס נאָרדױ ― אַ לײַב־דאָקטאָר בי מאַדאַם פּאַלעסטינע זאַנגװיל ― אוגאַנדאַס אַ גליד־"שװעסטערקינד ציוני־ציון ― די משפּחה פֿון מאַדאַם פּאַלעסטינץ
די געשיכטע קומט פֿאָר הײַנטיקס יאָר אױפֿן געװיסן קוראָרט ― אין באַזעל,
אַ גרױס צימער אין האָטעל ,קאַזינאָ? ― מאַדאַם פּאַלעסטינץ זיצט אױבן אָן. ― אַרום איר דרײען זיך אַרום ציוני:ציון ― איבער אַ ביכל בײַם טיש זיצט ציוניזם. ― עס הערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר,
פּאַלעסטינע: )שטיל( אַרײַן!
ציונײציון: )הױך( אַרײַן! )עס קומט אַרײַן טעריטאָריאַליזם( טעריטאָריאַליזם: גאַנץ העפֿלעך( איך בין דער באַװוּסטער לאַנד־שדכן און מײַן נאָמען איז טעריטאָריאַליזם,
פּאַלעסטינע: )ליגט צו אַן אױער( האַ? טעריטירי.? טעריטאָריאַליזם: )בײגט זיך צו( טעריטאָריאַליזם!
פּאַלעסטינע: אַ מאָדנער נאָמען! זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר ניט? טעריטאָריאַליזם: אַ דאַנק, מיר קאָנען באַשטײן. )זעצט זיך אַװעק, קוקט זיך דורך מיט דער ,משפּחה" עפּעס זײער ניט פֿרײַנדלעך.(
ציונײציון: מיר האָבן געהערט פֿונעם דאָזיקן לאַנדישדכן
129

פּאַלעסטינע: װאָס װעט איר עפּעס זאָגן גוטס, הער טעריטאָריאַליזם? טעריטאָריאַליזם: ואָס קאָן זאָגן אַ ייִד אַ שױכן! איך האָב געהערט זאָגף אַז איר זענט געקומען אַהער קײן באַזעל און, װי דער שטײגער איז, ניט אַזױ צו קורירן זיך, ױ צוליב אַ שידוך מסתּמא פֿאַר אײַער זון; האָנג איך מיך מישבֿ גע" װען, לאָמיך אַ פּרוּװ טאָן: איך האָב פֿון אײַערט װעגן אַ שידוך, אַן אַנטיקל װאָס אַנטיקל הײסט! )קושט זיך די שפּיץ פֿינגער( המ... )קוקט זיך אײַן. אָט איז ער טאַקע אײַער בחורל?
ציונײציון: הערט איר, אַ בריה אַ שדכן!
פּאָלעס טינע: )צו ציניזם( קום נאָר אַהער, מײַן זון, װעל איך דיך באַקאַנט מאַכן: דאָס איז דער טעריטירי... מיר איז שער אױסצורעדן
טעריטאָ ריאַליזם: )מאַכט צו רעכט( טע־די־טאָירי־אַליזם..! )צו ציוניזם( איך בין דער באַװוּסטער לאַנדישדכן. געװיס האָסטו געהערט פֿון מיר? ציוניזם: הערן האָב איך געהערט פֿון אײַך, נאָר זען זע איך אײַך דאָס ערשטע מאָל. װאָס מאַכט איר עפּעס?
טעריטאָר יאַליזם: אַ דאַנק װאָס זאָל מען מאַכן! עט, מען לעבט, מען האָ" רעװעט... און דו װאָס מאַכסט? דו זיצסט אַלץ איבער די ניכלעך? דו לערנסט! שטודירסט?
ציוניזם: אַ ברירה האָט מען?
פּאַליסטינע: )צו די ציוני־ציון( הײסט נאָר מען זאָל ברענגען עפּעס צו" בײַסן! )גיך װערן באַשאַפֿן אױפֿן טיש אַלערלײ פּירות פֿון ארץײשׂראל: טײטלען, אײלבירטן, פֿײַגן און באָקסערן( נעמט עפּעס, רב טעריטאָריאַליזם, אין מױל אַרײַן, אַ טײטל, אַ באָקסער, אַ פֿײַג אַ פֿרישע... װאָס פֿאַר אַ שידוך, למשל, האָט איר פֿאַר מײַן ציוניזם זאָל געזונט זײַן? װאָס פֿאַר אַ כּלה האָט איר פֿאַר זײַנעט װעגן אױסגעקליבן?
טעריטאָריאַליזם: כּלות האָב איך פֿון זײַנעט װעגן אַ סך. נאָר איך װיל אײַך גאָר פֿון די היגע שידוכים אַפֿילו ניט פֿאָרלײגן. איך בין דאָך עפּעס אַ לאַנד־שדכן. איך האָב פֿאַר אײַער זון אַ כּלה, הערט איר, אײנע אין דער װעלט, ניט קײן היגע איז זי, אַזש פֿון אַפֿריקע.
פּאַלעסטינע: װײ איז מיר! אַזאַ װײַטע מדינה?
ציוני־ציון: )אױפֿגערודערט( אַזש פֿון אַפֿריקע? װאָס זאָגט איר צו זײַן קאָפּ? נײן, אָבער גאָר לא! שרײַט זשע, קינדער, לֹא!!! )עס װערט אױף אַ װײַלע אַ טומל(,
130

טעריטאָריאַליזם: װאָס פֿאַר אַ ראָלע שפּילט דאָס הײַנטיקע יאָרן? איך זאָל האָבן די ברכות, װאָס די װועלט טוט הײַנט שידוכיט נאָך פֿון װײַטער. אַבי, הערט איר, דאָס קרן איז אַ קרן,
פּאַלעסטינע: פֿאַרטראַכט( אפֿשר זענט איר גערעכט.. װער זשע איז זי? פֿון װאַנען שטאַמט זי?
טעריטאָריאַליזם: אַ יתומה, נאָר ניט קײן אָרעמע חלילה. האַלט זיף אױף בײַ אַ מומע: די ,ענגלשע מומע" רופֿט מען זי. אומגעהײַער רײַך און אַ מיוחסת דערצו,
פּאַלעסטינע: ייִחוס בין איך אַלײן. װאָס האָט זי? װאָס גיט מען איר נדן? טעריטאָריאַליזם: לאָמיך עס פֿאַרמאָגן אַ צענטיחלק! ערד האָט זי, ערד אַ סך, פֿעלדער און װעלדער אָן אַ שיִעור, פּוסטע, ניט קײן באַזעצטעי.. פּאַלעסטינע: ערד ניט קײן באַזעצטע האָב איך אַלין.. ױ אַזױ רופֿט מען זי? טעריטאָריאַליזם: ױ אַזױ רופֿט מען זי? מען רופֿט זי אוגאַנדאַ רופֿט מען זי.
פּאַלעסטינע: אואַנדאַ? דער נאָמען איז מיר עפּעס ניט קענטלעך, ציוני־ציון: )ליאַרעמען( אוגאַנדאַ? אָבער נאָר לא! שרײַט זשע, קינדער, לא!
טעריטאָריאַליזם: פֿאַר װאָס עפֿעס;שרײַט זשע, קינדער, לֹא!" איר קענט זי?
ציוני־ציון: קענען קענען מיר זי ניט; נאָר געהערט האָבן מיר פֿון איר! פּאַלעסטינע: זאָגט זשע מיר, איך בעט אײַך, װי אַזױ זעט זי אױס, אײער אוגאַנדאַ? װיפֿל אַלט איז זי?
טעריטאָריאַליזם: איך קען אײַך אַקוראָט ניט זאָגן אירע יאָרן. דאָ איז פֿאַראַן מיט מיר אירער אַ שטיקל קרובֿ, אַן אײגן גליד־שװעסטערקינד, זאַ נג װױל רופֿט מען אים. אײַער זון איז מיט אים גוט באַקאַנט, אױב איר װילט, רוף איך אים אַרײַן,
ציוני־ציון: )ליאַרעמען( אַדרבה, לאָז מען אים ניט אַרײַנרופֿן! לאָמיר זיך האַלטן נײן,. שרײַיט זשע, קינדער, נײן!
פּאַלעסטינע: נה מהיכא־תּיתי, רופֿט אים אַרײַן
טעריטאָריאַליזם: )עפֿנט אױף די טיר( רב ישׂראל! זײַט זשע מוחל! )עס קומט אַרײַן זאַנגױל(,
131

זאַנגװיל: )שטעלט זיך פֿאָר( איזראיל זאַנגװיל. אײַער זונס אַן אַלטער באַקאַנטער,
פּאַלעסטינע: זיצט! פֿאַר װאָס זיצט איר ניט? )באַװײַזט אים אַן אָרט( אפֿשר װועט איר עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן? אָט שטײען טײטלען, פֿײַגן.. פֿרי" שע פֿײַגן..
זאַנגװיל: אַ דאַנק, איך האַלט ניט פֿון דער פֿרײ.
ציוני־ציון: איר הערט? ער האַלט ניט פֿון דער פּרי!. אַ רעכטער עזות־פּנים,
פּאַלעסטינע: דאָס מײדל, װאָס מען רעדט מײַן זו איז טאַקע אײַערע אַן אײגענע הײסט עס?
זאַנגװיל: אַ שני שבשלישי, אַ גליד־שװעסטערקינד.
ציוני־ציון: דעם פֿעטערס פֿערדס בײַטשישטעקעלע.
פּאַלעסטינע: ױפֿל אַלט איז זי?
זאַנגװיל: בלוט און מילך,
פּאַלעסטינע: עפּעס אַ שינע?
זאַנגװיל: אַ גאַנץ קלוגעי
פּאַלעסטינע: אַ שינע, פֿרעג איך?
זאַנגװיל: אַ חכמהה,
פּאַלעסטינע: אָבער אַ שײנע?
זאַנגװיל: אַ מזג טובֿ.
פּאַלעסטינע: איך מײן װי זעט זי אױס אױיפֿן פּנים?
זאַנגװיל: אַ זעלטענע ױרטין
ציוני־ציון: װאָס זאָגט איר צו זײַן קאָפּ! מען פֿרעגט אים דאָס, ענטפֿערט ער בױדעם! שרײַט זשע, קינדער, לא!
פּאַלעסטינע: װאָס קאָן זי?
זאַנגװיל: זי קאָן געפֿעלן
פּאַלעסטינע: װאָס האָט זי?
זאַנגװיל: גוטע מחשבֿות.
פּאַלעסטינע: װאָס פֿעלט איר?
זאַנגװיל: אַ חתן
ציוני־ציון: הערט איר? אָט דער קרובֿ אירער איו אָדער גאָר אַ גרױסער חכם, אָדער גאָר אַ גרױסער טיפַּש.
132

פּאַלעסטינע: װיסט איר װאָס? רופֿט זי אַרײַן, לאָמיר זי אָנקוקן. זאַנגװיל: )צו די ציונײציון( זײַט זיך אַקאָרשט מטריח עמעצער פֿון אײַך. זי װאַרט דאָ אינעם אַנדעון צימער.
ציוני־ציון: )װאָרטשען( געפֿעלט אײַך א השׂגה! זײַן טאַטנס משרתים! )שאַפֿן זיך אַ ביסל אײנס מיט דאָס אַנדערע:;הער נאָר, גײ רוף זי 1;װאָס עפּעס איך? גײ דו!?.. ציוניזם און פּאַלעסטינע קוקן זיך דורך. עטלעכע ציוני־ציון גײען ברענגען אוגאַנדאַן. טעריטאָריאַליזם רײַבט זיך א האַנט אָן אַ האַנט. אין עטלעכע מינוט אַרום קומען אַרײַן די „שלוחים"; נאָך זײ קומט אַרײַן א וג אַנד אי דאָס פּנים איבערגעדעקט מיט אַ געדיכטן שליער(
אוגאַנדאַ: )בלײַבט שטײן פֿאַרצװײפֿלט( װאָס האָט מען מיך אַהער גערופֿן? זאַנגװיל: )שטעלט זי פֿאָר( פֿרײַלין אוגאַנדאַ.
פּאַלעסטינע: קום אַהער נענטער, מײַן קינד. לאָמיך דיך אָנקוקן. )אוגאַנדאַ גײט צו נענטער, נאָר דעם שלײער דעקט זי ניט אױף.
זאַנגװיל: איך האָב מורא, אַז איער זון באַדאַרף עס נאָך מער אינטערעסירן ױ אײַך..
טעריטאָריאַליזם: פֿירט צו פֿאַר אַ האַנט דעם יונגן ציוניזם( הער ציוניזם, פֿרײַלין אוגאַנדאַ. )דאָס יונגע פּאָר שטײט אַ װײַלע אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע אָן װוערטער, ביסלעכװײַז פֿאַרבינדן זײ א שמועס, װאָס װײַטער מיט אַלץ מער חיץ. ציוני־ציון גליִען װױ אױף פּאָקן... טעריטאָריאַליזם קװעלט, קלױבט נחת(, טעריטאָריאַליזם: צוֹ זאַנגװילן( װױ עס װײַוט זיך אױס פּיקט זיך עס.. זאַנגװיל: נאָר ניט געכאַפּט! די;משפּחה" װעט ניט דערלאָזן.. פּאַלעסטינע: 9צו טעריטאָריאַליזם( איך בעט אײַך, זאָלט איר מיר געזונט זײַן, איר זענט דאָך דער שדכן; אפֿשר װאָלט איר געפּועלט בי איר, זי זאָל אױפֿדעקן אַ ביסל דעם שלײער, לאָמיר שױן אָנקוקן, װאָס פֿאַר אַ פּנים זי האָט? טעריטאָריאַליזם: װער קוקט הײַנטיקע צײַטן אױף אַ פּנים, אױף שײנקײט? דער עיקר אַבי זײ זאָלן זיך צונױפֿקומען מיט זײערע געדאַנקען, אױסגלײַכן זיך מיט די כאַראַקטערן.
פּאַלעסטינע: איר לעבט אין אַ טעות. ציוניזם איז בי מיר אײנער, װיל איך אַז זײַן באַשערטע זאָל טאַקע זײַן מיט אַלע מעלות, טעריטאָריאַליזם: אַלץ אין אײנעם איז בײַ גאָט, ניט בײַ קײנעם, ציונײציון: טאַקע זײער אַ גלײַך װאָרט און צום גראַם דערצו; נאָר צו אַ שײן מײדל קומט עס ניט.:
133

זאַנגװיל: איך אאָג אױך דאָס אײגענע..
פּאַלעסטינע: צו זאַנגװילן( אױב איר זאָגט ,אױך דאָס אײגענע", יל איך אײַך בעטן איר זאָלט איר הײסן זיך אױפֿדעקן דאָס פּנים. איר זענט דאָך ניט קײן נאַר, ױ איך זע אַרױס, באַדאַרפֿט איר פֿאַרשטײן, אַז קײן בלינדן אתרוג על איך בײַ אײַך ניט קױפֿן..
זאַנגװיל: מיט אתרוגים האַנדלט מען אין ארץײשׂראל און מיר פֿאַרנעמען זיך מיט אַלצדינג, נאָר ניט מיט האַנדל.. מיר מײנען אַז אונדזער קרובֿה איז פֿאַר אײער זון אָנגעמאָסטן; ס'איז אַ זיװג מן־השמים! ― גאָט זיצט אױבן און פּאָרט אונטן... מיר זאָגן אײַך פֿאָרױס, אַז שװאַרץ איז זי, אָבער חנעװדיק, ױ אין שיר:השירים שטײט געשריבן: שחורה אני ונאװה..
ציוני־ציון: װאָס זאָגט איר? דאַכט זיך אַ גילוח און האַקט מיט פּסוקים 4 אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל ― לא! שרײַט זשע, קינדער, לֹא!
זאַנגװיל: למאַי זאָלט איר לױפֿן פֿאַר די כּלי־זמר און כאַפּן די לאָקשן פֿאַר די פֿיש? פֿאַרלאָזט זיך שױן בעסער אױפֿן פּאָרפֿאָלק אַלין, און לאָז דאָס גײן מיט אַ ייִדישן , ממה־נפֿשך?.,
טעריטאָריאַליזם: אװײף אונדזער לשון השדכנים זאָגן מיר אַוױ: קאיז דאָס פֿון מײערן, װעט זיך עס פֿאַרשלײערן; איז דאָס פֿון כרײן, װעט זיך עס צעגײן...:: 2 ציונײציון: ליאַרעמען( װאָס האָבן מיר זיך אַװעקגעשטעלט דאָ אױסהערן גלײַיכע װערטלעך מיט שײנע גראַמען? ביז װאַנען װעט מען אונדז פֿירן אין בלענדעניש? פֿאַרקױפֿן אַ קאַץ אין אַ זאַק?! )מען גײט צו צו אוגאַנדאַ און מען רײַסט איר אַראָפּ דעם שלײער פֿונעם פּנים( זעט נאָר, זעט! װאָס זאָגט איר אױף דער יפֿיפֿיה? אַן אמתע ציגײַנערין!.. )קאָטשן זיך פֿאַר געלעכטער(. פּאַלעסטינע: אַךְ!. )פֿאַלט חלשות(,
טעריטאָריאַליזם: לױפֿט אונטער( גאָט איז מיט אײַך
זאַנגװיל: װאָס איו אײַך, באָבעניו?
ציוני־ציון: )פּילדערן( דעם דאָקטאָר! דעם דאָקטאָר! גיכער! רופֿט אַרײַן דעם דאָקטאָר!:
)מען קלינגט. עס קומט אַרײַן מאַקס נאָרדױ(, מאַקס נאָרדױ: )קוקט זיך אַרום( װאָס איז דאָס! װאָס טוט זיך דאָ מיט
דער מאַדאַם? װאָס האָט מען איר געזאָגט אַזעלכעס? זי איז אַן אַלטע פֿרױ, אַ
134

קראַנקע! )גײט צו, מונטערט זי אױף( באַרױיקט אײַך, מאַדאַם! פּאַלעסטינע: אַך. הער דאָקטאָר! )באַװײַזט אים מיט די אױגן אױף אוגאַנדאָ(,
דאָקטאָר נאַרדױ: צו אוגאַנדאַ( פֿרײַלין אוגאַנדאַ.. אַנטשולדיקן זי!. ציוני־ציון: ליאַרעמען( װאָס ױיסט איר? װאָס ױיסט איר? סכּנות־נפֿי שות! מען טאָר דעם שידוך ניט דערלאָזן? אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל לא! שרײַט זשע, קינדער, לֹא!
מאַקס נאַרדױ: )צום שדכן און צום קרובֿ( מײַנע הערן! האָט קײן פֿאַראיבל ניט, לאָזט אונדז פֿרײַ... איך בעט אײַך, לאָזט אונדז פֿרײ, זי איז אַן אַלטע פֿרױ אַ קראַנקע, איר קאַנט זי חלילה טוטן! )אַ שװערע סצענע, דױערט עטלעכע מינוט. ציוניזם קוקט מיט טרױער אױף אואַנדאַ. אוגאַנדאַ װאַרפֿט אױיף ציוניזם אַ לאַנגן ברענענדיקן קוק. דאָס שװאַרצע פּנים אירס גלאַנצט, די באַקן פֿלאַמען(,: טעריטאָריאַליזם: )ברעכט די הענט( איך האָב אָבער געװוּסט אַז עס װעט אַזױ זײַן! אַן אומגליק מיט די מיוחסים! דערלאַנג זײ די בת־מלכּה! )שרײַט הױך, מען זאָל אים האָרכן(.
ציוני־ציון: )שרײַען נאָך העכער( װאָס הערט איר אים ― אים דעם עװתי פּנים! געקומען אַהער צו אונדז קאָמאַנדעװען! מען דאַרף אים געבן דעם װעג! קינדער, נידער מיט אוגאַנדאַ! נידער מיט טעריטאָריאַליזם! )עס וערט אַ מהומה(,
זאַנגװיל: )שטילט אײַן דעם עולם( נאָר אָן געשרײ! שרײיען איז פֿונעם גאָרגל, שרײיען קאָנען מיר אױך. צו באַװײַזן אַז מיר מײנען ניט חלילה אָנהענגען אײַך אַ לונג־און־לעבער אױף דער נאָז, גײען מיר גלײיך אַװעק פֿון דאַנען. פֿאַראַן אַן אַלטער מינהג, פֿאַרן אַװעקגײן זיך צו זעצן זאָגן אַ גוט װאָרט. איך האָב ליב אַלטע מינהגים. איך בעט נאָר עטלעכע מינוט מיך רױק אױסהערן איר מעגט אײַך זײַן װער איר זײַט, נאָר מען טאָר ניט מיט אַן אורח אַזױ זיך באַגין, ױ איר באַגײט זיך. ױ אַזױ עס הײסט בײַ אײַך ― װײס איך ניט. אױף אונדזער לשון הײסט עס ,אומהעפֿלעך", דאָס הײסט אַ ביסעלע שװײַגעריש.. אמת, מײַן פֿרײַנד טעריטאָריאַליזם האָט אײַך דעם שידוך פֿאָרגעשלאָגן, איר האָט דאָך אָבער די כּלה געשיקט רופֿן איר האָט דאָך זי אַלײן אַראָפּגעבראַכט אַהער. אמת, איער בחור איז אָן עין'הרע אַ געראָטענער בחור. מיר װײסן דאָס אָבער אַלע, װאָס אים פֿעלט: אים פֿעלט, האָט קײן פֿאַראיבל ניט, אַ פּאָר גאַנצע שטיװל מיט אַ
135

העמד אױפֿן לײַב. אַ קבצן, זאָגט מען בײַ אונדז, טאָר זיך ניט איבערנעמען, אַ ;דל גאה" ― דאָס איז אײנער פֿון די דרײ װאָס גאָט אַלין האָט זי פֿײַנט. אמת, ציוניזם איז אײַך טײַער, ער איז מיר אָבער, מעגט איר מיר גלײבן בנאמנות, ניט װינציקער טײיער ױ אײַך. אין דער קורצער צײַט װאָס איך האָב אים קענעןגעלערנט, האָב איך אים ליב געקריגן, ױ אַן אײגענעם. איך האָב מורא, פֿאַרשטײט איר מיך, אַז איר װועט אַזױ װעלן איבערקלױבן, זאָל ער חלילה־וחס ניט פֿאַרזיצן, ניט בלײַבן אַן אַלטער בחור. אמת, די כּלה איז שװואַרצלעך אױפֿן קאָליר. פֿאַרגעסט אָבער ניט װאָס פֿאַר אַ גליק עס דערװאַרט אײַער חתן דאָרט אױף דעם נײַעם אָרט, ער װעט דאָך זײַן דאָרטן געהױכט און געקרױנט. ער װעט אױספֿירן, ױ מען זאָגט, דאָס טעלערל פֿונעם הימל. ער װעט קומען נאָך דעם צו אײַך צו פֿאָרן אַ זאַטער, אַן אױסגערוטער, אַן אױסגעפּוצטער, אַ נײַ־געבױרענער, אַ פֿרישער מענטש! פֿאַרגעסט נאָר ניט װוהין ער פֿאַלט אַרײַן, אין װאָסערע הענט! ― דאָס איז דאָך עפּעס ניט קײן יאַכנע־סאָסי פֿונעם מאַרק: דאָס איז דאָך די ענגלישע מומע אַלײן ו. ציוני־ציון: )מיט אַ מוראדיקן רעש( אַ טײַערער אַנטיק! מיר האָבן אַלײן אַ רײַכע מומע, הײסט זי ייִק"אַ... מיר װײסן אָבער דעם טעם פֿון די רײַכע מומעס! קינדער, נידער מיט די רײַכע מומעס!.. און אונדז זאָל גאָט העלפֿן אַלײן, איטלעכן בי זײַנעם! אַהײם, חתן, אַהײם, צוריק, צו דער אַלטער מאַמע! עס לעבט די אַלטע מאַמע! הידד!!!
זאַנגװיל: )מיט פֿײַער( געדענקט זשע, איר זאָלט קײן חרטה ניט האָבן! זעט מ'זאָל אױף אײַך ניט טײַטן מיט די פֿינגער, חלילה ניט זאָגן דעם פּסוק: ,אבן מאסו הבונים" ― אומזיסט האָט איר פֿאַרמיִוסט דעם ױנקלשטײן! אומזיסטאומנישט האָט איר אײַער גליק פֿאַרשפּילט!.. יאָ, מיר שײדן זיך, מיר גײען אַװעק נאָר איך האָף, אַז ניט אױף שטענדיק. איך האָף אַז מיר װעלן זיך נאָך זען.. אױף װידערזען!: ציוני־ציון: )מיט קולי־קולות( בשם אלוקי ישׂראל ― לאָז דער קרענקען, װער ס'װעט נאָך אײַך בענקען!. )טעריטאָריאַליזם קלאַפּט מיטן שטעקל איבערן טיש, װיל עפּעס זאָגן, לאָזט מען ניט. עס פֿליִען אין דער לופֿטן אַ פּאָר היטלען מיט אַ פֿיסל פֿון אַ בענקל. עס קומט אַרײַן דער שװײצער פֿון דער אַכסני, שרײיט, מאַכט מיט די הענט, ס'זאָל זײַן שטיל, אַניט װועט מען זײ בעטן פֿון דאַנען מחילה... נאָר קײנער הערט אים ניט, ס'איז אַ שרעקלעכע מהומה(.
פּאַלעסטינע: װײנט( אַ חרפֿה, אַ בושה פֿאַר לײַטן.. יענער דאָקטאָר ― הערצל ― זאָל איצט לעבן, װאָלט ער ניט דערלאָזט צו אַזעלכע סקאַנדאַלן..
136

)זלשט, דער דאָקטאָר נאָרדױ מונטערט זי, שפּריצט אױף איר אָדעקאָלאָן. זי כאַפּט זיך אױף, עס הערט זיך אַ געזאַנג: ,עודיױוד לא אבדה תקװ"ת־נו"..
מיר הײבן די הענט.
צו מיזרח און שװערן
בײַ ציון, איר פֿאָן,
בײַ דער הײיליקער ערד!..
)דער פֿאָרהאַנג פֿאַלט(
דרוסקעניק, יולי 1905,
137

א מעשׂה פֿונעם חדר אין צװײ טײלן, ספּעציעל געשריבן לכּבֿוד דעם /, בעזעם"
עורשטעו טײל אַ באַשט אַנשטאָט בעזעם
דער רבי נפֿתּלי זאָל מאַריך־ימים־ושנים זײַן ― ער לעבט נאָך ― איז געװען אַ מענטשל פֿון דער אַלטער װעלט. ער האָט געװוּסט, אַז אַ שטוב דאַרף האָבן אַ בעזעם, פּונקט אַזױ װי דער געװיסער חלק פֿון אַ חדר־ייִנגל דאַרף האָבן אַ קאַנטשיק, אָדער פֿונקט אַזױ ױ אַ הונט להבֿדיל דאַרף האָבן אַ שטעקן, װי אַ קאָפּ ― אַ יאַרמלקע, אַ טעפּל ― אַ פּאָקרישקע, ױ אַ ייִד ― געלט, ױ פֿיש ―
כרײן, װי אַ קאָזאַק ― אַ טרונק בראָנפֿן, װי דער;ערשטער בעזעם, ― אַ פֿעליעטאָן פֿון שלום־עליכם.. עס קאָן אַנדערש ניט זײַן און עס ד אַרף אַנדערש ניט זײַן און עס װו ע ט אַנדערש ניט זײַן! אַזױ האָט געפּסקנט דער רבי נפֿתּלי. נאָר גײ מאַך מיט אַ ייִדענע! די רביצין ראַצל האָט זיך אײַנגעשפּאַרט ― זי װױל אַ באַרשט! היַנט איז אַ מאָדע ― אַ באַרשט. אַלע שכנהטעס האָבן בערשט, װיל זי אױך אַ באַרשט! אַרױפֿגעפֿירט דערױף האָבן זי )איך מוז אײַך אױסזאָגן דעם גאַנצן אמת( מיר, װײַסע־חבֿרהניקעס, די חדר־ייִנגלעך. דער בעזעם האָט זיך אונדז שױן צו שטאַרק צוגעגעסן. צו אָפֿט האָט דער רבי געצױגן פֿון דאָרטן ריטלעך פֿון אונדזער כּבֿוד װעגן. קורץ ― דאָס האָבן מיר זי אונטערי געדרודלט, אַלע מאָל שטילערהײט, דער רבי זאָל ניט הערן: {רביצין! װאָס טוג אײַך דער בעזעם? דער בעזעם ― פֿע! אַ באַרשט! װאַרפֿט אַרױס דעם בעזעם און קױפֿט אַ באַרשט 1.* אַזױ לאַנג אַזױ ברײט ביז די רביצין האָט זיך גענומען צום רבין, עסן און טאָטשען, פֿידלען און זידלען, ױ אַ װײַב קען. דער רבי האָט זיך געפֿרוּװט מיט גוטן, געפּרוּװט מיט בײזן ― עס העלפֿט ניט.
― ייִדענע! ― האָט ער איר געזאָגט, ― באַרעכן זיך װאָס דו טוסט. נעמסט אזא גאָלד, אַזאַ בריליאַנט און בײַטסט אים אױס אױף דער רוח ױיסט װאָס! פֿון אַ בעזעם האָסטו נוצן, פֿון אַ באַרשט װעסטו האָבן צרות. ראשית, װױלסטו אױסקערן די שטוב, ― טונקסטו אײַן דעם בעזעם אין אַ פּאָמױניצע און פֿאַרטיק, אַ באַרשט װעט זיך ניט לאָזן טונקען אין קײן פּאָמױניצע. װילסט אַרױסטרײַבן
138