אַ חמצדיקער שמועס ועגן פֿסח אָדער אַ פֿסחדיקער שמועס
אין דער ואָכן
פֿאַראַן אַן אַלט וװוערטל: ,יוצא זײַן פּסח לכל הדעות, מוז מען עסן סײַדן
הײסע קױלן". איך האָב מורא אַז דאָס װערטל איז שױן באַלד מקוים געװאָרן
אױף אונדז, די לעזער פֿון אונדזערע צװײ ייִדישע צײַטונגען װאָס גיבן זיף
אַרױס אױף זשאַרגאָן. אין די דאָזיקע בײדע ייִדיש זשאַרגאָנישע צײַטונגען
זענען הײַנטיקן פּסח אַרױס צװײ דאָקטױירים און בײדע פֿון אײן שטאָט, פֿון
קיִעװ, און בײדע װעגן מצה{ צי איז מצה שעדלעך, צי נוצלעך? צי זאָל מען
מצה עסן צי ניט עסן קײן מצה? ס'פֿאַרשטײט זיך פֿון זיך זעלבסט, אַז די דעות
פֿון די צװײ דאָקטױירים גלײַכן זיך ניט אױס: װאָס אײנער זאָגט, דרינגט
דער אַנדערער פּונקט קאַפּױער, גלײַך ױ זײ האָבן זיך אָפּגערעדט, די דאָקטױרים
הײסן: אײנער י. ב ע גר ער ס קי, דער אַנדערער א. װױניצקי. דער
דאָקטאָר בענדערסקי איז אַן אָפּטימיסט, אַ פֿרײילעכער דאָקטאָר, אַ חסיד פֿון מצה
און האַלט פֿון לאַטקעס, קנײדלעך און כרעמזלעך אַן עולם ומלואה. דער דאָקטאָר
װיניצקי איז אדרבה, אַ פֿעסימיסט, אַ גרױסער מתנגד פֿון;דער מצה",
קריטיקירט שטאַרק די קנײדלעך מיט די לאַטקעס און כרעמזלעך! דער דאָקטאָר
בענדערסקי זאָגט, אַז די מצה איז אײגנטלעך די זעלבע בולקע װאָס בולקע. דער
חילוק איז װאָס געיױרענער ברױט וװערט גיכער איבערגעקאָכט, און מצה
געדױערט לענגער. דערפֿאַר אָבער ― אַזױי טרײסט אונדז דער דאָקטאָר
בענדערסקי ― װאָס דאָס ברױט האָט זיך גיכער איבערגעקאָכט האָט דאָס אונדו
געבראַכט װינציקער נוצן װױ די מצה װאָס ליגט אַ ביסל לענגער אין מאָגן. אין
איטאַליע און לאָמבאַרדיע ― רעדט אונדז אױס װײַטער ראָט האַרץ דער דאָקטאָר
בענדערסקי ― עסט דאָס פֿאָלק אַ גאַנץ יאָר מצה, דאָס הײסט פֿלעצלעך אַזעלכע
פֿון ניט געיױרן טײג. נאָך מער, דער דאָקטאָר בענדערסקי זאָגט אַז פֿאַר 4
געזונטן מאָגן איז מצה אפֿשר נאָך ערנערנדער פֿון שװאַרצברױט. דאָס איז
בנוגע דער טרוקענער מצה. און װאָס אָנבאַלאַנגט די מאַעלים װאָס מיר מאַבן
פֿון דער מצה, געפֿינט דער דאָקטאָר בענדערסקי, אַז זײ זענען זײער געשמאַק
און פֿאַר אַ געזונטן מענטשן ניט נאָר ניט שעדלעך נאָר אַפֿילו זײער נוצלעך!
102
הײַנט לאָמיר האָרכן װאָס זאָגט עפּעס דער צװײטער דאָקטאָר, הער װיניצקי,
װעגן דער מצה? דער דאָקטאָר װיניצקי דרשנט דעם פּסוק;הא לחמא עניא"
מײנט מען דאָס די מצה װאָס די ייִדן האָבן נעבעך אַלס קנעכט געגעסן אין מצרים
גופֿא. מען האָט, זאָגט ער, געהאָדעװעט די ייִדן אין מצרים מיט מצה בכדי,
זאָגט ער, דאָס עסן זאָל בײַ זײ לאַנג ליגן אין מאָגן. דער דאָקטאָר װיניצקי זאָגט
אַז מצה איז שװער פֿאַרדײַלעכעס ברױט. און װער שמועסט די מאכלים װאָס
מען קאָכט פֿון דער מצה ― דאָס איז גאָר אַ שחיטה! געפֿרישטע מצה, זאָגט ער,
איז אַבסאָלוט שעדלעך! נײן, דער דאָקטאָר בענדערסקי איז ניט אַזאַ שלעכטער
מענטש ױ דער דאָקטאָר װיניצקי: דער דאָקטאָר בענדערסקי זאָגט בפֿירוש,
אַז אַפֿילו קראַנקע קאָנען עסן די מאכלים פֿון מצה, װאָס זענען נוצלעך פֿאַרן
קערפּער למשל ױ לאָקשן, מאַקאַראָנען. און דער דאָקטאָר װיניצקי װאַרפֿט אָן
אַ מרה־שחורה אױפֿן לעזער, ער מאָלט אונדז אַזעלכע טרױעריקע בילדער, כּמעט
ױ דער שבֿט מוסר:;דאָס האַרץ וװוערט שװאַכער, די לונגען אַרבעטן שלעכט,
די לעבער, די מילץ, די נירן און דער מוח" ― און דעריבער הײסט ער זיך
אײַנהאַלטן און ברענגט זײער אַ גלײַך װאָרט, אַז פֿון װײיניק עסן שטאַרבט מען
װײניקער, בפֿרט אַכט טאָג, זאָגט ער, קאָן מען איבערטראָגן.
נײן, ניט אַזױ איז דער דאָקטאָר בענדערסקי! דער דאָקטאָר בענדערסקײ,
װײַזט אױס, האַלט פֿון אַכילת מצה וקנײדלעך וכרעמזלעך ופּאָלירטשיקעס וכו,
וכו'י. ער זאָגט, אַז נאָר קראַנקע האָבן אױסגעטראַכט דאָס װאָרט ,שעדלעך" אַ
קראַנקן איז שלעכט, זאָגט עֹר, װי מען לײגט אים. אַ קראַנקן מאָגן איז שלעכט
אי פּסח אי סוכּות און אין מיטן מיטװאָך און שבת צו נאַכטס )אמת כ'לעבן (. דער
דאָקטאָר בענדערסקי זאָגט, אַז ער הערט פֿון קראַנקע גופֿא, אַן די מצה װירקט
גוט אױף זײערע מאָגנס, ריכטיקער געזאָגט: אױף זײערע קישקעס. קומט אױס,
הײסט דאָס, אַז מצה איז גאָר אַ רפֿואה צום מאָגן, מײן איך צו די קישקעס!
דאָס איז דאָך עפּעס גאָר אַ חיות כ'לעבן! הערט זשע אָבער װאָס זאָגט דערױף
דער דאָקטאָר װיניצקי? דער דאָקטאָר װיניצקי זאָגט, אַז דער עולם װײסט גאָר
ניט ױ װײַט שעדלעך עס זענען די כרעמזלעך מיט די קעזלעך מיט די
געפֿרישטע מצות! דער דאָקטאָר װיניצקי פֿאַררופֿט זיך אױפֿן רמב"ם אַלײן, װאָס
האָט אָנגעזאָגט נאָך מיט װיפֿל הונדערט יאָר פֿריִער, מען זאָל זײַן געהיט מיט
מותרות! צװײ דאָקטױרים פֿון אײן שטאָט און װאָס פֿאַר אַ חילוק! װאָס פֿאַר
אַ קאָנטראַסט! דער דאָקטאָר בענדערסקי רעכנט אױס די פּסחדיקע מאכלים מיט
ליבשאַפֿט. מיט געטרײַשאַפֿט, ממש אַ פֿאַרגעניגן צו לײענען,;עסט, זאָגט ער,
103
מײנע ליבע שװעסטער און ברידער! עסט געטריקנטע מצה און קנײדלעך און
לאַטקעס און לאָז אײַך באַקומען!" און דער דאָקטאָר װיניצקי לײגט שטײ
נער אױפֿן האַרצן און לאָזט אױס, אַז דאָס געזונט דאַרף זײַן טײַערער פֿאַר דעם
קלײנעם פֿאַרגעניגן װאָס מען האָט אין דער מינוט פֿון דער אַכילה!.
אמת, דער דאָקטאָר בענדערסקי לאָזט אױס זײַן מעדיצינישן שמועס מיט
אַן עצה, אַז טאָמער װעט אונדז די מצה פֿאַרשאַטן, זאָלן מיר זיך דורכפֿאָרן צו
אַ דאָקטאָר )אַ דאַנק פֿאַר דער עצה, כ'לעבן!(. די מעלה איז אָבער, װאָס פֿריִער
מיט עטלעכע שורות זאָגט דער זעלבער דאָקטאָר בענדערסקי, אַז ניט אַלצי
דינג װאָס אַ דאָקטאָר זאָגט איז אמת. ניט אַזױ איז זיך נוהג
דער דאָקטאָר װיניצקי. דער דאָקטאָר װיניצקי איז שױן ניט אַזאַ אַן עני װי דער
דאָקטאָר בענדערסקי. דער דאָקטאָר װיניצקי רעכנט אַז ער איז מחױב אַלס
דאָקטאָר צו פֿאַרהיטן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון אַזעלכע מאכלים װאָס קאָנען
חלילה שאַטן..
אַצינד בלײַבט איבער די קשיא: אַז װי באַלד צװײ דאָקטױרים און בײדע
ייִדן און בײדע פֿון אײן שטאָט זאָגן אַרױס זײערע מײנונגען און בײדע אױף
זשאַרגאָן, דער אַזױ און יענער פֿאַרקערט, דער זאָגט עסט, ייִדן מצות, קנײדלעך,
לאַטקעס, כרעמזלעך! און דער אַנדערער זאָגט: הזהר והשמר, היט זיך מיט
די דאָזיקע שעדלעכע מאכלים! פֿרעגט זיך אַ קשיא: װאָס זשע זאָל מען טאָן?
װאָס זאָל מען פּסח עסן!??
מסתּמא װעלן אונדז די דאָקטױרים קלאָר מאַכן, דאָס יאָר איז גענוג גרױס,
104
104
אַ מעשׂה פֿון פֿאַרצײַטן
אַ מאָל, אַ מאָל, שױן לאַנג, ניט פֿאַר אונדזערע צײַטן, אין אַ װײַטער־:װײַטער
מדינה, װאָס צו איר איז אפֿשר 40 טעג גאַנג, אין אַ גרױסער־גרױסער שטאָט,
װאָס ליגט בײַם ברעג פֿונעם שװאַרצן ים, האָט זיך געפֿונען אַ גרױסע ייִדישע
קהילה, ױ אַלע ייִדישע קהילות פֿאַר צײַטן, װאָס האָט זיך געהאַט איר רב, איר
פּרײדיקער, איר ראַבינער, איר רעדל־פֿירער, ױ געװײנטלעך פֿאַר צײַטן
יאָרן לאַנג האָט דער רב געפּסקנט שאלות, דער פּרײדיקער האָט געפּרײדיקט,
דער ראַבינער האָט זיך געטאָן װאָס אַ ראַבינער דאַרף טאָן, און דער
רעדלפֿירער האָט געדרײט דאָס רעדל, ס'איז זיך געגאַנגען אַלצדינג ױ אַ מיזמור,
און מען האָט זיך קײן מאָל ניט געקריגט,:
װײסט איר פֿאַר װאָס מען האָט זיך ניט געקריגט? װײַל דער רב מיטן
פּרײדיקער מיטן ראַבינער מיטן רעדל־פֿירער זענען געװען אַלע פֿיר אײן מענטש,
דאָס הײסט ס'איז געװען אַ מאַן, װאָס האָט באַטראָטן אָט די אַלע פֿיר פּאָסטנס,
און די שטאָט איז געװען צופֿרידן, און דער מאַן איז געװען צופֿרידן, און אַלץ
איז געגאַנגען ױ אױף פּוטער.
ױהי היום, מאַכט זֹיך אַ מעשׂה אַז דער דאָזיקער מאַן לײגט זיך אַנידער
און שטאַרבט אַװעק, און די שטאָט איז געבליבן אָן אַ רב, אָן אַ פּרײידיקער,
אָן אַ ראַבינער און אָן אַ רעדל־פֿירער.
געבליבן אָן אַ רב, אָן אַ פּרײדיקער, אָן אַ ראַבינער, אָן אַ רעדל־פֿירער, האָט
די שטאָט אָנגעהױבן זוכן אַן אַנדערן אױף זײַן אָרט, געזוכט־געזוכט און ניט
געקאָנט געפֿינען.
האָט מען צעשיקט בריװ איבער אַלע מדינות און אױסגערופֿן, װער עס װיל
זײַן רב, פּרײדיקער, ראַבינער און רעדל־פֿירער, זאָל ער זיך װענדן אױף דעם
און אױף דעם נאָמען אין דער און אין דער שטאָט.
האָבן אָנגעהױבן גײן בריװ פֿון דער גאַנצער ועלט, בעלנים האָבן זיך
געפֿונען דװקא אַ סך, נאָר קײנער פֿון זײ איז ניט געװען דער שטאָט צום האַרצן,
איטלעכער נײַער קאַנדידאַט װאָס האָט זיך באַװיזן האָט געמוזט האָבן עפּעס
אַ חיסרון. איז ער געװען אַ גוטער רב, האָט ער ניט געקאָנט פּרײדיקן: איז ער
205