אַ טאָגבוך אין דרי טײלן
עורשטעו טײל
דאַנקען און לױבן גאָט, איך האָב הײַנט אַ פּרנסה אין האַנט אַ לײַטישע און
בכּבֿודיקע: איך בין אַן אַגענט פֿון ייִדישע גאַזעטן, ביכער און זשורנאַלן, מען
האָט מיר צוגעשיקט פֿון עטלעכע רעדאַקציעס אַ פּאַק מיט פּראָספּעקטן און
קװיטאַנציעס אױף צו זאַמלען אַבאָנענטן. די פּראָספּעקטן גײען קײן עין־הרעץ
זײער גוט, דער עולם לײענט זײ מיט פֿאַרגעניגן. נאָר אײנער אַ קאַפּריזנער
אַבאָנענט האָט מיר אַ שמיץ געטאָן אין פּנים צוריק דעם פּראָספּעקט. ,דולט מיר
ניט קײן ספּאָדיק, איך האָב קײן צײַט ניט"! נאָר אַז איך האָב אים אַ זאָג געטאָן,
אַז מען גיט דאָס אומזיסט, האָט עֹר זיך באַלד איבערגעבעטן און אַ זאָג געטאָן:
;אַנו, װײַזט נאָר אַהער, װאָס שטײט דאָרטן?* אױך די קװיטאַנציעס גײען ניט
שלעכט; איך פֿאַרשרײַב אַלעמענס נעמען און געלט װעט מען מיר געבן נאָך
דעם, אַז ס'װעלן אָנקומען די בלעטער. קען מען ניט זײַן אַזױ גראָב און מען
מוז װאַרטן. דערװײַלע האָב איך אױסגעשריבן פֿון די רעדאַקציעס אַ סך בלעטער
און שרײַב זײ, אַז איך װעל זײ אם־ירצה;השם שיקן נאָך און נאָך. דאַנקען זי
מיר, די רעדאַקציעס הײסט דאָס, און הײסן זיך שיקן דערװיַלע אַ ביסל געלט,
ענטפֿער איך זײ, אַז איך װעל שיקן. װאָס דען? איך װעל זי גיט שיקן?. אַ
פּראָצענט גיט מען מיר אַראָפּ דװקא אַ היבשן; נישקשה, מען קאָן האָבן דערפֿון
גאַנץ גוט פּרנסה. קײן דערפֿער קאָן מען דערפֿון ניט קױפֿן, געױינטלעך: נאָר
אַ שטיקל ברױט קאָן מען האָבן בכּבֿוד. הײַנט קומט מען זיך צונױף מיט אַלערלײ
מענטשן. די פֿײַנסטע בעלי־בתּים, מען הערט זיך אָן מיט נײַעס, מען ױיסט
װאָס אױף דער װעלט טוט זיך, און מען איז אַלין אױך פֿאַררעכנט פֿאַר אַ שטיקל
מענטשן. דאַנקען גאָט, איך האָב צום רבונו־דשל־עולם קײן טענות ניט,
צ װ ייִ טערט ייִ ל
אַן אומגליק מיט די רעדאַקציעס! דעם שיקן זײ און דעם ניט, דעם קומט
אָן צװײ נומערן מיט אַַ מאָל, און דעם קײן האַלב אַפֿילו ניט. ,מיט װאָס בין
119
איך ערגער פֿון יענעם. איך בין דאַכט מיר אַזאַ טאַטנס אַ קינד װי יענער"!
אַזױ טענהט נעבעך דער אַבאָנענט און איז גערעכט, לג איך אים אָפּ אױף
מאָרגן, מאָרגן אױף איבער מאָרגן, גאָט האָט געהאָלפֿן, ס'איז אים אָנגעקומען
דאָס בלאַט! אַ נײַער אומגליק. װאָס איז? עס פֿעלט אים נומערן. גײ שרײַב אין
דער רעדאַקציע אַז עס פֿעלט אַ נומער 17 גײט אַװעק צױי װאָכן, איך שרײַב
און שרײַב, שרײַב און שרײַב, קױם מיט צרות קומט אָן נומ, 12. ,סטײַטש, צו
װאָס טױג מיר צװײ מאָל 12 7 שרײַב איך װידער אַ מאָל אין דער רעדאַקציע,
אײן מאָל און צװײ מאָל און דרײַ מאָל, קומט אים אָן װױדער אַ מאָל נומ, 12,
װאָס האָבן זײ זיך אָנגעטשעפּעט מיט נומ, 113 שרײַב איך װידער אַװעק אין
דער רעדאַקציע: 7, ניט 13. ענטפֿערט מען מיר פֿון דער רעדאַקציע: געלט!
הײב איך אָן גײן אײינקאַסירן געלט.;שױן? איר האָט קײן צײַט ניט? לאָמיר
פֿריִער זען װאָס איז דאָס פֿאַר אַ בלאַט!* אַזױ זאָגט אײנער. דער אַנדערער האָט
אַ טענה: למאַי איז דאָס אַזױ שיטער? װינציק פֿעליעטאָן! און דער דריטער
טענהט פֿאַרקערט: צו פֿיל פֿעליעטאַנענדיק. װאָס טױג מיר פֿעליעטאָן? שרײַבט
אַװעק מען זאָל געבן מער פּאָליטיקע. גוט, נו, און געלט?;זײַט ניט קײן
אײַנגעגעסענער ייִד, גײט. אײַך געזונטערהײט!.* הײַנט צרות פֿון די אַדרעסן. איןף
שרײיב זײ בפֿירוש מען זאָל אַרױסשיקן דאָס בלאַט, מאירו פּינחוסעװיטש
פֿלײישבערגו } גײען זײ און שיקן פּונקט קאַפּױער, פֿלײישאָװ מאיראָװיטשו פּינחסבערגו,
אַ מין איבערקערעניש! דעם אַנדערן אַבאָנענט מײיַנעם האָבן זײ איבערגעדרײט
פֿון ברוך שינדלער אױף קורח שױנדלער. נאָך אײנער אַן אַבאָנענט האָט
זיך גאָר געיאָגט נאָך מיר מיט אַ שטעקן, מיר געװאָלט ברעכן די בײנער און
איז גערעכט. שטעלט אײיַך פֿאָר, ער הײסט זײַדל בעזסאָנאָװ. גײען זײ ניט און
מאַכן אים ניט איבער אױף;ױידל בעזנאָסאָװ"? שרײַב איך זײ, ענטפֿערן זי
ניט. קלאַפּ איך זײ אַ דעפּעש, ענטפֿערן זײ ניט. שרײַב איך זײ קאָטװעט אופ,
לאָטשען", ענטפֿערן זײ, ,װיסילײטיע דיענגי". לױף איך נאָך געלט, ענטפֿערט
מען מיר:;איר װעט אַרײַנקומען אַן אַנדערש מאָל: איר זעט דאָך, מען איז
פֿאַרנומען!" איז נאָך נישקשה; אַן אַנדערער זאָגט: ,נעמט אײַך צו צוריק די
בלעטער, איך דאַרף זײ אױף כּפּרוֹת, ס'איז אַזױ אױך ענג אין שטוב. גײט אײַך
מיט אײַערע לידלעך ציגעלע מינעלע!" הקיצור, ס'איז ניט גוט.
דזױטעו טײל
פֿאַרשאָלטן זאָל װערן דער טאָג װאָס איך בין געבױרן געװאָרן! צו װאָס
100
האָט מיר גענוצט די דאָזיקע באָמבע? נאַ דיר גאָר גאַזעטן! מען דאַרף האָבן אַ
קאָפּ פֿון אַ מיניסטער: דער איז אַ פֿערטל־יעריקער אַבאָנענט אױף אײן גאַזעט
אָן דער פּרעמיע, און יענער איז אַ האַלב־יעריקער אַבאָנענט מיט דער פּרעמיע.
בײַ דעם האָב איך ניט דערנומען פֿון יענעם קװאַרטל, און בײַ יענעם האָב איך
אַריבערגענומען אױף דעם קװאַרטל, און מיט די רעדאַקציעס גי האָב אַ טוץ
חשבונות. איך שרײַב מען זאָל מיר אַרױסשיקן אַ חשבון, ענטפֿערן זײ מיר:
געלט! װו זאָל איך זײ נעמען געלט, אַז די גאַנצע װעלט איז מיר שולדיק געלט
און איך בין דער גאַנצער װעלט שולדיק געלט. איך מאָן געלט, מיך מאָנט מען
געלט, ס'איז אַן עסק מיט געלט! נאָך אײן האַלב יאָר, איז אָדער מען זעצט מיך
אײַן, אָדער איך גײ אַראָפּ פֿון זינען, און ועל־כּולם די פּרעמיע! אָט די פּרעמיע,
פֿיל איך, װעט מיך אַרײַנטרײַבן אין דער ערד אַרײַן! גאָט האָט מיר צוגעשיקט
אײן אַבאָנענט, איז ער אַ יונגער:מאַן אַ יאַדישלעװער. תּחילת האָט ער גאָר
ניט געװוּסט װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין אָט די דאָזיקע פּרעמיע, מיט װאָס עסט
מען דאָס, און אַז איך האָב אים קלאָר געמאַכט װאָס באַטײַט פֿרעמיע, אַז די
פּרעמיע אַלין, װען מען װיל זי קױפֿן, קאָן מען זי ניט קריגן פֿאַר כּל הון דעלמא,
נאָר אין אײנעם מיטן בלאַט קאָסט זי אַ דריט:חלק, ױפֿל זי װאָלט באַדאַרפֿט
קאָסטן, אַזױ אַז ער געװינט דאָ ערשטנס צױי חלקים פּרעמיע און האָט נאָך
דערצו אומזיסט אַזױ פֿיל בלעטער. האָט ער דאָס ערשט דעמאָלט רעכט צעקײעט
און האָט מיר באַצאָלט דאָס געלט און האָט מיר אָנגעזאָגט אַ מאָל זיבעציק:
,געדענקט זשע, פֿעטער, אַז איך שרײַב אױס דאָס בלאַט צוליב דער פּרעמיע,
נאָר צוליב דער פּרעמיע!* אױף מאָרגן גאַנץ פֿרי, איך בין נאָך געלעגן אין בעט,
הער איך עמעצער קלאַפּט. לױף איך אַראָפּ אַ באָרװעסער: קװער איז?" ס'איז
איך!;װער איז דער איך?7 מכּוח דער פּרעמיע: ,מכּוח װאָסער פּרעמיע?" ―
איך האָב דאָך אַרױסגעשריבן בײַ אײַך דאָס בלאַט מיט דער פּרעמיע! איר האָט
שױן פֿאַרגעסן? ―;װאָס זשע ױלט איר?" איך בין געקומען געװאָר װערן
זאָגט עֹר, װאָס הערט זיך מיט דער פּרעמיע?;אַזױ גיך? זאָג איך, האָט צײַט
אַ פּאָר טעג!"... אין אַ פּאָר טעג אַרום ― מײַן חבֿרה־מאַן אין דאָ. קרב ייִך,
מאַכט עֶר צו מיר, װאָס הערט זיך מיט דער פּרעמיע?" ― איר האָט נאָך ניט,
זאָג איך, דאָס בלאַט, װילט איר שױן די פּרעמיע? עאַ שײנער קל־וחומר, מאַכט
ער! איך װיל גאָר ניט װיסן קײן מעשׂיות, איר האָט מיר בפֿירוש געאָגט
פּרעמיע, װוּ איז מײַן פּרעמיע?7" האָב איך מיך קױם אָפּגעבעטן בײַ אים אױף
דרײַ װאָכן. מאָלט אײַך, די דרײַ װאָכן האָבן געדױערט דרײַ מאָל דרײ
121
װאָכן. ― און קײן פּרעמיע איז נאָך אַלץ ניטאָ, און דער יונגער'מאַן פֿון
דער ציג גײט צװײ מאָל אַ טאָג, אין דער פֿרי און אױף דער נאַכט, שינדט
פֿון מיר די הוט און דערגײט מיר די יאָרן. ער רײכערט אױס װוּ איך האָב
אַ פּאַפּיראָס, ס'איז אים גוט, זאָגט ער, צום הוסט. ער האָט זיך מיר אַזױ
צוגעגעסן, אַז איך האָב אים נעכטן אַ שמיץ געטאָן דאָס געלט אין פּנים אַרײַן ―
אױס פּרעמיע! האָב איך געמײנט אַן עק, איך בין פּטור געװאָרן. צום סוף
װער? װאָס? עֹר װיל ניט נעמען צוריק דאָס געלט בשום־אופֿן, ער האָט מיר
געגעבן דאָס ערנװאָרט, אַז מער דאָקוטשעט ער מיר ניט און מער רעדט ער ניט
מיט מיר פֿון קײן פּרעמיע. , איז דאָס אָפּגעמאַכט 1" אָפּגעמאַכט! ,הײיליק "
הײליק!:
שאַט! עמעצער דראַפּעט זיך צו מיר אױף די טרעפּ. נײַן און נײינציק טרעפּ.
װער קאָן דאָס זײַן אַזױ פֿרי? אױ ױי, איך האָב מורא ס'איז דער יונגער:מאַן
פֿון דער פּרעמיע. יאָ, ס'איז ער, ס'איז ער. איך האָב דערקענט זײַן סאָפּען. קױם
װאָס ער כאַפּט דעם אָטעם. ס'איז ער! איך װעל דאָס ניט אױיסהאַלטן! ייִדן
איר לױף מיך טרינקען!.
1904
122
אַ בילד אין אײן אַקט
די פּאַרשױנען:
דער װועצג ― אַ יונגער־מאַנטשיק, נאָר װאָס פֿון אונטער
דער חופּה,
דער פֿרײַנד ― זײַנער אַן אמתער גוטער פֿרײַנד,
דער טאָג ― ניט קײן פֿרײַנד, ניט קײן פֿײַנט, אַ
נעכטיקער טאָג,
די יודישע צוקונפֿט־ אַ ציניסט,
דאָס יודישע וװאָרט ― אַן עזות־מחוצף פּנים,
װ אַר שע ― אַן אױסגעשלײערט װײַבל,
װױלנע ― אַ ליטװאַטשקע.
דאָס פֿאָלק ― אַ פּראָסטער מענטש, זעט אױס א
בעלמלאָכה, פֿאַרשטײט ניט קײן אַנדער שפּראַך,
אַזוץ זשאַרגאָן.
די געשיכטע קומט פֿאָר דעם 1טן אױגוסט 1905טן יאָר אױפֿן באַנהױף.
דער װעג: שטײט אָנגעטאָן מיט אַ רײַזעטאַש איבער די
פּלײצעס. ― אױף דער ערד ליגן אָנגעװאָרפֿן טשעמאָדאַנעס, פֿעקלעך,
ביכער, צײַטונגען, כּתבֿים, פּאַפּיר און פּענעס גאַנצע בערג. ― דער
עולם שטײט און מען װאַרט, אַז עמעצער זאָל שױן עפּעס אָנהײבן.
װילנע שטײט נעבן װאַר שע אַן מאַכט איר צו רעכט דעם
שלײער, עס זאָלן זיך ניט אַרױסזען צו פֿיל די אײגלוע האָר. דאָס
פֿאָלק קוקט אַרום און װיל האָרכן אַ גוט װאָרט,
דער פֿרײַנד: הוסט זיך אָפּ( רבותי! עס איז געשען אַ געשעעניש בײַ
אונדו!; אין אונדזער ליטעראַריש געזינדל, אין אונדזער קלײן ייִדיש װעלטל:
123